קאווע שטיבל אויסגאבעסדי אייגענע אויסגאבעס פון קאווע שטיבל, 2012–2016 · ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון

יאיר נרי

אדר תשע״ו · 24 זייטן

לידער און מאמרים וואס זענען געשריבן געווארן אויף קאווע שטיבל אונטערן פסעוודאנים „יאיר“.

⬇ PDF אראפלאדן (1.6 MB)

יעדער זייט ווערט געוויזן אלס בילד, און אונטער אים דער טעקסט. דער טעקסט איז ארויסגענומען פון דער PDF; ביי שווערע אויסשטעלן (שפאלטן, קעפלעך, פונקטירטע ווערטער, ספעציעלע שריפטן) קען ער זיין צומישט — דאס בילד איז דער ריכטיגער.

זייטן: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24

זייט 1

זייט 1
טעקסט

יאיר נרי

שירים און מאמרים וואס זענען געשריבן געווארן אויף דעם וועבזייטל 'קאווע שטיבל' במשך די לעצטע דריי יאר אונטער דעם פסעוודאנים 'יאיר'

אדר תשע"ו

[אימעיל]

כִּי אַתָּה תָּאִּיר נֵרִּי יְהוָּה אֱֹלהַי יַגִּיהַ חָּשְכ ִּי )תהלים יח כט(

זייט 2

זייט 2
טעקסט

אליין

א מענטשעלע אליין איינזאם געבוירן אין דער וועלט אזוי גרויס פארווארפן, פארלוירן

ארום פיל מענטשן משפחה און פריינט אין בעטל אליין בכיות עס וויינט

טעג גייען פארביי פאראויס אין לעבן רילעישאנשיפס טוען זיך וועבן

על טערן, געשוויסטער א באבע, א זיידע אין א שווערע מינוט איבריג זענען ביידע

א ישיבה, א סביבה ער דרייט זיך אין וועלט א ווייב און קינדער א גאנצער געצעלט

ווען דער גיסטע פאלט א שוואכער מינוט דער מוח פארכמורעט עס ווערט נישט גוט

עס עקזיסטירן קיין מענטשן קיין ווארעמער בליק אליין אין זיין טרויער ווי אן אסופי מן השוק

קיינער פארשטייט קיינער זעט אין דע ר הארץ א שטומער געבעט

ער גייט אין גאס א גוט ווארט אין מויל לאכט און שמייכלט און אין זעהל הויל

קלוג און בא'טעמ'ט געלט ווי מיסט באליבט און בא'חנ'ט דער נפש פוסט

זיין מוח וואנדערט נישטא קיין טרייסט ענדלאזע געדאנקען א צעשאסענער גייסט

דער הארץ - א פייער פלאמט אויף, שטיקט א הויפן גרויע אש נישטא ווער עס קוקט

דער נפש אין געפעכט ווי דוד און גלית א צונאמי פארפלייצט אומזעהבארע כוואליעס

א צופרידענער פנים א זיכערער בליק די נשמה צעריסן אין יסורים עס ליגט

אין דער פרייער וועלט אן ארעסטאנט אין צעל אנגעפילט מיט תוכן א ליידיגער זעהל

גארנישט וועט העלפן א פריינט אדער בוך דער מענטש איז אליין

דערווייטערט פון זיך

זייט 3

זייט 3
טעקסט

אחידה לכם חידות

עמוקות וסתומות

אנכי הרואה פלאות

נסתרות ונעלמות

עיני רואה ואוזני שומעת

הגדת הרקיע וסיפורי השמים

הבעת אומר וחוות דעת

של לילה ללילה ויום ליומיים

אני שומע שיחת דקלים

גינת ורדים ושורות הכרמים

מחיאת כפיים של עצי השדה

ורינת ההרים גבוהים ורמים

אני מבין קשקוש עץ וענף

ואני מקונן עם בנות יענה

אאזין לצפצוף צפור כל כנף

אל קול התור ובני יונה

אני מקשיב לשירת עשבים

אנכי הרואה

ואצרפם כרועה לניגונים

אני צועק בלי נשמע קולי

ואתבודד בין אלפי המונים

מכנף הארץ זמירות שמעתי

צורים וסלעים מספרים קורותם

מתוכיות חום הכדור הגעתי

דרך אלפי שנים לדורותם

אשבע עיני בשלל צבעים

לובן ירח מסתכל בבושת

תכלת הדומה לרקעים

ובשר אדם מבהיק כנחושת

אודם תפוח וכסף צרוף

גלי ים כאבני שיש עשת

גפן ארגוון ואתרוג צהוב

וגווני אור הנראים בקשת

זייט 4

זייט 4
טעקסט

טלית שחורה פרוסה בשחקים

וב ה קבוע ות גחלים לוחשות

כוכבים מנצנצים זיו מפיקים

סודות הבריאה מרחשות

אחזה למעלה באיורים

אריה בתולה ומאזניים

שור טלה וגדי מצויירים

ונתיב החלב לבן שיניים

אני מרגיש חיבה פורחת

קרני שמש בבוקר זורח

אש מע גלגל חמה צורחת

ישיש כגבור לרוץ אורח

אני מבי ן לשון רכה

דשא מתנועע בלי הרף

ואני מכיר יללה האיומה

של סערת ליל חורף

אנכי הרואה את הקולות

נוראות רעמים וברקים

וא וז נ יי שומע ו ת בכיות גדולות

חשכת מים עבי שחקים

אני מפליא אריות בגאונותם

הוד חברבורות נמרים העזים

ואני מרגיש טוהר תמימותם

של בהמות דקות, כבשים ועזים

בחכמ ות המדע והדעה

אטהר נפשי בהם כליל

בגל נעול בריכות בחשבון

אטבול שכלי כבמעין צלול

נפלאת בעיני גודל תעלומה

כח המושך בלי דחיפות

תליית ארץ על בלימה

וסיבובי כוכבי לכת מרחפות

אלקטרונים מעופפים זוהר מפיצים

בני אדם משתמשים בכוחות חבויות

חלוקת חלקיקים בגערה מתפוצצים

ויושב בשמים משחק בקוביות

זייט 5

זייט 5
טעקסט

אני המצאתי תרף ומזור

לרפאות חולי האהבה

גם חפרתי באר מים חיים

לכבות מדון כאש להבה

ומן הבאר ההוא אשקה

עניי דעת צמאי נפש

גם אטהר בו טמאים

אלו ששתו ממעין נרפש

אני דורש אל מתי רוח

חובר חברים בלחשים

אקרום עור גידין ובשר

להחיות עצמות היבשים

אני מעריך קדושת המיתוס

אגדות אומות בשבעים לשונות

ואני מוקיר חוויות דתיות

של עם ועם ודתיהם השונות

אנכי שומע אמרי אל

אלוהי המוסר והערכים

נאום יודע דעת עליון

לעבדו בהרבה דרכים

אני טוב רואי כיחידים

לחזות בנועם צפונות

ניתן לי לשון לימודים

לדבר בשבעים לשונות

אזני מילין תבחן

דברים שאינם נשמעין

וה' הודיע אותי

מה שכיסה עתיק יומין

זייט 6

זייט 6
טעקסט

ונפשי יודעת

אלמד ידי לקרב, אצבעותי לערוך מערכה ל'סיפוק' נתאוית, ומשפטי לפיו נחרץ

אזיינם בעט ועופרת, וקנה אריק תחת חרבי דבר מוזר המצאת לך, מלפפתני ככלבי

את קשתי נתתי בעשתונותיי, ופיסת נייר מגיני

בדיו אטבל כלי נשקי, וארוה אותם בדם לבבי וביום מן הימים, כאשר מצב רוחך רע

הוי ואבוי! נהפכת לאשת מדון ומריבי

את מי אערוך מלחמה? מי ומי המנצחים?

