קאווע שטיבל אויסגאבעסדי אייגענע אויסגאבעס פון קאווע שטיבל, 2012–2016 · ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון

סוכות אראומע בלעטער — חלק א

סוכות תשע״ה · 29 זייטן

ארויסגעקומען פון דער „אראומע שרייב קאמפיין“ אין שטיבל לכבוד סוכות תשע״ה: ארטיקלען, דערציילונגען און הומאר.

⬇ PDF אראפלאדן (9.7 MB)

יעדער זייט ווערט געוויזן אלס בילד, און אונטער אים דער טעקסט. דער טעקסט איז ארויסגענומען פון דער PDF; ביי שווערע אויסשטעלן (שפאלטן, קעפלעך, פונקטירטע ווערטער, ספעציעלע שריפטן) קען ער זיין צומישט — דאס בילד איז דער ריכטיגער.

זייטן: 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 11 12 13 14 15 16 17 18 19 20 21 22 23 24 25 26 27 28 29

זייט 1

זייט 1

(קיין טעקסט — בילד אדער טיטל-זייט)

זייט 2

זייט 2
טעקסט

ס'איז טאקע ערב יום טוב, אבער חברינו היקר כוכב קען מען נישט אפזאגן. כוכב איז אויפגעקומען מיט די געוואלדיגע איינפאל פון די "אראומע שרייב קאמפיין". דער עולם האט זיך געזעצט שרייבן אויף א פארנעם וואס זעלטן ווען. טאלאנט, חכמה, און הומאר האט זיך גענומען גיסן עד אין שיעור. לכבוד יו"ט שטעל איך היינט פאר די קונטרס, מיט די הילף פון אסאך ליבע חברים, ובפרט כוכב און פישעלע העררינג - עורך פון די הערליכע "קאווע בלעטער".

אין די געלעגנהייט וויל איך אויך שטארק באדאנקען די חשובע קאווע שטיבל מנהלים פאר זייערע געוואלדיגע ארבייט און איבערגעגעבנקייט.

האטס הנאה, און א שמחת יום טוב.

ידידכם לעד, רויטע וואנצעס

אזוי ווי די קונטרס איז געווארן צאמגעשטעלט אינטער גאר שנעלע אומשטענדן, זענען די ארטיקלן אינו מוגה כלל. די בילדער זענען נישט אויסגעארבייט כל צרכם, און די אותיות נישט די שענסטע כעת. ועוד חזון.

זייט 3

זייט 3
טעקסט

חז"ל זאגן שאלה זו שאלו לחכמים לנביאים למלאכי השרת וכו' מפני איהם ברענגן צו אנשי מעשה להתאבק תחת רגליהם.

מה בניהם של תלמידי חכמים אינם מצויים שיהיו תלמידי חכמים? עד שאמר הקב"ה בעצמו מפני שלא ברכו בתורה תחילה.

תחת די פרעכע בחור'ישע געפירעכטס פון אני ואפסי וואלט ער איהם געקענט מחנך זיין צו איידלקייט און יישוב הדעת.

היינט זענען דא אידן, שיינע תלמידי חכמים, וואס וואלטן געקענט לערנען מיט די קינדער אליינס ביי זיך אין שטוב צו אין בית המדרש, אבער ניין. ער "מוז" איהם שיקן אין ישיבה אריין. ווייל אזוי טוהט און זיי אויסשטעלן פאר גדולי עולם. איז אבער היינט א וועלט ווי מען יעדער איינער. אנדערש קען ער נישט קיין שידוך טוהן מיט איהם. "מוז" שיקן אין ישיבה אריין. "בחור'ל, אין וועלכע ישיבה גייסטו?" קען אנדערש איז ער "אנדערש" און "נישט נארמאל".

מען היינטיגע צייטן נישט ענטפערן "איך לערן אין ישיבת 'ושננתם לבניך'".

וויינט זיך דער תלמיד חכם אויס צו זיין רבי און פרעגט מפני מה בניהם של תלמידי חכמים אינן מצויים שיהיו תלמידי חכמים?!! פארוואס שיקט נעבעך דער טאטע זיין קינד אין ישיבה. צאלט צו אפאר טאלער זעהט מיין זוהן אזוי אויס? ער הייסט א "געשמאקע בחור", א "טיכטיגע ס'זאל זיין א מצויינים ישיבה. און ווארט. און ווארט. און ווארט. מתי בחור", א "בחור אויף סטעראוידס", א "לומדישע בחור", א "קאנאן פון יבוא ואראה מיין גרויס צדיק וואס קאסט מיך אפ א הון תועפות.

א בחור", אלע סארטן שמות הנרדפים, אבער איך קען איהם דאך פון דער נאנט און איך זעה איין דאס שקר מיט א מעגניפיין גלעס!

דער צדיק'ל רוקט זיך אן אהיים נאך א האלב יאר אין ישיבה, און פאפט אפ די אינדערפרי'ס. כיפערט אפ א דאווענען. ווייקט זיך אין מקוה. דער רבי ווייסט נישט וואס צו ענטפערן. אוי לו אם יאמר אוי לו אם קאווע'ט אפ אין היכל התורה. מאכט א מחול לצדיקים ביי די אתרוגים לא יאמר.

הענדלערס. קריגט זיך מיט די געשוויסטער. רעדט מיט'ן טאטע'ן ווי צו א אפגעפליקטע משגיח אין ישיבה. מיינט די מאמע איז די קאך-און ער פרעגט ביי די נביאים. ונביאים למלאכי השרת. ומלאכי השרת העלפערין ליל ששי נאך חצות.

להקדוש ברוך הוא.

"ווי איז מיין רעטורן אן מיי מאני?" רייסט זיך דער תלמיד חכם פון און דער הייליגע באשעפער זאגט:

קאפ. איך יצא העגל הזה?

על שלא ברחו בתורה תחילה!

און ער פרעגט זיך וויאזוי קען דאס זיין? א איד א תלמיד חכם, א בר דעת, א נועם המידות, ער וואלט דאך אזוי שיין געקענט מחנך זיין "ווייל זיי זענען נישט אנטלאפן פון די ישיבות כדי צו לערנען ערענסט אליינס דאס קינד. ער וואלט געקענט מיט איהם לערנען אזוי ווי אין די תורה!!"

שטיבלעך פונדערהיים.

אנטלויפן ברויך מען!

תחת ביליגע צינישע שפעט רייד אויף תבל ומלואו וואלט ער געקענט אריינפרעדיגן אין איהם אהבת התורה ויראת שמים.

ווי פון פייער!

תחת אפחוזק'ן פון יעדן ערליכע איד וואלט ער געקענט אויפבויען ביזט א תלמיד חכם? לערן מיט דיין קינד אליינס!

אמונת חכמים וחרדה לדבריהם.

מאכטס א ויברח!!

תחת צו לעבן אן א זייגער ובלי עול וואלט ער איהם געקענט איינגעוואוינען צו זיין א זריז ונשכר וזריזות מביאה לידי וכו'.

"תחילה"! אבער שוין...

תחת צו בלאפן מיט פלפולי הבל וואלט ער מיט איהם געלערנט דעמאלטס וועט זיין מצויים בניהם של תלמידי חכמים שיהיו תלמידי ראשונים בעיון ביז לאסוקי שמעתתא אליבא דהילכתא.

חכמים.

--------------תחת א נייע חסידות פון פיקטשערס מיט פאמפע וואלט ער געקענט כוונתי רק לעורר מחשבה בענין הזה, ולשמחת (למגינת?) החג. און לערנען מיט איהם ערענסטע ספרי חסידות ודביקות בצדיקים און פארשטייט זיך פאר די מליצה...

זייט 4

זייט 4
טעקסט

פארוואס זענען אינזערע קינדער אזוי לאנג אין חדר

אראנדש קאונטי

עס דרוקט מיר שוין א שטיק צייט אז איך זע מען רעדט דא פון די חינוך סיסטעם, וועל איך לייגן אן ארטיקעל וואס רעדט וועגן די נושא

כ'קוק זיך אזוי אום, אין כ'זעה אז די מיידלעך ענדיגען שולע בערך פיר אזייגער, להבדיל די גוים ענדיגען שולע סיי בערך פיר אזייגער, אבער ווען ס'קומט צי די אונדזערע יונגעלעך קומען זיי אהיים זעקסע, אין ווער רעדט נאך די בחורים זיי גייען פארטאגס אין קומען אהיים ביינאכט,

די פראגע וואס ס'האט זיך מיר געשטעלט איז צי עס איז נישט צי פיהל פאר זיי?

דארפען זיי נישט מער צייט צי ארום בארדערען, צי רילעקסען, בקיצור צי זיין אויף דער פריי, כ'האב שוין לאנג געטראכט אז ביי אונז האבען די מיידלעך א גרינגערע חינוך גייען אין סקול שפעטער, קומען אהיים פריער, אין אזוי ווייטער, ווידעראום די יונגלעך דארפען אויפשטיין פרי אין זיין אינטער א שטרענגען רבי'ן א גאנצען טאג (היינט איז דאס שוין אביסעל בעסער), אין נאכדעם פין דרייע ביז זעקסע ווארפען שאלעכץ אויפען טיטשער, אין נאכדעם אהיים קומען אויסגעמיטשעט גלייך צי נאכטמאל אין ס'בלייבט איבער ווייניג צייט סתם צי זיין זיך אין פארברענגען אין שפילען אין טוהן וואס ס'לאזט זיך.

נאכדעם ווערט מען א בחור.... אין דא הייבט זיך עס ערשט אן, מ'דארף אויפשטיין זעקסע פארטאגס אין יאגען אין מקוה, טאמער קומט מען אביסעלע שפעט קלאפט מען אן אין א נערוועזע משגיח וואס רייסט ארויס קנס געלט וואס דער בחור האט נישט. אין אזוי איז דער בחור'ל אינטער א רעזשים א גאנצען טאג ביז אין די נאכט אריין, די מגידי שעורים טוישען זיך אבער די בחורים בלייבען די זעלבע, אין צענע ביינאכט קענען זיי אהיים גיין, מיט קוים צייט צי אטעמען ווייל מ'דארף שוין גיין שלאפען ווייל מען דארף שוין באלד אויפשטיין

שטעלט זיך ווידער די פראגע פינעם תם: מה זה?

פארוואס אינזערע בחורים זענען אינטער א רעזשים א גאנצען טאג אין די מיידלעך מאכען א לעבען כ'האלט אז ס'איז א ערענסטע קעיס פין דיסקרימינאציע.

כ'דענק ווען כ'בין אריין אין ישיבה קטנה ס'געווען אזאלכע לאנגע טעג כ'האב געהאט אזוי ווייניג צייט פאר מיר אליינס, פלעין צייט צי אטעמען צי לעבען מיין אייגענע לעבען צי טוהן וואס איך האב ליב צי טוהן,

כ'ווייס נישט צי כ'בין גערעכט אבער לויט מיין קוק איז עס נישט בסדר, ס'איז אביסעלע צי סאך, צי לאנגע טעג, ישיבה וואלט זיך געדאפט אנהייבען זעקסע-זיבענע ביז פירע אין פארטיג, נאכדעם גייט זיך יעדער זיין וועג, איינער וואס האט ליב צי לערנען קען גיין לערנען, איינער וואס האט ליב צי האצקענען קען האצקענען, איינער וואס האט ליב צי קלאצען זאל ער קלאצען, אין אזוי ווייטער יעדער וועט טוהן וואס ער וויל איינער ליינען איינער שפילען א פידעל איינער לויפען אין וואלד וכו' בקיצור צייט צי לעבען,

ווען דען איז די צייט צי לעבען אביסעל אויב נישט אין די יונגע יארען אן קיין דאגת פרנסה אין מיט די יונגע געשמאק, פארוואס נאר די מיידלעך לאזט מען לעבען, וואס וויל מען פין די אינגלעך,

לויט ווי כ'פארשטיי איז די גאנצע איינפירונג א נייע זאך ס'פלעגט נישט אלעמאל זיין אזוי נאכען קריג איז געווארען ארגענאזירטע מוסדות אין אזוי ווי מען האט געדארפט לערנען אויך ענגליש מיט די אינגלעך האט מען זיי געהאלטען לענגער, אין די עלטערען האבען מסכים געווען, פארוואס נישט? א דאגה אראפ פין קאפ, אבער למעשה קומט עס אויפען חשבון פין די קינדערלאך'ס פרייע צייט, אין ביי די בחורים איז עס לויט מיין מיינונג סתם אוט אףף קאנטראל זיי זענען א גאנצען טאג אינטער א קאנטראל כ'האלט אז עס איז צי סאך.

זייט 5

זייט 5
טעקסט

ברוקלין-איינוואוינער וועלן שטימען ״ניין״

אויפ׳ן הינדל רעפערענדום

יואב

ווען ס'האנדלט זיך איבער דער באקאנטער טויט-אנשרעקיגער באצירט נאך זונטאג דעם שבת טיש, אן קיין שרעק פון די מלעיגים. בין, זענען פארהאן מאנכע, וואס אויב זאל מען פאר זיי פארשטעלן א פרידליכן מהלך וויאזוי די וועלט קען פטור ווערן פון דעם דאזיגן דאס איז אלץ איבער דער נעגאטיווער ווירקונג, וואס די אפשאפונג באשעפעניש פערמענאנטלי, וואלטן זיי א לאז געטאן אין שוואונג פון דער בין קען איבערלאזן הינטער זיך. מידה טובה מרובה, און דא זייער ברייטע שטיצע, און תיכף אהין געשאנקן זייער פולקאמע קומען די בענעפיטן צו שטראמען, ווי קינדער מיט נאש זעקלעך בעצם הסכמה. קיינער ברויך נישט וויסן פון געלע-מאנטלען וואספס, נאר יום הכיפורים. דאס שטיקל סטייק, אונטערן שאטן פון דעם גלעזל יין הכל בחזקת האניג-בין, וואס פרודעצירט האניג, און "פייגערט" ווי אלע המשובח, וועט אייך הענגן אויפן גאפל דורכאויס דעם זמן שמחתינו, שונאי ישראלים נאכן דעליווערן דעם איינעם שטאך.

בלי שום אימה ופחד כלל. איר וועט האבן קיין עגמת נפש, נישט פון דער שרעק-ווארפנדער בין זעלבס; נישט פון קיין פליענדע גרעיפ-איז די רעדע דא, ממש אנצוכאפן די פאפולערע פראזע פון "לא דזשוס גלעזלעך, וועלכע האבן א טענדענץ זיך משתתף צו זיין מיט מדובשך ולא מעוקצך" ביי די צוויי הענט, און מיט האפענוג פאר דער פרויערישער פאניק און היסטעריע, און נישט פון א רוח שאינה סוקסעס, איר קליידן אין אן אנצוג פון דער - - דאנסמאל נאסער מצויה, וואס לאזט זיך אין גאנג פון דעם ווילד-פלאטערדיגן האנטעך - - רעאליטעט. אמת, דער האניג קומט צו א שארפער ענדע, אן - - אן אומשולדיג נטילת ידים צוגעהער, וואס דער ראש המשפחה אקק טטטוועעלער גגממר חתתימה בבממלא מ וובבבן המ יללהה.. און ניין, נ יששט וווויבאלד אקטועלער גמר חתימה במלא מובן המילה. און ניין, נישט וויבאלד האט ננאאררווואס פפאארווואאננדדללטט אייןן אאא טויטט לללייככן וווואאפפן. האט נארוואס פארוואנדלט אין א טויטליכן וואפן.

עטט לללייככע ררבבנניים זעע נעען אאאאאאווווווו יייפפפפגגעעקוממעען מיט א חששש פון וו עררייםם, נאר עטליכע רבנים זענען אויפגעקומען מיט א חשש פון ווערים, נאר פפפששש וווטטטט,ננממננוו וגגממ רוו,מ'וו עטט א ייייייינננננננשששששששטטטעעעללןן א דיסקקאאנטיניואאצצייעע צו דעם פשוט, נמנו וגמרו, מ'וועט איינשטעלן א דיסקאנטיניואציע צו דעם אננדדעעררע קקעע נעען זזייך ניששטט זעעןן האאבבן ממעער חייי ששעעעהה,,ווי וווועעען עעעררר וווועעעט אנדערע קענען זיך נישט זען האבן מער חיי שעה, ווי ווען ער וועט דאזיגן מאדעל. (אדער גאר מאדעלן, אז מ'וועט זיך נעמען צו די דדדאאאזזזייי גגןןן מאאאאאאדדדדדדעעעעעעעללללללל. (אדער גאר מאדע לללללללןןןןןןןן,אאזז מ 'וווועעט זיך ננעעממעען צצוו די קעעננעעןן זזאאגגן פפאאר דדיי קייננדדעערר,,בששעעתת''ן פפאאררצציייי לןן די ששעעננ דדדללללייייכככעעע עפפפפייייזזז אאאאד קענען זאגן פאר די קינדער, בשעת'ן פארציילן די שענדליכע עפיזאד פייילללע סספפפ יישששיס פון היימאנ אאפ טטירע וועל כעע האאאאאאאאבבבבבבבבן ססטטייננגגעעררסס, מיט אאללע פילע ספישיס פון היימאנאפטירע וועלכע האבן סטינגערס, מיט אלע אייבבעערר דדעערר יעעננייגגעערר ממווייד פפוון סססדדדוווםםם:""אא ווןןן דדי ררששעים אארר ווררר יייםםםם האאאאבבבבן אאאיייר איבער דער יעניגער מויד פון סדום: "און די רשעים ארורים האבן איר זייייייעעערררע ששממ ותת נדרפים ובכככללל מקומממווות מושב ותת ייייהההההםםםםםםםםם ... אקעי, כוכב האט זייערע שמות נדרפים ובכל מקומות מושבותיהם. אקעי, כוכב האט אר וםם געעששמיררטט מ ייטטט הההאאננייגג, 'עעטץ מססתתם גגגגעעעעדדדדדדדדדעעעעעעעעענננננננננננקקקקקקקקקקקטטטטטטסססססס שוווייין ננננניייייששששטטטט ווואאס ן ק ,ץ ארום געשמירט מיט האניג, 'עטץ מסתם געדענקטס שוין נישט וואס מיך נאמאנירט פאר דער שמייכל אפטיילונג, סלח לנו, מחל לנו, כפר מיייךךך נאאממאאננירט פאר דער שמייכל אפטיילונג, ססלללח ללללללננננננווו,, מח לל לננוו, ככפפר איז ד אסס האאננ יגג,ההאאא? וווו אאאס געלעקט ביי דד עעםםם דריי ייאארררר????? ננננייייטטטטטאאאאאממממ אאאאאל אאאייין איז דאס האניג, הא? וואס געלעקט ביי דעם דריי יאר? ניטאמאל אין לננננוווו...))) לנו.)

