פרי עט הדר — סוכות תשע״ו
אן עקסטערע ביילאגע לכבוד סוכות תשע״ו, מיט ארטיקלען, דערציילונגען און הומאר פון די שטיבל שרייבער.
יעדער זייט ווערט געוויזן אלס בילד, און אונטער אים דער טעקסט. דער טעקסט איז ארויסגענומען פון דער PDF; ביי שווערע אויסשטעלן (שפאלטן, קעפלעך, פונקטירטע ווערטער, ספעציעלע שריפטן) קען ער זיין צומישט — דאס בילד איז דער ריכטיגער. ביי 12 זייטן איז דער טעקסט געלייענט פון בילד (OCR, ⓞ) און קען האבן טעותים.
- מה הוא
- אריינפיר
- ריכטיגער עונג יו"ט. ואלו הם, כל אחד בשמו הטוב: ; ; ג. יונגל; ו. העיר; א. חכם; כ.
- הקדמה
- -קענען גוים אויך קריגן א שטיקל לויתן?
- -דער לויתן לויט חז"ל: פשוט כפשוטו? מוגזם"דיג? אדער א משל-סוד?
- הוספה צום פריערדיגן ארטיקל איבערגעארבעט פון קאווע שטיבל
- נאך וואריאציעס פון דעם ליד
- גיי גלייב ג. אינגל
- אונזער עקספרעס
- ישיבת יצחק אלחנן )קאוונע( אפיליאירט מיט YU Yeshiva University))
- שמחת החיים, א מתנה מיר האבן שוין יעצט.
- וויאזוי צו נוצן מחשבה אין א געזונטע וועג.
- דער קשר צווישן מחשבה און שטימונגען – מאוד סווינגס )mood swings(
- די רעגנבויגן פרעספעקטיוו
- -ביזנעס פלענער מיט ישוב הדעת -דער שעדליכער קארטל
- -דער דרך וויאזוי צו צו גיין צו די ספרי הפוסקים:
- 'חג הסוכות'.
- ולשמחה מה זו עושה.
- דער בלינדער ציג
- חוקי התורה
- "אַנומאַ עליש" – די געשיכטע פון בריאת העולם
- לכבוד יום טוב
- אונזער שרעק פונעם עץ החיים
- -א לעבן בדיעבד.
- תולדות הפיוט
- רבי דוב בער פון ליעווע )בערניו( ‐ וואס האט דארט פאסירט?
- איך בין א ניגון — בר כוכבא
- שמחת יום טוב ושמחת תמיד
זייט 1
טעקסט
בעזהשי“ת
חג הסוכות
שנת תשע"ו לפ"ק
עקסטערע ביילאגע
GIUD\L[
CE]TLMLLCRHW
UHHCZ\ODLK
זייט 2
טעקסט
רעדאקטער:
מושב זקנים גרעפיקס:
מה הוא
שרייבער:
א. חכם; ג. אינגל; ג. ; י. שמים; כ. מגיד; ל.פ.ב. פעסט; מ. זקנים; פ. פיטעס; ו. העיר; ; ר.
וואנצעס; ב. כוכבא; .
רעדאגירער:
מ. זקנים; ; ; ; ש. דיג.
ספאנסער:
פ. פיטעס; ; ; מבקר; ס. בטיון; .
אינהאלט
אריינפיר ... 3 לויתן ... 4 ווער וועט באשיינען די סעודה'ניו ... 11 גשמיות מוז מען אריינכאפן אויף די וועלט .. 16 גיי גלייב ... 18 די נישט עבודה פון שמחת החיים ... 22 חג האסיף ... 26 סעווינגס אקאונט ... 28 דער משוגע'נער טשורטשיל ... 31 מנהג תשליך ... 38 דער פונקטליכער מולד ... 41 דער אמאליגער דרך הלימוד ... 44 אידישקייט-אידעאלן, און קאנסעקווענצן .. 47 חג הסוכות ... 50 ולשמחה מה זו עושה ... 62 דער בלינדער ציג ... 63 חוקי התורה און חוקי חמורבי ... 64
א גריס פון קאווע שטיבל ... 69
אונזער שרעק פונעם עץ החיים ... 70 רבי שמעון בר יוחאי סניגור של ישראל ?! .. 73 א לעבן בדיעבד ... 75 די אויסוועלניקעס ... 76 די השתדלות פון שירה און פיוט ביי אידן ... 77 תולדות הפיוט ... 78 דער פילקע שפיל ... 80 כפה עליהם הוט כגיגית ... 81 וקנה לך חבר ... 84 פארוואס זענען מיר דא? ... 87 רבי דוב בער פון ליעווע ... 91 קידושא רבא אחר התפילה ... 97
גראמען און פאזיע ... 99
זייט 3
טעקסט
אריינפיר
ברוך שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה.
דער הייליגער און לעכטיגער יו"ט סוכות איז שוין דא. מיר זיצן שוין אלע אין די סוכה החביבה ונהנים מזיו השכינה, די פארשידענארטיגע בלעטער זענען שוין צוזאמען געבינדן גרייט געשאקלט צו ווערן מיט ערהויבענע ליבע און דביקות אינאיינעם מיטן וואונדערליכן דופטיגן פרי עץ הדר.
נאך א לאנגע און שווערע ארבעט פון עטליכע וואכן, האלטן מיר שוין ענדליך דא: דער אינהאלסרייכער אויסגאבע "פרי עט הדר" שטייט שוין פאר אייערע אויגן ברוב פאר והדר, אנגעפילט מיט גאר רייכע ארטיקלען, מפרי עטם פון די בעסטע שרייבער אינעם קאווע שטיבל פארום בפרט, און אינעם אלגעמיינעם אידיש רעדנדן וועלט בכלל.
מיר האבן א נאמען געגעבן דעם אויסגאבע 'פרי עט הדר', על שם די 'פרי עץ הדר' וואס מיר באנוצן זיך דערמיט אום יו"ט סוכות. און ס'איז נישט קיין צופעליגער נאמען. נאר פונקט ווי דער אתרוג איז דער שענסטער פרי העץ, אזש אין תורה ווערט עס דערמאנט אלס דער 'פרי עץ הדר', אזוי אויך איז אונזער אויסגאבע דער 'פרי עט הדר', די בעסטע שרייבער מיט רייכע געדאנקען האבן געשריבן הערליכע שיינע ווערק.
דערפאר טראגט דער אויסגאבע מיט רעכט דעם פראכטפולן נאמען "פרי עט הדר". זייענדיג א זעלטן רייכער אויסוואל פון גאר אינטרעסאנטע און תוכן'פילע ארטיקלען, וואס זענען דא אהער געשטעלט געווארן דורך די חשוב'ע חברי הקאווע שטיבל. ארטיקלען וואס ווייניג באצאלטע אויסגאבעס באווייזן אהערצושטעלן. ארטיקלען פון א גאר ברייטער ספעקטרום פון נושאים, טייל פון זיי גאר פונדאמענטל וואס איז נאך נישט באהאנדלט געווארן אין א היימיש אידישער אויסגאבע.
עס איז אונזער האפענונג, אז גלייך ווי דער 'פרי עץ הדר' שטעלט מיט זיך פאר אהבה ואחדות, זאל דער גליון 'פרי עט הדר' אויך משפיע זיין אהבה ואחדות צווישן די חברי השטיבל באגודה אחת בלבב שלם.
מיר ווילן זיך באדאנקען פאר אלע חברים היקרים וועלעכע האבן צוגעהאלפן בעקיפין ובמשרים מיטן אויסגאבע. די אלע וואס האבן געשטופט און געגעבן די קוראזש אנצוגיין מיטן פראיעקט.
זייט 4
טעקסט
און פארשטייט זיך, אז ווען נישט די חשוב'ע כותבים שיחיו וואלט זיך די גאנצע זאך נישט אנגעהויבן,
און מיר טוען זיי טאקע דאנקען מכל הלב פארן מהנה זיין טויזנטער אידן איבער די וועלט מיט א
ריכטיגער עונג יו"ט. ואלו הם, כל אחד בשמו הטוב: ; ; ג. יונגל; ו. העיר; א. חכם; כ.
מגיד; ; י. שמים; פ. פיטעס; מ. זקנים; ר. וואנצעס; ל.פ.ב. פעסט.
אויך די וואס האבן זיך אנגעשטרענגט אהערצושטעלן ארטיקלען אבער מחוסר זמן האבן זיי דאס
נישט געפערטיגט און מיר האבן דאס נישט געקענט אריין לייגן ווילן מיר באדאנקען, ואלו הם: יידל;
בר כוכבא; קאצקע צוקער; פלאוויוס; און . מיר האפן זייערע ארטיקלען צו זען לאור אין א
קומענדיגער אויסגאבע פון קאווע שטיבל וואס וועט האפענטליך ארויסקומען בקרוב.
און אזוי אויך דארפן מיר באדאנקען די חשוב'ע מגיהים, הלא הם: ; ; ש.מ.קעדיג;
און . וועלכע האבן אויסגעבעסערט די לשונות און גראמאטיק.
א ספעציעלן דאנק פאר וואס מיט זיין שטופ און פאקטישע הילף האט זיך דער פראיעקט
אנגעהויבן, און מיט זיין שטופ און פאקטישע הילף האט דער פראיעקט ממשיך געווען, ביז מיר האבן
עררייכט לברך על המוגמר.
אויך ווילן מיר ספעציעל באדאנקען פאר ג. וואלדיג פארן שטיין צו די האנט ווען מען האט געדארפט
הילף, און ספעציעל פארן זיך אפגעבן מיטן אפטיילונג "א גריס אייך פון קאווע שטיבל".
און מיר קענען נישט און טארן נישט פארגעסן, פון דער וואס האט אריינגעברענגט און אויפגעבויט
דעם רעיון פון ארויסגעבן א יו"ט העפט דורך די חברי השטיבל, און טאקע לויט די אינספיראציע פונעם
פה-סח אויסגאבע האבן מיר געארבעט אויפן "פרי עט הדר", הלוא הוא ידידינו הדגול כוכב שיחי'.
ואחרון אחרון חביב, דארפן מיר באדאנקן בפה מלא אונזער חשוב'ער מיטארבעטער, דער טאלאנטפולער
גראפיקער שכבר איתמחי גברא ואתמחי קמיע מיטן בארבעטן דעם פה-סח, הלוא הוא ידידינו מה הוא,
וואס מיט זיינע געניאלע רעיונות און אפפערוויליגקייט האלטן מיר ביים מצב פון 'ותלמודו בידו', און
ווען נישט אים וואלט דער גליון פשוט נישט געקענט צושטאנד קומען. בשם אלע חברי השטיבל, און
יעדער וואס וועט נהנה זיין פון דעם אינהאלטסרייכן אויסגאבע, וויל איך דא אויסדריקן א הארציגע
יישר כח פאר די הערליכער ווערק, און אן א שיעור שעות ארבעט מיט געטריישאפט.
צוליב חוסר זמן האבן מיר נישט געקענט אניאגן לברר ולדייק כל תג ותג, און דעריבער זענען מעגליך
אריינגעפאלן טעותים אין גראמאטיק און אין אויסדרוקן, וואס מיט מער צייט וואלט עס נתברר געווארן,
ספעציעל אין דעם אפטיילונג "א גריס אייך פון קאווע שטיבל" וואס די צייט האט נישט ערלויבט א
בדיקה הגונה, דעריבער בעטן מיר אייך, טאמער באגעגנט איר זיך מיט א פארדרוסליכער טעות זאלט
איר דאס אננעמען מיט פארשטענדעניש און פראבירן דאס מיט צו טיילן מיט די עורכים ,
געוואלדיג, ואני הק' מושב זקנים.
עס בלייבט אונז בלויז איבער צו וואונטשן א ליינען מיט פארגעניגן, און איר זאלט אלע האבן א שמחה
ועונג יו"ט, וואס איר וועט אודאי קענען מקיים זיין דעם 'ושמחת בחג' דורך ליינען דעם אויסגאבע.
ממני ידידכם,
מושב זקנים
זייט 5
טעקסט
הקדמה
"יְהִי רָצוֹן מִלְּפָנֶיךָ ה' אלקינו ואלקי אֲבוֹתֵינוּ, כְּשֵׁם שֶׁקִיַּמְתִּי וְיָשַׁבְתִּי בְּסוּכָּה זוּ, כֵּן אֶזְכֶּה לְשָׁנָה הַבָּאָה לֵישֵׁב בְּסוּכָּה שֶׁל לִוְיָתָן". דער יהי רצון איז געבויט אויף די ווערטער פונעם פסיקתא: "כל מי שמקיים מצות סוכה בעוה"ז, הקב"ה מושיבו בסוכתו של לויתן לעתיד לבוא". - ווער עס איז מקיים מצוות סוכה אויף די וועלט, וועט אים דער אייבישטער זעצן אינעם סוכה פונעם לויתן אויף יענער וועלט. דאס איז ווארשיינליך אלס א שכר בגדר 'מידה כנגד מידה.
סוכות איז אבער נישט די איינציגסטע מאל וואס מיר באגעגענען זיך מיטן אגדת הלויתן. עס איז פאר יעדן באקאנט דער דראמטישער שילדערונג אין די שבועות'דיגע הקדמות, איבער'ן מלחמת הלויתן עם השור הבור. און ווער קען דען נישט דעם ניגון וואס שילדערט דעם גרויסארטיגן סעודה לעתיד לבוא: "דעם שור הבור מיטן לויתן וועלן מיר עסן אויף דער סעודה'יו"?! אויך ווייסט יעדער אז דער לויתן איז מוגזם'דיג גרויס, אזש די גרויסע ערד ציטערנישן ווערן פאררופן אויפן לויתן'ס טרייסלונגען. אבער וויפיל מאל האט איר זיך אפגעשטעלט אריינטראכטן: מי הוא זה ואיזה הוא. וואס פאר א באשעפעניש איז דאס דער לויתן? איז דאס א פאקט אדער א משל? געפונען מיר סיי וועלעכע התייחסות צום לויתן אין תנ"ך אדער חז"ל? איז דא א זכר ונקבה פונעם לויתן? און וואס אייגנטליך איז דער גליק פון זיצן אין א
סך הכל, מיר האבן נישט קיין אנונג פון וואס עס האנדלט זיך דא, והגיע הזמן להסיר את הלוט מעל פני הלויתן זכור לטוב. דער לויתן ווערט דערמאנט -אויסער אין די ספרי הראשונים-אויך אין חז"ל און אין פילצאליגע פסוקי התנ"ך, בשמו הידוע און ווי אויך מיט אנדערע כינויים, און לויט זייערע ווערטער וועלן מיר אדורכגיין דאס לעבן פונעם לויתן, זיינע פירונגען און זיין ציל א.א.וו.
-דער לויתן אין פסוק:
פינף מאל ווערט דער לויתן דערמאנט אין תנ"ך, און דערויף שילדערן חז"ל בהרחבה א גאנצע שורה פון אגדות איבער די לעגענדארע כח פונעם לויתן, זיין מהות, און זיין סוף און תכלית. די חכמי קבלה ברענגען פרישע שילדערונגען און גייען אריין טיפער על פי סוד איבערן תפקיד וסוד של הלויתן.
לאמיר אנהייבן מיט די פסוקים וואס רעדן פונעם לויתן, און באקומען א נאנטערע בליק צום גרויסן פיש - לויתן, ע"פ הכתובים: צו ערשט לאמיר ברענגען די צוויי פסוקי תהילים מיט וואס מיר אלע זענען באקאנט:
א( אַתָּה רִצַּצְתָּ רָאשֵׁי לִוְיָתָן, תִּתְּנֶנּוּ מַאֲכָל לְעָם לְצִיִּים )תהלים עד, יד(.
ג( מָה-רַבּוּ מַעֲשֶׂיךָ, ה", כֻּלָּם בְּחָכְמָה עָשִׂיתָ, מָלְאָה הָאָרֶץ קִנְיָנֶךָ וגו", זֶה הַיָּם גָּדוֹל וּרְחַב יָדָיִם וגו", שָׁם אֳנִיּוֹת יְהַלֵּכוּן, לִוְיָתָן זֶה יָצַרְתָּ לְשַׂחֶק בּוֹ )תהלים קד, כד-כו(.
זייט 6
טעקסט
אצינד לאמיר ממשיך זיין מיט פסוקי התנ"ך איבערן לוויתן מיט וואס נישט יעדער איז ווארשיינליך באקאנט:
ג( בַּיּוֹם הַהוּא יִפְקֹד ה' בְּחַרְבּוֹ הַקָּשָׁה וְהַגְּדוֹלָה וְהַחֲזָקָה, עַל לִוְיָתָן נָחָשׁ בָּרִחַ, וְעַל לִוְיָתָן נָחָשׁ עֲקַלָּתוֹן, וְהָרַג אֶת-הַתַּנִּין אֲשֶׁר בַּיָּם )ישעי' כז, א(.
דאס דערמאנט שוין אביסל די שילדערונג פונעם בעל הקדמות, כאטש מיט היבשע שנויים. )שפעטער וועלן מיר אריין גיין אין די סיבות פון די שנויים פונעם בעל הקדמות(.
ווייטער געפונען מיר דעם באשעפעניש בתחילת דברי איוב:
ד( הִנֵּה הַלַּיְלָה הַהוּא יְהִי גַלְמוּד, אַל-תָּבוֹא רְנָנָה בוֹ: יִקְּבֻהוּ אֹרְרֵי-יוֹם, הָעֲתִידִים עֹרֵר לִוְיָתָן )איוב ג, ז-ח(.
און צום לעצט לאמיר ברענגען די מערסט אינטרעסאנטע פסוקים איבערן לויתן, וואס געפונט אין די שפעטעריגע טיילן פון איוב וואו דער באשעפעניש ווערט דער איינציגסטער מאל אין תנ"ך געשילדערט מיט איינצעלהייטן:
ה( תִּמְשֹׁךְ לִוְיָתָן בְּחַכָּה וּבְחֶבֶל תַּשְׁקִיעַ לְשֹׁנוֹ וגו', דַּלְתֵי פָנָיו מִי פִתֵּחַ, סְבִיבוֹת שִׁנָּיו אֵימָה וגו", עֲטִישֹׁתָיו תָּהֶל אוֹר, וְעֵינָיו כְּעַפְעַפֵּי-שָׁחַר. מִפִּיו לַפִּידִים יַהֲלֹכוּ, כִּידוֹדֵי אֵשׁ יִתְמַלָּטוּ. מִנְּחִירָיו יֵצֵא עָשָׁן, כְּדוּד נָפוּחַ וְאַגְמֹן. נַפְשׁוֹ גֶּחָלִים תְּלַהֵט, וְלַהַב מִפִּיו יֵצֵא. בְּצַוָּארוֹ יָלִין עֹז, וּלְפָנָיו תָּדוּץ דְּאָבָה. מַפְּלֵי בְשָׂרוֹ דָבֵקוּ, יָצוּק עָלָיו בַּל-יִמּוֹט. לִבּוֹ יָצוּק כְּמו-ֹאָבֶן, וְיָצוּק כְּפֶלַח תַּחְתִּית. מִשֵּׂתוֹ יָגוּרוּ אֵלִים, מִשְּׁבָרִים יִתְחַטָּאוּ. מַשִּׂיגֵהוּ חֶרֶב בְּלִי תָקוּם, חֲנִית מַסָּע וְשִׁרְיָה. יַחְשֹׁב לְתֶבֶן בַּרְזֶל, לְעֵץ רִקָּבוֹן נְחוּשָׁה. לֹא-יַבְרִיחֶנּוּ בֶן-קָשֶׁת, לְקַשׁ נֶהְפְּכו-ּלוֹ אַבְנֵי-קָלַע. כְּקַשׁ נֶחְשְׁבוּ תוֹתָח, וְיִשְׂחַק לְרַעַשׁ כִּידוֹן. תַּחְתָּיו חַדּוּדֵי חָרֶשׂ, יִרְפַּד חָרוּץ עֲלֵי-טִיט. יַרְתִּיחַ כַּסִּיר מְצוּלָה, יָם יָשִׂים כַּמֶּרְקָחָה. אַחֲרָיו יָאִיר נָתִיב, יַחְשֹׁב תְּהוֹם לְשֵׂיבָה. אֵין-עַל-עָפָר מָשְׁלוֹ, הֶעָשׂוּ לִבְלִי-חָת. אֵת-כָּל-גָּבֹהַּ יִרְאֶה, הוּא מֶלֶךְ עַל-כָּל-בְּנֵי-שָׁחַץ )איוב מ, כה – מא, כו(.
טאמער באטראכטן מיר די פשטות פון די אלע פסוקים, איז דער לויתן לאו דוקא אזא לעגענדארער באשעפעניש ווי מיר קענען אים פון די לעגענדעס )געוויסע חכמי הראשונים האבן טאקע אנגענומען אז דאס איז נישט קיין איבערנאטורליכער פיש בכלל, והכל יתבאר אי"ה במקומו הראוי(. אבער לויט אגדת חז"ל איז דאס גענוי דער אויסטערלישער באשעפעניש וואס מיר קענען פון די מעשה'לעך, און מיט א שפריץ אריבער.
איז לאמיר זעען וואס עס איז דער לוויתן לויט דער בליק פון די חז"ל. זיין באשאפונג, זיין מהות, זיין לעבן און ווירקונג, און זיין עתיד:
-דער באשאפונג פונעם לויתן.
אין די פרשה פון בריאת העולם, שטייט אין פסוק )בראשית א, כא(: וַיִּבְרָא אֱלֹקִים אֶת-הַתַּנִּינִם הַגְּדֹלִים, וְאֵת כָּל-נֶפֶשׁ הַחַיָּה הָרֹמֶשֶׂת אֲשֶׁר שָׁרְצוּ הַמַּיִם לְמִינֵהֶם, וְאֵת כָּל-עוֹף כָּנָף לְמִינֵהוּ, וַיַּרְא אֱלֹקִים כִּי-טוֹב.
ווער זענען די 'תנינים הגדולים'? ברענגט רש"י פון די 'דברי אגדה": "הוא לויתן ובן זוגו שבראם זכר ונקבה, והרג )אלקים( את הנקבה ומלחה לצדיקים לעתיד לבוא, שאם יפרו וירבו לא
יתקיים העולם בפניהם, התנינם כתיב, עכ"ל. דאס מיינט, אז תנינים הגדולים מיינט דער לויתן וואס נאר דער זכר איז געבליבן לעבן, אבער די נקבה איז גלייך גע"הרג"עט געווארן כדי זיי זאלן זיך נישט פארמערן, און די צדיקים גייען עסן די נקבה פיש לעתיד לבוא. )און דאס איז פשט פארוואס אין פסוק ווערט עס געשריבן "תנינם" אן דעם צווייטן יו"ד, ווייל ס"איז נישט פארבליבן נאר איינער פון די תנינים ]ספר דבק טוב[(.
די ווערטער פון רש"י, זענען געבויט אויף איינער פון די אינטרעסאנטע מאמרי חז"ל אין מסכת בבא בתרא )דף ע"ד ע"ב(, וואס די גמ" זאגט דארט: אמר רב יהודה אמר רב, כל מה שברא הקב"ה בעולמו זכר ונקבה בראם. אף לויתן נחש בריח ולויתן נחש עקלתון זכר ונקבה בראם, ואלמלי נזקקין זה לזה מחריבין כל העולם כולו. מה עשה הקב"ה? סירס את הזכר והרג הנקבה ומלחה לצדיקים לעתיד לבוא, שנאמר )ישעי' כז, א(: והרג את התנין אשר בים, ע"כ.
פון די גמ' זעט מען אז אויסער דעם וואס דער באשעפער האט גע'הרג'עט דעם נקבה כדי דער לוויתן פאר זאלן זיך נישט מערן, האט דער באשעפער און צוגאב דערצו, אויך מסרס געווען דעם זכר. און רש"י אויף די גמרא געבט דערויף צוויי טעמים: א' - כדי דער זכר זאל נישט משמש זיין מיט קיין אנדערן מין פיש, צוליב דעם וואס זיין נקבה פעלט אים. ב' – כדי דער זכר זאל נישט האבן קיין צער תאוה, נישט קענענדיג משמש זיין מיטן נקבה.
אזוי אויך זעען מיר אז ס"איז דא א באזונדערע טיטל פארן זכר און באזונדערע טיטל פארן נקבה, דאס זענען די צוויי לויתנים וועלעכע ווערן דערמאנט אין ישעיה "נחש בריח" און "נחש עקלתון", דער זכר הייסט 'לויתן נחש בריח' און דער נקיבה הייסט 'לויתן נחש עקלתון'. 'בריח' איז צוליב דעם וואס ער שטייט פעסט אזויווי א בריח-ריגל ברעיט, און "עקלתון" איז צוליב דעם וואס זי נעמט ארום דעם גאנצן וועלט.
]במאמר המוסגר איז ווערט אנצומערקן, אז מיר געפונען דעם לשון "תנין" סיי ביים לויתן, און סיי ביי שלענג. דער פסוק פון בריאת העולם וואו עס שטייט "התנינם הגדלים", רעדט פונעם לויתן )ע"פ האגדה הנ"ל(, און מיר געפונען דעם לשון )שמות ז, ט(: וְאָמַרְתָּ אֶל אַהֲרֹן קַח אֶת מַטְּךָ וְהַשְׁלֵךְ לִפְנֵי פַרְעֹה, יְהִי לְתַנִּין, וואס דארט רעדט זיך עס פון א שלאנג, לשיטת רש"י. וואונדערליך איז אז דער פסוק וואס זאגט "והרג את התנין", רופט דעם לויתן - "לויתן נחש". איבער דעם שייכות צווישן דעם לויתן און דער נחש, און די שייכות צווישן זיי ביידן מיטן לשון תנין, ליינט שפעטער[.
-איז עס א כשר"ע פיש?
אין מסכת חולין דף ס"ז ע"ב: תניא רבי יוסי בן דורמסקית אומר, לויתן דג כשר הוא" ע"כ. ]אזוי אויך אין מדרש רבה ויקרא פכ"ב ס"ז שטייט אז ס"איז א כשר"ע פיש[. ר" יוסי נוצט די פריער דערמאנטע פסוקים אין איוב ]פרק מ"[ וועלכע רעדן פונעם לויתן, אלס א ראיה אז דער לויתן איז כשר.
-די תכונות, כוחות, א.א.וו., פונעם מעכטיגן לויתן.
דער גמרא אין בבא בתרא )דף ע"ה ע"א( דערציילט אונז איבער זיין גרויסקייט און שטארקייט באזירט אויף די פסוקים:
זייט 7
טעקסט
"ווען ער איז הונגעריג לאזט ער ארויס פארע פון מויל, און פון די פארע ווערן אלע וואסערן אנגעווארעמט אין די טיפענישן. דער פארע און היץ פונעם לויתן געבט אים א געפערליכע ריח, אז ווען נישט דעם וואס ער שטעקט אריין זיין קאפ אין גן עדן וואס שמעקט ווי בשמים ]ריח תפוחים וכו"[, וואלטן מיר נישט געקענט אויסהאלטן דעם ריח זיינעם.
ווייטער ווען ער איז דארשטיג און נעמט זיך טרינקען וואסער פונעם ים, זעט זיך אן אין ים אזויווי טיפע גריבער וואס מענטשן גראבן אויף ביים אויפאקערן א פעלד, און פון די גרויסע מאס וואסער וואס ער טרינקט אויפאמאל, דויערט פארן תהום זיבעציג יאר זיך צוריק אנצופילן אזויווי בעפאר.
פון די ספעציעלע וואסערן וואס קומען אן צום מויל פונעם לויתן זענען די ירדן וואסערן. פריער אין דף ע"ד ע"ב ווערט געברענגט, אז דער ירדן גייט ארויס פון "מערת פמייס" און גייט אדורך פארשידענע טייכן ביז עס קומט אן אין ים הגדול, און דארטן קומט דאס אן דירעקט צום לויתן"ס מויל. תוספות אויפן פלאץ צייכנט צו צו א מדרש רבה, אז די וואסער מישט זיך נישט אויס מיט די אנדערע וואסערן וואו עס פליסט אדורך, נאר קומט אן דירעקט צום לויתן אליינס.
איבער זיין מאכט און אימה ווערט געברענגט אין מדרש כונן, אז אין תקופת טבת הייבט ער אויף זיין קאפ, און ווארפט א פחד אויף אלע פיש אין ים. און אין מדרש תנחומא פרשת שמיני )ס"ז( שטייט, אז אפילו די מלאכים וועלן ציטערן פון אים, און זיי וועלן ווארפן אייזערנע שפיזן אויף אים, און דער לויתן וועט דאס צוקוועטשן ווי שטרוי, )עיי"ש וואו מ"לערנט עס ארויס פון פסוקי איוב וואס רעדן פונעם לויתן(. ענליך צו דעם זאגט די גמרא אין מסכת בבא בתרא )דף ע"ה ע"א(, אז אפילו מלאך גבריאל וועט אים נישט קענען דער"הרג"ענען.
אבער טראץ זיין איבערנאטורליכער שרעק אנווארפנדער שטארקייט, איז אבער פארהאן איין באשעפעניש פון וואס ער, דער מעכטיגסטער באשעפעניש האט מורא. די גמרא זאגט אין מסכת שבת )דף ע"ז ע"ב(, אז פינף שוואכע ווארפן א פחד אויף פינף שטארקע, און צווישן זיי איז "אימת כילבית על לויתן". רש"י ערקלערט אז דער כילבית איז א קליין שרץ"ל וואס גייט אריין אינעם לויתן דורכן אויער, און פון דעם ציטערט דער לויתן.
איר וואונדערט זיך וואס אזא מאנסטער עסט. דערציילט אונז רב ספרא אין מסכת בבא בתרא )דף ע"ד ע"א(, אז איינמאל איז ער געפארן אויף א שיף, און אינמיטן האט ער געזען א ריזן פיש שטעקט ארויס זיין קאפ פון וואסער, און דער פיש האט געהאט הערנער וואס אויף זיי איז געשטאנען אויפגעשריבן "איך בין פון די קליינע בריות אין ים, און איך בין גרויס דריי הונדערט פרסה, און איך בין יעצט אויפן וועג צום לויתן" )אז ער זאל מיר היינט אויפעסן - רש"י(. רב אשי ערקלערט, אז דער פיש איז דער ציג פון ים וואס האט הערנער. אזויווי חז"ל זאגן אין מסכת חולין )דף קכ"ז ע"א( "כל מה שיש ביבשה יש בים". אלזא, דער מאנסטערישער ים ציג איז א טייל פונעם לויתן"ס נעהרונג.
איבער זיין שיינקייט, ווערט געברענגט אין גמרא וואס רעדט פון לעתיד לבוא, אז די איבעריגע הויט פונעם לוויתן וואס וועט פארבלייבן לעתיד לבוא, וועט דער באשעפער אויסשפרייטן אויף
די חומות פון ירושלים, און די שיינקייט וועט גיין מסוף העולם ועד סופו. אזוי אויך דערציילט די גמרא ב"ב דף ע"ג ע"ב, אז רבי אליעזר און רבי יהושע זענען אמאל געפארן צוזאמען אויף א שיף, און רבי אליעזר האט געדרימלט. פלוצלינג האט רבי יהושע עפעס געזען און זיך גענומען טרייסלן, אזש רבי אליעזר האט זיך דערפון דערוועקט. האט ער אים געפרעגט "יהושע, וואס האסטו געזען אז דו האסט דיך גענומען טרייסלן", האט ער אים געענטפערט אז ער האט געזען א גרויסע שיין ארויסקומען פון ים, האט רבי אליעזר אים געזאגט: שמא עיניו של לויתן ראית, דכתיב )איוב מא, י(: עיניו כעפעפי שחר. דהיינו אז זיינע אויגן געבן ארויס א מורא"דיגע שיין.
-דער סוף פונעם לויתן.
מיטן נקבה ווייסן מיר שוין וואס עס גייט פאר, זי איז שוין באזאלצן פאר די צדיקים זינט א קורצע וויילע נאך איר באשאף בששת ימי בראשית. אבער וואס איז דער סוף פונעם זכר?
זאגט די גמ" אין בבא בתרא בשם ר' יונתן: עתיד גבריאל לעשות קניגיא ]לויט רש"י מיינט עס פאנגען און לויט רבינו גרשום מיינט עס מלחמה האלטן[ עם לויתן, שנאמר )איוב מ, כה(: התמשוך לויתן בחכה ובחבל תשקיע לשונו, ואלמלא הקב"ה עוזרו אין יכול לו, שנאמר )שם מ, יט(: העושו יגש חרבו, ע"כ. זעען מיר אז ער וועט דער"הרג"עט ווערן לעתיד לבוא דורך מלאך גבריאל.
און אזוי ווי זיין אשת חבר וועט אויך זיין פלייש געגעסן ווערן דורך צדיקים. אזוי ווי דער גמ" זאגט ווייטער )דף ע"ה ע"א(: אמר רבה א"ר יוחנן, עתיד הקב"ה לעשות סעודה לצדיקים מבשרו של לויתן וכו", און די פסוקים פון וואו רבי יוחנן לערנט דאס ארויס, איז פון די זעלבע פסוקים אין איוב וואס די גמרא באציט צום זכר לויתן און זיין מלחמה מיט גבריאל. עיי"ש.
וועט יעדער פרעגן א קשיא: אויב מלאך גבריאל וועט פירן א מלחמה מיטן לויתן, וויאזוי שטימט דאס מיט די מלחמה פונעם שור הבר מיטן לויתן פון וואס מיר אלע ווייסן?
איז לאמיר זען פאוואליע דער מקור פון דער אגדת מלחמת שור הבר ולויתן:
-ווער גייט הרג'ען דעם לויתן, דער מלאך אדער דער שור הבור?
ווי מיר אלע ווייסן שוין פון יונגווייז אן, וועט פארקומען א מעין-צירקוס שפיל, וואו כלל ישראל וועט קענען צוקוקן צום העכסטס אינטרעסאנטן מלחמה וואס וועט זיך אפשפילן צווישן די שטערקסטע און גרעסטע ברואים אויפן וועלט: דער שור הבור מיטן לויתן )דער שור הבר ווערט אויך דערמאנט אין איוב אלס מאנסטער באשעפעניש מיטן נאמען "בהמות"(. דער געשעעניש ווערט געשילדערט במקור אין מדרש רבה ויקרא )פי"ג ס"ג( בשם רבי יודן בן רבי שמעון:
"בהמות" ו"לויתן" הן קניגין של צדיקים לעתיד לבוא, וכל מי שלא ראה קניגין של אומות העולם בעולם הזה זוכה לראותה לעולם הבא. כיצד הם נשחטים? בהמות נותץ ללויתן בקרניו
זייט 8
טעקסט
אין אידשער איבערזעצונג:
""דער שור הבור וואס ווערט אנגערופן "בהמות", מיטן לויתן, וועלן פירן א צירקוס מלחמה לעוה"ב פאר די וואס זענען נישט געגאנגען מיטהאלטן די גוי"אישע צירקוס מלחמה שפילן אויף דעם וועלט ]במאמר המוסגר: אין בתקופת חז"ל, אונטער די רומיים, איז די סארט שפילן פון געשלעגן מיט בעלי חיים געווען עקסטער פארשפרייט. אבער עס גייט אויך אן היינטיגע צייטן[. "וויאזוי וועלן זיי דער"הרג"עט ווערן? דער שור הבור וועט אריינהאקן מיט זיינע הערנער אינעם לויתן און וועט אים צורייסן, און דער לויתן וועט אריינהאקן מיט זיינע פלוס פעדערן אינעם שור הבור און אים דער"הרג"ענען. ע"כ.
כדי ביידע מאמרי חז"ל )מלחמת לויתן עם גבריאל ומלחמתו עם השור הבר( זאלן שטימען, האב איך געקלערט אז ס"איז מעגליך אז די צוויי בעלי חיים וועלן נאר פירן דעם שלאכט, אבער דער לויתן וועט נישט ענטגילטיג שטארבן ביז דער דער מלאך וועט אים הרג"ענען. שפעטער האב איך געטראפן א ראי" מפורשת לדברי, פונעם לשון ]ווי אקדמות אין אינעם דערמאנט נעקסטן קטע[, וואס נאכן רעדן איבער דעם שלאכט צווישן דעם שור הבור און דעם לויתן, זאגט ער אז דער באשעפער וועט אים הרג"ענען. )עס איז מסתבר אז דער בעל אקדמות האט אויך געזוכט א וועג צו מאכן ביידע אגדות חז"ל שטימען(.
דער מלחמה צווישן דעם שור הבור און דעם לויתן, )און ווי אויך די סעודה וואס מיר וועלן האבן פון זייער פלייש, און די "סוכת" פון דעם לויתן"ס הויט[, איז אונז באזונדער באקאנט פונעם ברייט בארימטער פיוט "אקדמות" וואס מיר זאגן דעם ערשטן טאג שבועות. דארטן שילדערט עס דער פייטן רבי מאיר ש"ץ ]וואס איז, דרך אגב, בפשטות קיינמאל נישט אנגעקומען צום אנדערן זייט סמבטיון[ מיט גרויס פרייד און עקסטאז:
טְלוּלָא דְלִוְיָתָן, וְתוֹר טוּר רָמוּתָא:
וְחַד בְּחַד כִּי סָבִיךְ, וְעָבִיד קְרָבוּתָא:
בְּקַרְנוֹהִי מְנַגַּח בְּהֵמוֹת, בְּרַבְרְבוּתָא:
יְקַרְטַע נוּן לְקִבְלֵהּ, בְּצִיצוֹי בִּגְבוּרְתָּא:
מְקָרֵב לֵיה בָּרְיֵהּ, בְּחַרְבֵּהּ בְּרַבְרְבוּתָא:
אֲרִיסְטוֹן לְצדיקי יְתַקֵן, וְשֵׁרוּתָא:
"דער טלולא פונעם לויתן, און דער אקס פון די גרויסע בערג ]שור הבור[:
און איינער אינעם אנדערן וועלן זיך פארקניפן, און פירן א שלאכט:
מיט זיינע הערנער וועט שטויסן דער ]שור הבור וואס הייסט[ "בהמות", מיט א שטארקייט:
וועט שפרינגען דער פיש ]לויתן[ אנטקעגן אים, מיט זיינע פלוס פעדערן מיט א גבורה:
וועט דער באשעפער זיך דערנענטערן צו אים, מיט זיין שווערד מיט א שטארקייט:
א סעודה פאר צדיקים וועט ער אנרעכטן, און א מאלצייט:
-קענען טאקע די ביידע אגדות הקניגיון שטימען צוזאמען?
די גמרא אין בבא בתרא )דף ע"ד ע"ב( ערקלערנדיג דעם חילוק פארוואס די נקיבת השור הבר איז יא געבליבן לעבן )און בלויז נסתרס געווארן( בעת דער נקיבת הלויתן איז דער"הרג"עט געווארן, געבט אן צווישן אנדערע טעמים, אז וויבאלד מיטן נקיבה פאסט נישט צו פירן א קאמף דעריבער איז געווען מוכרח צו הרג"ען דעם נקיבת הלויתן.
דערפון ווייזט לכאורה אויס, אז נישט דער שור הבר וועט זיך שלאגן מיטן לויתן, ווייל ווען יא, וואלט דאך אויך די נקבת השור הבור געדארפט דער"הרג"עט ווערן, צוליב וואס עס פאסט נישט צו פירן א קאמף מיט א נקבה. )ודלא כבעל ההקדמות שמנסה לפשר בין שתי ההגדות(.
-דער סעודת לויתן:
דער אויבן דערמאנטע גמרא אין בבא בתרא )דף ע"ה ע"א( זאגט בשם ר" יוחנן:
"עתיד הקב"ה לעשות סעודה לצדיקים מבשרו של לויתן וכו", והשאר מחלקין אותו ועושין בו סחורה בשוקי ירושלים וכו", ע"כ. ]ענליך צו דעם שטייט אין מדרש רבה ויקרא פי"ג ס"ג[.
-ווען דער לויתן איז ווען נישט כשר וואלט מען עס אויך געמעגט עסן?
אזא סברא קען מען זאגן!
פון דעם פריערדערמאנטן ר" יוסי בר דורמסקית וואס זאגט אז דער לויתן איז כשר, איז משמע אז עס וואלט נישט געווען קיין פראבלעם צו זאגן אז דער לויתן איז נישט קיין כשר פיש, כאטש מיר ווייסן אז די צדיקים זענען עתיד צו עסן דערפון. איז מיר איינגעפאלן )ושו"ר שכ"כ במהר"ץ חיות(, אז פונקט ווי דער מדרש רבה )ויקרא פי"ג ס"ג( זאגט אויפן שור הבור וועלעכער איז
זייט 9
טעקסט
נישט כשר גע"שחט"ן )זייענדיג געשעדיגט פונעם לויתן( אז אויף דעם שטייט "תורה חדשה מאתי תצא" דאס זעלבע קען מען זאגן ביים לויתן, אז מען וואלט עס געגעסן אפילו ס"נישט כשר, אלס "תורה חדשה מאתי תצא", כאטש למעשה איז עס יא כשר.
-קענען גוים אויך קריגן א שטיקל לויתן?
מיר מיינען אודאי, אז די סעודה"ניו איז אויסדריקליך נאר פאר אונז יודעלעך. האב איך א סורפרייז פאר ענק: אויך גוים וואס זענען געווען ערליך ובגדר "חסידי אומות העולם", וועלן קענען באקומען א שטיקל בשר פונעם לויתן.
ווי באקאנט האט געהערשט גאר א שטארקע פריינטשאפט צווישן "אנטונינוס מרקוס קיסר" און "רבי יהודה הנשיא" - באוואוסט מיטן טיטל "רבי" אדער "רבינו הקדוש". שטייט אין ירושלמי מסכת מגילה פ"א הי"א, אז אנטונינוס האט אים געפרעגט אויב ער וועט זוכה זיין צו באקומען א שטיקל לויתן, אויף וואס רבי האט אים געענטפערט אז יא, האט אים אנטונינוס געפרעגט אז אויב אזוי פארוואס האט אים רבי נישט געגעבן קיין שטיקל קרבן פסח, האט ער אים געענטפערט אז אויף דעם שטייט קלאר אין פסוק כל ערל לא יאכל בו, אבער פונעם לויתן וועט ער יא קענען עסן.
אגב זעען מיר פון דא, אז דער ידיעה איבערן עסן פונעם לויתן לעתיד לבוא איז שוין דעמאלס געווען פארשפרייט אפילו ביי די גוים.
-סוכת עורו של לויתן.
צום סוף פון די גמרא אין בבא בתרא איבערן לויתן ,קומט דער שטיקל גמרא וואס איז נוגע פאר אונזער תפילה אום סוכות, דאס איז וואו די גמרא רעדט איבער די הויט פונעם לויתן:
"ואמר רבה א"ר יוחנן, עתיד הקב"ה לעשות סוכה לצדיקים מעורו של לויתן שנאמר )איוב מ, לא( התמלא בסוכות עורו. זכה עושין לו סוכה, לא זכה עושין לו צלצל וכו", לא זכה עושין לו ענק וכו", לא זכה עושין לו קמיע וכו". והשאר פורסו הקב"ה על חומות ירושלים, וזיוו מבהיק מסוף העולם ועד סופו וכו", ע"כ. ]ענליך צו דעם שטייט אין מדרש רבה ויקרא פי"ג, און אין פסיקתא סי" קפ"ח ס"ב[.
אין אידישער איבערזעצונג: דער באשעפער וועט מאכן א סוכה פאר צדיקים פון די הויט פונעם לויתן, אויב איז ער נישט ראוי דערצו וועט מען אים מאכן אזויווי א חופה העכער זיין קאפ פונעם הויט פונעם לויתן ]דאס איז דער "צלצל"[, אויב איז ער נישט ראוי צום חופה וועט מען אים מאכן א האלז באנד פונעם הויט פונעם לויתן ]דאס איז דער "ענק"[, און אויב איז ער נישט ראוי צום ענק, וועט מען אים געבן א קליין שטיקל וואס זאל אראפהענגען ווי א קמיע פון זיין האלז, און די איבעריגע שטיקלעך הויט וועט דער באשעפער אויסשפרייטן אויף די מויערן פון ירושלים, און איר שיין וועט שיינען און גלאנצן מסוף העולם ועד סופו. אגב, פארשטייען מיר פון דעם אז די עורו של לויתן גייט זיין עפעס וואונדערבאר שיין.
פאר יעדן?
פונעם לשון הפסיקתא, אנהייב מאמר, "מושיבו בסוכתו של לויתן" איז אביסל משמע אז אלע וועלן זיצן אינאיינעם אין איין סוכה פונעם עורו של לויתן. )כאטש עס קען מיינען יעדער אין זיין אייגן סוכה(.
אבער פון די אויבנדערמאנטע גמרא זעען מיר, אז אנדערש ווי עס איז אנגענומען ביי רוב מענטשן אז דער באשעפער וועט מאכן איין ריזיגע סוכה וואו יעדער וועט זיצן תחת עורו של לויתן, איז פשוט פשט נישט אזוי. נאר דער אייבערשטער וועט מאכן א סוכה פאר יעדן צדיק באזונדער, פונעם עורו של לויתן. והא ראי", אז אויב איז ער נישט ראוי דערצו וועט ער באקומען נאר א מין חופה"לע ]א צל על ראשו[, אדער נאר א האלז באנד, וכו", זעט מען קלאר אז דאס איז א מתנה פאר יעדן צדיק באזונדער.
]אזוי אויך איז משמע פונעם המשך הגמ" וואס האט א באזונדערער שמועס איבער "חופות" וואס צדיקים וועלן קריגן לעתיד לבוא יעדער לפי דרגתו. אזוי אויך זעט אויס פונעם אויבנדערמאנטן גמ" מיט אנטונינוס ורבי, אז ס"איז א מתנה פאר יעדן באזונדער, כאטש בדוחק קען מען מחלק זיין אז דארטן רעדט מען פון "עסן" דעם לויתן, און דא פון זיצן אין סוכת "עור" הלויתן[.
יעצט פארשטייען מיר שוין גוט פשט פונעם תפילה, וואס מיר זאגן ביים זיך געזעגענען פונעם סוכה, אז מיר זאלן זוכה זיין צו זיצן בסוכות עורו של לויתן. דהיינו, אז מיר זאלן נישט זיין פון די אויסגעשפילטע וואס גייען נאר קריגן א קליין שטיקל, א קמיע"לע וכדומה, נאר מיר זענען מתפלל אז מיר זאלן זוכה זיין צו באקומען א גאנצע סוכה פונעם וואונדערבארן לויתן הויט מאטריאל, וואס שיינט מסוף העולם ועד סופו.
-ווען וועט דאס אלס פארקומען, בעפאר תחיית המתים אדער נאכדעם?
פונעם סעודה"ניו ניגון ווייסן מיר אז דער סעודת לויתן וועט זיין אין די אנוועזנהייט פון די אבות און נביאים משה אהרן דוד ושלמה וכו", און אזוי ווערט טאקע געברענגט אין מסכת פסחים )דף קי"ט:(. אבער, עס איז נישט אזוי גלאטיג דערמיט.
דער ליובאוויטשער רבי רמ"מ זצ"ל האט גע"טענה"ט אין זיין באקאנטן קונטרס "תורה חדשה מאתי תצא' ]שיחות תשנ"א, הערה 108[, אז לויט דעם אויבנדערמאנטן מדרש וואס מוטשעט זיך צו פארענטפערן וויאזוי מיר וועלן עסן פלייש פונעם שור הבור וואס איז נישט גע'שחט'ן געווארן כדין, מוז מען זאגן אז דאס אלס וועט פארקומען בימות המשיח בעפאר תחיית המתים )כידוע וועט משיח קומען בעפאר תחיית המתים(.
)ווייל לויט די גמרא אין מסכת נדה )דף ס"א ע"ב( אז "מצוות בטילות לעתיד לבוא', וואס דאס גייט זיכער ארויף אויף לאחר תחיית המתים ]ועיעו' בזה בשדי חמד כללים אות מ' ס"ק רי"ח[, איז דאך נישט שייך די גאנצע נידון וויבאלד ס'וועט ממילא זיין מותר אפילו טריפה'נע פלייש(.
איי, וואס איז מיט די גמרא מסכת פסחים )דף קי"ט ע"ב( וואס זאגט אז ביים סעודה וועלן אנוועזנד זיין די אבות, משה ואהרן ויהושע ודוד, וואס זיי אלע וועלן ערשט אויפשטיין נאך תחיית
זייט 10
טעקסט
ובדוחק י"ל, אז דער גמרא פסחים רעדט נישט פונעם סעודת השור הבור והלויתן, נאר פון עפעס אן אנדערער אומבאקאנטע סעודה. ס"איז מאדנע אזוי צו זאגן, אבער ס"איז גוט גענוג צו פארענטפערן דעם ליובאוויטשער רבי"נס ווערטער. ]עס איז נאר א רחמנות, לויט דעם, אויפן מחבר השיר וואס וועט זיין ווען משיח וועט קומען", וואס האט געמאכט אזא שיינע שיר צאמצושטעלן די אבות וכו" מיטן שור הבור און לויתן אויף איין סעודה"ניו...[.
]איבערהויפט אז לויט דעם וועט פארענטפערט ווערן אן אנדערע קשיא, אויף זיין ערשטער פארגייער - דער בעל התניא, וואס שרייבט אין לקוטי תורה ריש פרשת צו, אז נייע נשמות וועלן עסן דעם סעודת השור הבור והלויתן, עיישב"ד ע"פ קבלה. און לכאורה לויט די גמרא אין פסחים אז די אבות וכו" וועלן עסן פון דעם סעודה איז שווער אז זיי זענען נישט קיין נייע נשמות נאר אלטע. אבער אויב די גמרא רעדט נישט פונעם סעודת הלויתן שטימט דאס. אבער באמת איז ממילא שווער דערויף, ווייל די גמרא אין ב"ב שרייבט קלאר אז ס"וועט זיין א שכר פאר די צדיקים, און כעי"ז שטייט אין מדרש רבה ומדרש תנחומא אז ס"וועט זיין א שכר פארן נישט עסן נבילה, נו אויב אזוי וועלן מיר אלע קענען עסן דערפון און נישט נאר די העכערע נייע נשמות, וצ"ע[.
פארט איז דער ליובאוויטשער רבי אליינס נישט געווען זיכער מיט זיין געדאנק אז דער סעודה"ניו וועט פארקומען פאר תחיית המתים, אזויווי ער שרייבט אין אן איגרת איבער תחיית המתים ]עי" שערי גאולה - ימות המשיח, עמוד רפ"ט ואילך[, אז דער סעודה וועט פארקומען אדער בביאת משיח אדער בתחילת תחיית המתים, און ער צייכנט צו צום לקוטי תורה מהאדמ"ר הזקן וואס שרייבט קלאר אז ס"וועט פארקומען נאך תחיית המתים.
]און איבער דעם קשיא אז נאך תחיית המתים וועלן ממילא בטל ווערן די מצוות, און אויב אזוי למאי נפ"מ אויב דער שור הבור גייט זיין גע"שחט"ן כדין, קען מען ענטפערן בפשיטות אז דאס וואס חז"ל זאגן "מצוות בטלות לעתיד לבוא", מיינט נישט כפשוטו אז ס"גייט מער נישט זיין קיין מצוות, נאר ס"מיינט אז מיר וועלן זיין אויף א העכערע בחינה אז ס"גייט זיין פאררעכנט אלס דבר פשוט, וכהנה יש פשטים רבים אז ס"מיינט עפעס א געוויסע נקודה און נישט כפשוטו, וכ"כ הרבי מליובאוויטש בעצמו בספר השיחות תשנ"ב עמוד 31. לויט דעם איז פשוט אז ווען נישט דער "הוראת שעה", וואלט געווען אסור צו עסן די נישט כשר גע"שחט"ענע פלייש פונעם שור הבור, אפילו לעתיד לבוא נאך תחיית המתים[.
-דער לויתן לויט חז"ל: פשוט כפשוטו? מוגזם"דיג? אדער א משל-סוד?
די פאנטאסטישע שילדערונגען פונעם לויתן דורך די חז"ל, גיט א מקום צו קלערן, גלייך ווי ביי אלע אנדערע אויסטערלישע שילדערונגען אין חז"ל, אז דא רעדט מען נישט כפשוטו. אבער דער מהרש"א ביים אנהייב פון די פאנטאסטישע אגדות אין
בבא בתרא, דערקלערט מיט א קלארקייט, אז די אלע אגדות, ווי מאדנע און איבערנאטורליך זיי זאלן זיך נישט הערן, זענען זיי אלע אמת כפשוטו ממש. )ער האלט גלייך ווי אנדערע חכמי אשכנז הראשונים, אז עס עקזיסטירן במציאות אזעלעכע חצי רוחניות"דיגע ברואים אויף די גשמיות"דיגער וועלט(.
אזוי איז אויך געווען אנגענומען ביי פילע גדולי הראשונים. דער כד הקמח )שולחן ארבע שער ד"( שרייבט אז ח"ו צו זאגן אז ס"איז נאר על דרך משל און נישט כפשוטו בכלל, ווייל די גמרא זאגט דאך קלאר אז מ"גייט עסן פון זיין פלייש, און מ"גייט זיצן אין זיין הויט, און דאס איז זיכער כפשוטו. דאס זעלביגע ברענגט דער שיטה מקובצת )ב"ב דף ע"ה ע"א( בשם רבי דוד בעל "לבנת הספיר", אז ח"ו צו זאגן אז ס"מיינט נאר א רמז ומשל.
אבער אפילו ווען מ"לערנט אפ כפשוטו אז לויתן מיינט א פיזישער פיש, און אונז וועלן ממש עסן דערפון לעתיד לבוא, ערקלערן אבער טייל ראשונים ובראשם דער רבינו בחיי בשם רבו הרשב"א, אז וויבאלד דער תכלית הנרצה ביי א "עולם הבא"דיגער" סעודה קען נישט זיין בלויז צו עסן און טרינקן להנאת הגוף והגרון, דערפאר איז א פשיטא אז דער אכילת לויתן איז בלויז א מיטל אויפצופרישן די רוחניות"דיגע כוחות הנפש. אזויווי מיר זעען פון די גמרא )מסכת פסחים דף ק"ט ע"א( אז פלייש איז משפיע שמחה )"אין שמחה אלא בבשר"(, און ווי באקאנט קען מען דורך שמחה משיג זיין אלוקות. )כדגרסינן במסכת שבת ל" ע"ב: "אין שכינה שורה אלא מתוך שמחה"(.
פונקט ווי היינט צוטאגס זענען פארהאנען געוויסע געווירצן וואס העלפן בעסער אויסצוקלארן דעם שכל וכו", אזוי איז כל שכן, די ספעציעלע באשעפענישן פון ששת ימי בראשית, זענען זיכער מער מזוכך און מסוגל אויסצוקלארן דעם שכל.
דער מהות פון די לויתן פלייש לויט די דערמאנטע ראשונים, ווערט צוגעגליכן צו דער מהות פון אן אנדערער האלב -רוחניות"דיגער מאכל, און דאס איז די "מן" שאכלו אבותינו במדבר, אויף וואס חז"ל זאגן אין מסכת יומא )דף ע"ה ע"א(, אז עס איז געווען "כולו נבלע באיברים" ד.ה. א גאר לויטערער מאכל געאייגנט פאר די דור דעה. און דער מן גייען די צדיקים אויך האבן לעתיד לבוא )בחגיגה דף י"ב ע"א: "הקב"ה טוחן מן ברקיע לצדיקים(.
אט דער סעודת לויתן -זאגט דער רבינו בחיי-וועט זיין דער בריק צווישן גשמיות און רוחניות, און נאך דער סעודה וועט גשמיות ביי צדיקים גענצליך נתבטל ווערן און פון דעמאלס און ווייטער וועלן די צדיקים געניסן פון בלויז לויטער רוחניות; "צדיקים
זייט 11
טעקסט
יושבין ועטרותיהם בראשיהם ונהנים מזיו השכינה".
און דאס איז דער סיבה פארוואס עס הייסט לויתן, וואס איז מלשון לויה וחיבור, ווייל דאס גייט מחבר זיין צווישן גשמיות און רוחניות.
עד כאן איז דער האלב קבלה"ישער ערקלערונג איבערן מהות הלויתן פון די דערמאנטע ראשונים.
אבער טראץ דעם רבינו בחיי"ס פאלקיסטישער צוגאנג צום נושא הלויתן, האלט ער זיך נישט אפ פון צו געבן אויך א טאטאל אלעגירישער-פילאזאפישער ערקלערונג אויפן לויתן:
"על דרך השכל" -זאגט ער בשם זיין רבי דער רשב"א-זענען די צוויי לויתנים מרמז אויף: נפש )הנקיבה( ושכל )הזכר(, וואס איז ווי דער חומר )גשמי( וצורה )רוחני(.
לויתן" איז )ווי פריער דערמאנט( מלשון חיבור )כדכתיב: הפעם ילוה אישי אלי(. טאמער איז דא א ריכטיגער חיבור צווישן דעם נפש-חומר )הנקיבה( און דער שכל-צורה )הזכר(, דאן קען קען פאסירן אדער, אז דער חומר הנקיבה והגשמי זאל נתבטל ווערן צום צורה הזכר והרוחני, אזויווי אליהו הנביא וואס איז ארויף לעבעדיגערהייט אין הימל, אדער פארקערט גאר, אז דער צורה הרוחני זאל נגרר ווערן נאכן חומר הגשמי.
דערפאר האט דער אייבישטער מסרס געווען די כח החיבור צווישן די צוויי כוחות, כדי דער גשמיות זאל נישט מבטל זיין די רוחניות "ונמצא העולם חרב". אבער פאר צדיקים איז דער חיבור שמור לעוה"ב וואס דעמאלס מתוך חיבור וועט זייער צורה )הזכר( מבטל זיין זייער חומר )הנקיבה(.
אויך דער בעל העקדה און איבערהויפט דער רמב"ם כידוע האלטן אז דער אגדת לויתן איז נאר ע"ד משל, און נישט כפשוטו.
דער מהר"ל מפראג )באר רביעית( וואס ערקלערט אויך דעם לויתן אלעגיריש, באציט כאטש דעם לויתן צו א עכטער פיש, דער מובחר שבדגים, וואס זיין מהות דינט אלס סימבאלישער מוסטער. אבער כדרכו טרעט ער אויס אן אייגענער טעאזאפישער מהלך.
דעם לויתן מיט איר געוואלדיגער ווילן צו זיווג, סימבאליזירט רצון. און דערויף בויעט דער מהר"ל א קבלישער-פילאזאפישער מהלך איבערן לויתן. ואכמ"ל.
עס זענען אבער פארהאן אזעלעכע וואס הילן איין דעם גאנצן אגדת הלויתן אין א טאטאלער שלייער פון תורת הסוד. און דאס זענען די חכמי הקבלה.
-אגדת הלויתן ע"פ סוד:
בליקנדיג אין די פסוקי איוב דירעקט, נאך פארן קוקן אין די גוזמאות חז"ל, וועט זיך לאזן זאגן פאר א מבין אין מיסטיק אז דער פשטות הכתוב רעדט פון געוויסע כוחות הטמאה. אבער דערויף קען מען זיך דינגען, און ע" פנים לתורה.
אבער די חכמי הקבלה האבן די שילדערונגען פון תנ"ך און פון די גמרא זיכער אנגענומען אלס עפעס מעטאפיזיש.
פאלגנד וועלן מיר דורך גיין עטליכע סודות"פולע ערקלערונגען
-סמא"ל לילית - אדום וישמעאל:
אינעם באקאנטן קבלה ספר עמק המלך )עמוד ק"ל( זאגט ער, אז די זכר ונקבה פונעם לויתן זענען מרמז אויף נישט מער און נישט ווייניגער ווי סמא"ל און זיין ווייב לילי"ת.
לויט דעם איז פארשטענדליך זייער צונאמען נחש" און כינוי "תנין", וועלעכע זענען ביידע באקאנטע סימבאלן פון טמאה. דער קבלה'ישער ביאור קען שטימען מיט אן אנדערער, נישט מיסטישער, ביאור, וואס זאגט אז דער זכר וואס הייסט "לויתן נחש בריח" איז מרמז אויף אדום וואס זיצט אויף איין פלאץ באפעסטיגט אזויווי א בריח, און די נקיבה וואס הייסט 'לויתן נחש עקלתון' איז מרמז אויף ישמעאל וואס פארט פון איין פלאץ צום צווייטן ווי א נחש, און איז ידו בכל ויד כל בו אזויווי דער עקלתון. און לויטן זוה"ק וואס זאגט אז סמא"ל איז מרמז אויף עשו און לילי"ת איז מרמז אויף ישמעאל, פארן די צוויי אלעגירישע ערקלערונגען, זייער גוט צוזאמען.
דער שייכות צווישן חג הסוכות מיטן סוכת עורו של לויתן:
נאכן זוכה זיין צו פארשטיין פונקטליך אלעס ארום דעם לויתן, בלייבט אונז נאר איבער צו פארשטיין וואס פונקטליך איז דער שייכות צווישן אונזער זיצן אין סוכה, מיטן זוכה זיין צו זיצן אין סוכת עורו של לויתן. וואס כפשוטו איז נישטא קיין שום שייכות צווישן זיי צוויי חוץ פון דעם וואס ביידע האבן זוכה געווען צום זעלבן ווארט "סוכה".
דא עקא, אז ביאורים אויף דעם זענען דא די והותר, אבער אלעס איז על דרך הדרוש ופנימיות העבודה, און מיין מאמר איז נישט געבויט אויף דעם. כ"וועל נאר אנגעבן צוויי מראה מקומות דאס נאכצוקוקן: דאס ערשטע - במשנת הגאון הפילוסוף האלקי רבי שמשון רפאל הירש זצ"ל, אין קובץ המעין כרך ו" גליון א". דאס צווייטע – במשנת הגאון הגדול רבי דוד כהן שליט"א ר"י חברון, בספרו זמן שמחתינו מאמר ל"ב. דרוש משם ותמצא נחת.
לאמיר אויספירן מעין הפתיחה: יהי רצון שנזכה לישב בסוכת עורו של לויתן, במהרה בימינו אמן.
זייט 12
טעקסט
הוספה צום פריערדיגן ארטיקל איבערגעארבעט פון קאווע שטיבל
אהרן הכהן דאס פאלקסליד "וואס וועט זיין אז משיח וועט קומען?" איז ברייט בארימט, און ווערט אהרן הכהן געזינגען ביים ברייטן אידיש-רעדנדן ציבור. דאס אהרן הכהן וועט אונז בענטשן ליד שילדערט א סעודה וואס וועט פארקומען יין המשומר וועלן מיר טרינקען ווען משיח וועט קומען צו די אידן, ביי וועלכער שור-הבר מיטן לויתן וועלן מיר עסן מ'וועט עסן דעם שור-הבר און דעם לויתן, בשעת אויף דער סעודה'ניו.
צדיקים )און צדיקות( וועלן טון פארשידענע ווער וועט אונז תורה לערנען אויף דער פונקציעס צו מהנה זיין אלע באטייליגטע.
סעודה'ניו?
זאג זשע רבי'ניו, משה רבינו וואס וועט זיין אז משיח וועט קומען?
משה רבינו אז משיח וועט קומען, משה רבינו וועט אונז תורה לערנען וועלן מיר מאכן א סעודה'ניו.
אהרן הכהן וועט אונז בענטשן וואס וועלן מיר עסן אויף דער סעודה'ניו?
יין המשומר וועלן מיר טרינקען שור-הבר מיטן לויתן שור-הבר מיטן לויתן וועלן מיר עסן שור-הבר מיטן לויתן אויף דער סעודה'ניו.
שור-הבר מיטן לויתן וועלן מיר עסן ווער וועט אונז שפילן אויף דער אויף דער סעודה'ניו.
סעודה'ניו?
וואס וועלן מיר טרינקען אויף דער דוד המלך סעודה'ניו?
דוד המלך יין המשומר דוד המלך וועט אונז שפילן יין המשומר משה רבינו וועט אונז תורה לערנען יין המשומר וועלן מיר טרינקען אהרן הכהן וועט אונז בענטשן שור-הבר מיטן לויתן וועלן מיר עסן יין המשומר וועלן מיר טרינקען אויף דער סעודה'ניו.
שור-הבר מיטן לויתן וועלן מיר עסן ווער וועט אונז בענטשן אויף דער
ווער וועט אונז חכמה זאגן אויף דער סעודה'ניו?
שלמה המלך שלמה המלך שלמה המלך וועט חכמה זאגן דוד המלך וועט אונז שפילן משה רבינו וועט אונז תורה לערנען אהרן הכהן וועט אונז בענטשן יין המשומר וועלן מיר טרינקען שור-הבר מיטן לויתן וועלן מיר עסן אויף דער סעודה'ניו.
ווער וועט טאנצן אויף דער סעודה'ניו? מרים הנביאה מרים הנביאה מרים הנביאה וועט אונז טאנצן שלמה המלך וועט חכמה זאגן דוד המלך וועט אונז שפילן משה רבינו וועט אונז תורה לערנען אהרן הכהן וועט אונז בענטשן יין המשומר וועלן מיר טרינקען שור-הבר מיטן לויתן וועלן מיר עסן אויף דער סעודה'ניו.
פאר טייל פון דעם אינגערן דור איז מסתמא א חידוש צו זען די לעצטע סטאנזא, אין וועלכער
זייט 13
טעקסט
דאזיגע סטאנזא איז צענזורירט געווארן אין די לעצטע יארן. אבער דאס איז דער נוסח וויאזוי דאס ליד איז אין אלגעמיין געזונגען געווארן, און מיט דעם נוסח קען מען הערן רעקארדירונגען פון די חזנים יאסעלע ראזנבלאט און יעקב פינחס פערלמוט, באקאנט אלס יאן פירס. דער עלטסטער געדרוקטער מקור וואס איך האב געקענט געפונען פאר דעם ליד, איז "לידער-זאמעלבוך פאר דער יידישער שול און פאמיליע", ארויסגעגעבן אין פעטערבורג, אין יאר 1911.
אין א ספר מיט'ן נאמען "יום-טובדיגע סימבאלן", ארויסגעגעבן אין תש"ז דורך הרב יצחק צבי עווער, דערמאנט ער דעם ליד, און
אין תשט"ו האט ר' יהושע שפעטמאן פון לאנדאן אויך דערמאנט דעם ליד אין זיין ספר "לכבוד ראש השנה יום כפור שמחת תורה", און באציט זיך אויך צו מרים הנביאה און אירע טענץ.
מרימ'ס טאנצן אין דעם ליד איז לכאורה באזירט אויף דעם פסוק, "ותקח מרים הנביאה אחות אהרן את התוף בידה, ותצאנה כל הנשים אחריה בתופים ובמחולות" )שמות ט"ו, כ'(. אבער קען מען דען צולאזן אז מרים זאל טאנצן, ר"ל? לאמיר זען עטליכע מהלכים וויאזוי מ'האט זיך אין די לעצטע יארן געספראוועט מיט מרימ'ען.
איין מהלך, וואס איז לכאורה דאס מערסטע פארשפרייט, איז אז מרים הנביאה האט אויפגעהערט צו טאנצן, און האט אנשטאט דעם זיך גענומען זאגן נבואה.
ווער וועט אונז נבואה זאגן אויף דער סעודה'ניו?
מרים הנביאה מרים הנביאה מרים הנביאה וועט אונז נבואה זאגן שלמה המלך וועט חכמה זאגן...
מיט דעם נוסח האבן מיר געהערט א
און א קינדער-כאר מיט דער "משוררים" קאפעליע.
געוויסע האבן געטראפן אנדערע, ווייניגער שעפערישע, וועגן ווי זיך צו ספראווען מיט מרימ'ען. מ'האט גענוצן די זעלבע מעטאדן וואס מ'נוצט אין אלגעמיין צו לעזן די "פרויען-פראגע" – צענזור און פארשניידונג. בערך 9 יאר צוריק איז ערשינען "חזנות טיש" פון ר' ירמיה דמן, און פונקט ווי ר' ירמיה דמן האט צעשניטן ר' יום-טוב ערליכ'ס ניגונים צוליב דער פרויען-פראגע, האט ער מיט דעם ליד געטון דאס זעלבע מיט'ן גענצליך ארויסשניידן מרים הנביאה.
דער אלבום גיט גרייזיג אן יאסעלע ראזנבלאט ווי דעם מחבר פון דעם ליד, וואס ווייזט קלאר אז מרים איז בכוונה ארויסגעשניטן געווארן, טראצדעם וואס יאסעלע, ווען ער האט געזינגען דעם ליד, האט איר יא דערמאנט. דמנ'ס חזנות אלבום איז ערשינען דורך יוסף משה כהנא פון "לחיים". ווען כהנא האט עטליכע יאר צוריק ארויסגעגעבן א געדרוקטער באנד מיט'ן נאמען "זמירות שבת טיש", האט ער זיך געהאלטן געטריי צו דעם צענזור:
זייט 14
טעקסט
נאך א מהלך וויאזוי זיך צו ספראווען מיט מרימ'ען איז אויפצוטוישן די סטאנזע אויף גאר עפעס אנדערש. ביי עטליכע ליובאוויטשער זינגער האבן מיר געפונען א טענדענץ צו פארטוישן מרימ'ען מיט'ן "מלך המשיח". ווער וועט מגלה זיין סודות התורה אויף דער סעודה'ניו?
