פתח לפה-סח — פסח תשע״ו
די גרויסע פסח אויסגאבע תשע״ו, 184 זייטן, מיט ארטיקלען, מחשבה, היסטאריע און הומאר פון די שטיבל שרייבער.
יעדער זייט ווערט געוויזן אלס בילד, און אונטער אים דער טעקסט. דער טעקסט איז ארויסגענומען פון דער PDF; ביי שווערע אויסשטעלן (שפאלטן, קעפלעך, פונקטירטע ווערטער, ספעציעלע שריפטן) קען ער זיין צומישט — דאס בילד איז דער ריכטיגער.
- פתח לפה-סח
- אילו הכניסנו לארץ ישראל
- פסח על שום שפסח ה'לחץ
- בר כוכבא
- א משיח'ישע וויזיע
- הנאה
- פליקער
- הוגה
- ונבנתה העיר
- לאמיר ווערן בני חורין
- ראסיזם
- @כוכב:
- @לעיקוואד:
- @ביבער:
- @לעיקוואד:
- @מאטי:
- @לעיקוואד:
- פרק א'
- מבקש
- זבולון
- די חסידישע צוגאנג
- יבנה: א סטראטעגישער תורה-ישוב
- רבי עקיבא: א פרישער גדול וואקסט אין וויינגארטן
- אין ישיבה מיט די לייבן פון דור
- מעשי ידי קאווע
- פרעזידענט
- גאליציע
- די מצות באקן האט שלום געבראכט
- דער געשיכטע פון "דער אלטער ר' לייב" און זיין אריכות ימים
- א חסידישער שמחת תורה אין א מתנגד'ישער בית המדרש
- ליטוואק פון בודאפעסט
- דיסקין
- תלמיד רב"ד – חז"ס
- רבי נח יצחק דיסקין
- קינד אן קייט
- לדמותו של שר הצדקות ואוהב ישראל מוה“ר ישכר דוב )בערל( ווייס ז“ל
- שיר
- פרק א
- פרק ג
- פרק ה
- פרק ז
- פלאוויוס
- לבנה
- ~ מלבוש ~
- מקורות און טעמים
- שיכטן ביים פאלק, און ביי די גדולי ישראל
- ווער זענען די עקספערטן?
- שטילע אינגערמאן
- וואטסעפפ
- קרישקעלעך
- געוואלדיג
- סאו וואט
- יואב
- א שמועס מיט
זייט 1
זייט 2
טעקסט
פתח לפה-סח
די מה נשתנה פון דעם איד ... 61
אפתחה פי פי יהגה חכמה
הייליגע נייגער ... 68 פה אל פה ... 3 תרשיש ... 136 די לעבעדיגע סתירה פון לעבן ... 70 כן אנחנו בידך ... 5 נתקשה משה בצורתה של לבנה ... 139 אידישקייט - משוגעת'ן ... 74 שם לשון מלבוש ... 142
ואמרתם זבח פסח פי חכם חן
רעכטס אויף לינקס ... 147 אילו הכניסנו לארץ ישראל ... 8 מבני בניו של המן ... 150 כת צדוקים ... 76 פסח על שום שפסח ה'לחץ ... 10 כרם ביבנה ... 84 כשר לפסח בייגעלעך ... 13
נדבות פי
פרעזידענט לינקאלן ... 92 א משיח'ישע וויזיע ... 15 אידישע גראמאטיק ... 153 די צוויי חומרות פון פסח ... 17 מעמוארן פון גאליציע ... 98 העי טעקסי ... 155
פתחון פה אישי ישראל
וואטסעפפ קרישקעלעך ... 159 פאליטישע קרישקעלעך ... 161 ולא יכלו להתמהמה ... 18 מרן הגאון הרב שך ... 106 פאליטיקל קארעקט ... 168 לעב און האב הנאה ... 22 רביצין דיסקין ... 114 שלום בית ... 24 פרוי מאנדלבוים ... 118
שחוק פינו
וככה תאכלו אותו ... 30 ר' בערל מחייב ... 124 גיי גרין ... 33 עמי הארצים ביים סדר ... 170 פרויען אין חרדישע פרעסע ... 39
פינו מלא שירה
גרשון אין מצה בעקעריי ... 174
אמרי פי והגיון לב
קרעפל משולשת ... 176 קבלת התורה ... 21 בצאתי ממצרים ... 167 אינעם וועיטינג רום ... 49
נספח
לאמיך אפ ... 130 לאמיר ווערן בני חורין ... 51 שיר השירים ... 131 א שמועס מיט קעלנער ... 180 ראסיזם - א קאווע שטיבל שמועס ...53
מערכת
הויפט רעדאקטאר: כוכב / סגן רעדאקטאר: געוואלדיג / גראפיקס: אלקנה רעדאגירער: שמעקעדיג, , ונבנתה העיר, רויטע וואנצעס, , ישמעאל הכהן
שרייבער ספאנסערס
יאסל ראקאווער ונבנתה העיר מבקש נהורא נפישא הוגה לאשיצער פליקער בעל מדות וואלווי סאו וואט שם טוב טאמבל סאס א איד פליקער פרייוויליג שטילע אינגערמאן לעיקוואד נולד מאוחר געוואלדיג יאסל ראקאווער קפנדריא יואב ליטוואק פון בודאפעסט שטילע יונגערמאן סמבטיון קאך לעפל פלאוויוס נתן מנחם בת קול בר כוכבא קאצקע צוקער קינד אן קייט רויטע וואנצעס רויטע וואנצעס זבולון איש עברי בערל שפירא
זייט 3
טעקסט
אפפההל
וכמו ששמעתי מן הרב המנוח זללה"ה שנקרא מלכות פה, על שם שהמלך כל מה שמדבר בפה מיד נעשה כן, ועל כן החג
פסח ביינאכט זיצן מיר אלע אנגעלאנט אויפ'ן היסב-בעטל
שבניסן נקרא פסח וכו' על כן
און מיר סימבאליזירן רויאלע-קעניגליכקייט אין יעדן דעטאל,
בחודש הזה שהוא חג פסח שהוא
ווייל פסח ביינאכט איז יעדער איד א מלך. אפגעזען צי דער
‘פה סח' שזה בחינת מלכות כנ"ל.
איד האט א נייעם שטריימל צום סדר אדער א מצה-שטריימל, צי ער עסט האנט מצות, מאשין מצות, אדער לאפא מצות איז דגל מחנה אפרים פ' בא ער א בן מלך. כל ישראל בני מלכים הם דער בלויע-קאלנער ארבייטער מיט די פארבוימלטע הענט און פארשווארצטן געזיכט איז אויך א בן מלך, א קינד פון מלכו של עולם.
דער אר"י הקדוש שרייבט דער באדייט פון יציאת מצרים אז דאס זעלבע דער מענטש, דער דיבור פון אן אדם איז זיין דער דיבור איז ארויס פון גלות, דער פה האט זוכה געווען צו מדת המלכות, דער אדם איז דער אדמה לעליון, כתבנית חירות, און אט דאס איז די מדת המלכות וואס ווערט נתגלה דיוקנו כביכול, דורכ'ן פה ווערט נתגלה די מדת המלכות פון פסח ביינאכט. דער כח הפה איז די מדה פון מלכות; ווי דער אויבערשטן, און ווייל ער איז דער מדבר, איז ער דער מלך מלך וואס קעניגט בדיבורו, נישט קיין ממשלה נאר בהסכמת איבער אלע נבראים. אן אשה ווייסט מען איז מדת המלכות, האומה. אזוי אויך די הנהגה עליונה פון מלכות שמים איז עלמא דנוקבא, אן אשה איז בלויז א מקבל, לית לה מגרמה בדיבור, בדבר ה' שמים נעשו, די כ"ב אתוון דאורייתא פון כלום, דערפאר איז אן אשה געבענטשט מיט די תשעה קבין איסתכל באורייתא וברא עלמא.
שיחה, דער כח פון מלכות-פה.
זייט 4
טעקסט
מדת המלכות ווייסן מיר פון איז די מדה פון “עני" )עי' מאור עינים פ' מטות(, ווי דער זוהר שרייבט “לית לה מגרמה כלום," און ווי ספרי חסידות זענען מסביר איז מלכות נישט קיין ספירה בפני עצמה, נאר א התכללות און א יניקה פון חג"ת נה"י. דער הייליגער מאור ושמש ערקלערט )רמזים ליום ב' דסוכות(, אז וואלט מלכות געווען א באזונדער ספירה וואלט געווען ביטול הבחירה, ווייל דאס וואלט באדייט א הנהגה פון גילוי מלכותו אויף דער וועלט. אצינד אבער איז דער גילוי פון ספירת המלכות בלויז לויט די עבודה פונעם מענטש, לויט זיין השלמה אין די ו' ספירות.
דער מלך איז גארנישט פאר זיך, ער איז אן עני, אנגעוויזן אינעם קאלעקטיוו. אין מלך בלא עם, ער איז בלויז א התכללות פונעם אומה. ריכטיגע מלכות איז אלעמאל די קאלעקטיווע שטימע פון קולות און דעות, און נאר דאס פארעמט א קעניגליכער הארמאנישער געזאנג.
פסח ביינאכט פארמאגט מען די צוויי קעגנגעזעצטע באשטאנדטיילן וואס פאראייניגן זיך אין מדת המלכות: “מלכות-עני". הא לחמא עניא, די ארעמע ברויט, אבער לחם שעונים עליו דברים הרבה, א מדת העני וואס קומט באגלייט מיט'ן כח הפה, די התגלות פון מדת המלכות. פון פה-רע ווערט פה-סח, בגימטריא חיי"ם.
דאן זאגט מען דעם שיר השירים וואו עס ווערט נתגלה די גרויסע אהבה צווישן כנסת ישראל עם דודה; “ישקנו מנשיקות פיהו", די נישוקין פה אל פה ואיתדבקות רוחא ברוחא, און לעומת זה דער גילוי כח הפה פון א איד וואס רופט דעם אייביגן געבעט פון אנן בעינן למהוי קמא מלכ"א.
* פותחין בכבוד האכסניא, איך וויל זיך באדאנקען פאר די חשוב'ע הנהלה פון "קאווע שטיבל" וואס געבן זיך אוועק פאר דעם ווינקל טאג און נאכט אז אלעס זאל קלאפן און געפירט ווערן בדרך התורה והנימוס, און זענען אויך געשטאנען צו דער האנט אז די "פה-סח" אויסגאבע זאל קענען ערשיינען מיט הצלחה.
ציור: גדי פולק
דער ציל פון “קאווע שטיבל" איז צו דינען אלס פלאטפארמע פאר'ן ערליכן קאלעקטיוון דיבור; צו שענקען א שטראל אין די ווילדע וואסערן פון דעם אינטערנעט, א מקום מנוחה וואו א איד זאל זיך טרעפן דאס פלאץ; א פייער-פאקל אין די מבואות האפילות פון קאנפארמיזם; א פלאץ וואו דער דיבור פון יעדן איד זאל ווערן געשעצט און רעספעקטירט ווי א ריכטיגער בן מלך, און א רואיג ווינקל וואו די צוועלף שבילים וואס האבן זיך געשאפן ביי קריעת ים סוף זאלן זיך קענען צוזאמקומען אין פרידן, און פארעמען א קאלירפולן רעגנבויגן פון הגות ודעות על פי דרך התורה.
* די רייכע פה-סח אויסגאבע וואלט נישט געקענט צושטאנד קומען אן די איבערגעגעבענע ארבעט פונעם גראפיקער ר' אלקנה, וואס האט אהערגעשטעלט א הערליכע און אומגלויבליכע יצירה, אוועקגעבנדיג דערפאר טעג און וואכן פון שווערע און אויסמאטערנדע ארבעט אויף אן אומבאשרייבליכן פארנעם, זאל אים דער אויבערשטער באצאלן ויהא משכורתו שלימה מעם ה'.
איך וויל זיך באדאנקען פאר די טייערע עורכים, דער סגן עורך ראשי ר' געוואלדיג, וואס איז געווען א געוואלדיגער הילף; און די געטרייע עורכים און מגיהים שמעקעדיג, ונבנתה העיר, רויטע וואנצעס, , און , וואס האבן אלע באזונדער אריינגעלייגט אומצאליגע שעות שלא על מנת לקבל פרס אין עבודת הגה, צו צושטאנד ברענגען א שלימות'דיגע ארבעט.
און צו אייך טייערע שרייבער און חברים פון קאווע שטיבל האב איך נישט קיין ווערטער, איר האט באוויזן דאס אומגלויבליכע און געשאנקען פאר פה סח די סאמע בעסטע וואס איר פארמאגט, הערליכע רייכע ארטיקלען פון אזא ברייטע רייע טעמעס וואס וועט זיכער אריינברענגען א שמחת יום טוב פאר אלע ליינער.
א חג כשר ושמח
כוכב
זייט 5
טעקסט
ubjbt if
lshc
המלבה"ד
דער גראפיקער
דאכט זיך אז עס איז שוין היינט אן אנגענומענער פאקט בתוככי קאווע שטיבל, אז ווען @כוכב וויל עפעס, נישט קיין נפקא מינה ווי רעאליסטיש אדער אומרעאליסטיש פאר הילף, דעספעראציע אין זיין שטימע, ברענגט'ס זיין באגער איז, חזקה עליו אז ער וועט מיר א גראפיקער ווייל אן דעם וועט דא נישט זיין אויספירן.
קיין שינעס אויף וואס דער פראיעקט זאל פארן. מען קען חולק זיין אויף זיינע מעטאדן, עפעס א מאגנעטישע קראפט האט ער דער כוכב אויפ'ן אופן ווי ער טעראריזירט, בריקעט, אז עס איז שווער אים אפצוזאגן, א דרייסטקייט סטראשעט! און שיסט טענטראמ'ס - מעשה געמישט מיט אמת פארוואנדלט אין א שטימע פון ספוילד ענטייטעלט פארצעגערט קינד, אבער תחנונים. א קול קורא וואס בעט און פארלאנגט א אין חולקין אז סוף כל סוף ברענגט ער ארויס תשובה ניצחת. אומר ועושה, האב איך זיך געטראפן דאס בעסטע פון קאווע שטיבל און אירע ענטפערן: זארג נישט כוכב טייערער, לא תיתני פה-מעמבערס, הייבנדיג איר ניווא.
סח, דאיכא אנא.
דאס יאר איז דער צוגאנג זיינער געווען כהרף עין, נאך איידער איך האב אויספיעט שוקל כדאשתקד, הגם בלויז געציילטע צו זיין אזא החלטה אדער גאר חרטה האבן, איז וואכן נאך די פארצווייפלטע תקופה שוין כוכב אויפן נעקסטן פלאנעט און מיין ווען קאווע שטיבל'ס עתיד האט התחייבות איז א פאקט, אנע וועג ארויס. אט געהאנגען אומזיכער אין די לופטן, אזוי, האב איך זיך געטראפן אין די ראלע פון אויסשטעלן "פה-סח II".
און אפשר טאקע צוליב דעם, האט זיך מיטאמאל געהערט * כוכב'ס געשריי ווי ער דונערט עס איז געוויס לייכטזיניג איבערצוטרייבן די אז יא! מפטירין כדאתמול, מען ראלע פונעם מעצב אין אזא רייכן אוצר פון הגות גייט ווייטער אנגיין אויף כח. איין און מחשבה ווי "פה-סח". פארט, כחומר ביד היוצר צווייפל איז נאר דא, וואס וועט זיין ליגט אינעם גראפיקער'ס האנט א געוויסע כח, מיט'ן אויסשטעל? גראפיקער אויב טוט ער אן ארטיקל ריכטיג אפלערנען מנלן?
קען דער תוכן פילפאכיג בארייכערט ווערן. אודה ולא אבוש, איך קום ער קען אפילו צוגעבן א פערספעקטיוו וואס אריין אין שטיבל גאנץ אפט צו דער שרייבער האט נישט אינזין געהאט, ליינען על דא ועל הא, אבער דאס פעדער לאז איך פאר אנדערע, ער קען נעמען א בלויזע נקודה'לע און עס צושמירן, ער איז בכח גדולים וטובים ממנו. אבער דא מיטאמאל באגעגן איך כוכב'ס רוף אפצומאלן א בילד וואס זאל ברייט עפענען דעם ליינערס עולם
זייט 6
טעקסט
הדמיון, טרוקענע ווערטער באקומען מיטאמאל א חיות, ברצותו מסגסג וברצותו מצרף.
אבער טאקע דער כח ברענגט מיט זיך אויך א זין פון אחריות. שלא מרצונם טרעפן זיך די שרייבער, די מחברים, כמעט גענצליך אנגעוויזן אויפ'ן שיקול הדעת פונעם מעצב ומסדר. צומאל זענען זייערע געדאנקען דקות'דיג, כהררים בשערה תלויים, און דער פרישער בעל הבית דא קען גאר קאליע מאכן. ברצותו מרחיב וברצותו מקצר, מען געפינט זיך ביי אים אין די האנט.
אט די הרגשה, שפילט זיך אויס יאר איין יאר אויס, פסח ביינאכט. * זיצט זיך דער שנה ראשונה יונגערמאן ביים שווער דעם ערשטן מאל צום סדר, די זילבערנע בעכערס רעפלעקטירן אין די גלאזערנע כוסות און וויין פלעשער, אלעס בליטשקעט, די סוואראווסקי היסב סעט, דער גלאנציגער שטריימל, די קערה, און די אויגן פון דאס יונגע ווייבל. זי שטייט דארט שטאלץ, צום ערשטן מאל אלץ פארהייראטע פרוי, אין איר סעמי אייגענעם רשות מיט די גליקליכע הרגשה פון טובים השנים מן האחד.
דער יונגערמאנטשיקל איז אויך גוט אויפגעלייגט, די אנגעגרייטע תורות זענען כמונחים בקופסא, די שיינקייט פונעם נאכט שפרייט זיך אויס איבער'ן צימער, קליין און גרויס שפיצן אן די אויערן און אויגן צום אויבנאן, דער שווער זאל זיין געזונט שטייט מיט פארמאכטע אויגן, אן ערנסטקייט אויסגעגאסן אויף זיין געזיכט, דער יונגערמאנטשיקל אונזערער כאפט איין בליק און עס ווערט אים פינסטער פאר די אויגן: ער דערקענט נישט דעם שווער!
זיינע אויגן לויפן צום עלטערן שוואגער, יענער האט א מינע אויסגעגאסן אויפן פנים ווי איינער זאגט: "כאפסט זיך ערשט יעצט ווי דו ביסט אריינגעפאלן". א פיינער יונגערמאן דער שוואגער, סך הכל אפאר יאר עלטער, אבער עקספיריענס מאכט אויס. מיט א שטילע תמימות זיצט ער זיך ווי א קעלבל, רעזיגנירט אבער רואיג, ער האט שוין לאנג שלום געמאכט מיטן מצב, קיין פודינו ומצילנו וועט סייווי גארנישט העלפן, בעפאר פירע פינעווע וועט מען זיך דא סייווי נישט זעהן אינדרויסן.
מיטאמאל ווערט אים דאס האלדז טרוקן, דער דופק נעמט זיך גאלאפירן, ער לעכצט נאך אביסל פרישע לופט, ער שפירט ווי דער אויבערשטער העמד קנעפל ממש דערווערגט אים דאס האלדז, די קאמערן אין מח נעמען זיך אפשפארן איינס נאכן צווייטן, דער ארום איז האלב פארנעפלט און פאר זיינע אויגן גייען פארביי זכרונות, זיי שווימען דורך און נעמען אים צוריק עטליכע חדשים.
עס א י ז
יום החופה, דער לאנג ערווארטעטער טאג, ער זיצט אויבנאן אין זאל ביים אייגענעם קבלת פנים, ער בליקט אויפן זייגער און טראכט: נו, ווען גייט מען שוין צום חופה? דער מאגן גרידזשעט דאך פאר הונגער.
אבער ווי וואס ווען. דער בדחן, יא דער טאלאנטפולער יונגערמאן פון כולל וועם יעדער נעמט און רעזערווירט תיכף נאכן שידוך, שטייט דארט אנגעגארטעלעט מיט פארמאכטע אויגן, ער גארגלט זיך אויס משלים, ס'פליען קעניגן מיט שרים, פאלאצן און וועלדער, באגלייט מיט ראשי תיבות, גאנצע שטיקער ראשית חכמה און הארצרייסענדע התעוררות לחשבון הנפש.
חתן דנן איז א וואוילער, אן איידעלער, פיין געלערנט אלע יארן אין מתיבתא, אבער אויף די מינוט איז ער נישט אין די גוסטע מער. ממילא פינעף-צען מינוט דברי התעוררות כפי המנהג, נישקשה, אבער דער איז שוין עומד על הדוכן איבער דרייסיג מינוט. שטילערהייט, צווישן איין קאפיטל און צווייטן, בעט דער חתן אן ביים יונגערן ברודער אריינצורוימען דעם בדחן אין אויער אז מען דארף ענדיגן. דער בדחן ווייסט נישט קיין חכמות, ער ווינקט צוריק אז יא יא מען ענדיגט שוין, ובחדא מחתא נעמט ער זיך בוכה'נען אויף צרות הדור.
דער חתן שלינגט איין זיין אינערליכע ברויז, דער האט אים ריכטיג משמח געווען, ממש חמשה קולות, א מין אנשיקעניש, ער קען דאך נעמען די צוויי הונדערט טאלער און אהיים גיין עסן נאכטמאל לשובע.
די איראניע איז קאמיש, דא איז ער דומה למלך אבער גענצליך אנע שום קאנטראל! סארא מין ליצנות, ווי קעניג ווען קעניג, טריפל זעראו, כנראה אז אין שלטון ביום המות... ער באגראבט דאך די בחורישע יארן היינט.
* - ״פקודא בתר דא!״ הערט זיך א דונערדיגע שטימע. ער וועקט זיך אויף ארויס פון די
"ubmhk ihn trtx,' dhbge huu dhbge iguu' utrgz kphry"
זייט 7
טעקסט
טיפענישן, אה, עה, בעה, וואו בין איך? ער קוקט זיך ארום, אויפן שמונה, אזוי פארקויפט מען אויף די גאס און ער ווי א נער האט שוואגערס ליפן דערקענט זיך א לויזער שמייכל, א פאלנער לועג דאס געקויפט טבין ותקילין, אבער נעכטן איז דער אילוזיע געקומען לרש. אין שטוב ארום איז יעדער פארטיפט אין די הגדה, ער זוכט די צו אן ענדע.
עקסיטס, אלץ איז פארשטעלט מיט בענקלעך און פראוואזארישע הערסט א מעשה? זעקס וואכען גרייט מען זיך צו בדחילו ורחימו היסב בעטן, קיין וועג ארויס איז נישטא, ער שפירט זיך ווי פארכאפט מיט דרושים, הלכות און פלפולים, מען האלט שוין ליל המיוחס, און אין א שטייג.
דער שווער נעמט פייניגן דעם זייגער מעשה יעקע. ער לאזט קיינעם ער שוועבט צוביסלעך צוריק אין די עולמות, די אויגן קלעבן זיך, נישט אריינרעדן, נישטא קיין תורות, נישטא קיין שום הפסק, מען ווידער איז ער אין זאל אבער אונטער בעסערע אומשטענדן.
דארף אניאגן חצות, אלץ אנדערש איז מינדערוויכטיג. און גלאט מען גראמט אויף דעם זיידן, דער אויסגערופענער בדחן הגדול אזוי, כלאחר יד, איז צונישט געקומען וואכן פון האראוואניע, און באווייזט דא גבורות, ער איז משלב ניגונים נאך ערגער, די עמאציאנעלע תמימות פון א ממש גג על גג, ער ציעט די נשמה אבער עס שאיפותדיגער הייליגער מאן.
ארט דעם חתן נישט קיין הוא זה. וויל ער דען דער קדוש גיסט זיך אויס זיין ברויזנדער די נאכט זאל זיך ענדיגן? הונגעריג איז ער נפש, אבער מיואש איז ער נישט, פארקערט, שוין לאנג נישט, פרייליך איז ער ביזן הימל ער איז פעסט אנטשלאסן. ממילא דעם שווער, נאכן אפהאפקענען ריקודין שבריקודין, ער קען ער נישט טוישן, פארפאלן אריינגעפאלן, זיצט זיך גליקליך מיט די כלה און קוועלט אבער גמר אומר בלבו אז מער וועט ער דאס הנאה פונעם בדחן׳ס מתיקותדיגע שטימע.
נישט מיטמאכן. עס איז טאקע נישט מקובל מיטאמאל, פאלן זיינע אויגן אויף די טישן אליין צו פירן א סדר אין די סאמע ערשטע איבערן זאל. זיצן דארטן אנגעלאנט מחותנים, יארן, אבער עת לעשות לד׳ הפרו, אז מען מוז,
"xwijsc ogs
פעטערס, קרובים, ווי פארשלאפענע מתים, מוז מען.
hhc zht ohaushj
איינס ביי איינס זעהן זיי אויס ווי זיי ווילן וכיון שבא לידי כעס בא לידי טעות, רעדן שיסן מענטשן.
רעדט ער זיך איין אז ער איז שורר בביתו,
xtnbu xutn hhz'
מען דארף נישט זיין קיין מומחה אין חכמת למעשה, וועט די אשת חיל אים שוין וויסן הפרצוף צו פארשטיין אז דא איז דאס לעצטער לאזן ווער איז פאקטיש בעל הבית. הנה ימים
ihua rg ktz
פלאץ ווי די מידע אויסגעמאטערטע נשמות באים, איינגענעם וועט עס נישט זיין, אבער
rg xtuu idtzpt
ווילן זיך געפונען צוויי אזייגער פארטאגס, זיי סוף כל סוף וועט ער אויך געוואויר ווערן דעם זענען דא בלויז למען הנימוס, דעם בדחן׳ס ביטערן אמת, אז פראקטיש גערעדט, ליגט
rts; iztk iut
חידושים איז ביי זיי מאוס ונמאס, זאל ער ער ביי יענעם אין די הענט.
שוין אפזאגן וואס ער דארף און לאזן דאס *
yhhvaybgn xts
מענטשהייט געמאך.
- ״כן אנחנו בידך!״ שרייט דער חזן אויס.
ltngd"
* דער עולם זינגט מיט שיין אין א זעלטענע - ״שטייט דאך אית לשבחא ולאשתעי הארמאניע. יעדער פארשטייט דעם מער בספור דא! מען רעדט נישט פון סתם ענינים טיפערן באדייט, כל הקהל הקודש איז מסכים בעלמא, עס איז א חיוב הלילה, ממש א בפירושע זוהר״, פאכעט אז נישט קיין נפקא מינה ווער, איז זעלטן פארהאן א גענצליך ער מיט די הענט.
אויטאנאמישער רשות.
- ״נו, שא! לאז אויסהערן ליינען!״, גיבט זיך איינער א וואקל יעדער איז אויף אן אופן אנגעוויזן אויף יענעם, דער חתן אויפן פונעם אנדערן טיש.
בדחן, דער בדחן אויפן מחותן, דער מחותן אויפן איידעם, דער עס איז יו״ט אינדערפרי נאכ׳ן ערשטן סדר, די כזיתים מיט איידעם אויפן שווער, דער שווער אויפן שוויגער, דער שוויגער אויף די די ארבע כוסות זענען נאך משתמשין בערבוביא, דער רב האט מאמען, די מאמע אויפן חברטע, די חברטע אויפן שכנטע, די שכנטע נארוואס געענדיגט אראפלייגן א פלאם פייערדיגן הלל, און דער אויפן לענדלארד, דער לענדלארד אויפן בעל הבית, דער בעל הבית עולם גיבט אפ די איינדרוקן פונעם גרויסען נאכט.
אויפן שותף, דער שותף אויפן אינוועסטירער, דער אינוועסטירער דער יונגערמאנטשיקל אונזערער פירט א שמועס מיט׳ן שכן אויפן באנק, די באנק אויפן רעגולאטאר, דער רעגולאטאר אויפן אויפ׳ן טיש, אויך א פרישער שנה ראשונה מאן. א נידריג מאגערער פאליטיקאנט, דער פאליטיקאנט אויפן פרעזידענט, דער פרעזידענט געשטעל פארמאגט יענער, מיט א קליין עקשנותדיג פארקניפטען אויף די וויילער, די וויילער אויף די עסקנים, די עסקנים אויף די בערדל, דער פנים איז אים קענטליך בייז. ער צופירט זיך די מחנכים, וכו׳ וכו׳, עס ענדיגט זיך קיינמאל.
הענט און מאכט פאקסן א שטייגער ווי איימיציר האט אים אונטערשטע שורה, אלעס פארט אויף דעם זעלבן סדר, הכל נארוואס מיאוס אפגענארט.
ב״סדר״ גמור. און אויב זעט עס אויס אנדערש, איז עס בלויז ער בייזערט זיך אויפן שווער זיינעם, געמיינט האט ער אז אחיזת עינים, גאנץ מעגליך, די ארבעט פון א מייסטער גראפיקער דער שווער איז א דורכגעווייקטער חסידישער איד כפול אנגעדרייט דורך עפעס א כוכב... ודכוותיה.
זייט 8
טעקסט
אילו הכניסנו לארץ ישראל
ציור: יוסי רוזנשטיין
קאך לעפל
רעדאגירט: שמעקעדיג,
צום הייליגן יו"ט פסח בזמן שבית המקדש היה קיים, מיט א בקשה די פיבערהאפטיגע הכנות צום הייליגן יו"ט פסח גייען שוין אן צום בורא כל העולמים ק-ל בנה ביתך בקרוב, ווערט אביסל בעסער אין פולן שוואונג, מען שארט און קראצט און רוימט שוין אינגרויסן, אויפן הארצן, די אומעטיגע געדאנקען ווערן פארשלינגען אין עולם יעדע שאפע און שופלאד ווערט איבערגעקערט און איבערגעוואשן הדמיון, און די קאלעמוטנע געפיל ווערט צעביסלעך פארשוואונדן, צענדליגע מאהל, עד שיעיד עליו יודע תעלומות אז עס געפינט עכ"פ ווי לאנג מען שוועבט ארום דארט אין עולם הדמיון.....
זיך נישט דארט קיין ברעקל חמץ ח"ו, די אנגעצויגענקייט איז שוין * אויפן העכסטן גראד, און דער נערוועזעקייט שפירט זיך גוט אין עס איז ר"ח ניסן אין אידישן לאנד, דער בית דין הגדול האט דעם אטמאספערע, קיין רויטע אפגעריבענעם גרייצער אריין צו אקארשט אויסגעשריגן אין זייער הויפטקוואטיר וואס געפינט זיך ברענגן דעם יו"ט אין שטוב זעהט זיך נישט אויפן האריזאנט, א אינעם לשכת הגזית פלאזא “מקודש מקודש"! דאס גייט נישט דעפרעסיע ווערים'ל שפאצירט זיך אזוי געמיטליך אריין אין מוח אזוי גלאטיג, נאר ווי יעדע חודש איז דאס געווען נאר נאך לאנגע אריין, אלע חיזוק געדאנקען וואס מען קען נאר ארויף ברענגען אויפן שווערע חקירות און דרישות אויף די צוויי עדים וואס האבן צום זכרון האבן שוין מער נישט קיין עפעקט, די דריי מעשיות וואס איז ערשט געזעהן די נייע פיצי בעבי לבנה.
מקובל פונעם הייליגן קאשזניצער מגיד צו פארציילן אז מען זאל ווי נאר דאס האט פאסירט האבן זיך די פיבערהאפטיגע הכנות האבן אויף פסח צו מאכן איז שוין פארציילט געווארן צענדליגע צום יו"ט פון פרייהייט און זעלבסטשטענדיגקייט אנגעהויבן מיט מאל, און די נערוועזע כליון עינים'דיגע בליקן צום פענסטער אז דער איר פולע קראפט. די וועגן ווערן אויסגעפלאסטערט, מען גראבט פריץ זאל שוין ענדליך אריינווארפן די טויטע מאלפע אנגעפולט קוועלער אז די עולי רגלים זאלן האבן וואס צו טרונקען, מען מיט גאלדענע רענדלעך דערנערווירט שוין דאס הויז געזינד. אלזא פאררעכט די מקוואות אז זיי זאלן זיין אויסגעהאלטן אויך לויטן וואס טוהט מען?
דברי חיים און שו"ע הרב, מען צייכנט אן די קברים אז מען זאל זיך * קענען אויסהיטן נישט טמא צו ווערן, )און זיך איינצושפארן א בית אז מען פארזינקט זיך די מחשבה אינעם עבר, מען איז זיך מצייר שמש מעשה...(. מען זאמעלט איין מיליאנען זכרים שעפסן און ציגן וואס מען האט אמאל געהאט, ווי אזוי כלל ישראל האט זיך געגרייט
זייט 9
טעקסט
אן קיין פעלער, אזש אז די בערג ארום ירושלים זענען שניי ווייס פון די פולע שעפעלעך, די מע.... מע.... קולות וואס הערן זיך פון די שניי ווייסע שאף בערג הערן זיך מיילן ווייט... אט אט הייבט מען אן אריבערצופירן די שעף צו כאפן א טבילה אינעם דערנעבענדיגן טייכל, כדי זיי זאלן זיין שיין שניי-ווייס ביי די שחיטה, שיניך כעדר הרחלים שעלו מן הרחצה שכולם מתאימות ושכולה אין בהם. עס קומט שוין י' ניסן, דער עולם לאזט זיך ארויס צו די בערג זיך איינצוהאנדלען א לעמעלע, עס שלעגלען זיך אומצאליגע מענטשן ליניעס, די קולות גייען אויף די העכסטע טענער, א בבל געמישעכס פון שפראכן און קולטורן ווערן צוזאמגעשמאלצן אין דער לופטן, דער שרייט אויף בבל'יש: איך בין געווען דא פריער, דער צווייטער ענטפערט אים אויף גריכיש: לא כי אלא איך בין געווען דא פאר דיר, דער שרייט אויף פרס'יש: כאפ דיך נישט אריין אין די ליניע, ענפערט אים דער צווייטער אויף מצריש: קענסט מיר א בלאז טאן אין די אויער, אזוי טוהט זיך דארט א גאנצע באלאגאן, די סדרנים ארבייטן איבערמידליך צו האלטן די מאסן אין די רייען אבער אן ערפאלג... ענדליך דערשלאגט זיך שוין יעדער א שעפסעל און מען הייבט אן צו שפאנען קיין ירושלים מיט אן אומגעהויערטע שמחה, די פייערליכע קולות פון די געזאנגען פון דוד המלך בית ה' נלך..... עומדות היו רגלינו בשעריך ירושלים ... הערט זיך מיילען ווייט, גאנץ ירושלים איז איינגעהילט גייסטישע א אין יעדער דערהויבענקייט, האט געסט, עס איז דא פלאץ פאר יעדען ... דער עולם גרייט זיך פעסט אויף ערב פסח ווען מען וועט האבן די זכיה זיך צו ווייזען דעם פנים פאר די שכינה הק' און ברענגען דעם קרבן פסח כדת וכדין.
די פיבערהאפטיגע הכנות גייען ווייטער אן מיטן פולן פארע, אין בית המקדש זענען שוין פארזאמעלט שווערע טויזענטער כהנים וואס טרענירן זיך העפטיג ווי אזוי צו קענען דערלאנגען די גאלדענע מזרקים אנגעפולט מיט בלוט מיט א בליציגע שנעלקייט פון דעם שחיטה פלאץ ביז צום ריזן מזבח. די לויים פרובירן אויס זייער פולע מוזיקאלישע אינסטרומענטן אז זיי זאלן קענן שפילן ווי עס באדארפט צו זיין ביי די נסכים אין יו"ט. דער עולם לויפט ארום ווי פאר'סם'טע מייז. דער לויפט באקען מצות, א צווייטער לויפט זיך איינהאנדלען א שיסל שאלאטען פאר מרור, דער דריטער לויפט קויפן ניס פאר די חרוסת. דער פערטער לויפט צום הר הזתים כאפן שפריץ פון די אפר הפרה, ער האט זיך אקוראשט דערמאנט אז ער האלט שוין היינט ביי דער זיבעטער טאג נאך די לוויה פונעם לייטזעליגן שכן זיינעם צו וועם ער האט זיך מפני הכבוד מטמא
געווען, דער זוכט נאר א פעדער פאר בדיקת חמץ, בקיצור, גאנץ ירושלים פארט אויף רעדער, מיליאנען מענטשען לויפן ארום אין די גאסן, א געמישאכטס פון אלע ערליי קליידער, היטן, טורבאנען, קאפיא'ס, און שפראכן. באמת א עיר כלילת יופי.
ענדליך איז שוין אנגעקומען ערב פסח, מען האט ערשט אצינד גענדיגט מקריב זיין דער תמיד של בין הערביים, און מען הערט א געשריי שמע ישראל הגיע הזמן לעשות את הפסח, און דער גאנצער עולם ווערט געכאפט ווי אין עלעקטערישער שטראם, און נעמט זיך לויפן מיטן פולען גאלאפ ארויף צום הר הבית, דאס געדרענג אין די גאסן וואס פירן צום הר הבית ווערט ממש אומדערטרעגליך, דער עולם נעמט זיך אריין צו שטופן אין די עזרה וואס ווערט בליץ שנעל אנגעפולט מיט מער ווי א האלב מיליאן מענטעשען, מיטאמאהל הערט זיך א געבלאז פון א שופר תקיעה תרועה תקיעה, און די לויים הייבן אן צו שטופן דעם ריזיגען שער הניקנור אויף פאראויס, ביז דער טיר פון די עזרה ווערט הערמעטיש פארשלאסען.
ווי נאר דער טיר איז געווארן פארשלאסן הערט זיך א געבלאז פון א טרומפייטער, וואס דאס האט געדינט אלס א סיגנאל אז יא! מען דארף זיך נעמען צו די עבודה, די שוחטים שטייען מיט זייערע לאנגע חלפים, און נעמען זיך שחטן שעפסען איינס נאכן צווייטען, און ביי יעדען שוחט שטייט שוין גרייט א כהן מיט א גאלדענע בעקן אין די הענד, און ווי נאר דער שוחט האט דורך געשניטען דעם קנה און
מכון המקדש
דעם וושט, שטעלט ער באלד אונטער דעם שיסל און ווי נאר עס ווערט פול, דערלאנגט ער עס תיכף צום צווייטען כהן, און דער צווייטער כהן גיבט אים תיכף א צווייטע גאלדענע בעקן, און דער צווייטער כהן געבט דאס פארן דריטען, אזוי ביז עס קומט אן צום מזבח, און דער לעצטער כהן גיבט דאס א גיס ארויף אויפן וואנט פון מזבח, און גיבט גלייך צוריק דעם ליידיגען בעקן פאר זיין שכן, און דאס איז אלעס צוגעגאנגען מיט אזא אפנארמאלע שנעלקייט אז עס האט זיך צוגעדאכט פאר די צושויער אז עס בליצט גאר.
בשעת מעשה זאגט דער עולם הלל ווארט ביי ווארט אויפן קול בצאת ישראל ממצרים וכו' מען קען קוים הערן די אייגענע שטימע צוליב די קלא דהללא דפקע איגרא.
דערנאך כאפט דער עולם ספעציעלע שטעקענעס אויף וואס מען הענגט אויף דאס געשאכטען שעפסעל און מען נעמט זיך אפשינדען די הויט פונעם שעפסעל, דערנאך וואשט מען גוט אויס די קישקעס, ווי נאר דער עולם ענדיגט הערט מען ווידער דעם געבלאז פונעם שופר, און די טירן פון די עזרה עפענט זיך און דער עולם הייבט אן המשך בעמוד 16
זייט 10
טעקסט
פסח על שום שפסח ה'לחץ
רויטע וואנצעס
רעדאגירט: שמעקעדיג
פארקלאצט, רייס איך אראפ נאך א שטיקל פאום פונעם ס'איז שושן פורים אינעם קליין שול'כל אויף מיין גאס. מיין קאפ רחמנות צוריסענעם קאווע גלעזל, בעת מיינע אויגן לייענען די איז שוין ניכטער, אבער די מאגן דערציילט נאך מיינע עבירות פון מאדנע קלאסיפיידס אינעם קול ברמה. צווישן די קאר וואש אונעם נעכטן. כ'דאווען ביים ספרים שאנק מיט א יחץ מנין, ווען א דינער עקסטערמינעיטאר מייזל, זעה איך א עד אז מ'קען שוין ארדערן קול ציטערט אויף מיינע קישקעס: "פסח קומט! קיין חמץ אין מצות און וויין פונעם היזיגן שמש. נישט קיין וואונדער ער האט שוין ביהמ"ד, אפילו נישט אין פאליש!" דערקלערט אונזער סענז סטריט פסח פיבער, ס'איז ביזנעס פרעשור.
תלמיד, דער שמש הערשל.
וואס דער שמש האט נישט געוואוסט איז, אז הערשל איז א איד אין די מיטעלע זעכציגער יארן, איך טראג ביי מיר א גאנצע בעג חמצ'דיגע משלוח וואס האט נאך געהערט שיעורים ביים רעבין, און מנות אויסצוטיילן פאר די אומגליקליכע נאך מוחה געווען אין די שווארץ-ווייסע חברה, וואס האבן נישט זוכה געווען צו בילדער. הערשל איז א איד וואס באקומען בעצם יום הפורים. די פורים קיינער וויל נישט טרעטן אויף זיינע שני אידן וואס זענען געווען רחוקים נערוון, ווייל זיי זענען געמאכט פון ממקום. ווי א געניטער שפיאן האב איך מינעס. הערשל קען אזוי שרייען, אז באהאלטן דעם באמבע אונטערן וועסטל ס'טוט וויי דאס הארץ אז ער איז נישט קיין און גענוצט דעם ווייבער שול טיר צו מאכן חזן געווארן. צוליב אן אומבאקאנטע סיבה פליטה.
גייט ער מיט א קוטשמע רוב פונעם לוח יאר, איך שפאציר אין די גאסן אפטראגן די און רייניגט עס נאר איין מאל א יאר הארט משלוח מנות, ווען איך זעה טראק נאך טראק פאר'ן סוף זמן שריפת חמץ.
אפלאדענען קאנטעינערס פארענט פון צענדליגע פון זיינע קולות שפיר איך ווי איך בין נארוואס באגאסן געשעפטן. טייל ווארטן נאך פאר זייער קאנטעינער, בעת געווארן מיט'ן אייז באקעט טשאלאנדזש. פסח! אוי, פסח!
מעטאלענע און פלעסטיק גארבידזש קענס האבן שלום געשלאסן איך פרוביר ווערן נערוועז, אבער די אויסגעוועפטע אלקאהאל לאזט צו פארהאלטן דאס הייליג פלאץ. דאס פלאץ וואו די עקסטערע מיר נישט טאפן די רעאליטעט. דער עולם אבער ווערט נערוועז ווי פסח קאלעריען וועלן פארקירט ווערן, ביז די הונגעריגע קונים וועלן ביי תפלת זכה. זיי פאקן צאם די רבינו תם'ס מיט'ן לוח הציבור, און איר פארכאפן פאר שפאט טייערע פרייזן.
יאגן אפ צו די גרויסע לחץ-פולע וועלט וואס שרייט: פסח איז דא!
זייט 11
טעקסט
איך בלאנזשע אריין אין איינע פון די געשעפטן און עס טוט זיך א באלאגאן. מ'לייגט שוין אויס מצה אין די פסח סעקשאן. איך זעה שוין דארט שברים מצות. וויאזוי אין די וועלט האבן זיי שוין שברים מצות? די מצות זענען נארוואס ארויס פונעם אויוון און שוין צובראכן?! כ'זעה ס'איז אביסל ביליגער און ס'מאכט מיר טראכטן, "אז זיי האבן שברים פארוואס זאל נישט זיין צו באקומען אויך תרועה מצות, כ'וועל זיך גערן אנעסן מיט די פיצעלע שטיקלעך אויב וועל איך שפארן נאך אפאר גרייצער. מיין ווייב וועט לייענען די ביליגע רעסיט ווי א ליבע בריוו און אפראטעווען מיין וואקל'דיגן שלום בית".
איך דריי מיר אזוי אויף די גאסן, ווי א בחור די ערשטע בין הזמנים טאג ארויס פון שטייג. וואס? נאך קאנטעינארס? ניין, דאס זענען שמות טראקס. צווישן די קאנטעינארס, די שמות טראקס און קארנס בעקעריי פארקינג לאט, בלייבט אפשר פלאץ פאר א בייסיקעל מיט אפגעבראכענע הענטלען.
דרייווט עולם דער שוין ארום נערוועז און טרעפן פייפעריי די מיינע נערווען טאבלעטן אומווירקזאם. ברויך מען רופן דעם פסיכיאטער פאר א חודש ניסן דאזע.
אזוי בלאנזשענדיג בין איך מחליט, ניין! כ'גיי היי יאר נישט ווערן מיטגעשלעפט מיט די נערוועזע מאסן.
קענסט מיר זאגן ס'קומט פסח, קענסט מיר זאגן מ'דארף שטויבן ספרים, קענסט אפילו זאגן אז כ'דארף אויספאקן די גאנצע גאראדזש און אויסשאקלען די נוי סוכה, ס'גייט מיר נישט אן! איך לייג מיך אריין אין א רואיגקייט קאומא און זאלן די מזלות שרייען פסח איז דא, אבער ס'נישט אמת.
פסח הייבט זיך אן אויפן אידישן קאלענדער דעם פופצנ'טן אין ניסן און מ'קען ווערן נערוועז אפאר טאג פאר דעם. איך קען נאך לעבן אינעם פורים שטימונג ביז קורץ בעפאר יו"ט!
כ'קום אהיים און איך דערקלער צו מיין ווייב אז דאס איז עס. רעד נישט צו מיר איבער פסח ביז פינף טאג פאר'ן סדר! וואס???! פרעגט זי, וואסי געשעהן? איך דארף א גוי'טע, א נייע בעזים, מ'דארף א נייע פריזשידער, נאך פעמפערס, וואו גייט מען אויף יו"ט? וואס טוט זיך מיט מצות? מיין מאמע וויל וויסן אויב דו קענסט העלפן מיט די ספרים....
פאוואליע!... שריי איך איר איבער נערוועזערהייט, היי יאר גייט מען נישט זיין נערוועז! היי יאר, דערקלער איך מיט כעס, גייט מען
נישט זיין בכעס!! ס'קומען נייע צייטן אין אונזער פאמיליע! מ'גייט זיין רואיג און פרייליך ביז'ן זמן!
איך פראל אויף די טיר פון מיין שלאף צימער און דייוו אריין אין בעט מיט כח, אזש די ספרינגס האבן געהירזשעוועט פאר ווייטאג. איך לעש אויס דעם פאן, צינד אן די שלאף מאשין און הנה, אהההה. קוים וואס איך דערגרייך שינת הסוס, און מ'האקט שוין אויפן טיר. די זשאנדארן זענען געקומען נאכן טאטן.. אוי געוואלד! איך קלער צו נוצן מיין גרויסע קלאזעט פאר א בונקער, אבער בום! די טיר קראכט אויף, די שלאס פליט ווי א טארפידא, און די גאנצע פאמיליע שטייט ארום מיין בעט ווי מ'זאל זיך גרייטן פאר פסוקי יחוד.
"טאטי, כ'דארף א נייע סוט!" דערקלערט מיין בכור. דער קליינער האט אנדערע הדרכות, "טאטי, מאמי האט דעזאגט דו זאלסט מיך נעמען צו דע פארק". "טאטא" קריכט מיין בעבי ארויף אויף מיר דורכ'ן ניצן מיינע פיס פינגער פאר א לייטער, בעת מיין ווייב שמייכעלט זיגרייך פון די לאכעדיגע בילד.
כ'בעט מיר ביי זיי מ'זאל עס אפשטופן לכה"פ ביז ראש חודש למען ה'רואיגקייט און מיר לאזן שלאפן. מיט טרויער פארלאזן זיי מיין צימער מיט א אינערליכע החלטה אז נעקסטע וואך הייבט מען אן פייניגן פון פריש.
א וואך גייט פארביי, און מ'דרייט שוין דעם קאפ ווייטער. כ'קען שוין מער נישט אפזאגן די טענות פון די גאנצע פאמיליע. גיימער דעמאלס נאר טוהן די שאפינג יעצט, ח"ו רייניגן פאר פסח. כ'טוה מיך אן, ווען די קינדער הענגען פון אלע זייטן ווי מאנקיס, און מ'גייט ארלעדיגן ווי א צדיק'ל די ריזיגע ליסט וואס מיין ווייב האט אזוי שיין געטריי איינגעפאקט מיט א טונא סענדוויטש.
פאפ! הערט מען פון די סיענעס, פיפ! פון די קרייסלערס און פאפאפא! פון די SUV'ס מיט די גרויסע אחוריים. ס'טוט זיך א באלאגאן ווי ביי יציאת מצרים, בעת ס'נאס ווי ביי קריעת ים סוף. א פרילינג רעגן וואשט אפ די גאסן פון כל מיני חרד'ישע פראפעגאנדע פון נייע סידיס מיט די זינגער'ס פארגרעסערטע נאז הארעלעך, ביז די נעכטיגע טישוס דו האסט ארויסגעווארפן פון פענסטער נאכן מאכן זיכער אז קיינער קוקט נישט. מיין בלוט דרוק האט שוין נישט וואס צו דרוקן ווען בנס טרעף איך פארקינג ביי א פאמפ. איך טרעט ארויס פון אויטא גראד מיט די סניקערס )כ'האב באקומען א היתר פון 6 חדשים, ווייל כ'האב פיס ווייטאג( אריין אין וואסער וואס האט זיך נישט געהאלטן ביים שפאלטן.
זייט 12
טעקסט
מיט די נאסע זאקן גיי איך ארלעדיגן וואס מ'האט אויף מיר באצווינגען, בעת די שטערן און די נאז קאלאבארירן מיר צו דערטרענקען פון שווייס. אין איין הענט די סעלפאן, און אין די אנדערע די הויזן וואס האלט גאר נאנט ביים זיך אונטערגעבן צום כח המושך. באמת וואלט איך שוין לאנג געדארפט קויפן הויזן טראגער, אבער איך קויף עס נישט פאר צוויי סיבות, קודם וויל איך נישט אפיציעל אריינגיין אין די קאטעגאריע פון פעשליכע נישט מיר געדאכט, והשנית זאגט מען אז א ציפ פון א פעלערהאפטיגע טראגער קען זיין פאטאל.
מיין גאנצע רואיגקייט פלאן איז צופאלן ווי א איסור אויף "דער שטערן". איך זעה מיך מיטאמאל איינגעשלינגען אין א וועלט ווי מ'ארבייט ווי א קנעכט, וואס בלייבט אן קיין כח צום חירות. הזאת חג הפסח? איך בין נאכאמאל מחליט אז ווייטער גיי איך מיך נישט אזוי צועסן דאס געזונט מיט די הכנות.
מ'האלט שוין אין די וואך פון פסח, און מ'האלט נאך נישט אין ערגעץ. מיינע קינדער בעטן זיך, טאטי! ווען גייט מען פסח'דיג מאכן? "טאטי", קוקט מיין קליינע שטרענג אויף מיר, "מיין טיטשער האט געזאגט מ'טאר נישט אריינברענגען חמץ!".
איך זעץ אוועק די משפחה ארום די טיש און לייג אויס די פלאן פאר די וואך: היינט זונטאג וועט יעדער פסח'דיג מאכן זיין צימער און מארגן מאנטאג און דינסטאג וועט מען רופן הילף צו טון די קאך. דינסטאג נאכט וועט מען נעמען א בעבי סיטטער און טאטי און מאמי וועלן איינקויפן אלעס פאר פסח און כשר'ן. מיטוואך און דאנערשטאג וועט מען קאכן. פרייטאג ערב פסח אינדערפרי וועט מען אויפרוימען די קאר און די חצר, און 12 אזייגער פרייטאג גייט מען אויף א אויספלוג צו באבי זיידי און די מצה בעקעריי.
מיט שטוינונג קלאצן אויף מיר אויגן פון אלע סייזעס. וואס! אין אפאר טעג אלעס? די ווייב טענה'ט אז מ'וועט זיין אזוי אויסגעמוטשעט פון טוען אלעס אין איין וואך, אז היי יאר וועט נישט די ערשטע קשיא זיין "טאטע לעבן פארוואס שלאפסטו, מ'האלט נאך פאר מגיד", ס'וועט זיין "טאטע לעבן פארוואס שלאפסטו שוין
ביי ורחץ".
* ליל ס'איז פסח אין די גאסן פון שטאט. א פרילינג ווינטל בלאזט די פריש געמאכטע פיאה'לעך פון די קינדער וואס באגלייטן אהיים דעם טאטן פון שוהל. א אויסגעגאסענע חירות שיינט אראפ פון די גלאנציגע פנימ'ער. ליל התקדש חג.. שאקלען זיך די ביימער, ווי זיי וואלטן מסכים געווען צו מיינע געדאנקען.
כ'בין טאקע זייער ערשעפט פון די הכנות החג, אבער די געפיהל פון רואיגקייט נעמט איבער אלע מיינע גלידער. די הערליך געדעקטע טיש ענטפאנגט מיר ווי א קעניג אינעם ערשטן טאג פון זיין מלוכה. אט דארט שטייט מיין טייערע ווייב, ווען איר פנים שיינט פון פרייד אז דער דערהויבענעם יום טוב איז שוין ענדליך דא.
אויפגעלייגטערהייט גרייטן מיר זיך צו מאכן קידוש, ווען מיינע געדאנקען גייען צוריק איבער מיינע רואיגקייט פראקלעמאציעס עטליכע וואכן צוריק...
כ'האב געהאט גרויסע פלענער צו שפירן רואיג, אבער כ'האב איר באקומען פונקט אין די זעלבע צייט ווי פאריאר, נישט קיין סעקונדע פריער. ווען דער זמן שלאגט דעם זייגער, איז דער מנוחה אנגעקומען. פרייהייט באקומט מען נישט אן ארבייט, פרייהייט דארף מען פארדינען. מיין בליק אויף די הכנה טעג זענען אומריכטיג, זיי זענען נישט קיין טעג פון לחץ, זיי זענען טעג פון הכנה צו מנוחה, שמחה און פרייהייט.
אלזא ברודער, די הכנות צו יום טוב זענען נישט קיין טעג פון פרעשור, זיי זענען הכנות אז מ'זאל פארדינען דעם מנוחה און חירות, וואס נאר אזא לעכטיג יום טוב קען מיט זיך ברענגען.
ווען א מענטש גרייט זיך צו א זאך וואס ברענגט הנאה, הייבט זיך אן די הנאה נאך אינמיטן די הכנה. ווען ער ווייסט אז זיין ציהל איז לעכטיג, שפירט ער שוין יעצט רואיג און פרייליך, און פרעשור האט נישט קיין אחיזה.
פסח, על שום שפסח ה'לחץ. לאמיר זיך גרייטן צום יו"ט מיט שמחה, און איבערהיפן די מהלך המחשבה אז ס'איז א לחץ. לאמיר נוצן די טעג אלץ א פרייליכע הכנה צו א רואיגע יום טוב!
זייט 13
טעקסט
כששרע-אללנ פו שסאווםחכ לבמיייםהג ?ל– ע ך
בר כוכבא
דער תירוץ אויף דער “מצה זו שאנו אוכלים" פראגע, וואס איז אינעם קעפל צו דעם ארטיקל פאראפריזירט געווארן לתועלת התוכן, דרייט זיך ארום דעם זעלבן מאטיוו ווי די אנדערע שאלות און דער גאנצער הגדה ווי בכלל דעם עצם יו"ט פסח. די קשיות, ווי די ענטפערס, דערציילן וועגן דער געשיכטע פון און ארום יציאת מצרים - ווי מיר זענען געווען פארקנעכט אונטער פרעה'ן און פארשקלאפט ביי די מצריים, און אט האט דער רבונו של עולם געשיקט משה'ן מיט'ן ברודער אהרן, און געלאזט אין גאנג א מהלך וואס האט זיך געענדיגט מיט אונזער באפרייאונג.
דער סוף פון אונזער וויילן אין מצרים האט אפגעצייכנט דעם אנהייב פון אונזער ווערן א פאלק.
קיין מצרים זענען מיר אנגעקומען ווי איין משפחה; ארויס זענען מיר א מחנה וואס איז גרייט געווען זיך צו לאזן דעפינירט ווערן ווי א פאלק. די “צעמענט", אזוי צו זאגן, וואס האט די יחידים צוזאמגעבויט אין איין גרויסן מהות איז געגאסן געווארן דורכאויס עטליכע טעג נאכפאלגענדיג יציאת מצרים, און צופיסנס פון הר סיני איז דאס פארהארטעוועט געווארן און א ניי פאלק – אן עם סגולה גאר – איז געבוירן געווארן.
דאס משמעות פון דעם יו"ט איז זייער פשוט, קלאר און גראד. דער ערשטער דור, וועלכער האט פארלאזט מצרים, האט זיך גענויטיגט
אין טעכנישע אינסטרוקציעס וואס מען דארף יא און וואס מען טאר נישט טאן דורכאויס דעם יו"ט. דאס עצם פייערן פסח, די שמחה, אויף דעם האט קיינער זיי נישט געדארפט גארנישט אנזאגן. ס'האט זיך אינסטינקטיוו געפרייט און ס'האט זיך גע'שירה'ט פון הארץ ארויס. אזוי איז עס געווען מיט'ן ערשטן דור און אזוי איז עס געבליבן אויך אויף הונדערטער יארן שפעטער, ווען אידן האבן שוין געוואוינט אין ארץ ישראל און זיך געפירט אן אייגענע ווירטשאפט. יציאת מצרים, די גשמיות'דיגע פשוט-טרוקענע מציאות'דיגע געשעענישן, האט קיינער נישט געדענקט. מיט עטליכע געציילטע אויסנאמען זענען אלע וואס זענען פיזיש ארויס מצרים געשטארבן נאך איידער דאס אידיש פאלק איז אריבער דעם ירדן און אריין קיין ארץ ישראל. דעם טעם פון קנעכטשאפט האט קיינער נישט געדענקט; דאס משמעות פון זיין פריי און זעלבסשטענדיג האבן אבער אלע פארשטאנען.
איז געקומען די גזירת הגלות און אונז צוריק פארווארפן אין פרעמדע פלעצער, אונטער פרעמדע הערשערס, מיט ביטער-שווערע אומשטענדן. אין אנהייב האט מען נאך ווי-עס-איז עפעס געדענקט ווי דער טעם פון חירות שפירט זיך. מיט דער צייט זענען די זכרונות געווארן אלץ מער פארבלאסט און פארפרעמדט, און צרות שיעבוד הגלות האבן געצוואונגען דעם יו"ט אנצונעמען נייע משמעות'ן. אין
זייט 14
טעקסט
צוגאב צו דער מצוה, האבן מיר דעם יו"ט אנגעטאן מעטאפיזישע בגדים און דעם פשוט'ן באדייט פון “הוצאנו מעבדות לחירות" איז אין גרויסן טייל ערזעצט געווארן מיט חומרות, הידורים און שווערע קשר"ק-הכנות צום גרויסן, ליכטיגן יו"ט.
דאס אלעס – די הכנות, חומרות, הידורים – פעלן אין גלות אויס סך מער ווי פריער אין ארץ ישראל ווען ישראל שרויים על אדמתם מכוח דעם המשך פון יענעם חירות וואס מיר האבן באקומען מיט יציאת מצרים.
* גלות איז א פראצעס, וואס מיינט נישט נאר צרות און יסורים. כלל ישראל האט געדארפט דורכגיין די וועלט און אירע תקופות אלס טייל פון אן אלגעמיינעם גאולה-פראצעס וואס נעמט אריין די גאנצע וועלט, די גאנצע בריאה, וואס דארף אינאיינעם מיט אידן אויסגעלייזט און אויפגעהויבן ווערן צו א העכערן שטאפל.
ס'איז שווער אנצואווייזן ווען די וועלט האט געשטעלט די ערשטע טריט אריין אין דער תקופה פון גאולה; איז אבער גלייכצייטיג זייער קלאר אז זי געפינט זיך טיף אינמיטן דעם פראצעס. די געוואלדיגע פארשריט וואס די וועלט און די מענטשהייט מאכט אויף אלע געביטן זענען דאך נישט עפעס אנדערש ווי די ערשטע שיין פון יענעם גרויסן אור. די מעדיצינישע דורכברוכן, מיט הייל-מיטלען פאר יעדער מחלה און פיזישע פראבלעמען, דערמאנען אין יענע נבואות ווען אלע קרענק וועלן פון דער וועלט פארשווינדן. די מעדיצינישע וועלט האלט אין איין פארלענגערן דעם לעבנסשפאן פונעם מענטש און ברענגט אים אלץ נאענטער צו אומשטערבליכקייט. די טעכנאלאגיע ברענגט צוזאמען די מענטשהייט און גיט זי אלץ בעסערע מעגליכקייטן פון זיך צונויפרעדן, פארשטיין, און דערגיין וואס דער צווייטער וויל און טראכט. בכלל, גלאבאליזאציע מיט טעכנאלאגיע פארוואנדלען די וועלט אין איין קליינעם דארף, וואו אלעס און יעדער ווערט אלץ מער צוטריטליכער און קלארער. די אנטוויקלונגען פון דער וועלט און ציוויליזאציע האבן מיטגעברענגט נייע פראבלעמען און קאפ-ווייטאגן. כמעט יעדע דערפינדונג האט געברענגט נייע פראבלעמען. ספעציפיש, וואס נוגע אונזער טעמע וועגן דעם יו"ט פסח, האט די אינדוסטריאלע רעוואלוציע, די פאבריקן און פרישע פאטענטן פאר עסן-פראדוקציע, געברענגט פרישע שאלות און פראבלעמען לגבי דעם כשרות פון עסנווארג אויף פסח.
גענוי ווי דעם משמעות פונעם יו"ט גופא פריער, האט דער מיין פון עסן מצה זיך גענויטיגט אין זייטיגע צוגעהערן כדי נישט צו פארלירן דאס משמעות. די מצוה פון מצה און דאס איינהאלטן דעם לאו פון
חמץ זענען אונטערגעשטיצט געווארן דורך חומרות און הידורים. פון “זיך מישן" ביז “געבראקטס" און אלעס ארום און אינדערצווישן, איז די מצוה פון מצה און דער איסור פון חמץ ארויסגעהויבן געווארן דורכ'ן קאנטראסט פון די מאכלים וואס מיר עסן א גאנץ יאר ביז די “באשיידענע" לחם-עוני פראדוקטן וואס מיר עסן דורכאויס דעם יו"ט.
די מצות זעלבסט, וואס זענען במקורם געווען אזעלכע געשמאקע “לאַפאַס", האבן פשוט-ולובש-צורה געווען צו די דינע, גערעדלטע מצות וואס מיר עסן היינט. אמאל איז דער קאנטראסט פון פסח'דיגע מאכלים ביז די חמצ'דיגע עסנס בכלל נישט געווען אזוי שארף און קלאר. ס'האבן זיך געפאדערט אריינצושטעלן אינעם סדר אויפפאלנדע מנהגים, כדי צו ציען דעם אינטערעס פון די קינדער און זיי פירן צו פרעגן דעם “מה נשתנה". היינט וואלטן די אנדערשקייטן בכלל נישט אויסגעפעלט, ווייל אונזער פסח'דיגע סעודות פאר זיך זענען כשלעצמם גענוג ארויפצוברענגען די קינדער קשיות.
שטייענדיג ביים שוועל פון דער גאולה, ווען מיר וועלן זיך אומקערן צום מקור, פירט מען אונז זיך ביסלעכווייז צוריק צום שורש פון זאכן. פסח דארף לכאורה פארנעמען דעם אויבנאן ביי מושגים וועמענס טיפן און שורש'דיגן באדייט מיר דארפן זיך אויפסניי דערפאר דערמאנען.
ווערן טאקע די חומרות אויסגעשפילט. כמעט, אויב נישט ממש אלעס וואס איז פאראן דורכאויס'ן יאר, קען מען שוין היינט באקומען אין א כשר-לפסח ווערסיע. שוין אפגערעדט פון די אריגינעלע לאפא מצות, וואס ווערן מיט יעדן יאר )באזונדערס אין ארץ ישראל( אלץ מער פאפולער און גאנגבאר, נאר אפילו ברויט און בייגלעך קען מען שוין עסן מיט אפעטיט און דערביי אריינכאפן א מצוה פון איינהאלטן די לא תעשה פון “שאור לא ימצא בבתיכם..." אזוי שיילן די דרויסנדע שיכטן וואס דער עול הגלות האט במשך די יארן צוגעטשעפעט צו אונז, אונזער לעבן, אונזערע מצוות, אונזער לעבנסשטייגער און אונזער עצם אידענטיטעט. רוב פון אונז איז נאכנישט גרייט צו עסן כשר-לפסח ברויט. עס שפירט זיך אזוי פרעמד, אזוי אומהיימליך, אזוי נישט-פסח'דיג. פריער צי שפעטער וועלן די זאכן אריינקריכן ביי אונז.
אבער איבער אלעם וועלן מיר ביסלעכווייז אריינקריכן צוריק אינעם פשוט'ן משמעות פון דעם יו"ט און זיך באקענען מיט פסח אויף דער סאמע פשוט'ע מדריגה. אזוי, אז ווען אלע אידן וועלן צוריקזיין דארט, אין יענעם אויסגעבענקטן לאנד, וועלן מיר זיין פולשטענדיג גרייט צו פייערן דעם יו"ט אויף דעם אופן ווי ער איז געפראוועט געווארן דעמאלט, אזוי לאנג צוריק. די אלע צוגעהערן וועלן נישט בטל ווערן; זיי וועלן פשוט נישט אויספעלן מער.
זייט 15
טעקסט
ציור: גדי פולק
או ומיזישעי חב'ייי שאע
א משיח'ישע וויזיע
נהורא נפישא
רעדאגירט: ונבנתה העיר
שטיין צו דינסט און ארויסהעלפן זייערע מענער, לערנען ס'איז פסח אויף די נאכט, פון בית הכנסת זיי שפאצירן תורה במנוחה.
אלע אזוי געמיטלעך, ר' אליעזר, ר' יהושע, ר' אלעזר בן עזריה, ר' טרפון, אין באגלייטונג פון ר' עקיבא, וואס האט די טיש איז געדעקט מיט גרויסע שיסלען און טעלער'לעך זיי געלאדענט צו זיך אין שטוב אפצורעכטן דעם פסח מיט אלע סארט געשמאקע מאכלים, די חכמים וואשן זיך סדר.
ערשט צו די פרישע ווארעמע מצות און טרינקן צו כוסות וויין כמצות היום, אין צענטער פון טיש געפינט זיך א שיסל ר' עקיבא איז אייגענטליך דער אינגסטער פון די אלע פון די ביטערע הערבס. די דינסט ברענגט אריין פיינע דערמאנטע חכמים, ער האט גאר אליין תורה געלערנט פרישע ווארימע געקעכצן, די אנוועזענדע עסן צו די זעט ביי ר' אליעזר און ר' יהושע, אבער אין פארלויף פון די לכבוד יום טוב.
יארן האט זיך ר' עקיבא ערווארבן א נאמען אלס איינער פון די גרעסטע למדנים, און דערצו דער גרעסטער מרביץ די חכמים זעצן פאר די סעודה מיט הלל-געזאנג, די תורה אין לאנד.
שמחה און דביקות איז אומבאשרייבליך, פון טיפן הארצן לויבן זיי און דאנקן גאט פארן ארויסנעמען דאס אידישע פון הונטערוויילעכטס גייען די אינגע תלמידים פון די פאלק פון פארשקלאפונג ביי א נידריגע פאלק, און זיי געגעבן די דערמאנטע חכמים מיט גרויס יראת הכבוד. זיי באגרייפן די גאר תורה צו זיין א הייליג פאלק.
באדייטפולע געלעגנהייט, צו זיין אנוועזענד ביי א פארזאמלונג פון די סאמע גרעסטע חכמים ביי אידן אונטער איין דאך, ס'הערשט ביי די שטילקייט פון די נאכט ווערט כסדר איבערגעהאקט מיט די זיי א געהויבענע יום טוב'דיגע שטימונג.
אנגענעמע זיסע רבני'שע געשפרעכן, ווען פון פענסטער פלאטערט א ווארימע פרילינג לופט'ל. לומדישע דרשות ווערן דעבאטירט, און אט, אויף א גרינעם טאל אינעם דערפל בני ברק, דערגרייכן זיי פולע לעגענדעס איבער די אידנ'ס פארשקלאפונג אין מצרים ווערן די הייזקעלע פון ר' עקיבא. דאס הייזקעלע איז באצירט לכבוד יום ארויפגעברענגט און שיין פארטייטשט אין די פסוקים, פון מאל צו טוב, די טונקלקייט פון נאכט ווערט באלאכטן מיט די שטראלנדע מאל ברעכט אויס א העפטיגע וויכוח, די פנימ'ער שטראלן מיט א שיין פון די פילע הענג-לייכטער, געשמאקע געווירצן ווארפן א ריח שמחת התורה כנתינתן מסיני. א ספעציעלע חן טראגט די סצענע גן עדן איבערן שטוב. די חכמים פארנעמען זייערע פלעצער ארום ווען די פארזאמעלטע חכמים, פארמאגן יעדער איינער פון זיי, זייער דעם הילצערנעם טיש, זיי זעצן זיך אויף די שיינע איבערגעדעקטע אייגנארטיגע פערזענליכקייט און שטריכן.
בעטן, ארום און ארום פארזאמלען זיך די אינגע תלמידים און שפיצן אן די אויערן נישט צו פארפאסן די גאר באלערנדע געשפרעכן.
ס'גלויבט זיך שווער, ס'נישט דורך מער ווי א פאר צענדליגע יארן זינט דעם חורבן ירושלים און איר הייליגע טעמפל, מ'דערמאנט מיט ביים ווינקל פון שטוב, ארום א באזונדערע טיש, זיצן די פרויען נאסטאלאגיע די הימלישע סצענע ווען טויזענטער פילגרימער פון און טעכטער פון די חכמים, זיי שפירן זיך גליקליך און שטאלץ צו
זייט 16
טעקסט
ווייטע לענדער און אינזלען באזעצן דעם קליינעם פארמויערטן שטאט, קנוילן רויעך ווערט געזעהן איבעראל אויפן ירושלימ'ער האריזאנט, אין די הויפן פון ירושלים זיצן פאמיליעס אינאיינעם און פארברענגן מיטן עסן דעם ספעציעלן פסח סעודה, די נישט-געיורענע ברויט, מיט די ביטערע הערבס, צוזאמען מיט די געבראטענע פלייש פונעם פסח-לעמעלע, הלל-געזאנגן מישן זיך צונויף מיט אנגענעמע פאמיליע געשפרעכן.
מיטאמאל, ר' עקיבא פארקנייטשט זיין הויכע שטערן, א אויסטערלישע ווייטאג פארטונקלט זיין פאטריאכאלישן געזיכט, אבער באלד כאפט ער זיך צוריק, א שטראל פון האפענונג שיינט אריין אין זיינע הייליגע געדאנקן, א משיח'ישע וויזיע זעט ער פאר.
אט אט וועלן הייליגע קעמפער, מארטירער און אויפשטענדלער, מצליח זיין אראפצואווארפן די דאמינאציע פון די פארשאלטענע רוימישע אימפעריע, די בייזוויליגע הערשאפט וואס האט זיך פארמאסטן צו צושטערן די רוה פון די הייליגע שכינה, און פארשוועכן דאס הייליגסטע ביי אידן, און דערמיט פארוואונדעט די הארץ פון אידיש לעבן.
פיל מיט האפענונג און אין אן אויפגעלייגטע שטימונג, זעצט ר' עקיבא ווייטער פאר מיט די אנגענעמע שמועסן, ווען כסדר קומען צו נאך און נאך תלמידים מיטצוהאלטן די גאר געהויבענע סצענע.
די פארזאמעלטע זענען אזוי פארזונקן אין די פייערדיגע תורה'דיגע געשפרעכן, אז זיי האבן ניטאמאל באמערקט ווי די שטראלן פון די זון שפראצט שוין פון צעווישן די בערג.
עד שבאו תלמידיהם ואמרו רבותינו הגיע זמן קריאת שמע של שחרית.
המשך מעמוד 9 אהיים צו שטורמען מיט דאס נאקעטע שעפסעל אויף די פלייצע..... און א נייע כיתה קומט אריין און דער זעלבער בילד חזרט זיך איבער.... און דערנאך א דריטע כיתה.... דאס אלעס האט זיך פארצויגן ביזן זמן הדה"נ פונעם הייליגען יו"ט פסח המשמש ובא....
ביי יעדען הויז טיר אין ירושלים ווערט אראפגעשטעלט אזא ספעציעלע אויבן )א שטייגער ווי דער שווארמע מאשין( און דער עולם נעמט אזא האלצענע שפיז וואס קומט פון א מילגרוים בוים, און מען שטעכט דאס אריין אינעם פיסק פונעם שעפסעל ביז עס קומט ארויס פון די אנדערע זייט און מען שטעלט זיך בראטן דעם שעפסעל, ווער קען זיך דען פארשטעלן וואס פאר א באטעמטע גערוך עס האט זיך דאן געשפירט אין ירושלים ווען אזוי פיל שעפסען האבן זיך געבראטן אויף איינמאהל.
פסח אויף דער נאכט גאנץ ירושלים איז איינגעהילט אין ליכטיקייט, יעדער מיט די שיינע ווייסע יו"ט'דיגע קליידער זיצט זיך מיט זיין בני חבורה און משפחה אינאיינעם און פארציילן די ניסים פון יציאת מצרים, מען שוועבט אין א העכערע וועלט וואס מיר האבן גאר קיין השגה נישט.
דער זייגער שלאגט אביסעל בעפאר 12 און גאנץ ירושלים כאפט א דונער, דער עולם מאכט די ברכה על אכילת מצה, און דער גאצער שטאט עסט צוזאמען די צוויי כזיתים מצה, א מין געקייעכטס הילכעט אפ אין די מזיקים-פרייע שטאט, דערנאך הערט ווידער א געשריי, דאס מאהל פון דעם על אכילת מרור, דער עולם זעצט זיך אויף, ווייל די מרור עסט מען דאך נישט אנגעלאנט, קוים וואס מען פארענדיגט זיך פארווישען די טרערן פון די אויגען וואס דער ביטערער מרור האט פאראורזאכט, הערט זיך שוין ווידער א געשריי, דאסמאהל איז עס אשר קדשנו במצותיו וצונו על אכילת הזבח, און דער עולם נעמט זיך עסען פיינע געבראטע פלייש פונעם קרבן חגיגה, מען עסט אנגעצויגן וויל דער זייגער לויפט, אט אט איז שוין חצות! און נאך חצות איז שוין דער קרבן פסח מטמא די הענט, און חייב אדם לטהר את עצמו ברגל. דער עולם איז שוין אט אט זאט און ענדליך.... קומט עס שוין אן..... יעדער נעמט א כזית פונעם פיינעם געבראטענעם שעפסעל, און דער טאטע ווארענט אן אז מען זאל נישט צוברעכן קיין איין איינציגען ביינדל... ועצם לא תשברו בו, און מען פארמאכט זיך די אויגן און מען מאכט די ברכה מיט א התלהבות אשר קדשנו במצותיו וצונו על אכילת פסח, און מען ליגט אנגעלאנט אן די שיך און מען עסט פון די הייליגע פלייש בקדושה ובטהרה לעשות נחת רוח לפני אבינו שבשמים.
ווי נאר דער עולם ענדיגט עסן, און מען מאכט זיכער אז עס איז גארנישט איבערגעבליבן, נעמט מען זיך זאגן הלל מיט א ברען, דער גאנצער אידישער הויפט שטאט ווערט פארוואנדעלט אין א פייערדיגע געזאנג, דער גאנצער הייליגער שטאט זינגט מיט איין קול צום הייליגען באשעפער, און דאנקען אים פאר זיינע חסדים וואס ער האט אונז ארויסגענומען פון שקלאפן הויז, און אריין געברענגט קיין ארץ ישראל, דער לאנד וואס גיסט זיך מילך און האניג.
דער באשעפער זיצט זיך אויבן אין הימל און קוקט דאס צו, ער רופט צוזאם די מלאכים און קומט אראפ פון הימל זיך צו צוזעהן ווי זיינע קינדער לויבן אים מיט אזא פרייד,איי איי ונאכל שם מן הזבחים ומן הפסחים, אמן.
זייט 17
טעקסט
דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן
זייט 18
טעקסט
דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן
זייט 19
טעקסט
דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן
זייט 20
טעקסט
דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן
זייט 21
טעקסט
פארשידענע מאורעות וכדומה, פאראורזאכט דאס אז מענטשן זאלן וועלן לויפן שנעלער פון די זייגער וואס איז נישט מעגליך, אבער ווערט נישט באהאנדלט כדבעי. אין יעדער בית מדרש איז דא פון די קראנקע וואס פאראורזאכן טעגליכע סענזאציעס, איבערדרייענישן און סאמאטוכעס, אבער נישטא ווער ס'זאל זיי געבן די נויטיגע הילף.
תכלית גערעדט: איר לעבט נאר ווילאנג איר לעבט, לאזט אייך נישט פארפירן און יאגט אייך נישט ווייל צום סוף קומט יעדער אן צו זעלבן מקום מנוחה. איר זענט נישט בעה"ב צי מ'זאל אייך נאך באהאלטן אינעם זעלבן טאג אדער מאריך זיין מיט הספדים, דיינע יורשים וועלן פאר כבוד התורה קלאר יא וועלן מספיד זיין, ממילא לאזט ארויס די יאגעניש פונעם צוואה, לעבט רואיג, צו וואס איר וועט אנגעקומען וועט איר אנקומען און צו וואס נישט נישט, איר גייט במילא נישט כאפן יעדע דעדליין, יעדער האט שוין געשפעטיגט דעדליינס און אנגעקומען שפעט צו מיטינגען, ס'דא איין דעדליין און דאס גייט קיינער נישט פארפאסן: די ימי שנותינו בהם שבעים שנה, טא וואס איז דער געיעג?
אויב ליינט איר נאך דעם ארטיקל פאר פסח, קוקט ארויס פון פענסטער און זעהט ווי יעדער לויפט פייפט שימפט און שעלט. העלפן גייט דאס קיינעם נישט, עס גייט נישט פארשנעלערן די טראפיק, און נישט פארקורצערן דעם רויטן לייט, די גאנצע שטאט איז אויף א געיעג צו זיין איינער פארן צווייטן אין רעסטוראנט אדער ביים רעדזשיסטער אין גראסערי. איר גייט נישט פאראויס יאגן דעם גאנצן שטאט, איינער גייט זיין פאר אייך, ענדערש כאפט א רואיגער שפאציר צום ערב פסח מצות באקן, און לאז דיין טראכטער פארנוצן איר מעמארי אויף עפעס אנדערש חוץ פונעם זייגער און ווען דער זמן איז.
מוצאי יו"ט שיקט פאר אייער בעה"ב דעם פאלגענדן טעקסט: m sleeping in tomorrow morning and’I m going to drink some coffee and show up at’I ll keep you posted’I .the ofifce late... ער וועט אייך נישט אויפזאגן.
ס'איז כדאי צו ענדיגן מיט א אינטערסאנטער פאקטאר: דער וואס איז דער ערשטער אויפגעקומען און דעפינירט דעם סינדראם איז געווען א קארדיאלאדזשיסט וואס האט באמערקט אז אלע זיינע הארץ ליידענדע קליענטן זענען געקנאטן פון דעם זעלבן אויפגערעגטן כאראקטער און יאגן און בייזערן זיך שטענדיג, אזש אז זיי קענען נישט זיצן רואיג, אזוי ווייט אז אלע זיינע בענקלעך אינעם ווארט-זאל זענען געווען צוריסן ביים פאדערשטן ווינקל, ווייל קיינער פלעגט זיך נישט אנלאנען ביים זיצן, נאר ענדערש זיצן נערוועז אויף שפילקעס ביים שפיץ פון בענקל...
הקתבולרתה
בת קול
שפאן נאך שפאן, טריט נאך טריט, מען וואנדערט אין מדבר, מען ווארט אויפן מינוט.
די יארן עס לויפן, די וואכן מען ציילט, און ענדליך די זמן, מען גרייט זיך געאיילט.
א דינער א בליץ, דער בריאה פארשטילט, מיט מורא און פחד, דער עולם איינגעהילט.
נעשה ונשמע, גרייט אויף יעדן געבאט, מיר אנערקענען, ס'איז דא נאר איין ג-ט.
דו! יא, דו!
דיין נשמה געווען דארט, אנגענומען די תורה, געגעבן דיין ווארט, וואו? אוי, וואו?
בוסטו אבער פארקראכן?
האסטו גענצליך פארגעסן, וואס דו האסט פארשפראכן?
א קבלה, אן אונטערנעמונג, נעם זיך אונטער היינט, פאר די פאר וואכן, ווען ספירה מען ציילט.
פרוביר זיך אנגארטלען, מיט התלהבות אין צייט אז פאר קבלת התורה, זאלסטו נאכאמאל זיין גרייט!
זייט 22
טעקסט
לעב
און
האב
הנאה
סמבטיון
רעדאגירט:
די וועלט איז צוטיילט צו פארשידענע סארט מענטשן, אבער באופן כללי איז דא אין זיי צוויי סארטן. עס איז פארהאן די וואס זענען מסתפק במועט, פרייליך מיט וואס מען פארמאגט. און ס'דא וואס וויפיהל זיי זאלן נאר האבן וועט עס נישט זיין גענוג פאר זיי, זיי ווילן אלעמאל מער און מער, זיי זענען ביזי נאר מיט וואס זיי האבן נישט, אדער מיט וואס אנדערע פארמאגן יא. ס'דא אבער מענטשן וואס גלוסטן נישט וואס אנדערע האבן, אבער דאך האבן זיי נישט הנאה פון וואס זיי האבן יא, און אויף די סארט מענטשן וועט ארויפגיין די פאלגענדע שורות.
דאס לעבן פארט און איז פול מיט אוואנטורן. יעדן טאג איז אנדערש פונעם אנדערן טאג, יעדע פאר וואכן איז דא עפעס א נייע עקסייטמענט וואס נעמט אונז איבער, אונז זעמיר אייביג אין א גלגל החוזר וואס חזר'ט, זיך איבער יאהר יעהרליך. צו איז עס ימים טובים, חתונות, משפחה/פרענדס ריאניען'ס, גוטע סיזענס ביזנעסווייז, אאז"וו. עס איז נישט מעגליך אפצושטעלן דאס לעבן, די צייט שטעלט זיך נישט אפ, א קלוגער מאן ווייסט הנאה צו האבן און אויסניצן יעדער מצב און יעדע תקופה פון לעבן, ער זעהט די ספעציעלקייט פון יעדן טאג באזונדער, די ענדווענטשער וואס ליגט אין יעדן פליכט פונעם טאג טעגליכן סדר היום.
אקעגן דעם איז דא אזעלכע אייביג פרובירן וואס אפצושטעלן דעם רעדל. זיי וועלן אייביג לעבן מיטן פארגאנגענהייט, זיי בענקן זיך שטענדיג צום עבר, זיי דערמאנען עס אין יעדן זאץ, אה! ווי גוט איז געוועהן אמאל, ווי שיין איז געוועהן די גוטע צייטן, געדענקסט נאך דאס? געדענקסט נאך יענץ? איי ווי נעמט מען די יאהרן.. היו זמנים.. איי די זיסע יארן..
שלמה המלך דער חכם מכל אדם זאגט דאך שוין: “אל תאמר מה היה שהימים הראשנים היו טובים מאלה כי לא מחכמה שאלת על זה".
ווידער איז דא אזעלכע וואס לעבן תמיד מיט ערווארטונגען. זיי ווארטן נאר אויף א בעסערן מארגן, פאר מער אינטרעסאנטע טעג, פאר א בעסערע געלעגענהייט זאל קומען. די צד השווה פון ביידע איז, ביידע לעבן נישט דעם הווה, ביידע פארפאסן דעם געשמאק פונעם טאג טעגליכן ווירטשאפט, ס'איז דא א צייט אין לעבן וואס די קינדער זענען זיס און קליין, מען שטייט אויף פאר זיי ביינאכט, די ציינער קומען ארויס, זיי מאכן אזא חכמה און אזא קונץ, זיי רעדן שוין א ווארט צוויי, ווערן דריי יאהר, גייען אין חדר/סקול, די קינדער וואקסן אויף -- מיט אלעס וואס דאס מיינט..., מען הערט שוין שידוכים, מען מאכט זיי חתונה און אזוי ווייטער און ווייטער. אין יעדען שלב אין לעבן איז דא עפעס ספעציעל, עפעס געוואלדיג, עפעס וואס איז נישט דא ביים אנדערן שלב, כאטש וואס עס קומט אין באגלייטונג פון דאגות און שווערקייטן.
אויב וועט מען זיך נישט נעמען אין די האנט אריין הנאה צו האבן און זיך מחבר זיין צו יעדען שלב אין לעבן פאר זיך און הנאה האבן, וועט מען פשוט פארפאסן דעם לעבן.
זייט 23
טעקסט
אונז דארפן זיך אויסלערנען הנאה צו האבן פונעם לעבן פון יעדן שלב. דאס לעבן איז נישט ווי מען פארט אויף אן אויספלוג און מען ווארט אנצוקומען צו א געוויסע ציהל וואס דארט גייט מען עפעס מורא'דיג הנאה האבן. דאס לעבן איז א מין אויספלוג וואס מען האט הנאה יעדע מינוט דורכאויס די גאנצע טיול. א משל ווי מען שפאצירט נעבן א וואסער פאר א לאנגע צייט וואס דאס עצם שפאצירן צווישן וועלדער, ביימער און טאלען, מיט וואסערפאלן ארום אין ארום, מען הערט די בריאה אליינס מיט אירע אייגענארטיגע נאטורליכע קאלירן, דאס איז די עצם הנאה.
אונז זענען נישט מגדל אונזערע קינדער כדי זיי זאלן אנקומען צום חומש סעודה אדער צום סידור סיום און נאכדעם לעבן מען אין א פריזער ביז צו די בר מצווה און נאך דעם ווארט מען אויפן חתונה, און נאך דעם אויפן אייניקל. ניין, מיר קענען הנאה האבן יעדן טאג פון די ברעקלעך נחת וואס קומט מיט יעדן טאג, טאג אן און טאג אויס.
איך דערמאן זיך ווען איך בין געגאנגן איינמאל חוה"מ האלטן מיט מיינע קינדער אין זו, האט איינער פון מיינע בנים געהאלטן אין איין אונטעריאגן, נו, נו, נישט דא קיין צייט, מען דארף נאך כאפן דאס, און יענץ.. לאמיר שוין גיין, פארוואס שטייט מען אזוי לאנג אויף איין פלאץ, ביז איך האב אים גענומען אין א זייט און שיין מסביר געוועהן, שעפעלע זיסע, שטיין און קוקן אויף די לייבן און די בערן איז אויך אן הנאה, ס'נישט דא וואו זיך צו יאגן, מען דארף אין ערגעץ נישט אנקומען, מ'קען יעצט די מינוט אויך הנאה האבן, אונז האבן הנאה א גאנצע צייט.
אז מען וועט טיעף אריינטראכטן וועט מען זעהן אז אט די מחשבה דארף אונז באגלייטן במשך׳ן גאנצן לעבן.
ס'דא מענטשן וואס לעבן פון יום טוב צו יום טוב. פון פסח צו ל״ג בעומר, פון שבועות צו סוכות, פון בוני עולם דינער צו אר סי סי עס. אזעכע מענטשן, אפילו בשעת יום טוב אדער עני עווענט האבן זיי אויך נישט קיין הנאה.
ניסן ווארטן זיי אויפן ליל הסדר, און ווען עס קומט שוין אן ווארט מען שוין אויף די מצה כרעמזלעך, און מען ווען עסט שוין די
קניידלעך ווארט מען שוין אויפן פיצא מוצאי פסח, און אזוי האבן זיי נישט הנאה געהאט קיין איין רגע פונעם גאנצן יום טוב. זומער ווארט מען אויף וואקאציע, און ווען מ'האלט ביי וואקאציע ווארט מען שוין אויפן געהעריגע טעגליכע רוטין, איז ווען לעבט מען? אויב ווארט מען א גאנצע צייט אויף עפעס אנדערש ווען האט מען הנאה פונעם לעבן?
אונז דארפן זיך אויסלערנען זיך צו מחבר זיין מיטן הווה, צו יעדע סעודת שבת, צו יעדע משפחה צוזאמקום, צו יעדע שמועס/ פאברענג מיט די ווייב און קינדער, ס'איז נישט דא קיין ספעשיל צייט ווען מען דארף הנאה האבן, אונז דארפן הנאה האבן פון יעדע געלעגענהייט וואס איז נאר דא.
די אייגענע עבודה איז מקדיש צו זיין יעדן טאג א פאר מינוט און איבערגיין וויאזוי די טאג איז פארלאפן. וויפיהל גוטס האט דער אייבישטער געטוהן מיט מיר היינט, וויפיהל האב איך זיך מתקדם געוועהן אין עבודת השם, וואס האב איך געטוהן עפעס גוטס פאר די מענטשהייט, וואס איז געווען מיין נחת היינט, פון וואס האב איך היינט געהאט סאטיספאקציע, וואס האט מיר היינט געגעבן חיות און הנאה, און פשוט לויבן דעם טאטן אין הימל אויפן טאג טעגליכן. די צווייטע ריווח וואס מען פארדינט פון לעבן מיט אזא מחשבה, און אפשר איז עס גאר דער עיקר, איז די זעלבסזיכערהייט געפיהל און די רואיגקייט וואס וועט אונז ארומנעמען. אז מען וועט אריינטראכטן וועט מען זעהן אז אלע פחדים און דאגות וואס א מענטש האט איז נאר לגבי די עתיד, קיינער האט נישט קיין מורא פונעם עבר, אלעס דרייט זיך ארום וואס וועט זיין אויב... און וואס וועט געשעהן ווען.... איינער וואס לעבט מיטן הווה זארגט זיך נישט. יעצט איז גוט, און ער האפט אז אזוי וועט עס אנהאלטן.
יעדער קען דער שפריכווארט “העבר אין, העתיד עדיין, וההווה כהרף עין, דאגה מנין". דאס איז ממש וואס אונז רעדן דא. העבר אין, וואס איז געוועהן איז דאך שוין געוועהן. העתיד עדיין, בנוגע צום עתיד, האפן מיר אז עס וועט זיין גוט. וההווה כהרף עין, דארף מען דאך דאס שנעל אויסנוצן ווייל עס פליעט אריבער און ביז א מינוט איז עס שוין נישט דא, אויב אזוי, דאגה מנין...
ווען א מענטש דארף זיך מתמודד זיין אינעם לעבן, אויב זיין קאפ און מח ליגט אים נאר אינעם עתיד וועט אים זיין זייער שווער עס אדורכצומאכן. אויב אבער קאנצענטרירט ער זיך אויפן הווה, וואס קען איך טוהן יעצט! וואס בין איך מסוגל צו טוהן היינט, וועט אים דאס שטארק העלפן מצליח צו זיין אין לעבן.
א פרייליכן יום טוב!
זייט 24
טעקסט
דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן
זייט 25
טעקסט
דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן
זייט 26
טעקסט
דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן
זייט 27
טעקסט
דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן
זייט 28
טעקסט
דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן
זייט 29
טעקסט
דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן
זייט 30
טעקסט
ואתכו אכתכהו לו
פליקער
רעדאגירט: שמעקעדיג
די חלקים וואס ליגן אינעם ווייצל וואס פארדארבט עס, און אזוי איצט אין די בעפארשטייענדיגע פסח טעג, וואס עסן וועט זיין וועט דאס האלטן מיט א לאנגע שעלף לייף אן ווערן פארדארבן א הויפט ארטיקל, וואלט איך געוואלט נעמען די געלעגענהייט פאר גאר לאנג, און אזוי וועט עס קענען ווערן א קאמאדעטי.
אביסל איבערשמועסן דעם ענין פון עסן, וואס האט פאסירט מיט כדי דאס צו פארשטיין קלארער ברויך מען וויסן דאס עסן במשך פון די יארן,וואס זענען די פראבלעמען וואס פאלגענדע: א ווייץ איז די קערנדל פון וואס מען מאכט עסן האט מיטגעברענגט במשך הדורות, ווייץ וואס ברויט דורך צומאלן עס אויף מעהל. אינעם ווייצל זענען מיר האבן היינט, איז דאס די זעלבע ווייץ וואס מיר פארהאן דריי חלקים: חלק א' איז די שאלאכץ, דאס האבן אלע דורות האבן געהאט, אדער ניין?
ווערט אנגערופן ברען Bran, דאס האט אין זיך – ווי ווי עס צייגט זיך אבער, האט פאסירט א מען ווייסט שוין היינט – פיל נוטריענטס און הויעך שטארקע טויש אינעם פראדוקציע פון ווייץ.
ענדאספערם
און פייבער; חלק ב', 83 פערצענט פונעם ווייץ איז ווען די אינדוסטריאלע רעוואלוציע האט די מעהל, דאס ווערט אנגערופן די ענדאספערם ארויסגעשפראצט מיט די טעכנאלאגישע
ברען
Endosperm, די חלק איז כמעט לויטער כלים ווי קאמביין מאשינערי, און מעכאנישע סטארטש; חלק ג' הייסט דזשערם Jerm, האט ווינט שויוולער'ס און די טויש פון ווינט מיל'ס אויך אין זיך פיל נוטרישענס, דאס שפראצט ארויס און רחיים של יד צו ריזיגע מאשין מילער'ס, אין נייע ווייץ פלענטס געוואוקסן, אבער די דזשערם וואס עס האט געברענגט מיט זיך איז א גרויסע
דזשערם
האט א פראבלעם אז ווי נאר עס קומט אין בארירונג פראבלעם, נעמליך אז מען האט פראדוצירט מיט אקסעדזשין קומט ארויס אזא עסיד און הייבט מער וויפיל מען האט געקענט ליפערן איידער אן פארדארבן די מעהל. דעריבער האט מען אמאליגע עס איז פארדארבן געווארן, ווייל אמאליגע מעהל צייטן נישט געקענט האדעווען מעהל פאר קיין לאנגע צייט, וואס איז געשטאנען איז פארדארבן געווארן, און איז ווייל נאך עטליכע חדשים )געוואנדן לויט די קלימאט( איז עס נאר פארקויפט געווארן אין די לאקאלע מארק, און נישט פארדארבן געווארן, על כן מיט טעכנאלאגיע האט מען באקומען געליפערט געווארן צו די גרויסע יריד'ן. זענען די עסן-פארשער און די מאכט צו קענען אוועקנעמען און אפטיילן די דזשערם חלק פון סייענטיסטן אויפגעקומען מיט א מהלך אז מען וועט אוועקנעמען
זייט 31
טעקסט
די מעהל, און איינמאל מען האט געהאט מעהל וואס איז דזשערם פריי, האט זיך מעהל אנגעהויבן האלטן פאר כמעט אייביג. אזוי זענען זאכן פיין געפארן, מעהל האבן אנגעהויבן ווערן געליפערט מסוף העולם ועד סופו, געווארן א קאמאדעטי אן קיין אפהאלט. אבער מיט די צייט האט מען אנגעהויבן זען אז מחלות וואס זענען קיינמאל נישט געוועהן האבן זיך אנגעהויבן באווייזן, ווי הויט קראנקהייטן, עצירות אויף שרעקליכע פארמאטן, א.א.וו., און אויפן באשולדיגונגס באנק איז געזיצן נישט קיין אנדערע ווי די גרויסע מעהל קאמפאניס און די סייענטיסטן, ווייל זיי האבן ארויסגענומען די וויכטיגסטע חלק פונעם ווייצל און אונז איבערגעלאזט בלויז מיט די פראבלעמאטישע חלק, ווי די סטארטש אן קיין נוטרישן.
אבער פאר ביזנעס קעפ איז יעדע פראבלעם נאר אן אפערטוניטי. דער פראבלעם האט געבליצט אין די סייענטיפישע מוחות אז עס איז נישט קיין פראבלעם, מען גייט צוריק אריינלייגן די נוטרישן אין די מעהל וואס מען האט ארויסגענומען, אזוי איז געבוירן געווארן די "ווייטאמין אינדוסטרי". די מושג בכלל פון אנקוקן עסן אלס א געזעמל פון נוטרישן, דאס איז קיינמאל נישט געווען בעפאר, נאר מען האט געגעסן וואס די וועלט האט באשאפן, די מילך, פלייש, אייער, פרוכט אדער וועדזשטעבלס, אן קיין מושג אדער אינטערעסע וואס און וויפיל וויטאמינען עס פארמאגט, און וויפיל מען איז מחויב צו עסן דורכאויס א טאג.
וואס האט פאסירט מיט די טויש איז נאך מער, עס האט געטוישט די בליק אויף עסן פון וואס מען זעט צו וואס מען זעט נישט, און מען ברויך הערן פון פראפעסיאנאלן מיט ווייסע חאלאטלעך זיי זאלן מחליט זיין און זאגן וואס עס איז גוט פאר אדער מיר נישט. דאס האט אנגעמאכט חורבנות נוראות וואס די נאכפאלגען ליידט מען עד היום הזה, ווייל אויב זענען די מבינים מחליט אז צוקער איז שלעכט און מען ברויך אוועקשטיין, גייט עולם-גולם פרעגן וויפיל צוקער איז אין א אראנדזש, אז עס האט אסאך צוקער ממילא איז עס געפערליך, בקיצור וואס עס האט פאסירט אז מען האט מער נישט געקענט מחליט זיין מיט די אייגענע שכל וואס עס איז גוט אדער נישט, איז עסן געווארן גענוי ווי א רעליגיע, נעמליך אז אליין וואס מיין שכל זאגט איז דעת בעל הבית, און נישט וואס ג-ט וויל, מען מוז הערן פון א רב אדער דיין, און דאס האט פאסירט מיט
עסן, אז אליין וואס מען זעהט מיט די אויגן מוז נישט מיינען אז מען מעג עס נעמען אין מויל אריין, צומאל קען עס זיין געפערליך שעדליך.
מיט די צייט, אזוי ווי ביי רעליגיעס מוז מען אלץ האבן א שטן און א פגע רע וואס וויל זיך כסדר אריין כאפן און אונז פירן קיין גיהנם, און פונקט ווי ביי יעדע רעליגיע איז דא עבירות מיט מצוות, אזוי אויך איז געווארן ביי עסן נוטרישן, וואס ווען עס איז א רעליגיע איז פארהאן דערין טמא'נע טריפה'נע נוטריענט'ס און מצוה נוטריענט'ס, און ווייטער נוטריענטס וואס איז נאר א רשות. די עבירות טאר מען ח"ו נישט עסן אדער זענען אפילו אסור בהנאה, און די מצוה נוטריענ'ס איז די הלכה אז ווי מער מען זאמעלט איין אויף די וועלט אלס בעסער און העכער קומט מען אן.
דער פראבלעם איז נאר, אז מען קען זיך נישט פאראייניגן וועלכע עס איז א מצוה און וועלכע עס איז א עבירה. וואס עס איז א מצוה נוטריענט היינט איז אסור בהנאה מארגן, עטליכע מצוה נוטריעטס אלס ביישפיל איז, ווייטאמין סי, אמעגע 3, פראטין, וכו', און איוועל נוטריענטס וואס איז אסור צו קוקן אויף איז למשל סעטיארעיטעד פעט, טרענס-פעט, גלוטאן, קארבאהיידרעט, גלוקאס, פרוכטאס, און אזוי ווייטער, יו געט די פוינט.
און יעדע שטיק צייט ווערט מען געוואויר אז סייענס איז מודה אז די עבירה איז נישט אזוי גרויס, און א נייע עבירה ווערט באשאפן אנשטאט, ווייל די נוטרישעניזם רעליגיע מוז האבן א עבירה, איז ווען מען ווערט געוואויר אז סעטיארעיטעט פעט איז נישט ערלויבט, קומט מען ארויס מיט א קול קורא און ווערט אסור בתכלית האיסור, און מען טוישט פון פוטער אויף מארגארין, אלע עסן קאמפאניס ניצען אויס די געלעגענהייט תיכף ומיד אז זייער ברויט פארמאגט נישט אדער נאר ווייניגער סעטיארעטעד פעט, נאר צו געוואויר ווערן אפאר יאר שפעטער אז אין מארגארין ליגט טרענס-פעט וואס לכל הדעות געבט א הארץ אטאקע ווי נאר מען באניצט זיך דערמיט.
אה א נייע איסור, טרענס-פעט איז שרעקליך, די גאנצע בריאה קערט זיך איבער, וואס טוט מען, ווי אזוי נוצט מען אויס די געלעגנהייט ווען מען איז א עסן סוחר, מען טוישט די כעמיקאל פון טרענספעט, און מען לייגט ארויף גרויס רעש'יגע אותיות אז מיין אייזקרים פארמאגט נישט קיין טרענספעט, דעריבער פארמינערט עס הארץ
זייט 32
טעקסט
אטאקעס, ולמצוה גדולה יחשב, און ווען דער יוקל נוטרישעניזם גלויביגער קוקט און גלאצט אויפן באקסל וואס שטייט דערויף אז די קאפ קעיק אדער קוקי פארמיידט הארץ אטאקעס, פרעסט ער אריין ווי עס ברויך צו זיין, ווייל עס איז דאך צווישן די מצוות וואס מען ברויך טוען, אין די זעלבע צייט ווערט ער הויך אויף צוקער וואס ער כאפט נישט אז עס איז אויך אסור, ווייל די פיפיגע סוחרים באהאלטן די פאקט אז עס האט טאקע נישט קיין טרענס פעט אבער אנשטאט האט עס אנדערע פראבלעמען.
נאך איין חידוש וואס שטערט מיך געפערליך, הלמאי רייס קריספיס אדער מילך אדער אנדערע פעקעדזשד פראסעסט עסן וואס ווערט געמאכט אין א פלענט, אויף דעם שטייט אלץ אויף געשריבן מיט שרייעדיגע אותיות וואס עס היילט אלס אויס, און פון וויפיל ערליי קענסער'ס מען שפארט זיך איין, למשל גרעיפ דזשוס ראטעוועט א הארץ, יא, און יעדע בר דעת ווייסט אויך אז עס איז איין שטיק צוקער, אדער למשל מילך לייזט די ווייטעמין D פראבלעם ווייל גאלדן פלוי מחמת רחמים וחסדים לייגן אריין פיפציג יוניטס פון ווייטאמין די, ס'ארא וויץ איז דאס, ווען די מינימאלע סכום איז פינף טויזענט יוניטס פון ווייטאמין די, און מען טרינקט מילך און מען ווערט אנגעפאשעט מיט פעט.
אה פעט איז דאך געפערליך, די קאנגרעס אליין האט דאך אין זייער רעקאמענדאציע - בעיסט אויף א שטודיע אין 1970 דייעטערי גאול'ס פאר אמעריקע - פארלאנגט אז מען זאל פארמינערן די פעט אינטעיק מיט 30-40 פראצענט, ווייל זייער שטודיע האט קלאר געוויזן אז פעט מאכט א בָּאבָּא, אלע קאלעסטראל קומט פון די פעטע בהמה פלייש, יא, איר ווייסט אויך אזוי, ניין עס איז אפגעוואנדען געווארן, עס איז שוין היינט קלאר אז קאלעסטראל קומט נישט פון פעט, יעדע מענטש מוז האבן פעט כדי להחיות נפש כל חי, ווי אין 2001 האט באשריבן די דעפארטמענט אוו נוטרישן פון הארווערד סקול אוו מעדיסאן, אז די קאנגרעס איז באגאנגען א טעות, און זייער שטודיע קען נישט איבערגעצייגט ווערן.
צו מאכן א סיום, מוז מען ווערן קלאר וואס מען טוט מיט די ערבוביא, די געפערליכע צומישעניש, וואס מעג מען עסן, וואס טאר מען נישט עסן. איז לכאורה מיין מיינונג, אז באמת מעג מען אלעס, נאר עס איז פארלאנגט אז מען זאל זיך אויפפירן נארמאל, זיך נישט לאזן נאך שלעפן נאך פיפיגע סוחרים אדער עסן שטופערס, דורך מאכן עטליכע נארמאלע גדרים וסייגים, וואס ברענגט צוריק די נארמאלקייט וואס מען האט געהאט איידער די טעכנילאגיקעל בום האט געפלאצט.
ווען דו עסט עס, און ווען דו עסט נישט עס נישט, לאז זיך נישט פארפירן, זעץ זיך אראפ עסן ווי א מענטש צי א פרישטאג לאנטש אדער סאפער, פארברענג ביים עסן דורך עסן שטייט, נישט זיך געבן א ווארף אויף די עסן ווי א פארציקענדע לייב, עס זאל נעמען דאס עסן סאפער כאטש אזוי לאנג ווי עס נעמט צו קאכן די סאפער, עס נישט אין קיין קאר, אדער ביים קאמפיוטער, נאר ביי א טיש
ווי דיין זיידע האט געטוען. אין דעם כלל גייט אריין נישט עסן ביי קיין פרעמדע קאמערשל עסן וואס האט זיכער קיין שום ווערד, פול מיט ציקער און פעטע גארבידזש, און אוודאי נישט עסן שפעט. ווען דו קויפסט איין עסן, פרעג זיך זעלבסט א שאלה, צי דיין זיידע וואלט עס דערקענט אלס א עסן אדער נישט, קויף נישט קיין שום עסן אדער טרינקען וואס דיין באבע וואלט פארטוישט אלס זייף אדער עסן פארן קי אדער האן, נישט קיין חילוק וויפיל געזונטהייט נאטיצן מיט רויטע ווערטער עס איז אויפגעקריצט דערויף, אין דעם כלל גייט אויך אריין נאר עסן זאכן וואס ווערן אמאל פארדארבן, נישט עסן זאכן וואס האלטן אייביג.
קויף נישט קיין שום עסן וואס איז אדווערטייזט. גייסט אין סטאר, גיי קודם צום שטילסטן פלאץ, דארט ווי די פרוכט און וועדזשטעבלס זענען אויסגעלייגט. דארט מאכט קיינער נישט קיין גרודער, קיין שום נוטרישענאל פעקטס איז נישטא ביי די באנענעס אדער עפל. די זעלבע זאך איז ווען דו הייבסט אן עסן, נעם קודם אפיר די באהאלטענע פרוכט, דערנאך עס די פאטעיטא ווען דו ביזט שוין מער-ווייניגער פול. אין דעם כלל גייט אריין, טרינק הויפטזעכליך נאר וואסער, מאך וואסער דיין אפיציעלע געטראנק, אפילו עס איז "דייעט קאלע" ריר נישט צו, וואסער איז געזונט, און ווען מען איז צוגעוואוינט גלייכט מען עס מער ווי אלע חזיר'יי געטראנקען וואס מען שטופט אונז אן דורך פיפיגע סוחרים יעדער מיט זיין מיטל ווי געזונט עס איז נאר.
זיך צוגעוואוינען אז מען מיז נישט ווערן זאט ביז מען קען זיך מער נישט רירן, און דעם כלל איז נעמען קליינע פארציעס, און דאס מיינט אנהויבן מיט א קלענערע טעלער, וועט מען אטאמאטיש עסן ווייניגער, זיך אפשטעלן ווען מען פערטיגט, און זיך צוזאגן אז אויב בין איך נאך הונגעריג אין פופצן מינוט דאן נעם איך נאך, געווענליך איז מען מער נישט הונגעריג, ווי יענער האט געזאגט, אז ווען ער צושטעכט זיך זיין פינקי פון די פיס ווייסט זיין מוח אין א הונדערסטל פון א סעקונדע, אבער אז ער איז זאט ווייסט ערשט זיין מוח אין 15 מינוט.... נישט פעיר אבער די פאקט.