די ווינדלען האאססטטטווו זיך דאן געעפפייננעעןן. עעהה!עעננק קקעעננעען דדאאס בבבביייייי--ננננאאאאווו--- די ווינדלען האסטו זיך דאן געפינען. עה! ענק קענען דאס ביי-נאו-טטששעעננס גגעעדדעעננקק עעןןן'"". שפיר טט זייךך גג ווטטט, ההאא? טשענס געדענקען'". שפירט זיך גוט, הא?

'אאאיייז אאייבברריג צו באטאננעעןןן,,, די גגגאאאר ששווווועעערררעעע, אאאוווון פפפפיייייינפוללעע פינאנצציי עללע עלע א ולע וועררעע,אאוון א ז א ר ג ו אטא עןן,,ד גגאאאר 'איז איבריג צו באטאנען, די גאר שווערע, און פיינפולע פינאנציעלע קאאננ ססעעעקקוו ועענצן, וואס אאאזזזא מממאאאא ססססןןןןן---------- בבבבבבבבבבבייייננננעעעןןן---אאא פפשששאאאאאפפפפפ וווווונננננננג וווווועט ברענגן מיט קאנסעקווענצן, וואס אזא מאסן-בינען-אפשאפונג וועט ברענגן מיט בקיצור הדברים, דאס איז לגבי דער פארכטיגער בין, וועמען כ'האב בבקקיייייי צצצצצצצוווווווררררררר הדדדדבבבברים, דאס איז לגגגבבבי דדדעעער פארכטיגער בביין,ווועע ממעעען ככככ''''ההאאב זזייךך;;הן פפאאר דעעם כללל,אוווןןן אזזזזווווי אאאאאאוווווו יייייייייךךךךךךךךךך פאארר ג עעעוווווויי ססעעע יחחיידיםם..קודם כל, זיך; הן פאר דעם כלל, און אזוי אויך פאר געוויסע יחידים. קודם כל, אהער גג עבברראאכט בללוויז צו קקעעענננעעען ננווצצןן אאלס א מששלל.דדדעעער ננממ ששללל אא ייזזז:דדדדדעעעעעער אהער געבראכט בלויז צו קענען נוצן אלס א משל. דער נמשל איז: דער דדדעעער בררייטטעער אאוויס ווואאלל פ ווןןן מזזווננוות עעררב ייייווווום הההקקקדדוושש,,וווווואאאאאס ערמעגליכט דער ברייטער אויסוואל פון מזונות ערב יום הקדוש, וואס ערמעגליכט פארקאקטער האן! פארקאקטער האן!

שממששייםם מככלל קצצצווווי תבבלל צו טו בלל 'ןן די ההעעענט אייןן גאלדן -גגריבער וועט שמממששש יםם מככלל קצווי תבל צו טובל ן די ההעעעננטט אין גאאללדן גריבער, וועט שמשים מכל קצווי תבל צו טובל'ן די הענט אין גאלדן-גריבער, וועט זזייך ממייטט אאאממממאאאאל אנששש טטטטווויייססןן אייןן א ג ררררווווו יייזזזזאאממ עעעעערררררר רעעעדדדווקקציע, און דערביי זיך מיטאמאל אנשטויסן אין א גרויזאמער רעדוקציע, און דערביי זענט איר גרייט צו פארלירן די בענעפיטן, און פארניכטן זיין זענט אייר גגררייט צצוו פאאארררלליירן די בענעפיטן, און פאארנ ייכככ טןן זיייין ד עעעררררללאאננגג עעעןןןן אא טטויטט--קקקלללאאאפפפ פפאאאררר דעעעעםםםם שששששממשש''סס קקקאאפפיטאל. זיין נייע ראש דערלאנגען א טויט-קלאפ פאר דעם שמש'ס קאפיטאל. זיין נייע ראש עקזיסטעננץץ? עקזיסטענץ?

הששננה ממעע ססעעערררר,,,, קקעעןן ננאאאךךך אאאללעעם זזזיייך אאארררווייססשש טטטטטעעעעעעללללןןןן צו זיין קנאפ בייהילפיג השנה מעסער, קען נאך אלעם זיך ארויסשטעלן צו זיין קנאפ בייהילפיג צו דדעעם בייססלל מאאררבבבבלללל קעיק וואס וועט מ יטט דער נשמה ביים גארגל צו דדעעם ביססלל מאאאאררררבבבבלללל קעיק,ווואאס ווווועעעטטט מ ייטטט דעערר נשמה ביים גארגגלל, צו דעם ביסל מארבל קעיק, וואס וועט מיט דער נשמה ביים גארגל, אאאמממתת,, די חכמי חרשים, נבוני לחשים, אבירי בשן און שטטאארר קקקע ממווחחחחח וווווות אמת, די חכמי חרשים, נבוני לחשים, אבירי בשן און שטארקע מוחות ל זיך ראנגלן אנצוהאלטן דעם לעצטן גראשן פון צו רייכן די האנט מיט'ן זזייך רראאנננגגגללןן אננצצ ווהההאאאאאללללל טטטטןןןןן דעעעעעעעםםםםםםם לעעעעצצצצ טטטטןןןןן גגראששןן פפווןן צצצו רייכן די האנט ממייטט''ן צווווייישששן אאאאווווננננזזזז,וועלכע האבן מיט קאפ און הארץ פארזיכערר טטט אז סססססס''''''זזזזאאאאל צווישן אונז, וועלכע האבן מיט קאפ און הארץ פארזיכערט אז ס'זאל אכזריות'דיגן אבק פורח. די בא'חן'טע תמימות'דיגע עפלעך שלא תממייממ וותתת'''' דדדדדיגע עפלעך שלא אככזזריות'' דדדייגגן אאבבק פפפווורח.דדיי באאאאא'''''חחחחחןןןןן''''טטטטע נניישששטטט געעעעעערררררר יירררט וווועעררן אפילו א זיז כל שהוא, פון דעם גאר אפפעעטטטטייייטטט לללליייייייכככככככן נישט גערירט ווערן אפילו א זיז כל שהוא, פון דעם גאר אפעטיטליכן טטעעמממווו טעעםם חטטט אאאא,ווווווווועעללכע זענ עןן ווי לופט צצוו אטטעע מממממממעעעעעעעען פאר די לשנה טעמו טעם חטא, וועלכע זענען ווי לופט צו אטעמען פאר די לשנה אאאווון פאפו לעע ררררןןןןן" סעודת ברית" מעניו, העלן זיך דארפן זעצן פפאאר א און פאפולערן " סעודת ברית" מעניו, העלן זיך דארפן זעצן פאר א טטטווו בבההה קאאררטט לללעעעךךך,וווווועלן זיך טרעעפפן ששטטיין ווי אר יממע ייתתתווווומממממים אונטטעער ל טובה קארטלעך, וועלן זיך טרעפן שטיין ווי ארימע יתומים אונטער דדררינגנד עער אאאסססייייפפפפההה,,, אדורך צו טון בכובד ראש, וואס אין דער וווועעללט דרינגנדער אסיפה, אדורך צו טון בכובד ראש, וואס אין דער וועלט ל דער ששיין פפוון דדדדעעעער לבנה, און די גראפיקקסס אא יננדדווססטטריע ממאאכככככככ טטטטטטטט אא דדדאאבבל-דער שיין פון דער לבנה, און די גראפיקס אינדוסטריע מאכט א דאבל-קען, אאוון וועעעטטט ז ייייין דער פאסיגער קאנדידאט צו ער זעעצן ד עםם אללעעם קען, און וועט זיין דער פאסיגער קאנדידאט צו ערזעצן דעם אלעם טטאאממבבל--ססאאאסססססססס--------דייוו ארריין אין דער קאלטער אדדממה.ואף גם זזאאאתת,, וווועעט טאמבל-סאס-דייוו אריין אין דער קאלטער אדמה. ואף גם זאת, וועט באליבטן טשיקן באדדעם. ( פערפל [פערוול] און קוגל עדי יןן בממקקווממם באליבטן טשיקן באדדעם. ( פערפל [פערוול] און קוגל עדיין במקומם גגאאאט נישששטטט חררווב מאכן דאס גאנצע האב-אאווןן--גגוטס, פון זיייין עעםםם נבבוון גאט נישט חרוב מאכן דאס גאנצע האב-און-גוטס, פון זיין עם נבון מונח.) נאך אלעם ווי קען מען געטרויען דעם בעל שמחחהה זעלבבסס,ממייטט''ן ן ן ן ק ן ך מונח.) נאך אלעם ווי קען מען געטרויען דעם בעל שמחה זעלבס, מיט'ן ווחחכם. נצח ""אאיד יששע ביזנ עסס קעעפפ" לא ישקר,די היימייששע עקקענא ממ יייייעעעעעע, וחכם. נצח "אידישע ביזנעס קעפ" לא ישקר, די היימישע עקענאמיע, פאסן אזאנע האקעלע ענינים. דער מעניו גייט אין שפאן ממייט דדעעם פאסן אזאנע האקעלע ענינים. דער מעניו גייט אין שפאן מיט דעם ממייט אאייררעע שעעפפעעררישע פיאנערן וועעטט נייששט אאזזוי ש נעעל ההייייבבן די וויייססע מיט אירע שעפערישע פיאנערן וועט נישט אזוי שנעל הייבן די ווייסע ואאאאלללל תיטוש תורת אמך אויף וואס אידן אין אלע דורות - -אאפפייללו ואל תיטוש תורת אמך אויף וואס אידן אין אלע דורות - - אפילו פאן. פרשת המן שלאפט נישט, און ס'איז נאך באכאשעם פארהאן פאאןן.פרששתת הממןן של אאפפטט נ יששטט,,אווןן ס''אאייזז נאאךך באאככאאששעעםם פאאררההאאן ליידער די וועלכע האבן פראקטיצירט מציצה בכלי ר"ל בריש גלי - - ליידדד עעעער דיי וועלכע האבן פראקטיצירט מציצה בכלי ר"ל בריש גגללי- - ב יננ יננו צעענ דדללייגגעער ששללווממי אאממוונניי,, בביייי ווועעממעען דדעעם ווווייייססןן טטייששטטעעך בינינו צענדליגער שלומי אמוני, ביי וועמען דעם ווייסן טישטעך ך ן ,ן האאבבן זזזזזיייייך געלאזט שחט'ן דערפאר.נאר דאס פעלט אויס,איייןן פווררץ האבן זיך געלאזט שחט'ן דערפאר. נאר דאס פעלט אויס, איין פורץ האאבבן ז ך געלאזט שחט ן דערפאר. נאר דאס פעלט או ס, א ן פווררץ

זייט 6

זייט 6
טעקסט

גדר זאל סערווירן דעם עולם מילכיגס ניין אזייגער אינדערפרי. שומו שמים על זאת, אוי לדור שכך עלתה בימיו!

דער בלאט וועט מוזן אויפנעמען א פרישן שטאב פון געניטע שרייבער, הארט נאכדעם וואס "צומות הגידין" טרעפט זיך אלס א געשטארבענעם קאנקורענט צו "אריזאנע מצות."

פאלגנד זענען די תדשן עצמ'דיגע בענעפיטן, וועלכע קומען מיט דער אפשאפונג פונעם הינדל.

מיט'ן אויסנאם פון אן אנשטויס מיט הילצערנע ברעטער אין אלע פארמאטן, וועלכע שטייען היבש אין וועג פאר דעם המון עם, וועלן די ברוקלינער גאסן, אויסקוקן בין כסא לעשור, גענוי וויאזוי ס'קוקט אויס דורכאויס דעם גאנצן יאר.

אלטערנסייד פארקינג איז מערסטנס אין עפעקט; פאפירענע קאפס, אויסגעבלאזענע טישוס, סאדא קאנעס, דבר יום ביומו, און פאשקעווילן צו שטימען קעגן דעם טריפה'נעם רעסטאראן וועמענ'ס אייגנטימער פארקויפט דירות פאר די ארטיסטן וועלכע לאזן זיך פארפירן פון הרב שטערנבוך וואס האט אינטערנעט ביי דער עצרת למען העתיד פון די קאסינאויס וועלכע גרייטן זיך שוין אויף דעם יובל העשור יעצט ווען דער עולם גיבט געלט פאר קרן השביעית וואס דוד קאהן שטיצט דאס צוקוקן צו די שוידערליכע גראבונגען פון ווערים אין צוגעפאסטע קליידער וואס די גוי'אישע גאס טראגט מיט'ן עירוב, רוילן זיך ווייטער אויף די גאסן מיט דעם גאנצן פראכט. דאס דינט אלס א סימן מובהק פאר סיי וועלכער מעגליכער גרופע פון מרגלים, וואס מיט בייזוויליגע אינטריגעס קוקן זיי ארויס זיך צו א לאז טאן איבער אונזערע גאסן, אז מיר וואוינען בכרכין פתוחין ופצוחין מיט דעם גאנצן קנאק, און מיר וועלן פארטיידיגן יעדעס שטיקל קרקע עד כלות הנפש.

אויך קען מען נישט ערווארטן אז בלויז צוליב דער ליקווידאציע אויף די הינער, וועלן די זיידעס וועלכע קומען אלל-דע-וועי פון גן עדן ארויס, זיך אנשטויסן אין א לייכטערן פארקער, און ממילא קענען גאלאפירן אויף דעם זעלבן וועג וואו ס'גייען תושבי ברוקלין הפשוטים. דעריבער ווען ס'האט חתונה אן אייניקל פונעם רבי'ן, וועלן נאך די גאסן אלץ ווערן אפגעשפארט, ס'איז בלויז נארמאל, הער שוין אויף מיט דער בלינדער שנאה!

נו וואס יא, וועט איר פרעגן. ס'קען זיך דאכטן אז פון אפשאפן די הינער וועט איר שוין קיין סך ריווח נישט ארויסקוועטשן. ניין זאג איך דיר!

דער ארכי-מערדערליכער ריח רע וועלכער קען דינען אלס מעטאפאר בלויז פאר דעם גיהנום, דאס שארפע גערוך וואס מאכט שפירן יעדעס ווינקל ווי אן עקלהאפטיגן לול של תרנגולים, דער בייזער שטינק וועלכער איז פעלוציע'ס הירא, דער שלעכטער שמעק וועלכער שטעלט אין שאטן די נאכווייען פון אלע מכות קאמבאנירט, די שמוציגע פעדערן וועלכע צאפלען אין די פרייע לופטן מיט א זעלטנעם עזות, דער פאראיבלטער אפפאל וועלכער האט נישט וואס זיך צו שעמען מיט בלעמ'ס אורטייל, ואחרון חביב די מאסיווע וואסער פארפלייצונגען, וועלכע ווערן מיט דער גוטהייסונג פון יאטקע-אייגנטימערס, געשפריצט מיט מאנסטארישער קראפט, אנגעבליך אין א פארזוך אפצורייניגען די גאסן, אבער טראגט למעשה אלל-דע-עבאוו צו א גאס ווייטער. דאס אלעס קומט צו א פריקען ענדע!

זייט 7

זייט 7
טעקסט

״די קאווע שטיבל סוכה״

רויטע וואנצעס

@פישל'ע העררינג מיט די ברעטער אויף די פלייצעס, @יין שרף גרייט צו גוטע משקה און וויין,

בעת דער @ראש הישיבה טיילט עצות, @מאראנצןזאפט הענגט בילדער פון אנשי שם,

@פארוואס? רעכענט אויס די פיר עקן גענוי, @ראובן דערציילט זכרונות פון דער אלטער היים,

@נולד מאוחר פרעגט פארוואס פונקט אזוי, @שמעקעדיג לויפט ארום מקרב זיין דעם ציבור,

צוויי ווענט איז כשר פסקענט @געפילטע פיש, א כשר'ע מחיצה געשטעלט פאר @קאווע טרינקער,

@יואב'ס מומע יענטל דעקט שוין די טיש, @יאיר זאגט די מחיצה צו הויעך, ס'איז באלד ווי א זו,

@פליקער שרייט, אזא קליינע דירה, אזוי טייט!

@דולה ומשקה מאכט אן אייגענע סוכה אויף 52,

@הוגה בעט דעם עולם פאר רואיגקייט, @לאליפאפ איז מהנה מיט פרייליכע געזאנגן,

@מאטי שטעלט א חקירה גאר טיף, בעת @אחד העם שמועסט בליציגע געדאנקן,

אויב לבוד לויפט אויך אויף שיעף, @ און @יאנקל זענען דא, איך טו גלויבן,

@כוכב הענגט שטערנס שיינע זיסע, זיי זענען די אושפיזין וואס מ'זעהט נישט מיט די אויגן,

@היימישער ליטוואק טענה'ט ס'איז א חציצה, @שיטה מקובצת זאגט נשים אין די סוכה איז משוגעת,

@אפטעמיסט דארף אחיעזר מיט'ן שלאק, @טאמבל סאס פרעגט, היעלה על הדעת?

@ונבנתה העיר איז משגיח מיט'ן פראק, @berlbalaguleh שרייט פון פענסטער, שא! יונגע לצים,

@לעיקוואד איז מסביר די ענינים פון די מצוה, לאזסט שלאפן, אז נישט ווארף איך סמיילי ביצים,

@ברסלבער טאנצט א קעדאשקע, אין קצבה, דער עולם צוגייט זיך מ'האט מורא פונעם בער,

@סאשי פיש קלעבט ארויף בילדער הערליך שיין, ער וועט אונז נאך באשולדיגן אז מיר קומען פון סקווירא.

זייט 8

זייט 8
טעקסט

וואס גיי מיר שרייבן עפעס גוטס? א בר דעת האט אייביג א פראבלעם ווייל מרוב דעת ווייסט ער נישט וואס צו שרייבן. זאל איך שרייבן א גרויסע חידוש אין מאטעמאטיקס און זיך ארומטענה'ן דערויף מיט פארוואס און געפילטע פיש, אדער זאל איך שרייבן היסטאריע און זיך אמפערן מיט ראובן, אפשר גאר פילאסאפיע און זיך שטעלן מיט לעיקוואד אויף איין בימה.

אבער אז כוכב מאכט גרינגער דאס לעבן דורך קובע זיין, גדר גדר, חוק חקק און אלעס איז גרינגער איך גיי שרייבן איבער די "סיסטעם". פעח, א מיאוסע נאמען לאמיר עס רופן סאציאלאגיע.

אלזא, לאמיר שרייבן עפעס וואס איך האב נארוואס געקלערט:

אסאך פון אונז, אידן וואס לעבן אין די וועלט, אידן וואס האבן אפענע אויגן, טוט אונז ווי די צמצום המוחין, די צוואנג און מח שווענקונג. רעליגיעז? אוודאי רעליגיעז! אבער מיט חכמה בינה ודעת. מיר ווילן לערנען תורה, די גאנצע תורה, תנ"ך, ספרי חכמי הדורות, די היסטאריע פון כלל ישראל, די שרשים פון הלכה ומנהג און די מקור פון יעדע מנהג. הלכה כמו שהוא אן אלע הוספות און טפשות פון "בטח יש לזה מקור גדול" וכדומה. מיר ווילן צוגיין צו אידישקייט מיט אהבה אבער אויך מיט נאמנות. מיר ווילן קענען די כלה, און נישט וואוינען מיט איר אין די פינסטער שמא יראה בה דבר מגונה ווען מען וועט איר אנקוקן.