דער מלך המשיח
פאלגנד איז אן איבערזעצונג פון דעם ליד
דער מלך המשיח דער מלך המשיח וועט אונז סודות זאגן שלמה המלך וועט חכמה זאגן...
נאך וואריאציעס פון דעם ליד
אין "יידישע פאלקסלידער", ארויסגעגעבן דורך נח פרילוצקי אין 1911, ערשיינען צוויי וואריאציעס פון דעם ליד. די ערשטע ווערסיע איז זייער ענליך צו אונזער ווערסיע, נאר אנשטאט מרים הנביאה ערשיינט עזרא הסופר ווי א "קוויטל שרייבער".
די צווייטע ווערסיע פארמאגט היבש שינויים.
אויף עברית, אנגעבליך געשריבן דורך מרדכי אזרחי )קרישעווסקי(, פון די פריע העברעאישע לערער אין ארץ-ישראל. אין דער ווערסיע ֹערשיינט דבורה הנביאה ווי א זינגערין. מַה נֹאכַל בִּסְעוּדָה הַזּו שׁוֹר הַבָּר וְלִוְיָתָן ֹשׁוֹר הַבָּר וְלִוְיָתָן אכוֹל נֹאכַל ֹבִּסְעוּדָה הַזּו מַה נִּשְׁתֶּה בִּסְעוּדָה הַזּו יַיִן הַמְשׁוּמָר יַיִן הַמְשׁוּמָר שָׁתֹה נִשְׁתֶּה ֹשׁוֹר הַבָּר וְלִוְיָתָן אכוֹל נֹאכַל ֹבִּסְעוּדָה הַזּו ּמִי יַגִּיד לָנוּ דִּבְרֵי תוֹרָה בִסְעוּדָה הַזּו מֹשֶׁה רַבֵּנו מֹשֶׁה רַבֵּנוּ יַגִּיד לָנוּ דִּבְרֵי תוֹרָה יַיִן הַמְשׁוּמָר שָׁתֹה נִשְׁתֶּה ֹשׁוֹר הַבָּר וְלִוְיָתָן אכוֹל נֹאכַל ֹבִּסְעוּדָה הַזּו ְמִי יַגִּיד לָנוּ חָכְמָה בִסְעוּדָה הַזּו שְׁלֹמֹה הַמֶּלֶך שְׁלֹמֹה הַמֶּלֶךְ יַגִּיד לָנוּ חָכְמָה מֹשֶׁה רַבֵּנוּ יַגִּיד לָנוּ דִּבְרֵי תוֹרָה יַיִן הַמְשׁוּמָר שָׁתֹה נִשְׁתֶּה ֹשׁוֹר הַבָּר וְלִוְיָתָן אכוֹל נֹאכַל ֹבִּסְעוּדָה הַזּו ְמִי יְנַגֵּן לָנוּ בִּסְעוּדָה הַזּו ּדָּוִד הַמֶּלֶך דָּוִד הַמֶּלֶךְ יְנַגֵּן לָנו
זייט 15
טעקסט
מֹשֶׁה רַבֵּנוּ יַגִּיד לָנוּ דִּבְרֵי תוֹרָה יַיִן הַמְשׁוּמָר שָׁתֹה נִשְׁתֶּה ֹשׁוֹר הַבָּר וְלִוְיָתָן אכוֹל נֹאכַל ֹבִּסְעוּדָה הַזּו מִי תֵּצֵא בְּמָחוֹל לָנוּ בִּסְעוּדָה הַזּו ּמִרְיָם הַנְּבִיאה ּמִרְיָם הַנְּבִיאה תֵּצֵא בְּמָחוֹל לָנו דָּוִד הַמֶּלֶךְ יְנַגֵּן לָנו שְׁלֹמֹה הַמֶּלֶךְ יַגִּיד לָנוּ חָכְמָה מֹשֶׁה רַבֵּנוּ יַגִּיד לָנוּ דִּבְרֵי תוֹרָה יַיִן הַמְשׁוּמָר שָׁתֹה נִשְׁתֶּה ֹשׁוֹר הַבָּר וְלִוְיָתָן אכוֹל נֹאכַל ֹבִּסְעוּדָה הַזּו מִי תָּשִׁיר לָנוּ בִּסְעוּדָה הַזּו ּדְּבוֹרָה הַנְּבִיאה ּדְּבוֹרָה הַנְּבִיאה תָּשִׁיר לָנו ּמִרְיָם הַנְּבִיאה תֵּצֵא בְּמָחוֹל לָנו דָּוִד הַמֶּלֶךְ יְנַגֵּן לָנו שְׁלֹמֹה הַמֶּלֶךְ יַגִּיד לָנוּ חָכְמָה מֹשֶׁה רַבֵּנוּ יַגִּיד לָנוּ דִּבְרֵי תוֹרָה יַיִן הַמְשׁוּמָר שָׁתֹה נִשְׁתֶּה ֹשׁוֹר הַבָּר וְלִוְיָתָן אכוֹל נֹאכַל ֹבִּסְעוּדָה הַזּו מִי יְבַשֵּׂר לָנוּ בְּשׂוֹרָה טוֹבָה בִסְעוּדָה הַזּו אֵלִיָּהוּ הַנָּבִיא ּאֵלִיָּהוּ הַנָּבִיא יְבַשֵּׂר לָנוּ בְּשׂוֹרָה טוֹבָה ּדְּבוֹרָה הַנְּבִיאה תָּשִׁיר לָנו ּמִרְיָם הַנְּבִיאה תֵּצֵא בְּמָחוֹל לָנו דָּוִד הַמֶּלֶךְ יְנַגֵּן לָנו שְׁלֹמֹה הַמֶּלֶךְ יַגִּיד לָנוּ חָכְמָה מֹשֶׁה רַבֵּנוּ יַגִּיד לָנוּ דִּבְרֵי תוֹרָה יַיִן הַמְשׁוּמָר שָׁתֹה נִשְׁתֶּה
ֹשׁוֹר הַבָּר וְלִוְיָתָן אכוֹל נֹאכַל ֹבִּסְעוּדָה הַזּו ּמִי יְבָרֵךְ אוֹתָנוּ בִּסְעוּדָה הַזּו אהֲרֹן הַכֹּהֵן יְבָרֵךְ אוֹתָנו ּאֵלִיָּהוּ הַנָּבִיא יְבַשֵּׂר לָנוּ בְּשׂוֹרָה טוֹבָה ּדְּבוֹרָה הַנְּבִיאה תָּשִׁיר לָנו ּמִרְיָם הַנְּבִיאה תֵּצֵא בְּמָחוֹל לָנו דָּוִד הַמֶּלֶךְ יְנַגֵּן לָנו שְׁלֹמֹה הַמֶּלֶךְ יַגִּיד לָנוּ חָכְמָה מֹשֶׁה רַבֵּנוּ יַגִּיד לָנוּ דִּבְרֵי תוֹרָה יַיִן הַמְשׁוּמָר שָׁתֹה נִשְׁתֶּה ֹשׁוֹר הַבָּר וְלִוְיָתָן אכוֹל נֹאכַל בִּסְעוּדָה הַזּו צו לעצט איז אינטערעסאנט צו לייענען א פאראדיע פון דעם ליד, געשריבן דורך דער בארימטער אידישער אקטריסע מאלי פיקאן. וואס זשע וועט זיין אז משיח וועט קומען קיין ניו-יארק?
אז משיח וועט קומען קיין ניו-יארק וועלן מיר מאכן א סעודה'ניו. אין YM און YWHA און אלעס וועט דעמאלס זיין אקעי אז משיח וועט קומען קיין ניו-יארק סאמדעי וועלן מיר זינגען און טאנצן היי היי אז משיח וועט קומען צו גיין ניט אויף א פערד נאר אויף אן אייראפליין וועט א יעדער איד אין אן אויטאמאביל אים באגעגענען אויף לאגווארדיע פיעלד משיח וועט זיצן אין אן אפענע קאר אויף בראדוויי פארן ווי א האליוואוד
סטאר.
ביים סיטי האל וועט דער מעיאר שטיין און באגריסן משיח גאנץ שיין. און דערנאכדעם וועט זיין א באנקעט האטדאגס וועלן מיר עסן דארט, יו בעט קעיט סמיט וועט קומען אבסאלוטלי פרי גאט בענטש אמעריקע זינגען וועט זי אויף אן אייראפליין וועט ער פליען אויף טיש און בענק וועט זיך טוען אז משיח וועט קומען קיין ניו-יארק. ביים באנקעט וועלן מיר זינגען פיין לאמיר אלע אין איינעם אין איינעם משיח מקבל-פנים זיין א ספיטש וועט קיינער ניט מאכן נאר משיח וועט קריגן דעם פלאר דערנאך דעם וועלן מיר האבן א היי קלעס שאו משיח וועט מאכן א ספיטש אויפן ראדיא.
די בענד וועט שפילן א אידישע לא קעינא טאנצן וועט ניט מרים נאר מאדאם לאזאניא ביים באנקעט וועלן מיר זינגען פיין לאמיר אים מקבל-פנים זיין אז משיח וועט קומען קיין ניו-יארק. נאכן באנקעט וועלן מיר נעמען משיח אין א סוועל האטעל אויסצורוען זיך און ער וועט זאגן פריינדע מיינע עקסקיוז מי איך מוז נעמען א וואנע. דער ערשטער וואונדער וועט באווייזן משיח אז האר זאל וואקסן אויף א יעדן פליך ווייבער וועלן מער ניט שקלאפן אין קיטשען שיך ענגע און וועלן אונז מער ניט דערקוטשען נייעם א אויטאמאביל וועט א יעדער קריגן וועט מען אויס'הרג'ענען אלע מאסקיטעס און פליגן וועט בראנזוויל צוריק קריגן אירע ציגן אוי אז משיח וועט קומען קיין ניו-יארק!
זייט 16
טעקסט
אין רוסלאנד האט מען זיך געגרייט צום פונעם געשעהעניש יארהונדערט: מען גייט צום ערשטן מאהל אין היסטאריע מחנך זיין דעם באן. עס איז דער שמועס אין אלע מקוואות, אלע וואונדערן זיך, א וואגן אהן קיינע פערד?
אוממעגליך!
מען גרייט אהן דעם בימת הכבוד פאר’ן צאר, אונטער איהם זעצט מען די זקני המדינה, אלע זענען געקומען זיך צוקוקען צום פלא.
און, יא, לא פחות ולא יותר די באן הויבט זיך אהן רירן פון פלאץ מיט די אייגענע כוחות. דער גאנצער ציבור איז ארויס פון התפעלות, חוץ פון די זקנים, זיי האבן גע’טענה’ט, ס’קען נישט זיין, עס מוז זיין אז ערגעצוואו זענען דא באהאלטן עטליכע פערד.
אויפן איינלאדענונג פונעם דירעקטאר זענען זיי ארויף אויפן באן און אנגעהויבן זוכן אין אלע ווינקלען. נו, מ’זוכט און מ’זוכט, והילד איננו, עס איז טאקע נישט דא קיין פערד. יעצט זענט איהר צופרידן? פרעגט דער דירעקטאר.
רופט זיך אהן דער עלטסטער: גערעכט, מיר האבן טאקע דורכגעקוקט דעם באן און נישט געפונען קיין געווענליכע פערד, עס מוז אבער זיין אז ערגעץ טיף אינעם מאטאר, אין א פארבארגענעם ארט, באהאלט זיך עפעס א קליין פערדל... -----------מיין מאמע – זאל אונז פירן קעגן משיח’ן – האט שוין לאנגע יאהרן א קביעות’דיגע נוסח פאר די חולים. ווי נאר די כזית המוציא האט זיך באקוועם געמאכט, און די אויגן הייבן אהן וואנדערן צו די געפילטע פיש, הויבט זיך אהן די וועכנטליכע חשבון הנפש; דער האט חתונה געמאכט, דער האט איהר נערוועז געמאכט וכו’ וכו’, דערנאך קומט א ליסטע פון באקאנטע וועלכע דארפן נאכאלץ א רפואה, וואס ווערט צוגעענדיגט מיט א ‘בתוך שאר חולי ישראל’. די לעצטערע צייטן אבער איז צוגעקומען נאך א ווארט, ‘עמו’ – בתוך שאר חולי עמו ]וועמענ’ס?[ ישראל, יו קנאו, נאך א לשון הקודש ווארט פאר די עקסטערע ‘הארס-פאוער’, אן עקסטערן זעץ פאר די מען אין פאוער אז דא מיינט מען ביזנעס. ביסיידס, דער פון אויבן קען נאך חלילה לאנגווייליג ווערן.
איהר קלערט אז זי איז אמאהל געווען באוואוסטזיניג איבער די החלטה? עה... ס’איז געפארן פון הארץ צום מויל, עס האט ביים מח בכלל נישט באזוכט.
שטעלט אפ סיי וועלכע מענטש אויף די וועלט און פרעגט איהם אויב ער איז א ראציאנאלער מענטש, אודאי! וואס פאר א פראגע, יעדער איינער בלי אויסנאם איז שפיץ שכל. אפי’ דער פאפיולער תורה אז ‘פאר “לאוו” טוהט אומראציאנאלע מען שריט’, איז אויך נאר ווייל שכל זאגט אז ליבע ברענגט/ערלויבט אומראציאנאלע שריט... אבער, כ’בעט אייך רעגט מיר נישט אויף, סיריעסלי, ווי אר פריטי מעססד אפ...
איהר ווייסט פארוואס די קלעביגע מאדנע גרינע עיליענס מיט צוויי נעזער אויפן שטערן האבן זיך נאכנישט אינטערדאוסד צו אונז? כ’וועל אייך מגלה זיין: זיי זענען שוין דא געווען, ווי זיי האבן געזעהן ווי מיר זעהן אויס זענען זיי אנטלאפן ונשמתם בידם.
אזא אומבאלומפערטע צורה איז א חידוש אפי’ ביי זיי; די אויבערשטע האלב גוף איז פארמאכט סאליד, אויף די צוויי אונטערשטע עקן פון דעם כמו-רעקטענגעל הענגן צוויי לאנגע שטעקענס. פונעם אויבערשטן טייל רעקטעינגעל קומען ארויס זייטוועגס אזעלכע לאנגע דארע שטעקענס וועלכע בייגן זיך, וועך... זיי הענגן אזוי אראפ זייטוועגס...
העכער דעם אלעם איז דא א באלי מיט כל מיני לעכער, גראדע, שיפע, אראפ, ארויף. צוויי פון די לעכער זענען אנגעפולט מיט עפעס א רונדיגע מאשי זאך.
אוי, כ’בעט אייך, נישט בשעת’ן עסן...
דרייען זיך די ]ראציאנאלע[ בני אדם בדמות שדים ארום אויף די וועלט און זוכן דריי זאכן: ***, געלט, און כבוד. גאנץ א שיינע רעזומעי.
האלב פון די באפעלקערונג איז אטראקטירט צו די אנדערע האלב. הא הא, דאנט עיווען געט מי סטארטעט. ריעלי? און מען דרייעט זיך ארום מיט בלעכענע פענימער, וואס אין די ווארלד ווייד וועב איז ראנג וויט יו?
ס’איז שוין היינט א גאנצע אינדוסטרי, פאר די ריכטיגע פרייז קען מען באקומען די אא סחורה, אבער אפילו בחורים וועלכע קענען זיך עס נישט ערלויבן קענען שוין היינט באקומען ביי די קיאסקן אין עק שטאט גאנצע מאגאזינען פון די לעצטע מאדעל צלמים, הערליכע, הארץ פארכאפענדע, אויסגעשניצטע פסלים, איך דארף דאך אייך נישט זאגן וואס טוהט זיך אין די מקוואות, פאר א פאר שקל קען מען שוין היינט האבן א צלם-כיס, ה”י וויפיל שיינע אידן געבן עס א כאפ ארויס פון בוזעם, ווי א רוח-באזעצטער גיבן זיי זיך
זייט 17
טעקסט
לעצטענס האט זיך געעפענט א מקום וואו מען קען זיך צוקוקען ווי אנדערע בוקן זיך און קושן דעם צלם – בהדרכת דזשימי קימעל ]הגם אנדער-עידזש איז נאך דערווייל פארבאטן[.
)למעשה איז די גאנצע תאוה צו עבודה זרה אן עוועלושענערי פראסעס, די וואס זענען גוט מיט די געטער זיי סורווייווען.( ----------יא, ענד האו עבאוט נגיעות?
וואט די העל איז ראנג וויט אס? כ’מיין אז אזא קראנקהייט האט נישט בדומה לו, פארוואס זאל א מענטש האלטן אז ער איז בעסער, געלונגענער, קלוגער, שענער, מער מאראליש וכו’ וכו’ פון א צווייטן? ווייל גראדע ביסטו ‘דו’, גראדע ביסטו דער הו דאעס די טינקינג? האו סיק איז דעט?!
מען דארף קיינעם מסביר זיין ווי טיף אין דער ערד ער געפונט זיך, כאשר יאמר מארק טוועין ‘deep down in his private heart no man much respects himself’, אבער דאס וועט נישט צוריקהאלטן אונזער ספישיעס פון אריינקומען אין שוהל מיט אויסגעקעמטע בייכער שפילן דעם שפיל, וואקינג דע וואק ענד טאקינג דע טאק.
ידידינו טאמבל סאס שרייבט אין איינע פון זיינע אשכולות ווי אלס קינד פלעגט ער טראכטן וויאזוי זיך ארויסצודרייען פון גיהינום: ער וועט ‘אויפגעבן’ און מחליט זיין אז די יסורים גייען איהם נישט אהן, און פטור אן עסק...
ס’איז באמת א געוואלדיג ווארט. וואס עס טוהט זיך אין קאפ, וואס טוהט זיך אין מח האט נישט קיין שייכות מיט וואס דער קליינער, צודרייעטער, פערדל אין הארץ האט צו זאגן, עס איז באמת א געוואלדיגע פסיכאלאגיע, ס’טוהט וויי? נו, איז וואס? ס’גייט מיר נישט אהן.
]דאס איז חוץ מן הנקודה שע”פ פילאזאפיע יש לעיין פארוואס טאקע וויל מען עפ”י שכל נישט קיין יסורים און יא הנאות. פארוואס ‘טאקע’. דאס טוהט מיר וויי און דאס ברענגט מיר הנאה, פון דעם איז שוין אטאמאטיש מחויב אז דאס וויל איך נישט און דאס יא? אפשר וויל איך יסורים?[ --------זה כל האדם. עס איז דא ריינע, קאלטע, אויסגעהאלטענע מח/ ראציאנאל, און דערנאך איז דא ‘אונז’. צו מיין מאמע אדער מיין געריבענער חבר איז נישט צופיהל א חילוק. נאר וואס, מען דארף אבער וויסן אז עס איז דא אן אמת, עס איז דא א הימל.
דער רבי רש”ב נ”ע האט אמאהל געזאגט גאר א טיעפן מאמר וואס דער עולם האט נישט געהעריג מיטגעהאלטן, זענען חסידים אריין פרעגן פארוועמען האט דער רבי דאס געזאגט?
האט דער רבי גענטפערט, סיי א מענטש סיי א בהמה ביידע גייען אויף דער ערד און קענען צום הימל נישט דערגרייכן, די בהמה גייט אבער מיט די קאפ אראפ און ווייסט נישט פון עפעס אנדערש, א מענטש גייט אבער מיט’ן קאפ ארויף און זעהט אז ס’איז דא א הימל.
מען דארף וויסן אז ‘עס איז דא’ א הימל.
----------עס איז א וועלט’ס איינרעדעניש אז עס איז דא צוויי באזונדערע
זאכן, גשמיות און רוחניות. ס’איז דא ‘מציאות’ און ס’איז דא ‘ענינים’. אן אלטע טעות.
עס איז פונקט ווי פרימיטיווע מענטשן וועלן מיינען אז ראדיא כוואליעס זענען עפעס ווייניגער גשמיות ווי פשוטע ליכטיקייט. מיר ווייסן אבער דעם אמת אז אלע כוואליעס – ראדיא כוואליעס און זעהדיגע ליכטיגקייט אריינגערעכענט – זענען די זעלבע מציאות, מחמת טעכנישע סיבות קענען מיר זען געוויסע, און געוויסע נישט. מאטריאליסטן ווילן אלעס רעצודירן צו בלויזע גשמיות, געפילן, איבערלעבענישן וכו’ זענען ניוראנס, עלעקטרישע מעסעדזשעס, הארמאנען וכו’. ואני אומר: זיי זענען גערעכט, עס איז טאקע נישט דא קיין גשמיות ווס. רוחניות.
דאס איז די גאנצע שפיל דא אכציג יאר: מען האט אויסגעשטעלט א פלעיגראונד, גענומען טייל פונעם מציאות און אויסגעשטעלט אין וואס מיר רופן ‘גשמיות’, עי ווערי סיק פלעיס וואס ווערט ענדערש געפירט דורך קליינע פערדלעך ווי דורך ראציאנאל. דארט האט מען אריינגעשטעלט את האדם לעבדה, זעה וויפיהל דו קענסט משליט זיין את המח על הלב.
יא, רבותי, די לעגענדע איז אמת, אין קבר נעמט מען זיך גארנישט מיט, דארטן גייט מען ערום כיום היוולדו, גשמיות מוז מען אריינכאפן אויף די וועלט ווילאנג מען לעבט.
----------די גמ’ פארציילט אין סוכה נ”ג: תניא אמר ר’ יהושע בן חנניא כשהיינו שמחים בשמחת בית השואבה לא ראינו שינה בעינינו, כיצד, שעה ראשונה תמיד של שחר, משם לתפלה, משם לקרבן מוסף, משם לתפלת המוספין, משם לבית המדרש, משם לאכילה ושתי’, משם לתפלת המנחה, משם לתמיד של בין הערבים, מכאן ואילך לשמחת בית השואבה.
פרעגט די גמ’ וויאזוי קען זיין אז מען איז נישט געשלאפן עטליכע טעג, איני, והאמר רבי יוחנן שבועה שלא אישן שלשה ימים מלקין אותו וישן לאלתר, ענטפערט די גמ’ אלא הכי קאמר, לא טעמנו טעם שינה, דהוו מנמנמי אכתפא דהדדי, שטייענדיגערהייט האט מען געדרימלט אויפן צווייטענ’ס אקסעל.
זאגט דער ליובאוויטשער רבי ז”ל, וואס איז דער חילוק פון א מענטש ביז א בהמה? די בהמה גייט אויף אלע פיהר פיס זענען די הארץ און דער מוח אלעמאהל אייניג אויפן זעלבן דרגא, מותר האדם מן הבהמה אז מוחו שליט על לבו - ער גייט שטייעדיג, זיין קאפ איז העכער פונעם הארץ.
דאס איז אלס ווען דער מענטש איז וואך, אבער ווען מען לייגט זיך אין בעט שלאפן איז ביי א מענטש אויך דער מוח אויפן זעלבן דרגא ווי דער הארץ, ביים שלאפן איז ער גארנישט קיין מיוחס. דאס איז געווען די מעלה ביי שמחת בית השואבה אז מען איז צוגעקומען צום שפיץ מח שליט, אפי’ בשעת’ן שלאפן איז מען געווען שטייענדיג – די מוח אין קאנטראל פונעם הארץ.
זייט 18
טעקסט
גיי גלייב ג. אינגל
"וואס הייסט? עס איז א בפירוש'ע צייטונג!" - דאס זענען ווערטער וואס מען הערט כסדר ביי היציגע דעבאטעס. דזשורנאליזם איז אייביג באטראכט געווארן אלס א פאקטישע באגרינדונג, אויף וואס מען האט זיך אין דעבאטע נישט געקענט שטעלן. דאס געשריבן ווארט איז אייביג פאררעכענט געווארן פאר א דבר קבוע וקיימא, א קאלטע פאקט. אבער אנדערש ווי היינט, ווען טעכנעלאגיע איז שטארק פארגעשריטן, און נייעס באריכטן ווערן פארשפרייט אין רגעים, און עס איז א זעלטענהייט אז א צייטונג זאל מאכן א טעות מיט א באריכט, וואס איז געזויגן מתחילתה עד סופה, )כאטש מען טרעפט אזאנס אין די מאדערענע וועלט אויך, א שטייגער ווי "דשעיסאן בלעיר" פון די ניו יארק טיימס, צו "דזשעק קעלי" פון די יו עס עי טאדעי, צו גאר אונזער היימישער @עקספרימענטירער( דאך איז אמאל געווען גאר אנדערש, ווען די צייטונגען זענען געווען גאר פרימיטיוו און צוריקגעשטאנען, איז געווען א מצוי'דיגע זאך, אז עס זענען ערשינען גאנצעטע באריכטן, צומאל באגלייט אפילו מיט עדות, און אין א וואך צוויי שפעטער איז ערשינען א "מעוות לתקון" ווי די רעדאקציע ציהט צוריק - מיט רויטע בושות - אויף דעם פאלשן באריכט. אזא געשעעניש פלעגט צומאל זיך דורך ווישן אומבאמערקט, און צומאל פלעגט דאס זיין א קלאסאלן דורכפאל פארן צייטונג.
פארצייטנס איז דער אידישע לעבן נישט געווען אזוי צענטראליזירט ווי היינט צוטאגס. און רוסלאנד, אוקריינע, פוילן, גאליציע, רומעניע, זענען געווען צושפרייט הונדערטע הונדערטע שטעטלעך, און כדי צו וויסן די נייעס, האבן די צייטונגען געמוזט צוקומען צו אינפארמאטארן אינערהאלב די געגענטער און שטעטלעך. צומאל פלעגן סתם מענטשן אויך אריין שיקן נייעס פון זייער וואוינארט, וואס דאדורכדעם פלעגט אפט זיין אזאנע עקספרימענטירער טיפ מענטשן, וואס פלעגן שיקן פאלשע באריכטן צו די צייטונגען,
געווענליך געבויט אויף מאטיוון פון שנאה, זיך אפצורעכענן מיט יענעם א גוטס.
**** אט הערט א מעשה ]וואס איז האפנטליך יא אמת...[:
געווען איז עס איין טאג, ווען די תלמידים פונעם גרויסן גאון ר' ברוך בער לייבאוויטץ, דער 'ברכת שמואל' זצ"ל, דערציילן פאר זייער רבי'ן מיט גרויס שאק און צובראכנקייט, אז עס איז אנגעקומען א ידיעה פון די צייטונגען אז דער גאון עולם לבית בריסק און רבי פון רבי ברוך בער - הגאון רבי חיים בריסקער שבק לן חיים, ער איז ליידער נפטר געווארן. ר' ברוך בער בלייבט זיצן גלייכגילטיג, ווי כאילו נישט צו אים זענען די רייד געווענדעט. שפעטער אין טאג ווען עס איז אנגעקומען א שליח מיטן בשורה, איז ר' ברוך בער געכאפט געווארן אין א שאק, הערנדיג ]און קולט זייענדיג[ די טרויעריגע בשורה, און איז צוזאם געפאלן פון גרויס צער און צובראכנקייט.
אויב וואונדערט איר זיך, פארוואס ער האט אזוי ווייניג געגלייבט די מודעה אינעם צייטונג, דאן דארפט איר ליינען די פאלגענדע אמת'ע מעשיות וואס זענען פארגעקומען אין אלטער היים, און איר וועט פארשטיין וויפיל נאמנות א צייטונג האט געקענט טראגן. **** הרב צבי מאיר זילבערבערג שליט"א - א נאמען וואס באדארף נישט קיין הסברים, מה טובו ומה גדולתו - האט שוין 'מאראנצי' באשריבן מיט אלע אירע קאלירן. אבער זיין יחוס איז אויך נישט אוועק צו מאכען מיט איין האנד. ער ציהט ארויף זיין אפשטאם, ביזן גרויסן תנא ר' חנינא קרא. לאמיר גיין צושטייטלעך, אבער בקיצור. דער אבי השלשלת 'זילבערבערג' איז געווען הרב בנימין בייניש, ער איז געווען אן איידעם ביי רבי יצחק זאב אוירבאך, )דער שוואגער פון הגאון המפורסם הרב יצחק איציק אוירבאך, מרבני ירושלים. און זיי ביידע זענען געווען איידימער פון רבי יצחק קרא, ]לחד גירסא ארויף צום ב"י הרב יוסף קארו )קרא(, און-[ ארויף ביזן תנא ר' חנינא קרא(.
זיין זון איז געווען הרב המפורסם ביותר הגאון רבי משה יהודה לייב זילבערבערג אב"ד קוטנא, ורבן של הקהילות האשכנזית בירושלים.
זיין זון איז געווען הרב חיים יעקב נפתלי אב"ד אירשוב, ער איז נאך געווען א שטיקל מתנגד, כאטש ער איז געווען נאך ביים שפת אמת. )דער אמרי אמת האט נישט פארפעלט אים צו באזוכן יעדעס מאל ער איז געווען אין שטאט!(.
זיין אייניקל איז געווען הגאון הרב אברהם בנימין בייניש מרבני
זייט 19
טעקסט
ווארשא ואח"כ אב"ד פיטסבורג, וואו ער האט פארטרעטן אין א געוויסע זין חסידי גור אין אמעריקא. )ער איז שוין יא געווען א חסיד נלהב, און א תשובה שרייבט ער אמאל: דעם רבי'נס א ווארט דארף מען אפלערנען ווי א גאנצע תוס'...(. ער איז געווען א מחותן מיט דער ירושלימער רבי פון וויליאמסבורג - פון ווי עס שטאמט ר' ברוך אייזענבערג ע"ה ומשפחתו.
געוויס וועט אייך שאקירן אז הרב צבי מאיר שליט"א'ס טאטע'ס טאטע איז געווען א פאלנער משומד!
ליינט מיט שפאנונג א באריכט איבערן זון פון רבי אברהם בנימין זילבערבערג.
אין די ווארשאווער רבני'שע קרייזן ווערט איצט פיל גערעדט
א סענזאציאנאלע שאקירנדע באריכט אין די ווארשעווע צייטונגען:
וועגן דעם שרעקליכער טראגעדיע, וואס עס לעבט יעצט איבער דער באקאנטער ווארשאווער מורה הוראה הרב ר' אברהם בנימין זילבערבערג, וועמענס זוהן, אויך א רב איז אוועק צו די מיסיאנערן קיין לאנדאן און זיך דארט אפגע'שמד'ט.
די סענסאציאנאלע געשיכטע שטעלט זיך פאר אזוי:
הרב ר' אברהם בנימין זילבערבערג איז אין משך פון לאנגע יאהרן געווען דער הויפט אנפירער פון די "שומרי שבת" אין ווארשא, און איז געווען אן ערענסטער קאנדידאט אויף אפיציעלן רב פון ווארשאווער ראבינאט. מיט צוויי יאר צוריק איז ער אוועק געפארן קיין אמעריקא, פון וואנען ער איז ביז'ן היינטיגן טאג נישט צוריקגעקומען.
ווי מען גיט איבער, איז הרב זילבערבערג קיין אמעריקא געפאהרען זאמלען געלד פאר א ישיבה.
דעם רב זילבערבערג האט דערווייל אין ווארשא פארטרעטען זיין זוהן דער יונגער רב זילבערבערג, וועלכער פלעגט זיך, אגב, אזוי מיט אויסצייכענען אין רעדעס זיינע די שוהלען, ווי דעם פאטער.
חדשים מיט צוריק איז דער יונגער נעלם זילבערבערג געווארען. מען האט אים געזוכט און נישט געקאָנט געפונען. מיט 2 חדשים שפעטער האט זיך צום הרב ר' שלמה דוד כהנה געווענדעט דער גערער
טיש-זיצער ר' יוסף מאיר מילכווערגער פון מילא 5, וועלכער האט דעם רב פארטרויט א סוד: ער האט נעמליך דערצעהלט, אז מיט עטליכע יאהר צוריק האט ער זיינס א 16-יעריג מיידעל פער'קנס'ט פאר'ן יונגען רב זילבערבערג און האט אויף זיין טאכטער'ס און דעם חתנ'ס נאמען אריינגעלעגט אין א באנק-קאסעטקע דעם נדן אויף א סומע פון 10 טויזענד זל.
דער חתן, דער יונגער רב, האט מיט א קונץ ארויסבעקומען דעם נדן און מיט'ן געלד נעלם געווארען. נאך עטליכע חדשים זוכען איז איהם געלונגען געוואויר צו ווערען, אז ער געפינט זיך אין שטאקהאלם, וואו ער האט זיך גע'שמד'ט. ער איז געווארען א גאנצע "שישקע" ביי די דארטיגע מיסיאנערן. ר' יוסף מאיר מילכווערגער האט דעריבער געבעטען, אז מען זאל איהם ארויסגעבען פטורין פאר זיין טאכטער, כדי זי זאל קאָנען ווערען א כלה פאר א צווייטען חתן.
דער רב כהנה האט זיך דאן געווענדעט קיין שטאקהאלם און לאנדאן, וואו ער האט זיך גענוי אינפארמירט וועגען דער ריכטיגקייט פון דער סענסאציאנאלער שמד-געשיכטע.
נאכדעם ווי 2 יודישע עדות פון לאנדאן האבען בעשטעטיגט, אז עס איז טאקי א טרויעריגער אמת, אז דער יונגער רב זילבערבערג האט זיך טאקי גע'שמד'ט און איז אין לאנדאן א גאנצער מאכער ביי די דארטיגע מיסיאנערען, האט הרב שלמה דוד כהנה ארויסגעגעבען דעם פריילין מילכווערגער פטורין.
ערשט איצט איז די ווארשאווער רבנים געווארען קלאר פארוואס דער פאטער פון יונגען רב זילבערבערג קומט נישט צוריק פון אמעריקא קיין ווארשא. ער קומט נישט צוריק צוליב עגמת נפש. און א הוספה איבער דעם, שרייבט דער עקספרעס א טאג שפעטער.
נישט מיט קיין לייכט געמיט האט "אונזער עקספרעס" איבערגעגעבען די דאזיגע נישט היימליכע ידיעה. די רעדאקציע האט שוין וועגען דער טהאַט פון יונגען רב זילבערבערג געהאט ידיעות מיט עטליכע וואכן צוריק, אבער מיר האבען די ידיעות נישט געוואלט פארעפענטליכען, אבער נאכדעם, ווי עס זענען קיין ווארשא דערגאנגען ידיעות, אז דער יונגער רב זילבערבערג פיהרט אין לאנדאן א דאפעלטע שפיעל: ער איז א גאנצע "שישקע" ביי די דארטיגע מיסיאנערען און פארקעהרט גלייכצייטיג צווישען יודען, וואו ער זוכט נאך צו פאנגען נשמות, זענען מיר געווארען געצוואונגען צו פארעפענטליכען די גאנצע געשיכטע, כדי איהם אזוי ארום צו דעמאַסקירען פאר דע-גאנצער יודישער עפענטליכקייט. הגם מיר באזיצען נאך א סך פרטים וועגען דער אויפפיהרונג פון יונגען זילבערבערג נאך פאר זיין אבפאהר פון פוילען, דאך האלטען מיר זיך אפ די אלע פאקטען צו פארעפענטליכען.
**** דער ווארשאווער אידענטום האט געקאכט ווי א קעסל פון די שוידערליכן פאסירונג.
צוויי חדשים פאריבער און דא האט איר פרישע באריכטן:
זייט 20
טעקסט
אונזער עקספרעס
מיט א צייט צוריק איז אין "אונזער עקספרעס" געווען אפגעדרוקט א ידיעה וועגען הרב הערש מאיר זילבערבערג, וועלכער וואוינט לעצטענס אין מאנטריעאל )קאנאדע).
דארט איז געווען אז דערצעהלט, הרב הערש מאיר זילבערבערג איז אוועק פון ווארשא נאכדעם ווי ער צוגענומען האט א סומע פון 10 זל. טויזענד וואס איז געווען ד ע פ א נ י ר ט "באנק אין דורך זאבאדני"
זיין צוקונפטיגער שווער.
איז ווייטער געווען געשריבען, אז נאכ'ן פערלאזען ווארשא איז ער קיין אנגעקומען
אהרן צייטלין דער עורך פון אונזער
שטאקהאלם און
עקספרעס
דארט לאנדאן, זיך ער האט גע'שמד'ט און אלס מיסיאנער איז ער אבגעפאהרען קיין אפיסיניען. איצט שטעלען מיר פעסט, אז מיר זענען אריינגעפיהרט געווארען אין א טעות, ווייל אלץ, וואס עס איז געווען געשריבען אין יענער נאטיץ אנטשפרעכט נישט דער ווירקליכקייט.
דערין האבן מיר זיך איבערצייגט פון א רייה דאקומענטען, וואס זענען אונז צוגעשטעלט געווארען.
קודם-כל ווייזט זיך ארויס, אז הרב הערש מאיר זילבערבערג האט בכלל נישט געקאָנט אבּנעהמען קיין געלד פון דער "דעפאזיטען באנק", ווייל לויט'ן דעפאזיטען אפמאך מיט דער באנק האט קיינער פון זיי ביידען, דאס הייסט נישט הרב הערש מאיר זילבערבערג און נישט זיין צוקונפטיגער שווער, נישט געקאָנט אבּנעהמען דאס געלד איינער אהן דעם צווייטען.
ווייטער ווערט פעסטגעשטעלט פון די דאקומענטען, אז נאכ'ן פערלאזען פוילען איז הרב הערש מאיר זילבערבערג אבגעפאהרען קיין ניו יארק, וואו ער איז איצט א פלייסיגער תלמיד אין דער ישיבה ר'יצחק אלחנן )קאוונע( און איז גלייכצייטיג דער גייסטיגער פיהרער פון דער קהילה "בית חסידים דפּוילין".
אז דאס אלץ איז אמת, האבען מיר פעסטגעשטעלט אויפ'ן נרתר פון פאלגענדע דאקומענטען, וואס זייער ריכטיגקייט איז בעשטעטיגט דורך א רעיענט:
פעסט, אז דער פאסאזשיר פון דער דריטער קלאס הרב הערש מאיר זילבערבערג איז ארויסגעפאהרען פון פוילען דעם 19'טען מערץ אוהן איז אנגעקומען קיין קאפענהאגען דעם 20-טען מערץ און פון קאפענהאגען איז הרב הערש מאיר זילבערבערג ארויסגעפאהרען דעם 28-טען קיין ניו יארק און אנגעקומען קיין ניו יארק דעם 6-טען אפריל. פון דעם בריף ווייזט זיך ארויס, אז הרב הערש מאיר זילבערבערג איז קיינמאל נישט געווען נישט אין שטאקהאלם און נישט אין לאנדאן, נאר ער איז גלייך פון ווארשא דורך קאפענהאגען געפאהרען קיין ניו יארק וואו ער איז אנגעקומען פאר פסח.
דער פרעזידענט פון דער ישיבה ר' יצחק אלחנן אין ניו 2( יארק הרב דר' ב' רעוועל, שטעלט פעסט, אז הרב הערש מאיר זילבערבערג איז רעגיסטרירט אין דער ישיבה און בעזוכט אלע טאג די שיעורים.
הרב ר' שלמה יאסקאוויטץ, דער איידעם פון גערער רבי'ן 3( שליט"א, וועלכער איז צוריקגעקומען פון אמעריקא פאר ראש השנה, זייענדיג צוזאמען מיט הרב הערש מאיר זילבערבערג אין אמעריקא, שטעלט פעסט, אז הרב הערש מאיר זילבערבערג איז א העכסט-פרומער און עהרליכער מענש מיט אויסגעצייכענטע מעלות ומדות טובות און אז הרב הערש מאיר זילבערבערג איז קיינמאל נישט געווען נישט אין שטאקהאלם און נישט אין לאנדאן, אז ער איז אנגעקומען קיין ניו יארק גלייך פון פוילען פאר פסח, ער לערנט אין דער ישיבה ר' יצחק אלחנן אין ניו יארק ווי אויך אין גערער שטיבעל.
דער פרעזידענט פון דער שוהל "בית החסידים דפוילען", 4( וואס געפינט זיך אין ניו יארק אויף מאנטגאמערי 11-9 בעשטעטיגט דורך א שבועה, וואס איז בעשטעטיגט דורך אנ'אמעריקאנער רעיענט, אז הרב הערש מאיר זילבערבערג איז געווארען פערבעטען פון דער שוהל אנצונעהמען א פאסטען אלס רב מיט א פענסיע פון 000,2 דאלאר יעהרליך.
דער קאמיסאר פון העכסטען געריכט אין מאנטריעאל 5( )קאנאדע( בעשטעטיגט, אז ער האט פעסטגעשטעלט די פערזענליכקייט פון הרב הערש מאיר זילבערבערג דורך זיין פּאס און דורך זיין אונטערשריפט. איך אליין ---שרייבט דער קאמיסאר---האב דורכגעקוקט און דורכגעלייענט די אלע אויבענדערמאהנטע דאקומענטען און בעשטעטיג:
א( אז הרב הערש מאיר זילבערבערג, וואס האט לעצטענס געוואוינט אין ווארשא אויף מענהאף 26 איז געשטאנען פאר מיר אין מיין קאנצעלאריע דעם 20-טען יולי 1936; אז ער איז ארויסגעפאהרען פון פוילען דעם 19-טען מערץ 1936 און איז אנגעקומען קיין ניו יארק דעם 6-טען אפריל 1936.
ב( אז הרב הערש מאיר זילבערבערג איז א תלמיד פון דער ישיבה ר' יצחק אלחנן אין ניו יארק און אויך פון גערער שטיבעל.
ג( אז הרב הערש מאיר זילבערבערג איז אנגענומען געווארען אויף א פאסטען אלס רב אין דער שוהל "בית החסידים דפוילן" אין ניו יארק.
ד( אז אלע ארטיקלען, וואס זענען געווען געדריקט אין די ווארשאווער צייטונגען וועגען הרב הערש מאיר זילבערבערג זענען נישט ריכטיג און נישט בעשטעטיגט.
די דאזיגע דאקומענטען זענען בעשטעטיגט דורכ'ן פוילישען קאנסול אין מאנטרעאל )קאנאדע).
זייט 21
טעקסט
זילבערבערג, ביי זיינע עלטערן און משפחה פאר דעם עגמת נפש, וואס מיר האבען זיי פערשאפט.
ישיבת יצחק אלחנן )קאוונע( אפיליאירט מיט YU Yeshiva University))
א שטיקל אויסצוג פונעם צייטונג "דער היינט" November 15, 1936, וואו זיי באריכטן פון וואו אזא פארדריסליכער טעות האט זיך גענומען.
לויט זיי - ווי קאמיש עס הערט זיך - זענען גאר מיר ארטאדאקסן שולדיג אין זייער מיס-אינפארמאציע.
איצט האבען מיר צו דעס אלעס געוואלט צוגעגעבן, ווי אזוי די דאזיגע אויסטערלישע און פאלשע ידיעות איז ענטשטאנען. נעמליך, דער יונגער רב איז, ווי עס ווייזט זיך ארויס פון די דאקומענטען פון דער שיפס-ליניע "נדיניא אמעריקא", איינגעשטיגען אין דער שיף צו פאהרען קיין אמעריקא און קאפענהאגען, פון קאפענהאגען האט ער געשריבען א בריף אויף א בלאנק פון האטעל, וואו ער איז איינגעשטאנען אלס פאסאזשיר פון דער שיפס-געזעלשאפט, דער האטעל טיטילירט זיך אלס "מיסיאנס-האטעל" פון דער פוילישער שיפס-געזעלשאפט, אין די ארטאדאקסישע קרייזען האט מען דאס ווארט "מיסיאנס", וואס האט די בעדייטונג פון "אין אויפטראג" פון דער נדיניא-שיפס-געזעלשאפט אויסגעטייטשט, אז דאס א מיסיאנערען-האטעל און דער יונגער רב איז אוועק צו די מיסיאנערען און ממילא האט ער שוין בעדארפט פאהרען קיין לאנדאן אין דער הויפט-קווארטיר פון די מיסיאנערען, כאטש ער האט לאנדאן פאר די אויגען נישט אנגעקוקט.
אט אזוי ארום איז דאס צוליב דעם שלעכטען טייטש פון א אונשולדיג ווארט דורך נאאיווע חסיד'ישע אידען, ענטשטאנען דער גאנצער בלבול אויף דעם יונגען רב זילבערבערג און דורך די ארטאדאקסישע קוועלען איז עס געקומען אין דער אידישער פרעסע.
צווישען אנדערע צייטונגען איז די דאזיגע ידיעה געווען געדרוקט אויך אין "היינט". מיר האבען פערשאפט דער פאמיליע פון געעהרטען הרב זילבערבערג אונבאגרינדעטען עגמת נפש.
אלס סאטיספאקיע האבען מיר אויפגעקלעהרט, ווי אזוי די דאזיגע מיספערשטענדעניש איז ענטשטאנען און די פאמיליע פון הרב זילבערבערג, וועלכע שטאמט פון גרויסען רבני'שען יחוס, וועט געוויס אננעהמען אונזער ענטשולדיגונג פאר דעם פערדרוס, וואס
**** הרב הערש מאיר איז געווארן א סוקסעספולע ביזנעסמאן און אן עסקן לטובת הכלל, און איז געווען א שרייבער אין רבנ'ישע ירחונות ווי 'הפרדס' און נאך. ער איז ליידער אומגעקומען אין א טראגישער עקסידענט אין יאר תש"כ.
**** אין שטאט קיידאן )רוסלאנד( איז דער רב געווען דער באקאנטער הרב שמחה זלמן טרויב זצ"ל, ער איז געווען א זוהן פון הגאון רבי אברהם שמעון טרויב זצ"ל. דער רבי אברהם שמעון, איז געווען פון די גרויסע און באקאנטע שרייבער אין די צייטונגען ווי "המליץ", "המגיד", און "הכרמל", ווי ער האט לוחם געווען מיט די דעמאלטס'דיגע משכילים, און זיי האבן אים טאקע צוגעטיילט - נאך א גרויסער סכסוך - דעם פארשעמנדן נאמען "דער רב דער האמאפאט". נאכן פטירה פון זיין טאטע, האט רבי שמחה זלמן איבער גענומען די פירערשאפט אין שטאט. )הרב הגאון רבי יעקב לאנדא רב דבני ברק איז זיינס א רעכטע אייניקל, זיין ווייב מינה איז געווען א טאכטער פון פראדל די טאכטער פון קיידאנ'ער רב(.
א באריכט אין צייטונג "המגיד" אין דאטום ב' סיון שנת תר"מ:
אט דא איז נתפרסם געווארן א טרויעריגער באריכט:
קיידאן. א נישט גוטע שמועה געט ארויס מיין פעדער, פון די פטירה פון אונזער רב רבינו הרב הגאון המפורסם מוהר"ר שמחה זלמן טרויב. די פעדער ציטערט צווישען מיינע פינגער ווען איך דערמאן זיך אז די קרוין פון עדת קידאן און איר שיינקייט פראכט איז ארויפגענומען פון איר קאפ, והאי שופרא בלי עפרא, טאמער וועל איך אנפאנגען צו פארציילען אלע זיינע מעלות און אלע תיקונים וואס ער האט מחדש געווען אין אונזער שטאט פון ווען ער האט איבער גענומען די הנהגה פון שטאט, וועט די יריעה זיין צו קורץ. נאר פון די הספד דערקענט זיך די גרויסקייט אין תורה און מעלות.
זונטאג פרשת אמור, נאך חצות היום איז ארויס זיין נשמה למנוחה, מאנטאג זענען געקומען די איינוואוינער פון קידאן אים צו באגלייטן צו זיין אייביגע רוה. נאך זיין ארון זענען געגאנגען די חשובע פון אונזער שטאט, מיט טרערען אויף זייערע באקען. און די זיבען טובי העיר האבען געטראגען זיין ארון ביז די בית החיים, וואס דארט זענען באגראבען זיינע עלטערן, דארט האט מען אים מספיד געווען מיט א הספד מר, מיט א גרויסע און שווערע טרויער, ביז די אנוועזענדע איז צוגאנגען פאר געוויין.
דער אויבערשטער זאל טרייסטען אונזער פאריתומטע שטאט,
זייט 22
טעקסט
שמחת החיים, א מתנה מיר האבן שוין יעצט.
שמחת החיים איז א ווארט וואס האט פארשידענע טייטשן, ביי יעדן איז עס א צווייטע. ביי איינעם מיינט עס חיצוניות, ער גלייבט און שפירט אז דרויסענדיגע זאכן ברענגט אים שמחה; ביי א צווייטן איז עס משפחה און ביי א דריטן איז עס וואקאציע. דער אמת איז אבער אז שמחת החיים און מנוחת הנפש קומט נאר דורך דעם פנימיות פון דעם מענטש זעלבסט. נישט נאר ס'קומט פון דעם מענטש זעלבסט, נאר יעדער מענטש איז לכתחילה געבוירן דערמיט און עס איז נאטורליך ארייינגעבויעט אינעם מענטש. א מענטש'ס נפש איז בטבע בשמחה. קוק אויף א קליין קינד, אויב עפעס שטערט אים נישט פון די צרכי הגוף איז ער בשמחה און דאגה'לאז. זיין נפש איז נאטורליך בשמחה.
וואו איז אונזער נאטורליכע שמחה אנטלאפן?
אלזא, וואס פאסירט צו אונז ווען מיר ווערן עלטער? וואס קומט צווישן אונז און אונזערע נאטורליכע שמחת החיים? ווערט עס אויסגעריסן פונעם מענטש מחמת זיינע דאגות?
די תשובה איז: ניין. אונזער שמחה איז
22 ווייטער דא און איז א אינטעגראלע חלק
פון ווער מיר זענען אלס מענטשן. והא
די "נישט" עבודה פון
שמחת החיים
ר. וואנצעס מוגה שמעקעדיג
און רואיגקייט. נאר דער מענטש מיט וואלקענעס אויפן האריזאנט און זיין זיין וועג פון טראכטן איז וואס לייגט הערליכע הימל ווערט פארפלעקט מיט אים טיף אין דער ערד און מאכט זיינע גרויע וואלקענעס. א נאר וואלט געזאגט, פראבלעמען אויסזעהן פיל גרעסער געוואלד, וואס איז געשעהן צום שיינעם ביי זיך און קאפ ווי זיי זענען באמת.
הימל? ס'איז דערנאך, דער הימל איז קיינער זאגט נישט אז מענטשן האבן יעצט ווערדלאז. א חכם וואלט אבער נישט פראבלעמען אין לעבן, און טייל פארשטאנען אז דער הימל העכער מאל אפילו גאר שווערע, ס'איז אבער די וואלקענעס איז ווייטער א הערליך די מהלך המחשבה וואס טייטשט אפ ווי שיינע הימל, נאר מאמענטאל פארן דא גרויס דער פראבלעם איז צום מענטש.
אריבער אפאר וואלקענעס אויף זייער אט די מחשבה קען זיין אונזער גרעסטע וועג צו באוואסערן פעלדער, כדי דער פריינד אדער אונזער גרעסטער שונא.
מענטשהייט זאל האבן וואס צו עסן. די מחשבה פון א מענטש איז פונקט
לאמיר פארשטיין ווי אזוי
אזוי. דער קאפ פון א מענטש איז בעצם א שיינע לעכטיגע ריינע הימל, זי איז
אונזערע מחשבות ארבייטן
באשאפן געוואן גראד און געזונט, אבער מחשבה איז די עקספיריענס פון מחשבות קומען און גייען פון אלע לעבן. מחשבה איז דער גאנצער מציאות סארטן. אמאל איז לעכטיג און ריין און וואס דער מענטש זעהט, שפירט, און דער הימל איז בלוי און פול מיט שמחת הערט. מחשבה איז זיין איינציגסטער החיים, און פון צייט צו צייט פארן אדורך פארעם פון רעאליטעט. און איז וואס פארוואלקענטע מחשבות.
איז אים מקשר צו די רעאליטעט וואס א נאר הייבט אן ווערן excited נעמט אים ארום. א טויטער מענטש איז וועגן זיינע נעגאטיווע געדאנקען. ער גענצליך אפגעהאקט פונעם לעבעדיגן convinced זיך אליינס אז היות רעאליטעט. אפילו ער האט נאך א גוף, ער האט די געדאנקען, איז דאס זיין איז אבער היות זיין מחשבה )אדער רוף עקספירענס פון לעבן, זיין הימל איז עס נשמה וואס איז מחיה געדאנקען( שווארץ און חרוב און זיין וועלטל פאלט איז נישטא, איז ער נישט מרגיש.
איין. ער ווערט היסטעריש און לאזט איינע פון די אופנים וויאזוי אנצוקוקן די שווארצע מחשבות געבן געבורט מחשבה איז איר מדמה צו זיין צו דעם צו אומגעזונטע געפילן און צו מאל הימל. זיצט זיך א אידל און באטראכט נאכפאלגענדע מעשים וואס וועט געבן די הערליכע הימל מיט אירע פארבן, און לעבן צו זיינע מחשבות – אריין אין ער קען זיך נישט גענוג אנזעטיגן. זיין פראסקעדיגע רעאליטעט.
זייט 23
טעקסט
וויאזוי צו נוצן מחשבה אין א געזונטע וועג.
די פוינט איז אז ווען א מענטש האט א פראבלעם, אנשטאט צו זעהן דען פראבלעם טרוקן אלץ א פאקט, לייגט ער צו חשבונות, געפילן און פאנטאזיע צום פראבלעם וואס הרג'ט אים מער ווי די עצם פראבלעם. נישט נאר דאס, נאר היות ער האט געבויעט די געביידעס אין קאפ, איז דער פראבלעם שרעקליך באמבאסטיש אין זיין קאפ און ער שפירט עס אויך מורא'דיג שטארק ווי אן אמת, און צוליב די נאכפאלגענדע געפילן וואס זיין מאנסטער מחשבות האבן געברענגט, קען ער זיך קוים ארויסזעהן מיט אן עצה.
ס'איז אזוי ווי די קאלעריען פון א מענטש'ס דייעט. פאר א מענטש איז בדרך כלל גענוג צוויי טויזענט קאלעריען א טאג. אויב גייט ער איבער איז עס נישט געזונט פאר אים, ער ווערט פעש. מחשבה איז אויך אזוי, מחשבה איז געזונט ווען זי עסט א געוויסע צאל מח כוואליעס פער סקונדע, אויב גייט עס איבער די געזונטע צאל ווערט דער מענטש נערוועז און אומגעזונט.
לאמיר למשל נעמען א טאג טעגליכע אסאך וואס אומאנגענעמליכקייט מענטשן מאכן מיט: טראפיק. זיצן מענטשן אין טראפיק, איינער פייפט ווי ער אנטלויפט פון נאגאסאקי נאכן אטאם באמבע. ער פייפט אזש די פייגל צופליען זיך פאר שרעק. זיצט אבער א צווייטער אינגאנצן איין אויטא אפגעריקט און ער איז רואיג ווי א שעפעלע. ביידע יאגן זיך שרעקליך, אבער דער רואיגער גייט מיט די מצב און ער קאנטראלירט זיך אפילו ער געפינט זיך גענוי אין דעם זעלבן פעקל ווי דער בייזער רוח דרייווער.
ער זעהט טראפיק, ס'איז א מציאות אז ס'איז טאקע דא טראפיק, אבער גענוי ווי אינעם עבר ווען ער האט געהאט טראפיק, וועט עס אריבערגיין. ער איז אלעמאל סוף כל סוף געווארן באפרייט פונעם טראפיק און די וועלט האט זיך נישט געענדיגט. ס'איז אים נאך קיינמאל גארנישט פאסירט שלעכט צוליב די טראפיק. ס'האט אים נישט גע'הרג'עט. )נניח אז זיין שפעט קומען צו די ארבייט האט אים געקאסט אפאר דאלאר אראפ פון פעיראל פאר'ן קומען שפעט, לאמיר אפילו זאגן אז ער האט לכבוד דעם פארלוירן זיין זשאב, וועט ער אבער טראכן "אז די פאקט איז טאקע אז איך האב פארלוירן די זשאב,
זיך עסן יעצט וועט מיר נישט ברענגן א נייע, לאמיר גיין טוען תכלית און טרעפן א צווייטע. מענטשן פארלירן כסדר זשאבס און טרעפן נייע".( דער אנגעצויגענער זעהט אבער א שווארצע וועלט פון טראפיק. ער וויל דער'הרג'ענען דער וואס מאכט דעם טראפיק. ער זעהט שוין אין זיין פאנטאזיע ווי זיין בעל הבית שרייט קולות. ער זעהט ווי די וועלט ענדיגט זיך פאר זיינע אויגן. דאס איז אבער אלעס צוגעלייגטע פאנטאזיע, וואס געבוירט ביי אים אומזיסטע ברויזענדע געפיהלן וואס זענען פאלש און וואס הרג'עט אים און לייגט אים צוגרונד פון סטרעס. אנשטאט ער זאל לאזן זיינע נאטורליכע מחשבות פליסן, אז דא איז טאקע דא טראפיק, אבער ביי דעם ענדיגט זיך עס, זיצט ער און לייגט צו א seven course סעודה פון אומרעאליסטישע, סטרעספול, און ברויזענדע מחשבות וואס ברענגט אים אומזיסטע הארץ וויי. איי ס'פילט ביי אים אזוי אמת? געב
זענען דיינע בייזע מחשבות דעמאלסט מקויים געווארן? מסתמא נישט.
ווען א מענטש לעבט מיט די מצב, ער over evaluate נישט וואס זיין מצב איז, הייבט אן אריינשיינען אין אים די נאטורליכע שמחה און אהבת הבריות מיט וועלכן ער איז באשאפן געווארן.
ער ווערט א פאזעטיווער מענטש. ער איז פרייליך און דערהויבן. זיין שטימונג, אפילו ווען ער האט שוועריגקייטן, איז באשיצט פון זעלבסט דעסטרוקציע.
ער ווייסט ביי זיך אז אפילו ווען ער איז אין א שלעכטע שטימונג אז דאס זענען מחשבות וואס קומען צו אים ווען ער איז אין א שלעכטע שטימונג,
ער פארשטייט אז ער האט ארויף'ס און אראפ'ס. אמאל איז דא א ליכטיגע הימל און אמאל זענען דא וואלקענעס וואס זענען נאר צייטווייליג.
מיט דעם פארשטייט מען אז אסאך מאל זעהט מען מענטשן וואס זענען כמעט אלעמאל גוט אויפגעלייגט.
ס'נישט פשט ווייל זיי האבן ווייניגער פראבלעמען ווי די איבריגע וועלט, נאר ווייל זיי קוקן אן די פראבלעמען כמו שהוא, פאר וואס זיי זענען, אנשטאט צוצולייגן כל מיני מחשבות פון ווי שרעקליך דער פראבלעם איז .They let it go די צוגעלייגטע מחשבות איז וואס הרג'ט אונז און גיבט אונז סטרעס.
מ'זאגט אז היינט זענען מענטשן מער אנגעצויגן ווי אמאל. ס'איז דא מער מענטאל פראבלעמען וכדומה. דאס איז טאקע אמת. ווען א דארפסמאן האט געלעבט אין זיין דערפל, האט ער נישט געוואוסט פון די וועלטס פראבלעמען,
אפילו היינט ווען איינער גייט אויף 23
וואקאציע אדער קעמפינג שפירט ער
זייט 24
טעקסט
וואקאציאנער אדער דארפסמאן איז פטור געווארן פון זיינע פראבלעמען. נאר זיינע מחשבות זענען ארגינעל און נאטורליך וואס איז פיל מיט שלוות און מנוחת הנפש. היינט ווען מיר וואוינען אבער אין א שטאט ווי ס'טוט זיך כסדר א מצב, רודערט אונזער מח פון די פילע action און לאזט נישט אונזער מח זיין נאטורליך רואיג.
דער קשר צווישן מחשבה און שטימונגען – מאוד סווינגס )mood swings(
צו פארשטיין למאי נפקא מינה, איז כדאי אויסצושמועסן די טבע האדם
אין א גוטע מאוד האט נישט די מחשבה
אויף א גאנצן טאג.
רוף עס מעדעטעישאן, רוף עס mindfulness, רוף עס מוזיק אדער וואקאציע. הצד השוה אז די אלע זאכן בארואיגן די מח אויף אן ענליכן אופן. ד"ה רעדוצירן די מח כוואליעס פער סעקונדע דורך דעם וואס מ'לעבט אין די מאמענט אין נישט אין די עתיד.
די עפעקט פון מוזיק אויף די מחשבה.
לאמיר יעצט אנקוקן ווי אזוי מוזיק ארבייט פון א מחשבה פרעספעקטיוו. מוזיק פארשטייט מען ברענגט שמחה ווייל עס הייטערט אויף דער מענטש'ס
ווי זיך אנצוכאפן, ס'איז ברייט און אפן. געפיהלן. אבער אז מ'קוקט אריין אין
פון שטימונגען. ס'איז די מענטשליכער טבע צו האבן שטימונגען - מאוד סווינגס. ס'איז אן אינטרעסאנטע זאך ביי מענטשן, אמאל אויב מילך גיסט זיך אויס ווערט ער א בייזער רוח און אמאל אויב די זעלבע מילך גיסט זיך אויס באותה מקום באותה זמן ובאותה אשה, זאגט ער נישט קיין ווארט פאר די ווייב, ס'באדערט אים נישט אזוי אין די קישקעס. וואס איז פשט? די זעלבע מעשה האט זיך צוויי מאל אפגעשפילט, דא ווערט ער א צורר היהודים און דא איז ער רואיג ווי א פאסטוך? די תשובה איז פשוט אז ס'ווענדט זיך אין וואספארא state of mind די מעשה האט פאסירט. איז זיין מאוד נידריג און ענג איז דארט נישט דא פלאץ פאר פארשטאנד, ס'דארט נישט דא פלאץ פאר א צווייטן. ער איז אזוי פארכאפט אין זיינע געפילן פון דעם שלעכטן מאוד, אז ס'איז נישט דא פלאץ פאר עפעס אנדערש. ווען זיין מאוד איז אבער גוט און אלעס איז ברייט איז דא פלאץ פאר compassion, ער שפירט content, דאן ווערט ער נישט אויס מענטש און פארשטייט א צווייטן. בקיצור, אלעס ווענדט זיך וואס זיינע מחשבות באגעגענען ווען זיי ווערן געבוירן. איז ער אין א גוטע שטימונג, אפילו זיי זענען נעגאטיווע מחשבות געבן זיי נישט קיין געבורט, ס'האט זיך נישט וואו אנצוכאפן, איז ער אין א שלעכטע מאוד, געבן די נעגאטיווע מחשבות געבורט און זיי עסן זיך טיף אריין אין הארץ אלס א מציאות.
אן עצה ווען מ'איז פארכאפט אין א נידריגע מאוד, איז צו האבן די הכרה ווי אזוי די מחשבה ארבייט. דאס אליינס
ווען ער איז אין א שלעכטע נאוד פילט די מחשבה אן זיין גאנצע מציאות, ס'איז נישטא קיין פלאץ פאר גארנישט חוץ די מחשבה
ס'איז בעצם נישט שלעכט, די מחשבה איז סתם געקומען, ער פילט עס נאר זייער שטארק ווייל זיין מאוד איז נידריג. ווען ער זאל ווען יעצט זיין אין א גוטע מאוד וואלט ער עס געלאזט גיין תיכף. די הכרה קען אים העלפן פארשטיין ווי אזוי זיינע געדאנקען ארבייטן און אים האלטן אונטער קאנטראל אז ס'וועט באלד אריבערגיין און נישט נעמען שריט געבויעט אויף די נעגאטיווע געדאנקען, ווייל זיין מאוד לאזט נישט יעצט זיין מחשבה זיין טראסטבאר צו מאכן באשלוסן.
פראקטיש גערעדט
דאס אלעס איז short term ווען ס'באפאלט נעגאטיווע געדאנקען. און די long term איז דא פארשידענע מח עקסערסייזעס צו העלפן דעם מענטש מיט רואיגקייט און פרעספעקטיוו. Meditation איז גאר א ווירקזאמער מיטל זיך צו בארואיגן און לערנען די מח אויפצוהערן מיט די צוגעלייגטע מעדעטאציע מחשבות.
אבסעסיוו לערנט דעם מח זיך צו בארואיגן, לעבן אין די מאמענט און נישט מאכן פאלשע הנחות אויף וואס האט נאכנישט פאסירט. מעדעטאציע לערנט אז די עתיד עקזיסטירט נישט און אז די עתיד איז טרייף פאר אונזערע natural state of mind וואס איז זיס און לעכטיג. מעדעטאציע דארף מען נאר טוען 10-
דעם טיפער האט עס אויך צו טוען מיט דעם אז זי פארשטילט אונזערע מחשבות. זי לאזט נישט צו אז מיר זאלן פארשמירן אונזער מחשבות מיט נעגאטיוויטעט. אונזער גאנצע קאפ ליגט אין די מוזיק, ממילא פארגעסן מיר צו טראכט נעגאטיוו. דאס איז בעצם א סארט מעדעטעישאן אבער גרינגער, ווייל די מוזיק בלאקט ארויס די מענטש'ס געדאנקען, ווי איידער דער מענטש אליינס זאל עס דארפן ארויסבלאקן.
אצינד אין די טעג פון סוכות וואס זענען טעג פון שמחה, איז טאקע זייער פאסיג צו פארטייטשן די פסוק אויף דעם אופן: ושמחת בחגיך, אויב דו וועסט דיך פרייען, זיך משמח זיין בשירה ובזמרה – והיית אך שמח, אויטאמאטיש וועסטו זיין נאר פרייליך. די שירה וועט נישט צולאזן אז דו זאלסט פארשמירן דיינע נארטורליכע מחשבות מיט נעגאטיוויטעט.
עשה האלהים את האדם ישר והמה בקשו חשבונות רבים )קהלת ז, כט(
לאמיר אנאליזירן דעם פסוק, וואס ווערט געזאגט אין די יעצטיגע טעג, אום שבת חוה"מ סוכות. דער באשעפער האט אונז באשאפן גראד און געזונט. אונזערע מחשבות קומען און גייען, אבער דער מענטש נעמט די מחשבות גאר ערנסט. ווען ער איז אין א נידריגע מצב מאכט ער גאנצע חשבונות, "אז היות איך האב די מחשבה בין איך בכעס
זייט 25
טעקסט
אדער "אויב פארשטיי איך זיך נישט מענטש זאל לייגן אויף א ליסטע אז ער צווישן די צוויי. לאמיר נוצן א רעגנבויגן יעצט מיט די ווייב, מוז זיין אז מיין שלום דארף ארבייטן אויף דעם. ווייל ארבייטן אלס א משל. דער רעגנבויגן איז דער בית איז אין דער ערד". וואס באמת אויף דעם מאכט נאר דער מענטש מער לעבן פון א מענטש. איינער לעבט איז עס נאר זיינע אומרעאליסטישע אבסעסט און ביזי צי ער איז בשמחה צי ביטער און מצומצם, ער שפרייזט נאר חשבונות אין דעם קליינע באקס וואו נישט. שמחת החיים איז די העדר פון אויף די געלע ליניע פונעם רעגנבויגן ער איז יעצט פארכאפט. באלד ווען זיין implosive מחשבה. ווייל היות זיין און דאס איז נעבעך די איינציגסטע גוסטע וועט ארויפגיין, די וואלקענעס שמחה איז שוין דארט, דארף ער פשוט קאליר וואס ער זעהט זיין גאנץ לעבן. א וועלן גיין ווייטער, וועט ער טראכטן פארשטיין ווי אזוי מחשבה ארבייט, צווייטער מיט א רייכער פרעספעקטיוו מער ראציאנאל. מ'קען נישט טראסטן און איר לאזן פליסן נאטורליך אן זיינע לעבט גאר א קאלירפולער רייכע לעבן. די אייגענע מחשבה ווען מ'איז אין א הגהות.
ער שפרייזט אויפן גאנצן ברייט פונעם נידריגע מצב. ס'איז נישט reliable.
רעגנבויגן, פון רויט צו געהל און פון בלוי צו פורפל און אלעס אינצווישן.
די רעגנבויגן פרעספעקטיוו
אז מ'טראכט אריין זעהט מען אז ער לעבט, ער שפירט, און ער איז מלא דאס איז דאך אייגענטליך בטחון.
א לעבן פון שמחת החיים איז שמחה און אהבה.