די הונטערשטע כלל איז, אז יעדע כלל האט א יוצא מן הכלל, אפילו די כלל פון עסן נארמאל זאל מען אויך נוצן מיט שכל, און מאכן אמאל א יוצא מן הכלל, נישט עס זאל ווערן דערפון א רעליגיע. עס איז נאך דא פיל צו רעדן, אבער מיר האבן שוין גענוג גערעדט פאר היינט, פון אלעם וואס מיר האבן אויבן געשמועסט קען יעדע איינע ווערן פארברייטערט, און יעדער קען מוסיף זיין, אולי וועלן מיר נאך אמאל צוריקקומען שמועסן וועגן די ענין פון דזשענעטיקלי מאדיפיצירטע עסן וואס איז א שמועס פאר זיך.
וויל איך דא ווינטשן א כשר'ן פרייכן פסח, מיר זאלן זוכה זיין ונאכל שם מן הזבחים ומן הפסחים גענוי ווי אמאל נאטורליך און נישט מאדעפיצירט, הלואי נאך דאס יאר אין ירושלים עיה"ק אמן.
זייט 33
טעקסט
ענווייראנמענט באשיצונג איז נישט א באקאנטע נושא אין אונזערע סביבות, אבער אין די וועלט איז עס א גאר הייסע טעמע. מערערע פראיעקטן און פראגראמען זענען אונטערגענומען געווארן דורך די רעגירונגען אין די אנטוויקלטע לענדער צו באהאנדלען די ענווייראנמענט פראבלעמען וואס זענען א דירעקטע תוצאה פון די שטארקע פארשפרייטונג און וואוקס פון אינדוסטריע און די וואקסנדע קאנסומפציע געוואוינהייטן פון דאס מענטשהייט. א חלק פון די פראגראמען זענען ריסייקלינג, אטאמאבילן וואס נוצן ווייניגער ברענשטאף, אינסענטיוון צו נוצן פאבליק טראנספארטאציע, אלטערנאטיווע ענערגיע, paperless billing, וכדומה. האט איר געוואוסט אז אין די לעצטערע תקופות זענען פארשניטן געווארן נאנט צו זעכציג פראצענט פון די געדיכטע וועלדער איבער די וועלט? די לעצטע ביימער וועלן פארשוואונדן ווערן בערך אין יאר 2050, אויב וועט די פראדוקציע
הוגה
רעדאגירט: שמעקעדיג
פון די אינדוסטריאלע וועלט ווייטער אנגיין ווי ביז היינט אן קיין חשבונות. איין און א האלב אקער פון וועלדער ווערן פארשניטן א יעדע איינציגסטע סעקונדע צוצושטעלן די באדערפענישן פון די איינוואוינער פון די אינדוסטריאלע לענדער. לויט די EPA טוען אמעריקאנער בירגער נוצן ארום א הונדערט מיליאן טאן פאפיר א יאר. ווען מען וואלט זיך באנוצט מיט ריסייקלד פאפיר וואלט עס איינגעשפארט ארום 1.5 ביליאן ביימער פער יאר און ארום זעקס הונדערט ביליאן גאלאן פרישע וואסער. פינף און זיבעציג פראצענט פון די גארבעדזש וואס מיר פראדוצירן וואלטן געקענט איבערגענוצט ווערן ווען מיר וואלטן געווען פולקאם פארזיכטיג אויף דעם. א יעדע מענטש פראדוצירט דורכשניטליך פיר פונט מיסט א יעדע איינציגסטע טאג, דאס איז בערך א דריי פערטל טאן מיסט פער יאר.
א יעדע קען סאדע וואס איר טוט ריסייקלען אנשטאט אוועקווארפן אין די מיסט, טוט איינשפארן גענוג ענערגיע צו
קענען הערן א גאנצע סידי. ריסייקלען הונדערט קענס סאדע טוט איינשפארן גענוג ענערגיע צו קענען באלייכטן א צימער פאר צוויי גאנצע וואכן. ריסייקלען איין גלאזערנע באטל שפארט איין גענוג ענערגיע צו געבן עלעקטריציטעט פאר אייער קאמפיוטער אויף פינף און צוואנציג מינוט. עקספערטן זאגן אז איין זונטאג עדישאן פון די ניו יארק טיימס קען פארשניידן פינף און זיבעציג טויזנט ביימער. צו מאכן פרישע פאפיר פארלאנגט זיך זיבעציג פראצענט מער ענערגיע ווי צו ריסייקלען אלטע פאפיר. איך בין נישט קיין עקספערט אין ענווייראנמענט פראבלעמען און אירע לייזונגען. לאמיר אפילו זאגן אז די ציפערן זענען אביסל איבערגעטריבן, לוינט זיך נישט נאכאלץ צו טון וואס מיר קענען איינצושפארן אפילו קלענערע שאדנס צו אונזער וועלטל? זענען מיר נישט מחויב מצד התורה ומצד שכל האנושי צו טון
זייט 34
טעקסט
אין די לעצטערע תקופות זענען פארשניטן געווארן נאנט צו זעכציג פראצענט פון די געדיכטע וועלדער איבער די וועלט די לעצטע ביימער וועלן פארשוואונדען ווערן בערך אין יאר 2050, אויב וועט די פראדוקציע פון די אינדוסטריאלע וועלט ווייטער אנגיין ווי ביז היינט אן קיין חשבונות איין און א האלב אקער פון וועלדער ווערן פארשניטן א יעדע איינציגסטע סעקונדע צוצושטעלן די באדערפענישן פון די איינוואוינער פון די אינדאסטריאלע לענדער
וואס מיר קענען צו מונע זיין בל תשחית און זיין געווארענט נישט מחריב צו זיין די בריאה?
לדוגמא, מיר אלע באקומען כסדר סטעיטמענטס אין די פאסט פון די באנק, קרעדיט קארד קאמפאניס, אינשורענס קאמפאניס וכדומה. די אלע פירמעס אפפערן צו שיקן די סטעיטמענטס דורך אימעיל און אזוי איינשפארן די פאפיר, טינט און אפילו די מאשינס וואס עס פעלט אויס צו דריקן די סטעיטמענטס. טראכט אריין וויפיל ביימער ווערן פארשפארט פון ווערן פארשניטן דורך דעם וואס די קאמפאניס דארפן נישט שיקן אזויפיל סטעיטמענטס. און דאס איז נאר איינס פון די פילע דוגמאות פונעם טאג-טעגליכן לעבן, וואו מיר האבן די געלעגנהייטן צו העלפן באשיצן די סביבה. לאמיר דא דן זיין אין די שאלה צי מיר זענען טאקע מחויב על פי תורה צו נעמען שריט צו מונע זיין בל תשחית און באשיצן די ענווייראנמענט אדער נישט. איך וויל קלארשטעלן אז איך בין נישט קיין פוסק; איך וועל סך הכל אראפשרייבן די שיטות ומקורות וואס זענען מיר באקאנט און די מסקנות וואס זענען קלאר פאר מיר. עס איז מעגליך אז עס זענען דא פארקערטע שיטות וואס זענען מיר נישט באקאנט. אדרבא, מיין כוונה איז ארויפצוברענגען די דיסקוסיע אויפן טיש און זאלן אנדערע לאזן הערן זייערע ידיעות און מיינונגען אין די נושא.
די מקור פון בל תשחית איז אין פרשת שופטים. כי תצור אל עיר ימים רבים להלחם עליה לתפשה, לא תשחית את עצה לנדח עליו גרזן, כי ממנו תאכל ואותו לא תכרת, כי האדם עץ השדה לבא מפניך במצור. רק עץ אשר תדע כי לא עץ מאכל הוא, אותו תשחית וכרת וגו'. כאטש אפילו פון די פשטות אינעם פסוק איז משמע אז בל תשחית איז נאר ביי א פרוכט בוים, משא"כ א בוים וואס גיבט נישט קיין פירות שטייט "אותו תשחית", זענען שוין חז"ל מבאר אז בל תשחית איז אויך ביי ביימער וואס גיבן נישט קיין פרוכט. נאר בשעת מלחמה מעג מען משחית זיין די ביימער וואס געבן נישט קיין פרוכט אויב עס פעלט זיך אויס, און אזוי שרייבט טאקע דער רשב"ם דארט אויפן פסוק.
דער רמב“ם אין הלכות מלכים פרק ו‘ שרייבט אז אילני סרק מעג מען אפשניידן אפילו שלא לצורך. אבער עס איז משמע אז דער רמב“ם האלט נאר אזוי ווען עס איז נישט גורם קיין שום השחתה בשום אופן. היינטיגע טעג ווען ביימער ווערן פארשניטן אויף אזא גרויסע פארנעם און מיר ווייסן די הזיקות וואס עס איז גורם פאר די בריאה האלט דער רמב“ם זיכער אז מען טאר עס נישט אפשניידן שלא לצורך.
איר קענט אוודאי טענה‘ן אז איר שניידט דאך נישט דער בוים אליינס איר נוצט נאר די פאפיר וואס קומט פון די בוים און דאס איז נאר א גרמא. ווער זאגט אז ‘גורם‘ זיין השחתת עצים איז אויך אסור? די רמב“ם דארט שרייבט אבער קלאר אז אפילו בעקיפין, גורם זיין אז דער בוים זאל פארטרוקנט ווערן דורך אפשטעלן די אמת המים וואס באוואסערט דעם בוים איז אויך אסור, און אזוי פסק‘נט מען. חז“ל גייען אפילו א טריט ווייטער און זאגן אז אפילו לצורך אכילה הייסט עס בל תשחית ווען מען קען טרעפן א מאכל וואס איז ביליגער. האי מאן דאפשר ליה למיכל נהמא דשערי ואכל דחיטי קעבר משום בל תשחית.
דער ספר החינוך שרייבט גאר שאר פע דיבורים ביי די מצוה פון בל תשחית. שורש המצוה ידוע שהוא כדי ללמד נפשנו לאהוב הטוב והתועלת ולהידבק בו, ומתוך כך תדבק בנו הטובה ונרחיק מכל דבר רע ומכל דבר השחתה. וזהו דרך החסידים ואנשי מעשה אוהבים השלום ושמחים בטוב הבריות ומקרבין אותם לתורה ולא איבדו אפילו גרגיר של חרדל בעולם. ויצר עליהם בכל אבדון והשחתה שיראו, ואם יוכלו להציל יצילו כל דבר מהשחית בכל כחם. לא כן הרשעים אחיהם של מזיקין ושמחים בהשחתת העולם וכו'.
די ווערטער פונעם חינוך זענען דאך געוואלדיג. אן ערליכע איד טוט וויי ווען ער
איין זונטאג עדישאן פון די נוי יארק טיימס קען פארשניידן פינף און זיבעציג טויזנט ביימער
זייט 35
טעקסט
ובבכואהלאתודשםכתם חל ,ת תהאר שותקדתחך בוי ב רבתעא הילמתנ אהךחא,ב ייעב אדיואזדדךיו חיה טורפת כל דלבארי זהה מושכמשורש עשודל תועלת, אל תשחיתהו
– רשר„ה ז„ל
זעהט א יעדע מינדעסטע השחתה און ער וועט זוכן וועגן עס צו פארמיידן. ווידעראום א רשע פרייט זיך און לאכט זיך אויס פון דער גאנצע ענין פון השחתת העולם. די מצוה פון בל תשחית איז געגעבן געווארן משריש צו זיין אין אונזער נפש די גוטע מדה און אונז צו דערווייטערן פון א יעדע סארט השחתה.
דער חינוך דערמאנט מיר פון די מעשה וואס ווערט געברענגט אין בבא קמא. מעשה באדם אחד שהיה מסקל מרשותו לרה"ר ומצאו חסיד אחד, אמר לו ריקה מפני מה אתה מסקל מרשות שאינה שלך לרשות שלך, לגלג עליו. לימים נצרך למכור שדהו, והיה מהלך באותו רה"ר ונכשל באותן אבנים. אמר, יפה אמר לי אותו חסיד, מפני מה אתה מסקל מרשות שאינה שלך לרשות שלך. איך קלער אז דער חסיד דא איז דער זעלבער חסיד ווי דער חסיד פון די ספר החינוך. דער חסיד ווייסט און פארשטייט אז די מעשים ופ עולות וואס מ'טוט היינט קען האבן ווייטע קאנסעקווענצן. דער חסיד איז שטארק נזהר אז זיינע היינטיגע מעשים זאלן נישט קאליע מאכן די וועלט פאר אים און זיינע קינדער שפעטער.
מיר טרעפן אין חז“ל, ווי אויך פון פריערדיגע צדיקים, אז זיי האבן מקפיד געווען און זיך מרחם געווען אפילו אויף די קלענסטע ברואים. אויף רבינו הקדוש שטייט ההוא עגלא דהוו קא ממטו ליה לשחיטה אזל תליא לרישיה בכנפיה דרבי
וקא בכי אמר ליה זיל לכך נוצרת אמרי הואיל ולא קא מרחם ליתו עליה יסורין וע"י מעשה הלכו. יומא חד הוה קא כנשא אמתיה דרבי ביתא הוה שדיא בני כרכו שתא וקא כנשא להו אמר לה שבקינהו כתיב ורחמיו על כל מעשיו. אמרי הואיל ומרחם נרחם עליה. טראץ דעם וואס די שרצים זענען אים געשטאנען אין וועג האט ער זיך מרחם געווען אויף זיי. אויף הרה"ק רמ"מ מקאצק זצ"ל זאגט מען אויך אז ער האט זייער שטארק מקפיד געווען נישט צו טשעפען אפילו א דזשוק אדער א קליינע ווארעם.
עס איז באקאנט אז א סאך צדיקים האבן מקפיד געווען נישט אראפצורייסן אפילו איין בלעטל פון א בוים שלא לצורך. וכ"ש אז מען קען מונע זיין פון פארשניידן
גאנצע ביימער און וועלדער, בפרט אז מען קען טון די מבוקש אויף אופנים וואס פארלאנגען נישט דאס פארשניידן ביימער, איז אוודאי אז מען דארף טון וואס מען קען. מיר ווייסן אז די תורה מאכט אן עסק דערפון אז יעקב איז צוריקגעגאנגען צוליב פחים קטנים. ערליכע אידן האבן זייער שטארק מקפיד געווען אויף בל תשחית ווייל זיי האבן פארשטאנען אז די המשך קיום העולם איז געוואנדן אין דעם.
ווען דער נושא קומט ארויף אין שמועסן צווישן באקאנטע, קען מען הערן א סאך מאל ווי מענטשן מאכן עס אוועק און לאכן אויס די “נארישקייטן“ פון די ענווייראנמענט באשיצער. א טענה וואס ווערט אפט אויפגעברענגט איז אז דער מענטש איז די בחיר היצירה און אפילו דער בעל הבית אויף די וועלט לעשות בו כרצונו, אזויווי דהמע“ה זאגט אין תהלים והארץ נתן לבני אדם. אנדערע ווייסן גלייך צו דערמאנען דעם וירדו בדגת הים אדער דעם פסוק פרו ורבו ומלאו את הארץ וכבשוה ורדו בדגת הים ובעוף השמים וכל חיה הרמשת על הארץ. מיט דעם ווילן זיי ווייזן אז דער וועלט איז באשאפן געווארן פאר די מענטש צו רודה זיין און געווע לטיגן דערויף, נישט פארקערט אז דער מענטש זאל איר דארפן אפהיטן. אבער דער אמת איז, לו יצוייר איר וועט קענען אויפווייזן אז משחית זיין ביימער און וועלדער וועט נישט גורם זיין א חורבן פאר דער מין האנושי זעלבסט, נאר עס איז סתם משחית די בריאה, דארפט איר נישט קוקן מער ווי אפאר פסוקים ווייטער צו
יעקב איז צוריקגעגאנגען צוליב פחים קטנים
זייט 36
טעקסט
תן שדואעתםתח ךרק ילשבק לאלאתת תעאקוילןל קממילי, שיתקן אחריך
– מדרש
זעהן וואס באמת אונזער תפקיד איז כלפי די איבעריגע נבראים.
ויקח ה' אלוקים את האדם ויניחהו בגן עדן לעבדה ולשמרה. לכאורה דארף מען פארשטיין וואס קומט דער פסוק אונז לאזן הערן? עס שטייט דאך שוין פריער אז דער אויבערשטער האט אריינגעשטעלט אדם הראשון אין גן עדן? גיבט א קוק וואס די מדרש זאגט אויף דעם פסוק, בשעה שברא הקב"ה את אדם הראשון נטלו והחזירו על כל אילני גן עדן ואמר לו ראה מעשי כמה נאים ומשובחין הן וכל מה שבראתי בשבילך בראתי, תן דעתך שלא תקלקל ותחריב את עולמי, שאם קלקלת אין מי שיתקן אחריך. מיר מוזן אריינעמען די ווערטער בתוך חדרי לבנו און געדענקען אז אויב מיר וועלן נישט נזהר זיין נישט צו פארדארבן די וועלט אין מי שיתקן אחרינו! לויט דעם איז קלאר אז "רדייה" אויף די בריאה וואס מיר זענען באפוילן געווארן, מיינט נישט אז מיר קענען טון דערמיט וואס מיר ווילן, נאר פארקערט, מיר דארפן רודה זיין אויף די בריאה אזוי ווי א שטא רקע מנהיג ושולט אויף א מדינה וואס קוקט זיך אים פאר די וואוילזיין פון אלע זיינע סוביעקטן פון גרויס ביז קליין. דער בורא עולם האט אונז געגעבן די כוח און אחריות אפצוהיטן אז מ'זאל נישט מקלקל זיין זיין הערליכע שיינע וועלט. מיר מוזן אפהיטן די וועלט אז די דורות העתידים זאלן ווייטער קענען הנאה האבן דערפון. אויף דעם ציל האט דער אויבערשטער אריינגעלייגט אדם הראשון אין גן עדן לעבדה ולשמרה.
עס ליגט אויף אונז א חיוב פון הדבק במדותיו. לאמיר געבן א קוק וויאזוי דער
אויבערשטער כביכול פירט זיך מיט די בריאה. ער באוואסערט און באגיסט מיט זון שטראלן אלע געוואוקסן בכל פינות העולם אפילו דארט וואו עס זעהט אויס אז קיינער האט נישט דירעקט הנאה דערפון, אזויווי עס שטייט אין איוב, מי פלג לשטף תעלה ודרך לחזיז קלות. להמטיר על ארץ לא איש מדבר לא אדם בו. להשביע שאה ומשאה ולהצמיח מצא דשא. אויב דער באשעפער האט א צורך אין די קיום פון די ביימער און געוואוקסן, פארוואס זאלן מיר נישט טון די זעלבע? ובפרט אז מיר ווייסן היינט אז עס איז לטובתינו ולטובת קיום העולם צו באשיצן די בריאה און פארשפארן די ביימער פון פארשניטן ווערן.
החכם הגדול הרב שמשון רפאל הירש ז"ל מיט זיין גאלדענע פעדער און געשליפענע צונג'ל שרייבט זייער א סאך אויף דער נושא, ומפני חיבת הענין וועל איך מעתיק זיין די גאנצע אריכות ככתבו וכלשונו:
גם באופן אם תצור על עיר להלחם עליה, ככה תבאר לנו התושבע"פ, אם גם בא לידך המקרה, להביא כליון ונזק לאדם ע"י קרב ולחם, ואשר בטח יכולנו לחשוב כי באופן כזה אין עוד כל חובה עליך לתת החשיבות אל הקנין של האדם יותר מאל עצמותו, בעוד הקנין לא יוכל עוד לעמוד גבוה ונשא מעצם האדם, אחרי אשר מאיזה טעם של צדק באת להלחם עמו, ובכל זאת כפי מצות התורה חלילה לך להשחית את הקנין ההוא בלי כל יסוד ות כלית, ובאופן אם נדרש ממך לכרות עצים, עליך החובה לתת עין בקרת ולהבחין באיזה עץ לבחור למפעלך זה. אל תשחית
עץ מאכל בגלל השמוש ההוא הנדרש לך בעוד תוכל להמציאו לך מעץ פשוט, יען כי שרשי עץ פרי יכלכלו בתוכם תעודה יותר גבוה מתכלית אלני סרק, ועליך להשתמש לזה רק בעצים שאינם עצי מאכל, אשר תעודת שרשיהם רק לשימוש של עץ בלבד. ומזה תצא לך תורה בעד כל חייך ובעד כל יצור הנתן לך מהאדמה, אשר היא תשא ותסבול את הכל עד חומרי הבגד אשר הכשרת אותם להיות למעטה גופך, בכל אלה הנך שומע את קול ה' ומצוותו אליך, "בל תשחית“.
אמנם כן, בל תשחית היא הקריאה הגדולה הראשונה והכללית מה' אליך בן אדם, בעת אשר תחזה את עצמך בתור שליט ומושל על פני תבל ארצהו. הן מסביב לך הנך רואה אדמה צומח ובעל חי, גם כל אלה כבר נושאים המה חותם תכנית אנושי שלך בהיותם משונים וערו כים במעשה אנוש ותחבולותיו, מידך יד אנוש נעבדים המה לתכלית אנושי שלך, להיות לך למעון ומלבוש, למחיה וכלכלה וכלי תשמיש, ואתה רכשת אותם להיות ברשותך בתור קניניך. הנך עומד בקרב חוג ממשלתך על פני הארץ, וכל הנמצאים המה עבדי רצונך שלטונך וכוחך.
והנה פתאום הנך מניף את ידך בגלל עשות שחוק לנפשך או לשפוך חמתך וזע מך, הנך חפץ לבלוע ולהשחית הדבר שע ליך להשתמש בו לתועלתך. אתה תאבה לנפץ ולשבר ולכלות דבר שתוכל לעשות בו ועל ידו פעולה ראויה. הנך חפץ תחפוץ יען וביען כי תביט על היצורים שמתחת למדרגתך, כי הנם דברים משוללי כל צדק ומשפט ואת ה' לא תירא שהוא אמנם מגן ומחסה בעדם גם דן את דינם בצדק. ותחת לחשוב אותם בתור אמצעים לפעולות אדם בהשכל ודעת, הנך רוצה בשאט נפש
אמעריקאנער בירגער נוצן ארום א הונדערט מיליאן טאן פאפיר א יאר
זייט 37
טעקסט
להשליט עליהם את כח ותקיפות רצונך וחפצך לשפוך עליהם את חרונך וזעמך בעצבך וברגזך.
אז ירעם עליך קול הקריאה הגדולה של ה', "בל תשחית". הרף ממנו, היה איש באנשים! כי אמנם רק באופן שתשתמש בהנמצאים אשר מסביב לך, לתכלית אדם בדעת ובתבונה וכפי אשר תיעד ותקדש אותם לתורתי, אז אדם הנך, גם יש לך הכח והזכות עליהם, יען נתתי לך את הכח והזכות מטעם תכנית עליונה. אבל אם תשחית תאביד ותכלה דבר מה, אזי בהשחתתך בהאבידך ובכלות אותו אינך עוד אדם, רק בעל חי או חיה טורפת. ואין לך עוד כל זכות על הנמצאים מסביב לך, יען וביען כי אנכי השאלתי אותם לך רק לשמוש של חכמת אדם. לכן אל תשכח לעולם כי אנכי אנכי המשאיל אותם לך. אולם אם תפעל עולה, אם לא בהשכל ולא בדעת תעשה את מעשיך בדבר קטן וגדול, הנך עודה דבר בליעל, מרד ומעל בתכל ה', הנך נהפך אז לרוצח ושודד קנין ה', חוטא הנך ותמעל מעל בקדושת הקנין. את זאת יקרא לך ה', ובכח הקריאה הזאת יגן ויחסה על כל דבר כקטן כגדול נגדך. הוא יתן באומר סלה זה לקטן לגדל את צדקת משפטו נגד מזמת לבך וחמס ידך.
לכן אומרים חז"ל, הקורע את בגדיו המ שבר את כליו והמפזר מעותיו בחמתו, איש הזה יהיה נחשב בעיניך כאילו כבר עבד עבודה זרה. יען כך היא דרכה של התאוה, היא אומרת היום עשה זאת ומחר עשה אחרת, עד כי היא תפעל על האיש אשר לה עבד וסר למשמעותה תמיד, לזנות גם אחרי עבודת אלילים. הן אמנם אין איש אשר כה יהיה קרוב לעבודת אלילים, כמו האיש אשר לא יכיר לדעת בהנמצאים כי המה ברואי ה' וקנינו, ויאמין כי בכח ובת
קיפות של האדם יש לו הזכות להשחיתם ולאבדם כרצונו. איש כזה הלא עבד יעבוד את האלילים האדירים שלו בפנימיות נפשו, את חרונו וזעמו, את גאוותו ורוע לבבו, וביחוד את ה"אני" שלו אשר בתאוותו ובתעצומות כחה ועוזה ידמה, כי הוא אדון כל הנמצאים, הוא ולא אחר. לכן מצות לא תעשה הראשונה של הב ריאה הלא היא לבל תשחית כל דבר כקטן כגדול, מעץ מאכל אשר ברבות הימים יוכל להשיב גם את נפש נכדיך, עד הדבר הקל שבקלים אם אך יועיל לאיזה שימוש, גם מחוט עד שרוך נעל אל תשחית לריק. כל דבר המוכשר עוד לאיזה שמוש של תועלת, אל תשחיתהו. אבל השחתה איננה נקראת זאת הפעולה לבדה, בעשותך הדבר בלתי מוכשר עוד אל שמוש התכ לית אשר נועד הנהו לזה, כי גם זאת נח שבה להשחתה, להשתמש לאיזה תכלית עם דברים מרובים ויקרי ערך, באופן אם להגיע לתכלית הדרושה יספיקו גם דברים מעטים ופחותי הערך, או אם התכלית אי ננה שווה בנזק ובמחיר האמצעים. לעומת זאת ההשחתה תחדל מהיות עוד השחתה וכליון, גם נחשבה לפעולה ושמוש בהשכל ודעת, אם ההשחתה בעצמה היא נחוצה אל תכלית גבוהה ומטרה יקרה.
לאמיר זיך אפשטעלן און מתעמק אין די ווערטער פון רשר"ה שארפע דיבורים יורדים אל חדרי בטן. בטבע האבן מיר א צינישע בליק אויף די ענינים פון ענוויירא נמענט באשיצונג און מיר האלטן זיך קלו גער ווי די עקספערטן און ספעציאליסטן וואס ווארענען אז די מענטשהייט מאכט חרוב די וועלט. "וואס ווייסן דען די חכמים? וואס פאר א שאדן קען דען נאך אפאר פאפירן גורם זיין?" און נאך ענליכע טענות ותירוצים שונים.
אן ערליכער איד א ירא שמים דארף אבער געדענקען אז די וועלט איז זיין אחריות, עס ליגט אויף אונז א חוב פונעם בורא עולם צו מאכן זיכער אז די וועלט ווערט נישט קאליע, ווייל אויב מיר וועלן מקלקל ומחריב זיין די וועלט איז נישט דא ווער עס זאל עס מתקן זיין. איך זאג נישט אז מיר דארפן זיך יעצט ארויסלאזן אויף א קאמפיין צו אפשטעלן דאס שניידן ביימער אדער צו שטיצן אנדערע פאליטישע ענווייראנמענט צוועקן. אבער עס זענען דא
אפאר קלייניגקייטן וואס מיר קענען אלע טון וואס קענען האבן א שטארקע השפעה לטובה.
בראש וראשון זאל מען מקפיד זיין אויף ריסייקלינג. די רעגירונג האט צוגעשטעלט די ריסייקלינג אינדוס טריע וואס העלפט ארויס אז מ'זאל קענען איבערנוצן פאפיר, פלעסטיק, אלומינום וכדומה. ס"ה פון אונז פארלאנגט זיך צו מאכן דאס ביסעלע אנשטרענגונג נישט ארויסצואווארפן די באטלעך, קענס, באקסעס וכדומה, נאר זיי האלטן אפגעזונדערט פון די אנדערע מיסט. ווען די גאנצע וועלט וואלט אלעס ריסייקעלד וואלט עס איינגעשפארט אזויפיל אומנויטיגע פראדוקציע, ביליאנען גאלאנען פון ברענשטאף וואס ווערט גענו צט אין פראדוקציע און עס וואלט אויך געהאלפן האלטן די carbon dioxide שטאפלען פון ארויפגיין. דאס איז חוץ פון דעם וואס עס וואלט געהאלטן פראדוקציע ביליגער און אין די זעלבע צייט וואלט עס געהאלטן גאזאלין פרייזן נידעריגער.
ריסייקלינג
מען זאל זיך איינשרייבן צו באקומען paperless billing. איך האב געמא כט א חשבון אז פון אלע בילס און סטעיטמענטס וואס איך באקום אין די ביזנעס און פערזענליך )קאר, יוטי ליטי, מארטגעזש, אינשורענס, באנק, קרעדיט קארד וכו'( איז עס לכה"פ 50-80 געדרוקטע בלעטער פער חודש, נאנט צו א טויזנט געדרוקטע בלעטער פער יאר. יעצט רעכן אויס וויפיל עס קומט אויס פאר גאנץ אמעריקא און פאר די גאנצע וועלט.
זייט 38
טעקסט
מען קען זיך אפגעוואוינען פון נוצן פלאסטיק און פאפירענע עסצייג. דאס איז אביסל א שווערע זאך, ספעציעל ווען מען האט א משפחה מיט קינדער. אויב קענט איר נישט אינגאנצן אויפהערן דאן נעמט איין זאך )לדוגמא, גלעזלעך( וואס דאס וועט איר נאר נוצן געהעריגע און נישט פלאסטיק אדער פאום. יארן צוריק האב איך מחליט געווען אז איך וויל אויפהערן צו נוצן פלאסטיק געשיר און טעלער, אבער איך האב נישט געוואלט זיין א צדיק אויף מיין ווייב'ס חשבון, זי איז געווען דער וואס האט געוואשן די געשיר. האב איך איינגעפירט אז נאר איך וועל נישט עסן מיט פלאסטיק עסצייג און איך וועל אליין אויסוואשן מיין טעלער לעפל און גאפל. אויסוואשן איין סעט פון עסצייג איז נישט אזוי שווער. היינט האבן מיר שוין eco friendly dishwashers און מיר באנוצן זיך כמעט נישט מיט דיספאוזעבל. געדע נקט, איר מוזט נישט אלעס טון אויף איין מאל, אויב איז עס צו שווער דאן הייבט אן צוביסלעך.
פלעסטיק בעגס איז זייער שעדליך פאר די בריאה סיי מצד עס איז שווער צו ריסייקלען און סיי מצד אז אומ צאליגע בע"ח שטארבן א יעדע טאג פון זיך דערשטיקן אויף פלאסטיק בעגס וואס ליגן אין די לענדפילס און אין די גארבידזש. געדענקט, ורחמיו על כל מעשיו. עס איז זייער גרינג זיך איינצוהאנדלען אפאר סחורה'נע בעגס וואס מען קען נוצן ווען מען גייט אין געשעפט איינקויפן אדער ווען מען דארף עפעס שיקן צום באבע. אויב גייט איר אין גראסערי איינצוקויפן א גרויסע ארדער דאן נעמט ענדערש אהיים די סחורה אין א באקס ווי
Paperless Billing
איידער א בעג וויבאלד א באקס קען ווערן ריסייקלד.
לויט ספעציאליסטן ווערן ארום א ביליאן פלעסטיק בעגס גענוצט א יאר און נאר איין פראצענט דערפון ווערט ריסייקעלד. עס ווערט געשאצט אז אלץ א דירעקטע רעזולטאט דערפון שטארבן נאנט צו איין ביליאן בעלי חיים א יעדעס יאר.
א יעדע מענטש פאר זיך קען טרעפן וועגן און אופנים וויאזוי זיך צו פארבע סערן אינעם תפקיד פון רדו וכבשו את הארץ, כל אחד כפי תכונות נפשו. דאס מיינט נישט אז מיר מוזן יעצט ארומגיין און מאכן זיכער אז א יעדער איינער טוט ריסייקלען אדער שרייבט זיך איין אין paperless billing. מיר דארפן נישט גיין יעצט פראטעסטירן אין די גאסן און מאכן געוואלדעס. א יעדער פאר זיך קען א סאך אויפטון מיט קליינע פעולות. פארוואס זאלן מיר אידן נישט זיין די עומדים בראש המהפכה און זיין די ערשטע צו טון די פעולות? אדרבא, דאס איז אן ענין פון תורה ויהדות.
לאמיר צוענדיגן מיט נאך א שטיקל פון הגאון רש"ר הירש ז"ל וואו ער שרייבט ווי ווייט די איסור פון בל תשחית גייט און ווי שטארק מען דארף נזהר זיין דערויף.
מדרגה קלה של השחתה אשר נדרש גם כן לחדול ממנה הוא הפיזור. אם תרבה להוציא ולפזר האמצעים אשר יש לך, באופן אשר התכלית הדרושה להשיג על ידם איננה מתאמת עם מכסת ההוצאה. אמנם את זאת נקרא בשם מדרגה קלה בהשחתה, יען אלו הדברים אשר הוציא אותם בפזור ובמדה מרובה, הלא המה בעצמם בלתי נשחתים, יען יבוא לידי שמוש ותועלת ביד אחרים, אבל בכל זאת השחתה היא, יען בנוגע אל עצמך נשחתים המה. הן עם כל קנין כקטן כגדול אשר נתן לך ה' נתנה לך גם החובה להשתמש בו לתכליות טובות ומועילות, ובזה נכללת גם ההוצאה. אבל, אם תוציא אותם לתכליות שלא בדעת ולא בחכמה, או גם לתכליות טובות ומשובחות בפני עצמן, אבל במדה נפרזה יותר מאשר נדרש להוציא בגלל התכלית ההיא, אז בלי כל תועלת הנך משחית את המאצעים שיכולת להשתמש בהם לתכליות של תועלת נכבדות מאלה
הרב שמהשחוןכ םר פהאגלד והלירש ז"ל
או לתכליות טובות אחרות. ולו יהא כי אחרים ישתמשו בפזור ההוצאה שלך לתועלת עצמם, אבל אתה לא תוכל לדעת ולערוב בעדם כי המה אמנם ישמשו בזה לתכלית טובה, ולא תוכל לחשוב זאת לך לתכלית של תועלת וכו' ע"כ.
דער נושא וואס מיר שרייבן דא איז בעצם געווען א דבר פשוט פאר חז"ל אזוי ווי מיר טרעפן אין מסכת קדושין, רב הונא קרע שיראי באנפי רבה בריה, אמר איזול איחזי אי רתח אי לא רתח וכו'. והא קעבר משום בל תשחית? דעבד ליה בפומבייני. לכאורה איז שווער, פארוואס פרעגט די גמרא "והא קעבר משום בל תשחית", ער האט דאך עס געטון פאר א צורך, צו זעהן אויב ער וועט זיך אויפרעגן? הייסט עס בל תשחית אויב עס איז דא א צורך? נאר דער תירוץ איז אז ער האט געקענט אויספרו בירן רבה דורך אן אנדערע אופן. עס איז פשוט אז אויב מען קען עס טון אויף אן אנדערע וועג הייסט עס השחתה.
לאמיר זיך מקבל זיין פון היינט און ווייטער צו זיין מער באוואוסטזיניג און וואכזאם צו די טובה ותועלת פון די וועלט וואס דער בורא עולם האט באשאפן פאר אונז. לאמיר טרעפן וועגן צו טון אלעס וואס מיר דארפן אבער אויף אן אופן וואס עס שאדט ווייניגער און נוצט אויס ווייניגער פון די בריאה. לאמיר מער נזהר זיין אין בל תשחית און טון א בעסערע דזשאב אין אפהיטן די וועלט און די איכות הסביבה. לאמיר פרובירן און משתדל זיין צו לעבן אויף אן אופן וואס איז מזיק די וועלט וואס ווייניגער און פארזיכערט א בעסערע צוקונפט פאר אונז און אונזערע קינדער.
זייט 39
טעקסט
דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן
זייט 40
טעקסט
דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן
זייט 41
טעקסט
דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן
זייט 42
טעקסט
דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן
זייט 43
טעקסט
דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן
זייט 44
טעקסט
דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן
זייט 45
טעקסט
דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן
זייט 46
טעקסט
דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן
זייט 47
טעקסט
דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן
זייט 48
טעקסט
דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן
זייט 49
טעקסט
אינעם וועריוטםינג
ונבנתה העיר
איי, יונגערמאנטשיק, מ'דארף ווארעמען די בענקלעך, כי כה ווארעמע בענקלעך איבערגעלאזט פאר די פריש אנגעקומענע, נישט אין אונזער צייט זענען די בענקלעך קאליע געגאנגען. אמר ה' בענקלעך זאלסטו ווארעמען!
נו, פרעג איך, און וואס וועלן די קומענדיגע טוהן מיט די כי יצר לב האדם רע מנעוריו! שרייעט חבקוק ]אה, נישט ווארימע בענקלעך?
חבקוק?...[ – כי ידעתי את יצרו, קרעכצט צפניה.
פארשטייסטו נישט אליין? עפענט ער א פאר אויגן, זיי וועלן אן אויסגעקראכענעם קאפ האט ער געהאט, דער אלטער, אן ווייטער פירן דאס פלאם, אזוי וועט איינער פאר'ן קומענדיגן אויסגעאקערטער שטערן. כ'גלויב אז קארבאן דעיטינג וואלט איבערגעבען די טייער-געהאלטענע בענקל.
געקענט אנווייזען וועלכע שטריכן האט אפלטון געשאפען און וועלכע ליגן אויף ניטשה'ס חשבון.
און נאכדעם?
געזעצן איז ער אינעם בענקל נעבן מיינ'ס זיצענדיג אין דעם כ'מיין, צו וועלכן געגארטן תכלית ארבעטן די אלע? צו וועיטינג רום פונעם דאקטאר'ס אפיס.
וועלכען ענדע ציעט זיך די ווארעמע קייט?
ער פארציילט מיר מיט אזא יודע-את-כל בליק אז די כ'ווייס נישט! זאגט ער, שוין חצי אויפגעברויזט, אבער דאס עוורעדזש ‘וועיטינג טיים' דא אינעם אפיס איז צווישן פופצן איז זיכער אז זיי זענען אלע ווארעמע טשערעפאכעס ביז און צוואנציג מינוט. ס'פארהאן וואס גייען זיך דעם אייביגן אראפ...
וועג שנעלער, און פארהאן וואס זענען זוכה צו פארברענגען * דא לענגער; אבער סוף סוף קומט אויף יעדן די רייע - א אז ער האט מחליט געווען צו ברויזן האביך שוין געהאט געשטאלט אנגעטוהן אין ווייסן ערשיינט ביים טיר און רופט די געלעגנהייט זיך אביסל ארומצוקוקן איבער'ן וועיטינג רום. אויס: מיסטער סאו-ענד-סאו, און דאן העלפט שוין גארנישט, גראבע ווי דארע, נידריגע ווי הויכע, אלע ווערן פארשוואונדען כ'זעה מענטשן פון אלע יארגענג – געוויסע זענען ערשט אין יענעם טיר מער נישט געזעהן צו ווערן.
אנגעקומען עטליכע סעקונדעס צוריק, ניטאמאהל קיין פאות האט מען זיי שוין געמאכט. אנדערע האבן שוין איך בין שוין נישט קיין יונגערמאן, זאגט ער אזוי מיט א אויסגעהארעוועטע רוקענס – מ'זאגט אז זיי זענען שוין דא חצי קרעכץ – חצי שטאלץ, כ'זיץ שוין לאנגע אינעם וועיטינג גאנצע פופצן זעכצן מינוט.
רום. כ'קען דיר זאגן מיט א זיכערקייט אז אונזער תכלית דא איז צו ווארעמען די בענקלעך, אזוי אז ווען מען רופט אונז עפעס טוהט זיך א רעש ביים טיהר וואו מ'קומט אריין, א אויפן אייביגען וועג וועלן מיר קענען דערקלערן אז מיר האבן קופקע לאכט און וויינט, ס'זעהט מיר אויס ווי א נייער מענטש
זייט 50
טעקסט
איז אריינגעקומען אינעם וועיטינג רום. נתרפא כל המשפחה! הער איך ווייבערישע פרעפלערייען ווי עס זאל זיין עפעס א סגולה-זאג, דער עולם איז אין זיבעטן הימל, מ'פרייעט זיך אז נאך איינער איז דא, אבער די מבינים זענען שוין פארטיעפט אין אן ערענסטע דיסקוסיע וועמענ'ס נאז ער פארמאגט.
פארוואס מען פרייעט זיך ווייסט קיינער.
אין די זעלבע מינוט הער איך יאמערליכע יללות פון די אנדערע זייט צימער, דארט וואו די ווייס-באקליידעטע נורס רופט אריין. באקאנטע רייסן זיך די האר פון קאפ, מיט בלייכע פנימ'ער און גרינע אויגן קוקן זיי ווי זייער באליבטער טרעט איבער דעם שוועל. פארוואס מען טרויערט ווייסט קיינער.
* מיינע סעקונדעס זענען אויך נישט געבליבן שטיין, כ'קוק אויפן זייגער, גאנצע פינף מינוט געפון איך זיך שוין דא אין דעם געוואלדיגען מקום.
כ'באמערקט ווי עטליכע פון די פריש אנגעקומענע שושקען זיך ביי די וואנט, עפעס קאכן זיי זיך איבער א שטיקל וואנט.
מיין דאקטאר'ס אפיס איז גארנישט אנדערש ווי אייער'ס, מאיזה סיבה האט מען איהם אנגעווארענט אין קאלעדזש אז אויף די ווענט מוז ער הענגען אבסטראקטע מאלערייען, און פונעם דאך זאל ער לאזן הערן קלאסישע מוזיק קלאנגען.
כ'שאר זיך צו צום קופקע און ווי דערשיטערט בין איך געווארן צו הערן אז טייל פון בויטשיקעס זענען מטיל ספק אין די בענקל-ווארימען-תכלית. זיי ווילן א נייעם תכלית שאפן: לאמיר זיך פאר'חלומ'ען אויף די מאלערייען, לאמיר זיך צעשטורעמען אין א שטיקל בעיטהאווען...
איר הערט? א נייעם תכלית מאכן? קען מען דען ‘מאכן' א תכלית?
ביז וואו וואס ווען האט מיין אלטער שכן שוין דערשנאפט די פרישע מרידה; טויט! שרייעט ער, מ'דארף די יונגען הענגען ביי די נעזער! פאר א ביסל סעלפיש, צייטווייליגע הנאות ווילט עטץ אלעס אונטערברענגען?! וואס מיינט עטץ, אלעס האט זיך אנגעהויבען ווען עטץ זענטס דא אריינגעקומען?!
* קוים מיט צרות שלעפ איך איהם צוריק צו זיין פלאץ.
זעהסטו, זאגט ער נאך עטליכע מינוט, עס איז א מאדנער מקום דער וועיטינג רום.
כ'געדענק נאך ווען כ'בין געווען קוים א פינף מינוט אלט, דאן איז דער בענקל-ווארימען סיסטעם נאכנישט געווען אין פולען קראפט, עטליכע פון די גאר אלטע, אזעלכע אכצן-ניינצן מינוט'יגע, זענען געווען פארנומען מיט עפעס אנדערש.
ער ווייזט מיר אהן אויף א ווינקל, דארט, זאגט ער, פלעגן זיך דרייען אסאך מוריטשקעס. די אלטע זענען געווען פאציאנירט מיט די לייטס אויפן דאך – זיי זענען געווען מלא התפעלות וויאזוי עס גיבט ארויס אזא ווארעמע ליכטיגקייט, זיי האבן געהאלטן אז די סיבה פאר'ן אפזיצען דא אינעם וועיטינג רום פאר אזעלכע לאנגע מינוטן איז כדי מיר זאלן צוקוועטשן מוריטשקעס אין עהרע פון די לייטס.
פרעג אבער נישט, יעדע פאר סעקונדעס האט אויסגעבראכן טויטליכע הריגות צו וועלכע לייט מען זאל די מוריטשקעס צעקוועטשן.
אזוי איז דאס אנגעגאנגען פאר לאנגע מינוטן, ביז די יונגערע, ואני בתוכם, האבן ענלייטענט דעם עולם מיט די נייע בענקל-ווארעמען טעאריע.
זעהט אויס אז ס'איז נישט בידי אפצוהאלטן דעם געלויף, ענדיגט ער מיט יאוש.
* פלוצלינג פאלט א טעראר-שטילקייט אויפן גאנצן צימער – די טיהר הידוע לשמצה האט זיך געעפענט.
די פארהאסטע נורס קוקט אויפן צעטל; יא, מיין טייערער שכן ווערט אויסגערופען. מיר געזעגענען זיך מיט פארטרערטע אויגן. נוץ אויס דיינע מינוטן ווי דו פארשטייסט, זאגט ער מיר, אבער איין זאך: אויב זאלסטו ווארעמען בענקלעך טוה עס אליין – מיט די אייגענע זיץ פלייש, מאך ווי עס איז געטון געווארן אלע דורות, מיר דארפן נישט די נייע עלעקטראנישע אויבער-חכמות.
* שווייס-א וועק באגאסענער איך זיך אויף פון חלום.
כ'געפון נעה, זיך גארנישט אין א וועיטינג רום, נארוואס כ'בין ארויסגעקראכען פון די מאמע אין מיימאנידיס – די ארומיגע שושקען זיך מיט פרייד, מען גרייט זיך שוין אויף מיין ברית. כ'הער שמועסן אז דאנעלד טראמפ איז מכובד געווארן מיט סנדקאות.
נו, וואס פארשטייט א גוי צו אן עטרה?...
זייט 51
טעקסט
לאמיר ווערן בני חורין
איש עברי
רעדאגירט: שמעקעדיג
הומאניזם, די בשורה אז א מענטש האט א רעכט צו לעבן פריי, אז פסח איז א יום טוב פון חירות, נעמליך דער בעל הבית – א א פאלק איז בארעכטיגט צו באשליסן איר אייגענע גורל, און דאס צושטויסענער און צוברעקלטער אין א וואכן טאג – לייגט זיך לייגן חירות אלס א ערך עליון איז אן אבסאלוטער רעכט פון יעדן אויס אויף א ציכטיג באדעקטע היסב בעט און שפילט קעניג. א מענטש.
קלייניגקייט? עבדים היינו לפרעה במצרים! מיר זענען געווען קנעכט * און יעצט זעמיר פרייע לייט, פריי צו טון וואס מיר פארשטייען, דינען די סיפור פון יציאת מצרים איז דער פונקט ווי עס הייבט אן אונזער דעם גאט וואס מיר ווילן וכו'. דאס איז בערך די מעשה וואס מיר געשיכטע אלס א פאלק. כלל ישראל האט אנגהויבן מיט א רעוואלט, פארציילן פאר די קינדער פסח אויפדערנאכט, געווען א שלעכטער א רעוואלוציע פון פרייהייט, און א פראטעסט קעגן אונטערדריקונג פרעה וואס האט אונז געוואלט פארשקלאפן, און הקב"ה מצילנו און אפהענגיגקייט, די געשיכטע אנטוויקלט זיך שוין מידם.
דריי טויזנט יאר, דורכאויס די צייט זענען געווען ביטערע די סיפור יציאת מצרים איז אבער מער פון דעם. עס איז פאגראמען, רדיפות, גירושים, אינקוויזיציעס, געטאס א געשיכטע פון אפהענגיגקייט און זעלבסשטענדיגקייט.
און גאז קאמערן, אבער נאך אלץ נעמט מען אפיר אין מדבר איז נישט געווען קיין סך באקוועמער פאר דעם פערצנטן אין ניסן די הגדות און מען טוט זיך אן א אידן ווי אין גושן, אבער זיי האבן געקריגן דאס וואס קיטל און מען פראוועט חירות, ווייל אונזער חירות איז א מענטש דארף דאס מערסטע. זעלבסשטענדיגקייט,
אפשר איז
נישט אפהענגיק אין די אומשטענדן, מיר פייערן נישט משמעות, און פרייהייט. משה רבינו האט אויסגעלערנט
געקומען די צייט
באקוועמליכקייט, מיר פייערן זעלבסטשטענדיגקייט. א פאלק פון עבדים צו בעפארצוגן פרייהייט און כבוד ליב האבן חירות איז נישט קיין נאטורליכע זאך. איבער בחנם'דיגע קישואים און דגים, צו שעצן די
צו דערקלערן
די נאטורליכע אינסטינקטן גלייכן טיילמאל די מתנה פון זיין א זעלבסשטענדיג פאלק וואס האט איר
זעלבסט-
באקוועמליכקייט וואס אונטערטעניגקייט ברענגט מיט אייגענע גורל און איז נישט אנגעבינדן צו דיקטאטורישע
שטענדיגקייט
זיך. חירות קומט מיט א פרייז, זי פאדערט טיילמאל גרויסמאכטן, געניסט נישט פון אירע מתנות און פירט מוותר צו זיין אויף פילע פארגעניגנס, מיר דארפן זיך נישט לויט אירע פארשריפטן.
פארציכטן אויף “קישואים ודגים אשר אכלנו במצרים די סיפור פון יציאת מצרים איז א סיפור וואס האט חינם", עס זענען דא מיליאנען מענטשן וואס חירות איז פאר זיי א אינספירירט די מענטשהייט אויף א שטאפל וואס האט נישט איר'ס קללה, זיי וועלן אייך זאגן אז עס איז גרינגער צו לעבן ווי א עבד גלייכן, די ווידערקול פון די אומשטערבליכע רוף פון משה רבינו מיט באגרעניצטע רעכטן אבער מיט א זיכערע דאך איבער'ן קאפ, “שלח את עמי" האט אפגעקלונגען אין פארשידנע לענדער און ווי צו זיין א בן חורין וואס פלאגט זיך צו צאלן א מארגעדש, עס ציוויליזאציעס, די געטליכע פארלאנג פאר די פרייהייט פון מענטשן איז גרינגער זיך צו פירן לויט א צווייטנס פארשריפטן ווי צו דארפן האט אפגעהילכט אין די שווארצע געמיינדע אין אמעריקע און ביי דורכגיין די שוועריגקייטן פון מאכן אייגענע באשלוסן.
די אידן אין די ווארשעווער געטא, און האט אינספירירט מאדערנע
זייט 52
טעקסט
אבער אט דאס איז די דראמא פון יציאת מצרים, עס איז די אלטעמאטיווע בשורה פון באשעפער צו די מענטשהייט אז מיר זענען מער פון א צוזאמשטעל פון אינסטינקטן און געברויכן, מיר זענען העכער פון דעם, מיר זענען בני חורין, און מיר דארפן שטרעבן צו פרייהייט פאר יעדן פרייז.
* חייב אדם לראות את עצמו כאילו הוא יצא ממצרים. אפשר איז געקומען די צייט אויפמישן די הגדה און פארציילן דעם סיפור פאר אונז אליין, אפשר האבן מיר אין אונזער היינטצייטיגע לעבנסשטייגער פארזען די קריטישע לימוד פון די גאנצע געשיכטע, אז מען כאפט א בליק אויף אונזער לעבנסשטייגער היינט קומט ארויף די פראגע, צו טוען מיר נאך שעצן זעלבסשטענדיגקייט? צי ווייסן מיר נאך צו מחשיב זיין די מתנה פון חירות?
מיר האבן אנטוויקלט א קולטור פון אפהענגיקייט און אנגעבינדנקייט, אונזער לעבנסשטייגער איז אויסגעשטעלט אז מיר זאלן נישט קענען זיין בני חורין. אנגעהויבן ביי די פאקט אז מיר זענען צוגעטשעפעט צו רעגירונגס הילף ווי א קראנקער צו א רעספערעיטאר, אונזערע מוסדות פונקציאנירן נישט זעלבסטשטענדיג און האלט זיך מער ווייניגער אויף פראגראמען וואס מען נעמט האלבוועגס שלא ביושר, אונזערע קינדער באקומען נישט די מינימאלע ערציאונג זיך צו קענען מתפרנס זיין בכבוד, און זענען אנגעבינדן אין די עלטערן און אין פעטער סעם ביז ימי זקנה ושיבה, מיר זענען איינגשפארט אין גרויסע געטאס וואס מיר האבן אליין געבויט, מיר קרעכצן אויף דירות קריזיסן און חתונה הוצאות אבער מען גייט ווייטער אין שפאן, גארנישט אין אונזער לעבנסשטייגער טוט דערמאנען חירות און פרייהייט, אונזער קולטור איז מער באזירט אויף פחד און גלייכגילטיגקייט ווי איידער פרייהייט און זעלבסשטענדיגקייט.
מיר ווייסן פון די פראבלעמען, אבער מיר האבן אנטוויקלט א גלייכגילטיגקייט, אזוי ווי עבדים האבן אנטוויקלט א גאנצע לעקסיקאן כדי זיך צו פארענטפערן פארוואס מען ווארפט נישט אראפ די שקלאפסקייטן, מען קען גארנישט טון, מען קען נישט טוישן די וועלט, קענסט נישט זיין קלוגער פון יעדן, א.א.וו. אבער דאס איז א שפראך פון עבדים, דאס איז א שפראך פון דגים וקישואים עסערס, בני חורין זאגן אז מען קען יא טוישן די וועלט, בני חורין זאגן אז מען קען יא עפעס טון אויב מען וויל נאר. * געווען א תקופה וואס אלע קריטיק איז געווארן אפגעשלאגן מיט די אויסרייד אז מען בויעט אידישקייט, מען קען נישט מקפיד זיין אויף אזעלכע מינדערוויכטיגע זאכן ווי גניבת עכו"ם און שווינדל, בעת אויפן וואגשאל ליגט דער עתיד פון אידישקייט, מען וועט זיך נעמען צו דעם ווען אידישקייט ווען זיין פולשטענדיג געבויט. זעהט אויס אז די אידישקייט וואס מען האט געבויט דא
האט נישט לא תגנוב אלס אינטעגראלע טייל פון איר פראגראם, זעהט אויס אז מדבר שקר תרחק איז נישט קיין חלק פון די חינוך וואס מיר האבן געזוכט צו שענקען אונזערע קינדער.
שפילן מיט נומערן, אביוזן פראגראמען, ליגנט זאגן אויף אפיציעלע פאפירן, דאס אלעס איז משום איזה סיבה געזעהן געווארן אלס לכתחלה, גנב'נן ריזן סומעס פון די רעגירונג אונטער פאלשע נעמען איז געווען א נויטיגע בדיעבד, מען האט עס געגעבן אלע שיינע נעמען, אבער גניבה? דאס איז עפעס וואס נאר אונזערע פארטאריקאנער שכנים טוען, און ווערן דערפאר צוביילט און צושטויסן דורך אונזער העאראישע שומרים.
א אידישקייט וואס איז געבויט אויף שווינדל איז נישט מיין אידישקייט, א גאט וואס מען דארף דינען מיט שקר ומרמה וויל איך נישט דינען, אויב די חינוך וואס איך וויל געבן מיינע קינדער פארלאנגט גניבה וגזילה אפשר דארפן מיר זוכן א אנדערע חינוך, א אינגל וואס מען הייסט אים מיטארבעטן מיט גניבה קאנספיראציעס, אויסשפילן אינספעקטארס אין קעמפ מה יעשה הבן ולא יחטא, פארוואס זאל ער נישט אויף די עלטער ווערן פארדרייט מיט גניבה'לעך.
מיר זענען פארקרומט און פארקראכן, איינגעהילט אין א דיקן מאנטל פון זעלבסט-לויב, מיר באזינגען זיך אליין ערב בוקר וצהרים, מיר קוקן אויף אונזערע מעלות מיט פארגרעסערונג גלעזער בשעת אונזערע חסרונות זוכן מיר צו אונטעררוקן אונטער דעם טעפיך, דאס זענען נישט אייגנשאפטן פון בני חורין. לאמיר זיין בני חורין, הערן אביסל קריטיק, זיך באטראכטן וואס מיר קענען טוישן, און אנשטאט לעבן אין פחד פון טויש, לאמיר עס אויפנעמען מיט ברייטע ארעמס, עס איז העכסט צייט צו דערקלערן זעלבסשטענדיגקייט, דאס הייבט אן מיט אויפשטעלן א יוגנט וואס זאל זיך קענען מפרנס זיין בכבוד, און זאלן קענען אויסהאלטן מוסדות אן זיין אפהענגיק אין טובות פון די רעגירונג. עס איז צייט פאר א זעלבסשטענדיגקייט דעקלעראציע!
* מאנטריאל, אנטווערפן, לאנדאן, און צוביסלעך אין אמעריקע, טוען די רעגירונג אינסטאנצן עפענען די אויגן און אריינקוקן אין אונזערע מוסדות, זיי קענען נישט טאלערירן אז טויזנטער יונגליכע באקומען נישט קיין צוגעפאסטע בילדונג, זיי קענען נישט פאר די איינפאכע סיבה, וויל זיי צאלן דערפאר! די טויזענטער יוגנטליכע מוטשען זיך מיט פרנסה און ווערן אנגעוויזן אויף רעגירונג וועלפעיר אין בעסטן פאל, און ענדיגן אין תפיסה אין ערגסטן פאל. זיי קענען נישט און זיי טארן דאס נישט טאלערירן.
די רעגירונגען זענען באים בטענה, מיר צאלן צום סוף פאר אייער אומקאמפעטענץ, די טויזענטער יונגליכע ענדיגן סמוך על שולחנינו, און וואס איז אונזער ענטפער?
מער קמחא דפסחא, מער הילפס פאראיינען, מער ארגאניזאציעס איז נישט קיין ענטפער, עס איז די כעלמער ענטפער צו א צובראכענע בריק, עס איז געקומען די צייט צו נעמען אחריות, צו זיין בני חורין, נעמען שווער באשלוסן, און אויב די רבנים און מנהיגים נעמען נעמען נישט די באשלוסן, מוזן מיר פשוטי עם נעמען די איניציאטיוו, ווייל ווען די צעקת בני ישראל וועט דורכלעכערן די ווענט פון זייערע פאלאצן קען שוין זיין צו שפעט.
זייט 53
טעקסט
ראסיזם
וואס איז דאס און וואס איז שלעכט דערמיט
א קאווע שטיבל שמועס
לעיקוואד
רעדאגירט:
אלזא, וואס איז בעצם דער פראבלעם מיט ראסיזם וואס מען ראסיזם איז א ווארט וואס אין די לעצטערע יארען האט זיך רעדט וועגן? דאס קלאר מברר צו זיין וועט מען דארפען צוריקגיין קונה געווען גאר א שלעכטער נאמען, עס איז גענוג צוצוקלעבן מחליט זיין וואס איז בכלל די יסוד פון מאראלישקייט וכו', וואס דער ווארט ראסיסט צו סיי וועלכער זאך אז דאס זאל זיין ווי אן קאמפליצירט דא שטארק די נושא, איז וועט מען מוזן אביסעל ענדגילטיגער באשלוס ווי שלעכט דער זאך איז. מנגד פארטיידיגען מדלג זיין אויף דיי אמתע יסודות און אננעמען געוויסע הנחות און זיך פארשידענע פון אזעלכע טענות דורך כלערליי הגדרות און הבנות יסודות מיט א פשטות. ווי איך פארשטיי, איז דא צוויי עיקר נקודות פארוואס דאס איז נישט קיין ראסיזם און עס איז מותר וכדומה.
פארוואס ראסיזם איז אוממאראליש. איינס איז עס איז נישט כדרכם של וויכוחים אלה, פארגעסט מען על הרוב קלאר צו יושר'דיג )fair(, און צוויי איז ווייל עס איז פוגע אין כבוד האדם. מאכען וואס מיינט מען בכלל ראסיזם און וויאזוי זענען פארשידענע לאמיר א משהו צונעמען, עס איז א פשוט'ע אינטואיציע פון טענות ומענות רעלעווענט צו דער נקודה וואס איז שלעכט אדער מאראל אז מען מוז זיין יושר'דיג. מ'קען אסאך חוקר זיין וואס איז גוט דערמיט.
יושר און גלייך און ווען איז דאס נוגע למעשה, אבער באופן כללי לאמיר פראבירען צו טיילען קודם די הגדרה פון די מאראלישקייט.
זאגט דאס לגבי א משפט למשל, ווען איך בין דן א מענטש, דארף דער ווארט ראסיזם צייכנט אן עפעס וואס האט מיט ראסע, אבער איך עם דן זיין אויף די שכלדיגע נקודות וואס זענען נוגע דער שיפוט. די מאראלישע פראבלעם וואס עס איז דא דערמיט האט מיט ראסע אויב וויל איך למשל דן זיין אויב איינער איז א גוטער זינגער, דארף גארנישט. דאס גייט ביידע וועגן. עס קען זיין אז עס זענע פארהאן איך עם דן זיין לויט זיין כוח הנגינה, על פי כללי חכמת הנגינה. ווען לעגיטימער מציאותער ווי ראסע שפילט א ראלע, למשל אז א איך בין דן א זינגער לויט וואסארא סארט הויזען ער גייט, איז דאס געוויסער קבוצה האט געוויסע גענעטישע באשטאנדטיילען וואס נישט יושר. וויבאלד ער קומט נישט דא פרעגן אויב ער פארשטייט זענען אנדערש ווי א צווייטער, דאס מיינט נישט אז ווער עס זאגט צו סטיילס פון הויזען, נאר טאמער איז ער א גוטער זינגער. ממילא דאס איז א ראסיסט. די זעלבער פארקערט, עס קען זיין איינער זאל אויב איז דא א בית דין וואס פסק'נט ווער זינגט שיין טאר דער בית זיין א ראסיסט, במובן וואס ער פירט זיך אויף א ראסיסטישער אופן, דין נישט אריינעמען אין דער באשלוס קיין שום זאך וואס האט טראץ דעם וואס עס איז נישט באזירט אויף ראסע בכלל נאר אויף נישט צו זינגען. און טאמער יא, למשל אז א זינגען קאמפעטישין א געוויסע מנהג, אדער סיי וועלכער זאך.
זייט 54
טעקסט
זאל בוחר זיין איין זינגער וועגן די סארט הויזען וואס ער גייט, טוהן זיי אן עוולה. אין זייער אסאך פעלער ווען מען שרייט ראסיזם מיינט מען פשוט דאס. לגבי דעם איז נישט קיין נפקא מינא בכלל אויב האט דאס מיט ראסע אדער מיט סיי וועלכער אנדערער זאך לויט וואס מען קען מחליט זיין. יעדער זאך וואס איז נישט רעלעווענט צו דער נושא אויפ'ן טיש איז נישט קיין יושר אז מ'רעכנט זיך מיט דעם. דוגמאות אויף דעם איז אן א שיעור, למשל אויב א בעל הבית האט צוויי ארבעטער וואס טוהן די זעלבע ארבעט, און ער צאלט פאר איינער מער נישט ווייל ער טוהט א בעסערע ארבעט נאר ווייל ער האט עם סתם ליב, אדער וויל ער געהערט צו א געוויסע גרופע, אדער סיי וועלכער זאך, איז דאס נישט קיין יושר. אין יעדער פאל זענען דא אן א סוף תירוצים און חקירות וואס מ'קען חוקר זיין, בעיקר איז דא א חקירה ווער איז עם מחייב זיך צו פירען ביושר, און אז איך האב א ביזנעס ווי מען צאלט די חברה פון מיין חסידות דאפלט פון פרעמדע, אדער וואס איז לכתחילה נאר פאר חברה פון מיין חסידות, ווער איז מיר דען מחייב צו טוהן אנדערש. דאס איז אפשר א טענה, אבער עס מאכט עס נישט קיין יושר. עס איז ווייטער נישט פייר וויאזוי ער צאלט די ארבעטער.
די זעלבע איז פשוט, און לעולם זה בנין אב לכולם, אז עס קומען צוויי מענטשען פאר א בית דין אויף א דין תורה, און דער בית דין פסקנט לטובת איינער פון זיי ווייל ער איז א חבר פון די דיינים, אדער ווייל ער איז אן עושר, אדער ווייל ער האט גוד לוקס, איז דאס פשוט און קלאר אומיושר. און אויף דעם קען מען ברענגען שוין פון גאר אן אלטער טעקסט וואס שרייט לא תכירו פנים במשפט. יעצט אין די אלע פעלער איז די אומיושר גארנישט קיין נפקא מינה פארוואס ער איז, און צו עס איז א זאך וואס יענער האט בוחר געווען אדער נישט, כל זמן עס איז נישט רעלעווענט צו דער דין תורה. עס איז נישט קיין חילוק אויב איך פסקן לטובתו ווייל די פאות זיינע זענען אונטער די אויער, א זאך וואס ער קען פשוט אין א רגע עס אראפדרייען, אדער ווייל ער איז נעבאך געבוירען מיט נישט קיין שיינעם פנים. ביידע זענען פונקט אזא עיוות הדין.
אויב אזוי, וועט איר פרעגן, פארוואס שרייט מען בכלל אזויפיל "ראסיזם", אויב נישט דאס איז בכלל די נקודה, זאל מען שרייען עיוות הדין. דא קומט אריין אסאך מאל דאס וואס מען רופט באהאלטענע ראסיזם. וויבאלד, אז איין צד גיט שוחד פאר'ן דיין ער זאל פסק'נען לטובתו. איז דאס זייער א קלארע זאך וואס איז גרינג אנצוכאפען און מסביר זיין, און יעדער אנשטענדיגער געזעץ וועט מאכען כללים אז טאמער נעמט א דיין שוחד איז דער דין בטל. וואס איז אבער ביי זאכען וואס זענען פיל מער איידל אדער זעהבאר, ווי למשל זיין א חבר, וכדומה, דא איז אוממעגליך צו מאכען קלארע גדרים, ווייל אסאך מאל וועט דער דיין אליינס נישט וויסען אז די נגיעות זיינע ארבעטן דא, וואס דאן קען ער זיך פסל'ן מלדון, ער איז זיכער דאס איז אן אביעקטיווער פסק. דערווייל איז דא רגליים לדבר אז דער בייעס זיינע רעדט דא. עס איז שווער זיך צו געבן אן עצה מיט די פראבלעם אז א מענשט זאל זיך פירען הונדרעט פראצענט יושרדיג. עס איז אבער כולי עלמא מודי אז טאמער ווייסט מען א געוויסער זאך וואס איז בדוק ומנוסה עס זאל גורם זיין נגיעות, דארף מען מאכען כללים פארמיידען זייערע השפעה.
יעצט האט מען געלערנט און געזעהן, פון אן א סוף ערפארינג און מחקרים, אז איינע פון די שטערקסטע זאכען וואס בייעסען א מענטש זענען וועלכע גרופע באלאנגט איינער. וויבאלד די טבע פון א מענטש איז צו מאכען כללים, מאכט זיך א מענטש זייער שנעל און זייער גרינג כללים ווי אז די מענטשען פון יענער שטאט זענען גנבים, אדער יענער רעליגיע זענען אכזרים, אדער יענער משפחה זענען יענטעס. און אפילו ער באמערקט עס נישט און איז על פי רוב משוכנע עס איז אביעקטיוו, איז דאס גורם אן אומ'יושר. ווייל נאך אלעס זענען דיינע כללים נישט קיין רעלעווענט זאך צו די שאלה וואס שטייט אויפ'ן טיש על פי רוב.
א משל ווי דאס איז קלאר, עס זענען דא צוויי שטעט, ווארשא און לעמבערג. דער לעמבערגער עולם האט אזא מין הנחה אז די ווארשעווער זענען גנבים. מסתם האט דער סטיריאוטייפ א סיבה. יעצט קומען צוויי סוחרים פון די שטעט אן צו'ם בית דין אין לעמבערג, און דער בית דין איז שוין גלייך נוטה אז דער ווארשעווער איז דער גנב. איז דאס אן אומיושר. און אויב זעהן מיר אז דאס שפילט א שטארקע ראלע, ווי למשל אז דער בית דין איז מחייב סוחרי ווארשא אויף א פראצענט פיל מער ווי סוחרי לעמבערג, דארף אן אנשטעדנגיער בית דין מאכען א כלל אז מער איז ער נישט דיין צווישען ווארשא און לעמבערג.
יעצט וויבאלד מיר האבען געלערנט פון היסטאריע אז געוויסע זאכען מאכען א ריזיגע בייעס אויף אלע תחומים, ווי למשל רעליגיע, אדער קאליר פון הויט, אדער דער לאנד פון ווי מען קומט האבען אנשטענדיגע מענטשען געמאכט שטארקע כללים אז מען זאל שטארק זיך נישט רעכענען מיט די סארט זאכען אפילו אויף א פאל ווי עס איז א ספק בכלל אפשר איז דאס יא רעלעווענט, אדער אפשר רעכן איך זיך נישט מיט דעם נאר אביעקטיוו. אפילו דאס איז נישט דער טענה וואס איז רעלעווענט, די טענה איז סתם אז עס איז נישט יושר, אבער אן וויסען דער כלל ווי שטארק א בייעס דאס איז וואלט עס נישט איינגעפאלען אזוי צו טוהן, ממילא מאכט מען א רעש וועגן ראסיזם וכדומה, פשוט מעורר זיין מען זאל משים לב זיין צו דער פראבלעם.
ווייטער איז דא אן א סוף ספיקות ווי איז דא אפשר יא רעלעווענט און פונקטליך ווי יושרדיג מקען מחייב זיין מענטשען צו זיין, און וואס איז מיט לפנים משורת הדין וכו' וכו', אבער איך וויל נאר דער יסוד זאל זיין קלאר.
* די צווייטער סיבה פארוואס ראסיזם איז אוממראליש איז אביסעל ווייניגער אינטואיטיב, אבער עס איז אויך א כלל אין פילע מאראלישע טעאריעס. דאס איז דער כלל פון כבוד האדם. איינער פון די יסודות אדער הגדרות פון מאראלישקייט איז זיין א מענטש, און זיך פירען מענטשליך כלפי אנדערע מענטשען. עס איז דא אין דעם פארשידענע הגדרות, אבער דער כלל איז אז יעדער מאל איך האנדל מיט א מענטש, דארף איך געבן דער מענטש דער כבוד אלץ א זעלבסשטענדיגער מענטש, און נישט מזלזל זיין אין עם ווי כאילו ער איז נאר א וועג איך זאל אנפילען מיין צורך, אדער זיך באנוצען מיט עם פאר א צווייטער מטרה.
זייט 55
טעקסט
דאס איז למשל די סיבה פארוואס קנעכטשאפט איז א פראבלעם, ווייל אז איך נעם א מענטש און מאך עם פאר מיין קענכט הייסט דאס אז איך בין עם מוריד פון די דרגא פון א מענטש ביז א חפץ וואס איך נוץ זיך מיט עם און וואס געהערט פאר מיר. אז דו ביסט מיין קנעכט און איך בין גענצליך שולט אויף דיר הייסט דאס איך בין זיך נישט מתייחס צו דיר ווי א מענטש נאר ווי א חפץ. פון דעם איז מסתעף נישט נאר עבדות ממש נאר יעדער כפיה, אויב צווינג איך איינעם צו טוהן עפעס וואס ער וויל נישט, הייסט דאס איך בין נישט מתייחס צו עם אלץ א מענטש א בעל בחירה נאר ווי עפעס א זאך וואס איך בין אויף דעם שולט. אדער יעדער השתמשות שאינו לפי כבודו.
די זעלבע איז אפילו דער איסור רציחה אפילו, בויט זיך נאר אויף דעם. איך האב נישט קיין רעכט אלץ מענטש צו מבטל זיין דער מציאות פון א צווייטער מענטש און עם מאכען אויס מענטש. פון דעם איז מסתעף נישט נאר רציחה ממש נאר אויך בכלל אוועקמאכען א צווייטער, ווי המלבין פני חבירו, וואס דאס הייסט ווייטער איך בין נישט מכבד דער מענטש אלץ מענטש איך "מאך עם אוועק".
דאס איז שוין מער א עצמיותדיגע טענה, און איז נוגע אויף דעם עצם דעה נישט נאר אויף א התנהגות שלא ביושר. דאס איז דער טענה קעגן יעדער סארט ראסאיזם וואס איז דן א מענטש נישט אלץ מענטש פאר זיך נאר אלץ א חלק פון א געוויסער גרופע וואס שטעמפלט עם שוין אפ מראש ווי עפעס. עס פארשטייט יעדער איינער אז עס איז נישט קיין כבוד און עהרע אז איר טרעפט זיך מיט א נייער מענטש עם זאגען שלום עליכם איר זענט דאך א פוילער איר קומט דאך פון ענגלאנד ווי אלע זענען באקאנט אלץ פוילער מענטשען. יעדער פארשטייט אז ווען מען טוהט עס פאר עם איז דאס עם מבזה דאס איז ביסוד צוגענומען פון א מענטש זיין מענטשליכע עהערע און עם דן געווען ווי א זאך וואס איז א תוצאה פון א געוויסער זאך.
למעשה דער כלל גייט פיל טיפער פון הכללות און ראסיזם, עס מיינט אז מען טאר נישט אוועקמאכען קיין שום בריה נישט אפילו ווען ער אליינס האט בבחירתו געטוהן זאכען וואס געפעלט אונז נישט. וויבאלד סוף כל סוף בלייבט ער ווייטער א מענטש. אבער על כל פנים כל שכן וקל וחומר א זאך וואס איז זיך נישט מתייחס צו עם, נאר דאס וואס ער געהערט צו א געוויסע גרופע, אז דאס איז ביסוד אוועקגעמאכט דער מציאות וכבוד האדם.
ווייטער יש בלי סוף חקירות וחילוקים ושאלות, אבער דער יסוד דארף קודם זיין קלאר. און איך וויל מאכען דא א שמועס טאקע וועגן די יסודות וואס זענען זיי, טאמער האט איינער א צווייטער פשט, אדער דינגט זיך, און נישט אזוי אויף די פרטים למעשה זעלבסט.
@כוכב:
למעשה טרעפט מען אין דער תורה צוויי סארטן עבדות, ווי קען מען זאגן אז קנעכטשאפט איז מכלל וכלל אוממאראליש, למשל ווען א מענטש פארקויפט זיך, איז עס דאך מבחירתו, ווידעראום אז ער גנב'ט איז עס אן עונש ולא גרע פון תפיסה.
@לעיקוואד:
דאס איז טאקע א גוטער משל, )אויב פארגעסט מען פון די חילוק עבד עברי/עבד כנעני(. דער כלל פון איסור עבדות אין די תורה -ווי אויך אין היינטיגע געזעץ-זאגט אז אפילו א מענטש פארקויפט זיך, מרצונו הטוב, און ער שרייבט דערויף א קאנטראקט כדת וכדין איך בין דיין עבד אויף אייביג, קומט די תורה און זאגט ניין, דאס פאסט נישט פאר א איד/מענטש בכלל. א מענטש טאר נישט זיין א חפץ פון א צווייטער מענטש, און דער מכירה וואס ער מאכט אויף דעם איז בטל. דער כלל פון כבוד האדם איז ביי אונז אזוי שטארק אפילו דער מענטש אליינס זאגט אנדערש העלפט עס עם נישט.
נמכר בגניבתו איז א וועג פון צוריקצאלען, עס זאגט "ארבעט פאר יענעם ווילאנג דער חוב צאלט זיך אויס". און אפילו דאס טאר נישט זיין אויף אייביג, אפילו ער איז שולדיג טריליאן דאלאר און זעקס יאר וועט גארנישט ענדיגן דער חוב. ווייטער ווייל דער כלל פון כבוד האדם בלייבט אפילו אויף א גנב.
@יאיר:
לעיקוואוד האט געשריבן:
א משל ווי דאס איז קלאר, עס זענען דא צוויי שטעט, ווארשא און לעמבערג. דער לעמבערגער עולם האט אזא מין הנחה אז די ווארשעווער זענען גנבים. מסתם האט דער סטיריאוטייפ א סיבה. יעצט קומען צוויי סוחרים פון די שטעט אן צו'ם בית דין אין לעמבערג, און דער בית דין איז שוין גלייך נוטה אז דער ווארשעווער איז דער גנב. איז דאס אן אומיושר. און אויב זעהן מיר אז דאס שפילט א שטארקע ראלע, ווי למשל אז דער בית דין איז מחייב סוחרי ווארשא אויף א פראצענט פיל מער ווי סוחרי לעמבערג, דארף אן אנשטעדנגיער בית דין מאכען א כלל אז מער איז ער נישט דיין צווישען ווארשא און לעמבערג.
אפשר איז די גרויסע צאל חייבים ביי די ווארשעווער סוחרים נישט צוליב די סטיריאטיפ נאר צוליב די סיבה וואס האט געברענגט די סטיריאוטיפ?
באמת וואלט מען געקענט מאכן א שטודיע און זאגן, אויב למשל עס זענען דא פראצענטועל צען פראצענט מער ווארשעווער אידן ווי לעמבערגער אידן וואס זיצן אין תפיסה צוליב שווינדל, דעמאלט אויב אין בתי דין ווערן זיי נתחייב מיט אסאך מער, לאמיר זאגן -20 30 פראצענט מער ווארשעווער גייען ארויס חייב בדין, איז א סימן אז בית דין איז געשטרויכלט מיט סטיריאוטיפ. דא עקא, אזא שטודיע אליין וואלט געמאכט אסאך ערגער די סטיריאוטיפ.
נאך א שאלה: דער אנשטענדיגער בית דין גייט מער נישט פסק'ען די דין תורות. וואו וועלן די בעלי דינים יעצט גיין? ביי די קארופטירטע בתי דין וואס האבן נישט מורא פון סטיריאוטיפס?
און אויב זיי וועלן גיין צו א פרעמדע בית דין וועט מען גארנישט אויפטון, ווייל די זעלבע סיבה וואס האט געברענגט די סטיריאוטיפ ביים אלטן בית דין וועט עס ברענגען ביים נייעם.
)כמובן די אלע שאלות זענען נאר במקום ווי דער סטריאיטיפ האט טאקע א לאגישע סיבה, אז נישט איז דאך דאס סתם טפשות,
זייט 56
טעקסט
און אויף דעם שטייט שוין מסתמא אין עפעס א אור אלטן טעקסט: הטיפש פסול לדון(.
@לעיקוואד:
ברגע וואס מיר האבען פעסטגעשטעלט אז דא איז דא נגיעות, איז סתם סוליפסיזים צו טענה'ן ''אבער אפשר איז דאס נישט וועגן די נגיעות נאר די אמתע זאך וואס איז גורם צו די נגיעות. אויך דאס וואס איך האב ליב מיין ברודער און בין נוטה צו זיין צד האט באמת גוטע סיבות, איך קען עם בעסער איך פארשטיי עם בעסער, דאך פארשטייט יעדער איינער אז דער נגיעה ווארפט מיר קאטאגאריש אראפ פון די מעגליכקייט דן צו זיין בענינו. יעדער מאל מפסל'ט א נוגע איז דא דער תירוץ, דער פסול איז קאטאגאריש וויבאלד מקען אביעקטיוו זאגען אז עס וועט זיין א בייעס, נישט ווייל מקען מוכיח זיין לגבי גופו של דין תורה וואס דער טעות איז. אויב וואלט מען געקענט ווייזען יעדער מאל וואס איך בין דן לטובת מיין ברודער ווי איך האב א טעות געהאט בדין וואלט מען מיר דאך נישט געדארפט פסל'ן פון דן זיין מיין ברודער.
דער בית דין דארף שיקען די דיני תורה קיין פיטסבורג, ווי קיינער האט נישט געהערט און האט נישט קיין דעות קדומות נישט אויף ווארשא און נישט אויף לעמבערג. באופן וואס דאס איז שווער אדער אוממעגליך איז טאקע א פראבלם, וועט מען דארפן זוכען אנדערע עצות, ווי למשל מאכען א בית דין וואס איז האלב נוטה צו דער צד און האלב פארקערט וכו'. דער פראבלעם גייט נישט אוועק אויב איז נישטא קיין הונדרעט פראצענטיגע עצות.
אויב מיינסטו מערער זיין ווער זאגט די נגיעה שפילט א ראלע בכלל, אפשר איז עס אלץ טאקע נאר וועגן דער אמתער זאך. איז דער תירוץ פשו.. א סטעריאוטייפ איז א כלל וואס לערנט זיך פון פרטים )induction(. עס קען במהותו נישט זיין חופף צו דער מציאות. איז לאמיר זאגען די ווארשעווער האבען זיך ערליך פארדינט די טיטל גנבים ווייל אין לעמבערג איז נאר איין פראצענט עולם גנבים משא''כ אין ווארשא איז עס פינף פראצענט, איז עס אלץ גארנישט געזאגט אויף די %95. און אפילו די פינף פראצענט גנבים מאכט זיך דאך אמאל זיי זענען גערעכט אויך. קומט אויס אז סתם סטאטיסטיש דארף דער בית דין מחייב זיין ווארשא בערך מיט %2.5 מער ווי לעמבערג, דערווייל איז דער מספר %80. זעה איך קלאר וואס שפילט א ראלע. או כלך לאידך גיסא, עס איז גענוג איך זאל ווייזען איין פאל ווי עס איז נישטא קיין גוטע טעם נוטה זיין לטובת לעמבערג נאר דער הטיה כדי צו פסל'ן אלע דיני תורות שבין לעמבערג לווארשא ביי דער בית דין. וכנ''ל.
@ביבער:
ביי א דין תורה מעג גארנישט מאכן א חילוק נאר דער ענין אויף וואס דער נידון איז, אבער דער משל איז רוב מאל נישט אזוי, אונז לעב מיר אין א פרייע וועלט און צוליב ישוב העולם קען מען נישט געבן ראסיזם א בלענק טשעק, ווייל אויב יא נעמסטו אוועק מיינע רעכטן.
למשל מאיר כהנא פלעגט טענה'ן אז ער איז נישט קיין ראסיסט 1. ווייל ער לאזט זיי גיין ערגעץ אנדערש, 2. ער רעספעקטירט זייער רעליגיע, 3. און ער לאזט זיי טוישן רעליגיע )קיין פארגלייך צו די נאציס(, יעצט ער האט טאקע בעוולה'ט א ראסע אבער איז נישט קיין ראסיסט ווייל זיי האבן עס אליין בוחר געווען און ער האט די רעכט צו לעבן רואיג, ער נעמט נישט אוועק זייער בחירה ס"ה פארלאנגט ער זיי זאלן נעמען אחריות דערויף.
די זעלבע איז מיט אלע אישוס דאהי אידישע צו גוישע, ווי דער יומען ספיסיס לעבט נאר צוזאמען, איז זייער נארמאל יענעם דן צו זיין לויט זיין ראסע אויב האט ער עס אליין בוחר געווען אדער ער קען עס טוישן, אז נישט נעמט מען אוועק די אייגענע רעכטן.
@לעיקוואד:
נוצענדיג דאס אלץ א משל בלבד, אן אריינגיין בכלל אין דער עצם שמועס. איז וואס איך האב מסביר געווען גענוג מסביר צו זיין אז דער תירוץ איז דברים בטלים. עס איז סך הכל א סעמאנטישער חקירה וואס הייסט ראסיזם, איז רוף עס רעליגעיזים, עס מאכט עס נישט קיין טראפ מער יושרדיג.
אויב איך האב פארשטאנען די נושא, וויל כהנא דא מאכען זיין שטעלונג אז מען דארף ארויסווארפען אלע מענטשען פון א געוויסע רעליגיע פון א געוויסע ארט, אז זיי זאלן נישט טארן וואוינען דארט. און ער איז מסביר אז דאס איז יושר וויבאלד אויב ער וויל קען ער זיך טוישען רעליגיע. די פראבלעם איז אבער אז עס איז זעלבספארשטענדליך )נניח, עכ''פ הרב כהנא אליינס איז דאך מודה צו דער הנחה מיט דעם וואס ער פראבירט זיך צו פארענטפערן דערפון( אז איז נישט קיין יושר מקשר צו זיין דער רעליגיע פון א מענטש צו אין וועלכער געגנט ער זאל מעגן קויפען ריעל עסטעיט. עס האט נישט איינס מיט'ן צווייטען. און אזוי איז דער געזעץ אין יעדער ארט וואס רעספעקטירט מענטשהייט, אז דיין רעכט צו קויפען א הויז און וואוינען אין א געוויסע ארט מעג נאר זיין תלוי אויב דו האסט גענוג געלט צו צאלן דערפאר, )איז דאס יא יושר.. רעד מיט קארל מארקס( און וועלכער גאט ער דינט האט נישט קיין שייכות צו דעם, ממילא זענען מיר ווייטער פונקט ווי ביי דער דין תורה וואס פסקנ'ט ווער איז שולדיג לויט וויאזוי ער דרייט זיינע פיאות.
אין איין ווארט: דער עוולה פון ראסיזם האט גארנישט מיט ראסע. קעניג פערדינאנד פון שפאניע איז נישט געווען ווייניגער רשע ווייל ער האט געגעבן פאר די יידן אין זיין קעניגרייך די קלארע אפציע זיך צו שמד'ן און בלייבן וואוינען דארט )עס מאכט עם אפשר נאר מער רשע, נישט נאר ער דיסקרימינירט אויף ווי צו וואוינען ער וויל דאס נאך נוצען פאר א שטעקן צווינגען יענער טוישען זיין רעליגיע(, און די נאציס זענען נישט געווארען מער רשעים פאר'ן נישט געבן אזא אפציע. )אגב איז דאס בכלל נישט ריכטיג. נאציס האבען פיינט געהאט אידען ווייל זיי האבען געהאלטען אז אידן שאטן קולטוריש און אידיאולוגיש, דאס האט נישט צוטוהן געהאט מיט רעליגיע אבער איז געווען פאר פאקטישע בחירות וואס אידן האבען געמאכט לפי דעתם. ער האט נישט פיינט געהאט א איד פארן האבען א קרומער נאז נאר פארן מזיקן ציביליזאציע לפי דעתו. לו יצוייר אז א איד
זייט 57
טעקסט
וואלט געקענט ווערן א נאצי וואלט ער גערין מסכים געווען, ער האט נאר מסביר געווען אז דאס איז כמעט אוממעגליך(
@ביבער:
אהן אריינגיין אין די חילוקים צווישן כהנא און שפאניע, אבער דא האסטו א דוגמא ווי מיין לעבן איז איינגעשטעלט וועגן א צווייטער נוצט די ראסיזם קארטל אומאויסגעהאלטן, כהנא וואלט געווען א ראסיסט ווען ער זאגט אז דער אראבער איז נישט בארעכטיגט צו קויפן ריעל עסטעיסט אין די גאנצע וועלט, א ראסיסט וואלט ער געווען ווען ער נעמט אוועק יענעמ'ס בחירה אויף רעליגיע, א מענטש פאר זיך מעג לעבן רואיג פונקט ווי יענער מעג, יענער איז דער וואס דארף וויסן זיין טשויס קען האבן קאנסקסקווענצן און דארף דיעלן דערמיט.
..... איך האלט איבעראל אזוי ווילאנג יענער קען טוישן זיין מצב און ווילאנג דו נעמסט נישט צו יענעמ' רעכטן אינגאנצן איז עס נישט קיין עולה קעגן מאראל, איי ס'נישט יושר, פארקערט איז אויך נישט יושר, אויב א גוי וויל נישט פארקויפן פאר א איד זיין דירה העכער אים איז ער נישט קיין ראסיסט, ער מעג לעבן במנוחה אהן דארפן מורא האבן אז אין 10 יאר ארום גייען 12 קינדער טאנצן אויף זיין קאפ, דער איד סיי ער קען טוישן לייף סטייל און סיי ער קען וואוינען ערגעץ אנדערש, אויב וויל ער נישט פארקויפן פאר א שווארצן איז דאס ראסיזם ווייל ער קען נישט טוישן קאלער. איך בין נישט מחויב אלס מאראל צו ליידן פאר יענעם'ס טשויס. איך מעג עס אויך נישט אוועקנעמען.
@לעיקוואד:
דו מישט צאם פארשידענע סברות און טענות. ביטע זיי קלאר. איז דער טענה צונעמען רעכטן אינגאנצן אדער דער חילוק וואס ער האט זיך בוחר געווען. און וואס איז יא אדער נישט יושר. איך בין זייער נישט קלאר וואס איר טענה'ט.
נאר קלאר צו מאכען.
1. עס מאכט נישט קיין חילוק לגבי יושר ווען עס איז אומרעלעווענט אויב יענער האט זיך בוחר געווען אדער נישט. ווייטער ווען עס איז יא רעלעווענט מאכט ווייטער נישט קיין חילוק. אויב איז דער יושר אז איך מעג מחליט זיין וויפיל קינדער מיין שכן זאל האבען, איז דאס א רעלעוואנטער חלק פון פארקויפען דער דירה, און עס איז נישט קיין שום נפקא מינה צו יענער האט זיך בוחר געווען די מספר פון קינדער אדער זיין טאטע האט עם געצוואונגען. עס איז א חילוק ווי אומיושר דאס איז צווישען הרגנען יעדער וואס האט צופיל קינדער און עם נישט פאררדנגען דירות, אבער עס איז נישט ביסוד קיין חילוק. 2. ווען מרעדט פון דיסקרימינאציע רעדט מען על פי רוב נישט פון ספעציפישע מעשים וואס יענער האט געמאכט. למשל אויב איך פארדינג נישט מיין דירה פאר ווער עס גייט מיט א שווארצע העמד. דאס איז טאקע נישט קיין יושר אבער נישט געבויט אויף א גרופע נאר אויף א פעולה וואס איז אומרעלעווענט. דאך איז דא שייך די טענה )הלא נכונה( ווער הייסט דיר גיין א שווארצע העמד. אויב פארדינג איך נישט מיין דירה פאר קיין חסידי אשוואר67,
דיסקרימיניר איך לגבי אלע חסידים פון דער אשווארע רבי פון 67 גאס. דא איז די טענה וואס הייסט דיר זיין א 67 חסיד קענסט דאך זיין א חסיד פון זיין ברודער דער אשווערער פון 69 נאריש. א מענטש איז כמעט קיינמאל נישט בוחר די גרופע צו וואס ער געהערט. ער איז א 67 חסיד ווייל אזוי איז ער געבוירען. דאס אז עס איז אנדערש ווי געבוירען ווערען מיט א געוויסע קאליר איז נישט קיין גרויסער נפקא מינה. געהערן צו א געוויסער גרופע איז כולל אסאך מער ווי א געוויסער מעשה, און איז על פי רוב כמעט א הכרח פאר דער מענטש, גארנישט קיין בחירה. עס איז נאריש צו זאגען אז א מענשט איז אליינס שולדיג פאר זיין א חסידישער איד אדער פארן געעהרן צו דער סאוט העמפטאנס רעפארמד טשורטש אף דע סעינטס. 3. יושר איז מחייב אסאך זאכען וואס זענען "נישט קיין יושר" פאר דער צווייטער צד. איך וואלט געוואלט דער רעכט צוצונעמען דיין בערזל, עס איז נישט קיין יושר פאר מיר איך זאל דארפן ליידען אז דו האסט אזויפיל געלט. דער יושר זאגט אז איך מוז שווייגען און ליידען דיין געלט. די זעלבע, אויב איז נישט יושר איך זאל מונע זיין פארדנגען מיין דירה פאר ווער עס האט צופיל קינדער, הייסט דאס אז דער יושר איז מחייב איך זאל סובל זיין זיינע קינדער. אפילו עס איז מיר אומבאקוועם. דער מהות פון יושר איז אז אמאל וועט איינער זיין אומבאקוועם וועגן דעם. אויב טוהן די צען קינדער עפעס אן אביעקטיבישער נזק צו דיר קענסטו פאדערען פון עם ער זאל דאס אויפהערען. אפשר אפילו מתנה זיין אין דעם דער דירה, אבער עס גיט דיר נישט דער רעכט עם מונע צו זיין סתם ווייל דו האסט פיינט א חסידישער איד.
4. אין פרטים וועט אלעמאל זיין פארשידענע צדדים און חקירות וואס איז שטערקער, איך פראביר אבער קלאר מאכען די יסודות. עס זעהט אויס איר זענט מסכים אז עס איז נישט קיין יושר צו דיסקרימינירען לויט א זאך וואס איז אומרעלעווענט )פאר דעם איז די דירות משל שווערער ווייל עס איז אביסעל יא רעלעווענט אמאל(. אז אמאל איז דא א מצב וואס עס איז נישטא קיין אנדערע ברירה קען מען חוקר זיין. אבער פליז לאמיר זיך האלטען צום עיקר.
@ביבער:
איך וועל פרובירן מיר אויסצוקלארן.
די אלע מסקנות וואס דו ציהסט פון יושר איז אלעס שיין פאר דרשות אבער נישט אין פראקטיק, אין פראקטיק איז קאטעגאריזירן אנדערע לויט ראסע אפילו ווען ס'איז אומרעלעוואנט א וויכטיגע און אויסגעהאלטענע מהלך, אונז לעב מיר למעשה אן אייגן לעבן אונז האבן נישט קיין אורים ותומים און אונז קענען נישט גיין אין געריכט 20 מאל א טאג, אין דער זעלבער צייט זעמיר אחראי אויף אונזער לעבן, אונז מוז מיר זיך באשיצן פון גניבות, פון שונאים, פון קרענק, פון ראסיזם, און וואס נישט, אזוינע החלטות בעיסד אויף ראסע ווי למשל נישט האנדלען מיט רוסן, נישט שלאפן מיט שווארצע )נאר משלים(, איז קריטיש וויכטיג און שניידט אוועק 95 פערסענט ריסק. דו ווילסט מיט'ן טענה פון יושר מיר ב'עוולה'ן, אבער ס'איז נישט יושר ווייל יענעם וועט גארנישט פעלן אויב איך בין נישט ביושר מיט אים אבער מיר וועט יא פעלן, דו ווילסט דינגן מיין דירה איך פיל זייער בעד פאר אפזאגן אבער זיי מוחל גיי פון דאנעט, נישט ווייל
זייט 58
טעקסט
איך האב "דיר" פיינט נאר איך האב "מיר" ליב, איי יושר? יא מיטן אוועקשיקן שטיי מיר גלייך.
דאס איז אלעס ווילאנג יענער האט די ברירה זיך צו טוישן אבער ווען ס'איז אוממעגליך, איז אפילו ס'איז יא רעלעוואנט איז נאכאלס אוממאראל, אומעטיש, רשעות'דיג יענעם צו דיסקרימינירן, און מ'מוז יא אוועקגעבן פון זיך אבער נישט צוליב יושר, קען זיין אז לויט מיר האט יושר גארנישט מיט ראסיזם, חוץ אין געריכט.
@לעיקוואד:
איר טענה'ט גארנישט, אויזער "מיר געפעלט זיך נישט צו פירען יושר'דיג ווייל איך האב זיך ליב", איך ווייס נישט וואס איז דא זיך צו טענה'ן מיט אזא טענה. אז דיר געפעלט נישט זיך צו פירען מיט פשוט'ע יושר, איז גיי דו זיץ אויף דיני תורה ווי מפסק'נט לויט וועלכע וועג מדרייט די פיאות ווייל דאס מאכט עס %95 גרינגער. וואס קען איך דיר זאגען. דער שמועס הייבט זיך נאר אן ווען מיר זענען מסכים אז יושר איז א וויכטיגע זאך און מען דארף לפחות פראבירען לפי היכולת זיך צו פירען מיט דעם.
@ביבער:
ניין איך טענה בכלל נישט דעס, יושר איז אייביג א וויכטיגע זאך, אבער בעת וואס אין געריכט איז עס די איינציגסטע זאך און פאר דעם איז א געריכט געמאכט געווארן, איז עס אינדרויסן פון געריכט שווער צו דעגרייכן ווייל חייך קודמין אבער אוודאי דארף מען פרובירן זיך צו פירן ביושר, מיט דעם אלעם איז אינדרויסן פון געריכט דא אזא זאך ווי ראסיזם אבער גארנישט מיט יושר נאר מיט עטיק'ס.
אין רעאליטי גערעדט, דו און איך וועלן ביידער ענדערש געבן א היטש פאר א איד ווי פאר א שווארצן גוי, ענדערש בארגן געלט פאר א אמעריקאנעם גוי ווי א מעקסיקאנעם, און נאך צענדליגער אזעלכע סוב-קאנטשעס החלטות מדי יום ביומו, איך האלט נישט אז איך האב איינעם בעוולהט, און דו ביסט א פשוטער ראסיסט.
@לעיקוואד:
איר זענט נישט קלאר, במחכת"ה. יעצט קומט איר מיט א נייע סברא, דאס האט נישט מיט חייך קודמים, דאס האט מער מיט מאטי'ס חקירה )אם הבנתי( אויב איך דארף טאקע געבן מיין געהאלט פאר דער ארימאן אין אפריקע אדער איך בין בארעכטיגט עס צו געבן צו מיין משפחה, דאס האט אבער נישט מיט דער נושא פון ראסיזם דאס האט מיט דער ברייטקייט פון דער circle of compassion דיינע. עס לאזט זיך הערען אז א מענטש איז מער אחראי פאר זיין ברודער ווי פאר זיין שכן, און פאר זיין שכן מער ווי פאר דער וואס וואוינט ווייטער. דהיינו אין א מציאות ווי זאכען זענען באגרעניצט, איז עניי עירך קודמים למשל.
דארף אבער אויך א הגדרה וואס איז דער גבול. מיינט דאס איך מעג הרג'נען דער וואס איז ווייטער פון מיר? מסתמא נישט. הגם אסאך מענטשען קלערן אפשר אז יא.
דאס איז אבער אן עקסטערע שמועס ווי דער נושא פון ראסיזם דעפינירט אלץ מגדיר זיין מענטשען נאר לויט וועלכע גרופע זיי געהערן צו. דא רעדט מען נישט פון מגדיר זיין מענטשען אלץ וועלכע גרופע זיי זענען און לויט דעם דן זיין נאר פון צוטיילען געוויסע באגרעניצטע ריסורסעז פאר דער וואס איז נענטער.
למשל א חילוק וואס איז מיר מתקבל על הדעת, איז עס ווענט זיך טאקע ווי באגרעניצט דאס איז. אויב האב איך נאר צוויי פלעצער אין מיין קאר, וועל איך זיי ענדערש געבן פאר מיינע קרובים ווי פאר א פרעמדער. טאמער אבער האב איך טויזנט פלעצער, אבער איך מאך א כלל איך לאז נישט אריין נאר מיינע ברודער, בין איך שוין א שטיקל אכזר. אדער טאמער רעד איך פון ממון ציבור, וואס געהערט בעצם צו יעדער אייניג, איז נישט שייך די טענה. וכן הלאה.
אדער אנדערע סברות וואס מ'קען חוקר זיין. יעדער פאל עקסטער און מדארף האבען עפעס א סארט הגדרה וואס מקען ארבעטן דערמיט. מאכען סתם אזוינע סטעיטמענטס אז חייך קודמים איך בין נישט מחוייב דאגה'ן פאר קיינער אויזער מיר אליינס איז נישט צו דער זאך..
@מאטי:
לעיקוואד דיין ענדע ברענגט מיר ארויף פראגעס. אויב עימיצער פארדינגט נישט א דירה צוליב )פראבאבילעטי פון( פרעזענליכע באקוועמליכקייטן, למשל, ער האט 100 טענענטס, און די העכסטע ראטע וואס מאכן אים פראבלעמן איז א געוויסע ראסע, הייסט ער לויט דיר א ראסיסט אויב ער האלט זיך צוריק צו פארדינגען בלויז צו פירן א סוקסעספולע ביזנעס? און וואס איז ווען איך ווייס אז א געוויסע גרופע באצאלן שווער רענט, מעג איך דן זיין וועגן פריערדיגע מעשים?
@לעיקוואד:
נו זאג דו? איך מיין עס איז זיכער נישט קיין יושר מען זאל דן זיין אויב מיר צו פארדינגען א דירה לויט וועלכע גרופע איך געהער צו. די עיקר פראבלעם וואס איך זעה דא איז די יסודישע א-מאראלישקייט פון פריוואטע ביזנעס. דער איינציגסטער ציור ווי דער פריוואטער ריווח פון איין צד ווערט בכלל א נושא אין דער שמועס איז דא. אין א בית דין איז דאך פשוט אז די באקועמליכקייט פון די דיינים צו מחייב זיין פאר אומרעלעוואנטער סיבות וויבאלד דאס איז זיי מער באקוועם )=שוחד( אז עיוות הדין. נאר וואס, דער לענדלארד טענה'ט ווער איז מיר מחייב זיך צו פירען על פי יושר. מיין הנאה פון מאכען געלט איז וויכטיגער. איך בין נישט אין די ביזנעס פון מאכען זיכער יעדער קען דינגען דירות לפי יכולתו, איך בין אין די ביזנעס פון מאכען געלט. דאס איז נישט קיין מאראלישע סברא דאס איז א סברא וואס ברענגגט ארויס דער אמאראלישקייט פון מאכען געלט ווי א זאך וואס זיין מטרה איז פריוואטער ריווח פון איינער.
פארדעם טאקע מאכט דער סאסייעטי בכללות פארשידענע רעגולאציעס וואס זאל מחייב זיין אויך פריוואטע ביזנעס צו זיך פירען על פי א געוויסע מאס פון יושר טאקע ווען עס וועט זיי
זייט 59
טעקסט
קאסטן געלט )=ווען זיי שרייען "עס איז נישט קיין יושר צו אונז", ווי כאילו זיי זענען אין די ביזנעס פון מאכען יושר(.
@מאטי:
אבער ווי שטעלט זיך דאס אפ? מעג מען בויען א ברוקלין בריק ווען מ'ווייסט פאראויס אז סטאטיסטיקס זאגן אז מענטשן גייען זיכער שטארבן? מעג מען אינוועסטן אין קוילן ביזנעס וואו מ'הייסט מענטשן ריזיקירן זייער לעבן וואס דאס איז דער איינציגער וועג צו פראדוצירן? מעג מען מאכן א רייכע חתונה ווען אויפן אנדערן זייט גאס )אדער אין אפריקה( שטארבן יונגע קינדער פאר הונגער? מעג מען נוצן אן איי-פאון וואס איז געמאכט דורך Child labor force אין כינע?
@לעיקוואד:
די שאלות האבען אבער נישט מיט ראסיזם, מ'וועט זיי מוזען איבערלאזען פאר אן אנדער שמועס וועגן עטישקייט בכלל.. בקיצור איז די תשובה ניין אויף די אלע פראגעס, מיט פארשידענע דרגות. מ'דארף טאקע מחייב זיין דער בריק בויער קויל גראבער און אייפון מאכער ער זאל נישט מקריב זיין די זיכערקייט און מענטשהייט פון זיינע ארבייטער אויפ'ן מזבח פון זיינע רווחים. און מטאר נישט לאזען קיינער שטארבען פאר הונגער אין ערגעץ נישט.
@:
הרב לעיקוואד: לויט ווי איך פארשטיי פין דיינע ווערטער איז דעתך אז ווען איך טי א פעולה כלפי א גרופע ציליב א סיבה וואס איך האלט פאר רעלעווענט אסור אלץ גזירה אפשר האלט איך נאר אזוי ציליב מיינע ראסיסטישע געפילן כלפיהם נכון?
אויב אזוי ק''ל דארף איך טאקע נוהג זיין בחשדות קעגן מיינע אייגענע דזאדזמענט? אין נאכדערצו ווען עס איז נוגע מיר פערזענלעך?
ווי למשל איך דין אלץ פאליציאנט אין שטיי אלץ וואך אין פין א קאר קעגן מיר קימט ארויס א מענטש וואס זיין התנהגות איז מעורר ספיקות ביי מיר אז איך בין אין א סכנה, מעג איך נישט ניצן מיין דזאדזמענט אז אויב באלאנגט דער פארשוין צי א געוויסע ראסע בין איך אין א שטערקערע סכנה? אדער דארף איך חושש זיין אז דאס אלץ איז ציליב מיינע ראסיסטישע געפילן קעגן די ראסע?
@לעיקוואד:
דער פסול פון א נוגע איז נישט קיין "גזירה" שמא וועט עס שפילען א ראלע, עס איז א פסול בעצם, אז איינער וואס מיר ווייסען איז נוגע איז זיין מיינונג נישט אביעקטיוו אויף דער זאך. כפשוט. דער ווארט איז נישט מען דארף "חושד זיין". דאס איז נישט קיין חשד, עס איז וודאי אז א געוויסע אומרעלעוואנטער נושא שפילט ביי דיר א ראלע. אפילו אין א סארט זאך וואס איז טויזנט מאל ווייניגער פאזי און סאביעקטיוו ווי "יענער קוקט מיר אויס מסוכן צו מיר". ווי ווער איז
שולדיג פאר וועם געלט. מען דארף נישט אנקומען "חושד זיין די אייגענע פסק", ווייל יעדער איינער מבחוץ קען דער זאגען אז טאקע דער פסק איז געבויט אויף נגיעות. דיין פסק איז לכתחילה פסול מדארף עס בכלל נישט דן זיין.
אבער אז מרעדט שוין, איז נאר איין זאך, זענען מיר אינגאנצן פאררוקט? קען אין א נארמאלער פלאץ זיין טאקע אזוי דער מהלך איך מעג שיסען וועם איך וויל ווייל "ער קוקט מיר אויס צו זיין מסוכן"??? און דער בית דין וועט נאךאננעמען דיין אייגענע אפשאצונג דערויף אן קיין שאלות? איז דען א ספק אז דער סארט הכרעה איז אזוי סובייעקטיוו אז יעדער נארישקייט וועט דאס באוועגן? פארגעס פון ראסע, אז איך האב א געפעכט מיט דיר און פלוצלינג פאלט מיר איין אז דו ביסט מיר מסוכן מעג איך דיר טאקע קומען שיסען? וואס איז די הלכה פון א רודף וכדומה? איז נישט פשוט אז עס דארף זיין עפעס א קלארע גדר וואס איז נישט תלוי אין "וואס מיר זעהט אויס"? יא, בלי ספק אז אין אזא סארט פאל דארפסטו חושד זיין דיין שיפוט, שוין איין מאל. עס איז שווער אויסצוטראכטען א פאל ווי דער ראלע פון נגיעות און סטעריאוטייפס זאלן מער מאכען א נפקא מינה ווי אזא סארט פאל. אז דו זאגסט וואס זאל איך טוהן איך האב מורא געהאט פאר מיין לעבן, איך בין געווען אנוס צו שיסען, אפילו טאקע עס איז נאר געבויט אויף מיינע נגיעות, יש לעיין )איז עס אנדערש ווי איינער וואס חלומ'ט אז יענער איז עם מסוכן און ער הרג'ט עם? איז דאס בכלל א לימוד זכות פאר דער מענטש?(, אבער אוודאי דארפסטו כאטש וויסען אז דו נעמסט דער ריסק אויף זיך, אז טאמער שטעלט זיך אויס אז דו האסט א טעות געהאט )למשל יענער האט בכלל נישט געהאט קיין געווער אויף זיך( וועסטו צאלן פאר דיין טעות.
@פארוואס:
לאמיר מסכם דיינע ווערטער, דו זאגסט אז נאך ווען מיר נעמען אן בהנחה אז מיר דארפן זיך פיהרן מאראליש, קומט ארויס א תוצאה אז מיר טארן נישט זיין ראסיסטיש.
איינס, ווייל עס איז פשוט נישט ריכטיג. און צוויי, )אפילו אויב עס איז יא( מען טאר איהם נישט דיסקרימינרן צוליב א זאך וואס ליגט נישט אונטער זיין בחירה.
יעצט לאמיר זאגן את אשר נלע״ד, עס איז דא איין סארט ראסיסט, א ״ראסיסט״ איז איינער וואס האלט אז ווען מ׳מעסט די ערך פון א מענטש, מעג זיין ראסע זיין א פאקטאר. עד כאן.