אונזער פאזיטיוויזם וויל אונז מאכן גלייבן אז ITS GETS BESSER און מיר לעבן אין די באבל אז היות מען טרעפט אסאך בעלי דעת וואס זענען אומצופרידן מיט אסאך אספעקטן אין אונזער צעמישטע און קראנקע סיסטעם, דעריבער חלום'ט מען אז עס וועלן געשעהן טוישן.

רבותי, מיר מוזן טון איין זאך צוריק צו לאנדן אין די עולם המציאות, ארויסקומען פון לא-לא לענד. מיר דארפן א קוק טון אין דער איד און דער בלאט און עס כאפט אן אימה חשיכה!

איר חלום'ט אז מיר לעבן אין א שטיקל רענאסאנס, וועק זיך אויף און שמעק דער בלאט.

מיש בלאט נאך בלאט און זעה חזיר'יי געמישט מיט טפשות און בעיקר אכשר דרא'דיגע שמוץ וואס איבעלט.

איך הייס נישט בערל בעל עגלה און איך בין נישט ביזי מיט מנשה פילאפ א גאנצן טאג, אבער אז מען קוקט אין דער איד זעהט מען נישט מער און נישט ווייניגער מנשה פילאפ האקט אריין אינעם חטא הידוע!

רבי איד?! דאס איז א צייטונג! א פריקינ צייטונג!

דאס איז א קאמפעטישאן מיטן ניו יארק טיימס און נישט מיטן חידושי תורה תשט"ז. ער קרעכצט אריין אינעם חטא הידוע. איז איין איינציגע מאל געווען אין די היסטאריע פון אידישע זשורנאליזם אז א שטינקעדיגער כניאק זאל אריינדוכן'ען איבערן חטא הידוע?

נישט סנדר דייטש, נישט חיים משה שטויבער אין דער איד, אוודאי נישט אהרן ראזמארין אדער אוריאל צימער, נישט יודא לייב לעווין אדער ישראל פרידמאן פון המודיע און המבשר, און אפילו נישט חיים קאצנעלבויגן פון החומה! ר' איד דאס איז א צייטונג!

מישט מען אריבער די בלאט, רבנים זיצן און טרעפן ווערים.... שוין ווייטער! דאסמאל אין די אראנדזשעס, גרעיפ פרוכט און לעמאנס. רבי איד! עס איז פריקין אראנדזשעס! הער אויף טרעפן ווערים! גאפעל אפ פון דא די קראנקער זכר!!!!!!!!!!!!!!!! איך וויל עסן פרוכט!!!!!!!!!!!!!!

אויב ענק לאזן נישט נאך פון מיינע מאראנצן גיי איך שוין צוריק צו סעלערי און עספאראגוס. חמורים! איר זעהט נישט אז עס מאכט נישט קיין סענס! קריכט אראפ, עס איז נישט קיין ווערים, מאכט א כחא דהיתרא און הייבט מער נישט אויף די טעלעפאן אויף דעם ארבעטסלאזער יונגערמאן דער פריקין "מומחה לבדיקת תולעים" וואס טרעפט ענק אלע ווערים!

זייט 9

זייט 9
טעקסט

און מען מישט די בלאט און אט: די חטוטי שכבי, אוי די פריקין חטוטי שכבי!

רבי איד!!!!!!!!!!!!!!! יא, איך ווייס עס איז דא א פייט צווישן דער גאב"ד און ראב"ד, און די גראב"ד און זיי האבן א פריקין מערכה איבער ספק ביינער פון ספק מענטשן, ואם תמצי לומר מענטשן ספק גויים ספק אידן. אויף א ריזן שטח ווי מען דארף בויען דירות.

שטייט טשאטער רב יעדע פינף מינוט, טוט זיך אן א קיטל, און יאמערט ווי א פריקין אקס איבער חטוטי שכבי און רעדט איבער די שליח פונעם חזון איש שמידל און דערמיט פארעענטפערט א סמיכות ר' תנחום. זיצן ארום מחנות אידן מיט פארגלייזטע אויגן און מען קרעכצט אריין!

ר' איד!!!!!!!!!!!!!!!!!!! דער עולם האט אסאך קינדער און מען בויעט זיי דירות און עס איז איבעראל דא עפעס ביינדלעך, לאז שוין געמאך!!!!!!

אריבער די בלאט איז דא א נייעס אז מלמדים און טיטשערס טארן נישט האבן טעקסט. יא, מלמדים פון קינדער פון 2014 דארפן לעבן אין 1989 און ווער ווייסט ווי מען קען אלס אנקומען אויב מען נוצט טעקסט!

איך געדענק נאך ווען מען האט דאס געזארגט אויף בילדער, אויף די באן, אויף מעסערס מיט זעגעלעך און אויף מאטיאש הערינג!!!!!!!!!!!!! לאז אפ, מען קען נישט צוריקפירן די וועלט!!!!

און די ארגסטע פון אלעס: די מדינה הציונות שטערט די הייליגע מצוות הכפרות, געוויסע גדולים זאגן אז עס איז א גזירת השמד וואס מען איז מחוייב יהרג ואל יעבור, ווייל עס איז ערקתא דפריקין מסאני!!!!!!!

רבי איד!!!!!!!!!!!!! מיר לעבן אין 2014 הער שוין אויף מיט די גרויליגע רעטאריק!!!!!!!!

און די גאנצע כפרות, שטייען יונגעלייט שלא קרו ושמשו הרבה יותר מדי, ליידיגע קעפ און שלאגן כפרות, מיט באזונדערע פאר זכר, נקבה, טומטום און דו מיני. העי!!!!!!!! מען דארף נישט!

רוב ראשונים ואחרונים זענען דערקעגן, עס איז א גרויליגע מנהג של טפשות! עס איז ממאס אונזער פנים ביי יעדן בר דעת, עס איז צער בעלי חיים, אבער דער עולם גייט מיטן קאפ אין וואנט אריין!

אלזא, קיין האפנונג איז נישטא!

אכן כפרות העם!

עס האנדלט זיך פון עמי ארצים גמורים וואס ווילן נישט וויסן קיין שום הלכות, קיין שרשי המנהגים, קיין עכטע תורה, נאר פריקין קיצורי הלכות און קיצורי מנהגים און מען ווייסט איין זאך :מען טאר זיך נישט רוקן פון די פריקי'ן באבעס!

אלזא, אויפגעקלערטע, דער עולם האלט נישט דערביי!

אכן כפרות העם!

און ווי האט ר' אברהם ברוך בראווער געזאגט: אייזקרעם וועלט איר? במדבר הזה יפלו פגריכם!

זייט 10

זייט 10
טעקסט

קאסטעמער סערוויס מהו?

שטילע אינגערמאן

א גוטן, כ'האב פריער געקויפט דער בעקעלע, ס'למעשה נישט די גוטע סייז, כ'קען עס טוישן אויף דער סייז?

האסט א ריסיפט?

עעעם ניין, כ,האב עס קיינאל נישט באקומען, (חזיר האסט זיך געוואלט שפארן פאפיער)

סארי וועסט מיזן צירוק קומען ווען די מעמנזער איז דא.

32.45 איז יור טאטעל אקעי, דא האסטו מיין קרעדיט קארטל, פליז דילווער צו מיר אין די היים סארי מינונמעם דילווערי איז 35$.

אחחח, ווי וועל איך מיך אן אצה געבן עס אהיים צו שלעפן? כ'האב דא מיין טלית אין תפילין? שוין אקעי א ברירוה האב איך?

די געשעפטס מאן לאכט זיך אונטער כאכאכא, ער האט זיך געפאהרט אן ערך פון 2 דולר, יעצט דארף ער נישט שיקן די גוים צו מיך אין די היים

א גוטן כהאב א האלבע שעה צירוק באשטעלט פאר מיין חתן א ש"ס כ'קען טוישן צו א אנדערע קאלער?

סארי כ'האב שוין דורך געלייגט די ארדער, פאר נאך 30 טולר קען איך קענסעלען די אלטע ארדער אין לייגן א נייע, (ב"ש כמו שכתוב)

כ'קען צו שרייבען נאך טויזענט מעשיות וואס געזעהט טעגליך אין די היימישע גאסן

היוצא לנו מכל זה.

פאר א טיפוש מיט די נאקעדיגע אויגן זעהט אויס די געשעפט'ס מאן א געווינער, ער האט זיך געשפארט געלט אין צייט, להווי ידיעה "לא" מיט א ריזיגע "אלף"

די מיינסט ביסט די אייציגסטע גראסערי אין שטאט? ס'דא 60 פיס אוועק פון דיר ממזרח ומעריב צפון ומים נאך א גראסערי, אויף יעדער בלאק איז היינט דא לכה"פ איינס.

ליימענע גולם, אפשר יעצט האסטו געשפארט א דולר אבער יענער קאסטומער גייט אוועק פאר גוד, קענסט זאגן קדיש אויף עיהם, אין דורך דעים האסטו זיך געשאסן אין די פיס, האסט פארלוירען אסאך אסאך מער ווי די האסט יעצט פארדינט. נ.ב. קענסט לכאורה פארגעסן ער זאל דא צאלן זיין בעלענס.

אז א בר מצווה בחור גייט אריין אין געשעפט אין זיכט א תפילין בייטל, די געשעפסט מאן מאכט זיך באטאמט אין איז מסביר דער האט קריסטעלס אין דער האט דיימאנס מ'קען מאכן די נאמען אזוי אדער אזוי, ער האט געגעבן צען מינוט פון זיין "טייערע" צייט פאר א ראציגע בחור קאסטומער וואס גייט סייווי קויפן ביי עיהם, אבער דער בחור קומט צירוק אין חדר ווי א גאנצע מבין אין עפענט א מויל וועגן די געשעפט, דאס גייט ווי ווילד פייער, די אנדערע בחור וויל אויך וויסען אז ער קען לייגן זיין נאמען אזוי אין אזוי.

זייט 11

זייט 11
טעקסט

אז א כלה גייט קויפן פארניטשער, קענסט באשמירען די ווענט פון דיין געשעפט מיט ריין גאלד קענסטו זי געבן טיי אין קאווע מיט מזונות מיט מתנות, טאמער קארגסטו אויף קאסטאמער סערוויס ביסטו א פארלוינער שטערן'ס פארניטשור געשעפט אויף 53 אין נאו יוטריקט פארקויפט צען מאך די פארניטשור פון עני אנדערע געשעפט, וויסט פארוואס? פאר איין סיבה, ער האט גוטע קאסטומער סערוויס, אז איינער רופט אז עפעס האט זיך צובראכן קומט ער אריבער אין ברענגט א נייע אדער פארעכט וגו'. בעת ער ]ארקויפט די זעלבע דרעק ווי אלע אנדערע

לפע"ד הערטס אויף אינוועסטן אין שיינע עדד'ס מיט באלאנען וגו' די וויכטיגסטע זאך איז קאסטומער סערוויס.

איך בין געווען לעטצענס קויפן אפאר קעכער (kitchens) וואס כ'האב געדארפט קויפן אפאר שטיק די זעלבע, איך קום אריין אין א נישט ידישע געשעפט, באשמירט מיט הערליכע פעינטינגס, שיינע מאגעזינען, רידעג בענקלעך, שמעקט פיין, אויסגעפיצטע נקיבות גרייט צו באדינען, ס'מיר געפאלן די ערשטע רגע. למעשה האבן זיי מיך געשטופט אויף א געוויסע קאך, ווייל דארט מאכן זיי די מערסטר געלט. כ'האב אריין געקוקט דערין אין כמעט געגאנגען פאר די דיעל.

פארן באשטעלן האט מיך איינער שטאראק גערראטן כ'זאל אויסטשעקן א צווייטע געשעפט, א אלטע בעיסמענט א אלטע גוי, סארחעט אוועק, ניצט נישט אפי קיין קאמפיוטער, (א נפק"מ פון G&G ביז KESSER CLOTHINGׂׂׂׂ) אבער ער האט פארמאגט קאסטומער סערוויס. א ווערענטי, געווען גרייט צו נעמען קאפ וויי, געווען גרייט צו רעדן אויפן טעלעפאון ביינאכט.

וואס מיינט איר? כ'האב באשטעלט דארט אלץ אין געס וואט? כ'דארף יעצט נאך א שימפענט אין כ'גיי צירוק אין חוץ מזה האב איך שוין געשיקט אהין כמה מענטשן.

נו, ווער איז ארויס א געווינער?

דער וואס כ'האב געהאט א פיינע קאווע אין שטעלט צו מזונות אין זונות? אדער דעס וואס האט באקומען פון מיך א ריזיגע ארדער, אין כ'האב שוין אהין געשיקט נייע קאסטעמערס??\ איינער פון די סיבות עמעזאן איז אזוי שטארק מצליח, ווייל זיי שטעלן א טאון אז די קאסטעמער איז אייביג גערעכט.

די זעלבע מיט א קאר ליסינג, פארמעסי, קלינערס, ז'ודעיקע, הארדווער די ליסט איז ענדליסט.

עטץ האטס אלע גרויס קאמפעטישן, האסט שתי ברירות בדבר, אדער יעצט שפארן א משהו קאפ ווי אין אפשר אויך א פיפציגע ביי די זייט, אדער האסטו א סאליד קאסטומער אין די הענט וואס איז צופרידען פון דיר אין גייט רעדן וועגען דיר ווען מ'פרעגט עיהם, אין מגייט עיהם פרעגן?

נו וועלכע וועילסטו אויס?

זייט 12

זייט 12
טעקסט

אויך ליב, אלזא קענען זיי דיר נאר אביסל עקסטערע ליבשאפט שענקן. לאמיר זיי העלפן, אזוי אז זיי זאלען ביי אונז בלייבן.

דער צעבראכענער זעהל האט נאר דיך, גיב אים אביסל ליבשאפט און ער וועט דיר זיין גאנצע ליבשאפט צוריק שענקן, ווייל ער האט נישט וואס פארא מחשבות לויפן אים אין די מחשבות ארום און פארוואס.

צו האמיר אים מקרב געווען אלס קינד, צו איז ער די פאנני אינגל פון נאך איינעם אויף דער וועלט. אזוי וועסטו האבען נאך אסאך ליבשאפט אין דיין רעזערוו פאר נאך אנדערע צובראכענע נשמות אויפצולעבן. די גאס געווען.

דאס איז א ראד וואס דרייט זיך, מען קען זיי אזוי ראטעווען.

ביזט טאקע שטערקער פון אים, אבער צו מוזטו אים מיט א שטעך ראטעוועט פאר ס'יז צו שפעט.

ווארט פון די וועלט פארשניידן צוליב דעם?

צו האסטו ליב אזוי פון א גרעסערן און שטערקערן שלעכט באהאנדלט פראעסיאנאלען זאגען, אז דער גרעסטער פראצענט פון מענטשן וואס שעדיגן אנדערע איז צוליב וואס זיי זיינען אין זייער יוגענט צו ווערן? איך גיב אייך דעם ענטפער אן אייער רשות. ניין, ניין און ניין.

צו ווייסטו אז דיין פריינט פון חדר, דער גנב, רויבער, שייגעץ, דראג-געטשעפעט אדער אונטערדריקט געווארען. נישט אז דאס איז א עדיקט און אלע שלעכטע זאכען, איז אזוי געווארען צוליב א קרום ענטפער אויף זייער אקט, אבער א בארוהיגונגס אויף זייערע קראנקע קעפ, אז זיי האבען זיך איצט אין די וועלט נוקם געווען, צוליב וואס מען ווארט וואס האסט אים אמאל בטעות געזאגט.

האט זיי וויי געטוהן.

ער איז דאן רויט ווי א בוריקע געווארען, און דו האסט דיך אויפן פלייצע געקלאפט, אה איך האב איצט גוט צוגעפיקסט. דו האסט אים לאמיר אליין זיך אפהיטן פון אנדערע וויי טוהן, און ווייטער אונזערע קינדער איבערגעבן, אז א קינד/מענטש איז מער פון סתם א שטיק געפיקסט? דו האסט איצט אים קאלטבלוטיג געהארגעט.

פלייש, הויט און ביין. א מענטש איז א געבוי פון פיל זאכען און די געהארגעט? ער לעבט דאך. יא, יא ער לעבט כדי פון די וועלט זיך שטערקסטע דערפון זיינען די פילינגס זייערע. לאמער די פילינגס קענען נוקם זיין. ער געדענקט דיך און די גאנצע וועלט גייט ליידען זייערע נישט הארגענען, און אזוי ראטעווען סיי די צובראכענע נשמות און סיי די וואס זיי וועלן שעדיגן אויב ווילן מיר זיי יא טשעפענען. דעריבער.

פארוואס זאל ער מענטשן ליב האבען, אז מען האט אים קיין ליבשאפט ואהבת לרעך כמוך, וואס דו האסט נישט ליב פאר דיר טוה נישט פאר יענעם.

קיינמאל געצייגט.

פארוואס זאל ער פילינגס פארשטיין, אז מען האט אים קיינמאל אזא האסט ליב א שמייכל, גיב אויך פאר יענעם. און דאס איז א קאמאדיטי זאך געטוהן ווייזען.

די שוואכסטע גייסטישע נשמה, קען זיין קאלעגע פארשטיין, אויב וואס קאסט נישט קיין געלט, ביזדערווייל. לאמיר אריינכאפען ווילאנג ס'יז נאך אומזיסט.

טוט מען אים ליבשאפט צייגן.

און דער שטארקסטער מאן קאן דעם געוויסען פארלירן, אויב זאל מען א גוט ווארט איז ווי באלזאם אויל, ס'מאכט אז אנדערע שלעכטע אים א שטעך ווארט זאגען.

זאכען זאלען זיך אויך אראפגליטשען, און אפילו אויב איז עס מיט א גוט ווארט קען מען איינעם דעם לעבן שענקן.

פערזשאווערט דאן קען עס פאררעכטן פאר א קורצע וויילע ביז און מיט א קרום ווארט קאן מען עטליכע לעבנס פארשניידן.

מען פאררעכט עס אינגאנצען. א קרום ווארט איז אן אטאם באמבע, לאמיר יעדנס לעבן זיס מאכען, אזוי וועט אונז אויך זיס זיין.

ווילאנג מען גיבט זיך גוט אפ דערמיט איז עס רוהיג, אויב גיט מען א גוט ווארט, א שמייכל, און אמאל איז גענוג אז מען טוט אים אבער א דרוק דעם ריכטיגן/אומריכט יגן קנעפל, דאן שיסט עס אויף כאטש קיין קרום ווארט נישט זאגען, דאס קלייניגקייט קאן איינעם און ס'נעמט מיט אלעס וואס שטייט אין וועג. ס'איז אן איינצעלנער מענטש וואס גיט א דרוק דעם קנעפל און די גאנצע וועלט ליידט דאס לעבן ראטעווען.