בטחון איז פשט אז איך פארלאז מיך פילפארביג און פול מיט חיות און אויפן באשעפער אז די עתיד איז אין ליכטיגקייט. א מענטש וואס איז
והיית אך שמח
זיינע הענט. איך ווער נישט אנגעצויגן גליקליך גענוג איר צו שפירן, פילט מיט "חשבונות רבים" אויף דעם עתיד.
יעדער פרעגט שוין אז אכין ורקין ווי ניי געבוירן. ס'איז אפן, און די איך לעב אינעם יעצטיגן מאמענט.
למעט, איז ווי קומט אריין א מיעוט ווען אהבה וואס מ'שפירט צו גאט און צו דא לעב איך, דא האב איך א שטיקל מ'רעדט וועגן שמחה? אדרבה, וואס לייט איז רייך און שפראכלאז. ס'דא קאנטראל און בחירה, און דא טרעף איך מער שמחה איז בעסער. נאר פשט איז מענטשן וואס לעבן איינער נעבן דעם מיין שמחת החיים.
אז אויב מ'וואשט אוועק אלע נערוועזע צווייטן, דער לעבט א ביטערע לעבן חשבונות און געדאנקן, בלייבט דער און דער צווייטער - זאל זיין אפילו
די "נישט" עבודה פון שמחת
מענטש איבער נאר מיט די ארגינעלע מיט גרעסערע פראבלעמען, לעבט א נאטורליכע שמחה. והיית אך שמח – העכערע לעבן. דאס איז דער חילוק פון
החיים
דו וועסט בלייבן נאר מיט די שמחה אן לעבן מיט פרעספעקטיוו פון מחשבה מ'דארך קלאר מאכן אז שמחת די פיזור הנפש און עצבות.
און געפיהל, דאס איז וואס טיילט אפ החיים איז דירעקט נישט א זאך וואס א
גיי גלייב
פאר אונז דער שרייבער, דער אויסווארף. ווייל עס איז בלי ספק אז פארזעצונג פון זייט 21 אויך די נאמען וואס ער האט גע'חתמ'ט איז פאלש. דער רב האט אונז געשיקט די בריוו, דערנאך וואס ער האט געהערט וואס עס יעצט ווייל שטייט געשריבן.
איז זי געבליבען אן א פירער און אויך וואונדערן מיר זיך אויף די ווערטער פונעם רב נ"י וואס ער פארזארגער.
זאגט אויף דעם שקרן: "אפשר דארף מען אים דן זיין לכף זכות אז עס איז אריינגעפאלן א טעות אין זיינע ווערטער". ווי קען דען זיין די ברוך ליב ב"ר טעות אין אזא פאלשע זאך".
שו"ב אברהם ב'קיידאן.
**** נאך בעפאר עס זענען נאך דא פיל אזעלכע דוגמאות, ועוד חזון למועד.
צו איז מען געקומען זיך גרויסן פונעם פארלוסט, און איידער מען האט נאך אויפגענומען א פרישע רב אלס ממלא מקום, איז דא א פרישע מעלדונג אין "המגיד" פון צוויי וואכן שפעטער י"ז סיון תר"מ, ווי דער הרוג איז בא ברגליו...
"אין המגיד נומער 19 איז געווען א הודעה פון שטאט קידאן אין רוסלאנד פון איינער וואס האט זיך גע'חתמ'ט: "ברוך ליב שו"ב", אז הרב הגאון מוהר"ר זלמן שמחה טרויב דער רב פון דארט איז נפטר געווארן. צו אונזער פרייד קענען מיר מודיע זיין אז דער רב נ"י לעבט נאך מיט אונז, אזוי ווי דער רב אליין האט אונז מודיע געווען מיט זיין בריוו.
די עורכים פון המגיד: הרב אלעזר ליפמאן זילבערמאן און
מיר זענען אריינגעפאלן אין די שטרויכלונג וואס האט באהאלטן
זייט 26
טעקסט
'גערעטעניש' קוקט טאקע אויס ווי אן אלטמאדיש ווארט, אבער דער עבודת הפרנסה וואס פלעגט באשעפטיגן און פארמאטערן אידן אין אלע דורות, גייט פאקטיש ווייטער אן אין פולן שוואונג, נאר אביסעלע מאדערנעזירט. אקערן און זייען די פעלדער, האבן מיר טאקע איבערגעגעבן צו די "קאו בויס" אין די מערב שטאטן, און זיך גענומען מער צו שטאטישע סארט ארבעט. אבער, ארבעטן און שוויצן פאר פרנסה דארפן מיר נאך אלץ.
כל ערליי ווערק קען מען היינט טרעפן אינעם אידישן געזעלשאפט מיט וואס אונזערע ברודער באשעפטיגן זיך, אנגעהויבן פון טעקסי דרייווערס און מיסט צוזאמנעמער ביז ריזיגע דאקטוירים און לויערס, איש על מחנהו ואיש על דגלו, איינער טויג צו טראגן א גלאנציגן אנצוג מיט א קאסטבארן שניפסל, און איינער טויג צו פעינטן אויף די שעה. )איך מאך חלילה אוועק קיין שום דזשאב, איך ברענג פשוט ארויס די רעינדזש פון אלע סארטן ארבעט. אני הקטן טוה אויך אין א געוויסע פאך וואס איז אנגענומען אלץ א נידריגע סארט פרנסה...(.
אלענפאלס, יעדער ארבעט פאר די זעלבער סיבה: צו מאכן דאס גערעטעניש, וואס אין היינטיגער לשון איז דאס ג-ע-ל-ט!, אין כמעט יעדער ארבעט ביטער שווער דערויף.
אבער ווי יעדער פארשטייט אליין איז האבן געלט אן א חשבון, כמניח כספו על קרן הצבי. אז מען לייגט עס נישט אוועק מיט א סדר איז אין דעם נישטא קיין סימן ברכה.
פאר דער סיבה האט דער באשעפער אונז געגעבן די מידה פון "דרך ארץ"-מענטשליכקייט, וואס איז קדמה לתורה, אין וואס עס איז נכלל דער אחריות פון לעבן מיט א חשבון אויף דער וועלט בעניני ממונות.
אבער טראץ דער שטארקער ווילן ביי יעדן איינעם צו לעבן מיט א חשבון, במיוחד בעניני ממונות, פארמאגט אבער נישט יעדער דער ענערגי און ידועה דאס צו קענען באווייזן.
על כן, וועלן מיר דא אין דעם פאלגענדן ארטיקל, פארלייגן פארשידענע מהלכים וויאזוי אוועק צולייגן און שפארן "דאס גערעטעניש" על צד היותר טוב.
וויאזוי אוועקצולייגן דעם "אסיף":
מען קען קאטיגאריזירן דאס געלט באניץ אין צוויי עיקר אופנים. 1( דער רעגלמעסיגער באניץ פונעם געווענליכן סדר. 2(, דער באניץ פאר ספעציעלער גרויסע אדער אמגעראכטענע געברויכן. )אנדערע טיילן עס איין אין פיר: אורח חיים-פאר טאג טעגליכע געברויכן; יורה דעה-פאר אלע
ספעציעלע אומארדערליכע געברויכן; חושן משפט-פאר א קארט קעיס; און אבן העזר-פאר די ווייב דארף מען א באזונדער קאסע...(.
איך וועל זיך דא נישט צו שטארק באציען צום צווייטן סארט געלט געברויך פון האבן געלט אויף א נויט. אבער אזוי פיל וועל איך יא זאגן, אז פאר מען סיינט א קאנטראקט מיט סיי וועלעכער אינשורנס קאמפאני, און איר פארזיכערט זיך אין די גרויסע לייזונגען, דארף מען וויסן אלע פיטשיפקעס איבער זיי און זייערע סערוויס פלעינער. א סך האבן זיך שוין מיט אזעלעכע קאמפאניס אפגעבריט. אבער, מיט פארזיכטיגקייט קען מען בע"ה שיין אנקומען.
אבער ווי געזאגט וויל איך מיר דא בעיקר באציען וויאזוי צו פארזיכערן אז ביזן קרעטשמע' זאל מען אויך האבן א טרינק, ד.ה. טאג טעגליך, און נישט נאר אין צייט פון א אומגעראכטענער נויט אדער זעלטענער געברויך.
-מיין געשיכטעלע:
פאר איך קום צו צו די פארשידענע טיפס וויאזוי צו שפארן דעם באדזשעט און אוועק לייגן געלט וויל איך מיטטיילן מיין אייגענער ערפארונג, וואס ווייזט ווי שטארק מען דארף געווארנט זיין צו האלטן דעם באדזשעט מיט א חשבון און נישט פאטשקענען אין די וועלט אריין, ספעציעל ווען מען זעהט זיך מיט אביסל געשוואלענע טאשן און מען גייט ארויס פון קאנטראל אזוי ווי עס איז געווען מיין אומבאלימפערטע ערפארונג:
נאך מיין חתונה בין איך ארויס ארבעטן ווי יעדן איינעם, איך האב זיך שטארק געמוטשעט, אבער נאך אפאר יאר האב איך ברוך השם געטראפן א גוטן פאסטן פון וואס איך האב פארדינט א נישט-קשה'דיגן טשעקל, אין איך בין געווען העפי ביזן קלימאקס!
איך האב זיך אנגעהויבן שפירן "באלעבאטיש", און אלס "באלעבאס" האב איך זיך דאך געקענט ערלויבן... אין יעדער טשעקל איז געגאנגען פאר פיטשיוויקעס אין טייערע נאכטמאלן, ביי חברים צוזאמקומען האב איך גע'שנדר'ט גרויסע געלטער א.א.וו. איך בין דאך א באלעבאטישער יונגערמאן...
מיינע טייערע ידידים האבן גאנץ פיין הנאה געהאט פון מיין שנאדעריי, און יעדער שני וחמישי האבן צעביסליך אנגעהויבן פארקומען בארביקיו סעודה'לעך און פארברענגערייען וואס מיינע "טייערע" חבירים האבן אראנדזשירט, אין מיר איבערגעלאזט בלויז מיטן קליינעם ארבעט פון באצאלן...
מיין אויטא האט מיר אנגעהויבן אויסצוקוקן צו איינפאך און פראסט פאר אזא בכבוד'יגער יודל ווי מיר, און מען האט עס איינגעטוישט פאר
זייט 27
טעקסט
א באקוועמערע "באלעבאטישער" קאר וואס האט ווי פארשטענדליך געקאסט א באלעבאטישער פרייז, אפגערעדט פון די קאסטן פון די אינשורענס און אלע זייטיגע פיטשיוויקעס וואס איך האב געלאזט אינסטולירן אינעם אויטא.
ווער רעדט נאך פון די גראסערי ארדערס, דאס איז געקומען מיט א שפע וואס וואלט זיך געקענט רואיג פארמעסטן מיט די מן און שלוו... מיינס א שבת'דיגער ארדער וואלט געקענט שיינערהייט דעקן פאר פיר קינדער געבענטשטע פאמיליעס אויף א יו"ט. הקיצור... כהאב מיך געווארפן מיט געלט ווי מיט מיסט!
א שטיק צייט איז אריבער און איך האב אנגעהויבן פילען די לאך אין מיין קעשענע, קודם שוואך, אבער דערנאך שטארק, און דערנאך... בין איך געווארן א בעל חוב... איך האב נישט געקענט ווערן פון איין טאג אויפן צווייטן דער פשוט'ער ארבעטס יונגערמאן וואס האלט אויס זיין פאמיליע ווי מענטשן און נישט ווי געשטאפטע גענז...
איז קודם האב איך ארויסגענומען פון א גמ"ח א הלוואה פון עטליכע טויזענטע דאלער, ווען איך האב "קריטיש וויכטיג" געדארפט צובויען א גאראדזש פאר מיין לוקסעריעזע קארעטע )ליין קאר(, אין פון דארטן איז שוין געווען א קורצער וועג ביזן נעמען פון א צווייטן גמ"ח צוריקצוצאלן פארן ערשטן גמ"ח... אין פון דארט האבעך גענומען נאך א הלוואה פאר ממש א "קורצע טערמין" עד שירחיב )ליין יחריב(, און אזוי האט זיך געדרייט דאס רעדעלע נאך אביסל און נאך אביסל ביז איך האב מיר געטראפן מיטן אומהיימליכן טיטל פון א "לעגאלער אנזעצער און בעל חוב", אין ווען איך האב שוין געוואלט צוריקדרייען דאס רעדל איז שוין געווען צו שפעט, עס האט זיך אנגערוקט א יו"ט מיט אסאך הוצאות, אין דא דארף איך נאך צאלן מיין טייערער מארגעדזש און קאר, אין איך האב מיר געטראפן אנגעזעצט און ברוגז אויף די גאנצע וועלט, באשולדיגנדיג יעדעם חוץ מיר.
זייענדיג אין א דעפרעסירטע גוסטע האב איך אנגעהויבן טון פארשידענע מעשים וואס האט מיט רעכט מיר געמאכט פארלירן מיין רעספעקטפולער דזשאב, אין אויך דער שלום בית האט אנגעהויבן פארן אויף נישט גוטע רעלסען, בעת מיינע גוטהארציגע חבירים זענען נאך געווען ביזי צו ארלעדיגן פארשידענע אוטינגס )אויספלוגן( און פארוויילונגען...
אנדערע אבער איך בין שוין געווען דערנאך.
דאנקען גאט, אז איך בין מיט די צייט צעביסליך ארויסגעקראכן דערפון אין איך האב מיר געסעטעלט אויף א נארמאלן שטייגער.
אבער מיין ערפארונג מאכט מיר יעצט שרייבן פאר אנדערע, אז ענק זאלן נישט צוקומען צו אזא מצב.
און יעצט לאמיר אנהייבן געבן אפאר טיפט וויאזוי זיך אויסצורעכענען מיט באדזשעט על צד היותר טוב:
-אוועק לייגן געלט:
די פאקט באווייזט אז ס'רוב עלטערע מענטשן פון פערציג אין העכער זענען שוין מער ווייניגער מסודר מיט א מהלך איבער אוועקלייגן געלט אויף די עלטערע יארן, אין זיי פראבירן צו לעבן מיט א חשבון, פארוואס זעט מען עס נישט אזוי ווייט ביי די יונגעלייט ביז די פערציג? די ענטפער וועט טאקע נישט געפעלן פאר טייל ליינערס, אבער דער אמת איז אז אונזערע חכמים
האבן שוין מגלה געווען דעם סוד אז "בן ארבעים לבינה".
פארהאן אינגעלייט, וואס פארדינען שיין, אבער פאר'תחל'עווען דאס פארדינטע געלט אן קיין חשבון.
דעריבער איז די עצה, פאר יעדן יונגערמאן וואס קען נישט קאנטראלירן זיין בייטל: די ערשטע זאך. לייג דיך אריין אין דיין מצב אין צוואנציג יאר ארום ווען דו וועסט שוין האפענטליך חתונה מאכן דיין צווייטער קינד )יא, עס איז אויך דא א סך פאן אין יענער עידזש, עס לוינט זיך צו טראכטן פון דעמאלס!( אין טראכט יעצט וויפיל געלט דו ווילסט און דו וועסט האבן דאן. געדענק! אויב לייגט מען זיך אריין אין בלויז חיי שעה אין מען פאקט נישט אוועק קען מען שפעטער בלייבן מיט גארנישט!
-וויאזוי צו קאנטראלירן דאס בייטל:
דער ערשטער און וויכטיגסטער זאך איז "שפארן", וואס איז לאו דוקא "קארגשאפט", נאר "אויסגערעכנטקייט". וואס מען דארף נישט וויכטוג האבן, אדער אפילו זאכן וואס מען דארף וויכטיג אבער מיט אביסל מחשבה קען מען שפארן די הוצאות דערפון איז הכל רווח. און גלייבט מיר, עס איז דא אזויפיל הוצאות וואס צו שניידן פון אן אלגעמיינעם יונגערמאן'ס לעבנסשטייגער.
א כלליות'גער עצה דערפאר איז: "ווייס וואס דו ווילסט קויפן!". פארוואס דארף מען אריינשפאנצירן אין די מאלל מיט א פולען בערזל אן קיין חשבון וואס צו קויפן?
צו מאכן זיכער אז דער ענין אויף וואס דו ווילסט אויסגעבן געלט איז וויכטוג, שרייב עס אראפ אנהייב וואך, אין יעדער סוף וואך קוק דורך די פאפיר אויב עס איז טאקע אזוי וויכטיג.
די זעלבע איז מיט גראסעריס, שרייבט אראפ אויף א צעטעלע מיט אייער בני בית )האפנטליך וועט איר זיך דורכקומען( מער ווייניגער וואס איר וועט געברויכן דעם קומענדיגן וואך, אין דעמאלטס גייט אין גראסערי קויפן "נאר" וואס עס שטייט דארט! און די זעלבע איז מיט אלע אנדערע שטוב געברויכן ווי קליידער און "הויזערי" פראדוקטן, ווי פורניטשור און וואס נישט, זאל זיין א אויף אראפגעשריבן צעטעלע בעפאר.
איך זאג אז עס זאל זיין אראפ געשריבן אויף א "צעטעלע", ווייל אויפן סעלפאן איז עס נישט אזוי עפעקטיוו, ווייל דארט קומען כסדר צו נאך זאכן. דעריבער נעם דיר די מוה אין שרייב עס אפ אזויווי די פריערדיגע דור פלעגט זיך פירען.
רוב פון אונזערע קרייזן פארמאגן דרייווערס לייסענס, אין עס קומט אסאך צוניץ, אבער נישט אייביג מיינט עס אז מען "מוז" האבן א קאר. און אויב דארפסטו טאקע א קאר, דארף עס נישט זיין קיין טייערע ליעס פון דריי מיט א האלב מאות, מיט ביטער טייערע אינשורענס, מיט קאליזשען אינשורענס פלאס די געז. קענסט פאר די זעלבע געלט קויפן א געניצטע קאר, און צאלן ביליגע אינשורענס, )און נאך זיין דער דע-פאקטא בעל הבית פונעם אויטא, און טון דערמיט וואס עס שמעקט אייך אן געבן דין וחשבון פאר איינעם(.
טאמער וויל מען ליעסן א קאר איז געראטן אז מען זאל אפשפארן אן ערך פון פיר טויזענט דאלער!. איך קען פערזענליך עטליכע וואס פלעגן
זייט 28
טעקסט
פארמאגן א קרעדיט קארד, גייט ליבערשט אריבער צו איינער וואס טוט אין האבן פיינע דזשאבס, אין זיי האבן זיך ערלויבט א ליעס, און אז עס האט דעם און פארמאכט אייער קאנטע גלייך נאכדעם! עס לוינט אים צו צאלן די פאסירט אז מען האט זיי געפייערט פון איין מינוט אויפן צווייטן, זענען זיי פאר טאלער ווי איידער צו צאלן א ביטערן פרייז שפעטער.
געבליבן שטעקן מיטן קאר פעימענטס. איז אויב נעמט איר א קאר מאכט זיכער צו האבן גרייט פאר א שווארצע מינוט!.
-ביזנעס פלענער מיט ישוב הדעת -דער שעדליכער קארטל
יונגע ענערגישע מענטשן פארמאגן היציגע בלוט אין זיך, וואס איז א פארהאן א קארטל וואס רופט זיך "קרעדיט קארד". דאס קארטל האט בחינה פון לב שליט על המוח. איך קען זייער ווייניג יונגעלייט וואס פארמאגן שוין פארארימט און אריינגעשלעפט אין חובות אן א שיעור מענטשן. וויאזוי?
נישט אין קאפ געניאלע איינפאלן וויאזוי מען גייט ווערן איבערנאכט א מי יודע וואס. דרייען ביזנעסער, פליפן ריעל עסטעיט, אדער זיך גאר מען גייט אין געשעפט און מען קויפט איין לרחצה, און ווען עס קומט אנהאנדלען מיט ריזיגע קאמאדעטיעס און סטאקס.
צום קאשיער דארף מען נישט קיין געלט, נישט אין טאש און אפילו נישט אין באנק, מען נעמט פשוט ארויס דעם "קרעדיט קארד" און מען גיט א )לעצטענס איז געווארן גאר פאפולער די "מולטי לעוועל מארקעטינג" סווייפ און אלעס איז מסודר, דער באנק, דער פיינער פעטער, באצאלט ביזנעס, וואס העלפט שטופן די דמיונות אויף א העכערער שטאפל.( שוין פאר דיר.
נישט אז מען מעג נישט האבן קיין שעפערישע מחשבות, אבער עס סוף חודש קומט אן א לאנגע מגילה פונעם באנק איבער אלע קליינע דארף זיין מיט קאנטראל ווי א "בן ארבעים לבינה".
סווייפ'לעך. אבער נישט געזארגט, האסטו נישט צו באצאלן? נאו פראבלעם, ביז אהער איז אויפן שפיץ גאפל עטליכע טיפס וויאזוי צו האלטן דאס דער באנק איז א רחום וחנון אין ער געבט דיר נאך קרעדיט. אבער... ווען געלט אין קאנטראל און עס האבן צו די וויכטיגע געברויכן. מיר האבן אבער דער געדולד פונעם פיינעם פעטער קומט צו אן ענדע, טרעפט מען זיך א נישט אנגערירט איבער דעם ענין פון אוועקלייגן דאס גערעטעניש פאר פאלנער ארימאן, און אלעס וואס דו פארמאגסט גייט דירעקט צום פעטער א נויט, ווי אינשורענס, וואס פון דעם קען מען רעדן שעות על גבי שעות. וואס האט דיר געשפייזט בחינם, דער באנק. און, דער זעלבער באנק מאכט אפשר ביי א צווייטן געלעגנהייט וועל איך צוריקקומען דערצו.
זיכער אז דו זאלסט בלייבן מיט א פאר'הרג'עטן נאמען אויף אייביג!
אלנפאלס, מען שטייט יעצט נאך די דערהויבענע טעג ווי כלל ישראל דאס איז נאר אויפ'ן שפיץ גאפל וואס פאר א חורבנות א קרעדיט קארד האט זיך אויסגעבעטן פאר א זיס לעכטיג יאר, מיט השפעות וואס זאלן נישט איז אומשטאנד צו מאכן! דאס פאסירט אפילו ביי מענטשן וואס געווענליך אויפהערן צו גיסן, דארף מען יעצט אין דעם יו"ט פון סוכות, וואס מען האט לעבן זיי מיט חשבונות. מען קען שרייבן דערויף ביכער און ביכער!
אביסעלע איבריגע צייט, אנגרייטן אסאך כלים צו אריינכאפן די השפעות, דער סדר העולם איז אבער היינטיגע צייטן אז משא ומתן גייט אויף מיט א גאראדזש וואו עס אריינצולייגן עס זאל בלייבן פארזיכערט...
קרעדיט, דעריבער אויב ווילט איר אויפבויען אייער קרעדיט, אנשטאט צו א פרייליכן יו"ט און א גמר חתימה טובה!
די וויכטיגקייט פון א
סעיווינגס אקאונט
הוספה צום פריערדיגן מאמר,
פון: , הוגה, און פ. טשיפס
איבערגעארבעט פון קאווע שטיבל
כ'וויל אביסל ארומשמועסן און מעורר אלפים א יאר פאר א שטוב מיט פיר איז אזוי געדרוקט און עס איז דיר נישט זיין וועגן די וויכטיגקייט פון עפענען א קינדער, אויב האט מען נישט א סעיווינגס מעגליך צו אוועקצולייגן געלט, זאלסטו "סעיווינגס אקאונט". מענטשן כאפן פלאן בלייבט גארנישט איבער סוף יאר.
וויסן אז א סעיווינגס אקאונט איז נאך אלץ זיך נישט די וויכטיגקייט פון א סעיווינגס ווידער אויב מ'האט יא א סעיווינגס פלאן, געמאכט פאר דיר.
אקאונט, און ווי עס איז נוגע פאר יעדן און דיסציפלין אוועקצולייגן, קען מען רואיג די פסיכאלאגיע פון א מענטש טרייבט ממש. יא, אפילו פאר דיר – וואס ס'בלייבט אנזאמלען 30-20 אלפים א יאר אין דעם אים אויסצוגעבן געלט וואס מ'האט אין דיר גארנישט איבער סוף חודש!
סעיווינגס אקאונט.
טאש. א מענטש קען זיך איינרעדן אז ער די וויכטיגקייט פון אוועקלייגן געלט ווייטער איינער וואס איז א שוואכערער גיט אויס געלט נאר אויף וואס מ'דארף, אויף שפעטער דארף מען באמת נישט בעל פרנסה, לאמיר זאגן ער פארדינט און למעשה בלייבט גארנישט איבער סוף אויסשמועסן – יעדער פארשטייט דאס נאר 40 אלפים א יאר, האט ער דאך חודש. אבער דער פאקט איז אז אויב אליין. מ'דארף אייביג האבן אוועקגעלייגט וועלכע פראגראמען פארשידענע מ'האט א סעיווינגס אקאונט וועט מען געלט פאר דער צוקונפט, צי פאר סופלעמענטירן זיין אינקאם, און עס פלוצלינג זען אז דער אקאונט פאנגט שמחות, צי פאר קויפן א הויז, א קאר, איז נאך אלץ מעגליך אוועקצולייגן א צוביסלעך אן צו זאמעלען געלט.
אינוועסטמענט, פלוצלינגדיגע גרויסע פיאסטער דא און א פיאסטער דארט, ווען איך זאג "סעיווינגס אקאונט" מיין איך הוצאות, רעטייערמענט וכו'. אבער אפילו עס קוקט אויס אוממעגליך. דער נישט דווקא דאס וואס דער באנק רופט אן
זייט 29
טעקסט
סעיווינגס אקאונט א ספעציעלער אקאונט פון וועלכן מ'נעמט נאר ארויס געלט אין זעלטענע פעלער, ווען מ'דארף צוקומען צו די סעיווינגס. אמאל פלעגן אזעלכע סארט אקאונטס האבן העכערע אינטערעסט ראטעס )ריבית( ווי געווענליכע אקאונטס ווייל דער באנק האט געוואוסט אז זי וועט האלטן די געלט אסאך לענגער און דער בעל הבית וועט עס נישט ארויסנעמען. היינט געבן די בענק ממש פעניס פאר סעיווינגס אקאונטס. און ס'מוז נישט זיין אז עס לוינט זיך צו עפענען אזא אקאונט.
אין דעם באנק וואו איך האב מיינע אקאונטס איז די אינטערעסט ראטע העכער פאר א געהעריגן טשעקינג אקאונט ווי פאר א סעיווינגס אקאונט. איך פארשטיי נישט פארוואס, און עס שטימט נישט מיט דער סברא, אבער דאס איז דער פאקט. האב איך טאקע נישט געעפענט א "סעיווינגס אקאונט", נאר כ'האב געעפענט נאך א טשעקינג אקאונט וואס איך נוץ פאר א סעיוויניגס אקאונט.
איינמאל מ'האט א סעיווינגס אקאונט דארף מען ביי זיך אפמאכן חק ולא יעבור, אז געלט וואס גייט אריין אין דעם אקאונט וועט נישט גענוצט ווערן פאר די טאג-טעגליכע הוצאות. אז עס קומט סוף חודש און דו האסט נישט גענוג פאר מארטגעדזש/רענט, און דו ווייסט אז ס'וועט נאך נעמען עטליכע טעג ביז דו וועסט האבן דאס גאנצע געלט, ענדערש בארג פון איינעם דאס געלט פאר עטליכע טעג ווי איידער ארויסבארגן געלט פון דיין סעיווינגס אקאונט. דיין חבר וועסטו באצאלן אין א וואך ארום ווען דו וועסט האבן דאס געלט, פאר דיין אייגענע סעיווינגס אקאונט איז זייער מעגליך אז דו וועסט נישט צוריקצאלן, און דו וועסט אזוי ארום פארלירן א סכום פון דיין סעיווינגס אקאונט. פארשטייט זיך אז איך רעד פון קלענערע הלוואות פאר עטליכע טעג. אויב דארף מען א גרעסערע הלוואה פאר מער ווי עטליכע וואכן איז פארשטייט זיך נישט דא קיין תירוץ צו נעמען פון א צווייטן ווען מ'האט אליין אין דעם סעיווינגס אקאונט.
איינגעוואוינען זיך מ'דארף אריינצואווארפן געלט אין דעם סעיווינגס אקאונט ווען מ'קען נאר. אז דו האסט
עס שנעל אריין אין די סעיווינגס אקאונט פאר ס'וועט צעגיין אין דיינע הענט. און אפילו נאר א פופציגער אדער אפילו א צוואנציגער. רוק אריין יעדעס ביסל געלט וואס דו קענסט אין די סעיווינגס אקאונט און נעם עס נישט ארויס נאר אין פאל פון אן ערענסטע עמערדזשענסי.
אז דו האסט אן איבעריגע פינפער אין טאש וועסטו נישט טראכטן קיין צוויי עס צו נוצן פאר א גוטן נאש, ביכל וכו'. מ'טראכט צו זיך אז דער פינפער מאכט נישט קיין גרויסע חילוק אין לעבן, און די נאש ברענגט א באלדיגע הנאה. אבער איינמאל מ'גייט אריין אין די מהלך המחשבה פון אוועקלייגן געלט, וועט דער עצם אקט פון אריינלייגן דעם פינפער אין דעם סעיווינגס אקאונט ברענגען א הנאה. וועט מען סיי האבן א באלדיגע הנאה, און סיי אוועקלייגן די פינפער ווייטער.
רעדענדיג פון א פינפער האב איך לעצטענס געזען אן ארטיקל ווי איינער האט געשריבן אז ביי זיי אין דער משפחה האט מען אפגעמאכט אז יעדער פינפער וואס קומט אונטער דער האנט וועט מען אוועקלייגן. איינמאל זיי האבן זיך אריינגעלייגט אין דעם "מיינדסעט" פון אוועקלייגן געלט, האבן זיי געזוכט ווי מער צו באקומען פינפערס. אנשטאט צו באצאלן אין געשעפט מיט א קרעדיט קארד, האבן זיי אנגעהויבן אייביג צו צאלן מיט קעש כדי צו קענען באקומען רעשט, און מעגליך באקומען א פינפער. אזוי האבן זיי אנגעזאמעלט צענדליגער טויזענטער דאלארן בלויז פון פינפערס.
אויב איינער האט געלט וואס ער צאלט נישט דערויף קיין שטייערן )לעגאליטעט איז נישט דער ענין דא(, זאל ער נוצן דאס געלט פאר די טאג-טעגליכע געברויכן, און דאס געלט וואס איז ווייס און שטייערבאר, זאל ער אוועקלייגן אין באנק. עס איז ענדערש אוועקצולייגן ווייסע געלט אין באנק, ווי איידער צווייפלהאפטיגע געלט אין א גמ"ח. אין באנק באקומסטו כאטש עפעס פראצענטן )הגם נישט קיין סך(. משא"כ א גמ"ח גיט ניטאמאל דאס ביסל פראצענטן, און דאס געלט איז נישט פארזיכערט.
וויל איך אויספירן אז יעדער וואס לייענט
אפילו אויב דו זעסט נישט פון וואנעט דו זאלסט האבן געלט דארטן אריינצולייגן, עפן אויף דעם אקאונט. אין רוב בענק קען מען עפענען וויפיל אקאונט מ'וויל און עס קאסט נישט קיין געלט. איך קען דיר מבטיח זיין אז פלוצלינג וועסטו זען אז דו קענסט דא און דארט אוועקלייגן אפאר דאלאר. אפשר טאקע נישט קיין סאך, אבער גענוג אז צוביסלעך זאל זיך אנזאמלען עפעס א סכום. און אז מ'געוואוינט זיך צו צו טראכטן אין די טערמינען פון סעיוון, מיט א סעיווינגס אקאונט צו דער זייט, וועט מען צוביסלעך זען ווי די סעיווינגס אקאונט וואקסט.
אנליין בענק
אנליין בענק זענען א גוטע אפציע פאר סעיווינגס אקאונטס. א גוטער ביישפיל איז www.allybank.com, וואס האט אויסערגעווענליכע גוטע קאסטומער סערוויס, וו.צ.ב.ש. 7/24 אנליין טשעט און פאון סאופארט. דער געדאנק פון די אנליין בענק איז וויבאלד זיי פארמאגן נישט קיין 'בריק און מארטער' סטארפראנט געשעפטן, קענען זיי פארשטעלן בעסערע ראטעס ווי די אלגעמיינע בענק.
מ'קען עפענען אן אנליין סעיווינגס אקאונט ביי Ally Bank יעצט און באקומען 0.99% אינטרעסט פער יאר - וואס איז אסאך מער ווי די לאקאלע בענק געבן. עס איז נישטא קיין מינימום אדער מאנאטליכע אפצאל - אנדערש ווי אסאך אנדערע בענק וואס האבן א לאנגע צעטל מיט רעגולאציעס... און זיי זענען אויך פארזיכערט דורך די FDIC ביז $000,250 פער קאנטע.
אופנים צו סעיוון מיט דיסציפלין
עס זענען דא עטליכע מהלכים וויאזוי אוועקצולייגן געלט אויף א דיסציפלינירטן אופן, א יעדער איינס פון זיי איז געאייגנט אויף אנדערע מטרות און צושטאנדן. הצד השוה שבהם אז זיי צווינגען דיר אוועק צו לייגן געלט אויף א סיסטעמאטישן וועג. יעדער איינער פארשטייט די וויכטיגקייט דערפון אבער רוב רובם פון די מענטשן טוען עס נישט. מענטשן וועלן געווענטליך זאגן אז זיי קענען עס נישט טון, אבער מיין עקספיריענס האט מיר געוויזן אז דער דיסציפלינירטער סעיווער האט
זייט 30
טעקסט
ווי דער וואס סעיווט נישט. אין א קליינע צאל פון די פעלער וואס איך קען איז דער מענטש וואס לייגט אוועק געלט בטבע א דיסציפלינירטער מענטש, אבער אין רוב פעלער איז עס פשוט ווייל דער מענטש האט זיך אוועקגעשטעלט א סיסטעמאטישן אופן פון אוועקלייגן געלט. און טאקע אינטערעסאנט, נאר דאס געלט ווערט אוועק געלייגט און גארנישט מער. דער סיטעמאטישער סעיווינגס ווערט פונקט ווי נאך א טעקס. פונקט ווי עס גייט אראפ צען פראצענט )בערך( פון די פעיטשעק פאר דער רעגירונג, נישט קיין חילוק אויב דו ביזט געדרוקט פינאנציעל אדער נישט, אזוי אויך גייט אראפ נאך א פינף, צען אדער פופצן פראצענט אויטאמאטיש, נישט פאר דער רעגירונג, נישט פאר דיין לענדלארד, נישט פאר דיין גראסערי מאן, נאר פאר דיר אין טאש.
1( מען קען זיך אוועקשטעלן א סעיווינגס אקאונט אדער א סידי אקאונט וואס גיבט עפעס פראצענט אויף דיין געלט אז עס זאל אויטאמאטיש ארויסנעמען פון דיין באנק אקאונט א סכום געלט, וועכנטליך צי חודש'ליך, וויאזוי עס איז דיר באקוועם. די מעלה דערפון איז אז דאס געלט איז אלעמאל אוועילעבל אויב דו דארפסט עס, עס איז פארזיכערט אן קיין ריזיקע, קענסט אלעמאל אפשטעלן דעם פלאן אויב דו דארפסט און עס איז פארזיכערט דורך דער רעגירונג ביז צוויי הונדערט פופציג טויזנט דאלער פער אקאונט. עס לוינט ע"פ רוב ענדערש צו מאכן א סידי אקאונט. מענטשן מיינען אז אויב מען וויל אפשטעלן א סידי אקאונט אינמיטן דעם טערמין באצאלט מען א שטראף, עס איז ע"פ רוב נישט אזוי. די פענעלטי איז געווענטליך בסך הכל די ריבית פון די לעצטע 12-6 חדשים, אבער נישט דער קרן, ממילא לוינט געווענטליך צו מאכן א 5 יעריגע סידי. דער חסרון פון אזא פלאן איז צווייפאכיג. איינס, דאס געלט איז אלעמאל אוועילעבל און דו קענסט גאר גרינג אפשטעלן דעם פלאן, ממילא פארלאנגט עס נאכאלץ גאר שטארקע דיסציפלין אז עס זאל זיך אנהאלטן פאר א לאנגע צייט און אז דו זאלסט נישט ארויסנעמען פון דארט אויב דו דארפסט - לדוגמא - אפצאלן דיין שכר לימוד חוב אדער צוצוענדיגן דעם חודש.
צוויי, די וואוקס אויף די געלט איז גאר קליין ווי שוין ערווענט אויבן )די ווייניגער ריזיקע אלס ווייניגער וואוקס(.
אין די לעצטערע יארן איז אינפלאציע געווען 2-1 פראצענט. אין דורכשניט איז אינפלאציע אין אמעריקע געווען בערך 3 פראצענט פער יאר אין די לעצטע הונדערט יאר, אבער אסאך יארן איז עס געווען אסאך מער פון דעם. אויב זוכט איר א ליסטע פון בענק וואס געבן די בעסטע ראטעס, קוקט אויף: .www.bankrate com. איין מאל איר האט געטראפן א באנק מיט א גוטן ריטורן, רופט זיי אן און פרעגט זיי אויב זיי וועלן מאכן אויטאמאטישע דעביטס, אדער פרעגט אייער יעצטיגן באנק אויב זיי וועלן מאכן אויטאמאטישע טרענספערס. )איך האב אמאל געהערט אז אמעריקען עקספרעס טוט דאס אויך און זיי געבן א א משהו בעסערע פראצענט ווי רוב בענק.(
2( רעטייערמענט און פענסיע פלענער וואס זענען ספאנסערד דורך דעם ארבעטסגעבער. דאס מאכט אז דאס געלט וואס איר לייגט אוועק זאל אויטאמאטיש אראפגיין פון אייער פעיטשעק נאך איידער איר באקומט עס, לויט וויפיל איר שטעלט אן אנהייב יאר. די דאזיגע פלענער האבן געוויסע גרויסע מעלות פאר געוויסע מענטשן, בעיקר איז עס רעקאמענדירט פאר מענטשן וואס זייער ביזנעס גיבט"מעטשינג פאנדס". דאס מיינט אז אויב איר לייגט אריין, לדוגמא, דריי פראצענט פון אייער איינקונפט אין דעם פלאן וועט דער ביזנעס"מעטשן" און צולייגן ביז פופציג אדער גאר הונדערט פראצענט פון דער סכום. אויך טוען עס געוויסע מענטשן אלס אן עצה פאר טעקס פראבלעמען, ואכמ"ל. דער חסרון איז אז וויבאלד עס האט אסאך טעקס מעלות טוט די רעגירונג באגרעניצן אז מען קען נישט ארויסנעמען דאס געלט פאר איר זענט 59 און א האלב, נאר מיט שווערע פענילטיס.
3( "האול לייף אינשורענס" איז נאך א מהלך וויאזוי מען קען זיך צווינגען צו אוועקלייגן געלט. דאס איז אבער נאר פאר'ן לאנגען טערמין – א מינימום פון בערך 10 יאר. די ערשטע פאר יאר ווערט א גרויסע טייל פון די געלט נישט אוועילעבל.
מיט האול לייף אינשורענס אויב עס איז אוועקגעשטעלט ווי עס באדארף צו זיין, האט עס כמעט גענצליכע בויגזאמקייט אבער דאך איז עס נישט אזוי בויגזאם ווי א באנק אקאונט. מאנכע קוקן עס אן ווי א מעלה אז עס צווינגט דיר מער צו אוועקלייגן און האלטן דאס געלט, אדערע קוקן דאס אן ווי א חסרון. האול לייף אינשורענס איז - פונקט ווי א באנק - נישט קיין ריזיקע פאר דעם געלט און עס איז פארזיכערט ביי דער רעגירונג )אין נו יארק און אין אנדערע סטעיטס( ביז פינף הונדערט טויזנט דאלער. די פראצענט אויף דעם געלט, איינמאל מ'איז אריבער די ערשטע פאר יאר פון דעם פלאן, איז אסאך שענער ווי באנק אקאונטס, היינטיגע טעג איז עס צווישן 4-3 פראצענט, און דערפאר איז עס טאקע נישט אזוי פלעקסיבל ווי א באנק אקאונט. אויב אבער לייגט איר אוועק די געלט פאר די נעקסטע פאר יאר דאן איז די באנק אקאונט דאס פלאץ עס צו לייגן.
4( גמ"ח הלוואה. די עצה האב איך געגעבן פאר א באקאנטן וואס האט מסיבות שונות נישט געקענט טון קיין איינס פון די אויבנדערמאנטע, אבער ער האט זיך נישט געקענט דיסציפלינירן אוועקצולייגן געלט א יעדן חודש. סיי עס האט נאר אנגעהאלטן פאר 3-2 חדשים און דערנאך האט ער געפונען תירוצים שונים עס נישט צו טון, סיי ער האט כסדר געטראפן עמערדזשענסיס צו אויסנוצן זיין ביסל אפגעזאמעלטע געלט. ער האט ארויסגענומען הלוואות פון פינף טויזנט דאלער פון צוויי גמ"חים, דאס האט ער געגעבן פאר איינעם אוועק צו לייגן פאר אים. ער האט געגעבן פאר דעם גמ"ח העד טשעקס פון צוויי הונדערט דאלער פער חודש און אזוי האט ער אין צוויי יאר זיך אפגעשפארט צען טויזנט דאלער. ער האלט שוין אינמיטן די צוויי רונדע פון דער פלאן.
עס זענען אויך דא אינוועסטמענט פירמעס )א שטייגער ווי ווענגאורד( וואס וועלן אויטאמאטיש ארויסנעמען געלט פון דיין אקאונט און עס אריינלייגן אין דיין אינוועסטמענט אקאונט, אבער אין דעם ארטיקל רעדט מען דאך פון סעיווינגס, געלט וואס מען קען נישט ריזיקירן אין אינוועסטמענטס - וועלכע איז א
זייט 31
טעקסט
דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן
זייט 32
טעקסט
דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן
זייט 33
טעקסט
דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן
זייט 34
טעקסט
דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן
זייט 35
טעקסט
דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן
זייט 36
טעקסט
דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן
זייט 37
טעקסט
דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן
זייט 38
טעקסט
דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן
זייט 39
טעקסט
דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן
זייט 40
טעקסט
דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן
זייט 41
טעקסט
דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן
זייט 42
טעקסט
דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן
זייט 43
טעקסט
דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן
זייט 44
טעקסט
געטוישט לויטן תירוץ.
-וואס טוט אויף די הערה פונ'ם מהרש"א
-וויאזוי דארף רש"י האלטען זיך צו באשיצען פונ'ם השגה פון תוספות און טאמער דער שיטה פונ'ם רמב"ן איז גאר א דריטען אדער שטימט עס מיט איינער פון זיי. נאכאנאנד קען מען טרעפען אזעלכע הערות און חשבונות, וואס ווארפען א ליכט אויף די ענין.
מ'דארף זיך אויך אריינלייגען אין די סברות פון די שיטות, פארוואס האלט דער אז זיין הלכה איז ריכטיג, און וואס איז די
דער אמאליגער פאראייניגטער
ל.פ.ב. פעסט
עס איז באקאנט אין די וועלט, אז דער לימוד בעיון פארמאגט פארשידנארטיגע דרכים וויאזוי איר אפצולערנען און פארשטיין, אשר לא קרב זה אל זה מיט אירע פילצאליגע חילוקים, אויף אזוי ווייט, אז עס איז כמעט פארגעסן געווארן דער חלק בלימוד התורה וואס טוט אונז אלע פאראייניגן, און למעשה, איז דער חלק בלימוד התורה וואס איז מאחד צווישן אונז, פילפאכיג גרעסער ווי דער חלק התורה וואס איז מחלק צווישען אונז. כאטש עס קוקט אויבן אויף נישט אויס אזוי.
וויל איך דא, לכבוד שמחת תורה, ארויסברענגען דער אלטער אנגענומענער וועג בכל תפוצות ישראל וויאזוי מען פלעגט שטענדיג צוגיין צו א סוגיא. דערנאך וויל איך שרייבן וואס די חידושים בדרכי הלימוד פון שפעטערע דורות זענען געווען לגבי די פריערדיגע. און דריטנס, וויאזוי זיי זענען אנגענומען געווארען בתפוצות ישראל.
-לאסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא:
הגאון ר' חיים וואלאזשינער זצ"ל האט געזאגט: "דער שפיץ פון קענען לערנען איז ארויסצובויען א נייען דין פון א גמרא", דאס הייסט אז א מענטש וואס קען דאס טוהן, און פון א סוגיא אין ש"ס קען ער ארויסדרינגען א נייע דין, הייסט עכט געקענט לערנען.
דרך הלימוד
התורה, אז מען זאל צוקומען צו וויסען וואס עס איז דער רצון הבורא, ד.ה. לאסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא - יעדער דיוק אין א סוגיא, יעדער פלפול אין איר, דארף זיין מיטן ציל, צו קענען ארויסברענגען די הלכה אויף למעשה.
דורך-אויס די דורות, האבען פיל גדולי ישראל זיך באקלאגט אויף די דרכי הלימוד פון געוויסע לומדים וואס זענען אוועק פון די דרך אמת, און פארגרייזען דורך דעם פונעם ריכטיגן פשט. מען זעט באשיינפערליך אז מען האט אלץ געוואלט אז דער לימוד הגמרא זאל זיין דער יסוד דורך וואס צו צוקומען צו די הלכה, און מ'זאל לערנען די סוגיא ביז צו איהר פרטים אויף צו קענען ארויסנעמען די הלכה, און מאידך, מ'זאל נישט לערנען די הלכה פון ערגעץ אנדעריש א חוץ די גמרא.
-וויאזוי אפצולערנען א סוגיא:
יעדער שוועריגקייט, יעדער דיוק, יעדער סברא אדער סיי וועלעכער הערה דארף זיין לצורך צו פארשטיין דעם סוגיא זעלבסט, און נאר אויף דער יסוד קען מען ארויסברענגען די הלכה פונ'ם סוגיא.
פאלגנד זענען עטליכע ביישפילן וואס מען דארף נעמען אין באטראכט כדי ארויס צו קומען מיטן סוגיא קלאר:
-וואס האט תוספות געמיינט קודם ביים
סברא פון די חולק. וואס דערמיט קען מען פארשטייען פארוואס די ערשטער האט נישט אזוי געהאלטען און פארוואס דוקא די ראיה איז גאר א קשיא.
די חשבונות פון די סוגיא זענען פונקט אזוי וויכטיג ווי די סברות, וויבאלד ביידע זענען די אבני הבנין פון די הלכה למעשה.
-עד היסוד:
אלס אן הקדמה צום פאלגענדן פרק, איז וויכטיג צו דערמאנען וואס דער ספרי זאגט אין פרשת האזינו. שטייט דארט אזוי:
"יערף כמטר לקחי: ר' יהודה אומר, לעולם הוי אדם כונס דברי תורה כללים, שאם כונסן פרטים מייגעים אותו ואין יודע מה לעשות.
משל למלך שהלך לקיסרי וצריך מאה זוז או מאתים זוז הוצאה, נוטלים פרט מייגעים אותו ואין יודע מה לעשות, אבל אם מצרפם ועושה אותו סלעים פורט ומוציא בכל מקום שירצה. ע"כ.
עס זעט אויס אינ'ם ספרי עפעס וואס א פשוט'ער בליק זעט נישט, נעמליך אז די "סוגיות הש"ס זענען געשריבען געווארען אין אן אופן פון כללים", ד.ה. אז אלע זאכן וואס קוקן מיטן אויבערפלעכליכער בליק אויס ווי בלויז א פרט, איז באמת א כלל, א ביישפיל, און א יסוד, וואס פון דעם דארף מען אפלערנען אויף אנדערע זאכען. )און דעריבער זאגט דער ספרי אז מען זאל נישט לערנען אויף אן אופן פון פרט(.
א ביישפיל איז, דער ארבעה אבות ניזוקין אין אנהייב מסכת בבא קמא )שור בור וכו'(. אן אויבערפלעכליכער קאפ זעט
זייט 45
טעקסט
און א בור איז א גרוב אויסגעגראבען אין גאס מיט א שויפעל. דער וואס וויל אבער לערנען די "יסוד" פארשטייט אז די מזיק פון אש איז נישט בלויז פייער נאר עס איז א ביישפיל פאר יעדער סארט מזיק וואס כח אחר מעורב בו, דאס זעלבע איז מיט דער מזיק "בור" וואס מיינט דער מהות פון הפקיר נזקיו, און נאך און נאך. ס'ווערט גאר אן אנדערע וועלט און אן אנדערע טייטש אין די גמרא טאמער לערנט מען אזוי.
און דאס איז טאקע די ארבעט פון א ריכטיגער עמל בתורה, ארויסצוברענגען די יסוד פון א ביישפיל וואס די גמרא שטעלט פאר. דאס איז די נשמה פון די סוגיא.
און אז מען טוט אלס אפלערנען אויף אזא אופן אז מ'זאל קענען ארויסנעמען די "יסוד פונ'ם סוגיא", וועט מען זיך נישט
טועה זיין ווען עס קומט צו א מדמה זיין מילתא למילתא מיינעדיג אז די גמרא רעדט פון איהר באגרעניצטע פאל, נאר דער גמרא קומט אונז לאזען וויסען א יסוד, און פון דעם קען מען זיך אפלערנען צו אנדערע ערטער, און דאס איז די ערשטע טריט צום לימוד ההלכה.
-דער דרך וויאזוי צו צו גיין צו די ספרי הפוסקים:
מיט בערך ניין הונדערט יאר צוריק האבן אנגעהויבן ערשיינען ספרי הפוסקים.
רמב"ם, ביז דער באקאנטער ארבעה טורים און דער גולת הכותרת דער שולחן ערוך, און אנדערע צענדליגע און הונדערטער שפעטעריגע ספרי פוסקים עד ימינו אלה, וואס זיי האבען מלקט געווען, מכריע געווען און מגדיר געווען די פסק למעשה.
אבער שוין באלד אין אנהייב פון דער ערשיינונג, בימי הרמב"ם, האבן טייל גדולי ישראל ארויס געוויזן קעגנערשאפט צו דער מהלך פון לערנען דעם פסק ההלכה אן א וויסן איר מקור.
דער רא"ש שרייבט אזוי )תשובות הרא"ש כלל ל"א סי' ט'(
'וכן טועים כל המורים הוראות מתוך דברי הרמב"ם ז"ל ואינן בקיאין בגמרא לידע מהיכן הוציא דבריו טועין להתיר האסור ולאסור את המותר, כי לא עשה כשאר המחברים שהביאו ראיות לדבריהם על והראו ה מ ק ו מ ו ת היכן דבריהם ב ג מ ר א זה ומתוך יכול לעמוד העיקר על ועל האמת. הוא אבל כתב ספריו כמתנבא מפי הגבורה בלא טעם ובלא וכל ראיה בו הקורא סבור שמבין ואינו בו כן, שאם אינו בקי בגמרא אין מבין דבר לאשורו ולאמתו ויכשל בדין ובהוראה. לכך לא יסמוך אדם על קריאתו בספרו לדון ולהורות אם לא שימצא ראיה בגמרא. וכן שמעתי מפי אדם גדול בברצילונה שהיה בקי בתלתא סדרי ואמר תמהתי על בני אדם שלא למדו גמרא וקורין בספרי הרמב"ם ז"ל ומורים ודנים מתוך ספריו וסבורין שיכירו בהם, כי אמר אני מכיר בעצמי כי בג' סדרים שלמדתי אני מבין כשאני קורא בספריו אבל בספריו בהלכות קדשים וזרעים אינני מבין בהם כלום וידעתי שכך הוא להם בכל ספריו עכ"ל'.
אויפ'ן רמב"ם, זאל מוחל זיין מעיין זיין וואס מען האט פריער געשריבען פונ'ם ספרי.
אויך דער באקאנטע לשון פונ'ם מהרש"א )סוטה כב.( וואס ער שרייבט כלפי דעם שו"ע איז כדאי נאכצוברענגען:
'ובדורות הללו אותן שמורין הלכה מתוך שו"ע והרי הם אין יודעין טעם הענין של כל דבר אם לא ידקדקו מתחלה בדבר מתוך התלמוד שהוא שימוש ת"ח וטעות נפל בהוראותם והרי הן בכלל מבלי עולם ויש לגעור בהן עכ"ל'
אויך דער של"ה רעדט דערוועגן, און אויך אנדערע פריערדיגע.
פאר נאך א וויכטיגער מראה מקום אין דער ענין זעהט וואס עס שרייבט דער בעל תוס' יו"ט אין זיין הקדמה צו זיין ספר על הרא"ש, )געדרוקט אין די ברכות גמרא פאר'ן רא"ש( וז"ל:
'הלא הדבר ידוע ומושכל, שאינו דומה השונה פרקו כפי משא ומתן של הלכה והמסתעף ממנו, לשונה את פרקו מהכללים שיצאו ממוך משא ומתן של הלכה שזה צריך אמנם שיפול לרחבו אחור לעיין מאין ולאין ומבטן מי יצאו כ״ש שאף המפרשים הנזכרים ברוב הפעמים לא כתבו רק מראה מקום ולא הסוגיא עצמה שא״כ לא יספיק לו הלימוד הזה כלל באותן המקומות וגדולה מזו ומזו שע״י הלמוד מתוך משא ומתן של ההלכה יוודעו אי אלו הסברות הישרות הקיימות ואי אלו הסברות הבלתי ישרות ואינם מתקיימות ודרכי ההיקש והדתיות ועי״ז בשביל כן יתרשמו בנפשו ויחזקו בשכלו הסברות הישרות וההקישות האמתיים ובמה נדחו ההפכים והזרות מה שלא יועיל לזה הדרך השני כלל וזה מבואר לכל משכיל הבלתי מתעקש ונוסף על זה שהוא דבר ידוע ג״כ שהמשיג מהמאוחר אל הקודם אינו בשלמות כמו המשיג מהקודם אל המתאחר שהוא השגת המסוב מהסיבה וזהו בעצם ההבדל שבין החקירה ע״י שכל האנושי שצריך שתהיה מהמתאחר שהוא המושג בחוש אל המוקדם הבלתי מושג בחוש ובין הידיעה שע״י השפעת הנבואה שתהיה מהמוקדם אל המתאחר בהפך מההשגה הנזכר וכמו שפירש זה ג״כ בעל העקידה בתתלת פרשת ויצא ונקיש מזה אל כל הידיעות והלמודים אשר בכללם
זייט 46
טעקסט
שאנו בהם עכ"ל.
דברים כדרבונות, פייערדיגע רייד וועגען די וויכטיגקייט פון קענען סוגיות און סברות אויף צוצוגייען צו א הלכה פסוקה. די איבעריגע חלק פון זיין הקדמה איז אויך זייער אינטרעסאנט, עי"ש.
די נושאי כלים ומפרשים אויפ'ן שו"ע ווייזען אונז די וויכטיגקייט פון קענען דעם סוגיא אין די הלכה. זיי האבן זיך נישט פארלאזט אויפ'ן טור און אויפן שו"ע מיט די רמ"א. זיי האבען זיך געמיהט צו לערנען די מקורות, אפצולערנען חידושים, צומאל זיך דינגען אויף הכרעות פון פריערדיגע, צומאל ברענגען ראיות און אויס'חשבונ'ען די גמרא אנדערש. מ'זעט פון זיי דעם יסוד אז דער חשבון פונעם סוגיא איז די מקור פון אלע הלכות. אז מ'קוקט אין דרישה און פרישה ווי ער בא'ארבעט די חשבונות פון א ראשון, די הו"א און די מסקנא, די דיוקי לשונות און די חילוקי לשונות צווישען די ראשונים, קען מען זען וואס ער האט געוואלט און וואס ער האט געהאלטען פאר אן עיקר אין לערנען.
מיר זעען דערפון, אז דער צוגאנג פון נאכגיין דער מקור פון א פוסק איז נישט קיין שיטה פון א געוויסע מדינה צו גזע, נאר דאס איז געווען דער אנגענומענער דרך אלעמאל.
דער מענטש וואס גייט צו צום פוסק נישט קענענדיג בעפאר דעם דעם סוגיא אויף וואס די הלכה איז געבויט, איז א ווי א מגשש באפילה, ער קען נישט וויסען די יסוד ההלכה, און ער קען נישט פארשטייען וויאזוי מדמה צו זיין דעם פסק צו אנדערע פעלער.
דער תכלית פון די פוסקים איז בלויז צו מכריע זיין און מסביר זיין די סוגיא. ווען איינער קען נישט די סוגיא, קען ער נישט פארשטיין דעם פסק, ווייל דער סוגיא און איהר חשבונות זענען ווי דער יריעה אויף וואס די פסק איז געשריבען, און אן די יסוד איז דער פסק אותיות פורחות באויר ואין להם על מה שיסמוכו.
א טיף ווארט כלפי דעם ענין ווערט נאכגעזאגט פון הרב חיים וואלאזינער זצ"ל: "די וועלט זאגט אז לערנען פוסקים אהן די סוגיא איז ווי עסען א תבשיל אהן פלפלים, און איך זאג אז עס איז אזוי ווי
עיקר פעלט(.
הגיע להוראה-ווען קען מען פסק'ענען אליין פון די סוגיות הש"ס:
די חז"ל אין מסכת נדה )כ:( שטעלן אוועק א יסוד, אז: 'אין לדיין אלא מה שעיניו רואות', דאס מיינט, אז א דיין וואס איז הגיע להוראה מעג פסק'ענען לויט די די מקור ההלכה וויאזוי ער פארשטייט מיט זיין אייגענער שיקול הדעת, און איז נישט מחוייב חושד צו זיין טאמער א צווייטער דיין וואס איז קלוגער ווי איהם וועט האלטן אנדערש פון אים. און דאס איז געזאגט געווארן אפילו כלפי א פריערדיגער גדול.
און ווער איז א דיין וואס איז "הגיע להוראה" וואס קען זיך דינגען אפילו מיט פריערדיגע?
דאס איז א מענטש וואס קען די סוגיות הש"ס מיט א קלארקייט, עד כדי כך אז ער קען דערפון פסקנ'ען א שאלה מיט זיכערקייט און איבערצייגונג ע"פ אמת )און נישט פון עקשנות און תאוות הנצחון( אויף א דרגה וואס ער איז געווענליך נישט חוזר פון דעם פסק!
און אזוי שרייבט דער רבינו האי גאון )מובא בטור חו"מ סי' ג' ועוד(:
'כל שהוא חשוב כרב נחמן בדורו ופקיע במשנה ותלמוד ופקיע נמי בשיקול הדעת ומעיין בדיני כמה שנין ומנסין ליה זימנין סגיאין ולא חזו ביה טעותא, כגון האי מומחה לרבים' עכ"ל.
דאס איז גילטיג פאר יעדער מענטש לויט זיין מצב פון פארשטאנד.
עס איז אבער זעלבספארשטענדליך אז יעדער מענטש וואס לערנט א גמרא מוז אנקומען צו פירוש רש"י ושאר מפרשים הקדומים אויפ'ן סוגיא, וויבאלד עס איז כמעט אוממעגליך צופארשטיין א גמרא בלעדיהם, דעריבער קען ער זיך נאטורליך נישט דינגען אויף רש"י. אבער אויסער דעם גייט עס ביי יעדער מענטש כפי מצב הבנתו בסוגיא. אויב ער קען אליינס מסיק זיין א סוגיא ווי ער פארשטייט, מוז ער זיך נישט אומטערטעניגען צו א צווייטען.
צ.ב.ש. דער ש"ך האט געהאט א כח הוראה קעגען די שו"ע, וויבאלד ער האט
דעם האט זיך געבויעט זיין 'הגיע להוראה', זיין שיעבוד האט זיך נישט באצויגען צום הוראה פונ'ם שו"ע.
היינטיגע צייטן טרעפן מיר נישט קיין מענטשען וואס לערנען א סוגיא אהן די פרשנות פון די ראשונים און די גדולי הפוסקים, דעריבער קענען מיר קיינער וואס האט א רעכט אליינס זיך צו דינגען אויף א ש"ך צו א מג"א. אבער טאמער איינער לערנט דער מקור הסוגיא מיט די פוסקים אן די פרשנות פון אנדערע, און ס'געלונגט איהם, ער האט עס גוט ארויס אן א דארפן מארגען חוזר זיין טרעפענדיג א טעות, דאן איז ער א הגיע להוראה און ער דארף זיך נישט רעכענען מיט די תשובות האחרונים, אפילו אם כגובה ארזים גבהם, ווייל אין לדיין אלא מה שעיניו רואות. און די הלכה איז נישט קיין פאראייניגטע זאך מיט בלויז איין מהלך.
עס האט דעריבער נישט קיין זון פאר צוויי פוסקים זיך צו שלאגן און רייבן, ווייל א דעה פון א הגיע להוראה דארף אנגענומען ווערן אלס א סטאבילער דעה.
-אפלערנען די סוגיות לפי תכונת נפשו:
אבער טאקע דערפאר וואס אין לו לדיין אלא מה שעניו רואות, קומט אויס אן אינטרעסאנטע זאך. נעמליך, אז יעדער ברענגט זיך זיין אייגענער גאט'ס געשאנקענער נאטור אין ביהמ"ד אריין. אזוי דארף זיין און אזוי וועט זיין. און לויט יעדנס דרכי המחשבה וההגיון, זענען געבויט די חילוקים צווישען איין פוסק און א צווייטען.
אז מ'וועט באטראכטן די מהלכים פון פארשידענע פוסקים לדורותיהם, קען מען באמערקן זייער שטארק זייער פארשידענהייטען אין נאטור, וואס פון דעם איז ארויס פארשידענהייטען אין לערנען, און יעדער איינער האט זיין וועג פון טראכטען און לערנען.
תם ולא נשלם. אין א קומענדיגער געלעגנהייט וועל איך אי"ה ממשיך זיין איבער די פארשידענע דרכי הלימוד פון די גדולי האחרונים, ביז ר' חיים בריסקער זצ"ל וועלעכער האט אריין געברענגט א נייער דרך הלימוד וואס האט איבערגענומען די עולם התורה.
זייט 47
טעקסט
דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן
זייט 48
טעקסט
דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן
זייט 49
טעקסט
דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן
זייט 50
טעקסט
די אנטוויקלונג פון 'החג' צו
'חג הסוכות'.
אח.כ ם
זייט 51 ⓞ
טעקסט (OCR)
דער חבר איו מער ווייניגער מסכים מיט דעם פשט אין פסוק, און עס קומט אויס או דער מלך כוזר אין גערעכט אין וזאגן או די אידן האבען (ישט געוואוסט פון קיין סוכה צו זאגן.
אויף דאס וואס דער מלך כוור טענה'ט או מיר האבען נישט קיין מסורה, זואגט עם דער חבר: או עס איז פארהאן אן אונטערשייד צווישען די 'פשוטי עם' און די 'יחידי סגולהי. דהיינו, או כאטשיג די 'פשוטי עם' האבען נישט געוואוסט פון די מצוה פון סוכה, האבן יחידי סגולה יא געהאט א מסורה איש מפי איש.
רבינו יהודה הלוי (שם אות סג) שרייבט: יומה שאמר וימצאו כתובי' רצה לומר ששמעו עם הארץ וההמון וחרדו לעשות הסוכות, אבל היחידים לא אבדה מהם מצוה קלה כל שכן גדולה, עכ"ל. דאס מיינט או די עמי הארץ זענען טאקע ערשט יעצט געוואויר געווארן פון די מצוה פון סוכה, אבער דאס איו נישט קיין ראיה או מיר האבען נישט קיין מסורה, ווייל יחידים' האבען יא געוואוסט פון דעם אלעמאל. פון זיינע ווערטער קומט אויס, או די פסוקים אין נחמיה באהאנדלען 'עמי הארץי און נישט די 'יחידי העם":
דער רמב"ן (במדבר טו, ככ) זאגט דאס קלאר ארויס, אז אין די צייט פון עורא איו אינגאנצן פארגעסן געווארן די תורה און מצוות ביי 'רוב העם'. זיין לשון איז: "ככר אירע לנו כן בעונותינו כי בימי מלכי ישראל הרשעים, כגון ירבעם, ששכחו רוב העם התורה והמצות לגמרי, וכאשר בא בספר עורא באנשי בית שני". דאס מיינט אז דורך די רשעת פון ירבעם און שפעטערדיגע מלכים איז פארגעסן געווארען די תורה 'ביי די מערהייט פונעם פאלקי ביז אז אין די לייט פון עורא האבען זי נישט געוואוסט פון קיין סוכות נו זאגן.
אין חידושי הר"ן (סנהדרין כא, ב) קומט אויך אויס קלאר אז מען האט טאקע פארגעסן די מצוה פון סוכה. און װי ער שרייבט: באמת כי כשיגלו ישראל לבבל, כבר הלכו להם עשרת השבטים בחלח וחבור וושארו מתי מעט, ושנו את לשונם ואת כתבם ונשתכחה התורה מהם. הלא תראה בימי עורא שנשתכחה מהם התורה, ואפילו המצות המפורסמות כסוכה כשקראו להם המעוה היתה להם בחדוש גדול, ואז עזרא האיר עיניהם בדיני התורה ומצותיה, והוא החויר להם את כתבם שנשתכחה מהם, ע"כ. דאס מיינט אז ער נעמט אהן או מען האט נישט געוואוסט פון קיין סוכה צו זאגן".
עס קומט אויס פון די ראשונים, אז די מסורת התורה איז נישט געווען די נחלת הכלל אין די צייטן פון די נביאים, און גאר יחידים האבען אנגעהאלטן די מסורה און געקענט די גאנצע תורה, אבער (נישט דאס מערהייט פונעם פאלק'. עורא הסופר איז געווען דער וואס האט דאס איבערגעדרייט דער מצב, און אנגעהויבן לערנען מיט די עמי הארץ, אזוי װי דער פסוק דערציילט (נחמיה ח, ז-ח): וְהַלְויִם מְבִינִים אֶתהָעָם לַתּוֹרָה וְהָעָם עַל-עָמְדָם: וַיּקְרְאוּ בַסָּפֶר בְּתוֹרַת הָאֵלקים מְפֹרֶשׁ ושום שֶכֶל וַיּבִינוּ בַּמִּקְרָאץ.
{ אין זיין ספר מגיד מישרים (פרשת נצבים) שרייבט רבי יוסף קארו זע"ל |דער בית יוסף), אז דער 'מגידי האט אים מגלה געווען אז מען ואל נישט עסן קיין פלייש אויף ראש השנה. און דאס וואס שטייט אין עזרא (נחמיה ח, 'י) או די לויים האבען געזאגט צו די אידן אויף ראש השנה: לְכוּ אִכְלוּ מַשְמַנִּים וּשְׁתוּ מַמְתַקִּים, זאגט דער מגיד "ההוא לכלל עמא, ואנא ממלל ליחידי סגולה". האט מען נאך א מקור, או די פרשה אין נחמיה רעדט צו די 'כלל עמאי און נישט צו די יחידי סגולה. {איינער וואס וויל זעהן גאר א שיינע מאמר אויף דער שטיקל 'מגיד מישרים' און אויף די כלליות'דיגע ענין, זאל קוקן אין "ליקוטי אליעזר" פון הבקי הנפלא הרב אליעזר בראדט שליטיאן.
{ אזוי לערענט דער 'כסף מזוקקי פשט אינעם רמבץץן, וכלשונו: "כוונתו נשל הרמב"ון על מה שכתוב בנחמיה חי וימצאו כתוב בתורה וכוי, כי ספר נחמיה נקרא ע"ש עזרא גם כן".
אין די ספר "הכתב והקבלה" וויקרא כג, מב) איו דער מחבר מתמיה אויפן ר"ן וויאזוי ער קען זאגן או עס איז פארגעסן געווארן, אבער עס איז תמוה אויף די מחבר אז ער האט לכאורה פארגעסן או דער ר"ן איו נישט דער איינציגסטער, און אװי שטייט אין כוזרי און אין רמביץ אויך.
; רבי ראובן מרגליות אין זיין ספר "המקרא והמסורה" (מאמר יד - שלשלת המסורה) זאגט אז אודאי האבן זי יא געוואוסט פון די מצוה פון סוכה, גאר "בחוג המוני העם רבתה העזובה מני העת שהוגלו מאדמתם. לֹא חרשו ולא קצבו, ולכן התחילו להתרשל בחגיגת חג האסיף, והוצרכו להערה מיוחדת על קיום מצוה ז" - דאס מיינט אז די מצוה פון סוכה איו חס וחלילה נישט פארגעסן געווארן, גאר פאר יענער דור איו עס אפגעשוואכט געווארען. אין זיין הערות צייכענט ער צו דעם כוזרי, אבער ער ואגט אונו נישט, או נישט די קלי הדעת זאגען אנדערש פון אים, גאר די הייליגע רמביץץן, ר"ן, און רבינו יהודה הלוי, זאגן קלאר או עס איז געווען נשתכח ממש.
