קאווע שטיבל אויסגאבעסדי אייגענע אויסגאבעס פון קאווע שטיבל, 2012–2016 · ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון

פה-סח — פסח תשע״ה

פסח תשע״ה · 108 זייטן

די פסח אויסגאבע תשע״ה, רעדאקטירט דורך „כוכב“, מיט ארטיקלען פון א גרויסע ריי שטיבל שרייבער.

⬇ PDF אראפלאדן (41.3 MB)

יעדער זייט ווערט געוויזן אלס בילד, און אונטער אים דער טעקסט. דער טעקסט איז ארויסגענומען פון דער PDF; ביי שווערע אויסשטעלן (שפאלטן, קעפלעך, פונקטירטע ווערטער, ספעציעלע שריפטן) קען ער זיין צומישט — דאס בילד איז דער ריכטיגער. ביי 1 זייטן איז דער טעקסט געלייענט פון בילד (OCR, ⓞ) און קען האבן טעותים.

אינהאלט

זייט 1

זייט 1

(קיין טעקסט — בילד אדער טיטל-זייט)

זייט 2

זייט 2
טעקסט

אפתח פי

פי החירות ... 3 א ווארט פונעם גראפיקער ... 5

למען תספר

די צעשטערטע שבת הגדול דרשה ..... 8 דער טעם הכמוס פון צאנזער רב אויף "מאשין מצות" ... 10 מנהג געבראקטס ... 11 פסח על שום מה? ... 15 כל המרבה לספר ... 18 והגדת לבנך ... 20 איינדרוקן פון פסח ... 22

שם פה

מיין רבי, מוהרא"ש ... 23 דוד נאום ישראל ... 33 זרח אור ... 38 ר' משה ניו יארקער ... 42

אקטועל

מעבדות לחירות, בימים ההם בזמן הזה. 46 שלאף שטונדע ... 47 איזהו חכם ... 50

בינו שנות דור

ילפינן מציאה ממציאה ... 53

שחוק פינו

תשובה בענין שריפת לולבים ... 57 פסח אויף דייעט ... 85 מילתא דבדיחותא ... 60 א נייע חומרא ... 65 ערעב איד, איינער זיצט דא! ... 66

שפת אמת מים עמוקים

דער גרויער קאצקער ... 67 דער וועג צום אמת ... 69 זעלבסטמארד אין קושטאופיע ... 71

וכל המרבה לספר

גדוד הטמיר ונעלם'ניקעס ... 74

פי בשיר

קדחת ... 77

בפי ישרים

א גוט ווארט ... 78 ליבשאפט און פרידן ... 80

לקח טוב

רפואה'דיגע שאלות בהלכה ... 83 חינוך, מה הוא? ... 87

טעכנאלאגיע

טאררענטס ... 91

נספח

חד גדיא ... 93

החקר אלוק תמצא

דינאסאוערס און אידישקייט ... 98

זייט 3

זייט 3
טעקסט

רעדאקטאר: כוכב

גראפיקס: מה הוא

שרייבער

ונבנתה העיר, פה סח שטאב, ר' שלמה אבן גבירול, , ראש הישיבה, יצחק לאווי, געפילטע פיש, נופת צופים, פישלע העררינג, פלאוויוס, ע, יאיר, , א איד, געוואלדיג, ברסלבער, יין שרף, בן תמליון, בן נוריה, סאו וואט, פליקער, איך אויך, מאטי

רעדאגירער

שמעקעדיג, פאלוויוס, , מאראנצןזאפט, ישראל קאפקע, אפטעמיסט, פישלע העררינג,יואב,

סטעף

געוואלדיג, ישמעאל הכהן

ספאנסארס

רויטע וואנצעס, סמבטיון, נופת צופים, קאוועניק, , אינגערמאן, שטילע אספקלריה, נולד מאוחר, אפטעמיסט, ,

ת"רכיג והם דניפבושר חהיו ואר ויחס ומד מהלנלפאש.",

רבינו צדוק הכהן, צדקת הצדיק, נ"ג

די

גאולה פון דאס אידישן פאלק ארויס פון גלות מצרים האט זיי ערמעגליכט איבערצולאזן שווערע פיר הונדערט יאר פון הינטערוויילעכטס. דעקאדעס פון פיזישער ארבעט, און פיזישער פיין. די מסורה פארציילט ווי די קליינע קינדערלעך זענען נעבעך אריינגעווארפן געווארן אין טייך. פרעה האט זיך – אין בוכשטעבליכן זין פון ווארט – געבאדן אין אידיש בלוט. אין יונגע זוידיגע בלוט.

די בשורת הגאולה האט מיטגעברענגט מיט זיך ווירקליכע פרייהייט. מער קיין שעבוד, און מער קיין אפמוטשענדע ארבעט. דער גלות-איד האט צום ערשטן מאל געקריגן צו שפירן דעם זיסן טעם פון א בן חורין.

ווען מיר פראווען דעם חג הגאולה ווערט זי גערופן "פסח". ווי עס שטייט אין זוהר טוט דאס באדייטן "פה-סח", דאס פרייהייט פון ווארט! דאס לערנט אונז אז אז מיר טוען נישט באטאנען די מאטעריאליסטישע אספעקט פון פרייהייט אלס א צענטער-פונקט פון אונזער גאולה. דאס איז נישט קיין גאולה. מיר טוען אונטערשטרייכן די זעלישע גאולה פון חירות פאר'ן דיבור. נאר דאס הייסט חירות. ווען דער דיבור גייט ארויס פון געפענגעניש צו דער פריי, אט דאן איז דער אדם א בן חורין.

דער דיבור דאס איז דער אדם. כי הדיבור הוא יסוד הנפש. אז דער גוף רועט אבער דער זעל איז געבינדן, איז דאס קיין פרייהייט. חירות פאר'ן נפש באדייט חירות פאר'ן דיבור, און חירות פאר'ן דיבור באדייט חירות פאר דער נשמה.

בכל דור ודור

מיר סימבלאזירן מיר נישט בלויז א פרייהייט פון א טיראנישן הערשאפט פון דער פארגאנגענהייט. בכל דור ודור חייב אדם לראות כאילו הוא עצמו יצא ממצרים. עס

זייט 4

זייט 4
טעקסט

איז די טראנספארמאציע פון עבדות צו חירות אינערליך אין איטליכן זעל וואס מיר פייערן מיט פראכט.

דאס איז דער יום טוב פון פה-סח. די מעלאנכאלישע חמצ'דיגע "ויצעקו", ווערט פארטוישט צו א חירות'דיגן שיינענדן דיבור פון "והגד"ת לבנך ביום ההוא לאמ"ר"; אנשטאט דער "לא איש דברי"ם אנכי", נעמען איבער די "ד' לשונו"ת של גאולה" וכנגד ארבעה בנים דבר"י תורה; און אין פלאץ פון דעם "ואני ערל שפתיים", פארפולקאמען מיר דעם "את פסח לו", מיט די "ד' לשונו"ת של גאולה".

פסח ביינאכט טוט די חירות פון ווארט דערגרייכן אין אלע קעמערלעך און ווינקלען, אויף יעדן שפראך, און פאר יעדן כלי קיבול נאר פ אסיג.

כל ימי חייך

אונזער באליבטע "קאווע-שטיבל" טוט אונז ערמעגליכן א חירות פאר דער מחשבה, א חירות פאר'ן ערליכן דיבור דורכאויס דעם שאור'דיגן כל ימי חייך. זי עפנט פאר אונז קוועלער פון שפורדלדיגע חכמה וואס איר קענט נישט געפינען ערגעץ אנדערש. וכנגד ארבעה בנים דברי תורה. יעדער איד ווערט באגריסט מיט אפענע ארעמעס. כולנו בני איש אחים אנחנו. "קאווע-שטיבל" שטעלט מיט זיך פאר דעם קאלירפולן רעגנבויגן פונעם מענטשליכן טראכט. דערמיט גיבט זי אונז אן ארט זיך צו הויבן א טראפ העכער, און זיך אומקוקן מיט'ן אן אביעקטיוון אדלערישן בליק צו די ווייטע האריזאנטן; די שטימע פון יושר און צדק, און עפנט די אויגן ארויסצוקריכן ארויס פונעם בת היענה'ישע מענטאליטעט; דער קוראזש איבערצולאזן דער מיצר פון דער באקוועמער-זאנע, און אפשאקלען די שטויב-ווינטן פונעם אייגענעם געלויף.

"קאווע-שטיבל" שענקט אונז א אידישקייט

וואס איז פיל ברייטער ווי דער דארפישער מצות אנשים מלומדה; א חכמה וואס איז פיל טיפער ווי דער טיפישער השקפה ראשונה; א חירות פאר'ן דעת, און א חירות פאר'ן דת.

"קאווע-שטיבל" עפנט טויערן וואס איר האט קיינמאל געוואוסט זיי עקזיסטירן, ברענגענדיג א שטענדיגער רייץ און צמאון צו פארפולקאמען דעם "דע את אלוק אביך ועבדהו", אויף א העכערן און ברייטערן שטאפל ווי א טאג בעפאר.

כי כל פה לך יודה

חשוב'ע די האכסניא, בכבוד פותחין אדמיניסטראציע, וואס יומם ולילה לא ישבותו, נאר השי"ת קען זיי באצאלן.

איך קען נישט גענוג באדאנקען די געטרייע שרייבער רעדאגירער און ספאנסאר, כל אחד בשמו הטוב יבורך, וואס האבן אזויפיל בייגעשטייערט צום "פה-סח". אן אייך וואלט דער חלום קיינמאל פארווירקליכט געווארן. געוואלדיג איז געווען א געוואלדיגע הילף, פישל'ע העררינג און אפטעמיסט זענען געווען די מתחילים במצוה. און שמעקעדיג, פאלוויוס און האבן אזויפיל בייגעשטייערט צו דער רעדאגירונג.

מיין טיפסטער דאנק פאר'ן געניטן גראפיסט מה הוא. דער מאגאזין איז אים צו פארדאנקען. ער האט נישט געקארגט קיין מי און פלאג. אן זיין מאסיווער הילף וואלט "פה-סח" פארבליבן מיין גוטער ווילן.

און א דאנק אייך טייערע ברודער, איר זענט אלע א חלק פון קאווע-שטיבל, און אן אינטעגראלע ראלע אין איר הילכיגן און ווייטגרייכנדן סוקסעס.

חג הגאולה, ה'תשע"ה

כוכב

זייט 5

זייט 5
טעקסט

דאס איז די ריכטיגע ווערטער דא אנצוהייבן האלטנדיג מיטוואך מיטאג שוין אין צייט וואס דער עולם ווארט שוין מיט שפאנונג אויף די מינוטן וואס די אינהאלטרייכע קאווע שטיבל אויסגאבע "פה-סח" זאל ארויסקומען.

אלץ גראפיקער האב איך איינגעזען אז נאכן אריינלייגן וואכן און אזויפיל שעות ארבעט איז נישט מער ווי גערעכט אריינצישטעלן מיינע פאר ווערטער אביסל א בליק פון אינעווייניג ווי גערופן אונטער די פארהאנג, און איך האף אז איך וועל עס קענען ענדיגן אין צייט אז עס זאל טאקע למעשה אריינגיין. מיר געפונען זייער אן אינטערסאנטע זאך ביי די מכות אין מצרים ביי די ערשטע 8 מכות זעען מיר טאקע פון צייט צו צייט ווי פרעה וויל אז די מכות זאל זיך אויפהערן אבער ער קען עס אראפשלינגן זיין הארץ איז דאך הארט געווען, אבער נאך מכות חשך זעען מיר שוין גאנץ א נייע דערהער נאך די 6 טונקעלע טעג ביי די מצריים ווערט שוין א גאנצע יו"ט ביי כלל ישראל לויט די פסוקים אין די תורה זעט זיך אויס ווי מען פילט זיך דארט ווי מען איז שוין ארויס פון דעם גאנצן גלות מצרים עס זעט זיך עפעס אויס ווי די גאולה איז שוין דא, פאר חושך האבן די מצריים נאך פראבירט דא און דארט צו פייניגען די יודן זיי האבן דאך נישט געקענט אזוי שנעל אויפגעבן אויף זייערע קנעכט אבער נאך חושך איז שוין געווען ווי א נייע זאך די מצריים זענען געווען עפעס ווי יודן פריינד, ווי מיר געפונען טאקע אז השי"ת האט געהייסן דבר נא באזני העם וישאלו איש מאת רעהו ואשה מאת רעותה כלי כסף וכלי זהב און מיר זעען אז די מצריים האבן דאך געגעבן אזוי גערן ווי נאנטע בארגן איינער פארן אנדערן, איז וואס איז באמת פשט וואס איז חושך געווען אנדערש ווי די פארגאנגענע 8 מכות אז אלעס האט זיך געטוישט?! נאר עס איז זייער פשוט ביי אלע מכות ווי שווער עס איז נאר געווען איז עס געווען פאר אלע מצריים צוזאמען יעדער האט צוזאמען געליטן און מען האט זיך מחזק געווען איינער דעם אנדערן יעדער האט געזען ווי דער צווייטער ליידט אויך שטייט מען דאך אינעם זעלבן מצב האט מען זיך געשטארקט און מען איז ווייטער אנגעגאנגען, אבער ביי חושך איז שוין געווען א פרישע מעשה דארט איז געווען פינסטער קיינער האט נישט געקענט זען דעם אנדערן און די צווייטע דריי טעג האט מען ניטאמאל געקענט רעדן איינער מיטן צווייטן דא האט שוין יעדער געהאט זיין אייגענע צרה זיינע אייגענע מיטמאכעניש דאס האט זיי צובראכן.. און דא

זייט 6

זייט 6
טעקסט

איז שוין געווען די ישועה פאר די יודן זיי זענען שוין פריי געווען נאך די זעקס טעג פון מכות חושך האבן זיי געטראפן א גאנצע לאנד פון צוקלאפטע מצריים

און דאן האבן זיי שוין געקענט טון וואס מען האט געוואלט אפי' פון זיי בעטן זייער האב און גוטס.

)באמת קען מען אריינגיין אסאך טיפער נאר די צייט ערלויבט נישט, אדרבה שפינט עס ווייטער(,

במה דברים אמורים עס מאכט זיך אייביג ביי יעדעם אמאל א מינוט וואס עס גייט נישט אזוי מען וויל איינער מער און איינער ווייניגער און נישט אלעס

פירט זיך ווי פארגעשריבן און מען האט א שווערע מינוט איז א יוד קיינמאל נישט אליין אייביג האט ער מיט וועם דאס צו מיטטיילן, און אמאל אז מען קען

נישט מיטטיילן מיט אנדערע פאר סיי וועלעכע סיבה אדער מען דארף איינעם גלייכן וואס קען ארויסהעלפן ווייסט יעדער אז די ריכטיגע פלאץ דערפאר

איז "קאווע שטיבל" פאר סיי וועלכע ענין צו וועלכע חלק מען וויל נאר אנקומען איז די ריכטיגע פלאץ פאר אלעס אונזער קאווע שטיבל ווי מיר

זעען די ווערטער "א רואיג ווינקל צו שמועסן און פארברענגען" וואס איז שטארק אמת מיר האבן סיי די רואיגקייט און סיי די שמועסן און

פארברענגען,

איז אוודאי איז די פאסיגסטע צייט יעצט אין די פסח טעג וואס די ישועה און גאולה איז געקומען דורך דעם ענין וואס עס ווערט דא אויסגעצייכענט

ארויסצוקומען מיט די גאר רייכע אויסגאבע וואס זאל קענען באשיינען יעדע יודישע הויז בזמן חירותינו.

יעצט צום פינטל: יעדער האט מיטגעהאלטן ווי אונזער טייערע און אלעמען באליבטען "כוכב" האט פאר אריבער דריי וואכן צוריק געגעבן

דעם לעצטן ווארענונג אז אויב עס איז נישטא קיין גרעפיקער וועט צום סוף קיין אויסגאבע אויף פסח נישט ארויסקומען איך האב דאן געפילט ווי די

ווערטער רעדט צו מיר און אין מיר ווענדט זיך דער טובת הרבים און איך טאר עס נישט דורך לאזן אלץ גאסט דא האב איך מיר תיכף איינגעשריבן אלץ

מעמבער און זיך געמאלדן אז איך קען נעמען אויף מיר די ארבעט.. און עס איז געמאלדן געווארן אז "מה הוא" וועט מאכן די גרעפיקס און עס וועט אויף

יו"ט אי"ה ארויסקומען אן הערליכע ארבעט,

און דאן האט זיך אנגעהויבן די פילע ארבעט ווי עס האט אנגעהויבן אריינצופליסן רייכע ארטיקלעך ווי מען האט נישט געקענט נאכקומען די פילע

פארלאנג און מיר האבן טאקע אויסגעוועלט נאר די עדית שבעדית אז עס זאל נאר זיין די גאר געלונגענע ארבעט צווישן אונז, און איך וועל זאגן דעם אמת

אז איך האב מיר נישט גערעכנט אויף אזויפיל ארבעט און ווי כוכב האט מיר לעצטנס געפרעגט צו איך ווייס וויפל שעה איך האב אריינגעלייגט דערין די

ענטפער איז ניין ווייל איך האב ניטאמאל געהאט קיין צייט אריינצוטראכטן און אויסרעכענען מיינע שעות צוליב די יאגעניש אבער עס ליגט אסאך אסאך

מער ווי מען קלערט עס איז גאנצע דריי וואכן ארבעט ווי עס איז און די הויעכע צענדליגע שעות צו נישט מער און איך ווייס נישט צו איך מעג זאגן אבער ווען

איך וואלט געוויסט וויפל ארבעט עס ליגט אין אזא אויסגאבע בין איך נישט זיכער צו איך וואלט עס געטון.. אבער ב"ה עס איז ארויסגעקומען אן הערליכע

דבר השלום ומפואר האב איך זייער הנאה אז איך האב א שטיקל חלק דערין און אין די חלק פון צושטעלן א שמחת יום טוב פאר אזויפיל יודישע קינדער.

פאר איך ענדיג פיל איך אז איך דארף ארויסברענגען די חלק פון כוכב איך האב אריינגעלייגט אומציילבארע שעות אין דעם פלאץ אבער איך קען ניטאמאל

אריינקלערן וויפל צייט כוחות און וואס נישט אונזער הרב כוכב האט דא אריינגעלייגט, איך בין נאר איין זייט איך האב אויסגעשטעלט אבער אונזער כוכב

איז געווען פון ביידע זייטן סיי די חלק פון פארשאפן די ווערק און עס געדארפט באגלייטן ביז עס איז שיין מסודר געווארן )ווי איר זעט אליין( וואס טראכט

אריין נאר פאר איין מינוט וויאזוי עס פילט זיך צו ארבעטן מיט אזויפיל חברה וואס ניטאמאל ווייסט מען ווער עס איז.. וואס חוץ די פילע ארבעט איז עס

אויך גאר אסאך קאפ וויי, און ער האט נאך חוץ די פילע ארבעט געדארפט שטענדיג האלטן געשפאנט אויפן שטיבל און אויסהערן יעדעם באזונדער

"דאס איז אן העלדישקיייט כוכב".

איך וועל מסיים זיין מיט אן אנטשולדיגונג פאר אלע שרייבער וואס יעדער פארשטייט אז קיינער איז נישט געווען קיין בן יחיד און יעדער וויל אז זיין זאל

זיין די שענסטע און די צייט האט נישט ערלויבט מיט יעדעם זיך צו שפילן און איך האב פראבירט מיין בעסטע אבער איך בין נאר א בשר ודם, און איך

אנטשולדיג מיך אויך פאר די טעותים וואס זענען אריינגעפאלן דוד המלך זאגט שוין אין תהלים ושגיאות מי יבין.

השי"ת זאל העלפן אז מיר זאלן ווייטער קענען סערווירן דעם ציבור מיט אלעס וואס מען דארף און זוכה זיין בקרוב לבגו"צ בב"א

א כשר'ן און פרייליכן פסח מיט מא הרו איהגקוייאט

[אימעיל]

זייט 7 ⓞ

זייט 7
טעקסט (OCR)

קונצליכע ארבעס ליגן צום טיש פאר אלע ארויסווייזן די ריכטיגע באדייט... און װאס א פאום באשטײט זאבנדיג פיל בליען אריינגעדרייט... וו מ'סוט אריינמישן ואס סאי כדי שײ װאװי עס אז די צײט. ווען מטוט אויסדריקן די פנימיות הלב ח טוט עס צועבן צו די זיט.. עס ברענגט ארויס די ריכטיגע געפי

סיי וועלכע יודישע פאום לוט אייעד געשמאק, אויף סיי וועלכע פארנעם,

266: 0 - 2, 5 - יע יד - גק, /00/ק, קללל, 02 2" ///6/, פרי/2, סי //2,

זי /ה, יי 580, ילע, סי 6/0, אלעס לויט איער פארלאנג ווזסס.166191006150091211ץ 1 א,

זייט 8

זייט 8
טעקסט

דער בעל-תפילה האט צוגעענדיגט דעם לעצטן קדיש פון שחרית, דער גבאי האט געגעבן דריי הויכע קלאפן אויפ'ן באלעמער און ס'איז שטיל געווארן אין שול. די מתפללים האבן זיך אוועקגעזעצט, פארמאכט די סידורים, און אנגעהאנגען די אויגן אויפ'ן רב וועלכער האט דערווייל צוגעשפאנט צום ארון-קודש מיט עטליכע ספרים אין דער האנט. פארנט פונעם ארון-קודש איז געשטאנען א שטענדער אויסגעדרייט צום עולם, דער רב האט אראפגעלייגט די פאר ספרים אויפ'ן שטענדער און האט זיך אוועקגעשטעלט דערנעבן.

די מתפללים האבן ליב געהאט דעם רב. זיין לאנגע בארד, אונטער די שווארצע קלוגע אויגן, האט געגעבן רעספעקט נישט בלויז פאר אים אליין, נאר אויך פאר דער גאנצער קהילה.

ווען ער וואלט געהאט א הויך געשטעל וואלט עס געווען א שלימות'דיג בילד, נאר היות מיר לעבן נישט אין קיין עולם התיקון האט ער די מעלה דוקא נישט געהאט. אנשטאט דעם איז אבער זיין שארפקייט אין לערנען געווען א שם דבר אין שטאט. אפילו די בעלי גאוה'דיגע רבנים וועלכע האלטן שטענדיג אז קיינער פארשטייט נישט אין לערנען חוץ זיי, טראכטן צוויי מאל איידער זיי עפענען א מויל קעגן הרב ביקסנשטיין.

דער רב האט זיך אויסגעגליכן דעם רוקן, באגריסט דעם עולם און געמאכט א קורצע הקדמה צו דער דרשה. ער האט נאכגעזאגט א טעם אויף דעם וואס דער שבת ווערט אנגערופן שבת-הגדול, און דערנאך האט ער אנגעהויבן צייגן זיין כח אין פלפולא דאורייתא. ער האט געעפנט א ספר נאך א ספר, אויפגעברענגט א קשיא נאך א קשיא, נאר כדי צו לאזן זיי שפעטער פונאנדערפאלן ווי א סעט פון קארטלעך. געעפנט האט ער מיט דער סוגיא פון "מצוות צריכות כוונה", און אריבער פון דארט צו די דינים פון "קנינים". ביי אזעלכע דרשות איז נאטירליך אז די עמי-הארצים אין שול זאלן צעפיקעוועט ווערן, זיי שפרינגען פון דער הויט, די גאל האלט זיי ביים פלאצן, אבער קיינער וואגט זיך נישט אויפצושטיין כל זמן דער כח התורה דונערט אפ פון איין עק היכל ביזן אנדערן.

"מיר נעמען אן אז מצוות צריכות כוונה," האט דער רב געזאגט פארריכטנדיג דעם עק פונעם טלית אויף דער פלייצע, און דערנאך פארגעזעצט "דערפאר איז וויכטיג אז מ'זאל אינזין האבן ביי די כזיתים מקיים צו זיין די מצוה פון "בערב תאכלו מצות". יעצט שטעלט זיך די פראגע, ווי וועט זיין אויב עמיצער האט נישט בפירוש אינזין געהאט יוצא צו זיין די מצוה, אבער א איד וואס איז געזעצן קעגנאיבער ביים טיש האט אינזין געהאט אז זיין חבר זאל יוצא זיין די מצוה דאורייתא. האט דער חבר טאקע יוצא געווען דעם חיוב מיט יענעמ'ס כוונה אדער נישט?" די לומדים האבן זיך איבערגעקוקט, צעשושקעט אויף א רגע, און די דרשה איז געגאנגען ווייטער.

דער רב האט צוגעברענגט א רבינו יונה וואס האלט אז איין איד קען ווערן דער שליח פון אן אנדערן איד ווען ס'קומט צו כוונה, פונקט ווי מ'זעט ביי תרומה אז מ'קען תורם זיין בשליחות פון א צווייטן איד אפילו נאר מיט דער בלויזער כוונה. "איי וועט איר פרעגן," האט דער רב געזאגט מיט א געקנייטשטן שטערן, "אז ביי תרומה איז פאראן א דירעקטער באפעל פונעם משלח אז ער באשטימט דעם פלוני ופלוני אלס זיין שליח, אבער אין אונזער פאל ווען איין איד וויל מוציא זיין דעם צווייטן מיט דער כוונה אויף אכילת מצה האט ער דאך קיינמאל נישט באקומען דעם באפעל צו ווערן א שליח."

דער רב האט געכאפט א בליק אינעם אפענעם ספר און פארגעזעצט, "דאס איז קיין קשיא נישט, ווייל אין אמת'ן איז פאראן אזא באגריף אין הלכה, אז מ'קען דורכפירן א כוונה בשליחות פון א צווייטן אפילו ווען ס'איז נישטא אויף

דעם קיין דירעקטער באפעל פונעם משלח, פונקט ווי מיר טרעפן ביי א גט וואס א קטן שרייבט, אז אויב ס'איז דא א גדול וואס איז עומד על גביו איז עס א כשר'ער גט, און די סיבה איז וויבאלד דער גדול פירט אויס דעם חיוב וואס איז דא, מכוון צו זיין אז דער גט זאל זיין לשמה, אנשטאט דעם קטן." "זעט מען דאך," האט דער רב אויסגעפירט מיט א הויכער שטימע, "אז א מענטש קען ווערן א שליח צו טון די כוונה אנשטאט א צווייטן, אפילו דעמאלט ווען יענער האט אים נישט געמאכט בפירוש פאר א שליח. די סיבה צו דעם איז וויבאלד שליחות איז מטעם זכייה, און דער דין זאגט אז זכין לאדם שלא בפניו." דער רב האט זיך צעהוסט, און דערנאך ווייטער גערעדט א לאנגע צייט אין די ענינים פון שליחות ביי קנינים, צייגנדיג וויאזוי אלעס קומט צוריק צום זעלבן, און מ'זעט קלאר אז ס'איז פאראן אזא באגריף אז איין איד זאל ווערן דער שליח פון א צווייטן מיט בלויזער כוונה. די אונטערשטע שורה פון דעם אלעמען איז געווען, אז אויב האט א איד פארגעסן אינזין צו האבן דעם חיוב פון אכילת מצה פסח ביי נאכט, און א צווייטער האט אינזין געהאט אנשטאט אים, האט ער יוצא געווען אפילו לויט דער שיטה אז מצוות צריכות כוונה.

*** ווען דער רב האט פארענדיגט דעם פלפול איז שוין געהאט פאריבער מער פון דריי-פערטל שעה און אויסער די פאר למדנים איז נישט געווען ווער ס'זאל קענען מיטהאלטן דעם דריידל. ביי די מתפללים האט שוין געגריזשעט דער מאגן, פארט א לאנגער שחרית געווען, און דער רוב צווישן זיי האט נישט ממש פארשטאנען וויאזוי דער רב האט אריינגעלאנדעט אינמיטן דערונען צו קנינים און שליחות ווען מ'האלט ערב פסח פאר אכילת מצה. נאר וואס פארשטייען דען די פשוט'ע אידן?

דאס וואס האט נאכדעם פאסירט איז געקומען אינגאנצן אומערווארטעט. ווען דער רב האט פארענדיגט דעם פלפול, איידער ער האט פארכאפט ארויסצוזאגן נאך א ווארט, האט זיך אריינגעמישט עמיצער וואס איז געזעסן אינגאנצן פון הינטן, "כ'פארשטיי נישט," האט יענער אויסגערופן הויך, "די תורה וויל דאך מיר זאלן עסן מצות צוליב א סיבה. די תורה וויל מיר זאלן געדענקען אז מיר זענען געווען קנעכט אין מצרים און מיר זענען באפרייט געווארן. דערפאר, פונקט ווי די תורה האט נישט געוואלט מיר זאלן יוצא זיין מיט דעם וואס א צווייטער זאל עסן מצה אנשטאט אונז, פונקט אזוי דארף זיין קלאר אז א צווייטער קען נישט אינזין האבן אנשטאט אונז. נישט אזוי?" די אויגן אין בית-מדרש האבן זיך אויסגעדרייט אהין צו זען ווער ס'האט געפרעגט די שאלה. געווען איז דאס א איד א דיאמאנטן-סוחר מיט'ן נאמען בערל, נישט קיין גרויסער למדן, אבער אויך נישט קיין פולקאמער עם-הארץ. אויף זיין העמד האט ער פארמאגט צוויי גאלדענע קנעפלעך ביי די ערמלען, זיין רעדן האט געהאט אן עטוואס באלעבאטישן טאן. די למדנים אין שול האבן זיך צעשמייכלט ווען זיי האבן געהערט זיין קול אינמיטן דער פלפול'דיגער שבת-הגדול דרשה, און זיי האבן געווארט צו זען וואס דער רב וועט זאגן. אויף א מינוט איז געווען שטיל ביז דער רב האט גענומען דאס ווארט.

"קוק אהער בערל," האט דער רב געזאגט, "דער פארגלייך איז נישט אזוי ריכטיג. ווייל ווען מ'רעדט פון טון די מעשה המצוה, ווי למשל עסן מצה אדער שאקלען לולב, דארט האט די תורה ארויפגעלייגט דעם חיוב אויפ'ן גוף פונעם איד, און כל זמן מיר פירן נישט אויס די מצוה מיט אונזער קערפער איז נישט מעגליך אז א צווייטער זאל אונז מוציא זיין. אבער אין אונזער פאל רעדט מען דאך ווען דער איד האט שוין אויסגעפירט די מצוה מיט זיין גוף, נאר ס'פעלט

זייט 9

זייט 9
טעקסט

אים דער חלק פון כוונה. נו, אויף דעם זעט מען דאך נישט אין דער תורה אז ס'זאל מוזן ווערן אויסגעפירט דורך א ספעציפישן גוף. פארקערט, אלע ראיות וואס מיר האבן צוגעברענגט אין דער לעצטער האלבער שעה צייגן אונז אז ווען ס'קומט צו כוונה איז נישטא קיין שום אפהאלט פון מאכן א צווייטן פאר א שליח."

דאס פנים פון בערל האט זיך פארקרומט, "גלייבט מיר רב לעבן, ס'איז אלץ איינס וואס מ'האט גערעדט אין דער לעצטער האלבער שעה. שליחות און קנינים קומען נישט אריין דא. ווען די תורה האט אונז געהייסן טון א מצוה מוז עס יעדער איד טון אליין. נישטא קיין חכמות ביי דעם. אויב די תורה זאגט אז מ'איז נישט יוצא אן כוונה, איז עס וועגן דעם ווייל דער אויבערשטער וויל נישט מיר זאלן לייגן תפילין ווי טויטע ראבאטן. נו, איז וואס וויל דער רב זאגן? אז מ'קען יא זיין א טויטער ראבאט און לאזן אנדערע אידן אינזין האבן אנשטאט אונז? ס'איז ביי מיר ווי גלייך דער רב וואלט געזאגט אז ביים זינגען א ליד קען מען זיך איינטיילן מיט א חבר, איינער זאל זאגן די ווערטער און א צווייטער די מעלאדיע... איך מיין, ס'לייגט זיך דאך נישט אויפ'ן שכל. איר פארשטייט וואס איך זאג?"

דער רב האט פרובירט זיך איינצו'טענה'ן, ער האט געדרייט אהער און אהין, צוגעברענגט נאך א סברא און נאך א גמרא, אבער ביי בערל'ען איז דאס אלץ געווען טערקיש. "די תורה איז העכער פון פשעטלעך", האט בערל געזאגט. ביי די למדנים האט אנגעהויבן ווערן אומרואיג, קודם זענען די שושקערייען געווען שטיל און דערנאך איז עס געווארן העכער, ביז ר' וואלף, א איד מיט א שפיציגן בערדל, א מגיד-שיעור און מרביץ תורה שוין פילע יארן, האט זיך גענומען מוט און אויסגעשריגן אין ריכטונג פון בערל'ען, "ר' איד! דא האלט מען שוין נאך א לאנגען פלפול, וואו דער רב האט ערקלערט בטוב טעם וויאזוי ס'קומט אויס אין מערערע פלעצער ווי דער רב זאגט. קומט איר און שרייט אז ס'איז נישט שכל'דיג. געהערט אזוינס? מ'קען עפעס אפפרעגן די תורה מיט בויך-סברות? לאמיר זען, ברענגט עפעס א ראיה פארקערט..."

דאס פנים פון בערל איז רויט געווארן, אבער ער איז יענעם נישט שולדיג געבליבן. "אנטשולדיגט מיר, איך פארשטיי אז איר זענט א תלמיד-חכם, איר האט געלערנט מער גמרא ווי איך, אבער דאס איז נישט קיין תירוץ אויף מיין קשיא. די דרשה פונעם רב איז געבויט געווען צו פארענטפערן די שאלה, צי א מענטש קען יוצא זיין א מצוה מן-התורה דורכדעם וואס זיין חבר האט אינזין אנשטאט אים, פארשטיי איך אבער נישט פארוואס מ'האט געדארפט א פשעטל דאס צו פארענטפערן. דער תירוץ האט געדארפט זיין אז ניין, נאך איידער מ'האט זיך גענומען צום ערשטן שטאפל פונעם פלפול."

דער מצב איז געווארן אזוי קאמיש, אז די ארומיגע האבן זיך נישט געקענט איינהאלטן פון לאכן. ביי ר' וואלף איז עס אבער גארנישט געקומען צום לאכן. די אויגן האבן אים געברענט פון אויפרעגעניש, ער האט אראפגעווארפן דעם טלית פון קאפ און אויסגעטופעט מיט די פיס. "חוצפה האט אויך א שיעור! מ'האט נישט געהערט אזוינס מימות עולם אז א איד וואס איז פארנומען א גאנץ יאר מיט האנדל וואנדל, א איד וואס עפנט א גמרא נאר איין מאל א יאר ווען ער דארף זיי פסח'דיג מאכן, זאל זיך יאווען אפצופרעגן די שבת-הגדול דרשה פונעם רב, און נאך ערקלערן הויך אז דער פלפול וואלט געקענט ווערן אפגעשטעלט גלייך ביים אנהויב... און ערשט לאמיר זען אויף וואס ער בויט די גאנצע קשיא זיינע, אויף דעם וואס "ס'שטימט נישט שכל'דיג". פשיהא! מ'קען זאגן ממש רבי עקיבא אייגער'ס א קשיא! ס'שטימט נישט מיט זיין פארגרעבטן דעת בעל-הבית, זייט מיר מוחל דאס לשון. אבער זייט ווען דארף די תורה שטימען מיט'ן שכל פון א דיאמאנטן-סוחר. הא?"

"נו! נו!" האט דער רב אויסגעמורמלט, ווייזנדיג מיט די הענט אז מ'זאל אויפהערן די קריגעריי, קיינער האט אים אבער נישט געהערט. נאך די לעצטע ווערטער זענען שוין די געמיטער געווען צעהיצט, די למדנים האבן פרובירט זיך אפצופוצן אין א זייט, בשעת די באלעבאטים האבן זיך צוגערוקט נענטער צו ר' וואלף און ס'האט אויסגעזען ווי זיי ווילן אים ממית'ן. זיי האט נישט געקימערט אזוי ווער ס'איז גערעכט, בערל צי ר' וואלף, נאר דער אופן וויאזוי ר' וואלף האט גערעדט האט זיך געלאזט אויסטייטשן ווי א זלזול אין יעדן איד וואס זיצט נישט א גאנצן טאג איבער דער גמרא. די באלעבטים האבן כאטש געוואלט אז ער זאל וויסן וואס זיי האלטן וועגן אים, אז ער איז א גרויסער בעל-גאווה, מיט דער נאז ארויף, און אז די תורה איז פאר קיין בעלי גאווה נישט געגעבן געווארן.

ר' וואלף האט פארשטאנען אז ער האט איבערגעטריבן. ער האט זיך ארומגעקוקט צו זען ווי ער איז ארומגענומען מיט באלעבאטים פון אלע

זייטן, די למדנים האבן זיך אפגעטראגן, און דער גאנצער עסק האט אים נישט געפאסט מיטאמאל. אנשטאט צו ענטפערן אויף די טענות וואס זענען געקומען אין זיין ריכטונג, האט ער צוגעשלעפט א גמרא וואס איז געשטאנען נישט ווייט פון אים, און אנגעהויבן זיך שאקלען אויף א הויכן גמרא-ניגון, ווי גלייך ער וואלט געזעצן אינעם ספרים-צימער ביי זיך אינדערהיים. "זיי מיר נישט אזא מתמיד!" האט זיך צעשריגן לייבל דער אקאונטענט, "דער אייבערשטער דארף נישט דיין תורה. קענסט גיין אין קלוב, וועסטו מער אויפטון." מיט די ווערטער האט לייבל ארויסגעשלעפט די אפענע גמרא וואס איז געלעגן פארנט פון ר' וואלף און עס פארקלאפט מיט א זעץ. ר' וואלף האט זיך געגעבן א דריי אויס מיט א רואיגן שמייכל און קאלט אפגעענטפערט, "וועמענס תורה דען דארף דער באשעפער? פון די וואס זיצן א גאנצן טאג אין מאנהעטן מיט שקצים און שיקסעס? ווען איר וואלט געזען די אותיות פון דער גמרא אזויפיל מאל וואס איר זעט זיך מיט ראיות אסורות דורכ'ן טאג, זייט מיר מוחל מיין אויסדרוק, וואלט איר געקענט האבן געענדיגט ש"ס זיבן מאל..." אזעלכע באליידיגונגען האבן די ארבעטסלייט נישט געקענט אראפשלינגען, און איינער א פּלאָמער, פארט א פשוט'ער איד, האט געכאפט א ספר פון טיש און א שליידער געטון אין ריכטונג פון ר' וואלף, וואס האט אים נאר בדרך נס פארמיטן. "דו באנדיט איינער," האט דער פּלאָמער, מעכל נטע, געשריגן אויף ר' וואלף, "דו ביסט א תינוק שלא נפתחו אפרוחיו. דו מיינסט אז ווייל דו האסט געלערנט א מסכתא גמרא ביסטו שוין ווער ווייסט וואס. דו מיינסט אז די תורה איז דיינס, דו ביסט באלעבאס אויף די קשיות און תירוצים וואס מ'מעג פרעגן. א בוידעם קלאץ ביסטו! א שטיק שור הנגח! אפשר ווען דו וואלסט געגאנגען ארבעטן וואלסטו געווען מער א מענטש."

"גענוג!" האט דער רב א געשריי געגעבן. "מ'האט זיך גענוג געשלאגן. ס'איז שבת היינט, מ'דארף גיין ווייטער מיט'ן דאווענען." ר' וואלף האט נישט געקענט פועל'ן ביי זיך מוותר צו זיין אויף כבוד התורה. פאקטיש האט דער פלאמער מיאוס דערנידערט די לומדי התורה, און ער האט געפילט א דראנג אים אפצוענטפערן מיט כאטש עפעס, אבער נאכדעם וואס אלע זענען פארשוויגן געווארן האט ער אויך געמוזט שווייגן. די מתפללים האבן זיך צוריקגערוקט צו זייערע פלעצער, דער גבאי האט הויך אויסגערופן "אתה הראת לדעת" און מ'איז געגאנגען צו קריאת התורה. דער רב האט שוין זיין דרשה דעם שבת נישט צוגעענדיגט.

*** נאך מוסף האט דער רב צושפאצירט צו בערל'ען און ארויפגעלייגט א האנט אויף זיין פלייצע. "בערל, כ'האב איבערגעקלערט וואס דו האסט געזאגט, און איך מיין אז ס'איז דא עפעס אין דיין קשיא." בערל האט געקוקט אויפ'ן רב מיט א געמיש פון חשד און אומצוטרוי, און דער רב האט ווייטער גערעדט, "קיין מראה-מקום האב איך נאכנישט געטראפן אויף דעם, אבער איך קען זען א מהלך על-פי לומדות וואס זאל שטימען ווי דו זאגסט."

"דאס הייסט אזוי," האט דער רב אנגעהויבן דרייענדיג מיט'ן פינגער, "דיין טענה איז אז כל זמן ס'איז נישטא די כוונה אין דער מצוה איז עס ווי גלייך ס'וואלט געפעלט עפעס אינעם גוף המצוה, און וויבאלד מ'קען נישט מאכן א צווייטן פאר א שליח אין דער מעשה, ווייל די תורה האט דאך ארויפגעלייגט א חובת הגוף אויף יעדן מענטש באזונדער, מוז ממילא אויסקומען אז מ'קען אויך נישט מאכן א צווייטן פאר א שליח אין דער כוונה. האב איך ריכטיג פארשטאנען?"

דער רב האט נישט געווארט צו הערן אן ענטפער פון בערל און האט ווייטער גערעדט, "אט די סברא ווארפט טאקע אפ אלע מיינע ראיות, וויבאלד דער גאנצער שמועס איז געווען געבויט אויפ'ן יסוד אז כוונה איז א באזונדערע זאך פון דער מעשה. אבער לויט ווי מיר זאגן יעצט קומט דאך אויס אז ווילאנג מ'האט נישט אינזין געהאט ביי דער מצוה איז עס ווי גלייך ס'איז קיין מעשה אויך נישט געשען, און ממילא קען מען נישט מאכן א צווייטן פאר א שליח אין דער כוונה, ווייל דעמאלט וועט נאך בלייבן א חיסרון אינעם גוף המעשה." בערל האט אנגעקוקט דעם רב פאר'חידוש'ט, "איך פארשטיי נישט וואס דער רב האט געזאגט, כ'האב געהערט ווערטער וועגן גוף המעשה מיט גוף המצוה, און צו אט די תורות בין איך נישט קיין גרויסער מבין, אבער איך בין צופרידן אז דער רב האט כאטש מכוון געווען לאמיתה של תורה..."

דער רב האט געגעבן א שמייכל, און ר' וואלף, וועלכער איז זיי פונקט פארבייגעגאנגען אויפ'ן וועג ארויס פון בית-מדרש, האט אוועקשפאצירט מיט אויפרעגעניש אויף דעם בזיון התורה וואס ער האט ערשט ווידער מיטגעהאלטן.

זייט 10

זייט 10
טעקסט

דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן

זייט 11

זייט 11
טעקסט

מקורות, טעמים און מנהגים אויף דעם מנהג פון נישט עסן

געבראקטס

אום פסח

דורך א איד - רעדאגירט דורך אפטעמיסט

צווישן חסידים איז גמרא דערציילט דארט אז "רב פפא שטארק אנגענומען געווארן שרי ליה לבורדיקי דבי ריש גלותא די "חומרא" אז פסח איז מען לממחה קדירה בחסיסי" רב פפא מקפיד נישט צו עסן קיין "מצה האט מתיר געווען פאר די קעכערס שרוי", מצה וואס איז געווייקט אין שטוב פון ריש גלותא, צו קאכן געווארן אדער אויף וואס עס "חסיסי" פון מצה )די טייטש פון איז ארויפגעקומען וואסער, חסיסי וועלן מיר שפעטער ברענגן(. באקאנט אלס "געבראקטס", זאגט דארט די גמרא ווייטער "אמר חוץ אחרון של פסח ווען מען רבא איכא דשרי כי האי מילתא האט שוין יא מקיל געווען צו בדוכתא דשכיחי עבדי?". רבא בראקן.

האט זיך געוואונדערט אויף די וואס זענען מתיר אזא זאך אויף א פלאץ אין די פאלגענדע וואו עס זענען דא "קנעכט", וואס שורות וועלן מיר ברענגן ווי רש"י איז דארט מפרש "משום פארשידענע מקורות, טעמים שמזלזלים באיסורים" און ווי אזוי און עובדות ארום דעם מנהג.

קען מען דאס מתיר זיין אזא זאך פאר עבדים? זאגט דארט די גמרא

הלכה פשוטה

ווייטער "איכא דאמרי רבא גופא מחי לי' קידרא בחסיסי" אז רבא אליינס בתחילת דברינו איז וויכטיג האט געקאכט חסיסי.

מקדים צו זיין, אז דער גאנצער ענין פון "נישט עסן געבראקטס" איז נאר מצד המנהג. עפ"י דין איז נישט דא קיין שום איבער די "איכא דאמרי" איז דא א מחלוקת אין די מפרשים. ס'איז דא וואס איסור צו עסן געבראקטס, און געבאקענע מצה קען שוין נישט ווערן קיין חמץ. ווי זאגן אז די איכא דאמרי האלט אנדערש, און לויט די איכא דאמרי האט רבא יא מתיר מ'זעט אין די גמרא אין מסכת פסחים )ל"ט:( וואס די גמרא זאגט דארט "אלו דברים געווען צו קאכן חסיסי אפילו פאר עבדים. ס'איז דא וואס האלטן אז די איכא דאמרי שאין באין לידי חימוץ האפוי והמבושל" זאגט דארט רש"י אויפ'ן ארט "האפוי:

מיינט נאר צו זאגן, אז רבא אליינס האט געקאכט, אבער פאר עבדים האט ער נישט לחם משנאפה, כל מה ששוריהו במים אינו מחמיץ" דאס זעלבע זאגט דארט רש"י מתיר געווען.

עטליכע שורות נאכדעם "אפוי שנתבשל: אפילו מבשלו אחר אפוי' אינו מחמיץ".

אפגעבאקענע מצה וואס מ'קאכט אין וואסער, ווערט נישט קיין חמץ.

וואס טייטש "חסיסי"? עס זענען דא פארשידענע פירושים. צווישן אנדערע איז דא דער רי"ף און דער רי"ץ גיאות וואס זענען מפרש אז "חסיסי" מיינט געבאקענע נאך מער זעט מען אין די גמרא אין פסחים )מ"א.( אז מ'קען אפילו יוצא זיין מצות וואס מ'האט צוריבן און דערנאך קאכט מען דאס אין וואסער, א שטייגער ווי די מצוה פון אכילת מצה מיט מצה וואס איז געבראקט. די גמרא זאגט דארט "יוצאין מען מאכט "קניידלעך" און אנדערע געבראקטע מאכלים.

ברקיק השרוי ובמבושל שלא נימוח וכו'" זאגט דארט רש"י אויפ'ן פלאץ "יוצאין: ידי חובת מצה ברקיק השרוי בתבשיל לאחר אפייתו". זעט מען פון דעם אז מ'קען יוצא למעשה פסק'נט דער רי"ף און דער רא"ש, אז מ'מעג קאכן "חסיסי" מאכלים זיין דערמיט די מצוה פון אכילת מצה, און אזוי ווערט טאקע אויך גע'פסק'נט אין וואס איז געמאכט פון געבאקענע מצה. דער רמב"ם פסק'נט אויך אזוי, און דער טור שו"ע אורח חיים הלכות פסח )סימן תס"א סעיף ז'( אז מיט געבראקטע מצה קען אין סימן תס"ג נעמט אן אזוי להלכה. אבער דער טור וואונדערט זיך דערויף, ווייל מען יוצא זיין די מצוה.

למעשה פירט דאך די גמרא אויס אז פאר עבדים וואס זענען מזלזל במצות דארף מען חושש זיין אז אפשר וועלן זיי שוין דערנאך קאכן מיט געהעריגע מעל אויך, דעריבער מיט דעם אלעם איז זייער שטארק אנגענומען געווארן צווישן חסידים אז מען וואונדערט ער זיך אויפן רי"ף און אויפן רא"ש וואס ברענגן אראפ די הלכה אז מ'מעג איז מחמיר נישט צו עסן קיין מצה שרוי' אום פסח, און אפילו אין פארשידענע נישט-קאכן מאכלים פון מצה-מעל, נאכדעם וואס אין די גמרא זעט מען דאך אז דארט חסיד'ישע קרייזן האט מען אויך אנגענומען די חומרא.

וואו עס איז "שכיחי עבדי" דארף מען יא חושש זיין. דער בית יוסף פארענטפערט די קשיא פונעם טור, אז די ראשונים האבן אנגענומען אז די "איכא דאמרי" אין די גמרא

אכתי עבדי אנן...

איז אן אנדערע שיטה וואס האלט אז אפילו במקום דשכיחי עבדי דארף מען נישט אין די פוסקים טרעפט מען שוין א דיון איבער די חומרא פון געבראקטס, חושש זיין, דעריבער האבן זיי אזוי אנגענומען להלכה.

און ס'איז דא וואס ווילן מדייק זיין פון די גמרא אין מסכת פסחים )דף מ':( וואס פון דעם זאל זיין משמע אז עס זאל זיין אן ענין נישט צו עסן קיין געבראקטס. די אין שולחן ערוך איז טאקע אזוי גע'פסק'נט אז עס איז נישט דא קיין חשש פון

זייט 12

זייט 12
טעקסט

קאכן און עסן געבראקטס. און דאס דעם דערמאנטן חשש, אז מ'וועט

כדי נישט צו דארפן קויפן אסאך מצות

זעלבע פסק'נט אויך דער רמ"א אין זיך מעגליך טועה זיין.

דרכי משה.

לויט דעם אבער, איז דער אן אינטערעסאנטע טעם אויפ'ן מנהג פון נישט עסן געבראקטס אינטערעסאנט איז וואס עיקר חשש נאר אז מ'וועט זיך ווערט געברענגט אין שו"ת בנערינו ובזקנינו פון הג"ר אשר זאב מ'זעט אין "חכמת שלמה" פון קומען טועה זיין זיך צו באנוצן מיט ווערנער זצ"ל אבד"ק טברי' )סימן ה'( אז היות חסידים האבן זייער הגאון רבי שלמה קלוגער זצ"ל, געהעריגע מעל, און דעריבער טאר מקפיד געווען צו עסן מצות דייקא פון שמירה משעת קצירה, און וואס ער ברענגט אויך דעם גאנצן מען זיך נישט באנוצן מיט "מצה-אויב זאל מען מאכן קניידלעך און אנדערע מאכלים, וואלט מען דיון, און ער פירט אויס אז דער טור מעל". עס קומט אבער אויס לויט געדארפט קויפן זייער אסאך מצה, וואס וואלט אפגעקאסט אסאך נעמט יא אן אז די איכא דאמרי אין דעם, אז געהעריגע גאנצע מצה געלט, וואס צוליב דעם וואלט מען אפשר אריינגענומען אין שטוב די גמרא איז נישט קיין אנדערע וואס מ'האט נישט צעריבן, מעג אויך מצה וואס איז נישט שמירה משעת קצירה, דעריבער האט שיטה. ביידע האלטן אז במקום מען געהעריג בראקן, ווייקן און מחמיר געווען אינגאנצן נישט צו עסן קיין געבראקטס.

דשכיחי עבדי דארף מען חושש וואסער, און לכאורה אפילו קאכן זיין, נאר דארט וואו רבא אליינס אין א טאפ, ווייל עס איז דאך נישט האט געקאכט, דארט האט ער דא דער חשש אז מען וועט זיך געהאלטן אז מ'דארף נישט חושש טועה זיין צווישן געהעריגע מעל. זיין. קומט אויס - זאגט ער אז היות דער "מאמר מרדכי" האט טאקע אין די גמרא אסר'ט מען במקום דשכיחי עבדי, דארף מען דאס היינט אלץ אסר'ן אזוי אנגענומען להלכה.

אפילו במקום דלא שכיחי עבדי. ער פירט דארט אויס בזה"ל: ובזה מצאתי טעם נכון

א פרישער חשש לאיסור

לאלו שנהוגין שלא לאכול קניידליך. ולכאורה הוא מחוסר טעם. ולפי מה שכתבתי נכון לחוש לדעת הטור, דיש לו סמך בש"ס ופוסקים.

למעשה האט דער מנהג להחמיר זיך בעיקר צושפרייט צווישן חסידים, און עס איז מערקווערדיג, אז דאס האט זיך נישט אנגעהויבן ממש אין ערשטן דור פון ענליך שרייבט אויך הגאון רבי יוסף ענגיל זצ"ל אין ספר גליוני הש"ס, אז פון חסידות. די חומרא האט זיך אנגעהויבן צוצושפרייטן ערשט אין די צייטן פונעם דא איז דא א סמך צו די חומרא וואס אסאך זענען זיך נוהג נישט צו עסן קיין מצה מעזריטשער מגיד דער רבי ר' בער זי"ע. פארוואס ערשט דעמאלט?

שרוי'. ער שרייבט דארט: "ובעוה"ר לא ידענא אם טובים אנחנו מעבדים הגרועים שלהם וכו'... ער פירט דארט אויס "ואף דמתירין זה לעלמא מעיקר הלכה, מ"מ איז דא א תשובה פון הגה"ק בעל התניא זי"ע )געדרוקט סוף שו"ע הרב, סימן ממדת חסידות יש להחמיר על עצמם, וע"כ האמוראים לא היו עושין כן.

ו'( וואו ער איז מבאר באריכות דעם גאנצן ענין, ומדבריו הקדושים קומט אויס, אז דער גאנצער חשש צוליב וועלכע חסידים האבן אנגענומען לחומרא איז גאר א נייער

צוליב איין פרוי דארף מען נישט חושש זיין

חשש, וואס האט נישט צוטון מיט די פריערדיגע חששות וואס מיר געברענגט ביז אז מען רעדט פון "געבראקטס" קען מען נישט דורכגיין דעם ענין אן צוברענגן היינט.

די ווערטער פונעם "שערי תשובה" הלכות פסח סוף סימן ת"ס וועלכער איז שטארק ער שרייבט דארט ווי פאלגענד )איבערגעזעצט אויף אידיש(: "איבער דעם מאריך אין דעם ענין פון געבראקטס, און ער ברענגט אראפ פארשידענע צדדים לכאן איסור פון קאכן צוברעקעלטע מצה. באמת, טראץ וואס עס איז נישט קיין איסור ולכאן.

גמור און עס איז נישט ברור מדינא )אז עס איז אסור( פון דעסטוועגן המחמיר תבא צווישן אנדערע ברענגט אראפ די ווערטער פונעם כנסת הגדולה, וועלכער עליו ברכה, און דער וואס פירט זיך מיט די חומרא מאכט קיינעם נישט פארוואונדערט וויל אסר'ן צו קאכן מיט "מצה מעל" צוליב א מעשה וואס איז געשען אין די שטאט אז ער פירט זיך מיט א חומרא וואס האט נישט קיין טעם.

קושטא. דער כנסת הגדולה שרייבט: שמעתי בימי ילדותי" אז איינמאל איז געווען ווייטער שרייבט דער תניא, אז דער טעם פארוואס מ'דארף זיך פירן נישט צו א אשת חבר וואס האט פסח געפרעגעלט פיש מיט אויל אין א טאפ. דער סדר איז בראקן איז צוליב דעם, ווייל מ'זעט בחוש ביי אסאך מצות אז נאכן באקן בלייבט נאך געווען אז כדי די פיש זאל זיך נישט צוקלעבן צום טאפ, פלעגט מען ארומנעמען איבער אויף די מצות אביסל מעל וואס איז נישט אפגעבאקן, און ווען מ'לייגט דאס די פיש מיט מעל. אבער פסח קען מען דאך דאס נישט טון. האט די פרוי דעריבער אין וואסער ווערט דאס חמץ, און מ'טאר עס נישט עסן.

גענומען מצה, זי האט דאס צוריבן און מיט דעם ארומגענומען די פיש, און אזוי האט זי עס געפרעגעלט. פונקט אין די צייט איז אריינגעקומען א אומוויסענדע שכנ'טע שרייבט דער תניא ווייטער, איי אויב אזוי, פארוואס טרעפט מען נישט אין וועלכע האט געזען וואס זי טוט. די שכנ'טע האט נישט געהעריג מבחין געווען, און זי די פריערדיגע פוסקים אז מען זאל מחמיר זיין אין די שאלה? שרייבט ער דארט ווי האט געמיינט אז די אשת חבר קאכט די פיש מיט געהעריגע מעל. איז זי געגאנגען פאלגענד: "ווייל דאס )אז עס פארבלייבט אויף די מצות מעל( איז נאר מצוי ביי א טייג צומארגנס און זי האט נאכגעטון די שכנ'טע. זי האט גענומען פיש, עס ארומגענומען וואס איז נישט געהעריג אויסגעקנעטן. אין די פריערדיגע יארן האט מען זיך אסאך מיט געהעריגע מעל, און אזוי עס איז געפרעגעלט. אזוי איז זי נכשל געווארן מיטן אפגעגעבן מיטן קנעטן און וועלגערן די טייג, ביז מ'האט דאס גוט אויסגעקנעטן )און איסור פון חמץ ר"ל, ווייל דורכן קאכן איז דאס מעל חמץ'דיג געווארן. אינצווישן עס האט זיך נישט געמאכט אז עס זאל פארבלייבן מעל( אבער אין די לעצטע בערך איז איר מאן אנגעקומען אינדערהיים און האט געזעהן וואס זי טוט. האט ער איר צוואנציג יאר, איז פארשפרייט געווארן א שטארקע זהירות צווישן ישראל קדושים, אנגעשריגן פארוואס זי טוט אזא הארבן איסור אום פסח. האט זי געענטפערט אז אז מ'איילט זיך זייער שטארק ביים באקן, אזוי אז מ'קנעט נישט גוט אויס די טייג, יענע פרוי האט אויך אזוי געטון. שרייבט דער כנסת הגדולה, און ווען די חכמים פון און מ'זעט בחוש אז עס פארבלייבט אביסל מעל אויף די מצות, וואס דאס קען ברענגן די שטאט האבן געהערט וואס עס איז געשען, האבן זיי גוזר געווען אז מ'זאל מער א חשש חמץ דאורייתא, ווען מ'לייגט דאס אריין אין זופ וכדומה, דעריבער דארף מען נישט פרעגלען אפילו מיט מצה מעל, און מ'האט געמאכט א גזירה אז מען זאל נישט מחמיר זיין.

בראקן אלס מראית העין, אז מ'זאל נישט צוקומען זיך טועה זיין, זיך צו באנוצן מיט געהעריגע מעל. דער כנסת הגדולה פירט אויס אז "וכן הוא המנהג עד היום הזה".

דער תניא אליינס פירט אויס, אז מ'דארף נישט מוחה זיין אויפן המון עם וואס איז מקיל צו עסן געבראקטס ווייל יש להם על מה שיסמוכו, אבער לויט וואס דער דער "פרי חדש" )סימן תס"א( ברענגט אראפ דעם כנסת הגדולה, און ער אריה"ק שרייבט, אז אום פסח זאל מען מחמיר זיין מיט אלע חומרות איז זיכער אז שרייבט אז דער טעם איז נישט גענוג, און מ'קען נישט גוזר זיין קיין נייע גזירות צוליב מ'דארף מיט דעם אויך מחמיר זיין.

ווייל איין פרוי האט זיך טועה געווען. ער שרייבט דארט: "ואני אומר שהכל מותר מן הדין, ואין לנו לגזור גזירות מדעתינו, ומה בכך אם אשה אחת טעתה בדין".

פון אינעווייניג צי פונדרויסן?

אבער לויט ווי מ'האט פריער געזעהן איז דאס לכאורה נישט קיין נייע גזירה, פון די ווערטער פונעם תניא זעט מען, אז ער איז מער חושש אויף די מעל ווייל לויטן טור און נאך מפרשים איז דא א מקום להחמיר אלס דעם דין פון די גמרא וואס פארבלייבט אויף די מצות, ווי אויף די מעל וואס פארבלייבט אינעווייניג אין אז במקום דשכיחי עבדי )און היינט אלעמאל( דארף מען מחמיר זיין, טאקע צוליב די מצות.