דעריבער. איי וועסטו פרעגן, פארוואס מוז די גאנצע וועלט ליידן ער קען שוין פארזינקען זיין אין אלע שווארצע פלענער וואס וועבן זיך צוליב וואס איינער טשעפעט? איך האב נישט קיין ענטפער דערויף, אים אין קאפ. אבער, דו האסט אים א שמייכל געגעבן און אלעס איז און קיינער האט נישט. אלזא, וואס בלייבט אונז איבער צו טון איז אזוי. באלזאמירן די גוטע אז זיי זאלען בלייבן פריש, די פארזשאווערטע מיט צום גוטן איבערגעדרייט געווארען.

לאמיר דעם שוואכערן ליב האבען, דאס ברענגט א גוטע פילינג פארען אביסל שטערקערע באלזאם שמירן אז זאלען אביסל פארראכטען ווערן, און אזוי אום א גאנצע וועלט ראטעווען, מיט אונז אינאיינעם. געבער אויך. יעדער קען אביסל עקסטערע ליבשאפט פארנעמען.

כמים פנים אל פנים כן לב האדם לאדם.

דיך האבען אנדערע ליב, אבער זיי האבען נאך אנדערע וועם זיי האבען

זייט 13

זייט 13
טעקסט

אפילו בהסתרה אין דינסט פון די סיסטעם

איש עברי

אלזא איך האב פיינט אפילו בהסתרה, ניין נישט וועגן די מעלאדי איז נישט שיין איך בין א קנאפע פארשטייער אין מוזיק, נישט וועגן די ווערטער זענען נישט אמת, איך גלייב אז דער אייבערשטער איז עיניו פקוחות על כל דרכי בני אדם, (הגם איך פארשטיי נישט די קאנסעפט פון די ניגון און די סכסוך צווישן די אייבערשטער אין די רבי) די ניגון כשלעצמו קען זיין איז א הערליכע קאמפאזיציע וואס פארדינט א הויכע אויסצייכענונג, אבער לדעתי צייגן די פאפולאריטעט פון די ניגונים אויף טיפערע זאך און האט א פסיכאלאגישע דינסט פאר אונזער פארשאלטענע סיסטעם.

איך האף אז איר וועט פארשטיין מיין פוינט, און איך מיין נישט דווקא אפילו בהסתרה איך מיין די גאנצע חיזוק/אמונה אינדוסטרי וואס ארבעט ביי אונז אויף קעסל כלים.

מיר לעבן אין א דור וואס סאיז נישטא קיין פירערשאפט נישטא קיין קלארע ריכטונג, א סטאדע שאף וואס גייט אין די פינסטער נאך יעדע שמע קולנו פון עפעס א ארבעט'סלאזע רבי'שע אייניקל, מען לויפט צו כינוסים יעדע מאנטאג און דענערשטאג, מען ארגאניזירט מאסן פארזאמלונגען צו הייבן די מאראל אויף א מאנאטליכע באזיס, און דאן רייבט מען זיך אין די פלייצע מיט הוילע פראזן איבער די געוואלדיגע אחדות און קידוש ה' און עולם גולם זעטיגט זיך פאר נאך צוויי וואכן. צייטונגען וואס האבן שוין אויפגעהרט דינען זייער צוועק און זענען מער ווייניגער געווידמעט צו דרייען א קאפ און וואשן די מוחות פאר זייערע אגענדעס, און דינען אלס שופר פאר יעדע נערוון קראנקע עסקן, אין די ברייוון צו די רעדאקציע טוט זיך א קאנטעסט ווער עס האט מער קרעאטיווע פירצות מוחה צו זיין, אזאנע וואס ווייטאגן אויף די מאמעס וואס ווארטן אויף די באסעס מיט טורבאנס און אזעלכע וואס האלטן אז דער עולם האט א טעות אין די נקודות ביי אלוקי נצור ווי סאיז דא ווארט ווי מען דארף זאגן מיט א חיריק און ס'דא וואס זאגן מיט א חיריק.

און בית המדרש רעדט מען איבער די פרישע גט'ן און אלטע מחלוקת'ן און מקווה קעדט מען איבער דעם פוטין און מען טוישט אויס מיינונגען צו ער וועט עס מאכן צו נישט, און מען נאמינירט קאנדידאטן פאר די וויצע פרעזידענטשאפט פון 2018 און מען פאסט קריטישע באשלוסן איבער אינטערנאציאנאלע אנלעגנהייטן.

מנהיגים? מורי דרך? וואס ווי ווען, מאקסימום האקן זיי אויף טייערע חתונות טאמער זיי ווייסן אז ס'איז פאפולער ביים עולם, אדער איבער טשיקענס וואס מען איז אויך בודק די בלינדע קישקע און בהמות וואס מען שחט אפרקדן, דאס איז די גאנצע וואס זיי האבן צו אפערען פאר א צוריסענע צושפליטערטע צובלוטיגטע סאסייעטי, און דאס איז

שוין אין בעסטן פאל, די רוב רבנים און רבי'לעך ווארימען זיך אין די טילעפעס און ביי ניחום אבלים'ס קרעכצן זיי אויף די שוואכע דורות. אז מען נעמט אפיר א פראבלעם וויסן מיר שוין די לעזונגען פון פאראויס, קיינמאל נישט קיין טויש פון ריכטונג, אלעמאל ווייטער מיט די קאפ אין וואנט אריין, קרעאטיוויטעט איז לגמרי מחוץ לתחום, פארשטייט זיך אז אלעס איז איינגעהילט אין ציטאטן פון הייליגע ספרים איבער די הארבקייט פון הייליגע מנהגים וואס עפעס א פארשאלטענע באבע איז איינגעפאלן ווען זי איז געווען אין א שלעכטע גיסטע, און אז יעדע מנהג איז יסודתו בהררי קודש, און אונטער די הררי קודש ליגן מיר נעבעך באגראבן, שם תהא קבורתכם.

איז אמאל אויפגעברענגט געווארן צו א ריכטיגע ציבורישע דעבאטע די ברענעדיגע פראבלעם אז 80 פראצענט פון אונזער יוגנט טוט מער ווייניגער גארנישט אין זייערע בעסטע יארן פון לעבן, אז די ישיבות זענען נישט מער ווי א פינסטערע אילוזיע און א לעזונג פאר אפאר טויזנט יושבי אהל פון ווי צו ציען חיונא? צו האט מען אמאל ערנסט דיסקוטירט די שוידערליכע מצב הפרנסה ביי אונז, און אז אונזער וועג פון ברענגען פרנסה האט נישט קיין עתיד, צו ווערן ערגעצוואו איבערגעשמועסט די פאקט אז א גרויס חלק בחורים אין די ישיבות טוען מעשים מגונים איינע מיט די צווייטע נעבעך וויבאלד זיי זענען איינגעשפארט פיזיש און גייסטיש? צו האט מען אמאל ערנסט באטראכט די מעגליכקייט אז מען זאל בכלל איבערקלערן די אומפארשטענדליכע איסור אויף בירטקאנטראל וואס די פרייז דערפון איז, עניות, עגמת נפש, נערוון צוזאמענראכן, חתונה קריזיס, דירות קריזיס, שידוכים קריזיס, בשעת די גאנצע איסור איז תולה על בלימה, אן קיין ריכטיגע הסבר.

שוין אפגערעדט וואס טוט זיך אין די אידישע שטובער יעדערע איינער שטיקט זיך מיט זיינע פראבלעמען, מיר האבן אויפגעבויט אזא גלאנציגע סאסייעטי ווי יעדער מוז זיך איינרעדן אז ביים שכן קלאפט אלעס, יעדער איינער דארף שפייען בלוט אינדערהיים צוליב די בושה פון די גאס וד"ל.

מיר האבן אויפגעבויט א גאנצע דיקשענערי פון ווערטער כדי זיך צו אפשאקלן פון אחריות אויף אונזער אייגענע לעבן, יעדע מקווה זיצער האט גאנצע פיליזאפיעס אין ענייני השגחה והשתדלות, דארט ווי מען וויל נישט עפענען א קענזערוו פון ווערים איז גענוג צו געבן א ווארף א ווארט דער אייבערשטער פירט דאף די וועלט, און ס'איז הס קטיגור, וואס קענסטו ענטפערן, א שידוכים קריזיס? גלייב מיר אלעס איז באשערט! א פרנסה קריזיס? גלייב מיר יעדע פעני איז פונקטליך פארשריבען פון אויבן, א ישיבה קריזיס? נו מייסנטו אז ביים גוי איז בעסער? מיינסט אז דער אייבערשטער פירט נישט די וועלט? און ווי די

זייט 14

זייט 14
טעקסט

מנהג ביי גוטע אידן פארצוקערט מען עס נאך מיט אנעקדאטן פון שוואגערס מיט עלטער מומעס וואס האבן געזעהן באשיינפערליכע סייעתא דשמיא, ממילא וואס האבן אונז קליינע מענטשעלעך זיך צו מוטשען בכלל צו ארויסהעלפן גאט ברוך הוא צו פירן די וועלט.

מיר האבן אנשטאט נעמען אחריות אויף אונזער גורל אויסגעקליבן א וועג פון זיין בלינדע שפעלעך, מיר האבן אנטוויקלט א באקוועמע שפראך וואס שאקלט אונז אפ פון יעדעס ביסל אחריות אויף אונזער גורל און אויף די גורל פון אונזערע קינדער, און די שפעטערדיגע דורות, און טאמער איז שוין ממש נישט דא קיין לעזונג נעמט מען ארויס די משיח געווער, משיח קומט שוין עניוועי בקרוב אלזא וואס דארף מען זיך מוטשען לאמיר אריינלייגן אונזער ענערגי אין לוחם זיין קעגן סמארטפאנס מיט קברים אין בית שמש.

אבער עס הערשט א אנזעץ א ביטערקייט און א פיסטערקיט ביי אונז, און אפילו א צארן, אלזא ווי געט מען דאס אויס? וואס טוט מען מיט די ווייטאג? צו וועט די ווייטאג פירן צו עפעס זאכליך, דא קומט אריין די "אפילו בהסתרה" קולטור, מען פאסט צו אונזער אמונה צו די געברויכן פון סאסייעטי, מען שטאפט אונז מיט פאלקסלידער וואס מאכט אביסל ווארים אויף די נשמה און פארזיכערט אז דאס פאלק לייגט זיך שלאפן פאר נאך א טויזנט יאר און לאזט זיך פירן פארפירן פון די נארישע סיסטעם (יא איך האב נאכנישט געטראפן קיין בעסערע ווארט ווי סיסטעם הגם עס גריצלט שוין אין די אויערן).

די אונטערשטע שורה, די פאלקס ליטעראטור אויף אמונה/בטחון/משיח דינט טיילמאל ביי אונז אלס געווער קעגן טויש, קעגן זאכליך זיך נעמען אין די האנט אריין און טון צו די זאך.

ערב סוכות געפילדער

רויטע וואנצעס

פרייד און געזאנג, הויעך אויפן פייער סקעיפ, געפילדער און קלאנג, א סוכה פון סקאטש טעיפ, גרייטן זיך אידן, א בלויע שלאק מיט לעכער, צום יו"ט צופרידן.

פיל מיט וואסער דער בעכער.

אויף די גאסן, ושמחת בחגיך קינד און קייט, מענטשן מאסן, לולב כשר? די שטערן טייט, אתרוגים איבעראל, זיסע בחנטע אינגלעך, הדסים פון ארץ ישראל.

נאר 10 סענט פאר רינגלעך.

זייט 15

זייט 15
טעקסט

מיין יוגנט מיט רבי לעמל אין אוישוויץ

איש עברי

איך בין אויפגעוואקסן אין שאטן פון די האלאקאוסט, יא איך בין קוים עטליכע אין צוואנציג יאר אבער די טייוול-גייסט פון אוישוויץ האב איך באגעגנט טעגליך מיט מיינע אויגן, נאך אלס קינד האב איך טאג איין טאג אויס זיך אנגעטראפן מיט מענגעלע, מיט אייכמאן און אפילו מיט היטלער, דאס איז א דאנק מיין ליבע שכן רבי לעמל, וואס האט מיך מיט זיין ברייט הארץ גענומען אויף א באזוך קיין אוישוויץ, מיך מיטגעטיילט אלע איבלען וואס זענען אויף אים אריבער און זיכער געמאכט אז עס קריצט זיך איין טיף טיף אין מיין יונגע הערצעלע.

נישט אז רבי לעמל איז די איינציגע מלחמה איבערלעבר וואס איך האב געקענט, אין די סביבה ווי איך בין געוואקסן האט יעדע ווייסע בארד אויך געהאט נומערן אויף די האנט, אבער די רוב פון זיי האבן מיטגעברענגט פון אוישוויץ א שרעקעוודיגע שווייגעניש, א שווייגעניש וואס איז שווער צו טרעפן היינט, איך געדענק ווען איך בין אריין ביי מיין זיידן און באבע אינדערהיים און מען האט געשוויגען, געשוויגען, און די שווייגן האט געהאט א כח, עס האט געשפיגן אזויפיל ווייטאג, איך האב נישט געוויסט פון ווי זיי נעמען די כח אזויפיל צו שווייגן.

אין בית המדרש זענען זיי אייביג געזיצן אויף זייערע פלעצער ווי מען האט זיי געקנס'ט, ווי גלייך דער וועכטער שטייט מיט א רעוואלווער און גיט אכטונג, געקומען אויף צייט, אוועקגעגאנגען די לעצטע, אלעמאל אין די אונטערשטע רייען, מיט זייערע ליין ברילן און די קישעלעך אונטערצולייגן אויף די זיץ פלעצער, די אויגן אריינגעגראבן אין די סידור און די ליפן האבן געשעפשעט אן אויפהער.

ווען זיי האבן געעפנט דאס מויל האבן מיר געוויסט אז זיי טאר מען נישט פרעגן אדער זאגן נאר אויסהרן מיט סימפאטי און צושאקלען מיט'ן קאפ, זייערע מעשיות זענען שטענדיג געווען בערך די זעלבע איבער די אלטע היים און די קריג, איבער זייערע ליידן און פארלוסטען, איבער ד באחנ'טע קינדער וואס זיי האבן דארט איבערגעלאזט און איבער די הונגער וואס זיי זענען דורכגעגאנגען אונטער דעם דייטש, און אלעמאל זיכער געמאכט אז ווען מיר עסן א שטיקל קאקאש קעיק זאלן מיר וויסן אז אין אוישוויץ האט מען נישט געחלומ'ט אויף אזאנס.

אבער ר' לעמיל איז איינער וואס איז געווען בולט מיט זיין אייגנארטיגקייט, אנדערש ווי אלע אנדערע איבערלעבער, ער האט אויך אסאך געשוויגען און באהאלטען זיינע סודות אונטער א פארזיגלטע פנים מיט א ביטערע שמייכל דערויף, ער האט אבער געקוקט מיט הנאה אויף אונזערע שפיל, ער האט אלעמאל צוגעשמייכלט, אפילו ווען מיר האבן זיך געחוצפ'ט האט ער אנגענומען מיט א גוטמוטיגע שמייכל, זיין שמייכל האט אונז אלעמאל געמוטיגט נישט זיך צו שרעקן פון די "זיידעס".

ער איז געזעצן אויף די לעצטע באנק פון ביהמ"ד, ער האט אייגנטליך נישט פארנומען קיין פלאץ בכלל, ער האט זיך ארומגעדרייט ווי א שאטן, מען האט געוויסט אז אים דארף מען נישט גרוסן ווייל ער ערווארט עס נישט, טאמער האט מען אים באגריסט און נאך דערצו טאמער האט מען געזאגט מיט זיין נאמען גוט מארגן רבי לעמל האט ער זיך פאררויטלט ווי א בר מצוה יונגל.

אין די ברענעדיגע ויכוחים וואס האבן געהאלטן פארנומען די אלטיטשקעס צו מען זאל עפענען די פענסטער אדער פארמאכן, האט ער נישט געהאט קיין מיינונג, און ארויסגעוויזן גאנץ ווייניג אינטרעס, ער האט ליב געהאט זיך צו באהאלטן אין זיין ווינקל און אריינקוקן אין זיין משניות וואס האט אויסגעזעהן מער ווי ער זוכט פשוט א פלאץ ווי צו פארשטעקן זיינע אויגן ווייל ער האט גאנץ ווייניג פארשטאנען וואס שטייט דארט.

בכלל האב'ן די אידן עפעס געטראגן מיט זיך א וועלט וואס מיר האבן נישט פונקטליך פארשטאנען, זיי האבן גערעדט פון די אלטע היים פון מונקא טאבאר, און אומפארשטענדליכע זאכן, מיר האבן געוויסט אז דאס זענען די אידן וואס קומען פון "דארט" וואס אויף זיי פרעגט מען נישט קיין קשיות זיי מעגן זיך בייזערען און שרייען, און מען דארף זיי פארגעבן.

אנדערש איז אבער געווען רבי לעמיל ער איז געווען שטיל איידל, ווייניג גערעדט און אסאך געשמייכלט אבער נישט אזעלכע גוטמוטיגע שמייכלען נאר אזא שעמעוודיגע שמייכל וואס האט באהאלטן אונטער זיך אסאך ווייטאג, א שמייכל וואס האט ווי געזאגט זייט מיר מוחל אז איך עקזיסטיר, ער האט זיך ווי אנטשולדיג אויף זיין עקזיסטענץ.

מיט מיינע יונגע חושים האב איך דערשפירט אז רבי לעמיל באהאלט אין זיך א סוד, אפילו אין די צייטן וואס אנדערע האבן גערעדט פון דער אלטער היים מיט נאסטאלאגיע, אדער אויסגעמאהלן מיט פארבן די צרות וואס זיי זענען אריבער אין די דייטשע גיהנום, האט רבי לעמיל

זייט 16

זייט 16
טעקסט

עפעס איינגענומען א שווייגעניש, ווי צו זאגן " "לא לך, חשב עניך כעניי. התמשילי חלייך לשברי ולחליי?!

געזיצן איז ער נעבן די קענדי מענטש פון אונזער בית המדרש ער האט געקוקט ווי די אנדערע קינדער נעמען די קענדיס און האט ווי שטענדיג געהאט זיין ווייטאגליכע שמייכל, די קענדי מענטש פלעגט זאגן פאר רבי לעמל 20 קינדער האבן גענומען היינט ביי מיר, און רבי לעמיל פלעגט ענטפערן: א נקמה, איך האב נישט פארשטאנען א נקמה און וועם איך האב געקלערט אפשר אין די קענדי מענטש פון די דערנעבנדיגע בית מדרש, אבער ס'וועט קומען א טאג וואס רבי לעמיל וועט מיך ערקלערן.