לא תנוח ולא תשקוט, על כל פנה תארוב

אלחום עם עצמי, עם נפשי ה שוכ נת בקרבי בשבטך תייסרני, לא תחשוך על כאבי

הלא את כמוסה עמדי, אחותי נשמתי יחידתי

אך מחיצת ברזל מבדיל בינינו, נפשי חביבי תחת חכמתי המפוכך, תשביעני דמיון

תמלאני בהלה, תבלבל את דעתי

אני מדריכך ומוריך, מלמדך להועיל תרעיל מחשבותי, בדברים חסירי ה גיון

בכל דרכיך הנבוכות, את נשענת על גבי ולא תאמר די, עד אשר בחיי קצתי

לי עצה ותושיה, אני בינה לי גבורה

אם חושך יחשיך ממך, תמיד מאיר כוכבי כמעט שגמרתי בדעתי, שאין לי כל תוחלת

כל זמן שאת בקרבי, ומרשתך אין לי מנוס

אני מבין וחכם, יודע לבנות ולסתור טוב לך שלא נבראת, מאשר תקפתני כמחלת

ואת לא יודעת להבחין, תמימה ונאיבי וכל זמן שלא תיפרש, על פי דיבורך אני אנוס

לא עוזרת לי בביקור, אך קוצרת ביכורי

לעת הזמיר הגיע, את אוכלת פרי אביבי ומשיבת נפשי:

אישי נכבד, אל תחפוז לחרוץ דיני, אכן

אין לי כושר ניתוח, וחוש ביקורת חסר לי את מבקשת עידוד, הכרה על עבודתי

גם אין לי סניגור, מול קטיגור מצויין כמוך את יונקת שדיי, מתבוססת בדמי וחלבי

זייט 7

זייט 7
טעקסט

אך יש בפי מענה, הקשיב נא דכאות רוחי

אכן יש בך לנתוץ, לבנות ולהקים

מגדלים מפוארים, גבוהים וחזקים

לעשות ולקבץ, לעקור נטוע ולטעת

בשכל ובתבונה, בחכמה ובדעת

אני, נפשך הדלה, יושבת במחתרת

חסרת כל כשרו ן, אך יש בי רב תועלת

מאחורי הפרגוד, אני מסתתרת

אתה חכם ומבין, ואני המתפעלת

אתה בונה מגדל, ואני מכרת יופיו

אתה עורך מערכות, ואני יודעת ערכם

אתה מקשה ומפרק, דבר דבור על אופניו

ואני מעוררת רוחך, לסלול יושר דרכם

אתה מפלפל בכשרון, ואני לבי הומיה

להגות בשדה הח כמה, פיזיקה וכימיה

אתה חושב חשבונות, תקופות ותשבורת

ואני היודעת לשוש, במתנת חוש הביקורת

אתה סופר ומונה, דברי חכמה להוסיף

ואני יודעת יוקרם, מאלפי זהב וכסף

אתה מכניס ומוציא, מאמיד ושוקל בפלס

אני שמחה באוצרך, ואתה מסנן פסולת

אני רואה יקום, מלא חידות ותעלומות

ואתה מפענחו, להבינו ולפתור חלומות

אני משתוקקת, על הבריאה מסתכלת

בשחרירו ת השמים, וטוהר ים התכלת

אתה כותב התווים, ואני כינורך לשורר

אתה מחוקק חוקים, ואני מוסרך מעורר

אתה פונה למעלה, כגאות שמש זורח

ואני מתנהגת בצניעות, כ לובן בוהק הירח

אני עומדת משתוממת

מקסם כוכבים ומזרות

ואני רואה הוד רוממות

גלי אוקיינוס ונהרות

אני יודעת ערך מוסר, רב טוב הצפונה

יודעת ריבוני, אוהבת להתדבק בדרכיו

בלי זה חסר כל חכמה, אין דעת ותבונה

כל זה איננו שוה, אם אין יראת אלוהיו

זייט 8

זייט 8
טעקסט

חשק חכמתך, אשתדל להאירה כברקת

צוהר אעשה לתיבה, ואפענחה בדיבורים

כי חכמה שרק בעליה תחיה, אינה מספקת

אפיץ מעינותיך חוצה, אחלק ביעקב ספרים

אני מלאה אהבה, מתגעגעת לבריות

והמה יכבדוני, כמים הפנים לפנים

מוקירים חכמתך, ובי עיניהם צופיות

מסלסלים בדודיי, לחיבתי ממתינים

וכשרוחך מתנשא, מתגאה עלי כפי הדמיון

גם אז שמי בקרבך, את עצמך השפלת

כי אין לך שנאה או אהבה, כבוד גם בזיון

אוי לך את נפשך קבעת, ברומו של עולם זלזלת

אני רצונך ושאיפותך, מאויך ומרוממיך

אתה מדרכני ומגדלני, רבי מורי ומאורי

אם אין אתה לי, מי לי?

כשאתה לעצמך, מי אתה?

וא ומר אני:

הצדק אתך, נפשי היקרה מפנינים

את מי חרפתי וגדפתי, הלא בתי אהובתי

מנוד ראשי היית, מטרתי לחיציי השנונים

כמעט את נפשי לקחתי, בקברי אשר כריתי

אבדתי חכמתי, אשר טפחתי ורביתי

ברוב דברים נוקשתי, קיפחתיך עוללי

על עצמי רגנתי, מכותיי ספגתי

כי שלי שלך, ושלך שלי!

דבריך תציגני, כחומר ביד היוצר

אך יש בויכוח, גם צד שני

בידי להציל שנינו, מצרה וממיצר

אף כי נפשך עשירה, והנני העני

טענתך הישרה, אנסה לסכמה

רוחך תמלאני, ואני כלי לקבלה

את מהוה חייתי, ואני המקיימה

את נותנת העיסה, בידי לגבלה

הלא נפשך העדינה, קשורה בטבורי

תלויים זה בזו, כנזם בספירים מעולפת

אשר מבלעדך, אני כיוצר בלי חומר

ומבלעדיי, בלי מטרה את מרחפת

זייט 9

זייט 9
טעקסט

ומשיבת נפשי:

אם פי כפיך, ועשייתי כעשייתך,

למה נהיה לאיש מדנים?