זייט 13

זייט 13
טעקסט

אביסל אנדערש שרייבט דער מחצית השקל )סימן תנ"ח סק"א( וואס ער שרייבט אויך אז מ'זאל מחמיר זיין נישט צו מאכן קיין מאכל פון מצות אום פסח, אבער דייקא צוליב דעם טעם ווייל אין די מצות פארבלייבט אביסל מעל. דער מחצית השקל איז כדרכו מבאר די ווערטער פונעם מגן אברהם דארט וועלכער ווענדט אפ די חומרא פון נישט עסן געבראקטס צוליב א געוויסע אנדערע טעם. שרייבט דארט דער מחצית השקל, אז מיט דעם וואס דער מגן אברהם שרייבט אז צוליב יענעם טעם דארף מען נישט חושש זיין, איז ער טאקע גערעכט. "אבער - שרייבט ער - מטעם אחר דארף א בעל נפש מחמיר זיין. ווייל אסאך מאל ווערט דאס מעל נישט גוט אויסגעקנעטן, און עס פארבלייבט אביסל מעל אין די מצה. אויב וואלט נאר געווען די רעדע פון מעל וואס פארבלייבט "אויף" די מצה דארף מען נישט אזוי שטארק חושש זיין, ווייל דאס ווערט דאך אפגעברענט אין אויבן, און עס קען שוין נישט ווערן קיין חמץ.

אבער אסאך מאל בלייבט אביסל מעל אין די מצה פון אינעווייניג, וואס דאס ווערט שוין פארברענט, נישט און אז מ'לייגט דאס צוזאמען מיט וואסער ווערט עס חמצ'דיג, דעריבער דארף א בעל נפש מחמיר זיין.

דער )אגב, מחצית השקל איז געווען בערך אין די זעלבע צייט ווי דער בעל התניא. עס איז דעריבער יתכן, אז דאס וואס ער שרייבט להחמיר איז נאך צוליב דעם, ווייל אין יענע צייט האט מען אנגעהויבן זיך מער צו איילן ביים באקן די מצות, און מ'האט עס נישט געהעריג אויסגעקנעטן, ווי געברענגט פריער, דעריבער האט ער געהאלטן אז מ'דארף יא מחמיר זיין.(

אבער אפגעזען אויף וועלכע חשש מ'דארף מער חושש זיין, צי אויף די מעל פון אינעווייניג צי אויף די מעל פונדרויסן, איז אבער זיכער אז ביי דעם חשש איז נישט קיין חילוק צווישן מצה מעל, און סתם אזוי אריינלייגן שטיקלעך מצה מיט וואסער. ביידע האבן דעם זעלבן חשש, און מ'דארף ביי ביידע מחמיר זיין.

אינטערעסאנט איז וואס עס שרייבט דער שערי תשובה )פון וואס מיר האבן שוין פריער עטוואס אראפגעברענגט( אז די חומרא פון נישט עסן געבראקטס איז בעיקר איינגעפירט געווארן פון יענע צייטן ווען מ'פלעגט באקן ספעציעל דיקע מצות וואס פון דעם האט מען געמאכט מצה-מעל, און אין די מצות האט זיך געמאכט אז עס איז פארבליבן אביסל אומאפגעבאקענע מעל, און דעריבער האט מען געדארפט חושש זיין, אבער היינט - שרייבט ער - ווען עס איז "אכשר דרא" און רוב מענטשן עסן נאר גאר דינע מצות, איז שוין נישט דא די אלע חששות. )עס וועט אויסקומען אינטרעסאנט, אז לויטן חשש פונעם מחצית השקל מער חושש צו זיין אויף מעל וואס פארבלייבט "אין" די מצות, איז טאקע ביי דינע מצות דא ווייניגער א חשש אז עס זאל פארבלייבן אומאפגעבאקענע מעל. אבער לויטן חשש פונעם בעל התניא אז עס בלייבט מעגליך מעל "אויף" די מצות, דאס קען זיך שוין מאכן אפילו ביי דינע מצות, און אויף דעם דארף מען שוין יא חושש זיין אלעמאל(.

דער שערי תשובה אליינס אבער ענדיגט צו: "ומכל מקום הרוצה לקדש עצמו במותר לו שלא לאכול מצה שרוי' או מבושלת אפילו טחונה וכתושה אין מזניחין אותו".

פארוואס פונקט דאן?

אגב, לויט די דערמאנטע ווערטער אין די תשובה פונעם תניא אז "זה קרוב לעשרים שנה או יותר" וואס מ'האט אנגעהויבן צו באקן די מצות אויף דעם אופן, איז פארשטענדליך פארוואס דער מנהג נישט צו עסן געבראקטס האט זיך אנגעהויבן צו צושפרייטן ערשט אין צווייטן דור פון חסידות. ווייל די תשובה פונעם תניא איז געשריבן געווארן נישט פאר שנת תקנ"ב, ווי מען זעט פון דעם וואס ער שרייבט זיך אונטער "שניאור זלמן ב"מ ברוך זללה"ה" דאס הייסט אז זיין פאטער רבי ברוך זצ"ל האט שוין נישט געלעבט, און ער איז נסתלק געווארן תשרי תקנ"ב. קומט אויס אז ערשט צוואנציג בערך יאר פריער, דהיינו תקל"ב בשנת בערך האט מען אנגעהויבן צו באקן די מצות אנדערש, און דער חשש איז ערשט דעמאלט געווארן, נולד דעריבער האט מען ערשט דעמאלט געדארפט אנהייבן מחמיר צו זיין.

אלנפאלס, כידוע האבן טאקע חסידים רוב אנגענומען דעם מנהג ווי א הלכה פסוקה. שפעטער האט דער מנהג זיך נאך מער צושפרייט צווישן אפילו וואס אזעלכע זענען נישט געווען פון חסיד'ישן חדר. דער זון פון הגה"ק רבי מאיר א"ש זצ"ל ברענגט אז זיין טאטע דער מהר"ם אש זצ"ל האט מחמיר געווען. דאס זעלבע שרייבט אויך די בעל יסוד ושורש העבודה )שער ט' פרק ג'(: "נהגו יראים ושלמים שאין אוכלים מצה שבא עלי' מים אחר אפייתה". דער משנה ברורה )סימן תנ"ח ס"ק ד'( ברענגט אויך דעם מנהג.

עס ווערט דערציילט, אז אמאל האט א זון פון הגה"ק בעל חפץ חיים זצ"ל געפרעגט דעם טאטן פארוואס ער איז מחמיר אויף "געבראקטס" א מנהג אויף וואס דער גר"א זצ"ל האט נישט מחמיר געווען? האט דער חפץ חיים זצ"ל געענטפערט אז ווען ער וועט האבן די מצות פונעם גר"א וואלט ער אויך נישט מחמיר געווען...

די מקילין

לעומת זה זענען געווען אסאך וואס האבן מקיל געווען. הגאון רבי יעקב עמדין זצ"ל שרייבט אין "שאילת יעבץ" אז די חסידים עסן טאקע נישט קיין מצה שרוי', אבער זיין טאטע הגאון בעל חכם צבי זצ"ל האט סותר געווען די דברי המחמירים און ער פירט אויס אז די דערמאנטע חששות זענען נישט גענוג אז מ'זאל צוליב דעם זיך צוריקהאלטן פון שמחת יו"ט און נישט עסן קיין געבראקטס.

)אין אמת'ן אז מיט די אלע קשיות וואס דער חכם צבי פרעגט אפ די מחמירים איז אבער למעשה נישט אפגעפרעגט די חששות פונעם בעל התניא זצ"ל, עיי"ש. עס קען טאקע זיין אז אין די צייטן פונעם חכם צבי זצ"ל האט מען נאכנישט געבאקן די מצות ווי אין די צייטן פון די בעל התניא, דעריבער איז דער חשש נאכנישט שייך געווען.(

דער חתם סופר זצ"ל אין שו"ת חתם סופר )או"ח סימן קל"ח( איז מקיל צו עסן מצה שרוי', און דער חתם סופר זי"ע זעלבסט האט זיך אויך אזוי געפירט. אין די מנהגים פונעם חתם סופר ווערט געברענגט אז במשך די ימי הפסח האט ער נישט

זייט 14

זייט 14
טעקסט

געגעסן קיין פת שחרית. נאך קידוש האט ער נאר געטרונקן "משקה קאפפע". ער הרה"ק רבי נחמן מברסלב זצ"ל האט געזאגט, אז ווער עס האט זיך נישט האט דערנאך זיך אויסגעשווענקט דאס מויל, און דערנאך האט ער געגעסן צוויי-דריי אנגעהויבן צו פירן מיט דעם מנהג פון נישט עסן געבראקטס, דארף טאקע נישט קניידלעך.

אנהייבן. אבער ווער עס פירט זיך שוין אזוי זאל שוין נישט אויפהערן.

אויך הגאון הגר"א זצ"ל האט נישט מקפיד געווען אויף מצה שרוי'. ער האט די שפעטערע צדיקים האבן גאר שטארק מחמיר געווען אין דעם מנהג, און געהאלטן אז מ'דארף נישט מורא האבן טאמער איז געבליבן א פלאץ וואס איז נישט פילע האבן זיך געפירט אז מ'האט צוגעדעקט די מצות וואס מ'האט געגעסן ביי די גענוג גוט געבאקן געווארן.

סעודות, כדי עס זאל נישט אראפפאלן קיין ברעקל מצה אויפן טיש, אלעס צוליב דעם חשש אז מען זאל נישט קומען בראקן. אנדערע האבן נישט אזוי ווייט מחמיר ס'איז אינטערעסאנט אז אפילו צווישן די גדולי צדיקי החסידות זענען געווען.

אויך געווען אזעלכע וואס האבן נישט מקפיד געווען אויף געבראקטס. עס ווערט דערציילט אז הרה"ק בעל חידושי הרי"ם מגור זי"ע איז אמאל געווען אויף די לעצטע אין הגדה של פסח עטרת יהושע ווערט געברענגט וואס הגה"ק רבי משה טעג פסח אין קאצק צוזאמען מיט הרה"ק רבי מרדכי יוסף מאיזביצא זי"ע בעל מי ארי' פריינד זצ"ל גאב"ד ירושלים האט דערציילט, אז אין צאנז האט מען נישט אזוי השילוח. זיי זענען איינגעשטאנען ביי הרה"ק רבי דוד זצ"ל דער זון פונעם קאצקער שטארק מקפיד געווען אז מען זאל צודעקן די מצות. ווידעראום איז באקאנט אז רבי'ן הרה"ק רבי מענדעלע זי"ע.

הרה"ק בעל דברי יואל מסאטמאר זי"ע האט יא שטארק מקפיד געווען אויף דעם.

נאכן מאכן קידוש האט דער איזביצער רבי זצ"ל געגעסן קניידלעך, און ער

אחרון של פסח

האט אויך געגעבן פארן חידושי הרי"ם זצ"ל אז ער זאל אויך עסן. אבער דער חידושי דאס איז געווען א גאנץ פסח. ווען עס איז געקומען אחרון של פסח האבן הרי"ם זצ"ל האט נישט געוואלט עסן. האט רבי מרדכי יוסף אים א פרעג געטון כמעט אלע צדיקים מקיל געווען אין די אלע חומרות וואס מ'האט געהאט א גאנץ פארוואס ער איז מער מחמיר פון אים. אבער דער חידושי הרי"ם האט גארנישט פסח און בפרט אינעם ענין פון עסן געבראקטס. אסאך טעמים ווערט געברענגט אויף געענטפערט. ער האט זיך נאר צושמייכלט. פלוצלינג האט רבי מרדכי יוסף זצ"ל דעם אין די אחרונים, און ס'איז דא וואס שרייבן אז וויבאלד אחרון של פסח איז נאר געשפירט ווי ער קייעט עפעס א הארטע זאך. ער האט דאס ארויסגענומען פון מויל, א דרבנן דארף מען נישט מחמיר זיין.

און ער האט געזען ווי עס איז געווען א שטיקל "ווייצל" וואס איז פארבליבן אין די מעל מיט וואס מ'האט געמאכט דער הייליגער בני יששכר דעם קניידל.

זי"ע שרייבט אין ספה"ק דרך פיקודיך אז אלע חומרות וואס ווען דער איזביצער רבי זצ"ל מ'האט א גאנץ יו"ט זאל מען נישט

עסן געבראקטס, א חומרא!

האט דאס ארויסגענומען פון מויל אנהאלטן אחרון של פסח כדי עס האט ער זיך אנגערופן צום חידושי זאל נישט אויסזען אז דאס וואס הרי"ם "איך ווייס אז דאס איז דיין ווי דערמאנט פריער, שרייבט דער הייליגער ראפשיצער רב זי"ע, מען עסט נישט צוליב חומרא האלט ארבעט"... שפעטער האט דער אז דער יום טוב פון "אחרון של פסח" דאס ווייזט אויף התחברות מען טאקע פאר חמץ גמור, נאר קאצקער רבי זצ"ל געזאגט פארן ישראל, וואס דעמאלט איז מען נישט אזוי מחמיר מיט די אלע מ'עסט דאס נישט צוליב חומרא. איזביצער רבי'ן זצ"ל, אז ער זאל חומרות וואס מען האט געהאט א גאנץ פסח, און מען איז נישט זיך נישט זארגן, ווייל דער חידושי מחמיר מער פונעם צווייטן. יענעמ'ס מאכלים איז פונקט אזוי גוט אנדערע זאגן אביסל הרי"ם האט אזא גרויסן כח אז ער אנדערש. אז כדי עס זאל נישט זיין ווי ביי מיר.

קען מאכן מ'זאל טרעפן א ווייצל קיין קטרוג אויף די וואס פירן זיך אפילו אין אן אמת'דיגע כשר'ע האב איך אמאל געהערט דערויף א רעיון נפלא. די וועלט זאגט, אז נישט מיט די חומרא און זיי עסן יא מאכל. )הגם פון די מעשה איז געבראקטס, וויל מען ווייזן אז אויך אחרון של פסח פירט מען זיך שוין נישט מיט קיין חומרות, אבער נישט קיין ראי'. מעגליך אז דער די וואס פירן זיך יא אזוי, איז דאס עס איז פונקט פארקערט. מיט די גרעסטע חומרות פירט מען זיך חידושי הרי"ם האט מחמיר געווען נאר משום חומרא און נישט אז מען אחרון של פסח... מען קען דאס פארשטיין מיט די פאלגענדע אויך אום אחרון של פסח, נישט האלט אזוי מעיקר הדין, ווייל אויב מעשה וואס איז געווען ביי איינעם פון די בריסקער רבנים זצ"ל.

עסן געבראקטס, און די מעשה איז נישט וואלט מען דאך אום אחרון כידוע האבן די בריסקער צדיקים געהאט גרויסע חומרות אין אלע געווען דעמאלט(.

של פסח אויך מחמיר געווען. ענינים. האט זיך אמאל געמאכט, אז עס איז אויסגעקומען אן ענין עס ווערט דערציילט אויף וואס מ'האט געדארפט גיין שתדל'ן פאר פדיון שבוים, אויסצולייזן עס איז באקאנט וואס הרה"ק מנעשכיז זי"ע, אז בסוף אידן וואס מ'האט איינגעזעצט אין תפיסה.

הרה"ק מראפשיץ זי"ע שרייבט אין ימיו איז אים געווען שווער צו עסן זרע קודש, אז דורך "מצה" קומט די מצה, און מ'האט עס דעריבער דער בריסקער רב זצ"ל האט באקומען די ידיעה אום ליל שבת מען צו התחברות, ווייל מצה איז געדארפט ווייקן אין וואסער כדי ער קודש. האט דער בריסקער רב זצ"ל באפוילן פאר עטליכע נגידים, מלשון צוותא חדא, וועגן דעם זאל זאל עס קענען צוקייען. שפעטער מען כאטש דעם איינעם טאג נישט אז זיי זאלן שוין איצט אום שבת קודש אהיימגיין ברענגען געלט האט ער געטיילט שיריים אפילו מער מחמיר זיין איינער פון צווייטן. פאר דעם וויכטיגן צוועק. דערנאך האט ער געשיקט א שליח אז ער פאר די חסידים וואס האבן יא זאל שוין גיין זיך פארען אויסצולייזן די אידן. האט מען אים געזאגט מקפיד געווען נישט צו עסן קיין הרה"ק רבי הערשעלע "רבי עס איז דאך שבת, מ'קען דאך גיין נאך שבת". האט ער געזאגט מצה שרוי'.

מרימנוב זי"ע האט געזאגט דעם אז ניין, אפשר איז דאס א שאלה פון פיקוח נפש און מ'טאר עס נישט טעם, אז כדי מ'זאל נישט גלייך פון אויף הרה"ק רבי הערשעלע אפשטופן. האט מען אים געפרעגט, דער רב איז דאך אלץ מחמיר, אזא געהויבענעם יום טוב ווי פסח, ליסקער זי"ע בעל אך פרי תבואה פארוואס איצט האט מען מקיל געווען? האט ער געענטפערט אריינפאלן אין די וואכן טעג, האט ווערט דערציילט, אז ער פלעגט "פונקט פארקערט, איך בין מחמיר אין הלכות פיקוח נפש".

מען אזוי איינגעפירט אז עס איז דא געבן פאר זיין מאמע די כזיתים איין טאג וואס איז מחבר דעם יו"ט מצה זי זאל עס צורייבן און דאס זעלבע קען מען זאגן. אחרון של פסח זענען אידן "מחמיר" אין מיט די וואכן טעג, וואס דערפאר אריינלייגן אין ווארעם וואסער ווייל די מצוה פון "ואהבת לרעך כמוך" צו ווייזן דערמיט "ברודער זיסער, פירט מען זיך צו עסן געבראקטס, זי האט עס נישט געקענט צוקייען.

כדי מ'זאל נישט פלוצלונג אראפ איך האב גארנישט קעגן דיר איך קוק דיך נישט אראפ און איך עס גיין פון די קדושה.

פון דיינע מאכלים".

זייט 15

זייט 15
טעקסט

פסח על שום מה?

פסח איז דא א חיוב וואס מ'טרעפט נישט סתם אזוי דורכאויס די יאר, חייב אדם לראות את עצמו כאילו הוא יצא ממצרים. א גאנץ יאר איז דא א חיוב זכירת יציאת מצרים, אבער פסח ביינאכט דארף מען עס שפירען אין אלע ביינער אז א גאנץ יאר זאל עס נאך זיין פריש אז ס'זאל זיין גענוג א זכירה. די חסיד'ישע ספרים זענען שוין מסביר אז בעיקר גייט עס ארויף אויפ'ן פנימיות'דיגן זין פון יציאת מצרים אז יעדעס יאר גייט א יוד ארויס לחירות פון זיינע מצרים און ענגשאפטען אין די נאכט פון ליל התקדש חג. לאמיר פארשטיין די פנימיות'דיגע הסתכלות אויף גלות ויציאת מצרים און דורך דעם וועלן מיר בעז"ה קענען זיין מער מחובר צו דעם "כאילו הוא יצא ממצרים". ווי איינס פון די הויפט יסודות פון בעש"ט הק' איז, לאמיר נישט הארעווען צו דערגרייכען א מדריגה, נאר לאמיר לעבן אין דעם וואס אונזער נשמה שפירט יעצט בפועל, און דאס קומט דורך הבנה ואמונה.

די ערשטע זאך דארף מען פארשטיין פארוואס זענען די אידן געגאנגען אין גלות? פשוט וועגן די חטא ביי ברית בין הבתרים ווען אברהם אבינו האט געפרעגט במה אדע, און נאך קליינע חטאים ווי די גמרא זאגט אין נדרים. אבער וועגן דעם האט געדארפט זיין אזעלכע עינויים פאר 400 יאר? און נאר זיינע קינדער, נישט ער אליינס?

תכלית הבריאה

כדי צו פארשטיין, לאמיר צוריק גיין זען וואס איז די תכלית העולם און איר מהלך. די תכלית ווייסן מיר דאך איז דירה בתחתונים, דהיינו דער אייבערשטער האט געוואלט )מחמת טעם כמוס וואס איז למעלה מהשגתינו( באשאפן א וועלט לטובת נבראיו און די תכלית זאל זיין אז ס'זאל זיין א הסתרה. עס זאל אויסזען ווי א סתירה צו קדושה, מ'זאל זיך מתגבר זיין אויף דעם, און דעמאלט זאל נתגלה ווערן אז בעצם איז נישט דא עפעס אנדערש ווי כבוד השי"ת, און אונטער די רע איז אויך דא דער אייבערשטער )כמשל המלך ששכר זונה לנסות בנו בזוהר(. נאכדעם זאל מער נישט זיין קיין הסתרה, און דער מענטש וואס האט צוגעברענגט צו די התגלות זאל זוכה זיין צו שכר נצחי וואס דאס איז קרבת והשגת ה' וואס איז די גרעסטע תענוג וואס איז שייך און האט אומצאליגע מדריגות עד אין סוף, און אזוי זאל דער מענטש נישט עסן נהמא דכיסופא נאר פארדינען שכר פאר זיין ארבעט.

אבער אויב דער מענטש טוט נישט מצוות נאר עבירות, דאן מאכט ער לענגער די וועג. דאס מיינט די תכלית הכללי )אדער ווי דער רמח"ל רופט עס אן תיקון הכללי( בלייבט אזוי ווי פריער נאר די וועג נעמט לענגער און מ'דארף מתקן זיין די חטאים דורך תשובה, יסורים און גיהנום.

מען פארציילט א מעשה אז דער וואס האט אויסגעטראפן די ערשטע "באלב" האט קודם פרובירט 999 מאל, און נאר די טויזענטסטע מאל האט

דורך: ווארט זאגער

עס געארבעט, האט מען אים געפרעגט ווי אזוי ער האט געהאט געדולד אזוי לאנג צו פרובירן אן יאוש? האט ער געענטפערט: איך האב מיך אויסגעלערנט 999 סיבות פארוואס א באלב זאל נישט ארבעטן! עס איז גארנישט אומזינסט. פארשטייט זיך אז ס'בעסער אז דער מענטש זאל נישט זינדיגן, אבער ווען א מענטש זינדיגט און למעשה זעט אויס כאילו דער באשעפער איז נישט בעל הבית און נאכדעם איז מען עס מתקן ווערט למעשה די כבוד פונם אייבערשטן נתגלה אויף א מער פרטיות'דיגן אופן, דהיינו, מ'וועט לעתיד זען וויאזוי ס'געווען א קושיא אויפ'ן הנהגה פונעם אייבערשטן און וויאזוי ס'ווערט פארענטפערט. אן גלות וואלטן געווען אסאך ווייניגער פראבלעמען און שאלות אבער למעשה דורך גלות האט מען פארדינט אזויפיל התגלות אין תורה.

אז יעדעס

איז למעשה דא א בחירה פאר א מענטש וועלכע וועג צו גיין צו די תיקון הבריאה,

יאר גייט א יוד

באופן ישר מצוות ומעש"ט קורץ און

ארויס לחירות

שארף. אדער דורך עבירות ותשובה. ס'איז די זעלבע וועג נאר לענגער און מער

פון זיינע

באריכות ארויסגעברענגט!

אדם הראשון וחטא עץ הדעת

מצרים און

אנפאנג, האט דער אייבערשטער

ענגשאפטען

באשאפן נאר איין מענטש, אדם הראשון, און אלע נשמות פון כלל ישראל זענען

אין די נאכט

געווען נכלל אין אים. ער איז געווען אין

פון ליל

גן עדן בכלל נישט אין עולם הזה, און די גאנצע וועלט איז געשטאנען צו זיין

התקדש חג.

דינסט כולל מלאכים ווי די גמרא זאגט אין סנהדרין אז די מלאכים האבן אים אויסגעקוועטשט טרויבן און געבראטען פלייש, ווייל די גאנצע בריאה האט פארשטאנען אז עס איז נאר דא איין זאך אין וועלט: דינען דעם אייבערשטען און זיי זענען משמש דעם מענטש וואס דינט מיט זיי דעם אייבערשטן. דעמאלט איז די רע נאך געווען אפגעטיילט פונעם מענטש. דער מענטש איז געווען כולו טוב ער האט גארנישט געוואלט הנאת עצמו נאר אלעס איז געווען לש"ש און דאס איז געווען זיין גרעסטע תענוג. דער רע הכללי איז געווען אינעם שלאנג אינדרויסן פונעם מענטש, און אדם האט באקומען איין נסיון נישט צו עסן פון עץ הדעת. אויב וואלט דער מענטש בייגעשטאנען די נסיון וואלט זיך אנגעפאנגען שבת די ימות

זייט 16

זייט 16
טעקסט

המשיח און די וועלט וואלט אנגעקומען צו איר תכלית.

אין די ניסיון הכללי איז געווען נכלל אלע נסיונות עלי אדמות במשך אלע דורות, וואס כידוע איז בעצם נאר דא איין ניסיון, נאר עס האט אסאך חלקים וואס איז זה לעומת זה פון קדושה, וואס איז נאר דא איין זאך גילוי כבוד מלכותו און אלע מצוות זענען נאר א וועג צוצוקומען צו דעם. די ניסיון איז געווען כפירה, והייתם כאלוקים, אז מען דארף נישט אנקומען צום באשעפער ח"ו. אויך איז געווען נכלל אין דעם תאוה, וואס מיינט אז דער מענטש איז פארזיך אליינס א מציאות היפך ביטול, וואס ווען א מענטש לעבט מיט די ריכטיגע הבנה קען ער נישט האבן קיין אייגענע תאוות אזויווי א מענטש וועט נישט האבן קיין תאווה אויף זאכן וואס איז באמת נישט שייך צו אים, למשל האבן פליגלען אדער א לאנגע נאז ווי אן עלעפאנט כמבואר באבן עזרא על מצוות אהבה. און די זעלבע ביים ווייב פון דעם מענטש וואס לעבט כדי צו זיין אן עזר כנגדו. אויב דער מענטש מיינט זיך מיינט זי אויך זיך און וויל נישט זיין קיין עזר כנגדו וזהו שהטיל הנחש ארס בחוה. )בכלל איז ניאוף שקול כנגד ע"ז ווייל ס'מכחיש יחוד אינעם מענטשליכן לעבן וואס איז כנגד ע"ז בעולם הכללי(.

ווען דער מענטש איז נישט בייגעשטאנען די ניסיון און האט נישט מתקן געווען די רע הכללי, דורך נישט פאלגען און מגלה זיין כבוד שמים, איז געווארען די וועג לענגער צו די תכלית. כבוד שמים פארדינט פון יעדע אקט אויף דער וועלט לטוב ולמוטב, נאר פון אן עבירה ליידט נאר דער מענטש. איז געווארען אן עירוב טוב ורע אין די בריאה, דאס מיינט אז די עץ הדעת האט געגעבן פארן מענטש איבריגע שכל וואס אין דעם איז נכלל כל הרע שבעולם היפך הביטול וההכנעה. קדושה אין טומאה האבן זיך אויסגעמישט און מ'דארף זיך שוין שלאגן מיט'ן רע הפנימי. דער מענטש איז שוין נישט געווען ביכולת זיך אליינס צו שלאגן מיט טוב ורע נאר עס איז געווארן אויסגעטיילט פאר אלע דורות שפעטער. אדם הראשון איז געווארן פון אן אדם הכללי נישט מער ווי אן אדם הפרטי. ס'נישט פארצושטעלן די ירידה וואס ער האט געהאט! זיין פלאץ איז שוין נישט אין גן עדן נאר און עולם הזה, פאר די דרגא וואס ער איז יעצט וועט שוין גן עדן זיין א מקום פון שכר! דער מענטש האט פארלוירן זיין לויטערע תמימות און דער יצה"ר קומט אריין קודם אין מענטש און מ'דארף שוין הארעווען זיך מתקן צו זיין דורך דעם וואס מען בויעט זיך אויף א יצר טוב דורך אלע 3 חלקי הנפש מחשבה, תורה געפילן, תפילה און מעשי המצות. )באריכות בדעת תבונות ועוד(

דור המבול והפלגה

אבער נאך אלץ איז דער וועלט נאך נישט געווען אזוי ווי היינט. מענטשן האבן נאך געלעבט מיט גאנץ אנדערע השגות ווי היינט. עס האט נאך נישט אויסגעפעלט די תורה פאר זייער תיקון זיי האבן נאך געקענט מתקן זיין זייער מעשים פון א וועג וואס איז העכער פון

כבוד שמים

תורה מיט זייער פשוטע טאג טעגליכע לעבן. זיי האבן נאך געלעבט קרוב צו

פארדינט פון

טויזנט יאר אין יענע צייטן מיט כל

יעדע אקט

טוב וטוב ווי די גמרא זאגט אז מ'האט איינגעזייעט איינמאל אין 40 יאר וכו'.

אויף דער

יעדער מענטש האט געהאט א ברירה צו מתקן זיין זאכן וואס היינטיגע צייטן

וועלט לטוב

דאף מען האבן גאנצעטע דורות אויף דעם, אבער זיי האבן נישט אויסגענוצט

ולמוטב, נאר

די געלעגענהייט, זיי האבן געזינדיגט מיט תאוות אין דור המבול, און כפירה

פון אן עבירה

אין דור הפלגה. דעמאלט איז שוין נישט

ליידט נאר

געווען גענוג פאר תיקון די כלליות'דיגע מהלך פון גרויסע מענטשן און לאנגע

דער מענטש.

יארן אס האט זיך אנגעפאנגען א נייע מציאות הבריאה פון קליינע מענטשן )יחסית( וויינגער יארן און צווישען די מענטשהייט אליינס מענטשן וואס זענען בחינת פרי וואס אין זיי איז די נשמה פון אדם הראשון און מענטשן וואס זענען א קלענערע דרגא וואס אין זיי איז דא כחות הטומאה בחינת קליפה לפרי. )באופן כללי איז דאס שוין געשעהן אין די צייט פון נח'ס קינדער אבער מער איז דאס געשעהן אין די צייטן פון

אברהם אבינו וואס דאן איז געווארען די מושג ישראל ואומות העולם. - רמח"ל אין אדיר במרום(

אבות הקדושים

נאך וואס די הנהגת הבריאה איז געטוישט געווארען צו אן הנהגה פון תורה איז נשמת ישראל באהאלטען געווארען פון די מענטשהייט נאר געציילטע זענען געבליבען אנצוגרייטען די וועלט און מתקן זיין די נשמת ישראל זיי זאלען קענען ווערן דעם עם הנבחר ואס זיי זענען די אבות הקדושים אבער די איבריגע נשמות זענען מגולגל געווארען קודם אין די ערד נאכדעם אין די שעף וואס די אבות האבן געפאשעט. )זייער תיקון האט שוין געדארפט זיין מער בפרטיות דורך די דצח"מ(. און די אבות האבן זיי מתקן געווען ווי די מדרשים און מקובלים דערציילען די עבודת האבות מיט די שעף ועוד.

אויך איז געווארען אויסגעוועלט א הייליגע מקום וואס איז בעצם א הייליג פלאץ און דולדעט נישט קיין עושי רשעה. וואס דאס איז ארץ ישראל און דאס איז געגעבן געווארען פאר אברהם אבינו פאר זיינע קינדער ווען זיי וועלן זיין ראוי און ווען אברהם האט געפרעגט במה אדע אז יודען וועלן זיין ראוי צו באקומען ארץ ישראל האט דער

ווייל די

אייבערשטער מגלה געווען אז ס'גייט

יודען האבן

זיין א זיכוך אז יודישע נשמות זאלען זיין קריסטעל ריין אז זיי זאלען זיין ראוי צו

געדארפט

באקומען ארץ ישראל. )די חלק פון די חטא פון אברהם אבינו איז אן אריכות

ווערן די עיקר

בפני עצמו אז יעדע הנהגה כללי דארף שטימען אויך מיט די יעצטיגע מצב ואין

מציאות

עונש בלי חטא אפילו לתועלת ואין כאן המקום(.

הבריאה וואס

גלות מצרים

די גאנצע

די מקום פון גלות איז געווארען

בריאה ווענדט

אויסגעוועלט אין מצרים וואס דארט איז געווען די ראש הקליפה. די כללות

זיך אין זיי

הבריאה איז אויסגעשטעלט לויט די קומה פון א מענטש. און די מלחמה פון קדושה אקעגן טומאה פאנגט זיך אן פונם קאפ און ענדיגט זיך ביי די פוס "בעקבתא" דמשיחא.

מצרים איז געווען ראש הקליפות דארט איז געווען שטארקע כישוף און זוהמה וואס די עיקר איז געווען כוחי ועוצם ידי שורש הטומאה פרעה האט זיך געהאלטען פאר אן אפגאט אליינס. די יודען האבן דארט געדארפט ווערן פון א משפחה צו א פאלק. און דאס דארף קומען מיט חבלי לידה. ווען די יודען זענען געווארן 70 נפשות וואס דאס איז אקעגן די 70 אומות זענען זיי געווארען א סתירה צו די אומות און דאמעלס האט זיך די מלחמה אנגעפאנגען אדער זענען זיי אונטער יעדעם אדער העכער יעדעם. זיי האבן א מעטאהיסטאריע זיי קענען נישט זיין ווי יעדעם ווייל זיי זענען אנדערש ווי יעדעם זכה ראשון למעשי בראשית לא זכה יתוש קדמו.

און זיי האבן אנגעפאנגען צו געבוירען די ששים רבוא וואס דאס פארקערפערט די מושג פון א פאלק. )די הסבר אויף דעם עיין מהר"ל( יעצט האט זיך אנגעפאנגען די מלחמה און די בירור. די נשמת דור המבול וואס זענען נישט געווען ראוי צו ווערן א חלק פון כלל ישראל זענען אריינגעווארפען געווארן אין נילוס און די נשמות פון דור הפלגה זענען אריין געבויעט געווארען אין וואנט. )אריה"ק( און די חומר די טומאה האט זך געשטארקט אויף קדושה און האבן נישט געלאזט אז יודען זאלען ווערן א פאלק און דאס איז געווען הן בגשמי און הן ברוחני זיי האבן געזוכט צו הערן אויף יודען און געמאכט קשוי השעבוד.

גלות הדעת

מצרים ווערט אנגערופען גלות הדעת דאס מיינט די הנהגה פון די קדושה איז קודם דארף מען האבן דעת דאס איז הכרה אינם אייבערשטען נאכדעם ווען מ'לעבט אין דעם ריכטיג גייט דאס אריין אין הארץ. מצרים איז געווען די עיקר די כפירה בה' און טומאת ע"ז און אלע איבריגע ענינים ווי כשוף

זייט 17

זייט 17
טעקסט

און שמוץ איז געקומען אין צוגאב. און מ'האט מכניע געווען קליפת מצרים דורך מגלה זיין אז ס'איז דא א באשעפער אויף די וועלט.

אבער עמלק וואס איז איז געקומען נאכדעם זיין קליפה איז געווען צו אפהאלטען די קדושה וואס קומט פונם דעת צו נישט לאזען אז דער מענטש זאל ווערן איבער גענומען פון דעם און ער פרובירט דורך אלע וועגן אפצוקילען די מקוה דורך ליצנות קרירות און חוצפה כמבואר בספרים. און ער וויבאלד ער האט זיך מתחצף געווען אקעגן השי"ת נאך די גילויים יודע בוראו ומתכוון למרוד בו האט ער זיך איינגעקויפט א זוהמה מיט דעם וואס ער קען שוין נישט פטור ווערן ווייל ער איז געווארן עצם רע און מ'דארף אים שוין מעביר זיין מן העולם כדי ס'זאל זיין השם וכסאו שלם.

און נאכדעם איז געווען מלחמת כנען וואז זיי זענען אקעגן די מידות רעות וואס איז דא אין הארץ זיי וואוינען אין ארץ ישראל-לב העולם ביז יודען קומען אבער איינמאל יודען קומען דארפן זיי זיך מכניע זיין און אפטרעטן און אויב נישט דארף מען זיי הרגענען אזוי ווי די מלחמה אין הארץ פון א יוד איז נוצן אלע פאר געפילען קדושה און אויב ס'גייט נישט מבער זיין )גבורות ה'(.

גלות בשעת מצרים איז די הנהגה פון השי"ת געווען בעולם בבחינת עיבור דאס מיינט באהאלטען גארנישט מ'האט געזעהן עס האט אויסגעזעהן ווי כח הרשעה איז שטארק אבער באמת איז באהאלטענערהייט שוין געווען וידע דאס אלוקים הייסט א פקידה און א הכנה פאר די גאולה. דער חת"ס איז מסביר את אשר התעללתי במצרים אז מצרים איז געווען א וועלטס מאכט פון די צייטען פון יוסף הצדיק און פלוצלינג ווערט נתגלה אז די תכלית פון זייער גאנצע שטארקייט איז כדי צו איבערגעבן אלעס פאר כלל ישראל אין לך היתול יותר גדול מזה.

כדי צו ארויס נעמען כלל ישראל האט זיך אויסגעפעלט צו ריקאנסטראקטען די גאנצע בריאה ווייל די יודען האבן געדארפט ווערן די עיקר מציאות הבריאה וואס די גאנצע בריאה ווענדט זיך אין זיי. וועגן דעם ווען ער אייבערשטער האט ארויס גענומען די יודען האט ער קודם געשיקט 10 מכות וואס יעדע איינע איז געווען מגלה צו זיין אז דער אייבערשטער און נאר ער איז מושל בכל היקום אויף דעם ים און יבשה רוחות ואילנות חיות ובהמות ואנשים. און אויך איז מיט יעדע מכה בטל געווארען א חלק פון די הנהגת הבריאה וואס איז קעגן איינס פון די עשרה מאמרות און נאך דעם איז צריק באשאפן געווארען א נייע מהלך אין הנהגת הבריאה וואס דאס זענען די עשרת הדברות א חיות פאר א וועלט פון תורה. )מצרים איז געווען דאן די עיקר הבריאה ווי אויבן דערמאנט און שפעטער כלל ישראל וועגן דעם רעכנט זיך אלס לויט מצרים און ישראל-אריה"ק(.

פסח מצה ומרור

און דער אייבערשטער האט געגעבן 3 מצוות פאר כלל ישראל כדי זוכה צו זיין צו גאולה. די מצוות זענען מיט גשמיותדיגע זאכן אבער אלע זאכן פון די וועלט האבן א שורש אין רוחניות און די מצוות טוען אויף לויט זייער שורש, די קדושה וואס דארף ווערן אויפגעטוען, און אזוי ווערט נשלם די

כוונה עליונה פון דירה בתחתונים דורך גשמיות ווערט נתגלה כבוד שמים. די ערשטע מצוה איז פסח וואס דאס איז צו שחט'ן דעם טלה וואס איז דער סימבאל צו די כח המצרים וואס די מצריים האבן דאס געדינט און געשעפט זייער כחות פון מזל טלה און דורך דעם עס מבטל זיין און מעלה זיין פארן אייבערשטען, וואס דאס איז די תכלית פון קרבנות מעלה צו זיין דעם עולם הגשמי צו קדושה )ואכהמ"ל(. און גלייך צייטיג נוצן דעם טלה פאר א קרבן גירות פאר כלל ישראל און נוצן די בלוט פאר אן היכר צווישן יודען און גוים.

מצה איז א טייג וואס איז נישט געוואקסען א סימבאל פאר ביטול, היפך פון חמץ וואס איז א סימבאל צו כוחי ועוצם ידי און איז א סימבאל אויף טומאה היפך האמונה און מצה איז מיכלא דמהימנותא וואס ברענגט אמונה אין א יוד ווייל די שורש פון מצה איז חכמה דאס מיינט חכמה למעלה מהשכל אנושי און דער מענטש קען נאר האבן א השפעה פון דעם דורך דעם וואס ער איז זיך מבטל און פארשטייט אז ער קען נישט אלעס פארשטיין, פון די מקום קומט אמונה און ביטול פאר א יוד און יעדע יוד איז זוכה צו א השפעה פון דעם בשעת אכילת נאכדעם מצה.

וואס מ'עסט זיבן טעג מצה האט מען שוין גענוג אמונה צו עסן חמץ נאכדעם עס זאל שוין נישט מגשם זיין דעם מענטש און )זוה"ק(.

מרור וואס דאס ס י מ ב א ל א ז י ר ט דעם גלות. און די מצוה איז פסח צו מאכן כורח זיך מבטל זיין און דערהערן די אמונה בהשי"ת )מצה( און וואס דערהערן מיינט א יוד )פסח( און אז אלעס איז לטובה פאר אונזער תיקון )מרור( און מהאט עס געגעסן בחיפזון דאס מיינט ביטול עצמי פארן אייבערשטן אז מ'דארף שוין גיין אין וועג אריין אן קיין הכנות צו גיין. און מיט די כח האמונה איז נולד גווארען עם ישראל וואס קומט מגלה זיין בעולם אז ה' אחד ושמו אחד. כה אמר ה' זכרתי לך חסד נעוריך לכתך אחרי במדבר בארץ לא זרועה!

אין יענע נאכט איז געווען מורא גדול זו גילו שכינה וואס דאס איז אז יעדער האט געזעהן מיט די אייגענע אויגן אז דער אייבערשטער איז מחי' ומהווה יעדע רגע די בריאה און ווען נישט זיין כח איז אלס אין ואפס אין א רגע און אז מיר זענען זיינע קינדערלעך בני בכורי ישראל.

און צו די השפעה זענען מיר זוכה יעדעס יאר אז מיר גייען ארויס פון גלות מצרים און מיר באקומען כחות האמונה צו גלייבן און צו ווערן נאנט צום אייבערשטן אן קיין עבודה מצידינו נאר ווייל דער אייבערשטער וויל אונז נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב אפילו אין די נ' שערי טומאה כל עוד מיר האבן די פינטעלע אמונה וואס מיר האבן אויסגעהארעוועט אין מצרים אז ווען משה רבינו האט געפרעגט ווילט איר ארויס גיין און ווערן דעם באשעפערס פאלק האט מען געזאגט יא מיט אמונה פשוטה דעמאלס איז מען געווארען אויסגעלייזט און אלע איבריגע זאכן איז שוין געווארען מסודר נאכדעם ע"י ההכנה למתן תורה.

השי"ת זאל העלפען אז מיר זאלען זוכה צו וכמי צאתנו ממצרים אראנו נפלאות אמן.

זייט 18

זייט 18
טעקסט

דורך

יצחק לאווי

רעדאגירט דורך

שמעקעדיג

היום אתם יוצאים בחודש האביב

"דערצייל מיר א מעשה". א יוניווערסאלע בקשה וואס עלטערן הערן כסדר פון זייערע קינדער, וואס מלמדים הערן פון די תלמידים, און אפילו עלטערע מענטשן בעטן איינער פון צווייטן – נישט ממש אויף דעם נוסח, אבער אין פארעם פון גיין אין בוך געשעפט אדער לייברערי און אויפזוכן א גוטן ביכל מיט א גוטע מעשה.

א מעשה האט א לעבן וואס גייט ווייטער ווי די פשוט'ע מעשה וואס זי דערציילט. צו דערציילן א מעשה איז נישט בלויז איבערצוגעבן די טרוקענע פאקטן פון וואס האט פאסירט, נאר איבערצוגעבן דעם סיפור וואס האט פאסירט, עס צו מאכן לעבן פון פריש אין די ווערטער פונעם בעל מספר. יעדער איינער פון אונז ווייסט דעם חילוק פון א גוטער בעל מספר ביז א שוואכערער. די מעלה פון דעם גוטן איז לאו דווקא דער יכולת איבערצוגעבן באופן מדוייק וואס האט אייגנטליך פאסירט; אדרבה, דער וואס חזר'ט איין יעדע דעטאל טרוקן פונקט וואס איז געווען, וועט זיין מעשה זיין לאנגווייליג. דער גוטער בעל מספר ווייסט צוצולייגן דעטאלן, צומאל אפילו אראפצונעמען געוויסע דעטאלן, אבער בשעת ער דערציילט שפירט מען ווי מען איז ממש דארט, די געשיכטע לעבט אין זיין דערציילונג.

דער אידישער מסורת, ווי אלע ווייסן, איז געבויעט אויף א סיפור. די מעשה וואס מען דערציילט דורכאויס די דורות פון יציאת מצרים, פון מתן תורה, פון די גאנצע געשיכטע פון כלל ישראל מאז היותו לגוי ועד היום. וואלט געווען א טעות טאמער מיינט איימיצער אז די מעלה פון דעם סיפור איז אז זי איז פונקט אזוי קראנט ווי זי איז פארגעקומען, מיט יעדע טרוקענע דעטאל, יעדע נאמען, יעדע דאטום ריכטיג. אזוינע היסטאריעס זענען דא פיל, און נאך בעסער פארשריבן פונקטליך מיט אלע פרטים. די מעלה פון די אידישע געשיכטע איז אז זי איז געבויט אויף דעם גוטן סארט בעל מספר, וואס ווען ער גיבט איבער די מעשה לעבט די מעשה טאקע דעמאלטס. עס איז נישט א מעשה וואס שפיגלט נאר איבער וואס איז אמאל געשעהן, נאר עס שפילט זיך יעצט אפ פון פריש לעבעדיג ביי זיינע צוהערער לויט דעם כשרון און יכולת

פון דעם בעל מספר, ווי די בחינה אין רש"י "בכל יום יהיו בעיניך כחדשים כאילו קבלתם היום מהר סיני".

ווייסט יעדער גוטער בעל מספר, אז די ווערטער זענען נאר איין טייל פון דער סיפור. אויף צו מאכן די מעשה לעבעדיג

פאדערט זיך פראפס, עס פאדערט זיך שפילן פעהיגקייטן, דראמא, אלעס וואס איז נכלל בשם הכולל טעאטער, וואס איז די מלאכה

פון מאכן א מעשה קומען צום לעבן, צו קענען עושה רושם זיין ביי די צוקוקער און צוזעהער, און זיי ממש אריין טראנספארטירן

אין דעם מצב פון די מעשה, אז זיי זאלן פארגעסן די פאקטישע מצב וואו זיי געפינען זיך און גענצליך אריינגיין אין די אטמאספערע

פון די מעשה. א גוטער דראמאטיסט ווייסט צו מאכן זיין ציבור וויינען ווען די מעשה איז טרויעריג און לאכן ווען די מעשה ווערט

פרייליך. הגם אז בשכלם ווייסן זיי אז די גאנצע מעשה מוז נישט האבן פאסירט, און איז הפנים נישט נוגע יעצט, לייגט דאס זיי

אבער אריין אין א מצב ווי כאילו דער חולה גייט ממש עכט שטארבן, און דער הירא איז עכט מנצח. אין די וועלט איז אנגענומען אז

די תפקיד פון א גוטער דראמאטיסט איז אז ער קען אריינברענגען דעם עולם אין א suspension of disbelief ד.ה. אז די מעשה

איז אזוי גוט געמאכט אז מען לאזט אפ א מינוט די ראציאנאלער באהאנדלונג צי איז דאס אמת אדער געשעהט דאס ממש, און

מען שטעלט זיך פאר כאילו דער שפיל איז ממש עכט.

ווען די תורה האט אוועקגעשטעלט וויאזוי עס זאל צוגיין דאס איבערגעבן די מסורה און די מעשה פון יציאת מצרים,

זייט 19

זייט 19
טעקסט

האט זי דאס מסדר געווען מיט אלע פיטשעווקעס פון טעאטער און דראמא. דער סדר פון ליל פסח איז די שאו )show( ווי מען

דראמאטאזירט די מעשה פון יציאת מצרים. ווייט נישט קיין טרוקענע מסורה פון פאקטן, לייגן חז"ל אראפ אלע פרטים פון דעם

וועג וויאזוי מען שפילט די שפיל. טוהט מען זיך אן מיט שיינע קליידער, מען לאנט זיך אן אויף א בעט כדרך בני חורין, מען טרינקט

וויין וואס איז מגביר דעם כח הדמיון מען זאל זיך פארשטעלן ווי מען גייט ממש ארויס פון מצרים, און מען רי-ענעקט די יציאת

מצרים. ווי די משנה שטעלט אוועק 'וכאן הבן שואל' ביי מה נשתנה. ווי יעדער גוטער דראמאטיסט ווייסט, א שפיל דארף האבען

דיאלאג, א שאלה; א תשובה; א שמועס. סתם א דרשה א מאנאלאג איז נישט אינטרעסאנט. די קשיות און תירוצים זענען נישט

ראציאנאל אז מען דארף א תירוץ אויף די שאלה, ווי יעדער פרעגט, געדענקט דען נישט דאס קינד פון פאריאר? האט ער דען נישט

געלערנט אין חדר די תשובה? נאר דאס איז אלעס צו דראמאטאזירן און אריינברענגען דעם עולם אין דעם מצב. טאמער איינער

שפילט דאס גוט, איז די שינויים וואס מען מאכט כדי שישאלו התינוקות, די קשיות די תירוצים, ברענגט אריין ממש מען זאל זיך

וואונדערן וואס אזי טאקע פשט, מה נשתנה הלילה הזה מכל הלילות. דער הארץ שפילט מיט, און פרעגט און ענטפערט, הגם אז

אין מח ווייסט ער בעצם די תירוץ.

זאגט די הגדה, ואפילו כולנו חכמים כולנו נבונים מצוה עלינו לספר ביציאת מצרים, וכל המרבה לספר ביציאת מצרים הרי זה

משובח. אפילו דו קענסט שוין די מעשה, דו ווייסט אלעס, איז די מצוה דאס איבער דערציילן, איבערצולעבן דער יציאת מצרים.

למען תספר באזני בנך ובן בנך את אשר התעללתי במצרים. און ווי בעסער איינער קען דערציילן, מער דראמאטאזירן, מער זיך

פארשטעלן מיט פרטים וויאזוי די מעשה גייט, איז אלץ בעסער. אן דעם איז דאך דער 'מרבה לספר' ממש נישט מובן, וואס איז

דען שייך צוצולייגן צו די מעשה, וואס איז געווען איז געווען, לא תוסיפו ולא תגרעו ממנו! אבער טאמער פארשטייט מען אז דא

רעדט מען פון אזא אופן, איז פשוט אז ווי א בעסערער בעל מספר מען איז, ווי מער איימיצער לייגט צו פרטים, ער דמיונ'ט מער ווי

די מכות האבן אויסגעזעהן, ווי דער פרעה לויפט ארום מיט פידזשאמאס, וועלכע קאליר פידזשאמאס האט ער געהאט, וכו' וכו',

הרי זה משובח. הגם אוודאי ער ווייסט נישט אויב די מעשה איז טאקע פונקט אזוי געווען, איז דאס דער חיוב מרבה זיין בסיפור

יציאת מצרים, עס אראפצומאלן מיט אלע פארבן. און די הגדה דעמאנסטרירט דאס מיט א מעשה )!( ווי די חכמים זענען געזעצן

א גאנצע נאכט און דערציילט נייע זאכן וועגן יציאת מצרים. א חלק פון די זאכן וואס זיי האבן דערציילט איז מסתמא די מדרשים

און אגדות פון חז"ל, וואס זענען די וועגן ווי אזוי זיי האבן זיך פארגעשטעלט און פארגעלייגט די מעשה.

"בכל דור ודור חייב אדם לראות את עצמו כאילו הוא יצא ממצרים". דאס איז א ציווי וואס נאר דער הארץ וואס הערט

דראמא קען פארשטיין. אדער ווי דער רמב"ם גורס בפירוש איז "להראות את עצמו", צו שפילן דעם שפיל כאילו הוא יצא ממצרים. און די משנה גיט כללים וויאזוי מאכט מען א גוטע מעשה. מתחיל בגנות ומסיים בשבח, מיט א גוטע דיאלאג, מיט פראפס, פארשידענע מצה זו, מרור זו, בשעה שיש מצה ומרור מונחים לפניך, מען ווייזט מיטן פינגער, מען בויעט אויף דעם סוספענס, מתחילה עובדי עבודה זרה היו, מען דערציילט די גאנצע מעשה, ביז מען קומט צום קלימאקס, ונאמר חדשה שירה לפניו הללוי-ה.

יצחק לאווי

המרכז לכל עניני כתיבה ועריכה

באידיש, לשון הקודש ואנגלית. נא לצלצל [טעלעפאן]

או באימייל [אימעיל]

זייט 20

זייט 20
טעקסט

דורך: געוואלדיג רעדאגירט דורך:

מיט הוכחות אדער אָן הוכחות?

די רשעות'דיגע טעכניק פונעם שלאנג

אדם הראשון איז באשאפן געוארן ביום השישי, ער איז געווען יציר כפיו של הקב"ה, ממילא איז אוודאי זיין אמונה אין השי"ת געווען אויף אן אופן וואס מיר קענען זיך נישט פארשטעלן. מיר האבן נישט קיין השגה וואס אדם הראשון איז געווען קודם החטא.

ווען השי"ת האט אים באפוילן "מכל עץ הגן אכול תאכל ומעץ הדעת טוב ורע לא תאכל" איז ער געווען גרייט צו פאלגן השי"ת מיטן גאנצן הארץ און ער וואלט נישט געזינדיגט. איי וועט איר פרעגן, וויאזוי האט דער יצה"ר, דער נחש הקדמוני, מצליח געווען זיך צו שטארקן איבער דעם מבחר הברואים וואס האט געהערשט איבער יעדן, און אים געברענגט עובר צו זיין על דעת קונו?

פארציילט אונז דער מדרש וואס דארט איז פארגעגאנגען: "רַּבִי יְהֹוׁשֻע ַ דְסִכְנִין ּבְׁשֵם רַּבִי לֵוִי אָמַר, הִתְחִיל אֹומֵר ּדֵלָטֹורְיָא עַל ּבֹורְאֹו. אָמַר מֵאִילָן הַּזֶה ּ אָכַל ּובָרָא הָעֹולָם, וְהּוא אֹומֵר לָכֶם ֹלא תֹאכְלּו מִּמֶּנּו, ׁשֶֹלא תִבְרְאּו עֹולָמֹות אֲחֵרִים, ּדְכָל אִינָׁש וְאִינָׁש סָנֵי ּבַר אֻמְנָתֵיּה" )בראשית רבה י"ט ד'(. אויף אידיש הייסט דאס: "רבי יהושע פון סכנין האט געזאגט אין נאמען פון רבי לוי, אז דער שלאנג האט אנגעהויבן דורכ'ן אנרעדן לשון-הרע אויפ'ן כביכול. ער האט געזאגט פאר אדם: קוק אהער, דער אויבערשטער אליין האט געגעסן פון דעם בוים און אזוי האט ער געקענט באשאפן די וועלט. יעצט לאזט ער אייך נישט עסן פונעם בוים ווייל ער וויל נישט אז איר זאלט באשאפן אנדערע וועלטן, וויבאלד יעדער מענטש האט פיינט זיין קאנקורענט וואס קען טון די זעלבע פאך ווי ער."

צו מסביר זיין וואס ער האט דא געטון וועלן מיר געבן א משל פון א רשעות'דיגן מענטש וואס אין זיין ממזר'ישן קאפ איז איינגעפאלן אפצוטון א שפיצל פאר א קליין קינד, אים קאליע צו מאכן אויף כל ימי חייו. ער גייט צו צו א יונגל פון 8 יאר און זאגט אים: איך דארף דיר זאגן עפעס א וויכטיגן סוד, דאס איז דער סוד פון דיין לעבן. קום צו מיר היינט נאך חדר וועל איך דיר עס דערציילן. דאס יונגל ווערט זייער נייגעריג און אנגעצויגן, וואס האט ער מיט מיר? וואס וויל ער מיר פארציילן? ער קען שוין א גאנצן טאג נישט לערנען. סוף טאג נאך חדר רופט אים יענער אין א זייט און זאגט אים, איך וויל דיך נאר לאזן וויסן אז דו ביסט אן אדאפטירט קינד! דער מענטש וועמען דו רופסט "טאטע" איז נישט דיין טאטע, און די מאמע איז נישט דיין מאמע. ס'איז מיר נישט באקאנט ווער ס'זענען יא דיינע אמת'ע עלטערן אבער זיי נישט. יעצט שטעלט אייך פאר וואס ס'קומט פאר אין הארץ פונעם קינד. זיין קאפ הייבט אן טראכטן, "יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס מיין מאמע שרייט מיך אלעמאל אן, ווייל איך בין נישט איר אמת'ער זון, און מיין טאטע פארהערט מיך שווער וויל ער קען באשטיין איך זאל נישט קענען. איך בין דאך סיי ווי נישט זיין קינד." אזוי קומט דאס קינד אהיים, די מאמע זאגט אים

פלאוויוס

שיין "א גוטן טאג מוישי", און ער טייטשט דאס אויס: "זי וויל זיך חנפ'ענען צו מיר, זי האט מורא איך זאל נישט אנטלויפן." אויב ווידער זאגט זי אים גלייך, "מוישי הענג אויף דיין מאנטל אויפ'ן הענגער" וועט ער טראכטן ביי זיך, "נאר מיך שרייט מען אן." אזוי האט מען למעשה אוועקגע'הרג'עט דאס תמימות פונעם קינד און חרוב געמאכט לדורות.

דאס האט דער נחש דא געטון. ער איז געקומען מיט זיין געשליפענעם צינגל צו אדם הראשון און מיט א געמאכטן תמימות געפרעגט - אדם, דו מעגסט עסן פונעם בוים?

- ניין - דו ווייסט פארוואס?

- ניין - אבער איך ווייס יא. וויאזוי מיינסטו האט דער באשעפער געקענט באשאפן א וועלט? ער האט געגעסן פון דעם בוים, ווייל דאס פארמאגט א סגולה אז דער וואס עסט דערפון ווערט געטליך. דער באשעפער האט מורא אז אפשר וועט איר אויך עסן פון דעם בוים און איר וועט זיין אזוי ווי אים און באשאפן וועלטן, און דו ווייסט דאך אז יעדער פאכמאן האט פיינט זיין קאנקורענץ, נו האט ער אייך אפגעשראקן פון עסן דערפון, כדי ער זאל קיין קאנקורענץ נישט האבן.

לאמיר זיך פארשטעלן וואס וואלט געווען אויב השי"ת וואלט זיך מגלה געווען צו אדם איין מינוט פאר ער האט געגעסן פונעם עץ הדעת און אים געזאגט ווייכערהייט, "אדם, איך בעט דיך פאר דיין טובה, עס נישט פון דעם. לאז דיך נישט פונעם נחש, ער זוכט נאר דיין שלעכטס." וואס וואלט דעמאלט אדם געטראכט?

-אה! ער האט טאקע מורא אז איך וועלן ווערן אזוי ווי אים. איך וועל מיך נישט לאזן באגרעניצן פון אים און איך וועל דווקא יא עסן.

און אויב וואלט השי"ת אים געווארנט דעמאלט שטרענג, "אדם, איך ווארן דיך נאך איין מאל! אויב וועסטו נישט פאלגן נאר יא עסן פונעם עץ הדעת וועסטו חרוב מאכן די וועלט, דו וועסט דערווייטערן די בריאה פון איר תכלית, און גורם זיין מיתה לעולם." וואס וואלט אדם געטראכט?

- קוק נאר ווי ער פחד'נט אוועק אז ס'גייט זיין נאך איינער זיינס גלייכן. ער פראבירט צו סטראשען.

אזוי האט דער נחש חרוב געמאכט אדם הראשון און דערפאר האט השי"ת געלאזט אדם נכשל ווערן און עסן, ווייל נאר אזוי האט ער געזען די רעזולטאטן פון זיינע מעשים. ווען השי"ת ווארנט אים פריער וואלט ער נישט געפאלגט, סיי וויאזוי השי"ת זאל נאר רעדן צו אים.

פון דעמאלט אן האט זיך אנגעהויבן דער נסיון פון אמונה בהשי"ת. *

זייט 21

זייט 21
טעקסט

ער נאך רופן מיטן נאמען "טאטי" דעם מענטש וואס איז טאקע בארעכטיגט

צוויי מהלכים אין אמונה

פאר דעם טיטל. ער האט שטענדיג געבענקט נאך משפחה און צו זיין אומבאקאנטן טאטן, און דא ווערט זיין חלום א מציאות, ער דערוויסט זיך אמונה כהיום האט אין זיך צוויי וועגן: הרצוי והמצוי, און כ'וועל דאס מיטאמאל ווער זיין טאטע איז, מצאתי את שאהבה נפשי. אודאי וועט ער מסביר אין די קומענדיגע שורות.

נישט ארויסלאזן די געלעגנהייט פון זיין האנט, אחזתיו ולא ארפנו, און וועט שטעלט אייך פאר איר זענט א יונגערמאן, קוים אנגעקומען צו בן שלושים שלינגען די ווערטער פון דער אנטדעקונג מיט דורשט.