איך האב געוויסט אז די קשר מיט רבי לעמיל ענדיגט זיך מיט א ברייטע גוט מארגן און א שמייכל, קיין לענגערע שמועסן האט מען מיט אים נישט געקענט האבן, ווי גליקליך בין איך געווען ווען רבי לעמל האט מיר מיט א פאררויטלט פנים געלאדנט איך זאל ארויפקומען צו אים אהיים, קיין גליקליכער ווי מיר איז נישט געווען, דער ליבליכער רבי לעמל האט מיך געלאדנט איך זאל קומען צו אים אהיים, איך האב געוויסט אז דארט ווארט מיך אפ א הויפן פון גוטע זאכן, רבי לעמל האט אייביג געהאט אין זיין טאש א ענדלאזע אוצר פון זיסווארג, און איך האב פארשטאנען אז דארט ביי אים אינדעהיים איז די מקור השפע.

וואס זאל איך אייך זאגן? רבי לעמל האט נאר געעפנט די טיר איז מיר אקעגנגעקומען א שארפע גערוך, די זעלבע גערוך וואס אלע אלטע אידן האבן מיטגעברענגט פון "דארט" אזא שארפע גערוך געמישט פון מענשטליכע אפפאל מיט אלטע מאכלים, אבער מיט די שמייכל פון רבי לעמל האט דאס געשמעקט ווי גוטע בשמים, אינדעהיים איז געווען איין לאמפ וואס האט געווארפן א העלע ליכטיקייט וואס האט נאר טונקעלער געמאכט, אין די שטוב וואס האט געדארפט דינען אלס דיינינג רום איז געווען א גרויסע שפיטאל בעט ווי עס איז געליגן די ווייב פון רבי לעמיל, מיט פארמאכטע אויגן און א בלאסע פנים און יעדע צווי מינוט איז ער געגאנגען קוקן וואס זי מאכט און איר א גלעט געטאן אין די האנט.

רבי לעמל האט מיר נישט געגעבן קיין גוטע זאכן, זיין שמייכל איז פלוצלינג אראפ, און ער האט מיך געפרעגט מיט א טרויעריג פנים אויב ער מעג מיך פארציילן א מעשה, איך האב מיך דערשראקן, אבער איך בין געווען זיכער אז עס וועט זיין א אינטרעסאנטע מעשה, אפשר אפילו א שרעקעדיגע מיט ים רויבער אדער מענטשן פרעסער'ס, און רבי לעמל האט מיך פארבעטן צו זיצן און פארציילט, און פארציילט, מיט טרערן, מיט קרעכצן, ביז עס איז געווארן מנחה.

איך געדענק נישט פונקטליך וואס רבי לעמל האט פארציילט אבער עס נישט אויסגעקוקט ווי א מעשה נאר ווי א וידוי, ער האט זיך ווי אנטשוליגט פאר מיר אז ער האט יא געדארפט בלייבן אין בונקער ווען זיין ווייב האט געהייסן, ווער ווייסט אפשר וואלט זיין משה'לע נאך געלעבט ביז היינט, אפשר האט ער יא געדארפט פארלאזן קיין ארץ ישראל צווי יאר פריער, אלע זיינע געוויסנביסן האט ער אויסגעגאסן אויף מיין קליין קעפעלע און יונג הערצעלע, און דערביי געזאגט משה'לע איז געווען דיין עלטער, ער האט אויסגעזעהן ווי דיר, און איך האב פארשטאנען אז רבי לעמל וויל איך זאל אים מוחל זיין אין נאמען פון משה'לע,

אצינד האב איך פארשטאנען פארוואס רבי לעמל טוט אזוי וויי ווען איך זאג אפ צו נעמען זיינע גוטע זאכן, ווען איך קום נישט צו אים זאגן א גוט שבת. אין זיינע אויגן בין איך משה'לע, א שאטן פון זיין באליבט קינד, א פארנעפלטע זכרון וואס ער פרובירט צו כאפן, רבי לעמל האט מער נישט געהאט קיין קינדער אבער ער האט אנגעפולט זיינע טאשן מיט גוטע זאכן פאר זיין משה'לע, ווען א יונגל וואס האט געענדלט אין זיין משה'לע איז אריבער האט ער אים געגעבן א גוטע זאך פאר משה'לע.

יענעם דינסטאג אינדערפרי ווען איך האב געזעהן די מודעה פון די לוויה פון רבי לעמל, בין איך געגאנגען צו די לוייה און ווען קיינער האט נישט געזעהן בין איך צוגעגאנגען צו די מטה און אריינגרוימט פאר רבי לעמל, איך בין זיכער אז משה'לע איז דיך מוחל, טייערע רבי לעמל נוח בשלום על משכבך דו ביזט נישט שולדיג אויף די גרויזאמע גורל וואס האט באטראפן כלל ישראל, שפיר דיך נישט שולדיג אז דו ביזט געבליבן לעבן, און ווען אלע האבן געזאגט אז עס איז געבליבן א חלל פון א איד וואס האט נאך געקענט רבי ישעיה'לע קערעסטירער האב איך געטראכט ווער ווער וועט אצינד געבן די ווארימע גלעט פאר די פרוי וואס ליגט ביי רבי לעמל אין דיינינג רום.

זייט 17

זייט 17
טעקסט

גיין צו א דיין ווייזן די אתרוג און לולב-פארוואס?

ראש הישיבה

עס איינגעפירט דא אין אמעריקא אז מען גייט ווייזן די ולכן נראה לי לאוקמא כמה טעמים פארוואס מען ווייזט ד' מינים פאר א דיין אדער א רב אדער א מורה הוראה. עס די אתרוג ולולב פארן דיין?

איז אפילו דא אזעלעכע אתרוג סוחרים וואס דינגען א דיין אויף די פלאץ. פארשטייט זיך אז דאס נאר נאך דעם וואס ויש לומר אז מען גייט ווייזן משום גמר מקח. היות מענטשן דער סוחר האט זיכער געמאכט אז ער גייט אים נישט קאליע האבן א הארד טיים צו מאכן א דיסיזשען, אפצומאכן מאכן די ביזנעס.

וועלעכע צו קויפן, גייט מען צו דער דיין, ווייל מען האלט אז ער איז א מבין, ממילא וועט ער אים העלפן מאכן דעם די שאלה איז פארוואס? פארוואס גייט יעדער ווייזן די שווערן דיסיזשען וועלעכע צו נעמען.

אתרוג און לולב פארן דיין?

ואיכא דאמרי, מען זיכט די אטענשאן וואס דער דיין געבט וועסטו וועלן זאגן אז מען איז נישט זיכער אז עס איז ווען ער זאגט דיר, פשי אה אזא שיינע אתרוג! וויפיל וויל ער כשר? עס קען נישט זיין. חדא, אז היינט איז יעדער מקפיד פאר דעם? מען זעהט אז איר האט גוט געדאווענט, וכו' וואס אויף גלאט כשר. קיינער עסט נישט קיין פלייש שהורה בו דאס געבט פארן מענטש די גוטע פיללינג, ולכן מוליכים את חכם. מען איז אפילו מקפיד אויף בית יוסף גלאט, וואס דאס לולביהם לרבניהם.

איז א חומרא אויף געפיקט ביי די ספרדים. ווי קען זיין אז אן אתרוג שהורה בו חכם, ער איז גאר געווען מסופק צו ס'איז ואיכא דאמרי, משום יקרא דרבניא, היות מען שטיפט כשר, גייט ער מאכן א ברכה, ווען עס איז א שאלה פון ברכה די דיין אפאר דאללאר פאר יום טוב, געבט מען עס בדרך לבטלה?

כבוד אז עס זאל אויסזעהן ווי מען צאהלט פארן דיין וועגן די שווערע פסק וואס ער דארף פסקנען.

ועוד, אויב איז די שאלה אויף כשרות, מיר זעהן כמעט קיינער נישט ווייזן זיין הדסים אדער ערבות פארן דיין? ואם ואיכא דאמרי, טאקע ביי די מיעוטא דמיעוטא, ווייל זיי תמצא לומר אז עס איז נישטא אזעלעכע שווערע שאלות האבן א שאלה בהלכה אויף די אתרוג, וועגן דעם גייען זיי ביי הדסים וערבות, ווי ביי אתרוג ולולב, אין הכי נמי אז ביי פרעגן.

ערבות איז כמעט נישטא קיין שאלות, חוץ דיע וואס זענען מקפיד אויף א לבלב, אבער ביי הדסים איז דאך יא דא למאי נפקא מינה?

שאלות, ואף על פי כן גייט כמעט קיינער נישט ווייזן זיינער הדסים פאר זיין דיין? אלא מאי מוז מען זאגן אז די סיבה איז אז איינער וואס קען אליינס מחליט זיין, און ער דארף נישט ווייל מען איז נישט מסופק. ואם כן פארוואס גייט מען נישט קיין אטענשאן, און ער זיכט נישט צו שטיפן זיין דיין ווייזן די אתרוג ולולב פאר די דיין?

(צו ווייל דער שואל האט נישט, אדער ווייל דער דיין האט גענוג, אדער סתם נישט אינטרעסירט), און ער האט נישט ועוד קשה, מען זעהט אז מענטשן נאך זיי האבן שוין אן קיין שאלה, דעמאלס קען ער אליינס קויפן זיין אתרוג, אתרוג און אדער א לולב וואס זיי ווילן, בעט מען דעם סוחר פונקט אזויווי ער טוהט יעדער זאך אליינס, וכמו שנפסק נאך איינס, ווייל ער קען נישט גייט מיט איינס, ער וויל אז בהלכה, עד אחד נאמן באיסורין דער דיין זאל אים קלויבן איינס פון די צווייטע! וואס איז פשט אין דעם?

ולהשומעים יונעם ותבא עליהם ברכה.

זייט 18

זייט 18
טעקסט

אם כבנים ואם כעבדים-אבינו אדער מלכנו-אדער ביידע

ראש הישיבה

(ביטע לייענען מיט יישוב הדעת)

מיר זענען יעצט אריבער די טעג פון ר"ה עשי"ת יו"כ, און מיר האבן אסאך מתפלל געווען אויף מלוך על כל העולם כולו בכבודיך, ותמלוך אתה הוא ד' אלקינו לבדיך, המלך הקדוש. מיר בעטן זיך ביים רבש"ע אז ער זאל זיין אונזער מלך. פארוואס דארפן מיר א רילעשאנשיפ מיט די באשעפער פון מלך ועבד, וואלט נישט געווען בעסער ווען מיר האבן א קשר פון אב ובן? ועוד מיר זעהן זייער סאך מאהל אין די תורה אז מער זענען בנים כמ"ש בנים אתם לד' אלקיכם? ווידער זעהן מיר אז מיר זענען עבדים. עס זעהט זיך אויס אז עס קען זיין ביידע זענען אמת.

פשוט לערנט מען, ואם כבנים ואם כעבדים, אז מען ווייסט נישט צו מיר זענען בנים צו עבדים, אדער מיר ווייסן נישט צו מען וועט אונז דן זיין ווי בנים צו עבדים, בכל מקרה איז די זאך נישט זיכער פאר קיין איין צד. עס קען זיין אז נאכן שמועס דא, וועט מען קענען טייטשן די זאך אנדערש.

קודם דארפן מיר פארשטיין די ענין מדות ביים רבש"ע.

אין פתח אליהו שטייט: אנת הוא חד ולא בחשבן וכו', אנת הוא דאפיקת עשר תיקונין וקרינן להון עשר ספירן לאנהגא בהון עלמין וכו'. דער בורא האט ארויסגעברענגט (מגלה געווען) עשר תיקונין. עס ווערט אהנגערופן אויכעט עשר מדות. מען דארף פארשטיין אז די עשר ספירות איז נישט די אויבערשטער אליינס, ווייל ער אליין איז נישט שייך מגדיר זיין בכלל. כאטש די ספירות זענען אינסופיים, אבער זיי זענען מוגדר אין ספירות. חסד איז חסד אין סוף בלי הגבלה, אבער עס חסד און נישט גבורה. גבורה איז גבורה בלי הגבלה, אבער עס גבורה און נישט חסד, און אזוי איז ביי יעדער ספירה. עצמות ומהות איז נישט שייך צו זאגן קיין שום הגדרה, עס איז אפילו נישט שייך צו זאגן אז עס איז נישט שייך קיין הגדרה (וואס דאס איז בבחינת מה אויך אן הגדרה).

וואס זענען זיי יא? זיי זענען מדות אויף לאנהגא בהון עלמין. וואס פעלט אויס די מדות? דאס איז ווייל היות די רצון השם (פאר וואט עווער ריזען) איז געווען אז עס זאל זיין נבראים מוגבלים וואס וועלן אים דינען, האט ער באשאפן א וועלט מיט מוגבלים. א מוגבל דארף א סדר, וואס אהן דעם קען ער נישט עקזיסטירן. די הנהגה פון די וועלט

פירט די באשעפער דורך זיינע ספירות. די הנהגה איז דרך די עשר ספירות.

די ספירות איז די איינציגסטע וועג וויאזוי מיר קענען האבן א שייכות מיט די בורא. ווייל נאר דאס האט ער מגלה געווען פאר אונז. וועגן דעם איז דא אין קבלה כוונות פון שמות, וואס יעדער שם איז אויף אן אנדערע ספירה, וויאזוי כביכול איז מלובש אין די ספירה. געוויסע שמות זענען אויף א מיזוג, למשל חסד מיט נצח.

היות די נבראים זענען נשתלשל פון די עשר ספירות, איז די נפש פון די מענטש א קאפי פון די עשר ספירות. דער נפש פון די מענטש האט אויך צעהן מדות. די מדות האבן א נאטירן ענדלעך צו די ספירות של מעלה. וועגן דעם שטייט מבשרי אחזה אלוה, אז דורך פארשטיין די אייגענע נפש קען מען האבן אן הבנה והשגה אין עשר ספירות.

חב"ד חג"ת נה"י (ר"ת חכמה בינה דעת חסד וכו') זענען מדות וואס מען געבט איבער בקרוב. ווען איינער איז משפיע חסד, איז געבט ער עס ווען ער איז נאנט צו דער מענטש. כאטש אלע מאל איז דער מקבל נידריגער פון די משפיע, פון דעסטוועגן איז דער מקבל אלס נאנט צום משפיע.

מלכות איז א מדה וואס איז משפיע בריחוק. דאס הייסט עס איז דא אמאל וואס אויב די משפיע וועט וועלן איבערגעבן א זאך וועט די מקבל עס נישט קענען איבערנעמען פון אים, מחמת ריחוק המקבל מהמשפיע, וועגן דעם איז דא א השפעה בריחוק. מיר זאגן המלך המרומם וכו', דער מלך איז אלס מרומם פון די עם.

נעם די ראגאטשאווער למשל, ווען ער וויל פארלערנען א שיעור, כמעט קיינער קען אים נישט פארשטיין, ווייל זיין קאפ איז אזוי טיף אז מען פארשטייט נישט וואס ער זאגט. אויב אזא גאון וואלט געווען א פריוואטער מענטש, וואלט די וועלט גארנישט געהאט פון אים. אבער וויבאלד ער איז געווען אן איש נכבד א רב וכדומה, איז נאר די פאקט אז איינער זעהט אים באקומט ער געוויסע הערכה פאר אים אן הערכה פאר תורה. דאס איז א הערה דהערה פון די ראגאטשאווער. אבער נאר די פאקט אז ער איז געווען אן איש מרומם האט מען געקענט מקבל זיין דעם נקודה. ווי וועט זיין אז איינער וואלט זיך געוואלט זעצן מיט אים לערנען בחברותא, אז ער זאל מסביר זיין זיינע סברות, וואלט ער גארנישט באקומען פון אים. ער וואלט אפשר אפילו געטראכט אז דער גאון רעדט נישט צום זאך. דאס מיינט אן השפעה בריחוק.

ביים בורא, אויב אלע השתלשלות וואלטן געווען בקירוב, אהן מדת המלכות, וואלט קיינמאל קיין נבראים נישט געווארן. ווייל פון אור אין סוף ווערט אור איין סוף. עס קען ווערן א מוגדר אבער נישט קיין נפרד און נישט קיין נברא. אויף דעם האט די באשעפער מגלה געווען מדת מלכותו, וואס דאס האט געמאכט אז די השפעה איז בריחוק. מען

זייט 19

זייט 19
טעקסט

קען שוין נישט האבן די אור אליינס נאר אן הערה דהערה, דעמאלס אמלוך' (וואס דאס אליינס איז א חידוש פאר זיך אז די ערשטע רצון

הייבט זיך אהן נבראים עולם הבריאה, וואס זיי זענען נפרדים.

איז נתעורר געווארן מניה וביה) דעמאלס נאר ווילאנג די מדת המלכות איז בהתגלות קען די וועלט האבן א קיום. אויב די בורא וויל שוין נישט

אלע מאל ווען מען רעדט וועגן מלכות שמים, איז דא וואס זענען זיין מלוכה, קען שוין די וועלט נישט האבן א קיום.

עס ממשיל צו א פרעזידענט, אנדערע זענען עס ממשיל צו א מלך א

דיקטאטאר. אבער עס איז א טעות. א פרעזידענט איז נישט קיין מלך יעצט צום מיליאן דאללער'דיגע שאלה: וואס זענען מיר בנים אדער

ער איז אן ערוויילטער ארבעטארער. וואס מען האט אים געגעבן די עבדים? וואס איז די יחס-רילעשאנשיפ צווישן אונז מיט דער בורא?

רעכטן צו מאכן החלטות לטובת הקהל. אויב די אנשי המדינה ווילן איז עס אב ובן אדער מלך ועבדו?

צונעמן פון אים רעכטן קענען זיי עס טוהן ווען אימער אויס זיי גייען

נאך די פראצעדאר דאס צו טוהן. א דיקטאטאר איז נישט קיין מלך א איד האט ביידע רילעשאנשיפס מיט גאט. פון איין זייט זענען מיר

נאר א מושל. ער איז געווארן מלך באלימות. (עיין פירש מלבי"ם פ"א בנים, פון דער אנדערע זייט זענען מיר עבדים.

מגילה ותמצא חן)

א בן האט א מעלה אז ער איז פארבינדן מיט די טאטע אז ער קען

ווען מיר רעדן פון מלכות שמים רעדט מען ווען אנשי המדינה קיינמאל נישט ווערן אויס. אזוי אויך די געטריישאפט פון טאטע צום

נעמען אויף א מלך ברצון. אויף שאול המלך שטייט ער איז געווען זוהן אדער פון זוהן צום טאטע'ן איז בלי גבול. די חסרון איז אז עס

משכמו ולמעלה. פשטות מיינט עס אז ער איז געווען א הויכע מענטש. איז נישטא קיין ביטול פון איינעם צום צווייטן, עס איז איינס, ווייל זיי

זיינע פלייצעס (שכמו) איז געווען העכער ווי די נארמאלע מענטשן'ס ביידע פילן ווען זיי טוהן פארן צווייטן אז זיי טוהן פאר זיך.