אל נא תהי מריבה בינינו

כי שנינו המתדיינים, והדיינים

שמע בקולי, היפה כתרצה

אל שופט כל הארץ נריצה

אדון השלום, גדול העצה

לתווך בינינו, למנוע ריב ומצה

אלוהי אברהם, יצחק ויעקב

ולא של המתפלספים והמלומדים

נמצא ואינו נמצא, קיים וגם נעלם

כי אין סוף וצמצום, אצלו מצומדים

אל אלוהי הרוחות, לכל גלמים

בידו אפקיד, רוח נפש ודם

שנינו כלים, והוא נצח עולמים

לכן ישלים, שלשה שותפים באדם

ואומר אני:

איך נמצא את מי שאינו מצוי?

איפוא נבקש את שמו הסמוי?

ואם יעתר לנו, להשרות שכינתו

איך נכירו? איך נדע שזה הוא?

ומשיבת נפשי:

אכן אמצאהו בדו שיח

בין נפשי ושכלי הוא שוכן

שם הוא חרות על לוח

שכינתו מפחת בלב בוחן

בציפייה ל תשובתינו מחכה

בסבלנות רובץ בין המשפתים

קורא אלינו בקול דממה דקה

כי לא יחפוץ במות המתים

בהשיגני דעת לשבוע אוכל

להשתיק רעבוני, בלי לפרוץ גדרי שכל

או אז ימתיק חבורתנו, בסודו תבוא נפש

יערב לו ידידותינו, וגם אנו נמצא נופש

זייט 10

זייט 10
טעקסט

משלי יאיר

פרק א'

די געדאנקען פון יאיר בן ק"ש, א שרייבער פאר אידן.

דאס שיינקייט פון אמת איז איר פשוט'ער קליידונג.

די וועלט שטייט אויף חי'שע אינסטינקטן.

זוך דאס פארשטענדליכקייט אין דאס אומפארשטענדליכע; אנערקען דאס אומפארשטענדליכקייט פון דאס פארשטענדליכע; און פארמייד דיך נישט פון אנטדעקן דאס זעלבסטפארשטענדליכע.

א פעסימיסט כאפט זיך אן אויף די גרעניצן פון דער וועלט און בלייבט דארט שטיין.

אפטימיזם איז א פאלשע גלויבן וואס ברענגט אמת'ע רעזולטאטן.

א הייליגער ליגן איז מטמא די וואס רירן עס אן.

רעספעקטיר מענטשן; נישט זייערע באפעלן.

האב ליב גאט, נישט זיין באשאף.

אויב דיין מאמע'ס מילך איז געווען פארדארבן, שפיי עס אויס.

אנערקען דיין נישטיגקייט אין די ענדלאזע בריאה; פארגעס נישט דיין גרויסקייט אז דו קענסט עס אנערקענען.

נעם אן טובות ווייל עס קומט זיך דיר; באדאנק זיך ווייל יענער קומט דיר נישט.

דער אטעאיסט רופט אן גאט מיט אנדערע נעמען.

מען קען נישט באפרייען אן ארעסטאנט פון א תפיסה וואס ער האט זיך אליין געבויט.

מאטעמאטיק איז דער שפראך פון די אוניווערס; ליבשאפט איז דער שפראך פון דעם מענטש.

וויסנשאפט איז צו קלוגשאפט וואס נומערן זענען צו מאטעמאטיק.

אלעס איז רעלאטיוו, אריינגערעכנט דאס רעלאטיוויטעט.

לאגיק שטייט אויף פאראדאקסן – וואס איז אליין א פאראדאקס.

מען קען נישט פארלייקענען פאקטן, אבער מען קען האבן אנדערע פאקטן.

צופרידנקייט איז דער זעהל אין באלאנס.

זייט 11

זייט 11
טעקסט

די עקזיסטענץ פון נעגאטיוויטעט איז א סתירה מיניה וביה.

א פארלוירענער מענטש קען זיך נישט אפגעפינען; ווען יא וואלט ער נישט געווען פארלוירן.

א קאמפלימענט מעג זיין א ציגל; עס טאר נישט זיין דער פונדאמענט.

זאג דיין מיינונג נישט ווייל עס איז זיכער, נאר ווייל ס'איז דיינס.

נוץ דיין איגנאראנץ צו פארגרעסערן דיין וויסנשאפט, נישט עס צו פארקלענערן.

ווען א נאר וואלט געוואוסט ווי גליקליך ער איז וואלט ער געווען קלוג.

קלוגשאפט איז אן אדיקציע; גיב פאר א קלוגן, און ער וועט קלוגן נאכמער )טיילווייז פלאגיאיזירט(.

פרק ב'

קויף נישט דעם אמת עס צו פארקויפן ווייטער; די סטאקס דערפון פאלן יעדן טאג.

דאס געשריבענע ווארט איז דער עלעקטרישער שטראם וואס פארבינדט איין חכם צום צווייטן.

א גרינגער וועג צו איגנארירן דעם הוה איז זיך צו באהאלטן אין דעם עבר.

א גרינגער וועג צו איגנארירן דעם עתיד איז צו ערפינדן א יוטאפיע.

פאליטיק איז דער קונץ פון זאגן ליגן אויף דעם פאלשסטן וועג.

דאס איינציגע אמת איז דאס אומגרייכבארע.

סימבאלן איז א מיטל צו דערגרייכן דאס אומגרייכבארע.

ווען נישט חלומות און דמיונות, קעגן וואס וואלטן מיר פארגליכן רעאליטעט?

געלט איז די געלונגנסטע אילוזיע וואס די מענטשהייט האט ערפינדן.

די שווערסטע באגרעניצונגען זענען די וואס עקזיסטירן נישט.

אלעס שטימט ביז מען הויבט אן פארשטיין.

יעדער מענטש איז אזוי גרויס ווי דער וועלטל וואס ער באשאפט זיך.

די שארפסטע אויגן קענען נישט זען ווייטער ווי דעם מענטשנ'ס האריזאנט.

א וואנדערנדער מוח קומט אן איבעראל.

דער וואס פארשטייט נישט פילאזאפיע איז אין אפל טון'ס הייל; דער וואס גלייבט עס איז אין זיין קבר.

זייט 12

זייט 12
טעקסט

א חכם פילט אן דעם לאך פון נייגער מיט וואונדער.

ווען דער נאר האט זיך באקלאגט אויף זיין גורל האט אים גאט געשאנקען שמחה.

כדי צו דערגרייכן דעם ציל פון לעבן דארף מען עס קודם באשאפן.