לכח, פארנומען א גאנצן טאג מיט עבודה המפרנסת את בעליה, און איינער פארשטייט זיך אליין אז מיר וואלטן אלע געוואלט זיין פון די וואס געהערן רופט אייך אן און דערציילט אין א סודות'פולן טאן אז ער דארף רעדן צו דיר צו דער ערשטער קאטעגאריע, נישט צו דארפן הערן הוכחות בנוגע ווער עפעס זייער וויכטיג. דו פראבירסט מברר זיין ווי ערנסט יענער מיינט דאס, ס'איז אונזער טאטע. אבער אויב איז מען ל"ע אין דער צווייטער קאטעגאריע אבער יענער איז נאר גרייט דיר צו זאגן אזויפיל אז ס'רעדט זיך פון עפעס איז זייער ביטער אויב מ'וויל נישט הערן יענעמ'ס הוכחות און ראיות. ווען וואס וועט טוישן אייער לעבן אויף אייביג און ס'איז זייער קראנט. איר ווערט מ'ווייסט נישט בכלל ווער ס'איז דער טאטע דארף מען זיך רייסן צו הערן די אנגעצויגן, "וואס קען מיר יענער פארציילן וואס איך ווייס נאך נישט?" און באווייזן וואס יענער האט צו פארקויפן.

פארשטייט זיך אז איר רעדט אפ מיט אים ווען און וואו זיך צו טרעפן ביי דער ערשטער געלעגנהייט.

דער יסוד פון פסח

ווען איר טרעפט זיך גייט יענער גלייך צו צום פוינט און הייבט אן פארציילן: "איך האב זייער ליב צו נישטערן אין רעגירונג דאקומענטן, און ווען כלל ישראל איז געווען אין מצרים איז דער דעת געווען אין גלות, דאס איך טרעף דארט כסדר אינטערעסאנטע אנטדעקונגען. הכלל, לעצטנס האט מיינט אז אידן האבן נישט געוואוסט ווער ס'איז זייער טאטע און באשעפער. די רעגירונג ארויסגעגעבן נאך דאקומענטן צום פאבליק און דארט האב איך דאס איז געווען די קליפה פון פרעה וואס זיין ערשטע טענה קעגן משה רבינו געטראפן א דאקומענט וואו ס'איז געשריבן שווארץ אויף ווייס אז ר' משה איז געווען "מי ה' אשר גרין איז אייער טאטע..."

אשמע בקולו", ברענג איר קוקט אים אן

דאס איז געווען דער עיקר ציל פון די

מיר א הוכחה און א ראיה און איר פראבירט און מ'וועט זיך מתווכח צו פארשטיין. קוים

עשר מכות און קריעת ים סוף, צו ווייזן

זיין, חוקר ודורש זיין, וואס איר שטאמלט און כולי האי ואולי.

פאר בני ישראל מיט באשיינפערליכע

ארויס, "נו? מאי קא צוליב דעם איז געווען משמע לן? אוודאי איז

געשעענישן אז ס'האנדלט זיך פון אן

די ערשטע שליחות פון ער מיין טאטע, וואס השי"ת מיט משה צו

אייגענעם פאטער

פארציילסטו מיר דא פרעה,כה אמר ה' בני נייעס?" יענער לאזט בכורי ישראל)שמות ד' אבער נישט נאך, "וואס כ"ב(, זיי צו לאזן וויסן צו נישט?

פארשטייסטו וועמען זיי געהערן, ווייל אן דער ידיעה איז נישט שייך בכלל צו רעדן וועגן יעצט קענסטו האבן א קלארע דאקומענט וועגן דעם, און ס'איז נישט סתם מצוות אדער א תורה.

א ידיעה בעלמא אזוי ווי ביז היינט. יעצט וועסטו לעבן רואיגער וויסנדיג אז דאס איז געווען דער עיקר ציל פון די עשר מכות און קריעת ים סוף, צו דער מענטש וואס דו רופסט אן מיטן נאמען "טאטע" איז טאקע דיין טאטע..

ווייזן פאר בני ישראל מיט באשיינפערליכע געשעענישן אז ס'האנדלט זיך פון דו וועסט אים אודאי אנקוקן אינגאנצן צודרייט און אים שנעל פארשיקן אן אייגענעם פאטער, כדי זיי זאלן נישט דארפן מער קיין הוכחות און ראיות פון דארט, ווען ער שרייט דיר נאך, "העי! דו ביסט עכט נישט נייגעריג צו אויף דעם. ראתה שפחה על הים יותר ממה שראה יחזקאל בן בוזי, ווייל דאס זען דעם דאקומענט?" אבער דו וועסט אים גאנץ ווארשיינליך אפילו נישט איז געווען דער ציל פון "אשר התעללתי במצרים", ווי די מפרשים זענען עס ענטפערן.

מסביר, אז ס'איז געווען ווי א טאטע וואס נעמט זיך אן פאר זיין זון און נעמט אויף צומארגנס גייט דער זעלבער איד צו דיין חבר וואס דו ביסט זייער נקמה אין זיינע פייניגער.

נאנט מיט אים, און ער פארציילט אים די זעלבע מעשה. דיין חבר האט טאקע דאס זאגט אונז די תורה אז מיר דארפן זיך לערנען פסח:והגדת אויך באשטימט א צייט זיך צו טרעפן מיט אים און יענער גיט אים איבער לבנך.דאס ווארט "והגדת" האט אין זיך דעם באדייט פון א קשר)מלשון גוד גענוי די זעלבע נייעס, אז ער האט געטראפן א דאקומענט וואס באריכטעט אגוד(, און אויך דעם באדייט פון שטרענגקייט )מלשון דברים קשים כגידים(. ווער זיין פאטער איז.

ווי געזאגט פריער, ווען מ'רעדט ח"ו איין פאר א קינד אז ער איז אן אדאפטירט אבער דיין חבר איז נישט דו. אנשטאט אים אנצוקוקן ווי יענער וואלט קינד קענען מער די עלטערן נישט רעדן צו אים מטוב ועד רע, סיי ווייך און געפאלן פון דער לבנה און אפפוצן אזוי ווי דו, ווערט ער גאר איבערגענומען סיי שטרענג, אבער ביי א געווענליכן קינד קען מען רעדן ביידע שפראכן ווען פון דער בשורה און ער לויפט גאר כאפן א גלעזעלע לחיים פאר'ן הערן דעם ס'פעלט זיך אויס און ער וועט דאס אננעמען באהבה, וויסנדיג אז דער טאטע גילוי. פארוואס טאקע נעמט ער עס אויף אזוי אנדערש פון דיר? די סיבה איז האט אים ליב. דאס איז דער מהות און מוסר השכל פונעם יו"ט פסח, מ'זאל ווייל ער איז אויפגעוואקסן געווארן אין זייער א גוטהארציגע משפחה אבער פילן און זען אז השי"ת איז אונזער טאטע, דער דעת זאל ארויסגיין פון גלות, נישט זיין אייגנס. ער איז געווען אדאפטירט און קיינמאל נישט געוואוסט זיין מ'זאל זיך לאזן פילן דעם מעסעדזש וואס השי"ת וויל מיר זאלן ארויסנעמען עכטער נאמען, זיין אמת'ע משפחה, זיינע זיידעס וכדו'. ער האט זיך שטענדיג פון דעם, אז מ'זאל נישט דארפן און נישט וועלן הוכחות אויף דעם יסוד פון געפילט כערער בודד בערבה, ווי אן אפגעריסן בלעטל, אן ווארצלען און אן "אנו בניך ואתה אבינו."

צווייגן, ווי א גר שנתגייר, און זיין טרוים איז אלץ געווען אז איין טאג וועט

זייט 22

זייט 22
טעקסט

איך האב נאך נישט טועם געווען א שטיקל חמץ, אבער דער געפיל אז די די ווירדן ווערן נישט איבערגעגעבן קלאר און דירעקט. דער קוים ציוויליזירטער הארטע מצה און שמאלציגע מאכלים איז שוין א פארגאנגענהייט גיבט מיר די מענטש קען נישט פארנעמען אזא נאקעטע הבנה. דער קינד פון אן עסקן געדענקט חירות הדעת זיך צו באפרייען פון די פיוטים'דיגע תפילות און פליישיגע סעודות נישט פונדערהיים ווי דער טאטע האט מסביר געווען די טיפע באדייט פון שעצן און קענען צוריקקוקן אויף די פארגאנגענע אכט טאג, פרובירן צו זען וואס פארא חסד. ער געדענקט אבער יא ווי דער טאטע איז ארומגעלאפן שאפן געלט פאר א השפעה דער זמן חירותינו, מיט אירע צאללאזע באגרעניצונגען און ענדלאזע נצרך פון ארץ ישראל. דאס קינד פון א הצלה מעמבער וועט נישט געדענקט א טיפע מיספארשטענדענישן, האט געלאזט אויף מיין פסיכא.

פילאזאפישע תורה פון זיין פאטער אז מענטשליכע באשעפענישן מוזן זיך העלפן איינער דעם צווייטן, עס ליגט אים אבער יא אין די ביינער ווי אינמיטן סדר איז זיין לאמיר אייך קודם דערציילן אן עובדא וואס האט פאסירט מיט מיר דעם טאטע געלאפן ראטעווען דאס לעבן פון א איד אין א סכנה.

פסח. ערב פסח האב איך געטראפן א חבר מיינער וועמען איך האב שוין לאנג נישט געזען. איך האב געוואלט רעדן מיט אים אפאר מינוט, אבער ער האט מיר געזאגט אזוי ווערן אידעאלן אריבערגעפלאנצט. שטיל און באשיידן, אן טיפע חכמה, אז ער איילט זיך. אויף מיין פראגע אן ערהאבענע פילאזאפיעס. א עפיזאד

אייינדרוקן

וואס ער דארף נאך טון אויף פסח האט דא, א געשעעניש דארט, און צוביסלעך ער מיר אנגעהויבן אויסרעכענען א באקומט א קינד דער איינדרוק וואס גאנצע ליסטע פון זאכן, ווי פארקלעבן איז וויכטיג פאר זיינע עלטערן און די קעבינעטס, ארויפלייגן זילבער וואס איז נישט. די איינצלנע עפיזאדן

פון פסח

פאפיר, און אזוי ווייטער. איך האב זיך און געשעענישן ווערן פארוואנדלט אין דא געזען פאר א גוטע געלעגנהייט סימבאלן וואס שטעלן פאר א טיפערע אים איינצושפארן צייט, און מיט מיין אידעאל.

גאנצע לומדות האב איך פרובירט צו

דורך: יאיר

פסח איז דער יום טוב פון סימבאלן. מסביר זיין אז די גאנצע מכירת חמץ פונקט ווי דאס בילד ווי דער טאטע טוט האט סייווי נישט קיין פירוש, און אפילו זיך אויס דעם קיטל און לויפט ראטעווען אויב יא איז די צוגעקלעבטע סקאטש דעם איד וואס שטיקט זיך איבער א כזית טעיפ, וואס מען איגנארירט סייווי ווען מצה שיעור חזון איש ווערט א סימבאל מען דארף האבן עפעס וויכטיגס פון פאר חסד, אזוי אויך ווערט דאס זיך שאפע, נישט מעלה ומוריד, וכהנה איינהאלטן און זיך באגרעניצן פון עסן וכהנה. וויסנדיג אז מיין חבר איז א אלעס וואס מען זעט אויף די פאליצע גאנץ פשוט'ער יונגערמאן, נישט דער אין געשעפט א סימבאל פאר זעלבסט גרויסער מחמיר אין אלגעמיין, בין איך קאנטראל, פאר חירות הדעת, פאר מוח געווען זיכער אז ער וועט אננעמען איבער חומר.

מיינע ווערטער.

אן האבן סימבאלן און און דאן האט ער מיר אייגנארטיגן שפראך. זיי דארפן נישט געענטפערט עפעס וואס איז מיר קיין פירוש, זיי דארפן נישט קיין הסבר. אריין אין די ביינער און האט גענצליך חמץ רעפרעזענטירט דעם יצר הרע, געטוישט מיין מיינונג אויף פסח'דיגע גאוה, אויפגעבלאזענע גשם. מצה מנהגים.

רעפרעזענטירט איינגעהאלטנקייט, דעם "דו האסט א טיפערן בליק אויף אידישקייט ווי מיר," האט ער מיר ערקלערט. יצר טוב, שמחה של מצוה. מרור רעפרעזענטירט א ביטערער עבר און הוה פון "פאר דיר פעלט אפשר נישט אויס די אלע זאכן. איך, אבער, בין נישט דער גרויסער וואס מיר האבן זיך און מיר דארפן זיך באפרייען. די לשנה הבא בארעא דישראל למדן און פילאזאף, ביי מיר באשטייט די גאנצע פסח פון די חומרות און מנהגים וואס רעפרעזענטירט א האפענונג אז מיר וועלן זיך אמאל ארויסזען פון אונזערע שווערע מען פירט זיך. אויב דו נעמסט מיר אוועק די מנהגים וואס איך געדענק פונדערהיים, מצבים. די סימבאלן האבן נישט קיין באדייט. מען קען זיי נישט ערקלערן פאר בלייב איך מיט גארנישט."

איינעם וואס האט דאס נישט דורכגעלעבט, ווייל פאר אים מיינען זיי טאקע גארנישט. חמץ און מצה זענען ביידע נייטראלע זאכן, זיי האבן מיט חירות און שעבוד גאנץ די פשוט'ע אבער דורכגרינגליכע ווערטער האבן מיר בארירט ביז די טיפענישן ווייניג איינגעלייגט. עס איז אין די סאביעקטיווע נפש וואו די זאכן האבן אנגענומען פון מיין נשמה. שוין א שטיק צייט וואס איך פרוביר אויפצוקומען מיט טעאריעס גענצליכע נייע באדייטן.

איבער וואס שטיפט מענטשן צו אויפקומען מיט אזעלכע אבסורדאלע חומרות אויף פסח מיט וואס מיר זענען אלע צו באקאנט. און יעצט הער איך אזא פשוט'ער הסבר די פסח'דיגע סימבאלן, ווי אומלאגיש און אומפארשטענדליך זיי זענען, דינען וואס איז אזוי אדורכנעמענד. עס איז אזוי פשוט אז עס פאלט קיינעם נישט איין.

פארט א קריטיש וויכטיגן ציל. די עקשנות צו אנהאלטן די סימבאלן טראץ זייער אומפארשטענדליכקייט איז עדות אז אונטער די דיקע שיכטן פון זילבער פאפיר פסח איז דער צייט וואס מען גיבט איבער א מסורה פון טאטע צו קינד. ליגט באהאלטן עפעס אן אידעאל אויף וואס מיר ווילן נישט מוותר זיין, כאטש די מסורה איז נישט דוקא די צען מכות אדער קריעת ים סוף. עס איז א מסורה דער אידעאל איז געווארן נשתנה צורה נאך אזויפיל יארן ליגן באגראבן אין דעם פון ווירדן. געוויסע אידעאלן וואס גייען אריבער פון טאטע צו זון, פון מאמע צום מעטאלענעם צודעק, נישט האבנדיג א געלעגנהייט צו געניסן פון לופט צו אטעמען טאכטער, פון זיידן צום אייניקל, שוין דריי טויזנט יאר. דאס אידישע פאלק גלייבט און זון שטראלן זיך צו ערנערן. אין א געיעג צו ראטעווען אונזער אידענטיטעט האבן אין די אידעאלן, און מיר גיבן זיי איבער מיט געטריישאפט. אן אמונה אין א העכערע, מיר זיך אויסגעהיילט דורכ'ן באגיין זעלבסטמארד. אל תראני שאני שחרחורת, בני אומבאגרייפליכע כח וואס נעמט ארום, און איז בעל הבית אויף, די גאנצע וועלט. א אמי שמוני נוטרה את הכרמים, כרמי שלי לא נטרתי. מיר האבן באשאפן אזויפיל טיפער רעספעקט פאר דער קוואל פון וואו די כוחות הטבע קומען. א הימלישער סימבאלן, אז די סימבאלן אליין זענען געווארן דער איינציגער אידעאל. יעדער שעצונג פאר יושר און צדק, דער באקריוודעטער זאל געהאלפן ווערן, דער פייניגער סימבאל טראגט מיט זיך אן אידעאל צו היטן אויף נאך סימבאלן.

זאל געשטעלט ווערן צום משפט. א האפענונג פאר א וועלט פון יוטאפיע, וואו מיר אלע געפינען זיך אין ירושלים, איש תחת גפנו ואיש תחת זיתו, און געניסן פון די פילע עס איז מיין טיפע האפענונג אז עווענטועל וועלן די אריגינעלע לאנג ברכות וואס די וועלט אפפערט. אן עהרע פאר עפעס וואס איז העכער ווי אונזערע פארגעסענע אידעאלן זיך ארויסרייסן פון זייער מקום קבורה, און ארויף קומען ערדישע געברויכן ווי עסן און שלאפן, אן איינצוימונג פון די געלויף נאך גשמיות וואס צום אויבערפלאך. די סימבאלן וועלן צוריק באקומען זייער באדייט, און אין א שיר הילט איין אונזער גאנצער וועזן טאג און נאכט.

השירים'דיגע ליבשאפט וועלן מיר זיך פונדאסניי פאראייניגן מיט אונזער לאנג פארגעסענעם דוֹד.

זייט 23

זייט 23
טעקסט

ערשטער טייל

"א שאד אז איך האב נישט געקענט דעם איד פערזענליך", "איך האב דאך געוואוינט אין איין שטאט מיט אים, א שאד אז איך בין נישט אמאל אריין געגאנגען צו אים", "א שאד אז איך בין נישט געגאנגען אמאל צו זיינס א שיעור". דאס זענען די אויסדרוקן וואס איך הער פון מענטשן די לעצטע חודש, נאכדעם וואס די ליכט האט זיך אויסגעלאשן, נאכדעם וואס מיר האבן פארלוירן אונזער רועה נאמן, א געטרייער פאסטוך וואס האט זיך אוועק געגעבן זיין לעבן, זיין משפחה, זיין געלט, זיין נאמען, אלעס כדי צו העלפן נאך א איד, צו געבן פאר נאך א איד דאס וואס ער האט באקומען פונעם הייליגן צדיק רבי נחמן מברסלב זי"ע.

דאס איז א דראסטישער טויש פון די וועג ווי אזוי מען האט גערעדט צו מיר איבער מיין רבי'ן, כ"ק מרן מוהרא"ש זי"ע, די עטליכע צענדליג יאר ווען איך האב געהאט די זכי' זיך צו דרייען ביי דעם צדיק און נהנה זיין מאור תורתו, האב איך געהאט צו הערן און צו זינגען פון פילע א.ג. גוטע פריינד, וועלכע האבן מיר באמת נאר געוואלט ארויס העלפן און מיר אויפקלערן אז דאס איז נישט פאר מיר, דער פלאץ איז נישט געמאכט פאר מיר, דאס איז אפשר געמאכט פאר ספרד'ישע בעלי תשובות, דו ביזט דאך א נארמאלער היימישער אינגערמאן, עס שטייט דיר בכלל נישט גוט.

אבער די אלע גוטע אידן, וועלכע האבן מיר נאר געוואלט אויפקלערן אז איך זאל אוועקגיין פון מוהרא"ש, האבן נישט געהאט פאר מיר עפעס בעסערס, זיי האבן מיר נישט געקענט צושטעלן אן ערזאץ צו דאס וואס איך האב באקומען פון מוהרא"ש, זיי האבן נאר געוואוסט וואס נישט. וואס יא, האבן זיי מיר נישט געקענט געבן.

מענטשן האבן זיך געוואונדערט פארוואס איך גיי אזוי אין פייער פאר מוהרא"ש, אבער דער פאקט איז אז איך בין בכלל נישט געגאנגען אין פייער פאר אים, איך בין געגאנגען אין פייער פאר מיר אליין. אזוי ווי יעדער מענטש, האב איך אויך געוואלט האבן א געשמאקע לעבן ברוחניות ובגשמיות, און דאס האב איך באקומען במדה

גדושה ביי מוהרא"ש, און דאס איז די סיבה פארוואס איך בין געגאנגען צו אים. נישט פאר זיין טובה, ער האט גארנישט געהאט פון דעם וואס איך בין געגאנגען צו אים, איך בין געווען ביי אים נאר פאר מיין אייגענע טובה. זיינע לימודים, זיינע דיבורים, זיינע ספרים, זיינע עצות אין לעבן, האבן מיר ממש אויפגעראכטן, עס האט מיר געשטעלט אויף די פיס.

צו באשרייבן מוהרא"ש איז ממש נישט מעגליך צו טון אין די ראמען פון איין ארטיקל, מען קען שרייבן און שרייבן און נישט אויפהערן צו שרייבן. אבער אויף וויפיל עס איז יא מעגליך וועל איך פרובירן צו שרייבן עטליכע קורצע שטריכן איבער דעם גרויסן מענטש.

מוהרא"ש פלעגט דערציילן אז אלס קינד האט ער נישט געהאט קיין חשק צו לערנען, ער איז געווען א גרויסער אנדרייער סיי אלס אינגל אין חדר אין ארץ ישראל און דערנאך אלס בחור

אין ישיבה אין אמעריקע. כאטש וואס זיין טאטע איז געווען א גרויסער גאון. זיין טאטע, דער טאקאי'ער רב ז"ל, איז געווען א גרויסער ערליכער איד אשר לא פסיק פומיה מגירסא, ער פלעגט אויף זיין יעדן פארטאגס שוין אום צוויי אזייגער, ער פלעגט לערנען יומם ולילה ממש, אבער מוהרא"ש האט אלס קינד נישט געהאט צופיל געדולד צו זיצן ביי די גמרא, ער פלעגט אנפירן אלע קופקעס מיט בחורים און איז געווען דער הויפט פון אלע רעדלעך און שפיצלעך.

דאס אלעס האט זיך אבער געטוישט ווען ער האט געטראפן א ברסלבע ספר "משיבת נפש" ביי די עלטער פון זעכצן א האלב יאר, דער ספר האט געטוישט זיין לעבן אויף אייביג, ער האט אנגעהויבן זען אז עס איז דא עפעס בעסערס אויף דער וועלט, אז עס דא א וועג מצליח צו זיין אויף דער וועלט אויף א גרינגע און געשמאקע וועג, עס איז דא א וועג פאר יעדן מענטש אן אויסנאם אז ער זאל אויך קענען אנקומען צו דאס מערסטע צו וואס א מענטש קען אנקומען אויף דער וועלט. און דערנאך האט ער צוביסלעך געטראפן נאך און נאך ברסלב'ע ספרים, און עס האט זיך געעפנט פאר אים א נייע וועלט.

מוהרא"ש האט דאן נישט געקענט קיין אנדערע ברסלב'ע חסידים, ער האט נאר געהאט די ברסלב'ע ספרים און דאס האט געלערנט און גע'חזר'ט איינמאל און נאכאמאל, ער האט זיך געלייגט מיט דעם און אויפגעשטאנען מיט דעם, ביז עס איז אים געבליבן איינגעקריצט אין די בלוט, ער פלעגט זאגן אז ווען מען וועט אויפשניידן זיינע אדערן וועט נישט ארויס קומען

זייט 24

זייט 24
טעקסט

בלוט, נאר ליקוטי מוהר"ן. ווען איך האב אים אמאל געפרעגט וויפיל מאל ער האט דורכגעלערנט ליקוטי מוהר"ן, האט ער מיר געענטפערט: "שער דיר אפ די האר פון קאפ, און צייל אפ די הארלעך, אזויפיל מאל האב איך געענדיגט ליקוטי מוהר"ן"...

מוהרא"ש פלעגט אייביג זאגן אז ער דאנקט דעם אייבערשטן אז ער האט נישט געקענט פון אנהויב קיין ברסלב'ע חסידים, און אזוי האט ער געקענט אפלערנען די לימודים פון ברסלב אויף זיין אייגנארטיגע וועג, אן דעם וואס איינער זאל אים דארפן מסביר זיין וואס רבי נחמן האט געמיינט צו זאגן.

עס איז נישט קיין סוד אז אלע חסידות'ן האבן געטוישט זייער מהות אין די עטליכע הונדערט יאר וואס איז פארלאפן זינט דער הייליגער בעל שם טוב זי"ע, דער גרינדער פון חסידות, האט געלעבט אויף דער וועלט. מיט די יארן איז צוגעקומען פארשידענע מנהגים און לבושים וועלכע האבן אוועק געשטעלט דאס חסידות, אזעלכע זאכן וועלכע האבן נישט פארנומען קיין שום פלאץ אין די פריערדיגע דורות אין חסידות.

היינט-צו-טאגס קען מען געווענליך זייער גרינג דערקענען אויף א חסידי'שן איד צו וועלכע חסידות ער באלאנגט, מען דארף נאר זען ווי אזוי ער גייט אנגעטון, וואס ער עסט שבת ביי די סעודה, און וועלכע נוסח ער דאווענט. עס איז זייער גרינג צו דערקענען אויף א מענטש צו וועלכע חסידות ער איז פארבינדען.

עס איז אבער איבריג צו זאגן אז דאס איז נישט חסידות, נישט דאס איז געווען דער ציל פונעם הייליגן בעל שם טוב ותלמידיו זי"ע, זיי זענען נישט געקומען אויסלערנען פאר אידן וועלכע סארט קוגל צו עסן, אדער אויף וועלכע זייט מען זאל שטעלן דעם שלייף אויפן הוט. זיי זענען געקומען אויף דער וועלט צו מקרב זיין אידישע קינדער צום אייבערשטן, יעדער פון זיי האט געהאט אנדערע סארט מהלכים ווי אזוי דאס צו טון, און כולם אהובים כולם ברורים, אלע וועגן זענען גוט, ווי לאנג זיי ציען אלע צו איין ציל, צו אנקומען צו זיין נאנט צום אייבערשטן.

ברסלב'ע חסידות האט זיך אויך איר אייגענע מהלך ווי אזוי מקרב צו זיין אידן לאביהם שבשמים, און ברסלב האט זיך גראדע מער געהאלטן צו די ליניע, און ווייניגער געווארן איבערגעמאכט צו א מאטריאלישע סיסטעם פון זמירות/לבושים/מנהגים, אבער נאך אלץ איז פאקטיש כמעט אוממעגליך אז א חסידות זאל זיך האלטן נאר צו עבודת ה', אן אריינמישן זייטיגע

זאכן, און דאס האט מוהרא"ש אויסגעמיטן דורך דעם וואס ער האט בכלל נישט געקענט קיין ברסלב'ע חסידים. ממש אין אנהויב האט ער בכלל נישט געוואוסט אז עס דא אזא זאך ווי

א גרופע ברסלב'ע חסידים, ער האט געמיינט אז דאס זענען נאר ספרים וואס דערציילן און דעקן אויף גוטע פיינע לימודים, אבער אפילו אביסל שפעטער האט ער נישט געקענט קיין ברלסב'ע מענטשן, ער האט נישט געוואוסט צו זאגן פון קין שום ברסלב'ע מנהגים, ער האט זיך נאר אריינגעטון אין די ברסלב'ע ספרים, און מיט דעם האט ער זיך אליין אויסגעשניטן א וועג צו דינען דעם אייבערשטן, און דער וועג האט ער אנגעהאלטן עד ליומו אחרון.

דער וועג וואס ער האט זיך אויסגעטרעטן פון רבי נחמנ'ס ספרים, האט ער נישט געהאלטן בלויז פאר זיך, ער האט דאס ווייטער געוואלט איבערגעבן פאר נאך אידן. אין יענע יארן איז ברסלב געווען זייער אומבאקאנט, אין ארץ ישראל איז נאך געווען עטוואס א גרעסערע אנוועזנהייט פון ברלסב'ע חסידים, אבער אין אמעריקע האט מען כמעט גארנישט געוואוסט איבער ברסלב.

ראש השנה, אין די יארן ווען דער שטאט אומאן איז געווען פארשלאסן אונטערן אייזערנעם פורהאנג, זענען זיך צאמגעקומען אלע ברסלב'ע חסידים פון אמעריקע און קאנאדא צו דאווענען

אינאיינעם, און די אלע אידן צוזאמען האבן קוים משלים געווען צו א מנין.

ווען מוהרא"ש האט אלס בחור געוואלט שאפן א ליקוטי הלכות האט עס אים גענומען עטליכע יאר ביז ער האט געקענט צאמקראצן דעם גאנצן סעט, און דעריבער האט אים זייער געברענט אז אזוי ווי ער איז געוואויר געווארן פון אזא געוואלדיגע ליכט, פון אזא רבי'ן וואס קען אזוי שטארק ארויס העלפן מענטשן, זאלן נאך אידן אויך וויסן פון דעם.

די ערשטע זאך וואס ער האט אנגעהויבן צו טון דערצו איז געווען צו דרוקן די ברסלב'ע ספרים, אין גאר אלטע ברסלב'ע ספרים וואס זענען געדרוקט געווארן אין אמעריקע קען מען נאך זען ביי די פרעמונאנטן אז הבחור אליעזר שלמה האט ארויסגעהאלפן מיט די הוצאות הדפוס. נאך די חתונה האט ער זיך אריינגעווארפן מיט לייב און לעבן צו דרוקן אלע ברסלב'ע ספרים, אין איין יאר האט ער געלאזט דרוקן פינף-און-אכציג טויזנט ספרים, ער האט דאן אפגעדרוקט אלע ברסלב'ע ספרים, און עס פארקויפט פאר אונטער די קאסט פרייז, מיטן איינעם ציל אז עס זאל זיין בנמצא צו קויפן דכל מאן דבעי.

ער האט זיך דאן אריינגעלאזט אין חובות פון ניינציג טויזנט דאלער, דאס איז גאר אסאך געלט אפילו פאר א היינטיגער פרישער אינגערמאן, און זיכער אין די דעמאלט'דיגע צייטן ווען א פלאש מילך האט געקאסט א קוואדער, און צו פארן מיט די טרעין האט געקאסט פופצין צענט. קיין לחם לאכול האט ער נישט געהאט, ער פלעגט דערציילן אז אסאך מאל האט ער געפראוועט דעם שבת מיט מצות און סארדינס-פיש, נישט האבענדיג דאס געלט פאר עפעס מער ווי דעם.

עס איז אים אבער גארנישט אנגעגאנגען, ער האט נאר געהאט איין ציל פאר די אויגן. אז די לימודים פון רבי נחמן מברסלב זי"ע זאל אריינגיין

זייט 25

זייט 25
טעקסט

אין די וועלט, און ער איז גרייט געווען צו צאלן סיי וועלכע פרייז עס פארלאגט זיך נאר פאר דעם.

די מהלך פון מוהרא"ש

ווי געזאגט האט מוהרא"ש געהאט זיין אייגנארטיגן מהלך, ווי אזוי ער האט אפגעלערנט רבי נחמנ'ס ספרים, און ווי אזוי ער האט עס איבער געגעבן ווייטער.

רעדן צום אייבערשטן - דער הויפט זאך איז פארשטייט זיך התבודדות, צו רעדן צום אייבערשטן אויף אידיש.

אנדערש אבער ווי עס איז געווען אנגענומען אין די טראדיציאנעלע ברסלב אז התבודדות מיינט דוקא צו גיין ביינאכט אין וואלד און דארט רעדן צום אייבערשטן, האט ער עס אפגעלערנט אז מען זאל רעדן צום אייבערשטן וואו אימער מען געפונט זיך, מען זאל פארבינדען דאס גאנצע לעבן צום אייבערשטן, יעדע זאך וואס מען טוט זאל מען עס טון מיטן אייבערשטן, איידער מען טוט עפעס זאל מען בעטן דעם אייבערשטן אז מען זאל מצליח זיין, און דערנאך זאל מען דאנקען דעם אייבערשטן, און אזוי ביי יעדע מצב, ביי סיי וועלכע פאסירונג אין לעבן זאל מען זיך פארבינדען און עס דורכרעדן מיטן אייבערשטן.

באמת זאגט דאס רבי נחמן אן א שיעור מאל אין זיינע ספרים, עס איז אבער דא איין תורה אין ליקוטי מוהר"ן )ח"א נ"ב( וואו רבי נחמן רעדט דארט פון דעם ענין צו רעדן צום אייבערשטן דוקא אויף א פלאץ וואו קיינער געפונט זיך נישט אפילו בייטאג. און ווי עס זעט אויס איז דוקא די זייטיגע זאך געווארן אנגענומען אין ברסלב אז דאס איז וואס מיינט התבודדות.

מוהרא"ש פלעגט דאס אייביג אוועק מאכן זאגנדיג אז דאס איז זייער נאריש צו ווארטן צו רעדן צום אייבערשטן דוקא נאר ווען מען גייט אין וואלד, און ספעציעל אז היינטיגע צייטן איז דאס זייער שווער מקיים צו זיין. און נאכדערצו אז מען טוט דאס מיט א גאנצע גרופע אינאיינעם אז מען לאזט זיך ארויס מיט א ווען צום וואלד, וואס דאס נעמט אוועק פון דעם עיקר יסוד פון התבודדות, וואס דאס איז אז דער מענטש איז זיך מייחד מיטן אייבערשטן מיט אן אמת, נאר דער מענטש מיטן אייבערשטן אליינס, און ער רעדט זיך אויס זיין הארץ צו אים, וואס ווען מען גייט א גאנצע גרופע אינאיינעם איז דאס זייער ווייט פון אמת.

סדר דרך הלימוד - די צווייטע זאך מיט וואס מוהרא"ש האט זייער שטארק

אריינגעארבעט איז געווען מיטן "סדר דרך הלימוד". אין שיחות הר"ן )סימן ע"ו( ברענגט רבי נתן אז רבי נחמן האט געהאט א דרך הלימוד ווי אזוי צו לערנען אויף א שנעלע און גרינגע וועג, מער בכמות ווי באיכות, ער זאגט אז ווען מען לערנט און מען ענדיגט אסאך מאל א ספר וועט מען מער מצליח זיין דאס גוט צו קענען, ווי ווען מען וועט זיך אפשטעלן ביי יעדן שטיקל באזונדער און נישט גיין ווייטער ביז מען פארשטייט עס. רבי נחמן דרוקט זיך דארט אויס נאך מער, אז מען דארף

נאר זאגן די ווערטער אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען זאגט, און צום סוף, נאך אסאך לערנען, וועט מען שוין סיי ווי פארשטיין.

מוהרא"ש האט אנגענומען די שיחה פשוטו כמשמעו אז מען קען טאקע זאגן די ווערטער פון די תורה אפילו ווען מען פארשטייט נישט וואס מען זאגט. דער דרך הלימוד איז אפיציעל נישט געווען אנגענומען אין די מעינסטרים ברסלב פאר לאנגע יארן, כאטש וואס טייל האבן גע'טענה'ט אז רבי נחמן האט נישט ממש געמיינט אז מען זאל נאר זאגן די ווערטער אן פארשטיין, ער האט נאר געמיינט אז מען זאל נישט לערנען גאר בעיון, צו מאכן א סטאנציע ביי יעדע שטיקל גמרא, אבער דער אמת איז אז אויף סיי וועלכע וועג מען זאל נאר וועלן אפטייטשן די שיחה, איז עס נישט געווארן אנגענומען אין ברסלב, און דאס האט מוהרא"ש צוריק מחדש געווען. ער האט זייער אסאך גערעדט פון דעם אז מענטשן גייען ליידיג און עס קען דורכגיין טעג און וואכן, חדשים און יארן, און מען זאל נישט עפענען א אידיש ספר, ווייל ווי לאנג א מענטש וויל זיך מסדר זיין אז ער זאל האבן א נארמאלע צייט און א נארמאלע

חברותא אז ער זאל זיך קענען געהעריג זעצן לערנען, דערווייל גייט דורך יארן און מען טוט גארנישט. אבער מיט דעם דרך הלימוד, דארף מען נישט זיין מסודר, מען דארף נישט האבן דעם קאפ אויפן פלאץ, מען דארף בלויז עפענען דעם ספר און זאגן די ווערטער.

די אלע וועלכע האבן אים געפאלגט און אויספרובירט דעם סדר דרך הלימוד, זיי קענען עדות זאגן אז זיי האבן גוט אויסגענוצט די צייט און זיי זענען געווארן גרויסע תלמידי חכמים און בקי בכל מקצועות התורה, בלויז פון זאגן אליין.

מוהרא"ש אליין איז געווען א לעבעדיגער ביישפיל אויף דעם, עס איז ברייט באקאנט אז ער איז געווען א בקי נפלא בכל מכמני התורה, די גאנצע תורה איז געווען אפן פאר זיינע אויגן. ער האט געהאט א מנהג דורכצולערנען יעדע איינציגסטע ספר וואס איז נאר ארויסגעקומען אויף דער וועלט. ער האט געהאט אן אפמאך מיט עטליכע גרויסע דיסטריביוטערס פון ספרים, וועלכע האבן אים געברענגט יעדע ספר וואס איז נאר ארויסגעקומען. אזוי ווי רבי נחמן האט געזאגט אז א איד דארף דורכגיין יעדע ספר, אז ער זאל קענען זאגן אויף יענע וועלט אז ער איז געווען אין אלע ווינקלען פון די תורה.

אויסער דעם האט ער זייער שטארק גערעדט פון זאגן יעדן טאג אכצן פרקים משניות. דאס איז אן ענין וואס ווערט געברענגט אין שיחות הר"ן )סימן קפ"ה( אז רבי נחמן האט געגעבן א תיקון פאר אסאך אנשי שלומינו, אריינגערעכנט פאר רבי נתן, אז זיי זאלן זאגן יעדן טאג ח"י פרקים משניות. די תלמידי היכל הקודש קען מען דערקענען מיט דעם וואס זיי האלטן שטענדיג ביי זיך א משניות און ווען זיי האבן א מינוט ליידיג וועלן זיי אריינכאפן עטליכע פרקים משניות. איך קען פערזענליך אינגעלייט וועלכע האבן שוין געענדיגט ששה סדרי משנה הונדערטער מאל, און זיי קענען

זייט 26

זייט 26
טעקסט

קלאר פון אויסענווייניג גאנץ משניות. פון אזויפיל זאגן און זאגן ווערט מען קלארער און קלארער ביז מען קען עס שוין גוט בעיון אויך.

פראקטישע לעבן - מוהרא"ש האט אויך זייער שטארק מדריך געווען זיינע מענטשן צו א פראקטישע לעבן, צו וויסן ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן אינעם טאג טעגליכן לעבן, און נישט ווערן פארלוירן אין קיין שום מצב. עס איז זייער שווער אראפצושרייבן אלעס וואס ער האט געלערנט זיינע מענטשן אין דעם הינזיכט, יכלה הזמן והם לא יכלו, אבער דאס איז קלאר אז איינער וואס איז רעגלמעסיג געגאנגען צו זיינע שיעורים האט געהאט גאר אן אנדער סארט לעבן, זיינע ארומיגע האבן באווינדערט ווי אזוי דער מענטש קען זיך אן עצה געבן אין יעדע סארט מצב און ווערט קיינמאל נישט פארלוירן.

קודם כל דאס רעדן צום אייבערשטן אליין געבט פארן מענטש א געוואלדיגע זעלבס-זיכערקייט, עס שטעלט אים אויף די פיס ער זאל וויסן אז ער איז נישט אליין, ער האט א סעד לתומכו, דער אייבערשטער איז שטענדיג צו זיין זייט און ער קען זיך אייביג ווענדען צו אים.

דערנאך האט מוהרא"ש זייער אסאך גערעדט וועגן שלום בית. אנדערש ווי עס איז געווען אנגענומען אז ווער עס איז א ברסלב'ער אפעקטירט עס זיין שלום בית צום שלעכטן, איז אבער ביי די תלמידי היכל הקודש געווען פונקט פארקערט. א תלמיד היכל הקודש האט זיך אייביג אויסגעצייכנט אין שלום בית און איז געווען א מוסטער פאר אסאך אנדערע ווי אזוי צו האנדלען מיט א ווייב אויפן שענסטן און בעסטן אופן. דאס איז געווען א נושא פון וואס מוהרא"ש פלעגט גאר אסאך רעדן, ער האט מדריך געווען זיינע תלמידים אלע עצות און וועגן ווי אזוי צו האבן א גליקליכע פאמיליע לעבן, דאס איז א זאך וואס מען קען נישט באצאלן, דער וואס האט עס

באקומען פון אים.

אויסער דעם זענען געקומען צו אים אסאך פרעמדע מענטשן אויף הילף אין שלום בית, און ער האט קיינמאל נישט אפגעזאגט קיינעם, ער האט קיינמאל נישט געהאט קיין גבאי וואס זאל שטיין ביי זיין טיר, יעדער האט געקענט אריינקלאפן ווען מען האט געוואלט, און אים אויפהאלטן ווי לאנג מען האט געוואלט, און ער האט פרובירט זיכער צו מאכן אז יענער גייט ארויס צופרידן און באקומט א גליקליכע לעבן.

ער האט געהאלטן אז שלום בית איז דער יסוד פון א מענטש, אן שלום בית האט דער מענטש נישט קיין מח, ער קען נישט טראכטן גלייך, און ער קען נישט אנגיין אין לעבן, א מענטש וואס האט נישט קיין גוטע שלום בית, קען נישט מצליח זיין נישט בגשמיות און נישט ברוחניות.

ער פלעגט זאגן אז אהרן הכהן, וועלכער פלעגט מאכן שלום בית, האט געדארפט אפוואשן קודם זיין הענט און די פיס ביים כיור. דאס מיינט אז איינער וואס מאכט שלום בית דארפן זיינע הענט זיין ריין נישט צו נעמען קיין געלט פארן העלפן א צווייטנס שלום בית. און אויך דארף מען וואשן די פיס, נישט צו שוינען קיין טירחא, אפילו מען דארף דערפאר אסאך גיין און קומען מיט די פיס, זאל מען אלעס אוועק געבן אויף צו העלפן א צווייטן איד. און דעריבער איז ער זייער ברוגז געווען אויף די שלום בית מאכערס וועלכע נעמען געלט, ער האט גע'טענה'ט אז איינער וואס נעמט געלט האט דאך נישט קיין שום אינטערעסע צו מאכן שלום בית, אדרבה, ווי לענגער ער ציהט אויס די סעשאנס, אלץ מער געלט ווער ער דאך מאכן.

און דאס האט ער טאקע אליין מקיים געווען. ער האט אוועקגעגעבן זייער אסאך צייט צו העלפן אידן מיט שלום בית פראבלעמען, און ער האט קיינמאל נישט גענומען קיין פרוטה ער דערפאר.

האט געהאלטן אז כמעט יעדע שלום בית קען צוריק מען שטעלן. כאטש וואס יעדער כלל האט אויך א יוצא מן הכלל, עס איז געווען געציילטע פעלער וועלכע ער האט אויך געהאלטן אז מען דארף זיך גט'ן, אבער רובו דרובו פעלער האט ער געווען מצליח אויסצוהאמערן א

שלום בית.

ער האט געזאגט אז אפילו ווען נאר איינער פון די פאר-פאלק האט אביסל שכל און קען אביסל נאכגעבן, קען מען אלעס פארגלייכן. איך האב מיטגעהאלטן א מעשה וואס איז געווען נישט לאנג פאר זיין הסתלקות, ווען א אינגערמאן איז געקומען מיט א ויצעקו אז ער מוז זיך גט'ן ווייל זיין ווייב וויל זיך נישט שערן די האר, און מוהרא"ש האט אים געזאגט אז פאר דעם גט מען זיך נישט, ער זאל איר לאזן טון ווי אזוי זי פארשטייט און ער זאל נאר בעטן דעם אייבערשטן אז זי זאל זיך יא וועלן שערן.

דאס איז געווען טראץ דעם וואס מוהרא"ש איז געווען גאר גאר שארף אז פרויען מוזן זיך שערן, ער האט איינגעפירט אפילו ביי די ספרדים אין ארץ ישראל אז זיי זאלן זיך אלע שערן, כאטש וואס ביי זיי איז נישט געווען אזוי די מסורה, ער האט כסדר נאכגעזאגט דעם זהר אז אלע צרות קומען אויף א שטוב ווי די פרוי שערט זיך נישט. אבער ווען עס איז געקומען צו שלום בית האט ער געהאלטן אז מען דארף טון אלעס וועס מעגליך צוריק צו שטעלן א שטוב.

מוהרא"ש אליין נאך זיין חתונה האט זיין ווייב געוואלט אז ער זאל גיין מיט די פיאות אויף די אויער, אזוי ווי עס איז געווען גלייך נאך די מלחמה און זי האט זיך געשעמט אז ער גייט מיט אראפגעלאזטע פיאות. און טראץ דעם וואס ער האט זייער שטארק געוואלט גיין מיט אראפגעלאזטע פיאות, א זאך וואס רבי נחמן האט גערעדט דערוועגן, האט ער אבער יא ארויפגעלייגט די פיאות צו צופרידן שטעלן זיין ווייב, און ער האט אסאך געבעטן דעם אייבערשטן אז זי זאל מסכים זיין צו אראפגעלאזטע פיאות, ביז זי האט זיך געטוישט.

דאס איז נאר קליינע דוגמאות אחד מני אלפי אלפים, וואס איך האב מיטגעהאלטן ווי אזוי ער האט מדריך געווען זיינע אינגעלייט צו שלום בית. זיינע עצות און הדרכות קען מען זען אין דעם

זייט 27

זייט 27
טעקסט

ספר "אוצר שלום בית".

א אינגעמאן, וואס באלאנגט צו אן אנדערע פראקציע אין ברסלב, האט מיר אמאל געפרעגט פארוואס ער מיט זיינע חברים מוטשענען זיך אזוי שטארק צו פארן אויף אומאן, די פרויען זענען זייער ברוגז אז די מענער פארן אויף אומאן, און זיי פרובירן דאס צו שטערן מיט אלע מיטלען, ווידער ביי תלמידי היכל הקודש, זענען כמעט אלע פרויען אזו שיין מסכים, זיי שטעלן זיך אזוי שיין צו צו די מענער.

האב איך אים געזאגט אז דאס איז זייער פשוט, אויב דער מאן פירט זיך אויף שיין די גאנצע יאר, און זיין ווייב זעט און פארשטייט אז ברסלב העלפט אזויפיל ארויס צו זייער שיינע לעבן, דעריבער ווען עס קומט ראש השנה וועט זי זייער גערן מסכים זיין אז ער זאל פארן.

אויב אבער דער מאן פירט זיך אויף ווי א חי' א גאנץ יאר, און עס קומט ראש השנה און ער וויל פארן אויף אומאן, וועט זי אוודאי אויסנוצן די געלעגנהייט אים צוריק צו לערנען.

און אזוי האט ער מדריך געווען זיינע מענטשן אין יעדע פרט אין לעבן, ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט די קינדער, אז זיי זאלן מצליח זיין אין לעבן. ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט געלט זאכן נישט אריין צו פאלן אין חובות, און אויב מען איז יא אריינגעפאלן ווי אזוי ארויסצוקריכן. עס וועט זיך פארלאנגען עטליכע באזונדערע לענגערע ארטיקלען אראפצושרייבן זיינע עצות והדרכות אין יעדע פרט אין לעבן, וואס ווען א מענטש האט דאס אריינגענומען אין קאפ האט דאס אים געשטעלט אויף די פיס, און אים ארויס געהאלפן צו יעדע צייט, און אין יעדע מצב אין לעבן.

אויך האט ער זייער אסאך גערעדט פון כיבוד אב ואם. כאטש וואס ליידער זענען אסאך עלטערן נישט מסכים אז זייערע קינדער זאלן זיך דרייען אין ברסלב, צוליב דעם שלעכטן נאמען וואס מען האט ארויפגעלייגט אויף די ברסלב'ע, און ווי עס ווערט גע'פסק'נט אין שו"ע האט יעדער מענטש די רעכט צו גיין צו וועלכן רבי'ן ער פילט אז דארט וועט ער קונה זיין תורה ויראה, כאטש וואס זיין טאטע איז נישט מסכים, האט אבער מוהרא"ש אייביג געזאגט אז דאס מיינט נישט אז מען דארף נישט מכבד זיין די עלטערן. און דאס איז אויך איינס פון די זאכן מיט וואס א תלמיד היכל הקודש שטארט ארויס אז זיי זענען גאר שטארק מכבד די עלטערן.

אזוי ווייט אז אפילו די בעלי תשובה אין ארץ ישראל, וואס זייערע עלטערן זענען נאך ליידער זייער ווייט פון אידישקייט, האט מוהרא"ש אייביג זיי געזאגט אז זאלן נישט אפהאקן מיט די עלטערן, נאר ווייטער גיין צו זיי און זיי מכבד זיין. עס איז דא פילע בריוון אין אשר בנחל פון אזעלכע שאלות וואס מענטשן פרעגן אן מוהרא"ש ווי אזוי זיי זאלן זיך פירן ביים גיין צו די עלטערן אויף פסח ווען די עלטערן האבן ליידער חמץ אין שטוב וכדומה. מוהרא"ש האט אייביג געזאגט אז מען דארף זיך האלטן נאנט מיט פאמיליע אפגעזען די

דיפערענסן וואס איז דא צווישן זיי.

די גרינגסטע און די פראקטישסטע

איך בין געווען אמאל אין שטיבל ביי מוהרא"ש אינאיינעם מיט נאך עטליכע תלמידים, אינמיטן די שמועס האט מוהרא"ש געפרעגט פון איינעם: "וואס איז מיין עיקר זאך?", יענער האט געענטפערט צו רעדן צום אייבערשטן, אבער מוהרא"ש האט אים געזאגט אז נישט דאס מיינט ער. "אפשר זיך נישט צו לאזן נארן אויף דער וועלט?" – האט יענער פרובירט צו זאגן, אבער מוהרא"ש האט דאס אויך אפגעווארפן, אזוי האט ער ווייטער פרובירט ארויפצוברענגען נאך טעמעס פון וואס מוהרא"ש פלעגט אסאך רעדן, אבער מוהרא"ש האט אויסגעפירט און געזאגט: "מיין זאך איז צו מאכן דאס לעבן די גרינסטע און די פראקטישסטע.

מען האט אים דאן געברענגט א ניי-געדרוקטן "תיקון ליל שבועות". יעדעס יאר פאר שבועות פלעגט מוהרא"ש רעדן איבער די גרויסקייט פון זיין אויף די הייליגע שבועות ביינאכט, און איבער דעם ענין אז מען זאל אין די נאכט דורכגיין תורה נביאים וכתובים די ערשטע און די לעצטע פסוק, מוהרא"ש האט דאס גענוצט אלס משל פון וואס מען קען זען

אז כל המוסיף גורע. גוטע אידן האבן געוואלט צולייגן נאך צו זאגן אין די נאכט, אז מען זאל האבן מיט וואס אנצופילן די נאכט, האט מען צוגעלייגט צו זאגן די ערשטע דריי פסוקים און די לעצטע דריי פסוקים פון יעדע פרשה, אויסער דעם האט מען אויך צוגעלייגט נאך גאר אסאך שטיקלעך וואס האבן עטוואס א שייכות מיט שבועות אדער מיט קבלת התורה, אז דאס זאל מען אויך זאגן, דערנאך איז צוגעקומען צו זאגן די משניות און אזוי ווייטער.

זיכער איז דאס צוגעלייגט געווארן מיט גוטע כוונות, אבער דער פאקט האט געוויזן אז ווייניג אידן האבן געדולד צו זאגן דעם גאנצן גראבן תיקון, און דעריבער זאגט מען גארנישט. פלעגט מוהרא"ש זאגן אז מען זאל צוריק גיין צו די ארגינעלען תיקון ליל שבועות, און זאגן נאר איין פסוק פון אנהויב פרשה און איין פסוק פון סוף פרשה, און משניות קומט בכלל נישט אריין דא צום תיקון. העכסטנס קען מען זאגן די תרי"ג מצות, אזוי ווי מען גייט מקבל זיין די תורה זאל מען מקיים זיין דעם ונשלמה פרים שפתינו, דורכן זאגן די תרי"ג מצות.

מיט עטליכע יאר צוריק האט איינער אפגעדרוקט דעם תיקון ליל שבועות אויף די וועג ווי אזוי מוהרא"ש האט געהאלטן מ'זאל עס זאגן, און ער האט דאס דאן אריבערגעברענגט פאר מוהרא"ש, פון וואס ער האט געהאט גאר גרויס הנאה, און דאן האט ער ארויסגעברענגט אז דאס איז זיין זאך צו מאכן דאס אידישקייט דאס גרינגסטע און פראקטישסטע וואס מעגליך.

דאס איז אזוי ווי רבי נחמן פלעגט אלץ זאגן און ער שרייבט דאס אויף אסאך פלעצער אז הלוואי זאל מען זיין כאטש א פשוטער איד און מקיים זיין בלויז די תרי"ג מצות אן צולייגן סיי

זייט 28

זייט 28
טעקסט

וועלכע הוספות.

מוהרא"ש פלעגט אסאך רעדן פון מעביר סדרה זיין, וואס אין שו"ע איז גע'פסק'נט אז מען קען שוין אנהויבן מעביר סדרה זיין פון זונטאג, מען קען זאגן יעדן טאג א שטיקל חומש שנים מקרא ואחד תרגום, און ביז סוף וואך איז מען פארטיג. דאס וואלט יעדער געקענט באווייזן, נאר אזוי ווי מען האט צוגעלייגט די חומרא פון אריה"ק אז מען זאל עס טון דוקא פרייטאג, א צייט וואס יעדער איז זייער פארנומען, דעריבער זענען רוב מענטשן בכלל נישט מעביר סדרה. ווען מען זאל ווען אבער טון בלויז ווי די טרוקענע שו"ע וואלט מען אסאך בעסער געשטאנען.

און די זעלבע האט ער נישט געהאלטן פון קיין שום חומרות, אפילו אויף פסח, אזוי ווי רבי נחמן האט געזאגט אז חומרות נעמען נאר אוועק פונעם אייבערשטן, מען ווערט ביזי מיט אלע טפלים און מען פארגעסט פונעם עיקר אז די תורה און מצות דארף דערנענטערן א מענטש צום אייבערשטן.

אויך איז מוהרא"ש געווען זייער ברוגז אויף די מדריכים פון חתן-כלה וועלכע לייגן צו בערג מיט מנהגים און חומרות שלא שערים אבותינו, און דאס הרג'ט אפ גאנצע דורות, ער פלעגט זיך זייער שארף אויסדרוקן קעגן די אלע מדריכים. ער פלעגט נאכזאגן וואס רבי אברהם ב"ר נחמן, איינער פון די פריערדיגע ברסלב'ע מנהיגים, פלעגט זאגן פאר חתנים וועלכע זענען געקומען צו אים בעטן הדרכות: "קינדערלעך, היט אייך פון כריתות" - דאס איז די גאנצע וואס מען דארף זיך היטן, נאר פון כריתות. ער פלעגט זאגן אין קורצן: "ווען מען טאר נישט, טאר מען גארנישט, און ווען מען מעג, מעג מען אלעס".

מוהרא"ש האט אויך נישט געהאלטן פון כוללים, ער האט געזאגט אז א אינגערמאן וואס האט אונטער געשריבן א כתובה, דארף ארויסגיין ארבעטן א טאג נאך די שבע ברכות און אהיים ברענגען געלט אין שטוב. א כולל איז נישט געמאכט צו לערנען נאר צו פארברענגען די צייט. איינער וואס האלט ביי לערנען וועט לערנען אויך

אן א כולל, און איינער וואס האלט נישט ביים לערנען וועט אים די כולל גארנישט צוהעלפן.

ברסלב איז נישט קיין חסידות

איינע פון די סאמע יסודות וואס מוהרא"ש האט אוועק געשטעלט איז געווען אז ברסלב איז נישט קיין חסידות און נישט קיין פארטיי, ברסלב איז נאר עצות און לימודים ארויסצוהעלפן א מענטש אין לעבן, אז ער זאל קענען אויף א גרינגע וועג ווערן נאנט צום אייבערשטן און מצליח זיין אין לעבן. און דעריבער האט ער קיינמאל נישט געהאט קיין שום פון די היינטיגע מהלכים אין חסידות, זיינע מענטשן זענען געבליבן מיט אלע זייערע מנהגים וואס זיי האבן געהאט פון זייער מסורה און חסידות, נאר זיי האבן אריין גענומען אין זיך אויך די לימודים וואס האט זיי געהאלפן אין לעבן.

עס איז זייער שווער צו דערקענען אז איינער באלאנגט צו מוהרא"ש, נאכדעם וואס א תלמיד פון מוהרא"ש וועט גארנישט טוישן אינען טאקטישן לעבן, נאר דאס אז ער וועט ווערן מער ערליך און וואויל, ער וועט זיין מער א נוח לשמים ונוח לבריות. דאס איינציגסטע וואס מען קען עכט דערקענען איז דאס פארן ראש השנה אויף אומאן.

פון די אנדערע זייט האט דאס אבער געמאכט אז זייער ווייניג מענטשן זענען געבליבן ביי מוהרא"ש, צענדליגער טויזנטער אידן האבן זיך דורך געדרייט ביי מוהרא"ש במשך די יארן, אבער זייער ווייניג זענען געבליבן מקושר צו אים, נאכדעם וואס ער האט נישט געהאט קיין סטרוקטור, א פרעים וואס זאל צוזאם האלטן זיין עולם.

מענטשן וועלכע זענען געווען צובראכן, זיי זענען דורך געגאנגען שוועריקייטן אין לעבן, זענען געקומען צו אים און זיך אנגעפילט מיט חיזוק, און איינמאל זיי האבן זיך געשטעלט אויף די פיס, האבן זיי שוין נישט געהאט וואס צו זוכן דארט, זיי האבן גענומען די חיזוק און זיך ווייטער געגאנגען זייער וועג. דאס איז געווען בעיקר ביי אשכנזים, ביי די ספרדים אין ארץ ישראל איז אנדערש ווייל זיי זענען געווענליך געקומען פון פרייע שטובער, און זיי האבן נישט געהאט וואו צוריק צו גיין, און כאטש וואס א חלק פון זיי האבן זיך אנגעשלאסן אין אנדערע פראקציעס אין ברסלב, וועלכע האבן יא א פרעים און א סיסטעם, זענען אבער א גרויס טייל יא געבליבן ביי מוהרא"ש.

מוהרא"ש האט נישט געהאט קיין פראבלעם מיט די וואס גייען אוועק פון אים, ער פלעגט זיך בארימען אז יעדער וואס האט זיך נאר דורך געדרייט ביי אים האט למעשה אריינגעכאפט צום ווייניגסטנס איין מאל ששה סדרי משנה, און נאך פולע גוטע זאכן, קיינער איז נישט אוועק געגאנגען מיט ליידיגע הענט. אבער דאס האט יא געברענגט דערצו אז מוהרא"ש זאל ווי ווייניגער וועלן רעדן פריוואט צו מענטשן, ער האט געהאלטן אז עס איז א שאד צו פארברענגען די צייט מיט א פריוואטע מענטש וואס וועט ווארשיינליך מארגן אוועקגיין, ענדערש האט ער גערעדט זיינע זאכן ברבים, וואס ווערט אפגעטעיפט און קען ווערן ווייטער פארשפרייט, און רוב פון זיינע שיעורים ברבים איז געווארן אפגעשריבן און געדרוקט אלס א קונטרס, וואס דאס איז ווייטער צושפרייט געווארן פאר אסאך מענטשן, און ער האט זיך אסאך פארנומען מיט שרייבן ספרים.

אין זיין שטוב וואו ער האט אויפגענומען מענטשן און געשריבן ספרים האט ער שטענדיג געהאט א צעטל אויפן טיש: "הדיבור הולך לכל הרוחות, והכתב נשאר לדורי דורות", דאס איז געליגן אונטער די גלאז וואס האט איבערגעדעקט זיין טיש, וועלנדיג זיך שטענדיג דערמאנען אז עס איז א שאד יעדע מינוט צו פארברענגען מיט מענטשן אין די צייט וואס מען קען שרייבן נאך ספרים און דאס וועט בלייבן אויף אייביג.

און ער האט טאקע געשריבן גאר אסאך ספרים, גוזמאות פון ספרים, פון וועלכע נאר א קליין חלק איז דערווייל געדרוקט געווארן. ער האט געשריבן ספרים אויף זייער אסאך פארשידנארטיגע אופנים, אז עס זאל זיין פאר יעדן מענטש וואס צו טרעפן. פון איין זייט איז דא די קונטרסים וועלכע זענען געשריבן אויף גאר אן א י י נ פ א כ ע א שפראך, שפראך וואס רעדט טייל מאל נאר צו פרייע וכדומה, אדער צו איינעם וואס

זייט 29

זייט 29
טעקסט

איז גאר שטארק צובראכן. דערנאך איז דא די בריוון אין "אשר בנחל" וועלכע זענען אויף אביסל א העכערע לעוול, זייער קאלירפול מיט פארשידענע עצות און הדרכות אויף אלע אספעקטן אין לעבן.