קאפ. אין ספרים שטייט אז די כוונה איז א טיפערע. די מדות ווערן

איינגעטיילט אין מוחין מיט מדות. חב"ד איז מוחין, חג"ת נהי"ם איז א עבד איז טאקע נישט פארבינדן מיט די מלך, אבער וואס ער

מדות. שאול מדות איז געווען העכער ווי פשוטע מענטשןס מוחין. וועט נאר טוהן קומט פון געטריישאפט איבערגעגעבנקייט. ווען א עבד

שכמו ווייזט אויף מדות, שכמו איז געווען למעלה ווי מוחין פון די טוהט עפעס פארן מלך הערט זיך איבערגעגענקייט. ער גייט ארויס פון

אידען.

א עם וויל אז דער מלך זאל ווערן מלך איבער זיי, ווייל זיי ווילן

זיך פון זיינע רצונות, און טוהט וואס עס איז גוט פארן מלך, ווייל ער וויל האבן א שייכות צום מלך.

אויפהייבן די לעוועל פון די אנשי המדינה. דורך דעם וואס דער מלך ווען מיר וואלטן געווען בנים כלפי דעם בורא, הערט זיך נישט קיין

איז א מלך וואס איז איידעלער אדער העכער אין מדריגה וועט עס שום איבערגעגעבנקייט, ווייל דאס וואס מיר זענען גרייט אים צו דינען

משפיע זיין אויף די גאנצע לאנד בדרך ממילא. ווייל זיי האבן שייכות איז נאר ווייל מיר זענען זיינע קינדער חלק אלוה ממעל.

צו א מלך וואס איז איידעלער.

דער באשעפער האט געוואלט א וועלט וואס זיין מלוכה וועט זיך

פארן מלך זעלבסט איז די גאנצע מלוכה אן השפלה. ער זאל זיך דערהערן (פאר וואט עווער ריזען). די כלל איז אין מלך בלא עם. עס

פארנעמען מיט פירן א לאנד איז נישט אין זיין קאטעגאריע. ער וואלט מוז זיין אן עם וואס וויל דער מלך. ער קען נישט זיין א מלך איבער זיינע

ענדערש געוואלט עוסק זיין אין השכלות וחכמות כפי מדרגתו הרמה. יוצאי חלצים קינדער און אייניקלעך. ווייל וויפיל אייניקלעך ער וועט

אבער אויב די אנשי המדינה זענען מצליח אים צו קאנווינסען אז ער נאר האבן און ווי געטריי זיי גייען אים דינען, איז דאס נישט א מלוכה

זאל זיך באשעפטיגן מיט עניני מלוכה וועט ער עס טוהן לטובת אנשי נאר א משפחה. דאס איז א נאטירליכע נאנטקייט. נאר ווען די עם איז

המדינה. דורך דעם וואס די אנשי המדינה וועלן זיך בעטן און מבטל פון פרעמדע מענטשן קען זיך שאפן א מלוכה.

זיין פאר אים און מסביר זיין די תועלת וואס זיי גייען האבן פון זיין

מלכות, וועט עס אפשר פועלן אויף אים אז ער זאל זיך באשעפטיגן נאך א נקודה: ווען א גאנצע מחנה מיט מאסקיטוי'ס וועלן אויפנעמען

מיט די עניני המלוכה. עס שטייט לאו אורח דמלכא דאישתעא מילי א מענטש פאר זייער מלך, וועט ער וועלן זיין זייער מלך? ווי וועט זיין

דהדיוטא, די גאנצע מלוכה איז פאר די מלך מילי דהדיוטא. אבער ער אז א גאנצע מחנה פון לייבן וועלן אויפנעמען א מענטש פאר זייער

טוהט דאס נאר לטובת העם. דהיינו דאס אז די עם איז גרייט מקבל צו מלך? אודאי ניין. ער איז גרייט צו זיין זייער פאסטעך אבער נישט זייער

זיין פון אים, און דער מלך וועט קענען זיי הייבן, דאס איז גורם אז ער מלך. א מלך מוז זיין נאר אויף אזעלעכע וואס איז בדומה. א מלך בשר

זאל עוסק זיין אין דעם.

ודם וועט נאר זיין א מלך אויף מענטשן.

די מדת המלכות האט נאך אסאך נקודות, אבער מיר זענען נאר ווען דער בורא זאגט אנא אמלוך, ער וואס איז כל יכול, אין סוף,

אריין וואס איז נוגע לענינינו.

אויב די גאנצע קיום העולם נעמט זיך פון די מחשבה קדומה פון 'אנא

נמנע הנמנעות, וכו', זאל זיין מלך אויף א בשר ודם קרוץ מחומר, בעל גבול? וואס די שייכות צווישן די מלך מיט די עם?

זייט 20

זייט 20
טעקסט

אויף דעם איז באשאפן געווארן נשמת ישראל, וואס זיי זענען חלק אלוה ממעל, בנים לשם אלקיכם, א איד האט שוין יא א שייכות מיטן

בורא. אבער עס איז נאך אלץ נישט מסודר, ווייל אויף קינדער קען מען קייןמלך נישט זיין? האט מען גענומען די נשמות ישראל און מען האט זיי

געמאכט פאר עבדים. און ספרים שטייט אז עס א בן שנעשה עבד. א שטייגער פון א בן מלך וואס איז פארלוירן געגאנגען, ביז ער האט פארלוירן

זיין איידענטיטעט, ער ווייסט ניטאמאל אז ער איז א בן מלך. אזוי האט דער בורא גענומען נשמת ישראל און אריין געלייגט אין א מצב אז ער

פילט שוין נישט אז ער איז דער בן מלך. ער וויל זיין אן עבד מלך. ער וויל זיין נאנט צום בורא. אבער ער חלומט נישט אז ער איז גאר דער בן מלך.

איז דא ביידע מעלות. מצד דעם בן המלך האבן אונז א שייכות צום בורא אז אונזער עבודה האט א שייכות מיט אים. מצד דעם אז מיר זענען

נפרדים ועבדים פאסט זיך די מלוכה פון מלכות שמים.

אונז זענען בתנועת עבד. אונז זענען זיך מבטל פארן באשעפער. אבער מיר קענען דורך אונזער עבודה מגלה זיין דעם קשר אב ובן צווישן אונז.

ומכאן לחודש תשרי:

איין מאל א יאר זאגט דער בורא, לאמיר זעהן צו מיין כוונה עליונה ווערט אויסגעפירט אדער נישט. עס ווערט א בעקאויף פון די גאנצע

געגדאנק פון אנא אמלוך. אפשר גייט עס נישט. אבער כלל ישראל פילט עס, און הייבן אהן פארארבעטן מעשים חודש אלול ועשי"ת און מען

בעט זיך מלוך, ותמלוך וכו', מען שרייט ממעמקים קראתיך השם, מען זאגט פארן באשעפער לך אמר לבי בקשו פני, מיר זיכן דיין פנימיות הרצון.

דאס איז פון פריש מעורר די רצון השם למלוכה. ממילא וועט די וועלט ווייטער קענען האבן א שייכות צו מלכות שמים.

נאך יום כיפור ווי אידען האבן זיך פאראיינציגט מיט דעם באשעפער, זיי האבן זיך איינגעשפארט מיט אים ביי נעילה, דעמאלס ווערט א

שמחה אין אלע עולמות. פונקט ווען א פארלוירענער קינד ווען מען טרעפט אים ווערט א שמחה אז די עלטערן ווייסן נישט ווי זיך אהין צוטוהן,

אזוי איז למעלה. ווען עס ווערט נתגלה די קשר וואס אונז האבן מיט אים דורך אונזער עבודה, ווערט א שמחה, דאס איז זמן שמחתינו.

אין ספרים שטייט אז שמחתינו צוויי פרייען זיך: ישמח ישראל בעושיו, און ישמח השם במעשיו.

פאראכטונגסווערד ס'לעבן נוח לו שלא נברא, דאס בין איך — איש עברי.

האס די סיסטעם נישט מקבל מרות, דאס בין איך — יואב איש כפרות.

א פריקין ארטיקל נישט קיין שפאס, דאס בין איך — בר דעת.

טויט פאר ישיבות!

דאס איז דער רעטער, דאס בין איך —העררינג איש בלעטער.

פאעזיע מיט ליבע נישט קיין נאנסענס, דאס בין איך — רויטע וואנצעס.

אומשולדיגע ארטיקל פעסטע רבי אין שפאן, דאס בין איך — שטילע אינגערמאן.

תורה ומחשבה ברענגט ארויף די ניווא, דאס בין איך — ראש הישיבה.

אבער... פאר איינעם נאר איך פגר איך שוכב, און דאס איז ער — דעם פריקין כ-ו-כ-ב!

אי לאו האי כוכב זעיר, כמה כתבות איכא בסאיר!

ברענגט אהער כוכב אויף א טשוואק, כ'וויל אים גיבן א קיש אין באק.

וואויל איז אונז מיט אזעלכע שטערנס, און וואויל פאר זיי כוכב'ס פערענטס.

זייט 21

זייט 21
טעקסט

טיטשע פליקער

טיטשע

איך וויל וויסן וואס מען קען ערווארטן פון אינזער חינוך הטהור, אה שוין ווייטער האסטו טענות, אלע מאל ביזטו בייז, איך וויל אבער דאך פארשטיין, מיר האבן א סקול סיסטעים, מיר האבן א חינוך וואס דער רבי האט מייסד געוועין, אבער וואס איז צי ערווארטן פינעם דרייצענטען קלאס שטינקער מיידל וואס ווערט אויפגענימען אז זי זאל זיין די לערערן פינעם קלאס פארן קומענדיגען יאר, דעיס שפילט זיך אפ יאר איין און יאר אויס, די אלע מוסדות באדן זיך און געלט, זיי באקומען פראגראמען, זיי זענען אנגעשטאפט מיט געלט ווי שטאפ גענז פון מיין שטעיטעלע בעלז, זיי האבן נישט וואס מער צוטיען, אבער עפעס אריין לייגן אינעם חינוך דאס שוין נישט, פארוואס קענען זיי נישט נעמען לעררערן'ס וואס ווייסן וואס זיין א לעררערן מיינט, וואס איז די קאריקעלעם וואס זיי ברויכן קענען צו ווערן א טיטשער.

יא איך הער עס איז דא א עפענינג פאר א פיפטע קלאס טיטשער, איך שיק מיין טאכטער, זי ווייסט נישט בחייה ובימיה. וואס עס פארדערט פון איר, איין זאך אז זי ברויך זיך חנדלען צו איין צוויי שפיצעל לעידי'ס, זי ברויך קומען בייצייטען'ס, אבער מער פון דעים נישט, ווי לאנג זי ברעינגט נישט ארויס די קלאס פון די כלים איז אלעס אקעי, ווי אזוי זאל זי וויסן, האט איר דען אימעצער אויסגעלערנט ווי אזוי צי זיין א טיטשער, האט זי עפעס טרענירינג ווי אזוי די פראפעסיע ארבייט, איין זאך ברויך זי טיען זי מיז זיין א געניג גרויסע בהמה צי טיטשען פאר א שיבוש, מער פון דעים איז נישט פארלאנגט, כבוד איז דען גארנישט, קיינעם וועט נישט אנגיין אז זי פארציילט מעשהלעך מבוקר עד ערב, דער עיקר איז מען זאל ציזאם האלטן די קלאס, קיינער זאל זיך נישט אוועק רירן קיין סוס כלשהיא.

וואס איז דער פשט אז מיר לאזן צי אינזערע שעיפעלעך זיצן אין קלאס יאר איין יאר אויס, מיט טיטשערס וואס האבן נישט קיין שום טרענירינג, ואין פוצה פה, א קינד קען דורך גיין אלע שולע יארן אן האבן די מינעמאלע ערנערינג וואס יעדע קינד אינדע וועלט באקומט, צי באקימען מיר עלטערן די שכר לימוד אימזיסט, זיי די טיטשערס זענען קרוב צי חינם, אדער איז עס עפעס א לעידי וואס איז טאקע בחינם, נאר ווייל איר מאן איז א ביליאנער דעריבער זענען אירע תלמידות שילדיג צי זיצען א יאר מיט באבי, פארוואס איז דאס יושר און וועלכע פאבליק סקול וועסטו געפינען א טיטשער פון זיבעצן יאר וואס איז א טיטשער פאר פינף און צוואנציג קינדער אן זיין א פראפעסיאנאל טיטשער, ווי איז דאס דערהערט געווארן, באקימען זיי דער נישט געניג געלט צי קענען עפארדן א נארמאלע טיטשער, פארוואס ביי מלמדים נעמט מען יא גאנץ פיינע מלמדים מען נעמט נישט א פריצלעך אפילו, נאר איינער וואס איז שוין פיר דורות א מלמד, נאר איינער וואס טויג טאקע נישט צי גארנישט, נאר צי זיין א מלמד, וואס איז א פריצל קען נישט קמץ אלע פא, נאר א פריצלקע קען?, אבער פארט איז א מלמד א גאנץ נארמעלע פאזיציע, אבער ביי מיידל שולע, איז עס א פשוטע חוזק שפיל, מען נעמט א לאצמעך און מען גיבט איר די פאראנפארטלעכקייט וואס געהער צי א פראפעסיאנאל, און מען לאזט די יארן אזוי לויפן אן קיין שום טויש אינעם סיסטעים.

וואלסטו מיר וועין געוואלט איינרעדן אז נאך פערציג יאר האבן א סקול, איז עס שוין אזוי גיט אויסגעארבייט אז מען ברויך שוין נישט די אלע געלערנטע טיטשער'ס, ווייל זיי באקימען טעיגליך וואס זיי ברויכן היינט אויפטיען, אזוי וואלט איך אויך געקלערט, פארוואס דען נישט ראביי פרעינקל האט דאך שוין געניג און נאך עקספיריענס אז ער זאל האבן געניג שטאף פאר די כמעט צוויי הינדערט פיפציג טעיג סקול א יאר, גענוי א פראגראם פארן יאר, יעדע טאג א געוויסע מאדעל א געוויסע קאריקעלעם, און אזוי זאל מען זעין יעדע טיטשער גענוי צי זי האט געטיען איר קוואטע פארן טאג, די פראגראם זאל ווערן איבער געארבייט פון יאר צי יאר, א פייג און קאפ, נישטא אזאנץ, זיין דזשאב איז נאר צי שרייען אויפ די דערשראקענע

זייט 22

זייט 22
טעקסט

מיידלעך אויב פארשפעיטיגן זיי מיט עטליכע מיניט, זאל מען זיי אראפ רעכענען פינעם מאגערן געהאלט, אויב מען קען דאס ריפן געהאלט, פינעם הינדערטער א וואך מאכט ער זיכער עס זאל אראפ גיין א פינעווער, דעים אלטען אכציג יעריגען מנהל איז אבער נאך נישט איינגעפאלן טאמער זעיט ער א מיידל וואס טויג יא, אז מען זאל זיכער מאכן אז זי איז באקוועים, אדער זי זאל כאטש באקימען א קאמפלאמענט איינמאל א יאר, דאס איז דאך שלא על פי תורה, מען קען דאס חלילה נישט טיען ווייל דאן וועט זי נאך חלילה בעיטן א געהאלט העכערינג, נאר ציקלאפן דאס איז דאך א מצוה, דעיס איז דאך געוועין דעים רבין'ס דרך.

וויי איז אינזערע קינדער וואס ווערן אויפגעהאדעוועט ביי די נערישע מיידלעך וואס ווייסן נאך אליינס נישט מה חובתם בעולמם, פון ווי זאלן זיי דען וויסן, זיי האבן דאך גראדיאירט פינף טאג ציריק פינעם זעלבן דרך, זיי זענען די וואס ברעינגען אריין אהבת חיים, אהבת התורה, חדות חיים, וויי איז אינז אז די מוסדות באדן זיך און געלט, האבן געלט צי שווענדען אויפ וועים מיר זאלן וואהטן, פאר יעדן פאליטישן, כדי זיי זאלן זיך מער באדן און מער בליטיגע געלט, ווען עס פאלט זיי ניטאמאל איין אז זיי זאלן אפשיילן עפעס פינעם געלט און אריין לייגען בעסערע עדיוקעישן אינעם סיסטעים, אולי וועט עפעס זיין בעסער אינעם דור, חלילה להם מעשות דבר כזה, עס וועט דאך דאן אויפקלערן אינזערע קינדער, זיי וועלן דאך דאן נישט אויסוואקסן אזעלכע זאמביות ווי זיי זענען ערווארטעט.

פארוואס איז דאס אזוי, אז מען קען מיט אינזערע קינדער טיען גענוי וואס מען וויל, און קיינער קען נישט אריין רעדן, ווי אזוי קען טאקע זיין אז למעשה ארבייט עס, יאר איין יאר אויס שפייט די סיסטעים אויס חמרים מיט מיידלעך, וואס זענען למעשה גיטע סחורה, עס מיז זיין עפעס א סיעתא דשמיה, רעלעטיוו צים הימל שרייעדיגע עוולה איז עס גאנץ פיין, אבער למעשה איז עס א עוולה, ווי אזוי זאגט יענער ווער ווייסט אויב עס וואלטן געוועין נארמאלע טיטשערס וואלטן געוויס אויסן סאך בעסערע פירות פינעם פאפ קארן מעיקר, למעשה בין איך זייער פראוד פון מיינע קינדער, אבער איך בין נישט ציפרידן, עס איז נישט יושר.

אבער די תירוץ קען זיין אויף עטליכע וועיגן, איינס אז די סיבה פארוואס מיינע קינדער זענען גיט אז נישט ווייל די שולע איז מצליח, נאר די דירעקטע ריזאלטאטן פון מיין היים חינוך, קען טאקע זיין אז פון מיר אינדערהיים וואלטן זיי נישט געוויסט ביז צוויי סקונדעס נאכן טעסט וועלכע יאר די צווייטע בית המקדש איז חרוב געווארן, אדער ווער עס איז געוועין ר' מענדעלע מערימענאווער'ס רבי, זיי וואלטן טאקע דאס נישט געוויסט, אבער עס איז נישט ריכטיג צי זאגן אז די סיבה פון סקול איז דאס, והא ראיה וועלכע ווייבל וואס האט צוויי קינדער געדעינקט דאס, און די אלע צניעות פרעידיגעריי וואס מען דרשנט און סקול וועיגן מעיקאפ פייפן זיך מילא אלע אן, יעדער טיט וואס מען זעיט ביי די מאמע נישט קיין חילוק וויפיל תקנות, הסברות קונטרסים די סקול מאכט.