יעצט, ווען מ׳שלאגט זיך מיט ראסיזם, קומט מען סך הכל שולל זיין אט די מהלך המחשבה.
דאס איז לכאורה וואס דו האסט געמיינט מיט דיין צווייטן טעם. אבער דיין ערשטן טעם איז נישט קיין אמת׳ע ראסיזם, ווייל איינער וואס האלט אז עס זענען דא חילוקים צווישן די ראסעס, און יענע חילוקים שפילן א פאקטאר אין געוויסע תחומים, איז נישט קיין ראסיסט. )אבער אף על פי כן, איז זעלבסטפארשטענדלעך אז מ׳קען נישט צולאזן אזא הנהגה, ווייל ראסיסטן וועלן קענען באהאלטן זייערע מאטיוון(.
איינער וואס וויל נישט אננעמען א געוויסע ראסע פאר א דזשאב, צוליב זייער פוילקייט אדער אומ-קלוג, איז ער נישט קיין ראסיסט.
זייט 60
טעקסט
איינער וואס נעמט איהם נישט אן בלויז צוליב דעם וואס ער געהערט צו א געוויסע ראסע, איז א ראסיסט.
אבער אף על פי כן, וועט א מאראלישער מענטש נישט צולאזן א דיסקרימינעישן צוליב חילוקים פון א ראסע, ווייל לכאורה איז די אמת׳ע שטופ יא ראסיזם, און דער תירוץ איז נאר א שלייער, און מ׳קען נישט צולאזן אזא וועלט.
כ׳האף אז איך קום ארויס קלאר.
אז א סייענטיסט וועט קומען צו א מסקנא, אז א געוויסע ראסע האט א נידריגערע/העכערע עוורידזש איי-קיו, וועט ער נישט ווערן קיין ראסיסט, )אויסער אויב - ווי אויבנדערמאנט - מיר האבן מורא אז די מאטיוון צו זיין מסקנא, איז ראסיזם(.
איך בין מסכים אז מ׳קען זיך ארומטענה׳ן צו עס איז באמת דא חילוקים צווישן ראסעס אדער נישט, אבער דאס איז שוין א לאגישע וויכוח, נישט קיין מאראלישע.
@לעיקוואד:
צו זאגען אז עס איז נישטא קיין חילוקים צווישען ראסעס אדער גרופעס איז דאך נאריש, ווען עס וואלט נישט געווען אזוינע חילוקים וואלט דאך נישט געווען אויך קעגן וועם צו דיסקרימינירען... די חקירה איז אלעמאל מאראליש, דהיינו ווי זאל מען זיך פירען. עס איז קיינער נישט חולק אז אפריקאנער האבען מער טונקעלער הויט ווי אירופאעישע, אבער אז וועגן דעם זאל דער אפריקאנער זיין א קנעכט צו'ם ווייסער, איז שוין א מאראלישע פראבלעם. שפעטער קומט דער ראסיסט מיט תורות אז זיין שיעבוד איז בארעכטיגט סייענטיפיש ווייל עס איז אמת ער האט טונקעלע הויט. דאס מאכט אבער נישט דכער עבדות מאראליש און דער סייענס איז סתם פארדריייט א קאפ צו מאכען זיין עוולה אויסקוקען בעסער. והבן גם לנמשלים אחרים.
יעצט טעם א זאגט פארוואס איז נישט ריכטיג ער זאל זיין א קנעכט, ווייל וואסארא חסרון דער אפריקאנער זאל נאר האבען איז עס נאכאלץ נישט נוגע צו די שאלה אויב באלאנגט ער פאר דער אמעריקאנער. ממילא איז דאס נישט קיין יושר. טעם ב זאגט אז אפילו זאל ער זיין אזוי איז ער נאכאלץ א מענטש און איינער פון די זאכען וואס קומט פאר יעדער מענטש איז נישט צו זיין א רכוש פון א צווייטער מענטש.
אוודאי קען זיין פעלער ווי דער הויט קאליר איז יא לעגיטים, לאמיר זאגען איך זיך שפילער פאר א מאווי ווי איינער שפילט א שווארצער, פארשטייט זיך איך האב רעכט צו זיכן דייקא א שווארצער פאר דער דזשאב. אדער נאך מער אומקלארע פעלער. למשל איך האב א קלאב נאר פאר אידן, אדער נאר פאר מענטשען פון עפעס א שטאט, איז מסתם נישט קיין פראבלעם. דא בלייבט ווייטער דער צווייטער טעם אבער, אז איך מעג נאכאלץ נישט מזלזל זיין אין דער צווייטער.
דער צווייטער טעם, און אפשר אויך דער ערשטער, זאגט אויך אז איך דארף זיך מתייחס זיין צו דער יחיד ווי א יחיד און נישט אפשטעמפלען לויט זיין כלל. ממילא נניח מענטשען פון אזיע זענען על פי רוב בעסערע סעילס לייט ווי מענטשען פון אויסטראליע, אז איך זיך א סעילסמאן, איז נישט קיין יושר איך זאל נישט אננעמען
קיין אוסיטראלישער נאר ווייל ער קומט פון דארט, נאר איך דארף אפשאצען לגופו טאמער איז ער א גוטער סעילסמאן.
@פארוואס:
ווען איך זאג ״חילוקים״ מיין איך מחלקים, ווי למשל אז דער אמעריקאנער איז קלוגער און מער ציוויליזירט ווי דער אפריקאנער. דו דרייסט זיך ארויס פון די שאלה דא.
לאמיר זאגן אז איך בין נישט חושד דעם סייענטיסט, און איך האלט אז ער איז אביעקטיוו, און דאס זענען זיינע מסקנות. איז עס קעגן די מאראל?
דיין לעצטע שטיקל פארשטיי איך נישט. אויב די סטאטיסטיקס זאגן מיר אז %95 פון א געוויסע ראסע זענען בעסער פאר א דזשאב, מעג איך נישט ציהען א מסקנא, אז אויב וועל איך פארמיידן אט די ראסע, וועט די טשאנסן צו האבן גוטע ארבעטער זיין העכער. פארוואס איז עס קעגן מאראל. )ווידער, בהנחה אז די סטאטיסטיקס און די חשבונות זענען אביעקטיוו(.
בקיצור, מיין פוינט איז, אז די גאנצע נושא איז נאר ווייל מיר זענען חושד די אלע, אז זיי ווערן מאטייוירט פון ״ראסיזם״, וואס האלט אז די ראסע אליינס איז א סיבה פאר העכער/נידריגער.
@לעיקוואד:
און וואס איז שלעכט טאמער האלט מען אז די ''ראסע'' אליינס איז א פראבלעם / מעלה?
לכן הסברתי עס איז נאריש צו מאכן די סארט חילוקים, עס איז נאך אין די וועלט נאכנישט געווען קיין ראסיסט וואס האט געהאט א פראבלעם מיט ראסע כגזירת הכתוב, אוודאי איז עס וועגן פארשידענע תכונות.
די פראבלעם בכלל קען איך נאר פארשטיין נאר כפי שהסברתי. איז עס יושר צו דיר אז מזאל דיר נישט אננעמען פאר עפעס א זאך ווייל רוב אידען זענען נישט מוכשר לכך טאמער ביסטו יא מוכשר לכך? אוודאי נישט.
איך הייב אלץ אן מיט די משל פון בית דין ווייל דארט איז נישטא קיין שום שיקול אויזער יושר. לאמיר זאגען אז %99 פון א געוויסע ראסע זענען גנבים. איז דאס א היתר דער בית דין זאל אוטומאטיש זיי מחייב זיין בדין אן בכלל שוקל זיין דער קעיס?
)למעשה איז קיין איין סטיריאוטייפ וואס איך ווייס נישט קיין רוב, דהיינו אז רוב פון א געוויסע ראסע זאל האבען א געוויסע תכונה. די מערסטע ר'אסיסטישע' טעאריעס רעדן פון צען צוואנציג פראצענט מער שכיחות פון א געוויסער תכונה, באופן אז לגבי רוב מענטשען איז עס דווקא נישט תופס(.
@יאיר:
איך מיין אז וואס לעיקוואוד פארפעלט צו מאכן קלאר איז די נקודה וואס מען האלט אין איין אויפברענגען אין קאווע שטיבל, נעמליך, וואס זאל אפהאלטן א מענטש פון מאכן מסקנות באזירט אויף ראסע ווען עס איז לאגיש. אויב למשל איך האלט זיך אפ
זייט 61
טעקסט
מפוהנ ענדםשי אתינדה
פרק א'
פלאוויוס
ליכט און געווארפן זייערע פלעמלעך אהין "מגיד!" האט דער טאטע און צוריק ווי זיי וואלטן געווען חסידישע אויסגערופן. "ווער קען זאגן וואס מגיד אידעלעך וואס דאווענען א שמונה איז טייטש?"
עשרה מיט דבקות, דער צימער איז ארום דעם טיש אין סאלאן זענען געווען שטארק באלאכטן פונעם געזעסן די קינדער, צוויי מיידלעך שווערן "שענדעליער" וואס האט און פיר יונגלעך, ביי איין עק איז אראפגעהאנגען פונעם דאך, און געזעסן די מאמע אנגעטון אין א די פנימ'ער ארום דעם טיש זענען יום-טוב'דיגן קלייד, א ווייס טיכל געווען אנגעפולט מיט ערווארטונג. האט איבערגעדעקט איר שווארצן דער טאטע האט אנגעהויבן דעם אויסגעקעמטן שייטל, און איבער די זוהר, און מיט האלב פארמאכטע לענדן האט אראפגעהאנגען א ווייסע אויגן איבערגעטייטשט דעם אראמיש פארטוך. פון איר פנים האבן ארויסגעקוקט אויף אידיש, זינגענדיג אין לאנגזאמע פרומע אויגן, קוים א דינער שווארצער מיסטישע תנועות וואס פארפירן אין אן פאס פון פארב האט זיך געצויגן אויף אנדער וועלט:
אירע ברעמען. ביים אויבנאן איז געזעסן "פיקודא בתר דא... ווען אידישע קינדער זיצן דער טאטע, א הויכער מענטש אנגעטון אין אין זייערע היימען און דערציילן די ניסים פון יציאת מצרים, קומט א ווייסן קיטל, א דינער פארעלטלטער שטריימל איז געשטאנען די שכינה הקדושה אליין אראפ פון הימל. די מלאכים... די מלאכים איבער זיין קאפ און אויף זיין בארד האבן זיך דערקענט א בינטל קוקן זיך צו צוזאמען מיט דער שכינה, זיי זעען ווי אנדערש די ווייסע הארלעך געמישט מיט בלאנד.
אידישע שטוב איז פון די ארומיגע הייזער אין לאנד. זיי זעען ווי די דער טאטע האט אויסגעהערט די יונגערע קינדער ווי זיי זינגען אויס וועלט איז פארטונקען אין נארישקייטן, מ'רצח'עט זיך ביי די קעפ דעם טייטש פון "מגיד". אויפ'ן טיש האבן געברענגט די מה-נשתנה
זייט 62
טעקסט
איינער דעם אנדערן, און דא זיצט זיך א אידישע משפחה, באשיידן און איידל, און דערציילט די נסים פון יציאת מצרים..."
דער טאטע האט זיך צעהוסט, זיין קערפער האט זיך געוויגט אהין און צוריק אפשפיגלענדיג איינע פון די רואיגע פלעמעלעך קעגנאיבער אויפ'ן טיש, און ער האט ווייטער געזאגט אין א זינגעדיגער תנועה: "די שכינה איז אין גלות צוזאמען מיט אידן. עמו אנכי בצרה. די שכינה הקדושה ווארט צו ווערן ארויסגענומען פונעם חשכות הגלות צוזאמען מיט כלל ישראל. כביכול דאס הארץ פון השם יתברך איז דאס הארץ פון כלל ישראל, אונזער געוויין שפיגלט זיך אפ אינעם געוויין פון השם יתברך. א געוויין וואס ציטערט אפ אין סאמע שטילקייט און ווערט דורך קיינעם נישט דערהערט, אבער ס'לייכט אויף און טרייסט די אידישע נשמה..."
האט טאטע דער פארגעזעצט, "און ווען מ'זעט דארט אויבן ווי אידישע קינדער דערציילן די נסים פון יציאת מצרים ווערט א שמחה אין די הימלען. השם יתברך זעט ווי דריי א האלב טויזנט יאר נאך יציאת מצרים זיצן נאך אידן און דערציילן די נסים וואס איז מיט זיי געשען ביי יציאת מצרים. ער זעט ווי אידן שפייען אויף דער וועלט, זיי ווילן נישט קוקן אויף דער ארומיגער גאס, צעשפרייט זיך אן אור אין אלע עולמות..."
דער טאטע האט געעפנט זיינע אויגן און געזען ווי דער עלטסטער זון איז פארקוקט אין זיין הגדה. פונדערווייטנס האט ער באמערקט בלויז די קליינע אותיות וואס האבן בלעטל דאס אנגעפולט פון יענער הגדה. "שלום,"
האט דער טאטע געזאגט, "דו וועסט ליינען די תורות דארט שפעטער. יעצט הער אויס דעם זוהר הקדוש." שלום האט אומווילנדיג אריינגעשטעלט א שטיקל פאפיר אויפ'ן בלעטל וואו ער האט געהאלטן אינמיטן ליינען, און ער האט צוריקגעמישט דארט וואו ס'איז געווען געדרוקט "הא לחמא עניא". אין זיין הגדה איז קיין זוהר נישט געווען, אבער ער האט אויפגעהויבן זיינע אויגן צום טאטן. "דו קוקסט דיר פאר די פיר קשיות?" האט דער טאטע געפרעגט אין א שפאסיגן טאן. שלום האט פארביסן די ליפן בשעת דער טאטע האט געזאגט, "מ'דארף נישט ווארטן ביז די מה נשתנה, דו קענסט פרעגן יעצט אויך."
דער טאטע האט געגעבן א שווערן אטעם. ער איז געווען אומרואיג וועגן זיין עלטסטן זון, שלום. ערשט נעכטן איז ער אריין אין זיין זונ'ס
שלאפצימער און געטראפן דארט א בינטל אפגעשטויבטע ספרים וואס איין גאט ווייסט פון וואנעט ער האט זיי צוזאמגעשלעפט. איין בוך איז געווען אויף אידיש מיט געשריבענע לידער פון עפעס א פרוי, אריינקוקנדיג האט דער טאטע געזען אז די ווערטער קלעפן זיך גארנישט, אויף אן אנדער בוך איז געווען אויפגעשריבן "אחד העם: קובץ מאמרים – כרך ד'", ווי גלייך אבימלך וואלט זיך באהאלטן דארט צווישן די שורות. אן אנדער בוך האט געטראגן דאס קעפל "די אידישע ליטעראטור אין פוילן", און ווידער אן אנדער בוך האט זיך געליינט "א היסטארישער ראמאן: ירושלים." אנשטאט צו מאכן א מהומה, האט דער טאטע געווארט אויף א געלעגנהייט ווען ער וועט עס פארווארפן פאר זיין זון.
"דו ווייסט שלום," האט דער טאטע געזאגט נאך א קורצן שווייגן, "פון מצרים זענען ארויס בלויז א פינפטל פון אלע אידן וואס זענען געווען אין מצרים. מיר ווייסן אז דער גרעסטער טייל איז געשטארבן ביי מכת חושך. לכאורה איז גארנישט צו פארשטיין וויאזוי דער ריבונו של עולם האט צוגעלאזט אז אזא גרויסער חלק פון כלל ישראל זאל פארלוירן גיין. דו ווייסט וויאזוי דאס האט פאסירט? ביי מכת חושך!... דא מיינט מען נישט דעם חושך וואס דער אויבערשטער האט געברענגט אויף מצרים, נאר איבער דעם חשכות על גבי חשכות וואס אידן האבן לא עלינו געברענגט אויף זיך אליין, דורכ'ן אויסשטרעקן א האנט צו דער מצרישער קולטור, דורכ'ן זיך אנזאפן מיט כל מיני טריפות פון דער גוי'שער גאס." "דו קענסט מיר אפשר ווייזן דיין הגדה?" האט דער טאטע מיטאמאל געפרעגט. שלום האט אהינגעגעבן די הגדה פאר זיין טאטן, דער טאטע האט געבלעטערט אהין און צוריק, ביים סוף פון דער הגדה האט ער געטראפן געמאלענע בילדער אויף שיר השירים. אויף איין בילד האט זיך א יונג מיידל מיט לאנגע צעפ אריינגעגראבן אינעם ברוסטקאסטן פון א הויכן יונגערמאן מיט שארפע אויגן און לאנגע צעשאטענע האר מיט עטליכע לאקן אינדערמיט. דער טאטע האט אויסגעדרייט די צעעפנטע הגדה קעגן שלום און געטאדלט אויפ'ן בילד. ער האט נישט געקענט באהאלטן זיין כעס: "ווייסט וואס איז געשריבן אויף אזא מאלער וואס פארוואנדלט דעם קודש קדשים אין דברי הבל וחול? אויף אזא איינעם איז געזאגט געווארן 'אילו היה שם לא היה נגאל...' טפו!"
זייט 63
טעקסט
"קוק מיר אין די אויגן," האט דער טאטע געפאדערט, "און זאג מיר, דו מיינסט אז אזעלכע באנדיטן ווי די שרייבערלעך און מאלערלעך פון דער הגדה וואלטן ארויס פון מצרים?"
שלום האט זיך אומבאקוועם גערוקט אויף זיין בענקל. "איך קען נישט די ביאגראפיע פון דעם קינסטלער וואס האט דארט געמאלן דאס בילד, איך ווייס נישט וויפיל ער האט ליב געהאט דאס אידישע פאלק און וויפיל ער איז געווען געטריי צום אידישן גורל. ס'זענען אבער זיכער פאראן שרייבער, פאעטן און מאלערס, צווישן זיי אויך פרומע אידן, וואס זייער אידענטיטעט וואלט זיך נישט געבראכן אין גלות מצרים, פונקט ווי ס'האט זיך נישט געבראכן אין גלות אייראפע."
"זע נאר! ער האט זיך געלערנט רעדן ווי א פראפעסאר." האט דער טאטע געזאגט אין אן אויפגעברויזטן טאן. די מאמע האט עפעס געוואונקען צום טאטן פון דער אנדערער זייט טיש. דער טאטע האט אראפגעקוקט צו זיין הגדה, אריינגענומען א טיפן אטעם און געוואלט אנהייבן זאגן ווייטער זוהר, אבער ער האט נישט געקענט. אנשטאט דעם האט ער זיך נאכאמאל געוואנדן צו זיין זון.
"דו האסט גאנץ שנעל אויפגעכאפט די שפראך פון דיינע ביכלעך. אבער זאלסט מיר מוחל זיין וואס די ווערטער קלעבן זיך גארנישט. כלל ישראל עקזיסטירט שוין אפאר טויזנט יאר, מ'קען נישט איין טאג אויפשטיין און דערקלערן א נייעם באגריף וואס רופט זיך "אידענטיטעט" אן דעם וואס דאס זאל איינשליסן א פולקאמער קיום פון תורה און מצוות. אפילו דאס ארויסגיין פון מצרים איז געווען נאר ווייל מ'האט נישט געטוישט דעם שם לשון מלבוש. ווען נישט די דריי יסודות וואלט חלילה נישט געווען קיין כלל ישראל. אידענטיטעט, שמענטיטעט. אט די שרייבערלעך און די מאלערלעך, ווען זיי וואלטן געווען אין מצרים וואלטן זיי זיך גע'חבר'ט מיט די מצריים, זיי וואלטן זיך געקליידט ווי זיי און גערעדט ווי זיי, וואלט פון זיי קיין זכר נישט געבליבן. זיי וואלטן אפגעשימלט דארט און קיינמאל נישט ארויס."
"אהא," האט שלום געוויזן ווי ער פארשטייט, "ווען א פאלק אדער א שבט היט אפ אויף זייער קליידונג, שפראך און נעמען, אפילו ווען זיי פארמאגן נישט קיין תורה, הייסט דאס אז זיי באזיצן א שטארקע אידענטיטעט. איך וויל נישט ניצן די שפראך פון די ביכלעך, אבער ווען מיר זעצן דאס איבער אויף פשוט מאמע לשון הייסט דאס אז אלע אידן וואס פארמאגן א שטארקע אידישקייט אין הארצן, און זיי געבן עס איבער פאר זייערע קינדער מיט קלארע סימנים, וואלטן אין מצרים נישט פארלוירן געווארן פונעם אידישן פאלק. די קולטורעלע סימנים פון א פאלק זענען נישט תמיד אייניג, אבער דער געדאנק
איז דער זעלבער."
"וואספארא נארישקייטן!" האט דער טאטע געזאגט און זיין פנים איז ווידער געווארן רויט. "א גאנצע רשימה מיט ווערטער האסטו דיר אנגעגרייט, אבער ס'איז געבויט אויף לופט. וואס הייסט דאס א אידישקייט אין הארצן? ס'איז נישטא אזא זאך ווי אידישקייט אויב ס'איז נישט באפעסטיגט מיט תרי"ג מצוות, אקוראט ווי חז"ל האבן אונז מפרש געווען די תורה, מיט יעדן קוצו של יוד פון שולחן ערוך. קיין אנדערע אידישקייט איז נישטא. אין מצרים איז נאכנישט געווען קיין תורה, איז דעמאלט די אידישקייט געווען בלויז די פאר סימנים, און אפילו דעמאלט האט געפעלט א האר ס'זאל גארנישט פארבלייבן פון כלל ישראל חלילה, מיליאנען זענען אוועקגעפאלן ביי מכת חושך, אבער ווי נאר ס'איז געגעבן געווארן א תורה איז מער גארנישט דא אויסער דעם. אין לנו שיור רק התורה הזאת!"
שלום האט אים איבערגעהאקט, "איך וואלט חלילה נישט געקלערט אנדערש. איך ווייס... די תורה איז אונז מחייב און ס'איז מחייב יעדן איד."
האסטו וואס "דעמאלט ארויסגעבאמקעט עפעס וועגן א 'אידישקייט אין הארצן'?"
"איך האב געזאגט נישט מער ווי דאס, אז אזעלכע וואס זענען דורכגעווייקט מיטן געפיל אז זיי געהערן צום אידישן פאלק, און ס'טרעפט גענוג א שטארקן אויסדרוק אין זייער פערזענליכן לעבן, ווערן נישט פארלוירן פונעם אידישן פאלק. דאס אלעס. אין אנדערע ווערטער הייסט דאס," שלום האט געכאפט א בליק אויף זיין טאטן און צוגעענדיגט, "כ'מיין צו זאגן: אילו היו שם, היו נגאלים..." "נישט ריכטיג," האט דער טאטע געזאגט. "יעדע תקופה האט זיך זיינע גוי'שקייטן. אין מצרים איז די גויש'קייט געווען ווען א איד האט זיך אויסגעטון די שם לשון מלבוש, און היינט ווען מיר האבן א תורה איז עס יעדע סארט נאכמאכעריי פון גויים וואס איז נגד התורה, אדער בכלל יעדער געדאנק וואס ענדלט אין דער גוי'שער קולטור. מ'קען נישט אזוי פארבלייבן א איד. אפשר האלט זיך עס אין איין דור, דער אויבערחכם קען זיך נאך אנרופן איד, אבער פון זיינע קינדער און אייניקלעך בלייבט שוין גארנישט. זיי ווערן נעבעך פאלנע גויים. ווייל א איד אן קיין תורה איז קיין איד נישט."
דער טאטע האט זיך אויפגעשטעלט פון פלאץ, צוגעגאנגען צום פענסטער אויפדרייען דאס הענטל פונעם שויב אז ס'זאל זיך עפענען און אריינלאזן לופט פונדרויסן. דערנאך האט ער צוגעלייגט, "און אפילו ווען זייערע קינדער און קינדס קינדער וואלטן יא פארבליבן אזויגערופענע אידן, וואס גייט אונז דאס אן? פון אונזער זייט זאלן זיי אלע פארפוילט ווערן אין מצרים. אויב א איד איז נישט גרייט
זייט 64
טעקסט
צו היטן תרי"ג מצוות נאכדעם וואס כלל ישראל האט שוין מקבל געווען די תורה אויפ'ן בארג סיני, איז זיין גאנצע אזויגערופענע אידישקייט נישט ווערט קיין גראצער."
"און דאס וואלט אונז געדארפט פרייליך מאכן?" האט שלום געפרעגט.
"פרייליך אויף וואס? אויף דעם וואס זיי וואלטן אפגעשימלט אין מצרים? אודאי אזוי. מיר דארפן נישט האבן די פארפוילטע עפלעך וואס פירן אראפ כלל ישראל פון גלייכן וועג."
שלום האט געקוקט אויף זיין טאטן מיט א פארצויגענעם שטערן. "פארוואס זאלן מיר קלערן אז זיי זוכן עמיצן אראפצופירן פון וועג? קען זיין אז מיר פילן זיך באדראעט פון זיי, דערפאר דאכט זיך אונז ווי זיי זוכן עמיצן אראפצופירן פון וועג..."
"זיי זוכן נישט אראפצופירן פון וועג?" האט דער טאטע געפרעגט, "דעמאלט פאר וועמען ארבעטן זיי די קינסטלער?
אזויגערופענע וועמען זוכן זיי צו געפעלן?
פאר די מלאכים אין הימל?
אדער אפשר גאר זוכן זיי צו פארקויפן זייער סחורה נאר צווישן גויים? ס'ארא נארישקייטן! די באשניפסלטע באנדיטן האבן אויסגעטראפן אזא באגריף ווי 'אידישע קולטור'". דער טאטע האט אויסגעצויגן לאנגזאם דאס ווארט "אידישע" און באזונדער לאנג דאס ווארט "קולטור".
די משפחה ארום דעם טיש האט זיך צעלאכט פון דער סצענע וואס דער טאטע האט אפגעשפילט ביים זאגן די צוויי ווערטער, מאכנדיג מאדנע תנועות מיט זיין מויל און מיט זיינע הענט. דער טאטע האט דערנאך ווייטער גערעדט:
"דער געדאנק אז א איד קען אויסדרוקן זיין אידישקייט אויף סיי וועלכן אופן אויסער דער תורה איז א כפירה'דיגער געדאנק. ס'איז נישט בלויז וואס זיי היטן נישט די תורה ווי ס'דארף צו זיין, אזעלכע זאכן האט מען ליידער געהערט אין אלע דורות אז ס'זענען געווען בעסערע און שוואכערע אידן, אבער די אידישע קולטור'ניקעס האבן אויסגעקריצט אויף זייער פאן אז די תורה איז נישט דאס לעצטע ווארט פונעם כלל ישראל. מ'קען זיין א גוטער איד אן דעם אויך. אט דער געדאנק פרובירט צו פארוואנדלען דעם כלל ישראל אין א גוי ככל הגויים, און מיר ווייסן דאך אז חללים רבים הפילה. ס'איז נישטא עפעס מער שעדליך פאר'ן אידישן פאלק ווי אט די שעדליכע רעיונות."
דער טאטע איז געווען צעקאכט און ווייטער גערעדט: "דער
פריערדיגער דור האט זיך נעבעך א סך אנגעליטן פון די באנדיטן. וויפיל אידישע קינדער זענען נעבעך געווארן באאיינפלוסט פון דעם גיפט. זיי האבן אויפגעשטעלט אידישע טעאטערס, וואו מ'זינגט אידישע לידער; זיי האבן ארגאניזירט אידישע אוונטן וואו ס'האבן געטאנצט אינאיינעם יונגען און מוידן רחמנא ליצלן, און דאס וואס וואלט געדארפט באטראכט ווערן ווי דער גרעסטער חורבן האט מען גאר באטיטלט מיטן נאמען 'אידישקייט'. ווען א פראפעסאר פון אידישער קולטור רעדט וועגן דער וויכטיגקייט פון אויפהאלטן דעם אידישן פונק, וואס מיינט ער דערמיט? זיין טריפה'נעם טעאטער..." די לעצטע ווערטער האבן אויפגעקאכט שלום, אין זיין נשמה איז ער אוועקגעפירט געווארן צו אט דעם דור וואס זיין טאטע האט דערמאנט. ער האט געקלערט וועגן די לידער וואס יענער דור האט געשאפן, וועגן די ביכער וואס האבן באהאנדלט די אידישע פראגע פון יעדער מעגליכער זייט, און זיינע אויגן האבן זיך צעפינקלט. ער האט געהאט א וועלט מיט געדאנקען צו רעדן אין דעם שמועס, ער האט אבער געציטערט צו עפענען א מויל, נישט וויסנדיג וויאזוי זיך ארויסצוברענגען. ער האט אראפגעקוקט אויף זיינע נעגל, געריבן א פינגער אין א פינגער, און זיך איינגעביסן די ליפן אפאר מאל ביז ס'האט אים וויי געטון.
די קליינע קינדער האבן אנגעהויבן מוטשען אז זיי זענען שוין הונגעריג. די מאמע האט אויך אויסגעזען אומרואיג פונעם שמועס, זי האט די גאנצע צייט געוואונקען פאר'ן טאטן צו גיין ווייטער מיטן סדר, און דער טאטע האט פארשטאנען אז זי האט רעכט. מ'האט אנגעהויבן זאגן "הא לחמא עניא", די קינדער האבן געפרעגט די פיר קשיות, און דערנאך איז מען אנגעגאנגען ווייטער מיטן סדר.
* נאכ'ן סדר ווען טייל פון די קינדער האבן געדרימלט אויף דער קאנאפע, די מאמע און דאס עלטסטע מיידל האבן געהאלטן אינמיטן אראפנעמען פון טיש, האט דער טאטע פארבעטן זיין עלטסטן זון שלום ארויסצוקומען מיט אים אויף א שפאציר אינדרויסן. די ווינט אינדרויסן איז געווען נאך אביסל ווינטערדיג, די גאסן זענען געווען נאס פון א נארוואס געפאלענעם רעגן, און אין דער לופט האט זיך געלאזט פילן דער שמעק פון די רעגנטראפן וואס האבן ווי איבערגענומען די אטמאספערע. ס'איז שוין געווען נאך דריי אזייגער
זייט 65
טעקסט
פארטאגס, די גאסן זענען געווען חושכ'דיג שטיל, בשעת דער טאטע און זון האבן געמיטליך שפאצירט אויפ'ן טראטואר ביזן עק פון דער גאס, אהין און צוריק.
"שלום," האט דער טאטע געזאגט ארויפשטעלנדיג א האנט אויף דער פלייצע פון זיין זון, "ס'וואונדערט מיך אויף דיר. דו ביסט שטענדיג געווען א מתמיד אין לערנען, דו האסט אונז פארשאפט פיל נחת, איך האב אבער מורא אויף דיר. איך האב אין דיין צימער געטראפן ביכלעך וואס וואלטן נישט געדארפט זיין אין א אידישן שטוב."
שלום איז אביסל פאררויטלט געווארן אבער ער האט נישט אויסגעזען איבערראשט. "פארוואס זאלסטו מורא האבן אויף מיר?" האט שלום געפרעגט, "איך בין חלילה נישט מזלזל אין די מצוות."
"איך האב דיר שוין געזאגט היינט.
די גרעסטע סכנה איז נישט אזוי אין שלעכטע מעשים ווי ס'איז אין שלעכטע רעיונות." דער טאטע האט זיך אפגעשטעלט נעבן א הויכן סיקאמאר בוים און געוויזן, "אט למשל, גיב א קוק אויף דעם בוים קעגנאיבער, זע ווי שיין ס'וואקסט אויף ארויף, זיינע צווייגן צעשפרייטן זיך מיט א שטאלץ פון אלע זייטן, און דער שפיץ פרובירט צו דערגרייכן ביזן הימל. די צווייגן זענען נאך ליידיג, אבער מ'דערקענט שוין אז זיי פיקן זיך אויס ביי די עקן און אט אט וועלן ארויסשפראצן די בלעטער און איינהילן דעם בוים אין א גרינער ספערע. אויף וועמען לאנט זיך דאס אלעס אן? אויף וועמען שטיצט זיך דער שיינער בוים?"
"אויפ'ן שטאם פון אונטן", האט שלום געענטפערט.
"אודאי. אויב וואלט דער שטאם געשטאנען קרום וואלט דער גאנצער בוים געוואקסן קרום. אמאל מאכט זיך אז מ'באמערקט נישט ווי דער שטאם וואקסט עטוואס קרום, ס'זעט אויס אייניג ווי אלע שטאמען, ס'דאכט זיך אז ס'איז אלץ פיין, אבער נאר נאכדעם וואס ס'גייט אריבער יארן און דער בוים וואקסט אויס דערזעט מען ווי ס'וואקסט קרום."
דער טאטע האט ווייטער גערעדט. "דאס זעלבע איז ריכטיג ווען ס'קומט צו די מעשים פונעם מענטש. די מעשים אליין זענען טויט, ס'איז נישטא אין זיי קיין נשמה, אבער זיי קומען ארויס פון א מענטש וואס פארמאגט א נשמה, און יעדע זאך וואס א מענטש טוט שפיגלט אפ זיין אינערליכע וועלט. לויט וויאזוי ס'ווערן אויספארמירט די געדאנקען און געפילן פונעם מענטש, אזוי ווערן אויסגעמאלן זיינע מעשים מיט דער צייט. צומאל דערקענט מען עס נישט גלייך ביים
אנהויב, ווייל די מעשים לויפן נאך לויט אלטע רעיונות וואס מ'האט אמאל געהערט, אבער ווי מער מ'באקט איין אין זיך נייע רעיונות אלץ מער וועלן די מעשים אנהייבן אפשפיגלען די אייגענע נייע געדאנקען. א מענטש וואס גלייבט אין שלעכטס טוט שלעכטס און א מענטש וואס גלייבט אין גוטס טוט גוטס."
דער טאטע האט צושפאצירט נענטער צום בוים, ווי ער זאל וועלן דארט אפליינען זיינע ווייטערדיגע ווערטער. "איך האב דיך מחנך געווען זייט דו ביסט געבוירן צו היטן די תרי"ג מצוות אן קיין פשט'לעך, און דערפאר טוסטו אזוי, ווייל דו האסט שטענדיג פארשטאנען אז א איד דארף אזוי טון. היינט האב איך אבער געהערט פון דיר געדאנקען וואס צייגן אויף אן אנדער ריכטונג. כאטש דו זאגסט נאך יעצט אויך אז מ'מוז מקיים זיין מצוות, האסטו אבער ארויסגעוויזן סימפאטיע צו יענע אידן וואס זאגן אנדערש. דאס הייסט אז ביי דיר זעט אויס ווי ס'איז אפשר לקיים שניהם. מ'קען אויך זיין א גוטער איד אן דעם וואס מ'זאל האלטן אז די תורה איז מחייב. אין דעם אליין האסטו שוין מסכים געווען מיט יענע שקצים, די מינים ואפיקורסים. דו אליין באמערקסט דאס נישט, וויבאלד ביסט יונג, פונקט ווי דער שטאם פונעם בוים וואס איז קוים ארויס פון דער ערד, אבער איך באמערק יא און איך ווארן דיך – ראטעווע דעם שטאם פון דיין בוים."
שלום האט אריינגעקוקט אין די זארגעדיגע אויגן פון זיין טאטן. "איך פארשטיי", האט ער געזאגט געבנדיג א לייכטן שאקל מיטן קאפ. "אבער איך פארזיכער דיר אז מיינע געדאנקען זענען נישט אנדערש ווי דיינע."
"וויאזוי עס נישט אנדערש, אויב ס'איז אזוי שטארק אנדערש?"
שלום האט זיך צעלאכט פונעם ווערטל. "האסטו נישט אליין געזאגט אז ס'זענען שטענדיג געווען שוואכע אידן וואס האבן נישט געהיטן אויף די מצוות געהעריג? ביסטו נישט מסכים אז ס'איז פאראן אזא באגריף ווי אידן וואס היטן מער מצוות און אידן וואס היטן ווייניגער מצוות?"
"וואס הייסט? אודאי איז פאראן אלע מינים אידן, אבער כ'האב דיר שוין מסביר געווען דעם חילוק. סתם שוואכע אידן מאכן נישט פון דעם קיין תורה שלימה ווי גלייך זיי האבן ערפינדן אמעריקע אז מ'קען זיין א גוטער איד אן תורה ומצוות. חז"ל זאגן אונז דאך אז "פושעי ישראל מלאים חרטה", און אזעלכע פושעי ישראל האבן פארט א מקום אין כלל ישראל. אויף אזעלכע ווי זיי איז געזאגט געווארן "ישראל אף על פי שחטא ישראל הוא", אז א איד, אפילו
זייט 66
טעקסט
ווען ער זינדיגט, פארבלייבט ער א איד. דאס איז אבער אלץ געזאגט געווארן נאר דעמאלט ווען ער איז גרייט צו אנערקענען אז ער איז א פושע ישראל, ווען ער פארשטייט אז ער דארף תשובה טון. נישט ווען ער בויט זיך אויס א פילאזאפיע אז א איד אן תורה איז אויך א איד."
"זאגן אונז נישט חז"ל אז אין אדם משים עצמו רשע?" האט שלום געפרעגט. "יעדער מענטש האט פשט'לעך פארוואס זיין אויפפירונג איז גוט און פיין. וועלכער איד איז גרייט צו אנערקענען אז ער איז א פושע ישראל? געווענליך זענען דא סאציאלע סיבות פארוואס מענטשן געפינען זיך דארט וואו זיי געפינען זיך, און ס'איז נישטא קיינער וואס איז נענטער צו זיך אליין ווי דער מענטש גופא, ס'איז נישטא קיינער וואס פארשטייט בעסער זיין מצוקה ווי ער, ממילא איז ער זיך אליין "דן לכף זכות". מענטשן גלייבן אז גאט וועט פארשטיין זייער מצב אין לעבן און פארוואס זיי זענען אנגעקומען דארט וואו זיי זענען – אפגעזען צי מ'מעג אזוי טראכטן."
שפאצירנדיג האבן זיי דערגרייכט ביז צום עק פון גאס, זיי האבן זיך צוריק אויסגעדרייט און אנגעהויבן שפאצירן אויף צוריק. "ס'איז אלץ איינס," האט דער טאטע געענטפערט, "ווען א מענטש איז זיך דן לכף זכות ווייסט ער טיף אין הארצן אז ס'איז נישט קיין גוטער וועג פון לעבן, נאר ער וויל זיך איינרעדן אז ער האט נישט קיין ברירה. אזא לעבן איז פול מיט חרטה, ווייל דער מענטש איז דאך פארט א בעל בחירה און ס'עסט אים אויף פארוואס ער טוט נישט ווי מ'דארף. דאס אלעס איז אבער נישטא ביי עמיצן וואס גלייבט אז ער גייט אין גוטן וועג."
האט פנים שלומ'ס צוריקבאקומען דעם גליענדן גלאנץ וואס ס'האט אין אים געקאכט ביים סדר, הארט איידער דער שמועס איז געווארן.
איבערגעהאקט "טאטע, יעדער איד, פונקט ווי יעדער מענטש, האט אינערליכע קאנפליקטן וואס פרעסן אים אויף פון אינעווייניג. פראסטע אידן האבן א פראסטע חרטה, און בעלי דעת האבן אן אנדער סארט חרטה. אבער ס'איז נישטא קיין מענטש אין דער וועלט וואס איז נישט פול מיט אינערליכן געוויסנביסן אויף אן א שיעור זאכן אין לעבן."
דער טאטע האט זיך אויסגעדרייט צו קוקן אויפ'ן זון וואס האט ממשיך געווען צו רעדן. "חז"ל האבן נישט געזאגט אז בלויז פושעי ישראל האבן חרטה. נאר אז פושעי ישראל זענען פול מיט חרטה. פרומע אידן האבן זיך זייער אייגן פעקל פון חרטה, כאטש נישט אויף דעם פארנעם ווי פושעי ישראל. די פרייע אידן וואס האבן ליב דאס אידישע פאלק האבן על פי רוב אויך ליב די תורה, איך קען דאס איבערווייזן פון אומצאליגע מאמרים וואס איך האב געליינט. דאס אליין מוז שוין דערפירן צו א סעט פון אינערליכע קאנפליקטן
אין שייכות מיט דעם פרייען לעבן וואס זיי פירן. צומאל וואונדערט מיך וויאזוי ס'קען זיין אז זיי ווערן נישט פרום ווען זיי האבן אזוי ליב אונזער מסורה, נאר די סיבות צו דעם זענען פארשידענע."
"וואס רעדסטו?" האט דער טאטע איבערגעהאקט זיין זון אינמיטן רעדן. "דיין תמימות איז גרויס אבער אויך שעדליך. איך האב דען א ספק אין דעם אז יעדע אידישע נשמה איז פול מיט חרטה ווען ס'קומט צו א שטילער מינוט וואס מ'איז מיט זיך אליין? די פראגע איז נישט וואספארא געפילן זיי פארמאגן טיף אינעם הארצן, נאר וואס ס'איז דער יסוד פון זייערע רעיונות. אן אפיקורוס וואס לייקנט אינעם יסוד פון דער תורה שטעלט אוועק א גרויסע מחיצה צווישן זיך און דער אייגענער חרטה. ער באטראכט זיין געוויסנביסן אויך נאר פון א גוי'שן שטאנדפונקט און ס'ברענגט אים נישט מיט קיין האר נענטער צום באשעפער. די חרטה פונעם שוואכן פויערישן איד איז אזא וועלכע ברענגט אים אין בית מדרש צו קלאפן על חטא, אבער די חרטה פונעם אפיקורוס ווערט באטראכט אין זיינע אויגן "ווי א טייל פון דער מענטשליכער רעאליטעט"... זאג מיר נישט אז דו האסט דיינע געדאנקען איבער געוויסנביסן נישט געליינט ערגעץ אין ביכל..."
דער טאטע האט ווייטער גערעדט אין א היציגן טאן, "זע נאר ווי די שקצים מאכן פון יעדן הייליגן געדאנק אש און פארעך דורכ'ן אנקלעבן אויף דעם עפעס א הויכן הויכן טערמין, וואס מיר קליינע מענטשעלעך קענען זיך קוים דערטאפן ביז אהין. דארט וואו מיר פארשטייען אז חרטה שטאמט פון די טיפענישן פון דער אידישער נשמה וועלכע וויינט און שרייט ארויס פונעם געפענגעניש און בענקט זיך צוריק צום טאטן אין הימל, דארט וואו מיר פארשטייען אז חרטה איז אן אפקלאנג פונעם בת קול וואס גייט ארויס יעדן טאג פונעם הר חורב און רופט אויס "אידישע קינדער טוט תשובה", דארט קומען די אפיקורסים מיט זייערע שניפסלען און שיינע אנצוגן און ערקלערן עס ווי 'איינע מענטשליכע ערשיינונג.'" ביי די לעצטע דריי ווערטער האט ער נאכאמאל געמאכט א מאדנע תנועה מיט די הענט און מויל, ווי ער האט געמאכט אפאר שעה פריער ביים ארויסזאגן די ווערטער "אידישע קולטור." ער האט פרובירט נאכצומאכן דעם דייטשן ארויסזאג פון די ווערטער, דריקנדיג שטארק יעדן וואקאל, פארשטעלנדיג זיך וויאזוי די ווערטער האבן געמוזט ארויסגעזאגט ווערן דורך די אלטע דייטשע משכילים פון אמאל.
"אט דאס הייסט נישט קיין חרטה," האט דער טאטע ווייטער גערעדט. "נישט דאס האבן חז"ל געמיינט ביים זאגן אז פושעי ישראל זענען פול מיט חרטה. דו זאגסט אז אינטעליגענטע באנדיטן האבן א מער אינטעליגענטע חרטה, אבער ס'איז הוילע לופט.
זייט 67
טעקסט
חרטה איז א פשוט אומקאמפליצירט געפיל, ס'איז אין דעם נישטא קיין אונטערשייד צווישן א חכם און א טיפש, נאר אויב איז דא אן אונטערשייד איז עס אינעם אופן ווי מ'באהאנדלט דאס ווען ס'קומט אויף. דער איד וואס זיין מוח איז נאך אויפ'ן גלייכן וועג פארשטייט אז דאס איז א דערמאנונג צו תשובה, ביי אים קען די חרטה האבן א משמעות, אבער דער אפיקורוס האט שוין געשטעלט אן אייזערנע וואנט צווישן הארץ און מוח, נישט צו לאזן די צוויי זיך פאראייניגן און לעבן מיט א שלום בית."
זיי זענען צוגעקומען צו א באנק וואס איז געשטאנען אויף דער גאס און זיך אוועקגעזעצט. "טאטע," האט שלום געזאגט ווי ער וואלט זיך געוואלט עפעס אויסבעטן, "דו רעדסט וועגן די דענקער פון קולטורעלער אידישקייט ווי גלייך זיי וואלטן אויסגעוואקסן אין א געטא פון בלויז פרומע אידן, און אלץ וואס זיי טוען איז אויף להכעיס. ס'איז דאך אבער בכלל נישט אזוי. ס'זענען דא צוויי באזונדערע גרופעס, פרומע און פרייע, און די פרייע וואס ווילן פארט פארבלייבן אידן פארבלייבן אויטאמאטיש מיט די קולטור שטריכן פון א פאלק. ס'איז נישט עפעס א נייער געדאנק וואס זיי האבן אויסגעטראפן, צו זינגען לידער און שרייבן, נאר ווילאנג מ'לעבט ווי א פרומער איד איז אלעס צוזאמגעשמאלן אין דער ספערע פונעם פרומען לעבן, בשעת דער פרייער איד וואס ווארפט אראפ פון זיך די מצוות פארבלייבט נאר מיט דעם קולטורעלן שיכט. אויב וואלטן זיי פארלוירן אויך דעם שיכט וואלט דאס געהייסן אסימילאציע, און דאס איז דאך א ווארט וואס רופט ביי אונז ארויס דער גרעסטער שרעק."
זיך האט שלום צעהוסט און צוגעענדיגט, דענקער פרייע "די שטעלן צו דעם מינימום רוחניות וואס ס'פאדערט זיך פאר דעם שוואכן ציבור כדי זיך צו קענען אויפהאלטן ווי אידן. וואלט טאקע בעסער געווען ווען ס'וואלט נישט עקזיסטירט קיין פרייע קולטור, און יעדער וואס וואלט פארלאזט די פרומע וועלט וואלט זיך באלד אסימילירט? ווען מיר שטעלן זיך ארויס קעגן דער פרייער קולטור, קומט דאס בהכרח אויס אזוי."
"וואס רעדסטו?" האט זיך דער טאטע צעשריגן, "שטעלסט עפעס אהער ווי גלייך אידן האבן שטענדיג געהאט טעאטערס, וואס? ווי גלייך פרומע אידן האבן שטענדיג געמאלן בילדער פון שיר השירים ווי די גרועים שבאומות, און זיי די פרייע זענען פארבליבן נאר מיט 'דעם איינעם שיכט'... הא? וואס א מין גערעדעכץ!" דער טאטע האט אויפגעהויבן זיין טאן נאך העכער און געטופעט מיט דער רעכטער פוס אויפ'ן אויסגעפלאסטערטן טראטואר, "רוחניות רופסטו דאס? מ'קען דאך שיער חלש'ן. איך זאל זיך אזוינס דערלעבן? שטייען אויף אפאר בעלי תאוות, נעמען זיך איבעראנדערשן די גאנצע אידישקייט, פירן איין געמישטע טענץ פון יונגען און מוידן, שפילן אפ טעאטער
סצענעס מיט ליצנות פון יעדן דבר שבקדושה, און דו רופסט דאס אן רוחניות?..."
"וואס הייסט?" האט שלום געפרעגט אביסל צעמישט, "מיר קענען דאך נישט ערווארטן פון פרייע צו טאנצן מיט א מחיצה ווי ביי פרומע אידן. דאס איז דאך דער טייטש אז מיר זענען פרום און זיי זענען פריי... מיר היטן שבת כהלכה און זיי קענען נעבעך צוגרייטן די חלה און פיש דריי פערטל שעה נאכ'ן זמן."
דער טאטע האט זיך נישט צוגעהערט, די הענט האבן אים נאך געציטערט פון אויפרעגעניש און ער האט ווייטער גערעדט וואו ער האט געהאלטן פריער, "רוחניות גאר? האב איך גוט געהערט שלום? וואו האסטו דאס געליינט? אינעם ביכל פון יענער אישה וואס האט געשריבן לידער וועלכע קלעפן נישט א ווארט צו א ווארט? אדער אינעם ביכל פון אבימלך דמתקריא אחד העם? א ראמאן האב איך געטראפן ביי דיר! א היסטארישער ראמאן... איז דאס אפשר אויך רוחניות? וועלכע היסטאריע דערציילט ער דיר דארטן? אפשר אויך וועגן דער שולמית פון שיר השירים? רחמנא ליצלן!"
שלום האט געפילט אז זיין פנים פלאמט פון רויטקייט און איז באלד דערנאך אפגעלאפן פון בלוט. א פרימארגן קעלט האט אים געטרייסלט די ביינער, ער האט געשוויגן מיט אנגעצויגנקייט און אראפגעקוקט אויף דער ערד זוכנדיג א ווינקל וואו זיך איינצוגראבן. שלום האט געטראכט וועגן דעם רמח"ל וואס האט געשריבן מוסר אין פארעם פון טעאטער האט ער סצענעס, געוואלט רעדן וועגן די שירים פון רבי יהודה הלוי, וועגן אל-חריזי און אבן גבירול, ער האט געוואלט רעדן וועגן אליהו בחור, וועגן דער בבא בוך, וועגן גליקל פון האמעל, און נאך לעבעדיגע פארמען פונעם אידישן לעבן אין דער פארגאנגענהייט, צווישן פארשידענע שיכטן פונעם אידישן פאלק. ער האט געהאט אזויפיל צו זאגן, רעדן און פרעגן, אבער ער האט ווידעראמאל פארביסן די ליפן ביז ווייטאג. ס'האט אים געקרענט וואס אזעלכע שמועסן מישן אריין טיפע עמאציאנען און געפילן וועלכע דערלאזן קיינמאל נישט צוקומען צום ענין און זיך אויסגלייכן.
אויף א מינוט האט ער אפגעשטעלט זיינע געדאנקען, ער האט געכאפט א זייטיגן בליק צום טאטן און א רחמנות געפיל האט אים ארומגענומען. ער האט זיך באטראכט ווי א שלעכט קינד, און חרטה געהאט אויף דעם וואס ער האט אהיימגעברענגט די ביכער, ער וואלט נישט געדארפט ארויסנעמען די ביכער פון ביבליאטעק, זיכער נישט דעם ראמאן. געווען איז דאס א ביכל איבער רבי עקיבא און זיין שידוך מיט דער טאכטער פון כלבא שבוע. א מזל וואס דער טאטע האט נישט אריינגעבליקט אין די בלעטער... די ראמאן גופא האט בארירט ערגעץ א סטרונע אין שלומ'ס הארץ, אבער דער עיקר המשך בעמוד 138
זייט 68
טעקסט
מבקש
רעדאגירט: ונבנתה העיר
עס איז דא די באוואוסטע קשיא אויף די הגדה ביי די ארבעה בנים זיין גאר א פאפולערע ארטיקל אין די יידישע טראדיציע און א שריט אז דער רשע פרעגט מה העבודה הזאת לכם און מען פארשרייט וואס טראגט א מענטש נענטער צום ציהל.
איהם אויף דעם - לכם ולא לו, און נישט סתם, נאר ואף אתה הקהה מיר געפונען ביי משה רועה ישראל אז ער זעהט אין מדבר א סנה את שיניו. ווידער דער חכם פרעגט ממש די זעלבע זאך: “מה העדות בוער באש והסנה איננו אוכל, פון נייגער לויפט ער שנעל צו דערגיין והחוקים והמשפטים אשר צוה ה' אלקינו אתכם", און מען נעמט וואס גייט דארט פאר און דאס פיהרט איהם צו זיין ערשטע התגלות. איהם אויף מיט אזא ווארימקייט און מען ענטפערט איהם אזוי שיין אונזער זיידע אברהם אבינו ע"ה דער ערשטער מאמין אונ'ם בורא און ליבליך.
כל עולמים האט אנגעהויבען מיט נייגער, ראה בירה דולקת, און ער בכלל איז שווער, פסח איז דאך אפיציעל דער נאכט פון וכאן הבן האט אנגעהויבען זוכען און נישטערן ביז ער האט אנטפלעקט דעם שואל ווען מזאגט פארן קינד פרעג וואס דו קענסט, און דא ווען דער הייליגען באשעפער.
קינד קומט און פרעגט מה העבודה הזאת לכם כאפט ער פארדעם די אויפגעקלערטע צווישן אונז וועלן טאקע זאגן אז אונזער אריין אפאר קלינגעדיגע פעטש אז עס קומט צו שרייען, אמער?
אפשיי צו נייגער און פארשעריי איז טאקע נישט ריכטיג מען דארף וואס פאר א אומרעכט איז דאס? זאגסט מיר פרעג און ווען איך יא שטארקען דעם קינד'ס נייגער אזוי ווי עס איז דער אלגעמיינער פרעג בין איך גאר א רשע?
מיינונג אין די וועלטליכע גאס. איי דער איינגעבאקענע חינוך וואס עס איז דא א ווערטעל אז דער חכם פרעגט די זעלבע שאלה ווי מיר האבן פון די עלטערן אז נייגער איז נישט גוט? דאס איז טאקע דער רשע נאר ער פרעגט עס אויף א קלוגע אופן, עד כדי כך אז נארישקייטן און קליינקעפיגקייט. אבער מיר ערליכע יודען ווייסן אז ער גייט נאך ארויס אלס חכם, דאס איז אויבענאויף טאקע נאר א מען קען נישט אוועקמאכן די הייליגע חינוך וואס אונזערע עלטערן ווערטעל אבער אז מען טראכט אריין אין דעם איז דא א טיפער און האבן אונז איבערגעגעבן נאר מיר דארפן טרעפן דער ריכטיגער אמת'ער געדאנק אין דעם ווארט, ווייל עס איז דא א גרויסע חילוק באלאנס צווישן דער מסורה און צווישען וואס עס קוקט אונז אויס אין די ווערטער וואס מען נוצט און אין דעם וועג וויאזוי מען פרעגט, ריכטיג.
די זעלבע שאלה קען מען פרעגן און מען איז א רשע, און אז מען עס איז דא א שיין ספר פון רבי שמשון רפאל הירש “אגרות פרעגט מיט עטוואס אן אנדערע נוסח איז מען גאר א חכם.
צפון" וואו ער שרייבט בריוו צו א חבר וואס איז פיל מיט קריטיק ביי אונז היימישער עולם איז איינגעבאקען אז מען פרעגט נישט און האט אפגעלאזט דער יידישער וועג, א ספר וואס פארדינט צו קיין שאלות און מען קריכט נישט אריין - ווייל אזוי האבן אונזערע באהאנדעלט ווערען בזכות עצמו. אין די ערשטער בריוו ברענגט ער עלטערן מקבל געווען מדורי דורות ואין לך רשות להרהר אחריה.
ארויס א שטארקע נקודה. ווען איינער וויל איבערלאזן דער רעליגיע אבער פון דער אנדערע זייט שיינט ארויס דאס ענין פון נייגער צו וואס איז מקובל מהיות ישראל לעם ווייל עס איז אלטמאדיש אדער
זייט 69
טעקסט
טויט און אן קיין טעם, דארף ער קודם זיך באמת אריינלייגן אין דער כוונה פון דעם נותן התורה און וואס זיין ציהל קען זיין.
ער דארף קודם פרובירן צו לעבן מיט די מחשבה כאילו דער באשעפער האט געגעבן דער תורה און דאס איז דער וועג פאר דער ריכטיגער תכלית אויפ'ן וועלט, אין אז די אלע מצוות איז נאר עצות און תחבולות )אזוי ווי דער זוהר זאגט( צוצוקומען צום שלימות און פרובירען פארשטיין דעם תכלית וואס די תורה וויל מיט די מצוות. ערשט נאכדעם וואס א מענטש לעבט אזוי און ער האט נאכאלץ די אלע פראבלעמען קען מען איהם פארשטיין, אבער פאר ער האט דאס געטוהן זענען זיינע קשיות אבי געפרעגט ווייל ער הייבט דאך נישט אהן צו פארשטיין בכלל וואס איז די תורה און רצון ה' וואס ער לאזט איבער.
אמאל האב איך געהאט א שמועס מיט א גוטער יוד, א ברייטער קאפ, וועגן עניני אמונה בתוך הדברים האט ער מיר געזאגט אז ווען מען הייבט אן חוקר זיין אין אמונה איז דא לייבן פון ביידע זייטן סיי ביי די מאמינים אין סיי ביי די כופרים, און ביידע האבן שטארקע טענות לכאן ולכאן. אבער איין מעלה האבן די מאמינים איבער די אנדערע און דאס איז זייער עקספיריענס, די מאמינים פיהלן גאט און זעהן עס ממש בחוש, ווידער די כופרים האבן על פי רוב קיינמאל נישט געלעבט מיט דעם בליק כדי עס צו קענען באמת אפפרעגען. און דאס איז א לכאורה א שטארקע טענה.
עס איז דא אן אלט ווארט פון איינער פון די חסידישע רביים אז ער האט אמאל געזאגט פאר א כופר אין דעם באשעפער: וואס דו גלייבסט נישט גלייב איך אויך נישט. די געדאנק איז, אז ווען איינער איז כופר חס ושלום מיינט עס אז ער האט פשוט נישט ארויס וואס דאס איז ‘באשעפער' און וואס דאס מיינט רוחניות, און ממילא איז ער כופר. און דער עיקר פראבלעם איז אז געווענליך האט ער אפילו נישט פרובירט צו פארשטיין פון וואס מען רעדט באמת.
און יעצט צוריק צו אונזער שאלה וועגן נייגער. אוודאי איז נייגער א גוטע זאך און עס איז גאר דער וועג צו טרעפען שלימות אזויווי מיר געפונען ביי די אבות העולם. אבער נאר מיט א תנאי קודם למעשה אז עס דארף זיין אמת'ע, אויפריכטיגע נייגער צו וועלן פארשטיין דער טיפקייט פון די נושא און נישט סתם פרעגן שאלות. למשל ווען איינער פארשטייט נישט וואס איז די כוונה פון דארפן דאווענען און צו וואס דאס פעלט אויס. זאל ער פון גרויס נייגער פרובירן צו דאווענען מיט אן אפענקייט און ריכטיגער השתפכות הנפש, און זיך מקשר זיין במחשבה ובדיבור מיט דער יסוד פון
דער בריאה דורך דאווענען, און פיהלן דעם שמע ישראל ה' אלקינו ה' אחד.
אזוי אויך ווען מען וויל פארשטיין און ארויסהאבן דעם געדאנק פון יום טוב פסח דארף מען זיך אריינלייגען און פרובירן צו פארשטייין דער תכלית המכוון. וואס וויל מען ווען מ'איז כסדר אזוי פארנומען מיט יציאת מצרים, אויף וואס איז דאס אן עדות, וואס זענען די משפטים, און אוודאי איז דא חוקים אויך, אבער בכלליות דארף מען פארשטיין דער טיפקייט מיט אלע פרטים.
דאס איז וואס דער חכם וויל. דער נייגער נאגט איהם, ער וויל פארשטיין אלע דיקדוקי מצוה און זייער כוונה, ער וויל פרובירן צו לעבן מיט דעם אמת, ער פרעגט טאקע אויך אשר צוה ה' אלקינו אתכ"ם, עס איז נאכנישט זיינס, ער שטייט נאך אויך אינדרויסען ממש אזויווי דער רשע און ער כאפט נאכנישט די טיפקייט און דער מכוון. אנדערש אבער ווי דער רשע, לאזט ער נישט נאך און ער פרעגט, דרייט א קאפ, און ער פרובירט אריינצוגיין און לעבן מיט דעם, ווייל ער האט “הייליגע נייגער" וואס טרייבט איהם צו פארשטיין.
ווידער דער רשע האט אויך נייגער, אבער עס איז נישט טיעף און אויפריכטיג גענוג אז ער זאל זיך אריינלייגען און פרובירן צוצוטרעפן דער כוונה. אנשטאט דעם שרייט ער מער כלליות'דיג און אויבערפלעכליך מה העבודה הזאת לכם. ער איז נישטא אריינצוגיין טיעף, נאר ער קוקט מעהר פון דרויסען, און מיטן ראציאנאלען שכל פארפירט ער צו וואס דארף מען די גאנצע מעשה.
די היסטאריע האט געוויזען אז אסאך פון די פריערדיגע משכילים האבן געפרעדיגט פאר ברייטקייט און נייגער אבער דאס איז נישט געווען אן אויפריכטיגער נייגער, נאר אויבערפלעכליך. דאס האט צוגעברענגט אז א גרויס חלק כלל ישראל האט געפרעגט מיט נייגער צו וואס דארף מען די תורה ומצוות, און זיי האבן ליידער איבערגעלאזט אלעס. פארשטייט זיך אליינס אז אלס קאנטער רעאקציע זענען מיר היימישע יודען געווארען שטארק עמפינדליך צו נייגער און שאלות און דורכדעם געשטאנען ווייט אויך פון “הייליגע נייגער". אבער דער ריכטיגער וועג איז אדרבא, שאל בני, שאל. מען זאל שטארקען די נייגער ווי מער נאר דער נייגער זאל נישט זיין קיין אויבערפלעכליכער, נאר גרונטליך און טיעף, צו דערגיין די ריכטיגע חובת האדם בעולמו.
זייט 70
טעקסט
פדסיו נלעתעםבי עלדרעיגהבע ן
זבולון
רעדאגירט: געוואלדיג
זמן חירותינו
געזעהן אין די לעצטע יאהרן ביי מיר שטייען יעצט בעפארן פראווען די שווארצע באפעלקערונג דעם חג החירות, דאס איז אונזער און ביי די פרויען, די אונזער פייערן צו יום-טוב שטערקסטע אנערקענונג זעלבסטשטענדיגקייט פון עגיפטן, איז געווען ווען מ׳האט זיי מיר אידן דאנקען און לויבן אז מיר געשאנקען מיט אט דעם זענען שוין מער נישט קיין קנעכט, הייליגן רעכט ואילו לא הוציאנו משם הרי אנו אבער איז עס טאקע ובנינו ובני בנינו משועבדים היינו אזוי? האבן מיר טאקע א לפרעה במצרים.
פולקאמע פרייע בחירה? פרידעם, פרייהייט, חופש!! דאס איז די הייליגע פרידעם איז א פונדעמאנט פון א מענטש׳ס אוו טשויס אן אמת׳ע מציאות, אדער צופרידנהייט. פרידעם אוו טשויס, דאס איז א נישט מער ווי א מענטשליכע אילוזיע? מתנה וואס מיר וועלן נישט אוועק געבן פאר קיין געלט אין דער
חופש הבחירה
וועלט. ווען מיר רעדן איבער עבדות, פעלט נישט אויס קיין איבעריגע הסברים ווי שלעכט דאס איז. יעדער איינער פארשטייט פונקטליך די קלארקייט איבער אונזער בחירה איז היבש פארנעפלט, עס וואס איז די גליק פון הוציאנו מעבדות לחירות, ווען מיר ווילן איז גארנישט אזוי קלאר און פשוט. עס איז גאנץ מעגליך אז די שטראפן א פארברעכער, און מיר ווילן איהם געבן די ארגסטע נאך גאנצע מושג פון בחירה, האט גארנישט קיין נשיקה צו ריאלעטי. עס טויט שטראף, )און אנדערע וועלן אפילו זאגן פאר טויט שטראף(, איז דא א גרויסע צד צו זאגן אז די גאנצע זאך איז נישט מער ווי א נעמען מיר איהם אוועק טאקע די מתנה פון פרייהייט, און זיין לעבן פסיכאלאגישע געים, וואס דער מענטש שטייט פון אינעווייניג און איז קיין לעבן ער איז איינגערעדט אז ער מאכט טשויסעס, בשעת די גאנצע געים מיר קענען נישט גרינגשעצן דעם צורך און רצון פון האבן א איז שוין פארגעשריבן פון פאראויס, און א חלק פונעם שפיל איז, זכות בחירה, אין פארלויף פון די היסטאריע האבן מענטשן אסאך אז דער מענטש רעדט זיך איין אז ער האט א טשויס. דער מענטש פארפיהרט און לוחם געווען צו האבן א וואויס. דאס האבן מיר טראכט, און גאט לאכט
זייט 71
טעקסט
אונזער אינטואציע זאגט אונז, אז מיר מאכן טשויסעס אין לעבן. ווען מ׳פרעגט אונז: ״וואולד יו לייק טשיקן אור שניצל?״, איז ביי אונז קלאר אז עס איז מעגליך פאר אונז צו קלויבן יעדע איינס פון די צוויי פרייערהייט. און דער עתיד איז תלוי ועומד געוואנדן אין אונזער יעצטיגע בחירה.
מענטשן געבן אוועק פאר דעם גאנצע שעות און טעג, ווער פון אונז האט נאכנישט געספענדט שעות איבער א געוויסע החלטה, בפרט ווען עס איז א מעידזשער אישו וואס וועט האבן אן עפעקט אויף די המשך פון אונזער לעבן, צו עס איז א ביזנעס דיעל, אדער א שידוך, וכדומה. פארשטייסט זיך, אז מ׳פארגעסט נישט צו מורמלען פאר דעם און נאך דעם: ״אלעס איז פון הימל, אלעס איז באשערט״. בחירה קומט אויך מיט א פרייז, אויב גלויבן מיר אז דער מענטש האט א פרייע בחירה בידו צו מכריע זיין לטוב או למוטב, דאן איז פשט אז די רעזולטאטן זענען דירעקט נשפע פון זיין בחירה, און דאן ווערט באשאפן א נייע מושג וואס הייסט ״אחריות״, ריספאנסיביליטי האט נישט קיין באדייט נאר אויב מיר גלייבן אין בחירה. אויב האסטו געטוהן די בחירה פרייערהייט אהן קיינער זאל עס אויף דיר ארויפצווינגען, דאן זענען די רעזולטאטן דיינע, קענסט פייערן די הצלחות און די דארפסט אפגעבן דין וחשבון אויף די כשלונות.
סיבה ומסובב
פון די אנדער זייט, זאגט אונז די אינטואציע, אז יעדע זאך האט א סיבה, אז מיר זעהן וואסער אויסגעגאסן אויפן פלאר אין דיינינג רום, פארשטייען מיר גלייך אז פון ערגעץ קומט די וואסער, עפעס א מסובב האט געברענגט דערצו אז די וואסער זאל אנקומען אויפן פלאר, און אויב איז עס אז א קאפ האט זיך א איבער געדרייט, טראכטן מיר גלייך אז עס איז פארהאן א סיבה דערצו אויך, און אזוי קענען מיר גיין ווייטער און ווייטער, און זעהן די לאנגע טשעין פון פאסירונגען, ווי איינע שלעפט די צווייטע.
למעשה, קען מען זאגן אז דער געדאנק איז די יסוד וואס סייענס שטייט דערויף, ווייל סייענס איז געבויעט אויף די הנחת היסוד אז יעדע )אדער כמעט יעדע( פאסירונג, האט עפעס א סיבה וואס האט עס גורם געווען. אויב וואלט דער סייענטיסט נישט געהאלטן אז יעדער סיבה האט א מסובב, וואלט ער קיינמאל נישט געזוכט צו
פארשטיין אונזער וואונדערליכע בריאה, ער וואלט קיינמאל נישט געהאט קיין סיבה צו טראכטן אז דאס וואס די זוהן שיינט אויף באטאג און גייט אונטער ביינאכט, זאל האבן א סיבה דערפאר, און אונז וואלטן קיינמאל נישט דיסקאווערד די אלע חוקי הטבע וואס מיר ווייסן היינט.
דעטערמעניזם - דאס איז די פראפעסיאנאלע טערמין, פאר די השקפה אז אלעס אין די וועלט איז מוחלט, יעדע געשעהניש אין די יוניווערס סיי ווען און סיי וואו, איז דעטערמענט פון פאראויס. אין די השקפה האבן געגלויבט עטליכע פון די פאטערס פון מאדערנע סייענס, און מכח דעם זענען זיי צוגעקומען צו כל מיני נאטור געזעצן. עס איז דא פארשידענע דרגות אין דעטערמעניזם אליינס, )מ׳קען עס אננעמען מיט די גאנצע שטארקייט, אדער מער מילד(. אבער דער הויפט געדאנק דערפון איז, אז יעדע פאסירונג וואס איז א רעזולטאט פון אן אנדערע פאסירונג, האט נאר געקענט זיין איין מעגליכע רעזולטאט, און עס איז נישט פארהאן א מושג אז עס האט געקענט זיין מער ווי איינס. )נאך מאדערנע סייענס, ווען קוואנטום פיזיקס איז אפיהר געקומען, האט עס באקומען א נייע באדייט, אבער דא איז נישט דאס פלאץ פאר דעם(.
אויב גלייבן מיר אין דעטערמעניזם, מיינט עס אז טעאראטיש קענען מיר פאראויס זעהן די וועטער )פאר הונדערט פראצענט, נישט קיין סטאטיסטיק און פראבאביליטי( פאר די קומענדיגע הונדערט יאהרן, לאמיר זאגן אז מיר פארמאגן א קאמפיוטער פראגראם )אדער א נביא, אויב איהר ווילט( וואס קען און ווייסט "אלע" סייענטיפישע געזעצן פונעם נאטור, וועט ער קענען פאראויסזאגן אלע פאסירונגען און געשעהנישן פון ווען אימער אין דעם ווייטן עתיד.
די צוזאמענשטויס פון די ביידע
דא קומען אונז אן צו א צוזאמשטויס, ווען מיר ווילן פראבירן צוזאמענשטעלן פרי וויל )חופש הבחירה( מיט דעטערמעניזם. די צוויי זאכן קענען נישט גיין בשום פנים ואופן צוזאמען על פי כללי ההגיון. ווייל אויב גלייבן מיר אז יעדע סיבה האט א מסובב וואס דער מסובב האט בהכרח געברענגט די סיבה, דאן קומט אויס אז אין כלל פון דעם זענען זאכן וואס ווערן געטוהן דורך מענטשן, און דאס מיינט אז עס איז דא עפעס א דעטערמענט סיבה פארוואס דער מענטש האט אויסגעקליבן די בחירה, און עס איז נישט מעגליך בשום צורה ער זאל אויסקלויבן עפעס אנדערש.
פון די אנדער זייט, אויב גלייבן מיר אין א בחירה חופשית, דאס הייסט אז דער מענטש קען אויסקלויבן ברצונו החופשי איינס אדער צוויי, דאן קומט אויס אז די בריאה איז נישט דעטערמענט.
פון איין זייט, וואלט געווען די גרינגסטע צו אויפגעבן אויף דעטערמעניזם, און זאגן אז אמת די בריאה איז געבויעט אז איין
זייט 72
טעקסט
סיבה ברענגט די צווייטע, אבער עס איז נאך אלס נישט דעטערמענט בהכרח, און א מענטש האט א פרי וויל ברצותו מקבל וברצותו דוחה. כאטש עס איז קלאר אז עס זענען פארהאן געוויסע זאכן וואס מענטשן טוהן מיט זייער מוח, און זיי האבן נישט קיין בחירה אין דעם. און עם-אר-איי עקספרימענטס באווייזן טאקע אז עס איז פארהאן געוויסע בחירות וואס דער מענטש איז נישט באמת בוחר. על כל פנים, עס איז נישט אויסגעשלאסן ווי אזוי צו באהאנדלען אזא סתירה.
א באקאנטע אילוסטראציע צו דעם פראבלעם, איז באקאנט מיטן נאמען ״ניוקאמב׳ס פראבלעם״, ער שטעלט פאר אזא מציאות: עס איז דא א סופער קאמפיוטער פראגראם וואס קען פאראויסזאגן עתידות, ממש כפשוטו, נישט מכח סטאטיסטיקס און פראבאביליטי, נאר פשוט ווייל ער רעכנט אויס אלע פרטים און פרטי פרטים פון די דעטערמענט בריאה ביז ער קומט אן צו די הונדערט-פראצענטיגע אמת. אבער כאטש קיינער האט נישט די יכולת צו באקומען די עתידות בעפאר עס געשעהט, )האסטו געזעהן א חכמה? דאס קען איך אויך(, קען מען צומאל ארויסשלעפן פון איהם האלבע אינפארמאציע.
און דאן באקומען מיר צוויי באקסעס איינס איז אן אפענע באקס וואס עס ליגט דערין 1000$ דאלאר, און איינס איז א פארמאכטע באקס וואס קיינער ווייסט יעצט נישט וואס דארטן ליגט, קען זיין עס ליגט א מיליאן דאלער אדער גארנישט.
די געזעץ פון אונזער שפיל איז, אדער מעגט איהר נעמען די צוגעמאכטע אליינס, אדער קענט איהר נעמען ביידע צוזאמען. אונזער סופער קאמפיוטער, האט שוין אויסגערעכנט זיינע רעכענונגען, און ער ווייסט שוין פונקטליך וואס עס ליגט אין די צוגעמאכטע באקס, און וועלכע באקס איהר גייט אויסקלייבן. אבער - ווי פריער געזאגט - די פראגראם איז פארשפארט און לאזט נישט ארויס קיין עתידות׳דיגע אינפארמאציע. אבער אזוי פיל האבן אונז מצליח געווען ארויסצושלעפן: אויב שטייט אין די פראגראם אז איהר וועט נעמען נאר די צוגעמאכטע, דעמאלס האט מען דארט אריינגעלייגט מיליאן דאלאר, אויב - אבער - שטייט אין די פראגראם אז איהר וועט נעמען ביידע, דאן ליגט גארנישט אין די צוגעמאכטע באקס.
יעצט בין איך אריינגעפאלן אין א דילעמע, זאל איך נעמען נאר די צוגעמאכטע, ווייל איך וויל באקומען די מיליאן פארזיכערטע דאלארן. אבער עס איז דאך סתם א שאד אויף די טויזנט דאלאר, לאמיר שוין נעמען ביידע באקסעס, איי, דעמאלס איז די צוגעמאכטע
ליידיג, אויב עס איז ליידיג, דאן לאמיר זיכער נעמען די אפענע, ווייל איך וויל דאך נישט בלייבן מיט קיין צוגעמאכטע ליידיגע באקס. און אזוי ווייטער.
דאס ברענגט אונז צו די פשוטע מסקנה, אדער איז נישטא קיין חופש הבחירה, אדער איז נישטא קיין דעטערמעניזם, )איז ממילא נישט מציאות׳דיג צו האבן אזא סופער פראגראם(.
הכל צפוי והרשות נתונה
דער דאזיגער דילעמע טרעפן מיר שוין אין אונזערע מקורות, אזוי פריה ווי אין די משנה, די משנה אין אבות )פרק ג משנה טו( זאגט: ״הכל צפוי והרשות נתונה״, דאס ברענגט ארויס די סתירה במלוא חומרתה, אלעס איז פאראויסגעזעהן - דאס איז ריינע דעטערמעניזם. און מיט דעם אלעם הרשות נתונה - עס איז נאך אלס פארהאן א בחירה ביד האדם.
אויב לייגן מיר א הנחה אז עס איז פארהאן ידיעה, דהיינו, עס איז דא א באשעפער ערגעצוואו בשמים ממעל ועל הארץ מתחת, וואס ווייסט שוין בידיעה גמורה וואס איך גיי אויסקלויבן צו עסן פאר מיין מארגענדיגע פרישטאג, דאן האב איך נישט קיין בחירה, ווען א בחירה מיינט אז איך האב א טשויס צו אויסקלויבן וועלכע פרישטאג איך וועל נאר וועלן.
עס איז ממש אוממעגליך צו פאר ענטפערן די סתירה נאר אויב מיר וועלן טוישן די דעפינישן פון ידיעה, אדער פון בחירה. אבער מיר קענען און מיר ווילן נישט בשום פנים ואופן פארמינערן די ידיעה פון גאט ברוך הוא, ווייל מיר ווייסן אז זיין ידיעה איז א ידיעה ברורה שאין כמוהו. פון די אנדער זייט, ווילן מער נישט פארמינערן די כח הבחירה פונעם מענטש עלי אדמות, ווייל דעמאלס פארלירט די גאנצע יסוד פון אונזער רעליגיע איהר אינערליכע באדייט. אויב א מענטש׳ס בחירה איז שוין פאראויסגעזאגט, איז וואס קען מען קומען צו איהם מיט טענות די גאנצע סיסטעם פון שכר ועונש איז מער נישט צדק ויושר.
סא, מיר שטויסן זיך אהן אין א שרייעדיגע סתירה וואס איז אוממעגליך צו פארשווייגן, און אומבאקוועם צו נישט פארשווייגן. דאס איז נישט קיין סתירה פון א תוספות אין בכורות צו א רעק״א אין בבא קמא, וואס מ׳קען לאזן מיט א צריך-עיון, און זיך לייגן שלאפן. דאס איז א סתירה וואס נעמט ארום דעם גאנצן מענטש מכף רגל ועד ראש, פון זיך לייגן ביזן אויפשטיין.
הכל בידי שמים חוץ מיראת שמים - זאגן אונז חז״ל - ווען עס קומט צו עניינים של יראת שמיים, ליגט עס נישט אינעם באשעפער׳ס הענט. מ׳קען זיכער נישט אפלערנען אזא גמרא כפשוטו, ווייל די מינוט וואס מיר זאגן אז עס איז פארהאן אן אמת׳ע בחירה אין סור מרע ועשה טוב, הייסט עס אז די וועלט האט אומצאליגע אופנים ווי אזוי עס וואלט געקענט אויסזעהן, ווען מענטשן אין די פארלויף פון די היסטאריע וואלטן זיך אפגעהאלטן פון טוהן געוויסע מעשים, אדער וואלטן יא געטוהן זאכן וואס אין פאקט האבן זיי נישט געטוהן. און דאס מיינט אז עס איז א חסרון אין די ידיעה פון באשעפער ח״ו. לאמיר נאר נעמען די האלאקאוסט פאר א דוגמא, וואלט היטלער געהאט א פולקאמע בחירה, הייסט עס אז עס איז פארהאן א מעגליכקייט פון א 2016 ערד-קוגל פלאנעט אן קיין היסטאריע פון א שואה, ווי אנדערש וואלט די וועלט אין אלגעמיין אויסגעזעהן? ווי
זייט 73
טעקסט
אנדערש וואלטן אונז אויסגעזעהן? איך וועל לאזן פארן לייענער׳ס דמיון זיך צו פארשטעלן אזא מציאות.
אין די תורה אליינס טרעפן מיר פארשידענע סתירות לכאורה אין דעם נושא, ווען די תורה שרייבט ובחרת בחיים, איז לכאורה משמע אז דער מענטש באקומט א פרייע בחירה. און אזוי אויך טרעפן מיר פארשידענע פסוקים אין תנ״ך וואס גייען ברוח זה. די ראשונים האבן שוין אסאך געשריבן ארום דעם. בשעת דער רלב״ג )בראשית ד( נעמט אהן א פרייע בחירה אויפן חשבון פון ידיעת השם, דער ריב״ש )סי׳ קיח( קומט ארויס קעגן איהם מיט א שטארקייט, און ער טענה׳ט אז עס איז נישט קיין סתירה. )אבער למעשה, איז זיין מהלך אומפארשטענדליך, און נישט אויסגעהאלטן לאגיש(. דער רמב״ם לעומתם )הלכות תשובה סוף פרק ה( שרייבט אז ידיעת השם איז אן אנדערע מושג ווי די פשוטע ידיעת בני אדם וואס מיר קענען, און ממילא איז עס נישט קיין סתירה צו א פרייע בחירה.
די סוגיא האט שוין פארגאסן געווארן פעסער פון טינט, און פארברענט טריליאנען בייטס. יכלה הזמן והם לא יכלו, צו אראפברענגען אלע מהלכים ווי אזוי זיך צו ספראווען מיט די סתירה. עס איז וויכטיג צו אנמערקן, אז כאטש די סתירה באדערט בעיקר רעליגיעזע דענקער, איז עס לאו דוקא אזוי, דאס איז א פילאסאפישע פראבלעם, וואס וועלכע צד מ׳זאל נאר אננעמען וועלן מיר דארפן זיך ספראווען מיט ערנסטע פראבלעמען. פאר סאם ריזען האבן די עיטאיסטן ליב צו באווארפן די טעאיסטן מיט די סתירה, כאטש זיי אליינס קענען נישט קלאר מאכן די נושא.
די חסידישע צוגאנג
כדי דאס אמת׳דיג צו פארשטיין, דארף מען קלאר מאכן, אז דאס איז נישט קיין לאגישע מהלך צו פארענטפערן די שרייעדיגע סתירה, ניין! די סתירה בלייבט א סתירה, די לאגיק שטימט נאך אלס נישט, אבער מיר זענען נישט קיין לאגיק מאשינען, לא ניתנה תורה לקאמפיוטערס. די תורה איז נישט קיין סייענס ביכל, עס קומט נישט פארענטפערן פילאסאפישע קאנטראדיקציעס, עס איז נאר א תורת חיים, א ספר הוראה ווי אזוי צו אוועק שטעלן א לייף סטייל, אוועקלייגנדיג לאגיק אין א זייט.
אן אינטרעסאנטע זאך, וואס ברענגט ארויס דעם אינטערשייד צווישן א מענטש און א לאגיק מאשין, איז ארויפגעשווימען ווען די דרייווערלעס קאר איז געווארן א ווירקליכער מציאות. דאן איז אויסגעקומען ערנסטע עטיק שאלות, למשל, אויב גייט די קאר דעטעקטן א גרופע פון מענטשן אויף רעכטס - פארנדיג אויף א הויכע ספיד - און וועלן פארמיידן זיי צו אראפשטויסן און ערלעדיגן, אבער אויף די לינקע זייט שטייט איין מענטש, מעגן מיר אנשטעלן די פראגראם אז אין אזא פאל זאל די קאר מאכן א שארפע לינקס און הרג׳נען דעם איינציגן מענטש אנשטאט די גרופע?
נאך א שווערערע דילעמע איז ארויפגעקומען, אויב די קאר רעכנט אויס אז ער גייט אריינהאקן אין א מענטש אדער אין א גרופע פון מענטשן, און די איינציגסטע סאלושן איז צו מאכן א לינקס און אריינקראכן אין א וואנט, וואס דאן וועט דער דרייווער גע׳הרג׳עט ווערן אנשטאט די אומשולדיגע פארבייגייערס. וואס זאל מען איהם הייסן טוהן? הרג׳נען דעם אייגענעם באלעבאס? הרגענען אומשולדיגע מענטשן? יעדנמאל מאכן א רענדאם דיסיזשן )פארוואס פיהלט עס רואיגער ווען עס איז רענדאם? טראכט א מינוט(.
דאס זענען פראבלעמען וואס נאר א לאגיק מאשין קען האבן, דאס איז א שאלה אין די דעטערמעניסטישע קאמפיוטערייזד וועלט, וואס אונז ברואים בני בחירה דארפן אויספראגראמען מיט א פרייע בחירה.
יעדער איד איז באשאנקען געווארן מיט אן אינערליכע געוויסן, דאס וואס אונזערע חסידישע ספרים רופן אן די נקודה הפנימית, דאס דערציילט איהם מה חובתו בעולמו, דאס איז די נאטורליכע מאראל וואס איז איינגעפלאנצן אין אונז. דאס איז אונזער מהות, און ווען מיר פאלגן נאך דעם צו, זענען מער בני חורין, ווייל דאס איז אן אמת׳ע חירות, ווען א מענטש איז מחובר צו זיין עצמיות, ווען זיין מהות איז אפען צו איהם. אויף דעם זאגן אונז חז״ל: ״אין לך בן חורין אלא מי שעוסק בתורה״. אן אמת׳ע חירות איז ווען מ׳איז עוסק בתורה, אין די הוראת החיים, מ׳קוקט אריין אין די אייגענע עצמיות הנפש. ״בכל דור ודור חייב אדם לראות את עצמו״, ווייל טיף אינעם עצמיות דארטן ליגט באהאלטן די נקודה הפנימית, ומבשרי אחזה אלוה.
פון די אנדערע זייט טרעפן מיר אין חסידישע ספרים )צדקת הצדיק אות מ, ועוד( אז לאחר מעשה, קוקן מיר מלכתחילה אויף די וועלט מיט א דעטערמעניסטישע בליק, ווען א ייד איז אדורכגעפאלן מיט אן עבירה, קוקן מיר אהן ווי דאס איז געווען דעם רצון השם, ווייל הכל צפוי - דער בורא האט דאך געוואוסט און ממילא געוואלט אז אזוי זאל זיין. און דאס איז די אמת׳ע תשובה וואס אויף דעם שטייט זדונות נעשין לו כזכויות, ווייל די זדונות איז דאך געווען ממש ווי דעם רצון השם.
סך הכל, בעפאר׳ן טשויס נעמען מיר פול ריספאנסיביליטי אויף די רעזולטאטן פון אונזער טשויס, ווייל דארטן איז נישט פארהאן קיין דעטערמעניזם. אבער לאחר מעשה, קענען מיר עס אנקוקן אלס א געשעהניש וואס איז נישט געווען תחת בחירתינו החופשית. עס איז טאקע א סתירה, אבער זה חובתינו בעולם, מיר לעבן אין סתירות, מיר זענען מלא סתירות און ספיקות, אבער אונזער אינערליכע מאראל וויל נאך אלס נישט אויפגעבן אויף איהרע פרינציפן, ווייל דאס זענען מיר, קאמפליצירטע מענטשן מיט הארד-קאודעד נאטורן וואס אריינגעקריצט איז אין אונז פון מיליאנען יאהרן, מיר זענען נישט קיין לאגיק מאשינען.
זייט 74
טעקסט
דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן
זייט 75
טעקסט
דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן
זייט 76
טעקסט
דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן
זייט 77
טעקסט
דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן
זייט 78
טעקסט
דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן
זייט 79
טעקסט
דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן
זייט 80
טעקסט
דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן
זייט 81
טעקסט
דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן
זייט 82
טעקסט
דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן
זייט 83
טעקסט
דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן
זייט 84
טעקסט
יא וויבינגארנטן אהין
יאסל ראקאווער
די תדויר ההמ-שפכעהס טפונוןג אפיודן ירשבקןי ייטו חאנ ן דבאןנ זקכאי
רבי יוחנן און זיין געוואגטע קאפיטולאציע
נאכדעם וואס רבי יוחנן בן זכאי האט זיך ארויסגעכאפט פון צווישן די רעבעלן פארשטעלט ווי א מת אין אן ארון, האט ער געמאכט זיין וועג צום רוימישער גענעראל אספסיאנוס. רבי יוחנן איז קיין נאר נישט געווען, אבער ער האט נישט ארויסגעהאט וואס עס האט געמיינט פאר אספסיאנוס אז ער, רבי יוחנן, האט זיך אונטערגעגעבן, און נאך דערצו אונטער אזעלכע פארצווייפלטע אומשטענדן – באהאלטן אין א טלית און געפירט ווי א מת מיט א גאנצער לויה.
זיי, די רוימישער מלוכה-לייט, האבן טאקע געוואלט מער ווי אלעם ברענגען א
סוף צו די אויפשטענדלער, אבער ס'איז זיי פונקט אזוי וויכטיג געווען צו מאכן שלום מיט די אידן און אהיימצוקומען פון דער מלחמה מיט א שטיקל אפמאך, אפילו אויב ס'זאל נאר זיין א פארעווע שלום. ארץ ישראל, פונקט ווי היינט, איז געווען א סטראטעגישע פונקט אין מיטל-מזרח. די רוימער האבן זיך ארומגעאמפערט אויף אלע זייטן מיט די שכנים אין דעם ראיאן. די פארטישער אימפעריע מיט די פארשידענע שבטים פון אראביע, ארמעניע און מעסאפאטאמיע. ווידער די אידן זענען געווען צעזייט און צעשפרייט איבער דער גאנצער רוימישער מלוכה. לאנגע רייסענישן מיט די אידן האט געקענט ברענגען ערנסטע קאנסעקווענצן פאר די רוימער. קיינער האט נישט געקענט
פאראויסשאצן אזא ריזיקע. די אידישע רעבעלן האבן טאקע זיך פארלאזט אויף אט דעם חשבון. "די גאנצע רוימישער מיטל-מזרח אימפעריע," שרייבט יוסיפון, "ליגט אין באלאנץ."
א שטייגער ווי דער היינטיגער אמעריקע וואס זוכט אלץ אז אראבער זאלן זיך געפונען אין זייער קאאליציע, איז פאר רוים געווען קריטיש וויכטיג אהיימצוגיין פון יהודה ושומרון מיט א פארשטענדעניש, און איבערלאזן די אונטערטעניגטע אידן מיט א געפיל פון געטריישאפט.
אזא דאפלטע אגענדע איז נישט גרינג געווען פאר אספסיאנוס. קומט דא רבי יוחנן און דעליווערט עס אויף א גאלדענעם טאץ! א קלייניגקייט, דא קען ער זיך טרעפן מיט דעם אלטן צדיק און
זייט 85
טעקסט
ארויסווייזן אן ערנסטן רעספעקט פאר די רעליגיעזע אידן; אין דער צייט וואס ער האקט שטיקער פון די ווילדע רעבעלן. די צוויי-זייטיגע אגענדע ערקלערט טיטוס'נס חשבון מיט'ן לאזן אנגיין מיט די קרבנות אין דעם בית המקדש, און זיין דאגה צו פארזיכערן אז דער בית המקדש בלייבט שטיין ווען ירושלים וועט פאלן צו זיינע
הענט )יוסיפון(.
דאס איז געווען ממש א גאלדענע געלעגנהייט צו האבן די אפענע שטיצע פון אזא ברייט-באקאנטן פירער ווי רבי יוחנן בן זכאי! ווי פאראכטעט רבי יוחנן איז געווען ביי אספסיאנוס האט ער זיך נישט געקענט ערלויבן ארויסצולאזן פון דער האנט אזא פיש. קיין נַאר איז אספסיאנוס אויך נישט געווען, ער האט געמוזט וויסן גענוג וועגן דעם הלוך-ילך ביי די אידן. ער האט גוט ארויסגעהאט דעם חילוק צווישן אגריפס מיט זיין פארטעמפטער רוימישער געטריישאפט, צו דעם אפארטוניסטישן יוסיפון און אידעאליסטישן רבי יוחנן; ער האט גאנץ גוט געכאפט אז צווישן די דריי אידישע פירער האט רבי יוחנן די שטערקסטע און מערסט-פארשפרייטע השפעה.
מיט זיין תמימות, נישט וויסנדיג די וויכטיגע ראלע וואס ער שפילט אריין אין די הענט פון די רוימער, האט רבי יוחנן זיך נישט געוואגט צו בעטן צו סך פון דעם מאכטפולן רוימישער קאמאנדיר וואס האט געהאלטן אינמיטן באזיגן די אידן. ווען רבי יוחנן האט אים געענטפערט וואס ער וויל איז אספסיאנוס ווארשיינליך געווען שאקירט. דער אלטער רב האט זיך
איינגעשטעלט דאס לעבן און איז אריבער די גאנצע דראמע מיט זיינע תלמידים, פארוואס? זיך איינצובעטן רשות אויף צו שטעלן א ישיבה, א בית מדרש גבוה! און אספסיאנוס האט אוודאי נישט געהאט קיין פראבלעם נאכצוגעבן די קלייניגקייט אויפ'ן פלאץ...
יבנה: א סטראטעגישער תורה-ישוב
רבי יוחנן האט זיך מיישב געווען מייסד צו זיין די ישיבה אין יבנה. א שטאט אויף דעם מיטללענדישן ים-ברעג וואס אספסיאנוס האט שוין אין דער צייט אנגעהויבן באזעצן מיט דעזערטירער פון די אידישע ראנגען. קיינמאל פארדעם האט רבי יוחנן זיך נישט באוויזן אלס אזא דורכגעטראכטער שטאטסמאן ווי ווען ער האט געמאכט דעם אויסוואל צו מייסד זיין די ישיבה דווקא אין יבנה.
די שטאט איז באשטאנען פון צוויי חלקים: א פארט און א אינלאנדישן באוואוינטן געגנט. די שטאט איז געווען א וויכטיגער קאמערציאלער צענטער. אבער וויכטיגער נאך, איז עס געווען דער רייכסטער געגנט פון יהודה ושומרון – דער דיסטריקט וואו אסאך פליטים פון ירושלים זענען אנטלאפן ווען זייער שטאט איז חרוב געווארן. זיי האבן נישט געקענט ערווארטן צו סך הילף פון די פארמער אויף די בערג וואס האבן קוים געהאט גענוג צו עקזיסטירן אליין. א חלק פון די אידן זענען טאקע אנטלאפן צו פרעמדע לענדער, א שטייגער ווי מצרים אדער בבל און צו די גליל-בערג, אבער רוב פון זיי וועלן שפעטער זוכן עפעס נענטער צו דערהיים ביים ברעג.
נישט ווייט פון יבנה איז געווען די שטאט לוד, וואו פילע וועלן טרעפן דזשאבס און ארבעט-געבער; נאכדעם זענען געווען די נאנטע דערפער און שטעטלעך ווי גמזו, בני ברק און אמאוס וואו די פליטים האבן געקענט טרעפן א דאך איבער'ן קאפ. פאר רבי יוחנן איז געווען קלאר ווי דער טאג אז דער דיסטריקט גייט אט זיין א ריזיגער אידישקייט-צענטער אין יהודה ושומרון.
א תורה-פעסטונג אין וויינגארטן
אין דעם ווארעמען שיינעם געגנט ביים ברעג פון ים האט מען נישט געדארפט בויען א בנין צו גרינדן די ישיבה – רבי יוחנן האט אדער געקויפט אדער פארשאפט א וויינגארטן אלס א פלאץ זיך צו טרעפן. די וויינגארטן וואס איז באקאנט געווארן ווי "כרם ביבנה". צוויי יאר שפעטער ווען ירושלים איז געפאלן צו די באלאגערער, איז די ישיבה אין יבנה געווען גרייט אריינצונעמען די פליטים – תלמידים, מלמדים און מגידי שיעור. רבי יוחננ'ס פארבינדונגען מיט די רוימישער גענעראלן האט פארזיכערט אז זיין ישיבה איז געווען א זיכערער פלאץ; ער איז געווען דער איינציגסטער וואס האט געהאט א פלאן און פלאץ מיט וואס מ'האט געקענט גיין צום טיש. נישט נאר דאס, צייט האט געברענגט בארעכטיגונג פאר זיינע שיטות און אים ארויסגעשטעלט אלס דער צדיק
זייט 86
טעקסט
און קדוש. און דעם לעצטן יאר פון דער באלאגערונג איז רבי שמעון בן גמליאל געשטארבן. מיט זיין פטירה זענען אסאך תלמידי בית שמאי פארשוואונדן געווארן פון דער סצענע. טייל פון זיי זענען האבן זיך צוגעשטעלט צו דעם בית הלל און אנהענגער פון דעם אלטן רבי יוחנן בן זכאי, דער נייער גדול הדור.
רבי יוחנן איז יעצט געווארן גרייט פאר א מער געוואגטע שריט. ער האט דעקלערט די פארזאמלונג פון זיין ישיבה אין "כרם ביבנה" אלס דער נייער אמת'דיגער סנהדרין פון גאנץ ארץ ישראל, די ריכטיגע אויטאריטעט וואס האט פאר הונדערטער יארן זיך געטראפן אלס די "סנהדרין" אין דער "לשכת הגזית". פאסיג פאר זיין כאראקטאר, האט רבי יוחנן געמאכט די גאר וויכטיגע מעלדונג נישט דורכפירנדיג א פארמאלן געזעץ אדער גזירה, נאר אלס א פסק אין צוזאמענהאנג מיט א פראקטישער הלכה-שאלה. די געלעגנהייט איז געווען ראש השנה שחל בשבת, און די שאלה איז געווען צי מ'זאל בלאזן שופר.
רבי יוחנן האט שוין לאנג געווארט אויף א געלעגנהייט אוועקצושטעלען די אויטאריטעט און פרעסטיזש פון זיין כרם ביבנה אויף עפעס א דראמאטישן אופן, אז ס'זאל אפקלינגען איבעראל. ווען ראש השנה איז געפאלן אום שבת, האט זיך רבי יוחנן צוגעכאפט דערצו. אויב וועט ער בלאזן שופר דעם ראש השנה ביים דאווענען אזויווי אין ירושלים, וועט עס זיין א פארמאלע דעקלעראציע אז יבנה, זיין מקום תורה, האט איבערגענומען ירושלים אלס דער גרעסטער תורה-צענטער אין דער אידישער וועלט. ער האט געמאכט אלע הכנות דערפאר, אן קיינע פלפולים צווישן די ישיבה-ווענט, און מ'האט זיך געשטעלט דאווענען גרייט צו בלאזן שופר פונקט ווי אין ירושלים. פארשטייט זיך אז די נעבעכדיגע בני בתירה, פארטריבענע
כהנים, האבן אנגעהויבן פארפירן אז מ'זאל דן זיין די הלכה. אבער רבי יוחנן לאזט נישט זיך טענה'ן - נתקע ואחר כך נדון, מ'וועט בלאזן און דעבאטירן שפעטער. ווען די בני בתירה האבן געוואלט דן זיין דערויף שפעטער האט זיי רבי יוחנן שיינערהייט באזייטיגט, "יעצט איז צו שפעט" - כבר נשמעה קרן ביבנה ואין משיבין לאחר מעשה.
טאקע א כיטרער שטיקל, אבער ס'איז באמת נישט געווען קיין צייט פאר הלכה-פלפולים. די צוקונפט פון אידישקייט הענגט אויף א האר, און מ'דארף פארזיכערן אז די חכמים בלייבן מיט זייער אויטאריטעט. קיין בעסערע דעמאנסטראציע פאר דער אנערקענונג פון יבנה ווי דער נייער תורה-צענטער איז נישטא. יבנה טוט וואס מ'האט געטון אין בית המקדש ביי די סנהדרין. צום סוף האבן נישט די חכמה'לעך פון רבי יוחנן אוועקגעשטעלט די יסודי הדת, נאר רבי יוחננ'ס געוואלדיגע ברייט-פארשפרייטע גייסטיגע מאכט.
די וויינגארטן אין יבנה, כרם ביבנה, וואו די חכמים פלעגן זיך טרעפן, איז געווארן אזוי וויכטיג און בארימט ווי די סנהדרין אין לשכת הגזיז. כאטש ס'איז נישט געווען באשערט פאר די חכמים זיך צו טרעפען און לערנען אין יבנה פאר לענגער ווי זעכציג יאר, בשעת אנדערע תורה-צענטערן און ישיבות זענען אנגעגאנגען פאר הונדערטער יארן, איז עס אבער יבנה וואס טראגט א פאראייביגטע פלאץ אין אידישער היסטאריע וואס קיין אנדערער מקום תורה קען זיך נישט פארגלייכן. ווייל ס'איז דארט, אין דעם דירעקטן קריזיס, וואו אידישקייט איז געראטעוועט געווארן און אוועקגעשטעלט געווארן אויף דעם פארמאט וואס ס'איז היינט.
כאטש רבי יוחנן בן זכאי האט אפגעזאגט פון זיך רופן נשיא, און נאר געוואלט דעם טיטל "אב בית דין", האט
ער אבער פאקטיש איבערגענומען די פאזיציע פון רבן גמליאל – דעם מיטל אן דעם טיטל. אבער פונקט ווי רבן גמליאל, האט ער אויך געהאט דעם טיטל "רבן". רבי יוחנן האט געפירט די אידן דורך דער שווערער צייט פון איבערבויען אידישקייט אין א דראמאטישן איבערגאנג. ער האט פארהאנדלט מיט רוים, און אנגעהאלטן דעם אחדות פון דעם צעזייעטן און צעשפרייטן עם ישראל. אונטער זיין הנהגה, ווי אין דער צייט פון אגריפס און די מכבים, איז מחלוקת צווישן אידן ווי פארשוואונדן. נאר אנדערש ווי אין יענע צייטן, איז עס ליידער נישט געווען מתוך שפע וברכה, נאר א פאראייניגונג געברענגט דורך צרות יגון ואנחה.
חזקיהו המלך איז מחזק א שטערבליכן רבי יוחנן
פאקטיש איז עס די משמעות פון חז"ל אז רבי יוחנן איז געווען אומצופרידן פון זיינע דערגרייכונגען. אזויווי אנדערע שעפערישע אינטעלעקטואלע פערזענליכקייטן, האט ער נישט געהאלטן זיינע פראקטישע מעשים פאר א סוקסעס. ער האט נישט איינגעזען די גרויסקייט און ווייטגרייכנדן עפעקט פון דער ישיבה וואס ער האט אויפגעשטעלט, זיך ווייט נישט פארשטעלנדיג ווי זיין ישיבה און אינסטיטוציע וועט בלייבן פאראייביגט אין גרויסקייט, אין געוויסע אספעקטן אפילו מער ווי דעם בית המקדש אליין. ווען א תלמיד זיינעם האט אים געפרעגט וויאזוי כלל ישראל קען באקומען מחילה סליחה וכפרה יעצט אז זיי האבן פארלוירן דעם בית המקדש, איז דער ענטפער מער נישט געווען "תורה, תורה"; אמר לו, "יש לנו כפרה אחת שהיא כמותה, ואיזה? זה גמילות חסדים," ווי עס שטייט אין פסוק, "כי חסד חפצתי ולא זבח." די לימודים פון כרם ביבנה האבן אוועקגעשטעלט די נייע אידישקייט פון נאכ'ן חורבן בית המקדש. ווען רבי יוחנן איז אלט געווארן ניינציג יאר, האט ער זיך דערזען אין א פאזיציע וואס אט אט וועט ער דארפן געבן דין וחשבון פאר'ן באשעפער פאר זיינע יארן. האט ער פארפילט זיין מיסיע אויף דער וועלט? איינמאל און נאכאמאל האט ער זיך געוואונדערט צו זיך צי ער האט
זייט 87
טעקסט
געטון גענוג אפצושטעלן די רעבעלן, אדער צי מער פלייסיגע און דרינגנדע פארהאנדלונגען מיט אספסיאנוס דורכאויס דער מלחמה וואלט נישט אפשר געראטעוועט דעם לאנד מיט דעם בית המקדש. מיט ביטערע שולד-געפילן האט ער געטראכט פון דעם מערקווירדיגן דיפערענץ ביי חזקיהו המלך און ישעיה הנביא, אין וועמענס צייט ירושלים איז געראטעוועט געווארן פון מלך אשור און זיין ארמיי. 'פארוואס האב איך מיט מיינע חברים, די אנדערע גדולי ישראל, נישט זוכה געווען צו טאן דאס זעלבע פאר כלל ישראל און זיי ראטעווען פון די רוימער?' האט רבן יוחנן בן זכאי געטראכט. 'בין איך ווייניגער ערליך פון חזקיהו? האב איך אפשר געדאוונט מיט ווייניגער כוונה? בין איך נישט אזוי קלוג ווי זיי אדער האט איך פשוט נישט פארארבעט אזוינע פיבערהאפטיגע מעשים?' ווען רבי יוחנן האט שוין געהאלטען ביים גיין פון דער וועלט, זענען די פיינפולע מחשבות ארויף אין קאפ, און טרערן האבן אנגעפאנגען רינען פון זיינע פארשלאפטע אויגן. זיינע תלמידים האבן דאס געזען האבן זיי אויסגעשריגן, "נר ישראל עמוד הימיני פטיש החזק, מפני מה אתה בוכה?" האט רבי יוחנן געענטפערט מיט צעבראכנקייט: "וויי צו מיר, אילו לפני מלך בשר ודם היו מוליכין אותי שהיום כאן ומחר בקבר, שאם כועס עלי אין כעסו כעס עולם ואם אוסרני אין איסורו איסור עולם ואם ממיתני אין מיתתו מיתת עולם, ואני יכול לפייסו בדברים ולשחדו בממון, אעפ"כ הייתי בוכה, ועכשיו שמוליכים אותי לפני מלך מלכי המלכים הקב"ה, שהוא חי וקיים לעולם ולעולמי עולמים, שאם כועס עלי כעסו כעס עולם ואם אוסרני איסורו איסור עולם ואם ממיתני מיתתו מיתת עולם, ואיני יכול לפייסו בדברים ולא לשחדו בממון, ולא עוד אלא שיש לפני שני דרכים אחת של גן עדן ואחת של גיהנם, ואיני יודע באיזו מוליכים אותי, ולא אבכה?"
אבער פלוצלינג איז א הערליכער גלאנץ ארויף אויף זיין פנים. די טרערן האבן זיך אויפגעהערט און ער האט זיך שיין צעשמייכלט. אלעס איז גוט, זיין ארבייט אויף דער וועלט איז יא באוויליגט.
פארנט פון רבי יוחנן איז געשטאנען מיט זיין גאנצער מאיעסטעטישקייט דער גרויסער קעניג חזקיהו המלך אליין! דער מענטש נאך וועמען רבי יוחנן האט יארן לאנג אזוי געלעכצט מיט קנאה, 'הלוואי וואלט איך געהאט דעם זכות צו זיין ווי חזקיהו המלך!' פאר רבי יוחנן האט נישט געקענט זיין קיין גרעסערע באווייז אז זיינע מעשים זענען באוויליגט. 'וואספארא באשטעטיגונג!' האט רבי יוחנן געטראכט מיט שמחה. די מענטשן וואס זענען געשטאנען ארום אים האבן מסתם געמיינט אז זיינע מחשבות וואנדערן אוועק, אבער זיי זענען נישט געווען גערעכט. זיין מוח איז געווען אזוי קלאר ווי דער טאג. ער האט רואיגערהייט זיך צוגעגרייט צו זיין סוף. "בשעת פטירתו אמר להם פנו כלים מפני הטומאה," און דאן מיט דעם זעלבן קלארן טאן האט ער געזאגט: "והכינו כסא לחזקיהו מלך יהודה שבא."
א קורצע צייט שפעטער איז רבי עקיבא אנגעקומען צו דעם כרם ביבנה זוכנדיג צו לערנען תורה פון די גרויסע חכמים אין דער ישיבה... און אידישקייט האט זיך ווייטער געצויגן דורך דער תורה-פעסטונג וואס רבן יוחנן בן זכאי האט אויפגעשטעלט.
רבי עקיבא: א פרישער גדול וואקסט אין וויינגארטן
ווען רבי עקיבא איז אנגעקומען קיין יבנה, איז דאס בענקל פון רבי יוחנן נאך געווען ליידיג. פונדעסטוועגן איז די
ישיבה אנגעגאנגען מיט א שטארקייט אן קיין איבערייס אין אירע אקטיוועטעטן אדער א פארמינערונג און דער ישיבה'ס ברייטבאקאנטן געשעצטן נאמען.
פארקערט, די פאזיציע פון דער ישיבה שטייט יעצט, אין א וועג, העכער ווי סיי וועלכן בית-דין ביז דאן אדער בדורות הבאים. סוף כל סוף איז דער סנהדרינ'ס השפעה בזמן הבית געשטאנען אין שאטן פון דעם איינפלוס און ווירטשאפט פון דעם בית המקדש און די כהנים. דער חורבן בית המקדש מיט אלע אירע איבערבלייבענישן פון א סיסטעם מיט כהנים, א פירערשאפט וואס גייט בירושה, האט ערמעגליכט די געלערנטע און תלמידי חכמים. לערנען און שטייגן האט בנוסף צו קרן קימת לעולם הבא, יעצט אויך געמיינט אוכל פירותיהם בעולם הזה מער ווי קיינמאל פריער; תורה האט געברענגט איינפלוס, השפעה און כבוד. די חכמים אין יבנה האבן זיך דערזען מיט א געפאר, הלמאי די יונגע קומען טאקע אין די מאסן אבער נישט לשמה. האבן זיי גע'דרש'נט: לאהבה את ה' אלקיכם. שמא תאמר, הרי למדתי תורה בשביל שאהיה עשיר, ובשביל שאקרא רבי, ובשביל שאקבל שכר? ת"ל "לאהבה את ה' אלקיכם". כל מה שאתם עושים - לא תעשו אלא מאהבה.