6 אן ענליכע געדאנק װערט דערמאנט אינעם ספר "אמת ליעקב" פון הרה"ג רי יעקב קמנצקי זצ"ל, אין זיין פירוש אויפן משנה (ריש מסכת אבות) "משה קבל תורה מסיני, ומסרה ליהושע וכו'", שרייבט רבי יעקב: "המסורה שעוסק בה התנא פה היא מסורת התורה שבעל פה. וביאור הדבר, כי באמת אע"פ שבוודאי ניתנה תורה שבעל פה בסיני, מכל מקום היא לֹא
נהפכה לנחלת רבים עד ימי בית שני, כי עד אז היתה התורה נמסרת מפה לאוון - מרב לתלמידו. ורק חכמי הדור וג דוליו
קאווע שטיבל. 58 טס חדר - סוכות תשע"ו
זייט 52 ⓞ
טעקסט (OCR)
דער 'חג'י אין תנ"ך,
מען דארף אבער מאכן אן אונטערשיד צװישן די מצוה פון סוכה, און דער יום טוב סוכות. די יום טוב פון חג האסיף וערט איבערגעיחזר'ט עטליכע מאל אין די תורה, און עס װערט אויך דערמאנט אין תנ"ך אפאר מאל. עס איו שווער צו גלויבן או מען האט דאס אלס פארגעסן. אפילו אויב מען האט פארגעסן מצוות, אבער א יום טוב איז דאס לעצטע זאך צו פארגעסן.
(אר די אמת איו, או אויב מען איז גוט מעיין װועט מען זעהן, אז אודאי איו דער יום טוג געווען מפורסם ביי אלע, פארט אבער אי די פרטות'דיגע מצוה פון סוכה פארגעסן געווארען. איך יל דא וייזן או
כאטש אפילו היינט װערט די גאנעע יום טוב גערופן על שם די סוכה - חג הסוכות הזה, איו אבער נישט אלעמאל די סוכה געווען דער צענטראלער טעמע פונעם ים טוב. כדי דאס אויפצואווייזן, איוז כדאי (אכצוגיין אלע מקורות פון דער יום טוב סוכות בכלל און די מצות סוכה בפרט.
עס איו זעלבספארשטענדליך, אז אין ספר בראשית שטייט נישט קיין איין ווארט איבער די ימים טובים. דאס ערשטע פמאל וואס די ימים טובים װערן דערמאנט איז אין ספר שמות, אבער מיר געפינען נאכאלס (ישט דער נאמען "חג הסוכות", נאר "חג האסיף". סיי אין פרשת משפטים שטייט נאר (שמות כג, טז: וְחַג הָאֶסֶף בְּצֵאת הַשָּׁנָה בְּאֶסְפְּךָ אֶת-מַעֲשִיךָ מַו-הַשָּׁדֶה, און סיי אין פרשת כי תשא שטייט נאר (שמות לד, כב): וְחַג הָאָסִיף תְּקוּפַת הַשָּׁנָה, אבער קיין איין ווארט פון יסוכות' איו נישט דערמאנט'. אין ספר במדבר שטייט אויך נישט קיין איין ווארט וועגען יסוכות', גאר (במדבר כט, יב): וּבַחֲמִשָׁה עָשֶׁר יום לַחֹדְשׁ הַשְּׁבִיעִי מִקְרָאיקֹדְשׁ יִהְיִה לָכֶם כַּלימְלָאכֶת עֲבֹדֶה לא תֵעֲשוּ וְחַנֹתֶם חַג לֵיקוִק שִבְעַת יָמִים. זעען מיר ווייטער װי עס שטייט גאר דער ווארט 'חג', אן קיין שם לוואי! עס שטייט נישט 'חג הסוכות".
די דאזיגע מציאות, אז מען האט געוואוסט פון דעם 'חג' וואס געפאלט אין די זיגבעטע חודש, אבער מען האט עס (ישט גערופן 'חג הסוכות'; באגעגענט מען אויך אין (נ"ך. אין גאגץ נ"ך ביו די תקופה פון בית שני װוערט (ישט דערמאנט או אין דער חג פונעם זיכעטן חודש זינט מען אין א סוכה. װי אויך זעען מיר ווייטער, אן דער פסוק רופט עס (נישט אן 'חג הסוכות'. דער ם טוב הײיסט נאר 'חג. לאמיר דא אראפברענגען אפאר פסוקים מבסס צו זיין אונזערע רייך:
מלכים א פרק ח (ם) וַיִקָּהֵלוּ אֵל-הַמֶּלֶךְ שלֹמֹה כָּל-אִיש יִשְרָאֵל בְּיָרַח הָאַתָנִים. בֶּחֶג הוּא הַחֹדְשׁ הַשְּׁבִיעִי:
(סה) וַיַּעַשׁ שׁלמֹה בָעֵת-הַהִיאן אֶת-הֶחֶג וְכָל-יִשְׁרָאֵל עִטּוֹ קָהֶל גָּדול מִלְּבוֹא חַמָת! עַד-נַחַל מְצְרַיִם לְפְנִי יקוְק אֶלקֵינוּ שִׁבְעַת יָמִים וְשִׁבְעַת יָמִים אַרְבָּעָה עָשֶׁר ים:
שקבלו את התורה במסורה ישבו והגו בה ולימדוה לתלמידיהם וכוי. ורק בימי בית שני הוחלט שעריכה תורה שבעל פה ליהפך לנחלת הכלל, ועל כל יחיד ויחיד החיוב להתעמק גם בוה". עס איו אבער דא א גרויסע חילוק צווישען די ווערטער וואס רבינו יהודה הלוי און דער רמב"ן האבן געשריבן, און דאס וואס רבי יעקב שרייבט, ווייל די מצוה פון סוכה שטייט דאך מפורש אינעם תורה, און איו נישט "תורה שבעל פה". רבי יעקב רעדט דווקא פון "מסורת התורה שבעל פה", אבער די ראשונים רעדן אפילו פון תורה שבכתב!
| דער משך חכמה (שמות כג, טו) שרייבט גאר א שיינע 'פשטי פארוואס 'סוכות' הייסט נאר 'חג האסיףי אין ספר שמות. ער זאגט על פי דברי הגר"א (שיר השירים א, ד) אז דער טעם פארוואס מיר זיצן אין סוכה זכר לענני הכבוד דווקא אין חודש תשרי איז, ווייל דעמאלס - נאכ'ן כפרה אויפן חטא העגל - האבן מיר באקומען די לוחות שניות און די ענני הכבוד זענען צוריקגעקומען. אין ספר שמות איז די יום טוב נאר געװען א 'חג האסיף', און גאר כאכדעם וואס מיר האבען געזינדיגט ביים חטא העגל און נתכפר געווארן, איז צוגעקומען די מצוה פון סוכה, שעל שמו נקרא "חג הסוכות". אט האט איר די לשון פונעם משך חכמה: "וחג האסיף', וכן ב"כי תשא" (להלן לד, כב), לא כן בדברים (טו, יג) כתיב "חג הסוכות". הטעם על פי דברי הגרי"א (שיר השירים ד, ט) כשניתן לוחות השניים ומשה ירד מן ההר וחזרו ענני הכבוד בט"ו לחודש תשרי נצטוו על סוכות כידוע. ולכך, אז קודם דברות שניות נקרא חג האסיף ולא חג הסוכות". עס בלייבט גאר שווער לויטן משך חכמה פארוואס אין במדבר ווערט עס אויך נישט אנגערופן "חג הסוכות", גאר חג האסיף.
' דער רד"ק לערנט פשט: 'כירח האיתנים' - שבו אוספים הפירות והתבואות לבית, כמו שנקרא חג האסיף לזה הטעם, וכן איתנים לשון חווק שהתבואות והפירות חיי האדם.
קאווע שטיבל. פך'ל עס הדר -סוכות תשע"ז
זייט 53 ⓞ
טעקסט (OCR)
כאטש עס שטייט (ישט אין די פסוקים בפירוש או דער 'חגג אי געווען אין די פופנענסטע טאג אין תשרי, איז אבער אין ספר דברי הימים זאגט אונז דאס עורא (דער מחבר פון דכרי הימיס} כפירוש:
דברי הימים ב פרק ז
(ח) וַיַעַשׁ שׁלמֹה אֶת-הֶחֶג בַּעֵת הַהִיא שִׁבְעַת יָמִים וְכָל-יִשְׁרָאֵל עִמּוֹ קָהֶל גָּדוֹל מְאד מִלְּבוּא חֲמָת עַדוּבִיוֹם עֶשְׂרִים וּשְׁלֹשָׁה לַחֹדְש הַשְּׁבִיעִי שִלַּח אֶת-הָעֶם לְאֶהֲלֵיהֶם שמָחִים וְטוֹבֵי לֶב עַל-הַטּוֹבָה אֲשֶׁר עֶשָׂה יִקוֶק לְדָוִיד וְלִשְלֹמֹה וּלְִשְׁרָאֵל עַמָֹּ:
דא וזעהט מען קלאר או נאכין פראוון א חמכת הטוכח ויכן טעג, האט מען געפראוועט דעם יום טוב אכט טעג, אנהייבנדיג פון ט"ו תשרי ביו כ"ב תשרי, און כ"ג תשרי איו מען אהיימגעגאנגען.
מלכים א פרק יב
(לב) וַיַּעַש יָרֶבְעֶםן חֶָג בַּחדֶשׁ הַשְׁמִינִי בּחַמָשָׁה-עֶשֶׁר יוםן לַחֹדֶש כִּחֶגן אֲשֶׁר בִּיהוּדָה וַיַּעַל עַל-הַמִּוְבֵּח כֵן עָשָׂה בְּבֵית-אֶל לְוַבַּחַ לָעֲגָלִים אֲשֶׁר-עָשָׂה וְהָעָמִיד בְּבֵית אֶל אֶת-כֹּהֲנִי הַבָּמוֹת אֲשֶׁר עָשָׂה: (לט וַיַּעַל עַל-הַמִּזְבּחֵן אֲשֶׁר-עָשָׂה בְּבִית-אֶל בַּחֲמָשָׁה עָשֶר יום בַּחֹדְשׁ הַשְׁמִינִי בַּחֹדֶשׁ אֲשֶׁר-בָּדֵא מלבד מִלְּבַּו" וַיַעַשׁ חָג לִבְנֵי יִשְׁרָאֵל וַיּעֵַל עַל-הַמִּוְבַּחַ לְהַקְטִיר:
מען ועהט או אין ארץ יהודה אי געווען א 'חג' אין די פופגענסטע טאג פון אן אנדערע חודש, אבער ירכעם האט איינגעפירט או עס ואל זיין אין די אכטע חודש, און (ישט אװי װי עס איז געוען אנגענומען כיז דעטאלס. אלע מפרשים זאגן פשט או 'כחג אשר כיהודה' גייט ארויף אויף די חג וואס
געפאלט אין חודש השביעי -- חג האסיף. יחוקאל פרק מה
(כה) בַּשׁבִיעִי בַּחֲמִשָׁה עָשֶׁר יום לַחֹדֶשׁ בֶּחָג יַעֲשֶׁה כָאֵלֶּה שִבְעַת הַיָמִים כַּחַטָּת כֶּעלָה וְכַמִנְחָה וְכַשָּׁמָו
מען זעהט דא א 'חגי אינעם פופצענסטן טאג פונעם זיכעטן חודש''.
אויסער דעם וואס דער 'חגי ווערט נישט גערופן 'סוכות' אין נ"ך ביו תקופת בית שני, אין אינטערסאנט אז מיר געפינען יא אין תנ"ך עטליכע מאל דאס לשון 'סוכות' אבער קיין איינס איו נישט פארבינדן מיטן יום טוב סוכות. לדוגמא: 1 - בראשית (לג, יז): וּלְמִקְנָהוּ עָשֶׂה סְכֹּת. 2 - שמואל ב (יא, יא): הָאָרוֹן וְיִשְׁרָאֵל וִיהוּדָה יִשְבִים בַּסֹּּת. 2 און 4 - מלכים א (כ, יב): וַיְהִי כִּשְׁטעַ אֶת-הַדָּבָר הַזֶּה וְהוּא שׁתָה הוּא וְהַמְּלָכִים בַּסִּכּוֹת, און נאכאמאל אין פסוק טו. ? - ישעיהו (א, ח): וְנוֹתְרֶה בַת-ִיוֹן כִּסְכָּה בְכָרֶם. 6 - ישעיהו (ד, 0): וְסְכָּה תִּהְיֶה לְצֵל-יומָם מֶחֹרֶב. 7 - יונה (ד, ה): וַיֵּצֵא יונָה מִן-הָעִיר ויֵּשֶׁב מִקָּדֶם לָעִיר וַיּעַשׁ לו שם סְכָּה. 8, 9, און 10 - אין ספר תהלים (פרקים ', כז, און לא). 11 - איוב (כו, יח): בָּנָה כָעָשׁ בֵּיתוֹ וּכְסְכָּה עָשָׂה נצָר. 12 - און נאך א מאל אין פרק לח".
עס איו היפש אינטערסאנט אוז א 'סוכה' זאל דערמאנט וערן אזויפיל מאל אין תנ"ך און קיין איין מאל נישט זיין פארבינדן מיטן מצוה און יום טוב. היינט נוטאגס ווען מיר רעדן וועגן א 'סוכה', מיינט מען קלאר
: דער רד"ק לערנט פשט: חנוכת המקדש קרא גם כן חג, לפי שהיתה סמוכה לחג הסכות, ועשו שבעת ימי חנוכה ושבעת ימי חג הסכות, ואומר ארבעה עשר יום להודיע כי סמוכים היו, לֹא היה הפרש ביניהם.
* רש"י זאגט: "דרש להם הוא חדש האסיף ובו ראוי החג להיות". אסאך זאגען פשט, אז היות דער יום טוב איו א 'חג האסיףי און אין די צפון חלק פון ארץ ישראל נעמט לענגער אז די פרוכט זאלן ווערן גרייט, האט ער זיי איינגערעדט אז פאר זיי איז דעמאלס די 'תקופת השנה!, און ממילא אויך - דער 'חג האסיףי. קוק: אהל יהושע פון רבי יחיאל העליר ז"ל (ליקוטים אות ב), פירוש רבי דוד צבי הופמן עה"ת וויקרא כג, מא), און רבי ראובן מרגליות אין 'יהמקרא והמסורהי מאמר טו - יחודש אשר בדא מלבוי.
{' קוקט אין רדיק פארוואס שמיני עצרת ווערט נישט דערמאנט. דאס דארף א באזונדערע ארטיקל, ועוד חזון למועד.
' איך האב אויסגעלאזט אפאר וואס זענען נישט אזוי קלאר.
קאווע שטיבל. 58 טס חדר - סוכות תשע"ו
זייט 54 ⓞ
טעקסט (OCR)
גאר א 'סוכה' וואס געהערט צום יום טוב 'סוכות', אבער בתקופת המקרא, און װי מיר װעלן באלד זעהן אין תקופת המשנה, איו 'סתם סוכה' נישט געווען פונעם יום טוב.
יחג הסוכות' אין תנ"ך,
די יום טוב וואס מיר דארפן פראווענען אין זמן האסיף, ווערט אנגערופן יסוכות' נאר אין ספר ויקרא, און אין ספר דברים. אין ספר דברים שטייט עס צוויי מאל אין פרשת ראה, אין די פרשה פון ימים טובים (טז, יט: חַג הַסְכֹּת תַּעֲשֶׂה לֶךָ טִבְעַת יָמִים בְּאָסְפְךָ ִגּרנְךָ וּמִיְִבֶךָ, אוו (פסוק טו): שָלוֹש פְּעָמִיםן בַּשּנָה יָרָאָה כָלוְוּרְךָ אֶת-פְנִיויְקוְק אלֹהֶיךָ בּמְּקום אֲשֶׁר יִבְחֶבְּחַג הַמַּוֹת וּבְחַ הַשָּׁכְעוֹת וּבְחַג הַסִּּוֹת וְלֹא יָרָאֶה אֶת-פְּנייְקוק רִיקֶם. גאך איין מאל װערט עס דערמאנט בדרך אגב אין פרשת וילך (דברים לֹא, ': וַיצַו מֹשָה אוֹתָם לֵאמַר מִקִּזן שבַע שָנִים בִּטעָד שְנַת הַשְּׁמִטָּה בְּחַג הַסִּכְּוֹת. אבער סיי אין פרשת ראה און סיי אין פרשת וילך שטייט נישט קיין איין פרט וועגען די עצם 'סוכה.
הגם או דער נאמען 'סוכות' געפינען מיר אין ספר דברים, שטייען די פרטי המצוה פונעם סוכה נאר אין איין ארט אין ספר ויקרא. און אפילו וואו עס שטייט שוין יא, דארפן מיר אביסל באטראכטן די צורת הדברים. די תורה הייבט אן די פרשה פון מועדים אין פרשת אמור מיט'ן הקדמה:
ויקרא פרק כג
()) וְַַבֵּריְקוָם אֶל-משֶָה לֵאמֹר: (ב) דּבֵּר אֶל-בְנֵייִשְׂרָאֵל ְאָמַרְתָ אֲלָהֶם מוּעֲדֵייְקוְק אֲשֶׁר-תְּקְרְאוּ אתֶם מִקְרָאִי קֹדֶשׁ אַפֶּה הַם מוֹעֲדִי
נאך די הקדמה זאגט אונו די תורה ועגען שבת און דערנאך קומט נאך אן הקדמה איבער די ימים טובים:
(ד) אִלֶּה מוֹעֲדִי יִקוִק מִקְרָאִי קֹדֶשׁ אֲשֶׁר-תִּקָרְאוּ אתָם בְּטוֹעֲדֶם:
די תורה איו ממשיך מיט די פרטים פון פסח (פסוקים ה-ח), גאכדעם די הקרבת העומר און שבועות (טכט), ראש השנה (כג-כה), און יום כיפור (כו-לב). די פסוקים וועגען הקרבת העומר און שבועות, ראש
השנה, און יום כיפור הייבן זיך אלע אהן מיטן לשון: "וידבר ה' אל משה לאמר" {פסוקים ט - עומר און
שבועות, כג - ראש השנה, כו - ים כיפורן. נאך ואס עס ענדיגט זיך דער שמועס איבער די אויבענדערמאנטע ימים טובים הייבט די תורה אן צו רעדן וועגן די יום טוב סוכות. װוי ביי די אנדערע ימים טובים, הייבט די תורה דא אויך אן מיטן לשון: "וידבר ה' אל משה לאמר":
(לג) וַיְדַבַּר יְקוָק אֶל-משָה לֵּאמֵר: (לד) דַּבֵּר אֶל-בְּנָי יִשְׁרָאֵל לֵאמֹר בַּחֲמָשָׁה עָשֶׁר יום לַחדֶשׁ הַשְּׁבִיעִי הַזֶּה חַג הַסִּכּוֹת שִבְעַת יָמִים לֵיקוְק: (לה) בַּיום הָרִאשׁוֹן מִקְרָא-קֹדֶשׁ כָּלימְלָאכֶת עֲבֹדָה לא תַעֲשׁוּ: (לו) שִׁבְעַת יָמִים תַּקְרִיבוּ אִשּׁה לֵיקוְק בַּיוֹם הַשְׁמִינִי מִקְרֶאיקדֶש יִהְיֶה לָכֶם וְהִקְרַבְתֶּם אִשָּׁה לַיקוְק עֵצֶרֶת הָוא כַּלימְלָאכֶת עֲבֹדָה לא תַעֲשָׂוּ
די תורה זאגט אונז װעגן די יום טוב סוכות, און (נאכדעם קומט אן אויספיר אויף די גאנצע פרשה פון מועדים:
(לו) אִלֶּה מוֹעֲדִי יְקוָק אֲשֶׁר-תִּקְרְאוּ אתֶם מִקְרָאִי קֹדֶשׁ לְהַקְרִיב אִשֶּׁה לֵיקוְק עלָה וּמַנְחָה זָבַח וּנְסָכִים דְּבַר-יום בְּיומו: (לח) מִלְּבַד שַבִּתֹת יְקוִק וּמִלְּבֵד מַתִּנְותֵיכֶם וּמִלְּבַד כַּל-נִדְרֵיכֶם וּמִלְּבַד כַּל-נִדְבֹתֵיכֶם אֲשֶׁר תִּתִּנוּ לֵיקוק:
עס זעהט אויס װי די פרשה פון מועדים האט זיך געענדיגט. און באמת אוב וואלט די תורה טאקע דא געענדיגט די פרשה פון מועדים, וואלטן מיר ווייטער נישט געהאט קיין איין פסוק וואס דערציילט אונו וועגן זינן אין א סוכה. דער איינציגסטער זאך וואס מיר וואלטן געוואוסט איז אז די יום טוב הייסט 'חג הסוכות.
אבער גיבט א קוק וואס קומט יעצט:
קאווע שטיבל. פך'ל עס הדר -סוכות תשע"ז
זייט 55 ⓞ
טעקסט (OCR)
אט
יָמִים בַּיים הָרֵאשוֹ שַׁבָּתוֹ וַּיִם הַשְּמיני ַבת ( ולְַחְתָ ָכם ונ ָרֵאשּ. פְּרִי עַץ הָדֶר כַּפת תְּמָרִים וַעֲנֵף עַזִיעָנֹת וְעַרְבִיינְחַל וּשְׁמַחְתֶּם לִפְנֵי יִקוְק אֶלֹהֵיכֶם שִבְעַת יָמִים: (מא) וְחַגֹּתֶם אתוֹ חַג לֵיקוק שִבְעַת יָמִים בַּשָּׁנֶה חִקַּת עוֹלָם לְדרֹתֵיכֶם בַּחדְשׁ הַשְׁבִיעִי תּחגוּ אתָו: (מב) בַּסּכֹּת תִּשְׁבוּ שִבְעַת יָמִים כָּל-יהָאָזֶרֶח בְּישְׁרָאֵל יֵשְׁבוּ בַּסִכֹּת: (מט לְמַעַן יִדְעוּ דרֹתֵיכֶם כִּי בַסִּכּוֹת הוֹשִׁבְתִּי אֶת-בְּנֵי יִשְׁרָאֵל בְּהוֹעִיאִי אוֹתֶם מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אֲנִייְקוְק אֶלהֵיכֶם:
נאך וואס די תורה האט שוין געענדיגט די גאנצע פרשה פון מועדים, און שוין אויסגעפירט מיט "אלה מועדי ה' וגוי", ידערמאנט' זיך די פסוק כביכול פון גאר א וויכטיגע פרט וואס ווערט נישט אין ערגעץ וואו דערמאנט חוץ פון דא: מען דארף זיצן אין די סוכה אלע טעג פון סוכות. די גאנצע פרשה איו בבחינת "נכתב בצדו" (}ח8טסח1ז81:6 חב), נאך די סיום פון פרשת המועדים שרייבט צו די תורה די הלכות פון סוכות""
װי אויכנדערמאנט טרעפן מיר נישט די מצוה פון סוכה אין גאנץ נ"ך ביו תקופת בית שני. דאס ערשטע מאל עס ערשיינט אין תנ"ך איו אין ספר זכריה:
זכריה פרק יד
(טז) וְהָיֶה כָּל-הַנּוֹתֶר מִכָּל-הגוֹיִם הַבָּאִים עַל-יְרוּשָׁלִָם וְעָלוּ מִדִּי שָָנָה בְשָׁנָה לְהִשְׁתַּחֲֹת לְמֶלֶךְ יְקוָק צְבֵאוֹת וְלֶחג אֶת-חַג הַפִּכּוֹת: (יז) וְהָיָה אֲשֶׁר לֹא-יעֲלֶה מָאֵת מִשְׁפְּחוֹת הָאָרֶץ אֶל-יְרוּשָׁלִַם לְהִשְׁתַּחֲֹת לְמֶלֶךְ יִקוְק צְבָאוֹת וְלֹא עֲלֵיהֶם יִהְיֶה הַנָשֶׁםי" (יח) וְאִם-מִשְפַּחֵת מִעְרַיִם לֹא-תַעֲלָה וְלֹא בָאֶה וְלֹא עֲלֵיהֶם תִּהְיֶה הַמַּנֶּפָה אֲשֶׁר יִגף יִקוִק אֶת- הַגּוֹיִם אֲשֶׁר לא יַעֲלוּ לָחג אֶת-חַג הַסִּכּוֹת: (יט) וֹאת תִּהְיָה חַטֵּאת מִצְרָיִם וְחַטֵּאת כָּל-הַגוֹיִם אֲשֶׁר לא יַעֲלוּ לָחג אֶת-חַג הַפִּכְּוֹתת:
דער צווייטער מאל אין ספר עזרא: עזרא פרק ג (ד) וַיַּעֲשׁוּ אֶת-חַג הַסְּכּוֹת כַּכָּתוּב וֶעלַת יום בְּיוֹם בִּמִסְפָּר כְּמִשְׁפַּט דְּבֵר-יום בְּיוֹמָ:
עס איז מערקואם אז אין עורא שטייט נישט קיין איין ווארט וועגן די עצם 'סוכה', גנאר אז די יום טוב רופט זיך 'סוכות', און פון די המשך הפסוקים זעהט אויס אז דער עיקר איז געווען די קרבנות.
מיר האבן שוין געבראכט איין פסוק פון נחמיה, אבער דא האט איר די אלע פסוקים: נחמיה פרק ח""
(יד) וַיּמְצְאוּ כָּתוּב בַּתּוֹרָה אֲשֶׁר לִוֶּה יִקוק בְּיִדטשָה אֲשֶׁר יִשְׁבוּ בְנִייישְרָאֵל בַּסִּּוֹת בְּחָג בַּחֹדֶשׁ הַשְׁבִיעִי: (טו) וַאֲשֶׁר יִשְׁמִיעוּ וְיַעַבִירוּ קול בִּכֵל דעָרֵיהֶם ּבִירוּשָלַם לֵאמַר צְאוּ הָהָר וְהָבִיאוּ עֲלי -זַיִת וַעֲלִ דעֶץ שֶמֶן וַעֲלִי חֲדֵס וַעֲלִי תְמָרִים וַעֲלִי עֵץ עָבֹת לַעֲשֹׁת סֶכֹּת כַּכָּתְוּב: (טו) וַיִּלְֵאוּ הָעָם וַיָּבִיאוּויַּעֲשׁוּ לָהֶם סְכּוֹת
: דער אברבנאל ויקרא כג לג) שטעלט זיך אויף די קשיא, זיין לשון איז: "למה אמר במצות חג הסוכות באמצעיתה אלה מועדי הי וגו מלבד שבתות ה', כאלו כבר השלים כל מצות ה', ואינו כן, כי אחר זה צוה בה עוד דברים באמרו אך בחמשה עשר יום וגוי, ושאר הפסוקים שהיו ראוים להכתב קודם אלה מועדי הי
עטליכע מפרשים (רבי דוד צבי הופמן ועוד) זאגען פשט, ווייל די מצוה פון זיצן אין סוכה איו גאר נוגע נאכן קומען אין ארץ ישראל, און דעריבער באלאנגט עס נישט אין די פרשה פון ימים טובים אין פרשת אמור וואס רעדט וועגן די מדבר. נאר אלץ יצולייגי ווערט דערמאנט אז אין ארץ ישראל װעט צוקומען די מצוה זכר לענני הכבוד וואס איז געווען אין די מדבר.
' רש"י זאגט: "אלו המפקפקין בחג הסוכות, לא עליהם יהיה הגשם. כך למדתי בתוספתא דסוכה". זיין כוונה איו צו דאס וואס שטייט אין תוספתא (סוכה פרק ג הלכה יח) "הביא ניסוך המים בחג כדי שיתברכו עליך מי גשמים, ואומר: והיה אשר לא יעלה מאת משפחות הארץ לירושלם להשתחות למלך ה' צבאות ולא עליהם יהיה הגשם ואם משפחות מצרים לא תעלה ולא באה ולא עליהם".
- מיר האבן זיך נאר באצויגן צום מצוה פון סוכה, אבער עס איו דא א גאנצע שמועס אויב מען קען אפלערנען פון די פסוקים אין נחמיה, אז די מצוה פון די מינים און די מצוה פון סוכה זענען איין מצוה. דהיינו, או סיאיו דא א מצוה צו מאכן א סוכה פון די די מינים. עס איז טאקע דא אן ענליכן שיטה אין די גמרא, (און להבדיל צווישן די חכמי הנוצרים און חכמי קראים אי אויך געווען א מחלוקת איבער דעםן, אבער אין כאן מקומו ועוד חזון למועד.
קאווע שטיבל. 58 טס חדר - סוכות תשע"ו
זייט 56 ⓞ
טעקסט (OCR)
אִיש עַל-נַּגו וּבְחַצְרֹתֵיהֶם וּבְחַצְרוֹת בִּית הָאֵלֹקִים וּנִרְחוֹב שַׁעַר הַמַּיִם וּבִרְחוֹב שַעַר אִפְרָיִם: (יז) וַיַּעֲשוּ כָלהַקָּהָל הַשָּׁבִים מִן-הַשְׁבִין סְכּוֹת ויִּשְׁבוּ בַסְּּוֹת כִּי לֹא-עָשׁוּ מִימִי יִשׁוּעַ בֵּן-נוּן כֵּן בְּנִייִשְׁרָאֵל עַד הַיֹּם הַהוּא וַתְּהִי שִׁמְחָה גְּדוֹלָה מְאד: (יח וַיִּקְרָא בְּסֶפֶר תּוֹרַת הָאֲלקִים יוםן בְּיוֹם מֶן-הַיּוֹם הָרִאשוֹן עַד הַיּוֹם הָאַחֲרוֹן ויַּעֲשׁוּחֶג שִׁבְעַת יָמִים וּבַיוֹם הַשְׁמִינִי עֲצֶרֶת כַּמִּשְׁפָּט:
צום לעצט װוערט עס דערמאנט אין דברי הימים: דברי הימים ב פרק ח
(יב) אָו הָעָלָה שלמה עלות לֵיקוִק עַל מִזְבַּח יִקוָק אֲשֶׁר בָּנָה לִפְנִי הָאוּלֶם: (יט וּבִדְבֵר-יום בִּיום
{+ גד =
ובְחַג הַסִּכּוֹת:
עורא האט געשריבן דעם ספר דברי הימים, און ער דערמאנט טאקע די נאמען 'חג הסוכות', אבער עס וװוערט נישט דערמאנט קיין ווארט וועגן די עצם סוכה, גאר די קרבנות וואס מען האט מקריב געווען יעדן טאג.
מיר קענען זאגן גאנץ קלאר, אז אין תנ"ך איז דער 'סוכה' נישט די צענטראלע טעמע פון דעם 'חג'. אין ספר שמות און אין ספר במדבר, וערט עס אינגאנצן נישט דערמאנט. אין ספר ויקרא ווערט די מצוה פון סוכה דערמאנט כאילו עס אין אן +80ט0ח:ז8116. ביוז תקופת בית שני טרעפט מען נישט אין נ"ך אז דער יום טוב זאל הייסן 'חג הסוכות'. און דאס ווארט 'סוכות' ווערט דערמאנט פיל מאל, אבער קיין איין מאל נישט בקשר צום יום טוב 'סוכות'. אין ספר עזרא רופט דער פסוק אן דעם יום טוב 'סוכות', אבער נאר די קרבנות וערן דערמאנט. אין נחמיה זעהט מען אז עס איז געווען נאכגעלאזט. אפילו אין זכריה שטייט טאקע דער נאמען 'חג הסוכות' אבער נישט נישט קיין איין ווארט וועגען די סוכה אליין.
דער 'חגי אין משניות
אין גאנץ משניות ווערט די יום טוב סוכות אנגערופן גאר בלשון "חג", נישט "חג הסוכות". לדוגמא: { - מסכת כיכורים (פרק א משנה ): מעצרת ועד החג מביא וקורא, 2 - מסכת שקלים (פרק ג משנה א): בשלשה פרקים בשנה תורמין את הלשכה, בפרוס הפסח, בפרוס עצרת, בפרוס החג, 3 - מסכת תענית (פרק א משנה ב): אין שואלין את הגשמים אלא סמוך לגשמים. רבי יהודה אומר, העובר לפני התיבה ביום טוב האחרון של חג, האחרון מזכיר הראשון אינו מזכיר. ביום טוב הראשון של פסח, הראשון מוכיר האחרון אינו מזכיר, 4 - מסכת מגילה (פרק ג משנה ה): בפסח קורין בפרשת מועדות של תורת כהנים, בעעצרת שבעה שבועות, בראש השנה בחדש השביעי באחד לחדש, ביום הכפורים אחרי מות, ביום טוב הראשון של חג קורין בפרשת מועדות שבתורת כהנים, ובשאר כל ימות החג בקרבנות החג, 5 - מסכת נדרים (פרק ו משנה ט): שאת נהנית לי עד הפסח, אם תלכי לבית אביך עד החג, הלכה לפני הפסח, אסורה בהנאתו עד הפסח. אחר הפסח, בלא יחל דברו. שאת נהנית לי עד החג, אם תלכי לבית אביך עד הפסח, והלכה לפני הפסח, אסורה בהנאתו עד החג, ומותרת לילך אחר הפסח, 6 - מסכת בבא מציעא (פרק ח משנה (): המשכיר בית לחבירו בימות הגשמים, אינו יכול להוגיאו מן החג ועד הפסח, 7 - מסכת בכורות (פרק ט משנה ה): שלש גרנות לטעשר בהמה, בפרס הפסח, בפרס העערת, בפרס החג, 8 - מסכת ערכין (פרק ב משנה ג): ובשנים עשר יום בשנה החליל מכה לפני המובח, בשחיטת פסח ראשון, ובשחיטת פסח שני, וביום טוב ראשון של פסח, וביום טוב של עצרת, ובשמנה ימי החג.
פונקט אזוי װי מיר האבן געזען או אין תנ"ך ווערט דערמאנט מערערע מאל א סוכה וואס איו נישט פארבינדן מיטן יום טוב, אווי אויך טרעפן מיר א סאך 'סוכות' וואס זענען נישט פארבינדן מיטן יום טוֹבו גאר געמאכט פאר באקוועמלעכקייטן אדער פאר סיי וואספארא סיבה, װערן דערמאנט מערערע מאל אינעם משנה (מעשרות פרק ג משנה װ; יומא פרק ו משניות ד-ו, בינה פרק ד משנה ב, מכשירין פרק א משנה ג, זכים פרק ג משניות אי וג', זכים פרק ד משנה ג, אהלות פרק | משנה א, און אהלות פרק יח משנה ) לעומת זה ווערט די סוכה של מצוה דערמאנט נאר אין געציילטע פלעצער {פארשטייט זיך מיר
קאווע שטיבל. פך'ל עס הדר -סוכות תשע"ז
זייט 57 ⓞ
טעקסט (OCR)
רעדן חוץ פון מסכת סוכה) (מעשרות פרק ג משנה /, נדרים פרק ב משנה ב, און שבועות פרק ג משנה
ח").
'חג הסוכות' אין תוספתא און כרייתות אין תוספתא זעהט מען שוין א שינוי, און די נאמען סוכות ווערט באהאפטן צום "חג". למשל: תוספתא מסכת חגיגה פרק א הלכה וי
אין מביאין תודה בחג המצות מפני חמץ שבה, ולא בעצרת מפני שהוא יום טוב, אבל מביאין תודה בכחג הסוכות ויוצא בה ידי חובתו. ר' שמעון אומר, אין מביאין תודה בחג הסוכות, שכל שבא בחג המצות בא כחג השבועות וכחג הסוכות, תודה שאינה באה בחג המצות אינה באה לא בחג השבועות ולא כחג הסוכות. ר' לעור בי ר'י שמעון אומר, תודה באה בחג הסוכות, ויוצא בה ידי חובתו משם שמחה, ואין יוצא בה ידי חובה משם חגיגה.
תוספתא מסכת ערכין פרק ג הלכה יח:
ר'י שמעון אומר, שלש רגלים כסדרן וחג המצות ראשון. ר' אלעזר בר' שמעון אומר, כיון שעבר עליו חג הסכות עובר עליהן משום בל תאחר, ואחד הבכור והמעשר ואחד כל הקדשים, שהקדישן שנה של רגלים, ורגלים של שנה, עובר עליהן משום בל תאחר.
אין אנדערע ברייתות געפינען מיר דאס אויך. למשל: אבות דרבי נתן נוסחא א פרק לד: ועשרון עשרו"ן (במדבר כט, טו) של יום טוב הראשון של חג הסכות, נקוד עשרויץ בוי. מסכת סופרים פרק יח:
וכבראש השנה אומרים מומור, כל העמים תקעו כף; כיום הכיפורים, ברכי נפשי, ממעמקים קראתיך; כחג הסוכות, נודע ביהודה אלקים; ביום השמיני, למנצח על השמינית.
מכילתא דרבי ישמעאל בשלח - מסכתא דויסע פרשה ד: עתיד הקדוש ברוך הוא לתת לכם שלשה מועדות, פסח ועצרת וסוכות. דא הייסט עס 'סוכות' אפילו אן 'חג'!
מיר טרעפן דאס אויך אין נאך אסאך מדרשי הלכה אבער אטו תנא כי רוכלא...
אין תלמוד בבלי ווערט די יום טוב אנגערופן חג הסוכות אסאך מאל, ואי אפשר לפורטם כי רבים הם: שבת קלא, א. ראש השנה ד, ב ביו ה, א. שם יב, ב'' ביו יג, א. ומא ב, ב. ביצה יט, ב. מגילה לֹא, א. חגיגה יז, א"' ביז יח, א. און קידושין לד, ב.
אין תלמוד ירושלמי האב איך דערוייל געפינען נאר איין מאל, אוז די יום טוב ואל הייסן אויך 'חג הסוכות? ירושלמי שביעית פרק ב הלכה ב.
מיר זעהן דא קלאר, או כאטש אפילו אין די תקופת המשנה איו דער נאמען 'חג הסוכות' נאכנישט געװוען אנגענומען, איו אבער אין די תקופת הברייתות והגמרא שוין יא איינגעואפט דער (אמען. עס אין טאקע
16 אין מסכתות (דרים און שבועות רעדט זיך עס ממש פון די זעלבע ענין, לגבי נדר און שבועה אויף א דבר מצוה.
' בעיקר ברענגט די גטרא דארט די לשון הפסוק פון וילך.
18 די גמרא ברענגט דארט אויך די לשון הפסוק, און צוליב דעם האב איך אויסגעלאוט די מ"מ פון ביצה ל, ב, און חגיגה ז, א, און סוטה מא, א, ווייל עס איו גאר דא די לשון הפסוק.
קאווע שטיבל - 18'? טס הדר - סוכות תשעי"ו ױ
זייט 58 ⓞ
טעקסט (OCR)
ריכטיג, או בומן המשנה איז דער 'חג' פונעם זיבעטן חודש נאך נישט געווען 5ּטסחזץחסמעץפּ מיטן סוכה - אווי װי עס אין ביי אונזן היינט צוטאגס, פונדעסטועגן (אכן תקופת המשנה אי עס שון געוארן איינגעווארצלט אז דער יום טוב הייסט 'חג הסוכות'. איך וואלט משער געווען או אין די פריערדיגע תקופה האט מען נישט געואגט ביים דאווענען "את יום חג הסוכות הזה".
פארוואס האט זיך דער 'חג' אנטוויקלט צו יחג הסוכות'?
פאר מען גייט צו מסביר זיין דער אנטוויקלונג פון 'החג' צו 'חג הסוכות', איז כדאי צו ווייזן אז אוא סארט אנטוויקלונג איז נישט באגרעניצט צו 'סוכותי. דאס זעלביגע איז געשעהן מיט אנדערע ימים טובים, אבער דא יל איך דערמאנען נאר שבועות און חנוכה.
ביו תקופת המשנה ועד בכלל', איז שכועות געווען 'חג הביכורים'. מען טרעפט נישט קיין איין שייכות פון שבועות צו מתן תורה. עס איו רעכט אז פון די תורה קומט אויס או דער ומן פון 'מתן תורה' איז געווען בערך אין די זעלבע צייט װי חג 'השכועות', אבער אז דער יום טוב זאל האבן א שייכות מיט 'מתן תורה' -דאס געפינען מיר נישט.
דא איו נישט דאס ארט מאריך צו זיין וועגן שבועות וועוד חזון למועד, אבער גענוג צו דערמאנען אז אין די משנה (מגילה פרק ג משנה ה) שטייט אז אויף שבועות ליינט מען "שבעה שבועות" - א קריאה וואס האט נישט קיין שום שייכות מיט מתן תורה. אבער אין די ברייתא |וואס װערט געברענגט אין די גמרא (מגילה לֹא, א)! שטייט אז מען זאל ליינען 'כבחדש השלישי" - די פרשה פון עשרת הדברות. ביים הפטורה זאגט אונז די ברייתא אז מען זאל ליינען חבקוק און יחוקאל וואס האבען אויך א שייכות מיט מתן תורה. מיר זעהן אז די 5ט0ס1 פון שבועות האט זיך געביטן פון 'חג הקציר' צו זמן מתן תורתינוי. פארוואס האט זיך עס געביטן און פארוואס פונקט אין די תקופה נאכי'ן משנה?
עס אי דא אויך נישט די פלאץ מאריך צו זיין וועגן חנוכה, אבער עס איו מסתבר אז אין תקופת המשנה איוז דער 5טסס} פון חנוכה געװען אויף די 'חנוכת המובח', און גאר שפעטער איז די 5ט0ס1 געווארן די ימנורהי. פארוואס?
דער ענטפער אי פשוט! ווילאנג עס איז געווען איש תחת גפנו ואיש תחת תאנתו, און די בית המקדש איוז געשטאנען (תקופת יסוד המשנה), האט מען געקענט פראווען שבועות כפשוטו של מקרא: חג הקציר. און אזוי אויך אין ימי החנוכה האט מען זיך געקענט פרייען מיט די באנייטע בית המקדש. אבער נאכדעם וואס עס איו מער נישט געווען איש תחת גפנו ואיש תחת תאנתו (תקופת התוספתא והלאהן, פארלירט שבועות איר גאנצע באדייט. האבען די חכמים געמאכט א +1וח5 אין די 5טסס}, און עס גערופן יזמן מתן תורתינוי. א דבר אמת! עס איו טאקע מער ווייניגער ימן מתן תורתינו', אבער א נייע פטסס}1. דאס מיינט או די חכמים האבען נישט געטוישט קיין מצוה אדער קיין דינים, אבער זיי האבען יא געטױישט די צענטראלע טעמע פונעם יום טוב.
היינט נפון תקופת התוספתא והלאה! אז די בית המקדש איז חרוב, קען מען מער נישט פראווען א 'חנוכת המובחי. וויאזוי קען מען זיך פרייען מיט א באנייטע מובח, ווען עס איו מער נישט דא א מובח?! דערפאר האבן די חכמים געמאכט אן עיקר פון די יהדלקת נרות' זכר לנס. ווייטער, א דבר אמת! די נס אין טאקע
געשעהן און מיר דארפן מאכן א זכר, אבער עס איז א נייע 5טסס1.
'חגי באדייט קרבות
וי מיר האבן געזעהן, איו בשנים קדמוניות די סוכה נישט געווען דער 5טסס} פונעם יום טוב. אדרבה! אנהייב בית שני אין עס כמעט פארגעסן געווארן. אוב אזוי וויאזוי קומט עס או מען זאל היינט צוטאגס
קאווע שטיבל. פך'ל עס הדר -סוכות תשע"ז
זייט 59 ⓞ
טעקסט (OCR)
זאגן 'סוכות', און יעדער איינער זאל וויסן אז מיר מיינען די יום טוב אינעם זיבעטן חודש? נאר דער תירוץ איז, אז דאס האבן די חכמים געטון בדווקא. זיי האבן גענומען א דבר אמת, די פארגעסענע מצוה פון סוכה - וואס סוף כל סוף שטייט עס אין די תורה. די מצוה קלה (עבודה זרה דף ג) - וואס אין די צייטן פון עזרא "וימצאו כתוב" - און דאס אוועקגעשטעלט אלס דער עיקר פונעם יום טוב. נישט קיין שינוי אין קיין מצוה, גנאר א שינוי אין 3טסס1.
דער אבן עזרא (שמות ה, א) זאגט, או די לשון 'חג' איו על שם קרבנות. מיר טרעפן דאס אין עטליכע פסוקים: וְיִחגּוּ לִי בַּמִּדְבֵּר נשם), בְּצֹאנְנוּ וּבִבְקָרֵנוּ נִלֶךְ כִּי חַג-יקוָק לנוּ נשמות י, ט), וְלא-ילִין חֵלֶב-חַגִּי עַד-בֹּקֶר (שמות כג, יח), וַיָּרֵא אַהָרֹן וַיֵּבֵן מִזְבַּחַ לְפָנָיו ויקְרָא אַהֲרן וַיֹּאמַר חֵג לֵיקוְק מֶחָר (נשמות לב, ה), אִסְרוּ-חַג בַּעֲבֹתִים עַד-קַרְנוֹת הַמִּוְבְּחַ (תהלים קיח, כז), חַגִים יִנְקֹפוּ ישעיהו כט, א), און אזוי ווייטער.
אין די צייטן פון די בית המקדש, איו דער עיקר פונעם יום טוב סוכות געווען די קרבנות וואס מען האט דעמאלס מקריב געוען. אום סוכות אי דא מער קרבות װי אלע אנדערע חגים, ממילא האט עס געהייסן יהחג' מיט'ן ה"א הידיעה. פארשטייט זיך, אז לאחר שגלינו מארצינו וגתרחקנו מעל אדמתינו ואין אנחנו יכולים וכו', קען דער צענטראלער טעמע מער נישט זיין די קרבנות.
אן אנדערער נאמען פונעם 'חג' איז 'חג האסיף'. בומן וואס יעדער איו געווען איש תחת גפנו וכו', אין די גרויסע שמחה פון סוכות געווען די 'אסיף', אבער היינט או מיר האבן נישט קיין חלק ונחלה אין ארץ ישראל, מוז די 'חג' וואס איז כעיקר געווען איבער די 'אסיף' זיך טוישן צו 'חג הסוכות:
נאך א צענטראלער טעמע פון די יום טוב בומן המקדש, איז געווען די עבודה, וואס אין איר וכות האבן די אידן געהאפט זוכה צו זיין פאר רעגן. מיר האבען שוין געברענגט די פסוק אין זכריה: וְהָיֶה אֲשֶׁר לאַעֲלָה מֵאֵת מִשְׁפְּחוֹת הָאָרֶץ אֶל-ירוּשָׁלַם לְהִשְתַּחֲֹת לְמֶלֶךְ יקוק צְבָאוֹת וְלֹא עֲלֵיהֶם יְִיֶה הַנֶּשׁם. די יום טוב סוכות האט מען געפראוועט, כדי זוכה צו זיין או עס זאל רעגענען אין די קומענדיגע ווינטער.
אין תוספתא (סוכה פרק ג הלכה יחת) שטיט: "הביא ניסוך המים בחג כדי שיתברכו עליך מי גשמים", ואומר: והיה אשר לא יעלה מאת משפחות הארץ לירושלם להשתחות למלך ה' צבאות ולא עליהם יהיה הגשם ואם משפחות מצרים לא תעלה ולא באה ולא עליהם". ענליך שטייט אויך אין גמרא ראש השנה. ווען מיר זענען געווען אין ארץ ישראל איז די קומענדיגע תקופת הגשמים געווען זייער א וויכטיגע זאך. אבער לאחר שגלינו מארצינו, און מיר האבען מער נישט געהאט קיין לאנד, בפרט אז מיר זענען נגלה געווארען צו בבל וואס דארף נישט אזויפיל רעגן, האט דער 'חג האסיף' געמוזט איבערגעדרייט װערן צום 'חג הסוכות', וואס דער צענטראלער טעמע דערפון איז די מצוה פון 'סוכה'.
דער 'חג' האט זיך נישט במקרה אנטוויקלט צו ווערן 'סוכות', גאר די חכמים האבן דאס געטוהן בדווקא וככוונה תחילה! זיי האבען אנגעהויבן לייגען די דגש אויפן 'סוכה', און איינגעפירט צו זאגן אין די ת פילות דווקא "יום חג הסוכות הזה" כדי מיר זאלן קענען פראווען א לעבעדיגע יום טוב און נישט נאר א וכר למקדש.
הרחמן הוא יקים לנו את סוכת דוד הנופלת, ושם געלה וגראה ונשתחווה לפניך!
(ספח - חג הסוכות אין ספרים חיצונים,
די לעצטער צוויי דונמאות זענען פונעם אבן עזרא אליי. ? די גמרא (תענית י, א) זאגט: יאמר רב: עתירה בבל דחצדא בלא מיטרא. אמר אביי: נקיטינן, טובעני ולא יובשני". רשיי איז מפרש: עתירה בבל - עשירה היא בבל, שקוצרין בה תבואה בלא מטר, שאיגן צריכים לגשמים. נקיטיטן - דהכי חצדא בבל בלא
מיטרא. דטובעני - היא מקום מצולה ורקק. ולא יובשני - שאינה יבש, ע"כ. די גמרא (שם) ואגט אױך, אז מען הייבט אן שפעטער בעטן פאר רעגן מהאי טעמא. רש"י זאגט: ובגולה ששים - ובגולה אין שואלין עד ששים בתקופה, לפי שהוא מקום נמוך, ואין צריכים מטר כל כך, ע"כ.
קאווע שטיבל. 58 טס חדר - סוכות תשע"ו
זייט 60 ⓞ
טעקסט (OCR)
עס איו כדאי דא צו ברענגען אפאר פלעצער אין ספרים חיצונים פון תקופת בית שני וואו מען טרעפט סוכות וערן דערמאנט. איך האב דאס צוגעלייגט גייענדיג צום דרוק, ממילא איו עס בבחינת תנא ושייר, און אן קיין אנאליז.
ספר היובלות פרק טו
(כו) וגסע לדרכנו, ונספר לשרה את כל אשר דברנו אתו, וישמחו שניהם יחדו שמחה גדולה מאוד. (כז) ויבן שם מובח לה' אשר הציל ושמח אותו בארץ מגוריו, ועש חג שמחה בחודש הוה שבעת ימים אצל המובח אשר בנה בבאר שבע, ויבן סוכות לו ולעכדיו כחג הזה. (כח) ועש את החג בראשונה על הארץ, ובשבעת הימים האלה הקריב מדי יום ביומו על המובח אשָה להי. (כט) פרים שבעה, שעירי עזים שנים, אילים שנים, כבכשים שבעה, שעיר עזים אחד לחטאת לכפר בו בעדו ובעד זרעו. (ל) ולתודה אילים שבעה שעירי עוים, שבעה כבשים שבעה עגלים בני בקר שבעה על מנחותיהם ונסכיהם. (לא) על כל חלבם הקטיר על המובח אשה עולה לריח ניחוח. (לב) בבוקר ובערב הקטיר לבונה וחלבנה ונטף ונרד ומור ושחלת וקושט, כל שבעת האלה הקריב שחוק בד בבד ממולח טהור. (לג) ויעש את החג הוה שבעת ימים בשמחו בלבו ובכל נפשו, וכל אשר היו בביתו וכל זר וכל ממזר לֹא היו אתו. (לד) ויברך את בוראו אשר יער אותו בדורו כי כרצונו ברא אותו. (לה) כי ידע והכיר כי ממנו יצא צמח הצדקה לדורות עולמים, וכמו כן יצא ממנו הזרע הקדוש ממנו אשר עשה את הכל. (לו) ויברך אותו, ויקרא את שם החג הזה חג לה, וישמח בשמחה הטובה בעיני אל עליון. (לז) ונכברך אותו לעולם ואת כל זרעו אחריו לכל דורות הארןץ, עקב אשׂר עשה בים ההוא את החג הוה על פי עדות לוחות השמים. (לח) על כן נחרת על לוחות השמים לישראל, כי יעשו את חג הסוכות שבעת ימים בשמחה בחודש השביעי לרצון לפני ה' לחוק עולם בדורותיהם לכל ימות עולמים ושנים. (לט) ואין לחג הזה קץ הימין, כי אם לעולם נועד על ישראל כי יעשו אותו, וישבו בסוכות ויענדו עטרות ציץ על ראשם. (פ) וכאשר יקחו ענף ערבה עבות מן הנחל, ככה לקח אברהם לולבי כפות תמרים ופרי עץ הדר. (טא) ויסוב יום כיום עם הענפים את המובח שבע פעמים ביום, ובבוקר הילל והודה לאלוהיו על כל בשמחה.
ספר היובלות פרק לב
(לב) וייקץ משנתו ויזכור את כל אשר קרא וראה, ויכתוב את כל הדברים אשר קרא וראה. (לג) ועצר שם עוד יום אחד, ויובח בו כימים הראשונים ויקרא לו עצרת. (לד) כי היום ההוא עצרת היה, ולימים הראשונים קרא חג, וככה נראה לו להעשות ונכתב על לוחות השמים. (לה) ולכן צווה לעשות אותו ולהוסיף אותו על שבעת ימי החג, ויקרא שמו עצרת כי הוא יעצור (ישלים) ימי החג על פי מספר ימי השנה.
מכבים ב פרק י
(ט) ויחוגו חג לה' שמונת ימים כימי חג הסוכות, ויזכרו את הימים מקדם בחגגם את חג הסוכות בהרים ובמערות, ויתעו בישימון כבהמות שדה. (=) ויקחו ערבי נחל וכפות תמרים וישירו שיר שבח והודיה לה', אשר נתן להם עוו ותשועה לטהר את בית מקדשו.
מגילות המקדש'' |ממגילות ים המלח)
ועל גג השלישית תשעה עמודים ומקורים בקורות מעמוד אל עמוד מקום לסוכות גביהם שמונה אמות והיו הסוכות נעשות עליהמה בכול שנה ושנה בחג הסוכות לזקני העדה לנשיאים לראשי בתי האבות לבני ישראל ולשרי האלפים ולשרי המאיות אשר יהיו עולים ויושכים שמה עד ..הלות את עולת המועד אשר לחג הסוכות שנה בשנה וכוי".
{' איך בין מעתיק פון וואס איך האב געזעהן אין '6ססטסחגו פוסז50 563 0680 סחזי, אבער מען קען עס זעען דא 6|קװז8.11/16זס. (חזו.צחס/099.0011601//:ט:זם. 7 עמוד 934.
קאווע שטיבל. 188'ל עו הור - סוכות תשע"ו
זייט 61 ⓞ
טעקסט (OCR)
די טגילה רעדט פונעס אויסשטעל פון די דריטע שטאק אינעם כית הטקדש. מען וזעהט אבער קלאר או דער יום טוב הייסט "חג הסוכות"".
בישוע יום הכפורים בשכניה חג הסוכות..... בוא יום הכפורים בידעיה בוא חג הסוכות .... בוא חג הסוכות... בשכניה בוא חג הסוכות... בוא חג הסוכות"... ובחג הסוכות ובעצרת'?.
קדמוניות היהודים ספר שלישי פרק עשירי
בחמשה עשר יום לחודש הזה, כשהעונה נוטה מעתה לתקופת החורף, מצוה משה להקים סוכות לכל משפחה"?
קדמוניות היהודים ספר רביעי פרק שמיני
בהתאסף העם לעיקר הקדושה להקריב קרבנות בכל שנה שביעי, בחג של הקמת הסוכות, יקריא הכהן הגדול וכו
קדמוניות היהודים ספר שמיני פרק שלישי
ויקר המקרה שבאותם הימים חל גם זמן חג הסוכות הקדוש והנערץ מאד אצעל העברים וכוי. כי ביום ההוא טעם המקדש בפעם הראשונה את טעם קרבנות וחגגו בו כל העברים יחד עם (שיהם וטפם. אבל גם את החג הנקרא חג הסוכות חגג המלך יחד עם העם לפני המקדש ברוב פאר והדר פעמים שבעה ימים וברוב שמחה.
יוסף כן טתתיהו רעדט וועגן די חנוכת כית העקדש פון שלטה הטלך., און מען זעט או ער רופט אן די יום טוכ טיטן (אמען "חג הסוכות".
ספר שמיני פרק שמיני
וכאשר זמן מה אחרי כן עמד לחול חג הסוכות, חשב וירבעם}| בלכו שאם ירשה ללכת לירושלים להשתחוות לאלהים ולחוג שם את החג יש אולי את דעתם ולבם ילך שבי אחרי המקדש ועבודת אלהים שבתוכו וכוי. בהגיע החג בחודש השביעי ; ורצה גם הוא לחוג אותו בבית אל כחג שהיו חוגגים גם שני השבטים בירושלים בנה מזבח וכו'.
- די חוקרים זענען מסופק, צו לױט די כת פון ים המלח איו די סוכה גאר געמאכט געווארן פאר זקני העם אין די בית המקדש {אפשר האבן זיי געטייטשט, או: "כל האזרח בישראל" גײט גאר ארויף אויף די חשובים), און עס איו א צורך פון די קרבנות, אדער האט מען אויך געמאכט סוכות אינדערהיים, אבער מען האט עס אויך געדארפט האבן פאר די זקנים אין די בית מהקדש.
* עמוד 192.
עמוד 195.
* עמוד 196.
עמוד 918.
זיין אויספיר אי גאר אינטרעסאנט, ער שרייבט א טעם פאר מצות סוכה: "למה היזהר והישמר מפני קרירות תקופת השנה" -- כאילו דער סוכה קומט צו באשיצן פון די ווינטער קעלט. אלכסנדר שור אין זיינע הגהות מערקט אן, או דאס וואס ער שרייבט "לכל משפחה", שטימט מיט די שיטה וואס װערט געבראכט אין די גמרא (סוכה כו, ב) "אין אדם יצא ידי חובתו בסוכתו של חבירו". עיין שם צו זעהן וויאזוי ער שטעלט אוועק די מצוה פון ארבעה מינים, און לבסוף פירט ער אויס: "אלה הן המצוות שנמסרו מאבותינו ושעל העברים לשמור אותם כשהם מקימים את הסוכות"
8 דער מגיה מערקט אן אז ביי אונו אין תנ"ך שטייט "חודש השמיני?
קאווע שטיבל - 18'? טס הדר - סוכות תשעי"ו ױ
זייט 62
טעקסט
ולשמחה מה זו עושה.
י. שמים
פאר ליטוואקעס(. וואס ווייסט דער גוי פון א טעם אין א שבת? פון א שטיקל אור החיים הק' פרייטאג צונאכטס )מער ביי חסידים(. דאס איז אן ענליכע תירוץ צום פריערדיגן, אבער דא שעפט ער שוין זיין הנאה פון רוחניות.
תירוץ ג' - לשלומי הדעת:
די אלע הנאות זענען עולם הזה'דיגע הנאות וואס די גאנצע לעבן איז כצל עובר וכחלום יעוף, מיר אבער וואס זענען מקיים תורה ומצוות וואס דער אייבערשטער האט אונז באפוילן, גייען פאר דעם באקומען עולם הבא וואס איז נצח נצחים. אונז טוישן אויף א פאלשע הנאה אויף אן אמת'ער הנאה. דער תירוץ איז שוין נישט עולם הזה'דיגע, אבער דאך איז דער ציל די "אייגענע הנאות" אן 'עובד את עצמו'.
די אלע דריי תירוצים באציען זיך אלע צום ערשטן שאלה, "וואס עס איז דאס וואס ברענגט עווענטועל צו גליק און פרייד" וואס דערויף איז
"ולשמחה מה זו עושה?!" פרעגט שלמה המלך, נאך דעם וואס ער דער ענטפער, דער אידיש תורה'דיג לעבן.
האט שוין אלס אויסגעפרואווט צו טרעפן צופרידענקייט בימי חיי הבלו. ער האט געפרואווט דורך חכמה, איז ער צוגעקומען צום הכרה: 'כי ברוב חכמה - רוב כעס'; ער האט געפרואווט דורך פארשידענע תענוגים און באקוועמליכקייטן, איז ער צוגעקומען צום הכרה אז זיי זענען 'הבל ורעות רוח', און קיין אמת'ע צופרידענקייט ברענגען זיי נישט.
באמת זענען דא דא צוויי שאלות: 1(, וואס איז דאס וואס ברענגט באמת צו גליק און פרייד? 2( וועלעכע גליק האט א "יתרון" א באדייט אז עס זאל זיין ווערט פאר א רעכדענקיגער מענטש זיך צו פרייען? "שובי שובי השולמית שובי שובי ונחזה בך" - אזוי זאגן די אומות העולם פאר כנסת ישראל. "שובו מאחרי המקום" - פארוואס זאלסטו זיך צוקוועטשן אין אזא באגרעניצטע לעבן? א לעבן אין וואס דו מעגסט
נאר אויפן צווייטן שאלה, וואס עס איז דער יתרון און באדייט פון גליק און פרייד, טוען זיי נישט ענטפערן, ווייל סוף סוף זענען זיי געצילט פאר די אייגענע עגאיסטישע הנאה.
דא קומט אריין דער פערטער תירוץ וואס מיר אידן ענטפערן פארוואס מיר מאכן זיך ענג דאס לעבן לעבודת הבורא וכדו':
תירוץ ד' - והוא הנכון בעיני - נישט ווייל דו האסט מער
'איידעלערע הנאות', נישט ווייל דו האסט 'מער אמת'ע הנאות', און נישט ווייל דו לייגסט אוועק דיין הנאה לעולם שכולו טוב. נאר, ווייל דו האסט דעם "תכלית"!
ואפרש שיחתי: וואס איז דער תכלית פון א לעבן פון א מענטש אן
האבן אישית נאר מיט וועם די תורה עלויבט, און דאס אויך נאר אויף קבלת עול מלכותו יתברך? דער שאלה איז סיי אויף דער וואס גיבט זיך
אן אופן וואס די תורה ערלויבט; א לעבן אין וואס די מאכלים המותרים נאך די תאוות דורך אפיציעלע פריקת עול, און סיי אויף דער וואס איז
זענען באגרעניצט, און דאס וואס דו מעגסט שוין יא - דארפסטו נזהר מקיים תורה ומצוות בבחינת מצוות אנשים מלומדה, און סיי אויף דער
זיין וועגן ווערים; א לעבן אין וואס דו קענסט נישט גיין אין קאלעדזש וואס איז שוין מקיים מצוות ה' מיטן גרעסטן התלהבות אבער איז דאך
זיך צו לערנען חכמת העולם אדער א פרנסה מכובדת ווי א דאקטאר, א "עובד את עצמו".
אדוואקאט וכו', דיין אינטעלעקטואלע קוואל איז דער תנ"ך מיטן תלמוד וואס פארנעמען זיך נישט מיט עניני עולם הזה הגשמי. 'שובו שובו ונחזה בך' - קום צו אונז וועסטו קענען הנאה האבן פון אלע תענוגי עוה"ז אומבאגרעניצט.
ווען דו דינסט זיך אליינס, ווען די מטרה אין דיין לעבן איז זיך זעלבסט, דאן דינסטו זייער א נארישע זאך אן קיין יתרון און באדייט. דו דינסט די תועלת פון איין מענטש, פון צווישן ביליאנען מענטשן אויפן וועלט, דו דינסט א בריה שפלה מלא פגמים וחסרונות, דו דינסט א בריה וואס איז
און וואס ענטפערן מיר אידן? וואס זאגן מיר פאר אונזערע קינדער נוצר געווארן מטיפה סרוחה און סופו לילך למקום עפר רימה ותולעה.
וואס פלאגן זיך מיט פארשידענע באגרעניצונגען? וואס זאגן מיר פאר וואספארא פנים האט אפצולעבן א לעבן דינענדיג זיך אליינס?
זיך אליין ווען מיר ליינען אין קאווע שטיבל וועגן אונזער בדיעבד'דיג לעבן, וועגן אונזער מצב הפרנסה, שידוכים, מוסדות, און אלע אנדער פראבלעמען וואס זענען צוגעטשעפעט צו אונזער זיין אן ערליכע איד?
משא"כ ווען דו דינסט דעם מציאות האמיתי, איז קודם דינסטו דעם אמת, דעם תכלית אויף וואס דו ביזטו באשאפן געווארן וואס דאס איז א תכלית וואס דינט די גאנצע וועלט מיט אלע אירע באשעפענישן, און
וועלן מיר פארשטעלן דריי הויפט תירוצים וואס מיר הערן בעלי אלע אירע געשעענישן.
דרשנים און אפילו עמך אידן זאגן. די דריי תירוצים זענען געוואנדן צו דריי שיכטן פון כלל ישראל לויט ווי עס ווערט קאטעגאריזירט אין 'מסילת ישרים': לההמון, ללמעלה מהם, ולשלומי הדעת:
תירוץ א' - לההמון:
און אט דאס איז דער אמת'ער יתרון און באדייט, א אמת'ער סיבה אויף וואס ארויף צו זיין בשמחה, וואס דאס האט נאר אן ערליכער איד. דבר בעתו מה טוב, ווען מ'האלט שוין ביים יו"ט סוכות, ווען אין ראש השנה האט מען אויף זיך מקבל געווען עול מלכותו, און אין
אונזער עולם הזה איז בעסער, קוק אן אונזער פאמיליע לעבן, ווי יוה"כ זענען מיר פטור געווארן פון אלע עבירות און נטהר געווארן
שיין זי איז און ווי ריין זי איז, די קליידונג סיי פון די מענער און סיי פארן אייבערשטער, איז סוכות די ריכטיגע זמן שמחתינו ווען מ'קען
פון די ווייבער איז באשיידן און איידל, וכדו'. דער תירוץ איז א ריין זיך פרייען מיט זאכן וואס גיבן אונז באמת גליק בזה ובבא, און בעיקר,
גשמיות'דיגע.
תירוץ ב' - ללמעלה מהם:
וואס ווייסט א גוי פון א טעם אין א שטיקל גמרא, פון א קצות )מער
אז אונזער פרייד און גליק פארמאגט א תכלית, און די גרעסטע און העכסטער תכלית וואס עקזיסטירט נאר!
אחי ורעי היקרים, האטס מיר אלע א לוסטיגן און א פרייליכן יום טוב
זייט 63
טעקסט
דער בלינדער ציג
מ. זקנים
אוי א בראך, אוי א בראך, וואס איז פון מיין ציג געווארן זי איז דאך בלינד, אין אירע אויגן איז אריין א דארן
וויי איז מיר, זי ווייסט נישט וויאזוי דאס עסן צו נעמען אין מויל אריין זי קען דאך נישט שטיין גלייך, און ווייסט נישט וואו אהין צו גיין.
איך פון די זייט, הער דעם פאסטוך'ס וויי געשריי פון הארץ ארויס נעם איך דאס ציג צו מיר, און לייג איר ארויף אויף מיין שויס
איך וועל זיך מיט איר אפגעבן, און צו עסן און וואסער צו פירן מיט איר שפילן און פארברענגען, כדי איר ווייטאג צו רעדוצירן
אוי געוואלד, אוי געוואלד! וואס טוט איר, וואס טוט איר מיין פיין האט דאך אזוי אויך, נישט קיין סוף און קיין שיעור
האב איך דען נישט אזוי אויך גענוג מילך שאדן, נאכן אים שלעפן מיט גוטן און בייזן נעמסטו מיר איר צו אינגאנצן, אז איך זאל אפילו דאס ביסל אויך נישט לייזן
אוי א בראך, אוי א בראך, וואס איז פון מיין ציג געווארן זי איז דאך בלינד, און די אויגן איז איר אריין א דארן
אז זי זעט נישט וויאזוי צו עסן, ווי קען זי מילך געבן גענוג אז זי קען נישט גלייך גיין און שטיין, וועל איך איר דארפן שלעפן מיט כח און קריג
און פון מיין מויל קומט ארויס א קרעכץ, אוי א בראך, אוי א בראך אז מיר האבן אזעלעכס דערלעבט, אין די ווירקליכקייט אין די וואך
ווען דער זון איז אויף צרות, קלאגט מען אויף די משפחה בושות ווען דער חבר איז פארפלאנטערט, זארגט מען פאר זיין חסידות ופרישות.
זייט 64
טעקסט
ב. כוכבא
חוקי התורה
און חוקי חמורבי
ווער איז דער נאשער
די ארכאלאגישע וועלט, וואס האט במשך לאנגע דורות זיך אין גרויסנטייל געשטיצט אויף השערות און שפעקולאציעס, גייט דורכאויס די לעצטע עטליכע יארצענדליג דורך א שטיקל רעוויזיע. פאקטן און שטיקער תקופות וואס זענען געווען אנגענומען כמעט אלס פאקטן ווערן צעשאקלט און אפילו צעברעקלט.
איינע אזא תקופה וועמענס אויטענטישקייט איז געשטעלט געווארן אונטער א גרויסן פראגע-צייכן איז די תקופה פון אלט-בבל און כנען, וועמענס כראנאלאגיע ווי אנגענומען ביז יעצט האלט אינמיטן צעווארפן און איבערגעמאכט ווערן. אזוי ווייזן די פאקטן, הגם נישט אלע אין דער אקאדעמישער וועלט זענען שוין גרייט משלים צו זיין מיט'ן פאקט אז הונדערטער טעקסט-ביכער, שטודיעס, אקאדעמישע קאריערעס פון לאנגע יארן זענען געווען באזירט אויף א פשוט'ן טעות, וואס האט זיך גענומען פון חסרון ידיעה.