לאמיר עס נעמען פון א צווייטע ריכטינג, לאמיר זאגן אז מיין טאכטער וואלט איין טאג אפגעמאכט אז געניג איז געניג, זי גייט מער נישט אין סקול, לאמיר זאגן דאס פאסירט ביי די זעקסטע קלאס, ווען מען קען שוין ליינען שעשנו כרצונו אים געפינטעלט, צי וואלט וועין געוועין א חילוק און איר לעיבן צווישן צוואנציג און פיפציג, וואלט זי אנדערש אויסגעזעין ווי די אנדערע מוידן וואס שַאפּן פאר המן טאשן און מצה טאשן, ביים נאך לויפן סעילס און ביים גיין צו וויכטיגע צדקה פארטי'ס, ווי וואלט געכאפט די חילוק, אזוי לאנג ווי זי גייט מיט די קליידינג צניעות'דיג, ווער וואלט בכלל געוויסט אז זי איז דורך געשלאפן אכט יאר סקול, קען דען נישט זיין אז די מיידל וואס האט באקומען זערא אויף אלע טעסטעס זינט ערשטע קלאס זיין א מורה'דיגע מאמע, האבן בעיבי'ס יעדע שני וחמישי, אלא מאי ווי קימט די סקול אריין, וואס לייגן זיי צו צים געשעפט, עבסעלוטלי גארנישט, אה זיי לערנען דעוויזשען, ווי אזוי וועלן זיי וויסן ווי אזוי צו ציטיילן די קאר סערוועס צו וואדבערי קאממען צווישן די פיר לעידיס, זאלן זיי פרעיגן די מאן דרייווער, אדער ניצן א קאלקעלעיטאר, ווי אזוי וועלן זיי וויסען ווען מען ברויך מאכן א דאבל רעסעפי, אז צוויי אייער מיט צוויי אייער איז פיר אייער, דאס איז שוין טאקע נאר סקול, ניין אויך נישט מען קען ניצן די פינגער'ס, יעדע פינגער איז געגליכן צי איין איי, און אפציילן אלע פינגער'ס און אזוי וויסן וויפיל אייער מען ברויך.

זייט 23

זייט 23
טעקסט

"יא יא, די אויסגעקלאפטע הושענה, מען האט אים געשמיסן אויף דער ערד, די בלעטער זענען שוין אראפגעריסן, אפגעריסן און אפגעפליקט, אבער וואו לייגט מען אים? מען ווארפט אים ארויף אויפן ארון קודש!

ווען א איד שפירט זיך ווי אן אויסגעקלאפטע הושענה, וויפיל ער האט שוין פרובירט אלע וועגן מצליח צו זיין, איז אים קיינמאל נישט געגאנגען. ער פיהלט זיך ווי א טאטאלער דורכפאל ברוחניות ובגשמיות, זאל ער וויסן און געדענקען אז דייקא דעמאלט איז ער אויפן ארון קודש, קרוב ה' לנשברי לב, דער אייבערשטער האט ליב א צובראכן הארץ, און ווען דער אפגעפליקטע הושענה וועט עפענען זיין מויל און זיך אויסרעדן צום אייבערשטן, דאן וועט אויפשיינען זיין ליכט, און ער וועט מצליח זיין אויף א געוואלדיגע פארנעם!"

"דו מיינסט אז דו קויפסט אפ דעם אייבערשטן מיט דיין לערנען און דאווענען? דו מיינסט דער אייבערשטער דארף דיין טלית ותפלין? דו מיינסט אז דיין שבת איז עפעס ווערט? מי ביקש זאת מידכם רמוס חצרי? דער אייבערשטער דארף דיך בכלל האבן? מיט יעדע מצוה וואס דו טוסט געבסטו נאר מער כח פאר די סטרא אחרא! דו מיינסט דו זיצט אויפן ארון קודש און אלעס איז גוט? אפילו ווען דו זיצט אויפן ארון קודש ביזטו נישט מער ווי אן אפגעפליקטע הושענה!"

פילייכט ווייסן נישט די צוויי בעלי דרשנים אז זיי געפינען זיך אויף איין MP3 וואס ובלכתך בדרך האט ארויסגעגעבן לכבוד סוכות, און גראדע נישט צופיל אפגערוקט איינע פון די צווייטע.

יעדע זאך קען מען אנקוקן אויף צוויי וועגן, די זעלבע פאסירונג קען אפעקטירן מענטשן אויף גאנץ אנדערע וועגן, באזירט אויף וואסערע ברילן מען האט אנגעטוהן, די גאלדענע אדער די שווארצע.

די לעבן איז א אנזעץ, פרנסה איז בדוחק, דער באאס רודפ'ט, דער לענדלארד קריכט אויף די נערווען, שלום בית אויף הינקעדיגע פיס, קינדער נעמען ארויס די קישקעס, חברים ווילן מיר נישט, אלעס גייט מיטן פיטום אראפ.

דיין שכן אין בית המדרש, דער וואס דרייט זיך ארום מיטן ברייטן שמייכל, דער געשמאקער אינגערמאן מיט וועם יעדער וויל שטיין אין ווארט, און מען קען מיינען אז אים גייט אלעס גוט. טאקע ער האט די זעלבע צרות און פראבלעמען ווי דיר, און אפשר גאר מער. ער האט נאר אפגעמאכט אז דאס בלאזן און זיך ארומדרייען אנגעזעצט וועט אים גאנץ קנאפ ארויסהעלפן, אויב עפעס וועט עס נאר ערגער מאכן, האט ער זיך אנגעטוהן די גאלדענע ברילן און ער פרובירט צו קוקן אויף די גוטע זייט.

רבי אייזיק דער פיש כאפער האט אפגעמאכט אז די גאנצע סיבה פארוואס ער דארף זיך איבערארבעטן און האבן מער ארבעטערס און מער שיפן און מער געלט, דאס אלעס איז נאר ער זאל קענען זיצן רואיג ביים וואסער פרייליכערהייט, און דאס קען ער טוהן אויך יעצט אן זיך איבערארבעטן.

פארוואס ביזטו אנגעזעצט? ווייל דאס לעבן גייט דיר נישט גוט, דו ווילסט האבן געלט, דו ווילסט האבן נחת, דו ווילסט האבן רוחניות און גשמיות, אלעס פארוואס? נאר אז דאס זאל דיך מאכן פרייליך און צופרידן. נו, דאס קענסטו שוין יעצט טוהן, טאקע מיט אלע דיינע צרות און פראבלעמען, נאר מיטן אנטוהן די גאלדענע ברילן און קוקן אויף די גוטע זאכן וואס דו האסט יא, און אפילו ביי די שלעכטע זאכן, אויפזוכן די גוטס וואס ליגט דערין.

אל תאמר לכשאפנה אשנה, דו קענסט נישט ווארטן ביז אלע פראבלעמען וועלן ווערן געסאלווט און דאן זיין פרייליך, דאס וועט קיינמאל נישט געשעהן, און דאס איז נאך נישט געשעהן צו קיינעם אויף דער וועלט. וואס דו קענסט יא טוהן איז זיך אנהויבן צוגעוואוינען צו קוקן גוט אויף יעדע זאך, יעדע פראבלעם וואלט געקענט זיין ערגער, און אין יעדע צרה קען טרעפן אויך אן הרחבה, בצר ברחבת לי.

"וואס האב איך פון דעם אז יענער ליגט אין שפיטאל טויט קראנק, אז מיין קאפ טוט יעצט וויי?

זייט 24

זייט 24
טעקסט

וואס האב איך פון דעם אז יענער האט אנגעזעצט די האלבע שטאט און איז שולדיג געלט פאר די זון און די לבנה, אז איך קען נישט באצאלן מיין טעלעפאן ביל?

וואס האב איך פון דעם אז יענער ווארט שוין אויף קינדער צוואנציג יאר, אז איך קען מיך נישט קיין עצה געבן מיט מיינע קינדער וואס דרייען מיר אראפ דעם קאפ?"

ביזט טאקע 100% גערעכט. אבער וואס האסטו פון דעם וואס דו ביזט יעצט אנגעזעצט? עס וועט דיר עפעס העלפן? אויב יענעמ'ס צרות קען דיר גרינגער מאכן אז ביי דיר איז עס נאכנישט אזוי געפערליך, פארוואס זאלסטו נישט נוצן אלע מיטלען זיך צו מאכן גרינגער אויף די געוויסן, ווען דיין ענטגילטיגע ציהל איז דאך נאר צו זיין רואיג און צופרידן.

ווען עס פאלט ארויף א בארג אויפן קאפ, עס קומט אונטער עפעס גאר א שווערע איבערלעבעניש, דאן איז זייער שווער זיך צו האלטן פרייליך און קוקן אויף די גוטע זאכן וואס מען האט. די רגילות דארף זיך אנהויבן ביי די קלענערע זאכן, ביי די טאג טעגליכע זאכן וואס גייען די פארקערטע ריכטונג, דאן דארף מען זיך צוגעוואוינען צו קוקן אויף די גוטע חלקים, און דאס וועט העלפן ווען עס קומט די גרויסע קאטאסטראפע זאל מען זיך אויך קענען האלטן אין די גלייזן.

דאס זיין אנגעצויגן און נערוועז פון די שוועריקייטן וואס מען גייט אריבער, מאכט נאר ערגער דעם מצב. ווען מען איז נישט פרייליך האט מען נישט דעם קאפ אויפן פלאץ צו קענען טראכטן גלייך, צו קענען טראכטן א וועג ארויס פונעם פראבלעם. ווען מען פרובירט זיך צו האלטן רואיג און צופרידן, דאן קען מען טראכטן רואיג, און מען קען טרעפן א סעלושען צו סיי וועלכע פראבלעם.

"אבער ווי אזוי קען איך זיין פרייליך ווען דאס לעבן גייט מיר נישט גוט?"

טאקע דא שטעקט דיין פראבלעם, צופרידנהייט און שמחה קומט נישט ווען אלעס גייט גוט, דאס קומט נאר ווען מען געוואוינט זיך צו צו טראכטן גוט, צו אנקוקן זאכן גוט. עס לוינט זיך די אינוועסמענט זיך אנצושטרענגען צו קוקן אויף יעדע זאך גוט, דערנאך צאלט זיך עס אויס בכפל כפלים.

און מען לייגט צו א קורצע תפלה צום אייבערשטן: "באשעפער העלף מיר איך זאל זיך אויסלערנען צו קוקן מיט א גוט אויג אויף יעדע זאך, איך זאל זיין א פרייליכער מענטש, א צופרידענער מענטש, עס זאל זיך איבערגיסן פון מיר שמחה אז יעדער וואס שטייט נעבן מיר זאל אויך ווערן פרייליך".

אנשטאט שטיין מיטן פארגרעסערונג גלאז און זוכן די פינטעלעך אויפן אתרוג, נעם ענדערש דעם לאאפ און זוך אויף די גוטע זאכן וואס זענען באהאלטן אונטער די אלע שוועריקייטן וואס גייען אויף דיר אריבער, און דאן וועט דיר גוט זיין.

טראכט גוט, וועט זיין גוט.

א חג שמח!

און א זיס לעכטיג יאר!

זייט 25

זייט 25
טעקסט

זיך געבראכען צום דריק פון כוכב. דער כוכב ווייסט גענוי וואו און ווי אזוי צו עפלייען פרעשאור... (כ'האב אליין נישט געוויסט ווי פעש דער כוכב איז) גלייבטס ס'איז נישט בע'טעמ'ט. עניוועי העמער איבער געבן א באריכט פון פרישע פאקטן און טעאריעס וואס מיר זענען אויפגעקומען א דאנק דעם אראומע סומעטאכע.

קודם ווייסן מיר אז פישעלע האט א בחור א בעל גאה א חצוף און אן עז פנים, אזא אני ואפסי עוד סטייל. פאפט אריין ביז צוועלעף און רעדט צום טאטען מיט אן אלכסנדר-ביטול. כהאב שוין געזאגט מיין ווייב אז די שידוך מיט פישעל'ס בחור איז אויס, בטל ומבוטל, געקנסעלט, אראפ פון ליסט. הגם אונזער טאכטער איז זיך אויך ווערט דאס געלט, זי וויל נישט גיין קיין סימס און איר קלייד איז נישט גענוג ברייט מען זאל קענען אריינשטיפן א קישן מיט א דאכענע בצוותא חדא, אבער דאך, אזא פרא אדם קומט איר נישט.

נאכדעם איז געקומען די צווייטע באמבע אז בר דעת קויפט דעם בלאט און ער קען עס כמעט אויסעוויניג. באקומט אן עלערדזשיק

סך הכל פון די אראומעס

ריעקשן פון חטא הידוע, און עקספלאד ווען מען רעדט פון ביינדלך און כפרות.

בענדזשאמין פרענקלין

יואב האט געהאט אן אויסברוך קעגן האניג און בינען, הינדלן מיט באדדעמס און אלעס אינדערמיט. ווי עס קוקט אויס האט ער באקומען א רעיז פון זיין באסס און לאציך וואויל גיין אויף בשר גדיים וטליים. עס טויג אים מער נישט קיין טשיקן, דער פיין שמעקער, און מיר ארעמע מאסען ברויכן זיך דערשטיקן אויף טופי עסן לכבוד דעם.

רויטע וואנצעס ליידט אויף שכחה, ער האט יעדען אריינגעלייגט און די גראמען ממש יעדען, אויסער שטייצעך צוואצניג-דרייסיג ניקים וואס זענען נישט גענוג ווערד אז מען זאל רעדן פון זיי. און יעדער כאפט א שטיל שווייגענישט ביז ווילאנג דער ראש הקהל שטיפט ארויס דאס נאר פון זאק. כה לחי ראשקאל, פארן טוען די דערטי ווערק וואס קיינעם פאסט נישט. מיר זענען די אלע דאנקבאר פון די טיפענישן פון אונזער איגאו סיסטעם.

ווי עס שיינט האט פליקערס ווייב וואס איז שוין א טישטער העכער פינעף יאר נישט באקומען קיין רעיז. ער בייזערט זיך פארוואס מען נעמט נייע יונגע צוצעקלעך אנשטאט העכערן דאס געהאלט פון די אלטע. נו, שוין, וועק אפ די ריעלעטי. בד"וו מר פליקע, טישטע קומט מיט א רי"ש צום סוף.

וועגן איש עברי זעמער געוואויר געווארן אז ער פארשטייט נישט צו קיין נגינה. אין זיין מקוה רעדט מען פון פוטין, און אין זיין ישיבה האט מען געטוען מעשים מגונים רח"ל. אויך זוכט ער דרונגענד א נייע ווארט פארן טערמין "סיסטעם" עס גריצעלט אים שוין די אויערן (לכאורה איז ער קרוב צו די זעכציג). ווער עס טרעפט עפעס א ווארט זאל טעגן איש עברי'ן 911.

נאך א זאך וואס מיר זענען געוואויר געווארן איבער איש עברי אז ער האט געהאט א שכן ר' לעמיל און די מאמע זיינע האט אים געלאזט דארט פארברענגען איבער צוויי שעה אליין אן קיין משגיח. ווי איז נחום ווען מען דארף אים?

דער שטילער ינגערמאן גייט לכאורה ארום אויפן גאס מיט סטיטשעס אויף די מויל. ווען נישט וואלט זיך דער עולם זיך נישט געלאזט אזוי וויאויל גיין אויף זיין חשבון. כ'מיין טו מיר א טובה, אז מען הערט איינמאל א יאר א מעשה קען מען עס אראפשלינגן אבער אז דער עולם אביוזד אים אזוי וואו ער גייט און וואו ער שטייט, אין גראסערי סטאר, אין הארדווער און אפילו דער איידעלער מוכר ספרים מאכט אויך דאס גענאר פון אים, מוז עפעס זיין ראנג מיט שטילער. בהכרח מוז מען זאגן אז די סטיטשעס אויף די מויל רופט ארויס אזא אביוזער ריעקשען אפילו פון וואוילע מענטשן.

שטילער אין לנו עצה אחרת עפן אויף דיין פרעסער און געב צוריק מנה כפול אפיים און אלעס וועט זיך טשזענדזען לטובה.

אז כ'וועל באקומען צוואנציג לייקס וועל איך גיין ווייטער, אז נישט האט'ס מיר א גוטן קוויטל.

זייט 26

זייט 26
טעקסט

מילתא דבדיחותא בצחות והלצה נאמרים, להתענג בתענוגים, לשמח לבב אנשים, לכבוד חג וימי הסוכות הבאים.

סאו וואט

עס איז געווען אמאל א פיינער בחור, וועלכער האט נעבעך געהאט נאך פאר סוכות למז"ט ובשעטו"מ.

איין משוגעת, אז ער פלעגט צו זאגן איבערגעטריבענע גוזמאות, וכדומה, למשל ווען מען האט אים געזאגט שלום עליכם, האט ער דער שדכן נעמט אפיר דעם בחור, און ער זאגט אים, בחור טייערער, צוריק געענטפערט, שלום עליכם עליכם ועל בניכם יוסף ה' עליכם ועל דו ביזט דאך באמת א וואוילער בחור, דו האסט נאר איין קליינער בניכם ועל דורותיכם ראשיכם שבטיכם זקניכם שוטריכם ושופטיכם פראבלעם, אז דו האסט ליב שטענדיג צו זאגן גוזמאות, קום איך וכו'.

וועל דיך נעמען צו א איד וועלכער זוכט א וואוילן בחור, אבער יעצט איינמאל זאג נישט קיין גוזמאות, זאגט דער בחור וואס זאל איך טוהן? פרעגט מען אים, וויאזוי הייסטו, זאגט ער אברהם יצחק יעקב משה איך קען זיך נישט צוריקהאלטן, זאגט אים דער שדכן, ווייסטו וואס? אהרן יוסף דוד ראובן שמעון לוי יהודה יששכר זבולון וכו', מען האט איך וועל דארט זיין צוזאמען מיט דיר, און אז איך וועל זען אז עס גייט אים געפרעגט וואו לערענסטו? ענטפערט ער, איך לערן אין וויען אין ארויס פון די גדרים, וועל איך דיר געבן צי ביים רעקל אז דו זאלסט זיך טשעבין אין קארלין אין אושפיצין אין בורשטין אין בעסערמין אין בעהעיווען.

בערלין אין סטיטשין וכו'. וויפיל בחורים לערנען דארט אין ישיבה?

דעי זמן לערנען דארט דריי הונדערט טויזענט מיט פינעף הונדערט אומר ועושה דער בחור זיצט שוין דארט אין א גוטע שעה, און דער פינעף און זיבעציג, אבער קומענדיגן זמן קומען צו נאך זיבן און פערציג צוקונפטיגער מחותן זאגט אים שלום עליכם, און דער בחור ענטפערט טויזענט וועט שוין זיין זעקס הונדערט טויזענט מיט דריי הונדערט צוריק עליכם ועל, פרעגט ער אים וויאזוי הייסטו? זאגט ער אברהם און פיר און דרייסיג בחורים וכו'. איינער פרעגט אים, וואס טוט דיין יצחק יעקב מ, זאגט יענער זייער א שיינע נאמען אלע דריי אבות, און טאטע ער איז א בעל קורא? זאגט ער וואס? נאר א בעל קורא? ער ער פרעגט אים ווייטער וואו לערענסטו? ענטפערט ער אין וויען אין, איז א בעל תפילה א בעל תוקע א בעל גאוה א בעל תאוה א בעל פרעגט ער אזוי? וויפיל בחורים לערנען דארט אין וויען? זאגט דער דמיון א בל יראה ובל ימצא ובל תשחית ובל תשקצו וכו'. פרעגט אים בחור דריי הונדערט טוי, אזוי האט ער אים געהאלטן אין איין שטעלן יענער וואו וואוינסטו ענטפערט ער אין מאנטיסעלא אין מאנטעווידעא פראגען און דער שדכן זיצט זיך דארט אין דער זייט, און ער האלט אים אין מאונט גאמרי אין מאנטרעאל אין מאנסי אין מאנרא אין מאונט אין איין ציען דאס רעקל.