קען זיין אז די ווארענונג איז געווען נוגע פאר די יונגע תלמידים, אבער ס'האט אינגאנצן נישט אויסגעפעלט פאר די ראשי ישיבה און די רבי'ס. מ'טרעפט אין ערגעץ נישט אזא מסירת נפש פאר אהבת השם און די תורה ווי צווישן די
זייט 88
טעקסט
חכמים פון כרם ביבנה. נישט קיין עולם הזה און נישט קיין עולם הבא קען זיי ריקן פון דעם אויסגעטראטענעם וועג וואס זיי האבן אויף זיך גענומען: לאסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא מיט זייער גאנצן לייב און לעבן. און א געוויסן זין האט יבנה צוזאמענגעברענגט א גרופע פון רעספעקטירטע און בריליאנטע לומדים, אזעלכע וואס אידן האבן נאך דעמאלט נישט און וועלן מער נישט זען. די גרופע פון לומדים האבן זיך פארמירט צו א געזעץ-געבנדיגן סענאט ווייט איבערשטייגנדיג מיט זיין ערליכקייט די מעכטיגע רוימישער לעגיסלאטור. אידישקייט, וואס שמעון הצדיק האט איבערגעמאכט פון אן אריסטאקראטישן סיסטעם צו סיסטעמאטישן געזעץ האט זיך פארמירט אין יבנה צו א רעגירונג געפירט דורך די גדולים. דער יבנה אידישקייט-סיסטעם וועט אנהאלטן פאר טויזענטער יאר.
ס'איז געווען גרינג פאר סיי וועמען אריינצוגיין אין דעם וויינגארטן וואו די חכמים זענען געזעסן און זיך מפלפל געווען אין לערנען. ס'נישטא קיין שומר ביים טיר; די שיעורים ווערן געגעבן עפנטליך; מ'איז זיך מפלפל אפן. מאכט זיך ביי איינצעלע געלעגנהייטן ווען גאר וויכטיגע שאלות קומען אפיר אז די חכמים פון דער ישיבה קומען זיך צוזאם אין א פאלאץ פון איינער פון די
רייכע אנשי הקהלה וואו זיי האבן אביסל פריוואטקייט און דער ציבור דרייט זיך נישט אונטער די פיס. אבער דאס איז ממש געציילטע מאל; געווענליך זיצן די עלטערע חכמים מיט די עמך אידן און צורבי דרבנן מיט צוטרוי. חלוקי דיעות ווערט געמאלדן און איינגע'חזר'ט; פארשידנארטיגע סברות ווערן געזאגט, איבערגעשמועסט און אויסגע'טענה'ט. דער טאן פון די דיסקוסיעס זענען שיין שטיל און רואיג. די מגידי שיעור און מורה הוראה רעדן בניחותה, און געווענליך איז טאקע דא איינער וואס איז געשטעלט איבערצוזאגן די תורה הויך פאר'ן גאנצן עולם, אז יעדער זאל קענען הערן. מאכט זיך אבער אמאל וואס די חכמים פארגעסן זיך, די דעבאטע ווערט צעקאכט, ס'גייט קולות, און ווערט אפילו פערזענליך.
ספעציעל געשעט עס ווען רייכע תלמידים, צוגעוואוינט צו גראדע פאלגזאמקייט אינדערהיים, טרעפן זיך אינדערמיט צו באשיצן זייערע שיטות קעגן די מער אייגעהאלטענע און דרך ארצ'דיגע ארימע פראסטע תלמידים.
אין ישיבה מיט די לייבן פון דור
מ'קען זיך פארשטעלן די געוואלדיגע התרוממת הנפש און הארץ-קלאפענדיגער פחד מיט וואס רבי עקיבא האט זיך דאס ערשטע מאל דערנענטערט צו דעם צוים
וואס הינטער אים איז געזעסן די ישיבה. א וועג פון א פאר שעה אוועק זיצן נאך זיינע חברים, פאסטוכער, און היטן זייערע סטאדעס מיט שעפעלעך. און אט אט גייט ער זיי איבערלאזן פאר אייביג און אריינטרעטן אין א נייעם אומבאקאנטן לעבן; א לעבן וואס קוים עטליכע יאר צוריק האט ער ביטער פיינט געהאט.
מ'קען זיך פארשטעלן די ענווה און צעטומלניש וואס עס האט אים ארומגענומען ווען ער איז אריינגעטראטן אין דער ישיבה און זיך אומגעקוקט אויף דער וואונדערליכער סצענע וואס האט זיך אנטפלעקט פאר אים. מיט זייער רוקן צו אים זיצן שורות און שורות פון תלמידי הישיבה, על פי רוב אסאך יונגער פון אים, און הערן זיך צו מיט ערנסטקייט צו יעדן פלפול און יעדער מסקנה, פרובירנדיג צו געדענקן יעדעס ווארט. מער פארנט, אין א ברייטער חצי לבנה מיט'ן פנים צום עולם און צו אים אליין, זיצן די עלטערע חכמים, די מנהיגי ישראל מיט דעם שליסל צו די ווערטער פון השם יתברך. ער דערקענט נישט קיין פנימ'ער, די חכמים זעען אים אלע אויס ווי איין גרויסן ציבור. וואס ער זעט איז נאר א סעריע פון אינטעליגענטע פנימ'ער; טייל מגולחים און א טייל מיט בערד, מער גרויע און אויך שווארצע. איבער די שטערן העכער יעדענ'ס קאפ זיצט א גרויסן שווארצן קעסטל וואס גלאנצט און שפיגלט די ברענעדיגע שטראלן פון דער שטארקער טראפישער זון פון יבנה און גיט אלע ישיבה-לייט א מלאכישע צורה. די חכמים זיצן אנגעטון ארומגענומען אין זייערע ספעציעלע קליידער, די רבנישע "גולתא", א ברייטע געשטרייפטע וואלענע ארבע כנפות טלית וואס הענגט איבער זייערע אקסלען און אראפ ביז די פיס מיט בלויע חלזון-ציצית צעשטרויבלט אויף אלע פיר זייטן.
ווען רבי עקיבא איז געשטאנען און געקוקט אויף די מענטשן מיט וואונדער און רעספעקט האבן זיי געמוזט אויסזען ווייניגער ווי בשר ודמ'ס און מער ווי מלאכים, הייליגע אנשי מעלה – א שטיק תורה. אבער נאכ'ן זיך אומקוקן א מינוט האט ער געקענט זען דעם גרויסן קאנטראסט און די חילוקים אינערהאלב דער קליינער וועלט פון די בני הישיבה.
זייט 89
טעקסט
עס זיצן דא פאר אים אלע סארטן: רייכע פארמער און פארהונגערטע פאכלייט, אידן מיט אמביציע פאר קאריערעס, און פרושים, פארברענטע פאטריאטן און אינטערנאציאנאלע דעמאקראטן, מגושמ'דיגע פויערן און בעסערע שטאטסלייט. צווישן זיי זיצט:
רבי טרפון
א גביר, א פרייליכע הומאניטארישע פיגור, א הייליגער כהן וואס האט אמאל מקדש געווען ג' מאות נשים להאכילן בתרומה, שהיו שני בצורת;
שמואל הקטן
שראוי שתשרה עליו שכינה אלא שאין דורו זכאי לכך, ער האט געקענט זיין א נביא;
רבי יוסף הכהן
מיט עקסטרעמער פרומקייט )ברוך השם אז זיינע חברים האבן מנצח געווען( שמתה לו אשתו בערב הפסח ולא רצה ליטמא )ער וועט נישט קענען ברענגען קיין קרבן פסח בטומאה( ונמנו אחיו הכהנים וטימאוהו בעל כרחו;
רבי צדוק
דער רייכער פרוש וואס יתיב ארבעין שנין בתעניתא דלא ליחרב ירושלים, און כאטש ער איז פון בית שמאי פירט ער זיך נאך מיט די חומרי בית הלל;
נחום איש גם-זו
ארעם ווי דער נאכט און פרייליך ווי א ברעסלאווער אין די שווערסטע אומשטענדן;
פפוס בן יהודה
אן אינטערעסאנטע קאמישע וועלטליכע פערזענליכקייט און אן איש פשוט אין דער זעלבער צייט. אין זיינע אנטראפאמארפיזישע געדאנקען האט רבי עקיבא משמץ געווען "אמר לו ר' עקיבא: דייך פפוס!" ווייטער דער זעלבער פפוס האט זיך אויסגע'טענה'ט מיט רבי עקיבא ווען די רוימער האבן פארבאטן צו לערנען תורה, פעם אחת גזרה מלכות הרשעה שלא יעסקו ישראל בתורה, בא פפוס בן יהודה ומצאו לרבי עקיבא שהיה מקהיל קהלות ברבים ועוסק בתורה, אמר ליה עקיבא אי אתה מתירא מפני מלכות;
יהודה בן בבא
א קראנקער נעבעך, אפשר מיט טובערקולאסיס, און ער איז געווען א גרויסער צדיק. אמרו על רבי יהודה בן בבא שהיו כל מעשיו לשם שמים אלא שגידל בהמה דקה וכך היה מעשה. פעם אחת חלה ונכנסו הרופאים אצלו לבקרו אמרו לו אין לך רפואה אלא חלב רותח. שהיה גונח. מה עשה לקח עז וקשרה לכרעי מיטתו והיה יונק ממנה חלב רותח. בשעה שהיה גונח. וכשביקשו חכמים להיכנס אצלו אמרו היאך אנו יכולין להיכנס והליסטים עמו בבית. ובשעת מיתתו אמר אין בידי עון אלא זה שעברתי על דברי חביריי. וכשמת דיקדקו חכמים על כל מעשיו ולא מצאו בידו אלא עון אותה העז בלבד.
עס זענען געווען דארט נאך תלמידים, ווייניגער באקאנט אבער גארנישט קלענער ווי די אנדערע, אזוינע ווי חוצפית המתורגמן און ישבב הסופר. ס'איז שייך אז אין דער ישיבה זענען געזעסן עטליכע פון די רבנים פון גליל, ווי חנינא בן תרדיון און חלפתא, דער טאטע פון דעם מער באקאנטן יוסי בן חלפתא, וואס אפילו ער האט געוואוינט ווייט אוועק, איז ער גאנץ זיכער געקומען צו פארן מיטצוהאלטן די מער וויכטיגע זיצונגען אין דער ישיבה. נאך אומבאקאנט אין יענער צייט, אבער צווישן זיי אלע האט מען געקענט אויפזוכן גמליאל, דער זון פון דעם שפעטערדיגן שמעון בן גמליאל, וועמען די חכמים אין יבנה האבן געוואלט אויפנעמען אלס נשיא, און זיין שוואגער שמעון בן נתנאל דער עם-הארץ, וואס האט ענדליך מסכים געווען צו גיין לערנען אין די
יבנה-וויינגארטן אלס רעספעקט פאר זיין משפחה. צוויי יונגע תנאים וואס וועלן שפעטער שפילן א גרויסע ראלע אין רבי עקיבא'ס לעבן זענען נאך יעצט געווען צווישן די יונגע תלמידים: אלעזר בן עזריה, דער בא'חנ'טער אויסגעשלייפטער אריסטאקראט וואס האט געצויגן זיין יחוס צו עזרא הסופר, און אלישע בן אבויה, א שטארקער תלמיד חכם וואס וועט שפעטער ווערן אן אפיקורס און א פאררעטער.
אין דער צענטער פון דער הערליכער גרופע זענען געזעסן די צוויי מענטשן וואס האבן געהאלפן רבי יוחנן בן זכאי אויפשטעלן די ישיבה: אליעזר בן הורקנס און יהושע בן חנניה. גארנישט קען נישט מער דראמאטיש אילוסטרירן די אינטערעסאנטע צוזאמשטעל פון די סנהדרין ביי די פרושים ווי דער פארגלייך און קאנטראסט פון די צוויי פירער. זיי זענען געווען גלייך אין זייער בקיאות און ערליכקייט, אבער גאר אנדערש אין גשמיות און אין רחניות אויף טריט און שריט. אליעזר דער עושה מעשה נערות, אן אויסגעפיצטער רייכער בעל קרקעות וואס איז אויפגעצויגן געווארן אלס עם-הארץ און איז אנטלאפן פון זיין טאטנ'ס הויז צו גיין לערנען תורה און איז אויסגעשטיגן צו אזא תלמיד חכם אז רבי יוחנן האט אים צוגעגליכן צו א בור סיד שאינו מאבד טיפה; צו יהושע בן חנניה, וועלכער איז נישט קיין שיינער פנים אדער געשטעל, אבער וויציג און שפיציג און זינגט הערליך. ער פלעגט זינגען אין בית המקדש, און המשך בעמוד 149
זייט 90
טעקסט
מעשי ידי קאווע
זייט 91
טעקסט
שטיבל להתפאר
זייט 92
טעקסט
וויפיהל פיס האט א הונט אויב דו רופסט זיין וויידל א פוס?
פיהר, ענטפערט ‘האונעסט עיב‘ - זאגן אז א וויידל איז א פוס מאכט עס נאכנישט פאר א פוס...
]דער עיב‘ ‘האונעסט אויפריכטיגער עיב-ראהאם[ –
צו זיין יאהרצייט דעם דריטן טאג חוה"מ פסח
אמעריקאנער – נישט סתם די טויטליכסטע; ווען זי וועט פארטיג ווערן וועלן האבן אומגעקומען ארום די זעלבע צאל מענטשן וואו אין ‘אלע‘ אמעריקאנער מלחמות ‘צוזאמען‘ - יא, אויך די צווייטע וועלט קריג. דער פרעזידענט שפירט
פרעזידענט
דאס איז דער כמעט-אפיציעלער צונאמען מיט וועלכער דער רבה דעמי‘ ומדברנא דאומתי‘, פרעזידענט אברהם לינקאלן הי"ד, איז באקאנט. ער איז געווען פיינפול-אויפריכטיג.
די יאהר איז 1865, דער טאג איז מארטש 4, בלויז געציילטע וואכן פאר דער באליבסטער פרעזידענט אין היסטאריע וועט אומגעברענגט ווערן. טויזענטער זענען פארזאמעלט ארום די פונעם טרעפ מייעסטעיטישע קעפיטאל געביידע אין וואשינגטאן די סי.
דער זעכצנ‘טער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן פייערט דעם איינשווערונג‘ס צערעמאניע צו זיין צווייטן טערמין אין אפיס, אבער אויפן סדר היום שטייט איין און איינציגע זאך: די ביטערע ציווילע קריג וועלכע צערייסט דאס לאנד.
די אמעריקאנער ציווילע קריג וועלכע האט זיך אנגעהויבן אין 1861 וועט זיין די טויטליכסטע קריג פאר
לינקאלן
פון א אידישן פערספעקטיוו
ונבנתה העיר
צווייטע איינשווערונג‘ס צערעמאניע
אז די מעשה שמעקט מיט‘ן טויט, נישט לאנג צוריק האט ער געזאגט פאר א פריינט אז די קריג שעפט איהם אויס דאס חיות און ער שפירט אז ער וועט עס נישט אויסלעבן – מזלי‘ חזי.
וואס ער ווייסט נישט איז אז נישט גאט וועט זיין נשמה צונעמען, א קאלטבלוטיגער רוצח וועט איהם דערשיסן בלויז עטליכע טעג נאכדעם וואס די קריג קומט צו אן ענדע.
און דער רוצח געפונט זיך היינט צווישן די פארזאמעלטע.
יא, דער אקטיאר און דרום-סטעיטס סימפאטיקער דזשאן באוט איז אויך געקומען הערן דעם פרעזידענט‘ס רייד.
ער האט געכאפט א גוטן ארט אויפן באלקאני אביסל העכער פון וואו דער פרעזידענט שטייט – ער הערט זיך צו צו יעדן ווארט, ספק צו באשטעטיגען זיין אומבאגרעניצטע שנאה צום רעדנער, ספק ער וויל פארט נישט פארפאסן קיין ווארט
זייט 93
טעקסט
פונעם מויל וועלכע שניצט דיימאנטן רעדנדיגערהייט.
* אברהם לינקאלן איז געבוירן געווארן צו זיין טאטע און מאמע טאמעס און נענסי לינקאלן אין פעברואר פון 1809 אין אן איין-צימער‘דיגע הייזקע אין קענטאקי.
אברהמ‘ל איז אויפגעוואקסען מיט א פשוטער לעבנ‘ס שטייגער, כמעט וואס ער האט נישט באקומען קיין פארמאלע בילדונג – צו אלעם האט ער זיך אליין דערקראצט. האלקים עשה את האדם ישר. א מיזוג פון פקחות, תמימות, געריבענקייט און גראדקייט קומט אראפ איינמאהל אין א טויזנט יאר. אברהם איז פון די וועלכע זענען געבוירן געווארן בארג, אויפן ער האט אבער צוזאמענגעקלאפט א לייטער און אין געקראכען הימל.
נישט “ס‘איז קיין נפק"מ ווי הויך
פון זיין פריוואטע העפט ביי די 16 יאהר.
צווישן מאטעמאטישע פירקלערייען:
דיין זיידע איז געווען,
n his hand and pe / Abraham Lincoln god knows when / he will be good but
דו מוזט אליין וואקסן", וועט ער אמאהל זאגן. אדער: “איך ווייס נישט ווער מיין זיידע איז געווען; כ‘בין אסאך מער באזארגט צו וויסען וואס זיין אייניקל וועט זיין".
לאנג איז ער געווען ווי דאס גלות, גאנצע 6‘ 4" אין די הייעך, און פאר א הדרת פנים איז מען נישט געקומען צו איהם. אין פאקט האט ער זיך ספעציעל אנגעטוהן זיין באקאנטע בארד ווען ער איז געלאפן פאר פרעזידענט אין 1860 לויט די הצעה פון גרעיס בעדעל, אן עלף יעריגע מיידל פון ניו יארק, וועלכע האט איהם געשריבן א בריוו אז עס וועט זיין פארבעסערן אויסקוק.
דער האט ווי פרעזידענט אמאהל ווען געזאגט באשולדיגט אין זיין א פאפער: ווען כ‘וואלט
געווען א צוויי-פנימ‘דיגער, מיינסטו אז כ‘וואלט געטראגן דעם וואס איך טראג?...
* זיין ערשטע פאליטישע רעדע האט לינקאלן געהאלטן אין 1832 אין יונגען עלטער פון 23 יאר. ער איז דאן געווען א קאנדידאט פאר די סטעיט‘ס לעגיסלאטור, אט איז א קורצע אויסצוג:
I have been solicited by .I am humble Abraham Lincoln My .my friends to become a candidate for the Legislature If ... ”.s dance‘old woman“ like an ,politics are short and sweet .it will be all the same ,If defeated .I will be thankful ,elected אין 1854 איז ער געווען צווישן די וועלכע האבן אויסגעפארעמט די פריש-געגרינדעטע רעפובליקאנער פארטיי. “רעפובליקאנער זענען פאר ביידע; דער מענטש און דעם דאלער, אבער ווען די צוויי שטייען אין קאנפליקט – דעם מענטש פאר‘ן דאלער".
* אברהם קאהן איז געבוירן געווארן אין דייטשלאנד, ער איז אין צו אוועקגעפארען זוכן זיין גליק אין די נייע וועלט – די גאלדענע אמעריקא.
זי האט איהם נישט אנטוישט, צוויי יאהר שפעטער איז ער שוין געווען א סטאר אייגענטומער אין שיקאגא.
האט אברהם זיך גאנץ שנעל אוועקגעשטעלט אין די געזעלשאפט, אין 1847 איז ער געווען איינער פון די פערצן מייסדים פון די ערשטע קהילה איבער‘ן גאנצן ‘מיד-וועסט‘ קהילת אנשי מערב, היינט א רעפארם קהילה באקאנט אלס קעי עי עם.
אין די צייט וואס לינקאלן איז געלאפן צום ערשטן מאהל פאר פרעזידענט אין 1860 איז קאהן שוין געווען א הייסער רעפובליקאנער און שטארקער שטיצער פון לינקאלן. אין יענעם יאהר איז קאהן אויך ערוועהלט געווארן צו די לאקאלע סיטי גאווערמענט.
זייט 94
טעקסט
אויסצודרוקען זיין שטיצע פאר לינקאלן האט קאהן געלאזט מאכן אן אמעריקאנער פאן פון זייד און אויף די ווייסע שטריכען האט ער אויסגעשריבען זעקס חיזוק פסוקים פון דעם ערשטן קאפיטל אין יהושע און עס געלאזט אפשיקען אלס א פערזענדליכע מתנה פאר לינקאלן:
Without .upon Washington the assistance of that Divine Being who ever attended him With that .I can not succeed .assistance I can not fail אין די זעלבע צייט אבער האט ער זיך אפגעזאגט פון זיין פארבינדען מיט א ספעציפישע קירכע, הוי מרגלא בפומי‘: “ווען איך טוה גוטס, שפיר איך זיך גוט. ווען איך טוה שלעכטס,
די ערשטע איינשווערונג‘ס צערעמאניע –
דער קופאל איז נאך אונטער קאנסטרוקציע
מֵהַמִּדְבָּר וְהַלְּבָנוֹן הַזֶּה וְעַד הַנָּהָר הַגָּדוֹל נְהַר פְּרָת, כֹּל אֶרֶץ הַחִתִּים, וְעַד הַיָּם הַגָּדוֹל, מְבוֹא הַשָּׁמֶשׁ יִהְיֶה, גְּבוּלְכֶם. לֹא יִתְיַצֵּב אִיש ׁ לְפָנֶיךָ, כֹּל יְמֵי חַיֶּיךָ: כַּאֲשֶׁר הָיִיתִי עִם מֹשֶׁה אֶהְיֶה עִמָּךְ, לֹא אַרְפְּךָ וְלֹא אֶעֶזְבֶךָּ. חֲזַק, וֶאֱמָץ: כִּי אַתָּה, תַּנְחִיל אֶת הָעָם הַזֶּה, אֶת הָאָרֶץ, אֲשֶׁר נִשְׁבַּעְתִּי לַאֲבוֹתָם לָתֵת לָהֶם. רַק חֲזַק וֶאֱמַץ מְאֹד, לִשְׁמֹר לַעֲשׂוֹת כְּכָל הַתּוֹרָה אֲשֶׁר צִוְּךָ מֹשֶׁה עַבְדִּי, אַל תָּסוּר מִמֶּנּוּ יָמִין וּשְׂמֹאול: לְמַעַן תַּשְׂכִּיל, בְּכֹל אֲשֶׁר תֵּלֵךְ. לֹא יָמוּשׁ סֵפֶר הַתּוֹרָה הַזֶּה מִפִּיךָ, וְהָגִיתָ בּו ֹ יוֹמָם וָלַיְלָה, לְמַעַן תִּשְׁמֹר לַעֲשׂוֹת, כְּכָל הַכָּתוּב בּוֹ: כִּי אָז תַּצְלִיח ַ אֶת דְּרָכֶךָ, וְאָז תַּשְׂכִּיל. הֲלוֹא צִוִּיתִיך ָ חֲזַק וֶאֱמָץ, אַל תַּעֲרֹץ וְאַל תֵּחָת: כִּי עִמְּך ָ ד' אֱלֹהֶיךָ, בְּכֹל אֲשֶׁר תֵּלֵך.ְ ר ע ד פרעזידענט האט איהם ב א ל ד אפגעשריבן דאנק א בריוו.
* ב כ ל ל איז אונזער פרעזידענט געווען גאר שטארק אויסגעקאכט אין תנ"ך, און פלעגט זיך כסדר באנוצען מיט די לשונות פון איהרע פסוקים. זיין רעליגיעזע סטאטוס איז גאר אינטערעסאנט – עס איז ווי ער זאל האבן געלעבט מיט הונדערט און פופציג יאהר שפעטער.
מיט גאט איז ער געווען גאר שטארק מקושר:
In great contests each party claims to act in accordance with .and one must be wrong ,Both may be .the will of God “מיין זארג איז נישט אויב גאט איז אויף אונזער זייט", האט ער געזאגט ווען געפרעגט בנוגע די ציווילע קריג, “מיין זארג איז אז מיר זאלן זיין אויף די זייט פון גאט".
ביים זיין געזעגענונג‘ס דרשה אין אילאנאי אין 1861 ווען ער איז אפגעפארן קיין וואשינגטאן אנצונעמען די פרעזידענטשאפט איבער א צוקריגט פאלק זאגט ער:
not knowing when or whether ever I may ,I now leave with a task before me greater than that which rested ,return
שפיר איך זיך שלעכט. דאס איז מיין רעליגיע".
באמת אמרו אז זיין גאנצע מהות און וועג פון טראכטן איז געווען פאר די צייט – ער איז געווען פאראויס מכל בני דורו.
ביים פירען א מערכה מיט קנעכטשאפט איז ער נישט נאר געווען פארנומען מיט‘ן ‘זינד‘ שבה, און צו דאס זענען טאקע די בני חם פונעם בייבל – ער האט געטראכט פארגעשריטען: “ווען נאר כ‘הער איינעם זיך אננעמען פאר קנעכטשאפט, שפיר איך א מורא‘דיגער דראנג עס צו זעהן אויספרובירט אויף איהם אליין"... “איך גלייך נישט דעם מענטש. איך מוז זיך בעסער באקענען מיט איהם...", האט זיך דער רבי אמאהל אויסגעדרוקט.
* די באקאנטסטע אינטערעקשאן וואס פרעזידענט לינקאלן ט א ה ג ע ה א ט מיט זיינע א י ד י ש ע בירגער איז הסתם מן די באקאנטע עפיזאד ווען זיין גענעראל, און שפעטער‘דיגער פרעזידענט, יוליסיס גרענט האט אינמיטן די קריג אין 1862 ארויסגעגעבען זיין דזשענעראל ארדער 11 אין וועלכע ער פארטריבען האט די אידן “אלס א קלאס" פון א געוויסע געגענט נאכדעם וואס ער האט מחליט געווען אז זיי שמוגלען פארבאטענע סחורה – די איינציגע אפיציעלע אנטיסעמיטישע אקט אין די היסטאריע פון די פאראייניגטע שטאטן. ]למען הרעקארד: לדעתי איז גרענט בכלל נישט געווען אן אנטיסעמיט.[
זייט 95
טעקסט
דער נאר ווי האט פרעזידענט געהערט פון די שאנדפולע באפעל גלייך ער האט געזעהן דערצו מען זאל עס מבטל זיין. איינער פון די אידן איבער דערציילט זיין שמועס מיט
לינקאלן צייכנונג אז ער האט עס ערלעדיגט
לינקאלן:
לינקאלן: אהא, איז די בני ישראל זענען ארויסגעטריבן געווארן פונעם גוטן לאנד כנען?
איד: יא, און דאס איז פארוואס מיר זענען געקומען צום טאטע‘ן אברהמ‘ס שויס, זוכענדיג שוץ...
לינקאלן: און די שוץ זאלן זיי זאפארט באקומען.
* יעצט שטייט דער פרעזידענט אויף די טרעפ פונעם קעפיטאל בילדינג און רעדט. ער פייערט נישט זיג - ער רעדט. ער פרובירט מסביר זיין א פינסטערע וועלט מיט וועטער פון תנ"ך, מיט געדאנקען פון ברית החדשה. ער ווארענט איבער גאט‘ס כעס געשאפן דורך קנעכטשאפט וועלכע פארטיליגט דאס לאנד.
אבער די רעדע פאר וועלכע ער וועט געדענקט ווערן – די רעדע בה"א הידוע – איז אודאי די רעדע אין געטיסבורג, איינע פון די קורצסטע און מאכטפולסטע רעדעס אין די היסטאריע פון די מענטשהייט.
דאס איז פארגעקומען אין נאוועמבער פון 1863 ביי די דעדיקעישאן פון דעם מיליטערישען בית הקברות אין געטיסבורג, פענסעלוועיניע, פיר און א האלב חדשים נאכדעם וואס די אמעריקאנער ארמיי האט געוואונען דעם ‘קאמף פון געטיסבורג‘ קעגן די קאנפעדערעט רעבעלן.
דארט האט דער פרעזידענט געהאלטן זיין וועלט-בארימטע רעדע פון עטליכע שורות איבער דעם עתיד פון דעמאקראטיע.
“פיר סקאור ]סקאור = 20 יאהר[ און זיבן יאר צוריק האבן אונזערע עלטערן אויפגעברענגט אויף דעם קאנטינענט א נייע פאלק, פארשוואנגערט אין פרייהייט, און געווידמעט צו דעם געדאנק אז אלע מענטשן זענען באשאפן געווארן גלייך" – האט דער פרעזידענט אנגעהויבען.
א קארגע צוויי מינוט שפעטער האט ער געענדיגט מיט די אייביגע ווערטער: “ ... אז די דאזיגע טויטע זאלן נישט האבן געשטארבן אומזינסט. אז דער פאלק, אונטער גאט, זאל האבן א נייע געבורט פון פרייהייט, און אז רעגירונג פון דעם פאלק, דורך דעם פאלק, פאר דעם פאלק, זאל נישט פארגיין פון די וועלט".
* דער בריטישער פראפעסאר,
און באזוכענדער-פ ר א פ ע ס א ר אין יעיל, מארק שאפערשטיין שלאגט פאר אן אינטערעסאנטע דער טעאריע.
וויל פראפעסאר טענה‘ען אז די “פיר בארימטע סקאור און זיבן
לינקאלן אין געטיסבורג
צוריק"
יאהר פראזע האט דער פרעזידענט געבארגט פון א אידישען רב וועלכער האט זיך באנוצט דערמיט ביי א דרשה.
שבתאי הרב מורייאוס איז געווען איטאליענער-אן רב, אמעריקאנער פון די אנגעזענסטע ארטאדאקסישע פירער אין אמעריקא און א קעמפער שטארקער רעפארם די קעגן באוועגונג.
הרב שבתאי איז געבוירן אין ליווארנו נאך שבאיטליא, פארשידענע גלגולים איז ער אין די 1850ס אויפגענומען געווארן אלס רב אין די ‘קהל קדוש מקוה ישראל‘ קהילה אין פילאדעלפיא וואו ער האט זיך ארויסגעשטעלט אלס א פייערדיגער אנהענגער פון פרעזידענט לינקאלן.
יולי 4, דער אמעריקאנער יום העצמאות, איז אין 1863 געפאלן אום שבת שבעה עשר בתמוז. נישט ווייט פון דארט האט זיך געהאט אפגעשפילט די העפטיגע געטיסבורג קאמף און דער עולם האט נישט געוואוסט ווער עס געוואונט.
ביי זיין שבת‘דיגע דרשה האט דער רב געזאגט אז ער איז געבעטן געווארן צו דרש‘ען אויפן פסוק וקראתם דרור בארץ לכל יושבי‘ לכבוד יולי 4, אבער אזויווי עס איז י"ז בתמוז וועט ער רעדן איבער דעם פסוק אין ישעיהו ‘יוֹם צָרָה וְתוֹכֵחָה וּנְאָצָה, הַיּוֹם הַזֶּה'. מיט דעם האט ער אויך געמיינט דעם מצב אין געטיסבורג.
אמעריקאנער סאלדאטן אין געטיסבורג
זייט 96
טעקסט
אינמיטן זיין דרשה האט זיך דער רב באצויגן צו דעם יום העצמאות "וועלכע האט פיר סקאור און זיבן יאהר צוריק געברענגט צו די נייע וועלט ליכטיגקייט און פרייד".
דריי חדשים שפעטער האט דער פרעזידענט גענוצט דעם גענויעם לשון פון דעם שוין-דאן-געדרוקטע דרשה.
* איין חודש און צעהן טעג נאך זיין צווייטע איינשווערונג לינקאלן אברהם איז אומגעברענגט געווארן.
בלויז פינף טעג פריער, אפריל 9, 1865, האט דער מאכטפולער
א טיקעט צו טראגעדיע –
ווערן דארט נישט אריינגעלאזט. דוקא היינט נאכט איז דא נאך איינער וועלכער פלאנט צו זיין אין דעם צימער. דער אקטיאר דזשאן בוט. זיינע כוונות זענען נישט גוט. ויהי לעת ערב, דער פרעזידענט זיצט באקוועם אין זיין רויטן ראקינג-בענקל, און דער מערדער כאפט זיך אריין אינעם צימער אומבאמערקט. אין זיין האנט האט ער א גאן.
אלס אן אקטיאר האט ער זיך גוט אויסגעקענט מיט‘ן בילדינג און מיט‘ן שפיל, ער האט אויסגערעכענט זיין אקט צו א סעקונדע ווען די פארזאמעלטע
געשטעמפלט מיט דעם גורל‘דיגען דאטום
קאנפעדערעט גענעראל ראבערט לי ]יא יא, דער ‘לי‘ פונעם עוועניו[ זיך אונטערגעגעבן צו לינקאלנ‘ס גענעראל גרענט.
היינט איז פרייטאג, אפריל 14, א שטיקל קריסטליכער יומא דפגרא איז אויך, און דער פרעזידענט ערלויבט זיך א פריוואטע רייזע ארום די שטאט מיט זיין פרוי – א אידענע מיט אנגעצויגענע נערוון און אפטע מרה שחורה אטאקעס.
“דו ווייסט", דרייעט זיך דער פרעזידענט פלוצלינג צו זיין רעבעצין, “איך וואלט נאך געוואלט זעהן ירושלים פאר מיין טויט". סתם ולא פירש.
נאך לאנגע שלאפלאזע יאהרן פון קריג קען מען זיך אביסל ערלויבען צו צושטרייען. דער פרעזידענט איז געלאדענט אויף היינט ביינאכט מיטצוהאלטן א שפיל – ‘אונזער אמעריקאנער קאזין‘ - אין דעם לאקאלן ‘פארד‘ס טעאטער‘, דער זיגרייכער גענעראל גרענט איז אויך באשטימט צו קומען, אבער ער וועט זיך ארויסציען אין די לעצטע מינוט.
אין פארד‘ס טעאטער געפונט זיך א ספעציעלער צימער אויפן גאלערי וועלכע איז ספעציעל מיוחד פאר‘ן פרעזידענט, אנדערע
לינקאלנ‘ס צימער היינט צו טאג אויף די רעכטע זייט אויבן
די פעטערסאן הויז
האבן אויסגעבראכן אין א געלעכטער.
לינקאלן איז געשאסן געווארן אין קאפ.
ווי, וואס, ווען איז שטערבליך-דער פ א ר ו ו א ו נ ד ע ט ע ר פרעזידענט אריבערגעפירט געווארן קעגנאיבער די גאס צו דעם ‘פעטערסאן הויז‘ וואו ער איז אריינגעלייגט געווארן אין בעט. צוליב זיין געוואלדיגע לענג לייגט מען איהם שיעף. די גאנצע נאכט האט דער פרעזידענט זיך געפונען אין א קאומא און זיך געראנגעלט מיט‘ן טויט. צוקאפענ‘ס שטייט
דער אידישער טשארלס דאקטאר ליבערמאן, א רוסישער אימיגראנט, און נעמט נישט אראפ קיין אויג פון זיין הַאר.
די בארימטע מאלעריי פון לינקאלנ‘ס טויט-בעט.
דר. ליבערמאן שטייט ביים קאפ און קוקט אויפן פרעזידענט
זייט 97
טעקסט
עס העלפט איהם נישט קיין סאך, 7:22 שבת חול המועד פסח אינדערפרי אטעמט אברהם דאס לעצטע.
סעקרעטערי אוו וואר סטאנטאן סאלוטירט און דערקלערט: ".Now he belongs to the ages"
* עס איז שבת אינדערפרי, דעם דריטן טאג חול המועד פסח שנת תרכ"ה, אין צאנז לויפט מען אין מקוה, און אין ניו יארק סיטי איילט מען זיך אין שוהל אריין.
עס נעמט נישט לאנג די און שרעקליכע ידיעה גרייכט איבעראל. אין אלע קהילות מען זאגט הספדים און תפלות פאר'ן געפאלענעם פרעזידענט.
די שוהל די אויף צוועלפטע ג א ס, באריכטעט די ניו יארק טיימס, איז פארוויקעלט אין שווארצן, רב דער פרובירט צו זאגן אפאר אבער ווערטער, קען נישט קומען צום ווארט פון צער.
ספאנטאן האט זיך דער גאנצער עולם אויפגעשטעלט און געזאגט צוזאמען קדיש לעילוי נשמת לינקאלן אברהם הי"ד.
* חדשים צוויי שפעטער טרעפן מיר א בריוו פון אונזער רב, הרב שבתאי מורייאוס, אז זיין
דעם רב‘ס בריוו
קהלה האט צוזאמענגעשטעלט די סומע פון דריי הונדערט דאלער זיך משתתף צו זיין אין א מאנומענט לזכרו פונעם פרעזידענט. ]ווי וואלט דער רבי געזאגט, $300 בימים ההם...[ * אויך האט אונזער רב זיך נישט געפוילט און אנגעשריבן א הארציגע שיר אין לשון הקודש אויף די ראשי תיבות פון דעם פרעזידענט'ס נאמען. אויפן בילד איז אונטערגעשריבן עס 'אייזק גאלדשטיין הלוי', לויט געוויסע מקורות איז הרב שבתאי דער מחבר.
* נאך עפעס געבליבן?
נעה.
י א...
ב ל י י ב ט צו נאר וואונטשען ער אז זאל זיין גוטע א בעטער.
I believe we have not yet appointed a Hebrew
מיט איינע פון זיינע גענעראלן אינמיטן די קריג
זייט 98
טעקסט
מעמוארן פון
גאליציע
שטילע אינגערמאן
רעדאגירט: , רויטע וואנצעס
פארווארט
אינדערהיים האב איך אריבער גערופן א ידיד וואס טוט אין אנטיקן, ס'איז באקאנט אינעם שטיבעל איבער די אוצר פון ליטראטור וואס און מ'האט אזוי דורך געטוען אלע חפצים און ביכער, און טאקע צוריק כ'האב אמאל געטראפן.
געשיקט די ווערדפולע זאכן צום תינוק שנשבה, אבער איין אלטע העפטל פאר די וואס זענען נישט באקאנט, כ'בין אמאל געווען אין א פארקינג וואס איז געווען צווישן די זאכן האט אים נישט אינטערעסירט. שטעלט לאט העלפן איינעם דארט מיט זיין קאר.
זיך ארויס אז דאס ביכל האט זיין טאטע, וואס איז געווען א גוטע שרייבער אויף זיין פראגע פון ווי איך האב פונקט ביי מיר אלע געצייג, האב איך - געשריבן מיט פיל הערליכע מעשיות איבער זיין לעבן אין איבער די אים מסביר געווען אז כ'בין א איד און ביי אונז איז דא אן ארגאנעזאציע לעבן פונדערהיים, ווי אויך סיפורי צדיקים וואס ער האט געהערט. חברים ווי איך בין א מיטגלידער און איך טראג שטענדיג מיט זיך געצייג אין די הקדמה שטייט אז די פאטער איז געווען א גרויסע פרומע ארויסצוהעלפן אנדערע אידן. זאגט ער מיר אז זיינע עלטערן זענען אויך שרייבער אין די אלטער היים, אבער ער איז געווארן א ציוני און שטארק געווען אידן, און ער ווייזט אויף מיין פיאות, ״מיין טאטע האט געהאט געקעמפט פאר די מדינה נאך איידער די ערשטע וועלט קריג. למעשה לאנגע, די עלטערן זענען געווען זייער פרומע״.
איז דאס דעמאלטס געווען זייער א אפטע מציאות און אסאך אינגעלייט אבער ליידער האט ער גארנישט געוואוסט פון אידישקייט צו זאגן, זענען ליידער אוועק געפאלן. אבער די מעשיות וואס ער האט פארשריבען ער האט נאר געזאגט אז די טאג פון זיין טאטענ'ס יארצייט ווייסט ער זענען פערל ווערטער און געבן אביסעל א בליק ווי אזוי ס'האט אויס נאר פון א ענגלישע ארטסקרול גמרא וואס האט א טשעפטער לע״נ זיין געזעהן אין דער אלטער היים.
טאטע'ן. ער זאגט מיר אז ער האלט די יארצייט ערליך יעדן פעברואר דעם כ'האב שוין אין שטיבעל אראפ געברענגט אפאר ארטיקלען פונעם צוואנציגסטן, נישט אפילו וויסענדיג אז ס'איז דא א אידישע לוח.
ביכל, אבער יעצט אז ס'איז געווארן א געלעגענהייט אריין צו לייגן אין אינמיטן שמועסן דערציילט ער מיר, אז ער האט אוועק געלייגט פונעם די קונטרס פה סח, האב איך געטוען מיינס און מיט'ן הילף פון אונזער טאטע'ן אפאר קעסטלעך פון אלטע פאפירן און חפצים, און ער ווייסט חשובע ניקים סלינקי, היימישע ליטוואק, א איד, האב איך אפגעשריבן ניטאמאל וואס ליגט דארט.
אפאר ארטיקלען. ממש א שפיי אין ים וואס איך האב נאך.
כ'בין געווארן נייגעריג, פרעג איך אים אויב איך קען אפשר רוב פון די באשרייבונג האט איך געלאזט אין דער שרייבערס אייגענעם אריבערקומען צו אים אהיים זעהן און מסדר זיין די חפצים. ער האט מיר ב'חנ'טען שפראך. ווי עס האט אויסגעפעלט אין הבנה, האב איך עס בחפץ לב אריינגעלאזט ביי זיך אינדערהיים, און ער צייגט מיר אין קעלער אביסל אויסגעקלארט.
די קעסטלעך. ער האט מיר נאך א פרייטליכן שמועס אנפארטרויט אי״ה אין די עתיד וועל איך יעדע שטיק צייט ווייטער ארויפלייגן שיינע אהיימצונעמען איבערקוקן די סחורה, בתנאי אז אויב איך טרעף עפעס שטיקלעך אין שטיבל.
ווערדפול זאל איך אים מודיע זיין. וכך הוה, כ'האב אראפ גענומען זיין האטס אלע א כשר'ן פרייליכען פסח!
אינפארמאציע און אהיים מיט די קעסטלעך.
זייט 99
טעקסט
די מצות באקן האט שלום געבראכט
די לובלינע חסידים פון מיין שטעטיל אין פולין, ווי איך בין געבוירען געווארען, האבען זיך נוהג געווען צי באקען אליין די מצות שמורה ערב פסח. דעם ווייץ צו די מצות האבען זיי אליין געשניטען זומער אין דער שניט צייט, און אליין געמאלט מיט א האנט מיל. צי מאכען דאס מעהל אין ערב פסח נאך צוועליף אזייגער, זענען זיך צוזאמען געקומען אלע חסידים אין שטיבעל אריין, ווי אלעס איז שוין געווען גרייט צום באקען. פאר אונז אינגלעך איז דאס געווען אפשר די בעסטע אין שעהנסטע צייט פון אונזער אינגעל'עשנלעבן. דאס גיין א נאכט פאר ערב פסח צום טייך נאך “מים שלנו“, טראגען דאס וואסער אין שטיבעל אריין, און זינגען “ושאבתם מים בששון“ און דאן נאך צי העלפען מיט וואס מיר האבען נאר געקענט - דאס איז געווען אונזער איינציגער פערגעניגען. ביי דעם באקען די מצות, האבען מיר געהאלפען רעדלין די מצות, געגאסען וואסער ביי דעם קנעטען, אין נאך אזעלכע זאכען וואס מיר האבן צי געהאלפען. ביי די חסידים איז דאס באקען מצות ערב פסח געווען פאררעכענט פאר א קרבן וואס מען האט מקריב געווען אין בית המקדש ערב פסח בין הערבים..... מען האט געזאגט הלל, געזינגען נשמת, געלערנט זוהר, און אויך געטרינקען אביסעל פסח'דיגען שליוואוויץ. קיין שום פרעמדער מאן, אדער פרוי האבן זיך באטייליגט אין דער הייליגער ארבייט, נאר די חסידים פון שטיבעל. יעדער חסיד פון שטיבעל האט בעקומען זעקס מצות, ווייל מיט דעם איז ער דארך געקומען גאנץ יו“ט פסח. קיין אנדערע מצות האט ער נישט געגעסען....
דאס וואס איך שרייב דא, איז געווען אין יאר תרמ“ח, ווען דער רבי פין ל. איז נפטר געווארן, און זיין זון איז געווארן רבי אויף זיין ארט. א טייל חסידים האבען זיך אפגעטיילט און געפארען צו א צווייטען רבי'ן. אויך האבן זיי געהאט א באזונדער שטיבעל צום דאווענען. אויך איז דארט געווען א ארט איינגעארדינאנג ווי צי באקען די שמורה מצות ערב פסח. געווענטליך איז ביי די חסידים צווישען די צוויי שטיבלעך נישט געווען קיין שלום בית... ביי דעם טייך ווי מען האט גענומען דאס מים שלנו, האט מען זיך איבער געווערטעלט אויף דעם חסידישען שטייגער, מיט גמרא ווערטליך, מיט זינגען. און ווען מען איז געגאנגען צוריק פון טייך מיט די וואסער, איז יעדער פארטיי געגאנגען אויף א צווייטען וועג, כדי זיך נישט צי קריגען. נאך בדיקת חמץ זענען אלע חסידים געקומען אין שטיבעל אריין, אין מען איז געגאנגען אויסטיילען יעדער זיין חלק מעהל אויף זיינע זעקס מצות. דאס מעהל איז געווען אין א נייעם קאסטען וואס איז געשטאנען אויפען בוידעם פון שטיבעל, פארמאכט און אויך פערשלאסען. ווען מען האט יעצט דעם קאסטען געעפענט, איז פון דעם קאסטען ארויסגעלאפען א שרץ... און א טייל פון די פאפירענע זעקלעך ווי דאס מעהל איז געווען, זענען געווען צעריסען צעביסען פון דעם שרץ... די חסידים ווען זיי האבען דאס דערזעהן, זענען זיי געבליבען שטיין דערשלאגענע. דאס מעהל איז חמץ, קיין מצה שמורה קאן מען שוין פין דעם ניט באקען.
מארגען איז ערב פסח, וואס טוט מען איצט? דעם אויווען האט מען שוין גע'גליגט, גע'כשרט, מים שלנו איז שוין דא, אלץ איז גרייט צום באקען פאר יו"ט פסח, אבער דאס מעהל איז חמץ. ווי נעמט
מען יעצט אנדערע מעהל צום באקען? וואס פאר א יו"ט קאן זיין אהן דעם ערב יו"ט, אהן דעם הלל, נשמת פון ערב פסח?... אןן וואס וועלן די צווייטע חסידים זאגען, פון צווייטען שטיבעל? זיי האבען דאך אללעס. און זיי וועלען דאך באקען זייערע שמורה מצות, אין מיר וואס וועלן טאן?
נאך לאנג טראכטען האבען די חסידים בעשלאסען צי שיקען א וואגען מיט פערד קיין ל. צום רבין, און פון רבי'ן ברענגען א ביסעל מעהל פון זיין מעהל וואס ער האט אהן געגרייט פאר זיינע חסידים אין ל..
קיין ל. איז פון שטעטעל געווען א מהלך פון זעקס שעה צי פאהרען, און צוריק אויך זעקס שעה, אזוי אז מען וועט באלד ביינאכט אוועקפארען, וועט מען מארגען ערב פסח זיין צוריק צוועלעף א זייגער נאך מיטאג, אין מען וועט קאנען באקען די שמורה מצוה. מען האט באלד געדינגען א וואגען און צוויי אינגעלייט זענען אוועקגעפארען קיין ל.. אויף מארגען גאנץ פרי זענען די חסידים געקומען אין שטיבעל אריין דאווענען אין צי מאכען א סיום פאר די בכורים וואס דארפען פאסטען ערב פסח. אבער א בעזונדער אומגליק איז געווען, עס האט געגאסען א רעגען ווי א מבול. מען וועט ברענגען דאס מעהל, אבער עס וועט זיין חמץ. נישטא קיין מעהל אויף מצה שמורה.... די חסידים זענען געווען פערצווייפעלט, וואס וועט מען טאן? דער זייגער איז שוין געווען שפעט, מען האט פארברענט דאס חמץ, געזאגט כל חמירה, אבער וואס וועט מען טאן אהן שמורה מצות.
מען איז געזעסען אין שטיבעל פערזארגט אין פערטראכט. די טיר פין שטיבעל האט זיך געעפענט, אין עס איז אריין געקימען ר' משהלי מיט א פלאש שליוואוויץ פסח'דיגען אין זיין האנט, און האט געזאגט, קומט ברידער חסידים, נעמט אביסעל פסח'דיגען בראנפען, מיר וועלען באקען מצה שמורה ביידע שטיבלעך אינאיינים. מיר זענען דאך חסידים פין אינזער רבי'ן ז"ל, מיר האבען גענוג מעהל פאר אייך אויך. דער שטן האט געוואלט עפעס אפטאן שלעכטס... אבער נישט ביי קיין אלטען קאצקער חסיד וועט ער קאנען עפעס שלעכט טאן..
ר' משהלי איז געווען אן אלטער קאצקער חסיד, א גרויסער בן תורה, און א קליגער איד. ער האט אויך געדאווענט אין דעם שטיבעל וואס האט זיך אפ געטיילט פין רבין'ס זון. אבער שטענדיג געזוכט צי מאכען שלום צווישען די צוויי שטיבלעך חסידים, יעצט איז אים דאס געלינגען. נאכמיטאג האבען די חסידים פון ביידע שטיבלעך געבאקען מצה שמורה, געזאגט הלל, געזינגען נשמת, געלערנט זוהר, און געטרינקען פסח'דיגען שליוואוויץ. אזוי ווי יעדער יאר, יעדער חסיד האט בעקימען זיינע זעקס מצות, איז עס איז געווארען פין דעמאלס אהן שלום צווישען די צוויי שטיבלעך.
דער וואגען מיט די צוויי אינגע לייט זענען צריק געקומען, אבער אהן מעהל, ווייל זיי האבען אוועק געגעבען דאס מעהל א איד אויפען וועג, כדי ער זאל פערשרייבען אין חמץ אריין, עס זאל נישט ווערען חמץ שעבר עליו הפסח.
זייט 100
טעקסט
דער געשיכטע פון "דער אלטער ר' לייב" און זיין אריכות ימים
צווישן די אלטע אידן ביי אונז אין שטעטל, איז געווען דער עלצטער איד, איינער וואס מען האט גערופן דער אלטער לייב. דאס איז געווען א שיינער, גרויסער, און אויך א שטארקער מאן. מען האט געזאגט אז ער איז שוין עלטער פון הונדרעט יאר. ער פלעגט גאנצע טעג זיצן אין בית המדרש נעבן אויוון. לערנען האט ער נישט געקענט, פלעגט ער זאגן תהלים, און ערנסט דאווענען. געוואוסט האט מען אז ער באקומט יעדן חודש געלט פון “מאגיסטראט“ דאס הייסט פון די רעגירונג, און ער לעבט פון דעם זייער בריווח. ער גייט שיין און גוט אנגטוהן, גיבט די אלטע אידן וואס קומען אין ביהמ“ד אריין צובייס און בראנפן, און אויך א נדבה, די פרעמדע ארימעלייט האלט ער אויס מיט אביסל עסן, און אויך מיט אביסל געלט.
אונז קליינע אינגלעך ווען מיר קומען פון חדר אריין צו לויפן אין בית המדרש ווינטער ביינאכט, טיילט ער אונז צוקערלעך, עפעלעך, און נאך נאשערייען. ער האט זיין אייגן הייזל ווי ער פירט זיך זיין בעל בית'שאפט. פון וואנען ער זאל האבן פארדינט זיין פענסיע פון די רעגירונג ווייסט קיינער נישט. טייל זאגן אז ער האט עפעס א ירושה פון א אלטע פריצטע, טייל זאגן פון דער פוילישע פאווסטאנע האט ער עפעס א מעדאל באקומען, אבער ער אליין שווייגט און וויל גארנישט זאגן וועגן דעם.
מיר עטליכע אינגלעך וואס האבן דעם ווינטער אנגעהויבן צו לערנען גמרא, און מיר פלעגן אויך יעדע נאכט פון חדר לויפן אין בית המדרש אריין, האבן מיר אויך באקומען יעדעס מאל עפעס צו נאשן פונעם אלטן לייב. מיר זענען דעמאלטס אלט געווען בערך זעקס יאר, און מיר האבן געוואלט וויסן פארוואס דער ג-ט האט געשענקט דעם אלטן לייב די לאנגע יארן? מיר האבן געלערנט אין די גמרא אז איינער האט געפרעגט ביי דעם צווייטן אלטן במה הארכת ימים, דאס הייסט מיט וואס האסטו זוכה געווען אז די זאלסט לאנג לעבן? און דער האט גענטפערט אז ער האט עפעס גוטס געטוהן, דעריבער האבן מיר אויך געוואלט וויסן וואס פאר א גוטס דער אלטער לייב האט געטוהן, וואס ער האט זוכה געווען צו אזא לאנג לעבן. אפשר וועלן מיר דאס אויך נאכטוהן און לאנג לעבן, אדער מיר וועלן זאגן דאס פאר אונזערע עלטערן אז זיי זאלן לאנג לעבן. מיר האבן עם געבעטן אז ער זאל אונז זאגן וואס ער האט עפעס געטוהן אין זיינע אינגע יארן עפעס גוטס, וואס ער האט דערפאר זוכה געווען צו אריכות ימים. אבער ער האט אונז ניסלעך און עפל געגעבן, אבער עפעס זאגן וועגן דעם האט ער נישט געוואלט, און נישט אפילו אונז גענטפערט.
אבער מיר אינגלעך זענען אויך געווען עקשנים, און מיר האבן אים געזאגט, אז מיר נעמען מער נישט ביי אים קיין זאך נישט, מיר זאגן שוין מער נישט אים א גוטע נאכט, אזוי ווי מיר פלעגן אים זאגן, מיר קומען נישט מער צו זיין טיש ווי ער זיצט, אויב ער וועט אונז נישט אויסזאגן דעם סוד פון זיין זכיה צום לאנג לעבן. אבער נאך עטליכע נאכט ווען מיר זענען געווען ברוגז מיט אים, איז ער געווארן בעסער מיט אונז, און אונז עטליכע גמרא אינגלעך צו גערופן צו זיך, ארום געזעצט נעבן זיין טיש ביי דעם אויווען, און ער האט אונז דערציילט זיין געשיכטע. איך גיב זי דא איבער אזוי ווי ער האט דערציילט:
איך בין געבליבן א יתום ווען איך בין אלט געווען צעהן יאר, “אזוי האט דער אלטער לייב אנגעהויבן זיין ערציילונג“. מיין מוטער איז געבליבן מיט פיהר קינדער אן א גראשן פארמעגן. זי איז געגאנגען ארבעטן וואשן ביי פרעמדע מענטשן, אבי צו פארדינען א שטיקל ברויט פאר אירע הויז געזינד. מיט דער צייט איז זי מיין מוטער געווארן כמעט ווי בלינד אויף אירע אויגן, פון פיל וויינען.
צוויי יאר נאך מיין פאטערס טויט, בין איך געגאנגען צו א בעל עגלה אויף קעסט. איך האב דארט באדארפט געבן עסן די פערד, געבן זיי וואסער, און טוהן נאך אזעלעכע זאכן וואס מיין בעל הבית האט מיך געהייסן, דערפאר האט ער מיר צוגעזאגט אז ער וועט מיר אויסלערנען צו זיין א שמייסער ביי אים, און איך וועל מיטפארן מיט עם צוויי מאל אין דער וואך קיין לובלין, ברענגען פון דארטן סחורה פאר די קרעמערס, און איך וועל מיט די צייט ווערן א מענטש.
עס איז אוועקגעגאנגען יארן, און איך בין געווען ביי מיין בעל הבית די שמייסער. ווען איך האב עפעס פארדינט ביי די ארבעט, האב איך דאס פארדינסט באלד געגעבן מיין מוטער, און מיין מוטער האט מיר שטענדיג אנגעזאגט אז איך זאל זעהן צו זיין א איד, דאווענען, לייגן תפלין, און נישט ארבעטן אום שבת, און חלילה נישט פארן מיט די פערד אום שבת. איך האב מיין מוטער זייער ליב געהאט, און זי געהארכט אלעס וואס זי האט מיר געזאגט.
איין מאל איז דאס געווען אינמיטן ווינטער, עס איז געווען א גרויסע פראסט, א קעלט, און מיר האבן זיך געגרייט צו פארן קיין לובלין מיט סחורה. איך בין שוין געווען ביי די ארבעט צי צוגרייטן די פערד און וואגן צום פארן, און צו מיר זענען צוגעקומען צוויי אידן פרעגן צו זיי קענען פארן קיין לובלין מיט אונזער וואגן. איך האב זיי אפגעשיקט צו מיין בעל הבית פרעגן צו ער וויל זיי אויפנעמען. די אידן האבן גערעדט מיטן בעל הבית, און אים געזאגט אז זיי וועלן אים געבן וויפיל ער וויל פארן פארן, און נאך עטליכע גילדן, נאר מיט איין באדינג, אז ער זאל נישט נעמען אויף דעם וואגן היינט קיין שום פרויען, נישט אידישע נישט גויאישע. אויב ער האט שוין אפשר א נקבה אויף זיין וואגן, זאל ער דאס זיי זאגן, וועלן זיי היינט נישט פארן.
דער בעל הבית האט זיי געזאגט אז ער האט נישט קיין שום פרויען צום פארן, און זיי קענען זיין זיכער אז עס וועט אויף דעם וואגן היינט נישט זיין קיין נקיבה. די אידען האבן דעם בעל עגלה געגעבן האנט געלט, און געפרעגט ווען זיי זאלן קומען צום פארן, זיי גייען נאר נעמען זייערע פעקלעך. עס איז געבליבן אז מען וועט ארויס פארן נאך מעריב דאווענען. פארן דארף מען א גאנצע נאכט, און צו מארגענס פרי וועט מען זיין אין לובלין. איך האב מיך צו געהערט צו דעם גאנצן ביזנעס מיט די אידן, אבער דאס איז דאך נישט מיין עסק, איך דארף נאר טוהן מיין ארבעט ביי די פערד און וואגן.
אזוי ווי די אידן זענען אוועקגעגאנגען דאווענען מנחה מעריב, און נעמען זייערע פעקלעך, איז אריינגעקומען א גוי פון די שטאטישע גוים, און געזאגט דעם בעל עגלה אז זיין פרוי מוז מארגן זיין און לובלין, נייטיג, און ער וויל אז זי זאל נאך היינט פארן מיט אים
זייט 101
טעקסט
קיין לובלין. דער בעל עגלה האט זיך עפעס גע'סודות'ט מיט אים שטילערהייט, און זיי האבן זיך אביסל צולאכט ... און עס איז געבליבן אז די גויע פארט מיט היינט מיט זיין וואגן, אבער די גויע מוז שוין קומען, איידער די אידן קומען מיט די פעקלעך. איך האב שוין גוט פארשטאנען וואס דא גרייט זיך, די גויע איז טאקע באלד געקומען, און מען האט איר אן געטוהן א “קאזשאך“ דאס איז א גרויסע פוטער וואס פארשטעלט דעם גאנצן קערפער, און אויף די פיס וואלאקעס, און א גרויסע וואלענע פאטשיילע איבערן פנים, און זי אריינגעזעצט אין וואגן.
באלד זענען געקומען די צוויי אידן, און דער בעל עגלה האט זיי אנגעוויזן זייער ארט און דער צווייטער זייט פון וואגן. עס איז געווען נאך עטליכע פאסאדזשירן, אלע האט מען געזעצט אויף זייערע ערטער, און מיר זענען אוועק געפארן. דער בעל עגלה האט זיך גלייך געמאכט א ארט ווי צו ליגן און שלאפן, און איך האב מיך געזעצט אויף די “קעלנע“ און גענומען מיין בייטש שטעקל, און מיר זענען געפארן.
עס איז געווען גוט פינסטער, שטארק קאלט, און א שניי האט אנגעהויבן צו שיטן. נאך א צוויי שעה פארן זענען מיר געקומען אין א וואלד, וואס איז גרויס פון עטליכע מייל. דער וואלד האט א שם פאר א געפערליכער ארט, עס איז דא וועלף, אין ווילדע חזרים, און נאך געפערליכע חיות, איבער הויפט ווינטער זענען די וועגן פון דעם וואלד נישט זיכער. מיר פלעגן ווי ווייט מעגליך דורכפארן דעם וואלד אביסל מיט פחד.
ווען איך בין געקומען אינמיטן וואלד, פיל איך ווי אין מיין פלייצע שטעלט מיך אפ די אידן, און זאגן צו מיר אז איך זאל אפשטעלן די פערד, ווייל זיי גייען אראפ פון וואגן, זיי וועלן דא מער נישט פארן, ווייל אויף דעם וואגן איז דא א פרוי. די ערשטע מינוט האב איך געפריווט זיי אפלייקענען די זאך אז עס איז דא א נקיבה, אבער זיי די אידן האבן אפילו נישט געוואלט הערן קיין שום זאך, נאר זיי האבן גענומען זייערע פעקלעך און זיי זענען אראפ פון וואגן. דער בעל עגלה, מיין בעל הבית האט דערהערט אז עפעס איז אויף זיין וואגן, און ער איז פון זיין געלעגער צו געקומען, און אויך געפריווט זיי איינצורעדן אז עס איז קיין שום פרוי נישטא. אבער די אלע רייד האבן נישט געהאלפן, די אידן זענען מיט זייערע פעקלעך געגאנגען צום וואלד, אפילו נישט געוואלט ענטפערן קיין ווארט, נישט געוואלט אנרירן דעם וואגן מער. די עטליכע פאסאזשירן האבן געלאכט, דער בעל עגלה האט זיי אנגערופן “אידיאטן“, פאנאטיקער, און געהייסן מיר ווייטער פארן. די פראסט און די שניי האט נישט געלאזט לאנג שטיין, מען האט געמוזט פארן. דער בעל הבית איז זיך ווייטער אוועק אויף זיין געלעגער צום שלאפן, און איך אויף מיין קעלנע.
אבער נאך פינף מינוט פארן בין איך עפעס ווי צומישט געווארן, און האב אנגעהויבן איבערצוטראכטן די זאך. די צוויי אידן האבן באצאלט מער ווי מיין בעל הבית האט געוואלט, און זיך אויסגענומען אז זיי ווילן נישט פארן מיט קיין נקיבה אויף איין וואגן, און פארוואס קומט זיי אז זיי זאלן דא אינמיטן וואלד אומקומען? זיי זענען פרעמדע, דער זייגער איז יעצט פאר 12, זיי וועלן דארפן זיין אין וואלד ביז טאג, זיי וועלן זיכער דא אומקומען, דעפרוירן ווערן, אדער די ווילדע חזרים וועלן זיי הרג'ענען, און דאס וועט מען מארגן הערן
אין שטאט, און מיין מוטער וועט דאס הערן, וועט זי וויינען מיט אירע בלינדע אויגן.... און ווען מיין מאמע וויינט מיט אירע אויגן, וואלט איך בעסער געשטארבן איידער דאס צו זעהן..... און איך האב מיך נישט געקענט בארוהיגן, ווייל איך בין דאך אויך אביסל שולדיג אין דעם, ווייל איך האב דאך געוואוסט דאס מען מאכט פאר א שווינדל, כדי די גויע זאל קענען פארן, און די אידן אפצונארן.
איך האב נישט פארלוירן קיין צייט, איך האב די לייצעס פון די פערד א ציה געגעבן, גענומען מיין בייטש שטעקל און די האנט, איך בין אראפ פון וואגן, צו גיין צו די אידן און זיי העלפן. מיין בעל הבית איז גלייך אראפגעשפרינגען פון זיין געלעגער, און מיך געפרעגט ווי איך וויל גיין, איך האב אים צוגעווארפן די בייטש מיינע, און נישט גענטפערט קיין ווארט, און בין אריין אין וואלד. דער וואלד איז מיר געווען גוט באקאנט, ווייל שוין יארן ווי איך פאר דא צוויי מאל יעדע וואך, אין איך האב געוואוסט יעדע וועג און שטעג, אין דעם באוואקסענעם וואלד מיט בוימער, מיין בעל הבית האט מיר נאכגעשריגן א קללה, און ער איז מיט זיין וואגן אוועק געפארן. איך בין גלייך געגאנגען אין וואלד, צו דעם ארט ווי איך האב די צוויי אידן אראפגעלאזט פון וואגן. איך האב די אידן געטראפן גיין אין וואלד, ארום גענומען איינער מיט דעם צווייטן מיט די הענט אויף די אקסלען, און זיי האבן געזאגט, אפשר געלערנט, אדער אפשר געזאגט תהלים. זיי האבן געהערט אז מען גייט, האבן זיי זיך אפגעשטעלט, און איך בין צוגעגאנגען צו זיי, און געזאגט איך בין דער שמייסער פון דעם וואגן ווי זיי זענען געפארן. זיי האבן מיך דערקענט, און געפרעגט נאך וואס איך בין צו זיי געקומען. איך האב זיי געזאגט אז דא אין דעם וואלד איז א סכנה פאר יעדן איינעם, און נאך מער פאר זיי, איך בין א איד, און איך האב א מאמע, וואס זי איז האלב בלינד, און זי וועט וויינען אז דורך מיר וועלן חללילה אידן אומקומען. דערפאר האב איך אללעס איבערגעלאזט, און געקומען אייך ביידע העלפן, אז איהר זאלט נישט גיין אין וואלד א גאנצע נאכט. גיט מיר אייערע פעקלעך, איך בין אינג און קען זיי טראגן גרינגער ווי איהר, און האלט אייך אן און מיר, וועל איך אייך אין א שעה ארויס פירן פון דעם וואלד, אין א אידישע קרעטשמע, דארט וועט איר נעכטיגן, אינדערפרי וועט דער איד פון דער קרעטשמע אייך שוין באזארגן קיין לובלין.
איך האב די אלע ווערטער ארויס גערעדט מיט א טיף הארץ, און גיך, און מיט טרערן, ווייל איך בין געווען אויפגערעגט און נערוועז. די צוויי אידן האבן מיר פארשטאנען, די פעקלעך האבן זיי אליין געוואלט טראגן, און זיי זענען מיט מיר געגאנגען, ווי איך האב זיי געפיהרט.
אין א שעה זענען מיר ארויס פון דעם וואלד, און געקומען אויף א גלייכע וועג, אין מיר האבן דערזעהן א קרעטשמע. עס איז שוין געווען 12 אזייגער ביינאכט, דער איד פון די קרעטשמע איז שוין געשלאפן, אין דער קרעטשמע איז געווען פינסטער, איך האב אן געקלאפט, און דער איד האט געפרעגט ווער עס איז, איך האב אים געזאגט אז דאס בין איך מיט נאך צוויי אידן. דער אהרן קרעשטשמער האט מיר גוט געקענט, ווייל עטליכע מאל בין איך שוין געווען ביי אים, כאטש זיין קרעשטמע שטייט נישט אויפן וועג ווי מיר פארן.
ער האט באלד געפענט די טיר, און מיר זענען אריין אין א ווארימע שטוב. איך האב אים פארציילט די מעשה מיט די צוויי אידן. באלד
זייט 102
טעקסט
איז געווארן אין שטוב טיי, מילך, און אויך אביסל בראנפן. די פרוי פון דעם קרעטשמער האט געהערט אז אזעלכע צוויי אידן זענען דא ביי איר, איז זי אויך באלד געקומען אין געמאכט עסן, און א געלעגער פאר אזעלכע גוטע פרומע אידן. וועגן פארן צומארגענס קיין לובלין דארף מען שוין נישט זארגן, ער וועט שוין זעהן אז זיי זאלן זיין צופרידן, און קומען קיין לובלין, איך האב מיינס אפגעטוהן, און באזארגט די אידן מיט א נאכט לעגער, און אלעס גוטס.
איך האב געוואלט גיין דורך דעם וואלד צו דעם דארף וואו מיין בעל עגלה וועט פאשען די פערד, און צוריק איבער נעמען מיין ארבייט אלס שמייסער. איך האב מיך מיט די צוויי אידן געוואלט געזעגענען אבער דער עלטערער איד האט ארויס גענומען געלט און מיר געוואלט געבן פאר דער טירחה און פאר דער טובה וואס איך האב זיי געטאן, אבער איך האב קיין געלט ביי די אידן נישט געוואלט נעמען, זיי האבן שוין איין מאל געגעבן מיין בעל הבית געלט, און יעצט וועלן זיי הערשט דארפן געבן נאך אמאל צו קומען קיין ליבלין, פארוואס זאלן זיי אומזינסט געבן געלט. איך האב געזאגט דעם איד אז פאר א מצוה נעמט מען נישט קיין געלט, איך האב עס געטאן פאר מיין חוב אלס איד, און פארדעם דארף איך גאר נישט נעמען. איך בין צופרידן וואס כ'האב געהאט די שכל דאס צו טאן.
דער עלטערער איד זאגט צו מיר, הער אויס אינגערמאן, דעריבער ווייל דו האסט די מצוה געטאן צוליב דיין מוטער און מקיים געווען כיבוד אם, זאג איך דיר צו אריכת ימים, דו וועסט דערגרייכן א טיפע עלטער און וועסט זיין געזונט. דער צווייטער איד, דער אינגערער, האט נאך צוגעזאגט, די ברכה פון מיין חבר איז אי“ה זיכער, דו וועסט האבן אריכת ימים, אבער אויף דער עלטער מאכט זיך אז מען מוז חלילה אנקומען צו מענטשן, אפילו צו קינדער איז זייער נישט גוט, דעריבער גיב איך אויך צו דיר א ברכה אז זאלסט האבן אין דיין עלטער פון וואנעט צו לעבן פון דיין אייגן געלט, און זאלסט נאך קענען געבן צדקה און דערהאלטן ארימע אידן פון דיין אייגנס. איך האב זיי געדאנקט פאר די ברכות, און איך בין באלד אוועק געגאנגען צו קומען צוריק צו מיין בעל הבית.
עס איז געווען אינמיטן נאכט, די קעלט און דער שניי איז געווען שטארק, איך האב געדארפט דורך גיין א שטיק וועג צו קומען צו אים, צו דעם דארף וואו מען פאשעט די פערד פון די בעל עגלות, אבער די זאך וואס איך האב אזוי גוט געטאן צו צוויי ערליכע אידן, דאס האט מיר געגעבן אזא חשק און אזא שטארקייט אז איך בין געגאנגען אין וואלד אן פחד, אן מורא, איך האב געוואוסט אז קיין שום שטערונג, קיין שום אומגליק קען מיך דא נישט טרעפן. עפעס האט זיך מיר געדאכט אז די מצוה גייט מיר נאך, און היט מיך פון אלעס שלעכטן. איך בין אינג, געזונט, און ווייס גוט דעם וועג פון וואלד, און נאך אזא גוטע טאט ווי איך האב געטאן בין איך זיכער אין מיין וועג. אזוי בין איך א האלבע שעה אין וואלד געגאנגען, און עס איז געווען נאך א האלבע שעה צו גיין.
פלוצלינג הער איך עפעס א הונט בילן, און באלד שטייט פאר מיר א מאן מיט א ביקס אויף זיינע פלייצעס, דער מאן האלט איין דעם הונט, און צו מיר זאגט ער, ווער ביסטו, און וואס טוסטו דא אין וואלד? ווי קומסטו אינמיטן דער נאכט דא אין מיין וואלד אריין? איך האב אים געזאגט פון וואנעט איך קום און וואו איך וויל גיין, אבער דער וואלד וועכטער האט אויף מיר עפעס קרום געקוקט און
מיך געפרעגט וואו זענען מיינע חברים מיט די וועגענער וואס ווילן גנב'נען האלץ. איך האב אים פארזיכערט אז איך בין נישט געקומען גנב'נען קיין האלץ, און איך האב נישט דא קיין חברים, אבער ער איז נישט געווען זיכער אין מיינע רייד, און ער האט נאכאמאל געפרעגט צי איך בין געקומען אין וואלד גנב'נען. דער וועכטער איז געווען א קליינטשיק פויערל, און א מאגערס... איך האב געהאט חשק אים צו ווייזן וואס עס מיינט זיך צו טשעפען מיט א פרעמדען מענטש... מיט איין האנט מיינע וואלט איך אים אנידער געלייגט אויף דער ערד... אבער ווייטער מיין מצוה, מיין גוטער טאט, האט מיך אפגעהאלטן נישט צו שלאגן זיך מיט א פרעמדען מענטש, און אויך ער האט דאך א ביקס... און א הונט, און איז דאך נאר א היטער ביי זיין פריץ, ער מוז דאך זיין שטיקל ברויט היטן... איך האב געפרעגט וואס ער וויל טון מיט מיר, ער האט מיר געזאגט אז איך זאל מיט אים גיין אין זיין כאטע אריין ביז עס וועט ווערן טאג, און אכט אזייגער צופרי וועט ער מיך אפ פירן צו זיין פריץ, און וואס דער פריץ וועט מיט מיר טון איז נישט זיין עסק.. דאס איז זיין חוב, צו היטן דעם וואלד און ווען ער כאפט א פרעמדען מענטש ביינאכט, מוז ער פירן דעם מענטש צום פריץ.
איך האט גערעכענט אז עס איז גלייכער פאר מיר צו הארכן דעם מענטש און גיין מיט אים צום פריץ איידער צו מאכן א געשלעג מיט אים איינער אליין אין וואלד. איך האב איינגעשטומט צו גיין מיט אים אין זיין כאטע אריין. דער וואלד וועכטער איז געווען צופרידן ווייל ער האט אויך מורא געהאט אז איך זאל מיט אים נישט פארפירן קיין געשלעג. מיר זענען געקומען אין זיין שטיבל אין וואלד, ער האט באלד געמאכט ליכטיג און מיר געגעבן טיי, אויך ציגארעטן פון מאכארקע האט ער מיר מכבד געווען.
די רעשט פון די גאנצע נאכט זענען מיר געזעצן ביי דעם ווארעמען אויווען און זיך גוט אינטערגעהאלטן. אכט אזייגער צופרי זענען מיר געגאנגען צום הויף פון דעם פריץ וואס די וואלד איז זיין אייגנטום. דער וואלד וועכטער האט מיר געזאגט אז מיר וועלן מוזן לאנג ווארטן אין דער קיך פון הויף, ווייל ביינאכט איז דא ביים דעם פריץ געווען א האלאנקע, עס זענען געווען אסאך פרעמדע פריצים און זיי האבן פארברענגט ביז שפעט אין דער נאכט, דעריבער שלאפט נאך דער פריץ, אבער מיר מוזן זיין דארט אום אכט אזייגער ווייל אזוי איז איינגעפירט. מיר זענען געקומען אין הויף אריין און טאקע געטראפן אויפן דיל אנגעווארעמטע ציגארעטן, שפיל קארטען, ליידיגע פלעשער, און אויך שיכורים ליגן אויף די זאפעס. מיר האבן זיך געזעצט ווארטן אין קיך ביז דער פריץ וועט אונז אריין רופן. עס האט גענומען א שטיקל צייט, און דער פריץ האט מיך מיט דעם וואלד וועכטער אריין גערופן אין זיין קאנצעלאריע, עס זענען אויך דארט געווען עטליכע געסט זיינע פריצים. דער וועכטער האט דערציילט אז ער האט מיך געטראפן גיין אין וואלד אינמיטן דער נאכט. דער פריץ קוקט מיר אן און זאגט מיר אז איך זאל אים דערציילן נאר דעם אמת.. ווי קום איך אין זיין וואלד אזוי שפעט ביינאכט? איך האב געוואוסט אז איך מוז אלעס דערציילן כדי ער זאל וויסן אז איך בין נישט געקומען גנב'נען קיין שום זאך ביי אים. מיט מיין זיכערקייט אין מיר האב איך אלעס דערציילט אזוי ווי עס איז געווען פון אנהייבן אָן ביז מיין גיין אין וואלד. איך האב נאך צוגעגעבן אז ער קען פרעגן דעם איד פון דער קרעטשמע אהרו וועט
זייט 103
טעקסט
ער זאגן צי אלעס איז אמת, ווייל ביי אים נעכטיגן די צוויי אידן. די אנדערע פריצים וואס זענען אויך געווען אין דער קאנצילאריע און האבן געהערט די געשיכטע פון די אידן וואס האבן נישט געוואלט פארן מיט א נקבה, האבן מיט א גרויס געלעכטער ארויס געזאגט עטליכע זייער מיאוסע ווערטער... און געמאכט שפאס פון די נארישע אידן. אבער דער פריץ איז געזעצן און זיך גוט צוגעהערט וואס איך האב געזאגט, און ווייזט אויס שוין געזען אז קיין גנב האט ער נישט דא פאר זיך. נאך מיין דערציילן, פרעגט ער מיר צי די אידן האבן מיר כאטשיג געגעבן עפעס געלט פאר דעם? איך האב אים געזאגט אז ער האט מיר געוואלט געבן געלט אבער איך האב דאס נישט געוואלט נעמען ווייל איך האב געטאן מיין חוב צו פרעמדע מענטשן און פאר אזא זאך נעמט מען נישט ביי אונז אידן קיין געלט... אבער די צוויי אידן האבן מיר אנגעוואונטשן אז איך זאל לאנג לעבן און דאס איז ביי מיר גענוג.
די אנדערע פריצים האבן הערשט יעצט ארויס ארויס מיט א געלעכטער, דו נארישער איד, האבן זיי געלאכט, אז דו וועסט קראנק ווערן און שטארבן וועסטו גיין צו די אידן מאנען דיינע יארן? א גלאפיע דזשיד וואס דו ביסט. איין פריץ האט זיך אנגערופן אז די אידן קען מען נישט פארשטיין, טייל מאל זענען זיי נאר פאר געלט צו פערדינען, זיי קענען פארקויפן זייער טאטע מאמע פאר געלט, און טיילמאל זענען זיי געטריי זייערס א זאך מיט זייער גאנץ לעבן, און קיין שום געלט וועט זיי נישט אפקויפן. דער פריץ איז געזעצן די גאנצע צייט און נישט גערעדט קיין ווארט, מיך גוט אנגעקוקט געפרעגט מיך ווי איך הייס מיטן נאמען, איך האב אים געזאגט מיין נאמען איז לייב מארדקאוויץ. ווי אלט ביסטו? איך האב אים געזאגט אז איך בין אלט 18 יאר. הער אויס, האט דער פריץ געזאגט, אין 62 יאר ארום ווען דו וועסט לאנג לעבן אזוי ווי די אידן האבן דיר צוגעזאגט, דו וועסט אלט ווערן 80 יאר, זאלסטו מיט דיין מעטריקע קומען אין דעם מיינים מאיאנטיק אריין, און דו וועסט דא באקומען פינף טויזענט רובל בארעס געלט פון מיין פארמעגן, עס איז גאנץ צי איך צי מיינע יורשים אדער גאר א גאנץ פרעמדער וועט זיין דער בעל הבית פון די פעלדער, וועלדער און הייזער, די סומע וועט זיין פארשריבן אויף דעם אייגענטום וואס עס איז דא יעצט אין מיין רשות, און דאס קען קיינער נישט צונעמען. די פעלדער, דער וואלד, דער גאנצער מאיאנטיק איז דאס שולדיג דיר, און דו וועסט עס באקמען ביי דיינע 80 יאר, אבער געדענק אז נישט דיינע קינדער, נישט דיינע אייניקלעך, נישט קיין שום אנדערער מענטש קען די סומע באקומען, נאר דו אליין ווען דו וועסט ווערן 80 יאר אלט, ביז די 80 יאר דארפסטו נישט דא קומען וויל דו וועסט דא גארנישט קריגן. די פריצים וואס זענען דערביי געווען האבן מיט א גרויס געלעכטער אויפגענומען די ווערטער פון דעם פריץ, געמיינט אז ער מאכט א שפאס מיט דעם איד, און זיי האבן אים געזאגט אז ער איז א חכם... אויך איך בין געשטאנען אין געטראכט אז ער מאכט אביסל חוזק פון מיר, און דאס איז דאך די טבע פון די פוילישע פריצים. איך האב שוין געוואלט פטור ווערן פון דעם גאנצן עסק, און גיין צוריק צו מיין ארבעט ביי די פערד פון מיין בעל הבית, וואס ער ווארט זיכער אויף מיר, די גאנצע זאך פון דעם פריץ איז מיר אפילו נישט אריין געגאנגען אין געדאנק, איך בין א אינגל פון 18 יאר, איך האב פאר מיר נאך א וועלט צו לעבן, דארף איך קלערן וואס עס וועט זיין אין
62 יאר ארום? איך האב געבעטן דעם פריץ אז ער זאל מיך באפרייען, איך וויל גיין צוריק צו מיין ארבעט קיין לובלין וואו דער בעל הבית ווארט זיכער אויף מיר.
דער פריץ איז אבער געווארן ערענסט אין דער זאך, און האט געזאגט צו די פריצים און צו מיר, מיינט נישט אז איך מאך עפעס א שפאס מיט די ווערטער, די פינף טויזנט רובל. ניין, איך מיין עס גאנץ ערענסט, אבי עס זאל מקוים ווערן די ווערטער פון די צוויי אידן וואס האבן אים געוואונטשן אז ער זאל לאנג לעבן, וויל איך אויך זיין א שותף צו דער ברכה, און איך וויל אז מיין פארמעגן זאל צוהעלפן צו דער זאך... און צו מיר האט דער פריץ געזאגט, אז מיר אללע וועלן יעצט פארן קיין לובלין צום “נאטאראס“ אין וועט פארשרייבן אין די אקטען אז עס זאל אזוי בלייבן געשריבן פון מיר. איך האב דאך אויך געוואלט זיין אין לובלין, ווייל מיין בעל הבית איז דאך שוין זיכער דארט מיט זיין וואגן, בין איך געווען צופרידן צו פארן מיט דעם פריץ, כאטש איך בין אין גאנצן מיט זיין פלאן נישט געווען אינטערסירט. כ'האב עס דאך געהאלטן פאר א וויץ דורך די פריצים.
באלד איז געשטאנען פאר דער טיר א ברישצקע מיט צוויי גוטע פערד, און מיר זענען געפארן קיין לובלין. די ברישצקע מיט די צוויי שיינע און גוטע פערד האבן מיר געגעבן חשק צו ווייזן דעם פריץ וואס איך קען, איך בין דאך א שמייסער פון פערד, האב איך געבעטן דעם פארמאן אז ער זאל מיר ערלויבן צו טרייבן די פערד. אין א שעה זענען מיר געווען אין לובלין ביי דעם נאטאראס, דער פריץ האט געבעטן נאטאראס אויף זיכן זיינע אקטען פון זיין גיט, און צושרייבן א אקט אז דאס גיט איז מחייב צו געבן דעם מאן לייב מארדקאוויץ אין דעם און דעם יאר, פינף טויזענט רובל, אויב ער וועט לעבן און מיט ברענגן זיין מעטריקע. דער נאטאראס האט דאס געמאכט און דער פריץ מיט צוויי עדות פון די פריצים און אויך איך האבן דאס אונטער געשריבן, דער פריץ האט באצאלט דעם נאטאראס און מיר האבן זיך געזעגנט. איך האב אפילו נישט געזאגט קיין דאנק פאר דעם פריץ, איך בין גלייך געלאפן צו דעם ארט ווי מיין בעל הבית שטייט דארטן מיט זיין פערד און וואגן.
ווען דער בעל הבית מיינער האט מיך דערזעהן איז ער געווען זייער צופרידן, ווייל ער אליין האט נישט געקענט באדינען די פערד, אדער נישט געוואלט ארבעטן. ער האט מיך געפרעגט וואו איך בין געווען. איך האב אים געזאגט אז איך בין געגאנגען באזארגן די צוויי אידן אז זיי זאלן נישט אומקומען... ער האט מיר גארנישט געזאגט נאר מיר איבערגעגעבן צוריק מיין ארבעט. עס ווייזט אויס אז ער איז אויך געווען צופרידן וואס די אידן האבן געהאט ווער עס זאל זיך זארגן פאר זיי. וועגן דעם פריץ מיט זיינע טויזענטער האב איך אים אפילו נישט דערציילט, ווייל עס האט ביי מיר נישט געהאט קיין שום ווערד.
איך בין צוריק געווארן א שמייסער... די יארן זענען דורך געגאנגען, איך האב חתונה געהאט, געהאט קינדער, אליין געווארען א בעל עגלה מיט מיינע אייגענע פערד און וואגן, חתונה געמאכט די קינדער, געהאט אייניקלעך, די קינדער זענען אויך געווארן בעל עגלות, די צייט איז געווען אמאל גוט און אמאל נישט אזוי. די יארן זענען אזוי דורך געלאפן ביז איך בין געווארן א איד פון 80 יאר, איך האב איבערגעגעבן מיין ארבעט פאר מיין זון, און איך האב גערעכענט אויסצולעבן די רעשט פון מיינע יארן ביי מיינע קינדער, און אביסל
זייט 104
טעקסט
זיי נאך צוהעלפן מיט מיין בעל עגלה'שאפט. מיט איין מאל באקום איך פון “מאגיסטראס“ א פאפיר אז איך זאל מיט מיין מעטריקע קומען אין דעם דארף וואו עס איז דא א רוסישער פארוואלטער אין דעם גיט וואס האט אמאל געהערט צו א פוילישן פריץ, ווייל אין דער צייט איז געווען א פוילישער אויפשטאנד... און דער רוסישער צר האט די פוילישע פריצים וואס האבן אנטייל גענומען אין דעם אויפשטאנד, א טייל אויס גע'הרג'עט און א טייל פארשיקט קיין סיביר און צוגענומען זייערע גיטער און אריינגעזעצט זיינע אייגענע פארוואלטער. איך האב באקומען דאס פאפיר און נישט געוואוסט פארוואס איך דארף מיך שטעלן אין דעם דארף, איך האב נישט אנגעהויבן צו געדענקן פון דער גאנצער מעשה מיט עטליכע זעכציג יאר צוריק, איך האב געטראכט אז עס איז זיכער עפעס א טעות אין מיין נאמען, מען מיינט נישט מיך. אבער ביי דעם בארמיטש פון מאגיסטראס איז געווען א באפעל אז איך זאל קומען, און איך האב געמוזט פארן אין דעם דארף.
מיין זון איז מיט מיר מיטגעפארן און ווי נאר איך בין אנגעקומען אין דעם הויף האב איך מיך דערמאנט אין דער גאנצע געשיכטע וואס איז דא פארגעקומט מיט 62 יאר צוריק, איך האב אלעס געדענקט ווי גלייך עס איז געווען נעכטן, איך האב יעצט אלעס דערציילט פאר מיין זון און געוואוסט נאך וואס מען רופט מיך. מיר זענען אריין געגאנגען אין דער קאנצילאריע פון דעם פארוואלטער און געמאלדן אז מיר זענען געקומען. דער פארוואלטער איז געווען א פראפעסער פון פעטערבארג, ווייל דאס גיט איז געוואן א אגראר שאלע פאר סטודענטן, עס איז געווען אסאך וואלד און עס איז געווארן א וואלד אינסטיטוט... דער פראפעסער האט אונז אריין גערופן אין זיין קאבינט און מיך געפרעגט מיין נאמען און געפאדערט מיין מעטריקע, איך האב אים דאס געגעבן.
דער פראפעסער זאגט מיר אז דא אין די ביכער פון דעם גיט איז פארשריבן אז דו דארפסט באקומען היינט ווען דו ביסט אלט געווארן 80 יאר, דאס איז היינטיג יאר, דארף איך דיר געבן פינף טויזנט רובל און דאס געלט איז גרייט פאר דיר, ווייל דער מאיאנטיג איז דאס דיר שולדיג, און דאס מוז ווערן געצאלט. דער פריץ וואס האט דאס אונטער געשריבן לעבט שוין נישט, אבער דו קומסט מיט דיין מעטריקע מוז איך דיר דאס אויס צאלן, איך גיב עס דיר נאר אויב דו ווילסט מיר דערציילן פון וואנען נעמט זיך אזא חוב פון אזויפיל יארן? עס מוז דאך זיין עפעס אינטערעסאנט וואס אזויפיל יארן איז דיר געקומען אזא חוב און דו ביסט אפילו נישט איין מאל געקומען עפעס נעמען פאר דעם? און צי דו האסט אמאל טאקע אים געלייעט? און צי דו האסט טאקע אמאל אים דעם פריץ געלייעט אזויפיל געלט? איך בין זייער נייגעריג צו וויסן, אויב דו ווילסט מיר דאס דערציילן.
איך האב נישט געהאט קיין שום אינטערעסע צו באהאלטן עפעס פון דער זאך, און איך האב דעם פראפעסער דערציילט די גאנצע געשיכטע מיט די צוויי אידן וואס האבן נישט געוואלט פארן אויף א וואגן וואו עס איז געווען פרויען, און ווי איך האב זיי געהאלפן, און זיי האבן מיך געבענטש אז איך זאל לאנג לעבן, און דער פריץ האט מיר אליין געגעבן די סומע געלט אויב די ברכות פון די אידן וועט מקוים ווערן, און ער וויל זיין א שותף צו דעם...
דער פראפעסער האט אויסגעהערט די גאנצע געשיכטע און ער האט ארויס גענומען פון זיין קאסע א פעקל מיט הינדערטער רובל'ס און עס אוועק געלייגט נעבן מיר און געזאגט, דאס איז דיין געלט, דא איז דא פינף טויזענט רובל, קענסט עס נעמען, עס איז דיין, אבער אזוי ווי דו האסט דערציילט די געשיכטע, איז די גאנצע מעשה געשען אין איינציגע 12 שעה, און עס איז אינגאנצן מקוים געווארן אזוי ווי די אידן האבן געזאגט, וואלט איך אויך געוואלט מיט עפעס צוהעלפן פון דער מיסטערישע זאך. ער האט געזאגט, איך ווייס אז דו וועסט נאך לאנג לעבן, דער איד האט דיר געוואונטשן לעבן, דו וועסט נאך לעבן איבער די הונדערט יאר, דעריבער וואלט איך געוואלט אז דו זאלסט זיין פארזיכערט אויף דיין גאנץ לעבן מיט אלעס וואס א לעבעדיגער מענטש דארף האבן, זאלסט נישט דארפן אנקומען צו קיין מענטש. די פינף טויזנט רובל איז טאקע א גרויסע סומע געלט, און דאס איז די געפאר פאר דיר, די קינדער, אייניקלעך, און אויך פרעמדע מענטשן וועלן וויסן אז ביי דיר איז דא אזויפיל געלט... און דאס קען ברענגן צו נישט גוטע זאכן, מען קען עס ארויס גנב'נען, און נאך פארשידענע אומגליקן, אלזא הער צו וואס איך וועל דיר זאגן, איך גיב דיר יעדן חודש א פענסיע פון 30 רובל, דאס איז פראצענט פון דיין געלט, דאס געלט איז פאר דיר אדער פאר דיינע יורשים אפצונעמען צו יעדער צייט אזוי אז דו וועסט זיין זיכער מיט דיין אויסהאלט פון דיין לעבן, זאג דאס דיין זון, און אויב איר ביידע וועט איינשטימען צו דעם וועל איך עס דא איינשרייבן און וועסט באלד באקומען פאר א חודש פענסיע, איך בין א פארוואלטער און נעם אויך נישט מער ווי 30 רובל געהאלט. אזוי ווי דער פראפעסער האט גערעדט די ווערטער, איז מיר אויף מיין זינען באלד געקומען די ווערטער פון דעם צווייטן איד וואס האט מיר געזאגט אז איך זאל האבן די גאנצע צייט מיין פרנסה און נישט דארפן אנקומען צו די קינדער און נישט צו קיין אנדערע מענטש, און נאך קענען געבן צדקה פאר אנדערע, מיין זון האט אויך צוגעשטימט דערצו און מען האט אנגעשריבן א פאפיר אז איך וועל באקומען ווי לאנג איך וועל לעבן פון מאגיסטראט א פענסיע פון 30 רובל א חודש, און די פינף טויזענט רובל וועט בלייבן דא אלץ א חוב פאר מיינע יורשים. איך האב באקומען פאר דריי חדשים 90 רובל און מיר זענען צוריק אהיים געפארן. פון דעמאלטס אן באקום איך יעדן חודש מיין פענסיע פון 30 רובל. עס איז שוין מער ווי 20 יאר וואס איך באקום מיין געלט און איך וויל מקיים זיין די וועטער פון דעם איד אז איך זאל אויך קענען געבן צדקה, דעריבער גיב איך אייך קינדער יעדן נאכט ווען איר קומט פון חדר, גיב איך אייך אביסל צו נאשן, און אויך פאר די אלטע אידן, ארימעלייט גיב איך צו ניסלעך, געלט, עסן, און וואס עס איז נאר מעגליך.
אט די מעשה האט אונז אינגלעך דערציילט דער אלטער ר' לייב, און מיר זענען געזעצן מיט פארפלאמטע בעקעלעך און אויסגעהערט זיין געשיכטע פון זיין לאנג לעבן, און מיר האבן שוין יעצט געוואוסט במה הארכת ימים, פארוואס ער האט זוכה געווען צו א לאנג לעבן. מיט יארן שפעטער האט מיין זיידע מיר דערציילט אז דער עלטערער איד פון די צוויי אידן וואס האבן געגעבן ר' לייב'ן די ברכה פון אריכת ימים, איז געווען דער רבי פון לובלין וואס מען האט אים גערופן דער “חוזה“.
זייט 105
טעקסט
א חסידישער שמחת תורה אין א מתנגד'ישער בית המדרש
אין די שטעטעלעך אין די אידישע פוילן, איז דאס רוב אידן געווען חסידים. די מתנגדים זענען שוין געווען א גאנץ קליינער טייל. אבער ביי זיי, ביי די מתנגדים איז נאך געבליבען די פערוואלטאנג פין שטעטעל. דער ראש הקהל, דער רב, די שיהל, דאס בית המדרש, דאס אללעס האט נאך געהערט צי די מתנגדים. אין שיהל האט מען נאך חלילה קיין “כתר“ ביי דער קדושה נישט געזאגט, אין בית המדרש האט מען געדאווענט נוסח אשכנז. די חסידים האבען געהאט זייערע שטיבלעך, זייערע קלויזען, אין זייער רבין. אבער די שטעטשי פירעכטץ האבען זיי איבער געלאזט פאר די עטליכע מתנגדים.
אין שטעטעל ק' לעבען לובלין, זענען כמעט אללע חסידים געווען ליבלינער. זיי האבען געהאט דאס גרעסטע שטיבעל מיט חסידים, אין זייער שטיבעל האט מען יעדען טאג געדאווענט מיט מנין, אזוי ווי אין בית המדרש. ביי נאכט מנחה אין מעריב. אין גאנצע טעג איז מען געזעסען אין שטיבעל אין געלערנט. נאר איין מאל אין יאר זענען די ליבלינער חסידים געקימען אין בית המדרש. דאס איז געווען “שמחת תורה“. די נאכט פין שמחת תורה זענען די אללע חסידים געקימען אין בית המדרש אריין מאכען די הקפות מיט דער תורה. עס איז ביי די חסידים אין שטיבעל געווען נאר צוויי ספרי תורות. אין דאס איז געווען פאר זיי געניג א גאנץ יאר צים ליינען. אבער שמחת תורה, ווען יעדער חסיד האט געוואלט א הקפה מיט דער תורה, האבען זיי געמיסט קימען אין בית המדרש אריין, ווי עס איז געווען ספרי תורות, אין דארטען מאכען די הקפות. ווייל ארויס נעמען די ספרי תורות פין בית המדרש, האבען די מתנגדים די ראשי הקהל נישט ערלויבט. די חסידים פלעגען קימען אין בית המדרש אריין, ווען דער עולם וואס דאווענט אין בית המדרש האט שוין לאנג געהאלטען אפילו נאכ'ן עסען די סעודה פין יו“ט. דאס קימען פין די חסידים אין בית המדרש מאכען די הקפות, מיט זייער געזאנג, מיט זייער התלהבות, מיט זייער ליבע צי דער תורה, האט אויך צי געצויגען כמעט דאס גאנצע שטעטעל אידן צי קימען אין בית המדרש אריין צי זעהן ווי אזוי די חסידים מאכען די הקפות, צי הערען זייער זינגען, צי זעהן זיי טאנצען מיט דער תורה. אין בית המדרש האבען די חסידים געפיהלט פריי, אזוי ווי זיי וואלטען געווען די בעל הבתים פין דעם בית המדרש. זיי האבען געצינדען אללע לאמפען, א סאך ליכט, אין ביי דעם זינגען אין טאנצען איבער געדרייט די טישען מיט די בענק, אין אויך געטרינקען א ביסל משקה. אזוי אז צימארגענס שמחת תורה אין דער פרי האבען די מתנגדים, די אלטע בעל הבתים פין בית המדרש, געהאט א שווערע ארבייט צריק צי ברענגען דאס בית המדרש אין ארדענאנג, צי קאנען זיך שטעלען דאווענען.
דער ראש הקהל איז געווען א מתנגד, אין אויך א בן תורה, אבער די חסידים האט ער זייער נישט ליב געהאט. עס איז ביי אים געבליבען אז ער זאל נישט לאזען די חסידים מאכען די הקפות אין בית המדרש. ער האט זיי געזאגט אז ער וועט זיי בעסער ארויס לייען די עטליכע ספר תורות צי זיי אין שטיבעל אריין, אבי זיי זאלען נישט קומען מיט זייער זינגען טאנצען אין בית המדרש אריין. אבער די חסידים זענען נישט געשטאנען אויף דעם. ביי זיי די חסידים איז
געווען דאס גיין יו“ט ביינאכט מיט די הבדלות, מיט לעכט, מיטן געזאנג, אין בית המדרש אריין, אין דאס גאנצע שטעטל זאל מיט גיין, אין ווייזען אז זיי זענען אויך בעל הבתים פין שטאט. אט דאס האבען זיי נישט געוואלט מוחל זיין. אין האבען געזאגט דעם ראש הקהל אז זיי וועלען קימען אין בית המדרש, מאכען די הקפות, אזוי ווי יעדער יאר.
אין בית המדרש איז געווען א קאסטען וואס אין אים זענען געלעגען א סאך אלטע ספרי תורות. דער קאסטען איז געשטאנען לעבען אויווען, אין יעדער האט געוויסט אז מען דארף זיך נישט אנידער זעצען. אדער אפילו אהן שפארען אין דעם קאסטען ווייל דא ליגען אלטע ספרים, אבער שמחת תורה האט מען אויף געעפענט דעם קאסטען אין די אללע ספרי תורות ארויס גענימען צי די הקפות. ווייל צי די הקפות זענען זיי אויך כשר. אין די חסידים פלעגען זיך אויך בעניצען מיט די ספרים ביי זייערע הקפות. דער ראש הקהל וואס האט דאך געוואלט אז זיי די חסידים זאלען דאך ניט קומען אין בית המדרש מיט זייערע הקפות, האט נאך פאר יו“ט געמאכט צוויי גיטע שלעסער צים קאסטען מיט די אלטע ספרים, אין ער האט נאך מערב געדאווענט יו“ט ביינאכט, פערשלאסען דעם קאסטען, אז די חסידים זאלען נישט האבען די ספרים צי די הקפות. וועלען זיי אפשר בלייבען אין זייער שטיבעל. די שליסלען האט ער מיט גענימען זיי צי זיך אהיים, אין נאכ'ן עסען זיך געלייגט שלאפען. די חסידים האבען אבער אזוי ווי יעדעס יאר געגאנגען מיט געזאנג, מיט ליכט, הבדלות, אין בית המדרש אריין. דאס בית המדרש איז געווען פיל מיט מענטשען, פרויען, קינדער, אינגלעך, מיידלעך, ווייל שמחת תורה מעג מען שוין זיין אין בית המדרש יעדער וואס ער וויל. די חסידים האבען געדאווענט מעריב, אין אהן געהויבען צי מאכען די הקפות, אבער דער קאסטען מיט די ספרים איז דאך פערשלאסען. ווי וועט מען נעמען ספרים פאר דעם טאנצען עולם חסידים קיין ע“ה? אויף דעם זענען מיר דאך געקימען אין בית המדרש אריין. צי האבען פאר יעדען חסיד א תורה. אין דא איז גאר דער קאסטען מיט די תורות פערשלאסען.
א טייל חסידים האבען געוואלט אויף רייסען די שלעסער. צי ברעכען דעם קאסטען )עת לעשות....( א טייל חסידים האבען געוואלט גיין צים ראש הקהל אהיים, אים ארויס שלעפען פין בעט, אין נייטען אים צי עפענען דעם קאסטען מיט די ספרים, אין א טייל האבען דערווייל געזינגען, )וטהר לבנו לעבדך באמת(, אין געטאנצען מיט די תורות וואס עס זענען געווען אין ארון הקודש.
צווישען די מיידלאך אין אינגלעך, וואס זענען געווען אין בית המדרש זעהן די הקפות, איז אויך געווען די צוויי קינדער, א מיידעל פון 18 יאר מיט איהר ברידער א אינגערע פין איהר מיט צוויי יאר. דאס איז געווען דער ראש הקהלס צוויי קינדער. זיי האבען איבער געלאזט זייער פאטער שלאפען, אין זענען אויך מיט געגאנגען מיט אללע מענשען פין שטעטען זעהן די הקפות פין די חסידים. דא אין בית המדרש האבען זיי הערשט געהערט אז זייער פאטער האט פערשלאסען די ספרים, כדי זיי די חסידים זאלען זיי נישט האבען. זיי האבען זיך פערשעמט, אז פאר אזעלכע שיינע חסידים, מיט
זייט 106
טעקסט
rucdu ujufa,okug tkn u
hcr iutdv irn in ojbn rzgkt
mz”k
ליטוואק פון בודאפעסט
רעדאגירט: ונבנתה העיר, שמעקעדיג
דער ציל פון די ארטיקל מיניסטער, די פאליטיקאנטן אין א"י רעדן נאר פון זיין פאליטישע נאך דער פטירה פון הרב שך האבען די ווינטן געבוזשעוועט.
טעטיגקייטן, און די חסיד'ישע רבי'ס אין א"י ווילן פארדרייען די יעדער האט געזארגט אים פארצושטעלן בדמותו ובצלמו, דורכ'ן מחלוקת כאילו ס'איז א המשך פון די התנגדות צו חסידות.
בליק וואס ער פארמאגט אויפ'ן וועלט. דער וויל אים מאכן פאר איין רבי וואס האט זיך געשלאגן מיט אים האט אים זאגאר צדיק הדור, און דער וויל אים מאכן פאר'ן פאליטישער פיהרער פון נישט געקענט געבן ברכות ביי א חופה ווייל “ווער ווייסט ווען איז די א באוועגונג.
לעצטע מאל וואס ער איז געווען אין מקוה?"! דאס זענען אלעס, ווי נאך איינער וויל אים פארשטעלן אלס א סימבאל פון א גלויבונג.
פארשטענדליך, אן ענגע בליק אויף דעם מענטש, וואס אפילו ווען אין פארשידענע ערטער האט מען אים אנגעקוקט אלס אן “אראקל", מ'ווייסט נישט מער ווי דעם ווייסט מען אז ס'איז נאך לוקה בחסר. איינער וואס האט געטליכע וויסנשאפטן און געהיימע פארשטאנדן, איך קען זיך אביסל מיט עטליכע תלמידים זיינע וואס האבן זיך און ערגעץ אנדערש האט מען געוואלט דערמאנען זיינע מערכות זייער בליק אויף אים, און דוכט זיך אז איך קען צולייגן צו דעם עולם'ס און קאמפן, און נאך דערצו פונעם קוק-ווינקל פארשטאנד אויף די פילפארביגע כאראקטער פון די וואס ער האט באקעמפט, כאילו דער וואס ער האט פארמאגט, און מ'וועט דאדורך גאנצע מענטש איז מער נישט געווען ווי דער לייכטער קענען איינשלינגען די פונקטן וואס געגנער פון דעם אדער יענעם.
האבען זיך געהערט פראבלעמאטיש.
די געגנער זיינע רעדן פון אים בעיקר אין די נושא וואו זיי טיילן זיך פון אים. אין א קורצע ביאגראפיע קראון הייטס איז ער ‘דער פון בני ברק וואס זיין ביאגראפיע איז גאנץ באקאנט און האט געקעמפט קעגן דעם רבי'ן, די לינקע בנמצא אויפ'ן אינטערנעט. ער איז געבוירן אין א"י רעדן פון אים אלס דער וואס האט געווארן אין תרנ"ב-תרנ"ח אין וואבוילניק, אן אונטערגעברענגט פרס' כח צו ווערען פריים ארימע שטעטל אין די ליטא, צו זיין טאטע ר'
זייט 107
טעקסט
עזריאל, א בעל עגלה, און זיין מאמע בת שבע פון א באקאנטע ליטווישע רבניש'ע משפחה, די לויטנס. ער האט געהייסן אלעזר מנחם )דער נאמען ‘מן' קומט פון מנחם, כמבואר בב"ש אה"ע סי' קכ"ט(.
ער האט געלערנט אין פארשידענע ישיבות, ובתוכם פאנאוויזש, סלאבאדקא און סלוצק. אין דעם לעצטן האט ער זיך מדבק געווען בלב ונפש מיט זיין לעבענסלענגליכער רבי דער בעל אבן האזל זצ"ל, און שפעטער האט ר' איסר זלמן אים משדך געווען מיט זיין שוועסטער פרומע רבקה'ס טאכטער גוטא.
ער האט געוואוינט אין מיר, סלוצק און אין קלעצק, וואו ער איז געווען א מגי"ש אין די ארטיגע ישיבות. שפעטער, וואוינעדיג אין קלעצק, איז ער געפארן צו אנדערע פלעצער אויף פארשידענע פאסטנס, לאזענדיג זיין משפחה אין קלעצק. זיין לעצטע פאסטן אין חו"ל איז געווען אין לונינץ אין די קארלינער ישיבה, דאס האט אנגעהאלטן פון יאר תרצ"ה ביז ת"ש ווען ער איז אנטלאפן קיין א"י. אין א"י האט ער געזאגט שיעורים אין פארשידענע ישיבות, פתח תקוה און ישוב ועוד, ביז דער פאנאוויזש'ער רב האט אים איינגעלאדענט צו ווערן מגי"ש אין זיין ניי געגרינדעטע ישיבה פאנאוויזש אין בני ברק, וזה שמו לעולם אלס פאנאוויזש'ער ראש ישיבה, ביז ער איז אוועק אין תשס"ב.
נאך פרטים ופרטי פרטים קען מען טרעפן אין פארשידענע ערטער אויפ'ן אינטערנעט און אין ביכער, אבער ס'איז ווייניג נוגע פאר אן אפהאנדלונג איבער זיין כאראקטער און מהלך החיים.
די ערשטע און עיקר – זיין לימוד התורה די ערשטע זאך אין זיין לעבן, וואס ווען ער וואלט נאר געלעבט ביז צו די זיבעציג וואלט מען ווארשיינליך נאר גערעדט פון דעם, איז זיין אויסטערלישע שקידה בתורה. אפי' נאכ'ן לערנען פופצן צו אכצן שעה א טאג בהתמדה, איז נאך דא א גאנג ביז מ'קומט אן צו די מושג פון שקידת התורה, און דאס האט זיך אויסגעדרוקט אויפ'ן שטארקסטן פארנעם אין הרב שך.