דאס לעבן איז קורץ; נישטא קיין צייט זיך צו יאגן.

א ליידיגער קאפ דארף א פולער סדר היום.

די וועלט איז ווי א רעדל וואס דרייט זיך; וואס נענטער צום צענטער אלס ווייניגער שפירט זיך די שטרויכלונגען.

פרק ג'

אויף יעדע עולה וואס דער טיפש באגייט איז דא ערגעץ א חכם וואס איז אחראי דערויף.

צושטעלן פאר דעם נאר זיין נארישקייט איז פונקט אזוי הייליג ווי צושטעלן פאר'ן חכם זיין קלוגשאפט.

מייחס זיין אוממאראלישע מעשים צו גאט מאכט נישט די מעשים מאראליש; עס מאכט גאט אוממאראליש.

אויב אינסופיות עקזיסטירט נישט, וואס איז די דעפיניציע פון א סוף?

עס איז אסאך גרינגער צו לייקענען אין גאט ווי אים צו איגנארירן.

די סיבה פארוואס מען קען נישט דעפינירן גאט איז ווייל יעדער האט אן אנדערער דעפיניציע.

אויב שלעכטס עקזיסטירט נישט איז עס נאך פיל מער רשעות'דיג.

מאראל און ליבשאפט זענען צוויי זייטן פון די זעלבע מטבע.

דער נביא זעט נישט דעם עתיד; ער זעט דעם הוה בעסער.

א סעלפיש מענטש האט נישט א גרעסערער 'איך' נאר א קלענערער.

מען קען נישט פיינט האבן עפעס וואס מען קען נישט ליב האבן.

אויב מען האלט זיך נישט גענוג גרויס ווערט מען א בעל גאוה.

מען קען נישט באגראבן דעם שקר; עס איז נישטא וואס.

די גרעסטע חידושים זענען די וואס האבן אלעמאל עקזיסטירט.

אלעס ווייסן מיר סוביעקטיוו, אריינגערעכנט אביעקטיוויטעט.

זעלבסטמארד זאגט אונז מער איבער לעבן ווי איבער מארד.

זייט 13

זייט 13
טעקסט

דער העכסטער מצב פון עקזיסטענץ איז די יכולת צו צווייפלען דערין.

שיינקייט איז באהאלטענע מאטעמאטיק; מאטעמאטיק איז באהאלטענע שיינקייט.

אויב שיינקייט איז שקר, ווי אזוי קען זיין אז שקר איז מיאוס?

פרק ד'

פאלשע קשיות ברענגען פאלשע תירוצים.

יעדער חכם רעזערווירט אן ארט אין מוח צו פראקטיצירן טפשות.

ווען חכמה האט חתונה מיט שקר ווערט געבוירן טפשות.

ליבשאפט ברענט ווי א פייער; אויב מען פרובירט עס צו דערשטיקן פלאמט עס אויף.

דער זכרון נארט נישט דעם מענטש, דער מענטש נארט דעם זכרון.

א חלום איז א דוגמא וויאזוי עס קוקט אויס א וועלט וואס פירט זיך לויט אונזערע פאנטאזיעס.

דער חילוק צוו ישן דער בהמה און דעם מענטש איז אז דער מענטש פרעגט צו ס' איז דא א חילוק - אויב ער פרעגט.

דער גורל פון דעם מענטש איז צו דארפן אויסקלויבן צווישן דער אבסורדיזם פון עקזיסטענץ אדער פון רעליגיע.

דער געפיל צעווארפט אין סעקונדעס וואס דער שכל בויט אויף אין יארן; דער געפיל בויט אויף אין סעקונדעס וואס דער שכל קען קיינמאל נישט בויען.

דער איינציגער ארט פאר חילוקי דעות איז אין דעם נפש.

רעליגיע איז דער תירוץ פאר געוואלדטאטן, נישט דער סיבה דערפון; רעליגיע איז דער תירוץ פאר מאראל, נישט דער גורם דערצו.

לאגיק איז גאט'ס וו עג פון זאגן, "איר זעט? איך בין נישט אינגאנצן משוגע."

די בעסטע ראיות צו גאט'ס עקזיסטענץ זענען געשריבן געווארן דורך באך.

דער וואס פארשטייט די ענדלאזיגקייט פון עקזיסטענץ האט דערגרייכט א נייער לעוועל אין קאנשעסנעס.

לאנגווייליגקייט איז דער שטומער געשריי פון דעם מענטשנ'ס פסיכא.

זייט 14

זייט 14
טעקסט

ישעיהו השלישי

ערשטע וויזיע

די וויזיע פון ישעיהו השלישי, וואס ער האט געזען אויף דער חרדי'שער אידנטום אין די צייטן וואס די רבי'ס פון באבוב האבן זיך ארומגעקריגט.

הערט זיך צו, שווארץ איינגעהילטע גופים; נייגט צו אייערע אויערן, באשפיצלטע פרויען.

גאט רעדט צו אייך: איך האב אייך געגעבן א תורה, און איר קוקט עס נישט אן!

מיינע נביאים האבן געשריבן פיר און צוואנציג ספרים, וויפיל פון זיי קענט איר?

איר זענט איינגעזינקען אין הבלי עולם הזה, און איר רעדט זיך איין אז איר דינט מיר.

הערט אויף רייניגן אייערע קערפערס אין מקוה, און הייבט אן גלאנצן אייערע נשמות!

אייערע מוחות זענען פארטעמפט און אייערע הערצער זענען פארגליווערט.

איר מיינט אז איר גלייבט אין מיר, אבער דעם טייטש פון אמונה ווייסט איר נישט.

אייערע מיילער זענען אנגעפילט מיט נידריגקייטן, כאטש איר עסט נאר פון עדה החרדית.

אין מקוה באשמוצט איר אומשולדיגע מענטשן, צווישן מנחה און מעריב בארעדט איר מיינע קינדער.

און דערנאך גייט איר אהיים, און פאטשט זיך שישו מעי.

און ווען עס קומט א צרה, ווארפט איר דעם שולד אויף אייערע פרויען.

איר בויעט אן ארון הקודש פון מארמויער שטיין, אריינצולייגן מיינע געבאטן אויף וועלכן איר טרעט.

איך האב באפוילן לא תשנא את אחיך, און איר האט פיינט אייערע אייגענע ברידער.

איך האב געבאטן לא ימותו אבות על בנים, און איר שטראפט קינדער אויף זייערע עלטערנ'ס זינד.

איך האב געהייסן לא תלך רכיל בעמך, און אייערע צייטונגען זענען פיל מיט רייד פון פארשעמונג.

איך האב געזאגט לא יהיה לך אלהים אחרים, און איר דינט מענטשן פון פלייש און בלוט.

אבער הבלים וואס איך האב קיינמאל געהייסן, הענגט איר אן אין מיין הייליגן נאמען.