מיר וועלן זיך אין דעם ארטיקל באקענען ספעציפיש מיט א בבל'ישן קעניג מיט'ן נאמען "חמורבי" און זיין תקופה, ווי אויך מיט נאך צאל פערזענליכקייטן, מלוכות און תקופות, און אינאיינעם וועלן מיר איינשטעלן א סדר אין די געשעענישן פון יענער צייט.
מעסאָפּאָטאַמיאַ אלס וועלטס אימפעריע
איידער די בבליים האבן איבערגענומען דעם קאנטראל איבער דעם ראיאן מעסאָפּאָטאַמיאַ, האט דארט געהערשט אן אנדער פאלק, מיט'ן נאמען "סומער". נאך דער סומערן זענען אנגעקומען די בבליים, וועלכע האבן באהערשט מעסאפאטאמיא )וואס באשטייט פון דער היינטיגער איראק, קאואוועיט, און טיילן פון סיריע, איראן, און טערקיי( און איינגעשטעלט דארט זייער הערשאפט. די בבליים האבן אויפגעבויט א מעכטיגע אימפעריע, ווי אויך א רייכע, ארומנעמיגע קולטור פון שפראך, פילאסאפיע, ארכיטעקטור
דער גרעסטער פון די קעניגן אין דער ערשטער תקופה פון מלכות בבל איז געווען דער קעניג חמורבי )ארויסגעזאגט "כאַמוירואווי"(. ער איז געווען דער וואס האט פארוואנדלט בבל אין דעם צענטער פון חכמה, גבורה, און קולטור. אין זיין תקופה איז אויפגעקומען אין מעסאפאטאמיא א נייעם מהלך אין קונסט און ליטעראטור, וואס איז לחלוטין אנדערש ווי די קולטור פון די סומערן וואס האבן דארט געהערשט פריער.
אריינגערעכנט אין יענער נייער ליטעראטור זענען געזעצן, מעשה'לעך, פאלקלאר, און שטיקלעך וואס טראגן זייער נאענטע ענליכקייטן צו טיילן פון דער תורה. די דאזיגע חלקים זענען היינט באקאנט אלס די "חוקי חמורבי", וואס באשטייט פון געזעצן; "אַנומאַ עליש", וואס דערציילן די געשיכטע פון וועלט-באשאף; די "געשעענישן פון גילגאַמעש" – א לאנגע פאעמע וואס שילדערט דעם גן עדן ווי געשילדערט אין ספר בראשית, דעם מבול ווי דערציילט אין דער פרשה פון נח, שטיקער געשיכטע פון נבוכדנצר ווי מיר לערנען זי אין ספר דניאל, און נאך א צאל געשעענישן און דערציילונגען וואס טראגן, אין אינהאלט ווי אין שניט, שטוינענדע ענליכקייטן צו די סיפורי התנ"ך.
אין דער זעלבער תקופה ווען חמורבי האט געהערשט און געווירקט אין מעסאפאטאמיא, האט אין מאַרי, א ראיאן אין דער היינטיגער סיריע ביי דער גרעניץ מיט איראק, געהערשט א קעניג מיט'ן נאמען זימרילים, פון וועמען ס'האבן זיך מיט א קארגע הונדערט יאר צוריק אפגעזוכט דאקומענטן, בריוו, און אנדערע טעקסטן מיט אן אינהאלט וואס ענדלען אויך זייער אין פארשידענע פרטים און דינים וואס מיר טרעפן אין דער תורה.
די "חמורבי געזעצן"
די "חוקי חמורבי" איז א בינטל געזעצן וואס דער קעניג זאל האבן "באקומען פון הימל", מיט'ן ציל פון פארזיכערן אז די בבלי'שע אימפעריע פירט זיך מיט'ן ריכטיגן צדק און יושר – "אז דער שטארקער זאל נישט בא'עוולה'ן דעם שוואכן, און כדי זיך צו פירן מיט יושר כלפי דעם יתום און אלמנה."
א שיינער פראצענט פון די דאזיגע געזעצן געפינען מיר, דעם תוכן און אפילו דעם אופן ווי זיי זענען פארמולירט, אין דער תורה. לאמיר אנכאפן עטליכע ביישפילן.
"אויב עמיצער איז משחית דאס אויג פון זיין חבר, זאל זיין אויג פארלוירן גיין; אויב צעברעכט ער אים א גליד, זאל זיין גליד צעבראכן ווערן ... אויב עמיצער האקט אויס א צאן פון זיין חבר, זאל זיין צאן אויסגעהאקט ווערן." דעם זעלבן חק, כמעט מיט דעם לשון, טרעפן מיט אין שמות קאפיטל כ"א, פסוק כ"ד.
נאך אזא חמורבי געזעץ וואס קלינגט זייער היימליך: "כי יגח שור את איש בלכתו בשוק והמיתו, אין בדין זה טענה. כי יהיה שור נגח והועד בבעליו ולא גדע קרניו ולא שמרו ונגח איש והמיתו, מחצית מנה כסף יתן." דאס דאזיגע געזעץ, איבערגעזעצט אויף לשון קודש, לייענט זיך מורא'דיג ענליך צו אונזער "וכי-יגח שור את-איש או את-אשה, ומת ... ובעל השור, נקי. ואם שור נגח הוא מתמל שלשם, והועד בבעליו ולא ישמרנו, והמית איש או אשה, ונתן פדין נפשו, ככל אשר-יושת עליו" )דארט קאפיטל כ"א, פסוקים כ"ח-ל'(.
דאס חמורבי'ס געזעץ )חוקים 3 און 4( זאגט: "אם יצא איש אל עדות סרה במשפט, ואת אשר אמר לא הוכיח, אם הדין ההוא דין מוות, האיש ההוא יומת: אם יצא אל עדות השעורה או הכסף, את עונש הדין ההוא יישא."
און אין דער תורה )דברים י"ט, פסוקים ט"ז-י"ט( לערנען מיר: "כי-יקום עד-חמס, באיש, לענות בו, סרה, ועמדו שני-האנשים אשר-להם הריב, לפני השם, לפני הכהנים והשפטים אשר יהיו בימים ההם. ודרשו השפטים היטב; והנה עד-שקר העד, שקר ענה באחיו, ועשיתם לו כאשר זמם לעשות לאחיו."
אזוי איז פאראן א שלל מיט די זעלבע חוקים, מיט כמעט דער זעלבער שפראך, וואס מ'טרעפט אין ביידן, דער תורה און די חוקי חמורבי.
זייט 65
טעקסט
"אַנומאַ עליש" – די געשיכטע פון בריאת העולם
"אַנומאַ עליש" איז א ליטעראריש ווערק פון חמורבי'ס תקופה, וואס דערציילט די געשיכטע פון וועלט-באשאף. אויף איין פוס הייבט זיך די מעשה אן מיט א חלל וואס באשטייט פון גארנישט אויסער וואסער. ערגעץ ווען און וואו אינמיטן פון דער וואסעריגער וויסטעניש האט די ים-געטין "טיאַמאַט" און איר מאן, דער גאט פון דעם פריש-וואסער "אַפּסו", געבוירן א צאל אנדערע געטערלעך, וועלכע זענען געווען זייער ווילד און געמאכט א גרויסן טומל. אַפּסו ווערט בייז ביז גאר און איז מחליט אומצוברענגען די קליינע זיסע געטערלעך. טיאַמאַט איז אבער נישט מסכים צו דעם געטליכן גענאציד און עס ברעכט דארט אין גאט-לאנד אויס א גרויסער געפעכט, דורכאויס וועלכן דער קערפער פון טיאמאט, וואס זעט אויס ווי א "תּנין", ווערט איבערגעשניטן אין העלפט. איין העלפט פון דער געטינ'ס קערפער איז דאן גענוצט געווארן אויף צו באשאפן דעם הימלען מיט אלע צבא השמים, און פונעם צווייטן העלפט איז באשאפן געווארן די ערד וכל אשר בה.
אז מען פארגלייכט די מעשה'לע מיט להבדיל די ערשטע פסוקים פון ספר בראשית )קאפיטל א', פסוקים ב' און כ"א( – א חלל מיט כאאס, וואסער איבעראל, און דאס עווענטועלע באשאפן ווערן פון די "תנינם הגדולים" – שטויסט מען זיך ווייטער אן אין ענליכקייטן.
אזוי זענען פאראן נאך עטליכע מערקווירדיגע שטעלן וואס קלינגען היפש היימליך צו דעם סדר הבריאה ווי געשילדערט אין בראשית, און נאך פסוקים אין איוב און תהילים. ס'איז אזש פאראן א חז"ל )בבא בתרא ע"ד, ע"ב( וואס דערציילט וועגן דעם שר הים וואס האט ווידערשפעניגט אינעם געטליכן באפעל, און דער אויבערשטער האט אים כביכול אומגעברענגט.
געשעענישן פון "גילגאַמעש"
"גילגאמעש" איז דער נאמען פון א לאנגער פאעמע, וואס דערציילט געשיכטעלעך וועגן קאמוניקאציעס פון געטער און מענטשן אין די אור-צייטן פון דער וועלט. מיר לייענען דארט וועגן א מענטש, וואס איז באשאפן געווארן פון ערד און געלעבט ווילד אינאיינעם מיט די חיות, ביז ס'איז אים צוגעשטעלט געווארן א פרוי, וועלכע האט אים צוגערעדט צו א זינד. די מענטשן כאפן זיך אויפאמאל אז זיי זענען נאקעט, און ווערן צום סוף ארויסגעטריבן פון "גן עדן".
"אוטנאַפּישטים" איז איינער פון די העלדן אין יענער פאעמע. ער ווערט באאויפטראגט צו בויען א שיף, ווייל אט אט גייט אויף דער וועלט קומען א פארפלייצונג וואס וועט צעשטערן אלעס וואס איז פאראן. אויף דער שיף זאל ער ברענגען זיין משפחה, ווי אויך באשעפענישן און געוואוקסן, כדי צו קענען פון דעם אלעם ווידער אויפבויען א ציוויליזאציע נאך דעם וואס דאס אומגליק וועט פארבייגיין.
די געשיכטע קענען מיר דאך פון ספר בראשית.
זימרילים פון מאַרי
אויך אין דער ליטעראטור פון זימרילים, וועלכער האט געהערשט אין מארי אין דער זעלבער תקופה ווען חמורבי האט געקעניגט אין מעסאפאטאמיא, טרעפן מיר מערקווירדיגע שטעלן וואס דערמאנען א סך אין וואס מיר טרעפן אין די כתבי הקודש. באזונדערס ווארפט זיך אין די אויגן די שילדערונג פון א "גן עדן", וועמענס תוכן איז זייער נאענט צו דעם גן עדן געשילדערט אין ספר בראשית )קאפיטל ב', פסוק י' און קאפיטל ג', פסוק כ"ד(.
אויסער דעם, איז פאראן א צאל שטעלן וואס זענען געשריבן געווארן אויפ'ן זעלבן "שניט" ווי פסוקים וואס מיר געפינען אינעם תנ"ך.
חוקי חמורבי און תורתינו הקדושה
ביי טייל פארשערס איז אנגענומען אז חמורבי האט געלעבט אינעם 22סטן יארהונדערט פאר דער אלגעמיינער צייטרעכענונג, מיט ארום 200,4 יאר צוריק, אין דער תקופה פון די אבות. פאראן אזעלכע וואס זאגן אז חמורבי איז דער זעלבער ווי אַמרָפֶל, וועלכער האט געלעבט
אין די צייטן פון אברהם אבינו )בראשית י"ד, פסוק א'(. די דאזיגע צייט איז באשטימט געווארן אויפ'ן סמך פון בבלי'שע שריפטן וואס קומען פון זמן בית שני. שפעטער האבן זיך אפגעזוכט אנדערע שריפטן, טאקע פון דער פריערדערמאנטער "מאַרי" מלוכה, לויט וועלכע עס קומט אויס אז חמורבי האט געלעבט אין דער תקופה פון דער אסירישן )"אשור"( קעניג "שאַמשי-אַדאַד".
לויט דער סירישער כראנאלאגיע, וואס איז פאררעכנט אלס פינקטליכער ווי דעם מארישן, האט שאַמשי-אַדאַד געלעבט אינעם 18טן יארהונדערט פאר דעם היינטיגן צייט-חשבון )דהיינו, מיט ארום 800,3 יאר צוריק(. איז דערפאר מער-ווייניגער אנגענומען אז די תקופה פון חמורבי'ס קעניגרייך אין בבל גייט צוריק ערגעץ וואו צווישן 700,3 און 900,3 יאר צוריק, וואס איז בערך דער צייט פון גלות מצרים, צי אביסל פריער.
אזוי צי אזוי, האט חמורבי געלעבט מיט הונדערטער יארן פאר מעמד מתן תורה, וואס איז געווען מיט ארום 450,3 יאר צוריק.
ווערט ובכן נולד א מורא'דיגע קשיא. וויאזוי איז דאס געשען אז זאכן וואס זענען אונז איבערגעגעבן געווארן סך שפעטער זאלן זיך געפונען אין שריפטן פון דורות פריער? גוט, די גענויע צייט ווען חמורבי האט געלעבט איז נישט קלאר; ס'איז אבער לכאורה יא קלאר אז פאר מתן תורה האט ער זיכער געלעבט. נו, פון וואו האט ער גענומען די חוקים און אנדערע אינפארמאציע וואס זענען הערשט אפירגעקומען מיט כאטש 400 יאר שפעטער?
די קשיא איז אן אלטע און עטליכע תירוצים זענען שוין אנגעגעבן געווארן. הגראי"ה קוק זצ"ל )אדר היקר, ירושלים תרס"ו, עמוד מ"ב( ווייזט אן אז די תורה, הגם איבערגעגעבן צום כלל ווי דעם ברית עולם פונעם אויבערשטן צום אידישן פאלק, האט אבער שוין עקזיסטירט פריער. יעקב אבינו, ווייסן מיר דאך, האט געלערנט תורה בבית מדרשו של שם ועבר. איז דאך זייער קלאר אז די דברי תורה האבן זיך אויף דער וועלט געפונען סך פריער ווי דעמאלט ווען זי איז "אפיציעל" באשטימט געווארן אלס די "קאנסטיטוציע" פונעם אידישן פאלק. פאראן אנדערע וואס ווילן זאגן אז די תורה איז נישט געקומען דווקא "מחדש" זיין זאכן וואס זענען נישט געווען פריער. "לא תרצח" און "לא תגנוב", צום ביישפיל, זענען זייער שכל'דיגע געזעצן וואס זענען פריער אינפארסירט געווארן אין יעדער נארמאלער געזעלשאפט. די קדושה פון דער תורה שטעקט נישט אין דעם חידוש פון איר אינהאלט, נאר אין דעם וואס זי איז, אזוי צי זאגן, דער "געטליכער דאקומענט" פון השם יתברך צו אונז אידן. )דער שפת אמת אויף א פלאץ זאגט נאך מער, אז די נקודה פון קבלת התורה איז דאס, אז אלע אידן וואס האבן דעמאלט געלעבט זענען זיך צוזאמגעקומען אויפ'ן זעלבן פלאץ און מסכים געווען אויף איין-און-דער-זעלבער זאך.( פארט, נישט יעדן "בארואיגן" די תירוצים. פאראן אזעלכע וואס פילן אומבאקוועם מיט א מציאות אז די תורה זאל אויסבארגן חוקים און דינים פון פרעמדע מקורות. לאמירזשע ובכן זיך באקענען מיט דעם דאזיגן חמורבי און זיין צייט, און זען ווען ער האט געלעבט און ווער ס'האט גענומען פון וועמען.
די אשור'ישע כראנאלאגיע
ווי געזאגט, איז די תקופה פון חמורבי למעשה באשטימט געווארן אויפ'ן סמך פון דער אסירישער כראנאלאגיע, וועלכע רעכנט אויס די קעניגן פון אשור און זייערע קעניגרייכן. ווען מען אנאליזירט אבער דעם דאזיגן סדר הדברים ווערן נולד פארשידענע קשיות וואס ווארפן אריין גרויסע ספיקות אין דער אויטענטישקייט פון דער אסירישער כראנאלאגיע.
פארשערס האבן שוין פריער אנגעמערקט, אז דער אנהייב פון דער ליסטע פון אסירישע קעניגן באשטייט פון א סך פיקטיווע נעמען – קעניגן וואס האבן קיינמאל נישט עקזיסטירט. די ליסטע פון מלכי אשור ענדיגט זיך מיט'ן קעניג טיגלאַס פּילעסער און איז ווי אנגענומען אפגעשריבן געווארן דורך זיין זון און יורש סאַרגאָן, פאטער פון סנחריב, וועלכער האט געלעבט מיט ארום 800,2 יאר צוריק.
די דאזיגע ליסטע איז שעפעריש ביז גאר מיט'ן צושטעלן אזעלכע פיקטיווע נעמען פון מלכים וואס זאלן האבן געקעניגט פאר שאַמשי-
זייט 66
טעקסט
אַדאַד'ן, צו וועמען די כראנאלאגיע טיילט צו א ליסטע פון אבות ארויסגעזויגן פון פינגער. די סיבה פאר דער פאבריקאציע, ווי פארשערס זענען משער, איז געווען כדי צו פארגרעסערן שאַמשי-אַדאַד'ס גדולה דורכ'ן "פארלענגערן" זיין יחוס. דינאסטיע און אפשטאם איז געווען פון גרויס וויכטיגקייט; "צוריקפירן" זיין דינאסטיע מיט נאך עטליכע דורות האט שאַמשי-אַדאַד'ן במילא צוגעגעבן א סך חשיבות.
אין דער תקופה פון סנחריב און זיין זון און ממלא מקום, עסאַרכאַדאָן, זענען אויך פארצייכנט געווארן נאטיצן וועגן די מלכים און געשעענישן ביז זיי, און ווען מען פארגלייכט די עסאַרכאַדאָן-שריפטן מיט דער ערשטער כראנאלאגיע פון שאמשי-אדאד, טרעפט מען א צאל סתירות און אומפינקטליכקייטן.
אויפ'ן סמך פון אלעם וואס מיר האבן היינט זאגן פארשערס אז עסאַרכאַדאָנ'ס כראנאלאגיע איז לכאורה פעלערהאפטיג און ליידט פון א צאל פראבלעמען.
עסאַרכאַדאָן האט געלעבט מיט אינגאנצן עטליכע דורות נאך די געשעענישן וועגן וועלכע די שריפטן פון זיין צייט רעדן. אויב האט מען זיך אין דער אסירישער עליטע געוואגט צו פעלשעווען פרטים פון געשעענישן וואס זענען זיך פארלאפן נישט לאנג פריער, איז שוין א פשיטא אז צולייגן פיקטיווע נעמען פון מלכים – וואס פארשערס זענען מסכים איז געטאן געווארן ביים אנהייב פון דער אסירישער כראנאלאגיע – איז פאר יענע "היסטאריקערס" נישט געווען קיין "ביג דיל".
אויסער די שפעקולאציעס און אנדייטונגען וועגן אריינשטעלן אין דער כראנאלאגיע פאבריצירטע נעמען פון נישט-עקזיסטירנדע קעניגן, איז פאראן נאך א פיקאנטע ערשיינונג וואס ווארפט זיך אין די אויגן.
די אסירישע כראנאלאגיע ווערט איינגעטיילט אין דריי תקופות: די ערשטע דינאסטיע, די מיטלסטע דינאסטיע, און די דריטע און לעצטע דינאסטיע. ווען מען פארגלייכט די שאפונגען און אויפטוען פון די קעניגן פון די מיטסלטע )אנגעבליך מיט ארום 300,100-3,3 יאר צוריק( און לעצטע דינאסטיעס )700,000-2,3 יאר צוריק(, זעט כמעט אויס ווי עמיצער האט דורכגעפירט א פשוט'ן "קאפי-פעיסט" פון איין דינאסטיע צו דער אנדערער. צום ביישפיל, שאַלמאַנעסער דער ערשטער און שאַלמאַנעסער דער צווייטער האבן געקעניגט אין דער תקופה פון דער צווייטער דינאסטיע. שאַלמאַנעסער דער ערשטער האט "אויסגענוצט דעם כאאטישן מצב וואס האט געהערשט ביי דעם חיתי'שן פאלק ... ער האט דורכגעבראכן דעם וועג ביז אררט, אטאקירט קאַרקאַמיש, און געעפנט די צפון-מערב וועגן פאר מסחר ..." אין דער צייט פון שאַלמאַנעסער דער צווייטער האט געהערשט "א סך דרוק און קריגערייען."
אויב מיר וועלן אריבערשפרינגען צו דער דריטער דינאסטיע וועלן מיר טרעפן א שאַלמאַנעסער דער דריטער, וועלכער האט "צעברעקלט די חיטי'שע מלוכה אין וועמענס שפיץ איז געשטאנען קארקאמיש ... האט באלאגערט אררט ... דורכגעבראכן א וועג צום שפייז-מאטעריאל ]וואס האבן זיך געפונען אין[ אנטאליע און צפון סיריע ..."
שאַלמאַנעסער דער פערטער האט געהערשט אין א צייט "ווען די אסירישע מלוכה איז געגאנגען בארג אראפ."
דאס זעלבע געפינען מיר ביי כמעט יעדן איינציגן קעניג פון דער צווייטער דינאסטיע, אז ער זאל האבן געטאן דאס זעלבע )אדער כמעט דאס זעלבע( וואס ווערט שפעטער צוגעשריבן צו אן אנדערן קעניג, מיט'ן זעלבן נאמען, וואס האט געלעבט דורכאויס דער לעצטער דינאסטיע.
די כפל'דיגע געשעענישן וואס האבן זיך אפגעשפילט און הפנים איבערגעשפילט דורכאויס די תקופות פון מלכים מיט די זעלבע נעמען ווייזן גאנץ קלאר אז די אסירישע כראלאגיקער האבן גאנץ בעל-בתי'ש ארומגעפאטשקעט מיט די תקופות און געשעענישן און זיי קעניגליך צוגעשניטן לויט'ן געברויך.
דער פאקט וואס כמעט יעדער קעניג פון דער צווייטער דינאסטיע טראגט דעם זעלבן נאמען און האט געהאט די זעלבע געשיכטע, מיט די זעלבע מעשים און געשעענישן, פון א קעניג פון דער דריטער דינאסטיע ברענגט ארויף דעם חשש אז קיין צווייטע דינאסטיע האט קיינמאל נישט עקזיסטירט. פונקט ווי די אבות פון דער אסירישער אימפעריע האבן
צוגעשטעלט פיקטיווע מלכים ביים אנהייב פון דער ליסטע, האבן זייערע אייניקלעך מוסיף געווען כהנה וכהנה רבות ונכבדות אינמיטן פון דער ליסטע.
עס זענען אויך פאראן א סתירות צווישן די כראנאלאגיעס וואס זענען פארשריבן געווארן אין דער תקופה פון דער ערשטער דינאסטיע און דער תקופה פון דער דריטער דינאסטיע. א צאל געשעענישן ווערן דורך די צוויי נאטיצן פארשריבן צו אנדערע תקופות, און דער איינציגער אופן פון כאטש נאענט ברענגען די צוויי כראנאלאגיעס איז דורך ארויסשניידן די צווייטע דינאסטיע – העכסט ווארשיינליך בעצם א פאבריקאציע מהחל ועד כלה. די פרטים זענען אביסל נודנע און מ'דארף פארגלייכן און רעכענען יארן און ציפערן, אבער די אונטערשטע שורה איז אז אויב זאלן מיר מקבל זיין די כראנאלאגיעס כמו שהן וועט אויסקומען אז קינדער האבן געקעניגט מיט צענדליגער יארן פריער ווי זייערע טאטעס... נאך מער: עס בלייבט בכלל נישט איבער קיין פלאץ פאר חמורבי און שאַמשי-אַדאַד, וועמענס תקופה דינט אלס יסוד פאר באשטעטיגונג ווען חמורבי האט געלעבט. לאמיר, לשם אילוסטראציע, נעמען איין אזא דוגמא. אין די שריפטן פון די קעניגן שאלמאנעסער און זיין ממלא מקום, טוקולטי-נינורטאַ, ווערט דערמאנט א פארצייטישער קעניג, אולישומאַ, וועלכער האט געהערשט סך פריער ווי חמורבי און שימשי-אדאד. שאלמאנעסער דערציילט אין יענע שריפטן, אז פון ווען אַרישו, דער זון און יורש פון אולישומאַ, האט געקעניגט ביז אים זענען דורכגעלאפן 739 יאר. שאלמאנעסער'ס זון, טוקולטי-נינורטאַ, ווידעראום שרייבט אז פון אַרישו ביז אים זענען דורכגעלאפן 720 יאר.
אין דער אקאדעמישער וועלט איז מער ווייניגער געווען אנגענומען אז די שריפטן רעדן פון שאלמאנעסער און טוקולטי-נינורטאַ וואס האבן געלעבט אין דער צווייטער אסירישער דינאסטיע. דאס איז אבער אוממעגליך, ווייל לויט דעם חשבון וועט אויסקומען אז שאלמאנעסער האט געלעבט מיט 978,3 יאר צוריק, און זיין זון, טוקולטי-נינורטאַ, האט געקעניגט מיט 027,4 יאר צוריק – עטליכע צענדליג יארן פאר זיין טאטן.
דער איינציגער וועג וויאזוי דער חשבון וועט יא שטימען איז אויב מ'וועט צושרייבן די שריפטן צו די קעניגן שאלמאנעסער און טוקולטי-נינורטאַ פון דער דריטער דינאסטיע – ביי וועלכער דער קעניג מיט'ן נאמען שאלמאנעסער איז דאס אייניקל פון טוקולטי-נינורטאַ. טוקולטי-נינורטאַ פון דער דריטער דינאסטיע איז ארויף אויפ'ן קעניגליכן טראן מיט 839,2, און זיין אייניקל'ס, שאלמאנעסער'ס מלוכה האט זיך אנגעהויבן מיט 899,2 יאר צוריק.
יעצט שטימען די חשבונות מיט אולישומאַ און אַרישו. אולישומאַ, דער טאטע, האט געקעניגט מיט 625,3 יאר צוריק און דער זון, אַרישו, האט געקעניגט אביסל שפעטער, מיט 612,3 יאר צוריק.
אבער אויב אולישומאַ און אַרישו האבן געקעניגט מיט ארום 600,700-3,3 יאר צוריק, איז דאך אוממעגליך אז חמורבי און שימשי-אדאד, וואס האבן פאר זיך א לאנגע ריי מיט קעניגן וואס האבן געהערשט פון אולישומאַ ביז זיי, האבן געלעבט אין יענער תקופה! די אסירישע כראנאלאגיע מיט דער ליסטע פון מלכים קען בשום אופן נישט אריינפאסן אין אזא קורצער צייט-אפשניט, און כדי דער חשבון זאל האבן הענט און פיס מוז מען בע"כ עלימינירן די צווייטע דינאסטיע, און גיין מיט דער מסתבר'דיגער הנחה אז יענע גרופע מיט קעניגן האבן קיינמאל נישט עקזיסטירט.
ווען האט חמורבי געלעבט?
די אסירישע מלוכה פון שימשי-אדאד האט געדויערט 33 יאר. אינעם 23סטן יאר פון זיין קעניגרייך האט חמורבי אנגעהויבן קעניגן אין בבל. אויב מיר נעמען צוזאמען די צוויי ציפערן, פּלוס נאך א נאטיץ פון די פריערדערמאנטע שריפטן פון שאלמאנעסער, קענען מיר אויסרעכענען גענוי ווען די צוויי מלכים האבן געקעניגט.
אין יענע שריפטן ווערט דערציילט אז עס זענען דורכגעלאפן 580 יאר פון דעם "תיקון" וואס שימשי-אדאד האט איינגעשטעלט אין איינעם פון די געבעט-הייזער אין זיין קעניגרייך, ביז דעם אנהייב פון שאלמאנעסער'ס מלוכה. שאלמאנעסער, ווייסן מיר דאך, האט אנגעהויבן קעניגן מיט 873,2
זייט 67
טעקסט
יאר צוריק. אויב לייגן מיר צו 580 יאר צו דעם ציפער, באקומען מיר 453,3. קומט לפי זה אויס, אז דעם "תיקון" )וואס דאס זאל נאר האבן געווען( האט שימשי-אדאד געמאכט מיט 453,3 יאר פאר שאלמאנעסער'ס מלוכה. יעצט, מיר ווייסן נישט גענוי אין וועלכן יאר פון זיין מלוכה שימשי-אדאד האט געמאכט דעם דערמאנטן תיקון. אבער היות מיר ווייסן אז ער האט געקעניגט במשך 33 יאר, קענען מיר אזויפיל זאגן אויף זיכער אז ער איז ארויף אויפ'ן קעניגליכן שטול ערגעץ ווען פון 453,3 ביז 485,3 יאר צוריק. חמורבי, ווייסן מיר פון פריער, האט אנגעהויבן קעניגן אינעם 23סטן יאר פון שימשי-אדאד. איז חמורבי'ס תקופה געווען ערגעץ וואו צווישן 429,3 און 462,3 יאר צוריק.
אין יענער תקופה, מיט בערך 400,3 יאר צוריק, האט יהושע בן נון, משרת משה עבד השם, אריינגעפירט אונזערע אור-עלטערן קיין ארץ ישראל, און איז געווען שוין מיט ארום פופציג יאר נאך מתן תורה.
ארום דער זעלבער צייט, מיט ארום 400,3 יאר צוריק, זענען געווען נאך קעניגן און הערשערס וואס האבן פארשריבן געזעצן אויף אזא סיסטעמאטישן אופן, אויפ'ן זעלבן שניט ווי חמורבי )וואס, ווידעראמאל, איז אויף זייער אן ענליכן שניט.
וואס זאל האבן געפירט אז א ריי הערשערס זאלן אויפאמאל זיך נעמען קאדירן געזעצן און דווקא אויף אזא שניט?
אויב מיר וועלן אנאליזירן די שפראך און שניט פון די חוקי חמורבי, וועלן מיר אפשר פארשטיין וואס האט אינספירירט חמורבי'ן, און די אנדערע קעניגן אין יענעם ראיאן פון דער וועלט, צו מסדר זיין שריפטן מיט געזעצן. פארשערס האבן באמערקט, אז די חוקי חמורבי זענען געשריבן געווארן אויף א שפראך וואס איז א נאענטע קרובה מיט אראמיש און ענדעלט זייער אין איינער פון די מערב-סעמיטישע שפראכן פון יענער צייט. נעמענדיג אין חשבון אז די שפראך וואס איז גערעדט געווארן אין בבל אין יענער תקופה איז געווען "אַכדיס" – א מזרח-סעמיטישע שפראך – איז עס א חידוש אז חמורבי זאל אויסקלייבן א וואריאנט פון אלט-עברי'ש – א מערב-סעמיטישע שפראך – פאר איינעם פון די וויכטיגסטע דאקומענטן פון זיין קעניגרייך.
ווען מען גייט מיט דער זייער מסתבר'דיגער הנחה אז חמורבי האט געשעפט די אינספיראציע פאר זיינע געזעצן פון די דיני התורה, איז עס פשוט אז ער האט מיטגענומען דעם "שניט" פון דעם אריגינעל – א מערב-סעטימישע שפראך וואס איז געווען דאס לשון אויף וועלכער אונזערע עלטערן האבן גערעדט אין יענער צייט. )ס'איז מערקווירדיג אז לויט איין דעה אין תלמוד ירושלמי זענען די לוחות געווען געשריבן אויף כתב עברי.(
די "מאַרי" שריפטן
ווי דערמאנט ביים אנהייב, האט אין דער זעלבער צייט וואס חמורבי האט געקעניגט אין בבל געלעבט אן אנדער קעניג, מיט'ן נאמען זימרילים, וועלכער האט געהערשט אין מאַרי, א ראיאן אין דער היינטיגער סיריע ביי דער גרעניץ מיט איראק. וויבאלד זימרילים האט געלעבט אין דער זעלבער צייט ווי חמורבי, איז פשט אז די געשעענישן, ערטער, און מענטשן וואס ער דערמאנט זענען געווען די זעלבע ווי חמורבי'ס.
ארכאלאגן האבן אין יענעם מארי-ראיאן געפונען שטיינער מיט אויפשריפטן וואס קומען פון דעם זימרילים. אין יענע שריפטן ווערט דערמאנט די כנענ'ישע שטאט חָצוֹר כאטש צוויי-צענדליג מאל. דער נאמען פונעם חצור'ישן קעניג ווערט אנגעגעבן אלס "יבני אדד", וואס דערמאנט אינעם "יבין" וועלכער ווערט דערמאנט אין נ"ך )יהושע י"א, א' און שופטים ד', ב'( אלס קעניג פון דער זעלבער שטאט.
ס'איז מערקווירדיג, אז פון אלע הערשערס און פירערס וואס די מארי-שטיינער דערמאנען, ווערן אינגאנצן צוויי, יבני אדד און חמורבי, אנגערופן מיט'ן נאמען "קעניג". דאס דערמאנט אונז פון דעם פסוק )יהושע י"א, י'(, "וישב יהושע בעת ההיא וילכד את-חצור ואת-מלכה הכה בחרב כי-חצור לפנים היא ראש כל-הממלכות האלה."
די מארי שריפטן באשטייען פון א גרויסן אוצר פון טויזנטער שטיינער,
וואס דערציילן אין גרויסן וועגן א סך מלוכות, מדינות און געשעענישן אין יענעם טייל וועלט פון יענער תקופה. מצרים, וואס איז במשך לאנגע דורות געווען א מעכטיגע אימפעריע, ווערט דארט בכלל נישט דערמאנט. די מארי-שטיינער דערציילן אויך וועגן געשעפטן וואס זימרילימ'ס מלוכה האט געפירט מיט ארץ ישראל. פארשערס האבן באמערקט אז די נעמען פון די שטעט וואס די מארי שריפטן זענען די זעלבע, אדער גאר ענליך צו די נעמען וויאזוי די אידן האבן זיי אנגערופן נאכ'ן אייננעמען די פלעצער. נישט נאר די נעמען, נאר עטליכע מנהגים וואס זענען נישט געווען אנגענומען אין יענעם ראיאן נאר זענען מחודש געווען דורך אונזערע אור-עלטערן. איינע אזא זאך איז דער פארבאט קעגן אריבערפירן א נחלה פון איין שבט צו אן אנדערן, וואס איז געווען קעגן דעם איינגעשטעלטן סיסטעם פון יענער תקופה מיט איין אויסנאם, ווי דערמאנט אין פסוק )במדבר ל"ו, ז'(, "ולא תסב נחלה לבני ישראל ממטה אל מטה כי איש בנחלת מטה אבתיו ידבקו בני ישראל," און ווי חז"ל )תענית ל', ע"ב( באשטעטיגן איז אינפארסירט געווארן דוקא אינעם דור ווען דאס לאנד איז צעטיילט געווארן.
דער בעסטער אופן צו פארשטיין דעם אינהאלט און רעפערענצן פון די מארי-שריפטן וועט ובכן זיין אנצונעמען די מסתבר'דיגע מיינונג אז ער האט געלעבט און געקעניגט אין דער תקופה צווישן יהושע בן נון און אנהייב פון די שופטים. אין יענער צייט איז חצור טאקע געווען פון די מאכטפולסטע מלוכות; דער ארץ ישראל מיט וועלכן מארי האט געפירט געשעפטן זענען שוין געווען איינגענומען דורך די אידן און די נעמען פון די שטעט זענען במילא געווען די וואס דערמאנט אין נ"ך; און מצרים, וועלכע האט זיך נאכנישט באוויזן צוריקצוכאפן נאך די קאטאסטראפעס וואס האבן איר באטראפן אין דער תקופה פון יציאת מצרים מיט א 50-40 יאר פריער, נאכנישט באוויזן צוזיך צו קומען האט טאקע נישט געהאט קיין גרויס איינפלוס איבער יענעם ראיאן.
וויבאלד זימרילים איז געווען א בן דור פון חמורבי, ווערט ווידעראמאל אונטערגעשטיצט די פריערדערמאנטע דעה, אז חמורבי האט געלעבט אין דער תקופה באלד נאך דעם וואס אידן זענען אריין קיין ארץ ישראל.
די אונטערשטע שורה
די חוקי חמורבי אנטהאלט א צאל געזעצן און שטיקלעך וואס זענען זייער ענליך צו פארשידענע חוקים ומשפטים פון להבדיל בין קודש לחול די תורה.
די תקופה ווען חמורבי האט געלעבט איז באזירט אויף דער כראנאלאגיע פון די מלכי אשור.
פארשערס האבן שוין לאנג באשטעטיגט אז ביים אנהייב פון דער כראנאלאגיע איז צוגעשטעלט געווארן א צאל פיקטיווע קעניגן וואס האבן קיינמאל נישט עקזיסטירט. די איבעריגע מלכים אין דער כראנאלאגיע זענען אנגענומען געווארן אלס קראנט פשוט ווייל ס'איז נישט געווען קיין סיבה צו זאגן אנדערש – הגם ס'איז מסתבר אז שפעטערדיגע מלכי אשור האבן זיך באנוצט מיט'ן זעלבן "פאטענט" ווי זייערע אבות און אריינגעשטעלט אין דער ליסטע פיקטיווע קעניגן לויט'ן געברויך.
למעשה זענען פאראן ערנסטע קשיות און אפילו סתירות וואס לאזן נישט אננעמען אז די אפילו די שפעטערדיגע חלקים פון דער כראנאלאגיע, באזונדערס דער צווייטער דינאסטיע, זענען יא קראנט. כדי זאכן זאלן שטימען מוז מען אננעמען אז די גאנצע צווייטע דינאסטיע, פונקט ווי דעם חלק פאר דער ערשטער דינאסטיע, איז פיקטיוו און האט קיינמאל נישט עקזיסטירט. נישט נאר שטימט די היסטאריע בעסער אן דער צווייטער דינאסטיע, נאר אפילו מצד עצמה, פון די אנגעגעבענע פרטים און דאטומס, מוז מען צוקומען צו זאגן אז דער חלק איז א פאבריקאציע.
אויב עלימינירט מען די צווייפלהאפטיגע צווייטע דינאסטיע, קומט אויס אז חמורבי האט געלעבט מיט ארום 400,3 יאר צוריק – וואס קומט אויס אין דער תקופה פון יהושע און די שופטים און עטליכע צענדליג יאר נאך קבלת התורה.
זייט 68
טעקסט
דערפריידט אייך
לכבוד יום טוב
המוהא זמקו נשיםב
א שמחת תמיד וואונטשט:
מה הוא
זייט 69 ⓞ
טעקסט (OCR)
גבעטתשטי"ת)
הויפט זייט
אידישע און אלגעמיינע נייעס
מידיא ווינקל
ביזנעס וועלט
גע הםוכותעתשעעלפ;ק
זייט 70
טעקסט
אונזער שרעק פונעם עץ החיים
פלאוויוס
אין גן‐עדן, אבער אליין...
ס'איז טאקע נישט די בעסטע זאך צו רעדן וועגן פראבלעמען, אבער אמאל אמאל פאדערט עס די נשמה. סוף כל סוף האט נישט קיין זין צו פארלייקענען דעם פאקט, אז מיר זענען אפגעריסן פונעם עץ החיים, מיר זענען אפגעריסן פונעם בוים פון לעבן. נישט חלילה אינגאנצן, מיר האבן דאך א תורה, מיר האבן א גמרא, און מיר ווייסן אז דאס איז בעסער פון יעדן גאלד און זילבער. מ'טאר אבער נישט פארגעסן אז די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי גאלד און זילבער.
דאס לעבן קען גיין פיל ווייטער פון דעם, און די תורה דארף אנקומען אהין אויך. אינעם לעבן איז פאראן פרייד און טרויער, איבערראשונגען און אנטוישונגען. אין לעבן זענען פאראן ליבעס, געווינסן און פארלוסטן. הערצער וועלכע ווערן צעריסן פון בענקשאפט, און נשמות וועלכע בלוטיגן אינעם שטורעם פון דער צייט. מיר זענען איבערגליקליך אז מיר מיידן אויס די צרות פונעם פאסט‐מאדערניזם, מיר לעבן זיך אין אונזער אייגענעם צעל, אנעם דערפילן די הייסע ענערגיע וואס לויפט דורך אין דער גרויסער וועלט, אבער אזוי צי אזוי זענען מיר פארט אפגעריסן פונעם עץ החיים.
מיר גייען נישט דורך די פיינפולע יסורים וואס ס'גייען דורך די בחורים און מיידלעך וועלכע זוכן משמעות אין לעבן, וועלכע פארליבן זיך איין מאל נאכ'ן אנדערן בלויז כדי דורכצוגיין די בלוטיגע הארצווייען פון איבעררייסן באציאונגען און נאכאנאנדע בענקענישן. אין די הערצער פון די וואס "דרייען זיך" אינדרויסן איז פאראן א לאך בשעת אונזער הארץ איז אנגעפילט, געזעטיגט, און ווייסט נישט פון קיין שטורעמס. מיר זענען געשיצט און געפאנצערט. מיר זענען ארומגענומען מיט קושענעס און קאלדרעס, וועלכע זענען דיקער ווי שטאלענע מיליטערישע פאנצערס, בשעת יענע זענען אויסגעשטעלט נאקעטע צו דער ברוטאלער וועלט.
א רחמנות אויף זיי. בשעת מיר ווייסן וואס דער באשעפער וויל פון אונז, ווייסן זיי נעבעך גארנישט, זענען זיי דערפאר פארנומען מיט'ן זוכן אן א סוף. זיי פילן דעם ווייטאג פון דער נשמה מיט'ן גאנצן פלאקער, זיי טרעפן אמאל א טרייסט אינעם טונקל פון דער נאכט, און אמאל אינעם שטראל פון דער זון, זיי גייען אויס א וועלט צו באטראכטן מוזעאומס, זיי קריכן אויף בערג, לויפן צו קאנצערטן יעדן שני וחמישי, אדער צו טעאטערס וואס ווייזן פילמען, און נאך אזעלכע זאכן, בשעת מיר דארפן גארנישט מער ווי די איינע זאך, צו זיצן אין בית מדרש, דאווענען און לערנען, זיך טובל זיין און פארטרינקען א גלעזל קאווע. אונזער לעבן איז א גן‐עדן אויף דער וועלט, ווער רעדט נאך פון יענער וועלט. איך וויל נישט זיין סארקאסטיש, אבער ס'זעט אויס אז אונזער גן‐עדן לאזט זיך דערקענען נישט בלויז אין בית‐מדרש נאר אויך אין שיינע סויבארבנס וועלכע באצירן אונזערע גאסן, אין די צענדליגער קליידער וועלכע פילן אן אונזערע קליידער‐שאפעס, און בכלל אינעם אופן ווי מיר לאכן פון דער וועלט, פון די שוטים וועלכע פלאגן זיך אויף חיי שעה בשעת מיר האקן א חיי עולם. ס'קען זיין אז דאס איז דער וועג ווי מיר ווילן לעבן, אבער ס'איז א פראגע צי מיר פארשטייען דעם געוויכט דערפון. ווען מיר נעמען זיך ארום מיט אזויפיל ווענט איז די ערשטע רעזולטאט דערפון אז מיר קענען נישט דערהערן די מענטשליכע רופן וועלכע קומען פונדרויסן.
יענע ליידן אפשר פונעם עול דרך ארץ, אבער מיר זענען איינפאך אויסגעשטעקט פון דער וועלט, אין דער בחינה פון לא מעוקצך ולא מדובשך. מיר קענען נישט דערפילן דעם מענטשליכן צער וואס פילט
אן דעם יקום, ווייל ווען מיר אליין שטויסן זיך אן דערין זאגן מיר אז דאס איז "אידישע צרות..." די מענטשליכע דימענסיע קענען מיר נישט דערקענען. מיר דערקענען נישט דאס געוויין פון מענטשן וועלכע זענען פארכאפט אין קאטאסטראפעס אין ווייטע לענדער, אדער פון פארכאפטע ווייבער אין די הענט פון איסלאמישע טעראריסטן, וויבאלד די ענערגיע פון דער צייט קען זיך נישט דורכרייסן די ווענט פונעם בית מדרש, און אויב געלונגט שוין יא אמאל פאר א ווינטל זיך אריינצורייסן אין מקוה, איז עס נאר ווי א טרוקן נייעסל, וואס איר טרוקנקייט שרייט קעגן אונז מיט טויזנט קולות ביז זי פארטויבט אונז אינגאנצן.
ס'קען זיין אז פאר אזעלכע אפגעהיטענע אידן ווי אונז איז נישטא קיין גיהנם, אבער די פראגע איז ווי דער גן‐עדן וועט אויסזען. אין די גוטע ספרים שטייט געשריבן אז אין גן‐עדן קומען אן נאר יענע וועלכע גייען פריער דורך דעם גיהנם במשך א תקופה, אבער אזא גן‐עדן ווי אונזערס וועט פארבלייבן א נהמא דכסופא, א גן‐עדן אן קיין השגות, מיט א פארשטאנד אין רוחניות וואס קוקט דורך א מטושטש'דיגער אספקלריא, אין פארעם פון א דיקער מחיצה וואס איז געצילט צו באשיצן פון דער געטליכער מאניפעסטאציע אין דעם עולם היצירה. *** דער הונגער פון אונזער אייגענער נשמה ס'איז מעגליך אז מיר זענען טאקע פארהיטן פונעם שטורעם וואס דער פאסט‐מאדערניזם האט געברענגט מיט זיך )אויב מיר זענען טאקע פארהיטן פון דעם...( אבער דאס וואס מיר האבן אויסגעשטעלט אונזער לעבן ווי א רעאקציע צו די שטורמען פון דער דרויסנדיגער וועלט באדייט אז אין א געוויסן זין נעמען מיר פארט אנטייל אין די מהפכות פונעם "דרויסן". נאך מער, אונזער פחד פונעם מאדערניזם איז אייגנטליך דער זעלבער פחד וואס טרייבט די כוחות פונעם פאסט‐מאדערניזם. מיר ביידע רעאגירן צו די ענדערונגען פון די לעצטע צוויי הונדערט יאר נאר מיר ווייסן נישט וויאזוי צו רעאגירן דערצו אמבעסטן.
וואס האבן מיר פארדינט דערפון? אז מיר האבן זיך אפגעריסן נישט בלויז פון אנדערע מענטשן, נאר אויך פון אנדערע אידן, און נישט בלויז פון אנדערע אידן נאר אויך פון זיך אליין. מיר האבן זיך אייגנטליך נישט בלויז אפגעריסן פון "מענטשן" נאר פונעם סאמע "לעבן". מיר ווייסן מער נישט וויאזוי צו וויינען אדער לאכן אויף זאכן וואס פאסירן מיט אונז אליין, אלץ כדי צו גיין פארקערט פון דער דרויסנדיגער וועלט וועלכע איז "אולטרא‐רעאקטיוו" צו זאכן וואס פאסירן אין לעבן. אויב יענע מאכן פון יעדער טראגעדיע א גאנצן יום‐ אבל און פון יעדער שמחה א גאנצע פייערונג, וועלן מיר אויף להכעיס בלייבן שטום און נישט פילן גארנישט. מאדערנע אידן דרוקן אויס דעם אידישן טרויער אינעם ליד, אבער מיר ווייסן נישט וועגן אזעלכע לידער צו זאגן – אויסער די אפיציעלע פיוטים פונעם דאווענען אדער פארצייטישע קינות. ניטאמאל פארמאגן מיר אן אינדיווידועלן טרער פאר זיך אליין, מיר פארמאגן נישט קיין לידער וואס זאלן אויסדרוקן אונזער פערזענליכן צער ווען מיר מוטשען זיך מיט ארעמקייט, מיט א פארלוסט אין דער משפחה, מיט א גט, אדער ביי סיי וועלכן ריס וואס מאכט זיך חלילה אין דער משפחה, ווייל אונזערע לידער זענען נאר געמאכט פון פסוקים. א ליד אויף מאמע‐לשון איז העכסטנס פאר ווייבער און קינדער, תפילה'דיג, געווייקט אין פסוקים, אז ס'זאל חלילה נישט אויסקוקן ווי דאס וויינען איז צו מענטשליך.
מיר האבן פארלוירן דעם צוטריט צו אונזער אייגענער נשמה, וועלכע איז געווארן א מעכאנישע אינסטרומענט אין א פארגליווערטן קערפער. מיר וועלן זיך קעגנשטעלן יעדן שינוי וואס וועט פארקומען אין אונזער קהילה, אדער אין אונזער פאלק, נישט וויבאלד דער שינוי גופא איז שלעכט נאר וויבאלד ס'פעלט די נשמה וועלכע זאל קענען ארויסשלעפן דעם מענטש פונעם פאראליזירנדן סטאטוס קווא. היות מיר זענען סוף כל סוף מענטשן, איז נישט קיין ספק אז די נשמה שרייט ערגעץ טיף פון אירע יסורים, פונקט ווי זי שרייט ביי אלע מענטשן אין דער וועלט, נאר היות מיר האבן פארלוירן דעם צוטריט
זייט 71
טעקסט
צו אונזער אייגענעם פינטעלע מענטש, האבן מיר ממילא פארלוירן יעדע פארבינדונג מיט סיי וועלכן מענטשליכן אדער אידישן ענין. זייט מיר מוחל אויב איך עפן אויף באהאלטענע וואונדן ביי וועמען ס'זאל נישט זיין, איך בין נישט קיין חסיד פון שרייבן זאכן וועלכע זאלן גורם זיין אומרואיגקייט ביי מענטשן, אבער איך מיין אז ס'איז אונזער פליכט – נישט צו ענדערן אונזער לעבנסשטייגער – נאר צו ענדערן אונזער צוגאנג צום לעבן. מיר מעגן בלייבן געטריי פאר דעם אויסערליכן סטאטוס קווא, אבער מיר מוזן אנהייבן אנטוויקלען א געפיל צום לעבן, וואס זאל זיין דירעקט, אמת'דיג און נאטירליך. מיר מעגן זינגען, מיר מעגן שפרינגען, מיר מעגן ליב האבן, און מיר מעגן וויינען. נאכדעם וואס מיר וועלן צוריקקומען צו זיך אליין, וועלן מיר ממילא אנהייבן צוריקקומען צו אונזער פאלק, און מיר וועלן צוביסלעך זיך פאראייניגן מיט דעם אלגעמיינעם מענטשליכן טרער.
וואס איז דען א טרער וואס דער מענטש לאזט אראפ פון זיין אויג? כאטש וויפיל ייאוש ס'קען ליגן אין א טרער איז עס נאך אלץ א סימן פון לעבן. נאך די הונדערט און צוואנציג וויינט מען מער נישט, און א מענטש וואס ליגט אין א לעבעדיגן קבר, אפגעריסן פון מענטשליכע סענטימענטן, פארלירט אויך דעם וועג צום טרער. ווען דער מענטש פארלירט זיין מעגליכקייט צו וויינען איז ער א גרעסערער רחמנות פון דעם וואס וויינט. דער טרער איז אן אויסדרוק פון נשמה, אן אויסדרוק פון חיות, און סוף כל סוף טראגט יעדער טרער מיט זיך א האפענונג פאר א בעסערן עתיד. מיר טארן נישט אנטלויפן פון זיך אליין, ווייל אין א הארץ וואו מיר קענען זיך אליין נישט אקצעפטירן איז נישטא קיין פלאץ פאר קיינעם. מיר מוזן ליב האבן דאס לעבן אהבת נפש, ווייל "ואהבת לו כמוך" קען נישט עקזיסטירן אין א וועלט וואו ס'עקזיסטירט נישט קיין "כמוך". מיר מוזן שעצן לעבן, ארויסהייבן די וואס שעצן עס, און אנערקענען אז מיר טראגן אלע איין און דעם זעלבן עול, און ס'איז פיל גרינגער עס צו שלעפן אינאיינעם. ס'איז נישט קיין פראגע פון הומאניזם, ס'איז נישט קיין פראגע פון ליבעראליזם, נאר א פראגע פון אויפהערן איבערלעבן און אנהייבן לעבן.
מי יתן כל עם ה' נביאים
לאמיר נישט אריינגיין אין פילאזאפישע ויכוחים איבער דעם ציל פון שלעכטס אויף דער וועלט, ווייל מיר וועלן עס סיי ווי נישט קענען לעזן. יעדער קען אויפברענגען השערות, אבער זיי בלייבן השערות. דער עיקר איז אז סיי דער פרייד און סיי דער טרויער זענען דא, און זיי פארמירן די רעאליטעט פונעם מענטש. כדי צו דערפילן דעם אלגעמיינעם מענטשליכן פולס, אין צייטן פון טרויער ווי אין צייטן פון פרייד, דארפן מיר נישט בהכרח באקענען דעם לעבנסשטייגער פון יעדער קולטור, אבער מיר דארפן כאטש עפענען א קליינטשיגן סוויטש אין קאפ וואס זאל ארויסווייזן גרייטקייט אריינצונעמען דאס קול וואס קומט פונדרויסן, אזוי ווי ס'איז, אן קיין פירוש רש"י'ס. יעדער פאעט וואס איז בכח אויסצודרוקן זיינע פערזענליכע געפילן האט בהכרח געמוזט הערן וויאזוי אנדערע פאעטן טוען דאס, און דערמיט האט ער געעפנט זיינע אויערן צו אנדערע אינדיווידועלן, פון אנדערע גרופעס און אנדערע פעלקער. דאס הייסט אז ווי מער דער מענטש לייגט צו אן אויער, ווערט זיין אינערליכער קאמפוס מער ראפינירט און מער צום פונקט. דער פשוט'ער מענטש אין אונזער צייט האט די מעגליכקייטן צו דערגרייכן א מאראלישע הייך וואס דער דורכשניטליכער מענטש פונעם מיטלאלטער האט נישט געקענט דערגרייכן, מיט'ן בעסטן ווילן. דאס הייסט נישט אז די היינטיגע געזעלשאפט בכלליות שפאנט אין א גוטער ריכטונג ביי יעדן טריט וואס זי נעמט, נאר דאס הייסט אז אינדיווידועלן קענען היינט זיין בעסערע מענטשן ווי אמאל.
מיר אלע דארפן זיין פאעטן. אויב מיר קענען עס נישט אויסדרוקן אין שריפט, מוזן מיר כאטש לאזן די ווערטער קלינגען אויף אונזער נשמה. די אלגעמיינע גאס פארמאגט א געוויסן פאעטישן אונטערטאן,
וועלכע דערקענט זיך אין די דעמאנסטראציעס וואס מענטשן מאכן אויף די גאסן, די מחאות קעגן אומרעכטן אין די ארבע כנפות הארץ, און אין דעם אומ'פשרה'דיגן אקטיוויזם וואס נעמט ארום גרויסע טיילן פון דער געזעלשאפט. נאכאמאל, ס'קען זיין אז די געזעלשאפט ווי א כלל איז זיך טועה מיט אירע החלטות, אבער ווייניגסטנס איז קלאר אז די ווינט וואס שטופט מענטשן ארויסצוגיין קעמפן איז אן אידעאליזם – וואס נאר פאעטן זענען דערמיט געבענטשט.
כאטש ס'קען קיינער נישט היילן די וואונדן פון דער מענטשהייט, ס'וועלן שטענדיג זיין פראבלעמען און צרות ביז די אוטאפישע אחרית הימים וועט פארווירקליכט ווערן, דאך איז אינעם בלויזן קרעכץ פאראן אן אומשאצבארער ערך, ווייל פון דעם אליין שרייט ארויס דער ענערגישער דראנג פון דער אייביג‐יונגער מענטשהייט וועלכע וויל נישט אויפגעבן, די נצחיות'דיגע שטרעבונג צו עפעס בעסערס, נישט משלים צו זיין מיט דעם אופן ווי די וועלט איז, און קיינמאל נישט אויפגעבן דעם קאמף פאר'ן מארגן. מיר קענען לאכן פונעם סאציאליזם, אבער יענע זענען געגאנגען אין פייער פאר א צוועק וואס איז העכער פון זיי, בשעת מיר זענען אויף דעם נישט גרייט.
דער ציל אין לעבן איז נישט צו דערגרייכן, נאר צו שטרעבן. די מאסן קברים וואס זענען פארזייט געווארן צוליב די נאבעלע געדאנקען וואס יענע האבן מיט זיך געטראגן, די אומצאליגע לעבנס וואס זענען פארשניטן געווארן צוליב זייער אויפריכטיגן גלויבן אין א בעסערן מארגן, זענען איבערגעהאקט געווארן אינמיטן אן ארבעט וואס האט אפשר נישט געקענט פארווירקליכט ווערן, אבער זיי פארבלייבן אן עדות אויף דער העראאישקייט פונעם מענטש, זיין אייביגן גלויבן, וואס איז שטערקער פון מאטעריעלע טאג‐טעגליכע פארביילויפיגע פארדינסטן. ס'איז נישט קיין חכמה צו לאכן פון גיבורים, נאר צו בייגן דעם קאפ פאר זיי מיט א הייליגן ציטער.
ס'איז אמת אז די אידעאלאגיעס פונעם לעצטן יאר‐הונדערט האבן עווענטועל געברענגט חורבן, און דערפאר זענען מענטשן היינט צוטאגס מער סקעפטיש ווי סיי ווען אין דער פארגאנגענהייט, אבער דער חשד מיט וועלכן מיר קוקן קעגן דער דרויסנדיגער וועלט איז אייגנטליך דער זעלבער חשד מיט וואס די דרויסנדיגע וועלט קוקט קעגן זיך אליין. מענטשן זענען נישט זיכער צי דער מענטשליכער מין איז א ברכה אדער א קללה. מיר אליין האבן באשלאסן זיך דורכ'ן דערקלערן זיך אליין אויף דער גוטער זייט קעגן א וועלט פון )equation( " ארויסצולאזן פונעם "עקוועיזשן שלעכטס, אבער די גוטע מענטשן דארט אינדרויסן טוען נישט אזוי, און ס'איז א פראגע צי אונזער מהלך איז לאגיש, ווייל אפשטויסן די מענטשהייט פראדוצירט נישט בהכרח בעסערע מענטשן.
ואכל מן העץ וחי לעולם
ווי געזאגט איז עס נישט אזוי ווייט א פראגע פון באציאונג כלפי אנדערע, ווי א פראגע פונעם אייגענעם לעבן. אן עלטערע קאטוילישע פרוי וועמען כ'האב לעצטנס באגעגנט אינגאנצן צופעליג האט מיר געזאגט, "מיר אלע ווילן אז דאס לעבן זאל שיינען צו אונז מיט ליבשאפט, אבער מענטשן פארשטייען נישט אז די טבע איז אז אלעס קלעבט זיך צו זאכן וואס זענען ענליך צו זיי. א מענטש וואס דרייט זיך ארום אין ביטערניש קעגן א האלבער וועלט קען נישט ערווארטן אז די וועלט זאל שיינען צו אים, ווייל די ליבליכע מענטשן שטויסן זיך פשוט אפ פון אים." איר אנווייזונג איז מיר אריין אין קאפ: "האב ליב די וועלט, וועסטו זען אז דיין לעבן וועט ווערן ליבליך."
דאס מיינט נישט אז מ'דארף פרעדיגן נייע שיטות, דאס מיינט נישט אז מ'דארף עפענען א רעוואלוציע, נאר דאס מיינט אז מ'דארף אריינאטעמען טיף און אנהייבן פילן ווי א מענטש. מיר זענען נישט קיין מלאכים, מיר מעגן ליב האבן, מיר מעגן בענקען, מיר מעגן זיך פרייען, לאכן און טאנצן, פונקט ווי מיר מעגן טרויערן און וויינען. אונזערע לידער מוזן נישט זיין דורכגענעצט מיט פסוקים און מדרשים,
זייט 72
טעקסט
נאר פונקט ווי די שירים פונעם תנ"ך גופא מעגן זיי אויסדרוקן א פערזענליכע נבואה פון אונזער הארץ, כאטש ווי קליין און נישטיג מיר זענען. מיר מעגן חלומ'ען הויך, מיר מעגן אויסדרוקן האפענונגען, און מיר מעגן טראכטן ווייט.
כדי צו קענען צוריקבאקומען דעם רויטן פארב אין די בעקעלעך, כדי איינצוהאנדלען א פרישע לעבנסלוסט אין אונזער קערפער, ווי אן ארגאן וואס לעבט און אטעמט, דארפן מיר אדאפטירן א נאטירליכן צוגאנג צום לעבן, צו דער תורה און צו אידישקייט. דאס אנטוויקלען א פאזיטיווער צוגאנג צו א גאנצער וועלט, אפילו אויב מיר ווילן נישט באקענען זייער לעבן פערזענליך, וועט אונז ערמעגליכן צו דערקענען די געמיינזאמע קולות וואס די גאנצע מענטשהייט פארמאגט, און מיר וועלן צוביסלעך אדאפטירן אן ענליכע ספאנטאנישע אויפריכטיגקייט כלפי זיך אליין אויך, דורכ'ן ווערן נענטער צו דעם פינטעלע מענטש וואס רוט אין יעדן איינעם פון אונז. לאמיר טרעפן א נייעם טייטש אין די טראפנס רעגן, לאמיר טרעפן א נייעם באדייט אין די וואלקן אין הימל, אין די ביימער און גראזן וואס פילן אן די וועלט. שלמה המלך האט געזאגט "השמים ושמי השמים לא יכלכלוך ואף כי הבית הזה." אפילו די סאמע הייליגסטע זאכן קענען נישט באגרעניצן די שכינה וועלכע בלייבט נישט זיצן אויף איין פלאץ. דאס בית המקדש דארף זיין אונזער שפרונג‐ברעטל, דער אנהויב פונקט, אבער פונעם קדשי קדשים גייט ארויס דער אבן השתייה וועלכע גיסט זיך איבער ווייטער אויף דער גאנצער וועלט.
דורך איש עברי
פלאוויוס געבענטשט זאל זיין דיין פעדער, דיינע ווערטער פלאקערן זיי ציפען זיי ברענען און פאדערן, עס דערמאנט דעם לעצטן נביא רבי אברהם יהושע העשיל מיט איר ברען און אויפריכטיגקייט.
עס דערמאנט אונז אז די מויערן וואס מיר האבן געבויט אונז צו שיצן פון בייזע ווינטן זענען ארויס פון יעדע פראפארציע, די הר וואס מיר האבן כופה געווען כגיגית איז געבליבן אונזער קבר, פון א פאלק וואס האט געטראגן א פאקל אין די פינסטערקייט פון די היסטאריע, א פאקל פון צדק און חסד, זענען מיר פארוואנדלט געווארן אין א פארמאכטע דערשראקענע געזעלשאפט וואס אנטלויפט פון די אייגענע שאטן.
די פאלק פון די נביאים וואס האבן געשטורעמט און קריטיקירט געפאדערט און גערופן צו תיקון עולם, זענען מיר טראנספארמירט געווארן אין א געמיינדע וואס איר ציל איז בלויז צו האלטן פעסט א אויסגעדראשענע סאציאלע סטרוקטור און פארזיכערען אז די זון שיינט נישט דורך די מויערן פון די תפיסה וואס מיר האבן זיך אליינס געבויט.
עס איז טרויעריג אז דווקא אין א תקופה אויף וועלכע די נביאים האבן געזאגט לא רעב ללחם ולא צמא למים, ווען די גאנצע וועלט איז רייף צו הערן דעם דבר ה' אשר בידי בניו הנביאים, ווען כלל ישראל וואלט געדארפט זיין א אור לגויים און אנצינדן א אוניווערסאלע ליכט אין די אומזיכערע וועלט, דווקא אין די תקופה האט כנסת ישראל איינגענומען א טיפע דרימל און פארלאשן די קאלעקטיווע ברען לתקן עולם במלכות שדי און די אנטוויקלטע חוש הצדק וואס האט געפלאקערט אין כלל ישראל לאורך הדורות.
דורך רויטע וואנצעס
נישט באמערקט דעם ארטיקל. ייש"כ @געוואלדיג פאר'ן מראה מקום. די ווערטער @פלאוויוס שטעלט דא צאם, וויינט, רעדט און מאנט אז אונזער געזעהלשאפט וואס איז א גוף אן קיין נשמה, זאל זיך איינס אנקליידן. די סקעלעטאן וואס רופט זיך היימישע ציבור, זאל זיך אנקליידן מיט מחשבה אוןמרגש, ווי איידער טושלענט און קוגל. די ווערטער לאזן איבער א טעם פון א שרייבער וואס לעבט און אטעמט א לעבן פון מחשבה און רגש, ווי אויך האפענונג אויף א ליכטיגער
די ווערטער האט מיר צוטרייסעלט ביז טרערן. איך פרעזענדליך אלס א היפש אימעשינאל מענטש, פלעגט אמאל פילן אומעטיג און פארלוירן אן ווערטער אדער כלי מחשבה צו באהאנדלן מיינע שטורעמישע געפילן. די מתנה פון אפענקייט האט מיר געשאנקן שורות פון רויע געפיהל, וואס נאר מחשבה ארויס פון באקס קען געבוירן. ס'איז אבער שווער ווען ס'איז נישט דא מיט וועם צו טיילן, ווען אלע ארום דיר פארשטייען נישט צו וואס די ווייזט און מיינסט. קאווע שטיבל איז אבער א בערזע פאר די סארט רויע, ווייטאגליכע, פרייליכע און צומאל אפילו נארישע געפיהלן, וואס לויפן פון קיובארד אומעטיג און ווילד, צו זייער ציהל פון שלימות און תיקון אויפן אינטערנעט.
דורך יאיר
הייליגע און פאעטישע רייד, פלאוויוס.
איך וואלט געוואלט דו זאלסט אביסל מער מרחיב זיין איבער דיין וואונטש פון 'מי יתן והיה כל העם נביאים'. ווי דו ביסט מודה אין דעם הערליכן מאמר איז דער לעבן פון א 'נביא' גארנישט קיין מוציא מיט האניג. ווי אזוי קען מען נאך האפן אז מער מענטשן זאלן אנטיילנעמען אין דער אנגסט פון דעם נביא; אין דער פיין פון זיין נשמה? אויב אונזערע חכמים האבן פארשטאנען אז טוב לו לאדם שלא נברא משנברא, איז דען נישט א קל וחומר אז טוב לו לאדם שלא ניבא משניבא? ווי אזוי קענסטו פארזיכערן אז דער חרדי וועלכער לעבט א פארשלאסענער לעבן ‐ פארשלאסן פון זיך און פון דער וועלט ‐ וועט זיך נישט באגעגענען מיט דעם שווארצן לאך פון עקזיסטענץ וואס וועט אים אריינציען און האלטן פאארשמאכט צו אירע אייזערנע קלאמערן אויף אייביג? וואספארא גאראנטיע גיבסטו דעם נאאיוון תלמיד חכם אז עס לוינט זיך אריינצוגיין אין דעם פרדס אויף דעם שוואכן שאנס אז ער פארמאגט די אויסערגעווענליכע כוחות פון רבי עקיבא און ער וועט ארויסגיין בשלום? און אויב ער וועט נישט ארויסגיין בשלום, האט זיך עס דען געלוינט?
אגב, פארשטיי איך נישט פארוואס דו האסט אויסגעוועלט דעם עץ החיים פאר דעם טיטל. מיר דוכט זיך אז פון דעם עץ החיים האבן מיר שוין פיין טועם געווען. דו רעדסט זיך אפ אויף דעם מאנגל אין פירות פון דעם עץ הדעת.
דורך מפוזרי
ס'איז הארץ רירענד און נשמה ערוועקנד דיין פלאמיגע און אויפטרייסלענדע געפילן פון באגייסטערונג איבער די לעבעדיגע בוים אונטער וועמענס שאטן ס'בליעט אן אויפגעוועקטער וועלט און נאר אונז אידעלעך באהאלטן זיך פון איר ווי פון דער נחש הקדמוני.
אבער ליידער איז עס א בארעכטיגטער שרעק. אונז אידן האבן שוין נישט נאר געוויילט אין איר שאטן נאר אויך געגעסן פון איר פרוכט, אבער ס'האט אונז נישט געטויגט.
אין די אלע שטורמעשע אנטוויקלונגען וואס דו שילדערסט אזוי פאעטיש, זענען מיר געווען די חוד החנית. די קברים זענען פול געווארן פון אונזערע העלדן. און וואס האט די וועלט אונז באצאלט? ‐ יא, די לעבעדיגע אויפגעוועקטע וועלט ‐ מיט נאך קברים.