זיין אינוועסטירן שעות על גבי שעות אין א סוגיא, זיין יגיעה מתוך הדחק - א שיינע פאר יאר פון זיין לעבן האט ער געלעבט פשוט ווי א היימלאזער מענטש, געשלאפן אויף בענק אין ביהמ"ד צי אין גאס, געגעסן שיריים פון שיריים און געהונגערט פאר א שטיקל גמרא. אין די ערשטע וועלט'ס-קריג יארן האט ער נישט געהאט וואו צו וואוינען, וואו צו גיין, און ביי וועמען צו עסן. ער האט זיך געוואלגערט פון שטאט צו שטאט, און אומעטום שוקד געווען על תלמודו. נישט סתם געלערנט, נאר געלערנט בעיון מיט זיין קאפ פארנומען אלס און נאר מיט ‘וואס מיינט דא תוספות?' צו דעם איז די גרייטקייט נאכאמאל און נאכאמאל איבערצו'חזר'ן א הערה צו א קשיא, נאכאמאל מכריח זיין א סברא און אויסגריבלען דעם אמת פון די הלכה, די אלע זאכן זענען געווארן זיין מורשת פאר זיינע תלמידים און זיין עיקר ציל אין לעבן. א קשיא
וואס האט אים פארדראסן אין דעם פריערדיגן מחזור האט אים נאכאמאל אויפגעלעבט אין דעם מחזור, און ער האט נאכאמאל פרובירט מיישב צו זיין און צוקומען צו א מסקנא.
זיין שקידת התורה און אהבת התורה האט זיך אויסגעדרוקט אין כל מיני הנהגות, וואס ביי אים זענען זיי נישט געווען קיין הנהגות נאר א חלק פון לעבן. דאס אריינכאפן נאך א פאר מינוט לערנען פאר ס'איז צייט צו גיין, דאס זיך דרייען אין גאס אינדרויסן פון שטוב פון בריסקער רב איבער'חזר'נדיג די ווערטער וואס ער האט נארוואס געהערט פונעם בריסקער רב פרובירנדיג צו פארשטיין וואס טוט זיך, דאס איבערקלערן א סברא נאכאמאל און נאכאמאל צו זעהן צי ס'שטימט, דאס צוגרייטן דעם שיעור כללי וואס האט געדויערט א גאנצע טאג און דעמאלס האט מען וועגן קיין שום זאך נישט געקענט רעדן מיט אים, די אלע זייטן פון זיין שקידת התורה זענען געווען קענטיג צו יעדן איינעם וואס איז געקומען במגע ומשא מיט אים.
תלמידים געבן איבער אז דער שיעור איז געווען ווי א שלאכטפעלד. דער עולם האט זיך געריסן און גע'טענה'ט אויף יעדע ווארט וואס ער האט געזאגט, מ'האט נישט דורכגעלאזט קיין שום סברא גרינגערהייט. ולעומתם ברוך יאמרו, ער האט יעדן איינעם אויסגעהערט און געלאזט אויסרעדן, מ'האט צענומען וואס ער האט געמיינט און געוואלט, וויאזוי די קשיא ווערט פארענטפערט און פארוואס האט מען נישט געקענט זאגן אויף אן אנדערן אופן.
ס'האט זיך געמאכט מער ווי איינמאל אז מ'איז נישט געקומען לעמק השוה, און הרב שך איז געקומען דעם קומענדיגן טאג צום שיעור און אויסגערופן אז ער איז נעכטן געפארן צום בריסקער רב קיין ירושלים און ארומגערעדט דעם ענין.
דאס פארן קיין ירושלים אין יענע טעג איז נישט געווען מיט א דירעקטע באס. כמדומה אז די שאסיי איז נאך נישט געווען געבויעט, און מ'האט געמוזט נעמען א באס פון בני ברק צו תל אביב און פון די תחנה מרכזית אין תל אביב נעמען א באס צום תחנה מרכזית אין ירושלים, און פון דארט נאך א באס צו גאולה וואו דער בריסקער רב האט געוואוינט. ואם יתן איש את כל הון ביתו באהבה בוז יבוזו לו. זיין אהבת התורה האט זיך אויך אויסגעדרוקט אין די דקדוק הסברא. ער האט געארבעט און געארבעט אויף צו טרעפן די פאסיגע ווארט אויסצודרוקן א סברא.
ס'פלעגט אים שטארק נאגן ווען ער האט זיך געמוזט דינגען אויף פריערדיגע, ער פלעגט זיך בעטן ביי מענטשן ‘לאמיר נאכאמאל אריינקוקן אין רעק"א, אפשר וועט מען אים פארשטיין', אדער ‘עפר אני תחת כפות רגליו של הקצות, אבער וואס קען איך טוהן אז איך פארשטיי אים נישט'. דערנאך פלעגט ער נאכאמאל פרובירן, כולי האי ואולי, אפשר וועט עס שטימען. טאמער אינמיטן האט זיך אים געדוכט אז אט אט שטימט עס, פלעגט ער שוין שטראלן פון פרייד, אבער א פאר מינוט שפעטער איז ער צוריק אנטוישט געווארן ווען ס'האט ווידער נישט געקלאפט.
זייט 108
טעקסט
די תלמידים פון די יארן איידער ער איז געווארן פארנומען מיט עניני הכלל האבן איין בליק אויף אים; דער שקדן אין לערנען. זיי ווייסן נישט פון קיין פרעמדע ענינים, זיי זאגן נישט נאך די ווערטלעך און מימרא'לעך, נאר אין לערנען אליינס זאגן זיי נאך.
ער פלעגט זיך צומאל נאכפרעגן וואס אנדערע ראשי ישיבה האבן געזאגט ביים שיעור, און וואס בחורים זאגן, און האט שטארק רעאגירט ווען ס'איז אים נישט געפאלן. ער האט אבער יעדן איינעם אויסגעהערט און דורכגעשמועסט, און דערמיט האבן זיי געבויעט א קשר אין לערנען מיט אים, וואס פון בלויז א שיעור צו א געמאכטע ‘רעדן אין לערנען' - וואו ס'איז נאר א פריוואטע שיעור - קען מען נישט צוקומען דערצו.
טאקע דאס האט זיך איבערגעגאסן צו זיינע תלמידים. די וואס האבען געלערנט אין פאנעוויזש אונטער אים האבן זוכה געווען צו זעהן פאר זיך א מוסטער פון וואס איז וויכטיג אין לעבן, זיי האבן איינגעזען אז דאס ריכטיג פארשטיין א הלכה איז גאר די וויכטיגסטע זאך אין לעבן.
איך האב אמאל גערעדט מיט א תלמיד זיינער וואס האט געלערנט דארט אין די פריע כ' יארן. איך האב אים געזאגט “קוק אן יענע ישיבה. מ'האט עס געגרינדעט לש"ש, און היינט פיהרן זיך די יורשים מיט די גאנצע זאך ווי א פריוואטע ביזנעס. וויאזוי קען מען זיך היטן פון דעם יצה"ר?" זיין תשובה: “דאס האלטן אין קאפ אז פארענטפערן א תומים, פארשטיין א קצות, איז וויכטיגער ווי זאגן א שיעור אדער זיך מטפל זיין מיט סיי וואס, דאס איז די שמירה אז א ישיבה זאל זיך נישט גליטשן".
דאס איז פון דעם חינוך פון הרב שך. ס'איז נישט די אידישקייט בכלליות, ס'איז נישט ‘אויפבויען א דור' און אויך נישט דאס זיצן און לערנען א גאנצן טאג, וואס דאס זענען די וויכטיגסטע זאכן אויף די וועלט.
די זענען אלע א חלק פון דעם עיקר וואס דאס איז פארשטיין דעם רצון ה' וואס ער האט אויסגעדרוקט אין זיין תורה, וואס וויל ער ביי יאוש שלא מדעת, וואס וויל ער ביי מפגלין בחצי מתיר און ביי עדיו בחתומיו זכין לו.
אין זיינע ספרים זעהט מען אויך די זעלבע זאך. אין אבי עזרי, ובפרט אין מהדו"ק, זעהט מען די הארעוואניע אויף א סברא אויף גאר א מחודש'דיגע אופן. ער לייגט זיך אריין אין קשיות וואס עפ"י רוב האבן די פריערדיגע אחרונים שוין געפרעגט, אבער ער בויעט נייע מהלכים מכח הסברא אויף אן אופן אז די יגיעה איז קלאר. שיעורי ר' שמואל זענען פיהל געשמאקער )און פאר דער וואס האט געהערט, זענען זיינע שיעורים טאקע איבערגעגעבן געווארן מיט א פיל גרעסערע קלארקייט( און מען באלעקט זיך די פינגער; אבער די שיעורים און יסודות פון הרב שך פאדערן א סאך מער מחשבה און צולייגן קאפ.
פאנעוויזש אין זיינע צייטן איז געווארען דער צוציאונג'ס קראפט פאר יעדע ערנסטע בחור וואס האט געוואלט לערנען ביי איינעם.
די געצויגן האט חברון זעלבסטשטענדיגע בחורים וואס האבען נישט געוואלט קיין ראש ישיבה צי מגי"ש, און פאנעוויזש איז געווען דער ביהמ"ד פאר יעדן וואס האט געוואלט גיין לערנען ביי איינעם. אלע אנדערע ישיבות האבן געהייסן א טפל צו פאנעוויזש, און ס'איז טאקע געבליבן אז כמעט אלע גרויסע תלמידי חכמים און משפיעים אויף אנדערע זענען פאנעוויזשע תלמידים. חברון האט מער דיינים און רבנים מטעם הרבנות, אבער ראשי ישיבה און משגיחים איז פאנעוויזש דער סולל בראש.
בין אדם לחבירו זיין בין אדם לחבירו איז אויך געווען א שם דבר.
קודם מיט די בחורים אין ישיבה איז ער געווען ווי א ליבליכער טאטע. ס'איז דא א ווידיאו קליפ פון די תש"י יארן ווי ער לערנט אין ביהמ"ד אין פאנאוויזש, און א בחור קומט צו רעדן מיט אים אין לערנען. מ'זעט אין זיין הלוך ילך דארט א געוואלדיגע פאטערליכע ליבע.
פון אלע תלמידים פון יענע תקופות, נאך ביז די תש"מ יארן, הערט מען די שפראך פון בחורים. ער פלעגט רוב טאג זיצן אין ישיבה, און זיך אלץ פארנעמען מיט די בחורים און זייער לערנען. מ'פלעגט זיך קופקען ארום זיין זיץ אין ביהמ"ד ביי די מערב זייט, און געטומלט אין לערנען אויף יעדע פרט אין די סוגיא וואס איז דעמאלס געווען אויפ'ן טיש אין ישיבה.
ער האט געהאט זייער א ווייכע נאטור מיט מענטשן, נישט זייענדיג קיין גברא דקפדנא בכלל, און האט זיך געלאזט פון יעדן איינעם. ווען אן אמעריקאנער טוריסט האט געוואלט כאפן א בילד מיט אים, האט ער גערן מסכים געווען. ווען קינדער זענען געקומען צו אים האט ער אלץ געהאט צוקערלעך פאר זיי. ווען מענטשן האבן זיך אויסגעוויינט, האט ער מיטגעוויינט מיט זיי. אלץ געווען א צוגענגליכער ליבליכער נאטור.
ער האט געהאט אלטע עלנדע אידן וואס ער פלעגט באזוכן פון צייט צו צייט, וואס קיינער האט נישט געוואוסט פון דעם איידער ער איז געווארען רשכבה"ג. דעמאלס האבן די חברה זיך אויסגעדרוקט: “דער?! ער איז דאך מיין בעסטער חבר!"
אפילו נאכן ווערן א וועלט'ס פיגור, האט ער נאך אלץ געהאט די אפענקייט פאר מענטשן. פארשטייט זיך דעמאלס האבן די אייניקלעך שוין געהערשט ביים טיר צו זיין שטוב, אבער מאדערנע מענטשן וואס האבן געהערט אויף אים כל מיני שטרענגע זאכן זענען איבערגענומען געווארן ווען זיי האבן אים געטראפן און גערעדט א פאר מינוט מיט אים.
מיט קינדער האט ער אויך געהאט א
זייט 109
טעקסט
באזונדערע קשר. נאכ'ן ווערן אן אלמן האט ער אלץ געפיהרט אליינס אין שטוב ביז ער האט שוין מער נישט געקענט.
ער פלעגט גיין איינקויפן יעדן ער"ש אויף שבת, ער פלעגט דעמאלס קויפן די צוקערלעך פאר די קינדער וואס פלעגן קומען צו אים מיט זייערע טאטעס - תלמידים וואס זענען געקומען רעדן אין לערנען. ער האט זיך געטשאטשקעט מיט קינדער, פרעגנדיג רעטענישן אויף די פרשה און געשפילט קינדעריש מיט זיי.
עניינים אין אידישקייט זיין מהלך אין אידישקייט איז געווען אן אינטרעסאנטע. מצד אחד איז ער געווען א בעל הרגש, מ'האט אים געזען קושענדיג די לולב און אתרוג הושע"ר נאכמיטאג מיט טרערן, ער האט געצינדן חנוכה ליכט מיט א התלהבות, און באופן כללי יראתו ניכרת על פניו, אבער פרומקייט האט ער באקעמפט.
ער האט נישט געוואלט קיין שום שמץ פון חומרות, נערוון, אדער תמימ'ישע פרומקייט וואס איז נישט קיין דירעקטע אויסדרוק פון די תורה וואס מ'האט געלערנט. די הרגשים זענען געווען א חלק פון זיין קיום המצוות און יראת שמים, אבער נישט די הרגשים האבן געשאפן די יר"ש, נאר פארקערט.
על אף זיין כיטרע פארשטאנד אין פאליטיק, איז ער געבליבן מיט א שטארקע תמימות, וואס האט אים געמאכט פראבלעמען מיט אנדערע. ער האט פארשטאנען אז יעדער איינער וויל נאר טוהן ריכטיג, און די איינציגסטע אויסגעהאלטענע מאטיוו איז ריכטיגקייט. דעריבער ווען ער האט פארשטאנען אז עפעס איז ריכטיג, האט ער נישט געקענט פארשטיין וויאזוי מ'זאל עס נישט וועלן טוהן. ווען מ'האט אויסגערעדט און זיך געדינגען, דער האלט אזוי און דער צווייטער אזוי, האט ער עס געקענט דערהייבן. אבער אין די זאכן ווען נישט דאס איז די נושא, נאר א צווייטער וויל, צו מוז, עפעס טוהן צוליב זיין נאטור, האט ער נישט געקענט פארשטיין ווי מ'איז אזוי שנעל מוותר אויף וואס איז ריכטיג.
למשל, הרב דן סג"ל שליט"א איז דאך א פאנעוויזש'ער און ער האט אנגעפיהרט זיין מצב אין בני ברק. א סאך זאגן היינט אז ער איז גוט פאר א שוואכערער עלעמענט פון שכל, די וואס האבן נישט די גאנצע געשמאק אין לערנען, די וואס האבן נישט די השגות צו טרעפן יראת שמים אין א פשוט'ע געדרוקטע ספר, און מיט זיי ארבעט די מהלך פון התפעלות.
די וועלט היינט איז ליבעראל גענוג אז אבי ער מיינט עס אמת'דיג און טוט נישט קיין עבירות, קען מען דאס אויך דערהייבן. ביי הרב שך איז דאס אבער נישט געווען אזוי. ער האט אנגעקוקט די זאך אלס א פרומקייט, א זאך וואס שטערט לערנען און שטערט עבודת ה', און דעריבער האט ער עס נישט געקענט צולאזן.
אזוי איז געווען ביי די וואס האבען געוואלט אריינברענגען קבלה'דיגע מושגים צווישן ישיבה'לייט, א שטייגער ווי הרב שמשון פינקוס ז"ל און להבחל"ח ר' משה שפירא. מסתמא קוקן רוב פון
אונז אויף די ערשיינונגען ווי פיין און וואויל פאר דער וואס וויל עס, און דער וואס נישט זאל עס נישט פרובירן, קיינער ווערט נישט געצוואונגען. אבער הרב שך האט עס נאר אנגעקוקט אלס ריכטיג צו נישט ריכטיג, און ער האט אזוי פארשטאנען די שעדליכקייט פון אריינברענגען קבלה ביי די כלל פון ישיבה'לייט אז ער האט גארנישט אנדערש געזען.
הנהגת הכלל זיינע ערשטע טריט אין הנהגת הכלל איז געווען אין די סוף כ' יארן. ער איז געווארן א חבר מועצגה"ת פון אגודת ישראל און איז געגאנגען צו אסיפות פון חינוך עצמאי און וועד הישיבות. מיט די צייט איז ער געווארן די דאמינירנדע שטימע אין די אלע ארגאניזאציעס. יעדער ווייסט וואס איז ווייטער געשען, ווען ער האט זיך געריבן מיט די אנדערע און צום סוף געגרינדעט אן אייגענע וכו' וד"ל.
וויל איך אויסשמועסן ווי ס'זעט מיר אויס. קודם כל, זיין השפעה און כח מיט מענטשן איז נישט געקומען פון כח האגרוף און נישט פון זיין כאריזמע צי זיינע ווארימע דרשות. דער עיקר כח וואס ער האט פארמאגט, ווי מ'האט שפעטער געזען ביים גרינדונג פון דגה"ת, איז דאס אז א ריזיגע פראצענט פון ראשי ישיבות, משגיחים און תלמידי חכמים אין א"י זענען געווען זיינע תלמידים.
זיי זענען נישט געווען סתם אנהענגער, צי מענטשן וואס האבן איין יאר געהערט א שיעור פון אים און ווייטער געגאנגען. זיי זענען געווען מענטשן וואס זייער מוסטער אין לעבן און אין לערנען איז געווען הרב שך. דאס אליינס אז ווען ס'איז געקומען צו פאליטיק האט ער נישט געטראפן קיין פאנעוויזש'ער תלמידים אריינצושטעלן אין די פאזיציעס פון דגה"ת איז די בעסטע ראיה צו וואס ער האט אויפגעטוהן.
ער האט גענומען אברהם רביץ ע"ה פון חברון, משה גפני א גור'ער חסיד, שלמה לורנץ ע"ה א פאפא'נער תלמיד, און די אנדערע ארומיגע זענען אדער א ספרדי פון חברון אדער אייניקלעך זיינע וואס קומען נעבעך פון א קראנקע מאמע.
ער האט נישט געבויעט פאליטיקאנטן, נאר לערנער וואס זענען שפעטער געווארן מענטשן וואס האבן אים געשעצט, איינס נאך איינס, דורך זייער אנערקענונג אז דא ליגט די זאך, דאס איז צו וואס מ'שטרעבט און פון דעם האבן זיי זיך געוואלט אפלערנען.
פון דעם איז געווארן א ‘בי מלכים ימלוכו' אז מ'האט אים געפאלגט אויף פיהל אנדערע זאכן אין הנהגת הישיבות, סכסוכים אין ישיבות און קהלות, און החלטות אין פאליטיק, זענען געווען זיין פעלד.
נאך א נקודה אין זיין הנהגת הכלל: מענטשן האבן צוגעזען וויאזוי ער האט גע'פסק'נט א זאך. מ'הערט אפט ווי מ'פרובירט איבערצוגעבן זיין דעה מיט א קורצע מימרא, א שארפע זאג און א פסק. ווען ער האט אבער געהאנדלט די זאך, האט ער געקלערט און איבערגעקלערט, ברענגענדיג זיין צוגאנג צו לערנען צו עניני הכלל אויך.
זייט 110
טעקסט
איך האב געהערט פון איינעם וואס האט אים פערצופאל געזען יענעם נאכמיטאג וואס ביז סוף טאג האט ער געמוזט מחליט זיין צי מ'גייט גרינדן דגה"ת צו נישט. ער האט געקלערט צו זיך און איבערגעקלערט, געווען אינגאנצן איבערגענומען פון די שווערע החלטה וואס ער האט געמוזט מאכן.
ער האט שוין געהאט אדורכגעשמועסט מיט צענדליגער מענטשן, שוין געהערט אלע טענות וואס מ'האט געהאט אויף דעם און שוין געוואוסט וואס ס'קען אלס ארויסקומען דערפון, ובכל זאת האט ער מחליט געווען אז אזוי מוז זיין )צום געדענקען אז ביי די פריערדיגע בחירות האט ער אויך געקלערט דערפון, און ער האט שוין געסטראשעט מיט ש"ס ועוד, ווילנדיג פירן די מערכה על מי מנוחות אז ס'זאל נישט ארויסקומען קיין פירוד לבבות דערפון. ס'איז קלאר נישט געווען קיין שנעלע החלטה, נאר ער האט פארשטאנען אז אזוי מוז זיין.( א צווייטער האט מיר דערציילט אז אין יענע תקופה איז ער אריין צו אים, און ער זעהט ווי ער מוטשעט זיך די אויגן צו ליינען א געוויסע אויסגאבע. קומענדיג נאנטער האט ער באמערקט אז ס'איז גאר דער ‘החומה' פון נטורי קרתא. פרעגנדיג די שטוב מענטשן האבן זיי געזאגט אז ער לייענט די סארט זאכן כסדר, ווילנדיג וויסן וואס מ'זאגט און האלט קעגן אים, צו וויסן צי ער טוט ריכטיג.
דער עיקר פון די זאך האט מען באמערקט בסוף ימיו. אויב מיין זכרון איז מיר נישט מטעה, האט ער דאן געוואלט אריינשטעלן א רב אין קרית ספר און מ'האט אים נישט געפאלגט. פון דעמאלס האט מען זיין שטימע מער נישט געהערט, קיינמאל נישט. אינגאנצן פארשוויגן.
דאס איז, דוכט זיך, די איינציגסטע מאל אין היסטאריע וואס מ'האט געהערט אז א מנהיג זאל ארויסגיין אויף פענסיע און אויפגעבן זיין אמט, און נאך מרצונו הטוב. מ'האט עפעס מפרסם געווען ביי די נעקסטע בחירות אז מ'זאל גיין פאר ביבי, אבער ס'איז ווייט פון באשטעטיגט.
ס'איז דאך נישט מעגליך אז פון איין טאג צום צווייטן האט ער פלוצלונג נישט געקענט פיהרן און זאגן. נאר וואס? ער האט איינגעזען אז מ'פאלגט שוין נישט, איז ער שוין נישט מנהיג און די אחריות איז שוין נישט זיינס. ער איז שוין נישט דער וואס איז ראוי דערצו, האט ער געשוויגן גענצליך. דאס איז א גבורה און אן אמת וואס מ'זעט זעלטן, הן בעניני דעלמא והן בעניני דשמיא.
בשעת א מערכה, קומען ארויס כל מיני נארישקייטן און לאזונגען, די איינציגסטע ציל איז דאך צו געוואונען די מערכה. טאמער מ'קוקט אבער וואס ס'קומט אלץ ארויס פון די תורה פיהרער, זעהט מען אן אנדערע בליק.
אז מ'קוקט אין די מכתבים ומאמרים פון הרב שך, אין די בריוו וואס ער האט געשריבן אויף עניני השעה, צי דרשות וואס
ער האט געגעבן, זעהט מען אז ער האט איבערגעגעבן זיין מיינונג מיט א קלארקייט. ס'איז נישט געווען מיט א נוסח פון דעתי דעת תורה און דו גיי הענג זיך. אלעס איז געווען מיט א נימוק און א פשט, אין געציילטע ווערטער.
אוודאי האט מען נישט געקענט איבערגעבן אלע ספקות, ראיות און סברות ברבים, דאס זענען אפט האקעלע זאכן וואס מ'קען נישט אזוי פארשטיין על רגל אחת. אבער ווען מ'האט געפאלגט, איז עס נישט געווען אויף אן אופן פון פאלגן לשם פאלגן, נאר מ'האט פארשטאנען וואס מ'האט געטוהן.
ווען ער האט גערעדט פון בחירות, האט ער מסביר געווען וואס איז די חיוב, וואס זוכט מען אויפצוטוהן און פארוואס גייט מען דארט. נישט אז שרייבערלעך אין צייטונג זאלן אריינטייטשן וואס זיי ווילן, נאר מ'האט קלאר געהערט פון אים, און ס'האט טאקע געהאט אן אנדערע דערהער. ווען ער האט גערעדט אויף חב"ד צו וואס, האט ער קלאר ארויסגעגעבן וואס ער האט געמיינט מיט זיין מערכה און מיט וואס ער האט זיך געדינגען. ס'איז קיינמאל נישט געווען קיין סתם ‘כופרים' צו וואס.
די מערכות מיט אנדערע איך ווייס אז א סאך ליינער דא האבן א גרויסע פראבלעם מיט זיינע מערכות, מיט וויפיל מענטשן ער האט זיך געשלאגן, און וויאזוי די מערכות זענען געגאנגען. וויל איך דא אויסשמועסן וואס מיר זעהט אויס אין די אלע זאכן, די קו המשותף פון רוב פון די ענינים, און פארוואס ס'האט קיין שייכות נישט מיט די פאליטיק וואס טוט זיך היינט, און אין אנדערע פלעצער. אפשר בין איך נישט גערעכט, אבער אזוי איז מיין אנאליז.
ביז צו די פטירה פון דעם בית ישראל, האט הרב שך זיך ווייניג געריבן אפן מיט אנדערע אין די מועצגה"ת. נאר נאך זיין פטירה האט זיך עס אנגעהויבן. פארוואס? לדעתי איז עס געבויעט אויף זיין צוגאנג צו דעם ענין.
הרב שך האט אנגעהויבן מיט א געוואלדיגע תמימות. ער איז אריין אז מ'גייט דא טוהן לש"ש וואס כלל ישראל פאדערט און וואס די תורה פאדערט. אז ס'איז דא א שאלה, וועט מען פשוט קוקן אין תורה און ארומשמועסן אין תורה לדעת את הדרך, וואס איז די ריכטיגע וועג.
ביי די ערשטע אסיפה פון די מועצגה"ת אין וואס ער האט זיך באטייליגט, איז ער שטארק אנטוישט געווארן. ער האט געהערט די זאכן וואס מען שמועסט און דעם אופן וויאזוי מען גייט צו צו די ענינים, האט ער זיך געדרייט צו הגר"י אברמסקי זצ"ל און אנגעהויבן שמועסן אין לערנען מיט אים. ער האט איינגעזען די ווייטע אפשיי צווישן זיין גאנג און דאס פון די חסידיש'ע רביס )יורשים( מיט וועמען ער האט געמוזט האנדלען שווה בשווה.
זייט 111
טעקסט
א וואוילער רבי איז איינער וואס פירט זיינע חסידים אויף א ריכטיגן אופן, און טוט פאר זיי וואס זיי דארפן. א שלעכטער רבי איז דער וואס רייט אויף זיינע חסידים און נוצט זיי אויס פאר זיינע פערזענליכע צוועקן.
ביי הרב שך האבן ביידע נישט געטויגט. מ'איז נישט דא אין מועצגה"ת צו פארטרעטן מענטשן, מ'האט זיי נישט ערוועלט איבערצוגעבן די דעה פון זייערע אנהענגער און מ'זוכט זיי נישט צופרידן צושטעלן. דאס זענען די מהלכים פון פאליטישע פארטייען וואס ווערן געפיהרט עפ"י חוקי הדעמאקראטיע, נישט חוקי התורה. מ'זוכט צו טוהן וואס די תורה פאדערט, אפגעזען פון דעת הרחוב. אגודת ישראל איז נישט געגרינדעט געווארן צו רעפרעזענטירן חרדי'שע רעכטן פאר די וועלט, נאר כדי צו לייזן די פראבלעמען פון היטן תורה אין א וועלט וואס היט עס נישט.
ווען הרב שך האט געזאגט אזוי איז ריכטיג, און דער וויזניצער רבי ענטפערט אים אז די וויזניצער חסידות דארף עפעס אנדערש, רעדן זיי בכלל די זעלבע שפראך? האבן זיי דען וואס צו האנדלען?
דוכט זיך מיר אז דער בית ישראל איז געווען דער לעצטער רבי וואס האט טאקע אינזין געהאט די וועלט פונקט ווי חסידי גור. ער האט נישט געמאכט קיין אייגענע מיידעל שולעס, זיך פארלאזנדיג אויפן מערכת בית יעקב. ער האט ארויסגעהאלפן אנדערע קהלות זיך גרינדן און בליען, מיט זיין אייגענע הויט און זיין אייגענע כח. אפילו ווען הרב שך וואלט אנדערש געהאלטן ווי אים, מ"מ איז זיין דעה אויך א דעה פאר דעם אליין אז ער רעדט די שפראך, ער טענה'ט צו די זאך אויפן נושא וואס מ'דארף האנדלען.
איך ווייס נישט צי דער בית ישראל איז א בר פלוגתא מיט הרב שך, סיי אין לערנען און סיי אין אנדערע זאכן. איך האב נאך קיין איין נארמאלע מעשה נישט געהערט אויף אים אז מ'זאל אננעמען אז יא, קיינער ווייסט נישט פון זיין פערזענליכע קדושה און זיכער נישט פון זיין לערנען, אבער עכ"פ ער האט געזאגט זיין דעה אויף וואס כלל ישראל דארף.
די רייבערייען זענען טאקע נישט געווען טאג-טעגליך אין יעדע נושא פונעם אגודה, פאר די זעלבע סיבה. ווען די חוק הגולן איז ארויפגעקומען, האט דער וויזניצער נציג געפרעגט וויזניצער רבי, און ער האט מיטגעשטימט. דער גור'ער האט געפרעגט זיין רבי און ער האט אויך מיטגעשטימט. ווען הרב לארענץ האט געפרעגט הרב שך, האט הרב שך גערעדט שארף קעגן דעם, אז מ'טאר נישט אויפרעגן די אמעריקאנע רעגירונג. די אנדערע חברי כנסת זענען צוריקגעגאנגען צו זייערע רבי'ס וואס האבן זיך אונטערגעגעבן. פארוואס? ווייל מיט וויזניץ און גור האט עס ווייניג געהאט, און זיי האבן נישט געהאט קיין סיבה זיך צו שטעלן דערויף. ומכאן נקיש צו כל מיני זאכן וואס זענען דארט פארגעקומען. פאר הרב
שך האט געדרוקט גאר אנדערע זאכן ווי זיי, און דעריבער האט מען זיך נאך אסאך געקענט אויסקומען און זיך נישט געדארפט ארומרייסן א גאנצע צייט. אבער ווען זיי האבן נישט געקענט קומען לעמק השווה, און נישט נאר דאס, נאר זיין דעה האט נישט געהאט קיין געוויכט אפילו כקול אחד, האט ער פרובירט מיט אלע מיטלען זיי מרמז צו זיין אז כן לא יעשה. ערשט מיטן פארלאנגען אינערליכע בחירות אין אגוד"י, דערנאך מיט'ן גרינדונג פון ש"ס ועוד. אבער זיי האבן נאכאלץ אנגעקוקט די ליטווישע ציבור ווי א נארישע הינקעדיגע ציבור, ענליך צו די אמעריקאנער ליטווישע ציבור, וואס איז אפילו כהיום צוריקגעשטאנען צענדליגע טריט פון די ארגאניזירטע חסיד'ישע ציבור.
דער ליובאוויטשער רבי זצ"ל דאס איז אלעס געווען די פראבלעמען אינערהאלב א"י. די ליובאוויטשער פראבלעם איז אבער געווען עולה על כולנה. דער ליובאוויטשער רבי ז"ל איז געווען א טיכטיגער קלוגער קלארער מנהיג, אן אימערמידליכער ארבעטער וואס האט קיינמאל נישט אויפגעהערט וועלן אויפטוהן נאך און נאך, און געבליבן שטארק געטריי צו זיין פליכט אין די וועלט.
אמנם פאר יעדן איינעם וואס האט געלערנט זיינע כתבים און דרשות, וואס זיי האבן נישט געהאלטן בסוד, איז קלאר אז קיין וועלט'ס ת"ק איז ער נישט געווען. זיין תורה אין נגלה איז נישט אויף עפעס אן אויסנאמליכע רמה, און זיין חידושים צו פארענטפערן מנהגי חב"ד צי סתם גערעדט אין לערנען זענען נישט אויף א וועג פון ליכא למיפלג עלה. א בעל כשרון איז ער געווען און ער האט אריינגעברענגט א גייסט פון גרונטליך מדייק זיין און פרעגן אויף רש"י על התורה וכדו', אבער נישט מער ווי דעם. פארשטייט זיך קענען זיינע חסידים נישט אנדערש זאגן ווי דעם אז ער איז צדיק קדוש חכם ביז משיח אליינס, אבער וואס חסידים זאגן אויף זייער אייגענע רבי איז קיינמאל נישט געווען וויכטיג אויף למעשה. ווי וואלטן זיי געזאגט ווען ער איז א גראבער יונג אן ע"ה דאורייתא ודרבנן? פילייכט די זעלבע זאך. אויב אזוי, איז זייער מיינונג נישט אין פלאץ דא. פונדרויסן זעט ער אויס א שטארקע בעל כח ומרץ, א בעל כשרון און א גלענצנדער רעדנער, אבער נישט קיין וועלט'ס מ"ד.
עכ"פ ווען ער האט אנגעהויבן זיך אריינמישן אין כלל ישראל, און געפלאקערט די גייסט אין א"י מיט זיין שלימות הארץ מבצעים, און בכלליות זיין אנהויבן זיך הערשן אויף די פרומע גאס, איז אין אמעריקא קיינמאל נישט געווען מעגליך אז ס'זאל אים געלונגען. אמעריקאנער רבנים און גדולים און רבי'ס האבן אים געקענט פון דער נאנט און ער איז
זייט 112
טעקסט
פאר זיי נישט געווען קיין פארמעסט און ער האט א קליינע השפעה געהאט אויף די חרדי'שע גאס אין אמעריקא. אין א"י האט מען אים נישט געקענט, און זיינע גבירים האבן אנגעהויבן אריינצופיהרן זיין דעה אינערהאלב די חרדי'שע געזעלשאפט, און כאמור די רבי'ס אין א"י האבן זיך ווייניג געקימערט דערמיט, ווייל ער האט גערעדט אויף נושאים וואס האט זיי ווייניג-וואס געשטערט. זאל מען לערנען רמב"ם יעדן טאג, וועמען גייט עס אן? זאל מען וויילן קעגן שלום מיט די אראבער, וועמען גייט עס אן? וויזניץ און גור וועלן קענען ווייטער גיין מיט צי אן די דעות. הרב שך איז אבער געקנאטן געווארן פון אנדערע טייג. ער האט געוואלט אנהאלטן די וועג פון די אריגינעלע אגודה, וואס דאס איז ‘לפתור בעיות הזמן עפ"י תורה', נישט צו פארטרעטן אונזערע וויילער'ס אין כנסת און נישט אויפצוטוהן להגדיל כוחו ואונו פון די קיפקע'ס אינערהאלב די אגודה, נאר צו טוהן ווי די תורה פאדערט. אין אנהייב, ווען מ'האט גערעדט פון שלום מיט אראבער איז הרב שך געווען סקעפטיש דערוועגן. ער האט ווייניג געגלויבט דערין, און ער האט מורא געהאט אז ס'וועט מאכן די איזראעלישע גאס מער גוי'איש און ליבעראל, און ס'וועט עפענען די טויערן פאר אסימיליאציע מיט אראבער, פונקט ווי אמעריקאנער אידן צווישן אמעריקאנער גוים. ווען ער האט אבער געזען אז מ'הייבט אן אריינצוברענגען מצוות און רוחניות'דיגע חשבונות אקעגן די עצם רעיון פון אן אפמאך פאר שלום פאר אידן אין א"י, איבערהויפט ווען מ'האט עס מפרסם געווען עפ"י דער לעכערליכע צושטעל צו או"ח סי' שכ"ח )אגב, יעצט געטראכט. שמעון הצדיק מיט די חכמי ישראל ביי די מעשה מיט אלכסנדר אין יומא ס"ט האבן נישט געוואוסט פון די הלכה אין או"ח שכ"ח?(, האט ער איינגעזען א פיהל גרעסערע געפאר פאר אידישקייט. ס'הייסט, קרום אפגעלערנט א סעיף אין שו"ע, און יעדער בר בי רב דחד יומא וואלט עס געקענט אפשלאגן און פארשטיין, אחוץ טאמער מ'האט א פארטיי נגיעה צו גלויבן אלעס וואס דער פארטיי פיהרער דרוקט אויס, און דאס וועט האלטן כלל ישראל ביים נאז, דאס וועט זיין די מוסטער פאר אונזער פאלק? דער אור-אלטע מלחמה צווישען די אגודה מיט די ציונים איז, אז נישט שיינע רעדנער'ס און נישט עסקנים זאלן קענען קובע זיין, נאר די תורה אליינס. און קיין אנדערע וועג פון קענען תורה איז נישט דא אחוץ זיצן און דאס לערנען.
ווידעראמאל האט מלחמה די אויפגעלעבט. נאכאמאל, מיט די אנדערע רבי'ס האט מען לייכט אן עצה געטראפן, וויבאלד זיי האבן נישט געהאט קיין מיינונג און נישט געוואלט האבן א מיינונג, אויסער אין זייער ווערטשאפט. אבער דער ליובאוויטשער רבי איז ארויסגעקראכן פון רבי'סטעווע און האט זיך אריינגעלייגט אין א מנהיגות פאסטן, א פאסטן וואס האט
אים בכלל נישט געפאסט, ווארום די נויטיגע קוואליפיקאציעס פון יארן יגיעה בתורה און א גרונטליכע קענטשאפט אין תורה האט ער קיינמאל נישט געקענט ווייזן. די אלע לאזונגען און זייטיגע טענות, וועגן לערנען רמב"ם און ל"ג בעומר פאראדן, פון משיח און שלש סעודות, זענען אלס געווען זייטיג און היכי תימצי'ס אויסצורופן די עיקר, אז דער איז נישט ראוי צו פיהרן. די וואס ווילן זיך דינגען זענען געלאדענט אויפצואווייזן, נישט אז ער איז געווען א וואוילער איד, נישט אז ער איז געווען א טיכטיגער איד, ווייל די אלע זאכן זענען נישט געווען אויפ'ן וואגשאהל. נאר אויפווייזן דארף מען אז ער האט גוט געקענט תורה און אסאך געקענט תורה. קיינער קען דאס נישט אויפווייזן, און דעריבער האט מען זיך פארלייגט אויף זייטיגע זאכן, א שטייגער ווי ‘ולא ימחה שבט מישראל' צו רעדן פון זיינע קירוב טעטיגקייטן צי זיין יחוס.
איינער וואס לייגט נישט דער תורה אלס די הויפט קוואליטעט פון א מנהיג, איינער וואס האט אנדערע זאכן פונקט אזוי וויכטיג, קען זיך אפשר דינגען און האלטן אז די טעטיגקייטן פונעם ליובאוויטשער רבי מאכן אים פאר וויכטיגער ווי די תלמידי חכמים. יענער וועט אויך נישט קענען לייקענען אז ווען מ'וויל וויסן וואס די תורה זאגט, מוז מען זיך ווענדן צו דער וואס קען עס, נישט דער וואס האט מער און זאגאר וויכטיגע טעטיגקייטן. ווען מ'זוכט צו וויסן וואס צו טוהן וועגן שלום מאכן מיט אראבער, מוז מען זוכן אין די תורה, און דעריבער האט מען נישט קיין פשט פארוואס מ'זאל זיך אונטערגעבן פאר די דעה פונעם ליובאוויטשער רבי'ן, און אזוי ארום האט מען זיך געשיידט פון זיין פארטיי און מערכה.
די אנדערע רבי'ס האבען שוין נישט געוואלט הערן פון רב שך'ס קעמפעריי, זיי האבען עס נישט פארשטאנען און מ'האט זיך שוין נישט אונטערגעגעבן צו אים, און דעריבער האט מען זיך געמוזט שיידן. למעשה דארף מען באטאנען אז הרב שך האט אין גרויסן געזיגט, וויבאלד זיי האבן נאך קיינמאל נישט געגעבן קיין שטימע קעגן צוריקגעבן לאנד בעפאר דעמאלס און זייט דעמאלס, מ'האט אלץ זיך איינגעהאלטן פון שטימען. דאס איז געווען ביי אסלא אין תשנ"ד וואס איז געווען נאך די שיידונג, און אזוי אויך ביים ריקצוג פון עזה אין תשס"ח. דער ליובאוויטשער רבי האט קיינמאל נישט מצליח געווען אריינצורוקן זיין מיינונג אינערהאלב די חרדי'שע אידן אין א"י, על אף אז מ'האט זיך דאך אלץ געקעמפט איבער דער טעמע.
אנדערע קאמפן הרב שך האט געפיהרט אויך אנדערע מערכות בשעתו, אבער ליובאוויטש און דגל זענען געווען די גרעסטע. צווישן די אנדערע מערכות איז געווען אנטקעגן הרב גורן מיט זיין היתר ממזרים, וואס ווען נישט
זייט 113
טעקסט
אז מ'האט עס אזוי אויפגעלעבט און פארשפרייט איבער די וועלט, וואלט די רבנות געכאפט א לעבענסלענגליכע קלאפ.
היינט ווען דער רבנות דארף דורכפירן א האקעלע היתר, ווייסן זיי אז זיי מוזן זיין אויסגעהאלטן בעינם פון די גרויסע פוסקים. ס'קען נישט זיין אזא מציאות אז א רב זאל ארויסשאקלען פון די ארבל אן אומבאזירטע היתר און מ'זאל עס צולאזן.
מיט א פאר יאר צוריק האט די רבנות אין חיפה מתיר געווען א שווערע עגונה קעיס. מ'האט ארומגעטראגן די היתר צווישן אלטע רבנים פון די רבנות, מ'האט געשריבן תשובות ניינציג דפים לאנג, מ'האט זיך נישט געלאזט פאר גארנישט.
ווען הרב גורן וואלט מצליח געווען צו מאכן א שווייג, וואלט די רבנות געווען פול מיט אזעלכע רבנים וואס זענען גרייט אלעס מתיר צו זיין. הגם אונז ‘היימישע אידן' האלטן זיך העכער ווי דער רבנות, מ"מ ווי נישט ווי רעדט זיך דא פון יחוס כלל ישראל, און אין א"י דרייען זיך א ריזיגע סכום בעלי תשובה וואס מישן זיך אריין אינ'ם געזעלשאפט זייער שנעל, נישט ווי דאהי. ווען מ'וואלט צוגעלאזט א לייכטזיניגע צוגאנג צו ממזרות, וואלטן מיר זיך שטארק געמוטשעט. די מערכה קעגן פא"י איז געווען ענליך צו די אויף אגו"י. הרב שך האט איינגעזען אז פא"י איז נישט קיין אגו"י, זיי זוכן שוין נישט צו וויסן וואס די תורה פאדערט, און ס'איז געווען נאכאנאנדיגע רייבערייען אויף די נושא.
הרב גריינמן, וואס איז געווען גאר א גרויסער גדול און הרב שך האט אים שטארק געשעצט, האט אנדערש געזען. אבער אין די זאכן האט הרב שך איינגעזען אז ס'מוז זיין דבר אחד לדור, די זעלבע שיף קען נישט האבן צוויי קאפיטאנען, אין די זאכן וואס זענען ברבים און נוגע לרבים, מוז זיין איין וועג. דאס איז נישט קיין פריוואטע מנהג וואס יעדער איינער קען טוהן ווי ער פארשטייט, און אויך נישט קיין ישיבה וואס יעדער ישיבה קען טוהן ווי זיין ראש ישיבה פארשטייט. למעשה געניסן אלע פון די כנסת, און למעשה עסן אלע פון די אויפטוען וואס מ'פארדינט פון זיי, כולל די א.ג. קנאיש'ער לאגער, און דער פיהרערשאפט דארף זיין אדער דעמאקראטיש אדער אין די הענט פון גדולי החכמים. דאס פארשטייט דאך יעדער איינער אז די תורה אנערקענט נישט דעמאקראטיע אין די סארט זאכן, בלייבט איבער דאס וואס די תורה זאגט. אבער אפילו אזוי קען עס נאר זיין איין וועג נישט קיין צוויי, אנדערש ווי אין כל התורה כולה. דעריבער
האט הרב שך געקעמפט און געזיגט, און אזוי איז געבליבן.
שקעה חמה שקעה נפשי.
זייט דעם וואס הרב שך איז מער נישט עסוק אין כלל ישראל, זעט זיך בחוש א שטארקע ירידה אינעם דור. הגם מ'האט נאך מנהיגים גרויסע, אבער נישט נאנט צו זיין כח.
קיין איינער פון די מנהיגים נאך אים האט זיך נישט געבויעט דורך תלמידים אין לערנען, און דער גאנג וויאזוי מ'פאלגט זיי איז אויך נישט פון תלמיד'שאפט - אז מ'פארשטייט און מ'לערנט אפ וואס דער רבי האט געהייסן.
ס'איז געווארן א מנהיג'שאפט פון מענטשן וואס פארשטייען אז די לייצעס קענען נישט זיין ביי יעדן איינעם אין די הענט, מען מוז זיך פארלאזן אויף א צווייטן, און די געוויסע פיהרער זעהען אויס צום זאך.
דאס איז גאנץ פיין, אבער אפן צו מחלוקת. דער עולם איז נישט באמת איבערצייגט אז אזוי איז ריכטיג. די סיבה וואס דעמאלס אין תשמ"ט ולאחמ"כ איז דער טעראר נישט איבערגעשטיגן קיין גרויסע שוועלן )אוודאי האט מען פון עפעס געליטן, טראץ הרב שך'ס שטארקע ארבעט דערקעגן, הן ברבים ביים דרשות, הן בצנעא, וכידוע לכל מבקש האמת(. אבער היינט, ווען ס'איז נישט אוועקגעשטעלט אויף תלמיד'שאפט, נאר אויף פיהרערשאפט, שטויסט מען זיך אן אין פיל מער טעראר און שלעגעריי.
נאך א געלעגנהייט האט מען נישט היינט. הרב שך האט זיך מסביר געווען, וכנ"ל, אין אלע זיינע מערכות. דעריבער איז דער עולם קלוגער געווארן יעדעס מאל מ'האט געהערט פון אים וואס צו טוהן. ער האט איינגעבאקן זיין מיינונג אינ'ם עולם מיט זיינע סברות און יסודות.
היינט קומט אלעס בסודי סודות, קיינער קען קיין קראנט ווארט נישט נאכזאגן פון די מנהיגים וואס זיי האלטן באמת. אלעס וואס מ'הערט איז השערות און דמיונות פון די אנהענגער, הן מצד בני ברק הן מצד ירושלים. אלע נאכפאלגער זענען בסך הכל אונטער די השפעה פון די טויער היטער פון די גדולים.
בחיי הרב שך איז עס נישט אזוי געווען. פארשטייט זיך אז דעמאלס זענען אויך געווען צייטונג שרייבער, אבער אין די דרשות און בריוו קען מען זעהן א קלארע מהלך פאר דער וואס זוכט.
חבל על דאבדין. זצ"ל.
זייט 114
טעקסט
מא נייעשם בפליק חאויףת
דיסקין
בערל שפירא
רעדאגירט: ראובן
זאקן אויף די קעץ אום פסח
אין יאר תרנ"ו איז געדרוקט געווארען א פאשקעוויל אקעגן דער רעבעצין פונעם שרף מבריסק, הגאון הקדוש רבי משה יהושע ליב דיסקין זצוק"ל. דער נאמען פון דעם ‘כרוז' איז געווען “דיא בריסקער רעבעצין וויל חרוב מאכען ירושלים". די סיבה פארוואס די משכילים האבען ארויסגעגעבן אזא שארפן כרוז קעגן איר, איז געווען ווייל זי האט אנגעפירט א העפטיגן קאמף קעגן זיי, וואס האט נאטירליך געברענגט א שטארקע שנאה.
אין דעם ארטיקל וויל איך נישט אריינגיין אין די ריזיגע מחלוקת'ן וואס האט געהערשט אין ירושלים צווישן די קנאים און אנדערע, א מחלוקת אין וואס די רעבעצין ‘שרה' אדער ‘סוניה' ]פון דער היים ‘ראטנר'– מגזע הנודע ביהודה[ איז געווען אריינגעמישט עד ארכבותה. איך וויל נאר ציטירן עטליכע שורות פון דעם כרוז:
ניין רעבעצין! ירושלים עיר הקודש איז צוא הייליג פאר אייך וכו' מיינט נישט אז עס איז א קינדער שפיעל, פארגעסט נישט אז איהר שפילט זיך יעצט מיט א גאנצע שטאט מיט א כרך מענטשען וועלכע זיינען שוין מיד געווארין צו פערטראגין דיא שאנדע און שמוץ וואס איהר ווארפט אויף זייא פון יאהרען לאנג, אייערע ציצית וואס איהר טראגט אויף זיך, און די הענטשקעס וואס איהר טוט אן אייער קאץ וועט דער וועלט דיא אויגען ניט פערבלענדין, דיא גאנצע וועלט קען אייך....
זייט 115
טעקסט
די ווערטער פאדערן אן ערקלערונג. וואס מיינען אירע קעגנער מיט די ווערטער אז די וועלט וועט נישט פארבלענדעט פון דעם וואס זי טוט אן הענטשקעס פאר אירע קעץ?
די מעשה גייט אזוי: שרה דיסקין – א פרוי וואס האט געקענט רעדן עטליכע שפראכן און געווען א געבילדעטע און א געלערנטע, פון א רייכער משפחה, און זי איז אויך פרעזענליך געווען רייך פאר זי האט חתונה געהאט בזיווג שני מיט רבי יהושע ליב זצ"ל – איז געווען זייער זייער פארפרומט און גאר א גרויסע מלומדת. איינע פון די באקאנטע חומרות אירע איז אז זי האט אנגעטון זאקן אויף איר קאץ פאר פסח כדי צו זיין באהיטן פון חמץ. ]א חומרא וואס איז נאך נישט איינגעפירט אין אונזערע קרייזן, אבער אפשר וועט א רב וואס ליינט “פה-סח" עס מפרסם זיין אין זיין קומענדיגע יאר'ס שבת הגדול דרשה.[
ווי דערמאנט אין דעם כרוז, איז זי אויך געגאנגען מיט ציצית. מען דערציילט א מעשה וואס איז אויך פארבינדען מיט איר חומרא דפסחא:
פעם בערב פסח, בא יהודי לשאול שאלה: מצא גרגיר שבולת שועל במרק. פסק הרב ]דיסקין[: כשר. שמעה הרבנית ואמרה: רבי יהודי, אסור לי להתערב בפסקי בעלי, אולם דע לך, אם לסמוך על בעלי, הרי כל העיר תאכל חמץ בפסח. )מפי ר' ח. אייזנשטאדט(
אפנים, איר מאן דער רב איז נישט געווען גענוג פרום פאר איר. אין דעם זעלבן מקור ווערט דערמאנט נאכאמאל די חומרא פון זאקן אויף קעץ, און נאך חומרות:
שרה'קע הרבנית אדוקה מאד היתה והחמירה יותר משהיה מחמיר הרב. "בבית המרקחת של רבי פייבל כהנוב בירושלים, מקום שם היו מתכנסים הבילויים אנשי שה"ו ]שיבת החרש והמסגר[, היו משיחים ומספרים גוזמאות על דקדוקי הכשרות של שרה'קע הרבנית: ערב פסח היתה מגעילה את ידות הדלתות ]טיר קלאמקעס[ ומנעילה את החתול שעמה בבית-גרביים, מחמת חשש שלא יידבק משהו חמץ בכפו" – סיפר ר' דוד יודלביץ, ואמנם גם בלומזה הפליגו לספר בחומרותיה והיו אומרים "בבית שרה'קע הרבנית נועלים החתולים מגפים בפסח".
אויך דארט, א דבר חכמה פון איר:
כשכתבו תנאים בינה ובין רבי יהושע ליב דיסקין, ברכו כולם את החתן במזל טוב, ברכה גם היא את החתן במזל-טוב ואמר לו: אל תהי ברכת כלה הדיוט בעיניך.
בדורו פון רבי יהושע ליב איז געווען באקאנט די חקירה צי האט ער פרום געמאכט זיין רעבעצין, און זי איז געווען גאר אן אשה כשרה העושה רצון בעלה, צי פארקערט, די רעבעצין האט משפיע געווען אויף אים. די פרומע האבן געשריגן אז זי איז געווען די אשה כשרה העושה רצון בעלה, און אירע חומרות האבן אפגעשפיגלט זיין פרומקייט, און די משכילים און ציונים האבן געשריגן אז ער איז נשפע פון איר.
דא איז נישט דאס פלאץ אריינצוגיין דערין, און דער וואס וויל עס נאכגיין קען ליינען אן ארטיקל “אשה בהנהגת הישוב הישן במאה הי"ט הרבנית שרה סוניה דיסקין – הרבנית מבריסק"
וואס איז געשריבען געווארען דורך נ. אריאל. וואס מיר וועלען דא נאכגיין איז מברר צו זיין וויאזוי האט די פארברייטערטע דיסקין משפחה אויסגעקוקט, צי איז קנאות און חומרא געווען די שטייגער, אדער איז זי געווען אן אויסנאם?
רב"ד – רבי בנימין האראדנע
לאמיר אנהייבען מיט רבי יהושע ליב'ס טאטן, רבי בנימין האראדנא. ער איז געווען איינער פון די גדולי הדור בשעתו. אין דעם ספר ‘במחיצתם של גדולי ישראל' שרייבט יעקב מארק:
רבי בנימין דיסקין הידוע בשם “ראב"ד" ]נראה שצ"ל רב"ד והוא ראשי תיבות של ר'בי ב'נימין ד'יסקין -גראדע א שטייגער פון די משכילים אין יענע צייטען זיך צו רופען מיט'ן ר"ת, לדוגמא: רמ"ד, רנה"ו, שי"ר, רנ"ק וכו'[ היה אחד הטפוסים המעניינים ביותר בין רבני דורו. מלבד גדולתו ושכלו החריף, היה ידוע בהנהגתו, שהיה נוהג בנימוס גדול ובדרך ארץ. הוא היה כמעט הרב היחיד בדורו שהקפיד מאד על החיצוניות. והיה לבוש תמיד בגדים נאים ומצוחצחים, והנהגתו היתה בהתאם גמור להלכות דעות של הרמב"ם. וכינוהו בצדק “הרב האריסטוקרטי". רבי יצחק אלחנן למד ממנו הרבה, ולא תורה בלבד אלא גם דרך ארץ. גם ב"אוצר הרבנים" )מספר 3683( מתואר רבי בנימין דיסקין כ"רב גאון אדיר וחכם מצויין, ‘הדור בלבושו'..."
מיר זעען שוין אביסל מער א מאדערנער סארט רב. גאר ערליך און גאר גרויס, אבער נישט אלטמאדיש.
אין דעם ספר ‘דן יובלין' פון חיים דובער גולבסקי )עמוד מב( שטייט:
כאשר נתקבלתי לתת שיעורים ולהרביץ תורה בבית מדרש למורים, הייתי בא על כל החגים ללייקוואוד. שם זכיתי בחגים לשמש גדול הדור, ומנו החכם השלם איש האשכולות מרנא ורבנא חיים העליר, שהיה ממש במלוא מובן המילה אנציקלופדיא חיה. דברנו פעם אחת על השכלה ויתרונותיה, ויותר מזה חסרונותיה. החכם השלם כליל המדעים איש האשכולות מרן חיים העליר, דבר על טשטוש הגבולות בין קנאים ומשכילים. פתאום אמר לי: אתה יודע שהרה"ג המובהק מרן בנימין דיסקין אביו של רבינו יהושע ליב, היה במידת מה משכיל בחכמת הדקדוק ועוד. היה לו בן, אחיו של רבינו יהושע ליב, שהיה חתנו של הרב חיים דאווידסאהן רבה של ווארשא. הוא היה מהמשפחות הכי מודערניות בכל פוילין. דברו שם פולנית ספרותית, מבצר ההשכלה. ורבי יהושע ליב היה ביחסים טובים עם אחיו, למרות שהיו השקפותיהם שונות."
לימודים אזוי ווי קידוש החודש אד"ג, וואס זענען פארבינדען מיט קענען מדעים, איז נישט געווען אזוי די שטייגער אז רבנים זאלן זיך אזוי גוט באקענען מיט דעם. אינטערעסאנט אז אין דעם
זייט 116
טעקסט
פירוש מהרז"ו אויף פרקי רבי אליעזר אנהייב פרק ששי וואס רעדט זיך וועגען תקופות און מזלות, טרעפן מיר דאס פאלגנדע: יען שבשני פרקים אלו, פרק ששי ופרק שביעי, מדבר בעניני תקופות ומולדות ולקויים אשר אין לי ידיעה בענינים אלו, על כן היתה בקשתי מאת הרב הגאון החכם הכולל מו"ה בנימין ]דיסקין[ נ"י ראב"ד דק"ק הוראדנא, שהוא ישים לבו הטהורה לבארם כי לו יאתה, וברוב טובו וחסדו נעתר לבקשתי, על כן אני מודיע נאמנה שהביאור על אלו ב' הפרקים מאת הרב הגאון הנ"ל ובלשונו הטהור.
תלמיד רב"ד – חז"ס
רב"ד האט געהאט א תלמיד חיים זעליג סלונימסקי, וועלכער האט זיך גערופן ‘חז"ס'. ער איז געווען א שומר תורה און מצוות און געהאט א לאנגע ווייסע בארד, אבער איז געווען א שטארקער משכיל.
חיים זעליג סלונימסקי האט געשריבען א ספר ‘מוסדי חכמה' אויף חכמות העולם. דער ספר איז געווען מעוטר מיט די הסכמות פון הגאון רבי אריה ליב קאצנעלינבויגן מבריסק, רבי אברהם אבלי מווילנא )וואס האט געשריבן גאר א ווארעמע הסכמה, ויש להאריך בזה ואכ"מ(, הגאון רבי אליקים געציל מאיר מעיר שוויסלאץ, און פון הגאון רבי ירוחם אלטשולר פון באדקי. נאך דעם עמוד פון הסכמות ווערט געדרוקט א ליסטע פון די מענטשן וואס האבען געגעבן דמי קדימה צו קויפן דעם ספר. דארט ווערט עקסטער דערמאנט רבנים און בעלי בתים. בנוסף צו די פיר רבנים וואס האבען מסכים געווען אויף דעם ספר, ווערט דארט אויך דערמאנט דער נאמען רבי בנימין דיסקין. מערקווירדיג איז אז אין די רשימה פון ‘בעלי בתים' ווערט דערמאנט ‘רבי שמואל שטראסון מווילנא', באקאנט אלס דער רש"ש!
בענין זה איז כדאי צו דערמאנען א מעשה וואס ווערט דערציילט אין ‘האיש על החומה' )כרך ראשון ירושלים תשס"ו 202-203( אונטער דעם קעפל “מעשה במשכיל שביקש הסכמה":
על מעשה ‘הסכמה' שאירע אצל רבי יהושע ליב בהיותו רב בשקלוב, מסופר מפי אחד מתלמידיו המקורבים, וכך היה מעשה:
הסופר חיים זליג סלונימסקי, שנמנה על חוגי המשכילים חיבר ספר ‘יסודי העיבור' על חכמת העיבור, טרח ובא לשקלוב לקבל הסכמה מאת הגאון הצעיר אב"ד שקלוב, ששמע גאונותו וחריפותו הלך בכל גלילות רוסיה וליטא.
משנודע לבחורים הצעירים, תלמידי ישיבתו של המרא דאתרא, על מטרת בואו של הסופר המשכיל, נתלבשו רוח קנאות, ובאו אל רבם, ואמרו: שאם אמנם יקבל המשכיל סלונימסקי הסכמה מהגאון, זה יגרום לכך, שהרבה צעירים ילמדו היתר מכך, יסגרו את הגמרות ויפנו ללימודי ההשכלה, נתן בהם רבם מבט סלחני ופטרם בשתיקה.
חיים זליג סלונימסקי, שהגיע לשקלוב ביום חמישי אחר הצהרים, השאיר את ספרו אצל המרא דאתרא, על מנת שיעיין בו עד למחר בבוקר. ביום ששי בבוקר כשבא סלונימסקי לרבי יהושע ליב, הכניסו לחדר הבד"צ וסגר אחריו את הדלת, כשהתלמידים ממתינים בחוץ מתוך סקרנות, לראות איך יפול דבר. משראה סלונימסקי שהרב מכניסו ללשכת הבד"ץ נצנץ מעיניו ברק של סיפור על היחס המיוחד אליו מצד הגאון, וכבר נדמה לו שאכן השיג את מבוקשו.
נטל רבי יהושע ליב את העלים של הספר, דפדף בהם, והעמיד את המחבר על שמונה עשרה טעויות ואי-דיוקים שמצא בספר. סלונימסקי שנחשב לאחד מגדולי הידענים בחכמת התכונה, לא איבד עשתונותיו: עיין בהשגותיו של הרב – על ששה מהן הודה ששגה, על חלק הסביר את עצמו, ועל היתר הצטדק שהעתיק ממחברים אחרים מבלי לבדוק אמיתותן, והם ששגו והטעוהו כנראה. ‘מחבר שאינו בודק וחוקר היטב מה שמביא ומעתיק מאחרים, אינו ראוי להסכמה' פטרו רבי יהושע ליב לשלום.
עס זענען פארהאן צוויי גרויסע פראבלעמען מיט די מעשה: 1 - שֶשֵמַע גאונותו וחריפותו הלך בכל גלילות רוסיה וליטא – חז"ס האט געקענט רבי יהושע ליב פון לערנען אינאיינעם ביים טאטן פון רבי יהושע ליב. דער מספר המעשה וויל ארויסברענגען וואס פארא וועלטבארימטער חכם און גאון רבי יהושע ליב איז געווען ]ער איז טאקע געווען, אבער נישט דאס איז די ראיה[, און ער ברענגט א ראיה פון דעם וואס א געוועזענער ידיד זיינעם איז געקומען צו אים.
2 - דער ספר ‘יסודי העיבור' האט נישט קיין איין הסכמה. זייער נישט מסתבר אז נאכ'ן דורפאל מיט רבי יהושע ליב האט ער זיך מייאש געווען אויף קריגן הסכמות. מער מסתבר איז אז נאר מיט זיין פריערדיגן ספר ‘מוסדי חכמה' האט ער געמוזט האבן א הסכמה על פי חוק הממשלה, ווי נחום סוקולובסקי איז מעיד, און שפעטער האט ער בכלל נישט געדארפט קיין הסכמות.
מער מסתבר צו זאגן אז מען האט דא פארמישט רבי יהושע ליב מיט זיין טאטן און דעם ספר ‘יסודי העיבור' מיט ‘מוסדי חכמה'. מיר זעען טאקע אז חז"ס איז געקומען צו זיין רבי רב"ד ]הגאון רבי בנימין דיסקין זצ"ל[ מיט זיין ספר ‘מוסדי חכמה', און מסתבר איז אז ער האט געבעטן א הסכמה. למעשה זעען מיר אז כאטש אפילו רב"ד האט צוגעזאגט צו קויפן דעם ספר, האט ער קיין הסכמה נישט געגעבן.
זייט 117
טעקסט
לסיומא דמילתא דחז"ס, וויל איך ארויס ברענגען אז סלונימסקי האט געשריבן א ספר ]שנת תרי"ב[ וואס האט געהייסן ‘מציאות הנפש', וואס דער גאנצע נאמען דערפון איז געווען “מציאות הנפש וקיומה חוץ לגוף – מבואר על פי ראיות נכוחות הלקוחות מן בחינות הטבע". א סאך גדולי ישראל האבען משבח געווען דעם ספר וואס האט זיך באנוצט מיט וויסנשאפטליכע ראיות צו באווייזן אז דער נפש בלייבט נאכ'ן טויט – השארת הנפש. ראה ספר זכרון יעקב )חלק ג עמוד 205(. דער ספר ווערט געברענגט דורך הגאון רבי מרדכי גימפל יפה אין זיין פירוש תכלת מרדכי אויפ'ן רמב"ן )בראשית א, יד(.
לענינינו: לעצטנס איז געדרוקט געווארען אין אוצרות ירושלים )חלק יג עמוד ל( פון דעם כתב יד פון רבי יהושע ליב:
העיקר, ידוע אנחנו מאמינים בהשארות הנפש, ואולם חה"ע ]בשולי הגליון כתבו: אולי צ"ל חכמי האומות העולם – ובאמת הכוונה ל"חוק שימור החומר" שהמציאו המדענים בני המאה ה-18[ מודים בזה, לפי שלא נמצא בעולם שום נברא שנעדר מן העולם, כי אם לבוש צורה אחרת, וכן הנשרף נשאר אפר והעודף בעשן נשאר נחלק למים ואויר, ונפש זה שהכרנוה בחיים איפה היא? אם לא שישנה בפני עצמה וכו'.
די ווערטער דערמאנען זייער שטארק פון דעם ערשטן מאמר אין חז"ס'ן ספר מציאות הנפש. דער תמצית פון דעם מאמר איז:
בו יבואר שאין הפסד וכליון, השבתה ואבדון בעולם ואם הנפש נמצאה במציאות אי אפשר עוד שיאבד נצחה אחרי מות הגוף.
רבי נח יצחק דיסקין
רבי יהושע ליב האט געהאט א ברודער הרב נח יצחק דיסקין פון לומזה. לויט הרב משה צינוביץ )אישים וקהילות עמוד 384( האט ער באלאנגט צו די חובבי ציון. אין די ספר ‘עץ חיים' )שו"ת ממשפחת אבלסון עמוד פב( ווערט רבי נח יצחק באשריבן בזה"ל: הגאון המפורסם זך הרעיון החכם הכולל ר' יצחק דיסקין.
אינעם ‘אנציקלופדיה של הציונות הדתית' )ערך דיסקין, נח יצחק( ווערט דערמאנט אז ער האט אנטיילגענומען ביי דער אסיפה פונעם חובבי ציון אין לומז'ה און משום כבוד אחיו רבי יהושע ליב, ראש הקנאים בירושלים, האבען די קנאים זיך צוריקגעהאלטן פון מוחה זיין קעגן דער אסיפה.
אין ספר זיכרון פון קהילת לומז'ה )אכסניה של תורה עמוד 109( שטייט:
רבי נח יצחק היה אדם יפה-תואר, הדור בלבושו, אציל הרוח ונוח לבריות. בדיני תורה ו"שאלות" היתה דרכו להקל. בחוגי הממשלה כבדוהו לרגל תלבושתו המהודרת וכובע צילינדרו המבריק, והציגו אותו דוגמא לעומת רבנים אחרים, מסביבות לומזה, שהיו באים אל השלטונות כשאינם לבושים כהוגן ורבבים על בגדיהם. זעט אויס ער איז אויך געווען שיין אנגעטוהן אזוי ווי זיין טאטע רב"ד, ווי אויבן דערמאנט. אויך ווערט דערמאנט אז א פוילישער מאלער האט געזאגט אז צו קענען מאלן די פאטריארכאלישע צורה פון ר' נח יצחק דארף מען האבן דעם קונסטליכן בארשט פון רפאל אדער ראמבראנדט.
רבי יצחק ירוחם דיסקין
בנו יחידו של רבי יהושע ליב, רבי יצחק ירוחם דיסקין, ווער איז געווען ממשיך דרכו של רבי יהושע ליב, לויט די בוך ‘דורות האחרונים' )עמוד 111 ערך דיסקין, יצחק ירוחם( איז געווען “גאון גדול וחריף, מופלא במדע ויודע לשונות".
שלוס
האבן מיר געזען דא די פילע געלערנטע כאראקטערס מיט וועמען דער בריסקער רב, הגאון רבי משה יהושע ליב דיסקין זצ"ל, איז געווען ארומגענומען. אנגעהויבן מיט זיין ווייב סוניה, זיין טאטע רבי בנימין האראדנער, זיין טאטנ'ס תלמיד חז"ס, זיין ברודער רבי נח יצחק, און זיין זון רבי יצחק ירוחם.
קיינער האט נישט קיין ספק אז רבי יהושע ליב איז געווען א קדוש עליון און א מקנא קנאת ה' צבאות. מיר ווייסן אז ער האט געקעמפט ביד רמה קעגן לערנען שפות זרות אין עיר הקודש ירושלים. אבער די שאלה איז פון וואו קומט דאס אז פונקט דער מענטש וואס זיין משפחה ארום און ארום זענען געווען מלומדים, און אוודאי נישט קיין קנאים און חדש-אסור-מן-התורה-סטיל רבנים, זאל זיין דער וואס זאל פירן קנאות'דיגע קאמפן און אזש זיין א מוסטער פון קנאות?
קיין תשובה האב איך נישט, ובאתי רק להעיר.
זייט 118
טעקסט
מא נפדרלוביוים
דפארסע דלעעמרביןאק נאאד ולן)ב "וישמםואטפען רפ"ו (ן
קינד אן קייט
הקדמה
אין יאר 1850 זענען אראפגעשטיגן אויפ'ן ניו יארקער באדן א אידישער פארפאלק פון דייטשלאנד, זיי האבן זיך אנגעגעבן אלץ וואלף און פרעדעריקא מאנדלבוים )לבית וויזנער(. ווי רוב אנדערע אימיגראנטען האבן זיי נישט פארמאגט מיט זיך פיל מער ווי א בלויזער באגאזש פון האפענונג, אבער א קנאפע 45 יאר שפעטער, ווען מאנדלבוים האט זיך אפגעזעגנט פון דער וועלט, איז זי פאררעכנט געווארן אלץ איינס פון די מאכטפולסטע קרימינאלע פיגורן אין אמעריקא.
אין א לעקציע וואס איז פארגעקומען פאר יונגע פאליציי אפיצירן יולי 2014 אין מאנהעטן'ס היסטארישער געריכט געביידע אויף טשעמבער'ס סטריט דורך פראפעסאר פרעד וויהי פון יונגסטאן אוניבערסיטעט אין אהייא, איז דאס לעבן און שאפן פון פרעדעריקא שטודירט געווארן און גענוצט געווארן אלץ מוסטער צו פארשטיין וויאזוי עס שאפן זיך קרימינאלע אימפעריע'ס און וויאזוי עס איז וויכטיג פאר יוסטיץ היטער אפילו היינטיגע צייטן זיך צו לערנען פון אירע אקטיוויטעטן און טאקטיקן.
ווער איז זי געווען אט די פרעדעריקא, פון וואס איז באשטאנען איר זעלטענער כח, און ווי קומט דאס אז כמעט 175 יאר שפעטער טוט זי נאך אלץ פארנעמען אן ארט אין די היסטאריע פון ניו יארק?
צו פארענטפערן די שאלות מיט א קלארקייט וואלט זיך פארלאנגט אן ערנסטער פארש ארבעט וועלכער וואלט מן הסתמא פארנומען א גאנצער בוך. דאך, וועלן מיר פרובירן אין די קומענדיגע שורות פארצושטעלן א שטיקל ביאגראפיע פון פרוי מאנדלבוים, אויף וויפיל עס איז מעגליך אין די שפאלטענעס פון אן איינצעלנער ארטיקל.
זייט 119
טעקסט
נ9הי1וו׳נ טדיאעעררר קטי אארין
צו פארשטיין דאס לעבנסשאפט פון פרעדעריקא מאנדלבוים, פארלאנגט זיך ערשט צו פארשטיין די תקופה אין וועלכען זי האט געלעבט און וויאזוי אמעריקא בכלל, און ניו יארק בפרט, האבן דאן
צייכענונג פון ניו יארק אומגעפער 1850
אויסגעזעהן.
אין די מיטעלע יארן פונעם 19׳טער יאר הונדערט, הארט בעפאר דער שרעקליכער אמעריקאנער בירגער קריג )1861-1865(, האט דער שטאט ניו יארק )די היינטיגע מאנהעטן( געווירבלט מיט רוישיגע אקטיוויטעטן און געדינט אלץ הויפט וועלטליכער מארק, סיי אין פארנעם און סיי אין פארקער. אין 1835 איז זי אפיציעל געווען די גרעסטע שטאט אין אמעריקא און ביז 1985 האט זי געטראגן דעם טיטול אלץ דער פָּארט שטאט מיט דאס גרעסטע פארקער אין די וועלט.
טאג טעגליך, איז דער איסט ריווער געווען אויסגע׳שורה׳ט מיט רייעס פון שיפן וואס האבן געברענגט אדער געטראגן מענטשן און ווארע. זי איז געווען דער נערוו צענטער פון אימפארט/ עקספארט, און צום ביישפיל, רוב סחורה פון וואס די דרום שטעט האבן זיך ערנערט )מייסטענס וואטע, וכדומה(, איז צום ערשט אדורך די ניו יארקער האפענס איידער זיי האבן דערגרייכט זייער ציל אין אייראפע און ווייטער.
פון איבער דער גארער וועלט זענען מענטשן געקומען קיין אמעריקא דורך ניו יארק, זיך צו באזעצן אדער צו
באזוכן. אלץ רעזולטאט, איז ניו יארק געווארן דער הויפט שטאט פאר אימיגראנטן און א קיבוץ גליות פאר אלע ערליי שיכטן און קולטורן. נישט בחינם איז זי געווארן אנגערופן אלץ דער ׳פרשת דרכים׳ פון דער גארער וועלט.
כוואליעס פון אימיגראציע
אין אמת׳ן, איז ניו יארק פון אייביג אן געווען א שטאט פון אימיגראנטן, אבער דאס אז בימים ההם זענען די מערהייט איינוואוינער פון ניו יארק געווען פריש געקומענע אויסלענדער, איז צושטאנד געקומען צוליב די שווערע מצב וואס האט געבושעוועט דורכאויס אייראפע אין די מיטעלע ניינצן יאר הונדערט יארן, און דער האפענונג וואס אמעריקא האט רעפרעזענטירט אלץ ״לאנד פון מעגליכקייטן און פרייהייט״.
די כוואליע פון מאסן אימיגראציע קיין ניו יארק האט זיך פארשטארקט אין 1845 ווען א ״קארטאפל הונגער״ האט אויסגעבראכן אין איירלאנד. די Great Irish Famine איז געווען א שרעקליכער מגיפה פון וואס קרוב צו א מיליאן מענטשן
זענען אומגעקומען און פון וואס נאך צוויי מיליאן זענען אנטלאפן.
די שווערע עקאנאמישע לאגע אין אנדערע אייראפעאישע מדינות איז נישט געווען קיין סך בעסער, אימיגראנטן זענען דערפאר געקומען פון אומעטום, איטאליע, רוסלאנד, פוילן און אוסטריע-אונגארין.
אבער דאס גרעסטע צאל פון אימיגראנטן אין יענע תקופה וואס האבן דערגרייכט ניו יארק, זענען געקומען פון דייטשלאנד. די סיבה דערצו איז געווען וויבאלד די ארעמע שיכטן אין דייטשלאנד זענען ערנסט געטראפן געווארן פון די קארטאפל מגיפה בלייבנדיג אן קיין ירק חי און אן קיין שום חיונה, בו בזמן וואס די שטייערן זענען געווען גאר הויעך און דאס פאלק האט זיך געשפירט אומדערטרעגליך אונטערדרוקט.
שעדליכע אומרוען און ראיאטן האבן אויסגעבראכן איבער׳ן לאנד, צוברענגדיג עווענטועל צו א רעוואלוציע אין 1848 וואס האט געזאלט טוישן דעם מצב. דער האפענונג פון די מיטעלע און נידריגע שיכטן פונעם פאלק האט זיך אבער אויסגעלאזט
אין א זייפן בלאז, ווען די רעוואלוציע איז ענדגילטיג דורכגעפאלן אין 1849, איבערלאזנדיג א צושמעטערט פאלק, מיואש און צובראכן. ספעציעל פאר אידן, איז די תקופה געווען גאר שווער, זינט דער אומסטאבילער מצב האט גורם געווען פאר אנטיסעמיטישע קולות צו הייבן אירע טענער און די שוין אזוי אנגעצויגענע אטמאספארע )אידן אין דייטשלאנד זענען פאררעכנט געווארן אלץ בלויז האלבע-בירגער מיט שווערע איינצוימונגען זינט אנהייב ניינצן יאר הונדערט( איז פאר אידן געווארן גאר פיינטליך. דאס יונגע מאנדלבוים פאמיליע, וועלכער איז דעמאלט באשטאנען פון וואלף, פרעדעריקא )פריידא?(, און זייער טאכטער׳ל בּעסי, האבן דערפאר קיין אנדערן אויסוועג נישט דערזעהן און געפאסט דעם ענדגילטיגן באשלוס: קיין אמעריקא!, און ווי פיל אנדערע, זיך ארויסגעלאזט אויפ׳ן רייזע קיין עלליס איילנד, ניו יארק. צום ערשט איז ארויס געפארן דער מאן וואלף אין יולי 1850, פרוי מאנדלבוים מיט׳ן קליינטשיג׳ס האבן נאכגעפאלגט אין
זייט 120
טעקסט
אפענע בוידעם שטובער אדער קעלערן אין מאנגל און נויט. דער מצב פאר די אמת׳ע שלימזל׳ער איז געווען נאך פיל ארגער, די האבן זיך געטראפן גענצליך היימלאז. מאטעלן און אכסניות האבן גערעכנט געפעפערטע פרייזן, און ווער ס׳האט נישט תיכף באצאלט האט מען זיינע חפצים ארויסגעשליידערט אויף די גאס, אנע רחמנות. צאללאזע
די שטאט ניו יארק געציילט אין א ערך פון האלב מיליאן מענטשן, העלפט פון זיי פרישע אימיגראנטן. בלויז צען יאר שפעטער האט זי זיך כמעט געדאפעלט צו אכט הונדערט טויזנט, פון וועלכע אימיגראנטן זענען ווידער געווען מער ווי האלב. דאס רוב פון זיי זענען דא געקומען אן א פרוטה צו די נשמה, קיין געהעריגע פרנסה האבן זיי נישט געהאט און דער
ניו יארק אימיגראציע פאסאדזשיר ליסטע פון 1850
ערוואקסענע און קינדער
אויסקוק פאר א געווענליכער
ווען מאנדלבוים )שורה 46( איז אנגעקומען קיין ניו יארק
סעפטעמבער. זייענדיג גאר ארעם, איז זי געפארן אלץ דריטע קלאס פאסאדזשיר אינעם אונטערשטן טייל פונעם שיף Erie, דורכמאכנדיג די לאנגווייליגע נסיעה אונטער גאר שוואכע אומשטענדן.
קליינדויטשלאנד
אין אמעריקא, האט זיך משפחת מאנדלבוים איינקוואטירט אינעם געגנט וואס מען האט גערופען ״קליינדויטשלאנד״. קליין-דויטשלאנד האט אויפגענומען פיר גרויסע פערטלען אין די לאוער איסט סייד פון היינטיגן מאנהעטן )זעה מאפע(, עס האבן דארט געוואוינט א ערך פון 130 טויזנט מענטשן, אן אסטראנאמישער ציפער פאר אזא שטח, 56 טויזענט פון זיי דייטשע אימיגראנטן און מייסטענס פון זיי אידן.
דארט אין קליין-דויטשלאנד, איז דער טרוים פון האפענונג צונישט געווארן פאר טויזנטער אימיגראנטן, ווארום דער ביטערער דחקות, תרתי משמע, האט ארויס
משפחות פון מערערע נפשות האבן געוואוינט אין פיצקעלע דירות וואס האבן פארמאגט סה״כ בלויז איינס אדער צוויי צימערן, אבער רובא דרובא האבן ניטאמאל דאס זיך געקענט ערלויבן. צענדליגער משפחות, צומאל אפילו הונדערטער, האבן געוואוינט צוזאמען אין
זענען דערפאר פארבליבן אויפדערנאכט אן א דאך איבער׳ן קאפ, ווארשיינליך האבן זיי פרובירט צו דרימלען איבער עפעס אנדערש ווי זייער ביטערן שיקזאל אינעם אזויגערופענעם ״אמעריקאנעם חלום״.
די לאגע איז כסדר געווארן ערגער און ערגער. אין 1850 האט זיך די באפעלקערונג אין
ארבייטער צו טרעפן א שטיקל חיונה אויף א נארמאלן אופן איז געווען זייער שמאל.
אונטער אט די אומשטענדן, האבן וואלף און פרעדריקא מאנדלבוים, ארימע פריש געקומענע אימיגראנטן, זיך פרובירט אריינצוגלייזן אינעם אמעריקאנעם און ניו יארקער לעבן.
פצוון רפויעבדעלרעירייי
אינדערהיים אין דייטשלאנד, איז וואלף מאנדלבוים געווען א פעדלער. ער פלעגט פארמיטלען צווישן די פויערן וואס האבן געוואוינט איבער די דערפלעך צו פארקויפן רינדער, תבואה, גרינצייג און טרויבן, ציענדיג דערפון א קנאפע חיונה.
אין אמעריקא, איז פעדלעריי געווען א נאטורליכע אויסוואל פאר אידישע אימיגראנטן וועלכע האבן פארמאגט א חוש צו מקח וממכר. טיף אינעם דלות, האט געהערשט א שטארקע פארלאנג פאר אלע ערליי מציאות, יעדער האט געזוכט צו קויפן פאר ביליג ווי אויך צו פארקויפן פארמעגן וואס מען
מאפע פון לאוער מאנהעטן 1846-1880, די געגנט
פון קליינדויטשלאנד איז פארצייכנט אויבן רעכט'ס
געשריגן פון יעדן ווינקל.
האט מער נישט געברויכט. פון
זייט 121
טעקסט
פאדעם און זאקן ביז ציגארן און שפענדלן, וואס מען האט נאר געזוכט אזי געווען צו באקומען ביי פעדלער אויף די גאסן.
פרוי מאנדלבוים איז געווען א אנטשלאסענע פרוי, גמרה בלבה אז אין אמעריקא וועט זי מאכן א לעבן פון וואס צו דערנערן איר פאמיליע. אנשטאט זיך צו פארלאזן אויף איר מאן וועלכער איז ווי עס שיינט קיין געפערפערטער סוחר נישט געווען, האט זי זיך אליין ארויסגעלאזט איבער די ניו יארקער גאסן און אויפגענומען פעדלעריי אלץ עמטליכער פאך.
פאר א פרוי צו פעדלען אין יענע תקופה איז נישט געווען קיין געווענליכער ערשיינונג. קודם כל, איז די וועלט נאך געווען היפש פרימיטיוו אינעם הינזיכט פון פרויען אלץ ארבייטער און אוודאי נישט אלץ עמטליכע פרנסה געבער, אבער נאך מער פון דעם, האט זיך פארלאנגט שטארקע דרייסטקייט פאר א פרוי זיך צו דרייען צווישן מענער אין מסחר אן צו ווערן באזייטיגט אדער אויסגעשפילט.
פרוי מאנדלבוים האט אבער פארמאגט שטארקע קוואליטעטן, פיל מער ווי רוב מענער אין איר תקופה. איר בלויזע פיגור, 6 פוס הויעך
און איבער 250 פונט, האט אויסגערופן רעספעקט, ביי טייל, אפילו מורא. זי האט זיך ארויס געשטעלט צו זיין א געריבענע סוחר׳טע, מיט א כיטרען פארשטאנד צום הלוך ילך פונעם אונטערערדישן יריד אויף די געסלעך.
מיט די צייט האט זי זיך ערווארבן א נאמען אלץ פעדלערקע בה"א הידועה, זי האט אנגעשלאסן פילע קאנטאקטן און פארמאגט א זעלטענעם שמעק צו וויסן וואספארא סחורה איז עובר לסוחר, פאר וויפיל, און וואס נישט. פארקויפער האבן געווארט זיך דורכצושמועסן מיט איר ערשט, איידער זיי האבן זיך געוואנדן צו אנדערע פעדלער, און ווען קונדן האבן איר דערזעהן פונדערווייטענ‘ס האט מען זיך געשטעלט אין די רייע צו קענען באטראכטן אירע ווארע אדער ביי איר אונצופרעגן אויב זי קען שאפן געוויסע סחורה.
דאס שטארקע פארלאנג פאר איר פארמיטלונג האט איר געשטעלט אין א פאזיציע וואס ווייניג האבן געקענט ערפילן. צוליב די שטראם פון אינפארמאציע וואס האט טעגליך דערגרייכט אירע אויערן, האט זי פאראויס געקענט זאגן אויף וואספארא ארטיקלן דער עולם נויטיגט
זיך, און אינעם עולם המסחר, איז דאס ווערט גאלד.
גאר שנעל, האט זי אויסגע‘חשבונ‘ט וויאזוי אויסצונוצן אט די אינפארמאציע בכדי צו פירפאכיגן אירע פארדינסטן. נאר איידער מיר באטראכטן פרעדעריקא‘ס אויפשטייג פון פעדלער צו קרימינאל, לאמיר צום ערשט באטראכטן אמעריקא‘ס עקענאמישער מצב אין יענע יארן פון א סאציאלן און פאליטישער שטאנדפונקט.
די פארגאלדנטע תקופה
מארק טוועין האט זיך ציניש באצויגן צו די תקופה אינעם צווייטן טייל פונעם 19‘טן יאר הונדערט אלץ “די פארגאלדנטע תקופה" )ובלשונו: "The Gilded Age(, זאגנדיג אז יא אמת, עס האט אין אמעריקא דאן געהערשט רייכטום און מעגליכקייטן ווי קיינמאל בעפאר, אבער דאס גאלד איז געווען אויבערפלעכליך און נאר פון אויבן פאר געציילטע אמעריקאנער, בשעת וואס רובא דרובא מענטשן האבן זיך שרעקליך געפלאגט און נישט געזען קיין פירות.
מארק טוועין'ס בוך איבער די Gilded Age מיט א קאריקאטורע פון באס טוויד אויפ'ן דעקל
אין א שטיקל פאעזיע האט ער דאס שפעטער נאך בעסער ארויסגעברענגט )פרייע איבערזעצונג(: “וואס
איז דער הויפט תכלית פונעם מענטש?―צו ווערן רייך.
אויף וואספארא אופן?― אומערליך אויב ער קען, ערליכערהייט אויב ער מוז." דער צינישער טאן באציעט זיך צום שטארקן קאנטראסט צווישן ארעם און רייך און דער געפיל פון לית דין ולית דיין וואס האט געפירט צו א מצב פון כמו-אנארכיע.
רייכטום האט זיך גענצליך קאנצענטירט בלויז אין די קעשענעס פון קארגע צוויי פראצענט פונעם פאלק, א גרויס חלק דערפון ערווארבן אוממאראליש אדער דורך כח הזרוע. כאטש עס האבן זיך אויך געשאפן פרישע מיליאנערן פון מענטשן וואס זענען ערשט נישט לאנג בעפאר געווען אונטן אין שטייסל מיט‘ן רעשטע פונעם פאלק, האבן אבער די ברי מזל שנעל פארגעסן פון זייערע ארימע ברודער און אנשטאט זיך איינגעגלידערט אין די שטארק אויפרייסנדישע עליטע קלאס.
דער עמך עולם וואס האט פארדינט ברויט אויף הויזן )אלגעמיין בערך א דאללער א טאג(, האבן זיך צוגעקוקט מיט קנאה וויאזוי די רייכע לייט האבן געלעבט ברייט אין שוואוילטאג און פארשווענדעניש.
א אמת‘ע פארקומעניש וואס איז דאן באריכטעט געווארן אין די פרעסע און האט ארויסגערופען גרויס אנטריסונג, געבט א שטיקל בילד פונעם שטארקן קאנטראסט. עס דערציילט אן עפיזאד וויאזוי א געוויסע מרס. סטייוועסענט פיש )סטייוועסענט סטריט אין מאנהעטן הייסט נאך איר
זייט 122
טעקסט
מאן עד היום הזה(, א רייכע פרוי, האט געמאכט א פאנטאסטישע פארטי פאר איר הונטל וועלכער איז אנגעקומען צום גרויסארטיגן אווענט באצירט מיט א 000,15 דאללערדיגער דיאמאנט קייטל אלץ מתנה.
די געמוט ביים עולם איז געווען אז עס אוממעגליך
א מעלעריי פון די אומרוען אין די Five Points
צו מאכן א גראדן דאללאר, דערפאר כל איש הישר בעיניו יעשה, וכל דאלים גבר.
למעשה, איז דער גדר גופא וואס האט געזאלט אפטיילן לעגאלע געשעפטן פון קרימינאלע, אויך געווען גאנץ שוואכליך. דער סיסטעם פון געזעצן האט זיך נאך נישט איינגעשטעלט געהעריג אלץ א מאסגעבנדער וועגווייזער אין האנדלעריי, און אפילו אויסגערופענע ביזנעסלייט זענען רייך געווארן דורך פראבלעמאטישע אופנים. )צב״ש, דורכאויס די בירגער קריג וואס האט אויסגעבראכן אין 1861, האבן אנגעזעהנע פירמעס און סוחרים אפען בארויבט די רעגירונג דורך צושטעלן פעלערהאפטיגע געווער און שטאפיר פאר׳ן פראנט, אויפ׳ן חשבון פון אומשולדיגע סאלדאטן וועלכע האבן אדאנק דעם פארלארן זייער יונג לעבן.( זעלבסטפארשטענדליך, אז דער דאזיגער שטימונג האט אויסגעשפרייט דעם וועג צו מאסן הפקירות, און אין אזא שטאט ווי ניו יארק וואו עס האבן זיך געפונען מער מענטשן ווי אויסזיכטן, האט דאס דערקייקלט פילע צו ווערן אריין געדרייט אין קרימינאלע אקיטיוויטעטן. ניו יארק האט זיך אזוי ארום ערווארבן א נאמען אויך אלץ אמעריקא׳ס הויפשטאט אין פארברעכן.
דאיי ןב נאינו דיעאסרק
מעטיו סימפסאן, א מעטאדיסט בישאף האט זיך באקלאגט אויפ׳ן מצב פון ניו יארק אין 1866 שרייבנדיג: “אין א שטאט פון 800 טויזנט מענטשן, געפינען זיך 30 טויזנט גנבים, 20 טויזנט פריצקעס, 3000 קרעטשמע׳ס, און 2000 געמבלינג אנשטאלטן."
סימפסאן‘ס ציפערן זענען ווייט נישט געווען קיין גוזמאות, און לויט טייל היסטאריקער האט ער אפילו אונטערגעשאצט דעם ווירקליכן מצב. איבער די גאסן פון ניו יארק האבן זיך אפגעשפילט קרימינאלע אקטיוויטעטן אויף טריט, שריט און יעדע מינוט, יעדער דריטער פערשוין איז געווען צוויילהאפטיג, פון רויבער און פאלנע גזלנים אזש ביז מערדער, אומארגאנאזירט און שפעטער לויז ארגאנאזירט, ניו יארק איז פארוואנדלט געווארן אין א שפיל פלאץ פאר מעשים אשר לא יעשו. עס האבן זיך געשאפן גרופעס פון קרימינאלן באזירט אויף באשעפטיגונג, יעדע געגנט האט פראדוצירט איר אייגן סארט קרימינאל
און איז לויט דעם געווארן באוואוסט אלץ אדרעס פאר זייער עקספערטיז.
עס האט אפילו געהערשט א קאנקורענץ צווישן די פארשידענע פראקציעס, ע"פ רוב באזירט אויף ראסיסטישע אנגעצויגנקייט און עס איז כסדר ארויס פון די ראמען. צום מערסטענס באקאנט זענען די “באנדעס פון ניו יארק", Gangs of New york, וועלכע האבן קאנטראלירט די Five Points געגנט, א שטח פון עטליכע גאסן דארט ווי טשיינע טאון געפינט זיך היינט צוטאג‘ס. איירישע און איטיאלענער האבן זיך דארט גע‘רצח‘ט ביי די קעפ און עס איז געווען דאס געבורט-ארט פאר פולע פארברעכער און שפעטערדיגע מאפיאנערן.
אבער דער אויבנאן האבן זיכער פארנומען די גאסן גנבים וועלכע זענען געווען באשעפטיגט אויסצוליידיגן מענטשען‘ס קעשענעס און חפצים. טויזנטער פון זיי האבן זיך טעגליך אויסגעמישט צווישן די מאסן און געניטערהייט באראבעוועט יונג און אלט, געווענליך אן קיין שפור. טייל האבן געזען דערין א מעת לעת‘דיגער פאך, בייטאג האט מען
געלאקערט אויף אומשולדיגע פארבייגייער און ביינאכט האט מען זיך איינגעבראכן אין געשעפטן אדער הייזער.
עס איז געווען א גאר אפטער ערשיינונג פאר מענטשן צו אונטערזוכן זייערע אייגענע קעשענעס נאך א פריינטליכען קלאפ אין רוקן פון אן אומבאקאנטן כדי זיכער צו מאכן אז דאס בערזל אדער זייגערל געפינט זיך נאך דארט. אויב איז דער אנטרעפער טאקע געווען פן די יעניגע, האט מען זיך געקענט תיכף מייאש זיין פונעם פארלוסט. די סארט פארדריסליכע אנטוישונגען זענען געווארן טייל פונעם ניו יארקער לעבן.
וואו זענען אלזא געווען די ארדענונג מאכער וועלכע האבן געזאלט היטן דאס געזעץ און אירע בירגער? יא, איר האט זיך ריכטיג פארגעשטעלט, אויך זיי זענען געווען פארנומען צו פארדינען און אויסברייטערן זייער אייגענעם שיסל.
קארופציע אין די הויכע פענסטער
ווי אויבנדערמאנט איז דער סיסטעם פון געזעץ נאך נישט געווען גענצליך ראפינירט אויפ‘ן אופן צו וואס מיר זענען
זייט 123
טעקסט
צוגעוואוינט היינט, עס איז געווען שוואכליך געבויעט אויף מער א לאקאלן שטייגער אן קיין רוקנביין אדער איבערזיכט.
אפילו דער מושג פון א מעטראפאליטן פאליציי האט נאך נישט עקזיסטירט געהעריג, דער עיקר כח אין די שטאט ניו יארק האט באלאנגט פאר ״טאמאני האלל״ )Tammany Hall(, א מעכטיגער פאליטישער אפאראט און ארגאנאזאציע וועלכער האט געוועלטיגט אויף אלע טיילן וואס אנבאלאנגט מאכט אין ניו יארק. זיי האבן קאנטראלירט דעם פאליטישער רעגירונג סיסטעם, די פינאנץ און יוסטיץ אינסטאנצן, ווי אויך די עושי דברם - די מוניציפאלע פאליציי קראפט.
אין שפיץ זענען געזעצן קארופטירטע שישקעס וועלכע האבן געפירט די שטאט מיט אן אייזערנעם פויסט און איר פארוואנדלט אין א רייכן באדן פאר זייערע פערזענליכע אינטערעסן.
מעיאר פערנאנדא וואד איז געווען באקאנט אלץ א שטארק צוגעלאזענער פירער, ׳צוגעלאזט׳ אינעם זין אז פאר אפאר טאללער האט מען אלץ געקענט ביי אים ארלעדיגן אבער זיין קארופציע איז געווען קליין געלט אנטקעגן די ברייט פארצווייגטע קארופציע פון זיין נאכפאלגער וויליאם ״בּאסס״ )Boss( טוויד. טוויד איז געווען דער ערשטער רעכטער שטאטישע ‘טאטע‘, ער האט פארוואנדלט זיין קארופציע צו א קאנצענטרירטע נעטווארק און איר געפירט ממש ווי א ביזנעס אימפעריע.
וויליאם "באסס" טוויד
מען שאצט אז בלויז צווישן די יארן פון 1865 און 1871 האט טוויד מיט זיינע אונטערטאנען בארויבט די רעגירונג קאסע צווישן 30 און 200 מיליאן דאלאר )!(, עס איז געווען כמעט אוממעגליך זיך א ריר צו טאן אין ניו יארק פאליטיק אדער מסחר אן דעם וואס מען זאל נישט דארפן פריער אויסקויפן די גוטהייסונג פון טוויד.
הוא היה אומר: “די וועג צו באקומען מאכט איז איר צו נעמען" )The way to have power is to take it(, פשוטו כמשמעו, און זיין אויסדרוק: “What are you going to do about it?" איז געווארן א ניו יארקער שפרעכווארט און אנדייטונג פון “קענסט זיך שטעלן אויפ‘ן קאפ" וואס ווערט נאך גענוצט אין די פרעסע עד היום הזה.
אלץ א בלויזער ביישפיל איז כדי אנצומערקן דאס בויען פונעם ״ניו יארק קאונטי געריכטהויז״ וועלכער האט זיך אנגעהויבן אין 1861, דער פראיעקט האט אנגעבליך געדארפט קאסטן א ערך פון 350 טויזענט טאלער, אכט יאר שפעטער איז דער בנין קוים פארטיג געווען
אבער שוין דערגרייכט דער אסטראנאמישער ציפער פון 11 מיליאן דאללער. טוויד האט דאס אויסגענוצט אלץ א קראן און א מיטל וויאזוי אויסצומעלקן יעדן וואס
האט נאר געהאט א שייכות מיט׳ן פראיעקט, דער סוד איז געווען אזוי אפען אז מען האט דעם געביידע ציניש גערופען ״טוויד׳ס קליינער אלאסקא״ )ווייל עס האט אפגעקאסט צוויי מאל אזויפיל וויפיל אמעריקא האט געצאלט אפצוקויפן אלאסקא(.
טוויד'ס 11 מיליאן דאללארדיגע געריכט הויז
די קרימינאלע נעצן פון איבער ניו יארק, וועלכע האבן זיך פארנומען צוצושטעלן ווירטסהייזער, סאלאנען, קארטן און אנדערע סארט שפיל הייזער, האבן זיכער
געמאכט צו מאכן א יד אחת מיט טוויד און זיינ׳ס גלייכן, און טאקע אין אויסטויש פאר פראצענטן פון די רווחים האבן זיי געקענט אנגיין אן קיין זארג און אפילו ערהאלטן שוץ פאר זייערע שווארצע געשעפטן אויף א טעגליכ׳ן פארנעם.
פרעדעריקא מאנדלבוים הט אויסגענוצט די דאזיגער אטמאספארע פאר איר אייגענע אינטערעסן און באוויזן זיך ארויף צו ארבעטן כדי צו זיין דער צענטראלער פיגור אין א מאכטפולע קרימינאלע אימפעריע.
* פונקטליך וויאזוי זי האט דאס דערגרייכט און די געשיכטע ווייטער, אי"ה אין קומענדיגן געלעגנהייט
זייט 124
טעקסט
במעחרי'ריבל
א איד
רעדאגירט: ישמעאל הכהן, שמעקעדיג
לדמותו של שר הצדקות ואוהב ישראל מוה“ר ישכר דוב )בערל( ווייס ז“ל
שטייענדיג אין די יעצטיגע טעג ביומי דניסן – וואס ווי באקאנט שרייבט דער רמ"א ומנהג לקנות חטים לחלקן לעניים לצורך פסח, איז יעצט פון די שטארקסטע סעזאנען ביי די עשירים, וואס ביי פילע פהון זיי גייט ארויס אין די יעצטיגע טעג, גרויסע סומעס געלט פאר קמחא דפסחא, חוץ פון וואס זיי טיילן אויס דורכ'ן יאר, איז א פאסיגע צייט זיך אריינטוהן און אריינבליקן אין דאס לעבן און שאפן פון דעם חשובן און באליבטן וועזן, פון איש שר ואוהב, שר הצדקות ואוהב ישראל, מוה“ר ישכר דוב )בערל( ווייס ז“ל משרי הצדקה בעיר לאָס אַנדזשעלעס, וועלכער איז נפטר געוואָרן, כ“ו אייר אין טיפן עלטער פון 90 יאָר, לדאבון לב כל מכיריו.
*נישט פארמישן מיט זיין נעפיו להבהל"ח ר' בערי ווייס הי"ו – וואס ער איז ווערד א באזונדערע הערכה, ועוד חזון.
זייט 125
טעקסט
הקדמה
כידוע אַז ווען הגאון רבי מאיר שפּירא זצ“ל האָט אויפגעשטעלט די וועלט באַרימטע “ישיבה חכמי לובלין“ האָט א געוויסער נגיד זיך אונטערגענומען אויסצוצאָלן די הוצאות פון דעם גאַנצן בנין. ביים חנוכת הבית האָט דער טשארטקוב‘ער רבי זצ“ל געזאָגט פאַר דעם נגיד, אַז ער איז נישט אזוי ווייט מקנא די אויסטערלישע מצוה וואָס ער האָט זיך איינגעקויפט מיט‘ן מנדב זיין דעם בנין הישיבה, ווי די מצוה וואָס ער האָט געטון פאַר דעם, וואָס אין זכות פון די דאָזיגע מצוה האָט ער זוכה געווען אַז “מצוה גוררת מצוה“ און ער האָט דורכדעם זוכה געווען צו אַזאַ מצוה רבה ווי מנדב זיין א בנין פאַר בחורים צו קענען זיצן און לערנען מתוך הרחבת הדעת, און קענען אנהאלטן די וועלט, בזכות הבל פיהם של תינוקות של בית רבן.
ענליכע בחינות טרעפט מען אַלץ אין ספרי קודש, אַז אפילו ווען א איד האָט שוין די זכי‘ צו געבן צדקה, דאַרף מען האָבן די זכי‘ עס צו געבן אויפ‘ן ריכטיגן פּלאַץ, און ווי העכער און געהויבענער דער מקום איז, אַלס א גרעסערע זכי‘ דאַרף מען האָבן דאָס צו קענען שטיצן און מחזק זיין.
פון די אנשי סגולה שבדור האָט זיך זיכער געציילט הרבני הנגיד המפואר ר‘ בערל ווייס ז“ל וועלכער האָט געהאַט די זכי‘ צו זיין פון די עמודי הצדקה שבדורינו, מיטן פארטיילן זיינע פאַנטאַסטישע סכומים פאַר אַלע ערליי צדקה וחסד, מיט די בחינה פון “את בנציבין ומצודתך פרוסה“ האָט ר‘ בערל ז“ל פון ווייטן לאָס-אַנדזשעלעס געהאַט אן אפענע האַנט און טאַש פאר פילצאליגע קהילות און מוסדות, פון דער נאהנט און דער ווייט, פארן כלל און פארן פרט.
ר‘ בערל ווייס ז“ל איז געווען א שם דבר אַלס וואַרימער חסידישער איד, א איד וועלכער האָט געברענט פאר יעדע דבר שבקדושה, און האָט זיך באַקאַנט געמאַכט איבער די וועלט אַלס איינער פון די גרעסטע בעלי צדקה בדורינו בכלל, ובפרט אין די ליובאַוויטשער קרייזן וואו ער האָט גע‘שמ‘ט מיט זיינע פילאַנטראָפּישע נתינות פאר פאַרשידענע וואוילטעטיגע עניני צדקה.
בכלל איז ר‘ בערל ז“ל געווען פּערזענליכקייט, פילפאַרביגער א פאַרמאָגענדיג א צאָל מיט גאָר געהויבענע שטריכן און מדות וועלכע האָבן אים אַהערגעשטעלט אַלס אן איש מסוים מיוחד במינו, וואָס איז כמעט זעלטן צו טרעפן זיינס
גלייכן. פון איין זייט איז ער געווען א טעטיגער ביזנעסמאַן, זייענדיג דערצו א בעל צדקה בה‘ הידוע, פון וועמענס הענט עס זענען במשך ימי חייו אַרויס שווערע מיליאָנען דאָלאַרן פאר פאַרשידענע צרכי צדקה ודברים שבקדושה בכלליות ובפרטיות, און פון די אַנדערע זייט איז ער געווען א פלאַמפייערדיגער חסידישער איד, א איד וואָס האָט מקדיש געווען לאַנגע שעות פאר לימוד התורה, א איד וואָס איז טעגליך געזיצן שעות ארוכות מעוטף בטלית ותפילין זייענדיג עוסק בתפלה ועבודת השי“ת מיט גרויס דביקות, און א איד וואָס האָט געהאַט א טיפע הבנה אין ספרי חסידות אין וואָס ער איז געווען גאָר שטאַרק דבוק.
אין די ווייטערדיגע שורות ברענגען מיר פאַרשידענע שטריכן פון קורות ימי חייו בכלל, ובפרט פון זיין דביקות והתקשרות לבית חב"ד ועוד כמה צדיקים וקדושים.
מבית אבותיו
ר‘ בערל ז“ל איז געבוירן געוואָרן בשנת תרפ“א אינעם ישוב בארטארטש, רומעניע, א שטעטל נעבן סאַטמאַר, צו זיין פאָטער הרה“ח המפו‘ ר‘ יונה ווייס ז“ל, וועלכער איז געווען פון די גאָר חשוב‘ע אנגעזעענע אידן אין בארטארטש, א געהויבענער חסידישער איד, מלא וגדוש מיט חסידות ויראת שמים טהורה. ר‘ יונה ז“ל פלעגט פאָרן זיך מסתופף זיין בצילו פון הרה“ק רבי ישראל צבי ראָטענבערג זצוק“ל הי“ד, בעל אור מלא מקאָסאָן.
ר‘ בערל ז“ל פלעגט דערציילן, אַז דער ישוב בארטארטש, איז געווען א כפר מלאה חכמים וסופרים. אַלע איינוואוינער אינעם ישוב זענען געווען אידן תלמידי חכמים און יראי ה‘. טראָץ דעם וואָס מען איז געווען פאַרנומען על המחי‘ ועל הכלכלה, זענען אַלע געזעסן און געלערנט בהתמדה רבה, און אפילו אידן פון אַנדערע מקומות וואָס זענען געקומען אַרבעטן אין די געגנט אַרום, זענען נאכגעצויגן געוואָרן צום אוירה של תורה וחסידות וואָס האָט אַרויסגעשיינט פון בארטארטש, און פלעגן אַריינקומען לערנען אינעם ביהמ“ד פונעם ישוב. די איינוואוינער זענען אויך געווען גרויסע בעלי צדקה, און פילע נצרכים זענען פון דאָרט אַרויס מיט שיינע סכומים.
פון זיינע עלטערן, זיין פאָטער ר‘ יונה ז“ל און זיין מוטער ע“ה פלעגט ר‘ בערל ז“ל רעדן מיט גרויס הערצה. ער פלעגט אַלץ דערציילן ווי פון קינדווייז אן האָבן זיינע עלטערן ע“ה אַריינגעברענגט אין אים א גאָר שטאַרקע אמונת צדיקים מיט וואָס זיי זענען זעלבסט
זייט 126
טעקסט
געווען שטאַרק דורכגעדרינגען, און דאָס האָט אים טאַקע באַגלייט אַלע זיינע יארן, זייענדיג מופלג באמונת צדיקים עד להפליא.
בפתח הבית
דאָרט אין בארטארטש איז ר‘ בערל ז“ל אַריין לערנען אין די ישיבה קטנה וואָס איז אָנגעפירט געוואָרן דורך הרה“ג החסיד הותיק מוה“ר יוסף לוגער זצ“ל וועלכער האָט געדינט אַלס שו“ב ומו“ץ אין בארטאטרש. רבי יוסף זצ“ל איז געווען א גרויסער גאון און א פּוסק, און גלייכצייטיג באַקאַנט אַלס איש צדיק וחכם, מלא וגדוש מיט חסידות ויראת שמים.
ר‘ בערל ז“ל איז געווען פון די מצויני התלמידים פון “רבי יאסעלע“ - ווי מען האָט אים גערופן בלשון חיבה. ר‘ בערל ז“ל פלעגט דערציילן, אַז יעדע וואָך האָט מען אין די ישיבה געלערנט צוויי-דריי בּלאַט גמרא-תוספות מיט די מפרשים, אויף וואָס מ‘האָט פאַרהערט אויף אויסענווייניג! דערצו האָט מען געלערנט און פאַרהערט שולחן ערוך יורה דעה, חומש-רש“י און נאָך. אויך האָט מען יעדן זמן עטליכע וואָכן מקדיש געווען אויף לימוד ה“סוגיא“ וואָס מ‘האָט דורכגעלערנט מיט גרויס עיון און עמקות מיט אַלע ראשונים ואחרונים.