געלט און כבוד איז אייער מולך, איר זענט מקריב דערפאר אייערע קינדער.

עשירים און בעלי תאוה באעהרט איר, אבער די וואס דינען מיר ווערן דערנידערט.

זייט 15

זייט 15
טעקסט

איר פארשלייערט אייערע תאוות אין מיין הייליגן צודעק, איר דערנידערט מיר אין די אויגן פון די פעלקער.

איר רופט זיך חסידים. וואו זענען אייערע חסדים?

איר באשיצט מתים, אבער איר באגראבט לעבעדיגע.

איך דארף נישט אייערע טיי אווענטן; אייערע נדבות פאר אידן וועמען איר האט דערטראנקען.

באצווינגט נישט אייער אידעאלאגיע אויף אנדערע, און איר וועט נישט האבן אזויפיל נצרכים!

אייערע גראנדיעזע בתי מדרשים צעווארפט, און אייערע בלוט-פארשמירטע מוסדות לעזט אויף.

די פלאקאטן פאר אייערע דינערס רייסט אראפ, זיי פארשוועכן מיין נאמען.

פארמאכט אייערע גמרות; פארשפארט אייערע כוללים -

און זעצט זיך לערנען מיינע רייד, די ווערטער וואס איך האב איבערגעגעבן פאר מיינע שליחים.

צווייטע וויזיע

אין דעם ערשטן מאנאט פון דעם פופצנטן יאר אין דעם איין און צוואנציגסטן יאר הונדערט, האבן מיינע אויגן געזען א געטליכע וויזיע.

איך בין ארויס פון שטוב, נישט וויסנדיג וואו מיינע פיס וועלן מיר טראגן. איך בין געווען אומעטיג, מיין זעהל האט זיך געשפירט שווארץ און ליידיג. איך האב געפילט ווי מיין הארץ איז צעשאסן אויף טויזנט שטיקלעך, און זענען געווארן צעזייט אין אלע עקן פון דעם שטאט. איך דארף זיי גיין אויפזוכן.

דער אוונט איז א טונקעלער. איך גיי אויפ'ן גאס, און מיינע אויגן זענען פארגלייזט אין חלל. די דומע לאמפן אויפ'ן גאס האבן געשיקט זייערע געלע שטראלן. דער ווינט איז פראסטיג, און איך האב זיך פעסטער איינגעהילט אין מיין שווארצער מאנטל. ווייסע שנייעלעך זענען ארומגעפלויגן אין די לופט, געשוועבט, זיך געהויבן, העכער, נאך העכער, און דאן צוריק אראפגעפלויגן. זיי רייצן זיך מיט זייער פרייהייט, א פרייהייט וועלכן איך קען נישט געפינען.

און מיטאמאל דערזע איך א געטליכער מאן. אבער ווי מאדנע, דער געטליכער מאן פארמאגט נישט א ווייסער בארד אדער א גארטל איבער די לענדן. זיינע באקן זענען גלאט, און העכער זיינע ליפן פארמירן זיך דינטישקע וואנצעס. ער פארמאגט א גלייכער געשטאלט, איינגעהילט אין א קורצער רעקל. אבער די אויגן – די אויגן! – זיי שפריצן פייער. ער קוקט אויף מיר מיט א בליק וואס איז רחמנות'דיג און פארכטיג אויפאמאל.

איך האב זיך געוואנדן צו דעם געטליכן מאן, זיך געווארפן צו זיינע פיס, און אויסגעשאסן אין א געוויין: "מיינע ליפן זענען פארשפארט!" האב איך געיאמערט. "איך געפין זיך צווישן א פאלק מיט פארשלאסענע ליפן!"

דער געטליכער מאן האט ארויסגענומען א קליין ספר'ל און מיר דערלאנגט. "עפן דאס אויף", האט ער באפוילן.

זייט 16

זייט 16
טעקסט

די בלעטער פון דעם ספר זענען געווען פארגעלט און האבן זיך שיע ור צוברעקלט אין מיינע הענט. איך האב אויפגעמישט דעם ספר און געפינען א געדעכטער שריפט אין רש"י אותיות. איך האב אפגעליינט די געדרייטע ווערטער: "בספרא הדין יפקון מגו גלותא."

"דאס איז דער ספר פון דעם שיין," האט דער געטליכער מאן געזאגט. " די אלטע שריפטן זאלסטו אויסשפרייטן אין די גאנצע וועלט, ביז דער אוניווערס איז אנגעפילט מיט די געטליכע רייד."

דערנאך האט דער געטליכער מאן ארויסגענומען נאך אן אביעקט. דאס מאל פון בוזעם טאש. א שווארצער אביעקט, וועלכע האט אויפגעשריבן אויף זיך אותיות.

"וואס איז דאס?" פרעג איך אים א פארלוירענער.

"דאס איז אן אנצינדער." ענטפערט ער מיר. "אויף דעם שטייט געשריבן געטליכע רייד, שווארצע פייער אויף ווייסע פייער. מיט דעם וועסטו אנצינדן א פייער וואס וועט אויפפלאקערן דעם גאנצן גולה כמדורת אש."

און בשעת מיר האבן גערעדט איז א פייער ארויס פון דעם אנצינדער און האט באלאכטן דעם גאנצן ארום.

דער געטליכער מאן נעמט ארויס א פיר עקיגער, דינער, ווייסער אביעקט פון טאש, און ג עבט עס מיר אין די האנט. איך כאפ עס אן. "וואס איז דאס?" שטאמל איך ארויס א צעמישטער.

"דאס איז אן עפל." זאגט דער געטליכער מאן. "עס אויף דעם עפל."

איך האב אויפגעגעסן דעם עפל, און איך האב געשפירט א ריח תפוחים פון גן עדן.

"מיט דעם כח פון דעם עפל וועסטו פארשפרייטן מיינע געטליכע רייד." האט דער מאן געזאגט.

"און וואס זאל איך איבערגעבן פאר די מענטשן?" האב איך געפרעגט דעם געטליכן געשטאלט.

פונקען פייער האבן געשפריצט פון זיין מויל, עס האט זיך מיר געדאכט אז ער איז פארוואנדלט געווארן אין א וואולקאן אויפרייס. איך האב שוין חרטה געהאט פאר'ן פרעגן, אבער יעצט איז שוין געווען צו שפעט. א געטליכער קול האט זיך געהערט פון דעם פייערדיגן געשטאלט, און דער קול האט אפגעדונערט אין די פיר עקן פון דער וועלט:

איר באשולדיגט יעדן אויסער זיך אליין, איר האט מורא פון טראגן אייער אייגענעם פעקל.

איר זענט בייז אויף אייערע מנהגיגים, אבער ווער קרוינט זיי אויב נישט איר אליין?

איר באגילדעט אייערע מנהיגים, איר קושט זיי די הענט און פיס.

איר זעצט זיי אויף לעדערנע בענקלעך, איר צאלט זיי אויס פריוואטע פליגערס.