קיסקא וכו'. איינער פרעגט אים, וואו דאווענסטו? ענטפערט ער, איך וויל נישט זאגן, אפשר דאך, זאגט ער אקעי עס הייבט זיך אן מיט און ווען דער שדכן האט שוין געזען אז אט אט ווערט שוין דער שידוך, א ס', זאגט יענער אה סאטמאר, שרייט ער וואס רעדסטו סאטמאר איז ער ארויסגעגאנגען אין קאך טעלעפאנירען דעם אומגעדולדיגן סקולען סטראזניץ סטאלין סאסרעגען סיגוט ספינקא ספינקא טאטן פונעם בחור דערציילן אים די בשורה טובה אז ער קען שוין ספינקא סאמבאטהעלי סערדעהאלי סעמיהאלי סאנץ סענט-אגעטה אנגרייטן דאס געלט.

סענדז-סטריט סאוט-פאלסבורג סאן-פראציסקא וכו'. איינער האט אים געזאגט, איך הער אז דו קענסט אביסל חזנות? ענטפערט ער וואס און אינצווישן ווען דער שדכן איז נאך געווען אינדרויסן, פרעגט רעדסטו, חזנות שדכנות בדחנות ליצנות יושבי קרנות וכו'.

דער איד פון דעם בחור'ל, זאג נאר דיין טאטע האט שוין געבויעט זיין סוכה? ענטפערט ער אוודאי שוין פון פאראיאר פאר חנוכה האט בקיצור מען קען זיך שוין אליין פארשטעלען, אז פון קיין שידוך איז ער עס אנגעהויבן צו בויען, פרעגט יענער, נו איז עס כאטש א שיינע קיין רעדע נישט געווען, ווייל ווען ער איז נאר געזעצן ביי א פארהער סוכה? זאגט ער וואס רעדט איר, עס איז זיבעציג בלאקס די לענג, און ביים אבי המדוברת, האט ער זיך פאררעדט מיט זיינע גוזמאות, ביז אכציג בלאקס די ברייט, די סכך איז פון קופער, די ווענט זענען פון איינמאל ווען זיין טאטע האט צוגעזאגט שווערע געלטער פארן שדכן גאלד, די טיר איז פון זילבער, די פענסטערס זענען פון בריליאנטען און אויב ער קען באווייזן דעם קונץ אז זיין תכשיט זאל שוין א חתן ווערן דיימאנטען, יענער קוקט אים אן מיט וואונדער, און פרעגט אים אזוי?

זייט 27

זייט 27
טעקסט

זאגט ער וואס עס קען נישט זיין? זאגט יענער עס קען יא זיין, נאר פרוי פון זיין ברודער, ברענגט אריין אן עוף מיט א שאלה, דער ברודער

איך האב נאך קיינמאל אזוינס נישט געזען.

איז מעיין אין דער הלכה, און פסק'נט אז עס איז כשר, אבער ער גיט צו אז היות עס איז געווען דערויף א שאלה, וועט ער אליין שוין נישט

אינצווישן איז דער שדכן אריינגעקומען, און ער האט גלייך עסן דערפון. ווען דער ברודער דער עם הארץ האט דאס צוגעזען האט

באמערקט אז עפעס איז נישט אין ארדענונג, האט ער שנעל ער באשלאסן אז ער וועט זיך אויך אזוי פירן, און נישט עסן פון א זאך

געווינקען מיט די האנט פארן בחור אז ער זאל נישט מגזם זיין, און וואס עס איז געווען דערויף א שאלה.

בשעת מעשה פרעגט ווייטער דער איד אפשר קענסטו מיר זאגן ווי

הויך איז די סוכה? ענטפערט ער נישט אזוי הויך בערך דריי טפחים, ער איז געבליבן זיצן ביים ברודער ביז ערב סוכות, דאן האט ער

זאגט דער איד, איך פארשטיי נישט, אז דיין טאטע האט זיך געקענט געזען ווי די רביצין קומט אריין און דערציילט, אז די קינדער האבן שוין

ערלויבן צו בויען אזא גיגאנטישער סוכה, פון זיבעציג בלאקס די געענדיגט בויען די סוכה, האט דער ברודער דערמאנט זיין פרוי אז מען

לענג, און אכציג בלאקס די ברייט, מיט קופערנע סכך, און גאלדענע דארף אכטונג געבן סוכות נישט אריינצוברענגען טעפ אין די סוכה,

ווענט, מיט זילבערנע טירן, און בריליאנטענע פענסטערס, האט ער צוליב'ן כבוד פון דער סוכה.

זיך נישט געקענט ערלויבן צו בויען אביסל א העכערע סוכה?

ענטפערט אים דער בחור, מיין טאטע וואלט זיך שוין איינמאל געקענט ערלויבן, נאר דער שדכן ער לאזט נישט.

דער גאון און צדיק רבי חיים חזקיהו מדיני, בעל מחבר "שדי חמד", פלעגט דערציילן אט-די מעשה, וואס ווייזט אז לא עם הארץ חסיד, און אז מען לערנט נישט קיין הלכות, קומט ר"ל צו מכשולות:

עס זענען געווען צוויי ברידער, וואס איינער פון זיי איז געווען אן אויסגערופענער תלמיד-חכם, און א חשוב'ער רב, און דער אנדערער איז געווען א סוחר, און דערצו א רעכטער עם-הארץ. איין טאג האט דער סוחר געפרעגט זיין

הערנדיג דאס, האט דער ברודער דער עם הארץ מחליט געווען, אז ער האט שוין קונה געווען גענוג הלכות, און קען שוין אהיימפארן. אנקומענדיג אהיים, האט ער אנגעזאגט זיין פרוי אז זי זאל געדענקען אכטונג צו געבן נישט אריינצוברענגען טעפ אין דער סוכה, ווייל עס איז נישט קיין כבוד פאר דער סוכה.

די ערשטע נאכט סוכות איז ער געגאנגען דאווענען דעם יום-טוב'דיגן מעריב, מיט גרויס שמחה, און דאן זיך געגרייט צו פראווען די שיינע יום-טוב'דיגע סעודה. ווי-נאר ער איז אריינגעקומען אין דער סוכה, האט די בני-בית דערציילט דעם גרויסן נס וואס איז זיי געשען, ווי די סוכה איז שיער נישט פסול געווארן: איינער פון די קינדער האט בטעות אריינגעברענגט א טאפ אין דער סוכה, איז זי שנעל געלאפן צום רב פרעגן צי די סוכה איז פסול

פרוי, פארוואס יעדער איז מכבד זיין ברודער דעם רב, בעת אים גיט געווארן, אבער דער רב האט געענטפערט אז ניין, די סוכה איז נישט

קיינער נישט אפ קיין כבוד. האט די פרוי אים געענטפערט. "ווייל דיין פסול געווארן און מען קען דארט רואיג עסן און שלאפן!

ברודער איז א מדקדק במצוות, ער פירט זיך אויף שטארק ערליך ווי די הלכה איז, דעריבער איז אים יעדער שטארק מכבד."

הערנדיג די רייד, האט דער מאן געזאגט, "אמת, דער רב האט גע'פסק'נט אז די סוכה איז נישט פסול געווארן, אבער איך וועל שוין

האט דער סוחר געטראכט צו זיך, אז פון היינט און ווייטער וועט ער דארט מער נישט קענען עסן און שלאפן, וויבאלד עס איז געווען

אויך זיין א מדקדק במצוות, און אזוי וועט ער אויך געניסן פון גרויס דערויף א שאלה..."

כבוד. ער האט באשלאסן צו פארן צו זיין ברודער, זיך צוקוקן צו זיינע מעשים פון דער נאענט און אנהייבן זיך אזוי צו פירן.

און דער ברודער וועלכער האט זיך אנגעהויבן פירן ווי א "תלמיד-חכם", איז אריין מיט דער גאנצער משפחה אין הויז עסן...

וכך הוה. אנקומענדיג צו זיין ברודער, האט ער געזען ווי די רביצין, די (הליכות החיים פון הרב ראזענפעלד שליט"א פון סקווירא)

זייט 28

זייט 28
טעקסט

איינער האט אמאל אויפגעהאנגען און זיין סוכה א צוויבעל, מיט א דעם ערשטען טאג יו"ט ווען מיין טאטע האט מיך אויפגעוועקט צום דאווענען, האבעך איהם געזאגט: "איך שלאף דאך יעצט אין סוכה, און פעדער אריין געשטעקט.

עוסק במצוה פטור מן המצוה..."

דער חבר האט אוהם געפרעגט וואס איז דאס?

האט ער גענטפערט, דאס איז בצל כנפיך (דער ב' מיט א פתח דער צ' פרעג איך יענעם: "האט עס געארבעט?"

מיט א צירי).

פרעג נישט, מיין טאטע האט מיך געגעבען אזא שטויס אז כ'בין שוין * * * געוועהן א מצטער פטור מן הסוכה..."

וואס בין איך?

א גאנץ יאר באנוץ איך זיך מיט דיר, אבער סוכות באנוצטו זיך מיט מיר. * גזירה שוה חמשה עשר חמשה עשר, ביידע מאל (סיי פסח און סיי אביסעלע אנדערש, תפילה איז א דרבנן, אין סוכה איז א דאורייתא... * * * סוכות) ווערט די שלאק פערטיג צום זמן... והמבין יבין.

איך שלאף אין סוכה און דער ווייב אינדערהיים. תשבו כעין תדורו. * * * א אלטער בחור האט געזוכט א שידוך, ער האט זיך געוואלט * * * אינטערנעמען א סגולה, צו זאגן 40 טעג פרק שירה, אבער נערווען דער מדרש זאגט, אמר הקב"ה לאברהם, אתה אמרת והשענו תחת דערצו האט ער נישט געהאט, האט איינעם פארגעשלאגן אז ער קען העץ חייך שאני נותן לבניך מצוות סוכה.

אויסלאזן יעדע צוויי טאג, ווייל ווייניגער ווי דריי פסק'ן מיר דאך לבוד, זאגט מען נאך פון א גדול, אז די סיבה פארוואס אברהם אבינו האט סך הכל דער בחור האט זיך געזעצט זאגן פרק שירה דורך לבוד, און ער ארויס געטראגן זיינע געסט אונטערן בוים, איז געווען ווייל ער האט זיי געוואלט אוועק נעמען פון די אויגן פון שרה אמינו, ווייל אשה עיני' האט אנגעטראפן א דופן עקומה.

צרה באורחים. און דעריבער באקומען אידן אין דעם זכות די מצוות * * * א איד האט זיך געמאכט א סוכה מיט אלע קולות, וואס עס איז נאר סוכה, וואו נאר די מענער דארפן זיצן, און די פרויען בלייבן זיצן אין שטוב, און זיי זענען נישט קארג און קאנטראלירן נישט וויפיל מען דא, עסט, אזוי קען מען עסן בהרחבה אוועק פון זייערע אויגן...

לבוד, דופן עקומה, צלתה מרובה מחמתה, וכו' וכו'..

* * * די ערשטע נאכט יו"ט האט מען עם געגנבעט די לייכטער.

א טאג שפעטער קומט ער צום רב מיט טענות, היתכן ווי אזוי האט מען מעשה שהי': ביי די שמחת בית השואבה פון א געוויסע הויף, איז געווען די מנהג, אז יעדע נאכט ביים עם געקענט גנבענען די לייכטער, לויט די עריכת השלחן, האבן זיך אויסגע'שורה'ט גמרא איז עס דאך א פארהאקטע סוכה נעבן רבי'ן, אלע וואס טראגן דעם נאמען פון אלע זייטן פונ'ם אושפיזין פון יענעם טאג, און מען איינער האט א תירוץ?

האט געזאגט פאר'ן רבי'ן א פסוק, פון * ווי אימער וואס שטייט דארט די נאמען די מעשה גייט, אז די רב האט אים פונ'ם אושפיזין, און די רבי האט אויפ'ן געזאגט "מסתמא איז דער גנב געווען אן פלאץ געזאגט א תורה אויף דעם פסוק. עם הארץ"...

איין יאר אינ'ם טאג פון אושפיזא דמשה, * * * האט זיך פארשמעקט פאר א יונגערמאן אין א שיעור מסכת סוכה, מיט'ן נאמען משה .... אנטיילצונעמען דער מגיד רעדט ארום דער ענין פון מיגו ביים שמחת בית השואבה, און זייענדיג דהוה דופן לענין סוכה הוה דופן לענין א יונגערמאן וואס בדיחא דעתי' תמיד, שבת, אז מען קען דארט טראגען.

האט ער זיך געשטעלט אין די שורה רופט זיך אהן איינער: אבער מען זאגט צוזאמען מיט אלע משה'ס, וואס האבן דאך מיגו להוציא לא אמרינן...

פארגעלייגט זייער פסוק, און הערנדיג א * תורה כנ"ל.

והתירץ הוא, דבשבת אומרים ואפיק ית עמך "מגו" גלותא, הרי לך דבשבת ענדליך קומט שוין זיין רייע, ער שטייט אמרינן מגו להוציא...

ביים רבי'ן, און זאגט הויעך: אותנו ואת כל * * * זמן תפלה איז א דרבנן. שלאפען אין סוכה איז א דאורייתא. מי נדחה אשר לנו כ"מו-ש"נתברכו אבותינו.....

מפני מי???

די רבי ברוב ענותנותו האט זיך שטארק צושמייכלט, אבער די חסידים * וואס האבן אויך אויסגגעפלאצט אין געלעכטער האבן אים פארטריבן א בחור האט מיר פארציילט זיין געניאלען איינפאל:

פון דארט בשן ועין.

זייט 29

זייט 29
טעקסט

אפשר איז געווען די פעלער ווייל דארט שטייט 'כ'מושה, נישט 'משה' אליין...

* * * דער אתרוג סוחר זאגט מיר, אז א בלאט פלעק איז בכלל נישט קיין חיסרון. אדרבה, עס איז גאר א מעלה, ווייל אזוי ווייסט מען עס איז אן אתרוג, נישט קיין לעמאן. האב איך איהם געפרעגט צי אהנע בלאט פלעק, געבט ער מיר ביליגער, ווייל עס האט נישט אט די מעלה?

* * * די וועלט זאגט אז עס איז דא דריי זאכען וואס מען זיכט, און מען וויל נישט טרעפען.

1)חמץ בפסח 2) א פלעק אויף אן אתרוג 3) און א איידעם וואס וועט בלייבען ביים לערנען כל ימיו.

* * * פאריאר ערב פסח, ביים פארברענען דעם חמץ, שלעפט זיך א אידל מיט זיין לולב, און ער גרייט זיך עס אריינציווארפן אין פייער כנהוג... גיט אים איינער א פרעג, ס'איז א דערי לולב? א אינגל וואס האט עס געהערט, פרעגט ער, טאטי? אה! פארדעם פארברענט ער עס, ווייל ס'האט אנגערירט פליישיגס?

* * * סוכות אין בית מדרש, זעהט מען א יוד כאפט די אתרוג און ער וויינט בכיות נוראות עד לב השמים.

פרעגט מען עם וואס איז געשען?

זאגט ער: איך האב געהערט אז חמשה עשר בשבט דארף מען דאווענען צו האבן א שיינעם אתרוג סוכות, דאן האב איך באשלאסן אויך דאווענען סוכות אז איך זאל האבן חמשה עשר בשבט פיינע איינגעמכטץ פון מיין אתרוג...

* * * לעמעך: מ'זאגט ביים דאווענען "פיטום הקטרת" - א פיטום קומט דאך אויף א אתרוג, דו האסט שוין דען אמאל געזען א פיטום אויף קטרת? געצל: נו, קוק ווייטער, דאס טאקע וואונדערט זיך די סידור אליינס: "כיצד"?...

* * * עס איז געווען א ארימאן א ליטוואק, האט געהאט ספעציעלע כוונות ביי די נענועים, כמנהג אשכנז, ער האט דאך געמוזט בארגען געלט פון יעדער אין שטעטל, זאגט ער, רבוש"ע, איך בין שולדיג הערשעל אין מזרח, יענקל אין דרום, בערעל אין מערב, שמערעל אין צפון, הייבט ער אויף דער לולב און זאגט, אבער אייבערשטער דו אויבען אין הימעל, און גייענדיג אראפ מיט'ן לולב, בעהט ער, טו מיר א טובה און לייג זיי אלע אריין טיף אין דער ערד....

* בשם הרה״ק מראפשיץ בנוסח אחר קצת והנה: למעלה: דו גרויסער באשעפער ווייסטאך: למטה: אז כאב זיי אלע אין דרערד...

* * * אן אלטער איד זאגט: א היכי תמצא, די גמ' זאגט אז א נדר פון נישט שלאפן דריי מעת לעת איז בטל אויף די מינוט, ווארום א מענטש קען נישט אויפזיין דריי מעת לעת, למעשה בין איך אמאל געשלאפן גאנצע דריי וואכן...

טאקע? פרעגט אים, מסתמא נאך די מלחמה ווען ס'איז געוועהן טיפוס וכדומה, ניין, זאגט ער שוין דאהי אין אמעריקא, ווען?

הושענא רבה ביי משנה תורה.... איך בין איינגעשלאפן ביי ואתחנן און זיך אויפגעוועקט ביי כי תצא.....

* * * די רבנים פלאנען ארויסצוקומען מיט א קול קורא מען זאל ליינען משנה תורה אין די סוכה, צו אפהיטן טויזענטער אידן פון שלאפן חוץ לסוכה... * * * ס'איז געוועהן אן עם הארץ, וואס האט געזען שמחת תורה אין שול, ווי מען ליינט איבער וזאת הברכה נאכאמאל און נאכאמאל, רופט ער זיך אן, "פארשטייסטו מיר? א גאנץ יאר האבן זיי זיך געווארפן מיט סדרות אין גרויסן, יעדע וואך א פרישע סדרה, אמאל אפי' צוויי סדרות אין איין וואך, יעצט זענען זיי געבליבן מיט גארנישט, גוט פאר זיי..."

* * * דער רב האט געזעהן ווי אן עם הארץ טאנצט שמחת תורה מיט אייפער. "וואס האסטו זיך צו פרייען?" פרעגט ער מיט שפאס.

"אויף יו"כ ווען איך האב געקלאפט על חטא... בכפת שוחד, איז עס געוועהן אויף אייערע עבירות, יא? אצינד פריי איך מיר מיט אייער תורה?" * * * געהערט אין א שיעור: אלע יודען טאנצען אין שמחת תורה, ווער איז דער חתן?

לא'מיר זיך מתבונן זיין ביי א חתונה - יעדער טאנצט, ווער איז דער חתן? דער וואס נעמט שפעטער אהיים די כלה!