מיט גרויס נאַסטאָלגיע דערציילט ר‘ בערל ז“ל איבער זיין רבי‘ן רבי יאסעלע וועלכער האָט אַריינגעברענגט אין אים א זעלטענע משיכה צו חסידות וואָס האָט אים שטענדיג באַגלייט. רבי יאסעלע זצ“ל איז געווען א חסידישער איד, און ווען ער האָט פארגעלערנט די שיעורים פאר זיינע תלמידים, האָט ער אינמיטן אריינגעפלאכטן הערליכע סיפּורי חסידים באַגלייט מיט פייערדיגע חסידישע רעיונות וואס האָט אַריינגעברענגט אין די תלמידים א געפיל אהבת תורה, חסידות ויראת שמים טהורה.
יעדן מוצאי שבת פלעגט ר‘ בערל ז“ל גיין מיטהאַלטן די מלוה מלכה וואָס זיין רבי ר‘ יאסעלע זצ“ל האָט געפּראַוועט מיט גרויס געהויבענקייט, און טראָץ זיין יונגן עלטער האָט זיין פאָטער אים ערלויבט צו פאַרבלייבן ביי די מלוה מלכה ביז שפּעט אין די נאַכט, אויף ביז נאָכדעם וואָס רבי יוסף האָט דערציילט א מעשה פון הייליגן בעל שם טוב הק‘ זי“ע - ווי ער האָט זיך געפירט יעדע וואָך.
אין די שפּעטערע יאָרן נאָכן קריג איז ר‘ בערל ז“ל - ווי באַקאַנט - נתקרב געוואָרן קיין ליובאַוויטש, וואָס ווי ער האָט דערציילט האָט ער נאָך משחר טל ילדותו געהאַט איינגעבאקן אין זיך א שטאַרקע פינה
בלב פאר חסידות חב“ד. דאָס איז געווען נאָכדעם וואָס זיין רבי ר‘ יאסעלע האָט אַמאָל ביי א שיעור עפּעס נאָכגעזאָגט פון “שולחן ערוך הרב“ פונעם בעל התניא זי“ע. זייענדיג דאַן נאָך א יונג בחור‘ל האָט ער נישט געכאַפּט פון וואָס מען רעדט, ווייל זיי זענען געווען צוגעוואוינט צו לערנען “שולחן ערוך“ פונעם מחבר מרן הבית יוסף זי“ע, אָבער וואָס “שולחן ערוך הרב“ איז, דאָס האָט ער נאָך דאַן נישט געוואוסט. אָבער צוליב יראת הכבוד פון זיין רבי‘ן, האָט ער זיך נישט געטרויט צו גיין פרעגן וואָס דאָס איז.
נאָך עטליכע וואָכן האָבן די תלמידי הישיבה אָפּגעהאַלטן א גרויסע חזרה אויף אַלע לימודים פונעם זמן, און ר‘ בערל ז“ל האָט דעמאָלט איבערגע‘חזר‘ט און זיך פאַרהערט גאַנץ מסכת ביצה מיט אַלע מפרשים!. דער רב פונעם גליל איז געקומען פאַרהערן די תלמידים, און איז איבערראַשט געוואָרן צו הערן די קלאָרע תשובות פון דעם יונגן בחור בערל, ווי ער איז שולט אין די גאַנצע מסכת ווי אשרי יושבי. זיין רבי ר‘ יאסעלע האָט שטאַרק הנאה געהאַט צו הערן זיינע תשובות, אַזוי אַז ר‘ בערל ז“ל האָט געשפּירט אַז איצט איז א שעת הכושר צו פרעגן ביי זיין רבי‘ן וואָס ער האָט געהאַט צו פרעגן.
האָט ר‘ בערל ז“ל אויסגענוצט די געלעגענהייט און געפרעגט פון זיין רבי‘ן ר‘ יאסעלע וואָס דאָס איז “שולחן ערוך הרב“. האָט ר‘ יאסעלע זיך אויפגעהויבן די הענט און זיך אָנגערופן מיט התרגשות: “דער שולחן ערוך הרב איז געווען א תלמיד פונעם הייליגן מגיד, וואָס דער מגיד האָט אויף אים געזאָגט ‘הלכתא כרב‘“. רבי יוסף זצ“ל האָט אים דאַן דערציילט אַביסל איבערן בעל התניא זי“ע און האָט צוגעלייגט אַז די אייניקלעך פונעם רב בעל התניא זי“ע וואוינען אין ליובאַוויטש און פירן דאָרט זייערע עדה‘ס חסידים. שפּעטער נאָכן קריג האָט ער גוט געדענקט די ווערטער, און איז אַזוי אַרום נתקרב געוואָרן צום ליובאַוויטשער רבי‘ן.
תלמיד הרה“ק מקאָסאָן זי“ע
ווען ר‘ בערל ז“ל איז עלטער געוואָרן איז ער געפארן לערנען קיין קאָסאָן צו הרה“ק רבי ישראל מקאָסאָן זי“ע הי“ד בעל אור מלא, וועלכער האָט מייסד געווען אין קאָסאָן די ישיבה “עטרת צבי“ ע“ש זקינו הרה“ק בעל עטרת צבי מזידיטשוב זי“ע. דער קאָסאָני רבי זצ“ל איז געווען באַקאַנט אַלס איש צדיק וקדוש, און האָט זיך געפירט בחסידות ופרישות יתירה כדרך אבותיו הק‘ לבית קאָסאָני זידיטשוב זי“ע. אַזוי אַרום איז ר‘ בערל ז“ל נאָך
זייט 127
טעקסט
מער אָנגעוואַרעמט געוואָרן צו גיין אויפן דרך החסידות, און זיך צו פירן מיט חסידות ויראת שמים טהורה אויף א געהויבענעם שטייגער.
ווי דערמאַנט איז נאָך זיין טאַטע ר‘ יונה ז“ל געפארן קיין קאָסאָן, און דער קאָסאָנער רבי זצ“ל האָט געהאַט אויף אים א געוואַלדיגע השפּעה. אַזוי אַרום איז ר‘ בערל ז“ל אָנגעקומען קיין קאָסאָן, און האָט זיך מסתופף געווען בצילו פון הרה“ק בעל אור מלא זי“ע ביי וועמען ער האָט צוגעזען תורה וקדושה, און ער איז פון אים נשפע געוואָרן זיך צו פירן בדרכי החסידות וואָס האָט אים באַגלייט אויף שטענדיג.
ר‘ בערל ז“ל פלעגט דערציילן, אַז דער ראש ישיבה אין די קאָסאָנער ישיבה
געוואַלדיגער עמקן און דייקן, און ער פלעגט יעדן שבת איבערזאָגן די תורות פונעם רבי‘ן זצ“ל, וואָס אַזוי אַרום האָט ער באַקומען דעם ריכטיגן צוגאַנג ווי אַזוי צו פאַרשטיין עומק דבריו הקדושים פונעם קאָסאָניער רבי‘ן זי“ע.
קיין אמעריקע
אינמיטן זיינע בעסטע יאָרן, גלייך נאָך זיינע ימי הבחרות האָט אויסגעבראָכן די צווייטע וועלט קריג, פון וועלכע ר‘ בערל ז“ל האָט שפּעטער ווייניג גערעדט, נישט וועלנדיג אויפברענגען יענע שווערע זכרונות.
גלייך נאָכן קריג האָט דער חסידישער פלאקער אים געצויגן ווייטער זיך מסתופף צו זיין בצל צדיקים, האָט ער די ערשטע
לאס אנדזשעלעס
איז געווען א געוואַלדיגער תלמיד חכם, וועלכער איז געווען אן אָפּשטאַמיגער פון הגה“ק בעל ההפלאה זצ“ל, און טראָץ וואָס אין אַלגעמיין האָט ער זיך געפירט בדרכיו של רבו הגה“ק בעל חתם סופר זי“ע, האָט ער זיך אויך געפירט בדרכי החסידות, און האָט פיל אַריינגעברענגט אין די בחורים סיי דעם ריכטיגן דרך הלימוד, און סיי דעם דרך ווי אַזוי זיך צו פירן בחסידות ויראת שמים. דער ראש הישיבה האָט געפירט די ישיבה ענליך ווי אַסאַך ראשי ישיבות אין יענע צייטן, מיט א בחינה פון זרוק מרה בתלמידים, און ר‘ בערל פלעגט דערציילן וואָס ער האָט געדענקט, אַז דער ראש ישיבה האָט געווענליך נישט קאָמפּלימענטירט. ווען א בחור האָט גוט געקענט האָט ער אים געזאָגט “ווען דו וועסט לערנען וועסטו קענען“... דאָס האָט שוין געדאַרפט זיין די גרעסטע קאמפלימענט.
דאָרט אין קאָסאָן איז ר‘ בערל ז“ל נאָך מער נתקרב געוואָרן צום דרך החסידות. ער פלעגט אַלץ מיטהאַלטן די טישן פונעם קאָסאָנער רבי‘ן זי“ע פון וואָס ער האָט געשעפט חיות און סיפּוק אויף א גאַנצע וואָך. ער האָט דערציילט אַז אין אָנהייב האָט ער נישט פאַרשטאַנען די טיפע רעיונות פון די הייליגע דברי תורה, אָבער ביסלעכווייז האָט ער זיך צגעוואוינט דערצו, אַזש שפּעטער האָט ער פּשוט נישט געקענט פּועל‘ן ביי זיך אַהיימצופאָרן אויף בין הזמנים וכדומה, נישט וועלנדיג פאַרפּאַסן די געהויבענע טישן, הייליגע דברות קודש און וואַרימע תפלות פון זיין גרויסן רבי‘ן. ער האָט געזאָגט אַז בעיקר האָט ער אָנגעהויבן צו פאַרשטיין די דברי תורה דורכ‘ן משב“ק פונעם קאָסאָניער רבי‘ן הגאון החסיד ר‘ נטע ז“ל וועלכער איז געווען א
זאַך אָנגעהויבן צו זוכן א מעגליכקייט ווי אזוי צו קענען פאָרזעצן זיינע לימודים אין א חסידישע אטמאספערע. ער האָט פאַרשאַפט פאַרשידענע אידישע צייטונגען וואָס האָבן געברענגט נייעסן און באַריכטן, און דאָרט ערגעץ האָט ער באַמערקט ווי בדרך אגב, אַז דער ליובאַוויטשער רבי געפונט זיך אין ניו יאָרק. ליינענדיג דאָס האָט ער זיך דערמאַנט די ווערטער וואָס זיין ערשטער רבי ר‘ יאסעלע זצ“ל האָט נאָך מיט עטליכע יאָר פריער אים געזאָגט איבערן שולחן ערוך הרב, און ער האָט באַשלאָסן צו קומען קיין ניו יאָרק, זיך מסתופף צו זיין בצילו פונעם ליובאַוויטשער רבי‘ן זצ“ל. נאָך איידער ער האָט געקענט קומען, איז ער בשטומ“צ א חתן געוואָרן מיט זיין חשוב‘ע פרוי ע“ה, די טאָכטער פון הרה“ח ר‘ אלתר מרדכי ווירצבערגער ז“ל, און זייער חתונה איז שוין געווען אין ניו יאָרק. אָנקומענדיג קיין ניו יאָרק האָט ער באַזוכט ביי זיינס א צוקונפטיגן פעטער. ר‘ בערל ז“ל האָט געזאָגט דעם פעטער אַז ער וואָלט געוואלט באַזוכן ביים ליובאַוויטשער רבי‘ן זצ“ל, און ער האָט געבעטן דעם פעטער אַז ער זאל אים צוהעלפן ערלעדיגן די נסיעה. דער פעטער האָט אים אָנגעקוקט אַזוי פאַרוואונדערט און ער זאָגט אים “מ‘גייט אַרויף אויפן באָס, מען פאָרט קיין קרוינהייטס, און ביז א קורצע צייט איז מען ביים רבי‘ן“... ר‘ בערל ז“ל פלעגט זאָגן אַז ער האָט אין וויסטן חלום זיך נישט פאָרגעשטעלט אַז עס איז אַזוי לייכט. ער איז געווען צוגעוואוינט פון רומעניע, אַז צו פאָרן אין די ישיבה האָט געדויערט א וואָך צייט...
ר‘ בערל ז“ל האָט נאָך די חתונה זיך באַזעצט אין לאָס אַנדזשעלעס צוזאַמען מיט זיין ברודער הנגיד ר‘ משה ווייס ז“ל. דאָרט אין לאָס אַנדזשעלעס האָט ר‘ בערל ז“ל שטאַרק
זייט 128
טעקסט
מצליח געווען, און איז אויסגעשטיגן א וועלט-באַרימטער פילאַנטראָפּ, זייענדיג פון די גרעסטע בעלי צדקה בדורינו. ער האָט געשטיצט מוסדות התורה און יחידים מיט פאַנטאַסטישע סומעס, ובפרט האָט ער זיך געלאָזט קאָסטן מיט א ברייט האַנט פאר די ליובאַוויטשער מוסדות און אינסטיטוציעס איבער די וועלט.
א משולח פארציילט
ער האָט אין יענע צייטן געדינט אַלס שד“ר פאר א מוסד אין ארץ ישראל, און ער פלעגט אַרומפאָרן אויף פאַרשידענע מקומות צו שאַפן געלט פאר די מוסד. בחודש אדר שנת תשמ“ו איז ער געפארן צום ערשט שאפן געלט פאר די מוסד, ער האט געהאַט זיין אכסניא אין שטוב פון הנגיד ר‘ יונה מרדכי ווייס הי“ו, בנו יקירו פון להבחל“ח ר‘ בערל ז“ל. יענעם יאָר האט ער למעשה נישט
ודרכיהם של צדיקים. אינעם ביוראָ פון וואו ער האָט געפירט פאַרצווייגטע געשעפטן, האָט ער פאַרמאָגט אַן ריזיגן אוצר הספרים, א ביבליאטעק, מיט טויזנטער ספרי קודש, ספרי חסידות ויראה, צווישן זיי פילע ספרים וואָס זענען שוין היינט נישט בנמצא, און ער האָט זיך דאָס איינגעהאַנדלט פאר ריזיגע סומעס געלט. שעות ארוכות האָט מען געקענט פאַרברענגען אין דעם צימער, און זיך נישט גענוג אָנשעפּן פון דעם גרויסן אוצר וואָס האָט זיך דאָרט אַנטפּלעקט. עס איז געווען א ספעציעלע הנאה צו פאַרברענגען מיט ר‘ בערל‘ס אוצר הספרים, ומאוצרו הבלום פונעם בעל אכסניא, סיי פון זיינע פּערזענליכע אוצרות פון ידיעות בכל המכמנים, און סיי פון די רייכע אוצרות מיט וואָס זיין אָפיס איז געווען אָנגעפילט.
גלייכצייטיג האָט זיין געהויבענע
חסידישע אידן אין לאס אנדזשעלעס
געטראָפן ר‘ בערל‘ן וועלכער איז פּונקט געהאַט אַוועקגעפאָרן פון שטוב.
נאָך די הצלחה פונעם ערשטן יאָר, ווען דאָס יהדות לאָס-אַנדזשעלעס האָט זיך שיין משתתף געווען לכבוד המוסד, האט ער ווידעראַמאָל אונטערגענומען א נסיעה קיין לאָס אַנדזשעלעס א יאָר דערויף, בחודש אדר שנת תשמ“ז. האָט ער דאַן אונטערגענומען א צען טאגיקע רייזע קיין לאָס אַנדזשעלעס האָפענדיג צו שאַפן שיינע סכומים פארן מוסד.
ווי דער שטייגער איז ער אַרומגעפאָרן מיט א דרייווער פאר משולחים, וועלכער האָט אים אָנגעצייגט וואו צו גיין נאָך געלט. אָנקומענדיג צום שטוב פון הר“ר בערל ז“ל האָט דער דרייווער אים גע‘עצה‘ט “גייטס דאָ אַריין, קוקט נישט אויפן זייגער, ווילאַנג עס וועט געדויערן וועט עס געדויערן, עס וועט זיך אָבער לוינען“...
ער האָט געפאָלגט, און ער האָט נישט קיין חרטה געהאַט... אַריינקומענדיג אין ביוראָ איז ר‘ בערל נאָך געזעצן מיט טלית ותפילין, ווי עס איז געווען זיין טעגליכער סדר, לאַנג צו פאַרברענגען מיט טלית ותפלין. ר‘ בערל האָט דעריבער נאָכנישט אויסגערעדט, ער האָט נאָר אַזוי מרמז געווען און געפרעגט פאר וועלכע צוועק ער איז געקומען. האָט ער אים געענטפערט אז ער איז געקומען פאר דעם מוסד.
ר‘ בערל האָט אויפן אָרט געגעבן א שיינע נתינה פאר די מוסדות, און ער האָט פאַרשפּראָכן, אז א יעדע חודש וועט אריינקומען א טשעק פאר דעם סכום צום מוסד אויף די פאסט, און פון דעמאלטס איז יעדע חודש תמידין כסדרן אנגעקומען אזא טשעק צו זיי אין מוסד.
חסיד המתחסד עם קונו
ר‘ בערל ז“ל איז געווען א איש מורם מעם. זיין חיות איז געווען דברים שבקדושה, און ער האָט זיך משתעשע געווען מיט עניני חסידות
הנהגה גאָר שטאַרק צוגעפּאַסט צו זיינע רייכע ידיעות. ר‘ בערל ז“ל האָט געפירט א הפלא‘דיגן סדר היום. ער איז געווען פון די משכימי קום, און איז יעדן איינציגן טאָג אויפגעשטאַנען פרי פאַרטאָגס. ער האָט יעדן טאָג געהאַט שיעורים קבועים במשך פילע שעות פון טאָג, און א גרויס חלק פון די שיעורים האָט ער געלערנט זייענדיג נאָך מעוטר בטלית ותפילין. ערשט נאָך זיינע שיעורים איז ער אַריין צו די אַרבעט וואָס איז אויך א גרויס חלק דערפון געווען מוקדש פאר פאַרשידענע פּעולות צדקה וחסד. פאַר‘ן דאַווענען האָט ער יעדן טאָג געצינדן צענדליגער ליכט, זייענדיג מזכיר די נעמען פון פאַרשידענע צדיקים און פּערזענליכקייטן, ובפרט די צדיקים וואָס האָבן געהאַט סיי וועלכן שייכות צו יענעם טאָג.
מיט זיין חסידישן ברען האָט ער יעדע וואָך געפּראַוועט א ברייטע מלוה מלכה ביי זיך אין שטוב, די מלוה מלכה‘ס פון ר‘ בערל ז“ל האָבן זיך ברייט-באַקאַנט געמאַכט אַלס געהויבענע חסידישע פאַרברענגען וואָס האָט צונויפגעברענגט אידן משולחים און
זייט 129
טעקסט
נצרכים מארבע פינות הארץ. עס איז געווען א מחזה הוד צו זען אידן פון ווייטן אוסטראליע זיצן האַנט-ביי-האנט מיט אידן פון שכינות‘דיגן ניו יאָרק ביז צום ווייטן האָלאַנד, א. א. וו. אידן חסידים פון אַלע קרייזן, האַנט-ביי-האַנט מיט אידן פון ליטווישן אָפּשטאַם און אפילו תימנ‘ע געבוירענע. אַלע אַלע האָבן ביי ר‘ בערל‘ן אין שטוב זיך געפירט היימיש ווי אייגענע בני בית, און מ‘האָט ביי די מלוה מלכה‘ס געהערט סיפּורים ועובדות פון אַלע צדיקים וקדושי עליון זי“ע.
בראש המסובין ביי די מלוה מלכה‘ס האָבן אַלץ באַשיינט די גדולי הרבנים והצדיקים, אדמורי“ם וראשי ישיבות שליט“א פון איבער דער גאָרער וועלט, וואָס זענען געקומען צו פאָרן פון נאָנט און ווייט צו שאַפן געלט פאר זייערע קהלות און מוסדות. ר‘ בערל ז“ל האָט יעדן אויפגענומען בסבר פּנים יפות, און די באי ביתם פון די רבנים הגאונים שליט“א האָבן שוין געוואוסט אַז אויף מוצאי שבת איז דער סדר היום פאַרנומען פאר די מלוה מלכה ביי ר‘ בערל ז“ל אין שטוב. צומאָרגענס זונטאָג פלעגט ר‘ בערל ז“ל פאַרטיילן פאַנטאַסטישע סכומים געלט, און די משתתפים ביי די מלוה מלכה האָבן אַלץ געהאַט א זכות קדימה, אַזוי ווייט חשוב איז ביי ר‘ בערל ז“ל געווען דאָס פּראַווען מלוה מלכה ברוב עם.
אחרית ימיו
בסוף ימיו האָט ר‘ בערל ז“ל ל“ע געליטן אויפן הארץ, וואָס האָט אים פאַרשווערט דאָס גיין און קומען כסדר קיין ניו יאָרק, צום ליובאוויטשן רבינ'ס ציון, אָבער דאס האָט עם נישט אפגעהאלטן פון אנגיין ווייטער מיט זיין עבודת הקודש, און זיינע מעשי צדקה וחסד.
בערך א האַלב יאָר פאר ער איז אוועק האָט ר‘ בערל ז“ל געליטן די גרויסע אבידה ווען זיין חשוב‘ע פרוי ע“ה איז ליידער נפטר געוואָרן לדאבון לב כל מכירי‘. און כמה רבנים ואדמורי"ם ספּעציעל זענען אַריבערגעפאָרן קיין לאָס אַנדזשעלעס מנחם אבל צו זיין ר‘ בערל ז“ל און
די קינדער שיחיו. אינמיטן די שבעה איז ר‘ בערל ז“ל ליידער פּונקט אַריינגעפירט געוואָרן אין שפּיטאָל צוליב פאַרשידענע הארץ-פּראָבלעמען. און די אלע רבנים שליט"א האָבן מפּני כבודו אויסגעוואַרט, און האָבן פאַרלענגערט זייער נסיעה אויף ביז ווען ר‘ בערל ז“ל האָט שוין געקענט פאַרלאָזן דעם שפּיטאָל.
ליידער איז געווען שבר על שבר יחדיו ידבקו, ווען ר‘ בערל ז“ל איז נפטר געוואָרן מאָנטאָג פּרשת נשא, כ“ו אייר, איבערלאָזענדיג א שווערן חלל אינעם עולם הצדקות והחסידות. ער איז געקומען למנוחתו אויפן כרמל ביה“ח אין לאָס אַנדזשעלעס.
ר‘ בערל ז“ל האָט איבערגעלאָזט זיינע חשוב‘ע קינדער ההולכים בדרכיו, די זון: הר“ר יונה מרדכי הי“ו פון לאָס אַנדזשעלעס, און הר“ר משה אהרן צבי הי“ו פון שערמאן-אָקס, קאלאפארניע, און די טאָכטער מרת לויטין תחי‘ אשת הר“ר שלום דובער הי“ו פון סיאטל, וואַשינגטאָן.
די מספידים האבן אים באטיטלט אלס "גדול" בעניני חסד, און ווי איינער פון די מספידים האָט ערווענט ווי שטאַרק ר‘ בערל ז“ל האָט געזוכט צו טיילן צדקה, אזש ער האָט געהאַט פאַרשידענע אויפטרעפן און אויפטוען, לדוגמא ווען א איד האָט אים געבעטן א סכום געלט פון הונדערט דאָלאַר האָט ער געקענט זאָגן, וואָס זאָל איך טון איך קען נישט אויספילן דיין רצון, כ‘האָב שוין אויסגעשריבן א טשעק פון זיבן הונדערט דאָלאַר... אויך האָט מען דערציילט איבער זיינע געוואַלדיגע פּעולות של חסד וואָס ער האָט געטון במתן בסתר, און וויפיל משפּחות עס האָבן יעדע וואָך איינגעקויפט אויף זיין קאַנטע, און אַזוי נאָך. ער איז אַזוי שטאַרק נאָכגעלאָפן צו טון חסד, וואָס דאָס איז געווען זיין גאַנצער חיות.
דער אויבעשטער זאל העלפן אַז מ‘זאָל האָבן די זכי‘ צו קענען ערפילן דעם חלל פון אַזא ַ געוואַלדיגער איש החסד ווי ר‘ בערל ז“ל.
דער אָנדענק פון בערל ר‘ הרה“ח ווייס ז“ל וועט אויף פאַרבלייבן שטענדיג איינגעקריצט, וזכרו לא יסוף ממנו.
יהא זכרו ברוך.
זייט 130
טעקסט
נעבעך, ער איז בלינד אזא אומשולדיג קינד זיכער וועגן זיין זיידנ'ס זינד חשבונות...
געוואלד זיין קינד איז טויב עס איז נישט קיין אויב צוליב זיין שוואגער'ס רויב רעיונות...
יענער, איי, ער איז שטום עס ווייסט די גאנצע ארום זיינע מעשים, נישט צו פרום מחשבות...
רבותי ס'דא פרישע היץ יענקל גיבט א גט, ס'יענע וויץ נישט געטארט קוקן שמוץ חשדות...
יענער דארט, קראנק אין פיין אלעס א שטראף איך מיין זיין זיידע א גנב פלעגט זיין אכזריות...
פשש.. זיין ביזנעס אויף צרות מען זאגט וועגן די שטרות זיינע מידות אויף כפרות
מעכל א קארגער, ימח שמו נאך אביסל וועט ער עסן שטרוי זיך גוט לערנען, נישט סתם אזוי גוזמאות...
ברוך א געמיינער פערד טשעפען, זיין אייציגסטע ווערד זיין סוף וועט זיין ערד בליסטראות...
זרח א באקאנטע היפאקריט אין בלאף זיין אייגענע שניט נאך צוריקבאקומען וואס ער טוט השקפות...
מענדל א בעל גאוה דערצו באקאנט מיט תאוה נאך אויסגיין ווי א שעוה שטיות...
אה, ער? יעדער פון אים ליידט צרות צרורות, הערצער שניידט מען גיבט אים נישט צופיל צייט מסקנות...
דער חיים קומט נישט אין שול מסתם איז ער געווארן קיל אין הימל וועט ער ווערן א ציל
“לאאפמ”..י.ך
לגיונות...
אויך יענער מאכט נעבעך מיט אכטונג געבן וואס ער טוט צופיל פארגאסן אידיש בלוט קרבנות...
“לאמיך אפ", נישט צו מיר נייע רעליגיע, האלט ביי דיר געבעקס און בלאף יעדע ריר קרומע וועגן, פארמאך די טיר. פון הימל זאגט מען קלאר צו זיי גאט ברויך נישט פאליציי פון דן זיין אנדערע, ווייט שטיי אין זייער שיך זיין, נישט כדאי.
בעל מדות
רעדאגירט: רויטע וואנצעס
דמיונות...
דער טוט עבירות אגאנצן טאג הער גוט צו וואס איך זאג גייט נאך אויסשטיין אסאך פלאג חרמות...
“לאמיך אפ", נישט צו מיר נייע רעליגיע, האלט ביי דיר געבעקס און בלאף יעדע ריר קרומע וועגן, פארמאך די טיר. פון הימל זאגט מען קלאר צו זיי גאט ברויך נישט פאליציי פון דן זיין אנדערע, ווייט שטיי אין זייער שיך זיין, נישט כדאי.
זייט 131
טעקסט
שיר
שם טוב
רעדאגירט: רויטע וואנצעס
שיר השירים בקיצור מיט גראמען. א ווארימער שמועס מיט'ן הייליגן בורא פאר וועם מען גיסט זיך אויס דאס הארץ צוליב די שווערע נסיונות בכלל ובפרט. א עלענדער צובראכענער יוד וואס האט ליב דעם באשעפער מיט זיין תורה מיט זיין פאלק ישראל אהבת נפש, אבער געפינט זיך זייער אליינס און פארלוירן. צוביסלעך הייבט ער אן שפירן ווי דער באשעפער האט אים אויך זייער ליב. ער הייבט אן צו פארשטיין אז גענוי אזוי איז אלעמאל געווען דער קשר בין ישראל לאביהם שבשמים, אייביג שטארקע ירידות מיט שטארקע עליות, כי כך רצונו יתברך שמו. יעצט גייט אים שוין דאס הארץ ממש אויס פאר אהבה.
זייט 132
טעקסט
פרק א
שיר השירים לאמיר שמועסן, וואס עס ליגט מיר אין הארצן טיפן.
צום באשעפער א געזאנג, נפשי חולת ממש קראנק.
רבש"ע גיב מיר ליבשאפט, פריינטשאפט און קראפט.
באגיס מיך מיט השפעות, לאמיך זעהן פלאות.
שלעפ מיך נענטער צו דיר, צום פריוואטן צימער.
מיט דיר זיך פרייען, בעסער ווי די בעסטע לחיים.
שחורה אני איך בין שווארץ, אבער צו טאן דיין רצון גלוסט מיין הארץ.
פון עבירות בין איך שמוציג, אבער צו זיין א יוד בין איך לוסטיג.
קוק נישט אויף מיין שווארצע זייט, דער יצה"ר האט מיך פאר'נער'ט.
אויף מיינע קינדערלעך ברויך איך היטן, מיין אייגענע יצה"ר קען איך נישט ביטען. רבש"ע עס איז מיר זייער ענג, איך בין פארלוירן אין וועג.
איך דריי מיך צווישן וועלף, איך שריי העלף!
אן א שעור צרות, געפערליכע מחשבות זרות.
נישטא צו וועם צו רעדן א ווארט, אוי, באווייז דיך צו מיר אויפן ארט.
איך פרוביר נאכגיין בעקבי הצאן, נישט אזוי פשוט דא וואו איך וואוין.
שפאן איין מיין פערד, נאכיאגן מיין שונא פאר ער באגראבט מיך אין דער ערד. דיינע חסדים וועל איך מער נישט ווידערשפעניגען, מיך אינגאנצן אינטערטעניגן. זיי מיר מוחל דא אין גלות, בזכות מתן תורה און די הייליגע אבות.
בוי שוין דיין הייליג הויז, הבו לה' כבוד ועוז.
פרק ב
ווי א רויז צווישן דערנער, ליידן מיר פון רשעים און מערדער.
איך דריי מיך ארום פארלוירן, פארוואס בין איך געבוירן.
ווי א עפל בוים טרעף איך דיך אין וואלד, איך רוק מיך נישט פון דיר אפילו מיט געוואלד. דיינע פירות זענען זיס, פון דיין גוטע וויין איך גיס.
איך בעט דיך האלט מיך אויך אונטער, אזוי ווי האסט געהאלטן די יודן אין מדבר, אוי רבש"ע ברענג שוין די גאולה, אליינס טוה איך נישט קיין פעולה.
דערווייל פון אונטערן וואנט, האלט אויף מיר דיין אויג און האנט.
ווען וועט שוין קומען די ישועה, אזוי ווי פון מצרים די גרויסע גאולה.
ווען ענדיגט זיך שוין דער שווערע ווינטער, האב שוין רחמנות אויף דיינע קינדער. ווען שפראצן שוין די ביימער, ווען איז שוין דער עת הזמיר, זאג מיר.
אצינד בין איך פארכאפט דא אין פעלזנשטיין, בסתר המדריגה אליין.
מיינע קינדער שרייען אין חדר, זיי לערנן תורה און זאגן שירה כסדר.
איך באווייז מיך קוים מיין צורה, איך שעם מיך אן תשובה.
זייט 133
טעקסט
היט מיינע קינדערלעך פון פארקראכענע, זיך נישט מערן קיין צובראכענע. באשעפער איך בין דיינס, די ביסט מיינס, גיב מיר נאך א טשאנס.
פרק ג
אכט און דרייסיג יאר ליג איך אין בעט, שרעקליך אנגעזעצט.
ליבשאפט איך טו זוכען, אויך אין שטאט ארומקריכן.
גארנישט געטראפן, די טרערן זיי טראפן.
צום וועכטער איך וויין מיך אויס, נישטא קיין וועג ארויס.
פלוצלינג א שעת הכושר, געטראפן די שכינה הקדושה.
איך לאז איר נישט אפ, געענדיגט מיט מיין שלאף.
ווידער געווארן פארטריבן, פון ביטערע צרות געשריגן.
איך גיי נישט אפלאזן, ביז מען גייט מיך אריינבלאזן.
איך זעה א פייער גייט מיר פאראויס, כעין די עמוד האש און קטורת.
בלויז ששים גבורים, צו באקעמפן די אומות העולם.
איך וועל אלעמאל זיין גרייט פאר מלחמה, צו באקעמפן יעדע שלעכטע מחשבה. מיר האבן געבויט דיין משכן, איך בעט דיך לעולם ועד תשכון.
אין מיין הארץ ושכנתי בתוכם, ובקרוב אין ירשלים לעולם.
פרק ד
הערט מיך אויס מיינע טייערע קנעכט די שיינע אויגן, געטריי ווי טויבן.
אויך די שוואכערע, היטן מיינע מצוות כי טוב סחרה.
מיינע גבורים פאר קיינעם טוען זיי זיך שרעקן, פון גוטע בשמים זיי שמעקן. זייער איידעלע שפראך, ווי גראדע פאדים גלייך.
מלאים מצוות כרימון, מיט יעדע יוד טו איך מיך רימען.
דער פעסטער מגדל דוד, דארט געגאנגן א קול תורה תמיד.
צוויי פאסטעכער האבן אייך הערליך געפירט, ביז אייערע זינד האבן אייך פארפירט. דערנאך אייך צוריקגענומען, אייערע הערצער צוריקגעווינען.
צוליב ענקער אמונה בלייבן מיר אינאיינעם, נאר אין מיר טוט איר גלייבן.
מיין הארץ האסטו צו דיר געצויגן, צוליב דיין שיין געשטעל און מעשים טובים. איר לערנט מיין תורה און היט מיינע מצוות, ביי אייך איז נישטא קיין פריצות. איר זענט גלייך צו געשמאקע געווירצן, צומאל פעלט אויס צו באשפריצן. וועקט אייך אויף ווינטעלע, בלאזט אהער דעם גוטן ריח פון א יודעלע.
יבא דודי לגנו קום אין גארטן, צו די קרבנות און פרוכטן.
זייט 134
טעקסט
פרק ה
באתי לגני דעם משכן באנייען, מיינע פריינד טוט אייך פרייען.
עסט און טרינקט אייך אן, אבער פארשלאפט נישט ביז גאר.
באשעפער איך הער דיין קול, איך בין מקבל דיין עול.
דאן אויסגעטאן מיין העמד געווארן נאס, נתפעל געווארן פון די גאס.
שפעטער פון חרטה גענומען שרייען, מיינע קישקעס אנגעהויבן דרייען.
שטארק געטאן תשובה, מיט גוטע מעשים פארשידענע.
האסט געווארט איך זאל אריינקומען אין דיינע טויערען, אנשטאט בין איך געבליבן פוילעצן. ווען איך בין געווארן גרייט, האסטו דיך פון מיר אוועקגעדרייט.
איך בין ממש אויסגעגאנגן פאר צער, ווי קען איך זיין אזא נער.
ארויס אינדרויסן געטראפן די כוליגאנעס, געכאפט פון זיי שווערע מכות.
דערנאך פארברענט דיין הייליג הויז, באשעפער ווי האלט מען דאס אויס.
איך האב געוויינט אן אויפהער, עס האט שוין גארנישט געהאלפן מער.
השבעתי אתכם בנות ירושלים, געהערט אז די גוים טוען זיך פרייען.
גיב איבער איין מעסעדש פונעם דל ועני, בלויז שחולת אהבה אני.
וואס פעלט אייך אויס די שטארקע אמונה, פרעגט דער גוי מיט קנאה.
ווייל אונזער באשעפער איז מעכטיג און גרויס, מיט זיין תורה און זיין הייליג הויז.
גארנישט גלאטיג געוואלדיגע סודות, נישט פאר ענקערע מוחות.
ער האט אלעס באשאפן דער בעה"ב פון וועלטן, אפשר דיין שכל עפען.
זיין תורה איז גאר פעסט, יעדע אות אריינגעזעצט.
זיינע צדיקים האלטן אונטער די תורה, אן קיין פשרות אן קיין מורא.
זיס זענען די הייליגע ווערטער, זאלן דאס וויסן אלע לענדער.
פרק ו
דער גוי פרעגט מיט שפאס, ווי איז דיין פריינד איז ער נאך אין כעס.
זאג איך זיי קוקט אין יודישע שטובער און שוהלן, השי"ת שעפט דארט פארגעניגן. אני לדודי ודודי לי, מיין באשעפער הרועה אותי מעודי.
השי"ת זאגט איר קענט מיך היינט אויך דערפרייען, פונקט ווי אין ירושלים.
הייבט אויף אייער תורה דגל דעם פלעק, אויך צו ווארפן אויף די שונאים א שרעק. זיי ממשיך די הייליגע ארבעט, מיט דיינע תורה ומצוות ווער איך געשטארקט.
יעדע יוד איז ביי מיר זייער טייער, ווער נאך גייט פאר מיר אין פייער.
צוזאמן האלטן זיי זיך מיינע שעפעלעך, ווי מילגרוים אנגעפילט מיט קערעלעך.
פארהאנען פיל פעלקער, אבער בלויז איין פאלק ישראל מיינע געטרייע קעמפער. די גוים פרעגן אויף אייך, ווער זענען זיי צו די זון און לבנה גלייך.
זייט 135
טעקסט
ביים צווייטן ביהמ"ק ירדתי געקוקט ארום, מיינע צדיקים ישרים קיינער נישט קרום. אוי דערנאך האבן מיר ווייטער אנגעזעצט, ליידער אלעס פארלעצט, געבליבן פארקוועטשט
פרק ז
שובי שובי שרייט דער גוי קערט אייך אפ, וואס דארפט איר די פלאג.
אמאל האט איר נאך געהאט גליקן, אבער מיט וואס קענסטו דיך היינט דערקוויקן.
אין די גוטע צייטן געגאנגן עולה רגל, מיט אן אייגענעם דגל.
אורים ותומים מיט כהנים, אייערע פנימ'ער געטון שיינען.
איר זענט געווען אויפן טאפ פון די וועלט, השי"ת האט נאר פון אייך געקוועלט.
פעסט ווי טייטלביימער, געטשעפעט האט אייך קיינער.
דאן האט זיך דער באשעפער בארימט מיט זיינע צדיקים, וואס שמעקן ווי תפוחים.
אבער היינט אויסגעשפילט, ירושלים בלויז א בילד.
אוי רבש"ע מיר בלייבן דיר געטריי, נישט קיין חילוק וואס גייט אויף אונז פארביי.
צו דיר איז מיין גלוסטעניש, זייערע חנופה איז גארנישט מיט נישט.
לאמיר טאקע קוקן אויף די וועלט, די גוים מעכטיג מיט געלט.
אבער והעיר אלקים מושפלת, די יודן איבעראל ללעג ולקלס.
מיר זענען ממשיך צו לערנען דיין תורה, מיר האבן דיך אלעמאל אין הארץ הייליגער בורא. האב שוין רחמנות, לאמיר שוין הערן חדשות.
פרק ח
אנא ה' מיט בכיות אן א שיעור, האלט אונטער מיין קעפל האלט מיך נאנט צו דיר.
די גוים טו באשווערן, אונזער ליבשאפט נישט דערוואגן צו שטערן.
מיר האלטן שטארק דיינע הייליגע מתנות, צוליב דעם פארגעסן מיר פון צרות.
שמני כחותם על לבך, כחותם על זרועך, מיר לאזן זיך הרג'נען על קידוש שמיך.
נאר צוליב דיר האט מען אונז פיינט, אוי טאטע לאז נישט אויס דיין האנט.
מיר זענען ווי קליינע שעפעלעך וואס הויערן, מיר ברויכן זיך ארומנעמן מיט פעסטע מויערען. אז נישט וועלן מיר ח"ו ווערן פארציקט, וויפיל איז די שעור פאר אומגליק.
איך גיי מיך פאר דיר ווייטער שיין מאכן, ווייל נאר פון דיר טו איך טראכטן.
באשעפער לאז דיין וויינגארטן קיינמאל מער איבער, שוין געפאלן גענוג שטיקער.
די וויינגארטן איז דאך דיינס, די רשעים מוזן באצאלן א פרייז.
מיר זאלן ווייטער זיצן על מי מנוחת, באשעפער נעם אן אונזערע תפלות.
תושלב"ע
זייט 136
טעקסט
דבייי ד י ברשעגעלס פיון תחרשוישת:
פלאוויוס
"מיין ליבער קנעכט", האט גאט געענטפערט, "דו פארפעלסט דעם "טו מיר נישט דאס! איך בעט דיך!" האטיונהבן אמיתי זיך געבעטן פאלנדיג אויף די פיס. "ווער נאך ווי דו ווייסט וואס ס'זענען ציל, דו פארזעסט עס אינגאנצן. נישט צוליב דעם ביסטו באשאפן די יסורים פון דיינע נביאים."
געווארן. כ'האב צו דיר זיך באוויזן כדי דו זאלסט קענען מיין פנים, כדי דו זאלסט מיין פייער איינפלאנצן אין דיין הארץ. אבער אויב מיין "יא, איך פארשטיי. איך ווייס נאך ווי דו ווייסט עס, נאר דאס איז מציאות איז דיר טייער וואלסטו געדארפט דיין גאנצע נשמה מפקיר מיין באפעל. דו מוזסט גיין קיין נינוה."
זיין פארן ציל. ווען מיין וועזן וואלט דיך באמת אנגעפילט וואלט ביי "באשעפער!" האט דער נביא געוויינט. "איך האב קיינעם נישט דיר קיין פראגע נישט געווען איבער נעמען דעם וואנדערשטעקן אויסער דיר. ס'אינטערעסירט מיך קיין זאך אין דער וועלט. ווען איך און גיין ווייטער. גיי! גיי אין מיין נאמען! גיי ארויס. די פארגאנגענע זע די רויטע בלומען אין גארטן זע איך דיך. ווען איך זע די גרויסע חדשים וואס מיר האבן אליין פארברענגט זענען געגליכן צו די סאסנע ביימער זע איך דיך. ווען איך זע די מענטשן זע איך נאר דיך.
ניין ווארטן-חדשים וואס א קינד בריט זיך אויס אין דער מאמע'ס שטענדיג זע איך דיך, און נאר דיך. דו ווייסט דאך ווי שווער ס'איז מיר בויך. דארט וועבט עס הויט און אדערן, דארט נערט זיך עס פון דער ווען איך דארף מיט א מענטש זיך דורכשמועסן. איך הער מיט איין מאמע און ווייסט פון גארנישט אויסערדעם, אבער דער ציל איז האלבן אויער און איך קען קוים זיך האלטן צום ענין. איך פיל נישט וואס ס'קומט דערנאך. די הכנות צום געבוירן ווערן זענען זיס, ס'איז גארנישט און איך הער גארנישט, איך קען נישט באטראכטן וואס ליבליך און עמאציאנעל, נאר אין ענדע מוז מען געבוירן ווערן. אין ס'טוט זיך אין דער ערדישער וועלט ווען איך בין אינגאנצן אין הימל.
דער מאמע'ס בויך קען מען נישט בלייבן. אזוי ווי איך בין גאט אזוי וואס ווילסטו מיט מיר טון? פארוואס ווילסטו מיך ארויסצווינגען פארשטיי איך דיך, נאר איך זאג דיר נאכאמאל אז דו פארפעלסט פון דער וועלט וואו נאר דו עקזיסטירסט? ענדערש נעם מיך צו פון דעם ציל. דו מוזסט גיין. דו מוזסט. נעם דיין שטעקן אין דער האנט דער וועלט, לאז מיין נשמה ארויס פונעם חומר און גענוג צו דער און גיי.
אנגעצויגנקייט, גענוג צו דער שפאנונג וואס וויקלט מיך איין פון דער נביא איז געבליבן ליגן אויף דער ערד און געוויינט ווי א קינד: דעם טאג וואס דו האסט דיך צו מיר באוויזן. די שפאנונג צווישן "איך וויל גיין ווייל דאס איז דיין רצון, נאר ווי שטארק איך זאל הייליגטום און ערד, צווישן חומר און רוח. גענוג! לאז מיך שטארבן.
נישט וועלן קען איך נישט. איך זאג דיר אז איך וועל אויסגיין ווי א איך בעט דיך. נאר דאס, אט דאס וואס דו הייסט מיר איז אזוי שווער, פארוועלקט בלום ווי נאר איך פארלאז אט די ד' אמות, איך וועל דעם אזוי שרעקליך."
זייט 137
טעקסט
צער און יסורים נישט קענען איבערטראגן."יונההאט געטראכט א האלבע מינוט און ווייטער גערעדט: "וועלן דען נישט די מענטשן פון נינוה נישט לאכן פון מיר? זיי וועלן אפ'חוזק'ן פון מיין גאט, זיי וועלן נישט גלייבן, און מיר וועט דאס זיין ווי א מעסער שטאך אין הארצן. איך וועל נישט קענען הערן ווי מ'לאכט פון דיין גרויסן מציאות. איך וועל נישט קענען די יסורים פארנעמען. גענוג וואס איך זע די ערדישקייט אויף דער גאס יעדן טאג, ווילסטו נאך איך זאל פארן אין ווייטן וועג? זיך ארויסלאזן צווישן גענצליך אומגלויביגע? ברענגען דיין נאמען אהין אין יענעם עק וועלט? הלואי ווען איך זאל קענען." קיין ענטפער איז נישט געקומען און דער נביא האט ווייטער גערעדט: "איך וועל לויפן פאר דיר וואוהין דו ווילסט, נאר הייס מיר נישט קומען אין אזא מין פארבינדונג מיט מענטשן. מיין קשר מיט דיר מוז זיין א סוד. ס'טאר קיינער נישט וויסן וועגן דעם, ווייל דאן איז די גאנצע שייכות א קאלטע, פארמעלע און נישט פערזענליכע. איך וועל דיך אויטאמאטיש פארלירן. ס'וועט קיינמאל מער נישט זיין דאס זעלבע ווי אין היינטיגן טאג ווען ס'איז קיינער נישט פאראן צווישן אונז צוויי. אט זע, איך קען נישט חתונה האבן, איך קען נישט לעבן מיט ווייב און קינדער, איך קען נישט האנדלען מיט מענטשן. מ'זאגט דאך אז איך בין משוגע..."
"יונה!" איז געקומען דער ענטפער פון גאט, "דו וועסט איין טאג מוזן חתונה האבן. איך וועל דיר דאס באפעלן. אנדערש וועסטו ווידער דעם ציל פארלירן. דו דארפסט האבן קינדער און דו דארפסט האבן א המשך. דו דארפסט קומען צווישן מענטשן ווייל דאס איז דער ציל פון דער גאנצער בריאה און נאך מער דיין פערזענליכער ציל. טון גוטס מיט מענטשן, לעבן אינאיינעם מיט מענטשן, ליב האבן מענטשן און צוזאמען וואקסן מיט זיי, זיך אויסמישן מיט זיי, אט דאס איז די ריכטיגע ריינקייט, נישט דאס בלויזע פליען אין הימל און פרעדיגן וועגן גוטס. צו פילן גאט איז קיין קונץ נישט, אבער ארויסגיין און טון וואס גאט פארלאנגט – אט דאס איז שוין אמאל שווער, און דאס איז דער נסיון פונעם מענטש. אט דאס, און גארנישט ווייניגער, איז דער ריכטיגער נסיון אויף וועלכן איך האב די וועלט באשאפן. ס'איז דיר שווער? אודאי איז דיר שווער. פיל ווייטער וועט אבער זיין די דערגרייכונג ווען דו זאלסט עס דורכברעכן. די שענסטע יסורים זענען יסורים פון בענקשאפט, שפאנונג און צעמישעניש. דו קענסט דא נישט בלייבן, נאר דו מוזסט גיין."
"איך בעט! אין דיין גרויסן נאמען", האטיונהגעענטפערט, "ווען דו זאלסט מיר צוזאגן אז מיין נאנטקייט וועט שטענדיג פארבלייבן ווי יעצט, ווען דו זאלסט מיר פארזיכערן אז אונזערע באציאונגען וועלן בלייבן אזוי פעסט פארבינדן ווי אין דער מינוט, ווען נאר בענקשאפט פון מיין הארץ וועט די הימלען רייסן, אה דאן וואלט איך שוין איינגעגאנגען צו גיין. איך האב אבער מורא... מיין ליבסטער גאט, איך האב מורא אז ערגעץ אויף די וועגן, צווישן די ימ'ען און לענדער, צווישן ברעגן און שטעגן, צווישן מאנגאליער און כינעזער, וועלן די פעסטע שטריקן וואס בינדן אונז זיך אויפלעזן אין כאטש א טויזנטסטל פון דער יעצטיגער פעסטקייט. איך ציטער אז ס'וועט קומען א טאג וואס איך וועל הייבן מיינע הענט, איך וועל טאפן און טאפן, נאר... נאר איך וועל זיך גארנישט דערטאפן. איך וועל רופן און רופן און ס'וועט זיך גארנישט אנרופן."
"יא מיין קנעכט!" איז געקומען דער ענטפער צום נביא, "אזא טאג וועט ווירקליך קומען. נישט נאר א טויזנטסטל וועט זיך אויפלעזן, נאר ס'וועט אויסזען פיל מער פון דעם. וואס דו פייניגסט דיך יעצט אין דער מאמענט וועט זיין א שפיל קעגן דעם פיין וואס וועט דעמאלט אויפעסן דיין הארץ. דיינע חלומות וועלן זיין מאַטע און דאס עסן וועט דיר שטיקן אין האלז. דו וועסט פילן דעם טעם פון ערד אין יעדן שטיקל ברויט, דו וועסט דיר ווינטשן דעם טויט פון ביטערניש, נישט פון בענקשאפט – ווי דו טוסט עס יעצט ליגנדיג אויף דער ערד. נאך מער פון דעם, אין יענע שווערע מינוטן וועט זיך דיר ווייניגסטנס וועלן טאפן און רופן, נאר אפילו דאס וועסטו אויך נישט קענען. דיינע הענט וועלן נישט זיין פעאיג צו טאפן און דיין צונג וועט נישט קענען רופן. דיינע גלידער וועלן זיין ווי געלעמט און דאס מויל ווי שטום. דו וועסט דיך דרייען צווישן מענטשן ווי א שאטן, ווען זיי מיינען אז דו ביסט א נביא און נאר דו ווייסט ווי ווייט דו ביסט פון דעם טיטל. דאס אלעס וועט דיין הארץ צעפליקן אויף שטיקער, נאר ווי אויף צו להכעיס וועט קיין טרער זיך נישט שטעלן אין דיינע אויגן. אמאל אין א חלום וועסטו פילן אז ס'פלאמט נאך עפעס, אמאל וועסטו אפילו מיינען אז דו ווערסט אויפגעראכטן און דו וועסט פרואוון נאכאמאל א רוף צו טון, נאר די אנטוישונג וואס וועט קומען נאכאמאל און נאכאמאל וועט דיך אריינווארפן אין א ייאוש וואס וועט דיך דראען צו ווארפן אין תהום."
דאס פנים פונעם נביא האט אויסגעזען שלעכט און פארקרומט ווען גאט האט ווייטער גערעדט "נאר דאס מוזסטו געדענקען תמיד, אז דיין פליכט דעמאלט איז צו געדענקען דעם היינט. ווי שווער ס'וועט זיין דער זיכרון אין אזעלכע פארנעפלטע טעג, ווי שווער און פיינפול ס'וועט אויסזען יעדע סעקונדע, מוז זיין די נבואה פון היינט – די ליכט פארן מארגן. ווער ס'האט קיינמאל קיין ליכט נישט געזען דער ווייסט נישט, ווער ס'האט עס אבער אמאל געזען מוז גיין אינעם שיין פון יענעם מאמענט. נישט יעדן טאג איז א טאג פון נבואה און נישט יעדעס ווינקל איז באלאכטן, אבער דער בליץ פונעם בארג מוז באלייכטן דעם טאל."
אין שווייגעניש האט דער נביא אויסגעהערט די ווערטער און געכליפעט ביי יעדן זאץ. "אבער פארוואס?", האט ער ענדליך אויסגעברומט, "פארוואס איז עס אזוי? קען עס אנדערש נישט זיין?" "נישט שייך פארוואס. דאס איז דער יסוד אין מעשה בראשית. דו ווייסט עס שוין."
"איך ווייס, נאר קען נישט פארשטיין פארוואס. צי קען עס אנדערש נישט זיין?".
"יונה! ווי איך רעד מיט דיר יעצט טרעט צוריק א מינוט. דערמאן דיך און פיל עס. ווען ס'איז קיין גרעניץ צווישן גאט און מענטש נישטא, איז קיין מענטש נישטא. ווען ס'איז קיין וואנט צווישן הימל און ערד נישט געגאסן אין די ששת ימי בראשית וואלט קיין בריאה נישט געווען. אט דאס איז דער סאמע אנהייב פון דער בריאה. גרעניצן און ווענט, טאג און נאכט, הימל און ערד, ים און יבשה. צי הערסטו די יאמערן פונעם ים וואס גייט אויף פון אונטן יעדן טאג און דערלאנגט אין די ווייטסטע הימלען? האסטו דען אמאל דערפילט דעם טיפן ריס אין ערדישן הארץ וואס קען פראדוצירן טייכן מיטן בלוט וואס פליסט פון דארט ארויס? ס'איז שווער. ס'איז
זייט 138
טעקסט
ווייטאגליך. אויב ס'איז שווער פאר אייך אלע, מיינע טייערע ברואים, שווער איך דיר מיין פריינט, אז מיר איז פיל שווערער. במסתרים תבכה נפשי. דארט וואו עס שטעקט מיין הסתר, דארט וואו ס'איז פון מיר אפגעריסן, אט דארט וויין איך. אט דארט וואו ס'קומט נישט קיין טרער, דארטן – הער מיך מיין ליבער מענטשן-פריינט – דארט וויינט שטיל דער גאט. ס'איז א שפאנונג אין דער גאנצער בריאה, גאר און גאר איבעראל, די שפאנונג איז שווער און אומדערטרעגליך, פאר גאט ווי פאר זיינע ווערק. דו ווייסט אז דאס איז אזוי און אזוי וועט ווייטער זיין."
"אוי ווי ס'בענקען מיך דיינע ווערטער", האט דער נביא אויסגערופן, "אט דאס ביסטו! אט דאס איז דער גאט פון דער בריאה. ווי ס'ציט מיך און שלעפט מיך צו דיין גרויסקייט. ווי קענסטו מיך אוועקלאזן? צי טוסטו דאס אויך אמאל מיט די הימלען? פאסירט אמאל אזא אומגליק אויך פאר די מלאכים?"
"יונה! פארוואס פרעגסטו אזעלכע שאלות? האט דען דער ים אמאל געענדערט זיין פלאץ? האבן די זאמדן פון ערד אמאל זיך געהויבן? און דו ביסט פון זאמד געבוירן, פון מאטעריעלן חומר געקנעטן, און איך האב דיין נשמה ביז די הימלען געהויבן. האסטו דעמאלט געפרעגט דיינע שאלות? דער מענטש איז נישט קיין ערד און נישט קיין מלאך. דער מענטש איז ביידע. דער מענטש איז איינער, איינער אין דער בריאה, וואס קען גלייך מיט גאט באוויינען די בריאה. א טאג טרעפט ער און א טאג פארלירט ער. דער מענטש דארף נאר דאס געדענקען אז וואו ער געפינט זיך איז אלעס איינס, ווייל די ליכט פון בארג דארף שיינען אין טאל. א שאד דאס קרעכצן אויפ'ן פארלוסט, ווען די פארדינסט איז אויך קיין אייגנס נישט געווען. אט דאס איז דער זעלבער מענטש, פריער ווי יעצט, אמאל אונטער ליכט און אמאל נישט, נאר ווען ער פארלירט נישט דעם וועג אין פינסטער וועט ער אין ענדע צוריק דערלאנגען דאס ליכט. געדענק עס, דערהאלט דיך מיט יעדער ידיעה וואס דו האסט אין דער יעצטיגער צייט פארנומען, פארקריך נישט א סעקונדע ווען דער זיכרון פון דער התגלות איז פאר דיינע אויגן, ביז דו וועסט אין ענדע דערלאנגען דעם אויסגאנג פון וועג אין פרישער דערוואכונג."
דער שמועס האט נישט באזיגט דאס הארץ פוןיונהבן אמיתי, און ער איז געלאפן צום בארטן פון ים כדי צו כאפן א שיף וואס זאל אים אוועקפירן ערגעץ ווייט, אבי נישט קיין נינוה. צעריסן פון ייסורים און אינערליכע קאנפליקטן איז ער אפילו גרייט געווען אריינצושפרינגען אינעם וואסער און פארלירן זיין לעבן, אבער גאט האט אים דערגרייכט אויך אין וואסער און באוואויגן אויסצופירן די שליחות. קומענדיג פון ננוה האט זיךיונהגעבעטן צו גאט ער זאל פון אים צונעמען זיין נשמה – "ווייל ס'איז מיר בעסער דער טויט ווי דאס לעבן" – אבער אויך דעמאלט האט אים גאט נישט נאכגעגעבן.
די שורות קלינגען טראגיש. אבער וואס פאסירט דערנאך? קומט די טראגעדיע צו אן ענדע אדער ווערט עס נאר טיפער? דאס בלייבט אן אפענע פראגע פאר'ן ליינער.
המשך מעמוד 67
האט אים אינטערעסירט די הינטערגרונט פון דער תקופה ווען די מעשה איז געשען, די עקשנות פון רבי עקיבא און זיין איבערגעגעבנקייט פאר'ן אידישן פאלק.
פינף מינוט פון שווייגעניש איז אריבער. דער טאטע האט זיך אינצווישן אויפגעשטעלט פון באנק און שפאצירט אהין און צוריק אין אויפברויז. א פויגל האט זיך אראפגעלאזט נידריג נישט ווייט, און זיך אוועקגעשטעלט פיקן א בינטל צעזייטע קערנדלעך וואס ס'האט דערשמעקט פון אויבן. דער פויגל האט אפגעטשיפטשעט, געדרייט דאס קעפל אהין און צוריק און זיך ווידער אראפגעבויגן צו די קערנדלעך. שלום האט זיך פארקוקט אויפ'ן פויגל און נישט באמערקט ווי זיין טאטע באטראכט אים.
"זע נאר," האט דער טאטע זיך אנגערופן האלב שמייכלענדיג האלב ערנסט, "קוק ווי גרינג מ'קען פארקירעווען דיין אויפמערקזאמקייט פון ערנסטע זאכן. א קליינטשיג פייגעלע זעצט זיך אויף דער ערד און דו ביסט שוין פארקוקט, ווי גלייך דאס וואלט געווען א ביכעלע..." שלום האט זיך שטיפעריש צעלאכט. "כ'האב פרובירט זיך דערגרונטעווען וואס א שייכות מיר האבן צו דעם פיצינקען באשעפעניש. איז דא עפעס וואס פאראייניגט דאס לעבן פון אלע ברואים אין איין קרייז, אדער איז דאס לעבן פון א מענטש א באזונדערע זאך? אין די פיצעלע אויגן שטעקט א רחמנות, שרעק און זארג, פונקט ווי ביי מענטשן. זיי האבן ליב די קינדער, זיי זוכן אויס עסן, זיי זענען געטריי זייערע געזינדעלעך. אויב מיר אלע גייען דורך די זעלבע עמאציאנעלע שטורמען, לייגט זיך אויפ'ן שכל אז מיר זענען אלע פון איין טייג געקנאטן." שלום האט זיך אויסגעדאכט ווי דאס פייגעלע וואלט געזוכט אן ענטפער איבער דעם תכלית און ציל פון לעבן, איבער דעם אונטערשייד צווישן מענטש, חיה, און יצירה. צום סוף האט ער הויך געזאגט: "מיך וואונדערט בכלל וויאזוי די בריאה דארף אויסקוקן דורך די אויגן פון א טשיפטשענדיג פייגעלע. אונז דאכט זיך אויס ווי די פייגל זאגן שירה א גאנצן טאג, איך ווייס אבער נישט צי די פייגל זענען בכלל מסוגל צו דערקענען דעם באגריף פון א בריאה."
שלום איז געווען צופרידן אז די פריערדיגע אומעטיגקייט איז פארשווינדן אויף א ווייל. דער טאטע האט געוואלט עפעס ענטפערן, אבער ער האט מיטאמאל באמערקט ווי די זון הייבט אן ארויסוואקסן ערגעץ ווייט אוועק אויפ'ן האריזאנט. "ס'איז שוין נאנט צו טאג," האט ער געזאגט. "מ'דארף שוין באלד אויפשטיין צום דאווענען. לאמיר אריינגיין אין שטוב."
עד כאן פרק ראשון. המשך יבוא בין שורות הפארום בקאווע שטיבל אי"ה.
זייט 139
טעקסט
נתבקצושרהת ו מששלה
לבנה
ליטוואק פון בודאפעסט
רעדאגירט:
א י ן ס ' א י ז פ י ו ט דאך נישט ל פ ר ש ת דא קיין שיעור
החדש )ד"ה אבי
פון א לבנה, און כל חוזה( שטייט אזוי; ווי נאר מ'זעט עפעס לָאָה צִיר וּפָחַד. וְתָר מֵעֵת א לבנה קען מען מקדש לְעֵת סְפוֹר אֶחָד. וְצוּר פָּץ לוֹ וַיִּחַד.ְּ זיין. דער בריסקער רב רעדט פון מֵעֶרֶב וְעַד עֶרֶב מְנוֹת אֶחָד. משה רבינו דעם אין ספר, ווי אויך דער חת"ס אין די האט געציטערט ווען ער האט געקלערט אז מ'דארף
תשובות )ח"ו סי' ל"ה( און אין תורת משה )חמש כרכים
מאכען די חשבונות פון ר"ח מעת לעת, און דער אויבערשטער האט אויפ'ן ארט( און דער חזו"א אין הלכות קידוש החודש.
איהם געזאגט און פרייליך געמאכט אז מ'רעכנט אלעס מערב עד וגם אני אענה בזה חלקי בעז"ה.
ערב.
* פון וואס האט ער זיך אזוי דערשראקן? און מיט וואס האט אים דער רמב"ם אין פרק ו' מהל' קידוש החודש איז מסביר אז ס'איז דער אויבערשטער בארואיגט?
דא צוויי חשבונות פון דעם מולד, א מולד אמצעי און א מולד אמיתי. רש"י זאגט אין חומש אויפ'ן פסוק החודש הזה לכם ראש חדשים דער מולד האמצעי איז באקאנט ביי אונז, וואס דאס איז אז יעדער )שמות יב, ב(: הזה - נתקשה משה על מולד הלבנה באיזו שיעור תראה כ"ט ימים י"ב שעות און תשצ"ג חלקים ווערט א נייע מולד פון די ותהיה ראויה לקדש, והראה לו באצבע את הלבנה ברקיע ואמר לו לבנה. דאס וואלט באדייט אז די לבנה גייט ארום די ערד אין א גלאטע כזה ראה וקדש. אסאך פרעגן וואס איז שווער געווען פאר משה רבינו?
גאנג, וואס נעמט איהם כ"ט י"ב תשצ"ג )צורה 1( אבער דאס איז
זייט 140
טעקסט
נאר אן אמצעי נישט דער מולד האמיתי. דער מולד האמיתי איז קאמפליצירט. מער מיט וואס?
דער רמב"ם זאגט
מהל' הלכ"ג )פי"ז ארץ קידוש החודש( שהירח
עקלקלות גדולות יש ולפיכך במעגלותיו אמרו חכמים שמש ידע מבואו ירח לא ידע
גלגל האמצעי של הלבנה
מבואו, ואמרו חכמים צורה 1 פעמים בא בארוכה פעמים בא בקצרה, כמו שתראה מחשבונות אלו שפעמים תוסיף ופעמים תגרע עד שתצא קשת הראייה, ופעמים תהיה קשת הראייה ארוכה ופעמים קצרה כמו שביארנו, ע"כ. דאס הייסט אז די לבנה גייט נישט גלייך ארום דער ערד, נאר זי גייט שפאצירן אינדערמיט, און די חשבונות פון די מולד האמיתי זענען געבויט אויף די חשבונות פון די עקלקלות, און לויט דעם ווייסט מען וואו די לבנה וועט זיין צו ווערן געזען )צורה 2(.
דער פשט דערפון איז אז די לבנה געפינט זיך אויף די שפיץ דרויסנדיגע
ארץ
פון א קרייז און זי האלט זיך אין איין דרייען ארום דעם קרייז )צורה 3(. ווען מ'קוקט אן די לבנה צורה 2 אליינס, זעט עס אויס ווי עקלקלות ירח גדולות, ס'גייט אויף א פארדרייטער גאנג, אזוי ווי אין צורה ג ל ג ל ק ט ן 2, אבער דאס האט אלעס א חשבון, לויט מערב מזרח ארץ דער גלגל קטן וואס דרייט זיך ארום די וועלט, מיטשלעפנדיג ג ל ג ד ל ג די לבנה ארום איהר ו ל שפיץ.
דרויסנדיגע צורה 3 דעריבער אמאל איז די לבנה אויפ'ן מערב זייט פונ'ם קלענערן קרייז בשעת דעם מולד, און דעמאלס קומט דער מולד אן שנעלער )די לבנה גייט דאך ממערב למזרח( און
אמאל איז עס אויפ'ן מזרח זייט פונ'ם קרייז, און דעמאלס איז עס א שפעטערע מולד.
ווען מ'רעדט פון דעם מולד האמצעי, מיינט מען כפשוטו אז מ'נעמט די צוויי מעגליכקייטן, עקסטרעם מזרח און עקסטרעם מערב, וואס זיי זענען א פאר שעה גערוקט, און מ'רעכנט אויס אינדערמיט אז מ'זאל קענען דעקן ביידע צדדים, און דאס איז נאר א חשבון, נישט קיין אמת'ער זאך. דער אמת'ער מולד איז ווען די לבנה געפינט זיך אין א פלאץ וואס איז צוועלף גראד אוועק פונעם זון, וואס אזוי קען מען עפעס זען אויף דער ערד, ווייל אזוי שפיגלען זיך אפ די שטראלן פון די זון אויף די לבנה, צוריק צו אונזער ערד. ביים מולד האמצעי ווידער קען מען גארנישט זען, און מ'רעכנט ניטאמאל קיין פיזישע מציאות, נאר א חשבון, וכנ"ל.
האב איך געהערט אז ס'איז דא אין דעם עפעס טיפערס. די לבנה דרייט זיך ארום א קרייז, דאס זענען די קליינע קרייזן אין ציור 2, יעדער קרייז האט א מיטלסטער פונקט וואס פון דעם ווערט דער קרייז געמאכט אזוי ווי יעדער קרייז וואס ס'הייבט אן פון אינמיטן און פון דארט שפרייט עס זיך אויס. דער פונקט, דאס הייסט חמה דער קליינער קרייז, דרייט זיך גלייך ארום דער וועלט אין א גרויסן קרייז און עס שלעפט מיט די גאנצע קרייז. דער מולד האמצעי איז דער מולד פון דעם מיטל-פונקט, דאס הייסט ווען די זון שיינט אויף אט די פונקט דאן איז עס דער מולד האמצעי )צורה 4(. פארשטייט זיך אז דעמאלס ביים מולד האמצעי זעהט מען גארנישט, ווייל דער פונקט איז א ליידיג חלל, נישט דער עצם המגרל כגזל לבנה וואס שפיגלט צוריק אירע זוהן שטראלן צוריק צום ערד.
גקל טגלן זעהן זעהט מען א לבנה ווען די זון שיינט אויפ'ן לבנה אליינס אין א צוועלף דעגרי ענגל אוועק פונעם ערד, וואס דאס קומט אויס אמאל פארן מולד אמצע המעגל, און אמאל הערשט נאכדעם. אבער דער חשבון פון מולד האמצעי קומט רעכענען א פיזישע מציאות פונעם מולד פון ארץ אט דעם פונקט, נישט סתם אזוי צורה 4 א פשרה'דיגע חשבון וואס קומט נישט פאר אין מציאות.
יעצט ווען מ'טראכט אריין מסברא וואס וואלט געדארפט זיין דער חשבון פונעם נייעם חודש, וואלט מ'געזאגט כפשוטו אז דער מולד האמצעי איז דער עיקר און נישט דער מולד האמיתי )אפגעזען פון זיין שרעקעדיגע נאמען(. דאס איז ווייל ווען מ'וויל וויסן די מעגל וואס גייט חודש נאך חודש
זייט 141
טעקסט
איז עס די מעגל פון דער פונקט, דער מיטל-פונקט פון די קליינע קרייזן. די מקום הלבנה איז נאר א מקרה וואס ווערט נאכגעשלעפט פון דעם פונקט און ער איז דער טפל, נישט דער עיקר. למעשה בשעת מ'האט מקדש געווען עפ"י ראייה האט מען גענוצט דעם חשבון פונעם מולד האמיתי, נישט דער מולד האמצעי.
דאס איז געווען די קשיא פון משה רבינו, אז מ'וואלט געדארפט גיין נאכ'ן מולד האמצעי וואס איז נישט מעגליך צו זען און דער גאנצע קידוש החודש דארף נאר זיין א חשבון, נישט א פאקטישע ראיה וואס האט נישט קיין באשטימטע חשבון. והראה לו הקב"ה אז מ'דארף ‘זעהן' די לבנה און דער חשבון איז נישט גענוג, און דעריבער קען מען זיך נישט פארלאזן אויפ'ן מולד האמצעי, מ'דארף דעם מולד האמיתי.
די גמרא זאגט אין ר"ה דף כ: כי סליק רבי זירא שלח להו צריך שיהא לילה ויום מן החודש, וזו שאמר אבא אבוה דרבי שמלאי מחשבין את תולדתו, נולד קודם חצות בידוע שנראה סמוך לשקיעת החמה, לא נולד קודם חצות בידוע שלא נראה סמוך לשקיעת החמה, למאי נפקא מינה, א"ר אשי לאכחושי סהדי, א"ר זירא א"ר נחמן עשרים וארבעה שעי מכסי סיהרא לדידן שית מעתיקא ותמני סרי מחדתא לדידהו שית מחדתא ותמני סרי מעתיקא, למאי נפק"מ, א"ר אשי לאכחושי סהדי. אמר מר צריך שיהא לילה ויום
מיט די אויגן – אדער קענען זעהן מיט די אויגן – איז דער חשבון פון ווען מ'קען מקדש זיין א נייע חודש. די חכמי האסטרונומיה זאגען אונז אז דער מולד האמצעי פון דער מולד האמיתי קען זיך דערווייטערן מיט פערצן שעה. אויב אזוי, ווען דער מולד האמצעי קומט אויס פאר חצות ביום כ"ט, איז מעגליך אז דער מולד האמיתי האט זיך דערווייטערט פון איהם און האט איהם מקדים געווען מיט פערצן שעה. אויב אזוי קומט אויס, ביז אכצן שעה נאך די צייט וועט זיין מעגליך צו זען די לבנה און די נעקסטע טאג איז אינגאנצן נאכ'ן ארויסקומען פון די לבנה. דעריבער האט מען אוועקגעשטעלט איין מאל אין יאר אז מ'צווינגט די צוויי מולדות זאלן שטימען אין איין טאג, און די חשבון וועט ווייטער פארן מיט די צוויי חשבונות אינאיינעם. טאמער אבער דער מולד האמצעי איז נאך חצות )באמת וואלט געדארפט זיין צוויי שעה נאך חצות, וויבאלד ס'איז פערצן שעה גערוקט, מ'האט נאר אויסגעוועהלט חצות אלס א גרינגער צייט, אין צוגאב צו דעם אז ס'איז גאר גאר זעלטן אז ס'זאל זיך אזוי ווייט דערווייטערן. ס'איז איין צד פון 360 אז ס'זאל אזוי פאסירן, ופשוט( איז גאר מעגליך אז דער מולד האמיתי איז פערצן שעה גערוקט פון דעם מולד, און די לבנה וואלט מען נישט געקענט זעהן ביז נאך שקיעת החמה, און מ'האט נישט מקיים געווען דעם ‘צריך שיהיה יום ולילה מן החודש'.
יעצט, דאס אלס פאסט נאר ווייל מ'האלט צריך שיהיה יום ולילה מן
צורה 1
מן החדש, מנלן, רבי יוחנן אמר מערב עד ערב, ע"כ.
די גמרא איז תלוי אויף א מחלוקת הראשונים. רש"י זאגט א גאר מחודש'דיגער פשט און תוספות דינגט זיך. דער בעל המאור לערנט דער יסוד פון דער קו התאריך דארט אין דער חילוק צווישן לדידן או לדידהו, דאס מיינט מענטשן אין כינע און מענטשן אין א"י. אלע פשטים פון די ראשונים זענען געבויט אויף א יסוד אין הלכות קידוש החודש, אז מ'קען נישט מקדש זיין דעם חודש עפ"י ראיה נאר ווען מ'האט דעם חשבון אין פלאץ. אינעם רמב"ם העלפט נישט די אלע פשטים, ווייל דער רמב"ם )פ"ז הל"ב מהל' קידוש החדש( לערנט אז דער הלכה גילט נאר אום ר"ה און נישט ביי אנדערע ראשי חדשים, און די אלע סברות פאסן דאך פאר יעדען חודש. דער רמב"ם לערנט די הלכה נאר בזמן הזה וואס מ'גייט מיטן חשבון, נישט בזמן שקידשו עפ"י ראיה, און דעריבער קען מען אויך נישט לערנען די אלע אנדערע פשטים וואס זענען געבויט אויף חשבונות ווען מ'וועט ‘זעהן' די לבנה.
די גמרא זאגט אונז אז ס'קען נעמען ביז אכצן שעה נאכ'ן מולד ביז מ'וועט למעשה זען די נייע לבנה מיט די אויגן, וואס דאס זעהן
החודש, און דאס איז וויבאלד דער נייער חודש הייבט אן אין דעם טאג, נישט אינעם שעה. ממילא קען מען מאכען א תקנה וועלכער טאג זאל זיין דער נייער חודש, צי נעכטן צי היינט, ע"פ דער מולד פונ'ם לבנה און א מולד זקן איז נדחה. ווען די חדשים וואלטן זיך געטוישט מיט'ן שעה, מאכט שוין נישט אויס וואספארא צייט דער מולד איז געווען, צי מ'קען מקדש זיין יענעם טאג אדער מארגן.
לפי זה קען מען זאגן, אז דער שרעק פון משה רבינו צי דער חודש איז משעה לשעה און נישט מיום ליום איז דער זעלבע ווי דער קישוי וואס משה רבינו האט געהאט מיט'ן מולד, טאמער מ'איז מקדש טאקע נאר פון טאג צו טאג, וועט מען קיינמאל נישט רעכענען די מולד האמיתי מיט די מולד האמצעי, און מ'וועט בלייבן בלויז מיט דעם מולד האמיתי, און כאמור, מסברא דארף זיין פארקערט אז דער עיקר איז דער מולד האמצעי, און אזוי שטימט דער פיוט אינגאנצן, עיי"ש אין יענעם פיוט וועסטו זען אז די גאנצע זאך איז געווידמעט אויפ'ן נתקשה משה בצורתו של לבנה. כנלע"ד. א כשר'ן פרייליכן יו"ט פאר דעם עם חכם ונבון.
זייט 142
טעקסט
מללששבםווןש
'שם לשון מלבוש' האבן איינע פון די טעמים פון דורכגעמאכט גלגולים פון די חרדים זיך אנצוקליידן מנהגים און הלכות. פון א אין 'לבושי חרדי' שטאמען מיטאס איז עס געווארן פון דעם מדרש וואס אן אפיציעלע לעגענדע, רעכנט אויס דריי אדער און פון לעגענדעס זענען פיר זאכן שבזכותם
ציור: גדי פולק
געווארן מנהגים, און נגאלו אבותינו ממצרים.
דערנאך הלכות, און אזוי איינס פון זיי איז 'שלא אויך פארקערט, כל אחד שינו את לבושם'. מער בגלגול דיליה.
באקאנט אלס "שם, לשון,
פרייוויליג
וויאזוי קען מען וויסן מלבוש". אבער פאר די רעדאגירט:
וואס עס איז א מנהג און וואס ווייסן נישט, טרעפט ונבנתה העיר וואס איז א גדר? וואס מען נישט אזא מאמר איז א מנהג המקום, און אין גאנץ חז"ל. דורכאויס ווען איז עס מנהג העיר? די צענדליגע מאל וואס פארוואס גייען אנשי תימן עס ווערט דערמאנט אין מיט גלימות אין די זעלבע צייט מאמרי חז"ל איבער די וואס חסידים גייען מיט שלייקעס? ענינים, טרעפט מען נישט והנה, לויט וויאזוי חרדים ווערן אזא סדר פון שם, לשון, מלבוש.
מחונך, איז בזכות שם לשון מלבוש מען טרעפט אבער ענליכע מאמרים, נגאלו אבותינו ממצרים. און לויט אונזער למשל: "שלא שינו את שמם, לשונם, השקפה ודמיון ]פון די גירסא דינקותא[ לא גילו סודות שבהם, ולא היו פרוצים בעריות". אדער קען זיך דוכטן אז אידן אין מצרים זענען געגאנגען מיט ריפסענע טרעפט מען אן ענליכער מאמר ווי:"בשביל ד' דברים נגאלו ישראל בעקיטשעס און ווייסע זאקן )כדי שלא יצחק הקורא, אין חדר זאגט ממצרים, שלא שינו את שמם ושלא שינו את לשונם ושלא גלו סודם מען אז דתן ואבירם זענען געגאנגען מיט שטריימל און בעקיטשע(. ושלא הפקירו נשותיהן". וואס זיי מיינען: שם לשון סוד, אדער שם מען האט זיך ארומגעדרייט מיט האלבע שיך און געפעפערטע הויזן. לשון עריות.
איינער האט געהייסן עקיבא, און א אנדערע האט געהייסן ירוחם עס איז איבריג מאריך צו זיין אז אפגעזען אויב דאס האט א מקור אלקנה, די מיידלעך האבן געטראגן נעמען ווי שפרינצא אדער אדער מסורה, זענען די דריי יסודות "שם לשון מלבוש" די סודות פון יענטא. און מען האט גערעדט א פליסיגן אידיש אין לאנד מצרים. דעם עם היהודי. מיר האבן אנדערע נעמען, מיר רעדן אנדערש, און אבער די מציאות איז אנדערש, אידן זענען געווען משוקע במ"ט מיר קליידן זיך אנדערש.
שערי טומאה. זיי האבן אפשר געהאט אנדערע נעמען )וואס מיינט פארשטייט זיך, אז עס איז אוממעגליך אויסצולופטערן אין 'אידישע נעמען', וועלן מיר באלד רעדן(, זיי האבן לויט געוויסע אזא באגרעניצטע ארטיקל א נושא וואס כמה קולמסים נשתברו דיעות גערעדט מצרי'ש, און זענען לויט אסאך הוכחות געגאנגען ע"ז. יעדע איינס פון די דריי גדרים האט א ריזיגע היסטאריע פון מיט גויאישע קליידער.
טראדיציעס און איבערגאנגען וואס ציט זיך שוין הונדערטער און ווי שוין ערווענט אויבן בין איך אריין אין א סוגיא וואו די גרעניץ טויזענטער יארן.
הענגט צווישן הימל און ערד. די סוגיא איז אזוי ברייט און טיף אין דעם איז פארבינדן הלכות, מחלוקות, מסורות, ומנהגים. ווען )טיילמאל שמאל און לענגליך( אזש מען קען דעבאטירן וועלכע איז די נאמען 'ירוחם' געווארן א אידישער נאמען? ווען איז אידיש גלגולים זענען געווען מער, גלגולי אדם אדער גלגולי שם לשון ארויסגעפאלן פון די לשון עם זר? און וואס טוט זיך מיט די מצוה מלבוש. דערפאר וועלן מיר נאר אנכאפן דעם שפיץ פונעם אייזבארג. און שכר המדבר בלשה"ק? פארוואס האבן די אידן נישט גערעדט אט קומט כאפן א שפאציר איבער די דריי יסודות פון "שם לשון קיין לשה"ק אין מצרים? וואס מיינט טאקע שלא שינו את לשונם?
מלבוש". און לאמיר זען וואו מיר וועלן אלס אנקומען.
און ווען איז א בעקיטשע געווארן א לבוש?
זייט 143
טעקסט
~ שם ~
הגאון רבי משה פיינשטיין זצ"ל שרייבט אין אגרות משה )או"ח ח"ד( א חידוש גדול מאד. לויט אים איז נישטא קיין שום חיוב זיך צו רופן מיט א אידישע נאמען. די חיוב איז געווען נאר בדור ההוא און נישט פאר אלע דורות הבאים. ער שרייבט נאך מער, אז די גאנצע ענין פון שם ולשון האבן אידן נאר געטון לפי שעה ווייל עס איז נישט געווען קיין גרויסע חילוק פון אידן און די בני נח, בפרט ווען רוב אידן האבן געדינט ע"ז, און האבן נישט געהאט קיין גע'מל'עטע קינדער. ער לייגט צו אז דערפאר איז נישט דא קיין שום חיוב נאך מתן תורה מקפיד צו זיין דערויף. וזה מתק לשונו:
והנה יש מקום לומר דזה ששיבחו חז"ל )ויק"ר ל"ב( בגלות מצרים שלא שינו את שמותן הוא לקודם מתן תורה, שלא היה היכר גדול בשביל קיום המצות דבני נח, ובפרט שחלק גדול מישראל עבדו ג"כ ע"ז, ורובן לא מלו את בניהם עד סמוך להגאולה. כשהיו צריכין לאכול הפסח שמל אותן יהושע, ומשמע שהיה רוב גדול לבד שבט לוי שהם מלו את בניהם כדכתיב ובריתך ינצורו בברכת משה. ואף שפרש"י על אלו שנולדו במדבר היה זה גם במצרים כמפורש במדרשות, שלכן בשביל האמונה שיגאלו ורצו שיהיו ניכרין שהם ישראל הנהיגו להקפיד שלא ישנו את שמם ולא ישנו את לשונם ומטעם זה שייך זה להגאולה משום שבשביל אמונת הגאולה הקפידו על זה, אבל אחר מתן תורה אין לנו חיוב מדינא וגם לא מעניני זהירות ומוסר אלא מה שנצטוינו התרי"ג מצות לדורות והמצות שנצטוו לשעה וכפי שנאמרו בתורה שבעל פה. ולכן לא הקפידו ע"ז רבותינו דהא אף עניני זהירות ומוסר ומעלה נמי נאמרו מסיני עיין בריש פרקי אבות ברע"ב ולא היה זה בקבלה שכן איכא מעלה גם אלאחר מתן תורה אלא שבזכות זה נגאלו אבותינו שאפשר לפרש שהיה מעלה ודבר טוב רק אצלם כדלעיל ולא אחר מתן תורה. ואף שמסתבר כן מסתפינא לומר זה בלא ראיות גדולות". עכ"ל.
הגר"מ נעמט עס עד כדי כך אז ער פסק'נט להלכה אז ווען מען שרייבט נעמען אין א גט, זאל מען שרייבן המכונה בשם. ווייל די נעמען זענען נישט קיין געהעריגע אידישע נאמען.
אין גמרא גיטין איז דא אן אינטערסאנטע שקלא וטריא איבער עדים וואס קומען חתמ'נען א גט און האבן גויאישע נעמען: איתיביה גיטין הבאים ממדינת הים ועדים חתומים עליהם אע''פ ששמותיהן כשמות עובדי כוכבים כשרין, מפני שרוב ישראל שבחו''ל שמותיהן כשמות עובדי כוכבים.
עס איז משמע פון די נידון הגמרא אז אידן פלעגן טראגן גויאישע נעמען. גראדע זאגט רש"י אויפן פלאץ: ולא ידעינן אי עובדי כוכבים נינהו או ישראל. סא לויט רש"י מיינט עס גאר עפעס אנדערש.
~ לשון ~
בצאת ישראל ממצרים, בית יעקב מעם 'לועז', עס זעט אויס ווי דער פסוק טוט מדגיש זיין אז יעדע שפה וואס איז נישט לשה"ק, איז א לשון נכרי. לויט מדקדקים ליגט דאס אין "היתה ליהודה קדשו", און דאס איז דוקא "לשון הקודש". וועגן דעם ווערט אפילו אידיש אנגערופן ביי אסאך א לשון עם זר. און אזוי טאקע ווערט געברענגט אין רמ"א.
לשון קען מיינען "לשון הרע"
דער מאור ושמש אויף די פירוש הגדה פרעגט, אויב האט מען א גאנצע צייט גערעדט לשה"ק האט מען דאך זיכער גערעדט א לשון אחר צו די וואס האבן נישט פארשטאנען לשה"ק. ער שרייבט: "גם מהו גריעות שינוי הלשון"? און ער רעדט א לענגערע שמועס איבער די פגם הלשון, און זאגט אז די עיקר באדייט פון שינו לשון איז, אז מען היט דעם מויל פון לשה"ר וניבול פה: "ואז אף אם ידבר בשארי לשונות דבוריו הם בכלל לשון הקודש".
מען טרעפט אויך ענליכס אין ויק"ר )פרשת אמור( אז איינע פון די שלש סיבות איז לשה"ר: "שלא שינו את שמן ולא שינו את לשונם ועל ידי שלא אמרו לשון הרע ועל ידי שלא היה בהן פרוץ ערוה". פארוואס איז אידיש נישט קיין לע"ז?
אין א צווייטע שמועס האב איך אמאל געשריבן איבער פארוואס מיר מעגן רעדן אידיש, און פארוואס דאס הייסט נישט קיין לע"ז. אידיש איז א שפראך געבויעט אויף די לאנד'ס שפראך. דארט וואו אידן האבן געוואוינט האט מען גענומען די ארטיגע שפראך און עס משבש געווען צו א.ג. "אידיש".
לאמיר אייך אריבערפירן צו א היסטארישע נאטיץ בוך, מיטן נאמען נוטריקון. אין די שפאלטנס פונעם ספר וועט איר זען - וואס אסאך ווייסן שוין - אז עס איז געווען "פיר ערליי" אידישן.
דאס ווייזט קלאר אן, אז דורכאויס די לעצטע הונדערטער יארן דארט וואו די אידן האבן געוואוינט און געוואנדערט, האבן זיי איבערגעטוישט די ארטיגע שפראך צו זייער אייגענע אידיש, כדי נישט צו רעדן די "לשון העכו"ם". און דאס איז וואס "אידיש" איז. ער באציהט זיך צו א ספר מיטן נאמען "פרעמיר פייאט" און פרובירט מסביר צו זיין מיט וועלכע שפראך די ספר איז געשריבן געווארן אין די דעמאלטס'דיגע תקופה.
וזל"ש: בעמוד אחד פיוט באותיות עבריות, ובעמוד שמולו תרגומו לצרפתית. הפיוטים בספר נכתבו בשפה נשכחת שנקראת "יהודית-פרובנסלית". בשפה זו דיברו וכתבו יהודי הקהילות בפרובנס )דרום צרפת(. בדומה ל"יידיש" שמבוססת על הגרמנית, ה"לאדינו" שמבוססת על הספרדית, וה"ערבית-יהודית" שהיתה מבוססת על הערבית, כך גם ה"יהודית-פרובנסאלית" היא ניב יהודי המבוסס על הצרפתית ועל השפה האוקסיטנית המדוברת בדרום צרפת. ע"כ. היוצא לנו מכל זה, אז מיר געפינען פיר ערליי אידיש: א( אונזער אידיש וואס איז געבויעט אויף גרמנית, ב( לאדינו, וואס איז געבויעט אויף ספרדית, ג( ערבית-יהודית וואס איז געבויעט אויף אראביש, און ד( יהודית פרובנסאלית, וואס איז געבויעט אויף צרפתית און אויף אוקסיטנית.
זייט 144
טעקסט
יעצט אז איך האב אייך דערמאנט אז אידיש איז צוטיילט געווארן פיר מאל דורך כלל ישראל, וואס אידן האבן דאס געטוהן מיטן צוועק נישט צו רעדן די "לשון העכו"ם", וועט איר פרעגן פון וואנעט ווייס איך אז מען האט עס געטוהן מיט דיזע תפקיד.
וועל איך אייך נעמען אויף א פרישע שפאציר, דאסמאל איבער די ברעגן פון משכיל אל דל פון הקנאי ר' הילל מקאלאמייא, דארט וועט איר טרעפן אז דאס וואס איך האב געזאגט איז זאת ועוד, נישט נאר מען האט איבערגעפלאנצט לשה"ק צו אידיש כדי עס כשר צו מאכן, נאר מען האט געטוישט גאנץ דויטש צו אידיש, אויף אן אנדערע דיאלעקט, און אן אנדערע אקצענט, מיטן ציל נישט צו רעדן בלשון העכו"ם:
עיין חתם סופר אבן העזר )ח"ב סימן י"א( וז"ל, גם המה היו בקיאים בלשון לע"ז ובכוונה שבשו הלשון מגזירות לשונם )ירושלמי שבת דף ו' וקראו לפעסטה פעסט( עכ"ל. אם כן היהודים הדרים בין אומות העולם ובניהם אחריהם אשר נולדו ונתגדלו שמה, על כרחך מדברים בלשונם, וכדי שלא יהיו עוברים על גזירה משמונה עשר דבר שאחת מהן הוא שגזרו על לשונם, )משום שידעו וראו והבינו שברוב הימים אם שפה אחת לכולם, יהיה מביא דבר זה לקירוב ודיבוק והתערבות עמהם ולבסוף מביא זה לדרכי עבודה זרה כדאיתא בתנא דבי אליהו )סוף פכ"ג(, משום הכי עשו מה שביכולתם ובכוונה שבשו אותו הלשון, דהיינו שמשבשים הלשון לע"ז ואינם מדברים אותו כראוי )פאטער-פאאטער, אנקעל-פעטער, טאנטע -מומע, גראספאטער-דעדע, בראט-ברויט(, וכן משבשים אותו עוד מצד אחר דהיינו שמערבים עמו כמה תיבות מלשונות אחרות, מלשון הקודש, מתרגום, )אפשר, חלילה, שעה, האלבע שעה, ברכה זאגן, תפילין לעגין, חס ושלום, בלי נדר, מזל טוב, חתימה טובה, שנה טובה( וכיוצא בו, מעתה יש )ריינדייטש שהוא גויש דייטש, ויידיש דייטש(, ובזה יצאו משום גזירות לשונם, שהרי עתה מרוחקים המה זה מזה, שהרי הלוע"ז או הנכרי המדבר מנעוריו )ריינדייטשֶ( אינו מבין )יידיש דייטש)ֶ כשמערב עמהם לשונות האלו )חרטה, בעוה"ר(.
אידן האבן אריינגעצווינגען לשון הקודש, איבערגעמאכט די ארטיגע שפראך, כדי נישט צו רעדן די לשון העמים. אידיש איז בלויז אן איבערגעמאכטע געטוויקעטע שפראך, און איז דירעקט געצילט געווארן צו כשר'ן די ארטיגע שפראך.
~ מלבוש ~
ר' ראובן מרגליות שרייבט אז ער האט געטראפן איין מקור וואו עס שטייט "שלא שינו את לבושם", און דער מדרש געפינט זיך אין תנחומא ישן פרשת בלק. אויך איז דא א פסיקתא זוטרתא )לקח טוב שמות( וואו עס שטייט גאר אן ענליכע לשון: "והוצאתי אתכם, והצלתי אתכם, וגאלתי אתכם, ולקחתי אתכם, כנגד ד' זכיות שבידם, שלא שינו את לשונם, ולא חילפו את שמלותם, ולא גילו את סודם.
לויט דעם רמב"ם גייט אריין לבוש הגוי אין "ובחוקותיהם לא תלכו". אבער דער רמב"ם ערקלערט וואס דאס הייסט לבוש הגוי: אין הולכין בחוקות העובדי כוכבים ולא מדמין להן לא במלבוש ולא בשער וכיוצא בהן שנאמר ולא תלכו בחוקות הגוים ונאמר ובחוקותיהם לא תלכו ונאמר השמר לך פן תנקש אחריהם הכל בענין אחד הוא מזהיר שלא ידמה להן אלא יהיה הישראל מובדל מהן וידוע במלבושו ובשאר מעשיו כמו שהוא מובדל מהן במדעו ובדעותיו וכן הוא אומר ואבדיל אתכם מן העמים לא ילבש במלבוש המיוחד להן ולא יגדל ציצית ראשו כמו ציצית ראשם ולא יגלח מן הצדדין ויניח השער באמצע כמו שהן עושין וזה הנקרא בלורית ולא יגלח השער מכנגד פניו מאזן לאזן ויניח הפרע מלאחריו כדרך שעושין הן ולא יבנה מקומות כבנין היכלות של עכו"ם כדי שיכנסו בהן רבים כמו שהן עושין וכל העושה אחת מאלו וכיוצא בהן לוקה. פון דעם רמב"ם איז משמע אז דאס גייט ארויף בעיקר אויף סטייל. אזוי איז אויך משמע פון די דוגמות וואס דער רמב"ם ברענגט אז זאכן וואס די גוים פלעגן טון פאר ע"ז טאר מען נישט נאכטון. און דאס זענען די סטיילס פון די האר.
לבוש קען מיינען "ציצית"
דער ריטב"א שרייבט אין דער פירוש הגדה, אז לבוש מיינט נישט אז זיי האבן געהאט א בגד מיוחד, נאר מען האט דערקענט דורך א געוויסע מלבוש אז זיי זענען אנדערש, און דאס קען זיין אפילו ציצית, וז"ל: שהם ניכרים במלבושיהם ובעניניהם כגון ציצית בבגדיהם וכיוצא בו. אומנם אין כאן בגד מיוחד ,אך יש היכר ללבוש היהודי ע"י ציצית.
אבער דברי הריטב"א זענען צ"ע, ווייל אידן האבן נישט פארמאגט קיין ציצית פאר מתן תורה.
פארוואס ווערט נישט דערמאנט אין די תורה דער ענין פון שם לשון מלבוש?
חז"ל דערציילן אונז אז ווען די אידן זענען געווען אין מצרים האבן זיי עובר געווען אויף אסאך עבירות. אבער עס איז געווען איין עבירה פון וואס אידן זענען געווען נקיים און דאס איז געווען ג"ע. ווען אידן זענען ארויס פון מצרים האבן די מצריים געלאכט פון זיי: עטץ האלטס זיך פאר דעם עם ה', עטץ מיינטס אז מיר האבן נישט געוועלטיגט אויף אייערע ווייבער?
אבער ג-ט האט מעיד געווען אז זיי זענען שבטי י-ה, "חנוך משפחת החנוכי, לפלוא משפחת הפלואי". מען קען טאקע זען אז די זהירות פון עריות איז איינע פון די פיר זאכן פארוואס אידן זענען אויסגעלייזט געווארן. "בזכות ד׳ דברים נגאלו ישראל ממצרים וכו', ולא נפרצו בעריות".
אויב טראכט מען אריין איז דאן געווען פאר מתן תורה, און עס איז נישט געווען אן איסור פון חתונה האבן מיט א מצרי. די אבסענסי פון עריות איז געווען זייער פערזענליכע הרגשה! און מען זעט אז דאס איז געווען איינע פון די סיבות הגאולה.
הקב"ה געזאגט פאר יחזקאל: ואעבור עליך ואראך מתבוססת בדמיך. בשעת אידן זענען אויסגעלייזט געווארן און זענען געווען נאקעט פון מצות, זענען זיי אויסגעלייזט געווארן בזכות מצות דם מילה און מצות דם פסח.
זייט 145
טעקסט
לויט אונזער השקפה ליגט די מהות פון א איד אין 'לא שינו את לשונם, ולא שינו את לבושם'. וואס דורך דעם זענען אידן געראטעוועט געווארן פון עריות אין מצרים.
יעצט לאמיר פארשטיין אויב זענען די זאכן אזוי חשוב פאר ג-ט דאן פארוואס שטייט דאס נישט בפירוש אין די תורה? מיר געפינען גראדע ענליכע מושגים אין די תורה, צב"ש: לא תלבש, אדער לא ילבש, דאן פארוואס האט ג-ט ב"ה אונז נישט באפוילן אין די תורה נישט אנצוטון מלבושי גוים?
עס איז דא א באקאנטע מעשה פון א איד וואס האט געבעטן אז ווען ער שטארבט זאל מען אים באערדיגן מיט די קליידער פון א גלח. נאך צוויי יאר האט מען געעפענט זיין קבר און מען האט אים געטראפן גאנץ מיט זיינע קליידער.
קיינער האט נישט פארשטאנען וואס האט פאסירט.
שפעטער איז נתגלה געווארן די מעשה. איינמאל איז דער איד געווען אין א שטאט זאמלן געלט. איז געווען דארט א משוגע'נער און ער האט אים געזאגט: אויב גייסטו זיך אנטון קליידער פון א גלח און אזוי ארומגיין די שטאט וועל איך דיר געבן טויזנט רובל. דער איד האט מסכים געווען.
דער איד האט געטראפן קליידער פון א גלח און האט זיך אזוי ארומגעדרייט אין שטאט. פארשטייט זיך אז יעדער האט געלאכט פון אים, מען האט אים באשריגן און באווארפן מיט קללות נמרצות. אבער דער איד האט זיך נישט דערשראקן און איז ווייטער ארומגעגאנגן אין שטאט. און דער משוגענער האט אים געגעבן די טויזנט רובל.
פאר ער איז געשטארבן האט ער געבעטן אז מען זאל אים מקבר זיין מיט די בגדים, און די קליידער האבן אים אפגעהיטן פון רימה ותולעה.
די מעשה איז א פלא. און למעשה איז טאקע נישט דא קיין שום איסור אנצוטון בגדי גוי. אויב וואלט יענער משוגענער אים געבעטן אנצוטון בגדי אשה וואלט ער עס לכאורה נישט געטון אפילו פאר א מיליאן דאלער. ווייל עס איז מפורש בתורה. אבער לבושי הגוי איז נישט דא קיין שום איסור בתורה.
די זעלבע איז מיטן רעדן ענגליש – נישטא קיין איסור אין די תורה. און אויך איז נישטא קיין איסור זיך צו רופן מיט א גויאישע נאמען.
פארוואס טאקע שטייט דאס נישט אין די תורה?
שם לשון מלבוש איז אן אייגענע השגה אפשר קען מען זיך ארויסלערנען פון דעם א יסוד גדול.
מען רעדט דא פון די מהות עם היהודי. די אירוסין פון כלל ישראל מיטן בורא. 'וארשתיך לי לעולם'. אירוסין האט א באזונדערע צורה ווי נישואין.
ווען מען רעדט פון נישואין, רעדט מען פון שליטה, "והוא ימשול בך". א מענטש אבער האט נישט קיין שום שליטה ווען עס איז די מצב אירוסין. ביי די שלב האט נאך די פרוי א ברירה אויב זי וויל מיט דעם מענטש חתונה האבן. ביידע דארפן מסכים זיין חתונה צו האבן. מען קען נישט מארס זיין א פרוי אן איר הסכמה.
דער ערשטער קשר צווישן ג-ט און עם ישראל איז געווען אירוסין בין השי"ת לעם ישראל. קודם האבן זיי געדארפט האבן עפעס א זכות ישראל מצד עצמם.
דערפאר האט מען זיי נישט געקענט מצוה זיין מיט די מצוות ווי – נישט צו רעדן ווי די גויים. אדער – נישט זיך צו קליידן ווי די גויים, אדער - להישמר מג"ע. דאס האבן די אידן אליין געדארפט משיג זיין.
דערפאר זעט מען אויך אז עס איז נישט מפורש בתורה אז א איד טאר נישט וואוינען מיט א גוי'טע. הגם ס'דא וואס ווילן זאגן אז מען קען עס ארויסלערנען פון די פסוק "לא תתחתן בם". אבער אנדערע זאגן אז דאס גייט ארויף נאר כלפי די שבעת העמים וואס זענען געווען אין כנען.
דער של"ה שרייבט אז די סיבה פארוואס עס שטייט נישט אין די תורה אז מען טאר נישט חתונה האבן מיט א גוי'טע איז, וויבאלד די זאך איז אזוי מיאוס, אז מען דארף דאס אפילו נישט דערמאנען. וצע"ג, מיר אידן לעבן דאך מיט די תורה, ביי די תורה, דורך די תורה. טא וויאזוי קען אינטערמערידזש זיין ענליך צו שם לשון מלבוש וואס איז אויך געלערנט געווארן דורך א הרגשה? )טייל פון דעם שמועס איז אן אינספיראציע פון שיחות הגרש"פ( מנהג, מסורה, והלכה באמת ווען מען שמועסט איבער די נושא פון "שם לשון מלבוש" פאלט מען אריין אין די ענדלאזע נושא פון מסורת אבות. א שמועס וואס איז רחבה מני ים. אסאך מענטשן וועלן טאקע זאגן אז וויבאלד די של"מ האט דורכגעוואנדערט אזויפיל גלגולים דארף מען זיך האלטן צו די משפחה מסורה. אבער דאס נעמט אריין גאר ריזיקאלישע מוח מיסיעס און אבזערוואציעס אפצוליינען די דינע פאדעם פון מסורה און הלכה, און פון א מנהג טוב צו א פאלק'ס לעגענדע.
אבער וויפיל מען זאל נאר וועלן אנעמען, איז אידישקייט פושט צורה ולובש צורה. עס איז ממש אין דור שאין דורו שונה מחברתה. די 'לא תהא מוחלפת' האט באקומען אסאך קרדומס וואס אקערן אין איר אין יעדן דור.
מיר זענען תורה געטרייע אידן וואס ווילן אויספאלגן אלעס וואס שטייט אין תורה שבכתב און תורה שבע"פ, אבער מיר ווילן נישט אויסטראגן שלעכטע גייסטן וואס זענען געווארן מנהגים, אדער שלעכטע נאטורן וואס זענען געווארן א טייל פון מסורה.
מיר פארמאגן תרי"ג מצות, אבער מיר פארמאגן נישט
זייט 146
טעקסט
תרי"ג מלבושים. מנהג ישראל קען זיין תורה, אבער מנהג איז אויך די אותיות גהנ"ם. עס זענען דא מנהגים וואס קענען טאקע מבטל זיין הלכות, אבער פאראן אויך מנהגים וואס ווערן דערמאנט נישט אין ערגעץ, און ווייסן מענטשן נישט אויב דאס איז א מדת חסידות אדער אן עיקר הדין.
דער חיד"א שרייבט אז א מענטש זאל נישט טון קיין שום מנהג ווילאנג ער ווייסט נישט קיין מקור: וזה כלל גדול שלא ינהג שום דבר עד שידע שורש המנהג מרז"ל או מכתבי האר"י זל"ל האמיתיים, או שידע טעם כעיקר למנהג.
אלעס איז געוואנדן אין די מחשבה. טון סיי וועלכע מנהג אן וויסן טעמו ונמוקו איז גארנישט ווערד. עס שטייט אין עבודת הקודש: קיום מנהג בחיצוניות המעשה, ללא הבנת התוכן והמשמעות, אינו מוסיף לאדם בעבודת הקב"ה.
מען זעט ווי שטארק דער רמב"ם האט אלץ פרובירט מחלק צו זיין פון א מנהג און א הלכה, ער נוצט אזעלכע לשונות ווי "אלו דברים שהאבל אסור בהם" אדער "הכל אחד עשר דבר", אדער "הכל חמשה דברים" דאס מיינט, אז וואס עס ליגט נישט אין די רשימות זענען בלויז מנהגים, און האבן גארנישט מיט הלכה.
עס וועט זיין אינטערסאנט צו ברענגן א קורצע מעשה ווי שטארק מען דארף אכט געבן איבער די אויטענטישקייט פון א מנהג.
געווען אמאל א איד וואס איז אריינגעקומען אין א געוויסע שטאט, און איז געגאנגען דארט אין ביהמ"ד דאווענען. בשעת חזרת הש"ץ באמערקט ער אז ביי מודים דרבנן דרייט זיך דער גאנצער עולם אויס צו א געוויסע ווינקל און אזוי זאגט מען מודים.
אזוי האט פאסירט טאג נאך טאג, און דער איד איז געווען אויסן געוואויר צו ווערן וואס איז פשט פון דעם מנהג העיר אז דער גאנצער עולם דרייט זיך אויס צו א געוויסע וואנט און אזוי זאגט מען מודים דרבנן.
נאך א דרישה וחקירה איז ער געוואויר געווארן אז יארן צוריק פלעגט צו זיין אויף איין וואנט א גרויסע טאוול מיט די מודים דרבנן, און במשך הימים האט זיך דאס טראנספארמירט פון א סיבה צו א מנהג.
לבוש איז בין אדם לקונו די נוסח וואס גייט ביי אונז חרדים איז, אז קליידער פארציילן וואס עס ליגט אונטער איר. מענטשן באפאסן זיך צו מענטשן לויט זייערע קליידער. אין דער אלגעמיינער באדייט פון א קלייד מיינט דאס קלאסיש אדער פויעריש. אבער ביי אונז מיינט דאס פרום אדער בעלבאטיש, ערליך אדער נישט ערליך, צוקוועטשט אדער אויפגעקלערט.
עס איז הימל און ערד וויאזוי מען האט ארויסגעצויגן די באדייט פון אונטער די ווארט מלבוש אז פון מלבוש איז ארויסגעוואקסן א דור
של עמי הארצים וואס שווימען ארום אין גרויסע חאלאטן וואו די לבושים אנטשיידן צווישן 'הרב' אדער 'אבן יקר'.
פון א גדר איז געווארן א בנין, און פון א בנין איז געווארן א גדר. די גאנצע גאותו של יהודי איז געווארן א פעלץ, און די פנימיות היהדות האט זיך גע'שמד'ט צו שטותים והבלים פון ווייסע זאקן און שטריימלעך.
אידן פלעגן גייט מיט שמאטעס און גלימות, און מען האט געשריבן רוב בלעטער פון תורה שבע"פ בורפיסיג.
די לבושים פון אונזערע זיידעס זענען געווען נייע שמאטעס קעגן אלטע שמאטעס. מען איז געליגן אין אידישקייט, מען איז געליגן אין 'עבודת ה' בשמחה ובטוב לבב'. קיינער האט נישט געמאסטן יענעמ'ס קלייד, און קיינער האט נישט אפגעשאצט יענעמ'ס ערך לויט וויפיל שמאטעס ער האט געהאט.
די וועלט האט זיך משפר געווען, און קליידער האבן באקומען א צורה שלימה. פון אמאליגע לבושי הגוי וואס טייל זענען געווען דעזיגנירט פאר ע"ז, האט זיך ערווארבן א וועלט פון שמעקעדיגע קליידער וואס האט נאך דעם בעל פעור קיינמאל נישט געזען. סאמעט'ע קראגנס און זיידענע רעקלעך האבן פלוצלינג באקומען א נייע טעסטעמענט. מענטשן ווערן דערהויבן און דעגראדירט לויט די קאליר פון זייערע שיך )ווייטער די גאנצע חומרא פון ערקתא דמסאנא, אז מען זאל אפילו נישט גיין די זעלבע צורה פון די שיך בענדל פון זיי, איז אך ורק העובדים עבודה זרה(.
די נייע טעסטעמענט האט געמאכט די קליידונג פאר די גאנצע פנימיות של יהודי. א שטריימל וואס האט געדינט אלס א טאקען איז געווארן די סאמע הייליגסטע לבוש ביי חסידים.
קיינמאל אין היסטאריע האט נישט פאסירט אין כלל ישראל אז לבוש זאל מאכן פראקציעס צווישן אייגענע שכנים. מענטשן וואס דרייען אנדערש די פיאות, אדער פארמאגן אן אנדערע משבצת אויף זייערע היטל ווערן פארפרעמדעט פון די אייגענעם סביבה.
אין רעזולטאט פון מאכן דעם חיצוניות פאר די מבט הרוחני, איז די לבוש געווארן א נחלת החרדי, וואו יעדער שאינו יודע ספר און בור ריק באהאלט זיך אין אן איצטלא דרבנן, אונטער א גרויסן סאמעטע הוט, און רייטן אויף אנדערע וואס ווילן זיך נישט בוקן צו די עבודה זרה פון לבוש.