איר נייט זיי פעלענע פעלצן, און איר טוט זיי אן ווייסע זאקן.

איר טאנצט ווען זיי קלאטשן, און איר וויינט ווען זיי מאכן אייך וויינען.

איר קוקט אויף זיי מיט קעלבערנע אויגן, איר באוואונדערט זייערע ש טיק.

איר שטראמט צו זייערע אסיפות, איר לויפט זיך צוזאם הערן זייערע רייד.

זייט 17

זייט 17
טעקסט

איר לויפט צו דעם אויסגעשפרייטן נעץ, ווי א ביבער וואס וויינט ביים אריינגיין אין פאנג.

און צו די וואס לויפן נישט אין זייער נעץ, די וואס שפייען אויף זיי האס און שנאה.

איר – דוקא איר! – ברויכט אייערע פירער, איר דארפט זיי ווי ברויט צום לעבן.

זיי זענען די ברעטער פאר אייערע שולד געפילן, אויף זיי טיילט איר מכות אנשטאט אויף זיך.

איר שיסט קריטיק אויף אייערע פירער, ווייל איר קענט נישט אויסהאלטן דעם יאך פון תוכחה.

איר רעגט זיך אויף אייערע פירער, ווייל צו רעגן אויף זיך אליין איז אומדערטרעגליך.

איר באשולדיגט אייערע סימפטאמען, און איר היילט נישט אויס די מחלות.

דער מענטש איז געבוירן אין זינד, ער לעבט אין א טייך פיל מיט שמוץ.

אבער ער מוז טראגן זיין אייגענעם אחריות, קיינער קען אים נישט ערפילן.

פארגעסט פון אייערע קדושים וטהורים, הערט אויף טראכטן פון פאנטאזירטע אויבערהארן.

חלומ'ט נישט איבער א פארשוואונדענעם עבר, קוקט מיט געזונטע אויגן אויף פאראויס.

הייבט אן אויסהערן אייער אייגענעם קול, דער שטימע פון מאראל וואס איך האב אייך געשאנקען.

דריטע וויזיע

און דאן האב איך דערזען א קליין יונגעלע וועלכער שפילט זיך אין די שניי. זיינע רויטע בעקעלעך האבן געגלאנצט קעגן דעם שווארץ און ווייסן הינטערגרונט. זיינע געווענליך ווייכע פיאות'לעך זענען געווען פארהארטעוועט אין א דורכזיכטיגע, אייזיגע צודעק, פארלירנדיג די לייכטע וו ייכקייט פון זיינע בלאנדע לאקן. קוילערנדיג א שניי באל אהין און צוריק.

און מיטאמאל – אהה! – א רויטע שנירל האט זיך פארמירט אויף דעם שניי, א געדעכטע פליסיגקייט רינט פון דאס קינד אן אויפהער. אין אנהויב האט געטריפט לאנגזאמע טראפנס. צוביסלעך זענען די טראפנס געווארן דיקער און אפטער, ביז א גלייכע ליניע, א דינטשיקער פאס, איז געווארן אויסגעצייכנט אויף דער ווייסער שניי. דער טונקל רויטער פארב האט נישט געלאזט קיין ספק. בלוט! – האט זיך א געשריי געלאזט הערן פון מיין מויל.

און דער ווידער קול האט אפגעהילכט, צוריקשיסנדיג מיין אייגן קול טויזנטער מאל אין מיין פרצוף. בלוט! בלוט! בלוט!

מיינע אויגן זענען געווארן פארטרערט. איך האב געשפירט ווי איך פאל אונמאכט. עס האט זיך מיר געדאכט ווי יעדער טויזנטסטל פון מיין הארץ איז געווארן צעשאסן אויף נאך טויזנט שטיקער, ווערנדיג צושפרייט אלס ווייטער און ווייטער פון מיר. אפילו איך זאל לעבן א מיליאן יאר וועל איך זיי נישט קענען צונויף קלייבן. מיין גאנצער קערפער האט געשאקלט פון אויפרעגעניש, און מיינע ליפן האבן געשעפשעט אן אויפהער, מורמלנדיג אומפארשטענדליכע זאצן.

זייט 18

זייט 18
טעקסט

צוביסלעך זענען די ווערטער וואס זענען ארויסגעקומען פון מיין מויל געווארן קלארער, בשעת א העכערער גייסט האט מיר אנגעכאפט, און אזוי האט זיך ארויסגעגאסן א קריסטאל קלארער שטימע, וואס איך האב אליין נישט דערקענט.

און אזוי האט די שטימע געזאגט:

דיין געבורט איז געווען אין בלוט אויף א ווייסער ליילעך, און דיין לעבן וועט זיין בלוט אויף א רויטער טעפיך.

דיין מאמע האט דיר געקליידעט אין ציכטיגע בגדים, דיין באבע האט דיר געקויפט א מעטשינג העמדל.

דו ביסט געווארן געהאלזט און געקישט, מען האט זיך געטשאטשקעט מיט דיר ווי מיט א פרייזלאזע דיאמאנט.

אבער דו האסט געוויינט מיט שרעקליכע בכיות, דו האסט זיך אנטזאגט פון אנטיילנעמען אין די שמחה.

דיין ליכטל אויפ'ן קאפ איז געווארן פארלאשן, דיין זעה קראפט האט זיך אפגעשטעלט אויף אייביג.

מען האט דיר פארשניטן מיט אן אייזערנעם שערל, און פארשטאפט דיין מויל מיט פארטייבנדע וויין.

אבער דו האסט געוויינט מיט בכיות נוראות, און אנטזאגט פון אנטיילנעמען אין דעם פאראדע.

מען האט דיר געשוירן די גלאנציגע לאקן, מען האט דיר פארערליכט און באפיצט.

מען האט דיר געוויזן אור אלטע בוכשטאבן, געהייסן לעקן דעם גאלדענעם האניג.

אבער דו האסט געוויינט און געשריגן, נעמט מיר ארויס, כ'וויל אוועק!

און פון מיין הארץ, ווי פון דיינעם, האט געטריפט בלוט; אומזעהבאר, אוממערקבאר, בלויז צו די זעער.

אין בלוט איז דיין געבורט, אין בלוט איז דיין לעבן, אין בלוט איז דיין עקזיסטענץ געוואנדן.

דיין פאלק איז באשאפן געווארן אין בלוט, דיינע אור עלטערן האבן זיך גע'טובל'ט אין א מקוה פון בלוט.

א שבועה איז ארויס פון גאט'ס מויל, אין וואס דו וועסט טון וועט זיך בלוט געפינען.

לאז רינען דאס בלוט, זאפ עס איין אין דיין קערפער.

ווען עס רינט איבער, לאז עס דעם ציכטיגן שניי פארפלעקן.

און ווען דיין בלוט וועט אויפהערן רינען, א טויטער גוף וועט מען אין קבר טראגן.