די בריוון אין אשר בנחל זענען געדרוקט נאר די תשובות און נישט די שאלות, אבער אין די לעצטע עטליכע יאר האט מוהרא"ש געענפערט בריוון אויף די וועב-זייטל פון ברסלב סיטי, און דאס איז יא געדרוקט געווארן מיט די שאלות אינאיינעם, דאס מאכט עס מער אינטערעסאנט אז מען קען זען וואס יענער האט געפרעגט, און מען קען זיך צומאל אינדענציפירן מיט די שאלה, און טרעפן די ענטפערס וואס מען זוכט.

האט דערנאך מוהרא"ש געשריבן א ריזיגע אויסוואל פון אסאך סארט ספרים, אויף אלע ימים טובים זענען דא עטליכע ספרים, אויף פרקי אבות איז דערווייל געדרוקט געווארן אכט בענדער אויסער פילע וועלכע זענען נאך בכתב יד, ספרים על התורה, ספר פעולת הצדיק א וואונדערליכע ליקוט פון די לעבנס געשיכטע פון רבי נחמן, און נאך פילע ספרים, און דאס איז אויסער די צענדליגע ספרים וואס תלמידים האבן געשריבן פון זיינע שמועסן און מאמרים.

בכתב יד איז דא נאך א שלל פון ספרים אויף ש"ס, שו"ע, זוה"ק ותיקונים, און נאך פילע ספרים. מוהרא"ש האט נישט געוואלט דרוקן בחייו די אלע ספרים וואס זענען נישט קיין חיזוק והתעוררות לעבודת ה', ער האט זיך נאר קאנצעטרירט צו דרוקן די ספרים וואס ער האט געהאלטן אז עס קען העלפן מענטשן, די איבריגע ספרים האט ער געלאזט פאר זיינע יורשים צו דרוקן, און מען ארבעט טאקע יעצט אויף די אלע ספרים וואס וועלן מיט די צייט געדרוקט ווערן.

געוויסע האבן אנגעקוקט מאדנע דער וועג ווי אזוי זיינע מפיצים זענען ארום געגאנגען טיילן די ספרים, ער האט געוואוסט אז מ'קוקט דאס אן מאדנע, און ער האט אויך ג ע ו ו א ו ס ט אז א גרויס טייל פון די ספרים און קונטרסים ו ו ע ל ן עווענטועל

אנקומען אין שמות אדער אין די מיסט, אבער ער האט אויך געוואוסט אז אויב וועט ער פארקויפן זיינע ספרים אין ספרים געשעפט וועלן ווייניג מענטשן אריינגיין עס קויפן, ער האט מסכים געווען אויף אלעס אבי אז די ספרים זאלן כאטש אנקומען צו איין איד און עס זאל אים מחזק זיין און אים ארויף פירן אויפן ריכטיגן וועג.

איינער איז אמאל אריינגעקומען צו אים א איד און געזאגט אז ער האט יעצט געזען עטליכע קונטרסים צוריסן אין שול. האט אים מוהרא"ש געפרעגט וויפיל ער האט צוריסענע קונטרסים ער האט געזען, האט יענער געזאגט א פינף צען שטיק. האט אים מוהרא"ש געזאגט: "איך האב געדרוקט

דאס יאר א מיליאן ספרים און קונטרסים, לאמיר זאגן אז 009,000 שטיק דערפון איז געגאנגען אין מיסט, איז אבער געבליבן א הונדערט טויזנט ספרים וואס זענען יא אנגעקומען צו מענטשן און זיי מחזק געווען.

רבי נחמן האט דערציילט א משל אז א קעניג'ס קינד איז זייער קראנק געווארן, אזוי קראנק אז ער האט שוין אפילו נישט געקענט עפענען דאס מויל אריינצונעמען די מעדעצינען, און דער דאקטער האט געזאגט אז מען וועט דארפן נעמען אסאך פעסער פון גאר טייערע מעדעצינען און עס אויסגיסן אויפן קינד, אפשר אזוי וועט זיך כאטש אריין כאפן איין טראפ אין זיין מויל און דאן וועט ער געהיילט ווערן, און אזוי האט מען טאקע געטון און ער איז געהיילט געווארן. און דאס האט מוהרא"ש טאקע מקיים געווען, ער האט געגאסן אזויפיל ספרים, אז ווי נישט ווי זענען געווען טויזנטער אידן צו וועם די קונטריסים זענען אנגעקומען און זיי אויפגעלאכטן די אויגן.

מוהרא"ש אלס רבי

איינס פון טענות וואס מען האט געהאט אויף מוהרא"ש איז געווען אז ער פירט זיך ווי א רבי, אין די צייט וואס אין ברסלב איז דאס נישט געווען איינגעפירט. פאקטיש איז אבער מוהרא"ש געווען גאר ווייט פון א רבי, לויט די היינטיגע מושג וואס א רבי מיינט.

מוהרא"ש איז געווען זייער א געלונגענער מענטש, סיי אין תורה איז ער געווען א גאון אדיר, סיי אין הדרכה האט ער געהאט א געוואלדיגע צוגאנג צו מענטשן, און סיי אין קבלה האט ער געקענט זייער גוט, און ער האט געקענט חכמת היד והפרצוף. אלס בחור איז אים אויסגעקומען צו העלפן א ברסלב'ער איד וואס איז געקומען נאך געלט פון ארץ ישראל און יענער האט מיט אים געלערנט חכמת היד.

מוהרא"ש ווען וואלט געהאט חשק, וואלט ער געקענט ווערן פונקט אזא גרויסער רבי ווי אלע אנדערע רבי'ס, סיי ביים היימישן ציבור, זייענדיג גאר א געלונגענער מענטש, און סיי אלס בעל מקובל צו ווערן א "חכם" אזוי ווי עס איז לעצטנס מער אין סטייל. ער האט דאס אבער אלעס אוועק געווארפן און זיך נאר אריינגעלייגט צו העלפן מענטשן, אויף די וועג וואס ער האט פארשטאנען.

כמה פעמים האב איך געהערט פון מענטשן וועלכע זענען אריין געפאלן צו א שיעור, אז מוהרא"ש נישט קיין רבי, ער איז פשוט א פארשטענדליכער באלעבאס וואס האט קלאר ארויס די נאטורן פון א מענטש, און ער קען געבן די ריכטיגע הדרכה פאר מענטשן ווי אזוי אומצוגיין אין לעבן.

ער האט טאקע אנגעטון רבי'שע בגדים, דאס איז געווען צו קענען האבן א כח ההשפעה ספרדים, אויף אבער אויסער דעם האט ער געהאט נישט קיין שום סימני רעביסטעווע, ער האט זיך געפירט ווי א פשוטער און מענטש, געהאט א שפראך מיט יעדן איינעם.

ער האט קיינמאל נישט געמאכט

זייט 30

זייט 30
טעקסט

קיין רבי'שע תנועות וכדומה, ער איז קיינמאל נישט געפארן אויף וואקאציע, ער האט נישט געהאט קיין גבאים, ער האט זיך אויפגעפירט זייער פשוט, ער האט זיך נאר אוועק געגעבן יום ולילה לא ישבותו צו העלפן נאך אידן.

ווען ער איז געקומען צו א מסיבה אדער צו א שמחה א.ד.ג. האט ער אייביג גערעדט לויטן רוח וואס האט דארט געהערשט, ער האט אייביג געהאט נאכצוזאגן עפעס פון די רבי'ס צו וועמען די אנוועזענדע האבן באלאנגט, ער איז געווען גוט מיט יעדן איינעם, און ער האט פרובירט צופרידן צו שטעלן יעדן איינעם, ער האט נאר געוואלט אריינברענגען איין זאך, אז די אלע מענטשן וואס הערן אים אויס זאלן אנהויבן נוצן די געוואלדיגע עצות פון ברסלב צו מצליח זיין אין לעבן.

די מחלוקת אויף מוהרא"ש

מוהרא"ש האט אנגעהויבן שרייבן זיינע אייגענע ספרים אין יאר תשכ"ד, דאס האט זיך אנגעהויבן נאכדעם וואס ער האט אפגעדרוקט די פילע ברסלב'ע ספרים און עס פארשפרייט, דאן האט זיין נאמען אנגעהויבן ווערן מער פאפולער און דאן האט זיך אנגעהויבן א פרישע ווענדפונקט אין זיין שטורעמישן לעבן, עס זענען אנגעקומען א גרופע בחורים פון א ישיבה וואס האט זיך געפונען נעבן מוהרא"ש, זיי האבן זיך אויסגערעדט פאר אים וואס עס גייט אויף זיי דורך, די פילע שמוציגע מאגאזינען וועלכע דרייען זיך אין דארמעטארי פון ישיבה.

דאס איז געווען א נייע זאך פאר מוהרא"ש, ער האט אנגעהויבן זען וואס עס גייט פאר אין די רעאליטעט, ווי אזוי דער אמת'ער וועלט זעט אויס אונטער די קוליסן, און דאן האט ער אנגעהויבן מחזק זיין בחורים און אינגעלייט, ער האט אנגעהויבן שרייבן בריוו און ספרים צו מחזק זיין אידן, ער האט פארשטאנען אז די טיפע ספרים פון רבי נחמן און רבי נתן וועלן נישט אזוי שטארק ציען אז מענטשן זאלן אריינקוקן דערינען, האט ער ארויסגענומען די סמעטענע, די פשוטע דיבורי חיזוק וואס זענען מחזק און שטארקן יעדן איד אז עס נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב א מענטש איז אריין געפאלן האט ער אייביג א וועג ארויס, דער אייבערשטער האט ליב יעדן איד, אפגעזען ווי אזוי ער זעט אויס, און מען קען אייביג זיך ווענדן צו אים, און זיך אויסרעדן צו אים.

די סוף פון די מעשה איז געווען אז דער ראש ישיבה פון יענע ישיבה איז געוואויר געווארן אז די בחורים האבן ברסלבע ספרים באהאלטענערהייט, און ער האט געהאלטן א שארפע דרשה פאר די בחורים אז מען טאר ח"ו נישט אריין קוקן אין די ספרים, און בפני כל עם ועדה האט ער ארויס גענומען עטליכע ברסלב'ע ספרים און זיי צוריסן רח"ל פאר די אויגן פון די בחורים, צו דעמאנסטרירן מיט דעם די הארבקייט פון לערנען ברסלב'ע ספרים.

די אינטערעסאנטע צוגאנג פון די ראשי ישיבות, מחנכים און עסקנים, גייט נאך אן מער ווייניגער ביזן היינטיגן טאג. דאס אז די בחורים טוהן אפ כל דבר אסור באהאלטענהייט, פון דעם וועט מען נישט רעדן, דאס באהאלט מען טיף אונטער די קארפעט, און מען פארשטייט אז א בחור איז נאר א בחור, מען פרובירט דאס מערסטע אז פון אויבנאויף זאל דער סיסטעם ווייטער פארן ווי געהעריג. אבער ווען א בחור ווערט פארכאפט אין ברסלב, דרייט מען איבער

די וועלט, אז מען דארף באצייטנס ראטעווען דעם בחור, אז ער זאל ח"ו נישט הערן עפעס חיזוק ווערטער וואס זאל אים אויפלייכטן זיין וועלט.

די התנהגות פון מוהרא"ש, וואס האט נישט ממש געשטימט מיט די אנגענומענע סיסטעם וואס איז געווען אויסגעטראטן ביי די זקנים אין ברסלב, האט געצויגן זייערע בייזע בליקן. כאטש אין אנהויב ווען מוהרא"ש איז אנגעקומען אין די ברסלב'ע שול אין מאה שערים, האט מען אים

אויפגענומען מיט ברייטע ארעמעס, זיי האבן געזען א זיך פאר מענטש וואס איז מלא וגדוש מיט ברסלב, תורת אלע ספרים פון רבי'ן און פון רבי נתן זענען שגור על פיו, א זאך וואס איז געווען א גרויסע ז ע ל ט נ ה י י ט, פלעגט ער זאגן דארט שיעורים, ביי וועלכע אלע ברסלבע משפיעים האבן זיך משתתף געווען, און געשלינגען מיט דארשט זיינע ווערטער.

דאס האט זיך אבער געטוישט מיט די צייט, נאכדעם וואס מוהרא"ש האט אפגעדרוקט די אלע ברסלב'ע ספרים און עס פארשפרייט פאר פרוטות. צום ביישפיל, א ליקוטי מוהר"ן האט דעמאלט געקאסט צען דאלער, א הון תועפת פאר א ספר בימים ההם, און מוהרא"ש האט עס פארקויפט פאר איין דאלער. דאס האט אויפגערעגט די וועלכע זענען געווען ממונה אויף צו דרוקן די ספרים, אז ער האקט זיי אונטער די פיס. מען האט אים גערופן צו דין תורה, וועלכע ער האט גראדע געווינען, ער האט גע'טענה'ט אז קיינער האט נישט די רעכט אויף ברסלב, ווער עס וויל קען דרוקן און פארשפרייטן די ברסלב'ע ספרים און לימודים.

די רייבעריי צווישן מוהרא"ש און די אלטגעזעסענע ברסלב'ע האט זיך מער און טיפער צושפרייט, פון אנהויב האט מוהרא"ש נאך פרובירט זיך צו טענה'ן מיט זיי און זיי אויפווייזן אז ער זאגט נאר וואס דער רבי און רבי נתן זאגן, ער לייגט עס נאר אראפ אויף א גרינגערע וועג אז עס זאל זיין צוגענגליך אויך פארן היינטיגן דור, אבער דאס האט וווייניג געהאלפן. ביז מוהרא"ש האט אפגעמאכט אז ער וועט מאכן שבת פאר זיך, און דאן האט ער געעפנט זיין קהלה "היכל הקודש ברסלב" און ער האט אנגעהויבן צו פארקויפן וואס ער האט געהאט צו פארקויפן איבער די ברלסב'ע חסידות, כאטש וואס די זקני ברסלב האבן אנדערש פארשטאנען אין ברסלב.

זייט 31

זייט 31
טעקסט

מוהרא"ש פלעגט אייביג זאגן אז די עלטערע ברסלב'ע משפיעים זענען געווען באמת ערליכע אידן, אויסגעהארעוועטע אידן, זיי זענען געווען כל כולם דבוק צום אייבערשטן, זיי האבן אבער נישט פארשטאנען צום דור, זיי האבן נישט געקענט אראפ ברענגען די לימודים פון ברסלב אז עס זאל קענען צוניץ קומען פאר די פשוטע עמך אידן, אז זיי זאלן אויך קענען נוצן די הייליגע לימודים און עצות אין זייער טאג טעגליכן לעבן.

לדוגמא איז געווען אין ברסלב א גרויסער צדיק רבי לוי יצחק בענדער ז"ל, מוהרא"ש איז געווען זייער נאנט צו אים, ער האט גאר אסאך מקבל געווען פון אים, ווען מוהרא"ש איז אנגעקומען אין שול אין מאה שערים, האט ער געזען אז דארט הערשט אן הפקירות, אזוי ווי עס איז געווען אנגענומען אין ברסלב אז עס טאר נישט זיין קיין מנהיג, נאר דער רבי אליין איז דער מנהיג, אויטאמאטיש האט יעדער געצויגן צו וועלכע זייט ער האט געוואלט, און קיינער האט דאס נישט געקענט אפשטעלן. מוהרא"ש האט אבער געהאלטן אז דאס איז נישט ריכטיג, כאטש טאקע דער רבי איז דער מנהיג, און ער פירט אונז און לערנט אונז זיינע לימודים, מוז אבער זיין א לעבעדיגער מענטש וואס זאל האלטן די לייצעס אין די האנט. ער האט דאן אנגעהויבן מאכן א קאמפיין צו גרויס מאכן רבי לוי יצחק ז"ל אז ער זאל ווערן דער ארויפגעקוקטער און זאל זיין א שטיקל מנהיג. ער פלעגט גאר אסאך פארברענגען מיט רבי לוי יצחק.

ווען עס האט זיך אנגעהויבן די לשון הרע'ס און די פארפירעכצער קעגן מוהרא"ש האט רבי לוי יצחק פארגעהאלטן מוהרא"ש איבער דעם וואס ער שרייבט צופיל מעניני קדושה, דאס איז געווען איינע פון די שטארקע טענות אויף מוהרא"ש. האט אים מוהרא"ש מסביר געווען אז מען

דארף קענען דעם היינטיגן דור, און וויסן וואס עס גייט פאר פון אונטער די קוליסן, און אזוי ווי רבי לוי יצחק איז ממש געווען אויסגעטון פון דער וועלט, האט ער נישט מיטגעהאלטן וואס גייט פאר אויפן גאס, עפעס א בחינה ווי עס גייט היינט ווייטער, אז די מנהיגי הדור האבן נישט קיין מושג וואס עס גייט פאר אויפן גאס. אבער רבי לוי יצחק האט אים צוריק געענפערט "אפשר נארט איר זיך?". מוהרא"ש האט גאנץ גוט געוואוסט אז ער נארט זיך נישט, אבער דאס האט אים פארט געשטופט צו גיין מאכן התבודדות און זיך אויסרעדן צום אייבערשטן אז אפשר נארט ער זיך טאקע, ער האט אסאך גערעדט צום אייבערשטן דערוועגן, און דאן האט אים דער אייבערשטער צוגעפירט צוויי באזונדערע מענטשן פון צוויי אנדערע ריכטונגען, און ביידע האבן זיך אים אויסגערעדט דאס הארץ ווי אזוי זיי זענען דורכגעפאלן מיט הארבע עבירות אין א געוויסע דירה וואס האט זיך געפונען אינעם זעלבן בנין וואו ר' לוי יצחק האט געוואוינט, דארט איז געווען א מקום מיועד לעבירות. און דאן האט מוהרא"ש געזען אז ער נארט זיך טאקע נישט, ער דארף רעדן די זאכן וואס מענטשן דארפן באמת האבן, ובפרט ווען יעדער שטעקט אריין דעם קאפ אין זאמד, און וויל נישט אנערקענען די ריכטיגע פראבלעמען פונעם דור.

דאס איז געווען לגבי די ערליכע אידן וועלכע האבן זיך נישט פארשטאנען מיט אים, ווען עס איז אבער געקומען צו די יונגאטשעס, טיילמאל אנגעטון בטליתא דרבנן, וועלכע האבן געפירט א מחלוקת קעגן זיינע ספרים און קונטרסים, זייערע שיטות און מהלכים זענען געווענליך געווען געבויעט אויף די דריי יסודות פון הקנאה והתאווה והכבוד. ביי די חברה האט זיך מוהרא"ש ארויס געשטעלט קעגן זיי בחרב וחנית און גערעדט קעגן זיי מיט די שארפסטע לשונות. דאס האט געהויבן די אויגן ברעמען פון געוויסע וועלכע האבן דאס אנגעקוקט זייער מאדנע, פון איין זייט רעדט מוהרא"ש אז מען דארף זיין גוט מיט יעדן, זיך נישט קריגן מיט קיינעם, און דא רעדט ער אזוי שארף קעגן זיינע מתנגדים.

מוהרא"ש האט זיך אבער כמה פעמים זייער גוט מסביר געווען, ער האט געזאגט אז ער שפירט זיך ווי א רעטונגס-מאן וואס שטייט ביים ים און זעט ווי מענטשן דערטרינקען זיך אין

וואסער, און ער ווארפט זיי שטריק זיי ארויס צו שלעפן, און דאן קומט אן איינער און שניידט אפ די שטריק און די מענטשן פאלן נעבעך צוריק אין וואסער. ער פלעגט זאגן אז ער האט געזען מיט די אויגן ווי מענטשן האבן זיך שוין געהאלטן ביים נעמען דאס לעבן, מענטשן וועלכע האבן זיך שוין לאנג מייאש געווען אז זיי וועלן נאך אמאל קענען מצליח זיין אויף דער וועלט, און דורך די ספרים און קונטרסים, ווען די מענטשן האבן געזען די געוואלדיגע לימודים פון ברסלב, האט דאס זיי אויפגעלאכטן די אויגן און זיי געמאכט פאר נייע מענטשן וועלכע האבן אנגעהויבן צו לעבן אויף דער וועלט.

און דאן זענען אנגעקומען די גוטע אידן און אנגעהויבן אפצורעדן אז דאס איז נישט פאר זיי, דאס איז נישט די עכטע ברסלב, און דאס האט געמאכט אז די מענטשן צוריק זאלן פאלן צו זייער דעפרעסיע, די ערשטע שטיק צייט איז נאך געבליבן ביי זיי דער רושם פון וואס זיי האבן און געהערט געלערנט, אבער מיט די צייט זענען זיי געווארן אינגאנצן אפגעקילט, און זיי האבן ווייטער פארלוירן זייער חשק צו לעבן.

דאס האט ער נישט געקענט פארשווייגן, און דעריבער האט ער פרובירט אויפצודעקן די שלייער פון די חולקים, צו זאגן אז זיי מיינען גארנישט קיינעמ'ס טובה, נאר צו אונטערהאקן יענעם. ער פלעגט איבער'חזר'ן כמעט ביי יעדן שיעור אז א מענטש דארף שטענדיג האלטן פאר די אויגן אז ער זאל נאר אויסהערן איינעם וואס געבט אים עפעס אין לעבן, איינער וואס קען אים עפעס צוהעלפן ברוחניות ובגשמיות, ווען איינער

זייט 32

זייט 32
טעקסט

קומט דיר אפרעדן אז דו זאלסט אוועק גיין פון א פלאץ פון וואו דו שעפסט חיות, זאלסטו אייביג זען אויב יענער קען דיר ריפלעיסן און געבן די זעלבע מאס התחזקות, אויב יענער האט בעסערע עצות און מהלכים זאלסטו זיכער גיין צו יענעם, אויב אבער יענער קען דיר נאר זאגן וואס איז נישט גוט, און ער האט נישט עפעס בעסערס צוצושטעלן, זאלסטו וויסן אז יענער איז סתם א שגץ וואס וויל דיר אונטערהאקן די פיס, און זאלסט אנטלויפן פון יענעם באצייטנס.

ספר ארך אפים

איינע פון די ערשטע ספרים וואס מוהרא"ש האט ארויס געגעבן איז געווען דער ספר "ארך אפים", אינעם ספר האט מוהרא"ש געשריבן איבער אלע סארט ענינים וואס קענען מאכן טרויעריג א מענטש, און ווי אזוי מען קען זיך שטארקן ביי יעדן ענין. ווען מוהרא"ש האט עס געדרוקט צום ערשטן מאל, האט דאס אנגעהויבן א גרויסע מחלוקת אויף אים.

מוהרא"ש האט דאן דערציילט די מעשה וואס רבי נחמן האט דערציילט אז עס איז אמאל געווען איינער וואס זיין קינד איז אוועקגעפארן צו די מרחקים און ער האט זיך דארט אויפגעהאלטן א לאנגע צייט, ביי אנדערע מענטשן. ווען דער זון איז אהיימגעקומען האט ער דערציילט פאר זיין טאטע אז ער האט זיך געלערנט דארט ווי אזוי צו מאכן אן הענג-לייכטער, דער טאטע האט צוזאמגערופן אלע פאכלייט וואס קענען מאכן הענג-לייכטער'ס, אז זיי זאלן זעהן די קלוגשאפט פון זיין זוהן וואסערע געלונגענעם זון ער האט.

ווען די פאכלייט זענען זיך צוזאמגעקומען, האט דער זון ארויסגענומען א הענג-לייכטער וואס ער האט געמאכט, און ער האט זיי עס געוויזן, אבער עס איז זיי בכלל נישט געפאלן דעם לייכטער, אלע האבן געקרימט מיט די נאז. און ווען דער טאטע האט זיי געפרעגט פארוואס זיי קרומען מיט די נאז האבן אים געזאגט דעם אמת אז דער לייכטער איז בכלל נישט שיין, עס איז גאר מיאוס.

דער טאטע האט זיך זייער מצער געווען אויף דעם און ער האט פארגעהאלטן זיין זון אויף דעם, האט דער זון געענטפערט: "טייערע

טאטע, זאלסט וויסן אז אין דעם לייכטער ליגט א געוואלדיגע חכמה, ווייל אויב דו האסט באמערקט, האט יעדער פון די פאכלייט געקרימט אויף איין אנדערע טייל פונעם לייכטער, ביי איינעם איז דער טייל געווען מיאוס און אן אנדער טייל גאר שיין, און ביים צווייטן איז געווען פארקערט, דער טייל איז אים געווען שיין און דער אנדערע טייל איז אים געווען מיאוס, און ער האט געקרומט דערויף". און דער זון האט אויסגעפירט: "איך האב צוזאמגעשטעלט אזא לייכטער פון יעדנ'ס חסרונות, איך האב גענומען אלע חסרונות וואס יעדער האט, און נאר פון דעם האב איך געמאכט דעם לייכטער, און דערפאר האבן זיי אלע געקרומט דערויף, ווייל יעדער האט דארט געטראפן זיין חסרון, אבער באמת קען איך מאכן גאר גאר שיינע הענג-לייכטער'ס".

האט מוהרא"ש געזאגט אז די זעלבע איז מיט דעם ספר "ארך אפים", אזוי ווי ער האט דארט אפגעשריבן אלע חסרונות פון יעדן, ווי אזוי מען דארף האבן סבלנות אויפן יעדן פרט וואס גייט דורך אין לעבן, איינער פון זיך אליין, איינער פון די ווייב, איינער פון די קינדער, איינער פון פרנסה, איינער פון שכנים, און איינער פון חברים, ביי יעדע זאך דארף מען האבן אסאך סבלנות, און דערפאר האט יעדער געטראפן אינעם ספר זיין פראבלעם, און דאס האט אים געמאכט קריגן אויפן ספר, ווייל דער איז געווארן געטשעפעט ווען ער האט געזעהן ווי דער ספר רעדט פון שלום בית, און ער האט דאך אן ערנסטע פראבלעם אין שלום בית, און אזוי א צווייטער האט א פראבלעם מיט קינדער, און דערפאר האט יעדער רעאגירט אויף אן אנדער וועג, און אזוי איז געווארן די מחלוקת.

נאכן זען אבער אז מיטן רעדן און מסביר זיין קומט ער אינערגעץ נישט אן, האט ער אפגעמאכט אז ער וועט זיך מער נישט טענה'ן מיט מענטשן, ער וועט קיינעם נישט זוכן צו איבערצייגן, ער וועט נאר גיין זיין וועג, צו רעדן און שרייבן וואס ער האט צו פארקויפן, והבוחר יבחר.

תם ולא נשלם

נאכן אפשרייבן דעם גאנצן ארטיקל, שפיר איך אז איך ממש נאכנישט אנגעהויבן צו באשרייבן מוהרא"ש. א לעבן פון פינף און זיבעציג יאר פון אומאויפהערליך טון און טון נאכאמאל טון, איז

נישט במציאות אפצושרייבן אין ארטיקל, איין האב איך געשריבן גאר אין קורצן, ממש שפיץ אויפן גאפל, עטליכע נקודות איבער מ ו ה ר א " ש.

איך מוז אבער דעם ענדיגן ארטיקל אז עס זאל נאך קענען אריינגיין באצייטנס אינעם פה-סח אויסגאבע, מיטן אייבערשטנ'ס הילף האף איך ממשיך צו זיין אינעם קומענדיגן ארטיקל.

אחרי מות קדושים אמור, ווען א צדיק גייט אוועק פון דער וועלט דאן הויבט מען אן צוריק צו קוקן וואס ער איז געווען, און ב"ה אז מוהרא"ש האט אונז איבערגעלאזט א געוואלדיגע ירושה פון ספרים, און יעצט האבן מיר די געלעגנהייט אריינצוקוקן אין זיי מיט אן אמת'דיג אויג, און זען וואס טוט זיך אויף דער וועלט, ווי אזוי א מענטש קען האבן א גליקליך לעבן אויף דער וועלט, און אויסנוצן דאס לעבן אויפן בעסטן אופן.

וואס האב איך מיט די זקנים פון ברסלב? וואס האב איך מיט סיי וועמען? אז איך האב געטראפן א איד וואס רעדט צו מיין הארץ, וואס פארשטייט מיינע איבערגייעכצער, וואס האט פאר מיר א וועג צום אייבערשטן, וואס האט פאר מיר א וועג צו מצליח זיין אין לעבן, וועל איך נישט קוקן אויף קיינעם נאר לאורו נסע ונלך עד ביאת משיח צדקינו בב"א.

ביים ציון פון ר"ר אלימלך אין ליזענסק

ביים ביהמ"ד פון הבעש"ט

ביים ציון פון הבעש"ט

זייט 33

זייט 33
טעקסט

עס איז ליל שישי אויפדערנאכט. צענדליגער צי גאר הונדרעטער בעלי בתים זיצן ווי צוגעשמידט צום בענקל, נישטאמאל פילנדיג די שפעטע שעה וואס באווייזט זיך אויפ'ן זייגער. זיי זיצן און הערן דעם פה מפיק מרגליות וועלכער רעדט מיט א ספעציעל זיסע און געשמאקע שפראך דברי מוסר וענינים על הפרשה ועל עניני דיומא.

ניין, נישט אן איינמאליגער בעל דרשן וואס מ'האט ספעציעל און אימפארטירט...

נישט קיין טשולענט ווערן קוגל און סערווירט... וואך נאך וואך זיצן זיי אלע ביז'ן אמאל סוף-שיעור.

איז דאס ביז צוועלף אזייגער אויפדערנאכט און אמאל איז דאס א פערטל צו איינס...

א שיעור עיון יעדע וואכן נאכט, נאכט נאך נאכט א גמרא שיעור. און נאך איבער זיבן יאר האט מען געענדיגט מסכת שבת! )אין אלגעמיין לערנט מען איין א האלב וואכן א בלאט...!( ווען מען האט געלערנט הלכות תחומין איז דורכגעגאנגען מען הלכות עירובין בעיון.

ביי פרק רבי אליעזר דמילה )בערך 7 בלאט( זענען מוהלים מומחים געקומען ספעציעל זיך משתתף זיין צו פארברייטערן זייערע ידיעות אין הלכות בעניני דמילה. דאס אליין האט גענומעןכמעט א האלבע יאר. איין מוהל מומחה וואס האט שוין הונדרעטער אידישע קינדערלעך אריינגעברענגט לבריתו של אברהם אבינו, האט זיך אויסגעדרוקט: "מען האט געקענט מיינען אז דער מגיד שיעור אליין איז א מוהל מומחה, און נאר דאס לערנט ער א גאנצן טאג!" א צווייטער האט זיך אויסגעדרוקט: "איך האלט שוין ביי איבער 500,1 ברית'ן! און נאכאלץ האב איך מיר דא אויסגעלערנט חידושים נפלאים!"

הרה"ג ר' ישראל דוד שלעזינגער )אדער "שלזינגר" ווי ער שרייבט עס( איז געבוירן אין יאר תשכ"ג-כ"ד, צו זיין חשוב'ן פאטער הרה"ג רבי שמואל עקיבא מרגליות יפה שלעזינגר שליט"א, דער ברייט-באקאנטער רב אין דער שטאט שטראסבורג.

זיין טאטע, אלס אן אייניקל פון הייליגן "חתם סופר" זי"ע, האט אלץ אריינגעלייגט אין אים די

השקפות און די פסקים וואס זיי האבן מקובל פונעם הייליגן זיידע. און טאקע רוב פון זיינע פסקים ומנהגים, סיי פאר זיך פריוואט, און סיי אויף וועלכע זיין קהילה איז געבויט, איז מיוסד אויף די פסקי ומנהגי החת"ס.

אין פערזענליכן זין איז ר' ישראל דוד אן אייגנארטיגן טיפ. אזא חסידישער סארט יעקע, געמישט מיט בלוט, פראנצויזישע תורות, פוילישע ליטווישע לומדות און חסידישע ווארימקייט. ער גייט געקליידעט רעקל קורצער א מיט א קראך-היטל אינדערוואכן, און א פלאכע מצה-שטריימל און בעקיטשע אום שבת.

האט בנעוריו ער געלערנט אין דער ישיבה באוואוסטער רבתי דלוצערן אין שווייץ, ביי הגאון רבי יצחק דוב קאפלמאן זצ"ל, וואו ער האט מקבל געווען רוב תורתו וחכמתו, אזש כמעט וואס ס'איז נישט דא קיין איין שיעור וואו ער דערמאנט נישט כאטש איין מאל א מעשה'לע צי א דבר תורה פונעם ראש ישיבה זצ"ל.ער איז פון די איינציגסטע תלמידים וואס האבן זוכה געווען צו אזא נאנטן קרבות און נשיאת חן. ער איז באקרוינט געווארן מיט'ן טיטול "תלמיד מובהק" דורכ'ן ראש ישיבה אליין.

ווי עס פארציילן תלמידי הישיבה פון יענע יארן, איז רבי ישראל דוד לאו דוקא געווען דער אויסגערופענער למדן אין דער ישיבה. אבער א מתמיד עצום. ער פלעגט לערנען שעות לאנג מיט חברותות און אליין, און צו גארנישט מפסיק געווען.

ר' ישראל דוד האט זיך באקאנט געמאכט מיט זיין מאור פנים נאך אלס בחור. ער איז נישט געווען דער שטילער בחור אינדערזייט. יעדעס מאל א נייער בחור איז אנגעקומען אין ישיבה האט ער פארמאכט זיין

זייט 34

זייט 34
טעקסט

ספר און אים מקבל פנים געווען מיט א ברייטן שמייכל, אים צוגעוויזן א ליידיגן בעט, געוויזן ווי דער חדר האוכל איז א.א.וו. הערשט ווען דער פרישער תלמיד איז שוין געווען היימיש און באקוועם איז ער צוריקגעגאנגען צו דער גמרא.

דער ראש ישיבה – וועלכער ווי באקאנט איז געווען גאר א שטרנגער און ערליך מקיים געווען דעם זרוק מרה בתלמידים -- פלעגט יעדע נאכט פארטרייבן די בחורים פון בית המדרש אריין אין בעט. אויסער ר' ישראל דוד. ער איז געווען אן אויסנאם. ער פלעגט בלייבן זיצן און לערנען ביז די שפעטע נאכט שעה'ן. אבער ווען ס'איז געווארן אינדערפרי איז ער ווידעראמאל געווען פון די ערשטע אין בית המדרש.

כשהגיע לפרקו האט ער חתונה געהאט מיט דער טאכטער פון הנגיד ר' אהרן פישר הי"ו, פון בארא פארק וועלכער האט זיך מתחייב געווען אים אויסצוהאלטן כל ימי חייו.

נאך דער חתונה האט ער געלערנט אין כולל זכרון מנחם, בראשות פון הרה"ג ר' חיים פלאהר שליט"א, אין מאנסי. ס'איז ביי אים אלעמאל געבליבן א שטארקע קשר ידידות צום פלאץ דארט, און אפילו נאכן עפענען זיין אייגענע קהילה, ביז זיין בנין איז פארטיג געווארן, פלעגט ער דאווענען דארט שחרית און מנחה. יעדע דאנערשטיג נאכמיטאג קומט ער נאך דארט לערנען מיט זיין חברותא, דער לעגנדארער הרה"ג רבי יהושע כהן שליט"א, פון סקווירא, פאר אפאר שעה.

עס איז היבש קאמיש און זיך צו האלטן ביי די זייטן ווי רבי ישראל דוד קומט אן מיט צוויי בעגס פון ספרים, ארויסנעמענדיג א רשב"א, א ריטב"א, און נאך פילע לומדישע יקר מציאות'דיגע ספרי שו"ת, ווידעראום רבי יהושע כהן קומט צו רייטן מיט א זוהר, א נועם אלימלך און מאור עינים, און ספרי קבלה... אזוי טוהן זיי דורך זייערע סגיות בעמקות, רי"ד מיט זיין לומדות און ר"י כהן מיט זיין קבלה, חסידות און קאמפיוטער...

אינטרעסאנט צו באטאנען וויאזוי זיין שחרית פלעגט דעמאלס אויסזען. ער פלעגט לייגן תפילין בערך 7:30 צופרי אין כולל, און דארט בלייבן א שטיק צייט זאגן קרבנות וכדו', דערנאך פלעגט ער אריבער שפאצירן צום שכינות'דיגן בנין ביהמ"ד מחזיקי הדת דחסידי בעלזא וואו ער פלעגט זיך צוכאפן צו אינטערסאנטע ספרים און דארט אריינבליקן... ביז ער האט קוים געכאפט די 9:30 הודו מנין אין בעלזא... נאך אשרי און ובא לציון איז ער צוריק אין כולל, וואו ער האט משלים געווען זיינע תפילות. דאן פלעגן קומען נצרכים פאר נתינות הגונות און סתם אידן זיך שואל עצה זיין. אזוי איז ער געווען פארנומען אויפנעמען מענטשן ביז חצות, יעדן איינציגן טאג.

מיט יארן צוריק איז ער געווען אויפגענומען אלס דער רב פון קהילת "תפארת משה" וואו איז היינט משמש ברבנות הגאון רבי מרדכי בעק שליט"א, אבער לא ארכו ימים על ממלכתו. נאך א גאר קורצער

תקופה אויף זיין רבנות פאסטן איז ער געפלויגן פון דארט.

האט דאס אן געברענגט אויפברויז ביי פילע הקהלה חברי ספעציעל ביי אזעלכע זיך האבן וואס געלאזט קאסטן ביים בויען דעם ביהמ"ד תפארת משה בלויז לכבודו פון רבי ישראל דוד, דעריבער האבן זיי געמאכט א טיילונג און געגרינדעט א נייע קהילה מיט'ן נאמען: "שערי תפילה", וואו רבי ישראל דוד האט געדינט אלס רב און מגיד משרים.

עס האט זיך געגרינדעט אין איינעמס בעיסמענט, און ווען ס'איז געווארן עומדים צפופים האט מען געטראפן א צווייטע בעיסמענט... דערנאך האט מען זיך אריבערגעצויגן אין א ריזן הערליכן צימער אין שטוב פון איינעם פון די מתפללים וואו בדוחק האט געקענט אריינגיין קרוב די קרוב צו 003 מתפללים... קיין ווייבער שול האט עס נישט פארמאגט, ווי אויך איין קליינעם בית הכבוד'ל פאר די גאנצע קהילה...

דארט איז דער מצב געווען פארהעלטניסמעסיג סטאביל פאר א לענגערער וויילע אבער קיין פלאץ פאר די שיעורים איז נישט געווען דארט. דעריבער זענען די שיעורי עיון אויפדערנאכט פארגעקומען ביי רבי יחזקאל דייטש אין ביהמ"ד, אזוי אויך די זונטאג שיעורים איבער פירוש התפילות און מנחת חינוך. די ליל ששי שיעורים האט מען איינגעארדנט ביי איינעם אינדערהיים, און די ברייט באקאנטע מוצאי שבת נ"ך שיעורים זענען פארגעקומען אין ביהמ"ד בית תפילה.

אזוי האט זיך עס געשלעפט א לאנגע וויילע ביז איינער הר"ר דניאל רוקח המכונה אדמו"ר מ'ליזענסק האט אפגעקויפט דעם הויז. איז מען ווידער געגאנגן אין גלות אין קעלער פון הר"ר דוב גליק ז"ל פארשטיפטערהייט, ביז דעם אייגענעם פראכטפולן בנין איז פארענדיגט געווארן.

דער נייער מולטי-מיליאן דאלערדיגער ביהמ"ד איז ממש א סטעיט אף דע ארט. אין יעדן דעטאל איז אריינגעגאנגען קאפ און מח. די מארבל איז אימפארטירט געווארן פון פראנקרייך און דער ארון קודש איז א ריכטיגע אלטמאדישע א י י ר א פ ע י ש ע ארט ווארק מיט א אנטיק פראכטפולן קרוין דערויף. איך אליין האב אים אמאל פארוואס געפרעגט ס'איז נישט פארהאן א שענדאלעיר, האט ער געענטפערט אז איך זאל רעדן מיט'ן פרעזידענט דערוועגן; זאגט מיר דער פרעזידענט אז מען האט שוין געזען איבער

זייט 35

זייט 35
טעקסט

150 סעמפלס און נאכנישט געטראפן א צוגעפאסטן...

הערשט דאן האט זיין הרבצת התורה דערגרייכט א פרישער פרעצעדענט.

די שיעורים האבן אנגעהויבן פליסן ווי קיינמאל בעפאר. יעדן טאג עטליכע שיעורים. אבער נישט סתם שיעורים, נאר טיפזיניגע עיון שיעורים אין גמרא תוס' מיט ראשונים, אחרונים, ביז א דיוק אין שו"ע אויב ס'שטומט, און מיט וועלכע גירסא אין דער גמרא... פירושי תפילה אויף יעדן קוצו של יוד, יעדער מנהג און יעדער נוסח זאל שטימען.

רבי ישראל דוד אליין זאגט אז ער דארף האבן אריכת ימים ושנים אנצוקומען ביז שמונה עשרה, דערנאך וואס שוין קרוב צו צוואנציג יאר לערנט ער פאר פירוש התפלה, און קוים האלט מען ביי סוף פסוקי דזמרה... די שיעורים אין מנחת חינוך און אויף שיר השירים, תהילים, און געוויס נ"ך וואס מען לערנט שוין פילע יארן יעדן מוצאי שבת במשך די ווינטער חדשים, און מען האלט שוין ביי שמואל ב'!..

אויך לערנט ער פאר פרקי אבות במשך די לאנגע נאכמיטאג שבתים און פון צומאל טרעט ער אויף מיט דברי מוסר והתעוררות.

מיט דעם נייעם בית המדרש האט מען מוסיף געווען נאך א שיעור יעדן פרייטאג צו נאכטס נאך קבלת שבת, אויף דער פרשה. און אויך א שיעור שבת צופרי פאר'ן לייענען.

ביי זיינע שיעורים זעט זיך אן א השתתפות פון הונדערטער אידן פון מאנסי און קרית יואל און אומגעגענט. עס זענען אפילו דא א שיינע צאל קביעותדיגע קארס וואס ברענגען מענטשן פון סקווירא צו אלע זיינע שיעורים. אויך זענען דא מענטשן פון דער שטאט וואס קומען צו פארן.

דערצו האט ער טויזנטער מבקשים )בלי גוזמא( וואס זענען שומעי לקחו דורך די "לייוו שיעורים" אויף קול הלשון. זיינע שיעורים ווערן רעקארדירט דורכ'ן געטרייען משב"ק ר' אלימלך גלאנץ הי"ו און פארקויפן זיך אין די צענדליגער טויזנטער.

זיין ציבור האט זייער שנעל אנגעפילט די בערך 400 זיצן וואס זיין ביהמ"ד אנטהאלט. ווען עס קומט פאר א יו"ט ווען עס קומען פילע נישט קבועים צו הערן דברי הכנה בהלכה ובאגדה צום בעפארשטייענדיגן יו"ט דארפן צענדליגער משתתפים שטיין ביים עק ביהמ"ד אדער אין פאליש פארשטיפטערהייט.

רבי ישראל דוד שטייט מיט מסירת נפש נישט צו פארפאסן א שיעור, סיידן צוליב א משפחה שמחה, וואס דאן וועט נישט זיין קיין שיעור. אבער ער וועט קיינעם נישט מודיע זיין אז היינט איז נישטא קיין שיעור ווייל ער וויל אז דער עולם זאל סייווי קומען אין ביהמ"ד, און איינמאל מ'איז שוין דארט וועט מען לשיטתו בלייבן לערנען א שעה צייט...

ער פארט אסאך ארום די וועלט פאר בליץ-באזוכן צוליב שמחות און משפחה אנגעלעגענהייטן, אבער ער וועט כמעט קיינמאל נישט אויפטרעטן דארט ביי דרשות אדער מאורעות. א יוצא מן הכלל איז געווען ביי א דינער לצדקת רבי מאיר בעל הנס אין לאנדאן, וואו ער איז געווען נואם הכבוד, צוליב דעם וואס דער דינער איז געווען מוקדש געווארן לע"נ זיין שוואגער.

ווען ער קומט אהיים פון די מרחקים וועט קיינמאל נישט זיין א תירוץ אז ער איז צו אויסגעמוטשעט פונעם וועג. דער נעקסטער שיעור וועט ער שוין פארלערנען מיט'ן גאנצן שטארקייט. איין פאל געדענק איך ווען ער איז געפארן קיין ארץ ישראל צו דער חתונה פון א בעל תשובה זיינס א נאנטער. ער האט געלאנדעט הארט פאר דער חופה צוריקגעפארן יענעם פארטאגס, און יענע אויפדערנאכט איז פארשטייט זיך שוין פארגעקומען א שיעור...

זיינע גמרא שיעורים זענען אויסגעבויעט מיט עמקות, נישט קיין חילוק פון אן אגדתא גמרא אין מס' מגילה )וואס האט גענומען איבער 7 יאר צו לערנען, און מ'האט נאכנישט געענדיגט...( צי א שווערע סוגיא אין שבת. גמרא, ראשונים ואחרונים. אויך איז ער ספעציעל אין טרעפן אלטע אינטרעסאנטע ספרים דארונטער פריערדיגע ספרד'ישע גדולים וכדו' וואס רעדן פון אינגאנצן אן אנדערן ענין, און פון דארט צוריקומען צו אונזער סוגיא ווי אלעס ווערט פארעענטפערט אזוי שיין און געשמאק בלויז פון איין ווארט מדויק וכדו'.

זיינע נ"ך שיעורים זענען בעיקר אויסגעבויעט פון פירושי ראשונים אויפ'ן פלאץ און מאמרי חז"ל פון דער גמרא און מפרשי הש"ס. ביים נ"ך שיעור איז ער אמאל זיך מקיל צו דערציילן א מעשה'לע לכבוד מוצאי שבת, אדער צו נוצן דעם בלויען ספר )גלגולי נשמות פון רמ"ע מפאנו, און אנדערע ספרי קבלה...(

זייט 36

זייט 36
טעקסט

די ליל ששי שיעורים זענען בעיקר מוסר שמועסן, באזירט אויף א געדאנק פון דער פרשה, דורכגעפלאכטן מיט מאמרי קדמונים, ספרי מהר"ל ורבי צדוק הכהן, און ספרי חסידות. בעיקר פון קאצק/אוזשביצא. שפת אמת, חי' הרי"ם, שם משמואל. אויך משך חכמה. בקיצור לומדיש'ע, פויליש'ע און בליציגע חידושים.

רבי ישראל דוד איז באקאנט אלס דער אויסגערופענער וועלטס מגיד מישרים. ער איז באוואוסט אלס גאר א שטארקער רעדנער, פליסיג, poweful און דורכגעטראכט, א לשון לימודים, בקי בכל חדרי התורה, און האלט גוט געשפאנט דעם עולם ווען ער וויל.

ער ברענגט זיך ארויס מיט זיין זיסע שפראך און טיפע הומאר אזש מ'צולאכט זיך פון מאל צו מאל הויך אויפ'ן קול. אבער ער פאר זיך בלייבט ערנסט די גאנצע צייט, ווי זיין געזיכט פארמאגט ווען נישט דעם ארט צו שמייכלען... ביז...

עס איז נאכ'ן שיעור ווען מאנכע גייען אריבער, צי מיט א קשיא, צי מיט סתם א בקשה אדער ברכה, וואס דאן נעמט ער יעדן אויף מיט א שמייכל בסבר פנים יפות און מיט הלל'ס געדולד.

ביינאכט פורים פארברענגט מען ביים רב אינדערהיים פאר לאנגע שעה'ן. מ'זינגט פאר שעות און ער רעדט פאר שעות לאנג. פורים בייטאג קומט דער גאנצער עולם ברענגען משלוח מנות. יעדן נעמט ער באזונדער מיט א שמייכל און פרעגט: "וויין אדער גרעיפ דשאוס?..." ער ווארט מ'זאל מאכן א הויכע ברכה, ער ענטפערט אמן און וואונטשט אן ברכות און ישועות.

כך מעשהו בכל היום כולו. פון גלייך נאך שחרית ווען מען פאנגט אן קומען ביז... די גאנצע צייט שטייט ער אויף די פוס און טיילט משקה ברכות. מיט צומאל ווערט ער איבערגעהאקט מיט א טעלעפאן רוף מחוץ לעיר, אדער פון א וואס משולח גייט ארויס פון דארט מיט א שיינער נתינה. מיט עטליכע יאר צוריק האט דער גבאי געמוזט פארשפארן

די טיר 15 מינוט פאר די שקיעה כדי ער זאל זיך קענען וואשן פאר די "ערשטע" סעודה!

פארקערט פון אסאך משפיעים, זוכט ער בעיקר אז זיין השפעה זאל בעיקר זיין דורך די שיעורים און שיחות מוסר והתעוררות און לאו דוקא מיט א פערזענליכן קשר איבער פריוואטע ענינים. ער מאכט בכלל נישט קיין וועזן פון זיך אדער פון זיין כבוד התורה... סידור קידושין זאגט ער געווענליך אפ, אבער צומאל קען ער עס יא אננעמען, פאר סנדקאות פארט ער אפילו מחוץ לעיר.ער שטעלט זיך אסאך מאל אראפ צו שמועסן מיט א יונגל אדער בחור'ל און אים אויסהערן. ביי אים שפירט יעדער חשוב און טייער און נישט פארקערט.

טאטע זיין ווען קומט אמאל צו פארן פון אין וויילן שטראסבורג אמעריקע, מאכט ער זיכער זיך צו משתתף זיין ביי אלע שיעורים פון זיין זון. און דער זון איז טאקע מקפיד נישט אנצופאנגען ביז זיין טאטע קומט אן. הערשט דאן הויבט ער אן דעם שיעור מיט די ווערטער: "ברשות אבי מורי ורבי"...

א גאר אייגנארטיגער שטריך פון הרב שלעזינגער, אז הגם ער איז פון די פאפולערסטע רבנים אין דער שטאט מאנסי און איז ווייט פון א צוריקגעצויגענער, פארקערט גאר, ער האט אין אויסגעשפראכנקייט, זיך דאך נעמט ער כמעט נישט קיין עמטליכע און עפנטליכע שטעלונג אין סיי וואס פאר א שטאטישע אנגעלעגענהייטן. ער קומט כמעט נישט צו קיין רבנישע אסיפות, און זיין חתימה פיגורירט זעלטן אויף א קול קורא.

אבער אויב מאכט זיך א פירצה, לשיטתו, אין שטאט, וועט ער אלעמאל מוחה זיין ביים שיעור. אמאל מיט א ווערטל און אמאל שארף. צומאל וועט ער אפילו ווידמען א חלק שיעור איבער דער פירצה אדער דער דבר הצריך תיקון. ווער געדענקט דען נישט די דרשה אין וועלכער ער האט שארף ארויסגעטרעטן קעגן דר. טענדלער. מיט זיין קול מחאה האט ער אויפגעציטערט די גאנצע געמיינדע. מיט אן אומבויגזאמער "לא תגורו מפני איש" האט ער מוחה געווען פאר זיין ציבור וואס נעמט אריין פילע מאדערנע אידן, דאקטורים און לויערס!

הרב שלעזינגער האט זיך אמאל אויסגעדרוקט צו מיר פערזענליך בערך כהאי לישנא: "איך בין א רב פאר מיין קהילה, נישט פאר די גאס. אבער נאך ווי איז ער אן איבערגעגעבענער רב פאר זיין קהילה... פילע מענטשן, אפילו נישט פון זיין קהילה, קומען זיך כסדר שואל עצה זיין און דורכשמועסן, צי מעדיצינישע אנגעלעגנהייטן, צי חינוך, שלום בית, צי סיי וועלכער פראבלעם. ער איז משונה'דיג קלוג. שווער אים אויסצונארן אדער אויסרעכענען )מבשרי אחזה...( ער האט א ליסטע פון יתומים ואלמנות, וואס חוץ זיין געלט שטיצע מיט וואס ער שטיצט זיי, וואס ער באקומט חודש'ליך פון מערערע נגידים און גבירים צו פארטיילן, רופט ער יעדען ערש"ק צו וואונטשן א גוט שבת. געוויסע רופט ער יעדן ער"ח אדער

זייט 37

זייט 37
טעקסט

ערב יו"ט.

צומאל ווען איך פלעג אים ארום פירן )ווער אוטא מיט'ן פלעגט נישט?...( זאגט ער מיר שטעל דיר אפ ביי דעם מענטש פאר אפאר מינוט. פרעגענדיג איינגעהאלטענערהייט אז מ'האט דעם מענטש הערשט לעצטע וואך געגעבן א נתינה, קוקט ער מיר אן מיט זיין שארפן בליק אז איך האב איינגעפאקט!... צומאל פלעגט ער ארומפארן צו מענטשן באזוכן פשוט זיי צו מחזק זיין.

אויף ימים נוראים פלעגט ער אלץ פארן קיין שווייץ צו זיין ראש ישיבה, פארוויילן ביי אים אויף די הייליגע טעג, וואו ער פלעגט זיין דער בעל תפילה און בעל תוקע יעדן יאר. אזא זיסע הארציגע דאווענען האב איך נאך קיינמאל געהערט! מיט א מתיקות, אבער א שטארקייט. מיט א ווייכקייט וואס שניידט דורך די ביינער! אפילו פון שווייץ פלעגט ער רופן די צעבראכענע נפשות ווואונטשן א גוט געבענטש יאר.

די לעצטע פאר יאר האט ער שוין א כמעט פול טיים גבאי, די קהילה האט אים געקויפט א קאר, און מיט דעם פירט ער אים ארום וואו אימער ער דארף צו גיין.

נאר איין טאכטער חתונה געמאכט דערווייל. מיט א לאנגע ליין פון בחורים צו גיין...

ער האט געזוכט פאר די טאכטער וואס איינער איז א .מתמיד.

ידען.

למדן.

חסידי'ש. נישט פ א ר פ ר ו מ ט.

אביסל ישיבה'יש.

האט למעשה ער געטראפן א חסיד.

גור'ער פון תלמיד בריסק.

שוין ווי איז געשריבן, ער געווען זייער זייער נאנט מיט זיין ראש ישיבה

זצ"ל, עד כדי כך אז ווען ער האט חתונה געמאכט איז דער ראש ישיבה ספעציעל געקומען צו פארן צו דער חתונה אין מאנסי פון שווייץ, צו טאנצן א מצוה טענצל...

אויך האט ער פארברענגט ביים שבת שבע ברכות אין מאנסי, וואו די הרב קאפלמאן זצ"ל האט געגעבן א דרשה ביי שלש סעודות.

הונדערטער ה ו נ ד ר ע ט ע ר אידן זענען זיך צונויפגעקומען הערן זיין דרשה דאן. דער זאל אין ביהמ"ד האט נישט פארנומען אזויפיל נפשות. דעריבער האט מען געבענטשט, און דערנאך, פאר מעריב, האט דער ראש ישיבה גערעדט אין ביהמ"ד. מה נהדר היה המחזה ווי פילע הונדרעטער חסיד'ישע אידן וועלכע האבן נישט געקענט זען די לעכטיגע צורה פונעם ראש ישיבה, האט מען זיך אויפגעשטעלט אויף בענקלעך... דערנאך אויף די טישן... די ליווישע/יעקישע מתפללים האבן געקריצט מיט די ציין, אבער האבן גארנישט געקענט שרייען אלס כבוד פונעם ראש ישיבה...

תם ולא נשלם, מיט דעם שלוס איך מיין מנחת עני וואס ענטהאלט עטליכע ביאגראפישע און אנעקדאטישע שטריכן איבער דעם לעבן און שאפן פון דעם חשוב'ן רב בישראל, וועמען די היסטאריע וועט געוויס באזארגן א באקוועמען ארט אינעם ביכל פון לעגענדארע מגידי מישרים, אויב נישט דער סאמע גרעסטער מגיד אין זיינער צייט.

זייט 38

זייט 38
טעקסט

זרח אור

מעמוארן פון א תלמיד

דורך: לית דין בר נש רעדאגירט: שמעקעדיג

הגאון הגדול רבינו זרח אפרים זלזניק זצ"ל

זיין זוהן ר' יאשע בער און ער האט אים געפרעגט, פארוואס איז ר' אפרים געווען אנגעצויגן ווען ער איז אריינגעקומען רעדן אין לערנען מיט מיר? האט רבי אפרים איז געבוירן געווארן י' אב תרצ"א צו זיין טאטע הרב שלמה ר' יאשע בער געענטפערט אז ער איז געווען פארנומען מיטן זיך אריבערציען זלמן ז"ל און זיין מאמע לאה ע"ה זלזניק. זיין טאטע א דירה, האט זיך דער רב בארואיגט. אזוי האט זיך דער איז געווען ראש ישיבה אין ישיבת עץ חיים. ר' אפרים רב כסדר געזארגט פאר ר' אפרים.

האט אין זיינע יונגע יארן געלערנט אין ישיבת עץ חיים ווען ער האט געלערנט אין ישיבת עץ חיים, האט זיך און ער איז געוועהן זייער נאנט מיט הגאון רבי איסר אמאל געמאכט א חבורה בחורים וואס זענען געפארן זלמן מלצר זצ"ל. אלץ יונגער בחור איז ער געווען א בן צום חזו"א זצ"ל פאר א ברכה און צו רעדן און לערנען בית ביי רבי איסר זלמן, און ער פלעגט שלאפן ביי אים מיט אים. ר' אפרים איז מיטגעפארן, אבער ער האט אין שטוב און האט אים משמש געווען. איין יאר איז ער גארנישט גערעדט. ער איז געשטאנען אין דער זייט געשלאפן סוכות ביי אים אין סוכה, האט ר' איסור זלמן און פשוט געקוקט אויפן חזו"א, באטראכטנדיג צורת זיך אנגערופן צו איינעם ביי זיך אין שטוב: "איך דארף קדשו. דער חזו"א האט דאס באמערקט, האט ער אים נאכאמאל איבערלערנען הל' סוכה ווייל דער בחור איז צוגערופען און געפרעגט זיין נאמען און זיין מאמע'ס כל כולו יראת שמים און ער שאקלט מיר אינגאנצן נאמען, און האט אים אנגעווינטשן ער זאל האבן אויף"! דאס האט ער געזאגט אויף אים ביי די פופצן א אפענע הארץ אין תורה. און ר' אפרים האט אלץ יאר.

געזאגט אז פון דעמאלס אן האט ער געשפירט בחוש שפעטער איז ער געגאנגען לערנען צום בריסקער ווי זיין קאפ האט זיך אויפגעמאכט אין לערנען. און ער רב זצ"ל, ווי ער האט זוכה געווען צו א מורא'דיגע האט טאקע א נאמען געגעבן זיין זוהן "אברהם ישעיה", חביבות ביים רב הגרי"ז זצ"ל, ווי הגאון ר' מענדל אטיק נאכן הייליגן חזו"א פאר דער טובה וואס ער האט אים און הגאון רב"ד פרובוסקי זצ"ל פלעגן אלץ זאגן, "מיר געטוהן.

האבן אויך גערעדט מיטן רב, אבער דאס חביבות וואס

תורתו ועבודתו

באמצע הלימוד דער רב האט אים ארויסגעוויזן דאס זיינען אונז אים מקנא". אפילו ווען דער רב איז שוין געווען שוואך און ר' אפרים איז געווען א מגי"ש אסאך יארן אין ישיבת מצוינים ווי ער האט מען פלעגט נישט אייביג פארגעלערנט שיעורים טעגליך. שפעטער ווען הגאון ר' מענדל אטיק האט אריינלאזן תלמידים, איז געוואלט עפענען זיין ישיבה, האט ער געזאגט, איך עפן נאר א ישיבה אויב אבער ר' אפרים געווען הגאון ר' אפרים איז גרייט צו קומען ווערן מגי"ש! און ר' אפרים איז טאקע אן אויסנאם, און אים דעמאלס אריבער צו האט מען שטענדיג אריין ישיבת ארץ צבי ווי ער געלאזט.

איז געווען דער מגי"ש ביז זיין פטירה כ"ה שבט קינדער זיינע תשס"ה.

דערציילן אז ער האט אמאל שפאצירט אין גאס אטיק דוד ר' און ער איז געווען זייער פארציילט אז ווען ער פארטראכט פון זיין מצב ניגון בדביקות איז געגאנגען לערנען ברוחניות, אינמיטן וועג אין ישיבת מצוינים ביי איז אים דער רב אנטקעגן געקומען, האט דער רב אים געפרעגט, "פארוואס ר' אפרים )בדרך אגב עם הגאון ר' מענדל אטיק ביסטו צובראכן? עס איז דאך גוט, דו ביסט גוט"! אמאל האט ער אריינגערופן

זייט 39

זייט 39
טעקסט

עם הגאון ר' מענדל אטיק עם הגאונים ר' מענדל ור' אברהם אטיק האט ר' מענדל אים דעמאלס געזאגט, זאלסט וויסן איך שיק דיר לערנען ביי א קדוש וטהור און א רב הדומה למלאך ה' צבאות(, איז אויך דעמאלס געקומען א בחור פון בני ברק דארט לערנען, עס איז יענע יארן נאכנישט געווען איינגעפירט אז בחורים פון איין שטאט זאלן פארן לערנען צו א צווייטע שטאט, האט ר' דוד אים געפרעגט, פארוואס ביסטו אהערגעקומען לערנען?