מיר פארמאגן טאקע א לבוש וואס איז אנדערש פונעם גוי, אבער מיר דארפן זיך נישט אנקליידן "בשחורים ויעשה כל מה שלבו חפץ". ווי ערווענט אויבן זענען די יסודות די פערזענדליכע הרגשה פון דעם עם היהודי, יעדער קען ביי זיך בוחר זיין וועלכע קליידונג עס העלפט אים דאס מערסטע צו צו עבודת השם.
זייט 147
טעקסט
מקורות און טעמים
פרייוויליג
רעדאגירט: , געוואלדיג
אויב אזוי וועט ער אויך אנטון א קלייד פון לינקס אויף רעכטס, און די מנהג פון חסידים איז מקפיד צו זיין אז דער בגד זאל גיין פון אזוי וועט קיינער נישט האבן קיין ספק אז ער איז נישט א איד... רעכטס אויף לינקס. און טעם במנהגם, ווי עס ווערט געברענגט, איז כדי מגביר צו זיין די כח הימין -- וואס דאס איז חסדים און רחמים, עס איז געווען פארשידענע צדיקים וואס האבן מעורר געווען אז אויף די שמאל -- וואס איז גבורה. עס וועט זיין אינטערסאנט מען זאל נישט גיין פון לינקס אויף רעכטס. צווישן זיי ווייסן מיר איז אויסצושמועסן די מקורות און השתלשלות פון אט דער מנהג, איז הה"ק ר' מנחם מענדל מרימנוב זצ"ל איז געווען זייער שארף קעגן דאס יסודותו בהררי קודש? א מנהג אדער א חומרא? האט מען זיך לינקס אויף רעכטס. ער שרייבט אין א בריוו וז"ל; “שחדשים מקרוב טאקע אזוי געפירט לאורך ימי הגלות? בפשטות קען מען זאגן אז באו במנהג חדש של עכו"ם שמהפכין ומניחין צד השמאל של זינט די העמד האט זיך ערווארבן צו שלייקעס אדער קנעפלעך איז הבגדים על צד הימין, ובזה מגבירים השמאל על הימין בעוונותינו אריין די מנהג אין קראפט. ווייל דער גאנצע לבוש פון היינט איז הרבים. ואמנם זאת יאמינו באמונה שלמה כי בזמננו כל הרעות גארנישט אזוי אלט. אלזא ווען האט זיך די פאלקס מנהג אנגעהויבן?
המעוררים על היהודים רח"ל הוא רק מחמת יצר לב האדם יטהו להנאה ותאוה לילך בחוקות ולבושי העכו"ם אשר נאסר עלינו וויפיל מיר ווייסן איז דער מנהג בעיקר שטארק געווען ביי חסידים.
בתורה ובנביאים ובכתובים כענין שנאמר ‘ובחקותיהם לא תלכו' די שטערקסע טעם וואס איז נתונה בידם איז אז מען האט געוואלט ומבואר בכל מפרשי התורה כי הפסוק נאמר על מלבושי העכו"ם." גיין אנדערש פונעם גוי וואס גייען לינקס אויף רעכטס, דערפאר האבן זיי אלס מדקדק געווען צו גיין פון רעכטס אויף לינקס. עס איז אזוי אויך שרייבט דער בעל קדושת יו"ט אין פר' תולדות וז"ל: באקאנט די מעשה אז אין די צייטן פון די ערשטע קריג, ווען די רוסן “אף גם זאת ידוע דאיש הישראלי צריך שיהיה ניכר ומובדל מאומות האבן זיך געגרייט צו דערגרייכן די שטאט, איז געווען א תמימות'דיגע העולם מלכת בדרכיהם ולא לעשות כמעשיהם בענין הלבושים אידל וואס האט געוואוינט אין פולין און דער איד האט געטראכט אשר עינינו הרואות כי אוה"ע יגבירו השמאל על הימין במלבושם וועגן וויאזוי זיך צו ראטעווען. ער האט מורא געהאט אז ער האט ובכל הדברים, לא כן עם הקודש לה' כולם צדיקים זהירים ופרושים נישט וואו צו אנטלויפן ווייל מען וועט אים באלד דערקענען אין מסטרא דימינא מגבירים תמיד הימין על השמאל". און ער ענדיגט זיינע קליידער אלס א איד. פלוצים האט א מחשבה דורכגעריסן אין בדרך הלצה מיט דעם פסוק ‘לא תסור מן הדבר אשר יגידו לך ימין ושמאל', אז דאס זענען בגדים אז די חכמים זאגן דיר אז מען דארף זיין מוח: נאר די גויים האבן דאך קליידער פון לינקס אויף רעכטס,
זייט 148
טעקסט
גיין ‘רעכטס אויף לינקס' איז אויך א מצוה זיך צוצוהערן צו זיי ווייל דאס זענען פון די מצות התורה. למעשה איז שווער צו פארשטיין די הלצה, ווייל פונעם פסוק קען מען ניטאמאל איינזעצן בדרך צחות ‘רעכטס אויף לינקס', עס שטייט בלויז ‘ימין ושמאל'.
און אויב רעדט מען שוין יא פון די פסוק ‘מן הדבר אשר יגידו לך ימין ושמאל'. איז אינטערסאנט צו זען וואס רש"י זאגט; “אפילו מראין לך על ימין שהוא שמאל ועל שמאל שהוא ימין". איז לפי משמעות המדרש איז שווער צו פארשטיין, וויאזוי קען מען מקבל זיין דאס וואס חכמים האבן געזאגט איבער זאכן וואס צווארפן די מציאות? מוז מען זאגן אז דער מדרש האט א טיפערע משמעות. האב איך ערגעץ געזען א דיוק אז מען קען זאגן אז דער מדרש נוצט די לשון ‘מראין' ווייל דער מדרש מיינט צו זאגן אז לפעמים איז די ‘ראיה' היפך מן המציאות. און דוקא די ‘שמיעה' קען מסדר זיין די מציאות. אזויווי למשל ווען צוויי מענטשן שטייען איינער קעגן דעם צווייטן, קומט אויס אז דער רעכטע זייט פון איין מענטש איז דער לינקער זייט פון זיין חבר. דאס הייסט אז עס ווענדט זיך אין פראספעקטיוו. דערפאר דארף מען צומאל אננעמען די פראספעקטיוו פון די חכמים אפילו ווען אן דעם קען עס אויסזען נגד המציאות. בלייבט אונז נאר איבער צו פארשטיין אויב ביי אונזערע נושא איז בכלל דא א פראספעקטיוו.
יעצט, מען זעט אז געוויסע צדיקים האבן געהאלטן אז עס זענען שורה קליפות אויף א בגד וואס גייט ‘לינקס אויף רעכטס'. דער רבי פון רימנוב זצ"ל האט אמאל געזאגט אז אויף איין קנעפל פון לינקס אויף רעכטס זענען שורה הונדערטער קליפות החיצונים. בלייבט נאר איבער צו פארשטיין אויב לינקס אויף רעכטס איז אייביג געווען די סטייל פונעם גוי, איז די שאלה אזוי, וויבאלד דער גוי גייט צופעליג לינקס אויף רעכטס און וועגן דעם גייען מיר רעכטס אויף לינקס, איז אויב וואלט ווען דער גוי געגאנגען רעכטס אויף לינקס, וויאזוי וואלט מען איינגעזעצט לא תסור מן הדבר אשר יגידו לך ימין ושמאל? וואלטן מיר דאמאלט געגאנגען לינקס אויף רעכטס? וואלטן דאן גערוהט קליפות אויף די ‘רעכטס אויף לינקס' בגדים?
מען זעט אז געוויסע גדולים האבן זיך אפילו מוסר נפש געווען אויף דעם ענין פון רעכטס אויף לינקס. מען דערציילט אויף הרה"ק מקלויזנבורג זצ"ל אז ער האט זיך מוסר נפש געווען אין אושוויץ אנצוטון א בגד וואס לויפט נאר רעכטס אויף לינקס, און ער האט נישט געוואלט אנטון די בגדים פון די דייטשן. און ער האט צוגעלייגט אז בזכות זה איז ער געראטעוועט געווארן.
לעומת זה זעהט מען אז אין ליטא האבן רוב גדולים נישט מקפיד געווען אויף דעם ענין. אבער למעשה ווערט געברענגט אין ספר אורחות רבינו אז הגאון בעל קהילות יעקב זצ"ל האט יא מקפיד געווען צו גיין רעכטס אויף לינקס. אבער דאס קען מען נאך פארשטיין מיטן פאקט אז ער איז געווען א קינד צו הייסע הארנאסטייפלער חסידים. אבער דער זעלבע האט הגאון החזו"א זצ"ל אויך מקפיד געווען אויף דעם.
עס אינטערסאנט צו זען אז אויך דער קצות השלחן דערמאנט וועגן דעם אז עס האט קליפות. ער שרייבט “וכן נוהגין בלבישת הבגדים להניח שפת הבגד שמצד ימינו על שפת הבגד שמצד שמאלו. והחכם עיניו בראשו לדקדק בשעת תפירת הבגד שהנקבים
יהיו בצד ימין והכפתורים על צד שמאל ועי"ז יונק צד הימין על השמאל" ע"כ.
אין ספר ‘רב טוב' פונעם ייטב לב ווערט געברענג א פלא פון א מאמר וויאזוי ער האט זיך מתייחס געווען צו דעם ענין. ער שרייבט איבער די מדרש ‘שנגאלו ישראל ממצרים בזכות שלא שינו את שמם את לשונם ואת מלבושם' אז די אידן אין מצרים האבן זיך אנגעטון פונקט ווי די מצריים, אינדרויסן האט מען גארנישט אנגעזען א חילוק, די איינציגסטע חילוק איז געווען אז די אידן האבן זיך אנגעטון פון ‘רעכטס אויף לינקס', ובזכות זה נגאלו ממצרים ע"כ. לויט דעם איז נישט אזוי שווער צו פארשטיין וויאזוי יענע איד פון פוילן איז אויפגעקומען מיט די עצה, ווייל, לפי דבריו של הייטב לב, הייסט א בגד וואס איז פארמאכט ימין על שמאל אן ‘אנדערע לבוש' און איז גענוג גוט צו פארמישן די רוסן אז זיי זאלן מיינען אז ער איז נישט א איד. לפי זה צריך עיון אויב עס איז גענוג צו גיין ימין על שמאל עס זאל נישט הייסן לבוש הגוי צי מען קען אויסער דעם אנטון אלע לבושי הגוי. חוץ מזה, ווי ערווענט אויבן איז די גאנצע מושג פון העמד און קנעפלעך א נייע זאך, דארף מען פארשטיין וואס דאס מיינט אז אידן אין מצרים האבן אנגעטון רעכטס אויף לינקס.
יעצט, אויב זעצן מיר איין אז שמאל על ימין זענען שורה קליפות, דארף מען פארשטיין וואס איז דער הויזן א יוצא מן הכלל? אין ספר טעמי המנהגים שרייבט ער אז ביי די הויזן גייט מען דווקא יא לינקס אויף רעכטס כדי צו געבן אביסל פארן שטן און חונף זיין דעם שטן אז ער זאל נישט מקטרג זיין אויף אידן. דארף מען פארשטיין מאי שנא העמד מהויזן, וויאזוי קען זיין אז אויף ‘לינקס אויף רעכטס' בגד זאל די חיצונים אנטלויפן? יעצט, לויט דעם מהלך דארף מען פארשטיין פארוואס עס הייסט נישט חוקת הגוי ווען די גויאישע פרויען גייען יא מיט ‘רעכטס אויף לינקס'? זאת ועוד, אפשר קען זיין אז די סיבה פארוואס גויים גייען מיט לינקס אויף רעכטס איז כדי צו מאכן א חילוק צווישן די העמעדער פון מענער און פרויען. און צופעליג האט דער מאן לינקס אויף רעכטס. און וואס וואלט פאסירט אויב די מעשה וואלט געווען אנדערש וואלטן מיר געטראגן לינקס אויף רעכטס?
דא האט איר א בילד:
לויט דיIANTBאיז די לאגישע סברה פארוואס פרויען גייען געקנעפלט רעכטס אויף לינקס וויבאלד וויבאלד פרויען פלעגן
זייט 149
טעקסט
אנהייבן צו זייגן פון די לינקע זייט דערפאר איז ‘רעכטס אויף לינקס' געווען גרינגער פאר פרויען מניק צו זיין די קינדער. איז לויט דעם דער לינקס אויף רעכטס געווען מבוסס אויף א פארשטענדליכע סיבה, און די מענער ווידער האבן אלס א סימן געטראגן לינקס אויף רעכטס. לויטאן אנדערע השערהאיז די סיבה וויבאלד מענער זענען ע"פ רוב גערעכטע, דערפאר האט מען אלס פראקטישקייטגעקנעפלט אזוי אז מ'זאל זיך קענען באגיין מיט די רעכטע האנט.
איינער פון די אנדערע טעאריעס איז אז נאפאליען האט איינגעפירט אז פרויען זאלן גייען אנדערש. וויבאלד מענער האבן געהאלטן זייערע שווערד אין די רעכטע האנט, איז דאס זיי געווען גרינגער צו באהאלטן די שווערד אונטער די קלייד ווען עס איז לינקס אויף רעכטס. דערפאר האט ער פארארדענט אז אלע פרויען זאלן גיין פון רעכטס אויף לינקס אז זיי זאלן נישט קענען קאנטער-אטאקירן.
המשך מעמוד 89
נאכ'ן חורבן איז ער געווארן א נאדל-מאכער, ארעם ווי דער גלות, געוואוינט אין א כאטקע פון אש און ליים, געלערנט און געלערנט און זיך דערלערנט נישט נאר כל חכמת התורה נאר אויך מאטעמאטיק און אסטראנאמיע.
שיכטן ביים פאלק, און ביי די גדולי ישראל
די לעצטע געשעענישן ביי כלל ישראל האט צוזאם געברעגט די פארשידענע נטיות און תכונת הנפש און כל ערליי מצב רוח. ס'הערשט טאקע אן אחדות, אבער אין דער זעלבער צייט דארף ווייטער אנגיין די פארשידנארטיגקייט צווישן די פשוט'ע-ארעמע און די רייכע וואס איז געווען שארף אנגעצייכנט אין ירושלים פאר'ן חורבן. ביים ליינען קריאת שמע של ערבית, האבן אליעזר בן עזריה און רבי טרפון זיך אנגעלענט, אבער זייערע חברים נישט. אליעזר בן הורקנס האט זיך גע'עקשנ'ט ביי א ברית מילה שחל בשבת אנצוגרייטן די כלים אום שבת; יהושע בן חנניה האט געהאלטן אז מ'דארף עס אנגרייטן ערב שבת. רבי גמליאל שיקט נישט זיינע קליידער צו א גוי'שן רייניגער פון מיטוואך פאר שבת, אלס א חשש אז דער גוי וועט רייניגן זיינע בגדים אום שבת; די חכמים האבן נישט מסכים געווען מיט אים. די מחלוקות זעען אפשר אויס ווי דברים של מה בכך, אבער אז מ'איז זיך נישט מתעלם זעט מען די געזעלשאפטליכע דיפערענצן פון וואנעט די פסקים שטאמען. רייכערע חכמים וואס האבן מתיר געווען להביא כלי מילה בשבת זענען על פי רוב געווען פון דער פירערשאפט אין בית המקדש, און האבן געברענגט מיט זיך די געוואוינהייט פון זייער מנהג אין בית המקדש. זיך אראפלייגן אין בעט צו ליינען קריאת שמע קומט פון דער נאטירליכער דארפישער געוואוינהייט זיך צו לייגן פרי. רייכע לאנד-אייגענטומער האבן דעם הרגל געברענגט מיט זיך אין ישיבה. דער זעלבער לאגיק איז נוגע כלפי זמן קריאת שמע של ערבית, וואו דער רייכער רבי אליעזר האט געהאלטן אז ס'איז נאר עד אשמורה ראשונה, ווידער דער ארעמער רבי עקיבא האט געהאלטן אז מ'קען ליינען א גאנצע נאכט.
און דער פארבלענדטער מהומה פון א פארזאמלונג אין יבנה האט זיך רבי עקיבא צום ערשטן מאל געקערט צו אליעזר בן הורקנס. מסתם ווייל פונקט ווי אים, האט ער אויך אנגעפאנגען לערנען תורה ערשט אויף די עלטערע יארן. אבער טאמער איז דאס טאקע געווען די סיבה דערפאר, האט רבי עקיבא געמאכט א נעבעכדיגן טעות. ווייל דעמאלס, פונקט ווי היינט, איז געווען א מחלוקה צווישן די גדולים וואספארא גייסטיגע פריוויליגיעס ס'קומט זיך פאר ארעמע כולל-יונגעלייט. די בית שמאי, צו וועמען רבי אליעזר האט באלאנגט, האט געהאלטן ס'איז ממש נישט אויסגעהאלטן צו לערנען תורה מיט אן ארימאן. בכל אופן זעען מיר, רבי אליעזר אומר לא נתנה תורה לדרוש אלא לאוכלי המן. תורה איז א ספעציעלע זכות פאר די בעל בתישע תלמידים וואס האבן נישט קיין עקאנאמישע דאגות זיי צו באלעסטיגן. דער יונגערמאן וועמען רבי אליעזר האט מדחה געווען האט באקומען א הערצליכן ברוכים הבאים פון רבי יהושע בן חנניה. רבי יהושע האט אבער נישט געהאט די צייט זיך אפצוגעבן מיט דעם פרישן תלמיד רבי עקיבא וועלכער האט קוים געקענט לערנען, האט ער אים געשיקט צו רבי טרפון וואס איז געווען זיין יארגאנג, און רבי טרפון איז געווארן רבי עקיבא'ס נאנטסטער חבר.
פרייע איבערזעצונג פון אן אויסצוג פון דעם בוך "עקיבא: חכם, צדיק און קדוש", פון דעם גרויסן ראש ישיבה, הגאון אליעזר אריה )לואיס( פינקלשטיין ז"ל.
זייט 150
טעקסט
ציור: יוסי רוזנשטיין
לממדבונ ית וברניהו בשבלנ יה במרןק
וואלווי
רעדאגירט:
בירושלים, לייז אונז שוין אויס פונעם עס איז באקאנט די מעשה פונעם ביטערען גלות ווייל איך שעם זיך שוין גוי וואס האט זיך אמאל משתתף פון דעם גוי...
געווען ביי א סדר אין א יודישע שטוב, על כל פנים, מ'קען זיך פארשטעלען און כדרכם פין ישראל קדושים האט אז מן הסתם נאך אפאר יאר איז דער מען מאריך געווען אין די הגדה ע"ד ערל שוין געווארן היבש א יודע ספר, ער פרד"ס אזוי ווי עס פאסט זיך אינעם האט אליינס ארויס געהאט די גאנצע הייליגסטען נאכט, ביז דער גוי האט סיפור יציאת מצרים בשבעים פנים, שוין נישט געקענט אויסהאלטן נאר און ער האט שוין געקענט ארויס געבען אויף אביסעל רעטעך און חריין און איז א אייגענע הגדה. בדומה לו איז דא א אנטלאפן תיכף פאר שולחן עורך נאך סיפור אז צום נודע ביהודה איז אמאל פאר ער האט זיך געקענט דערכאפן געקומען א מחבר ספר בעטענדיג אן די נשמה מיט א רייכען יום טוב'דיגען הסכמה אויף א חיבור ע"ד דרוש. נאכ'ן מאלצייט.
דורך בלעטערען דעם ספר שמייכלט מ'דערציילט אבער אז ביי דער זיך אונטער דער נודע ביהודה אין פרעגט ווי אזוי קען איך געבען רבין ר' שמעלקא פון ניקלעשבורג זי"ע האט זיך אויך געפונען א א הסכמה אויף א ספר וואס שרייבט אז פרעה האט געהאלטען יש גוי אלס קביעות'דיגע גאסט ביים סדר, און דא איז שוין אנדערש ברירה און המן קנין הפירות כקנין הגוף, עשו האט געהאלטן אי עביד געווען און דער גוי איז יא געבליבען. די סיבה איז געווען, אז בימים מהני און טיטוס אין אדם מקנה דבר שלא בא לעולם, אא"וו. פרעגט ההם האט מען געדארפט פסח אריין נעמען אין די גאנצע עבודת צוריק דער מחבר, דער פרשת דרכים האט דאך אויך מחבר געווען הקודש פונ'ם טאג א שומר מטעם די רעגירונג כדי להוציא מלבם אזא סארט ספר. זאגט דער נודע ביהודה, זעץ דיך אוועק און כ'וועל פון די שונאי ישראל וואס פלעגן פרעדיגען די פארשעמטע בלוט דיר מסביר זיין מיט א משל.
בלבולים אויף יודישע קינדער. אזוי האט דער ערל זוכה געווען צו א גביר מיט זיין קדיש'ל זענען אמאל אריין געקומען אין א מיטהאלטן יאר איין יאר אויס די לילי סדר הארוכים ווי דער ר"ר רעסטוראנט און באשטעלט א סעודת שלמה בשעתו. דאס קינד וואס שמעלקא טייטשט אזוי שיין אויס די גאנצע הגדה מילה במילה, ביז איז געווען היבש אומגעצאכטן האט זיך ערגעץ וואו צווילדעוועט און איין יאר נאכן ענדיגען דער סדר האלטענדיג ביי נרצה רופט זיך אן איבערגעקערט דאס גאנצע מקום. קומט צו דער אייגנטומער אין דער ר"ר שמעלקא, איך בעט דיך הייליגע באשעפער לשנה הבאה
זייט 151
טעקסט
בארוהיגט דעם טאטען אז ער זאל נישט זארגען ווייל אלעס וועט זיין מסודר. וכך הוי, די וועיטערס האבן אלעס אויפגערוימט מיט א שמייכל. אפאר טעג שפעטער קומט אריין א יונגערמאן מיט זיין בנו חביבו און די מעשה שפילט זיך איבער און זיין קינד האט אויך אנגעמאכט א חורבן. דא אבער קומט דער בעל הבית צו שרייען מיט קולי קולות אז דער טאטע זאל צאלן עד פרוטה אחרונה און תיכף פארלאזן דאס געשעפט צוזאמען מיט זיין מציאה. וואונדערט זיך דער יונגערמאן און פרעגט, פארוואס ביסטו משנה בן בין הבנים. שרייעט צוריק דער בעל הבית, דער עושר קומט און באשטעלט גאנצעטע מאלצייטן טאג טעגליך און ביינאכט קומט ער נאך צוריק און הוליעט מיט זיינע חברה איבערלאזענדיג גרויסע געלטער צו לייזען, דערפאר דארף איך פאר אים ליידען. אבער ביי דיר וואס די קומסט אריין איין מאל א יובל און באשטעלען באשטעלסטו קוים, איז די גאנצע עסק יצא שכרו בהפסדו.
פירט אויס דער נודע ביהודה, דער פרשת דרכים האט אונז איבערגעלאזט א רייכען חיבור אויפן רמב"ם, דער באוויסטער ספר משנה למלך וואס איז מלא וגדוש מיט חידושי תורה אמתיים, קען מען אים מוחל זיין אויפן פרשת דרכים. אבער אויף דיר, מיט דיין דריידלעך מיטן פינגער, האמיר גארנישט מרויח געווען חוץ פון אפאר והנה'ס און אכן'ס, אמנם'ס און ועתה'ס, ממילא קאן איך אייך קיין הסכמה נישט געבען. אין דעם גייסט קען מען אביסעל מעיין זיין מתוך שלא לשמה ושלא על מנת לקבל פרס, און פרובירן צו פארשטיין וואס איז געווען די שקלא וטריא אין מצרים צווישען פרעה און די יודן. דער פרעה איז קיין קטלא קניא נישט געווען אין נישט אומזיסט האט ער זיך געהאלטען ביי זיינעם.
אנגעהויבן האט זיך עס אזוי, משה רבנו ע"ה האט זיך ארויסגעלאזט צו פרעה אונטערגעגארטעלט מיטן מטה האלוקים וואס האט געהאט די שם הוי"ה ב"ה אויסגעקריצט אויף דעם, מיטן שליחות פונעם אייבירשטען אויסצולייזען די יודן. ויעשו כן משה ואהרן און די שטעקן איז געווארן א שלאנג. אונזער פרעה איז אבער גארנישט נתפעל געווארן פון דעם נאר ויחזק לב פרעה ולא שמע אליהם כאשר דבר ה'. ער איז גאר געווען א שיטה מענטש אין געלאזט הערן זיין מיינוג. יעצט הערטס צו און האלטס קאפ.
עס איז ידוע די פלוגתא אין חז"ל אויף אסאך פלעצער אז א לשון פון א פסוק וואו מ'קען ליינען א ווארט אן נקודות איין וועג -- דאס הייסט דער כתיב, אדער ליינען מיט די נקודות א צוויטע וועג -- וואס הייסט דער קרי, איז געוואנדען צי מ'זאגט יש אם למקרא דאס הייסט אז דער אויסלייג לויט די נקודות איז דער עיקר, אדער מ'זאגט יש אם למסורת, און די ווארט וויאזוי עס שטייט, אן נקודות, דאס איז דער עיקר. פרעה האט געהאלטן בשיטה אז יש אם למסורת
ווייל די איסור פון משתמש זיין מיטן שם הוי"ה אויפ'ן שטעקן שטאמט פון דעם אז ס'שטייט זה שמי 'לעולם' חסר ו', וואס ליינט זיך 'לעלם', וואס מיינט באהאלטען, ד"מ אז מ'טאר נישט נוצען דער שם המפורש, ממילא איז ער בכלל נישט נתפעל געווארן פון משה מיט זיין גרויס וואונדער. מיט דעם וועט מען גאר פארשטיין פרעה לשיטתיה פארוואס ער האט בשום אופן נישט געוואלט ארויסלאזען די יודן און ס'האט נישט געהאלפען קיין פודינו ומצילנו און אויך נישט קיין צען מכות.
איז אזוי, יודן האבען געדארפט זיין אין גלות פיר הונדערט יאר אזוי ווי ס'שטייט כי גר יהי' זרעך בארץ לא להם ועבדום וענו אתם ארבע מאות שנה. למעשה ווען די פלוגתא פון משה רבנו מיט פרעה האט זיך אפגעשפילט, האט מען נאר געהאלטן ביי צווי הונדערט און צען יאר אין גלות. משה רבנו'ס חשבון איז געווען אז מ'קען משלים זיין די יארן אין די אנדערע גלויות העתידות. פרעה האט דאס אבער אפגעווארפן לשיטתיה אז מ'האלט יש אם למסורת ווייל די גמרא )קידושין י"ח ע"א( ברענגט ר"ש אומר כשם שאין אדם מוכר את בתו לשפחות אחר אישות כך אין אדם מוכר את בתו לשפחות אחר שפחות, אין די גמ' פירט אויס אז ס'איז תלוי צו מ'האלט יש אם למסורת און ווי אזוי מ'ליינט דעם פסוק בבגדו בה. עיי"ש. עכ"פ, פרעה האט מסיק געווען אז יש אם למסורת און מען קען נישט פארקויפן די יודן אין אנדערע גלויות, ממילא קען מען נישט ארויס פין מצרים פאר'ן זמן. משה רבנו האט אבער געהאלטען אז יש אם למקרא און מ'קען יא משלים זיין שפעטער.
מה עשה הקב"ה, ויחזק ה' את לב פרעה און ער האט זיך נישט געבויגען, האט משה פארשטאנען אז ס'געקומען די צייט צו טיילען מכות, און ערשט דא האט זיך אנגעהויבען די ריתחא דאורייתא. ביי די באקאנטע מחלוקה פון תנור של עכנאי )ב"מ נ"ט ע"ב( האט ר' אליעזר פרובירט הימל אין ערד אויף צו ווייזען אז ער איז גערעכט. אזוי ווי די גמ' ברענגט דארט ר"א האט געזאגט אם הלכה כמותי חרוב זה יוכיח, נעקר חרוב ממקומו וכו' אמת המים יוכיחו, חזרו אמת המים לאחוריהם וכו' כותלי בית המדרש יוכיחו, הטו כותלי בית המדרש ליפול וכו' מן השמים יוכיחו וכו'. אבער דא האט ר' יהושע זיך געגעבען א שטעל אויף און הילכיג פרקלאמירט אז תורה לא בשמים היא.
אזוי האט משה רבנו פרובירט אותות ומופתים באדמת בני חם, צעהן מכות אויפצווייזען אז יש אם למקרא, אבער פרעה האלט ווייטער יש אם למסורת און תורה לא בשמים הוא. וועט איהר אודאי פרעגען אפשר איז גאר משה געווען גערעכט אין מ'קען יא א ראי' ברענגען פין אויבן. דארף מען אבער געדענקען אז פרעה איז גאר געווען א למדן לשיטתיה. ס'דא א פלוגתא צו מעשה שמים
זייט 152
טעקסט
עדיף אדער מעשה אדם עדיף. די גמ' זאגט )כתובות ה' ע"א( גדולים מעשה צדיקים יותר ממעשה שמים וארץ ווייל ביי מעשה שמים וארץ שטייט אף ידי יסדה ארץ, און ידי איז א לשון יחיד וואס איז א שוואכערע לשון, משא"כ ביי די ביהמ"ק וואס איז מעשה ידי אדם שטייט מקדש ה' כוננו ידיך מיט א לשון רבים וואס איז א שטערקערע לשון. פרעגט די גמ' ס'שטייט דאך אבער ביי מעשה שמים ויבשת ידיו יצרו וואס איז אויך לשון רבים. ענפערען זיי אז ידו כתיב כשיטת פרעה אז יש אם למסורת אין ממילא איז מעשה אדם עדיף. וכך הוי פרעה האט ווייטער געהאלטן אז וואס טוט זיך פון הימל זאל בלייבן דארט.
והא גופא דארף מען פארשטיין, מהיכי תיתי אז מען פסק'נט טאקע יש אם למסורת און ממילא מעשה אדם עדיף. ברויך מען זאגען אז פרעה האט געפלאכטען זיין שיטה עד כדי אסוקי שמעתתא אליבא דהילכתא. די גמ' זאגט אין סנהדרין )ד' ע"א( אמר ר"י רבי ור' יהודה בן רועץ וב"ש וכו' כולהו סבירא להו יש אם למקרא וכו' און אינעם המשך פון די גמרא ווערט טאקע געברענגט אז ב"ש האלטן יש אם למקרא און אויך אז ב"ה זאגן פארקערט אז יש אם למסורת, און כידוע דהילכתא כב"ה, איז דאך פרעה גערעכט אז יש אם למסורת און די יודן זאלען חלילה נישט פארלאזען מצרים פאר'ן זמן. איי די מכות, אויב מ'האלט יש אם למסורת איז דאך מעשה אדם עדיף. רוקט זיך אבער אונטער דער ליל שימורים שהקב"ה שומר ומצפה לה און פרעה דער בכור זעהט כי כלתה אליו הרעה, האט ער זיך גענומען לויפען ווילדערהייט ארום דעם שטאט מיטן כסות לילה זיכענדיג זיין בר פלוגתא. וואס טוט זיך אבער מיט מסירות נפש פאר זיין שיטה עד כדי הכאה, נישט געזארגט ער פרישט שנעל אויף די גירסא דינקותא און נעמט ווייטער אפיר דעם הלל הזקן הלכה למעשה. דער זעלבער הלל איז דאך געלעגען אויפן דאך פונעם בית המדרש פון שמעיה ואבטליון באגראבן אונטער א בארג שניי אין שבת קודש, און זיינע הייליגע רבי'ס האבן געפסק'נט אז ראוי זה לחלל עליו השבת )יומא ל"ה ע"ב(. מער האט ער נישט געדארפט קיין הוכחות אז דער דין איז אז פיקוח נפש דוחה הכל, יש אם למסורת, מעשה אדם עדיף, שם המפורש, אבי די יודען זאלען זיך גיין געזונטערהייט משלים זיין די גלות ביי א צווייטען.
אבער וואונדער איבער וואונדער, דער למדן קלערט בכלל נישט פון אויפגעבען. וחזקתי את לב פרעה ורדף אחריהם און טאקע דא האט ארויס-געשיינט די גרויסע סייעתא דשמיא. פרעה האט זיך גענומען טאנצן ונהפוך הוא גענוי ווי רש"י הק' טייטשט אין פסוק ויהפך לבב פרעה אז נעכטען האט ער געזאגט קומי צאו מתוך עמי ועכשיו נהפכו לרדוף אחריהם בשביל ממונם, די צוגעזאגטע רכוש גדול וואס יודישע קינדער האבן ערלעדיגט. אבער דוקא דא האט זיך פרעה פארפלאנטערט מיטן יש אם למסורת ל ש י ט ת י ה,
ולקיים מה שנאמר טוב לי תורת פיך מאלפי זהב וכסף האט ער זוכה געווען צו זיין א לוקה ומשלם פאר זיין גרויס לומדות.
די מעשה איז געווען אז די בני ישראל האבן שיין דערהערט דעם דבר נא באזני העם, און ערליך מקיים געווען דעם וישאלו איש מאת רעהו כלי כסף וכלי זהב אזוי ווי די פסוק איז טאקע מעיד וינצלו את מצרים. וואס טוט זיך אבער מיט גזילה, נישט קיין פראבלעם, מ'קנייטשט זיך איין די שטערן מען מאכט אויף א שולחן ערוך און מען פסק'נט אז גזל עכו"ם איז מותר. און פון וואו שטאמט דער דין אז גזל עכו"ם איז מותר, געבט מען זיך אן עצה און מ'טרעפט א מדרש אויף דעם. די פסוק זאגט אלה תולדות שמים וארץ בהבראם, דרש'נט מען בה"א בראם אז דער וועלט איז נאר באשאפען געווארן וועגען די חמשה חומשי תורה, ואלמלא הם לא נתקיימו שמים וארץ. און וויבאלד אן קבלת התורה וואלט די וועלט חרוב געווארן און די עם הנבחר זענען דאך די מקבלי התורה, האבען זיי א דין ווי א מציל מן הנהר און ממילא באלאנגט אלעס פאר זיי, און דערפארהאיז גזל עכו"ם מותר.
איצט קומט מען צו צום עיקר. דאס אז דער אות ה"א שטייט אזוי ארויס אינעם ווארט בהבראם און מ'ליינט עס נישט כפשוטו מיט די געווענליכע נקודות נעמט זיך פון א גמרא )מנחות כ"ט ע"ב( כי בי-ה ה' צור עולמים וכו' אלו שני עולמות שברא הקב"ה אחד בה"י ואחד ביו"ד ואיני יודע אם העולם הבא ביו"ד והעולם הזה בה"י אם העולם הזה ביו"ד והעולם הבא בה"י כשהוא אומר אלה תולדות השמים והארץ בהבראם אל תקרי בהבראם אלא בה"י בראם הוי אומר העולם הזה בה"י והעולם הבא ביו"ד. קומט אויס אז מאן תנא דמשנתנו אז מען דרש'נט די אות ה"א און וועגען דעם האבן די יודען זוכה געווען אז גזל עכו"ם איז מותר, נישט קיין אנדערער ווי אונזער אלטען מאן דאמר יש אם למסורת!
היוצא מכל האמור, אז אונזער חריף ובקי פרעה וואס האט זיך נישט צוטוהן געמאכט פונעם שם הוי"ה ב"ה ווייל ער האט אנגענומען אז יש אם למסורת, נישט ארויס געלאזט די יודן קודם זמנם ווייל אין אדם מוכר לשפחות אחר שפחות, געלאכט פון די אותות ומופתים ווייל מעשה אדם עדיף, מסיק געווען שמעתתא אליבא דהילכתא כשיטת בית הלל, און פארשטאנען אז פיקוח נפש איז דוחה הכל, האט זוכה געווען בהאי עלמא צו שכר מצוה מצוה און מקיים געווען וכי תשלחנו חפשי מעמך לא תשלחנו ריקם, און נאך אריינגעכאפט מיט צו שיקען א געזונטען העניק תעניק לו פאר די זרע קודש אלס צידה לדרך.
זעהט אויס אז ס'געווען נאך א יש אם למסורת וואס נאר די יודען האבען געוויסט. אז מיט א גוי קען מען נישט לערנען קיין ברטנורא...
זייט 153
טעקסט
ווער זענען די עקספערטן?
לאשיצער
אויף דער געשריבענער, קענט איר שוין פון קינדווייז אן.
פון פאך בין איך א לינגוויסט. וואס באדייט דאס? וועל איך אייך איך וועל אייך געבן א דוגמא פון זייער א סובטילן גראמאטישן זאגן. א גאנצן טאג זיץ איך און לערן ― נישט אין כולל, נאר להבדיל כלל וואס אלע ווייסן, אפילו אז קיינער האט עס אייך נישט בפירוש אין אוניווערזיטעט. איך טראכט פון פראזעס, פון זאצן און פרואוו אויסגעלערנט. אין אידיש )און אין רוב לשונות( קען מען צוגעבן אויספלאנטערן זייערע טיפע סטרוקטורן. מיין ספעציאליטעט איז די פאר א סובסטאנטיוו )א זאך-ווארט, א "נאון" אויף ענגליש( וויפל אידישע שפראך און מיין ציל איז אנצואווייזן אויף די ענליכקייטן און אדיעקטיוון מע וויל: אן אלטער הארציגער בעלזער ניגון. א ביליגער חילוקים צווישן אידיש און אנדערע לשונות. די שפראך-געשיכטע רויטער ענגלישער קאר. איך שטעל מיך פאר אז אינטערעסירט מיך אויך גאר שטארק, די דאס איז נאך נישט קיין חידוש...
שינויים וואס האבן זיך אנגעזאמלט אין משך די גראמאטיק פאדערט אבער א געוויסן סדר פון די פארלאפענע יארהונדערטער, וואס פון אדיעקטיוון. און אז מע ניצט אן אנדער סדר, האבן דערפירט צו דעם היינטיגן אידיש. יעדן באקומט מען דאס געפיל אז עפעס שטימט טאג מאך איך עקספערימענטן, איך רעד מיט
ז
נישט, אז די פראזע קלינגט נישט אזוי נאטירליך. מענטשן און ליין אידישע ביכער און אנדערע באמערקט: אין אידיש קען מען זאגן "דער פובליקאציעס ― קאווע-שטיבל בתוכם.
יונגער אמעריקאנער פרעזידענט", אבער "דער שמועסנדיג מיט געבוירענע אידיש-רעדערס אמעריקאנער יונגער פרעזידענט" טויג נישט. האב איך גאנץ אפט געהערט ווי איינער "די אינטערעסאנטע אידישע צייטונג" איז בסדר זאגט וועגן זיינע אייגענע שפראך-ידיעות:
לכל הדעות, אבער "די אידישע אינטערעסאנטע "אוי, פארוואס ווילסטו רעדן דווקא מיט מיר?
צייטונג" קלינגט נישט נארמאל.
גראמאטיק איז נישט מיין זאך. איך האב מיך לינגוויסטן טענה'ן אז דער סדר פון קיינמאל נישט אויסגעלערנט די כללים פון אדיעקטיוון איז אוניווערסאל, ד"ה, מער-אידיש. איך קען זיי נישט געהעריג".
ווייניגער דער זעלביגער אין אלע שפראכן פון דער וועלט. קודם חברה, זייטס וויסן: אלע וואס קענען אידיש פון דער היים כל, נאך דעם ארטיקל )א/דער/די/דאס( אדער פאסעסיוון פראנאם קענען זייער גוט די גראמאטיק! אנישט וואלט מען זיך נישט )מיין/דיין/זיין...( קומט דער ציפער, וויפל זאכן זענען פאראן. "מיינע געקענט פארשטענדיגן ביים רעדן מיט א צווייטן. די גראמאטיק דריי אידישע קינדער" קלינגט פיל בעסער ווי "מיינע אידישע דריי דארף מען זיך נישט אויסלערנען ― די כללים זאפט מען איין קינדער". דערנאכדעם קומען די אדיעקטיוון אין דעם פאלגנדן מיט דער מאמעס מילעך. אמת, די סטאנדארדן פון "שרייבן שיין", סדר: איכות-אדיעקטיוון )גוט, שיין, מיאוס, פעאיג...(, געאמעטרישע "לייטיש" אדער "קארעקט" דארף מען יא איינ'חזר'ן. אבער די עצם פארמען )קייליכדיג, גלייך, פלאך...(, קאלירן )רויט, בלא, גרין...( און "גראמאטיק", וואס איז חל סיי אויף דער גערעדטער שפראך סיי
זייט 154
טעקסט
אפשטאם )אידישע, רוסישע, קאנאדער, מעקסיקאנער...(. דעם סדר האט מען פארמולירט אויפן סמך פון ענגליש, איטאליעניש, כינעזיש און אנדערע, אבער מיר זעען אז ער גילט אין אידיש אויך:
"די פינעף שיינע רונדע גאלדענע שוועדישע מטבעות" - פיין "די גאלדענע שיינע פינעף שוועדישע רונדע מטבעות" - פע! )איר קענט אליין אויספרואוון די אנדערע מעגליכע סדרים.( פארוואס דווקא דער סדר און נישט קיין אנדערער? די לינגוויסטן האבן באמערקט אז די אדיעקטיוון וואס דארפן שטיין נאענט צום סובסטאנטיוו )למשל: "שוועדישע"( באשרייבן אנגייענדיגע )צי פערמאנענטע( שטריכן פון דער זאך, בשעת די אדיעקטיוון וואס שטייען ווייטער פונעם סובסטאנטיוו )למשל: "שיינע"( באשרייבן סוביעקטיווע אדער בלויז דערווייליגע שטריכן, וואס קענען זיך גרינגער טוישן.
פאראן אויסנאמען. למשל, אויף אידיש זאגט מען "די אלטע גוטע צייטן" אבער אויף ענגליש "the good old days". "גוט" און "אלט" געהערן ביידע צו דער זעלבער קאטעגאריע )איכות/קוואליטעט( און דערפאר קען די שפראך-סיסטעם טאלערירן אביסל וואריאציע. אבער אזא סדר ווי "אידישע געזונטע מאכלים" )אן א ספעציעלן דגש אויף "אידישע" אדער אויף "געזונטע"( האט מען נאך נישט אנגעטראפן אין קיין שום שפראך.
נישט אין אלע שפראכן קומען אבער די אדיעקטיוון פארן סובסטאנטיוו. אין פראנצויזיש קומען טייל אדיעקטיוון פארן סובסטאנטיוו, טייל נאך אים. און אין לשון קודש קומען דאך אלע אדיעקטיוון נאכן סובסטאנטיוו )למשל: הימים הנוראים(. דער אויבן דערמאנטער סדר איז חל אין לשון קודש אויך, אבער אין פונקט דער פארקערטער ריכטונג! אין ישראל וועט מען זאגן "המכונית האמריקנית האדומה" )ד"ה, סובסטאנטיוו - אפשטאם - קאליר( און קיין אנדער סדר וועט מען נישט הערן.
אין די קינדער-יארן הערט מען ווי עס רעדן טאטע-מאמע, זיידע-באבע, ברידער און שוועסטער, און בלויז אויפן סמך פון דער )באגרעניצטער( צאל פראזעס און זאצן קריסטאליזירט זיך אויס, אין מוח פונעם קליינעם קינד, א פולע רייכע שפראך. די גראמאטיק איז א גאנצקייט, א קאמפליצירטע סיסטעם פון וואקאבולאר, קלאנגען און כללים. ליינען, שרייבן, זאגן טיפע דרשות דארף מען זיך אויסלערנען. אבער "קענען די גראמאטיק" פאדערט נישט קיין ספעציעלן טאלאנט אדער טרענירונג.
איך האף אז דורך דער קליינער דוגמא )און איך קען זיך ב"ה דערטראכטן צו אסאך אזעלכע דוגמאות( האב איך אייך איבערגעצייגט, אז אלס געבוירענע אידיש-רעדערס קענט איר זייער גוט )אפילו אונטערבאוואוסטזיניג!( די כללים פון דער אידישער שפראך. איר זענט אלע עקספערטן, עכטע בעלי-דקדוק!
המשך מעמוד 105 אזעלכע שיינע מנהגים, מיט אזא זינגען, זאל מען פערשליסען די תורות, וואס עס איז דאך זייער תורה אויך, אזוי ווי זי איז פאר אללע אידין, אין דאס מיידעל ווייל זי איז דאך די עלטערע, האט זיך ארויף געשטעלט אויפען טיש, אין אויס געריפען אז מען זאל נאר צי ווארטען א קליינער עטליכע מיניט, וועט זי גיין ברענגען די שליסלען פין איהר פאטער. זי האט גענימען איהר ברידער ביי דער האנט, אין זיי זענען אהיים געלאפען, צי זייער פאטער נאך די שליסלען.
דער ראש הקהל איז געלעגען אין בעט, אבער נישט געשלאפען. ער האט גיט געוויסט אז מיט די חסידים וועט די זאך מיטן פערשליסען די תורות נישט גלאטיג אן גיין. ער האט געוואלט אז זיי זאלען דעם קאסטען אויף רייסען אים יו“ט, וועט ער האבען א אויס רייד צי זיי אז זיי זענען נישט קיין לערנעס, נישט קיין בני תורה, נאהר פראסטע שכירים, זיי קאנען נאר טרינקען בראנפן, אין טאנצען מיטן רבין זייערען. אין עס איז נישט קיין מצוה זיי אריין צי לאזען אין בית המדרש אריין. אין ווען זיינע צוויי קינדער זענען געקימען צי אים אז ער זאל זיי געבען די שליסלען פין דעם קאסטען מיט די ספרים, האט ער נישט געוואלט געבען, אין זיי געזאגט, אז פאר אזעלכע שכירים דארף מען נישט קיין ספר תורה צי געבען. אבער דאס מיידעל איז געווען בעאייפסערט פין דעם התלהבות, פין דעם זינגען, פין דעם לערנען וואס די חסידים האבען מיט געברענגט אין בית המדרש אריין אין דער צייט פין זייער צי גרייטען צי די הקפות. אין זי האט געזאגט צי איהר פאטער אז זי האלט די מענשען די חסידים פאר די גרעסטע מענשען פין דער וועלט. די ריפסט זיי שכירים, קים מיט אין בית מדרש אריין אין זעה וויפיל בראנפען זיי האבען אויס געטרינקען, עס קימט נישט אויס אפילו א האלב גלעזעל אויף א מענש. זיי זענען שיכר נישט פין בראנפען, נאהר פין תורה, פין חסידות, פין לערנען, קים מיט אינז אין בית המדרש, אין וועסט זעהן, וואס פאר מענשען דאס זענען, זיי האבען אין זיך א קלארען, שיינעם, ערליכען, וועג אין זענען גליקלעך מיט זייער וועג אין לעבען. מיט פרייד מיט שמחה, גלויבען זיי אז דער בעסטער וועג צי זיין צי געבינדען צי גאט, צו דעם וועלט באשעפער, אין פאר וואס זאלסט זיי פארווערען צי בעניצען די תורה. וואס איז אזוי זייער ווי צי אייך אללע.
דער מתנגיד, דער ראש הקהל, האט זיך עפיס ווי פערשעמט, פאר די רייד פין זיין אינגע טאכטער, אין איז מיט די קינדער זיינע געגאנגען אין בית המדרש אריין. די חסידים האבען ווי זייער שטייגער איז יעדען איד צי געכאפט צים טאנצען, אויך דעם ראש הקהל האבען זיי פערלייגט די הענט אויף זיין פלייצע, אין מיט אים געטאנצט, אין בעזינגען א חסידישען ניגן, דער קאסטען מיט ספרים איז שוין געווען אפען ווען דער ראש הקהל איז געקימען, מען האט שוין געהאלטען אין מיטן די הקפות, אין מען האט אים אויך א הקפה געגעבען מיט א ספר תורה פין דעם קאסטען ארויס. ער האט געפרעגט ווי אזוי מען האט דעם קאסטען געעפענט. דא האט א אלטער חסיד געזאגט, אז ער געדענקט, ווען מען האט געמאכט דעם קאסטען פאר די אלטע ספרים, האט מען באלד געמאכט דעם קאסטען טאפעלט, דאס הייסט צוויי קאסטענעס. איינער אריין אין צווייטער, כדי עס זאל זיין כלי בתוך כלי, מען זאל מעגען זיך אפילו זעצען אויף דעם קאסטען, אין יעצט האט מען נישט בעדארפען האקען די שלעסער, נאר אויף הייבען דעם קאסטען מיט די שלעסער, אין ארויס נעמען די ספרים. דער ראש הקהל האט שוין אנדערש געקיקט אויף די חסידים, אין דאס מחלוקת האט אויף געהערט.
זייט 155
טעקסט
שטילע אינגערמאן
רעדאגירט: , געוואלדיג
I need a car please ,Hi אן אפטע אפקומעניש ביי אונז אין דער היים איז געווען פרשת ?where 2 טעקסי. מיין ווייב באנוצט זיך יעדער טאג מיט לכה״פ צוויי טעקסיס, 56st 1345 אויפן וועג צו און צוריק פונעם ארבייט, און די קינדער נוצן אויך ווען ?Where u go מ'דארף גיין אנקויפן, אדער אמאל פאר א דוקטור אפוינטמענט, און )כהער נישט קיין ווארט וואס ער פרעגט, כ'שטעל זיך פאהר ער איך בין אויך גארנישט הינטערשטעליג, משוגע דארף מען זיין צו פרעגט צו וואו( רוקן די קאר טאמער איז די געלונגען צו כאפן א פארקינג וואס איז stops local 2 I have to make אויסגעהלטען.
Gimmie address וואס זאל איך אייך זאגן? ס׳איז געווען א שרעקליכע אפקומעניש גיי ווייס די אדרעסס פון תפארת רבקה און פון די גראסערי. ביז לעטצענס, ס׳ווייסט יעדער אז ווען מהייבט אויף די פאון צו רופן אבער איהם איז נישט גוט אז כ׳זאג קארנער 14/38, כדארף זאגן א מונקאטש )נישט צו פארמישן מיטן חסידות( אדער עמונאַ, לויפט פונקטליכע אדרעסס.
אדורך א ציטער אין אלע איברים פון די פחד וואס דער רוסישע חיה שוין קען דיר באוואשען סתם פאר די נישטיגקייט, )א סייד נאוט טאמער dollar right away 15 פארשטייט איר א ווארט וואס ער רעדט קענט איר ארבייטען אלץ * א ארברעיטער(.
נישטא ווער זאל לאכן, מיר ביידע ווייסען גוט וואס די קאל הערט זיך געווענדליך עפעס אזוי.
מיינט רייט עוועי, כ'קען יעצט רואיג אריין גיין אין מונקאטש ?Yes שויער זינגען פאר צוואנציג מינוט אין אויפקאכען ?Can I please have a car א קאווע, .Nothing now אבער כ'בין דאך א מענטש, אין אלץ פחד טאמער .....Dial tone ווארט מיר אפ דער ווילדער צאפ פאר איין מינוט גייט מיר נישט גוט זיין.
* Emunah כ'גיי ארויס אינדרויסען ווארטן, נאך א האלבע שעה ווארטן אין די פרעסט ווי איינער וואלט יענער הייבט אויף סטרייטית, אבער שעלט געווארט פאר די בשורה אז ס'קינד איז ארויס, קומט אין רוסיש צו איינער פון זיין דרייווערס וואס אן א פיצל רויטע קאר, ער לויפט אויף בעטערי, שטייען אינדרויסען פון זיין כאטקע אויפ 51/13, אנגעשריבען מיט קידוש לבנה אויתיות נאמען אין ער לייגט בכלל נישט צו קאפ אז א קאסטומער נומבער פון עמונה, כאילו קומטס אין די מאסן, איז אויפן אנדערע זייט פאון.
ווער וויל דען נישט כאפן א רייד מיט דער קאר? אז נאך ווארטן א מינוט רופסטו דיר אן מיט יעדער זאל וויסן דא כאפט א איד א טעקסי.
מערסטע שייך איידעלקייט.
זייט 156
טעקסט
כ'עפן די טיר פונעם אוטו, ס'ווערט מיר נישט גוט, א מין שמעק נעמט מיר ארום אז כ'פיהל ווי כ'שטייג ארויף אויפ א ספיריט פליגער צו פלארידע, די זיץ איז ארום גענומען מיט א סחורה כאילו ער היט אפ דא א בענטלי, כהאב פארלוירן די טעם פונעם טאג, כוויל שוין גארנישט, כ'דארף שוין גארנישט, כ'ווויל מיר זעהן צוריק אהיים. דער דרייווער געקליידעט מיט א לעדערנע מאנטעל, ברוינע וואנצעס פון ציגארעטלעך מיט קאווע, נערוועז ווי ביים מצה באקן, בילט ווי א הונט ״קורבע בלעט״ צו יעדער דורך גייענדיגע קאר און צו ווער ס'רופט עיהם אויפן סעלל, און ויסעו.
ביים קארנער פיהל איך שוין ווי מיינע קישקעס טאנצן, ער פאהרט ווי א פשוטע מטורף, ביי יעדער קארנער מיט א פרישקייט, ער זעהט די רויט לייט אבער ער שמייסט ווי א נאצי אויפ א דייטשע הייוועי, אין דערנאך טוט ער ברעיקן ווי א בין הזמנים בחור מיט א פערמיט. יעצט איז שוין מיין נעכטיגע נאכאמאל אט אט ביים האלץ, כ'פיהל אז אט אט גיי איך באשערן מיינע הויזן מיטן זיץ, וויל איך עפענען א פענצטער קענען שמעקן די סרוחדיגע לופט ווי די טראקס אויף 13 עוו, אבער no way, איך בין דא געהייזשעקט ביי יענער, די פענצטער קען נאר ער עפענען, מ'קען נישט איבערגעבן די האקעלע פענצטער אין די רשות פונעם פאסאנדזשיר. יעצט גיי בעהט דיך ער זאל דיר עפענען ווען ער קען ענגליש ווי איך תרגום אונקלוס.
כ'שפיר ממש טערעבעל, ס'איז אויסנאם הייס אין ער שרייט אינעם ראדיע קולי קולות מאכט מיר א טערעבעל קאפ וויי, כ'פיהל כ'דארף עיר קאנישען אנדרעש גיי איך זיך אויסציען, כ'ווייז עיהם מיטן האנט אז כ'דארף לופט, ער דרייט זיך ארום בייז כאילו וואס שטערסטע מיר? זעהט נישט כ'רעדט אויפן סעלל? אין שרייט נאו נאו, יו קרעיזי גיי שוין כבין דא האסטיז, כקען גארנישט טוען, כ'שעפשע א תפלה כ'זאל אנקומען אין איין שטיק צום דעסטענאציע אין ס׳זאל דארט זיין טיילענאל.
אזוי ווי כ'קום אן זאגט ער 12 דאלאר. כ'געב עיהם א צוונציגער אין ער הייבט אן ציילן רעשט פון סינגעלס וואס כ'פשוט עקעל זיך צו רירן, ביים אנקומען צו פינף סינגעלס זאגט ער טיפ!! טיפ!!! כ'שווער זיך צו מיר אז דאס איז עס, כ'וועל ענדרעש גיין צופיס אין א דריי פיס שניי קיין מאנסי ווי איידער גיין מיט די חברה א בלאק. * ארום 39 יאר צוריק איז געבוירען א קינד טרעוויס קולעניק צו זיין אידישע מאמע באני הורוויץ )מעידען נאמען( ער איז געווען אין סקול זיך לערנען קומפיוטער אבער איז ערגעץ ווי ארויס געפאלן, אין 2009 האט ער געגרינדערט א קאמפעני מיטן נאמען Uber. צו געבן צו פארשטיין פארן עולם, ער זיצט נישט אין אפיס אין
נעמט די קאלל ווען שטילע רופט אריין, ער האט געמאכט א עפפ וואס שטעלט צוזאם דעם דרייווער מיטן פאסענדזיר, אין ארדער צו ווערן א דרייווער פאר Uber, דארף מען אדורך גיין אן א שיעור טעסטן, סיי אויפ גברא )דרייווער( סיי אויפן חפצא )קאר(. למשל די קאר טאר נישט זיין עלטער ווי צען יאר, טאר נישט זיין אנגעשריבען דערויף אז ער איז א טעקסי, דארף זיין כאטש פיהר טירן וגו׳ און די דרייווער זעלבסט דארף זיין א בירגער פון יענער שטאט ווי ער גייט דרייווען, טאר נישט האבן קיין שום היסטארי פון זיין א רעקלעסס דרייווער, טאר נישט האבן געווען ארעסטירט, טאר נישט האבן א היסטורי פון DUI ד.מ. טרינקען און דריווען אדער דראגס וגו׳ עכ״פ אלץ וואס די מונקאטש, עמונה, טשורטש דרייווער האט יא, טאר די אובער דריווער נישט האבן.
לויט א שטודיע איז די עפפ פון די שענסטע וואס איז פארהאן.
איר קלאפסט אריין find location אין ס'קומט ארויפ אלע אובער קארס אין די געגענט די ביסט בנמצא אויף די באקאנטע שיינע גוגל מעפ.
ס'איז פארהאן א פשוטע קאר א שטייגער ווי א האנדע עקורד, אדעסי, סיענע, דערנאך איז פארהאן מער א פענסי קאר ווי א סובערבען וגו׳ וואס קאסט אפאר פרוטות מער, אבער אמאל קענסטו באקומען א סקווירא שומרים קאר אפי' האסט פארלאנגט א פשוטע Uber, אין געוויסע געגענטער איז פארהאן א זאך וואס הייסט UberT, דאס מיינט טאמער איר דארפט אנקומען למשל פון מאנהעטטען צו JFK עירפארט וואס לכאורה איז דא אסאך מענטשן וואס זוכן דער route קומט Uber און שטעלט צוזאם אפאר פאסענדיזרען אינאיינעם כדי אייך צו שפארן געלט.
זיי קענען אייך אמאל בעהטן איר זאלט קומען צום הויפט גאס אין זיי אפווארטן דארט, א שטייגער ווי מאכן קארנער סטאפס, ווייל מ'איז אנגעהאנגן אויף אפאר מענטשן איז נישט גערעכט צו מאכן ווארטן דעם צווייטען. אויך איז דא א אפשען פון messenger דאס הייסט טאמער ווילסט איר פשוט שיקן א פעקעל איז דאס אויך א אפציע, אבער דאס איז נישט אין קראפט אין אלע געגענטער.
פון ווען איר טוט ריקוועסטען יענער זאל קומען אייך פיהרן צו אייער געוואונטשענע לאקאציע גייט איר קענען טרעקן די קאר, איר גייט זעהן א שיינע ווערציע פון גוגל מעפס אין מיט האלטען פונקטליך ווי יענער געפונט זיך, אין מיטהאלטן ווי ער דערנעטערט זיך צו אייך שטייטלעך, אויך קומט ארויפ א בילד פונעם קאר, בילד פונעם פרצוף פונעם דרייווער אין א בילד פונעם רעזעטראציע פונעם קאר.
זייט 157
טעקסט
איר קענט בלייבן זיצן באקוועם אויפן סאפע אין ווען איר זעהט ער דערנעטערט זיך כאפט איר די ראזוואלקע אין גייט ארויס אין שטייגט תיכף אריין אונעם קאר. טאמער זענט איר ביזי און גייט נישט יעצט קוקן אויפן מעפס קענט איר אנשטעלן אז ווען די דריווער דערנעטערט זיך זאל די פאון געבן א ציטער איר זאלט וויסן ס'איז צייט ארויס צו גיין.
איר קענט קאנטאקן די דרייווער דורך די עפפ, אדער דורך פארצייטישע פאון קאל, אדער דורך טעקסט אין א פאל פון נויט, אדער סתם אנזאגן ער זאל ווארטן פונקטליך ביי אייער דרייוועי און איר גייט ארויס קומען אין פינף מינוט. אין מאנהעטען וועט די דריווער זיין ביי אייך שנעלער ווי אן ארבייטס אינגערמאן דאווענט מנחה אויף זיין ברעיק, אבער אפי' דא אין בארא פארק נעמט עס געווענדליך ווייניגער ווי 5 מינוט. דא איז נישט פארהאן אז די דרייווער שיסט א פרייז לויט אייער בארד, דא איז אלץ כתוב וחתום, ער קען אייך נישט פאקויפן ער ווארט אינדרויסען פון אייער הויז פאר צען מינוט. אלץ זעהט מען פונקטליך.
נאך איינע פון די מעלות איז טאמער ווילט איר שיקן אייער ארבייטער ערגעץ וואו, און ער האט גערופן די קאר פון זיין עפפ, קען ער אייך באקוועם אהיים שיקן די בילל אין איר קענט נעמען די קאסטען אויף אייך צו אייער אקאונט, אזוי אויך קענט איר זיך צוטיילען האלב/האלב מיט וועמען נאר. אויך קענט איר שיקן אייער לאקאציע פונעם עפפ פאר די ווייב וואס ווארט אייך אפ. זי זאל וויסן זי האט צען מינוט ביז מורינו שטילע קומט אן און די סאפער זאל זיין גרייט אויפן טיש. )קען טוען דורך וואטס עפפ אויך, אבער דא דארף מען פאמפען אובער, ששששששש( איר קענט למשל זיצן אין אייער אפיס אין 11211 אין רופן א טעקסי פאר אייער ווייב וואס געפונט זיך יעצט אין פלארידע אין דארפ וויכטיג אנקומען פונעם האטעל צום בעלל הארבער מאלל אוסקנאקען אייער לעצטע פאר זלאטעס, איר קענט במשך די גאנצע צייט מיטהאלטן די רייזע אין זעהן פונקטליך ווי מ'האלט אינעם וועג, אין אזוי חשבונען אז איר האט נאך אפאר מינוט ביז די קרעדיט קארטלעך גייען זיך סווייפען א מחיה.
כ'האב אמאל גערופן פאר מיין טאטע )א פארצייטישע איד( אן אובער, כ'האב עיהם גערופן אויפן פליפ סעלל אין איהם געזאגט, טאטע לעבן ביסט יעצט אויף קאלינס עוו גייסט זיך יעצט אריין דרייען אין 43, באלט קומסטו אן צום דעעש'ן ביהמ״ד, אבער יעצט כרגע שטייסטו אויף א רויט לייט ביים קארנער, ער האט געמיינט ער שפרינגט ארויס פון די הויט, נישט פארשטאנען ווי כ'האלט מיט פונקטליך, אבער ווי ער האט גענדיגט די רייזע פרעגט ער דעם דרייווער וויפיהל ס'קומט זיך עיהם, דא האט זיך אנגעהויבן א שטיקעל געפעכט.
דער דרייווער זאגט כבין שוין באצאהלט געווארן, מיין טאטע זייענדיג אן אונגערישע אפשטאמונג וויל נישט נהנה זיין פון א גוי און זאגט דעם גוי טענקס אבער כ'נעם נישט בחינם, כ'וויל צאלן. יענער זאגט ווידער ס'איז שוין באצאלט, מיין טאטע האט זיך
אנגעהויבן שפארן מיט יענעם אין נישט מסכים געווען ביז ער האט מיך געלייגט אויפן סעלל, גיי לערן מיט א פארצייטישע איד מסכת Uber.
אחרון אחרון חביב, כ'האב שוין געשריבען אסאך אין שטיבל איבער קאסטומער סערוויס, און איך האב אפי' געפענט א אשכול אויפ דעם אין ס'איז טאקע אריין אין די אראומע פון סוכות.
א מענטש מוז זיין פאראנטווארטליך פאר זיין ארבייט, א מענטש קען נישט טוען א ארבייט אין דערנאך נעלם ווערן אין דינע לופט, מ'דארף יענער קענען טרעקן, יענער דארף האבן וואס צו פארלירן טאמער פיהרט ער זיך נישט אויף כנהוג אדער טאמער ער מאכט א שוואכע דזשאב, און דאס איז וואס געפעלט מיר פון Uber יעדער דרייווער ארבייט מיט א רעיטינג, דאס מיינט איידער איר פארלאנגט די קאר קענט איר זעהן וואס אנדערע פאסענדירען האבן גערעיט די דרייווער. די דרייווער ציטערט דערפון פחד מוות, פשוט היות איר שטייגט אריין אין א קאר פון איינעם וועמען איר קענט נישט, און א שוואכע רעיטינג קען מיינען אז יענער איז א שמוציג יונג אין ס’קען פונקט אזוי מיינען אז בסך הכל איז זיין קאר געווען שמוציג פון אינדרויסען, אבער איך למשל וועל קיינמאל נישט סעלעקטען א דריווער וואס האט נישט קיין פולע 5 שטערן.
היות דער דרייווער האט מורא דערפון טוט ער פאר אייך אלץ שייך, ער וועט טוען וואס שייך איר זאלט זיין הונדרעט פראצענט צופרידען, למשל די קאר איז אייביג אויסגעפוצט ריין מבפנים ומבחוץ, געווענדליך טאמער איז די רייזע א לערנגערע וועט ער אייך פרעגן טאמער ווילט איר מוזיק, אין זיי וועלן צו שטעלן די מוזיק איר גלייכט, פון פאפ צו קלאסיק.
טאמער וועט די דריווער זעהן איר זענט ביזי און רעדט אויפן סעלל וועט ער זיצן איינגעלייגט אין נישט ח״ו רעדן אויפ זיין סעלל אדער אייך שטערן מיט סיי וואס, ער וועט אין יעדער פאל זיך רעכענען מיט אייך איר זאלט האבן א געשמאקע רייזע, טאמער ווילט איר עיר קאנדישען וועט ער תיכף אנצינדען, נישט ווי עמונה וואס א דרייווער האט מיר אמאל פארלאנגט 2 טולר עקסטרע. איינע פון די הונדרעטע מאל כ'האב זיך באנוצט מיט אובער איז מיין סעלל געווען אין א קריטישע צושטאנד און האט געהאלטן ביי כלות הנפש, דער דרייווער האט מיר זאפארט געאפערט א טשארזער פארן פאון נאכן זעהן אז איך מוטשע זיך, דאס וואלט קיינמאל נישט געשעהן אין די סרוחה'דיג מונקאטש, טשורדש, עמונה.
נאך א גרויס מעלה, איר ענדיגט די נסיעה דארפט איר נישט קלעטערן אין קעשענע פאר א פינווער מיט אפאר סינגעלס, איר וואונטשט אייער שאופער א גוטן טאג און שטייגט ארויס פונעם קאר, די געלט גייט אראפ פונעם קרעדיט קארטל אוטומאטיש, אין דערנאך פארלאנגט זיך איר זאלט רעיטען דעם דרייווער, דאכציך איר מוזט יענעם רעיטען, איר קענט עס נישט סקיפפען.
* אובער ארבייט כהיום כמעט איבער די גאנצע וועלט. און זיכער דארט ווי איר גייט אמאל אנקומען. עס לויפט אין איבער 400 שטעט
זייט 158
טעקסט
אין די מספרים שטייגן נאר, יעדע פארשטופטע שטאט איר קענט אויפן מאפע האט אובער אין קראפט א גרויס שטאב קארס, פון פוילען, מעקיסקא, אוסטראליע, טשיינע, אינדיע, זיי האבן כהיום איבער 350 טויזענט דרייווער אין די פאראייניגטע שטאטן אליין. דאס איז דאפעלט פון א יאר פארדעים.
ס׳הערשט אזוי די סלענג clock’o 5 ll Uber to you around’I, א בחינה פון ll google it for you’I.
Uber צוטיילט זיך מיטן דרייווער, צוואנציג פראצענט פארן אובער און אכציג פראצענט פארן דרייווער. די דורכשניטליכע דרייווער אין ניו יארק מאכן בערך 30 דאלער א שעה, זיי זענען גאנץ צופרידען מיט די דזאב לויט געוויסע סטאדיס, זיי קענען ארבייטען ווען זיי ווילן אין דארפן נישט אריין-פאנטשן ס'קארטל, רוב דרייווערס זענען פארט טיים ארבייטער.
אובער צאלט נישט פאר קיין קאר, געז, טאלס, אינשורענס וגו׳ זיי געבן נישט אפי די אפשען פון געבן א טיפ נאכן רייד, דאס איז עפעס וואס געפעלט נישט די דרייווערס, זיי זאגן אין שטודיע וואלט א מענטש צוגעלייגט א דולר צוויי אויפן עפפ נאכן ענדיגן די נסיעה איידער ווי צו געבן מזומן איידער די נסיעה האט זיך גענדיגט, פשוט טאמער מ'צאלט געבט מען א טיפ אבער געבן א טיפ אליין איז נישט עטיש.
* אבער מיינט נישט די CEO זיצט אויפן סקווירא רעבין'ס שטוהל אין עסט זכר באנדלעך, ס'האט זיך גענומען א movement פון suing Uber ער האט יעדער יום הקריאה נאך א מענטש וואס נעמט איהם אין קאורט און דאס איז חוץ וואס ״אלע״ גרויסע שטעט האבן איהם געטרייט צו פארמאכן ווייל ער ברענגט אראפ די ביזנעס פון די געלע טעקסי ווי למשל ביי אונז אין ניו יארק. אין אסאך שטעט איז אפי' געווען גרויסע ראליס ווי די טעקסי דרייווער האבן פארמאכט די היוועי אלץ מחאה, אבער ס'האט זיי נישט געהאלפן קיין פודינו ומצלינו, זיי קענען גיין האקן בארן אויפן רויטע ים, פשוט ווייל די גאנצע זאך ווערט געפירט אויפן וועב און די עולם דרייווערס און קאסטעמערס טרעפן זיך אן פרעגן קיינער צוויי מאל.
ווען ס'איז געווען באקאנטע לייט ווי סעלעברעטיס וואס האבן זיך אויסגעדריקט קעגן Uber האט אובער געצאלט גרויס געלט פאר אטורעניס און אינוועסטיגעיטערס צוריק צו כאפן יענער פרעזענדליך, זיי זענען ווילדע חברה און האבן שנעל געשטעלט א טון ״שטיי אוועק פון מיר״ טשעפע א צווייטען.
זיי האבן אויך געהאט שווערע לוא-סוט'ס פון פריוואטע מענטשן אז א דריווער האט זיי מאלעסטערד וגו׳ אבער די קאמפעני איז געווען באווארענט אין נישט גענומען די דריווערס אלץ ארבייטער נאר געמאכט קאנטראקטס מיטן דרייווער, אזוי אז וואס עס פאסירט נאר איז נישט זייער אחריות. און אזוי האבן זיי זיך אויך אויסגעדרייט פון צאלן טיים אין העלף פאר אווער טיים.
איינמאל איז געווען וואס א דרייווער אין סאן פרענסיסקא איז איבערגעפארן א מאמע מיט צוויי קינדער און געהארגעט איין קינד אויפן פלאץ, די משפחה האט זיך גענומען צו אובער'ס ביינער, אובער האט גלייך ארויס געלייגט א סטעיטמטנט אז די דרייווער איז תיכף געווארן צו גענומען די ערלויבעניש פון פאהרן, און זיי האבן גוט געסקרינט די דרייווער איידער ווערן אנגענומען אין געזעהן ער
איז ריין פון א פשע, אבער למעשה האט זיך אויס געשטעלט אז די דרייווער איז יא שוין געווען אמאל ארעסטירט פאר רעקלעסס דרייווינג, אבער ס'איז געווען פאר 7 יאר און קאליפארניע געבט נישט קיין ערלויבעניש פאר א פריוואטע קאמפעני נאך צו גיין א מענטש מער ווי 7 יאר, אבער אין יענער פאל האט אובער געמאכט א סעטטעלמענט מיטן משפחה אויף א סכום וואס איז נישט באקאנט פאר המון עם. כ'גלייב ס'איז געווען היפש מער ווי ס'קאסט די זכות פון שער שרייבער אויפן תלמוד תורה בנין.
א שווערע קאורט שפילט זיך אפ די טעג ווען אסאך אובער דרייווערס האבן זיך צוזאם גענומען און סוען אובער און פארלאנגען מ'זאל זיין צאלן הוצאות ווי געז וכדומה, אובער האט פארלאנגט אז די judge זאלן אפשטופען די קאורט אבער זיי זענען געווארן דינייעד. אבער מיט א סטעיטמטנט האבן זיי געזאגט אז יעדער דרייווער איז נישט קיין אנגעשטעלטע נאר מאכן א קאנטרעקט מיט די דרייווער. והא ראיה יעדער קען דרייווען ווען ער וויל אין איז נישט געבונדען צו שעות. די אטורני פאר די דרייווערס האט גענטפערט אז ס'מאכט נישט אויס טאמער זיי זענען פארט טיים אדער נישט, למעשה זענען זיי עמפלויד. טיים וויל טעלל.
דער קאמפעני איז ווערד כהיום צווישען 60 אין 70ביליאן טאלער, יא יא איר האט גוט געהערט, ביליאן מיטן ב, דאס מיינט די קאמפעני איז היינט ווערד מער ווי קאסטקא, האנדע, טיים ווארנער קעיבילס, און פארגעסט נישט, די אלע קאמפעניס האבן זיך שוין געדרייט אין מתושלח'ס צייטן, ווידער אובער איז כהיום נאכנישט געטרעינט אויף ביה״כ אין די נאכט שעה'ן.
אנעהויבען האט ער מיט פאנדיג פון 200 אלפים אין יאר 2010, בערך ווי סקאסט א קוואדראט פיס אין בארא פארק, אין יענער יאר האט ער שוין געמאכט רווחים איבער א מיליאן, און א יאר שפעטער שוין 44 מיליאן.
טרעוויס קאלעניק די סי. אי. או. ווערט געשאצט אין די ווערד פון איבער 6 ביליאן טאלער אין די נומבערן טוען נאר שטייגען.
בלייבט איבער צו בענטשן כלל ישראל, אידישע קינדער זאלן זיין גרויסע בליאנערן, זאלן זיי גרויסע עשירים, מרדכי איז דאך א גלגול פון יעקב ... אמת ר׳ מאיר איר זענט מסכים צו האבן אזויפיהל געלט ווי טרעוויס, אמת?? איר אויך..... יא????? ר׳ משה איר אויך.... ר׳ משה קען אויך באשטיין צו האבן אזויפיהל געלט ווי טרעוויס.
די אויבערשטער זאל העלפן ס׳זאל זיין עשירות ביי אידישע קינדער, אידישע קינדער זאל זיין ביליאנערן )קרעדיט אב״ד קרית יואל והגלילות(.
* דיסקלעימער. א ווארט צו מיינע אידישע ברידער וואס אשרי להם אין פארמאגן נישט די טרייפענע סמארטפאון.
איך וויל נישט ח״ו דורך מיינע רייד זאל ענק שמעקן איינצוהאנדלען אזא סעלל. גלייבטס מיר אויפן ווארט, אובער איז נישט אזוי גוט, און די בארא פארקער טעקסיס איז נישט אזוי שלעכט ווי מ'האט עס דא אראפ געלייגט, מ'דארף דאך מאכן קאלירפול די ארטיקעל. און געדענקטס מיינע ברודער אין אמעריקא אז איר וועט היטן די צורה וועט אייך גוט זיין. און היטן די צורה איז נישט אייביג באקוועם, אמאל מיינט עס פאהרן א קורצע וועג מיט נישט די באקוועמסטע קאר. נו... נישט די ערשטע זאך אונז טוען פאר אידישקייט.
זייט 159
טעקסט
וואטסעפפ
קצואקצעקרע
קרישקלעך
רכעעדלאעגיםר'רט:
מגיד
יעדער איינער האט היינט וואטס עפפ, רוב מענטשן אויפן וועלט קוקן אריין אין וואטס עפפ מינומום איין מאל יעדע מינוט פון טאג, גאנצע ביזנעסער דרייען זיך ארום וואטס עפפ. ביי אונדז יודן, די רגע וואס ס'ווערט די זמן מוצאי שבת קוקט מען צי מען האט שוין באקימען א 'וואטס עפפ', אזוי יעדע רגע פון טאג דרייט זיך ארום איין זאך, 'וואטס עפפ'. שוין געווארן א סלאגאן אינעם שפראך אונזערע, וואו זאג נאר האסט באקומען דעם "וואטס עפפ"?
וואטס עפפ האט באוויזן צו פארשפרייטן א נייעס און צוויי מינוט, דו דארפסט נאר ארויסשיקן א מעסעדזש פאר איין גרופ און ביז א מינוט האבן עס שוין מיליאנען מענטשן. ליידער אז דו ווילסט פארשעמען איינעם דארפסטו נאר לאזן א וואויס נאוט אויף איין גרופ און גאנץ כלל ישראל האט עס ביז א פאר מינוט.
יעדער איינער האט וואטס עפפ אבער נישט יעדער איינער ווייסט וויאזוי און ווען און ווער עס האט ערפונדן וואטס עפפ.
יעצט די ערשטע זאך קען מען זיך וואונדערן וואס פאר א נאמען איז דאס וואטס עפפ, געווענליך האט אזא ברענד עפפ א פאסיגער נאמען דערויף, וואס די נאמען אליינס מאכט פארשטיין בערך פון וואס פאר אן עפפ מען רעדט דא. אנדערש איז אבער וואטס עפפ, זי האט עפעס א מאדנע נאמען וואס קען אפשר טאקע זיין די
סיבה פארוואס ס'נישט געווארן אזוי שנעל אויפגעכאפט. למעשה פארוואס הייסט עס אזוי איז פשוט ווייל ס'הערט זיך די זעלבע ווי איינער זאגט פאר זיין חבר וואטס אפ... איז געבליבן אז אזוי זאל זיין די נאמען.
וואטס עפפ איז ערפונדן געווארן דורך צוויי שותפים, ברייען עקטיאן אין דזען קאם. ביידע פון זיי האבן געארבעט ביי יאהוא, נאכדעם וואס זיי זענען פארשיקט געווארן פון יאהוא האבן זיי פראבירט פעיסבוק פון וואו זייער אפליקאציע איז געווארן אפגעווארפן האבן זיי באשלאסן צו גיין אליינס. איראניש איז אז די זעלבע פעיסבוק האט שפעטער אפגעקויפט פון זיי דעם עפפ פאר ניינצן ביליאן דאללער...
נאכן זוכן אזוי לאנג פאר ארבעט ביי די גרויסע קאמפעניס, א שטייגער ווי פעיסבוק און טוויטער, האבן זיי באמערקט עפעס וואס אסאך אינוועסטערס האבן דעמאלטס באמערקט, אז די סמארטפאון וועלט איז גאר א גוטע אינדאסטרי, די עפפ-סטאר איז דעמאלטס געווען גאר קליין, האבן זיי באשלאסן אריינצוטאנצן דעראין און מאכן אן אייגענע עפפ.
ס'קומט אויס זיי האבן געוואלט זיין געהעריגע עמפלויאיעס ביי פעיסבוק, למעשה האבן זיי זיך געטראפן באצאלט ווערן פון פעיסבוק ביליאנען ווי איידער א רעגעלער פעי טשעק....
זייט 160
טעקסט
ונדויתא סקטיבסבלוע תגפ עפפו ואאארירזוןו :אאזסו י
ביז דעמאלטס זענען אלע עפפס געלאפן מער אויף א יוזער נעים א שטייגער ווי בי-בי-עם, ווען דו האסט געוואלט קאנטאקטען איינעם האסטו געדארפט וויסן זיין יוזער נעים אדער פעסווארד און נאכדעם האט דיר דיין חבר געדארפט עקסעפטן, און נאר אזוי האסטו געקענט שיקן. וואטס עפפ האט דאס אלעס געטוישט, דו דארפסט פשוט אריינלייגן יענעמס נאמבער און דו קענסט עים טעקסטן אפילו ער נעמט דיך נישט אן.
וואטסעפפ האט געמאכט אז טעקסט מעסעסעדזעס זאל מער ווייניגער זיין היסטארי וואטסעפפ טעפט אריין אין דיינע קאנטאקטס אזוי ווייסטו גלייך ווער פון דיינע פריינד האבן וואטס עפפ און ווער נישט ס'איז א פרי עפפ )היינט צוטאגס( וואטסעפפ נעמט נישט אוועק צופיל דאטא, די גאנצע וואס דו דארפסט איז א אינטערנעט קאנעקשאן, קענסט אפילו ניצן וואטסעפפ מיט אינטערנעט.
איפונואטאקעטטרסןס ועואפענפגטןע
וואטסעפפ איז די מערסטע פאפיולערסטע עפפ אין די וועלט
וואטסעפפ האט נאכנישט געספענט קיין פעני פאר מארקעטינג, זיי האבן ניטאמאל א פי אר אגענט פאר דעם, אלעס גייט ווייל צופרידענע וואטסעפפ באנוצער זאגן עס פאר זייערע חברים אזוי ווערט עס בארימט
וואטסעפפ האט 800 מיליון באנוצערס
וואטסעפפ איז פון די פינף מערסטע עפפס וואס ווערט געדאנלאוד פון די עפפ סטאר
ס'ווערט געשיקט איבער זעקס הונדערט מיליאן פיקטשערס און צוויי הונדערט מיליאן וואויס נאוטס א טאג פון וואטסעפפ
זיי זאגן אז איינס פון אכט מענטשן אויפן וועלט באנוצן זיך מיט וואטסעפפ אן עי דעילי בעיסיס!
זייט 161
טעקסט
פאליטישע
קרישקעלעך
ליטוואק פון בודאפעסט
רעדאגירט: ונבנתה העיר
סומעס געלט און מענטשען וועלכע פאדערען
בכלליות
א טויש.
ס'איז אנגענומען ווי פון זיך אליינס אז דער אמעריקאנע פרילינג איז אנגעקומען.
הקדמה
אמעריקא דארף א גרויסע טויש. אבאמא האט זאל דער אלטער דור מוחל זיין און שטיין איינגעפיהרט כמה שינויים, מאנכע לטובה, דאס יאר איז די וואלן אין די זייט. עטץ האטס גענוג געזייגט פון אבער נישט קיין גרויסע שינויים און נישט פארמעסט פאר'ן אמעריקאנער אונזער קראן, און זיך רייך געמאכט דורך גע'ענדערט די ריכטונג פונ'ם לאנד.
עפעס אמט פרעזידענט עקסטרעם זעלבסט-דינענדיגע אייערע אויסנאמליך אנדערש ווי אלע ער איז למעשה א מילד-רעכטער, און נאר קאפיטאליסטישע מיינונגען, און די וועלט אנדערע אזעלכע פארמעסטען.
ווען די אנדערע צד איז די פארטיי פון טיי שיער צוגרונד געלייגט. מיר ‘עלען איבערנעמען נייע מושגים האבען זיך אויסגיסען קען ער הייסען א לינקער.
די לייצעס ווי מיר פארשטייען און מ'גייט זיך ערוועקט און אומגעראכטענע שוין נישט לאזען פארפיהרט ווערען פון ענקער די לינקע זייט פון די מעגליכע אפציעס הצלחות און מפלות האבען הויכגעשעצטע רעליגיע פון קאנסערוואטיזם. וויאזוי צו פיהרען א לאנד איז נאך קיינמאל פאסירט. פיהל אנאליזער נישט אין לעצטע יארען פרובירט געווארן, די קאנסערוואטיווער רעליגיע האט אלעס רעדען פון דעם און פראבירען אלע מוזען ציען רעכט, אלע מוזען פלוידערען פארוואנדעלט אין א שיטה און זיך נישט ארויסצוהאבען וואס מ'קען זיך וועגען די גדלות פון אמעריקא, אלע מוזען זיך געקימערט מיט קיין פראקטישקייט; דער אפלערנען דערפון.
פארשטעלן אלס די וואס גייען אין די פיסטריט איז גערעכט דער איז נישט גערעכט, יענע וגם אני אענה חלקי.
פון די פריערדיגע, און רעדען פון פראגרעס און זענען אן אקסי"ס פון שלעכטס - כאילו פארגעשריטענקייט האט א שלעכטע נאמען.
דאס בארעכטיגט הרג'ענען אמעריקאנער און אויסלענדישע זעלנער - און נאך אזעלכע ביז יעצט זענען אלע פארצייטישע פונדיט'ן שגיונות.
זיכער געווען אז טראמפ און סאנדערס האבען קיין שום טשענ"ס נישט ערגעץ אנצוקומען. דאס נאמען סאציאליסט היינט וויל מען זיך שוין נישט פאראינטרעסירען אין די אלע און מאוועריק זענען אזוי פארהאסט ביים עולם, טראכטען זיי, אז זאכען. דער עולם איז נישט אינטרעסירט אין מיטל מזרח און זייער נאר מיט'ן ארויפקלעבען די נעמען וועט מען שוין פטור ווערען פון שלאכטען. קיינער קימערט זיך נישט מיט איזראעלי-פאלעסטינע די נודניקעס.
פאליטיק, נישט פון די זייט און נישט פון די אנדערע זייט, און מ'וויל מער נישט הערען פון רוסלאנד צו וואס. זייט מוחל, פאררעכט והנה, און נון, דער עולם מאכט זיך ווייניג צו טוהן מיט די פונדיט'ן אמעריקא און לאז דער וועלט צו זיך, שרייט מען.
און שטערען זעערס, מ'פרעגט זיי גאנץ ווייניג וואס מ'דארף טראכטען, און מ'קימערט זיך גארנישט מיט זייער פארשריפטען. דער עולם וויל איך וויל דא אויסרעדען א פאר זאכען און עיקר נקודות פון די נייע עפעס אנדערש, און די כוואליע פארט ארום, מיטשלעפענדיג ריזיגע רעוואלוציע.
זייט 162
טעקסט
דטארנאאמלפד
דער דאנאלד איז ברייט באקאנט, אלע האבען געלאכט פון איהם, ביז מ'האט איינגעזען אז די מעשה איז גאנץ ערנסט האט מען אנגעהויבען זיך צו שלאגען און שימפען און פרובירען איהם אפצושטעלען.
אבער דער גולם איז קם על יוצרו, און ער האלט אינאיין זיגן און שפרינגען פאראויס. ס'איז גאר מעגליך אז צום סוף וועט ער זיין די רעפובליקאנער קאנדידאט פאר פרעזידענט פון אמעריקא.
זיינע משוגעת'ן און טפשות דארף מען נישט אויסרעדען, הלא הם כתובים על ספר מלכי עכו"ם בכל מדינות מלכותו, ווי ער שלאגט זיך מיט מענטשען על לא דבר, ווי ער שטעלט פאר נערישע עצות און ער טשעפעט זיך מיט די געגענער זיינע אויף א נידריגען אופן.
אבער, די אלע זאכען, כולל זיין מלחמה אויף פרויען און זיין מענטשענ'ס פיזישע אטאקעס אויף זיינע געגענער, זענען ‘רויטע הערינג'ס' - זאכען וואס מאכען נישט אויס לגבי זיין גרייטשאפט צו ווערען פרעזידענט און נישט לגבי וואס וועט ווערן פון אונז און פון איהם. אז מ'קוקט איהם אן בלויז צו ער קען ווערען פרעזידענט, קומט ארויס גאר אן אנדערע בליק.
קודם כל, זיינע שטיצער זאגען אז ער האט א ספעציעלע כח אויסצוארבעטען געשעפטען מיט אנדערע און אויסצופיהרען וואס מ'דארף צווישען פארשידענע מיינונגען און פאדערונגען.
די סיבה פארוואס זיי זאגען אזוי איז ווייל ער האט א בוך וואס הייסט ‘דער קונץ פון אן אפמאך', )אויף ענגליש The Art of the Deal(. דאס ווערט אנגעקוקט
ביי אנדערע כאילו אז צוליב דעם וועט ער נישט האבען די פראבלעם וואס בוש און אבאמא האבען געהאט, אז זיי האבען נישט געטראפען קיין וועג אז די סענאטארען פון די אנדערע פארטיי זאלען מיטארבעטען מיט זייערע פלענער, און מ'האט אוטאמאטיש אפגעשלאגען אלעס וואס זיי האבן פארגעשלאגען, בלויז ווייל ער איז געווען דער וואס האט עס געמאלדען.
טראמפ, זאגען זיי, וועט טרעפען א וועג צו לעזען די פראבלעם, און די רעדער וועלען ווידער פארען אין וואשינגטאן צו מאכען
ריכטיגע געזעצען און פיהרען דאס לאנד על מי מנוחות. לדעתי איז דאס אבער בלויז א האלבע בליק אויף די זאך. יא, ער קען טאקע אויפטוהן )עכ"פ נניח אז ס'איז אזוי(. אבער ‘וואס' וועט ער אויפטוהן? וואס פאר א זאכען וועט ער דורכפיהרען? וואס פאר א חידושים האט ער אין פלאן פאר'ן לאנד? סתם דורכפיהרען געזעצען אן צו וויסען וועלכע געזעצען זיי וועלען זיין, איז נישט קיין תכלית.
און דער אמת איז גאר פארקערט, אפשר ווילען מיר ענדערש אז ער זאל טאקע נישט מצליח זיין אויסצופיהרען וואס ער וויל. די אלע נערישקייטען וואס ער שלאגט פאר ווערען פארענטפערט דורך זיין שטיצער אלס אומוויכטיג, וויבאלד ער וועט עס סייווי נישט קענען דורכפיהרען, אבער ס'איז גוט פאר'ן געזעלשאפט אנצוהייבען א שמועס איבער די נושאים, למשל וועגן די מוסלעמענער אימיגראנטען און אומלעגאלע היספאנישע ארבעטער.
דאס איז אבער אנגעכאפט די שטריק פון ביידע עקען;
טאמער איז ער טאקע אזוי געלונגען, ווער ווייסט וואס ער קען אויספיהרען?
ועוד, ווען ער האט אזוי מצליח געווען מיט זיינע אפמאכען אין געשעפטן, האט ער עס געטוהן אין אן אופן פון געבען פאר ביידע זייטען וואס זיי האבען געוואלט? האט ער געטראפען א מיטל וועג פאר יעדער פראבלעם? אדער האט ער עס געטוהן כדרכו בקודש, זאגענדיג אז ‘איך בין דער גביר און דו ביסט נישט, אלזא זיץ איינגעלייגט'?
זייט 163
טעקסט
אויב איז עס אויפן צווייטן אופן קען ער פארגעסען פון עפעס אויפטוהן אינ'ם אינטערנאציאנאלער פעלד, און אפילו אין אמעריקא איז עס נישט קיין גוטע זאך. א גרויסע פארצווייגטע לאנד מוז האבען פארשידענע געברויכען, און מ'וויל נישט אז דער הויפט פאליטישער באאמטער זאל זיין א געלונגענער בול"י וואס וועט אויספיהרען ככל העולה על רוחו.
יעצט, בנוגע דער צושטעל צו נאציזם וואס ס'האט זיך שוין אסאך גערעדט און געקאכט דערין:
איינע פון די הויפט שטעמפלען פון פאשיזם איז א פאליטישע באוועגונג וואס איז נישט געבויט אויף אידיאלן נאר ענדערש אויף דעם מענטש וועלכער שטייט אונטער דעם.
ווען טראמפ'ס מערכה וואלט געווען אז ער גייט דאס טוהן צו יענס, און זיין שטיצער גלויבען אז די זאכען בעצם זענען וויכטיג, א שטייגער ווי בערני סאנדערס אישוס, וואלט מען געקענט דן זיין בלויז אויף די נושאים.
אבער טראמפ'ס באוועגונג איז אלס אויף דעם מענטש,
אזש אז ער האט געבעטען די באטייליגטע ביי זיין רעלל"י אויפצוהויבען א האנט און איהם צוזאגען זייער שטימע אין די וואלען.
מ'האט זיך פארלייגט אויף איהם אז דער מהלך ענדעלט אין די נאציס אין די צורת הדברים פון אויפהייבען א האנט. דער אמת איז אז ס'ענדעלט פיהל מער אין די תוכן הדברים; דאס אויפפלאמען מענטשען צו גלויבען אין איהם ביז צו מבטיח זיין זייער שטיצע, איז א טיפישע גאנג פון א קולט און אנדערע מסוכנ'דיגע באוועגונגען.
ס'איז דא א בוך און אן ערשיינונג וואס הייסט ‘דער דריטע כוואליע' )אויף ענגליש The Third Wave(. עס איז ערשינען אין די כ' יארען, ווען א לעהרער אין קאליפארניע האט געוואלט אויסלערנען זיינע תלמידים און תלמידות וויאזוי ס'איז געווען מעגליך פאר די נאציס אזוי שטארק איבערצונעמען די מענטשהייט אין דייטשלאנד, אזש מ'איז אנגעקומען צו די געפערליכע פארברעך פון פרובירען אויסצוהארגענען א גאנצע פאלק.
ער האט געגרינדעט אין זיין שולע א באוועגונג מיט'ן נאמען ‘דער כוואליע' און ער האט געמאכט די לאזונג Strength through strength through ,discipline strength ,community strength ,through action through pride, )אויף אידיש: ‘שטארקייט דורך דיציפלין, שטארקייט דורך פאראייניגונג, שטארקייט דורך אקטיוויטעטן, שטארקייט דורך שטאלץ(.
אין געציילטע טעג האט ער באוויזען צו טוישען די גאנצע שולע און געמאכט א גייסט פון דיציפלין און גאוות הכלל, כולל דאס אויסשפייען פון יעדען איינעם וואס איז נישט געווען קיין מיטגעליד אין די באוועגונג.
די מיטגלידער זענען טאקע שטארקער געווארען אקאדעמיש, אבער זייער גאווה איז געוואקסען עפעס שרעקליך, און זיי געווארען גרייט צו דערדרוקען יעדער איינער וואס גייט נישט אין שפאן.
מ'זאל עס אליינס נאכפארשען, ווארום ס'איז א שטארקע נקודה למחשבה
וויאזוי מ'קען פארדרייען מענטשען א קאפ, און זיי איינרעדען צו טוהן זאכען וואס זיי וואלטען אין זייערע לעבען נישט געטוהן מחמת מאראלישקייט.
דאס האט דער דייטש איינגעפיהרט אין דייטשלאנד, דורך אויפבויען דעם דייטשן פאלק'ס שטאלץ, דורך איינפיהרען א דיציפלין וואס איז געשטאנען העכער אלע רעכטען און גלויבונגען, דאס האט פאראורזאכט אז א קלוגע איידעלע פאלק זענען פארוואנדעלט געווארען צו חיות טרף.
איך וואלט שטארק מורא געהאט אז טראמפ און זיינע נאכפאלגער שטייען אין די זעלבע מצב.
אנגעהויבען פון אויסשרייען אז ער גייט נאכאמאל גרויס מאכען אמעריקא, שפייען אויף יעדער איינער וואס גייט נישט אין שפאן און אראפקלאפן אלס א ‘קליינער מענטש', דאס שפעטען פערזענליך פון זיינע קעגענער, די מארשן וואס זיין נאכפאלגער פיהרען אהן, ביז דאס ארומרעדען נאכאנאנד וועגען די אפשטאם און ראסע פון די וואס ברענגען אונטער די ארבעטס-פאלק פון אמעריקא.
ער האט אויפגעוועקט די ראסיזם פון דעם דומען עלעמענט אין אמעריקא. ער האט זיי איינגערעדט אז יעדע פראבלעם זייערעס איז דער שולד פון אנדערע, פרעמדע, אומבאוואוסטע צרות מאכער, און דער איינציגסטע לעזונג איז אויסצוראטען די חברה מן השורש.
דאס איז א סכנה עצומה צו די מענטשהייט און צו די גאנצע פאלק.
זייט 164
טעקסט
מ'זאגט ביים דאווענען ‘ומפליא לעשות', און דער רמ"א אין שו"ע איז מסביר אז דאס גייט אויף דעם צוזאמענשטעל פון יעדער מענטש – ער האט אין זיך רוחניות און גשמיות.
דער טיפער מיינונג דערפון איז אז אין יעדער מענטש שטעקט צוויי עקסטרעמען: דאס שפיץ רוחניות וואס מאכט פון א פשוט'ער בשר ודם א צדיק וואס לעבט אין שויס פון דעם באשעפער, און נעמט גארנישט פאר זיך, אבער פונקט אזוי אויך איינער וואס איז גרייט אויף שלעכטס אויפ'ן פארנעם פון היטלער און סטאלין אינאיינעם, וועט ער זיין גרייט אויפצועסן א מענטש לעבעדיגעהייט.
יעדער איינער קען זיך אויסדרוקען אויף ביידע וועגען, און די וועלט'ס פיהרער האבען א פליכט אויפצוארבעטען זייערע נאכפאלגער ארויסצוברענגען די גוטע צד און נישט די פארקערטע.
דער שפראך פון טראמפ טוט דאס פארקערטע.
מ'נעמט מענטשען וואס וואלטען סתם אזוי געווען מעסיגע וואוילע מענטשען און מ'שלעפט ארויס פון זיי די טונקעלע צד, ואחריתה מי ישורנו. מ'שלעפט אראפ די מענטשהייט פון א גאנצע פאלק, און מ'מאכט זיי פאר בלוטדארשטיגע ראסיסטען. לגבי זיין וואנט מיט מעקסיקא און זיין דעה אויף מוסלעמענער, דארף איך נישט מאריך זיין, אבער נאר איין נקודה וואס גילט אויף אסאך רעכט גלויביקע אינעם לאנד: מ'האט מצליח געווען צו מאכען יעדער נושא אידיאלאגיש, און דער פראקטישע חלק איז
בבל יראה ובבל ימצא. די אומלעגאלע אימיגראנטען ווערען נאר אנגעקוקט אלס אומלעגאלע, קיין שום אנדערע מציאות האבען זיי נישט, זיי זענען שוין נישט קיין טאטעס און מאמעס פון קינדער, זיי זענען שוין נישט קיין שווערע ארבעטער, שוין נישט קיין מענטשען וואס זענען דורכגעגאנגען שווערער אומשטענדען ערגעץ אנצוקומען - נאר אומלעגאלע.
דער אמת איז אבער, ווען מ'טראכט פראקטישערהייט פון מענטשען וואס האבען זיך מוסר נפש געווען צו מאכען א נייעם לעבען פאר זיך און די משפחה, און זיי ארבעטען שווער אנצוקומען צו זייער ציל, זענען דוקא די מענטשען די ערשטע וואס מ'וויל דא אימפארטירען. די חברה פארטרעטען די אמעריקאנער אידיאל דאס מערסטע, דער אידיאל פון פערזענליכע איניציאטיוו און שווערע ארבעט. הן אמת אז איין געזעץ האבן זיי נישט געהיטען, אבער פארדעם זאל מען אויפגעבען די ריזיגע מעלות פון אריינלאזען די מענטשען אין די מדינה אריין? איז דאס איז טאקע די איינציגסטע נקודה צו
באטראכטען אויף די טעמע? און לגבי מוסלעמענער זעט מען נאך אמאל דעם ענין. א פאר מוסלעמענער האבען אטאקירט מענטשען און זיי אויסגעהרג'ט. פאר דעם קומט אלע דריי הונדרעט מיליאן מוסלעמענער אין די וועלט צו שטארבען נישט קענענדיג אנטלויפען פון זייערע דיקטאטארן און טעראריסטן? אפילו פראקטישעהייט איז זיין פלאן נעריש. דאהי אין אמעריקא געפונען זיך אומגעפער דריי מיליאן מוסלעמענער. די חברה לעבען צווישען אונז, ארבעטען מיט אונז, און האבען כל מיני באציאונגען מיט דעם אלגעמיינעם אמעריקאנער פאלק. ווען איינער פון זייערע קינדער וועט וועלען גייען הרג'ענען אין סוריע, אדער אויספירען אן אטאקע ערגעץ אין אמעריקא, וועלען זיינע משפחה, חברים און עלטערען
נישט געבען קיין שטיצע, וויסענדיג אז זייערע חברים וועלען ליידען דערפון.
רוב פון די טעראריזם אין די וועלט קומט פון א קולטור וואס שטיצט עס. א שטייגער ווי די פאלעסטינער וואס אלע האלטען אז ס'קומט זיי עפעס יושר'דיג, נאר מאנכע ווילען נישט ווערען שמוציג פון בלוט, לאזען זיי אנדערע דאס טוהן. אדער דער רעליגיעזער מוסלעמענער וועלכער חלומ'ט פון עפעס א משיח און איז צופרידען אז איינער ברענגט איהם נענטער.
אין די אלע פעלער איז אפילו דער וואס טוט עס נישט למעשה פארשטייט ער אבער דער וואס האט עס יא געטוהן, )נישט אנדערש ווי ביי אונז אידען און אונזער עקסטרעמיסטען, ודי בזה(. די סיבה פארוואס די היגע מוסלעמענער ווילען עכט נישט קיין טעראר איז גאר ווייל זיי פילען זיך ווי א חלק פונ'ם ווערטשאפט. הייסט'ס אונזער באשיצונג איז גאר דוקא מיט'ן בלייבען פריינטליך מיט די מוסלעמענער, נישט מיט זיך שלאגען מיט זיי. טאמער טוט מען ווי טראמפ האט פארגעשלאגען נישט אריינצולאזען קיין מוסלעמענער אין לאנד – יא, מ'עט זיך מעגליך שיצען פון אלע נייע מוסלעמענער טעראריסטן וואס ווילען
זייט 165
טעקסט
אריינקומען, אבער וואס איז די פרייז דערפאר? מאכען פיינט פון א ריזיגע ציבור פון פריינד אין א לאנד וואס האט שוין דריי מיליאן מוסלעמענער. עס פראקטיש נישט אויסגעהאלטען, ווי אויך מאראליש.
נאך איין נקודה וואס איז נוגע אונז אלע. דער צוגאנג פון דאנאלד טראמפ, לויט זיין אייגענע הודאה, איז צוצוגיין צו יעדע נושא פון פאליס"י און פירערשאפט, לויט זיין אינסטינקטע"ן, לויט ווי ס'זעט איהם אויס במושכל ראשון. ער האט א מאראלישע און א פראקטישע אינסטינקט צו וויסען וואס וועט געלונגען און וואס נישט, וואס איז ריכטיג און וואס נישט, און דער וואס שטימט מיט זיין אינסטינקטען זאל וויילען פאר איהם. אזוי האט ער געטוהן אין ביזנעס און מצליח געווען )מ'עט פארגעסען פון די מציאות אז ער האט דריי מאל באנקראטירט, דהיינו אז אנדערע האבען אויפגעהויבען די צובראכענע שטיקלעך פון זיין גרייזען, א זאך וואס א מדינה קען זיך נישט ערלויבען(.
דאס איז א סכנה כפולה ומכופלת, און דער צוגאנג קריכט אריין ביי אונז אין יעדער חכמה און מקצוע.
מ'איז גרייט זיך צו פארלאזען אויף א פרוי אין א בעיסמענט אין ב.פ. וואס האט אנטדעקט א נייעם היילונג פאר קענסע"ר און דערמיט ריזיקירען דאס לעבען פון א חולה, מ'פארלאזט זיך אויף יונגעלייט וואס האבען דורכגעלערנט א פאר ליקוטים אויף הלכה, אנע האבען געהאט גרונטליך דורכגעלערנט די סוגיא מיט
די ראשונים, צו פסקנ'ן ענייני כריתות. איינער וואס האט א שיינע שמייכעל און יונגע ענערגיע, איז ער שוין ווערד צו זיין א ‘געטרייער עסקן', ועל פיו ישק ויעלה ויבא יעדער ענין אינ'ם חרדיש'ע געזעלשאפט. א יונגערמאן וואס ‘פארשטייט צו בחורים' איז דער מ"ד ארויסצוווארפען בחורים פון ישיבה און פון שטוב, איינער וואס פארלייגט זיך אין אן ענין איז שוין דער גאנצער ש"ץ מ"ץ וועלכע פון די עלטערען זאל האבען די קינד בשעת א גט. אלעס איז אנגעוואנדען אויף עם הארצות און קליינע וויסענשאפט.
שטעלטס ענק פאר וויפיל ערגער איז עס ווען דער פרעזידענט פון אמעריקא איז גרייט צו פיהרען אזא מין ווערטשאפט מיט איהר פילפאכיג-מער פרטים אויף אזא אומערנסטען אופן.
אין די לעצטע אכט יאר האט אבאמא מצליח געווען צו האלטען א קילע קאפ בו בזמן וואס דער אויפגערעגטע גאס האט געפאדערט בלוט. שטעל זיך פאר ווען ער גייט אריין אין סוריע קעגן אסאד פון אנהייב צוזאמען מיט די טעראריסטן, וואו וואלטען מיר היינט געשטאנען?
וויפיל אמעריקאנער זעלנער וואלטען צוריק געקומען ליגענדיגערהייט?
יעצט שטעל זיך פאר וואס קען פאסירען ווען א ‘שטיר אין א טשיינע געשעפט' דארף האנדלען האקעלע זאכען, און ווי די מדינה וועט אויסקוקען נאך א פאר יאר פון אזא פירערשאפט.
טראמפ איז א סכנה נאר פאר דעם אליינס, אפילו ווען זיינע פאליסי"ס וואלטען געווען צום פינטעל.
סעבנעדרענירס
יא, איך שטיץ איהם, איך שפיר דער ברען פון בערני. איך וויל אבער מגדיר זיין וואס האט ער צו פארקויפען און וואס און וויאזוי זענען זיין טשאנסן עפעס אויפצוטוהן.
זייט די גרויסע חכמות פון רעיגען, האט דאס לאנד געכאפט א קלאפ וואס מ'האט זיך נאכנישט צוריק געדרייט דערפון.
מ'האט איינגעפיהרט א מהלך אז נאר דאס עשירות איז וויכטיג - נישט פרנסה. וואס איז געווארען? מ'האט געשטעלט דעם לאנד אויף אן אופן אז מ'שטיצט מענטשען צו ווערען גבירים. יעדער איינער וואס וויל, זאל ווערען אן עושר.
דאס זעט אויס ווי א שיינע זאך, אבער למעשה איז עס א חורבן. רוב מענטשען קענען נישט ווערען קיין גבירים, סיי ווייל ס'איז נישט דא גענוג געלט פאר יעדען איינעם צו זיין אן עושר, און אויך ווייל גענוג און נאך מענטשען זענען פשוט'ע פלעינע מענטשען וואס ווילען בסך הכל אויסהאלטען די משפחה, זיך אביסל פרייען מיט'ן לעבען, און שעפן נחת פון די קינדער, ותו לא. די וועלט לעבט פון מיליאנען אזעלכע מענטשען, מיט א פאר גבירים פון אויבען, און אנדערש קען עס נישט אנגיין.
דאס שטיצען די גביר'שאפט בראש ובראשון האט פאראורזאכט א בראך צווישען די מיטל קלאסישע מענטשהייט, וואס ווערט נאר ערגער פון יאר צו יאר.
אז בי.פי. איז מחליט נישט איינצוהאלטען דאס געזעץ וויאזוי צו היטען זייערע מאשינען אין די גאלף פון מעקסיקא, און אזוי שארען זיי מיליארדן דאללארען, דארף דער ארימאן מיט א קליינע דזשאב פון כאפען פיש אין לואיזיאנא פארלירען זיין גאנצע פרנסה ווען זייער מאשין קראכט און אלע פיש שטארבען פון די אויל פארפלייצונג.
דער פשוט'ער מענטש פארלירט זיין הויז ווען די מארקעט
זייט 166
טעקסט
קראכט, און די וואס האבען גורם געווען די קראך באקומען נאך מיליאנען פון די שטייער באצאלער פון די פאראייניגטע שטאטען.
מ'האט מצליח געווען צו מאכען אז דער ציבור זאל זיין די וואס נעמען די ריזיקעס, בו בזמן וואס דער יחיד נעמט ארויס די רווחים.
אז א מענטש וויל קויפען בענזין פאר זיין קאר, ווערען די פרייזען נישט געמאסטען לויט'ן פארלאנג פון בענזין און דער מאס בענזין אין די וועלט, נאר דורך א פאר מיליאנערען און ביליאנערען וואס זענען מחליט וויפיל מ'זאל ארויסגעבען אז ער זאל קענען אנפיהלען זיין קליינע קאר צו קענען פארען צום ארבעט. דער פלעינער מענטש ווערט באטרעטען פון אלע זייטען, ווייל די מדינה ווערט געפיהרט פאר'ן עושר, נישט פאר'ן סתם מיכל.