זייט 19

זייט 19
טעקסט

לעבעדיגער אייביגקייט,

עקזיסטענץ פון אלע עקזיסטענצן,

מיינע ליפן שעפשען צו דיר,

און צו מיר

אה, לעבעדיגער גאט!

ווייל איך בין דו,

אבער דו ביסט נישט איך

און איך בין נישט איך

ווי לאנג איך בין איך

און דו ביסט דו.

דו ביסט מיין עצמיות,

מיין באשאף, מיין חיות,

מיין פינק וואס פלאמט אויף

און שטיקט זיך פון ענגשאפט

דער פייער וואס עסט אויף

מיינע ארעמע ביינער

אין מיינע גרעניצן

אן אומגליקליכע וואוינונג

א דירה סרוחה

האסט זיך געשאפן

פארלאז מיר

עלימיניר מיר, גאט, עלימיניר!

און זאל דיין הייליגע שכינה

אויסשפרייטן אירע פליגלען

און צוריקפליען צו דיך

וויין, אה גאט, וויין!

פארגיס טרער נאך טרער

דיין אזוי געגארטער מנוחה

דו וועסט נישט געפינען

ווי לאנג דו וועסט עס זוכן

ווי לאנג דו קענסט עס זוכן

ווי לאנג ביסט נישט פאראייניגט

ביחידות שאין כמוהו

אוועק פון מיר, גאט, גיי אוועק!

לייז דיך אויס פון דיינע קייטן

ואם את באומאה,

וועל איך, יחיד מומחה

דיר באפרייען מיט פרייד

א טובה טאן מ יין זעהל

וועמען מיין חכמה

האט אמאל באפרידיגט

זייט 20

זייט 20
טעקסט

פארגעס מיר, גאט, פארגעס!

אה, ליבשאפט-קראנקער זעהל

מיין פארוואונדעטער געטליכקייט

א פארשניטענער חלק אלוה

און אויב דו האסט מיר באשוואוירן

פון ערוועקן דיין ליבשאפט

טרעף דיר דיין געגארטן פריינט

דיין אייביגער איך

עפן דיינע אויערן, גאט, עפן אויף!

הער דיין פארצווייפלטער געשריי

דעם ברומען פון דיינע געדערים,

דיין שטערבליכע בענקשאפט

צו דיין אייביגע אייביגקייט

וואס דו האסט פארלוירן

יאמער, גאט, יאמער!

קלני מראשי, קלני מזרועי

דו האסט זיך פארקערפערט

אין אומבאגרייפבארער ע נגשאפט

דו האסט זיך איינגעוויקלט

אין א שניינדנדער ווייטאג

דו האסט זיך איינגעהילט

אין א טלית רויט פון בלוט

דיין נשמה צאפלט

ווי א געשטאכענער גוסס

מיט עקשנות האלט אן

א פארפייניגטער אטעם

ערוועק זיך, גאט, ערוועק זיך!

גיס אויס דיינע שטראלן

הקיצה, שטיי אויף!

פארלאז מיר אויף אייביג

טו עס פאר דיר,

אויב נישט פאר מיר

ווייל איך בין איך

און דו ביסט ד ו

זייט 21

זייט 21
טעקסט

רצונותיי

אני רוצה בחיי ם שלי...

לאהוב ולהתאהב באהבה שאינה חולפת לעולם להכיר הטוב הצפון בקרבי, ולהשתעשע בהיושר והנועם שנאצל בנשמתי להתקשר בכל נימי נפשי עם בני אדם הקרובים ללבבי, ולהתגעגע אליהם תדיר למלאות עתיי ורגעי הפנויות בחוויות דתיות המחזקים את הקשר ביני לבין בוראי לזרז כל חושיי להיות כגשרים המשלימים הפער בין נפשי ועולמי לעורר את רוחי להרגיש נועם החיים ולהתפעל מדברים קטנטנים שבני אדם מזלזלים בהם להתעסק יום ויום בדברים הנוגעים לל ב בי, ההופכים אותי לבן אדם יותר מזוקק ויותר מצורף להוציא מכח אל הפועל כשרונותיי השוכנות בקרבי, ולהשתמש בהם לייצר בריות חדשות ונשגבות להשכין שלום בין רגשותיי הסוערות ודעותיי הישרות, ולאזנם באיפה שלימה וצדק להשריש בלבי אהבת השמחה והאושר, ולגרש יצר העצבות והפסימיות להפיץ רוח שלוה ושאננה שיתפזר כ ריח טוב על סביבותיי ויתדבק על חבריי ושכניי להעתיק ממשכנות לבבי כל פחד וגאות, ולהכניס תחתיהם הכרת ערכ ו האמיתי של בן אדם למעט בחרדה ודאגה, ולהסתכל בשויון נפש מול גורלי המעותד לי

זייט 22

זייט 22
טעקסט

אני מאמין באין סוף העטוף בצמצומים ולבושים

וכל מאמינים ביחיד הנמצא במקומות הקדושים

אני מאמין בנצח החודר העבר והעתיד היחסיים

וכל מאמינים בעולם הזה ועולם הבא הנגדיים

אני מאמין באלהים המתגלה בסדרי הטבע

וכל מאמינים במשנה עיתים ומחליף הקבע

אני מאמין בערכי המוסר, כנר לרגליי הם מאירים

וכל מאמינים במצוות ועבירות, היתרים ואיסורים

אני מאמין באלהי האהבה, התשוקה והחיבור

וכל מאמינים בקוצף ומעניש על מעשה ודיבור

אני מאמין באלהים המתגלה בנפשות יצוריו

וכל מאמינים באלהים טמיר ונעלם מברואיו

אני מאמין בחיי זוהר השופע תדיר מכל פינה

וכל מאמינים בחי שיצר עולם אדיש ו ריקנה

אני מאמין בעונג רוחני המצויה בכל עת ועידן

וכל מאמינים בשכר טוב ותענוגי הגן עדן

אני מאמין בחויות דתיות, הנשגבות והנלהבות

וכל מאמינים בדת מוצקה, החקוקה על שתי לוחות

זייט 23

זייט 23
טעקסט

און גאט האט געשוויגן

איך דארף ערלויבעניש וויסן יא - אדער נישט?

איך פרעג אים אויב ער וויל א קלאג אדער א לויב אין וועלכע גיסטע ביסטו? איך האב א ליסטע גרייט, אפשר גאר א ניגון דו גלייכסט, און גאט האט געשוויגן

און זיין שווייגעניש האט אפגעדונערט אין חלל, ווי טויזנט האמערס גענידערט אויף מיין צארט זעהל, און מיין ווייך הארץ פארוואנדלט אין שטיין.

אלי וויזעל האט מיר געלערנט אז גאט קען מאכן קולי קולות מיט זיין שווייגעניש וואס קיינער הערט נישט ווייל דער וואס הערט בלייבט אויף אייביג פארטייבט.