האט אים דער בחור געענטפערט, איך בין אריין צום סטייפלער פרעגן וואו איך זאל גיין לערנען, האט אים דער סטייפלער געענטפערט בזה הלשון: "היינט איז שוין נישט דא קייין גוטע מגידי שיעורים וואס לערנען אויס גוט צו לערנען, דאס איז שוין בטל, אבער איך האב געהערט אז עס איז דא א חשובע'ר איד אין ירושלים וואס הייסט ר' אפרים זלזניק, און אויף אים זאגט מען אז ער איז נאך א גוטער מגיד שיעור".

ר' אפרים איז געווען א מגיד שיעור

איידער ער האט אנגעהויבן צו לערנען פלעגט ער קוקן אויף א בילד פון רי"ל דיסקין זצ"ל, דאס האט אויף אים ארויף געברענגט א יראה, און ער האט זיך גלייך דערויף געזעצט לערנען. ער פלעגט האבן א סדר פון לערנען 8 שעה ברצופות. איינמאל ער האט אנגעהויבן לערנען האט מען אים נישט געקענט מער מפסיק זיין. איינמאל האט ער געקוקט אויפן בילד אבער ער האט נאכנישט אנגעהויבן לערנען, און זיין ווייב איז אריינגעקומען, זי האט עפעס זייער וויכטיג געדארפט רעדן מיט אים, ער האט איר געוויזן אז ער קען נישט יעצט רעדן ווייל ער האט שוין אנגעהויבן לערנען, האט זי אים געזאגט: "דו ווייסט איך שטער דיר קיינמאל פון לערנען, אבער יעצט איז עס גאר וויכטיג, און אויב וועל איך נישט יעצט רעדן מיט דיר וועט עס דארפן ווארטן ביז דעם קומענדיגן טאג"! אבער הוא בשלו, ער האט בשום אופן נישט מפסיק געווען, און ער האט שפעטער מסביר געווען אז דאס קוקן אויפן בילד איז שוין אויך א חלק פונעם לערנען.

א געוויסע תקופה האט ער געלערנט מיט הגאון ר' אברהם אטיק בחברותא יעדע נאכט אין אחוה שוהל, און ער האט קיינמאל נישט צוגעמאכט די גמרא ערשט, ד.ה. ער האט נישט געוואלט זיין דער וואס איז מפסיק דאס לערנען, נאר ווען ר' אברהם האט זיך געוואלט גיין לייגן האט ר' אברהם ערשט פארמאכט זיין גמרא, און הערשט דערנאך האט ר' אפרים פארמאכט זיינס. אמאל האבן מענטשן געבעטן פון ר' אברהם ער זאל נישט צומאכן זיין גמרא, און לאמיר זעהן ווילאנג ר' אפרים וועט זיך האלטן... וכך הוה, ער האט טאקע אזוי געטוהן, און זיי זענען געבליבן לערנען ביז ר' אפרים'ס רביצין איז זיך געקומען בעטן ביי אים ער זאל צומאכן זיין גמרא, ווייל כידוע איז ר'

עם תלמידיו

וואס מען זעהט נישט בכלל היינטיגע צייטן. זיין עבודה אז דער שיעור זאל געלונגען איז געווען אויסטערליש. קודם האט ער נישט נישט אנגענומען א מגיד שיעור פאסטן ווילאנג ער האט געענדיגט צוויי מאל גאנץ ש"ס, ער האט געזאגט אז ער קוקט זיך פאר פאר יעדע שיעור לכה"פ 81 שעה! ווילאנג ער איז נאך געווען בכח פלעגט ער פאסטן ביז נאכן שיעור. ער פלעגט נעמען א ברכה פארן אריינגיין צום שיעור פון א שואל ומשיב וואס פלעגט זיצן ביי זיין שיעור, צי פון דער וואס פלעגט אים משמש זיין, און ער פלעגט בעטן "ווינטש מיר אהן דער שיעור זאל זיין מיט הצלחה". ער פלעגט געבן צדקה בעפאר יעדע שיעור 05 צו 001 ש"ח אז דער שיעור זאל אדורכגיין מיט הצלחה.

עם ר' דוד סלובציק עם ר' מאיר ברנסדרפר

אפרים געווען גאר א שוואכער מענטש, און זי האט געוואוסט אז דאס וועט אים שאטן.

ראחמיסטריבק'ער רבי פון ירושלים זצ"ל פלעגט אויך לערנען דארטן אין אחוה שוהל, האט ער אמאל זיך אויסגעדרוקט פאר זיין חברותא: "איך ווייס נישט ווען דער איד שלאפט, ער זיצט דא שפעט ביינאכט און 03:3 זעה איך אים שוין אין מקוה!" ער פלעגט גיין מער ווי איינמאל א טאג אין מקוה, פארן דאווענען איז ער נאכאמאל געגאנגען אין מקוה און ער האט אראפגעלייגט א מורא'דיגע עבודה ביים דאווענען.

עם ר' מאיר סלובציק עם רש"ז אורבוך

זייט 40

זייט 40
טעקסט

מדותיו, קדושתו ופרישתו

איבער זיין קדושה און יראה קען מען גאר אסאך שרייבן. ער פלעגט זיך אלץ אויסדרוקן, "דער יצר הרע איז א מלאך, ווער קען זיך שלאגן מיט א מלאך?" אזוי האט ער געלעבט אלע יארן אז מען טאר זיך גארנישט נאכגעבן ווייל מיטן יצר הרע קען מען זיך נישט שלאגן. זיין שמירת עינים איז געווען אויסטערליש, אז עס זענען געווען נשים פארנט פון אים פלעגט ער לויפן פאראויס כדי נישט צו זיין אחורי אשה. ער פלעגט פארלערנען שבת א שיעור חומש רש"י אינדערהיים, אין די זומער טעג פלעגט זיין גאר הייס, קיין עיר קאנדישן האט נישט געארבעט, פלעגט ער לאזן עפענען די פענסטער. אבער אויב האט מען געהערט א קול פון א קליין מיידל זיך שפילן אינדרויסן האט ער אויפן רגע געהייסן פארמאכן די פענסטער און אזוי איז מען געזעצן ביז סוף שיעור.

נאך זיין חתונה האט ער געזאגט פאר זיין רביצין אז זי קען קאכן וואס זי וויל, אבער וואס זי קאכט זאל זי קאכן יעדע טאג )ד.ה.

נישט טוישן מעניוס און מאכן יעדע נאכט עפעס אנדערש(. ער האט איר נאר געלאזט טוישן יעדע תקופה יעדע

יעדע סעודה זאל ער עסן אביסל ברויט.

יעדע זאך וואס איז גישעהן צו אים האט ער געהאט א סיבה פארוואס דאס האט פאסירט. איינמאל האט ער געכאפט א הארץ אטאקע אינמיטן די הקפות שמחת תורה, ר' מענדל אטיק איז אים געגאנגען באזוכן, האט ער געזאגט פאר ר' מענדל, איך ווייס פארוואס דאס האט פאסירט, איך האב געהאט אפגעמאכט אויף א געוויסע מאכל אז דאס דארף איך נישט האבן, עס איז סתם מותרות, און איך האב עס טאקע נישט געגעסן פאר א תקופה, אבער הושענא רבה האב איך עס גיגעסן, און דעריבער האב איך געכאפט די הארץ אטאקע שמחת תורה.

עס איז דא א איד אין ירושלים א נחבא אל הכלים וואס פארציילט אז ער איז געווען א חבר מיט ר' אפרים פון ישיבה עץ חיים, און זיי האבן געהאט א קביעות אז יעדן טאג נאך ישיבה זענען זיי געגאנגען צו מענדל ראנד'ס שוהל, און ר' אפרים פלעגט אים איבערזאגן זיין גאנצע טאג, א חשבון הנפש פון אלעס וואס ער האט געטוהן יענע טאג )כמבואר ברמב"ם(. דארט האט זיך געדרייעט א איד מיט א מאדנע פנים און די קינדער פלעגן לאכן פון אים. איין טאג בשעת ר' אפרים איז דארט געזעצן האט ער

שיעור

פאר וואכן. זיין רביצין האט פארציילט אז נאכן חתונה האט ער איר געזאגט, "קען זיין דו וועסט האבן שוועריגקייטן פון מיין מהלך החיים, אבער איך האף אז די שוועריגקייטן וועלן אוועקנעמען אנדערע פראבלעמען וואס אנדערע מענטשן האבן". און זי האט אויסגעפירט אז אין אלע אירע יארן איז זי קיינמאל נישט געווען אין שפיטאל מיט א קינד!

פטירה די נאך פון הגה"צ ר' בנימין ראבינאוויטש ז"ל איז ר' אפרים געגאנגען מנחם אבל זיין זיינע קינדער. האבן זיי אים געפרעגט פארוואס ער איז געקומען עם תלמידי הישיבה מנחם אבל זיין, וואס האט ער געהאט מיט זייער טאטע? האט ער זיי געזאגט אז ער האט אמאל געהאט א טובה פון ר' בנימין זצ"ל און דערפאר איז ער געקומען, אבער ער האט נישט געוואלט פארציילן וואס די טובה איז געווען. הערשט שפעטער נאך אים אסאך מוטשען האט ער געזאגט אז ער האט זיך געוואלט מקבל זיין נאר צו עסן ברויט אהן קיין שום צושפייז, און ר' בנימין ז"ל האט אים געזאגט אז דאס איז נישט קיין מהלך ער וועט נישט קענען אנגיין אזוי, נאר ביים סוף פון

ארויסגעלאזט א שמייכל. ער איז גלייך צוגעלאפן צו דער חבר אז ער איז נכשל געווארן און ער האט זיך נישט געקענט בארואיגן, און פאר א לאנגע תקופה דערנאך האט ער זיך טעגליך אויסגערעדט צו זיין חבר "וואס וועט זיין מיטן שמייכל וואס איך האב געלאכט פון יענעם"? ווען ר' אפרים איז שוין געווען נישט געזונט האט ער אים אמאל געלאזט רופן און געפרעגט, "דו געדענקסט נאך יענע מעשה? יענער איד לעבט שוין נישט היינט, איך גיב דיר א שיינעם סכום געלט און נעם א מנין צום בית החיים און בעהט אים מחילה בשמי ווייל איך האב נישט קיין מנוחה דערפון".

איינער פון זיינע מקורבים האבן זיך אמאל באקלאגט פאר אים אז זיינע חנוכה ליכט ברענען נישט שיין, און ר' אפרים זאל אים געבן א עצה דערויף. האט אים ר' אפרים געזאגט, דו ווייסט וויפיל תעניתים איך האב געפאסט אז די ליכט זאלן ברענען שיין.

זיין זוהן האט פארציילט ביי די שבעה, אז אפאר חדשים בעפאר זיין הסתלקות האט מען אים געקויפט א פלעסטיק בענקל מיט הענטלעך, אין אלגעמיין פלעגט ער שטענדיג זיצן אויף א בענקל דווקא אנע הענטלעך. נאך אפאר טעג האט אים דער זוהן געפרעגט צי ער שפירט זיך בעסער אין דעם נייעם בענקל, האט ער געענטפערט: "דאס איז דער כח פונעם יצר הרע, ער שיקט מיר אזעלכע עולם הזה זאכן מיר מכשיל צו זיין...", האט אים זיין זוהן געזאגט, אבער דיין ברודער ר' אברהם יעקב )ראש ישיבת עץ חיים, נסתלק

זייט 41

זייט 41
טעקסט

שיעור תש"ע בגיל 89( האט אויך אזא בענקל! האט ער זיך אנגערופן: "אברהם יעקב האט נישט קיין יצר הרע, ער האט נאך קיינמאל געזינדיגט, אבער איך האב א גרויסע יצר הרע...!".

ביי זיין יונגסטע קינד האט די ישיבה געמאכט א שבע ברכות, און מען האט גערופן איינער פון ר' אפרים'ס ידידים זאל רעדן לכבודו. ווען ער האט באמערקט ווי יענער שטעלט זיך אויף רעדן האט ער פארשטאנען אז יענער גייט רעדן בשבחו, האט ער פארשטאפט זיינע אויערן כדי נישט צו הערן ווי מען רעדט פון אים.

א באזונדערע עבודה האט ער געהאט מיט שמות. וואו אימער ער האט נאר געזעהן א שטיקל שמות, אין גאס צי אין ביהמ"ד צי הויך אויף א שאנק, איז ער געקראכן עס אוועקלייגן אין א מקום משומר. אזוי אויך פלעגט ער פאררעכטן די פרוכת אויפן ארון הקודש אז עס זאל זיין אינגאנצן פארמאכט, נישט צוגעצויגן צו איין זייט. אויך פלעגט ער אויסרופן דעם מולד שבת מברכים אין אלע שטיבלעך אין זכרון משה, אלס א תשובת המשקל אז ער האט אמאל געזאגט אז אויסרופן די מולד איז נישט מעכב. איינמאל האט ער זיך טועה געווען און ער האט אויסגערופן א נישט ריכטיגע חלק און ער האט נאכדעם געזאגט אז ער איז יעדע מאל מתפלל אז ער זאל נישט מאכן קיין טעות, און דאס מאל האט ער פארגעסן מתפלל צו זיין.

איינמאל איז ער געגאנגען אויפן גאס שבת און ער האט געזעהן א שטיקל שמות אויף דער ערד. ער האט עס נישט געוואלט אויפהייבן )צי ווייל ער האט נישט געטראגן צי משום חשש מוקצה(, איז ער געבליבן שטיין דערנעבן א

לענגערע צייט און אכטונג געגעבן דערויף עס זאל ח"ו נישט צוקומען לידי בזיון. ווען עס איז געווארן זמן מנחה האט ער געבעטן א בחור אויב ער קען אים איבערנעמען פאר א וויילע און אכטונג געבן דערויף כדי ער זאל קענען גיין דאוונען מנחה, און גלייך נאך מנחה איז ער צריקגעקומען דארט שטיין ביז מוצ"ש.

ער פלעגט מתפלל זיין פאר גאר אסאך מענטשן, איך געדענק אין ישיבה פלעגן בחורים צוגיין צו אים בעטן אז ער זאל מתפלל זיין פאר זיי, פלעגט ער זיי ענטפערן, איך האב דיר אינזין דריי מאל א טאג, און ער פלעגט זיי זאגן זייער נאמען, ווי למשל אברהם בן שרה, כדי צו ווייזן אז ער געדענקט זיי. און נישט נאר בחורים פון ישיבה, אפילו סתם מענטשן פלעגן זיך ביי אים כסדר מזכיר זיין און ער האט געדענקט יעדעם'ס נאמען.

אמאל האט א בחור געדאוונט מנחה פארן עמוד און ער האט איבערגעזאגט דעם שם ביי איין ברכה צוויי מאל, און ר' אפרים איז בלאס געווארן, און ער האט זיך ממש געשאקלט אויף זיין בענקל פאר פחד, אז יענער האט מוציא געווען שם שמים לבטלה.

זכותו הגדול יגן עלינו ועכי"א.

זייט 42

זייט 42
טעקסט

משה איש

מיטדאווענען.

פארווארט:

אריינקומענדיג טרעף איך אן אלטן י' ניסן געפאלט אויס די יארצייט איד, וועלכער זאגט מיר "גיי דארט פון אן אייגנארטיגער איד וואס איז אין יענעם און יענעם ביהמ"ד, דארט געווען באקאנט מיטן נאמען "ר' גייט מען איצט דאווענען שחרית". משה ניו יארקער".

האלקים

איך האב צו דעם מענטש בעפאר דעם געבוירן געווארן איז ער אין קיינמאל נישט גערעדט, און קיינער דייטשלאנד, צו זיין טאטע ר' יצחק האט פון מיין מויל נישט געהערט אייזיק פיילשוס, און צו זיין מאמע אז איך האלט נאך פאר שחרית. דער מרת גרונא. לויט די יארן וואס ער אלטער איד איז געווען נישט קיין האט אנגעגעבן דעמאלטס ווי אלט אנדערער ווי "רבי משה ניו יארקער" ער איז, איז ער געבוירן געווארן און דאס איז געווען מיין ערשטער בשנת תרע"ו. נאך זיין חתונה האט קבלת פנים; אן אפענעם רוח הקודש! ער געהאט געהאט צוויי קינדער.

איך האב אים דערנאך געפרעגט ווי ביי די קריסטאל נאכט איז ער אזוי ער האט געוואוסט אז איך האב אנטלאפן פון די בלוטיגע אייראפע נאכנישט געדאווענט. זאגט ער מיר קיין אמעריקע.

מיט זיין אייגענארטיגן פשטות און זייענדיג אין אמעריקע האט ער ענוות חן: "אה, נאכן דאווענען האט זיך באזעצט אין די איסט-סייד, מען שוין אן אנדערן פנים". דאס איז וואס דארט איז דעמאלס געווען געווען די קבלת פנים...

קאנצענטרירט דאס היימישע * אידנטום. אביסל שפעטער האט זיין ווייב זיך באקלאגט צו מיינס א חבר האט זיך געהאט די רבנים אין די איסט-סייד, אז עפעס צוגעגרייט צו פרעגן איבער איר מאן איז זייער אן ערליכער, אן ענין פלא פון ספר יצירה. ווי נאר אבער זי קען נישט אויסהאלטן ער האט ארויסגעזאגט געציילטע זיין קדושה ופרישות, און זיי האבן ווערטער פארצושטעלן דעם ענין, זיך גע'גט. ר' משה איז ווייטער רופט זיך רבי משה אן: "אה, דער ספר אנגעגאנגען מיט זיין עבודה יצירה?"...

שטילערהייט אן קיין פירסום, דאס זעלבע האט זיך אפגעשפילט ווייניג האבן געוואוסט ווער ער ווען אן אנדערער חבר האט זיך איז. בלויז געציילטע אידן האבן געהאט אנגעגרייט צו פרעגן עפעס אן אים געקענט אויף אן אמת, צווישן ענין וואס ווערט געברענגט אין "רבינו

אידן דערציילן

זיי דער באיאנער רבי זצ"ל, און בחיי". ווי נאר ער האט אנגעהויבן דער קאפישניצער רבי זצ"ל.

פארצולייגן דעם ענין, נאך איידער ער לכבוד די הילולא קדישא, האט אפילו געקענט ארויסזאגן דעם

איבערן צדיק נסתר

ברענגען מיר אייך אפאר ספר וואו מען רעדט פון דעם ענין, אינטרעסאנטע עפיזאדן און האט רבי משה זיך גלייך אנגערופן: עהורבהדו"תח, ברעבייק ר מגעשההע רט חיפיוםן "אה, דער בחיי?"...

רבי משה ניו

שטיינבערג שליט"א, וועלכער

מיינס א חבר האט זיך געהאט האט זוכה געווען צו א קירבות עפעס צוגעגרייט צו פרעגן איבער יתירה פון רבי משה זצ"ל.

אן ענין פלא פון ספר יצירה. ווי נאר

יארקער זצוק"ל

* ער האט ארויסגעזאגט געציילטע ווערטער פארצושטעלן דעם ענין, אויף מיין פראגע ווי אזוי עס האט רופט זיך רבי משה אן: "אה, דער ספר זיך אנגעהויבן זיין קשר צו רבי משה יצירה?"...

זצ"ל, דערציילט ער ווי פאלגענד: עס

יומא דהילולא י' ניסן תשס"ג

איז געווען אין א תקופה וואס דער דאס זעלבע האט זיך אפגעשפילט נאמען "רבי משה ניו יארקער" איז ווען אן אנדערער חבר האט זיך ארויף געקומען אויפן אויבערפלאך געהאט אנגעגרייט צו פרעגן עפעס אן

דורך: א איד

אלס א משוגענער, און ווער אימער ענין וואס ווערט געברענגט אין "רבינו עס האט זיך אידענטיפיצירט מיט אים בחיי". ווי נאר ער האט אנגעהויבן האט מען אנגעקוקט מאדנע. איינער פארצולייגן דעם ענין, נאך איידער ער האט מיך דאן אנגעפרעגט איבער רבי משה, און מיט א תשוקה זיך דערוויסן האט אפילו געקענט ארויסזאגן דעם ספר וואו מען רעדט פון דעם ענין, האט דער ווירקליכן ווארהייט איבער דעם פערזענליכקייט, האב איך באשלאסן רבי משה זיך גלייך אנגערופן: "אה, דער בחיי?"...

אליינס אריבערצופארן צו אים, צו קענען פון דער-נאנט דעם איד, און זיך * איבערצוצייגן אויב עס איז טאקע "אזא" גרויסער משוגעת, זיך צו האלטן נאנט רנען, און רבי משה רופט זיך אן "ניין, ניין", און ער מישט אויף פונקט צו צו אים.

יענעם בלאט אין זוהר וואס מיר האבן יענעם אינדערפרי געהאט געלערנט! איין טאג גאנץ פרי בין איך - צוזאמען מיט נאך עטליכע חברים - דעם זעלבן שטיקל האט ער איצט געלערנט מיט אונז, און אונז געזאגט רמזים אריבערגעפארן צו די איסט-סייד. איך האב נאך געהאלטן פארן דאווענען, און אויף א וואונדערליכן אופן. מיין חבר איז ארויס פון די כלים! ער האט נאך אזא כ'האב געטראכט אפשר וועט זיך אין ביהמ"ד שטעלן א מנין וועל איך קענען אפענע זאך נאכנישט געהאט געזען אין זיין לעבן.

זייט 43

זייט 43
טעקסט

* מען האט אים אמאל געפרעגט צי ער ליינט די צייטונגען, האט ער געענטפערט "יא יא, אמאל קוק איך אויף די העדליינס און פון דעם ווייס איך שוין אלעס"... ער האט געזען אז מ'כאפט נישט דעם רמז, האט ער מסביר געווען, ער קוקט אויף די "שרטוטי המצח", די שטריכן אויפן שטערן, וואס בלשון צחות האט ער דאס אנגערופן די "העד-ליינס"... און דארט זעהט ער שוין אלעס.

* ס'איז געווען אין די זומער חדשים פון שנת תשמ"ו, איז א איד אמאל אריינגעקומען אין ביהמ"ד שארית ישראל )99( און האט זיך געוואלט זעצן אויף דעם פלאץ וואו רבי משה איז געזעסן. אזוי האט מען דאך אים נישט געקענט, און מ'האט נישט געהעריג נוהג כבוד געווען אין אים. האט יענער געבעטן אז רבי משה זאל זיך רוקן אבער רבי משה האט נישט געוואלט. האט ער געגעבן א שטופ אוועק רבי משה'ן, און האט זיך געזעצט אויף דעם פלאץ. רבי משה האט עם אנגעקוקט בייזערהייט. פרעגט עם איינער "וואס זענט איר אזוי בייז?" רופט ער זיך אן בל"ק: "מ'שלאגט זיך נישט מיט מיר. מ'שלאגט למעלה", און האט געוויזן מיט די פינגער אויף ארויף. קיינער האט נישט פארשטאנען וואס ער מיינט דערמיט, ויהי כמצחק בעיניהם.

צומארגענס אינדערפרי האט מען ליידער געהערט אז דער איד וואס האט אים געשטופט איז ל"ע נישט אויפגעשטאנען, ושבק חיים לכל חי. דאן האט מען געכאפט וואס ער געמיינט מיטן ווייזן אויף "למעלה", אבער ס'איז שוין ליידער געווען צו שפעט.

די אידן וואס זענען א טאג בעפאר געווען אין ביהמ"ד האבן גלייך צוזאמגעשטעלט וואס דא איז פארגעקומען, זיי האבן אים געפרעגט "וואס האט איר געטון דא?" האט ער נאר געוויזן מיטן פינגער אויף ארויף און זיך אנגערופן "למעלה למעלה", ווי צו זאגן עס האט נישט קיין שייכות מיט אים. מער האט זיך קיינער נישט געוואגט אים צו טשעפן. מ'האט אים געלאזט זיצן און שטיין וואו ער האט געוואלט.

* נאכן דאווענען פלעגט ער אנהייבן זיין סדר היום, וואס אויסערליך האט מען געקענט מיינען אז ער דרייט זיך ליידיג, אבער ווער עס האט נאכגעקוקט האט געזען אז ער איז געזעסן און געלערנט יומם ולילה, און איז געווען א גאון עצום. ער האט יעדעס יאר געענדיגט גאנץ ש"ס, בבלי וירושלמי! ער האט יעדן טאג געלערנט זיבן בלאט גמרא מיט מרדכי, און עקסטער א שיעור אין ירושלמי, וואס אזוי האט ער דאס מסיים געווען יאר-יערליך.

דאס אליינס איז א פלא פאר זיך, ווי אזוי ער האט זיך געדרייט צווישן מענטשן און דאך האט מען נישט געכאפט זיין געוואלדיגן גדלות. מענטשן וואס האבן פארברענגט מיט אים צוזאמען צענדליגער יאר נאכאנאנד, אבער האבן ניטאמאל געוואוסט ווי אזוי ער הייסט. עס האט מיר פארציילט איינער וואס האט געדאווענט נעבן אים ממש פערציג יאר נאכאנאנד, סך הכל וואס ער האט געוואוסט אז ער הייסט "משה בן ר' יצחק אייזיק" ווייל אזוי האט מען אים אויסגערופן צו די תורה. מער פון דעם האט יענער נישט געוואוסט.

ער פלעגט כמעט נישט עסן גארנישט א גאנצע וואך, חוץ ביי די לחיים'ס אין ביהמ"ד א יעדן טאג. איין זאך וואס איז געווען אביסל מער, אז שבת ויום טוב ביי די סעודות האט ער געטרונקען אסאך וויין. אויף זיין אייגענארטיגן שטייגער פלעגט ער אלץ זאגן אז וויפיל וויין ער טרונקט איז עס אלץ צו "ווייניג"

)לשון נופל על לשון, מלשון וויין(. אבער טראץ דעם וואס ער האט געטרונקען אסאך וויין, האט דאס אים נישט מיד געמאכט. נאך די סעודה פלעגט ער גיין אין ביהמ"ד וואו ער האט געלערנט ביז מנחה.

* א שטיק צייט פאר חצות היום איז ער ארויס פון ביהמ"ד, צו די בעקעריי וואס האט זיך געפונען אויף די זעלבע גאס. ער איז גלייך צוגעגאנגען צום ברויט-מאשין מיט וועלכע מען שניידט די ברויטן, ער האט ארויסגענומען פון אונטער די מאשין די "טרעי" אויף וואס עס פאלט ארויף די ברעקלעך, ער האט אריינגעגאסן די ברעקלעך אין א בעג, און איז גלייך ארויסגעגאנגען אין "פארק".

גלייך ווי ער האט איבערגעטרעטן דעם שוועל פון די פארק, זענען געקומען צו פליען אקעגן אים הונדערטער פייגלעך, בלי גוזמא. ער האט גארנישט געדארפט טון, בלויז אריינקומען אין פארק און שוין זענען זיי געקומען צו פליען פון אלע זייטן.

ער האט אנגעהויבן צו גיסן פון די ברעקלעך, און די פייגלעך האבן זיך צוגעכאפט דערצו. ער האט פארטריבן די פייגלעך און זיי זענען צוריקגעקומען. ער האט אויסגעשטרעקט זיין האנט, און זיי האבן זיך ארויפגעווארפן אויף זיין האנט, און אזוי האט ער געטון פארשידענע אינטרעסאנטע ענינים. אמאל האט ער מיר געזאגט "איך געב זיי א טיפ"... ווי צו זאגן איך באצאל פאר די פייגלעך וואס זענען מעלה די תפלות.

איינמאל האט ער זיך מיר ארויסגעכאפט, אז די פייגלעך זאגן אים אלעס וואס עס גייט פאר. פארשידענע ענינים וואס ס'איז געווען א וואונדער פון וואו ער ווייסט עס, האט ער געזאגט אז ער האט עס געהערט פון די פייגלעך. איך האב א פילם פון זיין עבודה מיט די פייגלעך. עס איז הפלא'דיג צו זען ווי אזוי דאס איז צוגעגאנגען, ער האלט די ברעקלעך אויף זיינע הענט, און איין פייגל אויף אמאל קומט ארויף און עסט אביסל, און דערנאך קומט נאך א פייגל, אינמיטן זעהט מען ווי ער נעמט נאך ברעקעלעך אין זיין צווייטע הענט, און ער נעמט ארויף צוויי פייגעלעך אויף זיינע הענט, מען זעהט ווי ער שיקט אוועק א פייגל, מען זעהט ווי עטליכע פייגלעך נעמט ער אריבער פון איין הענט צו די אנדערע א.א.וו.

איינמאל האט אויסגעבראכן א סכסוך צווישן צוויי לענדער. אין די גוי'שע פרעסע האט מען דאן געשריבן פארשידענע באריכטן זה בכה וזה בכה. איך בין דעמאלטס געזעסן ביי אים, גיט ער זיך א רוף אן א פלא'דיג לשון. "מ'וועט זאגן אז די גוים שלאגן זיך מיט יענע גוים. איך זאג אז דאס זענען נישט די רוסן און נישט קיינער. דאס זענען די "נאציס". ווי שטענדיג, האט מען

זייט 44

זייט 44
טעקסט

געמיינט אז ער שפאסט נאר. עס האט נישט גענומען מער ווי עטליכע טעג און אלע צייטונגען האבן געשריבן גענוי דאס וואס ער האט שוין פאראויס-געזאגט. אויף די פראגע פון וואו ער האט עס געוואוסט, האט ער מיר געזאגט, די פייגלעך האבן אים געזאגט.

* נאכדעם פלעגט ער גיין "שפאצירן". דאס איז נישט געווען סתם א שפאציר. ער איז געווען פאר'דביקות'ט און פארטיפט אין זיינע געדאנקען. ער האט קיינמאל נישט געלאזט אז מ'זאל גיין צוזאמען מיט אים. אלץ האט ער געהייסן אז מען זאל גיין עטליכע טריט פאראויס, כדי עס זאל נישט אויסקוקן אז מ'גיט אים עפעס כבוד, א זאך פון וואס ער איז אנטלאפן ווי פון פייער.

ווען ער איז געגאנגען האט מען נישט געקענט רעדן צו אים. עס איז אפילו נישט שייך געווען אז ער זאל ענטפערן אדער אז ער זאל עפעס רעאגירן. אויב האט ער געהאט עפעס צו רעאגירן האט ער זיך אפגעשטעלט און אזוי געענטפערט. אבער גייענדיג צופיס האט ער נישט גערעדט קיין ווארט. ער האט מיר אמאל געזאגט "ווען איך גיי שפאצירן וויין איך מיך אויס אויפן גלות. הלך ילך ובכה."

איך געדענק ביי זיין לוי' האט איינער פון די מספידים דערמאנט: כ'האב אים געבעטן אז ער זאל קומען צו מיין חתונה, האט ער געזאגט "איך קען נישט גיין.

איך בין פון די גלות אידן, און איך קען נישט גיין אויף קיין שמחה". אזוי האט ער מקבל געווען אויף זיך יסורים פאר גאנץ כלל ישראל.

* שפעט ביינאכט ממש נאך חצות לילה איז ער צוריק צו זיין "דירה", וואס למען האמת איז אומפארשטענדליך ווי אזוי א בשר ודם האט געקענט לעבן אין דעם צימער... די מיסט האט ער קיינמאל נישט ארויסגעטראגן, און עס איז געווען א קליין לעכל, פארלאזט און שמוציג, און דאך איז ער אנגעגאנגען מיט זיין עבודת הקודש אומגעשטערט. אין זיין "דירה"

האט ער קיינעם נישט אריינגעלאזט. אין די שפעטערע יארן ווען עס איז עפ"י סיבה אויסגעקומען דארט אריינצוגיין, האט מען געזען וואס דארט טוט זיך.

דארט אין זיין צימער האט געהאט דעם זוהר הק' מיטן פירוש אור יקר פונעם רמ"ק; א "ספר יצירה"; א "סידור האריז"ל רבי קאפיל"; א "נועם אלימלך", און נאך ספרי קבלה אין וואס ער האט כסדר עוסק געווען. אין טאש האט ער זיך שטענדיג געטראגן מיטן ספר "רזיאל המלאך". )דער "סידור רבי קאפיל" איז פארבליבן ביי רבי אהרן פריעדמאן פון מאנסי, ביי וועמען רבי משה זצ"ל האט זיך אויפגעהאלטן אין די לעצטערע יארן.

דער סידור איז פול מיט הגהות וואס רבי משה זצ"ל האט געשריבן בשעה שבני אדם ישנים על מטתם...( ארום אים איז אלעמאל געווען פאררויכערט און פארשטיקט. איינס פון זיינע געהויבענע עבודות איז געווען דאס וואס ער פלעגט צוזאמנעמען די אפגעטריפטע "חלב" פון די ליכט וואס מען האט אנגעצינדן אין ביהמ"ד. ער האט דאס גענומען און פראדוצירט פרישע ליכט דערפון, און דערביי געזאגט תהלים ביז די ליכט האבן גענצליך אויסגעברענט, און די חלב האט זיך אויסגענוצט. ער פלעגט מיר אלעמאל זאגן אז די נשמות בעטן זיך אז מען זאל אינגאנצן אויסברענען די ליכט. אזוי אז ווען מען איז אריינגעקומען אינעם

צימער אין ביהמ"ד וואו ער איז געזעצן, האט מען דארט געזען ליכט ברענען און מ'האט געשפירט א ריח פון אפגעברענטע חלב. )כידוע אויף הרה"ק מריבניץ, ווי ער פלעגט אויך אלעמאל זיין ארומגענומען מיט ליכט(.

אויסער דעם פלעגט ער אלץ רייכערן ציגארן, ער האט אנגעצינדן די ציגארן, און טאמער איינער האט געקלאפט אויפן טיר אדער טאמער ער האט געהערט אז מען קומט צו אים, האט ער עס גלייך אויסגעלאשן. כ'האב אים אמאל געפרעגט פארוואס לאזט ער נישט זען ווי אזוי ער רייכערט, האט ער זיך ארויסגעכאפט אז די "מעשה הקטורת" האט געדארפט זיין "בחשאי"... * איינמאל בין איך געווען ביי אים מיט הרה"ג רבי שמואל מרדכי פארטוגאל שליט"א דער זון פון כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א. האב איך מיך אנגערופן פאר רבי משה זצ"ל אז ער זאל געבן א ברכה פארן פאטער פון דעם אינגערמאן. האט רבי משה זיך אנגערופן "שלום על ישראל" א רמז אויפן נאמען פון יבלחט"א דער סקולענער רבי שליט"א וועמענס נאמען ער האט פאר דעם נישט געקענט!

גאר א וואונדערליכע זאך האב איך אליינס מיטגעמאכט. עס איז געווען היבש א פאר יאר נאך מיין חתונה וואס איך האב נישט געהאט קיין אינגלעך. כ'האב געהאט נאר מיידלעך. בין איך אמאל געווען מיט מיין שוואגער צוזאמען ביי רבי משה זצ"ל, און מיין שוואגער האט אים געבעטן אז ער זאל געבן א ברכה פאר א בן זכר. האט רבי משה זצ"ל זיך אנגערופן בל"ק: "ער האט נאך א לאנגע צייט". וכך הוה, מיין ערשטע אינגל איז מיר געבוירן געווארן ערשט נאנט צו צוואנציג יאר נאך די חתונה!

* עס איז געווען אנהייב יאר תשל"ט, און מען האט גערעדט פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע. האט רבי משה זצ"ל זיך אנגערופן מיט קלארע ווערטער "מ'לאזט אים נאך דורכגיין דאס יאר". וכך הוה, ווען ביום כ"ו אב אין יענעם יאר איז דער סאטמאר רבי זי"ע נסתלק געווארן לגנזי מרומים.

* ווען ער האט געגעסן א "מאראנץ" האט ער אלץ אזוי ארומגעארבעט מיט די שאלאכץ, צו מאכן פארשידענע אינטרעסאנטע זאכן. ער פלעגט מאכן אזא לעכל פון אויבן, פון דעם האט ער ארויסגעגראבן אביסל פונעם מאראנץ, און די איבעריגע האט ער אויסגעפארעמט אויף פארשידענע סייזעס באטעלעך. ער האט גענומען א באטל בערך לויט די גרויס פון די שאלאכץ פונעם מאראנץ, ער האט אריינגעשטופט די באטל, און עס אויסגעפארעמט ארום דעם באטל, ביז דער שאלעכץ האט באקומען דעם פארעם פונעם באטל. אזוי האט ער פון די אלע מאראנצן-שאלעכטץ פראדוצירט "אש-טרעיס". ער פלעגט אלץ מאכן א ווערטל אז יעדע אזא באטעלע איז ווערד אסאך געלט, מען דארף נאר קודם אריינלייגן דערין א דימאנט...

ער האט מיר אמאל געזאגט אז אויף רבי מאיר זאגן חז"ל "קליפתו זרק ותוכו אכל" און איך טוה פארקערט... האב איך אזא פרעג געטון "ווי מעג מען האלטן די קליפה", זאגט ער מיר: "אה, ווי לאנג עס האט נאך א ריח, עס שמעקט נאך פון א מאכל, האט עס נאך ניצוצין קדישין און מ'טאר עס נישט אוועקווארפן". אן אנדערע מאל האט ער מיר געזאגט אז מיטן ארומארבעטן מיט די שאלעכץ "מיט דעם בין איך מכניע די קליפה".

זייט 45

זייט 45
טעקסט

דאס זעלבע האב איך געהערט פון רבי אהרן פריעדמאן ווי ער האט מיט די עבודה אנגעהאלטן עד סוף ימיו. ער פלעגט אים צייגן די אויסשניצן פון די שאלעכץ און ער פלעגט אים כסדר זאגן "קוק ווי מ'קען פון א קליפה מאכן א כלי"...

* ער פלעגט מיר אסאך מאל זאגן אינטרעסאנטע אויסדרוקן. איינמאל צייגט ער מיר אויף די "Fluorescent Bulbs" און ער זאגט מיר "זעסט, דאס איז מיין פאטענט"... און ער הייבט מיר אן צו דערציילן, אז קודם האט מען דאס געמאכט אלס א רינדעכיגע באלב, אבער ס'האט נישט געטויגט, און ער האט באפוילן אז מ'זאל מאכן די לאנגע. אזוי האט ער זיך "משוגע געמאכט" און מיר האבן נישט פארשטאנען קיין ווארט וואס ער רעדט צו אונז. פלוצים געט ער זיך א רוף אן "די שבירה איז געווען אין די עגולים. נאכדעם האט מען דאס געמאכט ביושר און דאס איז געווען דער תיקון פון די עגולים". סתם ולא פירש.

ביי אן אנדערע געלעגענהייט האט ער מיר געזאגט "זעסט דעם בריק, דאס איז מיין פאטענט". האט ער מיר שפעטער מסביר געווען. "דאס אז א מענטש זאל קענען אריבערגיין אסאך צרות ווי אויף א בריק און ס'זאל אים גארנישט שטערן זיין לעבן, דאס איז מיין פאטענט..." ווער עס האט אים געקענט האט פארשטאנען אז עס איז טאקע אזוי. דער איד האט דאך נעבעך גארנישט געהאט. אין די צייטן וואס מיר האבן אים געקענט האט מען ניטאמאל געוואוסט זיין משפחה-נאמען. מ'האט זיך שפעטער דערוואוסט דורך א צופאל אז ער האט געהייסן "פיילשוס". ער האט נישט פארמאגט גארנישט, קיין לייב און קיין לעבן, קיין משפחה קיין גואל, אבער דאך איז ער אלץ געווען בשמחה, און ער האט רואיג שפאצירט אויפן בריק פון שמחה און צופרידנהייט. "דאס" איז געווען זיין פאטענט.

* ער איז געווען א חכם מחוכם, א געלערנטער און פארשטענדליכער. ער האט געקענט אלע "שבעים לשון", און נישט איינמאל האט ער געשריבן ווערטער אויף פארשידענע סארט שפראכן. ווען עס איז אמאל אויסגעקומען האט ער גערעדט צו כינעזער ערלים אויף זייער שפראך. א חבר מיינער וואס האט געקענט די פראנצויזישע שפראך, האט אמאל פארפירט מיט אים א שמועס אויף פראנצויזיש. אבער ער האט געזאגט אז ער האט נישט ליב צו רעדן די אנדערע שפראכן ווייל דאס קומט מכח הטומאה.

ווען ער איז ל"ע נישט געזונט געווארן, און ער האט געהאט צו טון מיט די פיס האט מען אים אריינגפירט אין שפיטאל מיט שטארקע יסורים. ער האט זיך מיר דאן אויסגעדרוקט, אז ער האט פרובירט אריינצוטראכטן פארוואס עס קומט אים צו ליידן יסורים ל"ע. האט ער מיר געזאגט אז ער טראכט אז דאס איז אפשר ווייל אין די יונגע יארן האט ער עוסק געווען אין חכמת חיצונית, און ער האט געלערנט אלע שפראכן. נאכדעם האט ער געזאגט עס קען נישט זיין, ווייל מ'זעט מרדכי הצדיק פון די מגילה האט אויך געקענט אלע זיבעציג שפראכן, און דורכדעם האט ער געברענגט א הצלה פאר כלל ישראל. האט ער זיך אויסגעדרוקט, אז ביי די וועלט קריג האט ער דורך זיין קענטעניס אויך זוכה געווען ארויסצוהעלפן פאר הצלת ישראל.

* אמאל ווען מען האט אים אריינגעפירט אין שפיטאל, האט ער זיך נישט

געלאזט פון די פארשידענע פראצעדורן וואס די דאקטוירים האבן געוואלט דורכפירן, און די שפיטאל-באאמטע האבן זיך שווער געקענט אן עצה געבן מיט אים. מ'האט אים געוואלט בינדן הענט און פיס ווייל ער האט נישט געוואלט ליגן פרקדן. ער האט זיך אנגערופן מיט אזא ווערטל "איך בין נישט קיין ליג'נער"...

איינמאל פרעגט מיך א דאקטאר אויב איך טראכט אז דער מענטש איז משוגע. זאג איך אים אז ניין. איך האלט אז ער ווייס פונקטליך וואס עס טוט זיך מיט אים. ער האט צוגעשטימט דערצו מיט התפעלות זאגנדיג, נישט סתם ער ווייסט נאר ער איז א "דזשיניעס"! דערציילט מיר דער דאקטאר, אז ווען מען האט געזען אין שפיטאל אז עס קומט אריין אביסל אן אינטרעסאנטער מענטש האבן זיי באשלאסן דורכצופירן פארשידענע שטודיעס אויף אים, און מ'האט אים געוואלט באהאנדלען אויף פארשידענע זאכן וואס האט נישט דייקא געהאט מיט זיין רפואה. מיט זיין חכמה האט ער דאס גלייך פארשטאנען, און ער האט זיך בשום אופן נישט געלאזט.

איינמאל איז געווען, פארציילט דער דאקטאר ווייטער, ווען מען האט אים געוואלט געבן אינטערווינעס, האט ער דאס נישט געלאזט אריינלייגן, און ער האט קודם געוואלט ליינען וואס עס שטייט אויף די באטל. איך האב קודם געלאכט ביי מיר. וואס קען ער שוין דארט ליינען פון די גרויסע שווערע ווערטער. ס'איז דא ווערטער פון פופצן אותיות און מער... אבער ער וויל עס ליינען. אזוי אינמיטן געט ער זיך א שטעל אפ און פרעגט מיך אויף איין זאך "דאס איז דען נישט קיין חזיר"? ער זאגט מיר אזוי מיט א שמייכל. אפילו דער דאקטאר ווייסט נישט וואס דאס איז. און ער איז געווען גערעכט ס'איז טאקע געווען טריפה.

דאס איז אבער נאר געווען דעמאלס. אזוי א גאנץ לעבן איז ער קיינמאל נישט געגאנגען צו קיין דאקטאר. ער האט ניטאמאל פארמאגט קיין סאשעל סעקיוריטי נומער... ער האט נישט געהאט קיין פייל אין שפיטאל, און ער האט קיינמאל נישט גענומען קיין מעדעצינען. און ער האט קיינמאל נישט געוואלט חתמ'ן זיין נאמען אויף קיין שום צעטלעך פון די רעגירונג, ווען ער האט געדארפט נעמען א מעדעצין פלעגט ער א זאג טון "כי אני ה' רופאיך" און דאס איז געווען זיין גאנצע מעדעצין.

טראץ דעם אלעם האט ער זוכה געווען צו אריכת ימים ושנים, און ער האט דערגרייכט צו א הויכן עלטער ביז צו זיין פטירה בשנת הצדי"ק לימי חייו. יהא זכרו ברוך, און זאל ער זיין א מליץ יושר פאר גאנץ כלל ישראל.

זייט 46

זייט 46
טעקסט

ס'איז צען נאך אכט אינדעפרי, איך לויף דורך ווי א משוגע'נער אויף די וויליאמסבורגע גאסן, איך בין שפעט מיט צען מינוט, פאר איהם וועט שוין זיין כתוב וחתום אז כ'האב איהם דערלייגט א צען טויזנט דאלארדיקן קאסטומער וואס האט בלי ספק שוין פרובירט אריינצורופן אין די צען מינוט. זאל זיך גאט מרחם זיין זאל 'ער' היינט נישט אריינקומען.

נאך א וואך-נאכט אדורך מיט מיין פיצל וואס האט אונז נאך נישט פארגעבן פארן איר צושטערן די מנוחה און איר אריינדעליווערט אינעם ריעל ווארלד. זייט זי איז יצאה מבטן אמה וויינט זי נאן סטאפ. מ'קען פון די נערוון גיין במלא מובן המלה. וויינט און קרוטשעט א גאנצן ליבן טאג און ביינאכט פירט זי לאנגע מערכות, עס העלפט קיין פודינו ומצילנו. כ'האב געשאקלט און געוויגט מיין צוויי חדשים'דיגס אהין און צוריק אולי יחוס. געשאקלט מיט רמזים און יחודים, איין אין ניינציג מאל אהין, און צוריק נאך זעקס און צוואנציג וחוזר חלילה. ענדליך האט זי צוגעמאכט די אויגן און איך לייג מיך שלאפן א זיגער, אבער נישט אויף לאנג. צוויי אזייגער האט זיך דער שפיל איבערגעחזר'ט ביתר שאת וביתר עוז. פשוט אלס רחמנות אויס נעם איך די נאכט אויף מיר ווארום זי, מיין גאטזעליגע פרוי האט האט דאך געהאט גענוג א גאנצן טאג די געוויינערייען, איך בין דאך געווען ביי די ארבעט.

מיינט איר אוודאי מיין טאג איז געווען א פיקניק? וועלקאם מיין בעל הבית.

שווער אראפצוגעבן דעם צושאקלטן כאראקטער. סיבה ראשונה איז אז ער איז א באלאבוס. אין זיין מוח ווירבלט דאס תמיד ווי שויתי ביים צדיק יסוד עולם. עס מוז זיך איינמאל אין יעדע פינף מינוט קלאר שטעלן די ווארהייט אז ער איז א באלאבוס. א קריטיק, א באפעל, און אויב גאט איז גוט צו איהם וועט דער ארבעטער מאכן עפעס א טעות און זאל וויסן תבל ומלואה ווער ס'איז בעלבאס. זיין פעוואריט שפריכווארט איז "כ'האב נאך אזאנס אין מיין לעבן נישט געהאט!". דאס איז אזא מין דערהער אז יעדע שעה האט ער עפעס וואס האט נאך אין זיין לעבן נישט געהאט.

ער'ט מיר אמאל מסביר געווען ווען כ'האב איהם שיינערהייט ערקלערט אז זיין אויפיראכטס איז נישט פראדקודטיוו צו זיין ביזנעס, זאגט ער מיר בפה מלא אז אויב דער ארבעטער קען מיר איינטיילן ברויך איך נישט קיין ביזנעס. והבן כי עמוק הוא.

וועט איר אוודאי מיינען ער צאלט זיינע ארבעטער טאקע ווי א בעל הבית, ווי וואס ווען א הויקער. לאמיר בעסער נישט אריינגיין דערין. ער צאלן אויפן שעה

ווי א מנוול. נישטא קיין מעשיות ביי איהם. האסט א דאקטערס אפוינטמענט וואס ביו איך שולדיג? וואו ביסטו געווען, אין טוילעט? ביזטעך שוין געווען היינט איינמאל. און דאס איז נישט אלעס, זיין מהלך המחשבה איז אזוי אויסגעשטעלט אז מען וויל איהם כסדר באגאנווענען. די קאסטומערס ווילן פשוט ארויסוואקן מיט סחורה אן באצאלן. די פארקויפער ווילן איהם אונטערן רוקן כסדר באראבעווען מיט נישט שיקן וואס מ'האט באשטעלט. בקיצור יעדער איז דא איהם צו אויסזעקלען די לעצטע פרוטה אלמלי ער שטייט אויפן וואך. ועל כולם אני הקטן קען אויך ביום מן הימים פארוואנדלט ווערן אין א פשוט'ער רויבער חלילה אויב וועל איך נישט ביישטיין דעם נסיון. פון וואו ווייס איך דאס? כ'האב זיך אינטערגעהערט ווי ער זאגט די סעקרעטארין זי זאל גוט קוקן די ביכער אויב איך גנב'ע נישט.

דא איז אזוי די זאך, ווי כ'האב מיך אינטערסירט, זיין פאטער, א סורווייווער איז געווען א שטארקע אביוזער, איהם קיינמאל געטראסט. ער איר אויפגעוואקסן אן דעם באגריף טראסט, דעריבער טראסט ער נישט קיינעם אויפן וועלט נעבעך. למעשה דאס חושד זיין כסדר האט א פארקערטע אפעקט. איך זעה דאס אזוי קלאר דא אז ער עסט עס צוריק, יעדער באהאלט פון איהם, מען טוט זאכן וואס מ'וואלט קיינמאל נישט געטוהן מיטן גראדן שכל. פשוט ווייל מיר זענען דאך סיי ווי חשודים און קיין טעותים פארגעבט ער נישט אלזא עסט ער עס אויף. אזוי גייט די קייט ווייטער און ווייטער.

למעשה לאז איך מיר נישט אינגאנצען פון אים, על כל פנים עד שידי מגעת. איך ווייס ער דארף מיך האבן און ער וועט מיר נישט ווארפן. אט למשל וויל ער אז ווען דער גוי'שע דרייווער ברענגט קעש סי או די פון דעליוועריס זאל איך ציילן פארנט פונעם גוי אין מיטן די גאס אזוי אז אויב עס פעלט זאל ער זעהן גראד און נישט קומען מיט מעשיות. איך עקשן מיך על אפו וחמתו, איך זאג איך באהאנדל מענטשן מיט רעספעקט, איך ווייז נישט פאר מיין ארבעטער בפניו אז איך טראסט איהם נישט. למעשה פלעג איך טאקע נישט ציילן נאר לייגן אויף זיין טיש און ס'האט ב"ה קיינמאל נישט געפעלט געלט. איין טאג ציילט ער און שפרינגט אויף כמוצא שלל רב, ס'פעלט א צוואנציגער!! איך זאג מיט א זיכערקייט עס פעלט גארנישט. ער ציילט נאכאמאל און עס פעלט טאקע נישט. פון וואו האב איך געוואוסט? פשוט ווייל כ'שפיר אז ווען מ'טראסט א מענטש וועט ער עס רעספעקטירן און וועלן אנהאלטן זיין טראסט. אזוי לערנט עס מיר איז ביי קינדער אויך, אז מ'טראסט זיי וועלן זיי עס וועלן אנהאלטן און אויב ביסטו זיי חושד וועלן זיי אלעס טוהן אונטערן רוקן, עס איז דאך קיין טראסט ממילא נישטא.

לויף איך היינט אזוי נאכן האלבן דאווענען. זאל ער נאר נישט דארט זיין היינט בעט איך רחמים. והנה, איך שפאציר אריין, קלי למה עזבתני ער זיצט אויפן פאטעל, היינט האט ער א גוטן טאג ער גייט מיר דערגיין די יארן.

עס איז אן עבירה מיין זיצן דא, ער דער'הרג'עט מיך, כאטש איך לאז מיך נישט אביוזן אבער פארט האט עס אן עפעקט. ער אפרישיעט נישט ווען דו לייגסט אריין מער ווי פארלאנגט. ער נעמט עס אלץ אזא פערזענליכע הנאה אז זיין ארבעטער איז אינטערטעניגט. ער'ט נישט דאנקען גארנישט. אזא צושרויפטער איז ער. פעלן, מאן דכר שמיה. די אלע יארן האב איך קיין איין טאג נישט געפעלט עס קומט פשוט נישט אין באטראכט. דער ארבעטער פאר מיר, א פיינער שטילער אינגערמאן, האט מיר געזאגט ער'ז אריינגעקומען א פרייליכער אינגערמאן און ארויס א צודרוקטער, נישט דער זעלבער.

איי וועסטו פרעגן פארוואס זיץ איך דא? גלייבט מיר צי נישט, למעשה גלייך איך דעם זשאב. איך האב אנגעקניפט באציאונגען מיט די קאסטומערס, נישט קיין אידן, פון גרעיטער ניו יארק. איך גלייך זיי צופרידן צו שטעלן, און בכלל צו שמועסן מיט יעדן אין זיינע קולטורן וואס לערנט מיר אסאך. ווי אויך שאף איך מיר איין קאנפידענץ פארזעצונג אויף זייט 68

זייט 47

זייט 47
טעקסט

"איך גיי כאפן א דרימל" - זאגט זיך ביי לייט, פון מויל ארויס.

גיכער איז ריכטיגער - "דער דרימל כאפט דיך", ווארום אזוי איז עס אין פאקט... דער באשאפענער מענטש איז נישט אומשטאנד צו אנגיין מיט א טאג ארבעט - מיט די פולע קראפט - אויב ווערט עס נישט צובראכן דורך א דרימל. דער קערפער מאנט עס, און א קלוגער מאן גיבט זי עס.

עס ווילט זיך מיר באשרייבן די גענויע שטודיעס איבער דרימלען, ווען איז די בעסטע צייט צו כאפון א דרימל, און פארוואס איז דענסטמאהל די בעסטע צייט, וואס די בענעפיטן זענען פון דרימלען, ווען און וויאזוי א איד געהער צו דרימלען, און אזוי ווייטער, אבער מיין צייט איז שטארק באגרעניצט. דעריבער וועל איך די מער סייענטיפישע טייל לאזן פאר אן אנדערע מאהל, און דא וועלן מיר בלויז אנצייכענען עטליכע אינטרעסאנטע פונקטען וואס אנטבאלאנגט א דרימל - מיט האפענונג דאס די לעז מאטריאל וואס איך שטעל צו וועט נישט פארדרימלען די ליינער.

חילוק צווישען א דרימל און א שלאף

ווען מען פארשטייט דער פארשידנארטיגקייט צווישען א דרימל און א געהעריגע שלאף, ערלויבט עס צו בענעפיטירן דאס מערסטע פון שלאף און שניידן די מערסטע איינקומפט פון א דרימל.

געווענליך ווען מען שלאפט, גייט דער קערפער פאריבער 5 שטאפלען פון שלאף טיפקייט. ווען מען דרימלט פאר בלויז א קורצע וויילע, ערלויבט מען די קערפער פאריבערגיין בלויז 2 שטאפלען פון שלאף. די דאזיגע ערשטע צוויי שטאפלען פון שלאף נעמט געווענליך נישט מער פון 02 ביז 03 מינוט, לויט ווי דר. מייקל בראייס שרייבט אין זיין בוך "ביוטי סליפ". אן עכטע שלאף געשעהט ווען מען ערלויבט די קערפער צו רוען גענוג לאנג צו פאריבערגיין אלע 5 שטאפלען פון שלאף אין איין ציה.

א גוטע דרימל טאר נישט פארטרעטן א ריכטיגע טיפע שלאף, כאטש א גוטע דרימל שפילט א וויכטיגע ראלע אינעם דויערהאפטקייט פון די טאג.

קעררי סנאוי, אין א מינוט פון ערלייכטערונג, האט געזאלט האבן געזאגט: "קיין טאג איז נישט גענוג שלעכט - דאס א דרימל זאל עס נישט קענען פאררעכטן..."

בעסטע פלאץ צו דרימלען

פאלגענד איז וואס דער ניו יארק טיימס, דעצעמבער דעם 7'טן, 2011, האט געשריבען וואס אנטבאלאנגט דרימלען אויף א באן:

א רייזע אויף דער ניו יארק'ער באן קען זיין א איבערפלוס אויף די חושים פון א מענטש; מוזיקאנטן שפילן פאר אביסל רעשט געלט, קאנדאקטערס בעטן זיך צו אפלאזן די טירן, און פאסאנזשירן זעלבסט, שטייענדיג צאמגעשמאלצן איינס צום אנדערן, טיילן ארום אלע סארטן זעאונגען, הערונגען, שמעקונגען, און אנרירן.

אבער אין די מיטן פון דעס אלעס, זענען דא אפאר ניו יארקערס וועלעכער באווייזן פארט צו כאפן א דרימל. מען טרעפט א זיץ, די באן הייבט אן גיין אין א ריטמישע גאלאפ, און די אויגן פארמאכן הערמאטיש זיך.

פארמאכטע מיילער זיך, אנטלויזענען צ ו ק נ י י ט ש ט ע שטערענס לאזן נאך, און די קעפ פאלן ארונטער.

מענטשן פון אויסער ניו יארק וואונדערן זיך אפשר, וויאזוי עס קען געמאלט זיין אז אין די שטאט וואס שלאפט קענען קיינמאהל אזויפיהל ניו יארקערס באווייזען צו איינדרימלען אויף די באנען. עס איז נישט פאראן א געזעץ קעגן דרימלען אויף די באנען, אבער די וואס טוען עס טוען עס אויף די אייגענע אחריות; א לעצטיגע שטודיע, דורכגעפירט דורך די עם. טי. עי. קאמיטעט, ווארענט אז רויבערס זוכן באשטימט אויס שלאפענדיגע רייזענדע צו אויפשניידן זייערע טאשן צו בארויבן טייערע אייפאונען און דאס גלייכן.

טא, זענען די דרימלס ווערד?

דר. קארל בעיזיל, דער דירעקטאר פון די "עפילעפסי און שלאף דעוויזיע" אין "ניו יארק פרעסבייטעריען שפיטאל - קאלאמביע יונעווירסעטי מעדיקל צענטער", האט זיך אנגעטראגן אויסצוגעפינען.

נאך וואס דר. בעיזיל איז אויפגעשטיגן אויף א "עי" באן ליניע איין אינדערפרי, האט ער פראבירט צו טרעפן אין וועלכע שטאפל פון שלאף די דרימלערס געפינען זיך. ער האט געזאגט, אז צו דערגרייכן די נידריגסטע - און ווייניגסטע אויפרישענדע - שטאפל פון שלאף, שטאפל 1, דארף א רייזענדע ערמעגליכן זיינע אויגן צו פארשטאטערן דאס ארומרוקן זיך. צו דערגרייכן שטאפל 2, מוז א רייזענדע בארואיגן אויך די מוסקעלן און אויפהערן גענצליך צו באוועגן די אויגן.

דר. בעיזיל האט חושד געוועהן אז די רייזענדע דערגרייכן בלויז שטאפל 1 פון שלאף, און דעריבער איז עס א שאד צו שלאפן, ווייל עס דערפרישט איבערהויפט נישט.

אויף די פארלאנג פון א רעפארטער, האט דר. בעיזיל איינגעווייערט א שלעפעריגע באן רייזענדע כדי צו שטודירן זיינע מח כוואליעס דאדורך זיין דרימל. ער האט באוואויגן דר. ברענדאן פארמאן, א 30 יעריגע ניורעלאגיע פעללאוי, וועלכער האט שוועריגקייטן ביים איינשלאפן ביינאכט און איז זייער שלעפעריג בייטאג.

דר. פארמאן שלאפט כסדר איין אויף די באן, האבענדיג זיך צוגעוואוינט דערצו ווען ער פלעגט רייזן טעגליך פון ברוקלין קיין מאנעהעטן ווען ער איז נאך געוועהן א רעזידענט, און ער האלט טייער יעדעס מינוט שלאף וואס ער באווייזט אריינצוכאפן.