אויך היינט לעבט די וועלט מיט סאציאלער פראטעסטן, אבער קעגן וועם? יא, ווידער דעם אפגעריסענעם איד. ס'איז שיין די בוים און זיס, אבער נישט פאר דעם איד. מיר קענען עס נאר באטראכטען פון דערווייטענס מיט בענקעניש.
פלאוויוס טייערער; האסט עס שוין אליינס שיין אויסגעשמועסט אין אן אשכול.
זייט 73
טעקסט
דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן
זייט 74
טעקסט
דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן
זייט 75
טעקסט
-א לעבן בדיעבד.
בר כוכבא
אויב מען קען זיך פאר א רגע'לע ארויסרייסן פונעם הרגל החיים און אנקוקן די קולטור אין וועלכער מיר לעבן, טרעפט מען זיך מיט א מאדנעם, טראגי-קאמישן מהלך. אלעס וואס מיר טוען און טראכטן איז אוועקגעשטעלט אויף א יסוד איתן פון "בדיעבד". מען ווערט געבוירן בדיעבד, מען לעבט בדיעבד, מ'האט חתונה בדיעבד, מ'ארבעט בדיעבד, מ'דאוונט בדיעבד, מ'עסט בדיעבד, מ'לאכט בדיעבד און מען וויינט שטילערהייט, אויך בדיעבד.
חתונה האט מען צוליב צוויי סיבות. די ערשטע און פארמעלע: אויפצושטעלן אידישע דורות. די צווייטע און מער אמת'ע: ווייל אזוי טוט מען – אזוי טוט יעדער. ווער וויל דען זיין אנדערש ווי יעדן?
שטעלט מען צוזאמען מעכל'ן מיט רעכל'ן און אזוי לאנג ווי די עלטער-באבע איז אהערגעקומען פון אונגארן, פוילן אדער גאליציע און נישט פון רוסלאנד אדער ארגענטינע, איז עס א גוטער שידוך און מ'קען גיין ברעכן טעלער. אויב איז פאראן א "פראבלעם" מיטן בחור, מיידל אדער ערגעץ וואו פארווארפן אין דער משפחה, פארקירצט מען דעם יאר און מ'שטעלט צוזאמען תזריע און מצורע, און ווייטער א פאסיגער שידוך. אז דער בחור איז אין ישיבה און דאס מיידל קען הלכות מליחה און פארשטייט דעם חומר הענין פון פארבן דאס פנים, איז די זאך ווי געגאסן.
דער פאקט וואס סיי דער בחור און סיי דאס מיידל זענען )אויסער מעבל אינעם שוי-פענסטער פון א געזעלשאפט וואו א יחיד פארנעמט אזויפיל מקום ווי ערגעץ אנדערש א מילב( אויך מענטשן מיט רצונות, געפילן, מידות און נטיות איז בכלל נישט נוגע לעצם הענין. מען וועט דאס פארל אריינווארפן אין א לעכל ערגעץ וואו אין די שמאלע, איבערוואגיגע גאסן פון ירושלים דאמעריקע, און זיי וועלן זיך שוין אויסקומען. כ'מיין, זיי גייען דאך צו די חתן און כלה שיעורים פאר א סיבה, נישט אזוי?
דער עיקר איז, אז מ'זאל זוכה זיין צו זיין א סך נחת, ס'זאל זיין א קשר של קיימא און א בנין עדי עד! אוודאי א קשר; ווען מען צווינגט צוזאמען צוויי היפוכים בלי שום טעם וחשבון נויטיגט זיך דער "קיימא" טאקע אין א פעסטן קשר וואס זאל צוזאמהאלטן די צוויי באונס וכפייה. אז נישט, וואס וועט די גאס זאגן? און די גאס, ווייסן מיר א כלל, פארנעמט דאס ערשטע פלאץ אין יעדער החלטה. דאס מציאות למעשה איז שוין א צווייטע זאך. מ'קען דאך נישט נעמען אין חשבון יעדן נארישן פרט!
אזוי האט מען חתונה – די וויכטיגסטע געשעעניש אין א מענטשנס לעבן – לכתחילה אויף אן אופן פון בדיעבד גמור.
פון חתונה האבן בדיעבד פאלט מען תיכף לברכה שחיטה אריין אינעם נעקסטן, לעבנס-לאנגען בדיעבד. דאס פארל ווערט אריינגעקוועטשט אין א כמו אכסדרה, וואס ווערט ווייטער צעטיילט אין א קאך, שלאף-צימער, און בעסקיסע – יעדע פון די אפטיילונגען גענוג גרויס צו דינען אלס שפייז שפייכלערס פאר מייז און מוראשקעס. פארן זכות פון וואוינען אין ווענט און נישט אויף דער גאס צאלט מען איין א חודש'ליכן פרייז וואס קיינער אין דער וועלט, אפילו מיט די עלעמענטארע קענטעניסן וואס פארלאנגען זיך אין דער ביזנעס וועלט, פארדינט נישט. אונזער יונגערמאן קען אפילו דאס אויך נישט און דאס ווייבל מוטשעט זיך אויס די נשמה אהיימצוברענגען א מאגערן טשעקל, וואס וועט אין בעסטן פאל מיט די לעצטע כוחות קלעקן אויפן רענט און בילס. )אויף מאנסי זאלסטו נישט חלומ'ען צו מופן, ווייל די עלטערן, וועמען דער "מידלייף קריזיס" האלט אינמיטן
אויפוועקן פונעם בדיעבד-שלאף, האבן מורא זיך אויפאמאל צו טרעפן מיט זיך אליין(.
אזוי פאלן מיר לכתחילה אריין אינעם ערשטן מקום מנוחה פון לעבן אויף א יסוד פון בדיעבד שבדיעבד.
פון דארט פאלט מען אריין אינעם אחריות וואס פארלאנגט זיך פון א טאטע-מאמע, וואס גייט ווייטער באופן בדיעבד למהדרין מן המהדרין. מילא דאס ווייבל, זי האט דאך שוין געארבעט אלס מיידל און האט מסתמא שוין באוויזן אויפצוכאפן דעם אלף בית פון פאראנטווארטליכקייט. דער יונגערמאן קומט דאך אבער פון 20-19 יאר פארן על מי מנוחות, אן קיין שום דאגה פון גארנישט אויסער נישט מאכן צופיל גערודער און זיך נישט באווייזן אויף דער גאס בשעה שבני אדם נמצאים שם. ער האט קיינמאל גארנישט געדארפט דורכפירן, משיג'ט נישט וואס טראגן אחריות מיינט, און פון אייגענער ערפארונג ווייסט ער אז מ'דארף דורכשטופן די צייט ביזן אויסגעלייזט ווערן. ער ווייסט גארנישט, אבער דערווייל שטעלט ער יערליך צו נחת'לעך פאר זיידע-באבע. די הוצאות וואקסן דערווייל מיטן זעלבן אימפעט ווי פריער די לאנגווייליגקייט אין ישיבה, און דער יונגערמאן לערנט זיך שנעל אויס אז דאס פשוט'ע טאג טעגליכע לעבן איז אויך נישט מער ווי א בדיעבד און מען דארף פשוט טרעפן א וועג בדיעבד דאס געשעפט דורכצושטופן.
די קינדער וואקסן אונטער און גייען אין בית חינוך, דעם זעלבן וואס האט די עלטערן פריער גארנישט צוגעשטעלט און נאך ווייניגער אויסגעלערנט, בדיעבד. די עלטערן לערנען זיך אויס מיטשפילן דאס עסק בדיעבד און לעבן און טאן וואס מ'האט צו טאן בדיעבד, אונטער דעם אויבערשטן לכתחילה'דיגן שיכט תקנות וואס קלעבן סיי צו מסורה און השקפה, סיי צום מציאות החיים אזוי לכתחילה'דיג גוט ווי ערנסט עמיצער נעמט זיי אויף.
די היימישע ישיבה וועלט, באקאנט מיט איר הויכן ניווא פון לימוד און חינוך, איז זייער איבערקלייבעריש מיטן אננעמען תלמידים – און מיטן פולסטן רעכט! ווייל קוק אהער: ווען די ישיבות וואלטן געווען סתם בנינים אנגעפולט מיט בחורים וואס ווארטן זיך ארויסצוזען פון דארט, החרשתי. למעשה לערנען אונזערע קינדער זיך דארט אויס חוץ א פאך אויך תורה, יראת שמים און מידות טובות, יא? נו, קען מען דאך נישט סתם אננעמען כאפ לאפ אין דער וועלט אריין.
ווארפט מען די קינדער אריין אין דער ערשטער ישיבה וואס איז וויליג זיי אנצונעמען, ווידעראמאל נאר בדיעבד, נאכן זיך איינבעטן ביי די מומחים אין חכמת מה יאמרו הבריות, און מ'האפט אויפן בעסטן אז דער בחור זאל דורכמאכן די בדיעבד'דיגע בחורישע יארן און ארויסקומען פון דארט בדיעבד בשלום, גענוג אז ער זאל נישט אונטערהייבן די לכתחילה'דיגע ברעמען ביי דער מלא בדיעבד גאס. ביז די קינדער קומען בשטומ"צ אן צו יענעם יארגאנג ווען מען טרעט ארויס פון די בדיעבד'דיגע ישיבה-יארן און אריין אינעם בדיעבד'דיגן שידוכים פעלד.
אזוי ווערן מיר געבוירן בדיעבד, לעבן בדיעבד, כאפן א דאווענען און א פרישטאג בדיעבד און געבן זיך אן עצה מיט אלערליי שוועריגקייט בדיעבד.
עס פילט זיך עפעס אז איידער מען שיקט פון הימל אראפ א נשמה צו אונזער געזעלשאפט גיט מען איר אויך אזא בדיעבד'דיגן שטופ מיטן אקסל, אזוי צו זאגן: נו גיי שוין בדיעבד לעולם שכולו בדיעבד. א גוט, געבענטשט יאר - לכתחילה!
זייט 76
טעקסט
דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן
דורך שמערל
אך וואס ווייסן די היינטיגע אינגעלייט, דער רבי זיכרוינעלבראכע איז נאר געפארן קיין שעראן ספרינגס אין די געזונטע יארן, ווען זריעל מיט מאיר דייטשן האבן נאכנישט משמש געווען.
איי ס'איז אויס וועלט
דורך ברסלבער
זייער גוט אראפגעלייגט, . ממש דברים כהוויתן.
איך בין געווען היינט ביים ציון אין קר"י. מיין געשמאק ביים ציון איז צו שטיין צווישן אזויפיל טויזנטער אידן וואס גיסן זיך אויס זייער פעקל צרות פאר'ן אייבערשטן. עס רעדט זיך גאר אנדערש צום אייבערשטן, ווען מען איז ארומגענומען מיט אזא סביבה.
אויפ'ן וועג אהיים האב איך געגעבן א היטש פאר א איד אשר ידע את יוסף, און קומענדיג אין שטיבל זע איך זיינע ווערטער מער ווייניגער אפגעשריבן אין דעם אשכול.
עס איז ממש אזוי. די אידן האבן זיך נאכנישט געטרייסט. אדער איז עס ווי יענער האט געזאגט "ער האט נישט קיין קשיות, ער האט תירוצים". אז דער רבי ז"ל איז שוין נישטא, און עס איז מער גארנישט דא היינט, אזא שוואכער דור, נו, וואס קען מען שוין פארלאנגען? ברויך מען טאקע גארנישט טון מער.
דורך שעפטל
עס איז געוואלדיג ארויסגעברענגט געווארן. איך בין גראדע מחולק מיט אפאר פון דא אז די אידן האבן פשוט קיינמאל נישט רעקאווערט. זיי האבן קוים געהאט פון וואס צו ריקאווערן, זיי האבן פלעין אויסגעניצט יענע מינוט פאר אייגענע הנאות אויף די שפעטערע יארן...
יא, ס'איז אמת אז ס'איז געווען א ווייטאג יענעם ביטערן זינטאג, איך וואלט עס אפשר אפילו אדורך געלאזט אז 2/1 יאר, האבן זייי טאקע נישט מ'זאל עס רופן "שאק", טראץ דעם וואס די רבי איז נישט געזינט געווען 11 געטראכט אז דער יום המר והנמהר גייט איין טאג אנקומען? פון די אנדערע זייט, ניין! זיי האבן אפשר געוויסט אז ס'גייט זיין, אבער נישט אריינגעטראכט דערין )חוץ די פאר לצים, און שטוב מענטשן וואס האבן שוין געוועבט זייערע פלענער פון יענע שבת
זייט 77
טעקסט
שקלים תש‐כח...( און האבן נישט געוואלט טראכטן וואס ס'גייט זיין. אבער ממש אז מ'האט געמיינט אז דאס איז עס?? דאס איז איבערגעטריבן! ס'איז פשוט א מענטעלעטי וואס מענטשן האבן, און אסאך מאל גרופעסווייז איז עס מער אינטערסאנטער צו קענען מאכן א מצב פון א זאך וואס יענער קען נישט.
קיינער פון די אידן וואס זענען געווען ביום כוא"ב אין קרית יואל וואלטן דיר נישט איבערגעשריבן זיין הויז אויף דיין נאמען, ווייל די וועלט גייט סייווי אונטער... יעדער מיט א ביזנעס האט געוויסט יענעם זינטאג פונקטליך וויפיל און וואספארא סחורה עס דארף געשיקט ווערן מאנטאג צופרי נאכן "זין אויפשיין"... יא ס'איז געווען ביטער, ס'האט געהערשט א צוקלאפעניש, א צומישעניש, א פארלוירענקייט, אבער מער אין אזא געפיל פון וואס גייט "דא" זיין ווייטער, און "דא" מיין איך מיטן קהילה, מוסדות, ווען איך וועל האבן א צרה ביי וועם וועל איך מיך קוויטלן??, דעצאול, נישט איבער סתם טאג טעגליכן לעבן!
די גרעסטע ראי' דערצו איז, אז רוב מענטשן פון אונטער די 60 ביז די 36 געדענקן שוין נישט דעם רבי'ן אין די געזינטע יארן. אבער ס'איז א נארמאלע זאך צו הערן א איד וואס איז 55 יאר, וואס איז ביים סטראוק אלט געווען 3 18 יאר ביים הסתלקות, געזעהן ‐ יאר, זאל קרעכצן, איי וואס ווייסט דער יוגענט..? ער איז אלט געווען קנאפע 19 דעם רבי'ן ממש געציילטע מאל יעדעס יאר, געהערט אפשר אפאר תורות אויך נישט קלאר, אבער פארקויפט אז די רבי איז אים געווען ממש א טאטע...
נאר וואס דען??? ס'איז א ספארט ווי אלע ספארטס צו קענען רייטן אויף די יוגענט און זיי קענען זאגן "הייסט דאך שוין יואלי, איי וואס ווייסט עטץ??"
ס'איז בכלל נישט אויסוועלט געווען, ס'איז געווען )אויב עפעס( א שווערע צייט אין די וועלט! די אידן האבן געטראפן א גוטע סיבה אויף וואס צו זיין דיפרעסט. דעציט איך מיין אז די ריכטיגע סיבה פארוואס די אויסוועלטניקס זענען אויסוועלטניקס איז, ווייל אין יענע צייט האבן די סאטמערע חסידים 'געלעבט' מיט רבי'ן זי"ע אויף אזא אופן וואס מ'זעהט נישט היינט, ‐אדער מ'זעהט גאר ווייניג‐.
אוודאי איז היינט אויך דא חסידים וואס האלטן עולמות פון זייער רבי'ן און זענען הייסע אנהענגער, און פארפאסן נישט קיין טיש, נעילת החג, שריפת חמץ, מים שלנו, קראמפאמפעל, וכו', אבער לויט ווי איך פארשטיי, איז עס געווען פי כמה ביים רבי'ן, משום כמה סיבות: 1( דער רבי איז געווען 'יוניווערסעלי' אקצעפטירט אלץ צדיק וקדוש, ביי זיינע חסידים און קעגנער צוגלייך, )אפי' א הייסע חסיד פון א היינטיגע רבי פארשטייט אז רוב וועלט האלט נישט אזוי ווי ער פון זיין רבי, און אויב ווייסט ער נישט, קען ער קומען דא אויף ק"ש, און קליקן אויף זיין רבי'ס אשכול...( 2( ער איז געווען נישט נאר פון די עלטערע רבנים פונעם דור, נאר אויך א רבי וואס איז שוין געווען א פאוערהאוז נאך אינדערהיים, א זוהן פון קדושת יום טוב, בקיצור נישט סתם א האלאקאוסט סורווייווער ערליכע יוד, פון וואס ס'איז געווען מערערע דעמאלטס, 3( די דעמאלטסדיגע שארית הפליטה יודן האבן באמת גארנישט געהאט, ווער ס'איז געווען מזלדיג, האט געהאט א ברודער, אדער א קאזין, און רוב האבן מן הסתם דאס אויך נישט פארמאגט, וואס האט פארשטעקערט דעם קשר פון רבין מיט זיינע תלמידים, און דאס איז איבער געגאנגען צום נעקסטן דור, אלץ רעזולטאט, איז דער רבי געווארן דער פוסק ראשון ואחרון ואמצעי, פון אלע שאלות וואס קען זיך נאר מאכן, פון א שאלה צו מ'זאל אפלאזן א שידוך ביז צו מ'זל נעמן טיילענאל ווס. עדווייל ווען מ'האט קאפ ווייטאג,
דורך קאסטנער
בעלזא האט גלייב איך אויך געהאלטן אז עס איז אויס וועלט ביי זייער רבין אין די זעלבע אין טאהש אין אין א יעדע פלאץ ווי די רבי פארנעמט די אינמיטן האבן האלטן די אמתע חסידים אזוי געזאגטערהייט צי נישט, די חילוק פין א סאטמערע אין א צווייטן איז אז אלס סאטמערער ווייסטו ניטאמאל אז עס איז דא איינער וואס האלט אז די וועלט גייט אן געהעריג, בסך הכל לעבט ער אין געניג א גרויסע קבוצה וואס ביי אים איז דעס די ראשון אמצעי אין אחרון פין די וועלט.
די השתלשלות פון שירה און פיוט ביי אידן
moshav zekeinim
אז מען רעדט פון פיוטים איז כדי צו כאפן א איבערבליק וויאזוי עס האט זיך אנטוויקלט צום קלאסישן פארעם פון די באקאנטע פיוטים בימי הראשונים.
עס ווייסט יעדער אז דער געדאנק פון שיר! איז נישט קיין זאך וואס איז אויפגעקומען אין די מיטל אלטער. יעדער קען דעם אז ישיר משה און יעדער ווייסט פון שירת דבורה וחנה הנבואות. יעדער ווייסט פון די ספרי נביאים אחרונים און די ספרי אמ"ת )איוב משלי תהילים( שיר השירים און איכה אין כתיבים. וועלעכע זענען אלע סוגים פון שירה. אויסער גלאנציגע אדער פארנעפלטע פראזן, האבן אבער די שירים נישט פארמאגט קיין טעכנישע קונסט, אזוי ווי גראמען וכד', דערפאר איז אבער דער שפראך נורא נוראות מיט זיין שיינקיט פרוכבארקייט קאלירפולקייט טיפזיניגקייט און שארפקייט, די מערסטע בולט איז עס אין ישעי' וואס זיין ביוטי און נשמה קען צונעמען א מענטש.
פונדעסטוועגן קען מען נישט זאגן אז די שירי תנ"ך פארמאגט נישט קיין טעכניקן. קודם כל די קורצע פסוקים מיט אן אתנחתה אינדערמיט ווייזט אז עס האט פארמאגט א שטיקל משקל, און צומאל שפילט זיך עס מיט ענליכע ווערטער איינס נעבן אנדערן אזוי ווי שפיל ווערטער, און ועל כולם די פרקים וועלעכע זענען מיוסד על סדר א"ב, ווי אשרי יושבי, אשת חיל, און די פרקי איכה )אגב, האט חברינו ר' יצחק לאווי @לעקוואד מפרסם געווען פאר ת"ב א שיינע ביאור אויף די פרקים בתנ"ך המיוסדים על סדר א"ב(.
אויך תפילות וואס איז א ממוצע צווישן פיוט ודיבור געפונען מיר אין תנ"ך, אנגעהויבן פון די קורצע תפילה אויסדרוקן פון אברהם פאר סדום, משה פאר מרים )אנא קל נא רפא נא לה( און די תפילת זקני העיר ביי עגלה ערופה. און צום סוף תנ"ך די לאנגע הארציגע תפילות פון דניאל איש חמודות אויף וואס א טייל פון אונזערע סלוחות און תחנון זענען מיוסד.
שירה און חצי שירה'דיגע פראזן האבן אנגעהאלטן אפילו נאך די לעצטע נביאים חגי זכריה מלאכי )ווער קען די ניגונים "עוד ישבו" "והשוב לב"?! דאס זענען פסוקים פון די לעצטע נביאים(. ספר בן סירא וואס איז בנוסח משלי, און אנדערע ספרים חצונים אין לשון הקודש וארמית וטאס זענען געשריבן אין פאיעטישע פראזן, אבער ווי עס ווייזט אויס פון די מגילת קומראן )ים המלח( האבן די בעלי נפש בתקופת בית שני מער געטון אין תמימות'דיגע תפילה ווי אין געקינסלטע שירה, און פיל פון אונזערע תפילות פון סידור ווערן צום ערשטן מאל דערמאנט אין די תפילות אין די ספרי תפילות קומראן וועלעכע זענען לויט די השערה
זייט 78
טעקסט
צוביסליך האט זיך שירה און קונסט ביי די ראשי עם ישראל אויסגעלאשן, די מנהיגים זענען מער געווען פארטון אין ד' אמות של הלכה און גאר רעאקציאנירן קעגן די גריכישע חכמה אןן קונסט וואס האט כולל געווען שירה מיט זייער נאמען פאיעט. בו בעת וואס יהדות מצרים היוונית האט געבליעט מיט די ניי אויפגעקומען פילאזאפיעס און קונסט.
במשך די תקופת התנאים והאמוראים בא"י ובבל געפונען מיר כמעט בלויז תפילות, אזוי ווי די יהי רצון'ס, און די תפילות פון רב וועלעכע האט לויט די מסורה מיסד געווען די מלכות זכרונות שופרות. אלזא, ווען האט זיך שירה צוריק אויפגעוועקט ביי די סמעטענע פון יהדות און אריין גענומען געווארן אין די גלות געגרינדעטע תפילות, און מיט א גענצליך פנים חדשות?
דאס האט זיך אנגעהויבן בתקופת הסבוראים בא"י בין כיבוש הפרסי הקצרה לכיבוש הערבי הגדולה
תולדות הפיוט
moshav zekeinim
דער בית יוסף אויפן טור או"ח הלכות יו"כ )סי' תשכ"א( שרייבט: "ודרך הפשוט לקריאת בני ספרד הוא אתה כוננת שיסד יוסי בן יוסי כ"ג )=כוהן גדול(".
אט דער יוסי בן יוסי ווערט אויך דערמאנט דורך'ן בעל העיטור. און נאך פריער בימי הגאונים דורך רב סעדיה גאון וואו ער לויבט אויס זיין פיוט אויף די עבודה.
עס איז נישטא קיין קלארע ביאגראפיע איבער דעם יוסי בן יוסי, וואו און וועלעכער צייט פונקטליך ער האט געלעבט, גלייך ווי אנדערע קדמונישע פייטנים. אבער פון דער סגנון הפיוט און פון דער תוכן, זענען די חוקרים געקומען צום מסקנה אז ער האט געלעבט בימי הסבוראים אין ארץ ישראל אונטער די הערשאפט פון די פערסן און ביזאנטישע רוימער.
קיין פריערדיגער פייטן פון אים האט מען דערווייל נישט געטראפן. אין גמרא געפונען מיר געוויסע פתגמים )סעיאינגס( בלשון פיוט, אבער גאר קורץ און נישט אלץ תפילה )ווער קען דעם ניגון דדא ביא?( עס איז דעריבער אנגענומען צו פאררעכענען יוסי בן יוסי אלץ דער ערשטער פייטן אין די אידישע היסטאריע, וועמען עס איז געלונגען זיך אריין צוברעכן אין די אלטע פשטות'דיגע הארציגע תפילות, אדער שירה בלויז פון תנ"ך, און אריין שטעלן זיין אייגן פארפאסטער און גענצליך נייער סטיל קונצליכע שירה אלץ חלק התפילה לדורות. זיין נאמען יוסי בן יוסי מיטן כינוי יתום צייגט אז ער איז געווען א יתום מלידה. אבער וויבאלד עס איז אין יענע צייטן נישט געווען קיין זעלטענע זאך צו רופן א קינד אויפן לעבעדיגן טאטנס נאמען, זענען דעריבער פארהאן וואס זאגן א אזוי מען האט צומאל גערופן אן אויסגערופענער שיר ) one and only ( " סברא אז יתום מיינט דער "ספעציעלער שאין לו אח בשירים "שיר היתומה".
חוקרים מיטשענען זיך, וואס עס האט געברענגט דעם מיסטעריעזן יוסי בן יוסי פון ארץ ישראל אין יענע תקופה צו מחדש זיין א נייער נוסח התפילה ושירה וואס עס איז, ככל הנודע, נישט געווען איינגעפירט ביז דאן.
פארשידענע סברות זענען פאראן, בעיקר זענען זיי געבויט לאור די
אינפארמאציע פון יענער תקופה אין ארץ ישראל. די רוחניות'דיגער מצב אין ארץ ישראל איז אין יענע צייטן געווען בשפל המצב, און עס איז נישט באקאנט קיין גדולי התורה והלכה אין יענע יארן )און אפילו אין בבל דער העגמאניע פון דער יהדות התורה האט זיך געמיטשעט מיט שווערע פראבלעמען פון די גזירות הזנדוקים און אינערליכע מרידות, אפילו אידישע(. אבער פארט איז דער חיי הרוח בארץ הקודש נישט געשלאפן, און שטילערהייט זענען דארטן געשאפן געווארן יצירות וואס זענען געבליבן לדורות. פארהאן ערנסטע סברות אז רוב באקאנטע מדרשים זענען צוזאמענגענומען געווארן אין יענער תקופה אין ארץ ישראל. אויך דער באקאנטער לעגענדע מיט דער ינוקה נחמן קטופה מיט זיינע נבואות איז פארגעקומען אין ארץ ישראל. קומט אויס אז ארץ ישראל האט מער עוסק געווען בעניני עבודה שבלב ואגדה, און בבל בעיקר מיט הלכה.
די רדיפות פון די ביזאנטישע נוצרים, און די האפענונג און אכזבה פאר א בנין בית שלישי בשנות שליטת הפרסיים, און די צוריק קורצער אייננעמונג פון די ביזאנטן ערב די אראבישער אייננעמונג, האט ערוועקט שטארקע פאיעטישע הרגישים און געגועים צום בית המקדש און די גאולה, און דאס איז מעגליך די סיבה פון די ערוועקונג פון שירה בימים ההם. און ווארשיינליך האבן די פארשידענע קולטורן וועלעכע האבן דארט געוועלטיגט א דאנק די מלחמות, געהאט אן השפעה אויף די סגנון הפיוט החדש פון יוסי בן יוסי.
אלזא, לאמיר זען אין וואס עס איז באשטאנען זיין נייער סטיל שירה?
קיין גראמען איז נאך אין יענע צייטן ווייזט אויס נישט געווען איינגעפירט צו מאכן. און ווי אויך נישט צו חתם'ענען דעם אייגן נאמען בראשי הבתים. אבער פארט האט ער מחדש געווען אין שירה, גענוג אז עס זאל באקומען דעם רעלאטיוו מאדערנעם נאמען "פיוט" אנשטאט שירה.
קודם כל מאלט ער אראפ א זאך מיט "פארבן", מיט פארשידנארטיגע רייכע ווערטער און שילדערונגען און פארגלייכן, וואס הייבן דעם חוש הדמיון, ווי ביי א מאלעריי.
טראץ דעם וואס ער רעדט נישט בלשון נסתר )עס האט זיך געמאכט, עס קוקט אויס וכ'( כדרך השירים הקדומים, נאר ליבערש בלשון נוכח )ער האט געטון, עא קוקט און זעט וכ'(, קאנצענטרירט ער אבער גאר שטארק זיינע סיפורים אין אייניגע ווערטער, און בלשון רמז, וואס גיט עס דעם גלאנץ פון א שיר פונעם העכסטן קאליבער, וואס דאס איז געווארן דער אבן היסוד לפיוט לדורות.
א גוטע דוגמא פון זיינע רמזים זענען די נעמען וואס ער האט געטוישט צו כאראקטעריסטישע סימבאלן:
צ.ב.ש. ביי דער פיוט עבודה וואו ער שילדערט מיט זיינע קאנצענטרירנדע ווערטער די תולדות העולם ביז משה רבינו, וועט ער אנרופן די פאלגענדע נעמען און חפצים ווי פאלגנד:
"קין"‐"משדד תלמי אדמה".
הבל: "תומך שבט" אדער "רועה עדרים".
נח: "זך" אדער "תמים".
אברהם: "צדיק יסוד עולם".
יצחק: "טרפי צמח זקונים".
שרה: "ערוגת חרב".
יעקב: "איש תם".
משה: "נאמן בית" אדער "רועה".
אהרון: "מכהן".
זייט 79
טעקסט
אליהו: "תשבי".
יונה הנביא: "ציר הבורח".
תורה: "אמון".
ישראל: "סגולה".
מים: "מדודים".
שמים: "דק" )ע"פ ישעי': הנטה כדק שמים(.
נחש: "זוחל עפר".
גיהנם: "עלוקה".
שמש: "שואף זורח".
נאך א זאך וואס ער האט מחדש געווען מיט זיין שיר, זענען די גאר קורצע זאצן )טורים(, וואס גיט צום שיר טאקט.
פאלגנד זענען עטליכע ביישפילן:
אדר מתהומות / שבח ממאורות / אמר מימים / זמר מלילות. און דארט וואו ער איז מתאר די וועלט פאר יצירת אדם:
דשאי מנחות / ואכלי מגדים / ושלחן ערוך / ואין מי ידושן דבר בלבו / מי יסור הנה / לטבח הטבוח / ויין המסוך.
אויך האט ער אנגעהויבן מיט דער געדאנק פון ענדיגן יעדן טור מיטן זעלבן ווארט, וו.צ.ב. ביי דעם פיוט אהללה אויף ר"ה ביי מלכיות: "תחגור גאות ותתאזר עוז ובל ישתרר זר במלוכה תכון תבל כי ינער רשע ושם צדק לרגליו ויצנוף מלוכה תקום גויים תוכיח לאומים תשבור מטע רשע מושל מלוכה תחליף אלילים תושגב לבדך תקרא נצח יחיד במלוכה".
און דאס זעלבער מאכט ער ביי זכרונות וואו יעדער טור ענדיגט זיך מיט "זכרון", און ביי שופרות מיט "בקול".
אויך האט ער מחדש געווען דער "פזמון" געדאנק, וואס מען זאגט איבער נאך יעדע עטליכע טורים. פאלגנד איז א דוגמא פון יוסי בן יוסי'ס פיוט וואו מען זעט שוין אגב אביסל גראמען אויך:
"ָאז לרֹאׁש ּתָּתנּו, ונְמְַנּו נתְִּנהָ רֹאׁש א נכָֹון ּברֹאׁש, רויִנּו מי רֹוׁש 㴂䔂 עַד בָּנּו טְעָּתה אֶֹזן, ּוַבל אֶֹזן הִּטינּו א שְׁמּוָעה, ּתִצֶּלינהָ אְָזניֵנּו 㴂䔂 עַד ִפזמון: חָטאנּו צוֵּרנּו סַלח לנּו יוְצֵרנּו גָּם עיןִ הַרְמנּו, מּול יֹוֵצר עין א נגְַשֵׁׂש, ּבִּקיר ּכֵאין עיניַם ִ㴂䔂 עַד אַּפים ִ翿㴂 דִָּמינּו בגַֹבה אַּפיםִ, לֶאֶר א ָאנףַ, ועְָָלה בנּו ַאף 㴂䔂 עַד פזמון: חָטאנּו צוֵּרנּו סַלח לנּו יוְצֵרנּו"
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
די פיוטים פון תנאים האסטו אביסל געכיפערט. קודם ר' אליעזר הקליר, וואס מאנכע זאגען )ובתוכם האר"י ז"ל( אז ער איז גאר די תנא ר' אליעזר, און ער איז זיכער א קדמון פון גאר פרי. תוס' דערמאנט אינ'ם פערטען פרק פון ר"ה )כז.(. אוודאי האלטען היינטיגע חוקרים אז ער איז פון א שפעטערדיגע תקופה, אבער דער השערה אז ער איז א תנא איז אויך נשיט אוועק צו מאכען. ער איז געווען א תלמיד פון
סידור האב איך געזען אז דאס איז גאר דער תנא ר' ינאי. ער האט פארפאסט דער פיוט 'אז רוב נסים הפלאת בלילה' וואס מ'זאגט ליל פסח און אין יוצרות לשבת הגדול. דארט אין אוצה"ת איז אויך דא אן אנדערע סדר פון קרובות לשבת הגדול פון איהם.
אנדערע האלטען אז יוסי בן יוסי איז געווען א כהן גדול זעלבסט. ביי אונז מתפללי נוסח אשכנז זאגט מען דאך 'אמיץ כח' און נישט 'אתה כוננת', וואס דאס פון א שפעטערדיגע תקופה פון ר' משולם בן קלונימוס, אבער איך פיל אייביג אז די פיוטים פון ר' אליעזר הקליר האבען אן אנדער'ן טעם ווי אנדערע פיוטים, אז די ווערטער האבען מער טייטשען און מער חז"ל'ן אריינגעמישט, אבער ס'קען זיין ס'איז נאר ווייל איך האב געליינט אזוי פון אנדערע, ובתוכם הרי"ד סאלאווייציג, ממילא קלער איך אויך אזוי.
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ס'איז כדאי אראפצוברענגען דער לשון פונ'ם אבן עזרא ווי ער פייער'ט קעגען דער ענין פון זאגען פיוטים:
אבן עזרא קהלת פרק ה יש בפיוטי רבי אליעזר הקליר מנוחתו כבוד, ארבעה דברים קשים: הדבר האחד כי רובי פיוטיו חידות ומשלים ואזכיר מפיוטיו אחד והוא, ליראי יקפיל, וחדשים יכפיל, ליום זה פור הפיל, ומציון ימלוך, יש מפרשים כי ליראי הוא ביו"ד, וענינו הוא המשיח יקפיל הארץ לפניו, וחדשים יכפיל שיכפול חדשי השנים וימהר ביאתו.
ויש אומרים כי הוא בלא יו"ד, וענינו יעביר כמלת ראי דרכך בגי וחדשים יכפיל יסתיר והם העצבים החדשים מקרוב באו.
וחכמי הדור יפרשו ליראי יקפיל שיעביר אלה השמים הנמשלים לראי מוצק, וחדשים יכפיל הם השמים החדשים.
גם זה איננו נכון, כי אין משמע לשונו כי אם יעביר ראי ויכפיל חדשים, אולי עבותים הם ויכפילם כדי שתהיה המכה בהם קשה, היתכן שיאמר אדם אין בכל החיים חכם כעיר, ויאמר כי ענינו אדם שנאמר ועיר פרא אדם יולד, או יאמר אשרי העם עובדי אש ומשתחוים לשמש, ויאמר כי אש הוא השם הנכבד והנורא שנאמר כי יי' אלהיך אש אוכלה הוא אל קנא. גם הוא שמש, שנאמר כי שמש ומגן יי', אף כי אלה בלי כ"ף דמות כראי חזקים, ולא דמה הכתוב השחקים לראי כי אם בחוזק, היתפלל אדם ברוך אתה אריה בעבור שנמצא על המקום כאריה ישאג, הייטיב בעיני יי'?
ולמה לא נלמד משלמה, שלא היה חכם אחריו כמוהו, והנה תפלתו שהתפלל מודעת, וכל יודע לשון הקדש יבין אותה, ואיננה חידות ומשלים. וכן תפלתו של דניאל, שהיה משרא קטרין, והנה אלה לא התפללו כי אם בדברים מבוארים שהיו חכמים, אף כי המתפלל על אנשים רבים וכלם אינמו חכמים. וכן כל תפלה לחול ולקדש שתקנו הראשונים, אין בה חידות ומשלים.
ומה ענין יש שיכפיל השמים החדשים, היהיו שנים ויכפילם, ולאמר על המקום ליום זה פור הפיל איננו נכון, כי המשליך גורל לא ידע מה יהיה, והיה ראוי שיברח ממלת פור הפיל, כי לא תמצא כי אם במקום הצורר, ועוד אחר שיעביר אלה השמים והארץ, איך ימלוך מציון והיא חלק מהארץ.
ענה אחד מחכמי הדור ואמר, כי חרוז יקפיל הצריכו שיאמר פור הפיל.
השיבותיו, כי לא מצאנו הנביאים בכל תפלתם שיעסקו בחרוז. ועוד, כי היה לו לעשות על חרוז אחר, ולמה רכב על פיל, ואותו לארץ יפיל, ואם ראה בחלום שיעשה חרוז על פיל, והוצרך בהקיץ לפתור חלומו, יהיה אומר, לוחץ יעפיל, להתנשא יפיל, ורמי לב ישפיל, ומציון ימלוך. והדבר השני, שפיוטיו מעורבים בלשון תלמוד וידוע כי יש כמה לשונות בתלמוד ואינמו לשון הקודש. וכן אמרו לשון מקרא לחוד ולשון
זייט 80
טעקסט
תלמוד לחוד. ומי הביאנו בצרה הזאת להתפלל בלשונות נכריות, הלא נחמיה הוכיח המדברים לשון אשדודית, ואף כי בעת התפלה, ולמה לא נלמד מן התפילה הקבועה שהיא כולה דברי צחות בלשון הקודש ולמה נתפלל בלשון מדי ופרס ואדום וישמעאל, והדבר השלישי, אפילו המלות שהם בלשון הקודש יש בהם טעויות גדולות כמו אנסיכה מלכי לפניו והנמצא מזה הענין ואני נסכתי מלכי והוא מן הבנין הקל, על משקל נפלתי ונדרתי; והעתיד אסוך או אנסוך כמו אפול ואדור, ומן הבנין הכבד יאמר הפיל והעתיד אפיל, וכן מן הסיך יאמר אסיך או אנסיך בהראות הנו"ן כמו ולנפיל ירך. והנה יהיה פירוש "אנסיכה מלכי", אעשה ממנו נסוך, כמו בל אסיך נסכיהם מדם. ויש מפרשים נסכתי מלכי כמו משחתי. ואם היה הפירוש אמת, תהיה טעות שנית, ולמה לא אמר "ארומם מלכי", או אשבח ואודה, או אקדש. רק ביקש מילה להראות חכמת לשומעים.
ואנחנו חייבים לדעת דקדוק הלשון היטב שלא נטעה, כמו המברכים ברכת המזון שיאמרו "זננו" ולא ידעו כי זננו היא מן זנה, כמו עננו מן ענה, ולא יאמר מן זן, כי אם "זוננו" כמו שובנו אלהי ישענו. ופעם יאמר צו לשון עבר, והוא לשון ציווי, כאשר יאמרו רבים בתענית שחל עניו פניך, וידוע שהשי"ן במקום אשר, כמו מה שהיה הוא שיהיה. ו"חל" הוא לשון צווי לעתיד, כמו "חל נא את פני ה'". והנכון לומר שחלה כמו ובהכנעו חלה את פני יי'.
ועוד כי לשון הקודש ביד רבי אליעזר נ"ע עיר פרוצה אין חומה, שיעשה מן הזכרים נקבות והפך הדבר ואמר "שושן עמק אויימה", וידוע כי ה"א שושנה לשון נקבה וישוב הה"א תי"ו כשיהיה סמוך שושנת העמקים, ובסור הה"א או התי"ו יהיה לשון זכר כמו צדקה וצדק. ואיך יאמר על שושן אויימה, ולמה ברח מן הפסוק ולא אמר שושנת עמק אויימה.
ועוד מה ענין לשושנה שיתארנה באימה, התפחד השושנה? ואין תואר השושנה כי אם קטופה או רעננה או יבשה.
אמר אחד מחכמי הדור, הוצרך לומר אויימה, בעבור שתהיה חרוזתו עשירה. השיבותי אם זאת חרוזה עשירה, הנה יש בפיוטיו חרוזים עניים ואביונים מחזרים על הפתחים, שחיבר הר עם נבחר. אם בעבור היות שניהם מאותיות הגרון, אם כן יחבר עמה אל"ף ועי"ן, ועם הבי"ת והוי"ו שהוא גם מחבר לוי עם נביא, יחבר עמם מ"ם ופ"ה, ויהיו כל החרוזים חמשה כמספר מוצאי האותיות. ואם סיבת חיבור ה"א עם חי"ת בעבור היות דמותם קרובות במכתב, אם כן יחבר רי"ש עם דל"ת, ואף כי מצאנו דעואל רעואל דודנים רודנים. וכן יחבר משפטים עם פתים, כי הם ממוצא אחד, ונמצא הטי"ת תמורת תי"ו במלת נצטדק הצטיידנו ויצטירו. וכן חיבר ויום עם פדיון ועליון, גם זה איננו נכון, אע"פ שנמצא מ"ם במקום נו"ן כמו חיין וחטין, איך יחליף מ"ם יום שהוא שורש עם נו"ן עליון, פדיון שהוא מן עלה ופדה והוא איננו שרש.
ועוד, מה ענין החרוז רק שיהיה ערב לאוזן ותרגיש כי סוף זה כסוף זה, ואולי היתה לו הרגשה ששית שירגיש בה כי המ"ם כמו הנו"ן ואינמו ממוצא אחד. ועוד חבר עושר עם עשר תעשר, גם זה איננו נכון, רק אם היה המתפלל אפרתי.
יש אומרים אין משיבין את הארי אחר מותו, התשובה: רוח אל עשתנו כלנו, ומחומר קורצו הקדמונים כמונו, ואוזן מלים תבחן. וכלנו נדע כי דניאל היה נביא, ורב על כל חרטומי בבל וחכמיה. והנה אמרו חכמים ז"ל, טעה דניאל בחשבונו, והחשבון הוא דבר קל. ועוד כי ירמיה הנביא בזמן דניאל היה, ואחר שהראו חכמינו הראיה על טעותו, האמור יאמר להם אילו היה דניאל חי היה מטעה המטעים אותו?! ואחרים אמרו רחמנא ליבא בעי, א"כ למה נצטרך לדבר כי הוא יודע תעלומות לב, והלא תקנו הקדמונים לאמר בצום כפור, היה עם
והדבר הרביעי שכל פיוטיו מלאים מדרשות ואגדות, וחכמינו אמרו אין מקרא יוצא מידי פשוטו. א"כ אין ראוי להתפלל אלא על דרך פשט, ולא על דרך שיש לו סוד, או הוא על דרך משל, או הוא כעניין שאין הלכה כמותו, או שיתפרש לענינים רבים.
הלא ידענו ממדרש שיר השירים, שכל שלמה האמור שם הוא קודש, וענינו המלך שהשלום שלו. הנכון שיאמר אדם בתפלתו "הושיעני המלך שלמה"? והנה מצאנו במקרא האומרים מה משא ה', וידעו כי יש משא כמו נבואה, והמדברים לירמיה הנביא מה משא ה', לא ידע הנביא סודם, שלא היו אומרים כי אם מענין איש איש על משאו. ואמר היודע הנסתרות לנביא, שיאמר להם כי המשא יהיה לאיש דברו, והפכתם את דברי וגו', אכן תאמרו מה דבר ה' ומה ענה ה', שאין במלה ספק, כענין 'וכן לא תקראו לי עוד בעלי', והלא הוא בעל נעורים כמו אישי. לכן בעבור היות שם בעל, ספק עם הבעל שהוא צלם, אמר הנביא אפילו מלה שיש בה ספק כענין צלם, לא תאמרי לי כי אם אישי.
והגאון רב סעדיה נשמר מאלה הארבעה דברים בבקשותיו השתים, שלא חבר מחבר כמו הם, והם על לשון המקרא ודקדוק הלשון באין חידות ומשלים ולא דרש.
וחכם היה בצרפת גם הוא חבר בקשה, תחלתה אמרי האזינה ה', ויש בה דברים אינמו נכונים, מהם שאמר הרחבת עולמות אין להם גבול, ומה שאין לו גבול איננו נברא, ואמר כי שמך בך ובך שמך, ואילו ידע מה פירוש שם לא היה זה הדבור עולה על לבו.
ועוד אחר שאמר כי שמך בך, הלא הוא בעצמו בך שמך, כי מה הפרש בין שלום עליך או עליך שלום, ראובן אתה או אתה ראובן, תפשום חיים או חיים תפשום, יברכך ה' וישמרך יי' ישמרך מכל רע. ואין זה דרך תפלה אלא דרך שחוק.
וחכם אחד שחבר שתי מלות והיו לאחדים בפיו, כמו אברמל פירוש אבאר מלה או אברר מלה, והנה עשה הפך מה שאמר, כי לא באר המלה ולא דיבר ברור, רק בלל בשפתו שפת הקודש. ולא אוכל לבאר אחד מני אלף מטעות הפייטנים.
והטוב בעיני שלא יתפלל אדם בהם כי אם התפלה הקבועה, ויהי דברינו מעטים ולא נענש בדין.
דער פילקע שפיל
פרייוויליג
זינט דעם שפיל וואס איך האב געהאט אלס קינד הערט מיך נישט אויף מיין מחשבה צו פייניגן מיט דעם געפיל. איך שפיר כסדר זיך פארראטן, די גאנצע וועלט דרייט זיך ארום דעם שפיל. איך וויל מיטיילן מיט די עולם מיין רעיון, און איך גלייב אז א ריזן חלק וועט דאס טרעפן אינטערסאנט. מעגליך אז טייל וועלן דאס איגנארירן, און טייל וועלן מיך אפווענדען. און טאקע דערפאר שמעו נא רבותי, זאגט מיר אויב דאס איז סובסטענשעל און אויב עס ליגט סובסטענס אין מיינע רייד:
אט הערט דעם שפיל:
עס איז געווען צוויי טיעמס, איין טיעם האט געהייסן ראובן און דער צווייטער טיעם האט געהייסן שמעון. מען האט גענומען 10 מעמבערס פון יעדן טיעם, און דער שפיל איז געגאנגען ווי פאלגענד: מען גייט צובינדן די אויגן פון יעדן מעמבער, און בעפאר מען בינדט זיי צו די אויגן ווייזט מען זיי א פארשפיל: מען לייגט אראפ 20 פילקעס
זייט 81
טעקסט
)באללס( אינמיטן די זאל, און דער שפיל גייט גיין, אז מען גייט האלטן אינאיין צולייגן פילקעס, און לויט וויפיל פילקעס יעדער מעמבער גייט טרעפן אזויפיל פוינטס גייט זיין טיעם באקומען. די מעמבערס דארפן קריכן אויף אלע פיר צו זיכן נייע פילקעס. און דער שפיל האט זיך אנגעהויבן. די מעמבערס זוכן און נישטערן, אבער טרעפן גארנישט. דער קאנצלער האלט אינאיין אפדעיטען די מעמבערס אז דער טיעם האט שוין געטראפן ככה וככה. אבער וואס אן אמת איז, אז מען האט צוגענומען אלע פילקעס ווען מען האט זיי פארבינדן די אויגן, און מען האט בכלל נישט געלייגט קיין פילקעס אויפן פלאר!! די מעמבערס האבן נישט געוואוסט פון איינער דעם צווייטן. און האבן געוויס געמיינט אז דער אנדערער טרעפט, יענער טיעם וואקסט, און נאר ער האט גארנישט געטראפן.. ביז דערווייל האבן זיי אלע געזוכט פאר גארנישט, און קיינער האט גארנישט געטראפן. און בערמה האט מען זיי אלע פארנארט..
דער שפיל חזר'ט זיך איבער נאכאנאנד. עס שפילט זיך איבער אין יעדן מקצוע אין דער וועלט. אנגעהויבן פון די נאציאנאלע ביאגראפיע, היסטאריע, מעשות, פארש ארבעט, אנאליזן, פאולס, אנקעטעס, ביז צו אונזער פריוואטער אידישער לעבן. יעדער שפילט דעם זעלבן שפיל. טייל שפילן דאס אומוויסענד, און טיילן שפילן דאס במזדון. א חלק בערמה, און א חלק באונס. אבער אז מען צונעמט אויף שטיקלעך ‐ מיר וועלן עס רופען אין אונזערע ארטיקל ‐ 'דער פילקע שפיל', וועט זיין צו שטוינען עד היכן הדברים מגיעים. לאמיר נעמען א פשוט'ער ביישפיל פון אונזערע אייגענעם לעבן, לאמיר עס באטראכטן, ארומדרייען און נאכדעם וועלן מיר פראבירן צו גיין העכער.
א אינגערמאן קומט אין ביהמ"ד און זעט א צעטל אויפן לוח המודעות: 400,3 אינגערלייט האבן זיך שוין פארהערט מסכת סוכה, אייכה? אייסערט זיך די פלאקאט. א צווייטער צעטל מיט מער א בייסיגער טאן לויטעט אזוי: 90 פראצענט פון אידישע פרויען האבן שוין נישט קיין סמארטפאון, ווען וועט איר דאס טון? א דריטער אדווערטייזמענט שרייבט קאטעגאריש: די סטאטיסטיק ווייזט אז 65 פראצענט מענטשן וואס האבן גענוצען די שעמפא איז זייער האר צוריק געוואקסן. האט איר אמאל אריינגעטראכט וואס דא געשעט? 'א פילקע שפיל'. די איבריגע 500,2 אינגערלייט וואס האבן זיך נאכנישט פארהערט מסכת סוכה זיכן מיט וואונדער ווער די אינגערלייט זענען. און די 400,3 אינגערלייט וואס האבן זיך געדארפט פארהערן ווייסן נישט אז זיי זענען די אינגערלייט. קיינער ווייסט נישט פונעם צווייטן!! יעדער מיינט אז דער צווייטער הייבט אויף די פילקעס. און ביזדערווייל, גארנישט. קיינער קען נישט וויסן וויפיל פרויען באמת האבן נישט קיין סמארטפאון. און קיינער איז נאכקיינמאל נישט נאכגעגאנגען די סטאטיסטיק פונעם שעמפא. דער מענטש ווייסט נישט אז מען האט אים אליין גענוצט פאר די סטאטיסטיק. אזוי קען מען האבן טויזענטער ביישפילן פון אונזער טאג טעגליכן לעבן.
פאליטישע פאולס, פאליטישע אנקעטעס, וועלטליכע עפיזאדן אלעס טראגט די זעלבע פנים. עס מיינט נישט אז קיינער הייבט קיינמאל נישט אויף קיין פילקעס. די ספעציפישע טעאריע איז מעגליך גערעכט אבער די ציפער, די אנקעטע איז פאלש. און דער מענטש וואס ליינט דאס 'ער אליין' איז א חלק פון דעם שפיל וואס יענער מיינט אז ער איז דאס. מענטשן זענען אזוי געוואונט צו דעם אז דאס איז ממש די חיונה פאר די בריאה. וואס? דו גלייבסט מיר נישט? איך האב א בילד! איך האב א טעיפ! אופפס!.., דער מענטש ווייסט וואס ער רעדט ער האט א בילד און א טעיפ. האט שוין איינער אמאל געטראפן דעם טעיפ? אדער געבעטן דעם בילד פונעם מענטש? די באהאלטענע פאקטן שפילן אזוי גוט, אז געוויסע מענטשן וועלן מיר אפענטפערן, אז דו זעסט דאך אז די אנקעטעס זענען גערעכט געווען ווען מען האט געזאגט אז דאנעלד טראמפ איז הויעך, ווייל למעשה האט ער געווינען.
מענטשן גייען קיינמאל נישט נאך די פאקטן, קיינמאל נישט נאך קיין געשיכטעס, און קיינמאל נישט נאך די ווירקליכע נומער. דער פילקע
שפיל ארבעט ווי א מאכטפולע פעריסוויל. קיינער ווייסט נישט פון דער צווייטער. נישט ווער די 'שרייבער זענען', נישט ווער 'די מענטשן אין די אנקעטעס זענען'. יא! מען קען אמאל וויסן ווער שרייבער זענען, און מען קען צומאל נאכגיין פאקטן און עס קען שטימען. איך רעד פון די ברייטער בילד, פון די 'מעדזשיק נומערס און פאקטן' געוואנדן לויט דעם פארפאסערס אמביציע.
די איינציגסטער מאל ווען דער פילקע שפיל ארבעט נישט, איז דאס ווען 'מען זעט דאס מיט די אייגענע אויגן'. בא וראה וויפיל זאכן איר זענט אליין איבערצייגט. די פאררעטערישע פילקע מיינט נישט, אז מען קען גארנישט גלייבן.
ווייל אויב נישט איז דאך אויס וועלט. אנקעטעס צייגן אז די מעדעצין איז דוקא יא גוט, און מענטשן היילן זיך. די סטאטיסטיק ווייזט אז רוב ערעפלאנען קומען צוריק נאך א נסיעה בשלום. די סטאטיסטיק צייגט אז עס זענען דא מיליאנען קאר עקסידענטען יערליך. און טאקע פון די אומבויגזאמע פאקטן שפראצן ארויס די אומשולידיגע פילקע שפילס. מענטשן גלייבן אלעס! ווייל מען ווייסט נישט איינער פונעם צווייטן. און מען ווייסט נישט וואס נישט צו גלייבן.
מען קריכט אויף אלע פיר מיט א שמאטע אויף די אויגן, מען זיכט און מען זיכט און מען האט גארנישט געפונען. ביז מען זעט א פלאקאט אז דער מענטש גייט געוואונען. אזוי און אזוי איז געשען, דאס איז שיין ווייל 'יעדער' האלט אזוי, און דאס איז שלעכט ווייל 'יעדער' ווייסט דאס. אבער וואו זענען די מענטשן? וואו זענען די געשיכטעס?
כפה עליו הוט כגיגית
יואב
ווייניג ווייסן די זריזים מקדימים, די יעניגע וועלכע קומען נאך ערגעצוואו נאנט צום גערופענעם זמן, אז מער פון א קענטעלאופ‐ שמעקנדן ווידערקול האבן די פיר ווענט כמעט נישט מיט וואס זיי צו מכבד זיין. אלץ וואס מ'קען טרעפן איבער די נאקעטע טישן זענען נידריג‐געוואקסענע גאפלען מיט טריצענדע געלעכערטע פרצופים; פארעלטערטע מעסער‐שטאנגען וועלכע האבן שוין פארלוירן מערסטנס פון זייערע ציין און שמאל‐פיסיגע גלעזער מיט גרויסע קיילעכיגע קעפ פון וואנען אנגעבלאזענע סערוועטקעס מיט צעעפענטע פליגלען זענען עלול ארויסצושפרינגען דורך יעדן מעגליכן באוועג אדער בייזן בליק. ס'וואלט לגמרי נישט געווען מאדנע דאס קלערן אז ניטאמאל מיינט מען זייער טובה; סך הכל וויל מען לייגן דרוק אויף די צארט‐איידעלע טישטוכער זאלן זיי נישט אנהייבן גליטשן און קייקלען איבער דער פאדלאגע און דערנאך זאל דער פארדינגער שפירן בארעכטיגט צו פארלאנגען מער געלט. די אנוועזנהייט פון לעפלען ווערט כמובן באטראכט ווי גענצליך איבריג צום דאזיגן צוועק; ליגן זיי נאך איצט פארוואלגערט ערגעץ אין א נאסליך אנגעשטויסענעם מילך‐קעסטל און ווערן פארשפראכן זיך צו באווייזן מאניואלי צוזאמען מיט דעם טעללער. דער הויפט‐חידוש וואס מאכט אט די דאזיגע בר‐ מצווה אנדערש ווי א דורכשניטליכע שמחה איז גאנץ פשוט: זויער‐ איגערקע, דשינדזשער‐עיל און קאלסלאו זענען שוין קלוגער געווארן, און האבן באשלאסן דאס פאר זייער כבוד פאסט נישט צו זיצן אויף איין פלאץ מיט דער נעבעכדיגער בולקע און מ'זאל נאך רייסן פון זיי שטיקער אויף א ווילדן פארנעם און אומפראפארציענאלן מאסשטאב. אפילו דאס פלעשל מאסט, א היימיש נישט מבושל'דיגער פראדוקט וואס דער בעל שמחה האט נישט פארגעסן מיטצוברענגען אין זאל, און כדי דאס צו היטן פון בייז‐מנסכ'דיגע אויגן דאס איינגעהילט אין זילבער‐פאפיר ווי א דריי יעריגס אינעם טלית, האט מען נאך אויך נישט ארויפגעשטעלט אויפ'ן טיש. דערווייל ווארעמט זיך דאס אויף
זייט 82
טעקסט
א בענקל איינגעשטעקט אין א שווארצן פלאסטיק זעקל. צווישן אנדערע געפינען זיך אויך אינעם זאק טשולענט‐פארפלעקטע _______בענטשערלעך פאר די פון דער אנדערער זייט מחיצה, דריי קאפיעס פונעם פשעטל און א היימיש קאלט‐זילבערנעם מתנה‐ מאת‐מזכרת‐תשמ"ג‐בעכער איבער וואס ס'זאל קענען אפגעראכטן ווערן אן אלוקינו שרוח החכמים נוחה הימנו. דערווייל זוכט מען ווער ס'האט א צינדער, אבער מ'האט שוין במילא געשיקט א קינד אין קיך נאך שוועבלעך. נאה! גיי ווייס פארוואס די ליכט ברענען נאך נישט. איבער יעדער איינציגסטער זאך ברויך מען באזונדער נאכלויפן. א חוצפה!
דער ייצר‐טוב'ניק, א זעיר אנפין מיט אלע מפרשים איז אויפדערווייל דער איינציגסטער מכיר את מקומו. זיצט ער אויפ'ן אויבן‐אן א צעמישטער; שוויצט פאר קעלט און ציטערט פאר היץ. א קליין קיילעכיג קעפל באגראבן אונטער א הוט די גרייס פון אן אינטערנאציאנאלן לופט‐פעלד, די קורצע הענטעלעך קענען זיך קוים ארויסבאקומען פון אונטער די ברייטע ארבלען און זיך צו זעצן ביים סאמע‐שפיץ פונעם בענקל האט ווי ס'זעט אויס נאך אלץ נישט געקענט איבערצייגן זיינע שוועבעדיגע פיסעלעך זיך צו שטעלן אייניג מיט דער ערד. אין א פארזוך צו צייגן דעם עולם אז ער איז שוין א פולקאמער גדול‐כהלכה ברומט ער מיטן מויל און פייפט מיט דער נאז דורכאויס דער לאנגער פראצעדור פון ארויפשמייסן דעם האנטוך אויפ'ן אנגעבעקיטשטן אקסל ביז דעם הא לחמא ענקי די אכלו רבותינו. אט הייבט זיך אן דעם גרויסארטיגן מעמד וניתח אותה לנתחיה, דער קליינער גרייט זיך צו צעזעגן די פארשוואנגערטע חלה און לאזן דעם הונגעריגן המון כאפן די פאלנדע חתיכות.
צופיל ברויך מען זיך נישט אומקוקן אויפצופאסן וויאזוי זיין ניי פאר בחור'ישע אייגעלעך צעפראלן זיך כפתח של אולם און לויפן שיער נישט אריין אין די נאז‐לעכער פאר פרייד יעדעס מאל א פנים חדשות באווייזט זיך איבערן שוועל פונעם זאל.
וויאזוי די מעשה זאל אבער נאר נישט זיין: געלט איז נאכנישט דא. "לכאורה הייבן די טשעקלעך און באנקנאטן אן צו שטראמען מער צום סוף", פרואווט דער נארוואס געווארענער גדול צו טרייסטן זיין אייגן געמיט וועלכעס זינקט אין אנטוישונג מיט וואס א "מזל טוב" עס גייט אים פארביי. יעדעס מאל עמיצער שטעלט א האנט אפצורעכטן א ווינטשעריי האפט ער און איז חושד אז ער וועט שפירן ווי עפעס א שטימפיגן בר‐הכי קריכט ארום צווישן די שווייס‐צונויפגעקלאפטע דעלאניעס. דערווייל באשטייט זיין רייכטום בלויז פון ספרים – עפעס צו וואס ער שפירט זיך א צורך עטוואס מער ווי פשוט'ע מזל‐טוב'לעך; צוליב דעם וואלט ער אבער נאך נישט געברויכט זיך צו לאזן גרויס ווערן. פונדעסטוועגן האלט ער אן אויג אויף יענעם קליין טישל וואס ער האט שוין מייחד געווען נאך מבעוד יום אז ס'זאל דינען אלס דעם מקום וואו דער עולם קען אראפלייגן זייערע געקליבענע המצאות. דערווייל..... א שנים מקרא ואחד תרגום צום ערשטן מאל, יו געסט איט רייט. דעם אנדערן ספר איז א.... ישמח ישראל. בינגאו!
און וואס איז מיט דעם דריטן? וועל, ס'איז ארומגערעפט, קען איך דיך נישט זאגן. אבער אפשר... הממ. מ'ברויך דאס שטעלן אונטער דעם לעקטער, געמיר א רגע!
אביסל איז שולדיג דער שלעכטער וועטער; נאך א סיבה ס'זאל ביי דעם בחור'ל ארומטאנצן קיצלדיגע שפענדלען צווישן די פיס. א דבר פשוט אז וויפיל מענטשן ס'באטייליגען זיך, אלס גרעסער איז די שאנס ער זאל קענען לייזן אפאר דאללער און אויסברייטערן זיין קאפיטאל. כאטש די אייגענע משפחה זאל דא זיין.
"שוין, געלויבט דעם אייבערשטן" צעטרייסט זיך דער בעל שמחה הויך צו זען אויב אנדערע וועלן צושטימען,"אבי דער שטורעם לאזט שוין נאך".
דער שטורעם, הגם שוין אין א מער מילדן זין, ווילדעוועט נאך אלץ איבער די גאסן מיט א ברויזנדן הפקרות, ווי א בייז‐פאר'ייאוש'טן
דיבוק וואס האט זיך שוין געבראכן צו די מקובלים אבער קען זיך פארט נישט דערשלאגן צום קליינעם פינגער. דער בעל שמחה זעצט אבער פאר מיט זיינע נחמה רייד און מאכט אוועק דעם שטורעם, הגם אויף צו לאזן יעצט אין שוואונג א טויב וואלט אפילו ער נישט געוואגט. "ממש א נס אז פונקט דעם זאל פון ארום דער גאנצער געגנט זאל נישט האבן עפעקטירט געווארן פונעם קורץ‐שלוס", קוועלט ער פון התפעלות און תהלים‐כולל'ט ארום אין דער זעלבער צייט וואס ער לאזט פריי די ארוגות'דיגע בארד און נעמט זיך אקערן די צעשויבערטע פיאות. "למעשה ווי איך פארשטיי איז שוין די עלעקטריע יא צוריקגעשטעלט געווארן; באסעס ווי איך הער פארן שוין אויך אויף זייער רוטין. שוין, הודו לה' פאר דעם".
אנדערע אין דער משפחה האבן שוין וואס אנצולייגן דעם וועטער אויפן בעל שמחה, עלעהיי גאט זאל אים האבן אנפארטרויעט מיט דעם מפתח של גשמים אלץ כדי אותו צדיק זאל קענען אפרעכענען זיך מיט קרובים און פריינט דוקא כשהשמחה במעונו. "עפעס א שלימזאלעס אז ביי דיינע שמחות בושעוועט אייביג א שלעכט וועטער. ביי דער פאריגער חתונה דיינער איז דוכט זיך געפאלן עטליכע אינטשעס שניי, ס'האט געהאגלט, געגאסן; אך, געווען דעמאלט א מין צעפראסקעטן גליטש אזש ניו יארק וועט נישט אזוי שנעל פארגעסן. אדער אפשר איז דאס גאר געווען ווען דיין ברודער משה חיים האט חתונה געמאכט?“ די פולע חסיד'ישע טראגע און אנגעבליך‐טראדיציאנאלן טראכט וואס האט באטראסקעט דעם צדיק צו זיין דרייצענטן געבורטסטאג ציפט, קראצט, בייסט און צעקיצלט זיינע אברים בכל מקומות מושבותיו. ער שווימט אין זיינע בגדים א צעמישטער, ווי א קליין פישל פארכאפט אין א בעקעלע מיט קאטשניו וואס לאזט זיך נישט פארגליווערן אבער איז אויך נישט פליסיג. מער פון זיין א שליט בעליונים איז פאר עמען נישט איבערגעבליבן נאר אביסעלע צו שפירן דעם והבדלנו מן התועים, אביסל אויף וואס זיינע זיידעס האבן זיך מוסר נפש געווען ממצרים ועד הנה. שיין וועט ער אויסזען אז ער זאל פראבירן אויסצוגראדן זיך מיט דעם פרעמדן ר"ת ברוב עם, אדער פראבירן פארענט פון א ציבור פאפקארן‐ציפער צו דערגיין ביים קראטש הלמאי פונקט ווען ס'קומט דוקא צו זיין נחלה דזשאלעווען די היימישע קליידונג‐מאניפאקטורער קיין סחורה נאר לאזן איבער ריזיגע שטחים מיט צמר.
אלץ וואס איז פאר דעם צדיק יא געבליבן זיך צו באשעפטיגן, איז אראפשלעפן און אויסגראדן דאס איפכא‐פארקנעפלט העמעד וואס דוכנ'ט שוין ווייטער העכער דער לאץ פון זיין קאפאטע. דאס קען ער טון בין יושבין ובין עומדין. אבער אויף אנצוכאפן פון העכער דעם פאסיק די פאדערשטע צוויי הארטנעקיגע כנפות פונעם נערוו‐שפאלטנדן טלית קטן איז יא מן המובחר זיך אויפצושטעלן – נאך אלעם אויף חניקה איז קיינער נישט גרייט. א שטארקע מאס קאנצענטראציע ברויך ער אבער ווידמען צו זיינע קאמפאלסיווע הענטעלעך, זיי זאלן פון געוואוינהייט אויס נישט אראפשלעפן דעם הוט פון קאפ, און צעבלאזן די פיצנקע שטויבלעך וועלכע האבן באקוועם זיך געזעצט דערויף זינט ער האט זיי לעצט באבלאזן בכל תוקף ועוז – אומגעפער פינף מינוט צוריק. שוין איינמאל ווייסט ער וואס ס'ווארט אים אפ. דער פאטער, א צעפרומט נערוועז אידל ביי וועמען די געהירן זענען צוליב תרי"ג סיבות שוין צעהאקט און צעטראטן געווארן ווי דעם עמלק נאך אן אויסגעקלארטער זכור‐זכר נעפלדיגער דילעמע, דירעקטירט זיין שטורעמישן גרימצארן על הנער הזה – רחמנות‐פריי. די אומסטאביל‐ להבה'דיגע רויטקייט וואס האט ספאנטאניש פארכאפט זיין פרצוף וואלט אוועקגערויבט דאס פולע באוואוסטזיין אפילו פון דעם מערסט‐געלערנטן מורה‐הוראה. זיינע פונק‐שפריצענדע אויגן קריכן ממש ארויס פון זייערע ראמען ווי אן אנגעבראכענעם שיכור וועמענס ווילדן פרואוו צו טרעפן א מנין מעריב שושן‐פורים פארטאגס האט זיך אויסגעלאזט אומדערפאלגרייך; זיינע צעעפענטע נאז‐פליגלען זענען מפוזר ומפורד ביז אריין די ארויסשטארצנדע שרשים פון דעם העכערן חלק בארד אזש נשמת רוח אפו הענגט ביים שפיץ ווי א
זייט 83
טעקסט
זעלבסטמערדער אויף דער צוים פון א בריק אין זיינע לעצטע רגעים, און ווי אן אויסגעצויגענע גומע‐באנד וואס גייט אט דורכלעכערן די אומשולדיגע בעקעלעך פון א פאר'גולמ'ט קינד ציעט ער אויס זיינע ליפן צו א מקסימום, אזוי אז זיינע בייז‐קריצנדע פיפיות'דיגע ציינער וועלכע זענען נישט ווייניגער אין אומשטאנד איינצושלינגען דעם ייצר טוב'ניק ווי דער שלאנג‐פארשטעלטער מלאך משה רבינו זענען הדיוטים הקופצים בראש אין יעדן זין פון ווארט. "וויפיל מאל נאך גיי איך ברויכן דיך זאגן 'לאאאאאאז דעעעעם הוווווט געמאך!"
דער בעל שמחה זעצט פאר מיט דברי תוכחות לכתחילה מיט א גרילצעדיגער שטילער שטימע פון אונטער דער נאז ווארום ער געפינט זיך דאך ברבים, אבער מעשה כל נדרי און זיין קול איז הולך וחזק מיט זיין נאכנאנדער חזרה.