אין זיין שתיקה איך הער זיין חוזק טאן. ער קוקט אויף מיר פון אויבן אראפ - ווער דארף דיין לויבן?

און דיין קלאגן, ווי נאריש עס הערט זיך, ווי קינדעריש איך בין מיט וויכטיגע ענינים פארנומען, מיט ליכטיגע שטערנס ספעיס אנצופילן און מיט'ן לויתן זיך צו שפילן ווייסע מלאכים'לעך קוקן אויף מיר, גרייט ארויסצושיקן אויף קריטישע שליחות'ן איך דארף ערלעדיגן

און מיטאמאל איך הער א קול דממה דקה

נו, ווילסט דוקא?

זאג שוין אבער זייער שנעל, מיין צייט איז טייער איך קען ערצייגן פיתום ורעמסס מיט איין אטעם האלט מיך נישט צוריק איך דארף גיין מאכן א ביג בענג, און עסן אויף לאנטש אן אפגעקילטע ביג קראנטש עס אינטערעסירט מיר גאנץ ווייניג, עס בארירט מיר נישט דיינע קרעכצן און געזאנגען, דיינע לעכצן און בענקענישן. פאר מיר האב איך פון קלעי פארמירט די מוחות פון באך, בלעיק, שיללער, מאצארט און ביאליק

און גאט האט געשוויגן און פון זיין פנים האט זיך געוויזן א פארצויגענע מאנא ליסא שמייכל פארגלאצט אין חלל פון אקעאנען און פלאנעטן, שווארצע לעכער און ניי געבוירענע שטערנס עס וואלט שוין געווען בעסער ווען זיין שווייגעניש זאל זיך פארציען און עס זאל בכלל נישט געהערט ווערן זיין קול

טראכטנדיג א פאראומערטער הייב איך אן פארשטיין וואס ער האט געצילט מיט פערצן ביליאן יאר צוריק, די שמערצן פון א גזיליאן באשעפענישן אויף זיי זיינע שווייגענישן אויסצוגיסן, און זיי, ווי א שמאטע דערנאך איינזאפן זיין תמ'וואטע שאלה פון "אייכה"?

וואס הילכט אפ ווי א ציללאזע עכאו

זייט 24

זייט 24
טעקסט

די לעהרע פון א מאראנץ

ס'איז שפעט ביינאכט. שוין גע'מעריב' ט און געשמועסט, פאליטיזירט און דערציילט נייעס. איך זיץ ביי מיר אינדערהיים, א סקרין פארנט פון מיר. כ'קלאפ אויף די בוכשטאבן אין לאנגווייליגקייט. ס'איז מיר קאלעמוטנע אויפ'ן הארץ. איך בין נישט צובראכן, פארווייטאגט אדער פארלוירן. איך בין סתם נישט. כאילו כ' וואלט אראפג עפלויגן פונ' ם נישט-פלאנעט-נישט-שטערן פלוטא און אראפגעפאלן אויפ'ן שווארצן האלב פון די לבנה. איך קוק ארויס פון פענסטער. אן איינזאמער מאן גייט דורך, א גאנצער מענטש אנגעפילט מיט מחשבות, דאגות, פלענער, פרייד, צער, אנטוישונגען, איבערראשונגען, עלטערן, שכנים, פריי נט, אן עולם מלא. פאר מיר איז ער נאך איינס אין זיבן ביליאן )אזא פנים האב איך ווען איך גיי אין גאס?( איינער שרייט, )פארוואס שרייט ער, וואס קימערט אים אזוי וויכטיג?( א צווייטער רעגט זיך )ביסטו שוין טאקע דערגאנגען דעם גענוג קריטישן ציל זיך צו רעגן דערויף?( א דריטער איז עוסק אין חיבוק ונישוק )אין דריי חדשים וועט ער מעגליך נישט וועלן קוקן אויף איר זייט(. אויפ' ן ערד שלאפט א היימלאזער מאן )וואס פונקטליך פעלט אים?( אין די זייט יאגט זיך איינער )וואס פארפאסט ער שוין?(, דער גאנצער אוניווערס און איר תוכן קוקט מיר אויס ווי א שפילעכל, ניטאמאל ווערד צו אנקוקן. איך קוק ארויף צום הימל, די שטערן גלאנצן אין דעם אנטאפנדן חושך, )געפינען זיך דארט אויך באשעפענישן וואס קוקן צוריק צו מיר אויף דעם העל בלויען פינטל?( דער עבר, הוה און עתיד פלעכט זיך מיר איין אין איין קנויל. דער גאנצער יקום איז מיר מאדנע און סתירות'דיג. וויכטיג און אומוויכטיג. גארנישט און אלעס. דער אטמאספערע איז איינגעהילט אין א קהלת'דיגער שטימונג. כ' שפיר דעם מאדנעם בליק פון די לבנה אויף מיר. כ'דריי זיך אויס. ער לאכט פון מיר, טרייבט שפאס פון מיין נאאיוויטעט, )מיינסט האסט ערפינדן דעם הבל הבלים?(

כ'שפיר טרוקן אין מאגן. לאמיר גיין נעמען א מאראנץ. )דער קאליר איז אזוי הערליך און צוציענד(. כ' נעם ארויס א טעלער און מעסער, )א שטיקל רויע אייזן באהאלטן אין דער ערד, פאכמאניש ערצייגט( כ'שנייד עס אויף. ) ווי וואונדערליך, ביסטו, פרוכט, אז דו לאזט זיך שניידן פאר מיינעטוועגן(. כ' מאך צו די אויגן )די געבענטשטע שטילקייט, איז די וועלט אין אירע אמת'ע פארבן אייביג אזוי רואיג?( געלויבט ביסטו, עקזיסטענץ פון אלע עקזיסטענצן, פאר'ן פראדוצירן דעם פרוכט מיר צו זעטיגן דעם געברויך פאר אביסל נאסקייט ) מיט די כוחות וואס איך האב די חוצפה אנצורופן געזעצן פון נאטור(. כ' נעם אריין א שטיקל אין מויל. כ'צוקיי עס. די צוקערדיגע זויערקייט רירט אן מיין צינג, עס רעאגירט מיט לעבהאפט. די זאפט רינט אריין אין מיין מויל, אראפ מיינע לונגען, עס צוגייט זיך אין מיינע גלידער. איך בין דערפרישט. דערמונטערט.

אויפגעלעבט.

האב איך באגריפן די ערהאבנקייט פון דעם מאמענט? קען איך באמת פארשטיין די טיפקייט פון א מאראנצן ברעקעלע? קען איך זיך דען ארומנעמען מיט א שמייכלדיגער שאלאכץ און באנעצן די טרוקנקייט פון באשעפענישן?

אפשאצן די גרעניצלאזע בריאה און די ענדלאזע צייט האט זיך מיר פארגלוסט.