דר. בעיזיל האט אויסשטאפירט דר. פארמאן מיט 25 דראטען, און זיי איינגעלייטעט אין א קאנטראל מאניטאר נישט גרעסער ווי א אייפעד.

די צוויי האבן אויפגעשטיגן אויף א באן, א "עי" באן גייענדיג זיד, אויף

זייט 48

זייט 48
טעקסט

די 207'סטע סטריט. דר. פארמאן האט אויסגעקליבן א ווינקל זיץ, און דר. בעיזיל האט זיך געזעצט קעגן איבער כדי צו צייכענען נאטען. דער באן האט אפגעצויגן פון די סטאנציע אום 6:09 פארנאכטס, און עס האט נישט אויסגעזעהן ווי דר. פארמאן וועט עספיען אריינכאפן עפעס .Justice Ginsburg dozing off שלאף. דער באן דרייווער האט שטארק געווילדעוועט מיט די באן, און געמאכט שנעלע מאניעווערס אויף די שינעס, שרייענדיג אין דער מייקראפאן סיסטעם אז די באן איז געשפעטיגט און מוז אנקומען צייטליך צו די נעקסטע סטאנציעס.

דר. פארמאן האט געגעניצט, איבערגעלייגט די הענט איינס איבער'ן צווייטן, צאמגעלייגט די פיס, און צוגעמאכט די אויגן. ער האט געעפנט די אויגן ווען דער באן האט זיך אפגעשטעלט. ער האט געפלאטערט מיט די אויגן ווען אנדערע לייט האבן געשמועסט איבער זיין רוקן. די באן האט זיך א ווארף געטוהן, און ער האט אינגאנצן געעפנט די אויגן - און טיף געגעניצט.

אום 6:18 פארנאכטס, ווען דער באן איז געפארן א לענגערע שטרעקע, האט דר. פארמאן געכאפט א ריכטיגע דרימל. זיין קאפ איז טאקע געפאלן אויף ארונטער. אבער אזוי ווי דער קאנדאקטער האט אויסגערופן אז מען האלט ביי די 95'סטע גאס, איז דר. פארמאן אויפגעשפרינגען און שנעל אראפגעשטיגן.

פון א רייזע וואס האט גענומען 23.5 מינוט, האט דר. פארמאן באוויזען צו דרימלען פאר 10 מינוט. נאר 3 מיט א האלב מינוט האט דר. פארמאן דערגרייכט שטאפל 2 שלאף.

"זעהט אויס אז מען קען יא שלאפן א שטאפל 2 שלאף אויף א באן", האט דר. בעיזיל קאמענטירט, "אבער בלויז אביסלע." ער האט צוגעלייגט, אז "אפילו א קליינע מאס פון שטאפל 2 דרימל קען העלפן פארבעסערן די טעגליכע פונקציעס".

אבער דר. פארמאן איז נישט איינגעגאנגען אויף זיינע רייד. "איך שפיר הויפטזעכליך נישט אויסגערועט" האט ער געזאגט, צולייגענדיג "עס קומט נישט נאנט צו א דרימל אין א בעט."

עס איז ווערד צוצילייגען, אז ניו יארקע'ר באן רייזענדע האבן די בענעפיט פון נוצן א גאר גוטע "עפפ", מֶעטרא-ָנֶעפ-ּעֶפּפּ", נאר גאנגבאר אויף אנדראויד מאשינען, וואס האלט חשבון, דורך די עקסעלראמעטער וואס איז איינגעבויעט אין די סמארטדיווייס, וויפיהל מאל דער באן האט זיך אפגעשטעלט און ווי עס האלט שוין, דאדורך דעם ווייסט עס צו וועקן דעם רייזענדע ווען די באן האלט אט ביים דערגרייכן די אפשטייג ציל. דער חידוש פון די עפפ איז, לויט איר ערצייגער טוביאס דאמהען, אז עס נוצט נישט דזשי. פי. עס. טעכנאלאגיע וואס ארבעט נישט אונטערערדיש!

עס איז אויך וויכטיג צו וויסן ווי צו דרימלען, בשעת ווען מען פירט אן אויטא. ווען מידקייט נעמט איבער א דרייווער אינמיטן טאג, איז נישטא וואס צו טוהן דערגעגן. א דרימל איז קריטיש, כאטש נאר אויף אפאר מינוט. אבער זיך אפשטעלן אינמיטן די שטראסע אדער הייוועי איז אויך נישט אויסגעהאלטן, דעריבער זאל מען האבן די שכל צו געדענקן א גוטע פלאץ וואס איז פארזיכערט און געאייגענט צו דרימלען.

1( וואל-מארט פארקינג לאט, אדער א גרויסע ריטעיל געשעפט ווי צום ביישפיל סטעיפלס אדער האום דיפאו. אזעלכע פארקינג לאטס האבן געווענליך

סעקיוריטי לייט וועלכע פארן ארום אין אלע שטונדען פונעם טאג צו פארזיכערן אז די פארקינג לאט איז פארזיכערט.

2( קאוטשסורפינג.ארג, א מער פארזיכערטע ווערסיע פון קרעיגסליסט, לאזט דרייווערס טרעפן א שנעלע געלעגער ווי אראפצולייגן די קאפ פאר א וויילע. "פארזיכערט" איז רעלאטיוו, און א קלוגע האט די אויגן אין קאפ.

3( הייוועי רעסט עריע און טראק סטאפס, כאטש עס פארמאגט געווענלדיך נישט קיין סעקיוריטי, און טייל טראק דרייווערס קענען זיין גאר געמיין, פארמאגן זיי אבער אמערסטענס א שויער, א בית הכבוד, און אפילו א מאשין ווי מען קען זיך אויפפרישן מיט א קאלטע געטראנק.

4( אריינפארן אין א זייטיגע ווילעדזש אדער דערפעלע און דרימלען אין א שטילע זייטיגע גאס. מען דארף אבער זיין גרייט אז א איינוואוינער וועט עס אנקוקן אויפפאלענד און עס איז מעגליך א די פאליציי וועט גערופן ווערן צו אונטערזוכן די ערשיינונג.

טייל ארבעטסגעבער, זיך איבערצייגענדיג אין די ווערדפולקייט פון א דרימל, שטעלן צו דרימל צענטערן אין די ארבעטס פלאץ פאר ארבעטער צו דרימלען. אזעלכע קלוגע ארבעטסגעבער, זענען די וואס פארשטייען אז עס לוינט צו אויפפרישן אן ארבעטער דורך אראפגעבן 20 מינוט צייט פון די ארבעט, ווייל אזוי איז די ארבעט פון די קומענדיגע פאר שטונדען מער פראדאקטיוו.

אויב אן ארבעטסגעבער איז אבער דערגעגן, און ערלויבט נישט צו דרימלען אויף די צייט פון די ארבעט, דארף מען פארזיכטיג זיין צו ארויסקלאקען פון די ארבעט, און דערנאך זיך גיין זוכן ערגעץ וואו אהינציטוהן דעם קאפ. אן ארבעטסגעבער האט נישט ליב צו זעהן שלאפענדיגע קעפ ווען ער ווייסט אז יעדע מינוט קאסט איהם געהאלט.

דרימלען אויף דער טיש אינמיטן די ארבעט קען האבן שווערע נאכפאלגן. ליינט וואס האט פאסירט אין דייטשלאנד, פארגאנגענעם אפריל, 2013:

וואס האט פאסירט איז דער שרעק חלום פון יעדעס באנק מענעדזשער: א דייטשער באנק איינגעשטעלטער האט איינגעדרימלט אויף זיין קאמפיוטער אינמיטן וואס ער האט געהאלטן ביים דורכפירן א קליינע געלט טרענספער, און האט אומוועלענדיג אויסגעליידיגט 222 מיליאן דאללער פון איינעם'ס באנק אקאונט, נישט באמערקענדיג וואס ער האט אפגעטוהן.

דער ארבעטער איז ערשינען בעפאר א ביזנעס טריביונעל אין "העסס", צו ערקלערן וואס עס האט פאסירט. ער האט דערציילט פאר דער טריביונעל אז ער האט געוואלט אריבערפירען 62 יורא פון די אקאונט פון א רעטייערטער ארבעטער, נאר ער איז מאמענטאל איינגעשלאפן און אריבערגעפירט אנשטאטס דעם 222,222,22.222 יורא.

ער זאגט אז לויט ווי עס שיינט איהם איז עס געשעהן ווען זיין פינגער האט געדריקט אויף די 2 קנעפל ווען ער איז איינגעשלאפן. די טריביונעל האט אויסגעהערט וויאזוי עס האט פאסירט אזא טעות, נאר צו ווערן פארראכטן פילע שטונדעס שפעטער דורך אן אנדערן איינגעשטעלטער.

א קאלעגע פון דער ארבעטער, א 48 יעריגע וועמענס פרוי, אויפגאבע עס איז צו פארזיכערן און איבערקוקן אלע געלטער וועלכע פארן ארויס פון .Edison caught napping on his desk דער באנק'ס קאנטע,

זייט 49

זייט 49
טעקסט

האט מען פארשיקט פון איר שטעלע צוליב וואס עס האט פאסירט. דער טריביונעל איז געזיצן צו הערן איר אנקלאגע אז זי איז נישט פאראנטווארטליך פאר אזא טעות, און האט איר טאקע צוריקגעשטעלט אויף איר שטעלע. דער דרימלדיגע ארבעטער איז בלויז געווארנט געווארען דורך זיינע אויבערהארן, אבער קיינמאהל האט איהם נישט געדראעט זיין שטעלע.

פאפולערע דרימלערס

די וועלט איז געוואוינט זיך צו ווערטלען: "ווען דאס גאנג ווערט פארהארטעוועט, די פארהארטעוועטע כאפן א דרימל..."

יאנואר דעם 21'סטן, היי יאר, האט פרעזידענט אבאמא געהאלטן זיין "סטעיט אוו די יוניאן" רעדע אין קאנגרעס. עס איז איינגעפירט אז אלע פליגלען וועלכע מאכן אויס די אמעריקאנער רעגירונג סיסטעם באטייליגן זיך, ביידע הייזער פון קאנגרעס און די סופרים קאורט מיטגלידער. - א רעדע פון באלד א שטונדע איז הפנים א גוטע צייט אריינצוכאפן א דרימל, אדער כאטשיג אזוי האט געמיינט די סופרים קאורט ריכטערין רות בעידער גינזבורג, 81 יאר אלט, דאדורך די רעדע פון פרעזידענט אבאמא. איר קאלעגע ריכטער, אנטוניא קענעדי, זיצענדיג צו איר רעכטס, האט איר גערעטעט פון שאנד בילדער דורך איר געבן א קליינע דזשאכע מיט די עלבויגן, איר אויפוועקענדיג דערביי. דאס איז נאך 8 מאהל וואס איר קאלעגע ריכטער, סטעפען בראייער, האט איר לייכטערהייט געטאפט אויף די האנט, אומערפאלגרייך.

א צייט צוריק, איז אנטשטאנען א שיינע ג-ט פארעהרונג, ווען אן ארטאדאקסישער איד האט ערלויבט אן אפריקאנער אמעריקאנער צו כאפן א דרימל אויף זיין פלייצע, רייזענדיג אויף א ניו יארק באן. - אנהויב נאוועמבער פון 2013, א דאנערשטאג נאכמיטאג, האט אייזיק טהייל, א 65 יעריגע ברוקלינער איינוואוינער, געמאכט זיין רייזע אהיים פון די ארבעט אויף די "קיו" באן ליניע, ווען זיין מיטרייזענדע, אן אפריקאנער-אמעריקאנער, האט איינגעדרימלט אויף זיין פלייצע. און דארט איז יענער פארבליבען פאר די קומענדיגע 30 מינוט. פאר אן אנדערע מיטרייזענדע, ווען יענער האט אנגעטראגן צו וועקן דעם דרימל'דיגע פאסאנזשיר, האט אייזיק געזאגט: "געוויס האט ער געהאט א לאנגע טאג, לאז איהם שלאפן... מיר האבן אלע געהאט אזוינע טעג, נישט אזוי?"

איבעראשט און בא-איינדרוקט, האט דער מיטרייזענדע געכאפט א שנעלע בילד און עס אריינגעקלעבט אין "רעדדיט", א סאציאלע פראגראם געווידמעט פאר בילדער, פון ווי עס איז געגאנגען "וויירעל".

סיטי לעב, א ניו יארק'ער אויסגאבע, האט געשריבן: "די זיסע בילד פון א מיטל-יעריגע פרומע איד, און א שלאפענדע שווארצע מאן, איז עפעס וואס מ'קען אויפהייבן און אנווייזן דערמיט אז אלעס איז גוט אין אונזער געמישטע שטאט." דער אריגענעלע בילד כאפער, שרייבענדיג דערוועגן אויף רעדדיט, האט דעס געשריבען: "טאקע א מינדערוויכטיגע טאט, אבער א ליבליכער. איך האב ליב ניו יארק'ערס!"

דער שלעפעריגע מאן - נאכ'ן זיך ערוועקן - האט געליינט איבער זיין שלאף אויף א וועב זייטל, און איז געוועהן ערשטוינט צו זעהן זיין בילד. אין די קאמענטארן, האט ער אנטדעקט זיין אידענטיטעט, זיך אנגעבנדיג אלץ גארווי דעיוטס, און געשריבען דאס פאלגענדע: "דאס בין איך, און איך בין נישט געוועהן אויף דראגס. איך בין געקומען פון א לאנגע טאג אין קאלעדזש, זייער מיד, און איך האב איינגעדרימלט אויף דעם באצופאלדיגע מאן. איך געדענק גראדע ווען איך בין אנטדרימלט געווארן. הא הא! דאנקע צו דיך, און זאל ג-ט בענטשן דער מאן וועלכער האט מיך געלאזט דרימלען."

טאמעס האדזשקינס האט צו א געלעגנהייט זיך אויסגעדרוקט: "פוילקייט ארבעט. און די בעסטע וועג עס צו איינגלידערן אין דיין לעבן מיט וואונדערליכע געזונטהייט בענעפיטן - פשוט כאפ א דרימל..."

ווינסטאן טשורטשיל, דער באקאנטע ענגלישע פרעמיער, האט געזאגט:

,Forman being outfitted with the testing wires .Dr .and in action on the train

"נאטור האט נישט אינזינען געהאט פאר מאנספערשוינען צו ארבעטן פון אכט אינדערפרי ביז האלבע נאכט אן די דערפרישענקייט פון א געבענטשטע אויסגאנג, וואס כאטש עס נעמט בלויז 20 מינוט איז עס שטאנדקראפטיג צו באנייען א קרעפטן פון די קערפער."

דרימלען איז געוועהן אזוי הייליג ביי טשורטשיל, אז ער האט אפילו געהאט א בעט אין די פארלימענטארעישע הויז! ער האט שטארק געגלויבט אז זיין זיג אין די שלאכט פון בריטאניע איז צו פארדאנקען די דרימל סעסיעס.

טהאמעס עדיסאן האט זיך פיינט געהאט פאר זיינע דרימלעך. ער פלעגט ליב האבן זיך צו גרויסן ווי שווער ער ארבעט, וויאזוי ער שלאפט בלויז 3 אדער 4 שטונדעס א נאכט, און וויאזוי ער קען צומאהל ארבעטן פאר 27 שטונדעס אין א ציה! אבער וואס איז וואר, דאס שליסל צו זיין אויסטערלישע שעפערישקייט איז געוועהן עפעס וואס ער האט פיינט געהאט אויסצוזאגן און ער האט עס באהאלטן פון אנדערע: ער פלעגט דרימלען. יעדן טאג אן אויסנאם. איימאהל, ווען זיין פריינט הענרי פארד האט איהן אפגעשטאט א באזוך אין זיין לאברעטאריע, האט א העלפער פאר עדיסאן אפגעהאלטן פארד פון אריינגיין צו עדיסאן אין ארבעטס צימער, זאגענדיג אז עדיסאן שלאפט יעצט. זאגט פארד: "אבער איך האב געמיינט אז עדיסאן שלאפט זייער ווינציג?" אויף וואס דער העלפער האט געענטפערט: "יא, ריכטיג, ער שלאפט ווייניג, אבער דרימלען דרימלט ער אסאך..." - אן אנדערע ארבעטער פון עדיסאן האט צו א געלעגנהייט געזאגט דאס "עדיסאן'ס געניוס פאר שלאף איז גלייך צו זיין געניוס פאר אויפטרעפונגען!", ווייל עדיסאן האט געקענט איינשלאפען ווי איממער ער האט געוואלט, אויף א טיש, באנק, אדער אין א קלאזעט.

פרעזידענט רעיגען, צוליב זיין הויכע עלטער ווען ער האט אמטירט אלס פרעזידענט, האט געהאט אויסצושטיין קריטיק פון מאנכע וועלעכע האבן געהאלטן אז ער האט נישט די לייצעס אין זיינע הענט, נאר ער שלאפט אפ זיין פרעזידענסי מיט אלט-מאן דרימלען. ווען פרעזידענט רעיגען האט פארלאזט זיין אמט, האט ער איבערגעלאזט א קליין צעטעלע אויף זיין בענקל אינעם אוועל אפיס, וואס האט זיך געליינט, מיט זיין טיפישע הומאר, רעיגען "פּרעזידענט סלעפּט היער"...

African American napping on a .s shoulder'Jew

זייט 50

זייט 50
טעקסט

אונטערשרייבן א קאנטראקט.

דורך א פייער ברענט - פון אן אנדערער סארט

פה-סח

מיט פיר יאר צוריק, האט דער אויל ריג Deepwater

שטאב

Horizon געכאפט פייער און עקספלאדירט, אומברענגענדיג עלף מענטשן ר"ל. מיליאנען פעסלעך אויל זענען אריינגעפלאסן אינעם גאלף אוו מעקסיקא, פאראורזאכענדיג אז די נאמען פון B.P., די פירמע וואס האט אנגעפירט מיט דעם אויל קוואל וואו דער ריג האט עקספלאדירט, זאל פארשמוצט ווערן אויף אן אופן וואס האט אויסגעזען אוממעגליך זיך ארויסצוזען דערפון. איינזעענדיג אז זייער גוטע נאמען איז א פארגאנגענהייט, האט B.P. אינוועסטירט ביליאנען דאלארן, פארפלייצענדיג די לופט כוואליעס מיט נאכאנאנדע הבטחות צו באפרידיגען און ווידערגוטמאכן טויזענטער ביזנעסעס און ארבעטערס וועלכער זענען אפעקטירט געווארן, פון שרימפ-פאנגערס ביז האטעל אייגענטומער און שוואוילטאג-שיף קאמפאניס.

איצט, אין 2014, פיר יאר שפעטער, איז שוין B.P. מער נישט אויף דער דיפענסיוו. אין מערץ פון היי יאר האט שוין די רעגירונג ווידער ערלויבט פאר B.P. צו ליציטירן אויף די רעכטן צו גראבן פאר אויל, נאכ'ן זיין געצווינגען צו 'ליידן גלות' פאר אפאר יאר. אין אפריל פון היי יאר האט B.P. געמאלדן מיט גרויס פאמפע אז די רייניגונג איז שוין געקומען צו אן ענדע, אזש די קאוסט

ופטווארן אסא כ מקטעןלן,ו זגניןא שגאטיטד דאזאלארעגףטס מומועאען ןס ש נמאר'יךיט בארן "אמ.כיטמ רדאא: ר"ףנ ימשעטן זאאלגןע, סנ ידשאטר ףא למעעסן

גארד האט געמוזט מעלדן אז דער געפאר איז נאך ווייט פון פאריבער. דער פארזיצער פון דער B.P. בארד אוו דירעקטארס, דזשאן מינדזשעי, איז ארומגעפארען איבער די גאנצע לאנד טריאומפיטירן די נומערן מיט

ס'איז אבער דא אמאל, וואס מען דארף עס זאגן פונקט פארקערט:

וויפיל טוריזם איז געשטיגן אין די גאלף שטאטן, און ארויסהייבן די 27 ביליאן דאלאר וואס B.P. האט שוין אויסגעגעבן אויף די אויפרייניגונג. ער

פון אלעס דארף מען טראכטן,

האט אוועקגעמאכט די סקעפטיקער וואס האבן געזאגט אז די גאלף איז נאכנישט גענוג ריין פון אויל, אלס אזעלכע מענטשן וואס זענען דא בלויז

אלעס וואס מ'טראכט דארף מען זאגן,

פאר זייער אייגענע צוועקן, און זוכן צו פארדינען געלט רייטענדיג אויף די

אלעס וואס מ'זאגט דארף מען שרייבן!

רוקן פון דעם קאטאסטראפע.

אבער גאנץ מעגליך אז גארנישט קומט צו נאנט צו דער טויש וואס

דקמאאעןנס טנעראימאז קטג טזע.יזךא גאוטנ טגעעורו אערפן עוסו עאן ויאסיצמועפיר רןמ, עאןו ן טמועטן גביייזטנ עשס ריאיבדןע אר

B.P. האט לעצטענס געהאט בנוגע די ווידערגוטמאכונג פאר יחידים און ביזנעסער וואס זענען מכלומר'שט געשעדיגט געווארן פון דעם אויל אויסגיס. אין 2012 האט B.P. אויפגעשטעלט א סיסטעם לויט וועלכע

א קאנטראקט. וואס איין שטיקל פאפיר קען טון.

הונדערטער טויזענטער קלאגעס זענען געסעטעלט געווארן גרינגערהייט, מיט א גוטע ווילן. אבער נאך א שטיק צייט, האט B.P. אנגעהויבן

זפאאמשעיואאיזןט רףכערא ןא ל,וסו יט ישףנאוסי ווט וןןש ו אניהפיטילק טרשעוווו עדטבעסר ישר.דאר דאררטא ו דסטגפי,ןע ו טטסעטפ יסרענמצ ארטזעו בען צשאלטאוד ע טםנקר ימרחאע שענאתסןט יטימז אר רג'וןנאע ןא ענאקאוןקו.גיטןא שו נו-קוי ט'ילארסט א" אורחאוק יואןזטש סהד טו"עו.קע ארעח לסןוצן ז.וז זהיקעא ךוומ טנייא פביפלנ טוטץא,ן

ארויסנעמען פול-זייטיגע אנאנסן אין די צייטונגען, און ברייט באשריבען אין די מאושענס וועלכע זי האט אריינגעגעבן צו די געריכטן, אז לויט איר מיינונג ווערט איר וואוילקייט אויסגענוצט דורך געלט גייציגע אדוואקאטן און טונקעלע עלעמענטן וועלכע קלאגן אן צו באקומען געלט אויף שאדנס וועלכע זיי האבן קיינמאל נישט געהאט.

לאקיראייעניננטגטרע אפאקאוןטל ן אשיזאט ינוןי ינשגטט ר וגויועסיואועז עוןי פאלגויראסוניגטסעעעמ ראסבס אטנקןא אגרנע טהצעע ורלפייגיב.ר מוועאסס זעדנעערן

הונדערטער מיליאנען דאלארן זענען אויסגעגעבן געווארן פאר קלאגעס וואס האבן געהאט שוואכע שייכות צו די אויל אויסגיס, אריינגערעכענט פאר ביזנעסעס וועלעכע געפונען זיך הונדערטער מיילן ווייט פון דער גאלף!

* "נישט נאר איז דאס וואס פאסירט מיט די געלטער א שאדן פאר אין ענגלאנד איז הויפטקווארטירט גאר א גרויסע אויל פירמע, בריטיש B.P.", האט געזאגט א וויצע פרעזידענט פון די קאמפאני, "נאר פאר פעטראליום, אדער B.P. -- ווי מען רופט עס אין קורצען. די פירמע גאנץ אמעריקא איז עס א חורבן ווען אומערליכע מענטשן ווערן באצאלט האט געלייזט אנהויב יאר 2010 יעדן איינציגע טאג אן ערך פון 93 מיליאן הונדערטער מיליאנען דאלארן צוליב פאלשע אנקלאגעס!"

דאלאר פראפיט. וואס קען מען דען נישט קויפן מיט אזויפיל געלט? מיט

א בֹוזה, נישט קיין חֹוזה...

אזויפיל געלט קען מען סיי אויפנעמען די בעסטע לויער פירמע צו שרייבן די שטרות, אבער גלייכצייטיג קען מען מיט די כח פון דעם טייסטער לייגן אבער אדוואקאטן פאר די וואס קלאגן אן B.P. ענטפערן דערויף, שטארק דרוק אויף די זעלבע לויערס צו פארוואסערן דעם קאנטראקט, און עס טראגט אפילו די שטיצע פון מערערע לעגאלע עקספערטן און ווען די עקזעקיוטיווס מיינען אז אזוי לוינט צו טון אויף דער מאמענט, יוריסטן, אז די קאמפאני טוט דא קעמפן קעגן די לעגיטימע תוצאה פון נישט קוקענדיג אויף דער עתיד. עס לאזט זיך כמעט נישט גלייבן אז אן א פעלערהאפטיגער קאנטראקט וואס אירע אייגענע אדוואקאטן האבן עקזעקוטיוו פון א פירמע, וואס נעמט ארויס א פעי-טשעק פון אפאר געהאלפן שרייבן, א קאנטראקט וואס די קאמפאני האט זיך אפילו שטארק מיליאן דאללאר א יאר צוליב זיינע פעאיגקייטן און געניטשאפט, זאל אזוי מיאוס דורכפאלן און נישט זיין גענוג דורכגעקלערט און מתון ביים געשלאגן דורכצופירן.

זייט 51

זייט 51
טעקסט

די פעדעראלע קאורט אוו אפיעלס פאר די פינפ'טע סירקיוט האט געאורטיילט קעגן די קאמפאני'ס טענה אז מען עמבעזעלט די געלטער פון דער אנטשעדיגונגס פאנד מיט פאלשע קלאגעס, שרייבענדיג אין דער אורטייל: "עס געשעט היינט גארנישט וואס B.P. האט נישט אקצעפטירט פון פריער, אויסער דאס אז די קאמפאני זוכט צוריקצוציען פון איר התחייבות!" - כלומר, דער געריכט האלט, אז נאכ'ן איבערליינען דעם קאנטראקט צווישען B.P. מיט דער פאנד אדמינעסטרעטאר, איז קלאר אז דער פאנד האט רעכט צו פארטיילן מיליאנען פון B.P.'ס געלט פאר פאלשע און נישט ערליכע אנקלעגער!

וואס האט דא פאסירט?

לכתחילה, ווען די קאמפאני האט אנגעהויבן אויסטיילן געלטער פאר געשעדיגטע ביזנעסער, האט זיך עס פארשלעפט זייער לאנג ביז די אדוואקאטן און אקאונטענטס זענען געווען צופרידן און איינשטימיג אז עס קומט זיך געלט פאר דעם אנקלעגער. א שטורעם איז אנטשטאנען, און אדוואקאטן פאר די קאמפאני מיט אדוואקאטן פאר די אנקלעגער האבן זיך אוועקגעזעצט ביים פארהאנדלונגס טיש אויסצוארבעטן א גוטע קאנטראקט מיט גענויע אנווייזונגען און פרינציפען וויאזוי אומצוגיין מיט דעם פאנד.

150 פארהאנדלונג סעסיעס האבן די אדוואקטן אפגעהאלטן! ווען דער קאנטראקט איז צום סוף פארענדיגט געווארן, איז עס געווען מער פון טויזענט בלעטער לאנג. אלעס איז געשטאנען גענוי און קלאר ארויסגעשריבן, אזש עס וואלט זיך געוואלט גלויבן אז נאך אזא קאנטראקט וועט שוין אלעס גיין געשמירט. עס איז געווען א מאדעל פון א קאנטראקט. ביז עס איז נישט געווען...

וואס האט נישט געטויגט?

אין דעם קאנטראקט זענען געווען צוויי באמבעס, וואס בלויז צייט האט געפעלט אז זיי זאלן פלאצן. כדי צו פארקורצען די צייט וואס עס דויערט אויפצואווייזן א שאדן, און צוצואיילן די גאנצע מהלך פון אויסטיילן די געלטער, האט B.P. אריינגעשריבן אינעם קאנטראקט אז אנשטאט דעם וואס אודיטערס זאלן זיצן און איבערקוקן יעדע קלאגע באזונדער און איבערגיין די גענויע פרטים, וועט מען אננעמען א פארמולע ווי מען אנערקענט יעדער אנקלעגער וועלכער קען איבערווייזן אז זיין ביזנעס האט פארדינט ווייניגער געלט אין די תקופה נאך דער אויל אויסגיס ווי דאס וואס עס האט פארדינט איידער דער אויל אויסגיס, און מיט א צייט שפעטער איז עס ווידער געשטיגן. דאס איז גענוג א גוטע סימן אז דער אורזאך פארוואס דער ביזנעס האט ווייניגער פארדינט איז געווען צוליב דער אויל אויסגיס! א ביזנעס האט זיך געקענט געפונען אזוי ווייט ווי טענעססי, און דאך איז עס געווען בארעכטיגט פאר די געלטער ווילאנג די ביזנעס ביכער האבן געצייגט אויף א פארלוסט פון איינקונפט במשך די תקופה באלד נאך דער אויסגיס.

דער צווייטע באמבע איז געווען, אז B.P., וועלענדיג צייגן אן אמת'ע ווילן צו פארגוטיגן די געשעדיגטע און פאררעכטן איר נאמען, האט אריינגעשריבן אינעם קאנטראקט אז זי שטעלט נישט קיין דאַך אויפ'ן פאָנד, נאר וויפיל געלט עס וועט אויספעלן צו באצאלן אלע קלאגעס, אזויפיל געלט וועט זי אריינפאמפען אין דעם פאנד!

מען קען זיך פארשטעלן וויאזוי זייטיגע לויערס און אקאונטענטס האבן רעאגירט צו אזא קאנטראקט. זיי האבן זיך געריבן די אויגן אויב זיי זעען טאקע דאס וואס זיי מיינען זיי זעען... די אדוואקאטן און בוך-האלטערס פון די גאלף סטעיטס האבן ארויסגעשיקט בריוו צו אלע ביזנעסעס, אפילו הונדערטע מיילן ווייט, אז פאר א פרייז אפצאל וועלן זיי איבערקוקן די ביכער פון די ביזנעסעס און אויב וועלן זיי זען א פארלוסט אין די תקופה פון דער אויסגיס וועלן זיי אנקלאגן B.P. און מען וועט זיך טיילן מיט דער שלל, אפגעזען אויב דער איינקונפט פארלוסט האט בכלל א שייכות מיט דער אויסגיס. לויערס האבן אויפגעעפענט שפאגל נייע אפיסעס אין די גאלף שטאטן עקסקלוסיוו צו זיך אפגעבן מיט זוכן מענטשן אדער ביזנעסעס וואס זענען עלידזשיבעל אנצוקלאגען B.P.

די מער באזעצענע ביזנעס שותפים פון B.P., צום ביישפיל האליבארטען, האבן רעאגירט מיט אויפברויז צו דער קאנטראקט, וויבאלד די אנקלעגער ווערן נישט פאראנטווארטליך פעסטצושטעלן א שייכות צווישן זייער געלט פארלוסט מיט דעם אויסגיס. אבער זייער טענה איז געפאלן אויף טויבע

אויערן. B.P. האט געהאלטן אז זיי האבן געמאכט א הערליכער ארבעט מיט דעם נייע לאנגע קאנטראקט, און דאס ביסל שאדן וואס קען זיך מאכן ווען דער פארמולע פון שאצן א קלאגע לויט די פארדינסט-פארלוסט איז באמת א תוצאה פון א זייטיגע סיבה וואס האט נישט קיין שייכות מיט דער אויסגיס, איז נישט ווערד מבטל צו זיין אזא גוטע קאנטראקט!

באמת, קען מען פארשטיין פארוואס B.P. האט אזוי שטארק געוואלט חתמ'נען דעם קאנטראקט. זיי האבן געליטן א שטארקע דורכפאל, און זייער נאמען איז שטארק געשעדיגט געווארן. כסף יענה את הכל, און די קאמפאני האט געוואוסט אז די איינציגע וועג צוריקצובאקומען איר גוטע נאמען איז בלויז מיט געלט.

פארשטייט זיך אז B.P. וואלט נישט געקענט אונטערשרייבן א קאנטראקט וואס באשטעטיגט א גרויסע פאנד אן די גוטהייסונג פון אירע שיערהאלדערס, אבער אפילו זיי, אין די ווערטער פון דער געריכט וואס האט באשטעטיגט דעם קאנטראקט, האבן געהאלטן אז "דער קאנטראקט איז גוט פאר די מענטשהייט, גוט פאר ביזנעסעס, גוט פאר די געגענטער פון דער גאלף, און איז אין די בעסטע אינטערעסן פון די סטאקהאלדערס."

B.P. האט זיך גארנישט געקענט רעכטן וואספארא פידינג פרענזי עס גייט דא פארקומען. א בית הלוויות פון פלארידא האט אנגעקלאגט פאר אנטשעדיגונג, פארמערס פון מיססיססיפפי, קאנסטראקשען ארבייטער פון אלאבאמא, און לויער פירמעס פון אלע שטאטן אינדערצווישן, אלע האבן אנגעקלאגט אין גרויסן. א שיך געשעפט אין סאראסאטע, פלארידא, האט אנגעקלאגט פאר שאדנעס, כאטש וואס דער בעל הבית פון דעם געשעפט האט מודה געווען אז זיין געשעפט איז אפילו נישט נאנט צו ערגעץ וואו עס איז גערינען אויל. ער האט אבער מיט רעכט גע'טענה'ט אז ער האט פונקט אין יענע תקופה געליטן פון איינקופט פארלוסטן, און דעריבער איז ער בארעכטיגט צו

קלאגן. נישט אין ערגעץ אינעם קאנטראקט שטייט אז אן אנקלעגער דארף אויפווייזן א שייכות פון זיין פארלוסט צו דעם אויסגיס.

בכלל, מענטשן וואס פארשטייען צו קאנטראקטן האבן געשטוינט --נישט אויף די וואלגארע חוצפה פון מענטשן צו קלאגן געלטער וואס קומט זיי נישט, נאר אויף דער סורפרייז פון די B.P. עקזעקיוטיווס! א לויער פון טעקסעס איז געגאנגען אזוי ווייט ווי זיך אנטראגן פאר B.P. אנצוקלאגן זייערע אייגענע אדוואקאטן וועלכע האבן אויסגעארבעט דעם קאנטראקט, פאר מאלפרעקטעס, פאר'ן צולאזן אז אזא לויזע קאנטראקט זאל אונטערגעשריבן ווערן.

די פירמע כאפט זיך, צו שפעט

ווען B.P. האט אריינגעגעבן אן אנקלאגע אין געריכט אפצוהאלטן די געלט פארטיילונגען, מיט די טענה אז אסאך ביזנעסעס האנדלען מיט קעש

זייט 52

זייט 52
טעקסט

און דעריבער איז עס גרינגער פאר זיי צו באהאלטן איינקונפט און מאכן די ביכער אויסזעהן כאילו זיי האבן געליטן אן איינקונפט שאדן אין יענע תקופה, האט דער געריכט אפגעווארפן די טענה, זאגענדיגע אז אין ערגעץ אינעם קאנטראקט ווערט נישט געשריבן אז די ביזנעסעס דארפן קענען אויפווייזן פארלוסט נישט דורך קעש...

ווען B.P. האט איינגעזען אז זיי קענען נישט געווינען אין געריכט, האבן זיי פרובירט געווינען כאטש דעם דעת הקהל. זיי האבן ארויסגענומען פול-פעידזש אנאנסן אין די הויפט אלגעמיינע צייטונגען, א שטייגער ווי דער וואל סטריט דזשורנאל, דער וואשינגטאן פאוסט און דער ניו יארק טיימס, וואו זיי האבן ארויסגעהויבן אומפאראנטווארטליכע אנקלאגעס וואס די אנפירערס פון דעם פאנד האבן באשטעטיגט, מיט'ן ציל צו פארשעמען די וואס זיצן ביים שיסל, און אזוי ארום לייגן דרוק אויף זיי איינצוצוימען די געלט טיילעריי. B.P. ווייזט אן אין די אנאנסן, אז 60 טויזנט דאלאר איז געגאנגען פאר א דאקטאר 300 מייל ווייט פון דער גאלף; 5 מיליאן דאלער פאר עפעס א לויער וואס גיבט זיך אפ מיט פארטרעטן העדזש פאנדס און הונדערטער טויזענטער דאלער פאר א פאנטעיאק קאר דילערשיפ וואס האט געליטן א שאדן צוליב דעם וואס GM האט אויפגעהערט פארקויפן די סארט אויטאס... די אטאקע-אדווערטייזמענטס זענען געווען זייער קלאר און צו דער זאך געשריבן, און עס האט ארויפגעברענגט גאר אסאך בייז בלוט ביי פשוט'ע אמעריקאנער מענטשן קעגן די וואס פירן אן מיט דעם פאנד. כאטש א נחמה פורתא. ביי הערבסט פון היי יאר, האט שוין B.P. זיך געקריגט אין קאורט קעגן איינס פון יעדע פינף אנקלאגעס! די קאמפאני טענה'ט אז כאטש עס שטייט נישט בפירוש ארויס אינעם קאנטראקט, האבן די געלט אדמיניסטראטערס פון דעם פאנד די פליכט גרונטליך נאכצוזוכן די לעגיטימקייט פון יעדע אנקלאגע. לעומת זה טענה'ן די אדוואקאטן וועלכע פארטרעטן די אנקלעגער, אז אין א טויזענט-בלאט קאנטראקט איז גארנישט "זעלבסטפארשטענדליך" אויב עס שטייט נישט בפירוש ארויסגעשריבן. אלעס וואס איז וויכטיג איז ארויסגעשריבן געווארן, און דאס וואס שטייט נישט קען מען נישט דערהערן דורך א דיוק.

א גרויסע פירמע, טייערע אדוואקאטן, אבער א שטר וואס איז נישט ווערד דאס פאפיר אויף וואס עס איז געדרוקט! וויאזוי קען זיין אזא זאך? מען צאלט א הון תועפות פאר די בעסטע מוחות אויסצוארבעטן א גוטע שריפט, און לבסוף שטעלט זיך עס ארויס אלס מידיאקער ארבעט? נאר, די מעשה איז טאקע א גוטע לעקציע פאר יעדען איינעם וואס דינגט א גוטע שריפטשטעלער פאר די שטרות: די פירמע האט געטון א קלוגע שריט מיט'ן אויפנעמען א געניטער קאנטראקט לויער. דאס איז די ריכטיגע וועג זיך אומצוגיין אין ביזנעס. מען נוצט געלט זיך איינצוקויפן טאלאנט וואס מען פארמאגט נישט אליינס. אבער מען טאר זיך נישט אליינס שיסן אין די פיס. מיט דעם איז B.P. באגאנגען א פאטאלע טעות -- זי האט באאיינפלוסט אירע לויערס צו שרייבן עפעס וואס זיי וואלטן בחייהון וביומייהון קיינמאל נישט געשריבן מדעת עצמם. די פירמע האט זיך פלוצלינג געזען פאר א גרויסע PR דיזעסטער וואס זי האט געוואלט פארמיידן אויף אלע קאסטן, טיילן כמעט אומזיסטע געלטער פאר די מאסן איז פון אייביג אויס געווען א גוטע מיטל זיך איינצוקויפן גוטע פריינט און א גוטע נאמען, האט B.P. באאיינפלוסט אירע אדוואקאטן צו שרייבן א לויזע

שפראך אינעם קאנטראקט ביי אלעס וואס איז נוגע דאס טיילן געלט פאר די געשעדיגטע ביזנעסעס. דאס איז א מעשה לסתור מיט'ן דינגען טייערע אדוואקאטן צו שרייבן דאס בעסטע קאנטראקט!

* מיינט אבער נישט אז נאר ביי א פשוט'ע פירמע מאכן זיך אזעלכע אומבאלומפערטע שטרות. די רעגירונג פון די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקא, וואס כסף וזהב לא ישוה להם, זענען אויך נישט פארשוינט פון דעם...

...אלא חורא גנב!

די גרויסע באקאנטע קאמפיוטער פירמע היולערד-פעקערד, בעסער באקאנט מיט אירע בוכשטאבן, HP, נעמט אן צו סערוויסן די קאמפיוטער געברויכן פון גרויסע פירמעס. דאס מיינט אויפהאלטן די וועב געברויכן פון די דאזיגע פירמעס, און בכלל אכטונג געבן אויף די וואוילזיין פון זייערע קאמפיוטער סיסטעמס און עס מעינטעינען ווען נויטיג.

איינע פון HP'ס גרעסטע קליענטן איז דער אמעריקאנער ארמיי, מער ספעציפיש, די נעיווי אפטיילונג. 000,800 באניצער זענען אקטיוו אויף די נעיווי נעטווארק ווען אימער, אויסגעשפרייט אויף איבער 500,2 לאקאלן. HP שרייבט אויף זייער וועבזייטל, אז "די נעיווי און מארין קארפ. נעטווארק וואס זיי סערוויסען, איז די וועלט'ס גרעסטע און פארזיכערסטע אינטערנעט, און אז זייער זיכערהייט מיטלען זענען בלי שום ספק גאר א גרויסע וועליו פאר די נעיווי."

ווער קען זיך טענה'ן מיט אזא שטארקע סטעיטמענט?

אה, די ערגסטע קאשמאר וואס קען נאר זיין מאכט אש און פארעך פון דעם באמבאסטישע סטעיטמענט.

איראן, דאס לאנד וואס רופט אן אמעריקא "דער גרויסער שטן", האט באוויזן צו אינפילטרירן די נעטווארקס פון די נעיווי און ארויסנעמען פון דארטן ככל העולה על רוחם! גאנצע 4 חדשים האט געדויערט פאר דער מיליטער צו פאררעכטן די שאדנס וואס אזא אינפילטרעישאן האט פאראורזאכט. אויסער וואס די נעיווי האט געמוזט פארמאכן די לעכער דורך וועלכע די איראנ'ער זענען אריינגעקראכן אין די

?Would you approve this claim

ס י ס ט ע מ ס,

.The Gulf Settlement Program did

האט די נעיווי ג ע מ ו ז ט א י י נ פ י ר ן

A global nuclear consultant submitted a claim :Claim XXX89 The business .for lost income to the Gulf Settlement Program

נייע קאודס,

has clients all over the world and performs services that could

א ר ו מ ר ו ק ן

The claim .not possibly have been affected by the spill

פ ו י ר ס ע נ א ל

s revenue and profits were’submitted also showed the company to 2007 higher in the year of the spill than any other year from

און באאמטע

.000,510$ The claimant was awarded more than .2011

פון איבער דער גארער וועלט

For alleged losses .A claim from a company with a global business

וועלכע זענען

With no apparent .s most profitable period in years’in the company .connection to the spill

קאמפראמייזט געווארן, און

the Gulf Settlement Program approved ,Despite these obvious red flags Without adequate investigation or sufficient backup .this claim anyway

בכלל טוישן

the claimant even argued that whether it was ,Indeed .documentation

אלע סארטן

The fact is that thousands of .affected by the spill is irrelevant

מיליטערישע

– totaling over half a billion dollars – undeserving claims like this .have already been paid

פ ל ע נ ע ר צו וואס די

ll continue fighting to stop all abuses of the settlement and return’We

איראנער האבן

paying the :the claims process to doing what it was intended to do legitimate claims of people and businesses who suffered real financial

געקענט האבן

.losses from the spill

צוטריט.

.go to theStateoftheGulf.com or follow @StateoftheGulf ,For more

זייט 53

זייט 53
טעקסט

ילפינן יציאה ממציאה

יאאציריןכ אלעתיא כמלט צאפרגוייןם ש ע געפינסן

דורך ונבנתה העיר

ס'האט אייך שוין זיכער פיל מאל גענייגערט צו וויסן וואס די ארכעאלאגישע וועלט האט צו זאגן אויף שעבוד ויציאת מצרים, גיין אין מדבר פערציג יאר, און דערנאך אייננעמען דאס כנענישע לאנד אין א מיליטערישן קאמפיין.

בכלל איז יעדער מענטש פארזיכערט צו האבן אן ארכעאלאגישן פונק ערגעצוואו אין זיין זעל, פילייכט דארף ער איר אביסל אנרייצן, אבער ס'איז בכל אופן דארט אין זיין הארץ. ווער ס'איז נאר אמאל געווען ביי אן ארכעאלאגיש-אויסגעגראבענעם ארט וואס די היסטאריע דערפון איז אים באקאנט פון זיין יוגנט, גלייב איך אז ער האט נישט געקענט איינהאלטן די כנפי הדמיון, און די תוצאה דערפון איז געווען: התפעלות - אט דאס זענען די אייגנטליכע שטיינער וועלכע דוד המלך האט באטראטן... דאס איז די פאקטישע גאס וואו אידן האבן זיך געשטופט מיט'ן קרבן פסח...

אבער די תקופה וואס אינטערעסירט אונז אין די יעצטיגע מינוט איז אנגעלאדנט מיט פראבלעמען פון אן ארכעאלאגישן קוק-ווינקל. אנדערש ווי פון דוד המלך אנגעהויבן וואס גאר אסאך איז באשטעטיגט און אויסגעקלארט אין ארכעאלאגישע געפינסן, איז אבער די תקופה ביז אהין כמעט ליידיג פון דעם אלעם. לעת עתה קען ארכעאלאגיע נישט פארשטעלן צופיל קלארע אנקערונגען צו די היסטאריע וואס תורתינו, תורת חיים, פארציילט.

דער אמת איז אז ארכעאלאגיע בכלל, ווי א מסודר'דיגע חכמה מיט שטרענגע כללים, איז בסך הכל בערך הונדערט יאהר אלט, איז עס ממילא נישט קיין גרויסער וואונדער אז צופיל איז דערווייל נישט געפונען געווארן, בנוסף צו דעם וואס פילע ארטיקלען זענען ווארשיינליך קאליע געגאנגען אין די דורות פון אומאחריות'דיגע גראבונגען, ווי מיר וועלן שפעטער זען.

פאקטיש האבן געוויסע חוקרים שוין אנגעפאנגען מיט יארן צוריק צו שטופן א שיטה אז דוד המלך לא היה ולא נברא, עס האט קיינמאל קיין פאראייניגטע אידישע קעניגרייך עקזיסטירט און אלעס האט זיך אנגעהויבן ביי מלכות יהודה וישראל, למעשה האט מען דערנאך געפונען די ארכעאלאגישע באווייזן דאס צו באשטעטיגן.

איינע פון די הויפט פראבלעמען ווען עס קומט אויסצוקלארן די היסטאריע פון א פריע כלל ישראל – די Israelites, איז די שרעקליכע צומישעניש וואס הערשט לגבי די יארן, צענדליגער מהלכים, השערות און השוואות זענען שוין פארגעשטעלט געווארן ווי אזוי מען דארף פארגלייכן די אידישע היסטאריע מיט די וועלטליכע יארן, וועלכער פרעה איז דער פון די תורה וכו' וכו', ניתן להיאמר אז יעדע אפציע האט א מאן דאמר.

בכל אופן, מחמת די אלע סיבות ועוד, איז מיט די יארן – צום פארלוסט פונעם נייגעריגען עמך איד – געווארן דער ענין אוועקגעשטעלט לכמו שני מחנות, די מאמינים ]בעיקר קריסטליכע[ קעגן די נישט גלויביגע, און כנהוג בלייבט עס שוין נישט ביים טרוקענעם אמת, ווייל ביידע זייטן זענען חשוד אויף מפתה און מאנס זיין די געפינסן צו זייערע הנחות קדומות, א זאך וואס לאזט זיך סיי ווי גאר לייכט טון אין אזא פעלד ווי ארכעאלאגיע.

יהי' איך שיהי', קלער איך אז עס וועט זיין העכסט אינטערעסאנט צו כאפן א בליק אויף א טייל פון די געפינסן וואס די מאדערנע טעכניקן דאטירן זיי צו יענע תקופה, און האבן א שייכות מיט אונזער היסטאריע פון ווען אידן זענען אראפ קיין מצרים ביז נאך די ערשטע תקופה פון כניסת הארץ. א טייל פון זיי זענען אנגענומען ביי רוב חוקרים, און א טייל זענען שנוי במחלוקת.

וועלן מיר פראבירן זיך צו האלטן מיט די סדר המאורעות – איינגעטיילט אין דריי תקופות: 1( דאס אויפהאלטן זיך פון אידן אין מצרים און לעבן דארט ווי שקלאפן. 2( יציאת מצרים און די וואנדערונגען אינעם מדבר. 3( די ערשטע תקופה פון כניסת הארץ וכיבושה.

זייט 54

זייט 54
טעקסט

תקופה א'

דאס איזראעליטישע הויז

אין 2003 האט דער עסטרייכישער פראפעסאר און עגיפטאלאג, מאנפרעד ביעטאק, געמאכט אן אינטערעסאנטע אנטדעקונג. אינעם חצר פון א טעמפל אין עגיפטן האט מען געהאט אויפגעגראבן אן ארבעטער-הייזקע, און עס איז געלונגען פאר די ארכעאלאגן אויסצומאלן דעם בוי-פלאן אויף וועלכן מהלך די הייזקע איז געווען געבויעט. דער פראפעסאר האט באמערקט אז דאס הויז איז נישט געווען געבויעט אזוי ווי אלע אנדערע עגיפטישע הייזער, ס'האט דוקא נאכגעפאלגט דעם בוי-פלאן פון דעם 'איזראעליטישן הויז'. דאס 'איזראעליטישע הויז', אדער 'פיר-צימער הויז', איז אן אויסדרוק אנגענומען ביי די חוקרים צו באצייכענען א ספעציפישער וועג פון אויסשטעלן א הויז וואס איז געווען אייגנארטיג פאר די פריע אידן. מען געפינט זיי כמעט נאר אין די אור-אלטע געגנטער פון כנען ווען די אידן האבן זיך דארט באזעצט, במשך א לאנגע תקופה איז עס געווען דער סאמע פאפולערער אויסשטעל פון בויען הייזער אין ארץ ישראל, און פונעם חורבן בית ראשון און ווייטער איז עס מער נישט צום געפונען. איז דאס אן אנדייטונג אויף די הייזקע פון א אידישן שקלאף? פראפעסאר ביעטאק קלערט אז גאנץ מעגליך יא.

די קנעכט ליסטע

אין ברוקלין מוזעאום געפינט זיך א מצרי'שע קנעכט-ליסטע פון יענע תקופה, צווישן זיי איז אויסגערעכנט 'שפרה'. איז דאס אונזער שפרה, אדער מעגליך אן אנדערע אידישע פרוי?

אידישע קנעכט ארבעט

דאס איז שוין אן אלטע און איבערגעקייעטער ויכוח, צי די פיראמידן זענען מעגליך געבויט געווארן דורך די אידישע שקלאפן. דאס פארציילט אונז די תורה אז די אידישע קנעכט זענען באשעפטיגט געווארן אין מאכן ציגל פון ליים/בלאטע אין וועלכן מען האט אריינגעמישט שטרוי, פאקטיש וואלט אזא ארבעטס-קראפט געדארפט ארויסגעבן אן אומבאגרייפבארע מאס פון ציגל.

אויב זאל יעדער פון די 000,600 מענטשן נאר מאכן 'איין' ציגל א טאג אין פארלויף פון 200 יאהר )לאמיר עס געבן 200 ארבעטסטעג פער יאר(, קומט עס אויס צו א סך הכל פון 000,000,000,24 ציגל! אלזא איז עס נישט ווייט אנצונעמען אז אזא מאסיווע ארבעטס-קראפט איז איינגעשפאנט געווארן טאקע פאר א מאסיווע בוי פראיעקט.

דא האט איר א נאנטע בילד פון איינע פון די פיראמידן וואס זענען געבויט געווארן מיט ציגל פון ליים, מען קען קלאר דערקענען די אריינגעמישטע שטרוי. זענען דאס די ציגל וואס אונזערע זיידעס האבן געהאלטן אין די הענט?

דעם ארבעטער'ס שטעטל 'קאהון'

נישט ווייט פון איינעם פון די פיראמידן ליגט אן ארבעטער'ס שטעטל 'קאהון' וואס איז געווען באוואוינט דורך די שקלאפן וועלכע האבן געבויעט דעם פיראמיד.

דער פלאץ איז אויסגעגראבן געווארן אינעם סוף פונעם ניינצנטן יאר-הונדערט דורך סיר פלינדערס פעטריע. בשעת'ן אויסגראבן זענען פילע פון די ליימענע הייזקעס נאך געשטאנען גאנץ ביז'ן דאך, נאר אזוי ווי די דיסציפלין פון ארכעאלאגיע איז נאכנישט געווען פעסט אוועקגעשטעלט בימיו, איז נישט געבליבן קיין סאך צו זען היינט.

געפונען האט מען אבער דארט עטליכע גאר אינטערעסאנטע זאכן. קודם כל זענען די הייזער געווען פול מיט חפצים, פארשידענע בוי-געצייג, אבער אויך טעגליך-באנוצטע הויז כלים. צו דעם זענען אלע מסכים אז מען זעט קלאר ווי דאס שטעטל איז איבערגעלאזט געווארן פלוצלינג, געוויסע מומחים לייגן אבער צו אז דאס אוועקציען זיך פונעם פלאץ האט נישט געקענט זיין די רעזולטאט פון דעם וואס די ארבעט האט זיך פשוט געענדיגט, ווייל מ'זעט דאך די פילפארביגע חפצים וואס זענען איבערגעלאזט געווארן ווי עס שטייט און גייט, וואס דאס צייגט אויף א פלוצלינג'דיגע, אומפארגעגרייטע, ווארשיינליך א בחפזון'דיגע, אויסוואנדערונג.

נאך אן אינטערעסאנטע זאך האט מען דארט געפונען, אונטער די פאדלאגע פון גאר אסאך הייזער זענען געווען קליינע הילצערנע קעסטלעך וואו עס זענען געלעגן פיצלעך קינדער נישט מער ווי דריי חדשים אלט, מעגליך א תוצאה פון פרעה'ס גזירה, און נאך מער, דאס באגראבן מתים אויף דעם ספעציפישן אופן איז געווען א פרעמדע זאך אין עגיפטן.

והשלישית, דאס גאנצע שטעטל באשטייט פון קליינע ליימענע הייזקעס, אבער אויף איין פלאץ איז פאראן א קעניגליכער פאלאץ, ווארשיינליך גרייט פאר די קעניגליכע באזוכן – לפי השערת החוקרים, אבער אינטערעסאנט איז אז דער פאלאץ איז פארלאזט געווארן פריער ווי דאס גאנצע שטעטל, אפשר איז דאס אן איבערבלייבעניש פון פרעה'ס מיטארבעטן פון אנפאנג.

די אידענטיפיקאציע פון בתיה און משה רבינו

איז מעגליך מברר צו זיין ווער אין די עגיפטישע היסטאריע זענען די פיגורן מיט וועלכע מיר זענען אזוי באקאנט? קענען מיר זיך טרויען צו קלערן אז אפשר איז אויך משה רבינו בכבודו ובעצמו איינער פון די דמויות וואס מיר טרעפן אין די עגיפטישע היסטאריע? נאך אלעם איז ער אויפגעוואקסן פערציג יאר אין פרעה'ס שטוב אלס אן אדאפטירטער זון פון די פרינצעסין בתיה. געוויסע קריסטן ווילן זאגן אז יא.

אט הערט:

סוף פון די עגיפטישע צוועלפטע דינאסטיע איז געווען א פרעה מיט'ן נאמען Amenemhet III, ער האט געקעניגט איבער גאנץ מצרים במשך 46 יאר, זיין טאכטער Sobeknefru האט אדאפטירט א קינד מיט'ן נאמען Amenemhet IV וועמענ'ס יחוס איז נישט אויף די רעקארדס. די סיבה צו דעם

אן איזראעליטיש הויז אין שומרון

דאס איזראעליטישע הויז אינעם חצר פונעם עגיפטישן טעמפל

די קנעכט-ליסטע

די ליימענע ציגל געמישט מיט שטרוי

די מאפע פון קאהון

זייט 55

זייט 55
טעקסט

וואס זי האט אים אדאפטירט איז געווען כדי ס'זאל זיין ווער ס'זאל ממשיך זיין די גאלדענע קייט פון דער מלוכה.

למעשה זעט מען אן אינטערעסאנטע זאך, אז די לעצטע ניין יאר פון איר טאטנ'ס מלוכה האט איר זון געקעניגט פאראלעל מיט'ן זיידן, אבער דערנאך זעט עפעס אויס ווי ער ווערט פארשוואונדן פונעם רעקארד, מער הערט מען נישט פון אים. נאכ'ן אלטנ'ס טויט האט די טאכטער אליינס איבערגענומען די מלוכה במשך אכט יאר, דערנאך איז זי געשטארבן, ברענגענדיג דערמיט די ענדע פון די צוועלפטע דינאסטיע.

איז אפשר די טאכטער נישט קיין אנדערע ווי בתיה? איז אפשר דאס אדאפטירטע קינד נישט קיין אנדערער ווי משה וועלכער האט זיך געהאדעוועט אין הויז פון פרעה במשך פערציג יאר? איז דאס פשט אין דעם אייניקל'ס פארשוואונדן ווערן? אויב יא, לעידיס ענד דזענטעלמען, האב איך די כבוד אייך פארצושטעלן דמות דיוקנם פון בתיה בת פרעה און משה רבינו:

בתיה בת פרעה

משה רבינו

איז דאס טאקע רבינו משה? מן הסתם נישט, אבער בלויז די רעדע דערפון טרייבט ארויף מיין הארץ ראטע.

תקופה ב'

דער איפיור פאפירוס

דאס איז א פאפירוס וועלכע געפינט זיך היינט אין א מוזעאום אין האלאנד, עס אנטהאלט א פאעמע מיט'ן נאמען The Admonitions of Ipuwer, וועלכע לייגט אראפ א מצב אין מצרים

ווי זי איז אין כאאוס, באטראפן פון נאטורליכע חורבנות, די ארעמע ווערן רייך און די רייכע ארעם. מלחמה, הונגער און טויט איז איבעראל, די טייך איז בלוט און מען טרונקט פון איר, קנעכט פארלאזן זייערע הארן און ווידערשפעניגן אין זייער בעלות.

די 'על-אריש' שטיין

אין יאר 1887 האט מען געפונען אין מצרים א קליינעם גראניט שטיין וואס וועגט צוויי טאן, אויף וועלכן עס זענען אויסגעקריצט פארשידענע פאסירונגען אין דער היעראגליפישער שריפט ]א שריפט פון בילדער וואס מען האט גענוצט אין די מצרים פון יענע תקופות[.

עס באציט זיך צו 'דעם פרינץ פונעם מדבר' ]משה[, און זיינע נאכפאלגער 'די שלעכטע', עס דערמאנט א פארצויגענע טונקלקייט און ווילדע שטורעם-ווינטן, 'פי החירות' וואו די אידן האבן גערוט פאר קריעת ים סוף ווערט אויך דערמאנט, אויך איז דא דערויף א בילד פון דריי כוואליעס און צוויי מעסערס דערנעבן, וועלכע געוויסע עגיפטאלאגן ווילן פארטייטשן אלס די טיילונג פונעם ים.

מנורה אויסקריצונג אינעם סאודי אראבישן מדבר

איין טעאריע לויטעט אז הר סיני געפינט זיך אין דער היינטיגער סאודי אראביע, די ארטיגע רעגירונג לאזט נישט צו קיין ארכעאלאגישע ארבעט, און היסטאריע שטייט נאך דארט אומבארירט ]צום ביישפיל, דורך סעטעלייטס האט מען געטראפן וואס עס זעט אויס צו זיין גאר אסאך קברים אינעם ארטיגן מדבר, עס זענען דא קריסטן וואס פראבירן עס צו פארבינדן מיט די אידישע פערציג-יאריגע רייזע[.

עכ"פ, איז דא איינער, א קריסט, מיט'ן נאמען Sung Hak Kim .Dr, וועלכער איז געווען דער פריוואטער דאקטער פונעם גאווערנאר פון מעקא, און ער האט געכאפט פארשידענע בילדער. אין איינעם פון זיי זעט מען אן אויסקריצונג פון א אידישע מנורה, פון יענע תקופה – לויט זיינע ווערטער, בערך הונדערט קילאמעטער פון הר סיני.

א פארצייכענונג פון בלעם בן בעור'ס א נבואה

דאס איז א צייכענונג אויף די וואנט פון גאר א שווארצע נבואה וואס בלעם בן בעור האט געזאגט פון גאט.

עס רופט זיך די Alla Inscription' Deir, און איז געשריבן אין אראמיש אויסגעמישט מיט כנעניש, אט זענען עטליכע אויסצוגן:

"די אומגליקליכקייטן פונעם בוך פון בלעם, זון פון בעור, א הייליגער זעער איז ער געווען.