"כ'האב דיך דאך שוין געזאגט ווייסעך וויפיל מאל: א הוט איז נישט קיין שפילצייג, און ס'וואקסט ביי דיין טאטן נישט קיין געלט אויף א בוים. איך רעד צו דיר איין מאל און נאכאמאל אבער איך טאפ א וואנט. דו הער..... " "אמן אמן, ברוכים תהיה, מערצאשעם ביי דיר, ביי אלע קינדער געזונטערהייט, אמן, שכח פאר'ן קומען".
פאר א סקונדע איז דער פאטער געווארן איבערגעהאקט דורך א ווינטשער, אין איילעניש האט ער פראבירט ארויפשלעפן א מאסקע איבער זיין אויבן‐דערמאנטן פנים, און איידער ער שטעלט צוריק דעם אויסשליסליכן שמייכל וואס ער האט ספעציעל געלאזט מאכן לכבוד דער שמחה וויל ער נאך זיכער מאכן אז דאס קינד זאל שפעטער נישט זאגן אז מ'האט אים נישט ערשט געווארענט, ער האט נישט געוואוסט. "איז הער וואס איך זאג דיר זייער קלאר: איך וועל שוין זיך נישט בייזערן אזוי, איך האב ברוך השם בעסערס און וויכטיגערס וואס צו טאן. אבער אז טאמער וועסטו קאליע מאכן דעם הוט קריגסטו נישט א נייעם, פארשטאנען?“ אמת, דאס יונג באשעפעניש האט אומוועלענדיג אוועקגערויבט א צעפליקט בינטל נערווען פונעם פאטער'ס אויפגעבראכענע מח‐ קעמערלעך; פונדעסטוועגן דאך טוט מיין הארץ אנבאטן א פעקל מיטלייד און רחמנות דוקא פאר אט דעם רויבערישן קינד.
אנגעהויבן האט זיך דאס נאך אין געשעפט. היטן זענען געוויס נישט קאסטום‐מעיד, אבער פאר דעם געריבענעם סוחר וועלכער שפאנט ארום אין געשעפט מיט א הענגעדיג פארשליסלטען הויזן איז בכלל נישט געווען א קלער ער זאל אפהאלטן זיך פון ארומצופאפן דאס קליין בחור'ל וואס איז גרייט צו זיך פארהערן מסכת היטן בעל פה, גענוי ווי ס'וועט אים געלונגען איבערצורעדן דעם פארזעצטן פאטער וואס בשעת'ן וועלן א הוט פאר זיין ברוך שפטרניק שטייט ער מיט דעם פנים צו דער טיר און בייסט אן א באשטימטן גאנג זיינע קרום‐ צעהאקטע נעגל – ווי זיי זאלן וויסן אים צו זאגן פון וואנען ער קען דרינגד שאפן נאך א הלוואה.
דער געשעפטסמאן, א איד ביי וועמען ס'ווערט ערליך פראקטעצירט דעם ביזנעס‐טיפ וואס רש"י זאגט אונז שוין אין פרשת שלח, קומט ערשט צו קריכן מיט א הוט אזוי קליין ווי דאס שווארצאפל פון א שטיקל כרפס, און שטעלט דאס אראפ אויפן טיש מיט אן אנגעשטעלטן תמימות. "קודם פראביר דאס, לאמיר זען וויאזוי ס'שטייט אויף דיר". נו, אז אלע אין שפיץ פון דעם סוחר זעלבסט נעמען זיך קרומען און הירזשען אז אזאנס וואלט אין בעסטן פאל גוט געווען פאר א פארצייטישער טשערי‐לייט אויפ'ן דאך פון א סטאנציע‐וואגאן, ציפט זיך דער סוחר ביי זיין ציגעלע‐בארד, ווי אויף אנצופרעגן ביי איר איבער דעם געשעפט'ס אינווענטאר. ער גיבט זיך א דריי ימה וקדמה, דרייט מיט דעם פינגער אין דער לופטן ווי עמיצער וואס ברויך זיך דערמאנען נאר א קלייניקייט אבער פארט וויכטיג, און מיט א קורצן מעסט מיט די אויגן ציעט ער ארויס א באקסל פון א אונטערשטער פאליצע און שטעלט דאס אראפ אויפ'ן טישל – נישט איידער ער פארענדיגט ברומען זיין לידל. "פשששיהא, גיב נאר א קוק, וואוו! א
יופי פון א הוט. איך ווייס נישט צי איך קען דיך דאס אפילו פארקויפן. אזא שטיקל? פאהפהפהא! ".
איי דאס היטל איז שוין באלד גרעסער פון דער בר‐מצווה‐חלה, און.... "נע, גיב דאס צוויי דריי חדשים, העסט אריינוואקסן. העכסטנס נעם א ספאנטש צוויי דריי, כ'זאג דיר האסט נישט וואס מורא צו האבן, דאס איז ביי מיר מעשים שבכל יום". אבער קוק, פון הינטן גייט דער ברום געבויגן און געדרייט ווי א שופר של איל, אין צענטער איז דא א בור י' טפחים און אין פארענט האט זיך פארמירט א שטיקל גבחת, און... "נארישקייטן. דער ברום גייען אלע אזוי, ס'איז ממש יעצט אריין אין סטייל. העכסטנס קען איך דאס לייגן אין פרעסס אז ווילסטו דוקא. דאס גריבל דוכט זיך דיך נאר, כאפסט? ווייל דו קוקסט פון צפונית מערבית אויף מזרחית דרומית, אבער אז האלסטו דעם הוט גלייך איז דאס גראד ווי דיין נאז. און די גבחת? הא! דאס איז ווייל ס'זיצט אינעם באקס שוין פאר אפאר וואכן, איך קען דיך דאס אראפנעמען אין א רגע".
דער סוחר איז צופרידן צו זען ווי דער הוט ווערט אטאקירט דורך א שנעל‐לויפנדער מחנה פון צעהיצטע פארע‐קנוילן, ער פארקעמט די הכנעה'דיגע הארעלעך מיט א הארט‐שטעכיגן בערשטל, שפריצט לופט פון א קליין‐שפיזיגער רער מיט א מאנסטארישער קראפט און שיקט אים ווייטער העכער דעם שיטערן רויך. "ענגליש קענסטו? נא, ביזט דאך נאך א קליין ראצער, פון וואו זאלסטו דען קענען. ס'איז אבער דא א באקאנט ווערטל: 'דאונט מעיק ען אישו אף א טישו'. פארשטייסט וואס דאס מיינט, אדער דו פארשטייסט נישט". שוין אן אנגעדעמפטער כאפט דער סוחר דעם פייכט‐געבויגענעם הוט און שליידערט אים אריין צווישן צוויי הילצערנע קלעצער וואו ער וועט אפזיצן ביז די אנדערע קונדן ווערן סערווירט. "נו? פארשטייסט אדער נישט", פרעגט ער ציניש שוין א צווייט מאל פונעם קינד וואס זיינע פארקילטע אויגן שטייען ווי אראפגענאגלט העכער די פילע באקסעלעך און שווייגט מיט א באזאלצענקייט. "שוין, איך זע אז דו פארשטייסט נישט, ס'איז גארנישט געשען. איך אין דיין עידש וואלט דאס אויך נישט פארשטאנען. בעט דיין טאטע זאל דיך דאס מסביר זיין. 'איר ווייסט זיכער וואס ס'מיינט דאונט מעיק אן אישו אף א טישו. ניין? זייט דאס מסביר פאר אייער צדיק'ל. איך זאג אים ער זאל זיך נישט אזוי משוגע מאכן פאר שטותים. נישט חלילה אז איך האב א פראבלעם אים צו לאזן פראבירן אן אנדערן הוט. מצידי קען איך ארויסשטעלן דאס גאנצע געשעפט אבי ער זאל זיין צופרידן'".
דער פאטער, וועלכער צוליב דער וויכטיגער זיצונג מיט זיינע ציין האט בלויז רעאגירט דורכאויס דער גאנצער צייט מיט קורצע זאצן און אין גרעסערן טייל נאר מיט די אויגן, שטייט שוין יעצט אין הארץ פונעם מקח בכל תקפו. נאך איידער ער עספיעט צו בעטן פאר א בן‐תורה הנחה, צעבייזערט ער זיך אויף דעם קינד פארענט פון א פאטענציאלן מנין מנחה: "זאל דיך נאר אינטערסירן דעם ר' עקיבא איגר אזוי ווי דעם נארישן הוט".....“ס'איז קיין שום פראבלעם, איך קען גערן זוכן פאר עמען אן אנדערן הוט,“ פראבירט דער געשעפטמאן וואס האט שוין אביסל חרטה פאר זיינע ביזנעס‐מעשים צו אינטערווענירן, אבער דער שטייפער טאטע האט שוין געזאגט דעם "וחתום." "איך קען דאך מיין תכשיט'ל נישט פון היינט, וואס מ'וועט אים נאר געבן וועט ער במילא נישט זיין צופרידן. זיין טאטע זאגט ס'איז א הערליכן הוט, איר זאגט ס'איז פון אייער עידית, אבער עמען איז נישט גענוג אז מ'פארברענגט שוין דא באלד א שעה, ער וויל אנברענגען נאך צייט ווייל ער האט מורא וואס זיינע חברים וועלן זאגן. ס'איז בסדר, איך וויל דוקא ער זאל יא נעמען דעם דאזיגן הוט. שכח, און הצלחה רבה". די בר‐מצווה האט זיך נאך נישט געענדיגט; מיין צייט און געדולט אבער יא. המשך יבוא, מערצאשעם אין אן אנדערער לאנגווייליגער נאכט.
זייט 84
טעקסט
דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן
זייט 85
טעקסט
דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן
זייט 86
טעקסט
דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן
זייט 87
טעקסט
דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן
זייט 88
טעקסט
דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן
דורך פרייוויליג
דער אויסשליסליכער קורצער תירוץ איז: "נהמא דכיסופא", דאס איז דער איינציגסטער לאגישער סיבה פארוואס אונזער זעל איז פארפלאגט אויף דעם שווערען ערד קוגל, וואס דער מרובה מחברתה פארלויפט דעם אין לך יום שאין קללתו.
דורך נהורא נפישא
וואס האט אן עובד את עצמו מיט אפיקורסת צוטאן? אדרבה די גרעסטע עובדי השם האבן די גרעסטע עולם הזה'דיגע רוחניותדיגע הנאה דורכן דינען השי"ת מתוך אהבה ווי די סתם עובדים את השם מתוך יראה וקבלת עול המצוות, אדרבה טייל בעלי מחשבה ברענגן ארויס אז די הנאה איז גאר די ציל פון די גאנצע בריאה, ס'איז מפורסם די לשון הרמח"ל "האדם לא נברא אלא להתענג על ה' ולהנות מזיו שכינתו שזהו התענוג האמיתי והעידון הגדול מכל העידונים שיכולים להמצא. ומקום העידון הזה באמת הוא העולם הבא".
איך האב אמאל דא אפגעשריבן א שיינע מעשה'לע פון אן עובד השם וואס האט געוואלט מבטל זיין אינגאנצען זיינע הנאות ומה עלתה בו.
אט האט איר דעם עפיזאד; אין א שטעטל פ. )נאמען פיקטיוו( אין ווייסרוסלאנד האט געוואוינט א איד מיטן נאמען ר' זונדל, דער ר' זונדל איז געווען באקאנט אין שטאט אלס אן אויסגעריפענער עובד ה', ער פלעג זיצן א גאנצן טאג אין בית המדרש מעוטף בטו"ת אין געלערנט זיינע שיעורים כסדרן, זיינע שיעורים זענען געווען איינגעטיילט בכל מכמני התורה אנגעהויבן פון תנ"ך, און גפ"ת און אלפסי, רמב"ם טור ב"י שו"ע והנו"כ, ספרי מוסר וחסידות, ספרי קבלה, אויך האט ער מעיין געווען אין ספרי חקירה בשעה שאינו לא יום ולא לילה אויף צונאכטס פלעג ער אהיימקומען צו זיין אידענע, און זי פלעג אים אפווארטן און צושטעלן צום אויספאסטען א שטיקלע הארטע ברויט וואס ער פלעג בד"כ צובייסן מיט א שטיקעלע ירק, דערויף פלעג ער זיך זעצן ווייטער לערנען לאור הנר אין די טיעפע נאכט שטונדן, ביז ער פלעג אלס אוועקפאלן אין א דרימל פאר עטליכע שעה, און פלעג זיך אויפכאפן מעורר זיין את השחר, ווי ער האט ווייטער אנגעהויבן מיט פרישע כוחות זיין סדר היום פונדאסניי.
דער ר' זונדל איז געווען א שטארקע בעל מחשבה און בעל השגה, זיינע מחשבות האבן אים צומאל געקענט אוועקפירן אין גאר הויעכע געדאנקן וואס האט אים געקענט מאכן טראכטן פאר שעות ארוכות אין איז אים צומאל געווען א געוואלדיגע שטער אין זיינע שיעורים, ר' זונדל האט אבער געהאלטן אז די פנימיות איז זייער וויכטיג און דער עיקר איז דאך רחמנא ליבא בעי ואחר כוונת הלב הן הן הדברים. ר' זונדל פלעג אלס אריינטראכטן אין די גאר הויעכע מדריגות פון עבדות השם, כסדר געטראכט פון מסירת נפש און מתי יבא לידי ואקיימנה, אבער ער איז נישט געווען צופרידן, ער האט געהאלטן אז מסירת נפש איז בכלל נישט אזא הויעכע מדרגה, סוכ"ס איז דאך דער עולם הזה דומה לפרוזדור, א צייטוויליגע דורכגאנג, און אז איינער קומט אים אויף מסי"נ וואס האט ער שוין דעם מקריב געווען, די הבלי עולם הזה? ס'איז דאך אשרי מי שימיו נחתמים במהרה, ער האט געפאדערט פון זיך א העכערע מדרגה, כסדר האט ער
זייט 89
טעקסט
געטראכט וואס קען אלס זיין א העכערע מדריגהאיינע פון זיינע יסודות וואס ער האט ביי זיך שוין לאנג געהאט אפגעמאכט איז געווען אז ער פארמאגט נישט קיין שום רכוש און ישות זיין הויז איז געווען אפען פאר יעדן עובר ושב, און פלעגט כסדר אויספאקן זיינע טאשן פאר יעדן נצרך פון די פאר גראשן וואס אידן האבן אים אריינגעריקט,ער האט אבער נישט געקענט ביי זיך פויעלן צו זיין אן מעורב בין הבריות ווייל ער האט נישט געקענט סובל זיין די בזבוז הזמן בשיחה בטילה מיט וואס דער המון עם ברענגט אן די צייט, דערפאר פלעגט ער אלס גיין מיט פארמאכטע אויגן, קוים וואס ער האט געקענט די וועג אהיים פון בית המדרש.מאכט זיך אמאל אינמיטן די נאכט ער לערנט זיין שיעור אין רמב"ם, און קומט אן דארט ווי דער רמב"ם רעכנט אויס די אלע מדריגות פון צדקה, די רמב"ם פירט אויס אז די העכסטע מדריגה אין צדקה איז ווען דער נותן ווייסט נישט פאר וועם ער געט, און דער מקבל ווייסט נישט ווער דער נותן איז.ר' זונדל טראכט צו זיך, איז דאס דען א מדריגה דאס טוה איך דאך כסדר, פארקויפן די עולם הבא קלערט ער צו זיך היד השם תקצר, השי"ת האט גענוג עולם הבא צו געבן פאר יעדעם ממילא איז דאס סתם א שפילעכעל, ס'איז אויך נישט שייך אויסצושפילן דעם רבוש"ע אז ער זאל נישט וויסן ווער דער נותן איז ווארום השי"ת ווייסט אלעס, אט איז אים בייגעפאלן א מאדנע געדאנק, השי"ת האט באשאפן די וועלט אז מענטשן זאלן טוען זיין רצון, ווי באקאנט האט די וועלט נישט קיין קיום נאר דורך תורה, ר' זונדל ווייסט אז מענטשן זענען זינדיג, ער ווייסט דאס פון די פסוקי הנביאים וואס זענען מוכיח דעם פאלק אויף די הארבסטע זינד, און מה דאך אין אזא דור דעה איז כלל ישראל געווען זינדיג כ"ש אין אזא דור שפל ווי היינט, אויך ווייסט ער אז ביי השי"ת זענען אלע מענטשן גלייך, אין ביי השי"ת איז נישט קיין נפק"מ צו זיין רצון ווערט נתמלא פון ר' זונדל, צו ער פארטוישט זיך מיט א זינדיגער איד וואס טוט תשובה און ער איז ממלא די רצון השי"ת אנשטאטס אים, טראכט ער ביי זיך אז אט איז אים בייגעפאלן די גרעסטע מדריגה אין עבדות השם, א גרעסערע מדריגה פון אלע נביאים און חסידים ווי דוד המלך ע"ה וואס זיי האבן דוקא געוואלט זיין די וואס האבן די זכיה צו טאן די רצון השם, סוכ"ס איז דאס דען נישט א תאווה ווי אלע תאוות לחזות בנועם השם ולבקר בהיכלו, איז דאס נישט א מילוי פון די אייגענע צרכים פון נכספה וגם כלתה נפשי.
ער טראכט אין טראכט, אין מיט אמאל שיינט די מארגנשטערן אויף, ער מאכט ביי זיך א פעסטע החלטה אז ער גייט ווערן א בעל עבירה, אזוי ער זאל פארווארפען ווערן פון אלע עולמות, צו די זעלבע צייט גייט ער אבער ארבעטען צו מאכן א זינדיגע איד פאר א בעל תשובה. ביי וועלכע עבירה הויב איך אן טראכט ער צו זיך, די ג' חמורות?!, ע"ז קומט נישט אין באטראכט זיי גלויבן דאך אין א שטיק קלאץ, גילוי עריות? ער ווייסט נישט וויאזוי מ'עסט דאס, פעך! שפ"ד איז דאך פשוט קעגן זיין איידלן כאראקטער, ער קען אפילו נישט טשעפן א פליג אויפן וואנט, אלזא האט ער מחליט געווען אז ער גייט אויפהערן מקפיד צו זיין אויף זיינע קפידות אין הלכה, ער ווערט אנהויבן עסן ירקות הצריכים בדיקה אנע בדיקה, ווען זיין אידענע ווערט צוריקומען פון טבילה ווערט איר נישט פרעגן צו זי האט זיך געטובלט און דערביי איז דאך דא א נדנוד פון איסור כריתות און אויף כרת איז דאך די תורה אליין מעיד אז מ'ווערט פארשניטן פון אלע עולמות רח"ל, אט דאס איז די ריכטיגע מדרגה פון מסירת נפש, טראכט ער צו זיך.זינט דעמאלטס איז ר' זונדל געווארן אינגאנצן צומישט ער האט שוין נישט געוויסט צו ער טוט א מצווה אדער אן עבירה, זיין אידענע האט געזען דעם שינוי, אבער זי האט געגלויבט אין אים מער ווי אין א מלאך, טייל מאל פלעגט ער זיך אינטערמורמלען אז חז"ל זאגן דאך גדול המעשה יותר מן העושה, אבער זי האט קיינמאל נישט פארשטאנען וואס דא גייט פאר.אין שטאט האט מען אויך באמערקט ווי ר' זונדל איז געווארן מאדנע, ער האט אויסגעזעהן נעבעך ווי א זקן ששכח תלמודו, מ'האט באמערקט ווען ער פלעגט אריבערגיין די קירכע הויף פלעג ער נישט אריבערגיין אויף די אנדערע זייט הויף אזוי ווי די מנהג פון אלע אידן, אנשטאטס לערנען און דאווענען איז ער כסדר געזיצן א
פארטראכטער, קיינער האט זיך אבער נישט געטרויעט צו זאגן עפעס א ווארט.
ס'איז פרייטיג צונאכטס, אין א ווינטערדיגן פראסט רבי אייזיק די צדיק אין שטאט פירט זיין געהויבענעם טיש אינעם קלויז, אידן קומען זיך אנווארעמען פונעם צדיק'ס פייערדיגע עבודה, ס'איז שא שטיל מ'הערט נאר די פייפעדיגע ווינטען זיך אנקלאפן אין קלויז, דער צדיק הויפט אן זאגן תורה רזין דרזין, בתוך הדברים זאגט דער צדיק, ויעש האדם בצלמו אז דא ליגט א גאר א טיעפע סוד, אז השי"ת האט באשאפן דעם מענטש בצלמו מיט דעם זעלבן כח פון השי"ת זעלבסט מיטן כח פון אי‐השתנות אז השי"ת האט מאציל געווען אין יעדען מענטש זיין "איך" און פון דעם איך קען מען נישט זיך ארויסדרייען, און אז דאס פארלייקענען אינעם "איך" איז פון די הארבסטע כפירות ווארום דער איך איז דאך א חלק אלוקי ממעל.
אויף צו מארגענס איז ארומגעגאנגן די שמועה אז ר' זונדל איז אוועק פון די וועלט אין האט הארט ביפאר געזאגט שמע ישראל, ער האט תיכף געוואלט טוען אן עבירה אבער לא איסתייע מילתא ויצאתה נשמתו באחד.ווען דער צדיק ר' אייזיק האט זיך דערוויסט פון די פטירה פון ר' זונדל, האט ער געזאגט וויסן זאלט איר אז ר' זונדל האט מימיו נישט טועם געווען טעם חטא, נאר די סיבה פארוואס ער איז דורכגעפאלן איז צוליב דעם וואס ער האט כופר געווען אין זיין אנכי אין זיין חלק אלוקי ממעל, און דאס איז פון די הארבסטע כפירות, יעצט און עולם העליון איז געווען א רעש אין וועלכע היכל מ'זאל אים לייגן מ'האט נישט געקענט מאכן קיין באשלוס צום סוף האט מען אים געלייגט אינעם היכל פון ר' יוסף דילריינה ושם יהא מונח עד שיבא אליהו
דורך נולד מאוחר
משמעות החיים מיז נישט ריפערן דוקא צי די רצון פונעם בורא. אפי' גאט זאל אונז האבן באשאפן אן א משמעות פאר אונז, אן א תכלית פאר אונז. פאסט נאך אלץ א מענטש זאל פרעגן מה חובתי בעולמי, וואס איז מיין בעסטע וועג צי לעבען, וואס און וויאזוי זאל איך אויסשטעלן און פארברענגן מיינע יארן דא.
דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן
דורך הקטן
"וואס איז מיין בעסטע וועג צי לעבען" איז נישט ממש די זעלבע "וואו משמעות החיים" איינס איז א פראקטישע שאלה און איינס איז אן עקזיסטעשעל שאלה ס'קען זיצן א ייד אין בית הכנסת אנגעטון מיט טלית און תפילין, דאווענט און לערענט בדחילו ורחימו און פירט זיך ווי אן עהרליכע ייד ברויך זיך פירן בשלימות, אבער בפנימיות איז דער נישט מער ווי א נישט גלויביגער וואס זיין לעכטצן און גלוסטענישט נאך "העכערס", נאך "א תכלית אין לעבן" פירט אים צו זיין וואס ער איז. אויב זיין בליק אויף זיך איז אז ס'מוז זיין א תכלית פארוואס איך לעב אויף דער וועלט און דער הנחה שלעפט אים אריין אין בית המדרש אריין איז ער בכלל נישט קיין עובד השם, דער איז אן עובד את עצמו. דאס וואס דעם איז געלונגען זיך ארויסצודרייען פון די גייסטישע דרוקענישן וואס קוועטשט אויפן הארץ פון אן אמונה'לאזער דענקער דאס איז נישט מער ווי א געלונגענע טריק צו עסן דעם טארט און איר לאזן גאנץ, דאס מאכט אים נאך נישט פאר קיין מאמין. איינער וואס פירט זיך רעליגיעז ווייל רעליגיע גיבט אים א משמעות אין לעבן, אדער ווייל "ס'איז גוט צו זיין א ייד" דער איז אינגאנצען נישט רעליגיעז, ער איז מענטשיעז, אדער אין אנדערע ווערטער א בעל
זייט 90
טעקסט
דורך נהורא נפישא
אבער ווער זאגט אז מ'מוז רעדן לכתחלה, און אסאך פעלער הויבט אן צו דרוקן די שאלה פון חובת האדם בעולמו, נאכדעם וואס מ'האט ביז דאן מקיים געווען די מצוות מתוך יראה און יעצט אז מ'וויל זיין מעלין בקודש און הנאה האבן מתוך אהבה פרעגט זיך די שאלה פון משמעות החיים.
והשתא דאתינא להכי וועל איך זיך וואגן צו זאגן אז דאס איז די סוד פון כל האומר וכו' חטא אינו אלא טועה, אז וויבאלד די צדיקים ארבעטן שוין אויף א העכערע מדריגה פון הנאה קומט אויס אז די חלק קבלת העול שבו ווערט אסאך מאל באיתכסיא, הגם מסתמא ווען מ'האלט ביי די מדריגה פון אהבה בלייבט נאך די מדריגה פון יראה, ווי מזעהט אין לגבי משה מילתא זוטרתא, איז אבער דא תרי גוונא יראה, יראת העונש און יראה הבאה מתוך אהבה כמבואר בספרי חסידות.
דורך יאיר
און וואס אזוינס מאטיווירט דעם עבד צו טון זיין פליכט אויף דער וועלט? אינסטינקט?
דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן
דורך יאיר
דאס איז נישט א שמועס פאר זיך נאר תלוי הא בהא. יעדער עבד האט א סיבה פארוואס ער דינט זיין אדון. צו ווייל ער ווייל נישט כאפן שמוץ אדער ווייל ער האט רעספעקט וכדומה. הצד השוה שבהן אז ער האט א אייגענע געברויך אים צו דינען.
יאיר האט געשריבן:
דאס איז נישט א שמועס פאר זיך נאר תלוי הא בהא. יעדער עבד האט א סיבה פארוואס ער דינט זיין אדון. צו ווייל ער ווייל נישט כאפן שמוץ אדער ווייל ער האט רעספעקט וכדומה. הצד השוה שבהן אז ער האט א אייגענע געברויך אים צו דינען ווען ער איז שוין אן עבד טוט ער זיין ארבעט ווייל ער מוז, ווייל ער איז אן עבד. דאס איז ער און פאר דעם עקזיסטירט ער. אויב פאלגט ער נישט נאך זיינע פליכטן און מ'דארף אריינברענגן א שטעקן אים צו דערמאנען ווער
זייט 91
טעקסט
ס'איז דא בעל הבית איז איהו דאפסיד אנפשיה, ער איז א שוטה וואס פארשטייט נישט קיין אנדערע שפראך. איז עס אבער נישט מער ווי דאס, א שפראך וואס גיבט דעם קנעכט אנצוהערן וואס ער איז. פון די אנדערע זייט ווידער דאס זעלבע, אן עבד וואס גראדע קומט אים זייער גוט אויס זיין עבדות ווערט ער נאכנישט אויס קנעכט פאר דעם. ס'דא א קנעכט וואס שרייט "אהבתי את אדוני לא אצא חפשי" און לאזט זיך אפילו לעכערן די אויערן פאר זיין הנאה פון זיין אן עבד ועם זאת איז ער נישט אויס עבד.
דער בולט'דיגער חילוק ציווישען מאמין און אפיקורוס )ווען ביידע זענען די זעלבע שומרי מצוות( איז דער לכתחילה'דיגע געשעפט אויף וואס זיי זענען איינגעגאנגן. דער מאמין האט אויף זיך מקבל געווען עבדות אדונו און דער אפיקורוס פון דער אנדערער זייט, שכירות, א קבלן וואס ארבייט פאר זיך אליינס.
רבי דוב בער פון ליעווע )בערניו( ‐ וואס האט דארט פאסירט?
חקרן
אסאך האבן שוין זיכער געהערט פון דעם פערטן זוהן פון הרה"ק רבי ישראל מרוזשין זצוק"ל, ה"ה האדמו"ר מליאווי, רבי דוב בער, וועלכער האט גורם געווען א הייסע שערוריה אין די חסידי'שע וועלט, וואס לויט טייל מיינונגען האט דאס גאר צוגעברענגט צו דער באקאנטער מחלוקת פון צאנז און סאדיגורא. טראצדעם וואס עס זענען פאראן פילע שמועות ארום דעם פערזאן, מהותו וכוחו, פארט זענען די ידיעות זייער פארנעפלט און מען ווייסט ווייניג פון אים צו זאגן, ווי אויך איבער די באקאנטע פרשה וואס האט זיך אפגעקאכט ארום אים. יעדער ווייסט, אז א זוהן פונעם רוזשענער, דער ליעווער רבי, איז אנטלאפן, אדער פארכאפט געווארן, און ער איז געזעצן צווישן די משכילים אין טשערנאוויץ. אבער קיינער פארשטייט נישט וואס האט באמת פאסירט, ווי אזוי גייט א רבי פון טויזנטע חסידים אוועק פון די רבי'סטעווע, אנטלויפט פון זיין עולם, ווערט א משכיל? ‐ קען אזא זאך געשען אויך היינטיגע טעג? ‐ וואס האט דארט באמת פאסירט? מיר וועלן פראבירן אהערצושטעלן אין דעם ארטיקל ידיעות און פאקטן ארום דער מענטש, וכל המוסיף יוסיפו לו מן שמיא כל טוב, ויהא חלקו בין מזכי הרבים.
דער לעווער רבי איז געבוירן געווארן צו זיין גרויסער פאטער אין רוזשין, בערך אין יאר תקפ"א און איז גערופן געווארן 'דוב בער', אדער בלשון חיבה 'בערניו', נאך זיין גרויסער זיידע, הרה"ק ר' דוב בער המגיד ממעזריטש זצוק"ל. ווען ער איז געבוירן געווארן, איז זיין טאטע געזעצן נעבן זיין בעט און זיך אנגערופן "עס איז נולד געווארן דער אור ישראל". אויפגעוואקסן איז ער אין דער מלכות'דיגער רוזשענער הויף, און אזוי ווי אלע אנדערע זוהן פונעם רוזשענער, איז ער אויפגעוואקן ווי א פריץ, פארמאגנדיג אלע זיינע געברויכן, א באזונדערע מלמד איז צוגעשטעלט געווארן צו זיין באנוץ און וואס ער האט געדארפט האט ער באקומען אויף א גאלדענעם טאץ.
ויהי הנער הולך וגדול מאוד, ער איז געשטיגן און געוואקסן אין הויף. בערניו האט זיך אויסגעצייכנט דערמיט וואס ער איז געווען א יפה תואר און זייענדיג אין יונגן עלטער איז ער חתן געווארן מיט הרבנית מרת שיינדל בת הרה"ק רבי מרדכי מטשערנאביל זצוק"ל, זי איז געווען א שוועסטער מיט די קינדער פון דער טשערנאבילער גזע, דער טאלנער, רחסטריבקער וכו'. די חתונה איז פארגעקומען אין יאר תקצ"ה אין טשערנאביל, ווען בערניו איז אלט געווען בלויז פערצן יאר אלט. צו די חתונה איז אנגעקומען דער רוזשענער מיט טויזנטע חסידים, זיך גרייטנדיג צום חופה וואס האט געזאלט פארקומען פרייטאג‐צו‐
נאכטס. אן אינטערעסאנטער עפיזאד האט זיך אפגעשפילט, ווען דער טשערנאבילער האט פלוצלינג מחליט געווען אפצושטיפן די חופה, טענה'ענדיג אז מען טאר נישט אויסמישן די כוונות פון שבת מיט די כוונות פון קידושין, דער רוזשענער האט דערויף געהאט תערומות, זאגנדיג "צי בין איך דען א דארפסמאן וואס ווייסט נישט וואס ער ווייסט?" ‐ למעשה איז די חתונה אפגעשטיפט געווארן אויף נאך שבת. נאך די חתונה, האט זיך די פאר פאלק באזעצט נעבן דעם רוזשענער, בשעת די גזירות און רדיפות זענען זיי געווען אין הויף און מיטגעגאנגען אינאיינעם מיטן רוזשענער, קיין סאדוגורא און סוף ימיו קיין פאטאק‐זלאטי.
נאכן פטירה פונעם רוזשענער, האבן די קינדער זיך גענומען פירן, יעדער איינער אויף זיין ארט. ר' בערניו האט קודם אנגעהויבן צו פירן אין סקולען, וואו ער האט געוויילט א קורצער צייט. מען דערציילט אז זיין עלטערער ברודער הרה"ק רבי אברהם יעקב מסאדיגורא זצ"ל האט אים אנגעזאגט זיך נישט צו באזעצן אין רומעניע, וויבאלד עס איז געווען א בור ריק, עס איז געווען זייער פראסט אין אידישקייט. צווישן אנדערע האט אים דער סאדיגורער געזאגט, אז רומעניע איז נוטריקון 'רום אין יה' ‐ עס איז נישטא דארט דער באשעפער, האט דער לעווער אים געעענטפערט "איך בין זיכער אז איך וועל אויפהויבן דאס וואונקל".
א קורצער צייט דערנאך האט ער זיך געצויגן צום שטעטל 'הוש' און פון דארט האט ער זיך געצויגן צום דערנעבנדיגער שטאט 'ליאווע', וואס על שמו איז ער פארבליבן מיטן נאמען 'דער ליעווער'.
אזוי ווי אלע אנדערע רוזשענער חסידות'ן אונטער די פירערשאפט פון די אנדערע קינדער, האט אויך דער ליעווער געפירט א מלכות'דיגע הויף, דינסטן מיט אויסגעצירטע פערד און אלע אנדערע קלאפער געצייג אזוי ווי עס פאסט פאר א רוזשענער רבי. עס איז ווייניג באקאנט איבער דער דאזיגער הויף, אבער אויף אזויפיל ווייסט מען, אז דער ליעווער האט געצויגן טויזנטע אידן פון דער אומגעגנט, וועלכער איז זיך געקומען ווייקן, זיך פראווען אין דעם הויף. דער רבי האט געלאזט אויפבויען א באזונדער היכל פאר משיח, וואו דארט וועט ער מקבל זיין פני משיח צדקינו ווען ער וועט אנקומען, עס האט זיך געפירט רוזשין אויפן העכסטן גראד.
עס איז קיין סאך נישט באקאנט איבער דאס לעבן פונעם ליעווער. פאראן וואס שרייבן אז ער איז געווען דער געלונגענסטער זוהן פונעם רוזשענער, אנדערע מאכן דאס אוועק אלס גזמאות, אבער אויף אזויפיל איז זיכער אז קיין מפיל קינד איז ער נישט געווען, ער האט געפירט א מלכות'דיגער הויף בהוד והדר, געפירט טיש און געזאגט תורה, און זיינע תורות וואס זענען געדרוקט אין נר ישראל, זענען גראדע שיינע בליצן און געדאנקען. ער האט געצויגן חסידים אין די טויזנטער, וואס זענען געווען געשוואוירענע אנהענגער פון אים און זענען גרייט געווען אריינצוגיין פאר אים אין פייער. איבעראל האט מען גערעדט פון זיין גרויסקייט און מופתים. בקיצור, א רבי ווי אלע רבי'ס.
צוויי זאכן האט אבער געפעלט פארן לעווער, וואס דאס האט צושטערט דעם גאנצן הויף מיט די גאנצע לעבן פון דעם לעווער. א. זיין רביצין, הרבנית מרת שיינדל, מיט די קאמפלעצירטע שלום בית וואס זיי האבן פארמאגט.
ב. זיין ווידערווילן און אפשיי צו די גאנצע רבי'סטעווע.
אין דער קומענדיגער פרק וועלן מיר צונעמען די צוויי פאקטארן, און ערקלערן וואס עס האט פאסירט מיט דעם ליעווער רבי.
דורך חקרן
ווי געשמועסט אינעם פריעדיגן פרק, האט דער לעווער חתונה געהאט מיט זיין ווייב, הרבנית מרת שיינדל, אלט זייענדיג בלויז פערצן יאר. שיינדל ווערט באצייכנט אין עטליכע מקורות, אלס אשה יפת תואר ויפת מראה, אפילו די משכילים וואס האבן איר פיינט
זייט 92
טעקסט
געהאט שנאת מות, צוליב איר ראלע אין די נפילה פונעם לעווער, לויבן אויס איר שיינקייט, אויף אזוי ווייט אז א משכיל מיטן נאמען משה אורנשטיין שרייבט, אז ער האט איר געזען אין טשערנאביץ, און זעענדיג איר שיינקייט האט ער געקרעכצט זאגנדיג "וי ליה להאי שופרה דבלי בארעא". אויך שיינדל איז אויסגעוואקסן אין א רבי'שער הויף, אין דער טשערנאבילער הויף, וואס האט זיך אויך געפירט מיט א מלכות, כאטש נישט ווי רוזשין, אבער זי איז אויך אויפגעוואקסן אויף א גאלדענעם טאץ.
די ערשטע יארן פון זייער צוזאמענלעבן, איז די שלום בית אין שטוב געווען אויסערגעווענליך און אפשר אפילו ראמאנטיש. ווי געשמועסט איז דער לעווער געווען בלויז פערצן יאר אלט ביי די חתונה, און זי איז מסתמא נישט געווען צופיל עלטער, טראצדעם וואס עס איז נישט באקאנט פונקטליך איר עלטער ביי איר חתונה. עס ווערט דערציילט אז דאס פאר פאלק האבן זיך זייער ליב געהאט, זיי פלעגן פארברענגען אינאיינעם אין די נעכט אויף די טאראסע פון זייער שטוב און בייטאג פלעגן זיי אינאיינעם ארויספארן אין וואלד שפאצירן, זיי זענען געזעצן אינאיינעם אין קאטש, איינגעשפאנט צו צוויי פערד, נוסח רוזשין. חסידים פלעגן שמועסן אז דער זיווג איז ביכולות צו ברענגען משיח'ן, וויבאלד דאס איז א שידוך צווישן בית דוד און בית שאול. אנדערש ווי עס איז געווען אנגענומען אין אנדערע הויפן, האבן זיי ארויסגעוויזן חיבה ברבים. אין קורצן, די שלום בית אין די ערשטע יארן איז געווען להפליא.
אבער ווי א יאר עס איז אריבער, האט זיך אנגעהויבן אנצוזען אן אנגעצויגנקייט צווישן זיי צוויי, וואס איז אלס געווארן שווערער און שווערער. קיין קינדער האט דאס פאר פאלק נישט געהאט, א זאך וואס האט זיכער צוגעגעבן צום שווערן מצב. מען זאגט נאך פונעם רוזשענער אז ער האט געזאגט דריי טעמים פארוואס דאס פאר פאלק קען קיין קינדער נישט האבן, און די ערשטע סיבה איז צוליב דעם וואס ער איז פון בית דוד און זי איז פון בית שאול, אן אנדערן נוסח איז פאראן, אז זי איז די שורש נשמה פון מיכל בת שאול וואס האט נישט געקענט האבן קיין קינדער.
עס איז גאנץ מסתבר אז דאס נישט האבן קיין קינדער האט פיל צוגעגעבן צו זייער שלום בית פראבלעם, אבער דאס איז נישט געווען די איינציגסטע פראבלעם צווישן זיי. זי איז געווען א רביצין מיט אן אויער‐רינגל, זי איז געווען א פעסטער כאראקטער מיטן גאנצן רבי'שן טראכט, בשעת ר' בערניו איז געווען פון אן אנדערן טייג געקנאטן, ער איז געווען מער אן איידעלן רוזשענער נאטור.
וואס א יאר עס איז אריבער, אלס מער אנגעצויגן איז געווארן אין שטוב, ביז עס האט געהאלטן ביי א מצב אז ר' בערניו האט איר פשוט פיינט געהאט, עס איז געווען א שנאה פון אים אויף איר, און נישט אומזינסט, אז מיר וועלן באטראכטן איר אויפפירונג במשך די געשיכטע, וועלן מיר קענען אביסל מער פארשטיין וואס עס האט אים אזוי פארפיינטעט אין איר.
דער צווייטער פאקטאר וואס דער לעווער האט פארמאגט, איז פשוט, אז ער האט פיינט געהאט די רבי'סטעווע. דער לעווער האט געהאלטן אז די גאנצער הויף מיט די רבי'סטעווע איז א פשוט'ער וועג פון מאכן געלט, לעבן אין לוקסוס; מען רעדט איין די חסידים אז דער רבי איז גאט, יעדער באווארפט אים מיט גאלד און מען גלויבט אז ער פליעט אין הימל און פועל'ט ישועות, בשעת דער רבי איז פונקט אזא בשר ודם ווי יעדער אנדערער מענטש. אויף זיין פאטער האט ער קיין קושיות נישט געהאט, וויסנדיג אז ער איז געווען אן איש קדוש מאוד, אבער אויף דער עצם מושג פון רבי'סטעווע מיט רבי'שע הויפן, איז געווען אין זיינע אויגן א פאלשע דרך אין עבודת‐השם און ער האט געהאלטן אז דער דרך החסידות באשטייט נישט פון מאכן א רבי'ן פאר א מלאך וואס קיינער באגרייפט אים נישט און ער קען טון וואס ער וויל.
דער לעווער האט קיין רבי נישט געוואלט זיין, ער האט געלאכט
פון די גאנצע מעשה און זיך געוואלט ארויסדערזען פון דעם מאדנעם געשעפט פון רבי'סטעווע. צווישן די תורות פונעם לעווער זעט מען נישט איינמאל, ווי אזוי ער מאכט אוועק די רבי'סטעווע )און דאס איז שוין בלויז דער חלק וואס מען האט געדרוקט(.
אין אן אנדערן ארט וואלט אזא הנהגה נישט געווען קיין גרויסער פראבלעם. מיר געפינען גענוג קינדער פון צדיקים וואס האבן מחליט געווען אז זיי ווילן נישט זיין קיין רבי'ס און זיי זענען טאקע געווארן ווי פשוט'ע מענטשן, אוועקגעפארן פונעם טאטע'נס הויף, געלעבט ווי אנדערע מענטשן וזהו. אבער נישט אין רוזשין... חסידים האבן זיך נישט געקענט פארשטעלן אז דעם רוזשענער'ס א קינד איז א פשוט'ער מענטש. וויפיל ער האט געוואלט אנטלויפן פון דעם חסידות, זענען אים די חסידים נאכגעלאפן, דער מלכות איז געווען אויפן העכסטן גראד און דער הויף האט זיך ווייטער געפירט. נישט איינמאל האט דער לעווער געשריגן ברבים אויף די חסידים "לאזט מיר אפ, איך בין א פשוט'ער בשר ודם פונקט ווי אייך, איך האב פונקט אזא יצר הרע, איך בין גארנישט העכער פון אייך", אבער די אלע ווערטער האבן גארנישט פועל געווען, עס איז בלויז אפגעטייטש געווארן אלס רבי'שע עניוות און בלויז פארשטערקערט זיין צדקות און קדושה אין די אויגן פון די חסידים.
בעצם, פארוואס האט דער לעווער נישט געקענט אויפגעבן די רבי'סטעווע, פארקלאפן די טירן, מער נישט אויפנעמען דעם ציבור און מער נישט פירן קיין טיש? פארוואס האט ער פשוט נישט געקענט פארמאכן דאס געשעפט און אנטלויפן? ‐ דער ענטפער איז, אז ער האט פשוט נישט געקענט. אט דא קומט אריין די רביצין אין בילד, אבער מיר מוזן קודם מיחד זיין עטליכע ווערטער אויף די מהות פון ר' בערניו זעלבסט.
ר' בערניו איז געווען זייער א קלוגער און געלונגענער מענטש, אבער פארט א שוואכער כאראקטער. ער איז געווען געבויט פון אן איידעלן נאטור און ער האט זיך נישט געקענט קעגן שטעלן זיינע ארומיגע, בעסער געזאגט ‐ ער האט פשוט מורא געהאט פון זיינע ארומיגע. די רביצין שיינדל האט גוט געקענט איר מאנ'ס שוואכקייט און זי האט דערויף געריטן מיטן גאנצן כח.
די רביצן שיינדל איז געקומען פון א רבי'שע שטוב, פון דער טשערנאבילער הויף, און האט חתונה געהאט מיט ר' בערניו, וויסנדיג אז ער איז א רוזשענער קינד און ביום מן הימים וועט ער זיין א גרויסער רבי, וואס דאס מיינט אז זי וועט נאטורליך זיין א גרויסע רביצין. זי האט בשום אופן נישט געוואלט דערהערן אזא סארט געדאנק אז איר מאן וועט קיין רבי נישט זיין. זי האט דעריבער געריטן אויף זיינע געהירן, אים געצווינגען צו פירן רבי'סטעווע מיט גוטן און מיט בייזן. לויט ווי דער לעווער האט שפעטער דערציילט פאר די משכילים אין טשערנאוויץ, פלעגט זי אים סטראשען אז זי וועט זיך דערווייטערן פון אים און זיך צוריקהאלטן פון אינטימישע באציאונגען מיט אים. זי האט נישט נאר געסטראשעט נאר זי האט טאקע געהאלטן ווארט... יעדע מאל ער האט געלאזט הערן עפעס א ווארט אז ער וויל קיין רבי נישט זיין, האט זי מקיים פסק געווען און זיך צוריקגעהאלטן פון אים, און אזוי אויך יעדע מאל ער האט זיך אויפגעפירט נישט ווי עס פאסט פאר א רבי, האט זי דאס נישט פארשוויגן.
באופן מסוימת האט זי דערמיט געהאט די שטיצע פון זיינע ברידער, די אנדערע רוזשענע קינדער, וועלכע האבן פארשטאנען אז א רוזשענער קינד איז העכער פון סתם מענטשן, און פארמאגט א העכערע כח. דער אויפפירונג פון זייער ברודער האט באיזה אופן עטוואס פארשעמט די רוזשענער דינאסטיע, זייענדיג אנדערש פון אלע אנדערע ברידער און ווייזנדיג אז א קינד פונעם רוזשענער קען זיין א פשוט'ער מענטש. עס איז דעריבער געווען נארמאל אז זי פלעגט פאר'מסר'ן איר מאן פאר זיינע ברידער, וועלכע פלעגן פראבירן משפיע זיין אויף אים און אים זאגן אז ער איז בעצם א העכערע נשמה און דעם טאטע'נס א קינד. זי פלעגט אויך כסדר שיקן בריוו צו איר
זייט 93
טעקסט
צו הרה"ק ר' דוד'ל טאלנער זצ"ל, וועלכער פלעגט אויך פראבירן צו משפיע זיין אויף אים.
קיין גט איז נישט געקומען אין באטראכט, וויבאלד די ברידער און זיינע נאנטע מענטשן האבן אים אפגערעדט דערפון, צוליב כבוד בית רוזשין אדער אנדערע חשבונות, זיי האבן געהאלטן אז עס איז בעסער ווילאנג ער איז מיט איר, אזוי האלט זי אים אין די ראמען, און זייענדיג א שוואכער כאראקטער, און נישט זיך קענענדיג שלאגן מיט זיינע ארומיגע, האט ער אויך געגלויבט אז עס איז בעסער אזוי, און אזוי האט ער נעבעך געלעבט זיין ביטערע לעבן, זיך מוטשענעדיג מיט זיך, און זיך געפינענדיג אין א גאלדענע תפיסה.
די באציאונגען צווישן די צוויי זענען געווארן וואס אמאל ערגער און ערגער, ביז עס איז געקומען צו א מצב אז ער איז כסדר געווען אונטער איר אבוואזיציע, זי האט אים נאכגעקוקט אויף יעדע ריר, און אויב איז איר עפעס נישט געפאלן האט זי דאס תיכף באריכטעט צו איר ברידער קיין טאלנע און צו זיינע ברידער. אין טשערנאביץ האט ער אויך געזאגט פאר די משכילים "אלע יסורים פון טויט און חיבוט הקבר זענען פון איר געקומען, זי פלעגט זיצן ווי א רויב‐פויגל אין מיין צימער, נאכקוקנדיג יעדן טריט און אויב האט זי געזען עפעס וואס איז איר נישט געפאלן, האט זי דאס דערציילט פאר איר ברודער לבן הארמי )הרה"ק ר' דוד'ל טאלנער( און פאר מיין ברודער אברהם יעקב )פון סאדיגורא(, און זיי האבן צוזאמען פלאנירט וואס צו טון ווייטער מיט מיר."
דערווייל האט ר' בערניו פראבירט צו טון וואס ער קען זיך ארויסצודערזען פון דעם פלאנטער, אבער ווי עס שיינט האט ער קיין ערפאלג נישט געהאט. ממש לעצטנס האט מען געפינען א בריוו וואס ר' בערניו האט געשריבן בסוד סודות צו די ראשי‐הקהילה אין יאס, וואו ער שרייבט אז ער וויל קומען וואוינען קיין יאס און ער וויל ווערן ווי א פשוט'ער חבר אין די קהילה, ער בעט דעריבער די ראשי‐הקהילה זאלן אים אנערקענען ווי א פשוט'ער חבר הקהילה, א מיטגלידער ווי אלע. עס איז נישט באקאנט וואס די ראשי‐הקהילה האבן אים געענטפערט, און צי זיי האבן אים בכלל געענטפערט אויף דעם בריוו. וואלט ר' בערניו געהאט א געזונטע שלום‐בית, וואלט אים זיין ווייב פארשטאנען און זיי וואלטן געלעבט א שיינעם לעבן, ווייט פון די חסידים, און אלעס וואלט געפארן בשלום ובשלוה. וואלט ר' בערניו נישט געבוירן אין רוזשין, נאר אין אן אנדערן רבי'שער הויף, וואלטן אים זיינע ברידער פארשטאנען, און אפילו אויב זיין רביצין וואלט נישט געוואלט מוותר זיין אויף די רבי'סטעווע, וואלטן אים די ברידער געהאלפן, צי דורך ערקלערן די רביצין און אין שארפן פאל וואלט זיך עס געענדיגט מיט א גט. האט אבער די מזל פון ר' בערניו געשפילט אז ער איז געבוירן אין רוזשין און אריינגעפאלן מיט א שווערן שלום‐בית, בשעת זי האט געטאן אלעס אין איר מעגליכקייט פאר די רבי'סטעווע און די מזל האט נאך צוגעשפילט אז קיין קינדער האבן זיי נישט פארמאגט, אזוי אז ר' בערניו האט זיך געפינען אין א שווערן קלעם, א קלעם וואס איז נאר געווארן ערגער און ערגער און עווענטואל געברענגט צו א מיסע שרעקליכע פרשה וואס האט אויפגעשוידערט דעם גאנצן חסידי'שער וועלט, און ביז היינט ליידן מיר נאך פון די דאזיגע קאנסעקווענצן.
ווי אזוי זאגן אונז חז"ל: חכמת נשים בנתה ביתה וכו'... ווי אזוי האט זיך ר' בערניו ארויסדערזען פון דעם פלאנטער? ‐ וואס האט ער געטאן? ‐ אין קומענדיגן פרק וועלן מיר זען ווי אזוי די געשעענישן האבן זיך ווייטער אנטוויקלט.
איבער דאס מואס זיין די רבי'סטעווע פונעם לעווער, ווערט דערציילט אז ער פלעגט נישט וועלן נעמען קיין געלט פון מענטשן. צומאל פלעגט ער דאס צוריקגעבן זאגנדיג, "אין די געלט ליגט דאך א שטיק בלוט, ווי אזוי קען איך דאס נעמען?" ‐ נאך ווערט דערציילט, אז זיינע חסידים אין קאשאנאוו האבן אים אמאל געשיקט א פדיון פון
150 רובל און ער האט דאס צוריקגעשיקט. זעענדיג דאס, האבן די חסידים געשיקט מער און מער געלט, ביז פינף‐הונדערט רובל, אבער ער האט אלס צוריקגעשיקט דאס געלט און נישט געוואלט נעמען. נאך ווערט דערציילט, אז אמאל ווען א חסיד איז געקומען צו אים מיט א קוויטל, האט ער גענומען אן אנדערן פאפיר, ארויפגעשריבן דארט 'דוב בן ישראל' און דאס איבערגעגעבן פארן חסיד. אויף דעם וואונדער פון דעם חסיד, האט דער לעווער געענטפערט מיט א פשטות "אויף דאס וואס דו בעטסט א ישועה, דארף איך פונקט אזוי האבן..." אין אן אנדערן פאל האט ער צוריקגעגעבן א קוויטל פאר א חסיד, זאגנדיג "ס'איז איין חילוק צי דו גיבסט פאר מיר אדער איך גיב פאר דיר...".
איבער זיין שווערע לאגע אין וואס ער האט זיך געפינען, נישט האבנדיג קיין קינדער מחד, זיין שווערער שלום בית מאידך, נאכדערצו ווען ער איז געצווינגען געווען צו טון זאכן וואס ער האט נישט געהאלטן דערביי, דארף מען צוגעבן אז דער עצם פאקט אז ער האט געוואוינט אין רומעניע, נישט אין רוסלאנד ווי זיינע ברידער האבן געוואוינט, האט פיל צוגעלייגט צו זיין שווערער מצב. מען דארף נעמען אין באטראכט, אז רומעניע בימים ההם איז געווען א דארפישע פלאץ, עס איז נישט געווען דער אצילות'דיגער מצב אזוי ווי אין רוסלאנד, עס זענען געווען פראסטע אידן און דארפסלייט מיט וועמען ער איז געווען ארומגענומען.
דער לעווער האט געשפירט אין רומעניע א שטיקל גלות, קומענדיג פון א מלכות'דיגער שטוב, און דא דארף ער אנוואונטשן מענטשן אז די קוה זאל געבן מילך און דער קאץ זאל כאפן מייז. דאס איז אויך געווען א גרויסער גורם צו זיין אומבאקוועמער מצב אין וועלכער ער האט זיך געפינען.
אין די פריעדיגע קאפטילען האבן מיר דערמאנט דעם שווערן לעבן וואס דער ליעווער איז דורכגעגאנגען, ווי אזוי דער מזל האט אים צוגעפירט אז ער האט זיך געפינען אין א פארוויקלטער מצב, זייענדיג אין גלות רומעניע, ווייט פון זיין משפחה אין רוסלאנד, בשעת דער שלום בית אין שטוב איז געווען אומדערטרעגליך, ווערנדיג אלס מער און מער אנגעצויגן, און קיין קינדער האבן זיי נישט פארמאגט. פון דער אנדערער זייט האט ער קיין רבי נישט געוואלט זיין, בשעת די משפחה פון ביידע זייטן לייגט אויף אים גרויס דרוק און צווינגט אים מיט געוואלד צו פירן רבי'סטעווע. זיין רביצין מיט די הילף פון די גבאים האלטן אים אין איין נאכקוקן און יעדע ריר ווערט באריכטעט צו די ברידער קיין סאדיגורא און קיין טאלנע.
לויט ווי דער משכיל משה אורנשטיין שרייבט נאך פון וואס דער ליעווער האט אים דערציילט, איז געווארן א מצב אז זיין רביצין שיינדל פלעגן זיך כסדר סודות'ן מיט די גבאים אונטער זיין רוקן, רעדנדיג כסדר פון אים, ווי אזוי מען דארף אים באהאנדלען און‐אזוי‐ווייטער, א זאך פון וואס ער האט זיך געשפירט געטראפן, ער איז געווען ווי דער ארעסטאנט אין תפיסה וואס זיינע אויבערהארן קוקן אים נאך און שמועסן דורך ווי אזוי אומצוגיין מיט אים, און דאס מאל זענען זיינע אויבערהארן זיין אייגענע ווייב מיט די גבאים, עס איז געווען גאר א ווייטאגליכער מצב איך מיין זאלסט אריין לייגן נאר ביז דא און צושרייבן תם וא נשלם לעת עתה, כרצונך. ער האט איר אויך חושד געווען אז זי איז מזנה מיט די גבאים ‐ א זאך וואס זי האט גע'טענה'עט פארקערט, אז ער האט זיך פארליבט אין דעם פריצ'עס טאכטער, אדער לויט אנדערע ווערסיעס די שוועגערין פונעם פריץ וואס האט געוואוינט פונקט קעגן איבער דעם הויף. לויט ווי אזוי יאסל דיק שרייבט ‐ און ער האט קלאר געשריבן אונטער א צאנזער השפעה און איז נישט באגלויבט מיט זיינע ווערטער ‐ האט זיך דער ליעווער אריינגעזעצט אין שטוב פון פריץ און איז דארט געזעצן צען טאג, און בלויז מיט שווערע כוחות פון די חסידים און מקורבים, האט מען ארויסגעראטעוועט דעם רבי'ן פון דארט.
אין יענע טעג איז פארגעקומען א געשיכטע, וואס האט פיל
זייט 94
טעקסט
פארערגערט דער שלום בית‐בית מצב אין שטוב פון רבי'ן. זעענדיג אז אין שטוב איז אנגעצויגן, האט די רביצין אריינגענומען אין שטוב א ציכטלינג, אן ארעמע יתומה וואס זאל זיך האדעווען אין זייער שטוב. די מיידל האט זיך געפינען אין שטוב, ווען מיטאמאל האט מען זיך דערוויסט נישט מער און נישט ווייניגער, אז דאס מיידל איז פארשוואנגערט געווארן... לויט ווי עס שיינט איז זי איבערגערעדט געווארן דורך איינע פון די גבאים אדער שטוב מענטשן, און עס איז געשען וואס עס איז געשען. די רביצין ‐ וועלנדיג אפהאלטן בושות, און נישט וועלנדיג אז דאס מיידל זאל זיך אזוי ארומדרייען אין חצר ‐ האט איר פארשיקט קיין הוש ‐ א שטעטל וואס איז געווען אין די גלילות פון ליעווי און דארט האט בעצם דער רבי אנגעהויבן צו פירן רבי'סטעווע איידער ער האט זיך געצויגן קיין ליעווי. דארט אין הוש, זייענדיג אין איר אכסניא, האט זי געבוירן איר קינד.
דער בעל‐אכסניא, וועלכער האט פון אנהויב גארנישט געוויסט, הערנדיג וואס עס איז געשען האט ער זיך זייער געשעמט, ער האט איר פארטריבן פון די אכסניא, זי האט זיך געדרייט אויפן גאס מיט איר קינד און קיינער האט איר נישט געוואלט ארייננעמען אדער זיך אומקוקן אויף איר. האלטנדיג קוים עטליכע טעג נאך א געבורט, מיט א קליין קינד אין די הענט, האט זיך א יונגע מיידל געדרייט אליין אויף די גאס, נישט האבנדיג איינער וואס זאל זיך קומערן אדער זארגן פאר איר. פארשטייט זיך אז עס האט לאנג נישט גענומען און זי האט אויסגעהויכט איר נשמה אינאיינעם מיט איר קינד. די מעשה האט אנגעמאכט א שטיקל גערידער און דאס האט נישט צופיל צוגעגעבן צום שלום‐בית אין שטוב. די פרטים פון די מעשה איז נישט באקאנט, מאנכע צווישן די משכילים שרייבן אז זי האט חושד געווען איר מאן, דער רבי, אז דאס איז גאר געווען זיין ארבעט... אנדערע ברענגען אז מען האט געוויסט ווער דאס איז געווען, און אז איינער פון די הויף מענטשן האבן דאס געטאן. אזוי צי אזוי האט די מעשה זיכער נישט פארבעסערט די שוין אזוי אויך שווערע לאגע צווישן דער רבי מיט די רביצין.
מען דארף נעמען אין באטראכט ליינענדיג די אלע מעשיות, אז רוב מקורות איבער דעם ליעווער קומען פון די משכילים. אמת, טייל באשרייבונגען קען מען אננעמען אלס אמת, אפילו עס קומט פון די משכילים. דער שרייבער פון די שורות, זוכנדיג חסידי'שע מקורות אויפן ליעווער, האט זיך פארבינדן מיט איינע פון די באקאנטע ידענים אין חסידי'שע מעשיות, א תלמוד‐חכם מופלג און בעל דרשן, וואס זיינע טעיפס ווערן געהערט אין די מאסן, אויף אלע היי‐וועיס ווערט ער געהערט. יענער האט געזאגט אז צווישן די חסידים איז כמעט גארנישט דא, אבער מען קען גלויבן וואס די משכילים שרייבן אויף אים, בפרט פון משה אורנשטיין וואס שרייבט נאך וואס דער ליעווער האט אים דערציילט. מען דארף אבער נעמען אין באטראכט אז משכילים זענען פארט משכילים, זיי לערנען אפ זאכן אנדערש ווי אונז לערנען און קוקן אויף זאכן אנדערש, און אלס מענטשן האבן זיי נגיעות און זענען נוטה אויף געוויסע זאכן. כלפי מה דברים אמורים? ‐ די מעשיות פון דעם סארט, לייגט זיך באמת נישט אויפן שכל, דער ליעווער איז שוין געווען אן עלטערער מענטש, געקומען פון א רבי'שע משפחה, ער האט נישט געקענט קיין אנדערע שפראך אויסער אידיש. צו זאגן אז ער האט געהאט שייכות מיט די שוועגערין פון פריץ איז אזוי ווי מען זאל זאגן אז סקולענער רבי האט אנגעקניפט אן אפער מיט בריטני ספיערס )אנטשולדיגט פאר מיין אויסדרוק(, דאס איז דאך א זאך וואס איז פשוט רחוק מהמציאות, שוין אפגערעדט אז די שוועגערין פונעם פריץ האט מסתמא געהאט בעסערס אויפן געדאנק... בקיצור, עס לייגט זיך פשוט נישט אויפן שכל. ווידער די אויבנדערמאנטע מעשה, שרייבן רוב משכילים אז מען ווייסט פון וועמען עס איז געקומען, נאר די וואס האבן ליב צוצולייגן דראמאטישקייט און ראמאנטישקייט, ווילן דאס באפעפערן מיט חשדות פון די רביצין... בפשטות איז קיינמאל נישט געווען חשדות פון דעם סארט אויפן ליעווער, דאס איז פשוט די ליידיגע קעפ פון די משכילים וואס לייגן דאס אזוי אראפ. ווידער פארקערט איז קלאר, אז דער ליעווער האט חושד געווען זיין רביצין
מיט זנות, ער האט דאס קלאר באשטעטיגט אין טשערנאוויץ פאר משה אורנשטיין.
עס איז דא דער פלאץ צוצולייגן, אז ווען מען האט אמאל געפרעגט דעם סאדיגורער, אויב עס איז אמת אז זיין ברודער האט זיך גע'שמד'ט, א שמועה וואס איז שטארק נתפשט געווארן בימים ההם און פיל מענטשן האבן דאס געגלויבט, האט דער ליעווער געענטפערט: "חס ושלום, מען זאגט אויף אונז אזויפיל זאכן, און בלויז א קליין חלק דערפון איז אמת". מסתמא זענען די אלע סארט מעשה'לעך אויך פון די שמועות וואס מען האט דעמאלס געשמועסט.
אזוי צי אזוי, האט דער חלק פון די רבי'סטעווע פארנומען א גרויסן ארט אין דער מצב, בשעת די רוזשענער און טשערנאבילער ברידער האבן געהאלטן אז ער מוז פירן רביס'טעווע מיט א שטארקייט, אזוי ווי עס איז איינגעפירט אין די משפחה. זיי האבן געהאלטן אז עס פאסט נישט פאר א רוזשענער קינד צו זיין כאיש בין אנשים און צוריקווארפן קוויטלעך אין פנים... דער ליעווער האט אבער אנדערש געהאלטן, ער האט זיך פאר'מואס'ט אין די רבי'סטעווע און זיך פאר'מואס'ט אין זיין ווייב וואס צווינגט אים דערצו )זי פלעגט זיך אפהאלטן פון אינטימישע באציאונגען מיט אים, אלס קנס פארן נישט וועלן פראווען(, און ער האט זיך געוואלט זען ארויס פון דעם פלאנטער. מזמן לזמן פלעגן קומען שלוחים פון סאדיגורא אדער פון טאלנע, צו פראבירן משפיע זיין אויף אים. ער פלעגט זיי זאגן אז ער ווייסט נישט וואס זיי ווילן, ער איז אן איש פשוט ווי יעדער און ער דארף נישט די גאנצע זאך, אבער זיי פלעגן אים זאגן פונקט פארקערט, אז ער האט א הויכע נשמה און כלל‐ישראל דארף צוקומען צו אים. בפרט דער שליח פון טאלנע, דער חסיד ר' דוד באלטיש )פון די שטאט באלטע(, וואס פלעגט אפט קומען בשליחות פון זיין רבי'ן פון טאלנע און איז כסדר געווען פארמישט אין דער נושא. ר' דוד איז געווען א תלמיד‐חכם און בעל‐מקובל, ער פלעגט כסדר ברענגען ראיות פון זוהר און קבלה אז ער איז דער צדיק הדור און אז ער איז א חידוש אין דעם דור, ער איז פון גאר אן אנדערן עולם און ער דארף משפיע זיין אויף די וועלט און‐אזוי‐ ווייטער. טראצדעם וואס דער לעווער האט זיך געוואלט אפשאקלען דערפון, האט ער אים אויפגעקלערט על פי תורה וקבלה אז ער דארף זיין א רבי, משפיע און מנהיג הדור, אזוי האט מען פראבירט צו ארבעטן אויף אים און אים טוישן.
דערווייל איז דער שלום בית אין שטוב געווארן וואס אמאל מער אומדערטרעגליך, ביז מען האט אנגעהויבן איינצוזען אז עס קען נישט אזוי אנגיין און עפעס דארף געטאן ווערן דערצו. וואס עס איז געווען דער מכה בפטיש אויף וואס מען האט געדארפט אנהויבן ארבעטן אויף א הסכם, איז אומבאקאנט, מעגליך אז עס איז פשוט פון זיך זעלבסט געווארן און די גבאים האבן מחליט געווען צו ארבעטן דערויף. עס איז פאראן א באשרייבונג וואס דערציילט אין נאמען פון ליעווער חסידים, איבער א געוויסע עובדא וואס איז פארבינדן דערמיט. הגם מען קען דאס נישט אננעמען אלס תורת משה מסיני אז אזוי איז טאקע געווען, אבער עס איז נישט אפגעפרעגט צו זאגן אז די מעשה איז ריכטיג, און עס נעמט נישט אוועק קיין כי הוא זה פון די צדקות פונעם לעווער, אויב די מעשה זאל יא זיין ריכטיג.
לויט די ווערסיע, האט דער ליעווער זיך אמאל געוואנדן צו זיינע שטוב מענטשן, אז מען זאל אים רופן די מיידל, די טאכטער פון דער אויפזעהער אויפן הויף. ווען די חסידים האבן זיך געוואונדערט וואס עפעס דער רבי פרעגט זיך נאך אויף די מיידל, האט דער רבי זיך אנגערופן "איר זארגט זיך דערויף? ‐ און אויף מיין שלום בית, אז מיין רביצין זאל זיך אביסל צושטעלן זארגט איר זיך נישט?".
די מעשה האט אויפגעשאקלט די שטוב מענטשן, און זיי האבן באשלאסן אויסצוארבעטן א שלום צווישן די רבי מיט די רביצין. זעענדיג די שטארקע ווידערווילן פון ר' בערנ'יו צו דינען אלס רבי, און וויבאלד דער גאנצער עסק האט שטארק געשאדט פאר די שלום בית אין שטוב, איז פארמירט געווארן א הסכם צווישן דעם
זייט 95
טעקסט
פאר פאלק, מאכנדיג א שטיקל פשרה, דהיינו אז מען וועט אפלאזן דעם רבי'ן און אים מער נישט צווינגען צו פירן רבי'סטעווע, אנשטאט דעם וועט די רביצין פירן, זי וועט פראווען קוויטלעך און אויפנעמען דעם עולם. ער וועט זיך כלומר'שט פארשפארן אין זיין חדר מיוחד, דארט וועט ער קענען טון וואס ער וויל, אבער ער זאל נישט שטערן די הנהגה פונעם הויף. עס איז געווארן א חידוש אין הויף, דער רבי האט זיך פארשפארט, זיך פורש געווען מחיי העולם הזה און נעמט מער נישט אויף קיין חסידים, אנשטאט דעם לויפט דער עולם צו די רביצין, זי נעמט אויף דעם עולם מיט קוויטלעך, און זי האט דאס געטאן ווי עס דארף צו זיין... זי איז פארט געווען א טשערנאבילער קינד, אויפגעוואקסן אין א רבי'שע פאמיליע, און זי האט גוט געקענט די מלאכה. עס זענען פאראן עדות פון יענע תקופה, ווי אזוי זי האט אויסגעהערט אידישע קינדער, משתתף געווען בצרתן של ישראל, געקרעכצעט און מייעץ געווען דעם עולם. אז עס געווען א שווערע הזכרה, האט זי צוגעזאגט אז זי וועט אויס'פועל'ן ביי איר מאן, דעם רבי'ן, א הבטחה אויף א ישועה. די חסידים זענען געקומען אין די מאסן און זי האט געפראוועט דעם עולם.