דאס איז אלעס א תוצאה פון דעם כח וואס די גרויסע עשירים האבן אין פאליטיק. זיי גיבען געלט פאר ביידע זייטען אין יעדער פארמעסט צום סענאט און קאנגרעס, און איבערהויפט פאר די פרעזידענטליכע פארמעסטען. נאר דער וואס זיי ווילען זאל האבען מאכט האט עס, און פארשטייט זיך אז מ'טאנצט צו יעדער באפעל פון די גאר גרויסע עשירים און געשעפטען.
מ'דארף נישט מאכען א בעסערע פראדוקט צו קענען פארקויפען א זאך, מ'דארף נאר מאכען אזעלכע געזעצען אז דיין קעגענער זאל נישט קענען פארקויפען זיינס.
עס זענען דא געזעצען וואס זוכען צוריקצוהאלטען א מאנאפאל אויף א פראדוקט,
אבער מייקראסאפט האט עפעס א היתר דערצו )ווען ס'איז דא א צווייטע ברירה, וואלט איינער גענוצט ווינדאו"ס?(. וכהנה וכהנה משלים ממשלים שונים, וואס מ'וועט קיינמאל נישט ענדיגען מיט זיי.
אויסצוראטען אט דעם שטינק איז געווען דער ציל פון די %99 דעמאנסטראציעס מיט פינף יאר צוריק וואס האט אקופירט אסאך שטעט אין אמעריקא און איבער די וועלט, וואס האט אויפגעוועקט די יונגווארג צו די פראבלעם. יעצט האט בערני סאנדערס, וואס איז אייביג געווען אן אויסנאם אין סענאט, גענומען די לייצעס פון דעם אויפברויז און פרובירט צו טוהן עפעס
פראקטיש דערוועגען.
די ערשטע זאך וואס מ'דארף טוהן איז ארויסנעמען דאס געלט פון פאליטיק. ס'זאל נישט זיין אזא מציאות אז מ'זאל קענען קויפען א פארמעסט, סיי דורך געבען גענוג געלט פאר איין צד, אדער אפצושרעקען א געטרייער ארנטליכער פאראנטווארטליכער מענטש פון אנהויבען קלערען פון לויפען.
דאס דארף לכאורה קומען פון א קאנסטיטוציונאלער טויש, וואס איז א שווערע ארבעט, אבער דער ווילונג פון די גאס איז היינט בנמצא פאר אזא שינוי לטובה.
אין צוגאב דארף מען מאכען געזעצען אוועק צו נעמען די יכולת פון די רעגירונג צו שטיצען א ביזנעס סתם אזוי. מ'האלט היינט ביי א מצב אז געוויסע ביזנעסער
האבען א כח צו מאכען געשעפטען, נישט ווייל זיי האבען א פראדוקט וואס די קויפער ווילען, נאר ווייל זיי האבען א פראדוקט וואס די רעגירונג שטיצט. און נאך און נאך אזעלכע מעשהס מיט געלט.
די פראבלעם איז אבער אז די גבירים וועלען נישט אזוי שנעל נאכגעבען, זיי ווייסען אז דאס איז א מלחמה אויף זייער עקזיסטענץ. דעריבער קען מען עס נאר טוהן מיט די שטיצע פון דעם פאלק, און דאס מיינט אז מ'דארף בלייבען ארגאניזירט אפילו נאכ'ן געווינס.
למעשה, דער לאקאלער פאליטישען ווייסט, אזויווי אונזערע עסקנים ווייסען, אז טוהן א טובה פאר א יחיד איז ווערד פיהל מער ווי העלפען דעם ציבור. אז מ'שפארט דעם ציבור מיליאנען דאללארען, וואס מיינט ביליגערע שטייערען, געדענקט עס קיינער נישט. אבער ווען מ'העלפט איין יחיד באקומען א פאספארט באצייטענס צו קענען פארען צו זיין פלימענצע'ס חתונה, האט מען א שטיצער און א משפחה פון שטיצער אויף אייביג.
דער ציבור אין יעדע שטאט און יעדע געגענט מוז בלייבען פאראייניגט און
זייט 167
טעקסט
דיסציפלינירט, האלטען קאפ וואס איז דא דער ציל און וואס וויל מען אויפטוהן. עס קען נאך אויסוואסען א נאציאנאלער פארטיי דערפון, אין די ערשטע פאר יאר וועט עס אפשר אנהאלטען אן אידיאליסטישען פנים און מ'עט קענען עפעס אויפטוהן דערפון.
פון דעם קומט אויס נאך א וויכטיגע נקודה. טאמער ווי געשמועסט איז די איינציגסטע וועג אז בערני זאל קענען אויפטוהן וואס ער וויל, און וואס זיינע וויילער ווילען פון איהם, דורך אוועקשטעלען א רעוואלוציע, דארף ער שוין נישט געווינען למעשה.
טאמער דער פאליטישער באוועגונג וועט אנהויבען צו פארען, קען עס זיך אליינס אויספיהרען, פארשטייט זיך מיט א סאך ארבעט, אבער ס'איז שוין לאו דוקא געוואנדען אויף זיין ווערען פרעזידענט.
אפילו אויב די פרעזידענט איז היללערי, וואס זי איז גאנץ א שוואכע לינקע, מ"מ האט מען שוין א פאליטישע באוועגונג וואס פאדערט אויף לינקס און פאדערט גלייכע רעכטען פאר יעדער בירגער. מ'עט שוין נישט קענען שפעטען אויף די סארט מושגים און טרעטען אויף די מענטשהייט אין אזא גראבע אופן.
אוודאי מיט בערני אלס פרעזידענט איז עס פיל לייכטער, און יעדע שטימע פאר איהם איז א קול קורא אז מיר ווילען גלייכע רעכטען, אבער דער געווינס זיינער איז נאר א קליין חלק דערפון. זאלען זיינע שטיצער נאר פארשטיין אז נישט ער איז די זאך, נאר די רעוואלוציע איז די זאך, און מ'זאל עס אויספיהרען קלוגערהייט, ריכטיגערהייט און זיך נישט לאזען אפקויפען דורך קארפארטישע אינטערעסן.
ובשם ה' נעשה ונצליח.
ּבְצֵאתִ י מִּמִצְרַיִם
ונבנתה העיר
אֱלֹהֵי הַצְּבָאוֹת.
הֶרְאַנִי פְּלָאוׂת.
בְּצֵאתִי מִמִּצְרַיִם. פִּי עֶשֶׂר יַרְאֵנִי.
מִמְצוּקוׂתַי יוׂצִיאֵנִי.
בְּדַרְכִּי לִירוּשָׁלַיִם. בַּבַּרְזֶל שַׁלְשְׁלָאוׂת.
יוֹרִיד הַנְּפָשׁוֹת.
בְּדַרְכִּי לְמִצְרַיִם.
בְּחַבְלֵי זְהָבִי.
אָסַר לְבָבִי.
בְּדַרְכִּי לִירוּשָׁלַיִם. מׂשֶׁה וְאַהֲרֹן.
מְנוֹרָה וְאָרוֹן.
בְּצֵאתִי מִמִּצְרַיִם. צִימֶערְמַאן וְרַאבִּינָאוִויטש. "כֵּלִי" וְהַרְבֵּה כִּחוּש.ׁ בְּדַרְכִּי לִירוּשָׁלַיִם. דָּם פֶּסַח וּמִלָּה.
שָׁפַכְתִּי בְּגִּילָה.
בְּצֵאתִי מִמִּצְרַיִם. בְּדָם מַצָּה וַעֲלִילָה.
הוּשְׁפַּך דָּמִי בְּדִּיצָה.
בְּדַרְכִּי לִירוּשָׁלַיִם. קׂרַח וְכָל הָעֵדָה.
יַטּוּ עָלַי קְפָּדָה.
בְּצֵאתִי מִמִּצְרַיִם. בֶּעלְזָאִים וְאַהֲרׂנִים.
יַעַרְכוּ אִגֶרֶת שׁלוׂמִים. בְּדַרְכִּי לִירוּשָׁלַיִם. בְּחֹמֶר וּבַלְּבֵנִים.
יְבָרְרוּ נִיצוׂצִים.
בְּהְיוֹתִי בְּמִצְרַיִם. בְּמִּבְצָעִים וְקִירוּבִים.
יְתַקְּנוּ בְּתַּחְתּוֹנִים.
בְּדַרְכִּי לִירוּשָׁלַיִם. מ' שָׁנָה רָב בְּדוֹר.
אָמַר לֹא תִרְאוּ הָאוֹר. בְּצֵאתִי מִמִּצְרַיִם. אַלְפַּיִם שָׁנָה חוֹלֵם.
נִקְמָתוֹ כְּגִבּוֹר מִתְרוׂנֵן. בְּדַרְכִּי לִירוּשָׁלַיִם. פַּרְעֹה הִקְרִיב.
לִפְנֵי חַיָּלָיו יִתְיַצָּב.
בְּצֵאתִי מִמִּצְרַיִם. כִּי הוֹלֵךְ לִפְנֵיכֶם.
קָם לְהוׂשִיעַכֶם.
בְּדַרְכִּי לִירוּשָׁלַיִם. עֲשֶׂרֶת הַדִּבְּרוׂת.
בְּרָקִים וְקוֹלוֹת.
בְּצֵאתִי מִמִּצְרַיִם. יַשְמִיעֵנִי שֵׁנִית.
בְּשׁוּבָה וָנַחַת.
בְּשׁוּבִי לִירוּשָׁלַיִם.
ציור: גדי פולק
זייט 168
טעקסט
yegrte kehyhktp vcuy t xg zht?
געוואלדיג
רעדאגירט: שמעקעדיג
מיר אלע זעען איין וואספארא גרויסע סכנה דאס איז ווען ידידנו וידיד כל בית ישראל הרב יואל אשר לאבין האט דעם אין ראקלענד קאונטי און אין ארענדזש קאונטי זעט מען ווי לעצטן חודש אדר ב' אונטערן פענע נאמען אשר לעווין געווידמעט גראבע פאליטיקאנטן וואס רעכענען זיך ווייניג מיט פאליטישע זיין עדיטאריעל ווינקל אינעם שטערן צו באבאכטן די תוצאות וואס אויסגעהאלטנקייט נוצן דאס צו קענען גיין גאר אפן און פרעך קומט ארויס און קען ארויסקומען פונעם פרעזידענטליכן געלויף אראפרייסן אידן, בלויז די פארלאפענע וואך איז דער קאונטי צום ווייסן הויז פון דאנאלד טראמפ.
עקזעקוטיוו פון ראקלענד ערשינען אין די מידיע און מיט ער ברענגט ארויס דארטן געוויסע נקודות און פרעכהייט אראפגעריסן די חרדי'שע ישיבות באטראכטונגען וואס זענען קלאר און ריכטיג, און קהילות אן קיין שום מורא פון ליידן מיר ווילן זיך באציהען צו איין נקודה פאליטישע קאנסעקווענצן.
וואס ער ברענגט ארויס צווישן די ... דער פאקט איז אז אויב ברענגט נקודות און דאס צוברייטערן און מען אונטער ‘פאליטיקעל קארעקטנעס' אויסשמועסן, קודם וועלן מיר ברענגען וועלן פאליטיקאנטן קענען לויפן זיינע ווערטער אויף וועלכע מיר וועלן זיך אויף א פלאטפארמע פון שנאה און באציען:
אנטיסעמיטיזם – עפעס וואס קומט שוין אין די וועלט איז ביז לעצטנס געווען פאר אן פאר עטליכע יאר אן קיין שום אנגענומען אז מען נוצט איינגעהאלטענע שטער אין ראקלענד און אין ארענדזש שפראך אין די עפנטליכקייט, “פאליטיקעל קאונטיס, און וואס האט אקארשט געפירט קארעקטנעס" איז געווען זייער אנגענומען, אז צו א ווילדער און אגרעסיווער אבלאווע פון מען קען נישט זאגן וואס מען וויל, דאס האט הונדעטער פעדעראלע אגענטן וועלכע האבן זיך באשיצט אידן, ווייל אפילו אויב שונאי ישראל אויסגעשפרייט אויף ישיבות און הייזער האבן אין הארץ געטראכט שלעכטס אויף אידן אין ראקלענד און אראנדזש האבן זיי אבער נישט געוואגט צו ארויסגיין קאונטי, און באהאנדלט מיט זייער שנאה אפן צוליב מורא די חרדי'שע געמיינדע ווי פון די מידיע און נישט צו וועלן זיי וואלטן געווען פאלנע ברעכן די טאבו פון נוצן אונטערוועלטניקעס אויסגעלאסענע ווערטער אין אדער טעראריסטן! דאס די עפנטליכקייט.
איז געווען א דירעקטע
זייט 169
טעקסט
תוצאה פון די ווילדע העצערייען וואס קומען פאר שוין עטליכע יאר קעגן די חרדי'שע געמיינדעס אין די צוויי קאונטיס, ווייזנדיג פאר אלע שונאים און אנטיסעמיטן אז מען קען רודפ'ן די פרומע אידן אן ליידן קאנסעקווענצן, און לויט ווי די צייטונגען באריכטן איז דאס בלויז א הקדמה )רח"ל(. ע"כ.
די טענה איז געבויעט אויף די הנחה אז וויבאלד לפי הלכות פאליטיקל קארעקטנעס טאר מען נישט זיין קיין אנטיסעמיט און מען טאר נישט פרעדיגן אנטיסעמיטיזם וועלן די אנטיסעמיטן נישט קענען אראפרייסן די אידן און אזוי וועלן די אידן זיין שווה בין שוים, אבער אויב חלילה וועט מען ארונטער רייסן די מאסקע און די שונאי ישראל וועלן זאגן וואס זיי טראכטן, וועלן אלע שווארצע קעץ ארויס קומען פון זאק און עס וועט זיין עק וועלט.
אבער בעפאר מיר נעמען אן די היינטיגע מציאות אלס די ריכטיגע און אז אזוי דארף זיין, בעסער צו לעבן אין א שקר פון כמו אהבת ישראל ווי אז מען זאל וויסן באמת ווי אונז שטייען אויף די וועלט, לאמיר פראבירן זיך פארשטעלן די וועלט אן פאליטיקל קארעקטנעס. לאמיר טאקע נעמען די משל פון ראקלענד און אראנדזש קאונטיס און עס באטראכטן.
לו יצוייר אז דער קאונטי עקזעקוטיוו פון ראקלאנד קאונטי וואלט זיך געוואגט צו זאגן אלעס וואס ער טראכט און נישט נאר מלובש אין געשעהנישן, וואלט ער פאריאר פסח ביי די 9/11 מעמאריעל סקאנדאל ווי א אידיש קינד האט זיך ארויפגעזעצט אויף א מעמאריעל, געהאלטן א רעדע וואס די אינהאלט וואלט געווען בערך ווי פאלגענד:
“די אידן זענען אלס באוואוסט אלס פאראזיטן און בלוט צאפערס און יעצט האבן מיר געהאט נאך א דוגמא ווי זיי רעספעקטירן נישט אונזער לאנד וכו' וכו'", און דאן וואלטן אלע מה יפית טאנצערס פארשטאנען אז נישט די געשעהניש שטערט איהם נאר דער עצם איד שטערט איהם, און מיט טוישן פעולות וועט מען נישט טוישן זיינע דיבורים.
אונז לעבן היינט אין א געוויסע חלום אז אנטיסעמיטיזם איז א פארגענגענהייט, על כל פנים אין אמעריקא איז עס שוין כמעט נישט פארהאן, און די סיבה צו דעם דמיון איז טאקע פאליטיקל קארעקט, דער שונא ישראל גיבט זיך אכטונג, ער וועט נישט זאגן דעם אמת אז ער האסט אונז, נאר ער וועט זאגן איך האס דאס וואס די אידן טוהען, און די נאראנים וועלן פראבירן מיט אלע כוחות צו טוישן די מעשים זיך איינרעדנדיג אז דאס וועט עפעס העלפן. אבער עס איז א טעות, נישט די זאך האט איהם געשטערט ווייל די זאכן זענען מעשים בכל יום ואין פוצה פה ומצפצף, עס איז פשוט די אידן וואס שטערן איהם וכאן מצא בע"ח מקום לגבות חובו.
און די תוצאה פון פאליטיקל קארעקטנעס איז אז צוליב דעם ווייסן אונז נישט ווער עס איז אונזער גוטער פריינד און ווער איז אונזער
שונא, ווייל דער שונא גיבט אויך אכט וואס ער רעדט, און ווען עס קומט צו וואלן איז אונז אויך שווער צו אידענטיפיצירן אונזערע שונאים צו וויסן וועמען נישט צו שטיצן, און אפילו ווען אונז ווערן שוין געוואויר ווער איז נישט אונזער גוטער פריינד, איז שווער צו מגלה זיין דאס פאר די מאסן ווייל ער גיבט אכטונג וואס ער רעדט. און אזוי אויך ווען מען דארף עפעס שתדלנות פאר איינע מאחינו בני ישראל היינטיגע צייטן ווייסט מען נישט ווער איז עכט א גוטער פריינד און ווער איז נאר א פאליטיקל קארעקט פריינד, און כתוצאה פון דעם קען מען דערלייגן וויכטיגע צייט ווארטנדיג אז איינער וואס מען מיינט אז ער איז א גוטער פריינד זאל עפעס טוהן ביז מען ווערט געוואר אז ער האלט נישט ביים טוהן.
אבער ווען די אלע שונאי ישראל וואלטן ווען טאקע נישט געווען משועבד צום ‘פאליטיקל קארעקט' קאנצעפט, וואלטן זיי טאקע גערעדט היבש ווילדער און מיאוס'ער קעגן אונז, אבער צוזאמען מיט דעם וואלטן אונז געוואוסט גלייך צו וועם מען קען זיך ווענדן מיט שתדלנות צו א טובה, אונז וואלטן מיט פארמאכטע אויגן געוואוסט הלנו אתה אם לצרינו, אונז וואלטן געוואוסט פאר וועמען צו וועלן און וועמען צו פרובירן ארויסווארפן פון אפיס, אבער עס איז אזא עולם השקר אז עס ווילט זיך בלייבן אינעם שקר, אונז ווילן נישט ארויסגיין און איינזעהן דעם ביטערן אמת וואס וועט זיין א טובה פאר אונז ווייל ידיעת המחלה חצי רפואה.
למאי נפ"מ? איך בין נישט דא צו פרעדיגן דעם קוריאזן דאנאלד טראפ קאנדידאטור, נאר צו אויפמערקן צו וועלכן שקר אונז האבן זיך צוגעוואוינט אזש אונז ווילן דאס נישט אויפגעבן.
און אזוי אויך אז אונז זאלן לכה"פ זיין אמת'דיג און נישט פאליטיקל קארעקט, דהיינו ווען מען בעהט דיר א טובה וואס דו האלסט נישט דערביי, ענטפער גלייך דעם אמת און שלעפ נישט ארום יענעם בתקוות שוא אז אט גייסטו שוין איהם העלפן ווי נאר דו וועסט ענדיגן א, ב, ג, ווען איינער פרעגט דיר אויף עפעס וואס ער טוהט צו עס באדערט דיר, פאדריי נישט קיין קאפ מיטן עניוות'דיגן נע, מיר?! חלילה, נאר זאג דעם אמת יא אדער ניין, נישט אזא פאליטישער ענטפער וואס איז האלב געקאכט, און דו בלייבסט נאכן ענטפער נאך מער צומישט ווי פאר די שאלה.
אדער ווען דו האסט הנאה פון א צווייטן האלט נישט די קאמפלימענט ביי דיר ווייל עס פאסט נישט אז דו זאלסטו יענעם משבח זיין, נאר גיי צו און בפה מלא לויב איהם, זיי אמת'דיג, און זאג דעם אמת, די זעלבע תורה וואס הייסט פארציילן די ניסי הגאולה הייסט אויך פארציילן דעם קישוי השעבוד, די זעלבע תורה וואס זאגט חושך שבטו שונא בנו זאגט אויך ימין מקרבת.
אבער אולי בין איך נישט גערעכט, און אויף צו אנקומען צו די גאולה מוז מען דרייען מיטן צונג און זאגן נלכה נא דרך שלשת ימים כאטש מען גייט לצמיתות.
זייט 170
טעקסט
סאו וואט
רעדאגירט:
האבען זיך ממש געבראכען די ציין. אנערקענענדיג אויב א גאנץ יאר זענען די עמי-הארצים זיך זייערע עברי חסרונות, פלעגען די עמי-ארצים אין נאך דורכגעקומען מיטן דאווענען און ברכת המזון, אזעלעכע צייטן זיך שטילערהייט אונטערמורמלען וואס דאס האט מען זיי נאך אויסגעלערנט אין די יוצרות שעמעוודיגערהייט, און אכטונג געגעבן חדר, און זענען שוין געוועהן געוואוינט דעארין, ס'זאל זיך פון זיי נישט ארויסהערן קיין איבעריג איז אבער ווען ס'איז אונטערגעקומען עפעס אן ווארט. אזוי, אז זייערע גראבע עמי הארצות זאל נישט אויסערארדענטליכען טאג, ווי סליחות אדער יוצרות, ארויס רופן קיין געלעכטער פון די ארומיגע צוהערער. דעמאלס זענען זיי געווען אויף געהאקטע צרות; זיי
זייט 171
טעקסט
אנדערש איז אבער געווען ווען ס'איז געקומען דער יו"ט פסח ביים סדר, ווען דער עם-הארץ האט זיך געפונען ביי זיך צווישען זיינע אייגענער פיר ווענט, ארומגענומען מיט זיינע משפחה מיטגלידער, וועלעכע האבן גאר געהאלטן דעם טאטען ווי א גאנצער למדן, דארט האט זיך אונזער ‘למדנ'יק' צעלאזט און זיך ארויסגעשטעלט אין זיין פולן פראכט. עס האט זיך געגאסן פון אים פערל ווערטער, וואס איז געבליבען פארצייכענט אויף דורות שפעטער אלס ווערטער וואס זענען בכח פרייליך צו מאכן דעם מענטש אין זיינע שווערסטע מאמענטען...
אט זענען עטליכע מעשיות – טייל באקאנט און טייל נישט אזוי באקאנט – וואס די וועלט ווייסט צו דערציילען פון די דאזיגע עמי-הארצים. מיר וועלן דאס איבערגעבן לויטן ‘סדר' פון סדר.
אן עם-הארץ האט זיך אויפגעטאן פאר זיין חבר, אז ער האט געטראפען א רמז און די תורה אויף ‘מים שלנו'. און פרשת תולדות דערציילט די תורה פון דעם קריג וואס האט אויסגעבראכען צווישען די פאסטעכער פון גרר, און דו פאסטעכער פון יצחק אבינו: זיי האבען געשריגן ‘המים שלנו' און דו אנדערע האבן געשריגען ‘המים שלנו'...
הושענה-רבה, האט מען געזעהן ווי דער עם-הארץ צינדט אן א פייער ביי זיך אין הויף, און ווארפט אריין זיינע הושענות, צוזאמען מיט א זעקל פארשימלטע ברויט. ווען מ'האט אים געפרעגט וואס דאס מיינט, איז געווען זיין אנטווארט: כ'האב געהערט, אז ס'איז א מצוה צו פארברענען די הושענות צוזאמן מיטן חמץ. האב איך אוועקגעלייגט דעם חמץ פון ערב פסח, און יעצט האב איך ביידע אינאיינעם פארברענט...
רבי יהושע'לע בעלזער ז"ל פלעגט פאר די ימים נוראים צוזאמרופן אלע בעלי תפילות פון די גאנצע געגענט, צו זען צי זיי קענען כאטש פירוש המילות.
איין בעל תפילה – שיינט אן עם-הארץ – האט ער געפרעגט: “וואס איז טייטש ‘אתאנו לחננך כעני בפתח'?" האט יענער געזאגט: “וואס זאל איך איין זאגן, רבי, א גאנץ יאר שטופט נאך דער ארימאן דורך, אבער ווען ס'קומט פסח, ווייסט ער טאקע נישט וויאזוי זיך אויסצוקומן"... האט דער בעלזער רב געשמייכעלט און געזאגט: “אויב
דו דאווענסט מיט אזא צעבראכען הארץ אין די ימים נוראים, דאן ביזסטו א פאסיגער בעל תפילה..."
חאצקל דער בעל עגלה איז געשטאנען פארן סדר. אלעס איז שוין געווען גרייט. אבער ער האט נישט געהאט קיין אנונג ווי אזוי מ'פירט דעם סדר. יענעם יאר איז נאך געווען מוצש"ק, און דער יקנה"ז איז אים אינגאנצן ווילד פרעמד געווען. האט ער באפוילן פאר זיין בני בית: “גיי אריבער צום שכן. קוק וואס מ'טוט דארט, וועלן מיר וויסען ווי אזוי צו פירן דעם סדר". דער שכן, גימפל, דער שוסטער פון שטאט, האט מיט קיין סאך מער נישט געוואוסט. ווען זי איז אנגעקומען דארט האט זי געהערט ווי ס'גייט קולות וברקים. ס'האט זיך געגאסן פון גימפל'ס מויל קללות נמרצות אויפן פרוי'ס חשבון.
חאצקל'ס פרוי איז צוריק אהיים געגאנגען אינגאנצען דעשראקען. דאס בלוט איז איר ארויף און קאפ. זי האט געציטערט צו דערציילען פארן מאן ווי אזוי מ'פירט א סדר, האט זי זיך פארמאכט דאס מויל, און ווען חאצקל האט איר געפרעגט וואס זי האט געזען דארט, איז זי שטיל געבליבען.
ווען חאצקל האט געזען, אז טראץ אלע געבעטעכצער ענטפערט זי נישט, האט ער געעפענט א מויל, און איר באוואשן מיט די גרעסטע חירופים וגידופין. האט זיין פרוי אויסגעבראכען מיט א געוויין: “אויב דו ווייסט אליין ווי אזוי צו פירן א סדר, צו וואס האסטו מיר געשיקט קוקן ביים שכן?"...
דער דארפסמאן איז געוען געלאדענט צום סדר, ביי איינעם פון זיינע קרובים אין שטאט.
ווען ס'איז געקומן פאר ‘כרפס', האט ער זיך געוואשן די הענט און הויך געמאכט די ברכה: ‘אשר קדשנו במצותיו וצונו', און דא איז ער שטיין געבליבן.
ווען ער האט געזען אז יעדער קוקט אויף אים מיט פארוואונדערטע בליקן, האט ער מסביר געווען, אז אין זיין הגדה שטייט בפירוש אזוי: “מען וואשט זיך די הענט און מען זאגט נישט ‘על נטילת ידים'"...
זייט 172
טעקסט
ווען דער זונדעל האט געזאגט כרפס, מען נעמט א שטיקעלע רעטעך אדער קארטאפעל ווייניגער ווי א כזית, האט אים דער פאטער גלייך איבערגעהאקט: ‘וואס איז דאס ווייניגער ווי א כזית? היינט נאכט זענען מיר בני מלכים און מען קארגט נישט. מען טיילט ברייטע כזתים'... א דארפסמאן האט אויפגעהאלטן א מלמד ביי זיך אין דארף, און דער מלמד איז געבליבן אויף פסח אין דארף, און געפראוועט דעם סדר ביי זיין בעל הבית.
ווען מ'איז אנגעקומען צו ‘יחץ', האט דער דארפסמאן געזען ווי דער מלמד באהאלט א האלבע מצה און א סערוועטל. האט זיך ער זיך אויפגערעגט: ‘שעם זיך! איך קארג עפעס מצה? קענסט עסן וויפיל דו ווילסט, דארפסט גארנישט באהאלטן'...
ווען דער זונדל האט געפרעגט דעם פאטער: ‘צו וואס צעטיילט מען דעם יחץ?' האט אים דער פאטער מסביר געווען, אז פסח גייט אלע פער פיר: פיר כוסות, פיר לשונות של גאולה, פיר בנים, פיר קשיות, אבער די איינציגסטע זאך וואס איז דריי זענען די מצות. דעריבער צעטיילט מען דאס אין צוויי, אזוי אז אויך פון די מצות זאל זיין פיר...
דער ‘קצות החושן' פלעגט ראש חודש ניסן הייסען הענגן מודעות אין בית המדרש, איינמעלדן אין וועלעכע סוגיא ער וועט האלטן די שבת הגדול דרשה, אז דער עולם זאל קענען גוט דורכלערנען די סוגיא. איז געווען דארט א רעפארם ראבינער, פארשטענדליך אן עם-הארץ, וועלעכער פלעגט אויך הענגען מודעות איבער זיין דרשה, אבער ער פלעגט דאס הענגען הערשט ערב שבת הגדול. האט דער ‘קצות' געזאגט דערויף, אז ס'איז א בפירוש'ע הגדה: ‘יכול מראש חודש' – דאס הייסט אז דער רב יכול'ט, ער קען דרש'נען, איז ער מודיע פון ראש חודש אן, ווייל ער האט נישט קיין מורא אז דער עולם וועט דורכלערנען די סוגיא, און זיי וועלן אים אפפרעגן די דרשה. אבער ‘תלמוד לומר' – אז מ'דארף אים אויסלערנען וויאזוי צו זאגן א דרשה, דעמאלטס איז נאר ‘ביום ההוא' – מוז ער מודיע זיין נאר אין יענעם טאג, מען זאל זיך נישט קענען צוגרייטען...
רבי יחזקאל'ע מערץ ז"ל פלעגט יעדעס יאר פארציילן ביים סדר אז ס'איז געוועהן אמאל אן עם-הארץ וועלעכער פלעגט יעדעס יאר ביי די ווערטער: ‘שלא אחד בלבד
עמד עלינו לכלותינו' זיך שטארק וואונדרן: וואו קומט אריין ‘חלות' אום פסח, ס'איז דאך חמץ? ווען ער פלעגט ווייטער זאגן ‘שבכל דור ודור עומדים עלינו לכלותינו', פלעגט ער זיך פונאנדערכליפן אין א געוויין פון די רשעים וועלעכע ווילן מכשיל זיין אידן מיט חמץ אום פסח. אבער ער פלעגט אויספירן מיט פרייד: ‘והקב"ה מצילנו מידם' – דער אויבערשטער גיט אונז אבער ‘מצות'..
פסח אויפדערנאכט איז דער ‘בני יששכר' רבי צבי אלימלך מדינוב ז"ל געגאנגען זיך אונטערהערן וויאזוי דער המון עם רעכט אפ דעם סדר. ער האט זיך אראפגעשטעלט אונטערן פענסטער פון א גאר פשוט'ע יוד, האט ער געהערט ווי יענער האלט פונקט ביי די ארבעה בנים, ווען ער האט געזאגט ‘אחד חכם אחד רשע', האט ער געזאגט די ווארט ‘אחד' הויך און אויסגעצויגן, אזוי ווי מ'זאגט אחד ביי קריאת שמע. דער רבי ר' הערש אלימלך האט זייער הנאה געהאט פון דעם, און ער האט זיך אנגערופן: ‘דעם יוד האט געמאכט פון די ארבעה בנים קריאת שמע! און ער האט דערביי אויסגעטייטשט א שיינעם רמז אין די ווערטער ‘רבותינו הגיע זמן קריאת שמע של שחרית', שחרית איז די ראשי תיבות פון ח'כם ר'שע ת'ם ש'אינו י'ודע ]לשאול[... רבי ישכר בער בעלזער ז"ל האט דערציילט אז ווען זיין טאטע, רבי יהושעל'ע ז"ל, האט געהערט די מעשה, האט ער זיך זייער צופייערט, זיין פנים האט געווארפן פארבן, און מ'האט געזעהן אז ס'ליגט אין די מעשה עפעס העכערס. דער בעלזער רב האט דעמאלטס מסביר געווען אז א מענטש קען אמאל זינדיגן, ווייל דאס ליגט אים אין די בלוט פון זיינע עלטערן וועלעכע זענען אויך געוועהן בעלי עבירה, אבער א מענטש קען זיך שטארקן אויף זיין נאטור, און דורכדעם וואס ער איז זיך מקבל עול מלכות שמים, קענען אלע ערליי ארבעה בנים איבערגעדרייט ווערן און ווערן ערליכע יודן.
רבי שלמה באבוב'ער ז"ל האט דערציילט די מעשה אביסל אנדערש, אז דאס איז געווען ביי רבי שלום קאמינקער ז"ל, וועלעכע האט געזעהן ווי דער עם-הארץ לייגט זיך ארויף דו הענט אויף די אויגן, און ביי יעדער ‘אחד' שרייט ער “אחד"! אזויווי ביי קריאת שמע... ווען ער האט דאס שפעטער דערציילט פאר זיין רבי'ן, דעם שר שלום פון בעלזא ז"ל, האט ער געזאגט אז ס'ליגט באהאלטן דערין א שטארקע כוונה, אז ווען משיח וועט קומען, און ס'וועט זיין ‘וכל בני בשר יקראו בשמיך', דעמאלט וועט נישט נאר דער
זייט 173
טעקסט
חכם מייחד זיין שמו יתברך, נאר אויך דער רשע, תם און שאינו יודע לשאול, אלע וועלן שרייען דעם זעלבן ‘אחד', ווייל ס'וועט זיין ‘ומלאה הארץ דעה את ה'".
א שבת נאך פסח, נאכדעם וואס דער בעל קורא האט געזאגט קדיש נאכן ליינען, איז דער עם-הארץ ארויפגעלאפן אויף די בימה און האסטיג אויסגעקלאפט: ‘היינט ליינט מען נישט קיין מפטיר'! ווען די מתפללים האבן אנגעשטעלט אויף אים אפאר אויגן, וואס עפעס? האט ער זיי אנגעזידלט: ‘איך זעה אז איר האט נישט אינזין געהאט קיין איין ווארט ביי די הגדה. מען האט דאך געזאגט" ‘אין מפטירין אחר הפסח'!...
א רב האט געהאלטן א שבת הגדול דרשה אין די סוגיא פון ‘טעם כעיקר'. נאך די דרשה גייט צו צום רב דער ראש הקהל, נישט קיין קליינער עם-הארץ, אין גיט אים א יישר כח. נאר איין זאך – זאגט ער – איז אים שווער. – וואס עפעס האט איר נאר גערעד פונעם ‘תם )טעם(' און נישט פון די איברעגיע ‘ארבעה בנים'? ענטפערט דער רב" ‘דו האסט רעכט, ווייל איך זעה אז דער ‘שאינו יודע לשאול' איז דער חשובסטער ביי אונז און שטאט'...
אין א שטעטל האט מען געוואלט אויפנעמן א רב. דער ראש הקהל, ווי געווענליך אן עם-הארץ און א דל גאה, האט אבער געזאגט, אז ער מוז אליין פארהערן דעם רב... האט מען געברענגט איין קאנדידאט נאכן צווייטען, און קיינער האט נישט דורכגעמאכט דעם פארהער פונעם ראש הקהל. ביז ענדליך איז איינמאל אנגעקומן א קאנדידאט וועלעכער האט דורכגעמאכט דעם שווערן פארהער. האבן אים די שטאטלייט אויסגעפרעגט פון וואס דער פארהער איז באשטאנען, אז קיינער ביז איצט האט דאס נישט דורכגעמאכט. האט ער דערציילט אז דער ראש הקהל האט אים געפרעגט: ‘פון וואנען ווייסט מען אז לבן האט געוואלט אומברענגן הבל'?... האט דער רב געענטפערט: ‘דאס שטייט דאך אין דו הגדה: ‘ולבן ביקש לעקוד את הבל', לבן האט געוואלט ברענגן הבל אויף די עקידה'... ‘אה!' האט דער ראש הקהל אויסגערופן מיט פארוואודערונג, ‘ער האט געטראפן'!...
צוויי עמי-הארצים האבן אינאיינעם געפראוועט דעם סדר,
ווען זיי זענען אנגעקומן צו ‘דבר אחר ביד חזקה שתיים', האט איינער געפרעגט א הארבע קשיא: ‘וואו קומט אריין און די הגדה א ‘דבר אחר'?' האט דער צווייטער געענטפערט: ס'שטייט דאך אז ער האט זיך אריינגערוקט ‘ביד חזקה'... האט דער ערשטע צוריקגעפרעגט: און פארוואס האט מען אים נישט ארויסגעטריבן? האט דער אנדערער געענטפערט: ס'שטייט דאך ‘שתיים', ס'קוקט אויס אז איינעם האט מען טאקע ארויסגעטריבן, אבער דער צווייטער איז איבערגעבליבן....
דער קעלמער מגיד איז אמאל געווען שבת הגדול אין אן אויסלענדישע שטאט, ביי די דרשה זענען דארט אנוועזענד געווען רעפארמער רע-בנים, און ווען ער האט אנגעהויבן זאגן מוסר, ווי זיין שטייגער, האבן זיי אנגעהויבן חוזק צו מאכן פון אים. האט דער קעלמער מגיד א קלאפ געטאן אין שטענדער און געזאגט: אזוי ווי מ'דארף דאך רעדן מענינא דיומא, וועך איך דערציילן א מעשה: איינער האט געזאגט די הגדה, ווען ער איז אנגעקומן צו די ווערטער ‘מעשה ברבי אליעזר ורבי יהושע ורבי טרפון' וכו', האט ער דאס געזאגט זייער לאנגזאם, ארויסזאגענדיג יעדעס ווארט עקסטער, האט זיין פרוי געמיינט, אז ער ציילט יעצט דו מכות, האט זי גענומען אראפגיסן פון כוס. זאגט דער מאן צו איר: דאס זענען ‘רבנים' נישט קיין ‘מכות'. שפעטער, ווען ער איז אנגעקומן צו די עשר מכות, האט זיין פרוי שוין נישט אראפגעגאסן פונעם כוס. ווייל זי האט מורא געהאט אז דאס זענען אויך רבנים. האט איר דער מאן געזאגט: די פריעדיגע זענען געווען אלע רבנים, אבער די איצטיגע זענען נישט קיין רבנים נאר טאקע מכות...
ווען דער עם-הארץ איז אנגעקומן צו די עשר מכות, האט ער אויסגערופן הויך אין די רייע: ‘רם'... האט אים זיין פרוי געפרעגט: ‘וואס איז דאס רם'? האט דער מאן געענטפערט ‘עפעס א גאר הויכע מלאך'... ער איז ווייטער ממשיך: ‘דרפצע'... וויל זיין פרוי ווייטער וויסן: און וואס איז דאס? ענטפערט ער: ‘עפעס א צווייטע מלאך, א שרף'. פרעגט זי: און וועלעכער פון דו צוויי מלאכים איז גרעסער? ענטפער ער: ‘נו, פרעג איך דיך, צווישען אזעלעכע צוויי גרויסע מלאכים וועל איך זיך אריינמישן?...
דער עם הארצ'נס פרוי איז געווען זייער אויסגעמאטערט פון די שווערע ארבעט פון פסח'דיג מאכן. ווען ס'איז געקומן פסח ביים סדר, גלייך נאכן ערשטען כוס איז זי איינגעזונקן המשך בעמוד 184
זייט 174
טעקסט
מגצרה שבוען קאעירןיי
ר' גרשון איז גראדע נישט קיין גרויסע תלמיד חכם, און גאר נישט קיין קליינער עם הארץ, אבער נישט אזא עם הארץ ווי פילע ווילן מיינען; ער ווייסט גענוי וויפיל חנוכה ליכט צו צינדן יעדע נאכט, ער וועט נישט מאכן א המוציא אויף א קארטאפל, און וועט נישט קניפן די לינקע פאה בעפאר די רעכטע. אויך מנהגי ישראל זענען ביי אים טייער און הייליג, און וועט עס טון גענוי ווי ער געדענקט ביים טאטן, א שטייגער פורים וועט ער נאר שיכור'ן אויף טאקיי וויין און קריעם מאלאגא, ווייל אזוי האט ער געזען ביים ליבן טאטן, און קידוש וועט ער מאכן בלויז אויף חרבונה וויין ווי די שווער פלעגט זיך פירן..
אזוי אויך ווען ס'קומט צו מצות באקן וועט ער זיין זייער אימאושענעל. ער וועט נישט קויפן מצות ביי סופער דרייצן אדער אין גאלדבערג'ס פסח געשעפט, און פול
קפנדריא
- פעליטאן -
מיט הארץ און רגש וועט ער גיין קויפן דירעקט צום מצה בעקעריי. גענוי ווי אלע יאר, לאזט זיך ר' גרשון ארויס צום מצה איינקויף ווען זיינע קליינע צדיקימ'לעך קהת און יואב כאפן אים אן ביי די הענט, און שלייכן זיך אונטער אים...
אזא געשטופעניש! איך בין דאך דירעקט געקומען באלד נאך פורים ווען ס'דארף נאך זיין ליידיג, וואס גייט דא פאר היינט? יואב: טאטעלע, אונז קענמיר ביז דערווייל גיין קוקן ווי מ'באקט?
גרשון: אוודאי, לאמיר טאקע זען ווי די קונצליכע רונדיגע מצות ווערן באשאפן, ס'איז גאנץ אינטרעסאנט!
קהת: טאטי, זיי קענען נישט טרעפן גענוג אידן צו ארבעטן? פארוואס איז דא אזויפיל גויים דא?
גרשון: קלאפ אן דיין מויל, אלעס דא פיינע אידן, ס'איז רוסישע אידן..
קהת: פארוואס טאטי דארפן זיי ברענגען ארבעטערס פון ווייטן רוסלאנד, איז נישט דא דא אין בארא פארק גענוג אידן?
גרשון: פארמאך שנעל דיין קליין פיסקל! קוק ווי דער בחור לויפט צום אויוון מיט די רויע מצות, אזוי אינטרעסאנט, ניין? יואב: אוי טאטי, קוק אן די אויוון! אין די דאזיגע אויוון באקט "קרויס" אפ זיינע שטריימלעך?
גרשון: כא, כא כא..
קהת: קוק אן די מענטש וואס שטעכט די מצות מיט די ראולי פאולי.. ער זעט אויס פונקט ווי פישל'ע פון די בוק, אוי די נאז..
זייט 175
טעקסט
יואב: און דער וואס שטייט נעבן טאטי קוקט אויס ווי דער נאר פון קינדליין, אפשר איז עס גדי אליין...
גרשון: שא, שששש.. קינדערלעך, די מענטשן קענען זיך פארשעמען!.. לאמיר שנעל צוריק לויפן, אפשר זענען מיר שוין נעקסט..
אה, ענדליך מיין רייע! רוקטס ענק, יא, איך בין נעקסט, ניין, איך! ר' איד, געמיר צען פונט פון די מהדרין מצות, ווייסטעך די בלולה דקה, די געקנעטענע, וואס מ'קען גוט פארדייען מיט די ציין, נישט זיך אפברעכן די פילינגס, די וואס צוגייט אין די מויל פון זיך אליין..
- דו מיינסט ראזעווע?
- העלל ניין! געמיר נאר פוילישע מצות, פאר כל קללה דעלמא וועל איך נישט משנה זיין פון וואס דער טאטע האט גענומען, נישט ראזעווע, נישט צעלימע און נישט סאטמארע, מעגן די מלאכים עס ברענגען אויף די פליגל זאלסטו מיר דאס נישט אנטראגן!, נאר אכין ורקין פוילישע מצות! געמיר צען פונט פון די ווייכע סארט, די שדופות קדים'דיגע וואס איז לייכט אין מויל..
- ווילסטו האל וויט?
- איז עס פון די זעלבע פוילישע ווי די אנדערע?
- גענוי, נאר לייכטער פאר די ציין און שפילט בעסער אויף די הכנות..
- פיין, פאק עס איין!
- אויך געמיר רש"י מצות איין באקסל.. קהת: טאטי! וואס איז דאס "רש"י"? גרשון: אה, דאס איז אויך אויסגעהאלטן אפילו לויט רש"י.. אבער טאקע דערפאר איז דאס טייערער, נעם איך נאר איינס! קהת: טאטי! און וואס זענען די מצות וואס שטייט דערויף "רא"ש"?
גרשון: אה שעפעלע, דאס זענען ספעציעלע מצות אויסגעהאלטן אויך לויט שיטת רא"ש, ס'איז דא אסאך מחלוקת וועגן די ווייץ, פון וואנען מ'ברענגט עס, וויאזוי מ'שניידט עס, און ווי מ'באקט עס, זעסטאך, ס'איז א פייערדיגע מחלוקת צווישן רש"י, ר"ת, שאץ און די רא"ש..
קהת: שאץ איז אויך א שיטה?
גרשון: איך ווייס נישט אויב ס'איז א שיטה, אבער ס'איז קלאר א מחלוקת. קהת: און אז דו נעמסט שוין רש"י'ס מצות, פארוואס נעמסטו נישט אויך פון די רא"ש'ס מצות אדער די שאצער מצות? אונז נעמיר אן ווי רש"י?
גרשון: יענקעלע, דו ווערסט מיר שוין צו א גרויסער פאליטישאן! ס'איז דא גרויסע רבנים און רעבעס פארמישט אין די מחלוקת'ן מיט די ווייץ און די מצות, און דו ווילסט איך זאל מיר אריינשטעקן די נאז אין די סומאטאכע? לאמיך ארויס...
-און "ניסן מצות" האסטו פאר מיר דאס יאר?
- אנטשולדיגט כ'האב נאכנישט..
- וואס הייסט האסט נישט? מ'האט מיר געפראמיסט אויפ'ן טעלעפאן! דו נוצסט אויס מיין ערליכקייט מיך אפצופאפן! דו מיינסט אויך אז איך בין אזא תמים? געמיר נאר וואס מ'האט אפגעשמועסט, ברענג עס ארויס פון אונטער די לאדנס און לאמיך גיין! א ווערטשאפט דא? פונקט ווי ביי די אתרוגים, ארבעה עשר ארבעה עשר לגזירה שווה.. לאמיך נאר רעדן צום רב המכשיר דא!
- )העלאו, ר' זרח, דא איז דא א איד וואס פארפירט אז מ'הט אים צוגעזאגט היינט ניסן מצות, ער מאכט געוואלדעס און קערט איבער דעם בעקעריי, שוין דא א ליין אונטער אים מיט מענטשן, וואס טו איך דא? דו קומסט? פיין(.
זרח: אה, ר' גרשון, דא האב איך דיר ארויסגעברענגט די צוויי באקסעס ניסן מצות וואס איך האב אליין אוועקגעלייגט פאר דיר פאריגע וואך אין מיין אפיס,
אבער פאר דעם באצאלט מען, דאס ווייסטו?
גרשון: אוי ביסטו א צדיק, איך צאל וואס דו בעטסט! איך בין אויף די ניסן מצות נישט מוותר קייניין יאר, ביי מיין טאטן איז דאס געווען נעקסט צו די עצרת הדברות! און מצה מעל! אוי, נאך גוט כ'אמיך דערמאנט, די אשת חיל, אן דעם קען איך דא בלייבן מיט אלע מצות, און פירן דא דעם סדר....
- אקעי, וואס איז מיין טאטעל?
- זיבן הונדערט זיבעציג, גענוי כמנין 770!
- געמיר נישט קיין גימטריות היינט, ס'איז א ערנסטע טאג, זאג מיר וויפיל איך דארף די געבן טאטעל..
- סאו געמיר זיבן הונדערט און זיבעציג דאללער!
- וו-וו-וואאאאאס????? ביסט אויפ'ן קאפ געפאלן? לעצטע יאר האב איך באצאלט האקעל באקעל זעקס הונדערט עפעס, 770? ביסט נאך שיכור פון פורים? - בארואיגט אייך, איר האט דאס יאר גענומען רש"י, אויך מיט עטליכע פונט מער ווי פאראיארן, דאס איז אייער גראדער חשבון..
- אקעי, וויפיל צאל איך א פונט?
- 27.50, פאר די געהעריגע, 29.50 פאר די האל וויט, און 30.00 פאר ד ...
- וואס??? ביסט אינגאנצן אויפ'ן זינען? - דאס איז די דיסקאונט פרייז פאר סטעדי קאסטומערס!
- פאר אביסל מעל מיט וואסער?
- בארואיגט אייך ר' איד, איר ווייסט וואס די ווייץ, שניידן מאלן, און זופן קאסט אפ? און די מים שלנו איז אויך דאס יאר גאר שטארק ארויף, און די וועטער די ווינטער, דו ווייסט וואס דאס מיינט אין אזא ווינטער צו הייצן א אויוון?
- אוי סארי, ביסט גערעכט, כ'האב נישט געוואוסט די אלע דיטעילס, סאו סארי, דא האסטו, סווייפ מיין עמעקס קארטל..
- א כשר'ן פרייליכן פסח, און יישר כח ר' גרשון פאר די אונטערהאלטונג.
זייט 176
טעקסט
קרעפל משולשת
יואב
אז סעלפאון-סערוויס לויפט שוואך אין זאל, האט ר' קרעפל פארהערט האט ר' קרעפל זיין תינוק שנשבה בלויז ביז צום ברוך באשלאסן צו נעמען די אנוועזנדע נערוון א טריט ווייטער, און שפטרני. אז די אינסטאלירונג פון ייצר-טוב איזאריבער מיט סאמע וואונדערליך משלב געווען דעם גם כי יזקין לא יסור ממנה מיט דערפאלג, דער למען-לא-ניגע-לריק האט דערלעבט א פריש פאר דעם ועלהו לא יבול. אלץ האט זיך געדרייט ארום יענער באקאנטער ליפן וואס זאל אים די תפילין מנשק זיין, דאן האלט ער אז ס'קומט גמרא פון אילן אילן במה אברכך – אלא שכל נטיעות שנוטעים דעם צדיק א שטיקל מאנדאט.
ממך יהיו כמותך. אויסער דאס צונויפשלעפן א שלל מיט טעמים דער ציבור וועלכער איז געווען פארכאפט אונטער זיין טעמפער נאכסאל די גמרא וואס קיין איינציג ווארט אין איר איז נישט איבריג, בר-מצווה דרשה ווייסט אז אין דאזיגן פאל טשעפעט זיך ר' זאל שרייבן אילן אילן צוויי מאל ווען איין מאל אילן וואלט לכאורה קרעפל'ס שיטה נישט נאר צום פינפטן חלק שולחן ערוך – ס'טייטש געווען גענוג, האט ער ארויסגעברענגט דאס אז אויב דער טאטע איז יענעם ספעציעלן באשטאנדטייל וואס דער חונן לאדם דעת האט א צדיק דאן איז העכסט-פארשטענדליך פארוואס ער וויל אז אויך ביי אים אין מח אריינגעפלאנצט – נאר אויך צו א טוץ פסוקים, זיין קינד זאל וואקסן אזוי. ר' קרעפל האט אוודאי נישט פארגעסן מדרשים און משלים.
צו מעלדן דעם עולם אז אזאנע פשוט'ע באגריפן פארשטייט אפילו וישא משלו מיט דעם כי האדם עץ השדה, און פון דארט האבן דער שמוציגער גוי, דער עבדא וואס בהפקירא ניחא ליה.
אנגעפראפטע בינטלעך חומר אנגעהויבן זיך צו צעקריכן אויף האבן מיר טאקע א ביימעלע מיט א שיטה'לע – די פליכט פון דער פריי. האלטנדיג ביים עץ החיים און עץ הדעת, די בחינות ושננתם ווערט אבער צוליב א שווארץ היטל אויפ'ן קאפ נאכנישט פון טוב ורע, האבן די פאפקארן שיסלען אויסער א ביסל זאלץ אנולירט. וואס שייך יענעם פרינציפ פון לאזן דאס ביימעלע בליען און פארהארטעוועטע קערנדלעך שוין נישט געהאט מיט וואס צו אויף דער אייגענער האנט, נו, איז נישט פשט אז ער “פארהערט" קארמען די לאנגווייליגע געמיטער. אז ס'האט זיך ארויסגעשטעלט
זייט 177
טעקסט
חלילה; ס'האט געקריגן א נייעם נאמען. ס'הייסט “ער גייט מיט זיין בחור איבער דאס לערנען."
בששת ימי המעשה וואלט די דאזיגע עבודת הקודש ר' קרעפל'ן נישט אנגעקומען גרינג. ווי ר' קרעפל זעלבסט דערמאנט אין יעדער געלעגנהייט איז דאס ארויסגיין פון כולל געווען די לעצטע זאך צו וואס ער האט געהאט חשק אדער אמאל געקלערט ס'זאל פאסירן – ס'איז דער רבוש"ע וואס האט מיט זיינע פארהוילענע חשבונות זיך אריינגעמישט דא, און אים אריינגעפירט בעולם המסחר. גענוי אין וועלכן תחום דער משביע לכל חי האט חשק געהאט ר' קרעפל זאל זיך באשעפטיגן איז דערווייל טאקע אומקלאר – אז ער באזיצט אן אפיס, דאס איז איינמאל א וודאי.
ס'זאל חלילה קלערן עמיצער אז דאס זיין טרוד על המחיה ועל הכלכלה האט ר' קרעפל'ן אוועקגעשלעפט פון דער סאמע בעסטער סחורה אויף דער וועלט; אדרבה, מיט א טאג אנגעבליך געשוואלן פון שיעורים איז שייך דעם אני עמל והם עמלים צו באקוקן פון יעדן קוק-ווינקל אויסער א מעטאפארישן. ווער רעדט נאך פון דעם אני משכים והם משכימים – דער רעזערווירטער שטאלץ צעגייט די בני מלכים פאר די אויגן כהמס דונג.
די שפתי ישנים מאכן זיך פייכט אין זייער ערשט גלעזל קאווע אומגעפער עלף אזייגער פארמיטאג; דאס קומט בדרך כלל איידערדער גוף נקי וואקסט אריין אין ענגן סדר היום און ציפט אראפ א חתיכה. ווייטער זיך שטעלן רעדן פאר דעם מלך מלכי המלכים וועןצעפאטלטע בינטלעך האר דרימלען ארום זיין פארקלעפטן פרצוף איז א פחיתות כבוד מילד גערעדט; זיי צו פארוואנדלען אין תלתלים רסיסי מקווה קען א פעקל רכילות שטענדיג זיין בייהילפיג. אחרי ככלות הכל טוט ער איינשפאנען דעם לאנגען און דיקן גארטל און מאכט מיט אים עטליכע הקפות ארום דעם הענגענדן ריפסענעם ארבל – פון הימל יאגט מען זיך אפצונעמען זיין ברכי נפשי.
מיט אזא פארנומענער וואך וואלט ר' קרעפל נישט געקענט אנטרעפן א מער פאסיגן זמן אפירצונעמען דעם ושננתם, נאר אין יענעם לויטערן מאמענט אין וועלכן דער שיר השירים לייגט זיך מיט א געלאסנקייט איבער דעם פילפארביגן האריזאנט, און באטראכט די שורות ווייסע זאקן וועלכע צעגייען זיך איבער די געבעט-הייזער פון גאט.
דער וואכעדיגער גוף איז ביי ר' קרעפל'ן טאקע פארשפארט אין די בגדי קודש, ס'אנבאלאנגט דער נשמה יתירה – פאר די ציצים ופרחים איז אבער פארט פארבליבן א לעכל דא און א שפארעלע דארט צו קענען הענגען אויף דער פריי. דער תנוך אוזן הימנית איז, נישט אום שבת גערעדט, סוגה בשושנים; עטוואס אראפציר, ובהרת לבנה-אדמדמת מציצה מן החרכים. דער געל-ווייסער שאל גליטשט זיך בלויז א קאפעלע נענטער צו דער רעזשוואולקע, והנה, א בלאס געהענגל טרויבן שטארט ארויס פון גענאק און קוקט אויף דער מענטשהייט מיט א מינע וואס שפייט מיגל.
די שמאלציגע נאז, אנגעשאטנט מיט מחנות שווארצע פינטלעך און פארקילט דורכאויס דעם גרעסערן טייל פון יאר, בייגט זיך מיט איר שנאבלדיג-רויטן עק אריין אין דער רעזשוואולקע – וועדליג די בושות און קנאפן נוצן זי שאפט אים וואלט ער קיין גרויס פאראיבל נישט געהאט זאל זי מחליט זיין אנטרינען צו ווערן דארט לצמיתות. דער מזל פון זיין לאנגער בארד איז אויך נישט עפעס יענער
וואס די שטערנזעער האבן פאראויס געזאגט. ניטאמאל א האלבע שעה איז אריבער זינט זי האט אונטער דער אויבערפלאך פון מקווה פארלוירן אירע קניפן, און דאס ביסל פארבליבענע חן האט זי ביים ווינט אויך אנגעוואוירן. דער עזות'דיגער רוח האט איר אן קיין רחמנות צעשניטן אויף צוויי – דעם פזר גדול האט ער דאן פארוואנדלט אין א קרני פרה און נאך בטעמי עליון.
ר' קרעפל ווערט אבער ביי זיך נישט געפאלן. נישט נאר טוט ער קלייבן שכר פסיעות דורך זיין א הולך ועושה, נאר דעם הילוכך תהא בנחת נעמט ער אויך נישט פאר לייכט. דער ווילדער גלוסט נאך אויטאריטעט וואס רייסט זיך פון זיינע צוויי פייערדיגע אויגן גיסט ער אריין אין אייגענעם שאטן, דארט וואו ס'שפאנט א סטאדע צאצאותיו מיט א דיסציפלין ווי ארויס פון פאנטאזיע. ס'פראבירט איטלעך אריינצופאסן אין שוואונג פון פאטער'ס פסיעות קטנות – א זיגזאגן הילוך וואס טוישט אפט פארעם, און ווערט קאנטראלירט דורך א פאר גלאנציגע פערטל-שיך.
– איז זאג נאכאמאל. שומר שמסר לשומר, חייב אדער פטור? מחלוקה.
– און אויב גיבט דאס דער שומר שכיר פאר א שומר חינם?
זעלבע מחלוקה. לויט דעם מאן דאמר וואס האלט פטור, דאן איז דער חידוש אז אפילו דגרע משמירתו איז ער נאך אלץ פטור ווייל דער שומר פאר וועמען מ'האט דאס איבערגעגעבן איז א בן דעת. – נו זאג ווייטער.
לויט יענעם מאן דאמר איז לכאורה שווער, וואס איז דא אנדערש פון א גט ביי וואס דער מאן קען זאגן אין רצוני שיהא פקדוני ביד אחר.
– פשש, א געוואלדיגע גוטע קשיא. האסט דאס געפרעגט פון דיין מגיד שיעור?
– גוט שבת ר' יצחק פייוויש. וואס גייט איר עפעס אזוי יענעם וועג, איר קומט נישט דאווענען ביי אונז?
– אזוי גאר, וועלכער שוואגער?
– און ווער איז דער מחותן?
– אזוי גאר, שיין! איין מינוט, וועלכער שלישקאוויטש; דער קליינער רויטער, אליצור'ס איידעם?
– פשש, נישט געוואוסט ער מאכט שוין חתונה. די יארן לויפן, מ'ווערט נישט אינגער.
– נאה, נישט ממש אין די ווינדלעך; כ'דענק אבער נאך ווען ער איז געווען א בחור.
– זאגסט מיר? שוין, זאל זיין נאר שמחות. דער טאטע איז דא, אלעס איז דא, וואס, און מ'דאווענט הייסט עס יעדער אין זאל? – פשש, באמת א גרויסע שמחה. פיין, גוט שבת, ס'קומט מיר אין אמת'ן גחלי רתמים, איך בין דא מפסיק פון לערנען.
– אז וואס? נאה, נישט בשמים; איך זאג פשוט אז ס'קומט זיך מיך גחלי רתמים, ווייל איך בין דא מפסיק פון לערנען.
– ביי וועמען? דעם זמן האב איך אים געשיקט צו ר' חזקל דוב'ן, עמער זען וויאזוי ס'ארבעט זיך אויס.
– וויאזוי? זאג איבער, כ'הער נישט.
– שוין, ווייסט דאך, ברוך ה' יום יום. דערווייל בין איך מער ווייניגער צופרידן; עטליכע קליינע שינוים וואס כ'שפיר אז ס'פעלט זיך אויס, און כ'האף מ'וועט דאס מסדר זיין בקרוב. איך קען מיך אבער נישט
זייט 178
טעקסט
אפרעדן. ווייסט דאך, ס'איז נישט דא קיין שלימות אויף דער וועלט; קיינער האט נישט פון אלעמען. מ'ברויך קוקן אויפ'ן האלבן גלעזל וואס איז יא פול. פיין, גוט שבת.
– עה, יצחק פייוויש, קום א רגע נאר. כ'ווייס נישט צי איך וועל נאך בכלל אניאגן צו גיין געבן מזל טוב. אויב טרעפסטו אבער חיים לעזער דארט, זאג אים בהאי לישנא:קרעפל זאגט אז ער האט באמת שטארק פראבירט, און האפט ס'וועט אריבערגיין בקרוב. דו זאג אים נאר די דאזיגע ווערטער, ער וועט שוין וויסן פון וואס איך רעד. פיין, גוט שבת, א יישר כח. וועסט געדענקען חיים לעזער'ן, יא? יישר כח נאכאמאל. לאז גריסן דעם פאטער דיינעם.
ניין, דאס פרעגט תוספות.
– אה, איז וואס איז נאר געווען די קשיא? אה, יא יא גערעכט, כ'דערמאן מיך טאקע יעצט, אזא שמאלן תוספות אויף עמוד א'. אדער אפשר טאקע אויף עמוד ב' – גירסה דינקותא. זעסט, וואס מ'לערנט דאס נעמט מען זיך מיט אויף שטענדיג. נו, וואס דעמאלט איז דיין חידוש?
דער בחור איז דווקא לאו א בעל מחדש. ס'איז דער פאטער – א זעלבסט-דערקלערטער בעל מחדש און מחבר ספרים וואס האט זיין ספר דערווייל טאקע נאך נישט געשריבן; מעות קדימה און הקטן חתימות שוין אבער געזאמלט – האט ביי אים אריינגעבאקן אז כך היא דרכה של תורה. ס'טייטש אז קען מען שוין דעם רש"י-כתב און אויך א שטיקל סידורו של שבת, דאן איז צייט צו לאזן אין גאנג די אייגענע חידושים. בין כותלי הישיבה זיצט דער צדיק דורכאויס דער וואך מיט דעם פארכט פון אן אלול'דיגן פיש. ער לערנט, גייט איבער, און מאכט זיך גרייט צו קענען צופרידנשטעלן דעם בור ריק וואס קלעטערט בו בזמן איבער דער ברייטער געוועב און זוכט ממלא צו זיין זיינע תאוות און ליידיגע צייט בבת אחת.
–נו במילא?– כאפט ר' קרעפל א הויפן בארד במלא חפניו און יאגט דאס אריין צווישן די געלע ציין – דאס איז כל זמן ער זאגט טא– גוט שבת ר' קרעפל.
הע, גיב נאר א קוק ווער ס'גייט דא. גוט שבת גוט שבת. א גריס פון דיין שוואגער, ער איז נעכטן געווען ביי מיר. נו, עה. כ'וועל מיט דיר רעדן שפעטער. גוט שבת גוט שבת.
– איז וואו האבן מיר געהאלטן? כולי עלמא לא פליגי ווען? – ר' קרעפל'ס קאפ וואנדערט ערגעצוואו אין די מרחקים.
– קינדער, ענק ווייסן ווער ס'איז דער איד וואס האט יעצט געזאגט גוט שבת פאר טאטי? ער הייסט פיקלאוויטש. מיט א שטיק צייט צוריק איז ער לכאורה געווען דער סאמע רייכסטער מענטש מיט בארד און פיאות. יארן לאנג איז ער געווען דער איינציגסטער ווערים אימפארטירער פאר די סטראבעריס. אלע פארמער פלעגן זיי קויפן ביי אים. מיט עטלי– אבער טאטי, וואס מיינט אן אימפארטירער?
– אן אימפארטירער איז איינער וואס אימפארטירט עפעס, ס'טייטש ער ברענגט אריין סחורה פון אנדערע לענדער אהער. מיט עטליכע יאר צוריק האט ער אנגעהויבן ברענגען ווערים פאר א טוץ מ– טאטי וואס מיינט טוץ, א פאני ווארט.
– קשיות לייג אוועק צו פרעגן ביים סדר... וואס איז דאס געלעכטער,
עזות פנים. ווען וועסטו זיך שוין אויסלערנען אז מ'האקט נישט אריין אינמיטן א טאטע רעדט.
– מיט עטליכע יאר צוריק האט ער אנגעהויבן ברענגען ווערים פאר א טוץ מיט אנדערע פירות און ירקות אויך; מיט דער פארלאנג פאר ווערים איז אבער אויך די קאנקורענץ געשטיגן, און קיין סך געלט אין דעם תחום קען מען שוין נישט לייזן. דאס רופט זיך בעולם המסחר אז דער סופליי איז מער ווי דעם דימענד – ענק זענען נאך צו קליין דאס צו דארפן וויסן. איך בין מתפלל אז ענק זאלן קיינמאל נישט וויסן וואס דאס מיינט; די קעפ ענקערע זאלן ליגן בלויז אין תורה. פון די אלע שטותים וואקסט מען נישט אויס קיין תלמיד חכם.
– עמיצער, ליידער מזרע ישראל, לשון הרע צו זאגן ווער, ענק קענען אים, כהיום איז ער אן אויבן-אן איד, האט דעמאלט געהאט אריינגעטראגן א מסירה אויף אים אז ער פארקויפט סינטעטישע ווערים. כדי מ'זאל נישט ברויכן איבערפרעגן און אריינהאקן אינמיטן א טאטע רעדט – סינטעטיש מיינט נאכגעמאכט, פאלש. דער אידאיז נעבעך אפגעזיצן אין חד גדיא פאר עטליכע יאר. אזוי גייט דאס, די תאוות הממון מקלקלת את השורה, מיר ברויכן זיך נעמען א מוסר השכל. פרנסה גיבט דער אייבערשטער, דער מענטש איז א גארנישט. השלך על ה' יהבך זאגט דוד המלך. און וואו מיינען ענק איז ער אנגעקומען -- איבער דעם גאנצן זומער זיצט ער אפ אין מאראקא איינער אליינס, ובכפות ידיו קלעבט ער ארויף די פיטמות אויף די אתרוגים.
שיעור פשוט האבן אונז געלערנט אין אלו מציאות.
– כ'וועל מיט דיר מוזן דאס איבערגיין שפעטער, יעצט איז שוין נישט דא קיין צייט. דערמאן מיך אויפ'ן וועג אהיים. עה קינדער, וואו לויפן ענק? כ'בעט נאכאמאל אז יעדער זאל געדענקען וואו ער לייגט אראפ זיין מאנטל. איך וויל נישט מ'זאל נאכאמאל דארפן זוכן.
– אוי הודו לה' כי טוב, כי לעולם חססססדו. נו, גיי נעם א סידור און הייב אן דאווענען. גענוג געשפילט. ביז ווען וועסטו בלייבן א בעבי? ביסט שוין א גרויס אינגל. ווערסט דאך שוין באלד בר-מצווה. נו, וואס חלומ'סטו, קוק מיך נישט ווי א האן אין דעם בני אדם. גיי נעם א סידור און הייב אן דאווענען. און דו אויך, שטעל דיך אויף און גיי נעמען א סידור. פארוואס ברויך איך יעדן קינד זאגן באזונדער, הא? – אוי יאמרו גאולי ה'...
אין יענעם ווינקל, בצלעות השולחן האט דער פלאסטיק זיך א גליטש געטאן, און לא פחות ולא יותר, א שטיק טיש שטייט בגילוי ראש און קוקט גאט אין פנים אריין. שטייט דאך פון צדיקים אז טפח מגולה פון טישטעך איז כטפח מגולה... ר' קרעפל לאזט אלץ איבער אונטער זיך, און נעמט זיך יאגן איבער דעם היכל ווי א זויערער דיבוק וואס ווערט געטריבן דורך מקובלים, און די לעצטע האפענונג זיינע איז אז ער וועט כאטש אנטרעפן אזויפיל קליינע פינגער נאר מעגליך. די לאנגע רעזשוואולקע הייבט זיך פונעם געלויף און פאטשט אויף הינטערוויילעכץ; אויפ'ן זכרון שווימט באלד ארויף יענער סצענאר וואס די מלמדים האבן אנגעגעבן אויפ'ן ותתפשהו בבגדו.
פאר ר' קרעפל איז אבער נישט גענוג דאס אז בלויז ער זעלבסט טוט פארשטעלן מטורפ'דיגע טענץ להחזיר הפלאסטיקס על ישנם. ער נעמט זיך קאמאנדעווען און הייבט אן אריינשלעפן דעם גאנצן
זייט 179
טעקסט
קהל אין דער עבודת הקודש פון גראד מאכן קרומע און פארקרומען גראדע. דא וועקט ער צעפליקטע נפשות וועלכע דרימלען איבער'ן טיש, אלץ ווייל די ידים זייערע האבן אוועקגערויבט א שטיקל טישטעך בשגגה; דארט נאעוועט ער צו דעם און יענעם, יעדער זאל כאפן און פארשטיין פון זיינע בייזע העוויות און קרענקליכע גרימאסן אז א כזית טישטעך האט זיך דאנעט געהויבן און דארט געגליטשט.
נו ר' קרעפל, מ'קען אייך אפשר צו שיקן צום עמוד? השמיעיני את קולך ערב, ווען וועט שוין דער שול נאכאמאל זוכה זיין צו הערן אייער זיס קעלעכל.
ר' קרעפל נעמט זיך קלאפן דאס שקעטעלע טאבאק אהער, אהין, ציט אריין מיט ביידע נאז לעכער, איז מכסה איין לעכל און שלעפט מיט רציחה פון אנדערן; טובל'ט דאס פינגער דערין, און רייבט אן דעם טאבאק אין נאז ס'זאל גיין פון די אויגן טרערן – נע! נישט דא קיינער וואס וויל צוגיין? חיים יואל האסטו שוין פראבירט? יעקב דוד וויל נישט? משה זרח איז נישט גרייט זיך צו לאזן הערן?
נו ר' קרעפל, אפשר דאך?
– שוין, א תבשיל שהקדיחתו מלח וויל איך דאך נישט זיין. דער אמת איז אז כ'בין אביסל הייזעריג היינט, א שאד. האלטסט כ'וועל קענען מיך ציקלען ביי ושמרו? שוין, זאל זיין. א טלית איז דא? דער עולם זעצט זיך אויף די פלעצער, מ'איז דערשעפט פונעם מזמור אין וועלכן מ'האט צווישן אנדערע אויסגעשריגען דיאומגעהייער-קאטאסטראפישע דערשיינונגען די שטימע פון גאט איז אלץ אומשטאנד אויף. דער שעפשעט אן אנא בכח, א צווייטער פארענדיגט א לשון הרע'לע וואס די גוערינ'יקעס האבן אים פריער נישט דערלאזט, און א דריטער טרעפט א מינוט צו שנייצן די נאז און דווקא אין א הייליג טאשטיכל וואס רביה"ק זצ"ל האט נאך גענוצט ביי דער תשי"ג כל-נדרי דרשה. ס'געדויערט נישט לאנג, און א שטילקייט צעטראגט זיך אין היכל. די אויגן פון ציבור הענגען אויפ'ן פאר'טלית'טן קאפ פון ר' קרעפל – די גענויע מעלאדיע אין וואס מ'וועט דעם וועכענטליכן לכה דודי אפשיקן צו די העכערע היכלים, ליגט אויסשליסלעך ביי אים.
– שוין, האב איך דאך געוואוסט אז דער וועט קיין קאנווענציאנעלן ניגון נישט אנהייבן – ציט עמיצער אויס די הענט איבער דעם קאפ, גענעצט און קלייבט זיך אריין אינעם שנים-מקרא-ואחד-תרגום, אויפ'ן זעלבן בלעטל וואו ער האט פריער איבערגעלאזט אן אשר-יצר פאפירל.
א האנטפול מתפללים פראבירן איטלעך ארויסצוהעלפן דעם איינגעזינקענעם לכה דודי. דער ברומט אונטער, האלב פון מויל, האלב ברוח אפו – גענוי וויאזוי דער ברום מישט זיך אויס מיט דער לופט איז לאו דווקא עפעס וואס דינט זיין אינטערעס. ס'נעמט אים נישט לאנג איינצוזען אז ער האט שוין דעם ניגון עטליכע מאל אריינגעפירט אין טערעטאריע וואס געהערט א רייע מיט אנדערע ניגונים. קיין סך קען ער אבער זיך נישט העלפן, ולטעמיה, כיוון שהתחיל לזמר שוב אינו חוזר.א צווייטער ווידער איז ביי דער מיינונג אז אויב זאל ער מיטזינגען בלויז מיט א האלבער סעקונדע אפגערוקט פון בעל תפילה, קען זיין חוש צו נגינה אויפכאפן דעם טאן. אזוי כאפט ער אריין צוויי פויגלען אין איין שאס. ראשית קלערט דער עולם אז ער קען אויך דעם ניגון; והשנית, ער לערנט
זיך אויס דעם ניגון טאקע בו בזמן וואס דער ציבור קלערט אז ער קען דאס שוין.
דער לא תבשי וואקסט אריין אין שול – דער אנטוישטער עולם פאלט אבער צוריק צו די גיליונות. וויפיל כוח און טאלאנט דער לא תבשי זאל נישט האבן – קעגן אן אויבער-חכם שטייט אפילו ער מאכטלאז.
– נו קדיש, ווארט אויס א מינוט.
אמן!
דער עולם באפאלט ר' קרעפל'ן, מ'באדאנקט אים פאר דעם הערליכן דאווענען – אנגעבליך עפעס שלא מעלמא הדין, עפעס וואס דער מענטשליכער אויער האט נאך נישט איינגעזאפט זינט מ'האט אים אנגעקלעפט אויפ'ן גוף.
– שטילע שמונה-עשרה איז נאך געווען די שענסטע – ווארפט א גוטזאגער אריין א פארשטויבט ווערטל, און תוך כדי דיבור זאגט ער עפעס אזא למדני חוקיך – כ'האב נאר געמאכט א וויץ ר' קרעפל. – כחכם יישר, זייער גערן – שמייכלט ר' קרעפל, און די קנעכלעך פון זיינע פינגער צעגייען זיך אין א ווילדער קראכעריי; איין מאל, נאכאמאל און א דריט מאל, אפשר דאך וועט מען עפעס קענען אויסקוועטשן – וואס איז אבער פשט אז קיינער האט נישט געקענט דעם ניגון, דאס איז דאך דער שלישקאווער כל מקדש. קיינמאל געהערט? א חידוש. ס'איז ביי מיר געווען ברור אז יעדער דא קען דעם ניגון. נאה! ר' געציל וואס איז אייער תירוץ, הא? איר וואלט דאך יא געברויכט קענען דעם ניגון. אייער טאטע פלעגט פארן אינדערהיים צום שלישקאווער, און אייער זיידע איז דאך אפגערעדט, ער פלעגט ממש זיין א נכנס ויוצא דארט. דאס האט ער מיר אליינס פארציילט. איי געוואלד! וואס איז געווארן פון אונז אידן.
– און לא תבשי, כ'מוז זאגן ס'מיר גאר געווען א גרעסערן חידוש. מתחילה האב איך געקלערט אנצוהייבן דעם קוברינער'ס בר יוחאי; הע, כ'זע מענדל שמייכלט. יע, די וואס פארשטייען צו נגינה ווייסן אז יענער ניגון איז ממש געגאסן פאר לא תבשי. שוין, אז כ'האב אבער געזען אז דעם שלישקאווער כל מקדש קען נישט דער עולם, האב איך דאך נישט געוואוסט מיט וועמען מ'גייט דא צום טיש. קיין סך צייט צו קלערן פון אן אנדערן ניגון האב איך דאך נישט געהאט, מילא בלית ברירה האב איך מחליט געווען אז כ'וועל אנהייבן עפעס וואס דער עולם קען – ווי יאקל שמואל פלעגט שטענדיג זאגן פאר אונז בחורים, ‘אז מ'קען נישט קיין אלף בית שפרינגט מען נישט צו דער גמרא.' שוין, דערווייל זע איך אבער אז פון גאנצן סמעדריש האט איין זעליג נתן געוואוסט דערפון. ס'וויל זיך מיך נישט גלייבן דאס. ס'איז דאך דער באקאנטער פרעסעראווער מה יפית. ר' קעלבעלע פלעגט דאס דאך זינגען אויף איש חסיד יעדן מוצאי שבת ביי מלווה מלכה, און אין מילקשעיק האט מען דאס געזינגען אויף הנירות הללו. שוין, זעט זיך אויס כ'וועל קומענדיג מאל ברויכן אנפרעגן ביים עולם בעפאר. א שאד, הערליכע ניגונים, איינער בעסער פונעם צווייטן. דער עולם ברויך פשוט זיי קענען. שוין, מאי דהווה הווה. גוט שבת, גוט שבת.
– עה, האלא, כ'האב אינגאנצן פארגעסן צו פרעגן. ווען שטעלט מען זיך מארגן?
– ברכות אדער הודו?
– ס'וואלט שוין געמעגט ווען זיין א צעטל.
זייט 180
טעקסט
א שמועס מיט
געוואלדיג
א גוטן
הרב קעלנער. ווי באקאנט האט איר לעצטנס רעזיגנירט פון אייער מנהלות אין "קאווע שטיבל", וואלט געווען פאסיג צו נוצן די געלעגנהייט צו כאפן מיט אייך א שמועס איבער קאווע שטיבל און אייער ראלע אין איר אויפבוי און הצלחה. די דאזיגע "פה-סח" אויסגאבע וועט געלייענט ווערן דורך טויזנטער אידן, אויך אזעלכע וואס זענען נישט קיין רעגלמעסיגע ליינער פון קאווע שטיבל, אדער אפילו אזעלכע וועלכע האבן נאך קיינמאל נישט געהערט דערפון. אלזא זייט ביטע מסביר פאר די ליינער וואס קאווע שטיבל איז, און וואס איר ציל איז – פון אייער פערספעקטיוו.
א דאנק
פאר'ן מיר געבן די געלעגנהייט צו רעדן צום עולם. קאווע שטיבל איז א פארום אויף דעם אינטערנעט וואו יעדער וואס קען ליינען און שרייבן אויף דער אידישער שפראך איז וועלקאם צו שרייבן זיינע מיינונגען ווילאנג זיי קומען נאך די פרינציפן פון יהדות. די חברי ההנהלה און גרינדער פון קאווע שטיבל זענען ביי דער מיינונג אז דער אינטערנעט איז א כלי מיט א געוואלד פון פאטענציאל צו ווערן אויסגענוצט צום גוטן. דער אינטערנעט איז גארנישט אנדערש ווי א מעסער, וואס קען גענוצט ווערן ווי א וואפן אומצוברענגען איינעם ח"ו, אדער – להבדיל – צו שניידן די חלה ביי א לעכטיגן שבת'דיגן טיש. יעדער אנשטענדיגער מענטש פארשטייט צו נוצן א מעסער נאר אויף א פאזיטיוון אופן, און איך גלייב אז רוב אנשטענדיגע מענטשן פארשטייען צו נוצן דעם אינטערנעט נאר אויף גוטע זאכן.
קאווע שטיבל איז דא אויסצונוצן דעם געוואלדיגן פאזיטיוון פאטענציאל פון דעם אינטערנעט צו ערמעגליכן אידיש-רעדענדע מענטשן פון איבער דער גארער וועלט זיך צונויפצושמועסן על דא ועל הא, און מיטטיילן איינער מיט'ן
זייט 181
טעקסט
שטיבל איז א פלאץ וואו יעדער קען נעמען דעם פעדער אין דער האנט און שרייבן וואס אימער ער פילט אז עס קען אים בענעפיטירן מיט'ן שרייבן, און בענעפיטירן די ליינער מיט'ן ליינען.
גענוי דעם זעלבן בליק אויף דעם אינטערנעט האב איך געזעהן פון הג"ר יעקב יוסף ריינמאן שליט"א פון לעיקוואוד, מח"ס שופרא דשטרא. מיט בערך 14 יאר צוריק האט הרב ריינמאן ארויסגעגעבן א בוך "איין פאלק, צוויי וועלטן" צוזאמען מיט א רעפארם ראביי וואו זיי דעבאטירן זייערע השקפות. הרב ריינמאן האט געשריבן דעם בוך מיט די הדרכה פון הג"ר מתתיהו סאלאמאן שליט"א און הג"ר שמואל קאמינעצקי שליט"א. אין אן אינטערעסאנטן אויסטויש באשולדיגט דער רעפארם ראביי אז ארטאדאקסן זענען נישט זיכער מיט זייערע שיטות, און האבן מורא פון אינפארמאציע, און ער לייגט צו )זייט 33(: "איך גלייב אז דאס איז די סיבה אז געוויסע רבנים חרדישע האבן לעצטענס דעם גע'אסר'ט באנוץ פון דעם אינטערנעט. יא, עס קען זיין אז זיי
לייוונט צו מאלן דערויף, און מ'גיט אים דערמיט א טוץ באגרעניצונגען: זיבן אינטשעס פון אויבן, און פינף א האלב אינטשעס פון אונטן טארסטו נישט מאלן. זעקס אינטשעס אינדערמיט מוז זיין רויט, און פיר אינטשעס אויף דער רעכטער זייט מוז זיין ברוין, דא מוזטו מאכן א קעסטל און דארטן מוזטו מאכן א דריי-עק, וכו'. ווי קען דען א מאלער אויסגעבן זיין טאלאנט מיט אזעלכע באגרעניצונגען? כדי א מענטש זאל קענען רעדן און שרייבן, צו קענען דערפרידיגן זיין אינערליכן ארטיסט, דארף זיין א געוויסע פרייהייט, און געפיל פון רואיגקייט און גרעניצלאזיגקייט. און דערפאר איז אונזער גרעסטע עבודה אין קאווע שטיבל צו זיין נאמן לה' ולתורתו אבער אין די זעלבע צייט געבן פרייהייט און לופט פאר אחינו בני ישראל זיך צו לאזן הערן, און צו דינען ווי א פלאטפארמע צו נוצן און אויסשארפן טאלאנטן. די דערפאר האבן מיר א גאר מינימאלע צענזור, און ווילאנג מ'האלט זיך נישט צו שרייבן זאכן וואס גייען ארויס פון די ראמען אידישע קען מען האבן די פולע פרייהייט צו עקספלארירן זיך און די וויסנשאפט וואס מ'זאמעלט. דער מאמר החכם
הג"ר יעקב יוסף ריינמאן שליט"א מיט זיין חברותא הג"ר מתתיהו סאלאמאן שליט"א
זענען באזארגט וועגן גרינגע צוטריט צו שמוץ, אבער איך מיין אז זייער עיקר פחד איז אז דער אינטערנעט איז דער 'הייוועי' צו וויסענשאפט. אומגעפילטערטע וויסענשאפט איז א סכנה פאר דעם פונדאמענטאליסטישן מהלך המחשבה."
הרב ריינמאן, אבער, ענטפערט אים אומצוויידייטיג אפ )זייט 46(: "די פראבלעמען וואס אונזערע רבנים האבן מיט דעם אינטערנעט זענען שמוץ און 'אנליין רילעישאנשיפס' מיט פרעמדע; די גרינגע צוטריט צו כמעט גרעניצלאזע אינפארמאציע איז נאר א מעלה. איך האב דיר דאס געזאגט ווען מיר האבן זיך געטראפן די ערשטע מאל, אבער דו האסט עס שווער געקענט גלייבן. פונדעסטוועגן איז עס אמת."
שרייבן און אויסדרוקן א מיינונג איז א קונסט – דאס "רעדן" איז דאך וואס מאכט דעם מענטש פאר א מענטש, ווי דער תרגום זאגט אין פר' בראשית אז דער אויבערשטער האט געמאכט דעם מענטש פאר א מענטש דורכ'ן אים אריינגעבן א "רוח ממללא" – א גייסט פון רעדן. אין דעם זין איז יעדער מענטש אן ארטיסט. מיט'ן רעדן, און בפרט מיט'ן שרייבן, פראקטיצירט מען דעם קונסט פון קאמוניקאציע. שטעלט אייך פאר אז מ'גיט פאר א מאלער א שטיקל
זאגט, "וויסנשאפט איז מאכט." מיר גלייבן אז יעדער מענטש דארף האבן די מאכט אין די האנט צו קענען מאכן אייגענע באשלוסן באזירט אויף אמת'ע ידיעות. דער אינטערנעט האט געברענגט אן אויפוואכונג איבער דער גאנצער וועלט אז מענטשן זאלן קענען באשטימען זייער אייגענעם שיקזאל דורך אליין פארשן, ליינען, און קאמוניקירן מיט אנדערע. גרופעס וועלכע שפירן אז אינפארמאציע וועט ברענגען אז אירע מעמבערס זאלן נישט בלינדערהייט נאכפאלגן די פירער, ווי טאטאליטארישע רעזשימען אין איראן און צפון-קארעא, האבן טאקע א פראבלעם מיט דעם אינטערנעט, וויבאלד די פירער ווייסן אז אינפארמאציע איז שעדליך פאר איר השקפה און קאנטראל. אבער דעמאקראטישע רעגירונגען און געזונטע געזעלשאפטן האבן נישט מורא אז אינפארמאציע אין די הענט פון אירע בירגער וועט זיין שעדליך.
מיר זענען דא ווי שטאלצע אידן אן קיין פחד פון אינפארמאציע. ניין, מיר זענען נישט דא צו געבן א פסק אז מ'זאל מעגן ארומוואנדערן אויפ'ן אינטערנעט צו ליינען פון אלעם. אויף דעם דארף יעדער פאר זיך מברר זיין די הלכה פון וואס מ'מעג יא ליינען און וואס נישט. אבער מיר זענען יא דא צו געבן א פלאטפארמע פאר יעדע לעגיטימע
זייט 182
טעקסט
געזעלשאפט – דעבאטעס און שמועסן וואס קענען וועגן די וויכטיגקייט פון אזא פארום, ווי דאס און דארפן געהעריג ווערן דורכגעטוהן אן קיין צענזור וועט העלפן אחב"י און אויסנוצן דעם אינטערנעט און אן קיין מוח-קאנטראל. איז די מערכה פון מאנכע לטובה. דורכאויס חודש שבט האבן מיר זיך שטארק רבנים און עסקנים קעגן די אינטערנעט בארעכטיגט?
אריינגעלייגט דערין, און לכבוד ר"ח שמרבין בו בשמחה מעג מען געבן די האנט פאר א פרוי מפני דרכי שלום?
האבן זיך די טויערן פון קאווע שטיבל געעפענט. אויב איז אויסגעהאלטן נישט צו לאזן פרויען דרייוון? זענען געדענק איך גוט האט מען די ערשטע פאר טעג נאר אונזערע היסטאריע ביכער קראנט? קעגן מען גלייבן געקענט זיך איינשרייבן, און נאך עטליכע טעג האט די חרדישע צייטונגען? וואס זענען די פרטים איבער מען געקענט אנפאנגען שרייבן.
די פילזייטיגע פערזענליכקייט פון הגראי"ה קוק?
מיר אליין זענען געווען סקעפטיש אויב דאס וועט וואס זענען די אמת'ע סיבות פארוואס אזויפיל גייען זיך אויסארבייטן. אנדערע האבן דאס שוין פראבירט אראפ פון אידישן דרך? מוזן מיר פארטיידיגן אונזערע צו טוהן פאר אונז מיט ווייניג הצלחה. אבער מיר האבן גאנץ שנעל מוסדות'ס ענגליש קאריקולום, אדער אפשר דארפן מיר זיך טאקע געזעהן אז מיר גייען אויפ'ן ריכטיגן וועג, און מיר האבן שנעל פארבעסערן? וואס זענען אלע הלכה'דיגע דעות וועגן מציצה אנגעהויבן וואקסן.
בפה? קען עוואלוציע שטימען מיט אידישקייט? ווי אזוי האט זיך אנטוויקעלט די מנהג פון תגלחת נשים, און איז דאס מחייב? וואס די ערשטע צוויי יאר בין איך ווייניג געווען אינוואלווד אין די איז דאס קבלה, און האבן אלע גדולי ישראל געהאלטן דערפון? האבן אויסערליכע חלק פון מנהלות. באריסטא האט שטארק געפירט די חרדישע אידן טאקע אייביג זיך צוריקגעהאלטן פון דרוקן בילדער פון זאך, און די אנדערע מנהלים האבן גאר אסאך צוגעהאלפן. אויב די פרויען אין אויסגאבעס און ביכער? איז דא א פלאץ פאר א חכם אין הנהלה האט אמאל עפעס געמוזט שרייבן, און נאר איך בין געווען די חרדישע געזעלשאפט? וואו קען זיך ווענדן עוועילעבל האב איך געבארגט די מנהל ניק פון א יונגערמאן וואס ציט צו חכמה – וואס זאל ער איינער פון די מנהלים און געשריבן. איך האב
"דער פאקט
לערנען, וואו זאל ער זיך דרייען? דארפן מיר זיך אבער שוין דעמאלטס געשריבן מיט א ציווילן
איז אז קאווע
זארגן וועגן "חוקי תועבה"?
ניק. אין תשע"ד האב איך ערשט געעפענט דעם
שטיבל איז דער
'קעלנער' ניק, נאכדעם וואס באריסטא האט דאס, און טויזענטער אנדערע פראגעס, זענען געדארפט האבן מער הילף, און צוביסלעך איז לעגיטימע דעבאטעס וועלכע מעגן און דארפן
איינציגסטער
געפאלן אויף מיר דעם גורל צו פירן די גאנצע אויסגעשמועסט ווערן. אויף די אלע פראגעס
אידישער פארום
זאך.
זענען פאראן אן א שיעור מיינונגען דורכאויס
וואס האט
דעם ברייטן ספעקטרום פון ארטאדאקסישע איר פרעגט וועגן "פרעגן א גוטן איד." גראדע אידן. יעדער מענטש האט רעכט צו זאגן א איז צווישן די אריגינעלע גרונדער געווען איין
זיך געעפענט
מיינונג אין די אלע דעבאטעס. עס איז נישט מנהל וואס פירט זיך דורכצורעדן זיינע גרעסערע
מיט א קלארן
דא קיין שום סיבה אז אן אינטעליגענטער באשלוסן מיט זיין מורה דרך, א מורה הוראה
אוועקגעשטעלטן
מענטש זאל פארמיטן ווערן פון ליינען און מובהק, און ער האט מיט אים דורכגעשמועסט הערן וועגן די אלע זאכן, זיך באקענען מיט אלע דעם גאנצן פלאן פון קאווע שטיבל, דער ציל
ציל, אויסגעהאלטן
מיינונגען וואס זענען דא צווישן פרומע אידן, און ווי אזוי עס וועט געפירט ווערן. און דער
עפ"י תורה."
און אויסשמועסן מיט אן אפענעם קאפ.
מורה הוראה האט אים שטארק מחזק געווען מיט דעם פראיעקט. דער פאקט איז אז קאווע למעשה צו ענטפערן אייער פראגע בקיצור:
שטיבל איז דער איינציגסטער אידישער פארום וואס האט זיך דער ציל פון קאווע שטיבל איז צו נעמען 'אדווענטעדזש' פון דעם געעפענט מיט א קלארן אוועקגעשטעלטן ציל, אויסגעהאלטן עפ"י גוטן פאטענציאל פון דעם אינטערנעט, צו שאפן א פלאטפארמע תורה.
פון אינפארמאציע, וואו יעדער איד קען שרייבן און ליינען אן שפירן אונטערדרוקט און באגרעניצט.
וואס איז
געווען )און איז נאך( אייער וויזיע אקעי, כ'האב צופיל גע'דרשנ'ט. די ווייטערדיגע פראגעס האף איך צו פאר קאווע שטיבל?
ענטפערן בקיצור :(
מיין וויזיע
פאר קאווע שטיבל האב איך שוין אביסל
ווען זענט
איר אנגעקומען צו קאווע שטיבל אלס א אויסגעשמועסט אין מיין ערשטע מעמבער און אלס מנהל? האט איר זיך ענטפער, און איך האף אז קאווע שטיבל וועט זיך ווייטער פירן דורכגערעדט מיט א גוטן איד פאר'ן אננעמען אזא פאזיציע?
אויף דעם וועג, צו געבן פאר אידן א פלאץ צו קענען האבן הרחבת
קאווע שטיבל
הדעת, הרחבת השכל, אויסברייטערן די האריזאנטן פון דעם מח, און האט זיך געגרינדעט אדר ברענגען פאזיטיווע ענערגיע אין דעם לעבן.
תשע"ב דורך פיר מענטשן,
זייט 183
טעקסט
האב געזאלט האנדלען אנדערש אין דעם פאל אדער אויסברייטערן, מער אידן זאלן קומען ליינען, שרייבן אין יענעם פאל.
און געניסן פון די געוואלדיגע אוצרות וואס זענען שוין פאראן, און ווערן צוגעלייגט יעדן איינציגן טאג.
כ'קען יא זאגן אז כ'האב ערענסטע צווייפלען אויף צוויי איך ווייס אז קאווע שטיבל האט שוין געברענגט פילע פרטים פון מיין מנהלות צי זיי זענען געווען ריכטיג. 1( פאזיטיווע שינויים אין דעם לעבן פון אומצאליגע מיר האבן אוועקגעשטעלט קאווע שטיבל אז קיינער מענטשן, און איך בין איבערצייגט אז קאווע שטיבל איז נישט מער פונעם צווייטן. יעדער האט פונקט די האט שוין געברענגט פאזיטיווע שינויים בכלליות אין זעלבע רעכטן ווי דעם אנדערן. ס'זענען נישט דא קיין אונזער געזעלשאפט. מער ליינערס און מער שרייבערס נייע און קיין אלטע ניקס, און אזוי אויך זענען נישט דא וועט שטערקער מאכן דעם כח, און ברענגען נאך מער קיין ניקס וואס געניסן פון מנהלים פריווילעגיעס )איך באוואוסטזיניגקייט צו די מיינונגען פון הונדערטער אליין בין אין לויף פון די יארן עטליכע מאל געמעקט און טויזענטער אידן וועלכע ווערן נישט ערלויבט געווארן אויף מיין ציווילן ניק(.
דערמאנט צו ווערן אין געדרוקטע אויסגאבעס אויב זיי זענען נישט דער פאקט איז אבער אז למעשה זענען געוויסע שרייבערס יא מער באשטעטיגט דורך די וואס זענען אין פירערשאפט פאזיציעס. און פון אנדערע! א שרייבער וואס איז שוין דא מיט אונז א לאנגע צייט, דערפאר, אויב איר שפירט אז קאווע שטיבל איז פאסיג פאר אייערס און האט אסאך געשריבן, צוגעבענדיג בכמות ובאיכות, איז מער פון א חבר אדער קרוב, שטופ אים צו כאפן א בליק און זיך אנצושליסן.
איינער וואס שרייבט נאר א תגובה'לע און און דארט. אין אונזער ער וועט אייך דאנקבאר זיין.
פארזוך צו זיין 100 פראצענט יושר'דיג און צו נוצן די זעלבע פרינציפן
וואס האט
פאר יעדן בלי שום יוצא מן הכלל האבן מיר צומאל באליידיגט אייך געגעבן די שטופ צו אריין לייגן אזוי וועטעראן שרייבערס מיט'ן רעדאגירן, און זיי געמאכט פילן ווי פיל שעה אין קאווע שטיבל?
מיר זענען נישט גענוג דאנקבאר פאר אלעס
דאס האט
א שייכות מיט וואס זיי האבן צוגעגעבן צו קאווע שטיבל. פריערדיגן דעם פארשטייט זיך אז איינער טרעט גאר שטארק
"קאווע שטיבל
ענטפער. איך בין איבערצייגט אז מיר טוען א אויף אונזערע תקנות קען מען נישט מאכן קיין געוואלדיגע עבודת הקודש און א סערוויס פאר
איז לענ"ד צו
חילוקים. אבער אמאל איז דאס עפעס וואס אחב"י. דער גרעסטער שטופ איז די אומצאליגע
דעמאקראטיש...
איז נישט געפערליך, און הגם ס'איז קעגן די בריוון וואס איך האב כסדר באקומען אין פרינציפן, קען מען עס פארקוקן. איך מיין אז
איך האב נאכגעקוקט
אימעיל און אין 'אישי', פון מענטשן וואס האבן אין אזא פאל מעג די הנהלה זאגן, "יא, יענער
אסאך פארומס און
באדאנקט די הנהלה, און זיי האבן געשריבן האט דאס און דאס געשריבן, עס איז אמת אז – טייל מאל מיט אסאך דעטאלן – ווי קאווע
גרופעס, און איך
עס איז טעכניש נישט אויסגעהאלטן, אבער שטיבל האט זיי ממש געטוישט דאס לעבן.
יענער איז א וועטעראן שרייבער וואס האט
האב נאך נישט
איך האב באקומען בריוון פון אידן וואס האבן אזויפיל צוגעגעבן, דארף מען פארקוקן."
געטראפן אפילו
געשריבן ווי קאווע שטיבל האט זיי געעפענט די צווייטע נקודה אויף וואס איך האב
איין פארום וואס
די אויגן צו קוקן אויף די וועלט מיט אן אנדערע צווייפלען איז אז קאווע שטיבל איז לענ"ד צו פערספעקטיוו, געברענגט קשרים מיט חברים,
האט אזויפיל
דעמאקראטיש. און דאס איז בעצם די אנדערע אינספירירט צו מאכן פאזיטיווע שינויים אין
קלארע פרינציפן
זייט פון די זעלבע מטבע. איך האב נאכגעקוקט לעבן, געהאלפן אנטוויקלען אפרישיעישן פאר אסאך פארומס און גרופעס, און איך האב נאך
וואס באגרעניצן
חכמה, טאלאנט, ארויסגענומען פון דעפרעסיע נישט געטראפן אפילו איין פארום וואס האט
די הנהלה..."
און אייזאמקייט, אויפגעראכטן שלום בית, ועוד אזויפיל קלארע פרינציפן וואס באגרעניצן די ועוד. דאס אלעס געט א געוואלדיגן חיזוק, און הנהלה. אין רוב גרופעס ענדיגן זיך די תקנות האט מיר געשטופט אנצוגיין דערמיט פאר די בערך אזוי: "דאס איז אונזער פארום, אין יעדן אלע יארן.
פאל וועלן מיר באשלוסן ווי אזוי מיר ווילן האנדלען. מיר פראבירן
האט איר
צו זיין יושר'דיג, אבער מיר קענען נישט מאכן קיין דין תורה אין יעדן חרטה אויף עפעס וואס איר האט געטוהן פאל. אז עס געפעלט אייך נישט קענט איר גיין פון דא." א ריזיגע אדער געשריבן אין לויף פון די יארן?
פראצענט פון די הנהלה'ס ענערגיע גייט אריין אין מסביר זיין און
עס איז
שווער צו האבן חרטה אויף געוויסע זאכן, ווייל פארענטפערן יעדע באשלוס. דאס איז געווען א הויפט קוואל פון עס איז לא ימלט נישט צו מאכן טעותים מיט'ן מיין ערשעפטקייט. כ'מיין אז מיר האבן שוין אמאל געשריבן אז ווען זיין בראש פון אזויפיל מענטשן פאר אזא לאנגע צייט. אויב וואלט מ'קומט שרייבן אין א פארום דארף מען זיין גרייט צו ליידן אמאל פון איך נישט געמאכט דעם טעות וואלט איך גאנץ זיכער געמאכט אן א טעות מצד די הנהלה. אוודאי טארן טעותים נישט געשעהן אפט.
זייט 184
טעקסט
אין א טיפן שלאף. אבער זי האט נאך עספיעט צו בעטן דעם מאן מיט האלב פארשלאפענע אויגן, אז ער זאל איר אינזין האבן ביים גאנצן סדר. דער עם-הארץ האט טאקע אזוי געטאן, נישט האבענדיג ווער ס'זאל אים ארויס העלפן אינעם סדר, האט ער גענומן א הגדה וואס איז אלעס געשטאנען אויף די אידישע שפראך, ווען ס'איז געקומן צו כרפס האט ער געגעבן א שטיקל פון זיך א שטיקל פאר זיין פרוי, ביי יחץ האט ער באהאלטן א שטיקל אפיקומן פאר זיך, א שטיקל פאר זיין בני בית, צו מה נשתנה האט ער אנגעגאסן צוויי כוסות, איינס פאר זיך איינס פאר איר, און האט געזאגט צוויי מאל מה נשתנה, פאר זיך און פאר זיין אשת חיל. ווען ס'איז געקומן צו דו צען מכות האט ער אויסגערופן הויך: בלוט פאר מיר, בלוט פאר מיין ווייב. פרעש פאר מיר פרעש פאר מיין ווייב, לייז פאר מיר, לייז פאר מיין ווייב, מארד פאר מיר, מארד פאר מיין ווייב....
א צווייטער עם-הארץ איז געווען א שרעקליכער קארגער, און זיין פרוי – נאך קארגער. ווען ס'איז אנגעקומען צו די עשר מכות, און מ'האט געדארפט אראפגיסען פון כוס, האט דער מאן זיך אנגערופן: ‘ס'איז א שאד אז די טראפן וויין זאלן שאדן גיין'. האט דו קלוגע קארגער פרוי זיך אנגערופן: ‘איך האב א גוטע עצה: דו וועסט אראפטראפן פון דיין כוס אריין אין מיין כוס, און איך וועל אראפטראפן אין דיין כוס'... דער מאן האט אויפגעלאכטן פון דו מורא'דיגע המצאה, און זיך אנגערופן: ‘נו גוט, איך וועל דיר געבן מיינע מכות, און דו וועסט מיר געבן דיינע מכות'....
צום הגדה זיין אריינגעגעבן האט דארפסמאן א בינדער, דער בינדער האט זיך טועה געווען און האט אריינגעבינדען איין בלעטל פון די ‘סליחות' אין די הגדה. ביי די סדר האט דער דארפסמאן געמיטלעך געזאגט די הגדה, ווען ער איז אנגעקומן צו די מכות, האט ער געזאגט: אלו עשר מכות שהביא הקב"ה על המצריים במצרים ואלו הן: דם צפרדע כנים ערוב דבר שחין ברד ארבה חושך, אשמנו בגדנו גזלנו דברני דופי'.... ווען זיין זונדל האט זיך אנגערופן: ‘טאטע, דאס יאר האבן מיר עפעס מער מכות ווי יעדעס יאר', האט זיין טאטע מיט פינקלדיגע אויגן געענטפערט: ‘דו ווייסט נישט אז היי-יאר איז אן עיבור-יאר?'...
אן עם-הארץ האט אנגעגרייט דעם סדר טיש. צווישן אנדערן האט ער אנגעגרייט א גרויסן שפיגעל קעגן איבער זיין זיץ. וואס איז פשט, האט מען אים געפרעגט. ‘ס'שטייט דאך בפירוש אין די הגדה, ‘בכל דור ודור חייב אדם לראות את עצמו'...
דער זונדל האט ווידער געפרעגט דעם פאטער: ‘טאטע, דעם גאנצן סדר זאגט מען, כרפס, מ'נעמט א שטיקעלע רעטיך, יחץ, מ'נעמט די מיטעלסטע מצה, מרור, מ'נעמט א כזית מרור, און אזוי ווייטער, מ'נעמט אזוי פיל, דאס אלעס קאסט דאך ביטער געלט? האט אים דער פאטער געזאגט, אז דער בעל הגדה האט שוין באווארענט די קשיא, ער זאגט: לפיכך אנחנו חייבים, - וועגן דעם זענען מיר איבראל שולדיג. שולדיג און פרוכט געשעפט, שולדיג אין מצה בעקעריי, שולדיג און פלייש געשעפט...
אבער אויב די הנהלה איז מצליח צו געבן דעם געפיל אז מיר מיינען יעדנ'ס טובה – און איך מיין אז מיר האבן גאנץ גוט מצליח געווען מיט דעם, דארף מען זיין גרייט צו פארקוקן א טעות'ל דא און דארט.
איך זאג די צוויי נקודות שוין זייענדיג אינדרויסן פון די מנהלות, און איך זאג נישט ווי אזוי דער נייער מנהל ראשי, קאפיטאן יר"ה, און די אנדערע מנהלים זאל זיך פירן. איך לאז דאס גענצליך איבער פאר זייער שיקול הדעת.
האט איר
א מעסעדזש וואס איר וואלט געוואלט איבערגעבן פאר די ליינער?
קאווע שטיבל
האט געברענגט גאר אסאך קשרים אין ווירקליכן לעבן. גאר אסאך פון אונזערע מעמבערס האבן אין קאווע שטיבל געטראפן די וואס זענען היינט זייערע נאנטסטע חברים אין ווירקליכן לעבן. טייל מאל איז דער שטופ צו קומען צו קאווע שטיבל ווייל מ'האט נישט מיט וועמען צו פארברענגען און צו 'שעירן', און נאכדעם וואס קאווע שטיבל איז דער גוטער שליח צו ברענגען קשרים, שפירט מען אז מ'דארף שוין נישט צוקומען צו קאווע שטיבל.
איך פארשטיי דאס זייער גוט, און איך פארלאנג נישט פון קיינעם צו בלייבן אין קאווע שטיבל לעולמי עד. בפרט אז דאס לעבן טוישט זיך, און אז מ'האט אמאל געהאט צייט מוז נישט זיין אז מ'האט היינט צייט. איך וויל אבער בעטן די טייערע חברים, אויב קאווע שטיבל האט געשפילט א פאזיטיווע ראלע און אייער לעבן, אויב איר שפירט אז אונזער געזעלשאפט מיט קאווע שטיבל שטייט בעסער ווי אן קאווע שטיבל, פאל נאך אריין אמאל אמאל. פרעגט אייך אליין - אפילו אויב ק''ש איז שוין נישט געמאכט פאר אייך דירעקט, האט איר הנאה דערפון אומדירעקט? איז עס א פלאץ וואס איר ווילט אז עס זאל ווייטער אנגיין? איז עס א פלאץ וואס איר וואלט רעקאמענדירט צו א חבר וואס פרעגט וואו ער קען לייענען, שרייבן, און זיך באקענען מיט מענטשן וואס טראכטן און רעדן? אויב יא, געב א מאראלישן שטופ מיט'ן אריינווארפן א ווארט צוויי דא און דארט. ווייז אז הגם איר קענט שוין נישט זיין זייער אקטיוו, זענט איר נאך אלץ אין סאלידאריטעט מיט אונזער ציל צו זיין א פלאטפארמע פאר'ן פרייען ווארט. אפילו נאר איין מאל א וואך, אדער אפילו נאר איינמאל א חודש. אפילו נאר א שורה אדער צוויי, הראה לנו פניך המאירים. איך וויל ענדיגן מיט א ברכה פאר דעם נייעם מנהל קאפיטאן אז ער זאל מצליח זיין מיט די עבודת הקודש, און קאווע שטיבל זאל נאך מער וואקסן בכמות ובאיכות אונטער זיין פירערשאפט. עס וועט מיר פרייען צו הערן אז דער נייער מנהל איז בעסער און מער ווירקזאם פון דעם אלטן, און א דאנק זיין פירערשאפט שטייגט קאווע שטיבל נאך מער ווי פריער. אזוי אויך ווינטש איך די אנדערע מנהלים און אחראים הצלחה רבה אין זייער ארבעט.
א פרייליכן פסח!























































































































































