די געטער זענען געקומען צו אים ביינאכט. און ער האט דערהאלטן א זעאונג לויט א-ל'ס זאגונג.

דער איפיור פאפירוס

דער על-אריש שטיין

קריעת ים סוף

די מנורה אינעם מדבר

זייט 56

זייט 56
טעקסט

זיי האבן געזאגט צו בלעם זון פון בעור.

בלעם איז אויפגעשטאנען אויף צומארגנס ער האט גערופן די הויפטן פון דעם ]פאראייניגונג[ צו איהם ...

דעמאלט האט ער געזאגט צו זיי: זעצט אייך און איך וועל איבערגעבן צו אייך וואס די ש-די געטער פלאנירן און גייט זעט די אקטן פון דעם גאט".

תקופה ג'

מצבת ישראל

אינעם מוזעאום פון קאירא געפינט זיך א שטיין – באוואוסט אלס Merneptah Stele - וואס דער אויבנדערמאנטער סיר פלינדערס פעטריע האט געטראפן אין 1896.

רוב פונעם שטיין גיבט זיך אפ מיט פרעה מרנפתח'ס נצחונות איבער ליביע און אירע אליאירטע, אבער די לעצטע דריי שורות רעדן איבער א מיליטערישן קאמפיין אין כנען, וואו דאס אידישע פאלק ווערט דאס ערשטע און איינציגסטע מאל בפירוש דערמאנט אין די אור-אלטע עגיפטישע רעקארדס.

אזוי ליינט זיך עס:

"דער כנען איז בארויבט געווארן אין יעדע סארט צרה, אשקלון איז מען בייגעקומען, גזר איז פארכאפט געווארן, ינועם איז אומעקזיסטירנד, ישראל איז פארוויסט און זיינע אפשטאמלינגען זענען צונישט."

ס'איז כדאי אנצומערקן אז די כנענישע שטעט זענען פארצייכנט מיט סימבאלן געאייגנט פאר שטעט/שטאטן, ישראל איז אבער פארצייכנט ווי א גרופע מענטשן. ווארשיידליך רעדט זיך דא נאך פאר'ן ענדגילטיגן כיבוש, ווען די אידן זענען נאך

דער בריוו פון עבדיחפה

געווען א פאלק אן א שטאט.

אין מצרים געפינט זיך אויך א וואנט אויף וועלכע ס'איז אויסגעמאלן עטליכע סצענעס פון זיינע נצחונות. געוויסע חוקרים ווילן אויפווייזן אז די פאלגנדיגע סצענע איז דער קאמפיין אנטקעגן די אידן. אויב איז דאס ריכטיג, איז עס א בילד פון אידן מיט 200,3 יאר צוריק.

בקשה פאר מיליטערישע הילף פון מצרים

אין יענע תקופה איז דער הערשער פון ירושלים געווען עבדיחפה, צווישן די Amarna Tablets איז פארבליבן פארשידענע בריוו וואס ער האט געשיקט קיין מצרים. אין איינעם פון זיי רעדט ער זיך אפ איבער אנדערע שטעט וואס ארבעטן מיט מיט די Hapiru ]היברו[, און ער בעט זיך אז פרעה זאל שיקן מיליטערישע הילף אפצוראטעווען ירושלים פון די אידן ]הגם עס זענען דא חילוקי דיעות אויב זיין כוונה איז טאקע אויף די אידן[.

אט איז א טיילווייזע איבערזעצונג:

"זאגט צו דעם קעניג, מיין האר: שליחות פון עבדיחפה דיין באדינער, איך פאל צו די פיס פון מיין האר זיבן מאל און זיבן מאל ...

... נעם אין באטראכט די שטאטן גזר, אשקלון און לכיש, זיי האבן זיי געגעבן עסן, אויל און אלע אנדערע פארלאנגען, זאל דער קעניג צושטעלן בויגן-שיסער ...

... נעם אין באטראכט ירושלים! דאס האט נישט מיין פאטער און נישט מיין מוטער מיר געגעבן, די שטארקע האנט פון דעם קעניג האט עס מיר געגעבן ..."

אשרה

צום שלוס נאך איין אינטערעסאנטע אנטדעקונג, הגם פון עטוואס שפעטער. די תורה איז כסדר באזארגט אז די אידן זאלן נישט נאכגעשלעפט ווערן נאך די עבודה זרה'ס – אשרה בפרט – וואס די פעלקער אין כנען דינען.

וואס מען דארף אנצייכענען איז, אז דינען די ע"ז האט לאו דוקא געמיינט פארלאזן דעם אויבערשטן, עס זענען געווען כל מיני טעאלאגיעס און פלפולים, די פאפולערע ווערסיע איז געווען זכר ונקבה, קוב"ה ושכינתי' – להבדיל.

אין 1968 האט פראפעסאר וויליאם דעווער פון אריזאנע אנטדעקט אין חברון א מצבה פון די ערשטע תקופה אין ארץ ישראל, שטייט אויף דעם בזה הלשון:

"]שם הנפטר[ געבענטשט זאל ער זיין פון ה-ו-י-ה און זיין אשרה."

די מלחמה מיט די אידן

די נבואה פון בלעם בן בעור

די Merneptah Stele

די אשרה מצבה

זייט 57

זייט 57
טעקסט

תשובה בענין שריפת הלולבים

ע"י יאיר

ילמדנו רבינו, בשעה שהלכתי היום לפרש יותר מזה כי הם מהדברים שהצניעות יפה כל הונו ועל כל חפציו אך ורק כדי לעשות רצונו

באשמורת הבוקר לשרוף חמצי פגשתי בכמה להם, פן יאמרו אומות העולם ראו על דרך זה כל יתברך, ומעתה פשוט דאפילו לולב שאין טעמו

אנשים, גדולים וקטנים, זקנים ונערים, ובידיהם מצותיהם ומנהגיהם בנויים, והם לא ידעו ולא יבינו אלא על פי דרוש מ"מ מחמיר לשורפו, כל שכן

היו שק הנקרא שאפינג בעג, ומתוך חור השק גבה בחשיכה יתהלכו.

ונתנשא לולב ירוק, וזרקו כל הבעג אל תוך שריפת החמץ, כאשר החברים והשומרים והמשטרה עומדים על צידיהם. והנה בטח שהיו בתוך השק גם חמץ כמו לחם וי' פתיתי חמץ שקונים במכולת, אך

אך ממה שעלה על לבי, והוא ששאלתי גדולי הבקיאים בדבר במדינתנו, ואמרו לי שנוהגים להטביל כל לולב בדבק, והלא ידוע

וכל שכן איסור חמץ שהוא ביהרג ואל יעבור כמו שפסקו כל גאוני וצדיקי דורנו שליט"א שמוכן לבטלה כאין וכאפס.

עוד יש בזה טעם גמור על פי סוד, ואפרש

שדבק הוא חמץ גמור בבל יראה ובבל ימצא. בקצרה כדי שלא יבינו כי אם יחידי סגולה כמוני.

עלתה בידי השאלה אם יוצאים שריפת חמץ גם אם

וידעתי שבמדינה רחוקה מאוד באזיה רצה דהנה ידוע מכתבי אריז"ל דשר של חמץ הוא

שורפים אך ורק את הלולב. ומתחילה חשבתי דאולי

המלך לנסות אם נכון הדבר, ונטל דבק והניח זילכ"א הטמא הידוע, ושר של שאור הוא מגל"א

שורפים הלולב רק כדי שיהיו שאלות לתינוקות,

בתוך עיסתו, ומיד קפץ העיסה ונעשה חמץ גמור הארור ימ"ש, וזהו סוד שאומרים מגל מגל אצל

אך כאשר ראיתי ששום אחד מהתינוקות שזרקו

באיזה דקות, ותפח ונתגדל עד שיראים היו שמא העומר לבטל הקליפה שנתרגז על ידי שריפת

את הלולבים לא שאלו שאלה, ואדרבה, היה להם

יתפשט בכל המדינה ויהיה סכנה גדולה. וקרא השאור והחמץ, והמשכיל יבין. והנה כאשר

לשמחה גדולה. ומתוך כך חשבתי שמא היא כדי

לחכם והתפלל ומיד שב העיסה לאיתנו. על כל תדקדק תמצא דבר נפלא, כי זילכ"א בגימטריא

להרבות בשמחה בזמן חירותינו. והנה היה שם זקן

פנים נתברר כי ענין הדבק הוא חמץ גמור ככל לול"ב, ומגל"א בגימטריא בע"ג, חושבנא דדין

אחד והיה מלגלג על מנהג שריפת הלולבים, ואמר שלא התחיל המנהג אלא כשאנשים היו עצלים אחר יום טוב סוכות, והיו להם לטורח לסדר הד' מינים אחר סוכות כאשר עוד הצטרכו לפרק הסוכה. על כן אמרו לנשותיהם שיניחו הלולב לשרוף ערב פסח, והאתרוג לאכול חמשה עשר בשבט, וחסיד אחד הידוע אף השאיר סוכותו על עמדו עד חנוכה ואמר לאשתו שמתחסד בזה עם קונו. וכאשר שמעו דברי אותו זקן מיד כעסו עליו כל העדה וראשי הקהילה והאב"ד, וכמעט שדנוהו לשריפה כלולב. על כן ביקשנו לדעת עומק ענין שריפת

שאור וכל דבש, ודינו בשריפה.

אך בשביל זה היה ראוי רק לשרוף החלק התחתון של הלולב, וגם לא היו צריכים לשרוף את הנילון שמניחים בו הלולב, ובפרט שיש בו לפעמים פסוקים, ומכל מקום ישראל קדושים נהגו לשרוף את הלולב כמות שהיא וגם את הנילון משום חומרא דפסח, שלא ישאר שום זכר מהדבק הנחמץ, כמו שצונו האל האומר לדבק טוב.

והנה יש בזה עוד משום רמז, דידוע דצבע

כחושבנא דדין. וזהו הטעם ששורפין הלולב עם הבעג. ועכשיו תבין מה שאמרו רבותינו כי הלולב היא גירא בעינא דשטנא, ועל פי פשטות הטעם היא כי החוד של הלולב לפעמים יוכל להזיק את העינים, לכן היא גירא בעינא, ושטנא נקטיה אגב גררא. אלא דכמובן היא דחוק ועל פי הנ"ל הכל עולה הדק היטב היטב הדק כפתור ופרח משובצים זה בזה.

ומלבד כל אלו הטעמים, שכל אחד די והותר, הנה יש בזה טעם על פי חסידות וקנאות,

הלולב, כדי שלא יהיו מונים אותנו מבית ומבחוץ, הלולב היא ירוק, וירוק הרי היא דומה לכרתי,

יורנו המורה ושכמ"ה.

נכבדי קהילת יאשטפלוק

ובלילה כרתי דומה לתכלת, כמו שאמרו רבותינו עד שיכיר בין כרתי לתכלת, ותכלת דומה לים, וים דומה לחמץ, כמו שאמרו רז"ל מפרר וזורה לים. והנה ידוע דבפסח יצאו מאפילה לאור גדול, וזרחה החמה שבעתיים כאור הבוקר, כמו שאיתא

והוא דבאמת הרי ידוע דלולבי דרי יש בהם פקפוקים רבים מאוד, שנגדלו בארץ ישראל ממשלת הכופרים. אך מה נעשה ואין ברירה והרי הם הלולבים המהודרים ביותר, אבל מכל מקום חששנו למען הניצוץ של טומאה והמרדה באומות שיש בו, ועל כן שורפים אותו בערב פסח,

את חג המצות, יחוגו בדיצות, כבוד ראשי בכתבי האריז"ל על קטע ההגדה והיו מספרים

קהילת יאשטפלוק, כל אחד בשמו הטוב יבורך,

שאלה גדולה שאלתם, ולא יפה עשה אותו זקן, שלגלג על מנהג עתיק בישראל, וכמעט שדינו כזקן ממרא על שפער פיו נגד מנהג ותיקין. על כן עצתי שתדנוהו בדינוי עד שיחזור בו בנזיפה ויאמר בפני כל העם ועדה חטאתי עויתי פשעתי שזלזלתי במנהגיהן של ישראל אשר יש לו עיקר ושורש מדינא, כמו שאבאר להלן בעזר צורי וקוני.

מתחילה בינותי בספרים ומצאתי מקור למנהג זה בספר נטעי גבריאל, שכתב במפורש וז"ל נוהגים לשרוף הלולבים בער"פ עכ"ל. הרי מצאנו מפורש יוצא מקור יפה למנהג זה, איבעית אימא קרא.

ואיבעית אימא סברא, הנה ענין שריפת הלולב יש לו כמה פנים על דרך פרד"ס, ולא אוכל

כל אותו הלילה, שהיה להם הלילה לאור והחושך לנוגה. וזהו טעם אור לארבעה עשר בודקין את החמץ, כידוע. על כן בזה ששורפין את הלולב מראים שאין מכירים החילוק בין לולב לחמץ, שבזה מראים שהוא לילה, לעשות זכר לעבדים היינו, ובליל פסח יראה את עצמו כאילו הוא יצא ממצרים ממש מאפילה לאור גדול ומשעבוד לגאולה. והוא אמת לאמיתו לדעתי.

והנה על פי דרוש פשוט דצריכין לשרוף הלולב, כי באמת הלא הקשו איך מועיל ביטול החמץ, ומה ענין זה שיכול לומר כל חמירא וחמיעא דאיכא ברשותי ליהוי כעפרא דארעא, ויצא מדאורייתא אף על פי שיש לו גלוסקא יפה שקורין שבעה רבדים בביתו. אך בזה שלוקח את הלולב שלו, שהוא חפץ של מצוה חביב מאוד וצמוד ללבבו, וזורקו לשריפה בשמחה גדולה לקיים מצות הבורא, מראה בזה שמוכן לוותר על

מאחר שממילא עושים שריפה. ולכן גזרו כל הלולבים אטו לולבי דרי ושורפים כל לולב ולולב, בין דרי בין מספניא בין מקליפרניא, תמחה את זכר הציוני מתחת השמים לא תשכח. ונפקא מינא לדינא בין הני טעמים, דאותם אנשים הנקראים נטורי קרתא שמחמירים לשרוף דגל הציוני ביום הפורים, ישתדלו גם לשרוף אז את הלולב, ויצאו גם הטעמים הנ"ל כי הוא כבר ל' יום קודם החג, וירא שמים יוצא ידי שניהם.

אתה הראת לדעת גודל ענין וחיוב שריפת הלולב ערב פסח, ומעתה יהיה בידך להשיב לכל המלגלגים והמלעיזים על דברי חכמים כמו שאמרו ז"ל ודע מה שתשיב לאפיקורס. ובזה יהיה שביתת קולמוסי, כי עוד מעט ויגיע ליל התקדש חג, קרב יום אשר הוא לא יום ולא לילה, לא חושך ולא אור. ובזכות שמירת מנהגם של ישראל נזכה להיזהר ממשהו חמץ ודבק ולולב.

זייט 58

זייט 58
טעקסט

צו א געווענטליכן שבת צוויי ביז

פסח

דריי פונט, וואס איך לאז נאך במשך די וואך. אבער פסח וועט מען אכל'ן א וואך נאכאנאנד, וועל

אויף

איך זיך טרעפן נאך אחרון של פסח מיט איבריגע צען פונט מינימום, און די מחשבת פיגול נעמט מיר ארויס פון די כלים, וועל

דייעט

איך ברויכן זיך אונטערנעמען נישט עסן קיין מצה, גענוי ווי וטובים גדולים האבן זיך נוהג געווען.

דורך פליקער איך ווען טראכט וואס דער רעדאגירט דורך שמעקעדיג מצה גייט אדורך גיין נאכדעם וואס עס וועט אדורך גיין מיין שלינגער, נאך א לאנגס און א ברייטס ביז איך וועל פטור ווערן דער יום טוב פסח גענעינט זיך מיט א דערפון, קען זיין אז מען וועט שוין דאן טאנצען ווילדן גאלאפ, עס צאפעלט מיר דאס הארץ ווען פאר בר יוחאי'ס פייער.

איך טראכט וואס גיי איך היי יאר טוען, ווי אזוי איז מעגליך צו פראווען א דייעט ווען אלעס וואס פרוכט – וועל איך עסן פילע עפל, מען עסט איז דיר היפך פון דייעט, ווי מער איך גרעיפפרוכט, און מינימום צוויי עפל א טאג. טראכט דערפון הייב איך הענט. פסח און דייעט איז אויבנאויף א תרתי דסתרי. וואס קען מען וועדזשטעבל – איך בין נישט קיין טוען נישט צונעמען קיין פונט אין די טעג פון גרויסע עסער פון די געווענליכע טאמעיטא מיט פסח, דעם זמן חירותינו?

קיוקאמבער'ס, ווייס איך נישט וואס איך קען עסן דא, ווייל לעטטוס מיט קאול-סלאו זעה איך דרכיה דרכי נועם. לאמיר פרובירן זען וואס נישט ווי אזוי איך קען עסן, מיט מייאנעיז מיש מען קען טוהן הלכה למעשה אדורכצוגיין די טעג איך זיך דאך נישט, בין איך גענאגעלט.

בשלום געזונטערהייט:

פיש – נו, שגץ, פיש? רעד ניטאמאל מצה – די מאכל דאסוותא, מסתם ווען דערפון!.. אבער היי יאר גיי איך יא עסן פיש. עס איז הגיעני כפיל, אזוי קליין ווי איין פיל איך וועל קויפן סעלמאן פיש ביים פיש סטאר, )נישט פיל ווי א עלאפאנט...(, אבער מער ווי דעם אפשר ברויך איך זיך מתיר נדר זיין, איך פלעג איז עס איינס פון די ערגסטע מאכלים, עס איז אלע יארן קויפן געמאלענע פיש ביים פיש סוחר, איין שטיק קארבעהיידרעט, עס איז א שטיק פארוואס ווייס איך נישט, אבער מסתם ווייל ער קאלארי. איך עס געווענליך קיינמאל נישט האט א ספעציעלע 'נישט-געמישט' גערעדט, א קיין ברויט, און אויב גיי איך עסן מצה וועל איך שטייגער ווי נישט-אום-שבת-גערעדט...

בלי שום ספק ארייננעמען פונטן אן רחמנות.

איך האב זיך איינגעהאנדלט ספעלט מצה, די אייער – היינט ווייסט מען דאך שוין קלאר חמצ'דיגע ווערסיע עס איך יעדן שבת קודש, א אז אייער איז געזונט, יא אבער נאר זיבן אייער מצה פאר יעדע סעודה, און עם כל זה נעם איך א וואך, נישט זיבן אייער פאר פרישטיג לאנטש

און סאפער... על כן פסח עסט מען דאך אן א ערך אייער, אבער דאך וועל איך זיך לאזן וואויל גיין אויף אייער, א איי איז זעכציג קעלאריס, נישט געפערליך, איך וועל מיך די-קאלעסטראלייזן נאך פסח.

פלייש – דאס איז איינע פון די מערסט-געגעסענע מאכלים פאר פסח. איך וועל פרובירן צו עסן בשר עוף ווי מער, ווי א געבאקענע קאטלעט, נישט געפרעגלטע. בשר בהמה לכבוד שמחת הרגל, וועל איך עסן עפעס בשר בהמה אויך, אבער בעיקר וועל איך זיך זעטיגן פון פערטלעך מיט טאפ קאטלעט'ס.

צושפייזן – איך וועל מאכן פאר אפעטייזער'ס געקאכטע סקוואש מיט צוויבל, זוקיני סקוואש איז געוואלדיג פאר א דייעט, עס פארמאגט כמעט נישט קיין קעלאריס, עס איז זייער געזונט, אבער אן קיין מעלבע טויסט איז עס שווער צו עסן, אבער איך וועל עס פרובירן צו עסן ווי א זופ, איך וועל לייגן איין שטיקל מצה אין מויל, און עסן פון די סקוואש ביז די טעם פון מצה ווערט פארוואשן, דאן העל איך לייגן נאך א געדאנק מצה ביז איך וועל פארטיגן די טעלער מיט סקוואש, חלילה נישט בראקן. אדער וועל איך סלייסן קיוקאמבער וואס דאס איז יא ערלויבט צו בראקן אין די סקוואש, עס דוכט זיך מיר אז עס קען זיך אויסארבייטן.

עגגפלענט – הגם מען עסט פסח עגגפלענט, אבער פאר מיין מאגן ארבייט עס נישט, עס לאזט זיך גלייך הערן, נאך איידער עס רינט אריין אינעם מאגן שפיר איך א דראנג צו ברעכן. אויך רעטעך האט דעם זעלבן פראבלעם.

פאר סיבות מסיבות שונות וואס איך פארשטיי נישט האט מיין מאמע נישט געגעסן קיין בראקעלי, ספינעטש אדער קאליפלאוער. איך לעב אויף דעם איבערן יאר, הלוואי ווען זי וואלט ווען יא געגעסן, וואלט איך דאס פארלאנגט פאר כרפס.

פאטעיטאס – פון קארטאפל וועל איך אוועק שטיין בלי נדר עד חרמה, אווי עס וואלט געווען אין ח', עס זעטיגט העפטיג אבער האט אזא אינערליכע הייוון וואס מאכט די בייכער רינדיג, און דאס איז דאך אקעגן מיין רצון.

קעיק'ס – פאטעיטא סטארש, אייער מיט צוקער... מיש אלע אויס, ווערט דאס אלע פסח'דיגע מאכלים פון לאקשן, פערפל, קוגל, בלינצעס ביז קעיקס.. עס איז שוין געזונטער צו עסן די בעקעלע ווי די קעיק, על כן וועל איך נישט נכשל ווערן אין קיין משהו קעיק.

קאמפאט – איך וואלט ווען גערוקט קאמפאט אן קיין רחמנות, הלא עס איז דאך

זייט 59

זייט 59
טעקסט

פרוכט, אבער דער פראבלעם איז, אז צו יעדע מאס עפל לייגט מען צו א פינף פונט צוקער דייקא פון סאכדעס, און מיר מישן זיך נישט מיט קיין שום פאלשע צוקער, הגם איך האב נאכגעקוקט און עס איז פארהאן פילע כשר לפסח פאלשע צוקער, אבער מיר פסק'נען דאך חמירא איסורא מסכנתא, און די הלכה איז קלאר אז מען טאר זיך נישט מישן נאר מיט וואס דער רבי האט ליב, און היות ער גלייכט קאצקא'ס קען איך נישט עסן קיין פאלשע צוקער, מילא וועל איך עסן געבאקענע עפל אנע צוקער.

אייגענטליך, די גאנצע מישן ביזנעס קריכט מיר אויף די נערוון, ווייל איך פארשטיי נישט ס'גאנצע ענין, ווען מעג מען זיך מישן, און ווען טאר מען נישט. איך קוק אין גראסעריי זעה איך אז עס איז פארהאן טויזענטער אייטעמ'ס וואס ווערן פראדוצירט בלויז פאר פסח, און פארמאגט א השגחה כשר לפסח, וועל איך זיך איינרעדן אז אלעס ווערט נאר געמאכט פאר אחרון של פסח? נאר אז עס איז א פיינע ביזנעס פאר גאנץ פסח, איך רעד נישט פון די גאנצעטע פאליצעס קעיק'ס וואס צעהן קאסט איין דאלער אונס, טייער ווי גין-זילבער, און פארקויפן עס א גאנץ יאר און אלע גוי'אישע געשעפטן אלס גלוטאן-פרייע פ ר א ד ו ק ט ן.

ווי בי.דזשעי., קאטסקא האל פוד'ס. איך רעד פון די אלע פ ר א ד ו ק ט ן סאדע, ווי מ י י ע נ ע י ז, קעטשאפ, אלע רעדי ערליי טונא און אייער סאלאטן, אלע נ א ש ע ר י י ע ן, ט ו י ז ע נ ט ע ר ע ר ל י י טשאקאלאדן, אויף ווען קויפט

מען עס אויב נישט לכבוד פסח, איך גלייב נישט אז עס איז נאר פאר טאטעס פאר ערב פסח ביזן זמן, אדער פאר צאן קדשים שלא טעמו טעם.

נו ווערט דאך שווער, מיר אלע מישן זיך דאך מיט גאלדן פלאו מילך, אבער חלילה נישט יאגערט אדער טשיז סנעקס, הלמאי נישט, נאר פארמער טשיז מיט סמייטע, און פוטער פאר דער וואס איז מקיל און שמירט אויף מצה, נאר אמעריקען טשיז אבער נישט וועזשטעבל קרים טשיז, קדם גרעיפ דזשוס יא, סאכדעס צוקער זאלץ יא, אבער נישט קיין רעדי חריין אדער פיקל סאלאט, מרור מיט חרוסת פון נר מצוה לעצטענס אויך, אה נעסקאפי אויך לעצטענס, וואס גייט דא פאר? ווען נישט און ווען יא, קאווע אין שול נישט קיין פראבלעם, אראנזש דזשוס יא, עפל סדר אדער עפל דזשוס נישט, בלי שום ספק ווען סאכדעס וואלט ווען געמאכט קוקי'ס וואלט מען עס זיכער געגעסן אויף אפיקומן.. געמאלענע ניס קויפט מען געהעריג, מחמירים קויפן נאר שווארץ'ס קאווע, וואס איז דער כלל? ווען יא און ווען נישט, וועם קען מען פרעגן ווי אזוי מען

מעשר'ט די זאלץ, איך מיין עס ווענדט זיך וויפיל מען איז חוצץ ווען מען פארקויפט די חמץ.

מען טאר נישט עסן קיין שום פרוכט וואס עס האט נישט קיין שאלאכץ, אקעי ערלעדיגט, אבער ווען מען האקט אריין צימרינג וויפיל ס'לאזט זיך אינעם חרוסת אריין, פארשטיי איך נישט פארוואס איז דא זאכן וואס זענען יוצא מן הכלל? טרויבן עסט מען נאר ווען עס איז גרעיפ דזשוס אדער מאסט, וואס איינער האט געמאכט מיט די קינדער ערגעץ אין א חזיר שטאל, מיט די קינדער וואס האבן זיך זאגאר אפגעשנארכצט די נאניע, אדער נאך נישט אפגעווישט אפילו, דאס טרינקט מען פאר די כוסות, אפילו עס איז קלאר געמישט לכל הדעות, אבער סתם א טרויב איז דאך ווערמיג, און עס האט דאך די שאלאכץ, ווי די שאלאכץ וואלט ווען געווען א גראבע עבירה, אבער מנהג ישראל תורה, מען טאר נישט פרעגן קיינע קשיות.

זאלן מיר אלע זוכה זיין צו א פרייליכן כשר'ן און געזונטן פסח!

זייט 60

זייט 60
טעקסט

שבת הגדול

ס'וועט נאך אמאל קומען א צייט וואס א רב וועט האלטן א שבת-הגדול דרשה, און וועט זיך אנרופן אזוי:

"עד כאן דברי דרוש, מכאן ואילך דברי אגדה נאך דעם קורצן אדווערטייזמענט! - האט אייער שטריימעל געגעסן טשולנט דעם שבת..."

הכנה לפסח

מאיר: ווי האלט דיין ווייב ביים פסח מאכן?

ברוך: אה זי האלט שוין לאנג ביי שפוך חמותך!

ווען מענער וואלטן פסח'יג

געמאכט, און פרויען וואלטן געבויט די סוכה, וואלטן ביידע אנגעהויבן אינאיינעם; בדיקת חמץ אויפדערנאכט!

א אנדערע גירסא, גזירה שוה חמשה עשר חמשה עשר, סיי פסח און סיי סוכות ווערט די שלאק פערטיג צום זמן.

קינד - מאמי שטויב איז נישט קיין חמץ, און איך בין נישט קיין קרבן פסח.

מאמע - שעפעלע טייערע איך בין נישט קיין קרבן תמיד.

נישט קיין וואונדער וואס פרעה איז געווען אזוי אויפגערעגט!

וויאזוי וואלסטו געפילט ווען דו

פארלירסט דיינע קנעכט ערב פסח?

געהערט פון ר' בערל קליין זז"ג א זיס ווארט לכבוד די ערב פסח טעג, זאגט ער אזוי בצחות לשונו "אז די פרויען ווייסען נישט וויאזוי מ'כשר'עט געלט ממילא פארברענען זיי עס" ודפח"ח

איינער נעמט אפיר זיין חבר: "וואס הייסט. די העלפסט נישט רייניגן אויף פסח, די הייליגער בארדיטשובער האט דאך געזאגט אז רייניגן אויף פסח איז אזוי ווי די תקיעות ווי עס איז מרומז אין קשר"ק = ק'ראצן ש'אר'וימען ק'שר'ן"? זאגט אים יענער: "איך בין בעל מקרא! פיין געזאגט.

א פרוי האט זיך אפגערעדט פר

זייט 61

זייט 61
טעקסט

איר חבר'טע א ריקן די קאוטש ביים פסח'יג מאכן איז זייער שווער, פרעגט איר די חבר'טע פאר טוסטו עס נישט ווען דיין מאן איז אינדרהיים? ענטפערט איר די פרוי, ס'איז גרינגער צו ריקן ווען קיינער איז נישט דערויף.

אינמיטן פסח'דיג מאכן די ספרים קומט מיין שטוב אריין מיט א שטרענגן פנים: שטויב איז נישט קיין חמץ...

מאכט זיך א מעשה ביי א יוד און ירושלים, עס איז ערב פסח און דער טאילעט ווערט אוהם פארשטאפט. ער ריפט דעם פלאמבער. יענער זאגט אוהם אז עס איז ערב יום טוב און די צייט איז קורץ, און ער קען נישט קומען באקוקען דער פראבלעם, אבער אויב ער גייט און קויפט אליינס א נייע וועט ער קומען עס אינסטאלירען.

דער יוד, בלית ברירה, גייט און קויפט א נייע טאילעט און שלעפט עס אהיים אויף די אקסעל.

עס גייען פארביי צוויי בריסקער און קוקען דאס אהן.

זאגט איינער צום צווייטען...קוק נאר!!...א נייע חומרא פאר פסח!!!

זרח: איך דארף קלינען מיין טלית פאר פסח?

רב: האסט עס קיינמאל נישט אנגעהאט לענגער פון 81 מינוט, איז עס קיינמאל נישט געווארן חמץ'יג...

א אינגערישע אידענע רופט אהן די רב ליל בדיקת חמץ אז איר מאן זוכט שוין צוויי שעה די 01'טע ברעקל, און ער קען עס נישט טרעפן, זאגט איר די רב אז ער זאל מבטל זיין די חמץ, און אויב מ'האט עס ביז יעצט נישט געטראפן וועט מען עס שוין אין פסח אויך נישט טרעפן, זאגט זי ניין, מיין שאלה איז צו איך מעג איהם שוין אויסזאגן ווי ס'ליגט...

איז דא א מעשה אז דער גלח, )אדער אן אנדערער( האט געפרעגט ר' יונתן )אדער אן אנדערן( וואס איז פשט פון דעם מנהג ישראל, פון באהאלטן ברעקלעך פאר בדיקת חמץ און דערנאך גייט מען דאס זוכן, האט אים ר' יונתן געענטפערט, און פארוואס ביי ענק, פירט מען זיך, אז מ'באהאלט א טויטן קערפער אין א קעלער פון א איד און דערנאך גייט מען דאס זוכן.

ערב פסח

פעסטער רבי שרייבט אויף טוויטער: אין די פעסטע מצה בעקערי באקט מען שוין היינט ׳ערב פסח מצות׳ ס׳זאל זיין גענוג פאר יעדן.

א יוד, א עני ואביון, קומט צום רב און זאגט עם אריין אין אויער: רב, איך האב גארנישט, אפילו נישט מצות.

רב: זארגט אייך נישט, איך וועל דיר געבן מצות!

אביון: פון די גיטע מצות?

רב: א וודאי, תנור ראשון, הידור שבהידורים

אביון זאגט אריין שטילערהייט פאר'ן רב אין אויער: אין מיין די מצות מיט די בליט...

איינער האט געקויפט מצות אין א ראמענישע מצה בעקערי, ווען ער איז ארויסגעקומען האט ער געזען אויפן באקס שטייט אזוי:

בית אופה ד..... ראמעניע.

חלה גענומען.

מצה געגאנבעט...

מאכלי פסח

וואס איז די חילוק צווישן פסח'דיגע עסן און מן?

מן האט אלס אויסגעזעהן די

זעלבע אבער די טעם אלס אנדערש, פסח'דיגע עסן זעהט אויס אנדערש, אבער האט אייביג די זעלבע טעם...

א: איך עס פסח נאר וואס מען מאכט אינדערהיים

ב: און וויין מאכסט אויך אליין?

א: אויף צעלימער רב קען מען זיך פארלאזען

ב: אהא!! אז דיין באלבאסטע זאל שוויצען ביסט די א מחמיר )מאך מיר(

ליל סדר

פארוואס הייסט א פארמיטאג אין ישיבה סדר?

ווייל די בחורים זיצן אנגעלאנט און די מגיד שיעור עסט מרור.

א מאמע קומט אויף פסח צו אוהר טאכטער.

זי איז א שווערע גאסט. דאס עסט זי נישט ווייל זי מישט זיך נישט, און יענס עסט זי נישט ווייל זי מישט זיך נישט, וכו' וכו'..

זי גייט אויף אוהר איידעם'ס נערווען.

ווען עס איז שוין נישט אויסצוהאלטען גיבט אוהר דער איידעם א זאג....

שוויגער לעבען...מישט דיך יא...א גאנץ יאהר מישט דיך נישט!

געוועהן א פריש פאר פאלק עמי הארצים

האבען זיי געמאכט פסח צום ערשטען מאהל

ווייסט דער מאן אבער נישט וויאזוי רעכט מען אפ א סדר

זייט 62

זייט 62
טעקסט

שיקט ער זיין ווייב זאל אריינקוקען דורך דעם שכן'ס פענסטער און זעהן

גייט זי און עס ווערט איר שווארץ פאר די אויגען

עס איז דארט געווען א מחלוקת און דער מאן שלאגט די ווייב....

קומט זי אהיים און זי האלט דאס מויל שטייף פארמאכט

דער מאן פרעגט נו וויאזוי מאכט מען א סדר?

און זי ענטפערט נישט

ער רעגט זיך אויף: נו?

און זי בלייבט שטיל

ער ווערט מער אויפגערעגט און הייבט אהן שלאגען

און זי וויינט זאגענדיג: אויב דו ווייסט יא וויאזוי מען רעכט אפ א סדר פארוואזשע האסטו מיר געשיקט קוקען....

ר' יעינקעל קומט אהעים פון מעיריב פסח ביי נאכט, און זאגט: יענטע, געדענקסט נאך די מעישע פון פאר א יאהר?

זאגט זי: יע, אוודאי געוויס!

זאגט ער: אייב אזעי ברענג אריין די קנעידלאך....

פארוואס גנב'ט מען די אפיקומן?

אויסצולערנען די קינדער אז פון גנב'נען האט מען גאארנישט..

האט א קינד צוגעפרעגט א פופטע קשיא ביי די מה נשתנה, טאטע פון ווי האסטו היינט גענומען ס'געלט צו דעקן די פסח'דיגע צרכים? דער תירוץ איז ענטפערט די טאטע, עבדים היינו וכו' לפיכך אנחנו חייבים....

מעפאנגט אהן די הגדה מיט הא לחמא עניא, און מעזאגט דארט כל דיכפין יתי ויאכול.

דאס קינד הערט דאס צו און ווינדערט זיך דערויף און פרעגט זיין טאטע, מה נשתנה הלילה הזה וכו'?

וואס איז עפעס היינט נאכט ביסט אזוי ברייטהארציג, די ריפסט יעדען אריין עסען, אנדערש וויא א גאנץ יאהר.

אויף דעם ענטפערט דער פאטער, אז נייין! עס איז נישט אנדערשט וויא א גאנץ יאהר. עבדים היינו לפרעה במצרים, מיר זענען דאך געווען קנעכט ביי פרעה און מצרים, און אזוי וויא פרעה איז געווען א גוזר ואינו מקיים, האט מען זיך אויסגעלערענט אויך אזוי זיך צו פירען

אן עם הארץ רעכט אף דעם סדר. מען האלט ביי והיא שעמדה, ער דעקט צו די מצות, הייבט אויף דעם כוס, און טרינקט עס אינגאנצען אויס.

איינע פון די בני בית זאגען אוהם אז און הגדה שטייט נאר אז מען נעמט דעם כוס און האנט, עס שטייט נישט אז מען טרונקט עס.

ענטפערט אוהם דער עם הארץ, נאכדעם וואס מען הייסט נעמען דער כוס און האנט, דארף מען שוין נישט מפרט זיין וואס צו טוהן.

וואס מען טוט דערנאך ווייס איך שוין אליינס.

וועלכע פון די "ארבעה בנים" ביסטו? פרעגט דער טאטע פונ'ם זוהן ביים סדר

דאס קינד נעמט זיך אן פאר זיינע רעכטן: מיר האבן דאך ממש לעצטנס גע'חזר'ט בבא קמא צוזאמען און איך האב דיר נישט געפרעגט וועלכע פון די "ארבעה אבות" די ביסט

ס'דערמאנט מיר אז איינער האט געזאגט אז ער איז אלע ארבעה בנים:

חכם - לא לחכמים לאכול

רשע - לוה רשע ולא ישלם

תם - תם הכסף

שאינו יודע לשאול - ער האט שוין געבארגט פון גאנץ שטאט און האט שוין נישט ביי וועם צו בארגען.

א יוד פרעגט זיין רבין פארוואס דארף מען געבען דריי האלבע שקלים.

דער רבי זעהט אז ער מיינט נישט צי פרעגען, נאר ער וויל עפעס זאגען. זאגט אוהם דער רבי, "נו, זאג אליינס" זאגט דער יוד, ווייל זיי זענען כנגד די ארבעה בנים פון דער הגדה, קוקט אוהם אהן דער רבי פארווינדערט, און פרעגט אוהם, מעגעט דאך נאר 3 האלבע שקלים, איז וויא אזוי זענען זיי כנגד 4 בנים?

ענטפערט דער יוד, אה! דער חכם איז נישט קיין נער, ער געט נישט.....

פארוואס איז רבי יהודה געווען די ראש המדברים בכל מקום?

ווייל ער האט זייער מקצר געווען, ווי מען זעט אין די הגדה, רבי יהודה הי' נותן בהם סימנים דצ"ח עד"ש באח"ב...

אויב שוין אזוי, פארוואס האט אויסגעפעלט צו געבן סימנים?

אלזא, ווייל מכות אן קיין סימנים, איז קיין מכות נישט...

א פרומער איד וועלכער האט זייער מקפיד געווען אויף ערב פסח מצה האט איין יאר מחמת די גרויסע טירדות זיינע נישט אנגעקומען צו קויפן ערב פסח מצה, איז ער אריבערגעגאנגען צום שכן א גרויסער עם הארץ, אבער אויך א פרומער איד וועלכע האט געהאט ערב פסח מצות און אים געבעטן צו ער קען אים אוועקגעבן זיינע מצות אלס מתנה ע"מ להחזיר... דער עם הארץ האט נישט פארשטאנען וואס דאס מיינט, האט אים דער שכן מסביר געווען אז ער וויל יוצא זיין די כזיתים מיט ערב פסח מצה און ער וועט עס אים שפעטער צוריקגעבן נאכן יוצא זיין די מצוה... דער עם הארץ וועלכער איז נישט געווען קיין גרויסער חכם האט

זייט 63

זייט 63
טעקסט

נישט געכאפט אז מצה איז נישט קיין לולב וואס מ'קען געבן אלס מתנה ע"מ להחזיר, האט ער אוועקגעגעבן פארן שכן זיינע ערב פסח מצות מיינענדיג אז שפעטער וועט ער עס אים צוריקגעבן...

דער עם הארץ איז זיך דערווייל געזיצן און געמורמעלט די הגדה ביז מוציא מצה, און דאן איז ער אריבערגעגאנגען צום שכן אפבעטן זיינע מצות... דער שכן האט אים געזאגט אז ביז עטליכע מינוט גיט ער עס אים אפ, און ער קען אהיים גיין ווארטן ביי זיך אין שטוב.

נאך עטליכע מינוט קומט דער איד וועלכער האט געהאלטן שוין כזיתים די נאך און קלאפט אריין צום שכן דער עם הארץ, און נעמט זיך אויסברעכן די מצה אויפן עם הארץ...

זאגענדיג א גרויסע יישר כח פאר די מתנה ע"מ להחזיר...

איז איינער געזעסן אין תפיסה ל"ע האב איך מיך א י נ ט ע ר ע ס י ר ט ביי אים וויאזוי ער געפראוועט האט דארט דעם סדר זאגט ער מיר איך האב געהאט גענוג און נאך מרור און איך בין געווען אין חד גדיא מען האט צו אריינגעלאזט אים אביסל מצות מיט וויין מיינע שכנים האבן מיר אפילו געגנבעט דעם אפיקומן פרעג איך אים אויב אזוי מיט וואס האסטו געשפירט אז דו ביזט אין תפיסה זאגט ער מיר ביי שפוך חמתך האט ער נישט געקענט עפענען די טיר.

גוים האבן דאך נישט קיין מדות אבער איין זאך זעהט מען )איך ווייס נישט צו ערגעץ אנדערש אויך דאהי זע איך עס אפט( אז ווען זיי גייען אדורך

א טיר און איינער גייט אונטער האלטן זיי אפען די טיר פאר יענעם אבער ביי דעם בלייבט עס מען קען אפשר זאגן א רמז עס שטייט אין פסוק חסד לאומים חטאת וועסטו מיינען אז מען רעדט דא פון אן ערנסטן חסד שטייט אין א צווייטן פסוק לפתח חטאת רובץ אז נאר ביים טיר הויערט דער חסד לאומים חטאת דארט הייבט זיך עס אן און דארט ענדיגט זיך עס מען בעט השי"ת שפוך חמתך על הגוים ווער דארף זיי האבן אפשר וועט איינער זאגן זיי טוען דאך עפעס זיי עפענען די טיר נישט קיין פראבלעם מיר קענען אויך

עפענען די טיר דערפאר עפענט מען די טיר ביי שפוך חמתך.

געווען אן עם הארץ ביים סדר

אלץ געווען פיין און געשמאק

נאר ווען ער האט געזאגט חד גדיא האט ער ביטערליך געוויינט

פרעגט די בני בית וואס איז

זאגט ער ווי זאל איך נישט וויינען

די אלע חשובע צדיקים: ר' שונרא ר' כלבא ר' חוטרא און נאך זענען אלע אין די חד גדיא....

ספירת העומר

3 דריי זאכען דארף מען זיך ארויסלערנען פון ספירת העומר

1( מען דארף יעדן טאג ציילען )פון די גרינע פארשטייט זיך(.

מען 2( דארף יעדן טאג ציילען מער פונעם פריערדיגן טאג.

3( ווען איינער וויפיהל פרעגט ציילסטו זאג נישט אויס.

ביי ספירה הער איך ווי א אינגערמאן זאגט הויך "שבזכות העומר ספירת היום שספרתי יתקן מה שפגמתי פלוני בספירה השייך לאותו הלילה, ואטהר ואתקדש...

חול המועד פסח

א קומט שבת יונגערמאן חוה~מ פסח צום רב

און פרעגט אים אין א בהלה: געוואלד רבי! געוואלד רבי! ראטעוועט אונז!

פרעגט דער רב: וואס איז געשעהן?

זאגט ער: א שרעק! א שטיקעל מצה איז אריין געפאלען אין די טשאלענט! וואס איז דער דין?

זייט 64

זייט 64
טעקסט

דער רב טראכט און זאגט: איין מינוט, קומט אין ספרים שטוב....

דער יונגערמאן זעצט זיך און דער רב זוכט און זוכט...

די ספרים בארג ווערט אלץ העכער און העכער....

צום סוף זאגט אים דער רב בצער: ענטשולדיגט, איך קען אייך נישט העלפען...

אין אלע פוסקים טרעף איך נאר שאלות וועגען א משהו חמץ, אבער נישט נישט וועגען א משהו מצה....

שביעי של פסח

א טעג עסער איז אריינגעפאלען צי א קמצן און גלייך געכאפט ווי ער איז

האט ער ג'בראקט חלה אין וואס ער האט ג'קענט ,וואס איז זיכער איז זיכער

זאגט אים דער בעה"ב פארוואס האט מען ג'ברויכט שפאלטען דעם ים

מ'האט ג'קענט געבען יעדען חלה

ענטפערט דער גאסט עס איז דאך געווען פסח

א עם הארץ האט אמאל געפרעגט פון זיין חבר פשט אין הלל, עס שטייט: "הים ראה, וינוס הירדן", אז דער ים האט געזען וואס האט דער ירדן צו אנטלויפען?

ענטפערט אים זיין חבר, וואס פארשטייסטו נישט, דאס איז דאך די המשך: "מה לך הים, כי תנוס הירדן", וואס האט דער ים מיטן ירדן אז ער זאל אנטלויפן?!!

א זון פרעגט ביי זיין טאטע'ן )נאכן זאגן הלל אין שול(:

- טאטע, פארוואס עס שטייט אין פסוק "החילטם רטאטה, וחילטניס החילחראדלון"? עפעס א נישט פארשטאנדיקע זאך - פארוואס זשע

ירדן האט אנטלאפן אויב דער ים האט עס געזען?

דער טאטע נעמט דעם סידור, עטלעכע מינוט קוקט זיך איין אינעם פסוק און טראכט און דערנאך ענטפערט:

- אט פונקט די שאלה פרעגט דאך דוד המלך דארטן ווייטער, זאגנדיק: "מחה-ללאךט החילטם, כלהי תטנולס החילחראדלון?".

אחרון של פסח

צדיקים פלעגן זאגן אז די גאנצע עבודה וואס א איד לייגט אראפ אנגעהויבן פון פורים שלשים יום קודם החג:

לערנען די הלכות

אויפעסן די חמץ

אויסרוימען די חמץ

ארבעטן פאר געלט איינצוקויפן צרכי פסח

אויסרייניגן די הויז,

כשר'ן

טובל'ן

איבערדעקן

שוויצן

באקן מצות

איינקויפן צרכי פסח

מים שלנו

בדיקת חמץ

פארברענען די חמץ

כשר'ן די ציין

גיין אין מקוה

זאגן הלל

סיפור יציאת מצרים

ד' כוסות

כזיתים מצה

כזיתים מרור

כורך

אפיקומן

ספירת העומר

שמחת יו"ט

שביתת הרגל

אלעס איז נאר א הכנה צום:

אראפרייסן די זילבער פאפיר מוצאי פסח

מוצאי פסח, און א בית מדרש וויא דער שמש בעצופאל איז נישט געווען אונדערהיים אויף יום טוב, האט דער עולם זיך מיישב געווען אז תיקף נאך מעריב וועט יעדער בלייבען א ביסעל לענגער אוועק פאקען די סודרים, צאמלייגען די טישטעכער, אזוי אז דאס גאנצע ארבעט זאל נישט בלייבען פארען שמש ווען ער וועט אהיימקוען שפעט ביינאכט.

און מיטען פאקען נעמט זיך איינער זינגען חסדי השם כי לא תמנו ..און דער עולם לאזט זיך ארויס און א רקידה. א פאר מינוט דערויף, דער עולם גייט צירוק פאקען.

גייט אדורך א שטיקעל צייט און יענער פאנגט נאכאמאל אהן, און נאכאמאל איז דא רקידה.. אזוי חזר'ט עס זיך איבער עטליכע מאל ביז דער רב פרעגט יענעם, שמחה מה זו עושה. ענטפערט יענער,

פאר א יעדע רקידה ווערט נאך א באקס פסחדיגע כלים אוועק געפאקט און דערהיים. אזוי אז ווען איך וועל אהיים קומן וועט שוין אלעס זיין אוועק געפאקט.

זייט 65

זייט 65
טעקסט

נייע חומרא: שטויב מילבן

דורך געפילטע פיש

ס'איז א ברי', ס'איז גענוג אז מ'קען זען אז ס'דא "עפעס" אין די וואסער וואס שווימט ארום, על אף ס'זעט אויס ווי א פשוט'ע שטיקל שטויב. די זעלבע זאך דא, די דאסט מייטס קען מען טאקע נישט זען אן א פארגרעסערינגס גלאז, אבער אסאך פון זיי צוזאמען קען מען יא זען, קוק אן שטויב, און זאג מיר אויב דו קענסט זיי זען.

אבער נישט געזארגט, לכבוד פסח קומען מיר ארויס מיט ספעציעלע גאז מאסקעס וואס האבן אריינגעבויעטע אי-זי פילטערס בהשגחת גדולי פוסקי דורינו, וואו אידן מדקדקים בקלה כמחמורה וועלן פריי אפ-אטעמען )פאן אינטענדעד(, און ווייטער נהנה זיין מהבל פיהם. נאך לאנגע יארן מיה איז אנגעקומען פאר אונזערע עקספערטן צו ערצייגן א פילטער וואס מען וועט נאר דארפן טוישן בערך איין מאל א וואך, געוואנדען אין וויפיל מ'אטעמט. טע"ג וועט ביזדערווייל קער איך ווייס נישט אויב דאס באלאנגט אין געניאלע ביזנעס נעמען פון די רעגיסטראציע מטעם המוסדות, ביז מיר קומען אן איידיעס, אכשר דרא, אדער אין די וועבערמאן סומאטוכע אויפצוסעטן אונזערע אייגענע אפיסעס.

אשכול, אבער ס'מיר בייגעפאלן א מורא'דיגע איידיע, וואס מ'קען מאכן שיין ביזנעס דערפון, איזי פילטערס פאר די ביז היינט האט מען קיימאל נישט פארשטאנען פארוואס לופט וואס מ'אטעמט. ערליכע אידן ווערן נכשל יעדן טאג אידן ווינטשען זיך א כשר'ן פה-סח, דאס רעדן איז דאך כשר מיט טויזענטער שרצים וואס זיי אטעמען אריין, עסן, טרונקען, א גאנץ יאר, נאר וואס מ'נעמט אריין איז אנדערש אום פסח? לעבעדיגע פאשעפענישן מיט קעפ, הענט, און פוס, זיי קריכן אבער דאס יאר ב"ה פארשטייען מיר אז דאס גייט ארויף אויף אומעטום, ווי די צפרדעים אין מצרים, בְּבֵיתֶךָ וּבַחֲדַר מִשְׁכָּבְךָ וְעַל די לופט וואס מ'אטעמט, זאלט איר אלע טאקע האבן א כשר'ן מִטָּתֶךָ וּבְבֵית עֲבָדֶיךָ וּבְעַמֶּךָ וּבְתַנּוּרֶיךָ וּבְמִשְׁאֲרוֹתֶיךָ, זיי קומען אן פסח.

איבעראל, אויף עסן, עס געצייג, די הענט, און וואו נישט. כאפט א בליק וויאזוי די שרעקעדיגע ברואים זעען אויס, און טראכט וויפיל מאל א טאג איר ווערט נכשל אין זיי עסן.

זוכט זיי אויף אויף יו-טוב וועט איר זען ווי געשמאק זיי זעען אויס ווען זיי קריכן ארום.

וועט איר דאך פרעגן, מה לי ולצרה הזאת, מ'ווייס מיר דאך אז לא ניתנה תורה למלאכי השרת, אז א דבר שאינו נראה לעין איז נישט קיין פראבלעם? געדענק איך אז ווען די שערוריה אויף די ניו יארקער וואסערען מיט די קאפיפאדס, וואס זענען כמעט די זעלבע סייז ווי שטויב מילבן, )5.0 מ"מ און 3.0 ריספעקטיוולי( איז דאס אויך געווען א מדובר, האבן פוסקי דורינו דעמאלס געפסקנ'ט אז מ'מוז נישט קענען זען מיטן נאקעטן אויג אז

זייט 66

זייט 66
טעקסט

ערעב איד! איינער זיצט דא!

עס

איז דעם ערשטן טאג יום טוב אינדערפרי. דער זייגער קלאפט שוין א פערטל פאר צען, יוישששש... מעשיגע שפעט! קוים געשלאפן א קארגע 5 שעה, די וויין שפירט זיך נאך אין קאפ, דער טעם פון אפיקומן קומט נאך ארויף פון צייט צו צייט, ספילט ווי מ'שלינגט רעפטלעך זייף... מ'כאפט ס׳מחזור מיט'ן טלית, און מ'לויפט אין בית מדרש אריין. א יום טוב׳דיגע שטימונג שפירט זיך אינעם ברייטן חלל פון היכל הבית מדרש. ריינע נייע ציכטיגע ווייסע טישטוכער באדעקן די טישן, די פאדלאגע איז הערליך איבערגעגלאנצט געווארן, עס טראגט זיך ארויף א ריח פון מינט קאמבאנירט בענאזאם מיט אויסגעוועפטע אלקאהאל.

אין פאליש שטייען זרח און פייוויש און ווייזן פאר נחום זייער נארוואס געקויפטע מיללער שטריימל. די שול פולט זיך פאוואליע אן, די מתפללים פארנעמען די פלעצער. טליתים פאנגען אן צו טיילן ציפעדיגע פראסקעס רעכטס און לינקס, ביבערס אפגעשינדעטע הענגען על כל קוץ ותג, )אפשר וואלט אויך כדי געווען צו הערן זייער שמועס לאחר הריגתם על קידוש שם שטריימל(. די שול ווערט געדעכטער און די לופט ווערט ענגער. פארנעפעלט און פארדעמפט. דער עולם יאגט זיך אריין, כאטש זיין פארוויקלט אינעם טלית פאר הא-ל. ווער וויל דען פארפאסן די ערשטע געזאנג פונעם ערשטן טאג יום טוב. יעדער וויל דאך הערן די חידושים וואס די בעלי תפילה וועלן מיטטיילן מיט'ן ציבור היי יאר פסח.

בין הבאים, צווישן דעם גאנצן עולם, מאך איך דורך מיין וועג אין איילעניש צו מיין מקום קבוע. ב״ה אז נישט אן אייגן הויז, כאטש א אייגן פלאץ אין בעסמעדריש פארמאג איך.

האבן עפעס א ד׳ על ד׳ אין

דורך: סמבטיון, רעדאגירט דורך: כוכב

בארא פארק איז דאך אויך נישט קיין קלייניקייט. גראדע הערשט נישט לאנג האב איך געענדיגט אפצוצאלןדי אבנארמאלע אסטראנאמישע דמי התחייבות, אבער, וואס טוט מען נישט פאר די קינדער... )און פאר זיך...(.

אלנפאלס, שפאן איך זיך צו מיט קליינע אבער זיכערע טריט צו מיין אויסגעבעטענע קארנער פלאץ וואס איך האב אויסגע'פועל'ט מיט גרויס פראטעקציע. והנה און אט, א ברייט געשטאלט זיצט געמיטלעך אויף מיין פלאץ, שאקלט זיך מיט א געמאסטענעם ריטעם, און זאגט ארויס מילה במילה הויך אויפ'ן קול, ווארט ביי ווארט, פון א מחזור המפורש גאר, מיט גרויס באקוועמליכקייט, ווי ער וואלט ווען גע'ירשנ'ט ס׳פלאץ פון זיין נארוואס פארשטארבענעם טאטן...

אינסטינקטיוו האט זיך מיין האנט געוואנדן צום אורח׳ס פלייצע, ווי אים צו

אויפמערקזאם מאכן אויף זיין פארדריסליכן טעות: "אנטשולדיגט רעב איד, אבער דאס פלאץ האט א בעל בית." אבער א רגע פאר'ן זיך באווייזן פאר אים האט זיך די רחמנות/ גוטהארציקייט ווידער אמאל משתלט געווען, און שנעלערהייט האב איך זיך אויסגעדרייט און צוגעגאנגען צום דערנעבענדיגע ספרים שראנק, אריינגעקריפעלט מיין סידור צווישן א קובץ מפרשים און א תורה ברורה, פאר גלייכגעוויכט... און אזוי אפגעשטאנען נאך א לאנגען דאווענען פלאס קריאת התורה אויף מיינע אויסגעמאטערטע אויסגעהארעוועטע מידע פוס, וואס איז קוים ארויסגעשלעפט געווארן פון אונטער די קאלדערע נאכ'ן אפרעכטן א סדר נאכט ביז דריי אזייגער.

אט דער עפיזאד, קען זיך ביי מיר און ביי אסאך אנדערע חברים איבער'חזר'ן יום טוב און שבת. ס'קומען געסט, רבנים און פשוטי עם צוגלייך, ס'קומען יונגעלייט צו זיין א סדר ביים טאטן, נישטא שענער פון דעם, א נחת צוצוקוקן. ס'קומען צו פארן טאטעס וואס האבן שוין פארווארפן אלע קינדער ארום די וועלט צו פראווען סדרים ביי די קינדער, זאלט איר אלע וויסן, איר זענט אלע העכסט וועלקאם! און איר מאכט א ספעציעלע אטמאספערע מיט אייער אנוועזנהייט.

אבער געדענקט! איידער איר מאכט אייך באקוועם אין אייער מושב, מאכט זיכער אז די פלאץ וואס געפעלט אייך אזוי שטארק, האט נישט קיין אייגנטומער וואס איז דאהי אויף יום טוב. עס איז זייער פארשטענדליך און נארמאל זיך צו אינטערעסירן ביי די שכנים אויב דער פלאץ איז פריי. געדענקט, נישט יעדער האט די הארץ אייך אויפצוהייבן.

א גוט יום טוב!

זייט 67

זייט 67
טעקסט

'בין איך א גרויער קאצקער?'

דורך:

בענדזשעמין פרענקלין

רעדאגירט דורך:

יואב, ישראל קאפקע און שמעקעדיג

דעם פארגאנגענעם שבת האב איך אנגעטראפן א יוגנט-פריינט, אן ערליכער אינגערמאן וועלכער הארעוועט על התורה ועבודה, און ווי שארף דאס קעפל זאל נאר זיין, איז דער פיסק זיינער נאך שארפער. וואלט ער געלעבט מיט א צוויי-הונדערט יאר צוריק וואלט ער זיך בלי ספק געטראפען אין קאצק און מיט דעם פולן קנאק. דא עקא, לעבט ער אבער אין דעם שנות אלפיים און דער קאצקער שטראם איז שוין טויט א הונדערט יאר. ברויך ער זיך מאכן אן אייגן קאצקער שטיבל. טאקע נאר אין זיינע ד' אמות; ווער ס'שטופט אבער אריין א קאפ אין דעם ד' על ד' שטייט אויס צו אטעמען די קאצקער לופט און שפירן די קאצקער היץ – א פענאמען וואו שקר און בלאף איז אומטאלערירבאר און דער אמת איז דאס סאמע-העכסטע דערגרייכונג. אין זיין וועלטל איז נישט פארהאן אזא באגריף פון אינדערצווישן, פארעווע: אדער איז דאס ווייס, אדער שווארץ; אדער איז דאס הונדערט פראצענט ריכטיג אדער הונדערט פראצענט פאלש.

אני הקטן פארמאג, ווי מ'זאגט, א שטיקל שוואכקייט צו אזאנע סארט בריאים, עפעס א מאגנאטישער כח וואס שאפט ביי מיר א דראנג צו קלעבן ארום דער פיר-קאנטיגער באשעפעניש און איר באטראכטן פון דער נאנט בכל פרטיה

איך בין דא אויף

ודיקדוקיה. איך גלייך זייער א איד וואס איז קליפ-און-קלאר מיט זיין

דער וועלט מיט

מהלך החיים, און איז וויליג מקריב צו זיין זיך, די ווייב, די שוויגער,

דעם איינעם

צאצאיו וצאצאי צאצאיו און יעדן איינעם – אלץ פאר זיין שיטה. לאו דווקא א חילוק צו וועלכער זייט פון

ציל לעבוד את

דער אידעאלאגישער-ספעקטרום ער פאסט למעשה אריין זיינע

בוראנו ולשמור

מיינונגען. זאל זיין ר' משה בער בעק דער קנאי, יששכר כ"ץ דער

מצוותיו

אדער מאדערן-ארטאדאקס להבדיל שלום דין דער משכיל.

נאכמער גלייך איך צו פארברענגען מיט אזעלכע אידן מיט דער כוונה זיך אריינצוגליטשן אויף עטליכע מינוט אין

זייער אויסגעשפראכן-זיכערער עקזיסטענץ, כאפן א שפאציר אין דער ספק-פרייער זאנע און זען וויאזוי ס'קוקט

אויס א וועלט פון וודאות בלי שום מחשבות שניות. אזאנע דרייסט-איבערצייגטע לייט וואס אפילו אויב זאל דער מייסטער אשר קרך'דיגער עמלק מאכן

שווערע באמיאונגען און ניצן אלע זיינע שרעק טאקטיקן און מעטאדן אריינצושווערצן זיין ספיקות-סחורה אין זייער וועזן וואלט ער געווען אומסוקסעספול

און וואלט נאך לכאורה אנטלאפן פון דארט א חצי-נזק.