די גבאים פון זייער זייט האבן אויך מיטגעשפילט דעם שפיל, עס האט געהייסן אז דער רבי האט זיך פארשפארט, זיך אפגעזינדערט מחיי העולם הזה און איז עוסק א גאנצן טאג אין העכערע זאכן וסודות הקבלה. פאר א גראבן בקשיש האבן די גבאים אמאל געלאזט איינעם אריינקוקן אין שליסל לאך, צו כאפן א בליק אויפן הייליגן רבי'ן. עס האט זיך גענומען פליסן געלט פון אלע זייטן, אנשטאט די אמאליגע יארן וואס דער רבי האט נישט געוואלט נעמען קיין געלט, האט מען דאס אצינד צוריקגעצאלט בכפל כפלים, און די חסידים האבן דאס געשפירט פאר א זכיה. די חסידים האבן געשמועסט אותות ומופתים פון די קדושה פונעם רבי'ן און שפעקולירט וואס ער טוט א גאנצן טאג און אין וועלכע הייליגע ענינים דער רבי איז עוסק אונטער שלאס און ריגל. שמועות האבן קורסירט אז דער רבי האט באשלאסן צו ברענגען משיח'ן פאר יעדע פרייז, נאר די ארומיגע מענטשן זענען פאר אים א שטער, דעריבער האט זיך דער רבי איינגעשפארט בחדרו המיוחד, דארט איז ער עוסק אין העכערע תיקונים צו ברענגען משיח צדקינו. די הערצה פון די חסידים צום רבי'ן איז געוואקסן אויף א פיל העכערע פארנעם, און דער הויף האט זיך געפירט א מחיה. אבער דער רבי איז נישט צופרידן געווען... ער איז געזעצן פארשפארט אין א תפיסה, ער איז נישט געווען זיך, נאטורליך, ער האט נישט געקענט שמועסן מיט מענטשן פרייוויליג און זיין מעורב בין הבריות, ער האט זיך געמוזט צושטעלן צו די קאפריזן פון זיינע ארומיגע, בשעת זיין אייגענע רביצין, די גבאים מיט זיינע משפחה מיטגלידער, ארבעטן קעגן זיינע אינטערעסן. ער האט ניטאמאל געהאט פאר וועמען זיך צו באקלאגן אין זיין מצב און איינער וואס זאל אים אויסהערן און אים פארשטיין. פארמאכט, פארשלאסן.
דער מצב פונעם רבי'ן האט זיך אזוי שטארק פארערגערט, ביז עס איז שוין אריינגעפאלן בגדר דיפרעסיע, דער רבי האט אנגעהויבן שפירן אז ער פארלירט שליטה אויף זיך, עס הויבט שוין אן צו בארירן חלילה די נערוון. דער רבי האט דעמאלס פארלאנגט אז ער דארף דרינגנד זען א דאקטער. נאכן בעטן עטליכע מאל, האט מען אים געברענגט דעם לאקאלער דאקטער אלמויגן, וועלכער איז אריבערגעקומען צום רבי'ן. עס האט נישט גענומען לאנג, און דער רבי האט אנגעקניפט נאנטע באציאונגען מיט דעם דאקטער. פאקטיש איז דער דאקטער געווען דער איינציגסטער מענטש מיט וועמען דער רבי האט געקענט אויסשמועסן א גראדער ווארט, דער דאקטער האט געהאלפן דעם רבי'ן און דער רבי האט זיך אויסגערעדט פאר אים. זייענדיג א געלערנטער און א געבילדעטער מענטש, האט דער דאקטער געהאט א גרויסער השפעה אויפן רבי, ער האט אים אויסגעלערנט פארשידענע חכמות און געדאנקען און דער רבי האט הנאה געהאט צו שמועסן מיט אים. דער קשר מיטן דאקטער איז געווארן זייער נאנט, אויף אזוי ווייט אז גאנצע נעכט פלעגן די צוויי אפשמועסן צוזאמען און די חסידים האבן
די רביצין פון איר זייט, האט לכתחילה הנאה געהאט פון דעם נייעם קשר, וויבאלד אזוי איז דער רבי געווען פארנומען מיט זיינע זאכן, ער האט איר נישט געשטערט און זי האט אים נישט געשטערט, והכל על מקומו יבוא בשלום. דער דאקטער האט אויך געהאלפן אויפהייטערן דאס געמיט פון רבי'ן, ער האט געשפירט אין דעם דאקטער ווי א רעטער וואס ראטעוועט אים פון זיין דעפרעסט. זיי פלעגן פיל פארברענגען אין שאך שפילן ווי אויך אין אנדערע סארט זאכן.
צווישן די זאכן וואס דער דאקטער האט באפוילן פארן רבי'ן, כדי צו ווערן אויסגעהיילט און פרייליך, אז ער זאל זיך ארויסלאזן אויף א נסיעה צו די גרויסע שטעט, ער זאל באזוכן וויען און דארט זאל ער אויך באזוכן ביי א גרויסן דאקטער וואס וועט אים קענען געבן א רפואה. פארשטייט זיך אז אזא בקשה איז נישט דורכגעקומען די קאפריזן פון די רביצין מיט די גבאים, און מען האט דעם רבי'ן נישט געלאזט פארן. דער רבי איז דעריבער געבליבן אין הויף, אין ליעווי. עס מוז צוגעלייגט ווערן, אז וויבאלד עס איז פאראן ווייניג מקורות איבער די פאסירונגען, און צווישן די חסידים איז כמעט נישטא קיין מקורות בכלל, אויסער א ווארט דא און א ווארט דארט, ווערן די זאכן געשריבן טריקענערהייט, אזוי ווי עס האט אויסגעקוקט בימים ההם. עס איז שטארק מעגליך אז דאס התקרבות צום דאקטער איז געווען העכערע זאכן, דער רבי האט אים געוואלט מחזיר בתשובה זיין אדער אנדערע ענינים נשגבים. מיר געפינען אויך אזעלכע צדיקים ווי הרה"ק רבי נחמן מברסלב זצוק"ל וואס האט מקרב געווען און געשפילט שאך מיט אפיקורסים, מיר געפינען אז דער לקט עני מקאסוב און אנדערע גדולי ישראל פלעגן פארברענגען מיט גלחים. עס איז געלעגן דערין העכערע זאכן. דעריבער קען מען נישט אפלערנען פון דאס התקרבות צום דאקטער קיין שום זאך, הן לטב והן למוטב.
עס דארף באמערקט ווערן, אז בעצם האט דער ליעווער נישט געקענט קיין שפראך אויסער אידיש. עס איז זייער שווער צו זאגן אז אין אזא קורצע צייט האט ער זיך אזוי נאנט באפריינדעט מיט א דאקטער וואס האט קיין אידיש נישט געקענט, אויף אזוי ווייט אז ער זאל האבן אזא נאנטע השפעה און ער זאל אים אויסלערנען זאכן. פארט איז זיכער אז דער דאקטער פלעגט זיך דארט דרייען, מען קען אבער נישט וויסן ווי נאנט דער קשר איז געווען, די איינציגסטע מקורות איבער דעם ענין קומט פון די משכילים, און הגם מען קען זיי גלויבן אין רוב פעלער, האבן זיי פארט א נטיה אויפצובלאזן דעם ענין און דאס מאכן פאר דראסטיש מער. אבער אויף אזויפיל איז זיכער, אז דער דאקטער האט געשפילט א גרויסער ראלע אין די פרשה פונעם ליעווער רבי. אין יענעם זוממער, האט אויסגעבראכן א מגיפה און א חולעריע רח"ל אין שטאט, דער מצב איז געווען שרעקליך. דער דאקטער האט דאן געשמועסט מיטן רבי'ן און דורך זיין השפעה האט דער רבי געלאזט באפעלן אין שטאט, אז דאס יאר תשעה‐באב זאל מען נישט פאסטן און נישט קלאגן. דער רבי האט געהייסן אז א גרופע פון כלעזמער זאלן זיך ארומדרייען אין די גאסן אום תשעה‐באב און שפילן מוזיק, כדי דער עולם זאל בלייבן געזונט און אויפגעהייטערט.
יענעם ערב‐יום‐כיפור האט זיך אפגעשפילט אין ליעווע א שרעקליכע פאסירונג, וואס האט אויפגעטרייסלט דאס גאנצע חסידות.
ערב יום‐כיפור תרכ"ט לפ"ק:
אין די שטאט ליעווי הערשט אן ערנסטער שטימונג, עס איז ערב יום‐כיפור אין שטאט, אלע זענען פארנומען מיט תשובה און תיקון המעשים, אידן טוען תשובה, מען בעט זיך איבער איינער דעם צווייטן און מען וואונשט זיך אן א גוט געבענטשט יאר, צו גע'חתמ'עט ווערן בספרן של צדיקים, אין זכות פונעם רבי'ן זאל זיין געזונט. דאס יאר איז א גרויסער עולם געקומען צו פארן אויף יום‐כיפור צום רבי'ן קיין ליעווע, די שטאט איז פארפלייצט געווארן מיט געסט וועלכע האבן געוואלט וויילן דעם יום‐הקדוש אינאיינעם מיטן רבי'ן. אלע ווייסן אז דער רבי זיצט פארשפארט אין זיין צימער, און מרוב קדושתו איז ער
זייט 96
טעקסט
זיך פורש און פארארבעט מעשים אין זיין חדר המיוחד. אצינד אין דעם הייליגן טאג וועט דער רבי זיכער ארויסקומען צום עולם און מען וועט זוכה זיין צו דאווענען אונטער איין דאך מיטן רבי'ן, וואו דער רבי וועט אויס'פועל'ן אין הימל אלע ישועות פאר אידישע קינדער, בגשמיות און ברוחניות.
שוין פון די נאכט פון ערב יום‐הקדוש, האבן אידן געשטראמט ארום דאס וואוינונג פונעם רבי'ן, וועלנדיג אריינגיין מיט א קוויטל און זיך אויסבעטן א ישועה מיט א גוט געבענטשט יאר, אבער דער רבי זיצט סגור ומסוגר אין זיין חדר‐המיוחד, ער וויל נישט אויפנעמען קיינעם. די גבאים קומען ארויס צום עולם מיט מיואש'דיגע אויגן "דער רבי נעמט נישט אויף, ער גיבט זיך אפ מיט העכערע זאכן, ער האט נישט קיין צייט פארן ציבור". דער עולם קרעכצעט, מאנכע פראבירן זיך צו בעטן אריינצוגיין, אפילו אויף א וואלע, גבירים פראבירן צו שמירן די רעדער, אבער עס העלפט גארנישט, דער רבי וויל נישט אויפנעמען דעם ציבור. בלית ברירה מוז זיך דער ציבור באגיניגן מיט א קוויטל ביי די רביצין, וועלכע נעמט אויף די געסט מיט קוויטלעך, אנוואונטשנדיג אלע ברכות און פארשפרעכט איבערצוגעבן די קוויטלעך פארן רבי'ן, וואס וועט זיכער בענטשן די פארזאמלטע און פועל'ן אין הימל א ישועה פאר כלל‐ישראל.
אינדערפרי לויפט דער עולם אין מקוה, מען זאגט סליחות, מען שלאגט כפרות, דער הויף קוקט אויס ווי א קאכעניש, פון אלע זייטן קומען געסט צו פארן, מען שלעפט בעטן, מען לאדנט איין מענטשן צו די ערב יום‐כיפור סעודה. געהאפט האט מען אז דער רבי וועט ארויסקומען צום עולם און פירן א טיש. ריכטיג, שוין א לאנגע צייט וואס דער רבי פירט מער נישט קיין טיש, זייענדיג פארשפארט אין זיין צימער, אבער פארט, אפשר דאך, לכבוד די געסט און די הייליגקייט פון טאג, וועט דער רבי ארויסקומען און פירן א טיש. אבער אלע האפענונגען זענען אויסגעבלאזן געווארן, ווען דער רבי איז צום טיש נישט ערשינען און נישט ארויסגעקומען צו די חסידים. די חסידים, וועלכע האבן געגארט צו כאפן א בליק אויף דעם הייליגן רבי'ן, אויף וועמען מען זאגט נאך אזויפיל גדלות און צדקות, האבן זיך געטרייסט אז דאס איז זיכער פאר זייער טובה, און דער רבי איז אצינד עוסק לישועת הכלל. מען האט געגלויבט אז צו כל‐נדרי וועט דער רבי זיכער ערשיינען אין בית‐המדרש, מיטדאווענען מיטן גאנצן ציבור. אויך די גבאים האבן הייס פארשפראכן, אז צום דאווענען וועט דער רבי ארויסקומען און מיטהאלטן די תפילות.
זיצן טויזנטע אידן אין בית‐המדרש, אנגעטאן מיט די קיטלען און טליתים, פון די פיאות טריפעט נאסע טראפן פון די מקוה, מאנכע זענען עוסק אין תפילה זכה אדער זוהר, אנדערע נוצן אויס די צייט אויף א גרינטליכע חשבון‐הנפש.
דער ציבור חסידים לעכצן און קוקן ארויס אויפן ערשיינונג פון דעם גרויסן רבי'ן, אז ער זאל אריינקומען אין בית‐המדרש, און דאן וועט מען אנהויבן מיט די תפילות.
אבער דער רבי איז נישטא, ער איז נאכנישט ערשינען.
עס גייט דורך א מינוט נאך א מינוט, א האלבע שעה, א שעה, פון צייט צו צייט ערשיינט א גבאי און פארשפרעכט אז דער רבי וועט זיך שוין אט אט באווייזן, מען זאל נאר האבן געדולד, ווייל דער רבי גרייט זיך שוין צו קומען. אלעמענ'ס אויגן זענען אנגעשטעלט צום טיר, ווארטנדיג צו כאפן א בליק אויפן צדיק, וואס דארף אט אט ערשיינען. וואס דער ציבור חסידים האט נישט געוויסט איז, אז אין די זעלבע צייט הערשט אן אנגעצויגענע שטימונג ביים רבי'ן אין שטוב, דארט קומט פאר העפטיגע אקטיוויטעטן און דער מצב איז גארנישט אזוי פשוט.
שוין פון נעכטן ביינאכט האט מען זיך געבעטן ביים רבי'ן, אז ער זאל אויפנעמען זיינע געסט מיט קוויטלעך, די רביצין איז צוגעשטאנען דערביי און אויף אלע סארט וועגן פראבירט צו פועל'ן אז ער זאל נישט פארשעמען דעם הויף און כאטש אויף אפאר מינוט ארויסקומען
צום ציבור. דער רבי האט אבער נישט געהאלטן דערביי, ער האט גע'טענה'עט אז ער איז נישט אינטערעסירט אין די רבי'סטעווע און ער האלט נישט ביים שפילן דעם שפיל און אז ער וויל זיין כאיש בין אנשים. אויך בייטאג האט זיך די רביצין מיט די גבאים געבעטן צו פראווען א טיש, אבער דער רבי האט זיי קאטעגאריש אפגעזאגט, עס האט נישט געהאלפן די געבעטן מיט די סטראשערייען, דער רבי האט זיך אוועקגעשטעלט מיט אן עקשנות און דערקלערט מיט א פעסטקייט, אז ער דינט מער נישט די אינטערעסן פונעם הויף און אז ער וועט טון ווי אזוי ער פארשטייט, קיינער וועט אים נישט צווינגען צו זיין אנדערש.
במשך דעם גאנצן נאכמיטאג, האט זיך געטאן דיסקאסיעס ביים רבי'ן אין שטוב, צווישן די גבאים מיט די רביצין, ווי אזוי צוצושטיין צום רבי'ן אז ער זאל אריינקומען אין שוהל צום דאווענען. מען האט זיך געבעטן ביים רבי'ן מיט תחנונים און בקשות, ער זאל נישט פארשעמען דעם גרויסן ציבור און דעם הייליגן הויף, ער זאל קומען כאטש צום דאווענען און מיטדאווענען מיטן ציבור. דער רבי האט אבער דערקלערט, אז ער וועט צום דאווענען נישט אריינקומען, ער וועט ליבערשט דאווענען ביחידות אין דעם גרויסן טאג, ער וועט נישט שטיין אין שפיץ פונעם ציבור און זיי פארטרעטן אלס זייער רבי און קדוש.
ווי א שעה נאנטער צום זמן, אלס מער איז די אנגעצויגנקייט ביים רבי'ן אין שטוב געשטיגן. די גבאים פון זייער זייט האבן הייס פארשפראכן דעם ציבור מיט די געסט, אז דער רבי וועט אריינקומען צום דאווענען, און דאן וועט מען קענען כאפן א בליק, אבער דער רבי האט דערווייל נישט געהאלטן דערביי. מען איז צוגעשטאנען צום רבי'ן אויף אלע סארט אופנים, אויך ר' דוד ‐ דער שליח פונעם רבי'נס שוואגער, ר' דוד'ל פון טאלנע, וועלכער איז געשיקט געווארן ספעציעל קיין ליעווע, צו ארבעטן און פראבירן צו פארריכטן דער מצב אין הויף ‐ איז ספעציעל צוגעשטאנען צום רבי'ן און זיך געבעטן ביי אלעמען הייליגן. מען האט פראבירט צו מאכן פשרות און פארהאנדלען, אבער דאס מאל איז דער רבי געשטאנען מיט אן עקשנות און דערקלערט אז ער קומט נישט אריין צום דאווענען. דערווייל האט זיך דער ציבור שוין פארזאמלט אין בית‐המדרש, עס גייט דורך א מינוט נאך א מינוט, די רביצין מיט די גבאים זענען אובד עצות. דער רבי מיינט דאס זייער ערנסט, דאס מאל איז דער רבי שטארק אנטשלאסן און ער וויל נישט אריינקומען אין בית‐המדרש. וויפיל די רביצין האט געבעטן, געסטראשעט און פארפירט, האט עס גארנישט געהאלפן. דער רבי האלט זיך ביי זיינ'ס.
דער רבי זעלבסט, האט זיך שוין אנגעהויבן צוצוגרייטן צו דאווענען אינדערהיים ביחידות. ער האט זיך שוין אנגעטאן דעם קיטל מיטן טלית, גענומען דעם מחזור און זיך געגרייט צו דאווענען ביי זיך אין זיין חדר. אלס דעם לעצטן פרואוו איז די רביצין מיט די גבאים אריינגעקומען און מיט בכיות געבעטן פונעם רבי'ן, אז אין שוהל זענען פארזאמלט הונדערטע געסט, אלע שטייען און ווארטן, דער רבי זאל זיי נישט פארשעמען און אראפקומען צו זיי. דער רבי האט קאטעגאריש אפגעזאגט דעם פארלאנג, און אנגעהאלטן זיין עקשנות. וואס טוט מען דא? ‐ וואס זאגט מען פארן עולם?
זייענדיג פארצווייפלט און נישט וויסנדיג וואס צו טון, האט די רביצין באשלאסן אז דאס מאל וועט עס מוזן גיין מיט געוואלד, אויב נישט מיט גוטנס, דאן מיט בייזנס. די רביצין האט דאן באפוילן די גבאים, וועלכע זענען אריינגעקומען אין צימער פון רבי'ן, אנגעכאפט דעם רבי'ן, אים מיט געוואלד אויפגעהויבן, ארויסגעשלעפט אויפן גאס און אנגעהויבן אים צו שלעפן מיט געוואלד, טראץ זיין התנגדות, אין שוהל אריין.
דער רבי האט זיך אבער נישט געלאזט.
במשך דער גאנצער וועג, האט זיך דער רבי געשלאגן פיזיש מיט זיינע גבאים, בשעת די רביצין גייט אונטער זיי, באגלייטנדיג אין שוהל. דער
זייט 97
טעקסט
רבי האט זיך געאמפערט און געריסן מיט די גבאים וואס האבן אים געשלעפט מיט געוואלד, ביז דער טלית פון רבי'ן האט זיך צעריסן. די גבאים האבן ווייטער געשלעפט דעם רבי'ן, ביז דער רבי האט זיך מער נישט געקענט איינהאלטן און זיך צושריגן אויף די גבאים און אויף די רביצין, שרייענדיג אויף די גאסן פון ליעווי, אז אויב מען וועט אים נישט אפלאזן, וועט ער גיין צום גלח און זיך שמד'ן, און אזוי וועט זיך יעדער אפטשעפענען פון אים און אים לאזן פירן זיין לעבן...
איר קענט זיך פארשטעלן ווי אזוי דער יום‐כיפור האט אויסגעקוקט אין ליעווע. פון אלע זייטן זענען געווען פארזאמלט קופקעס, וואס האבן איבערגעשמועסט די געשעענישן. עס איז געווען א שרעקליכער מחזה צו זען ווי אזוי מען שלעפט דעם רבי'ן אויפן גאס, זיין טלית צעריסן און ער שרייט אז ער וועט זיך שמד'ן. חסידים, אזוי ווי חסידים, האבן איינגעלערנט אינעם רבי'נס ווערטער הויכע ענינים, אז דער רבי דארף ארויסנעמען די ניצוצות פון נידעריגע פלעצער און אז אלעס וואס עס שפילט זיך אצינד אפ איז א הכנה פאר ביאת המשיח. עס איז געווען א טרויעריגער יום‐טוב, איבעראל האט מען היציג דעבאטירט די פאסירונגען און וואס דאס מיינט. די ווערטער פונעם רבי'ן, אז ער גייט זיך שמד'ן, זענען געהערט געווארן דורך פיל חסידים, און עס האט געמאכט פליגלען אויף די גאס. איבעראל האט מען אנגעהויבן צו הערן דערפון און עס האט נישט גענומען לאנג ביז די פאסירונג איז אנגעקומען צו די גוי'אישע פרעסע, וועלכע האבן זיך ארויפגעכאפט אויף דעם ווי אויף א געבראטנס...
א קלייניגקייט? ‐ דער אידישער ראבינער זאגט אז ער גייט זיך שמד'ן... אלע צייטונגען האבן דאס באריכטעט, אלע קריסטן האבן געשמועסט דערפון. עס איז געגאנגען אזוי ווייט, אז א געוויסער גלח האט דערקלערט זונטאג אין קלויסטער, אז לויט אלע סימנים דארף זיך דער אותו‐איש נאכאמאל אנטפלעקן אין דעם דאזיגן יאר, און דעריבער איז נישט קיין ספק אז דער ראבינער פון ליעווע, איז דער משיח אליין. דער חילול השם און די בושות וואס חסידים האבן איינגענומען, איז געווען אין‐לשער. די גוים האבן ארומגעטראגן די דאזיגע נייעס און דאס פארשפרייט אלס הוכחה צו זייער רעליגיע, אז אפילו דער גרעסטער אידישער ראבינער "זאגט קלאר" אז ער גייט זיך שמד'ן; די שונאים פון רוז'שין האבן זיך ארויפגעכאפט דערויף און געמאכט צימעס דערפון )איי איי, ווי אזוי וואלט צימעס און קאווע שטיבל אויסגעקוקט בימים ההם...(. עס איז געווען בושות און חרפות. אבער דאס איז נאכנישט אלעס...
קידושא רבא אחר התפילה...
בעל מדות
ס'בלוט איז מיר ארויפגעפלויגן אין קאפ, א סקרוך האט פארבלענדעט מיין רוהיגע מוד, די הילכיגע אויסשריי אז פעטער פינקי האט געהאט א מיידל איז געקימען אין פארעם פון א שאק, באגלייט מיט שמחה און דערהויבענע געפילן, די קלענערע האבן אנגעהויבן ווארפן האנטיכער באגייסטערט און באנימען, און פאר אינז עלטערע האט עס אויך שטארק צושאקלט די וועזן ווען יעדער שפורט מיט די שמחה מיטן גאנצן הארץ.
קויף באלאנ'ס! רחי גייט האלטן יוכבד, און נתן גייט צו מומע אלישבע צירל, די איבריגע קינדער גייען צו מרס וויינשטאק די קינדער היטער, ווייל באבי זילבערשטיין האט געזאגט אז עס לוינט זיך די געלט נאר בכדי די קינדער זאלן זיך שפורן ווי אינדערהיים ביי וויינשטאק געבט מען זיך זייער איבער מיט די קינדער... מאמי איך קען מאכן א קוגל? ווער קען לויפן אין גראסערי מ'דארף מאכן א זיפ פאר די
מממאאזיייל טאאב ווער איז עס? אה באבי! אסאך אידיש נחת ביי אלע אייניקלעך, יא אוודאי...יעה זיכער! יעדער האט שוין געהערט! אזא שמחה פאר יעדעם, קאלן וועם? פעטער מענדל איז אין שפיטאל? אה שוין אין ריהעב, כ'וועל אריינקאלן אים זאגן, איין מינוט איך האב א ביפ... ווער רעדט דא? אה פינקי! מזל טוווווב, איך רעד יעצט מיט באבי, אוודאי די קינדער זענען אזוי העפי, יעדער וויל וויסן וויזוי די בעבי קוקט אויס! האסט מיר שוין געשיקט א פיקטשער אויף אימעיל? נאכנישט באקומען! כ'קען קוים ווארטן, וויפיל וועגט די בעבי? וואו קיין עין הרע, וואס זאגסטו? רופן וועם? איין מינוט קינדער זייט'ס שטיל! רופן דבר יום ביומו? מעלדן די נייעס? אקעי אלל טריי, איך וועל עס טוהן ווען איך האב צייט... איין מינוט מיין יונגל וויל זאגן מזל טוב... מיין ווייב וויל הערן די בעבי וויינען...
קענסט איר געבן א ציפ?... אה זי וויינט יעצט פונקט? נאכאמאזל זיך פארשפארט צער בעלי חיים...ווען גייען די קינדער גיין זען די בעבי אין שפיטאל? וואס זאגסטע? מיזט אראפלייגן? א דאקטער וויל רעדן? אקעי העמער רעדן!
און נאכאמאל מזל ט... עס טוט זיך טישן און בענק און די נייע בעבי, עס איז הימל און ערד און פעטער פינקי, מ'רעדט, מ'שמייכלט, ס'ציבור איז ענטואזיסטיש און ווער נאך ווי די באבע'ס זענען אין פולן שוואונג ארויסצושלעפן די פארשטויבטע טאשןטיכלעך פון די ארכיוון, די טרערן פליסן, און באבע יענטע האט לכבוד די גרויסע זיג אין היטלער געעפנט די אוישוויץ נומערן, עס ווייזנדיג פאר די אייניקלעך וואס זענען אריבערגעקומען מיט גרויס פאראדע צו לעבעדיג מאכן אין שטוב לכבוד די נייע אייניקל.
די אנדרענעלין נידערט אראפ, אבער די שמחה איז ווייטער פול אקאמאדירט, פעטער פינקי קימט און פארט און לכבוד די שמחה האט זיך א נייע בלוטוט באזעצט אין זיין אויער סייסט? ער איז דאך געווארן א טאטע...זיין קאר אנטהאלט געמישטע גערוכן פון די אומצאליגע געבעקסן און קוגלען וואס זענען שוין אין זיין טראנק פון די יום הולדת און האבן נישט געהאט קיין צייט אדערווייל צו ווערן אויסגעפאקט אין שטוב, פינקי'ס אויטא איז אויך געווארן היים צו א גאנצע ליסטע מאכלים מיטן צעטעלע פון די ביקור חולים צימער אין שפיטאל, אריינגערעכנט עטליכע קאנטעינער'ס מיט קעפ פון פישן, יאגורטן און צולאזטע פאקסי פאפ'ס, "איך בין דאך א קימפעטארן" איז געווען זיין מחשבה ביים אריינלייגן עטליכע טשאקאלאד באר'ס אינעם הויזן טאש.
די מצב איז הויעך, די משפחה איז ווילד בשמחה, יעדער איז גוטמוטיג און ביי אלעמען אין די מחשבות לויפן אריבער די פלענער און פאנטאזיעס איבער די גרויסע קידוש וואס גייט זיין.
אלעס ווערט ערלעדיגט, פעטער פינקי איז אין פולן טראסק פון זיין קידוש צערעמאניע, ער האט שוין געמאלדן פאר חיים חייקל די משמש פון די הילוויע שול אז ער פלאנט צו מאכן זיין קידוש אינעם בעיסמענט, און אויפן טענה פון די משמש אז עס איז זייער קליין האט ער געזאגט נעע מען וועט זיך שוין אנייצע געבן..."די זעע נאר עס זאל זיין עיר קאנדישן" האט ער אויסגעפירט ווי א וועלט ארויסהאבער. עטליכע געשעפטן האבן שוין זוכה געווען אז פעטער פינקי זאל אויף זיי אראפהאקן די טעלעפאן נאכן געבן פרייזן וואס פינקי האט עס באצייכנט אלץ חאזעריש.
סעלצער וועט שוין זיין! און געדענק נאכאמאל די ברענג נישט קיין סעלצער איך האב נאך פון קמחא דפסחא עטליכע באקסעס איך זוך צו שפארן געלט, די סטרעטשיס קאסטן מיר גענוג, פינקי האט ענדליך געטראפן די קעיטערער וואס זאל אנעמען און זיך פארגלייכן אויף א פרייז און פינקי האט זיכער געמאכט אז דער זאל מיט קיין ריוח נישט ארויסגיין ערלעדיגנדיג די עטליכע טעצער קישקע "וואס וועט שוין
זייט 98
טעקסט
די שול איז איבערגעפולט עד אפס קצהו, מחותנים, ביז שוסטער'ס, שוואגער'ס און משולחים, אלעס שוויצט, פינקי'ס נייע שטריימל איז אויך מערקבאר, עס קימט צום ליינען,פינקי ווערט אויסגערופן, די שול שושקעט, ער איז עולה, מען געבט א נאמען צום קינד "קיילא דוואשע פעסל" על שם די שוועגערינס עלטער באבע וואס איז נעבעך אוועק אזוי יונג, ביים אנדערן זייט מחיצה גיסט זיך די טרערן ביי די שוועגערין און זי שעפשעט מיט מיטן הילכיגן מזל טוב אויסשריי וואס שאקלט די טשענדעליערס, א פארע שוועבט געדעכט אין גאנצן חלל, פינקי איז פארנימען צוריקצושלעפן די טלית אויף די אקסלען ווען פון אלע זייטן שלעפט מען אים די האנט, יעדער אויפאמאל קומט צום באלעמער אים וואונטשענדיג הויפענעס מיט ברכות מיט פארגינערישע הערצער. עס איז "מוסף טיים" א יופאריע לויפט אריבער די שול און פליצום ווערט די גאנצע בית המדרש א ווירבלענדע בינען שטאק מיט שרי העסקנים, טישן רוקן זיך צוזאם, מען קען נישט דאווענען, בענקלעך אויסמארשירט, א וואלענטיר גייט צו צום עמוד דאווענענדיג שנעל נאכן ערהאלטן אזא וואונק פון די אנגעצויגענע פינקי וואס וויל זיך זען אויבנאהן.
קינד און קייט זענען איינגעטון אינעם עבודה פון אויסשפרייטן טישטיכער, די מער טיכטיגערע טאלאנטן זענען פארנימען אין חדר ב' שניידן גראדע סלייסעס קוגל און עס אריינלייגן אין טעצער, אנטשי נעמט גאטס און טוט אויס די שטריימל, די דיין שושקעט, פינקי איז אנגעצויגן, די בעל תפלה גארגלט זיין שטימע, טעצער הערינג ווערן געטראגן העכער די שטריימלעך דורך די ערנערגישע בחורים וואס מאכן זיכער אז קיין איין שטריימל ווערט נישט אויסגעלאזט פון ווערן אנגעגאסן מיט אויל אדער שמאלץ למזכרת המאורע.
ווארימע סעלצער באטלעך קאולערן זיך אויף די טישטוכער וואס האבן מער קנייטשן ווי די סנפיר וקשקשת אויפן געדיכט פון א זיידע פיש, און די יאגעדיגע שטראלענדע מיט קינדער געזיכטער שיסן ארויף פרישע פלעשער דזשינדזשער עיל וואס עס איז סייווי געליגן הונטן אין קעלער פון שול.
עס איז יאגעדיג און זודיג, עס קאכט און ווירבלט די הויפט שול טויערן שפייען מיט מתפללים פון אלע בתי מדרשים וואס קומען צום קידושא רבה פון דעם פינקי'נען.
די היצן אין שול זענען ברענעדיג, די פארגעלטע עירקאנדישן קרעכצט געטריבן מיט פארצווייפלונג און יאוש, זי דערציילט דעם סוד פאר גאנץ בראד אז זי איז עלטער פון די טאטע פון די ניי געבוירנס. אופס א טעצל "אייער קיכלעך" האט זיך איבערגעדרייט, ברענג א בעזים!, כתר!!! הינדערט מענטשן אויפאמאל ווערן געלעמט מיט טעצער אין די הענט אויסקוקנדיג ווי מכת חושך אין מצרים.
די געטרייע משמש חיים חייקל איז אויסגעשוויצט ווי א וואנזיניגער שלעפנדיג אן עול וואס מאכט זיך נישט אזוי אפט, ער לויפט ארום מיט פלעשער וואדקע אין האנט און א אסטראנאמישע ציפער ברוינפן גלעזלעך אין זיין בוזעם טאש.
אט אט ענדיגט מען שוין דאווענען, פינקי האט שוין פיבער, די משמש רופט אויס מיט קוראזש אז ערעבערעב פנחס יוסף שלום זארגנשטערן מחשובי מתפללי בית מדרשינו רופט דעם עולם צום שמחת הקידוש דא אין בית המדרש געבנדיג א דרוק ביים זאגן דא...
די פרעס כוואליע פון הינדערטער גייענדע מיילער מאטארן הייבט זיך אהן ווי נאר א עלטערע מתפלל מאכט קידוש, דערוילעם צישמעטערט די אייער קיכלעך עס טונקענדיג און אלע סארטן הערינג. איך האלט מיט ווי מיין שכן'ס ציצית ווערט פארוואנדלט אין פולע קאלירן ווי פוירפל פון גרעיפ דזשוס, און ער איז מוסיף והולך מיט עטליכע אויל טראפן נאך יעדע דעליווערי פון טעלער ביזן מויל.
מיין אנדערע זייט שכן מיט אן אנגעפולט מויל געבט א ווילדע בלאז פון די נאזלעכער זעענדיג אז מען ברענגט אריין טשולענט, צובלאזענדיג די צוקער שטויב פון די אייער קיכל וואס ער האט אקארשט געהאלטן ביים צולייגן צום פיסק, שיקנדיג די שטויב אין אלע ריכטונגען.
אן עלטער פעטער וואס ליידט אויף דייעביטיס און צוקער, נישט קענענדיג עסן, אויך האבנדיג דעם מיחוש פון זעלבסט איינרעדעניש אויף א שיין שטום )באזינדער ארטיקל פאר זיך( הייבט אהן די ניגון פון סימען טאב אימאזעל טאב... זינגענדיג עלנד ווילאנג די דיין האט אים אנגעהויבן ארויסהעלפן אויף א גאר אנדער טאן זיך הערנדיג ווי א כאר פון צימישטע מעלאדיעס, א שורה פון צוקראכטע ציינער באווייזן זיך ווען די אנדערע פעטער הייבט אהן מיטזינגען תיקף נאכן מודיע זיין אז ער איז שוין זאט אין פארעם פון א גרעבץ... די ציבור איז ווילד, ס'דא טשולענט, מען עסט זיך אהן אהן רחמנות, מען יאוועט אריין אין די בני מעיים )קרעדיט הרב אשר לעווין( וואס עס ליגט נאר אויפן טיש.
די צרה און אומגליק איז די מאמענט ווען יעדער אויפאמאל פאלט אריין אין א געיעג נאך טרונקען און ....גלעזלעך איז פארגעסן געווארן!
פינקי שיסט אראפ זיין טלית גראד אריין אין א שיסל שמאלץ וואס א בחור האט זיך געסעיווט אויס מורא פון א הונגער יאר און ער שיקט שנעל עמיצן צום קאווע צימער ברענגען גלעזלעך, ער קערט זיך אום מיט א שלל פאום קאפס וואס ווערט שנעל צוכאפט דורך די טיש פון בחורים וואס זיצן אנהויב בית המדרש.
טעלער'ס כאפן קינדער אריינלייגנדיג דערין הערינג, טשולענט, ראלאש קעיק, און גאלערעטע, עס איז לעבעדיג...די בעקעלע לעבער איז סתם פארגעסן געווארן אין די משמש שטוב אונטער עטליכע שמוציגע האנטיכער.
די הויעכפונקט פון שמחה געשעט ווען א קינד גליטשט אראפ א טעלער הערינג אויפן ערד זיך אנקלעבנדיג אינעם פריערדיגן שיכט אייער קיכלעך וואס ווארטן נאך אויפן בעזים וואס איז מיסטריעז פארשוואונדן געווארן שוין זינט די פאריגע שמחה אין בית המדרש. יעדער איז אויליג, די בענקלעך מיט האנט אפדרוקן און גערוכן פון שמאלץ, און די טליתים וואס טראגן צוויבל און און אלע ווינקלען. אנטוישט בין איך געווארן זעענדיג אז מען האט גענוצט אלע סערוועטלעך אפצואווישן די ערד, מיך לאזנדיג אין א פארלעגנהייט וואס צוטון מיט די האנט מיינע וואס ווייזט סימנים פון קאקאש קעיק... מזל טוב פינקי אזא שיינע שמחה געב איך א קלאפ אויפן בעקיטשע פון די הויפט מחותן, אופס פארגעסן אז מיין האנט איז נאך שמוציג... מזל טוב אסאך אידיש נחת פון דעם טאכטער...
זייט 99
טעקסט
איך בין א ניגון
דורך בר כוכבא
איך בין א ניגון, פון אויסגעצויגענע טענער.
צופעליגע נאטן, אן קיין חשבון און סדר.
איך בין א ווינט, אין חלל ָאן אטמאספער.
וויל בלאזן, אבער נישטא וואס און וועמען.
כ'בין א פלאקער, אפגעריסן פונעם פייער.
וויל ברענען, אבער נישטא קיין אחיזה.
איך בין א טרער, אנטלאפן פונעם אויג.
וויל וויינען, אבער פארגעסן וויאזוי.
כ'בין א שטויבל, אויף אן אינזל פון וואסער.
וויל זיצן, אויף אור‐היסטארישע פעלזן.
כ'בין א נשמה, אין אומבאקוועמען גוף.
וויל אהיים, אבער רוחניות האלט צוריק.
כ'בין א מענטש, אויף פרעמדער ערד.
פארליבט אין תנועה, אבער פארפלאנטערט אין בגדים. כ'וועל בכל זאת זינגען, בלאזן און שטורמען, ברענען ווי גיהנום, גיסן מבול‐טרערן, קוקן דעם ים אין פנים, דערפילן ווילדע חידושים, און פארזעצן דעם גאנג, ביז אפזאגן וועט דער זאגער – דאס סאמע לעצטע ווארט.
דורך ביז אפזאגן וועט דער זאגער ‐ דאס סאמע לעצטע ווארט...
וועט דאן דער ניגון מער נישט קלינגען און דער ווינט שוין נישט בלאזן דאס פייער פארלאשן און די טרער פארטרוקענט דאס שטויבל פארלוירן
די בגדים הערשן איבער אלעם מיט א פעסטע האנט און אן אויסגעשטרעקטן ארעם
אין געפענגעניש!
דורך בעל מדות כ'זיץ אין קייטן צרות ביי די זייטן איברים איינגעבינדן לאנגע שטונדן געווארן פארכאפט געפילן געדראפט די טרערן גיסן אינגאנצן צוריסן כ'זיץ פארגליווערט כ'גלאץ פארביטערט כ'טראכט פונעם טאג אליין אריין אין פלאג כ'באוויין זויער אנערקען מיט באדויער די פלאנטער דאן דערין אליין אריין נישט קיין טאג איך פארמאג און נישט קיין נאכט כ'נעם אין אכט עסן, עפעס, קוים ווי א שלעכטע טרוים טרונקען פונקט גענוג טויט האלטן צירוק אנע זיך רירן אדער עפעס שפורן כ'בין פארשקלאפט מאכטפולע קראפט מיין זכרון דערמאנט נאסטאלגיע שפאנט ווי פון "יענע" צייט אלעס זיך פארדרייט אין געשעפט אריין
פון שעלף אראפגענימען געקויפט די קייטן אנדערע צייטן פראבלעמען ניי געקימען דערביי אומבאשרייבליך דיקטאטור, גרויליך באלעבאס א רשע קיין שום הרגשה קינדער בעטן ס'ווייב מיט געבעטן לאז אים ארויס א מינוט, א שטויס!
געב אינז אים צוריק שנעל אים פארשיק גענוג אינז פארדראסן אים פארשלאסן זיץ איך פארביטערט ווארט ערשיטערט ווער דא וועט זיגן און מיך באקריגן דורך געוואלדיג די אדרעס א טעות כדקא יאות בעהטן די קייטן וואס טוהען נישט נייטן זיי זענען די שלאס אבער נישט די באס זיי בינדן טוהען די הויט שינדן אבער נישט די בינדער וואס נעמט אוועק פון די קינדער זיי דערביטערט אבער נישט ערשיטערט דו האסט פארשפארט שטייט נישט אין ווארט קוק נישט פון דער זייט שטיי נישט ווייט ענטפער דעם געבעהט
זייט 100
טעקסט
און דריי אביסל די שלאס אפן ברייט פון די קייטן באפרייט דעם סעל לייג אין א זייט אינדערהיים זיי גרייט אינגאנצן באפרייט ער גייט ער גייט דורך נופת צופים בעל מדות טייער איך בעהט דיר זייער געב נאר א טראכט אין נעם אינאכט אז אפילו קייטן האט גוטע זייטן אלעס עכט האט גוט און שלעכט ווי דער בוים פון וויסן האט א טעם א זיסן דארפסט נאר קאנטראלירן נישט לאזן קאמאנדירן לכל זמן ועת דו בוזט בעל הבית דיינע פראיאריטעטן זאלסטו נאר אויס סטרעיטן כגפן אשתך וכשתילי זיתים בניך א לעבן גאר רואיג ווען אזוי וועט זיין נהוג
דער אויספאסטן טראמא
דורך רויטע וואנצעס דרייווט ווי א חיה אויפן וועג חלש'ט פאר טשיז קעיק ס'זעהט שוין אויס ווי טעג שרייט אויף די קינדער עסט זיי ווי רינדער משיח! געשווינדער
פארהאקט די טיר ביי ויחל אנגעצויגן שמו"ע אפגעפלויגן ראגעלעך פאר די אויגן די נאזלעכער אפן א פריע מעריב געטראפן מ'גייט שוין באלד שטאפן די צינג ארויס ביז'ן קנעפל כאפט א פילע האנט פון קרעפל און א גאלאן דזשוס פון עפל שטאפט ווי א סוטה רייניגט אפ ווי א גויטע א מידע און א טויטע א חורבן אינעם ועשו לי tea אוי, איך דארף א די פאסיק אן אויפצו שוין גענומען א טאם שוין געקייט גאם אבער ס'נאך ושכנתי בתוכם דער סיגוף זיך ערשט אנגעהויבן דער קאפ ווי א זקן ממרא געבויגן אוי, צו וואס דער גלות טוט טויגן ביים עסן אויסגעלאזט א קאמא .Action/Drama און יעצט שפילט אן
דורך רויטע וואנצעס
די אויגן שטארצן ארויס פון די נאזלעכער, בעת דער מאגן זעלבסט איז פארדייט אין די קישקעס. שוויץ פון אנגוסט און הונגער, פארקלעבן די פיאות צום בארד, אזש די ברעקלעך פונעם אטאקירטן קוכל, וועלן פיין קלעבן. דער מאגן פילט ווי א באלאן וואס איז נארוואס גענצליך אויסגעלאפן פון לופט און ליגט פארוועטשט אויפן ערד. די נשמה דראפעט אינעם טריקענעם ושט צווישן די מאגן און די האלז, און די הארץ קלאפט ווי טשערנאבעל בעפארן אויפרייס.
זכרונות, ס'בענקט נאך די קאנטרי
Kool man דורך הוי הוי, ס'בענקט דאך אזוי..
מ'דערמאנט זיך די זמנים די זיסע, ווען מ'איז געזיצען מיט די גרופע די גאנצע חברותא, אויף ריפעל פאטעיטא טשיפ מיט א אפענע פעקעל פאפקארען, מיט דעהם איז מען זאט געווארען, גלעזעל קאלט א צוגעטרונקען סאראטאגע שפריץ, און דערביי זיך געווארפען פאר געלעכטער אויף דעם חבר'ס וויץ, אונטער'ן שאטען פון די ביימער שיין און גרין, זיך שוצען פון די שטארקע שטראלען פון די זון, א שפינעלע האט זיך צו אונז אראפגעלאזט מיט זיין געוועב פון צייט צו צייט, ער האט האט געוואלט זיין אויף אונזער זייט, צוזאמען האמיר געלערענט שיעורי תורה, פארדעהם און נאכדעהם האט יעדער אויסגעפאקט זיינע זיסע סחורה, 'שטייצעך פארען לערנען א מילתא דבדיחותא אנצוהייבען, דערנאך די נייעס אלט און ניי נישט הינטערשטעליג צו בלייבען, געזיצען און אזוי שיין גאנצע טעג פארבראכט, מ'האט קוים געכאפט אז ס'פאלט שוין צו די נאכט, ווען די טונקעלקייט הייבט אהן צופאלען, דארפען מיר זיך נעמען צואיילען, צו מנחה מעריב זיך גענומען יאגען, אז צו טרעפען א מנין זאל מען זיך נישט דארפען נאכדעהם פלאגען.
ביינאכט אז די שטערען הייבען שוין אהן צו גלאנצען, נעמען די פרויען איבער קאנטראל אינגאנצען, זיי פארעמען א גרויסען רינגעל אונטערען בוים, און די זאפטיגע פלוידערייען הייבען אהן פליסען אז ס'רינט די שוים, מרס. פלוידערזאק קומט צו קריכען מיט איר ספעשעל בענקעל, ווען פרוי עהרליך ברענגט ארויס א חפץ
זייט 101
טעקסט
קען מען רעדען אויף אלעם חי וקיים, מ'דארף נאר כסדר דערמאנען אז ס'יז אלעס נאר לתועלת, אזוי מאכט מען זיך נישט אליינץ ללעג ולקלס, היינט האט יענטע געכאפט דעהם סאמע בעסטע ארט, אזוי קען זי גלייך דאס ערשטע נעמען דאס ווארט, אן קיין לאנגע הקדמות גייט מען צו צו דער זאך, און הייבט אהן רעדען אן צו ווארטען קיין סאך, פון ‐ נעבעך ‐ די נערווען קראנקע יאכנע וואס האט האט זיך גע'גט אפאהר וואכען צוריק, מיט איר מאן וואס מ'זעהט אויף איהם די רשעות בלויז מיט איין בליק, פאר זיינע ווילדע התנהגות און שיינע מעשים האט מען איהם שוין פון ישיבה פארשיקט, און דא האט ער דעהם אומשולדיקען יאכנע פאר'אומגליקט, אבער זי איז גארנישט אזוי ריין און אומשולד, האקט דעוואשע איבער די ראש המדברות ‐ און מאכט קלאר דעהם בילד, זי האט איר יונגעל'ס האנט מיט א מארקער אנגעשריבען, און מיט א שטומפיגער שיילער די צוויבעל געריבען, געוואשען די ווענט מיט נעגעל וואסער גאהר, אויסגיסענדיג אויף די ערד די גאנצע לעוואהר, זי האט אזוי געטוהן פוטשען, אז זי האט געשלאגען איר זוהן מיט פאפוטשען, איר מאנ'ס וועקער זייגער מיט צארען געווארפען אין מיסט, דערנאך ווען ער שטייט אויף שפעהט איר כעס אויף איהם זי שיסט, פון דא איז א שפרינג אריבער צו עלקא די שלימזל, וואס האט אן איבערגעקערטע הייזעל, קען נישט מענעזשען צו האלטען ריין,
ער ווייסט נאר פון מוטשעניש און פלאג, אבער דאך ‐ גיט מרס גרויסמויל א האק אריין, ‐ קומט עס נישט צו זאלקא דער ארעמאן, א רחמנות אויף זיין פרוי אביגיל, כ'ווייס נישט וויאזוי זי טראגט עס דורך, ממש אן אשת חיל, זי ערווארט גארנישט פון אים אינדערהיים, ער ברענגט נישט אריין אפילו א דיים, פליהט פון איין זשאב צו צווייטען ווי א פינג פאנג, מיט איהם איז עפעס ריעללי ראנג, פון גומלי חסד, קרן עזר, תומכי יו"ט, ביז ברודער סופפארט, אלע ארגאניזאציעס שיקען זייערע נדבות דארט, פאר'ן שידוך האט מען איהם אזוי געפארשט, ווייל נאר נאך א חשובע בחור האט זי געדארשט, גאלדענע אינפארמאציע איז געפלאסען אויף איהם פון אלע קוואלען, ווער האט געקלערט זי וועט אזוי אריינפאלען, אזא געלונגענע מיידעל געוועהן, וויאזוי האט דאס צו איר געקענט געשעהן, כ'קען מיך שוין נישט איינהאלטען גיט מרס טשילער א געשריי, איך בין גאנץ גוט באקאנט וואס גייט פאהר ביי זיי, די פרוי איז א געזונטע מכשיפה פון אלעמאהל, איך קען איר גוט נאך פון סקוהל, זי פייניגט אויס איר מאן און קינדער, זי איז נישט קיין אפגעבריהטער נאר גאהר די צינדער, דא מוז זיך שוין אריינמישען רעביצין שיינער, מ'טאהר נישט רעדען לשון הרע אויף קיינער!
לאמיר רעדען פון די שיינע וועטער און ביימער, די הערליכע בלומען און גראזען, די זיסע חי'לעך ווועווערקעס און האזען.
זי קומט שטענדיג אהן שפעהט אבער אייביג א מיט א נייע סקופ סאמטינג ספעשעל, זי נעמט באלד איבער דאס ווארט נישט ווארטענדיג אויף כיבודים, זי ווייסט אז וויבאלד אירע פערעל ווערטער פאנגען אהן גיסען ווערט דארט ליהודים, היינט גייט זי אויך נישט דיסעפוינטען די אוידיענץ, זי וועט גוט בארייכערען די קאנפערענץ, נאך זיך אומקוקען כה וכה אויף אלע זייטען ותרא כי אין איש, די קאוסט איז קלאהר און מ'קען גיין צום טיש, ציהט אהן די געמיטער אז עכט וויל זי נישט רעדען פון דעהם, אבער זי הייבט אהן שפילען די אחריות געים, זי מוז עס פשוט דערציילען צו רייניגען איר געוויסען, זי מוז דעהם ווייטאגליכען פרשה אין פאבליק אויסשמועסען, עטץ האטס געוויס געהערט פון די רומערס וואס דרייען זיך דא ארום, יא, דא אין אונזער פלאץ, קוקט מיך נישט אהן קרום, זאגטס נישט אז איר ווייסט נישט דערפון, די וועד הצניעות איז שוין טיף פארמישט דערין, איר ווייסט דאך זיין אויפפירעכץ לעצטענס איז זייער פארדעכטיגט, מ'ווייסט נישט קלאהר וואו און ביי וועהם ער האט גענעכטיגט, מ'האט דעהם זונדל געזעהן פון ערגעץ ארויסקומען, און זיינע תירוצים און אליבייס טוען אינגאנצען נישט שטימען, איך בין איהם גארנישט מקנא אויף די וועלט דא, און אוודאי נישט זיין הייסע גיהנם אין עולם הבא, און אפשר... וויל תירצה איהם פרובירען בארעכטיגען מיט איהר גוטסקייט, אין די הייליגע ספרים שטייט....
אבער ווערט תיכף פארשריגען, נעם דיך נישט אייביג אהן פאר שלעכטע לייט,
זייט 102
טעקסט
אבער דאס איז נישט יעצט דער שמועס, מ'דארף זיך לערנען צו גלייבען די מציאות, ס'איז נוגע פאר יעדען פון אונז באזונדער, אונז דארפען וויסען צו היטען אונזערע קינדער, די מוזרות בלבנה האבען אים דן געוועהן צום שלעכטען, און נישט געלאזט די צדיקת'לעך איהם דן זיין צום רעכטען, אלץ‐ווייסער גיט בחכמת נשים צו ערקלערען, איך וויל אויך נישט קיין לשון הרע רעדען אדער הערען, איך וואלט נישט סתם אזוי פארפיהרט, ווען נישט דא אויף אונזער פלאץ האט דאס פאסירט, איך האף ס'שטעלט זיך ארויס צו זיין א נישט אמת'ע מעשה, און ער קומט ארויס א ריינער און א ווייסע, א נאמען האט ער זיך שוין אנגעמאכט, צוריק צו ווערען ווי אמאל זאל ער נישט נעמען אין באטראכט, איך שוין איהם און ווינטש איהם אסאך הצלחה, אבער ס'ליידער א ביטערע רחמנות אויף זיין משפחה, זיי קענען שוין מאכען א נאך ברכה, און איך גלייב נישט ער וועט נאך האבען די זכיה, צו באקומען דא אין קאנטרי אן עליה... אוי, מיין בעיבי וויינט אזוי ביטער, ווער ווייסט וואס גייט פאר, ס'כאפט מיר א ציטער, איך לויף אהיים כאפען א בליק, כ'ווייס נישט אויב כ'קום נאך צוריק, כ'קען נישט גלייבען ‐ אוי וויי, שוין זייגער דריי!
ווען איז דאס געשעהן?
ס'איז נישט פלעין.
א נייע טאג מארגען, די קינדער בארדערען ארום אן קיין זארגען, מ'שפרינגט און מ'טאנצט ארום, מ'לויפט אין סווימינג פול כאפען א שווים,
דער בעל הבית קומט צו פארען מיט זיין אלטען אלדסמאביל, ער קוקט זיך אום זיכער מאכען אז די קינדער מאכען נישט קיין טראביל..
אוי, ווי קען מען פארגעסען פון די קעמפ פייער, די זכרונות זענען דאך אזוי ליב און טייער, די עלטערען מיט די קינדער צוגלייך פלעגען ארויסקוקען דערויף זייער, די מינוטען ווען מ'האט אנגעצינדען דעהם שייער, דארט בראטען מ'פלעגט און פראנקפוטערס און אייער, די חכמים פלעגען צולייגען צימעס ‐ פיינעפעל מיט מייער, געזיצען אויף די גראז ארוהם דעהן גרויסען פלאם, און געזינגען ווארעמע לידער מלא רגש וטעם, די הערצער זענען פון מתיקות צוגאנגען, בשעת די פייער קנאקט און עסט אויף די טרוקענע זאנגען, שירים פון בענקעניש אויף די גאולה און די הייליג לאנד, ווילאנג נאך וועלען מיר זיך דרייען אין גלות מיט שאנד, דערנאך פרייליכע לידער נעמען איבער דעהם טאן, ניגונים פון שמחה טאנצען יעצט פון אויבען אהן, און די זיסע מעלאדיעס האבען זיך געהעכערט מיט יעדע מינוט, דאס זענען דאך צייטען אזוי לעכטיג און גוט, דער עולם ווערט טרוקען און הייס פון דעהם פייער, ס'הייבט יעדען אהן צו דורשטען זייער, ווי א מלאך קומט משולם צו קריכען מיט א גרויסען טאפ, קאלטע לימאנאדע מיט אייז באקומט יעדער אין א קאפ, יבנה המקדש גייט דער עולם ארויס אין א פייערדיקען טאנץ, לאמיר האפען אז מיט משיח בקרוב וועט די שמחה שוין זיין באמת גאנץ.
המשך יבא אי"ה
קיינער האט נישט קיין טענות ‐ אדרבה, יעמוד מי שירצה איז א גוטער כלל, במקום שאין איש איז יעקל אויך א גוטער מנהל, פירט די שוהל מיט די מנין ווי א גענעראל, אפילו צו האלטען די שוהל ריין ס'זאל נישט ווערען א חזיר שטאל, פאר זמן מנחה שטייט ער ביים טיר, פאדערט אויף דעהם עולם זיך יאגען און קומען ווי פריער, מ'זאהל נאך קענען פארכאפען קדושה בעפאר די דריי שטערען, נאך קענען בעוד יום קדיש הערען, ווען ס'קיין בעל תפילה נישטא, איז ער פאר דעהם אויך דא, שבת ווי אינדערוואכען, וועט ער פלייסיג ביים עמוד קאכען, מיט זיין אייגענארטיגער שטימע גראגערען אויפען קול, אז די שטימע ווערט דערהערט ביז אינדרויסען אין האל, שבת וועט ער זיך שטעלען צום שטענדער אין צייט, נישט קיין חילוק צו אפילו איינער איז גרייט, מיט א ליידיקען שוהל וועט ער אנפאנגען, נישט איינמאהל איז ער פון דארטען ביז נשמת אליינץ געגאנגען, אבער דער עולם לערענט זיך צוביסלעך אויס, אז מ'קומט נישט צייטליך פאלט מען ארויס, זיין שיעור אין עין יעקב דורעך די וואך גיבט ער נישט אויף פאר קיין געלט, טראץ וואס ער האט נאר איין זיידע, און אמאהל א גאסט פון דער וועלט, ווען דער זיידע קומט נישט אהן זיצט ער און שעלט, פארוואס יעדער איז באקוועהם ביי זיך אין געצעלט, און אין ביהמ"ד איז אנזעהבאר אז מ'פעלט, אויך ווען ער זעהט יונגעלייט חס ושלום באל שפילען, וועט יעקל קומען מוסר זאגען אזוי אז
זייט 103
טעקסט
באהאנדלען, אז אין א קהל'ס נאהר זאל ער זיך נישט פארוואנדלען, ער מיינט עס מיט תמימות אינגאנצען עכט, ער מיינט גארנישט שלעכט.
Kool man דורך
מאמי! די בעקערי טראק איז דא!
ענדליך, אין א מאזעל'דיקע שעה, אונז האמיר נאך קיין נישט געהאט היינט קיין שטיקעל ברויט, אפילו א ברעקעל מזונות נישוט געוועהן צו געפינען פאר א נויט, שנעל לויף און בעהט א גאנצע ברויט געסלייסט, דעינישעס, טשאקלעט דריי מיט פארשטייסט?
אבער מאמי היינט וויל איך ענדערש א קריעם בעלל, וואס? וואט די העלל?
איין שטיק חאזעריי מיט קרעים, די זשאנק צו קויפען איז א שעים, קויף נאר געזונטע מאכלים, גיי און קום שנעל לחיים ולשלום, פארגעס נישט צו ברענגען טשעינזש, אויב כ'בין נישט דא לייג עס נעבען געז רעינזש.
גיב דיך נאר א קער, כ'גלייב נישט וואס איך הער, ,the fruit truck is there ער רופט אויס אז שוין לאמיר שנעל איינקויפען אלע שפייזען, ווייל ביז מיטוואך גייט ער זיך מעהר נישט דא באווייזען, קענטעלאופ טרויבען און מעלאונע, ס'זאל זיין צו רוקען פון דא ביז אריזאונע, אראנזש גרעיפפרוכט און פיינעפעל.0צו אראפוואשען די אלע קאלאריעס מיר זאלען נישט ווערען צו דיקע.
גוטען טאג מאמעלע, כ'זעה ס'יז שוין אפען די קענטין, לאמיך פליז קויפען טשו‐טשוס און זשעלי בין, אויך א מעדנים פאטעיטע סטיקס צו
וואשען, פאר דיר קען איך קויפען א גרויסע גלאזערנע סאדע פון מי טוב, און איצקאוויטש פיינעפעל זשוס וואס ליגט דארטען לרוב, א תירוש גרעיפ זשוס פאר שבת, ברייער'ס ראגעלעך און ווייכע מזונות פאר די באבעס, און נישט פארגעסען דאסקאל'ס היימשע חלות, אונזער קענטין האט דאס אלעס, שיעור פארגעסען א זשעי זשעי פוטער מילעך, אויך א פונט רומפלער'ס קענדיס וויל'עך, פינף אייז קריעם דיקסי'ס פון קליין, פיר פאר ענק, איינס וועט זיין מיין..
דא האסטו א גאנצע ביכעל פוד סטעמפס צו באצאלען, ווייל זיינע פרייזען זענען זייער געשוואלען.
Kool man דורך
העלאו זרח, גוד איווענינג!, אזוי נייס האסט אויפגעהויבען ביים ערשטען רינג, אפילו כ'בין דא אזוי פארנומען, קען איך קוים ווארטען דו זאלסט קומען, נישט ווייל כ'בין באורד פון אזוי לאנג קלאצען און קוקען אויף די וואנט, פשוט איך דארף דו זאלסט דא צולייגען א האנט, ביז די קינדער גייען דא שלאפען קען מען ווערען צוקראכט, ס'האלט נישט דא ביים ווערען נאכט, מיט איין האנט דארף איך די בעיבי טוישען, און די זעלבע צייט שטיל מאכען די קינדער'ס גערוישען, אבער באמת איז עס בלויז בענקשאפט אהן א שיעור, וואס איז ווערט דאס גאנצע דא זיין אין קאנטרי אהן דיר?
וויפיהל אזייגער פארסטו ארויס?
די ליסט וואס דו דארפסט ארויסצוברענגען איז גאנץ גרויס, יאכעט האט איר טאב פארגעסען, איך האף אז זי האט זיך שוין געלערענט
זי קען אהן איר טאב נישט גיין שווימען, איך וויל נישט סאונדען ווי א אויסנוצער, אבער אנשיל'ע האט פארגעסען זיין קיצור, און ביילי איר ציין פוצער, און פאר מענדי א ניי בענקעל ווייל ס'טוט איהם וויי די זיצער, און מיין דיאדערענט פיק אויף ווייל כ'בין געווארען א גאנצע שוויצער, און שיעור פארגעסען, פאר ברוך'לס בייק די בליצער, אויב דו האסט נאך צייט געבליבען, דער דאקטאר האט מיר א מעדיצין פארשריבען, פליז גיי אין פארמעסי עס אויפפיקען, או אז דו ביסט שוין דארט קענסטו זיך ארומקוקען, צו דו זעהסט עפעס א גוטע שמירעכץ פאר די רוקען, אויך נישט פארגעסען סאנ‐טען לאושען, און די צובראכענע פיבער מעסטער געדענק צו אויפטוישען, צו גיין אין גראסערי נאכדעהם פארגעס נישט, די קינדער ווערען שוין דא אינגאנצען צו'חוש'ט, זיי האלטען מיך אין איין משוגע מאכען, זיי קענען קוים ווארטען אויף דיינע גוטע זאכען, איים סארי אויב איך גיי דיר אויף די געהירען, אבער אונז דארפען דא האבען ספרינגס פאר די טירען, ווייל די חיה'לעך האלטען דא אין איין אריינשפאצירען, אפילו פון די סקאנקס האמיר שוין געהאט צו שפירען, די פליגען טוען זיך אין גאנצע מחנות פארמירען, און די מאסקיטאס טוען זיך די פיסקעס צופירען, די קלעבעדיקע פליגען‐כאפערס טוען זיי גענצליך איגנארירען, די ספיידערס טוען זיך פעסט גרופירען, און מיט די פולסטע שטאלץ טוען זיי אריינמארשירען,
זייט 104
טעקסט
ס'טוט מיר שוין אמת'דיק באנג, אז איך האלט דיך אויף אזוי לאנג, אבער נאך אלץ בעסער יעצט האבען די ליסט איינגעקויפט קאמפליט, וועט עס זיין פאר דיר און פאר אלעמען בעסער ווי גוט, וועסט דיר קענען אסאך צייט איינשפארען, ווייל אויב פארגעסטו עפעס וועסטו דאך געוויס דארפען צוריק אין שטאט אריינפארען, אוי, שיעור פארגעסען די פעקלעך קוואדערס פאר די וואש מאשין, דו ווילסט דאך האבען אלע וועש קלין, מיט ליידיגע הענט קען מען נישט גיין אהין, יו נאו וואט איי מיען, די לאנדרי איז גאהר שטרענג ממש מיט מידת הדין, וועגען די פארטי ליין דארף איך נאך רעדען מיט דיר באזונדער, ווערט שמועסען מיינע אלע אונטערגעהערט פון די שכן'ס קינדער, כ'בין חושד אז זיי לייגען אויך זייערע קאללס אויף אונזער ביל, ווען דו קומסט ארויס וועסטו מוזען רעדען מיט עזריאל, טאקע א געניאלע אויסטרעף א שותפות פארטי ליין, נאך אלץ בעסער ווי ביי די פאבליק פאון צו שטיין, א גאנצע מחנה פון מענער און פרויען שטייען, אין די רייען, ס'איז דאך אן אפקומעניש געוועהן פוהל מיט פיין, די געפיהל פון שטיין ווי א נאהר ווארטען איז זייער געמיין, זרח, ביסט נאך דא?
ביסט א צדיק האסט מיך אויסגעהערט אזא לאנגע שעה, אונז בענקען זיך אזוי נאך דיר שוין, דו ביסט אונזער כבוד אונזער קרוין..
Kool man דורך
הער ווייסטויב ‐ אונזער מענעזשער ‐ א גוטען טאג, יעדען פרייטאג גיי איך דורעך דעהם זעלבען פלאג,
וואנע, און דאס וואסער איז אייז קאלט, ביי דריטען טשונדע צו טרייען שוין איך האלט, ס'יז שוין באלד די זמן, און איך ווייס נישט וואס דא וועט זיין, הערט מיך אויס מיסיס קאמפלעינער, דיין טענה איז א נאו ברעינער, זיכער האט דער שכן נעכטען נאכט א שויער גענומען, וויאזוי ווילסטו ס'זאל שוין נאכאמאהל הייס וואסער קומען?
האלטסטו מיך פאר אזא בריה, צי האב איך דא אין קאנטרי א חמי טבריה? קאך אויף שנעל א טשייניק אויפען פייער, וועסטו האבען פיין וואסער וואס איז הייס זייער, און דאס וואס דו האט וועגען דיין פארשטינקענע מאטראץ גערעדט, וועלי'ך עס זונטאג אויפטוישען מיטען שכן'ס בעט..
לאך בעומר
דורך רויטע וואנצעס למד גימל א טומל א פייער ביז'ן הימל שומרים מיט שמירה טוט פערמיט א ווי ס'וועט זיין גוט חי ראטעל סעלזער באטעל אין מירון א קוויטל א באבא מיט א קיטל פון ווילאמסבורג ביז ניקולשבורג פון יעדע עק פייער שמעק
פאליציי באריקאדעס אויפן גאס נייע בעלות קינדער לאכן מיט פרייד דער גוי ביים פענסטער שרייט איטס פאקי* אינמידעל די נייט רויעך מיט קוכן פארלוירענע טוט מען זוכן חיים בליצטראפ ביים מייק ווער האט געזעהן מיין בייק אין ווישניץ ברענט א פייער אין מירון קאסט עס טייער אין לעלוב טאנץ מען הויעך אין סטאלין א שווערע רויעך אידן אויפגעלייגט מיט שמייכעל מ'פילט אן דעם בייכל רשב"י אין מערה שוואך געגעסן מתקן זיין יעצט מיט פרעסן כדאי רבי שמעון בשעת הדחק ווען ס'ווערט טייט אין פראק.
לעבן און טויט
דורך ר' שלמה אבן גבירול געשמאק כ'לעב קיין גבולים שוועבט נהנה מזיו השכינה איין שטיק נשמה כ'לעב כ'האב הנאה כ'שפיר כ'פארשטיי אין סוף רוחניות קיין זמן קיין מקום קיין ספיקות קיין דמיונות קיין חלומות קיין הוקוס פוקס
זייט 105
טעקסט
די מוזט שטארבן גזירות הבורא געהארגעט סגעשטאכן די אויגן פארנייט מיין מויל פארשטאפט מיין נאז כ'בין בלינד שטום טויב שפירלאז נישט קיין שכל קיין פארשטאנד קיין דעת קיין פילינגס
רוחניות, כ'גלייב נישט אין מקום, נישט משיג אין זמן, ס'מאכט נישט קיין סענס ווי א בלינדער מיט קאלירן א טויבער מיט א קול א וועטשטעבלס מיט פילינגס א שוטה מיט שכל כ'בין טויטטטטט און טויט און טויט און טויט כ'פארטיי נישט דער עולם וואונטש מיר ווידער דעם טויט
און איך וויל שרייען אוי טאטע גענוג גענוג מיט די טויט יעצט לאמיר צוריק לעבן אוי טאטע ווען..
יא, איך פרעג דיר ווען?
ווען וועט שוין זיין די מינוט ווען וועל איך שוין ווידער דעגרייכן דעם לעבן מיין טאטע זאגט אבער שעפעלע טייערע ס'לוינט זיך צו זיין אביסל טויט נאכדעם וועט די לעבן זיין אסאך בעסער
שמחת יום טוב ושמחת תמיד








































































