מיין ווייב זאגט אז די דאזיגע שוואכקייט קומט פון דער אלגעמיינער נאטור אין דער בריאה אז א פאזיטיוו קלעבט צו א נעגאטיוו. ס'טייטש איך, אלס

איינער וואס זעט נישט דעם הונדערט-פראצענטיגן אמת אין גארנישט, און איז מלא ספיקות כרמון, ווער באצויבערט און שטארק נתרשם פון אידן וועלכע

ווייסן גענוי ווער און וואס דער רבונו של עולם איז; מענטשן וואס האבן פונקטליך ארויס דאס משמעות פון דעם "מה", זענען נישט מפקפק אין דעם "חובת",

דרייען זיך נישט ארום מיט קווענקלענישן איבער דעם "אדם" און פארמאגן זערא ספיקות, נישט נאר "בעולמו הזה" נאר צווייפלען ניטאמאל "בעולמו הבא."

פארציילט מיר יענער איד אזוי בתוך הדברים איבער אן אמאליגן ידיד, זיינס א קרוב וואס איז ליידער געגאנגען ווי מ'זאגט "דרומה". געזען האט ער

יענעם נישט לאנג צוריק ביי א חתונה, "כמעט וואס כ'האב נישט דערקענט דער איז אפילו א איד". אז אונזער שמועס האט געגרייכט די דאזיגע פאזע האט

זיך דער קנאת ה' צעפלאקערט אינערהאלב זיינע איברים און נאך מיט דעם קאצקער פונק; ער שלעפט ארויס א פאר זודיג-קנאי'שע אויגן און טייטלט

שטרענג א פינגער גלייך צו מיר אין פרצוף אריין: "זאגט מיר ווען דער שגץ אז ער גלייבט נישט בה' ובתורתו, קער איך מיך אפ, און איך אנטלויף פון אים

כמטחווי קשת. איך קוק זיך מער נישט אום אויף זיין זייט, איך מעק אויס זיין נאמען פון מיין נאטיץ-ביכל און ער הערט אויף צו עקזיסטירן אין מיין וועלט".

"פארוואס טאקע וואלט איר אזוינס געטאן", האב איך באלד געשטעלט א פראגע, און אנגעהויבן צימבלען דעם ווילדן קיצוני מיט א שיין מאס

איינגעהאלטנקייט. "סוף כל סוף איז ער דאך א מענטש, ער פארמאגט געפילן, און פארוואס זאל דען עמיצער איבערשניידן יעדעס פארבינדונגס-מיטל און

גענצליך אפהאקן דעם קשר מיט א חבר וואס איז נאך א קרוב אויך, אלץ פאר דער איינער סיבה אז ס'האט זיך געשאפן מיינונגס-דיפערענצן איבער ענינים

אנבאלאנגט דער אידישער אמונה".

אזויפיל האב איך גע'פועל'ט ביי אים אז ער זאל כאטש נידערן דעם טעמפער, און צוריק אריינשטעלן די שפיזיג-צעבלאזענע אויגן אין זייערע

אויסגעקראכענע ראמען. הייבט ער אן ערקלערן מיט אן עטוואס ניכטערן טאן: "ברויכט איר פארשטיין ר' בנימין. איך בין דא אויף דער וועלט מיט דעם

איינעם ציל לעבוד את בוראנו ולשמור מצוותיו. אויב באמערקט עמיצער ווי א צווייטער איד טוט אן עבירה, לאמיר זיך נישט פאפן, לאזט דאס איבער אויף

דעם ערשטן כאטש א שטיקל השפעה, בעקיפין ובמישרין. אויב זעט איינער ווי זיינס א חבר, א געוועזענער שומר שבת צינדט אן א ציגערעטל אום שבת,

זייט 68

זייט 68
טעקסט

מאכט דאס אן א מורא'דיג רושם אויף אים, און ס'איז לא ימלט אז דאס זאל אים נישט באאיינפלוסן צו כאטש עפעס א פונקט, און עטוואס פארלייכטערן אין זיינע אויגן דעם גאנצן ענין פון חילול שבת."

איז דער קאצקער מוסיף: "פון דעם הייליגן חוזה ווייסן מיר אז אפילו נאר דאס פארציילן איבער א געוויסער עבירה וואס אן אנדער איד האט געטאן ברענגט אויך אראפ דעם חומר הפגם פון דער עבירה ביים פארציילער זעלבסט )גאנץ מעגליך איז אויך פארהאן ערגעצוואו א ייטב לב דערוועגן, ברויך מען אנפרעגן ביי דעם אסף המזכיר(. כל שכן וכל שכן זען און האבן שייכות מיט א מחלל שבת און א כופר בה' ובתורתו. ס'איז דאך קלאר אז דאס לאזט איבער צייכענעס אויפן מענטש, און די ווירקונגען קענען ליידער זיין שעדליך און ווייטגרייכנד".

"ולכן", איז ער ממשיך, "בשום אופן וויל איך בידים לאזן די אידישע אמונה פאלן ביי מיר אין הארץ, זאל דאס זיין אפילו אויף איין גראד בין איך אויך נישט מסכים. אלזא בלייבט פאר מיר איבער צו פולקאם איבעררייסן

כ'האב אבער

דעם קשר מיט אזא איינעם, אויב וויל איך ס'זאל נישט שאטן פאר מיר קיין זיז כל שהוא, ואני את נפשי הצלתי".

"איי דאס וועט וויי טאן אן אנדער בשר ודם", כאפט ער ממש ארויס די ווערטער פון מיין שוין האלב-

קיין ברירה

צעעפענט מויל און זעצט באלד פאר מיטן דראמאטיזירן זיין מסירת נפש'דיגע טאן מיט אפילו א שטייפערן מעטאפאר: "מיט אזא התנהגות בין איך טאקע עלול צו פארברענען דאס לעצטע בריק וואס איז נאך פארהאן –

נישט! חייך

דאס איז אויך אמת; כ'האב אבער קיין ברירה נישט! חייך קודמין ואין אומרים לאדם חטא בשביל שיזכה חברך".

קודמין ואין

איבער דער רושם-טעאריע פונעם חוזה צי איך דערווייל קיין מסקנות; דער גאנצער שמועס פאר זיך האט אבער דוקא יא איבערגעלאזט א שטיקל רושם אויף מיר, ס'האט מיך איבערגעלאזט טראכטן און קלערן איבער

אומרים לאדם

דעם מהלך וואס איך זעלבסט וואלט ווען גענומען אין א פאל פון יענעם בעל עבירה. הלכה למעשה איז איינמאל זיכער אז איך וואלט יא פארברענגט מיט יענעם; די שאלה וואס האט נאר אנגעהויבן צו עגבערן ביי מיר אין קאפ

חטא בשביל

איז "פארוואס!" פארוואס זאל איך ווען טאקע האבן געהאנדלט אנדערש.

ס'וויל זיך מיך זאגן אז די סיבה איז ווייל איך פארמאג פשוט נישט די סארט ברילן פון וואס מ'זעט א וועלט

שיזכה חברך

פון בלויז שווארץ אדער ווייס. ס'איז אוממעגליך צו פירן א נארמאל לעבן מיט אזעלכע חשבונות איבער א גראד ווארעמער צי א גראד קעלטער. מ'ברויך טון וואס מ'האט צו טון און א נארמאלער מענטש ברויך זיך אומגיין ווי א נארמאלער מענטש. אויב וועט מען אנהייבן צו מעסטן גראדן וועט מען קיינמאל פערטיג ווערן. מיט אזעלכע קלערונגען קען מען זיך פארשפארן אינדערהיים אין אן אייער-באקס און נישט האבן צו טון מיט קיין שום בריאה אויף דער וועלט. במציאות איז יעדער מענטש אדער שוואכער אדער בעסער פון דיר ווען ס'קומט צו אידישקייט. לפי זה איז דאס גיין אין בית מדרש א היפשע רוחניות-געפאר וואס לויערט העכער אונזערע נשמות, און איז אין אומשטאנד לויז צו מאכן צי גאר גענצליך אומווארפן א באלד פיר-טויזנט יעריגער גלויבן. ווער רעדט נאך פון גיין צו דער ארבעט וואו ס'דרייען זיך גוים, קריסטן, אטעאיסטן און עובדי ע"ז – דאס אלץ איז בלויז איין מהלך.

אויב וויל איך אבער זיין ברוטאל אויפריכטיג מיט מיר אליינס, ברויך איך אויך נעמען אין באטראכט א צווייטן מהלך; דהיינו, אפשר בין איך נישט אזוי גאטס-פארכטיג, אידישקייט ביי מיר איז נישט אזוי טייער, און איך בין יא גרייט אראפצורוקן עטליכע גראד פון מיין איינגערעדטע אמונה בכדי צו פירן א נארמאל ציוויליזירט לעבן, און נישט זיין געצוימט צו תורות פונעם חוזה און גריבלענישן מיט פחדים פונעם קאצקער.

שוין, קוקט אויס די קאצקע לופט איז קאנטעידזשעס!

פארזעצונג פון זייט 46 צו רעדן און אין קאפ. ווען כ'שרייב אויף קאווע שטיבל פרעגט ער וואס שרייבטסו דארטן אויפן האנדלען וואס קאמפיוטער זאג איך איהם עס איז חידושי תורה.

כ'האב נישט דאס עקספיריענס וואס איך בין קונה איז פאקטיש מער ווערט פון געלט פון געהאט און איז אפילו ווערט די צייטווייליגע אפקומענישן וואס דאס אליינס איז א גאר פריער. אבער ווערטפולער עקספיריענס צו פארשטיין צו וואס פאר א שפל המצב דער מין האנושי וואס איז מער קען זיך דערקייקלען ווען מען ווערט ערצויגן מיט אונטערדרוקונג און חשד. אבער פון אלעם איז למעשה בין איך אין די הענט פון א אונטערדרוקער וואס וועט נישט רוען ביז ער'ט אז מיין באסס מיך אינגאנצען אוועקלייגן.

איז געווענליך דריי צוויי *** טעג א וואך ראוד אויפן עס איז מאנטאג אינדערפרי איך שפאציר זיך אריין און זאג איהם ברחל בתך און דעמאלטס אין פרצוף: און איין וואך ארום בין איך נישטא. פריזאן ברעיק! עס כאפט איהם דער איך האב שלאק אבער עס איז פארטיג. מכאן ולהבא האסטו נישט קיין שליטה אויף מיר, צייט מנוחה. אין א פארן נעקסטן קרבן.

פרייע מינוט קען איך ליינען אדער שרייבן קאווע שטיבל אא"וו. וואלט ער געווען איך ווייס נישט וואס דער עתיד וועט ברענגען אבער אזויפיל ווייס איך, עס דא יעדן טאג וואלט איך נישט אנגעהאלט לאנג. דער פארשוין איז פונעם אלטן קען נאר גיין בעסער. לעבן זאל פרייהייט בימים ההם בזמן הזה!!!

דור, ער פארשטייט נישט וואס דאס איז אינטערנעט. וויפיל מאל איך פרוביר איהם מסביר זיין וואס גוגל איז, מען זוכט, ס'איז דא ריזאלטס, עס גייט איהם נישט אריין

זייט 69

זייט 69
טעקסט

דער וועג צום אמת:

טיפער פון בלויז פיזיק

דורך מאטי רעדאגירט דורך פלאוויוס

אויב וואלט עפיסטעמאלאגיע געדארפט צוטיילן וויסנשאפט און צווייען וואלטן זאך-קענער אן קיין ספק דאס צוטיילט ווי פאלגנד: אויף איין זייט עמפירישע פיזישע זעבארע וויסנשאפט, דאס וואס לאזט זיך אבזערווירן, און אויף דער אנדערער זייט די נישט פיזישע וויסנשאפט )אנדערע וואלטן צוגעלייגט: אויב מ'מעג דאס בכלל רופן וויסנשאפט(. דאס הייסט, אזעלכע ערשיינונגען וואס לאזן זיך בשום אופן נישט עקספערימענטירן, אבער דאך עפעקטירט דאס די מענטשהייט און אלעס ארום, ווי אויף להכעיס די פאזיטיוויסטן.

אין ליכט פון דער דערמאנטער דיכאטאמיע האט זיך ארויסגעשיילט א מאדערן-אינטעלעקטועלער חדר וואס טיילט זיך אין די פאלגנדע דריי קאטעגאריעס:

דער סייענטיסט, דער פילאזאף, און דער טעאלאג.

ס'איז זייער גרינג צו דערקענען דעם אונטערשייד צווישן דעם סייענטיסט און די אנדערע צוויי, אבער צווישן די לעצטע צוויי, דער טעאלאג און דער פילאזאף, לאזט זיך נישט גרינג דערקענען א חילוק. דאך, אז מ'וועט קוקן טיפער וועט מען באמערקן ווי ס'איז דא א געוויסע שטערקערער בונד וואס דוקא דער סייענטיסט טיילט מיטן פילאזאף, וואס טרייבט זיי ביידן אפשר ווייטער און טיפער אוועק פון דעם לעצטן – דער טעאלאג. דער בונד וואס פאראייניגט די צוויי ערשטע רופט זיך "לאגיק".

דער קוקווינקל פון די פריער דערמאנטע שפילט זיך אויס לאו דוקא ווען מ'דעבאטירט רוחניות'דיגע נושאים, נאר אויך בנוגע אנדערע געשעענישן און זאכן. א סייענטיפישער בליק קוקט צום ביישפיל אויף א בויגן מיט געשריבענע נאטן פון דער פינפטער סימפאניע פון בעטהאווען אייניג ווי אויף סיי וועלכן שטיקל פאפיר מיט טינט וואס איז פאראן אויפן אוניווערס. די איינציגע נפקא-מינה וועט כאפן די פשוט'ע פיזישע אבזערווירנדע דיפערענצן. ווי לענגער, ברייטער, הייסער, קעלטער, דער פאפיר אדער די טינט איז, און אזוי אויך אלע אנדערע פרטים וואס לאזן זיך אבזערווירן. דאס חשיבות פון דער טיפקייט וואס ליגט אינעם אינהאלט פון דעם וואס איז אפגעשריבן געהערט פשוט נישט צו זיין תחום, און צום בעסטן וועט ער דאס אננעמען מיט סקעפטיציזם.

א פילאזאפישער בליק וועט אבער וועלן דערגיין די לאגיק פונעם בויגן מיט די נאטן וואס מאכן עס חשוב'ער אין די אויגן פונעם אבזערווירער. דער פילאזאף וועט אריינקריכן אינעם "פארוואס". פארוואס טאקע זענען

די שטריכן געשטעלט אזויווי זיי זענען? ער וועט קלערן וויאזוי ס'שאפט זיך דערפון א ליד. אבער ווי נאר ער איז צופרידן פונעם ענטפער וועט ער זיך באגנוגן מיט דער קאלטער לאגיק וואס מאכט דעם אויסשטעל חשוב'ער פון אנדערע בויגנס, וואס אפילו א טאן-טויבער וואלט געקענט פארשטיין.

א טעאלאג וועט זיך אבער נישט באגנוגן מיטן פארוואס, ער וועט אריינקריכן אין דער נשמה פונעם ליד. אין דעם וואס מאכט דעם צוהערער אז ער זאל עס וועלן הערן נאכאמאל און נאכאמאל. אפילו נאכדעם וואס ער פארשטייט שוין די די לאגיק פונעם פילאזאף וועט ער אבער וועלן דערגייןצי ס'איז פאראן א טיפערע דערהויבנקייט וואס רעדט צו זיין נשמה און זאגט איר "הער דאס איבער און איבער". מוזיק טעאריע קען איבערגעבן קאלטע אינפארמאציע פאר א מוזיקאנט ווי אזוי אויסצושפילן דאס ליד, אבער דאס וואס א מוזיק ליבהאבער שפירט און דערקוויקט זיך הערנדינג די קאמפאזיציע, דאס איז א פערזענליכע ערפארונג וואס איז צווישן דעם מענטש און דעם ליד.

אודאי וועלן אלע אייניג הנאה האבן פון דעם ליד, אבער די נקודה איז: די אינפארמאציע מיט וואס די דריי באזונדערע סארט אינטעלעקטואלן וועלן זיך באפאסן איז גאנץ אן אנדערע. אלע וועלן קוקן אויף דעם זעלבן שטיק פאפיר, אבער זיך אריינלאזן אין באטראכטן פרטים וואס וואלטן נישט אינטערעסירט דעם אינטעלעקטועל פונעם אנדערן חדר.

זיכער וועלן מיר טרעפן פילאזאפן וואס פארמאגן טעאלאגישע שטריכן )אזא איינער איז געווען אפלאטאן(, און אזוי אויך פארקערט, דער אמת איז טאקע אז פאר א דרויסנדיגן מענטש זענען זיי תלוי איינער אינעם צווייטן - טעאלאגישע השקפות מוזן זיין מבוסס אויך אויף לאגיק, און פילאזאפיע אליין איז אומרייף אויב מ'נעמט נישט די טרוקענע מסקנות און מ'מאכט איר לעבעדיג. דאך, ווען מ'דארף דעפינירן די תחומים זענען די אויבנדערמאנטע אנדערשקייטן גענוג שטארקע דעפינירונגען וואס מאכן יעדן תחום וואס זיי זענען.

פון דעם צוואנציגסטן יאר-הונדערט און ווייטער, ווען מ'דעבאטירט דעם מושג וואס רופט זיך "גאט", האט דאס אויך באקומען אזא סארט משמעות. נעמליך:די דריי יסודות'דיגע וויסנשאפטן, די זעלבע סוג חכמים, פרובירן צו פארשטיין דעם באגריף לויט זייערע תחומים, און מיר וועלן אנאליזירן יעדעס איינס באזונדער.

זייט 70

זייט 70
טעקסט

דער גאט פון דעם סייענטיסט:

דער גאט פון דעם סייענטיסט, אויך באוואוסט אלס "דער גאט פון די געפ"ס" איז א גאט וואס איז פיזיש בנמצא. ער באווייזט וואונדער, באלוינט טעגליך די נאבעלע, און באשטראפט די שלעכטע, ברענגט פיזיש שטורמישע וועטערס, ער ברענגט מחלות צו שיקן ווארענונגען און גוטע צייטן צו שענקען גענאדע. אויב קען מען אים אויפווייזן איז ער דא, און אויב נישט איז ער נישט דא )אדער איז ער יא דא, נאר מיר פארשטייען נישט ווי אזוי(. אזא גאט איז גרינג צו פארשטיין געבן פאר מענטשן וואס טראכטן נישט אריין צו טיף, אבער ס'קען אויך גרינג אפגעווארפן ווערן דורך געלערנטע.

דער גאט פון דעם פילאזאף:

דער גאט פון דעם פילאזאף איז שוין אביסל שווערער צו באגרייפן, ס'איז כאילו א סך הכל פון לאגישע מעטאפיזישע הוכחות וואס הייבן זיך אן דארט וואו פיזיק ענדיגט זיך. ער פארלאנגט גארנישט פערזענליך פון דעם מענטש, און ליבט נישט קיינעם פערזענליך, הגם ס'לאזט זיך זאגן אז ער ליבט זיין יקום בכלליות. אין קורצן: לויטן פילאזאף איז ער בלויז א מעכאנישע ענטפער צו געוויסע אומפארשטענדליכע מאטעמאטישע פראגעס אינעם יקום. אפילו מיר זאלן שוין אננעמען אז ס'איז דא א פליכט אים צו דינען איז עס בלויז אזא לאגיש-מאראלישער חשבון, אז ס'לוינט נישט צו זיין א כפוי טובה וכדומה.

דער גאט פון דעם טעאלאג:

דאס איז בעצם א מאדיפיצירטע ווערסיע וואס האט אין זיך שטריכן פון ביידע צוזאמען. ער איז דא אבער נישט פיזיש, ער האט בעצם פערזענליכע א מיטן פארבינדונג מענטש, אזא וואס מציאות יעדע אדער אי-מציאות פארמאגט אין זיך. ער איז דער וואס מאכט דעם מענטש שפירן וואס ער שפירט. ער איז דער וואס גיט דעם מענטש דאס געפיל פון לעבן. ער איז דער וואס שאפט רצון צו וועלן אנע חשבונות, צו שפירן/געבן ליבע, האפענונג, טרויער, דאגות, דעפרעסיע, און גוטמוטיגקייט. קיינער קען דעם גאטנישט אפפרעגן, בלויז דער מענטש אליין. ער איז אמת ווייל דער מענטש שפירט אים, און יעדער לאגישער חשבון פארקערט איז ארויסגעווארפן.

טרעפליך איז דער פארגלייך וואס פראפ. מנחם קעלנער )בילד 1( אין זיין בוך )בילד 2( מאכט א סך הכל פון די אבזערוואציעס וואס דער בארימטער טעאלאג אברהם יהושע העשיל )בילד 3( האט זיך געפילעוועט

צווישן דעם גאט פונעם פילאזאף און דער גאט פון דעם טעאלאג.

The Philosophers God(1 (s God'Abraham) The God of the Theologian (2 being - God (1 Concern - God (2 unmoved mover - God (1 Most moved mover - God (2 philosopher - Perfect person (1 prophet - Perfect person (2 Men searches for God (1 God searches for man (2 We seek to define God (1 We seek to experience God (2 Concept of God (1 Presence of God (2 ווי דערמאנט פריער, יעדע ערשיינונג איז מעגליך צו באטראכטן דורכ'ן קוקווינקל פון די יסודות'דיגע דריי וועגן, געוואנדן לויט ווי אזוי דער מענטש ארבעט זיך אויס צו קוקן אויף ערשיינונגען.

דער סייענטיסט קוקט אויף א שטיין און זעט א צוזאמגעשמאלצענע חומר וואס רופט זיך שטיין. ער הייבט אן רעכענען ווי אלט דער שטיין איז, וואס דארף געטון ווערן עס צו מאכן אויס שטיין. וואס מאכט דעם שטיין הארט ווי א שטיין, וואס איז געווען פאר דער שטיין האט עקזיסטירט. איינמאל ער ווייסט די פיזישע אינפארמאציע לייגט ער דאס אריין אין זיינע ארכיוון.

דער פילאזאף זעט דעם שטיין און קלערט אריין אין דער לאגיק פון דעם מציאות פון שטיין. אפשר גאר איז דאס אן אילוזיע און באמת איז נישט פארהאן א מציאות פון שטיין? אפשר איז גאר בכלל נישט דא קיין מציאות? איז דער שטיין א מציאות פון שטיין ווייל איבעראל חוץ דא איז נישטא "שטיין"? אויב איבעראל וואלט יא געווען שטיין חוץ דא וואלט דאס ביסל העדר פון שטיין אפשר פונקט אזוי געהייסן שטיין?

דער טעאלאג זעט אין דעם שטיין א פערזענליכע ערפארונג, א מוסר השכל וואס לערנט אים צו זיין נענטער צו העכערקייט. ער זעט אין דעם שטיין דאס וואס דער מוזיק-ליבהאבער זעט אין דער פינפטער סימפאניע, ער זעט נישט ריין פיזיקס, נישט חשבונות, ער זעט ענדלאזע הערליכקייט וואס הייבט אים העכער יעדעס מאל וואס ער באגעגנט זיך מיטן שטיין.

ס'איז פאר אלעמען באקאנט דער צווייטער אמענדמענט פון דער אמעריקאנער קאנסטוטוציע אז יעדער בירגער האט די רעכט צו באזיצן וואפן. ס'איז דא פארשידענע וועגן ווי אזוי דענקער פרובירן דאס צו מאדיפיצירן צו דער מאדערנער עפאכע. די רעכטע קאנסערוואטיוון שרייען "חס וחלילה נישט רירן קיין אות! מ'זאל נישט צורירן צו דעם געשעצטן דאקומענט, וואס איז דער קוואל פון אונזער פרייהייט." לעומת זה האבן מיר די גאר פראגרעסיווע וואס חוצפה'ן זיך צו טענה'ן אז ס'איז היינט צוטאגס א נארישע געזעץ און מ'דארף עס פשוט ארויסשניידן פונעם פארזעצונג אויף זייט 90

זייט 71

זייט 71
טעקסט

דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן

זייט 72

זייט 72
טעקסט

דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן

זייט 73

זייט 73
טעקסט

דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן

זייט 74

זייט 74
טעקסט

גדוד הטמיר ונעלם'ניקעס

סיפור לכבוד היארצייט של

הרה"ק

האמרי חיים

זצ"ל

ט' ניסן תשל"ב.

פרק א' א שבת אין צפת

אה, וויפיל די דריי ווערטער אליינס שטעלן מיט זיך פאר! און ברענגט צוריק נאסטאלגיע פון די תקופה וואס די ארומיגע בערג זענען געווען א דרייאונגס-ארט פאר גדולי ומצוקי ארץ.

אין איינע פון די געדרייטע צפת'ער שטעגן שפאצירט זיך א איד געמיטליך, ער איז זיך מתענג בנועם השבת און אטעמט אריין די ריינע לופט.

נאך א רגע גייט ער אנקומען למחוז חפצו, צום אכסניא פונעם הייליגן זיסן צדיק ר' חיים מאיר'ל מ'וויזניץ זצ"ל וואס האט דאן געוויילט אין שטאט.

צו זיינע אויערן איז אנגעקומען די שמועה איבער דעם וואונדערליכן טיש וואס דער רבי רעכט אפ. "קינדער, בחורים, יונגעלייט ואף ישישים שטייען אויף זייערע פיס שעות ארוכות און קענען זיך נישט גענוג אנזעטיגן פונעם רבין'ס שטראלנדע צורה", האט מען עם פארציילט, און צוגעלייגט: “זיי רירן זיך נישט פון ארט אפילו פאר א רגע פן יפסידו איין תנועה'לע, איין שטילע קרעכץ אדער שמייכל מלא חיות דקדושה".

יעצט פירן אים זיינע פיס ווי פון זיך אליינס צום רבין'ס אכסניא. שוין פון אינדרויסן הערט זיך קולו הערב לחיך ולאוזן פונעם רבי'ן. די זמירות שבת גיסן זיך פון אים בנעימה שובת הלב

דורך: איך אויך רעדאגירט דורך: שמעקעדיג

און אלע זיינע אברים זאגן איין זאך: ה', מי כמוך!

כדרכו בקודש, האט דער רבי אריבערגעפירט זיין בליק אויפן עולם הנצבים עליו. און דער בליק האט חודר געווען כליות ולב און אויסגעוואשן אידישע נשמות.

גייט דער הייליגער בליק פון איינעם צום צווייטן און פלוצלינג שטעלט זיך עס אפ אויפן נייעם גאסט: "הו, דו ביסט דא?" הערט זיך דעם צדיק'ס קול און אלע דרייען זיך אויס אין זיין ריכטונג. "דו ביסט דא? ביסט דאך משוגע!"

עס איז דעם איד געווארן קאלט און ווארעם.. אויף איינמאל האבן זיינע זכרונות קאמערלעך זיך ברייט צועפענט און אים געפירט צוריקוועגס א היבשע פאר יאר, אל ימים וזמנים אחרים. צו א פרק בחייו וואס ער האט שוין כמעט פארגעסן, אבער דא קומט דער רבי און בבת אחת דערמאנט אים. ער, דער בעל המעשה, האט שוין כמעט פארגעסן, אבער דער רבי נישט!

פרק ב' די "טמיר ונעלם'ניקעס" בריגאדע

די צווייטע וועלט מלחמה בוזשעוועט במלוא עוזה, די רויך פון די קאלך אויווענעס שלאנגט זיך אל-על אן אויפהער, מיטנעמענדיג מיט זיך הונדערטער טויזענטער קדושים וטהורים הי"ד.

ספעציעל מסוכן איז געווען פאר די מענער אינעם יארגאנג צווישן 18 און 40, דאן האט די אונגארישע אויטאריטעטן ארויסגעלייגט א געזעץ אז יעדער אן אויסנאם מוז זיך 'שטעלן', און ווערן צוגעטיילט עבודת פרך צו האקן האלץ און אנדערע דערנידערנדע ארבייט. א חלק זענען אזש פארשיקט געווארן צו די ענדלאזע אוקריינע וועלדער פאר מינע-רייניגונג ארבייט, פון וואו א גאר קליינער פראצענט איז צוריקגעקומען בין החיים.

פילע האבן מקדם געווען פני הרעה, אנטלויפנדיג בעוד מועד טיפער אריין קיין רומעניע, און במיוחד קיין גראסווארדיין וואו דער אמרי חיים האט פארארבייט מעשים מיט אוממענטשליכע כוחות זיי

זייט 75

זייט 75
טעקסט

צו ראטעווען און פלעגן.

אט פאר די נעבעכדיגע פליטים האט דער רבי אויפגעשטעלט זיין "טמיר ונעלם בריגאדע", אדער ווי מען האט זיי גערופן: "ט"וניקים". די "טו"ניקים בריגאדע" איז באשטאנען פון הונדערטער אידן, צווישן זיי אידן מכל המינים והסוגים.

דער רבי האט זיך געזארגט פאר אלע זייערע געברויכן. זיין קאך און הויז איז פארוואנדעלט געווארן אין איין גרויסע 'הכנסת אורחים'.

ע"פ רוב האבען זיך די ט"וניקים באהאלטן במשך דעם טאג אינווייניג, ווייל אינדרויסן האט געהערשט א טאפעלטע סכנה, א יעדע ליאדע מינוט האט געקענט פארקומען א "ראזיא". נאר בחסות החשיכה, אין די טונקלקייט פון די נאכט האבן זיי זיך ערלויבט ארויסצוקריכן און זיך קומען מסתופף זיין בצל רבינו.

איבריג צו באצייכענען די גרויסע סכנה אין וואס דער רבי האט זיך דערמיט אריינגעלייגט. די געזעץ האט קלאר געלויטעט אז האלטן א פליכטלונג פונעם מיליטער איז עונשו אחת דתו למוות, אבער רבינו האט זיך נישט צו טוהן געמאכט דערפון און פון די הונדערטער פאר אויגן פון די חיות טרף די דזשאנדארן וואס האבען געזוכט די פליכטלונגס בלי הרף.

טאקע אסאך פון זיי זענען אהין אנגעקומען מיוזמתם הם, אבער רבינו האט עקסטער מעשים פארארבייט איינצוליידענען מער און מער פון זיי צו זיך.

ווי עס פארציילט ר' ישעי' וויזל, א חסיד סאטמארער פון חוסט: "איך האב באקומען צוויי בריוון פונעם מיליטער זיך צו קומען שטעלן און מ'האט זיך נישט צו טוהן געמאכט, די דריטע מאל איז אויסגעקומען ב' דראש השנה תש"ד.

דאס מאל האט מען שטארק חושש געווען אז זיי גייען קומען מיך זוכן, האב איך מחליט געווען נעלם צו ווערן און זיך ארויסגעלאזט קיין גראסווארדיין וואו איך בין אנגעקומען לחצר הקודש נאך סליחות פון ערב ר"ה "זכור ברית", און כ'בין תיכף אריין צום רבי'ן און פארציילט מיין צרה".

"יא ישעי', מיר וועלן זיך אי"ה 'שטעלן' צו מלכיות זכרונות ושופרות", זאגט אים דער רבי. "דא לעבן די פארענטשעס וועסטו דיך שטעלן!" און דער רבי לייגט צו: "ווי געפעל איך דיר אלס גענעראל? איך פארמאג א שיינע בריגאדע און דו קענסט דיך מצטרף זיין". גלייך איז ר' ישעי' געגאנגען טעלעפאנירן זיין מאמע אז ער בלייבט דא אויף ר"ה.

ר"ה צופרי איז דער רבי אריינגעקומען אין א פריע שעה און צוגעגאנגען צו אים, זאגנדיג: "ישעי', פארגעס נישט אז היינט דארפסטו דיך שטעלן אויף די פארענטשעס" )דהיינו בקרבת מקום לרבינו(. און טאקע אזוי האט ער געטוהן, טראץ די גרויסע שטופעניש ולחץ פון ארום.

מוצאי יו"ט איז ער אריין צום רבי'ן און אים געזאגט אז ער קלערט אהיימצוגיין ברענגען זיינע חפצים כדי ער זאל קענען זיך אהערציען. נאך וואס רבינו האט אים אויסגעפרעגט זיין געפלאנטע ראוט האט ער געזאגט אז ער זאל נעמען די שנעלצוג וואס פארט ארויס פון סאטמאר 2 אזייגער ביינאכט, און זאל נישט ווארטן ביז די באן פון צופרי, ווי זיין פלאן האט אריגינאל געלויטעט. נאר נאכדעם וואס ער האט געפאלגט דעם רבי'ן פונקטליך האט ער געהערט אז יענע צופרי האט זיך אראפגעלאזט א מחנה פון 21 סאלדאטן אויף זיין עלטערן'ס הויז אים צו זוכן.

אזוינע מעשיות זענען פארגעקומען לעשרות. ווי עס פארציילט אונז ר' חיים ווייס: "איך בין אנגעקומען אויף ר"ה צום חצר הקודש אין גראסווארדיין און געוויזן פאר רבינו מיין צו התייצבות. רבינו האט געגעבן א בליק דערויף און זיך אנגערופן "עפעס יעדעס פלאץ וואס מען רופט דיר מוזטו גיין? בלייב דא מיט אונז!". וכך הוה, איך בין געבליבן אינעם ט"ו בריגאדע און מער נישט גערופן געווארן צום מיליטער".

איינמאל בעיצומו פונעם פרייטאג צו נאכטס טיש, בעת די חסידים זענען געשטאנען ארום און געזונגען "רננו צדיקים", האט זיך פלוצלונג אריינגעריסן א קבוצה זשאנדארמען. די בחורים האבן פראבירט צו אנטלויפן מיט א בהלה, אבער די פאליציי האט דעם פארשטעלט זיי וועג. נאר רבינו האט זיך אנגעגארטלט בעוז און ווייטער געזונגען, טייטלענדיג אויף יעדן בשם "כי עקסטער:

קדשו בטחנו, בטחנו". די זשאנדארמען האבען זיך ארומגעקוקט בהשתאות דערנאך האבן אבער פארלאזט דאס פלאץ.

אינטרעסאנטע אן אויסשפראך האט מען אמאל געהערט פון רבינו אין יענע טעג, אין איינע פון די שבתות חודש תמוז תש"ג. וכה אמר בדרך צחות: "כל הזבחים שנזבחו שלא לשמן כשרים", דהיינו די אלע בחורים וואס האבן שריפטן שלא לשמם... אויף אנדערע נעמען, אבער מ"מ כשרים הם, נאר זיי מוזן אכטונג געבן "אלא שלא עלו לבעלים לשם חובה", עס זאל ח"ו נישט ארויסקומען א חוב פאר די עכטע בעלים.

ר' נחום מערינג איז זיך געקומען געזעגענען מרבינו מוצאי ר"ה תש"ג, און געפרעגט א עצה אז היות ער האט באקומען א באפעל זיך צו שטעלן אין 'ביסטריץ', צי זאל ער גיין צי נישט. "בלייב דא אין מיין מיליטער", איז געקומען די תשובה. ר' נחום האט געהאט א חשש

זייט 76

זייט 76
טעקסט

אז זיינע עלטערן וועלן ליידן דערפון, אזוי ווי עס האט פאסירט אין די פאראנגענהייט ווען זיינע ברודער האבען זיך נישט געשטעלט, און בדרך אגב האט ער פארציילט אז ער האט זיך שוין געשטעלט 3 מאל און אייביג באפרייט געווארן. "אויב אזוי", זאגט אים רבינו, "האסטו שוין חזקה. גיי שטעל דיך און וועסט אי"ה ניצל ווערן". ר' נחום האט געפאלגט און ביים שטעלן האט מען אים פארטיילט ארבייט בתוככי אונגארן, און אזוי איז ער ניצול געווארן בשעת מען האט דעפארטירט די אונגארישע אידן קיין אוישוויץ.

ר' יודל גליק איז גערופן געווארן אריינגערוקט צו ווערן אינעם 'מונקא-טאבאר' צוואנגס בריגאדע, איז ער געפארן פון זיין שטעטל 'מיהאיפאלווא' צו רבינו אנפרעגן כדת מה לעשות. "אשרי יושבי ביתך עוד יהללוך סלה", זאגט אים דער רבי. כלומר, בלייב אינדערהיים. "אבער מען קען מיך דאך גוט אין שטעטל?" פרעגט ער. "אה, מען פארט קיין קראלי און דארט ווייסט מען שוין וואס מען האט צו טוהן". איינע פון די קראלי איינוואוינער האט געהאט ביי זיך דאקומענטן מטעם די מיליטער אז פלוני אלמוני איז באפרייט מסיבות פון געזונטהייט. 2 גאנצע יאר האט זיך ר' יודל ארומגעדרייט מיט די דאקומענטן אויף די פריי.

]כהנה וכהנה איז פאראן פילע סיפורים און מופתים נאר 'איך אויך' האט נישט קיין כוח זיי מעתיק צו זיין[

פרק ג' לזוכר נשכחות ביום השבת

דאס אלעס האט זיך אונזער צפת'ער אידל דערמאנט שטייענדיג בפני רבינו, הערענדיג די סטעיטמענט "ביסט דאך א משוגענער!"

געווען איז ער בכלל נישט פון א וויזניצער שטוב, אבער ער איז געקומען מיט א געוויין צום רבי'ן היושב בגראסווארדיין, ווי יעדער האט באקומען צוגעפאסט פסוקו, ודבר אחד מדבריו לא נפל ארצה.

דער רבי האט עם אפגעמאסטן מיט זיין בליק און אויסגערופן מיט פאטאס "דו ביסט דאך א משוגענער!". ווי א דונער אינמיטן העלן טאג האט אט די מאדנע רוף אים באטראפן. אזוי נעמט מען אויף א צובראכענעם איד? מען לייגט נאך צו כאב על כאבו?

בפחי נפש איז ער ארויס פונעם רבין'ס צימער, און זיך גענומען דרייען אין די גאסן כסהרורי ,זיינע הרגשים האבן געברויזט אן אויפהער, 'יא, איך בין משוגע'.... פארן גלייבן די סיפורי מופת וואס מען פארציילט אויפן רבי'ן... און אזוי ציטערנדיג ווי א בלעטל איז ער באין ברירה זיך געגאנגען שטעלן.

די בדיקות זענען אדורך אן קיין ספעציעלע אויסנאמען, ער איז מפקיד געווארן אריבערגעפירט לפקיד און באקומען צוגעשריבן הויכע אויסצייכענונגען ווי עס פאסט זיך פאר א געזונטע אינגע בחור שכוחיו במתניו. דאס הארץ פלאטערט אים מרגע לרגע העכער און העכער, אט שטייט ער שוין מיט די נשמה אין הענט פארנט פונעם לעצטן פקיד. יענער שענקט אים א שנעלן בליק און דרייט זיך אוועק דאס פנים בבוז, "הא ,ער איז דאך משוגע!"

בחור דנן קוקט עם אן מיט ליימענע אויגן, שטייענדיג אינגאנצן פארגליווערט, נישט פארשטייענדיג וואס דא קומט פאר. "מיר האבן נישט קיין שום נוצן פאר משוגעים אויפן פראנט", זעצט דער פקיד פאר, "גיי דיר פון דאנען זאפארט אהיים!"

עס זענען נישט אריבער מער ווי אפאר מינוט, און ער טרעפט זיך ביים אנדערן זייט גדר מיט א תעודת שחרור אין טאש, כתוב וחתום אלס א סערטיפייד משוגענער. עס איז נישט געווען עפעס זיסער פאר זיינע אויערן ווי דער כינוי 'משוגענער'.

יארן זענען פארביי, ער איז טאקע אדורך די מאורעות המלחמה, אבער נפשו הייתה לו לשלל, ער האט זוכה געווען לעלות לארצינו הק' און זיך באזעצן בעיר הק' צפת.

ער האט שוין טאקע פארגעסן, אבער דער הייליגער רבי וואס אפילו ער האט אים נאר געזעהן דאן אויף אייניגע קורצע מינוטן, נחקק בזכרונו מיט זיין זעלטע אהבת ישראל.

זיעוכ"י אמן.

)קרעדיט: המבשר עש"ק מצורע תשע"א, נערך ותורגם ע"י איך אויך מק"ש(

זייט 77

זייט 77
טעקסט

קדחת

בן שלשה עשר, א קטן הצריך, געהערט פון פאטער, שפטרני ברוך.

אויף א גרויסע באנד, בישיבה של קטנים, טעג נאכאנאנד, ביי די ווערטער זיינעם.

איין טאג מלאך, קצות און אורים, איין טאג גלח, אהבת נעורים.

פון ישיבה קטנה, זיך גערוקט פאראויס, דאס צומישעניש מיינע, ווערט גאר גרויס.

רוח קדים, מצפון מים, יצרו של אדם, רתיחת הדם.

דורך: נופת צופים

פון איין זייט ניצוצות, איתרעותא דלעילא, אוחזת פלצות, באריכות לילי.

א באמבע פלוצלינג, פון ערגעץ וואו, דו האסט היינט א מיטינג, באקען זיך מיט זי.

איך זעץ מיך פריש, מיט א פלעשל באר מים, אויפ'ן דיינינג רום טיש, שוין אנגעגרייט לחיים.

נאך פאר כ'האב עספיעט, מיין אטעם צו כאפן, מזל טוב מ'גריט, קענסט א וואנט טאפן.

א שטריימל אפאר שטאק, מיט אלע צוגעהערן, א דירה אויפ'ן בלאק, מ'קען צוקוועטשט ווערן.

אין כולל אריין ערליך, אזוי איז די הלכה, פרנסה אזוי שווערליך, פוד סטעמפס איז א ברכה.

אויפ'ן הארטן באנק, צוריק כבראשונה, אלץ אויפ'ן געדאנק, מאן יהיב מזוני.

באלד אלס פרישע פאר, די מצוה פרו ורבו, נאך איינס יעדעס יאר די געלט עס קומט פון וואו.

פרעג איך דא במר, וואס וועט פון מיר ווערן, ראש השנה ביים גמר, פאר מיר געטוהן באשערן?

די ווייב די שוויגער שווער, אלע ווילן נחת, איך האלט נישט אויס מער, עס ברענגט מיר נאר קדחת.

זייט 78

זייט 78
טעקסט

מיר לעבן אין א סאסייעטי ווי קיינער האט נישט קיין צייט און ישוב הדעת, און ווייניג מענטשן לייגן צו מחשבה צו זאכן וואס זעהען אויס נישט וויכטיג. דאס איז א ברייט פארצווייגטער פראבלעם אין דעם ראיאן וואו מיר וואוינען אין די נוי יארקער אומגעגנט. אז א מענטש וועט פאלן אויף פיפטע עוועניו אין די סיטי וועלן רוב מענטשן אים ארום ווייטער שפאצירן און זיך ניטאמאל צו טוהן מאכן דערפון. דאס איז שוין אויספרובירט געווארן עטליכע מאל. ווען דו וועסט פארלוירן ווערן דארט און וועלן בעטן איינעם 'עקסקיוז מי, ווהיר איז מעדיסאן עוועניו'? רוב מענטשן וועלן זיך ניטאמאל אפשטעלן פאר דיר. מען איז פאריאגט און פארפלאגט און מען האט נישט קיין צייט פאר די אלע "שטערערס".

למעשה איז דא איין וויכטיגע פונקט וואס ווערט פארווישט פון אונז. דאס איז א גוט ווארט.

די פאקט איז אז א גוט ווארט איז אלעמאל א גוטע זאך, סיי פאר דעם זאגער און סיי פאר דעם געזאגטן, און איבער אלעם עס קאסט נישט קיין געלט. דער וואס באקומט דעם גוט ווארט שפירט זיך זייער גוט, און דער זאגער באקומט א גוטע הרגשה פון די פאקט אז מיט א קלייניגקייט האט ער געקענט מחיה זיין א מענטש.

אויב איינער וועט זיך מאכן א אמת'ע חשבון הנפש אויף דעם ענין, וועט ער זעהן רוב מענטשן וואס ער איז נהנה פון זיי, באקומען נישט פון אים די ערליך פארדינטע דאנק אז ער האט הנאה געהאט. עס מוז באטאנט ווערן אז א טריקענער ייש"כ – כאטש עס איז בעסער ווי

די פאקט איז

גארנישט, איז עס נאך אלץ נישט די ריכטיגע הכרה וואס עס קומט

אז א גוט ווארט

זיך אים. עס מוז זיין עקספרעסד בפרטיות די זאך וואס איך האב

איז אלעמאל

הנאה געהאט. ווי למשל ייש"כ פארן אנצינדן די עירקאנדישאן,

א גוטע זאך,

עס איז א מחיה קיל אינעם צימער, וכדומה.

סיי פאר דעם

איך גיי ברענגן עטליכע

זאגער און

משלים פון ריעל לייף, כדי די עולם זאל קענען עס אפלייען צו זייער

סיי פאר דעם

אייגענע לעבן. וועלן מיר גיין מן הקל אל הכבד, דהיינו מיר וועלן

געזאגטן, און

רעדן וועגן זאכן וואס איז נוגע אין שטוב, שפעטער וועלן מיר

איבער אלעם

ארויסגיין אין די לעבן אינדרויסן פון שטוב.

עס קאסט

אין א הויז איז דא כסדר זאכן

נישט קיין

וואס איינער טוט פארן צווייטן. ווען איך גיי אויסרעכענען וואס

געלט.

ווערט אלס געטוהן פאר מיינעט וועגן אין מיין שטוב דורך מיין

ווייב און קינדער )און קלינינג לעידי אויכעט( וועל איך נישט פארטיגן. מען רייניגט מיין וועש, די הויז, קאכט און וואשט, מען נעמט קעיר פון 'מיינע קינדער', מען שארט די שניי, מען רופט א מעכאניקער אדער פלאמבער ווען עפעס ווערט צובראכן, מען גייט שאפינג, וכדומה הרבה שאי אפשר לפורטם כי רבים הם. דער פאקט איז אז וויפיל מיר וועלן נאר דאנקען וואס אנדערע בני בית טוען איז נישט גענוג. אבער די ווערטער "ייש"כ איך האב הנאה געהאט אז די בעט איז מסודר", אדער "איך האב הנאה געהאט אז די שטוב איז מסודר". ווען איינער קומט אהיים אין די הויז איז טאפסי טארווי, מאכט עס אומאיינגענעם. משא"כ ווען איך קום אהיים און די הויז איז מער ווייניגער מסודר, איז א מחיה אריין צו קומען אין די הויז. מען קומט אהיים און מען זאגט, א גוטן טאג וואס מאכסטו? וויאזוי איז געווען דיין טאג היינט? וויפיל מער מענטשליך וואלט געווען ווען מיר לייגן צו: אה עס א מחיה דא אריין צו וואקן, עס מאכט מיר א געשמאקן הרגשה, ייש"כ פארן מסדר זיין די שטוב?

די קינדער קומען אהיים זיי ווארטן פאר א גוט ווארט. נישט קיין פאלשע גוט ווארט נאר אן אמת'ע. טראכט אריין וויפיל גוטע געפיל אונזער קינדער געבן אונז. דעם געפיל קענען מיר זיי איבערגעבן. מיר דארפן דאס זיי זאגן ברחל בתך הקטנה אפן און קלאר, אז עס איז מיר איינגענעם צו זיין מיט דיר צוזאם, עס איז מיר א תענוג ווען איך זעה ווי דו טוהסט די היים ארבעט אויף דיין אייגענע אחריות. עס איז מיר א געשמאק צו זעהן ווי דו פאקסט אוועק די געצייג, וכדומה.

וכן ווען א בעל מלאכה קומט צו דיר אין שטוב, כאטש דו באצאלסט אים, מאך זיכער אז ער גייט אוועק מיט די ידיעה אז דו ווייסט אז ער האט דיר געהאלפן. א פלאמבער האט פארראכטן די טוילעט, ער מאכט די 50-100 דאללאר. אבער לייג צו די ייש"כ, מיינע קינדער גייען זיך מחיה זיין אז די טוילעט איז פארראכטן, וכדומה. די ווערטער זענען ווערד א סאך מאל

זייט 79

זייט 79
טעקסט

מער ווי די געלט וואס איר באצאלט אים.

לאמיר אריבערגיין אין בית המדרש. ווען עפעס טויג נישט, אויף וועמען האט מען טענות? קודם הייבט זיך עס אהן אויפן שמש, און דערנאך האט מען טענות אויף קהל פארן אויפנעמען אזא שלימזל'דיגע שמש. און ווען עס טויג יא, ווער באקומט קרעדיט? קיינער! פארוואס? עס וואלט געדארפט זיין אז אויב האסט הנאה געהאט פון די מקוה, ווען אונז טרעפן דעם שמש, זאלן מיר אים באדאנקען און זאגן אז איך האב מיך ממש מחיה געווען פון די מקוה היינט, און אזוי אויך אלע טעג איז די מקוה א מחיה.

ומכאן צו די

און מזמן לזמן ווען מיר באגעגענען דעם ראש הקהל, זאגט מען אים אז

בענעפיטן

דער שמש איז זייער גוט, די מקוה קלאפט, אלעס איז על מקומו.

פון דער וואס

דער קאווע גבאי לויפט ארום

זאגט דעם

בעטן געלט פון מענטשן זאלן מנדב זיין קאווע. דער עולם לויפט ארויס

גוט ווארט.

פון מקוה און זיך מחיה מיט די הייסע פיינע קאווע. ווער באקומט די טענק

דער געפיל איז

יו? קיינער. וויפיל געלט קאסט עס פאר אונז צו באדאנקען דעם קאווע

זייער א גוטע

גבאי פאר אלעס וואס ער טוט אז די קאווע זאל זיין תמידים כסדרם?

געפיל

איך זיץ ביי א שמחה. דער וועיטערער ברענגט מיר עסן און נעמט אוועק מיין גענוצטע )אויב איך מעג זאגן, עקלדיגע( טעלער. עס קומט אים נישט קיין דאנק, ריכטיג? פארוואס נישט? עס קאסט נישט קיין געלט! וועסטו מוזן באדאנקען זעקס מאל פאר אן ערל, וואס וועט געשעהן?

דער שפילער שפילט ביי א חתונה און דער זינגער זינגט, זיי מאכן אונז איינגענעם. וועלן אונז אים באדאנקען? עס איז גארנישט. אויף די וועג ארויס פון די זאל, וועלן מיר גיין צו די שפילער און פון דערווייטענס וועלן מיר אים ווייזן א שכוח מיטן גראבע פינגער אויף ארויף, און ארויסווייזן אביסל הכרת הטוב וואס ער טוט און איז אונז מהנה.

אין א געשעפט וועט מען האבן אן ערך פון מינימום צוויי ביז פיר מענטשן וואס העלפן אונז ארויס. וואו ליגט די ריב אייזן? אה, גיי צו די צווייטע שורה ביי די רעכטע זייט, אינדערמיטן וועסטו עס זעהן. די קעשיער און די פאקער, ועוד. על פי רוב גייט עס דורך אן א הודאה. מיר דארפן צולייגן קאפ אז מיר זאלן מכיר טובה זיין פאר יעדן לכה"פ מיט עטליכע ווערטער.

אינמיטן שרייבן דעם ארטיקל בין איך ארויס דאווענען מנחה. צום עמוד איז צוגעגאנגען א בעל תפלה וואס דאווענט געשמאק און שנעל. נאכן דאווענען בין איך צוגעגאנגען און געזאגט שכוח, איך האב ליב ווען דו דאווענסט, עס איז smooth and uplfiting דער בעל תפלה האט זיך מחיה געווען, און איך האב זיך מחיה געווען אז איך האב געקענט יענעם מחיה זיין. בלויז אפאר ווערטער. אזוי פשוט, און אזוי מאכטפול.

לעצטנס האב איך אויך געהאט אן ענליכע עפיזאד וואס איך וויל מיטטטיילן מיט די ליינערס. ביי אונז אין געגענד איז דא א בעל מלאכה וואס קומט צו הייזער צו פאררעכטן די ביציקלעך. יעדעס יאר אזויווי עס הייבט אן צו ווערן ווארעם רוף איך אים אהן אז ער זאל מעינטענען און

פאררעכטן די בייקס. איך האב קע"ה א שטוב מיט קינדער און עס איז דא כסדר ארבעט. דא דארף מען א רעדל, דא דארף מען פאררעכטן די ברעיקס, און טייל מאל דארף מען קויפן נייע העלמעטס. הכלל, דאס יאר בין איך נישט געווען אינדערהיים ווען ער איז געקומען. די חשבון איז געווען אז איך דארף אים צאלן הונדערט פופציג דאלאר. איך רוף און זאג אים אז איך גיי עס ברענגען שפעטער צו אים אינדערהיים.

ביינאכט בין אריבער, איז ער נישט געווען אינדערהיים, האב איך איבערגעלאזט די געלט ביי זיין ב"ב. פאר איך בין אוועק זאג איך פאר איר: I really ,that although I pay him for the service ,Tell your husband They enjoy the .appreciate for what he does for me and my kids .for me it is like a chesed what he is doing for us .bikes all summer די פרוי האט אויפגעלאכטן, און זי זאגט מיר אז איך וועל באקומען אסאך שכר פארן משכין זיין שלום בין איש לאשתו, און זי וועט איבערגעבן די גוטע ווערטער פאר איר מאן.

איך מיין אז אויב מיר וועלן אלע האבן אזא מהלך החיים וועלן אונז זיין בעסערע מענטשן, און די וועלט וועט זיין א בעסערע פלאץ צו זיין, די סאסייעטי וועט זיין א געשמאקערע, א.א.וו.

עס איז וויכטיג צו באטאנען נאך א נקודה. מיר גייען שבת אין בית המדרש )אדער אינדערוואכן(, דער בית המדרש איז פיל מיט אלע מיני מענטשן. עס איז דא דער תלמיד חכם, דער סוקסעספולער ביזנעס מאן, דער עם הארץ, דער לא יוצלח, אדער סתם נישט דאס און נישט דאס. עס איז פאראן דער פרייליכער, דער אנגעזעצטער/ דעפרעסטער, אדער לא זה ולא זה. עס איז דא דער בחור מוצלח וואס יעדער מיינט אז ער איז מצליח, עס דא דער בחור וואס איז ארויס פון דער סיסטעם און האט נישט וואס צו טוהן מיטן טאג. עס איז דא דער ארבעטס בחור, און עס איז דא דער בחור וואס מען רופט אים בלשונינו 'באם'. מיר מעגן וויסן אז מען זאל זיין אויף די lookout, זייער אסאך ווארטן און וואלטן הנאה געהאט פון אונזער גוט מארגן, גוט שבת, און סתם רעקאגנישן. יעדעס מאל ווען דו ביסט אין שוהל, קוק ארום און זעה וועסטו באמערקן אז עס זענען פאראן אידן וואס מיט א ווארט קענסטו אים מחיה זיין. דער נושא איז אן אריכות, וואס וואלט געדארפט אן ארטיקל פאר זיך. איז אודאי כדאי אז מיר זאלן משים לב זיין דערצו.

ומכאן צו די בענעפיטן פון דער וואס זאגט דעם גוט ווארט. דער געפיל איז זייער א גוטע געפיל. אין אנהייב איז עס א נייע זאך, דארף מען מער צולייגן קאפ, אבער מיט די צייט ווערט עס א חלק פון די רוטין, און עס ווערט נאטורליך אזוי צו טוהן, א טבע שני.

עס איז דא א ווארט אז די סיבה פארוואס מיר הייסן יהודים, ווייל מיר זענען אלעמאל פארנומען מיט דאנקען. דאנקען דעם בורא, דאנקען דער וואס האט מיט אונז גוטס געטוהן.

צום שלוס וויל איך זיין א נאה מקיים, און דא באדאנקען אין די ראמען פון מיינע שורות פאר מייסדי ומנהלי ואחראי גבאי ק"ש. איך האב נישט קיין ווערטער פאר ענק. עטס זענטס א שטארקע מקום מנוחה פאר מיר און אלע חברי השטיבל. אזוי אויך גיבט איר די געלעגנהייט פאר אונז חברים זיך דורך צו שמועסן טעמעס און עס מברר זיין כשמלה. שכרכם הרבה מאד, וישלם ה' פעלכם ותהא משכורכם שלמה מעם ה'.

ובנוסף לזה איז ריכטיג צו באדאנקן דעם 'כוכב' הגדול וואס ארבעט אריין ללא ליאות צו ארויפארבעטן דאס פלאץ. מיין ברכה צו דיר איז אז דיין כוכב זאל שטענדיג שיינען, ביי דיר און דיינע קינדער, לראות בנים וב"ב עוסקים בתורה ובמצוות.

זייט 80

זייט 80
טעקסט

דורך פישלע העררינג

רעדאגירט דורך שמעקעדיג

אונז אלע ווייסן וואס הלל הזקן זאגט אין פרקי אבות, הוי מתלמידיו של אהרן הכהן: אוהב שלום, ורודף שלום, אוהב את הבריות, ומקרבן לתורה.

דער ברטנורא ברענגט פון "אבות דרבי נתן", אז אהרן הכהן פלעגט לויפן פון איין שונא צו דעם אנדערן און זיי איבעררעדן אז דער אנדערער וויל שלום מאכן, און אזוי האט ער שלום געמאכט צווישן די אידן. דער ירושלמי זאגט, אז ווען אהרן הכהן איז נפטר געווארן זענען 08,000 בחורים מיט דער נאמען "אהרן" נאכגעגאנגען זיין לוי'. דאס זענען געוועהן קינדער וואס זענען געבוירן געווארן צו עלטערן וואס אהרן הכהן האט ביי זיי שלום געמאכט, און די עלטערן האבן זיי א נאמען געגעבן "אהרן" אלץ הכרת הטוב פאר אהרן הכהן.

אין מאה שערים האט ביז לעצטענס געוואוינט א איד א מקובל, רבי דניאל פריש ע"ה. ער האט געשריבן א ריזיגע פירוש אויף גאנץ זוהר הקדוש און זיך גוט אויסגעקענט אין די כתבי האר"י הק'. ער איז נישט לאנג צוריק נפטר געווארן נאך א לענגערע קראנקהייט לא עלינו. רבי דניאל דערציילט, אז ער איז אמאהל געוועהן אין אנטווערפן ביי רבי איציק'ל פון פשעווארסק זצ"ל, און זיין איידעם דער שפעטערדיגע רבי יענקל'ע פון פשעווארסק זצ"ל האט זיך געדרייט צווישן דעם עולם וואס איז אנגעקומען טעגליך, און געפרעגט יעדן איינעם ווער עס דארף א אכסניא, ווער עס דארף עסן, און אזוי ווייטער.

פאר רבי דניאל האט עס זייער געבאדערט, ער האט דאך געקענט אלע געהויבענע ענינים און כוונות פון תפלת שחרית, און עס האט איהם געשטערט אז רבי יענקל'ע פארנעמט זיך מיט די גשמיות'דיגע זאכן פאר'ן דאווענען. אין א געלעגענהייט, האט ער אפירגעהאלטן רבי יענקעל'ע דערוועגן. דערציילט רבי דניאל, אז רבי יענקעלע האט איהם אנגעשטעלט צוויי שארפע אויגן, און איהם געזאגט בזה הלשון: "יונגערמאן, דו מיינסט אז דאס וואס די פוסקים

ברענגען בשם דער אר"י הקדוש אז מען זאל זאגן פאר'ן דאווענען 'הריני מקבל עלי מצוות ואהבת לרעך כמוך' איז א לחש?! דאס איז פשוטו כמשמעו!"

רבי דניאל זאגט אז די ווערטער האבן ביי איהם געטוישט זיין גאנצע פרעספעקטיוו וויאזוי מען דארף לערנען איבער די גוטע מדות וואס ווערן געברענגט אין ספרים, אז עס איז נישט דא קיין חשוב'ער זאך ווי טוהן למעשה.

דער רשב"ם זאגט, אז פון די משנה אין אבות אז הלל הזקן האט געזאגט אז אהרן הכהן איז געוועהן א אוהב שלום ורודף שלום אוהב את הבריות ומקרבן לתורה, לערנט מען ארויס אויף גאנץ מסכת אבות אז יעדער תנא וואס האט געזאגט זיין מאמר, האט עס געזאגט לויט זיין אייגענע תכונת הנפש, ווייל מיר ווייסן אז הלל הזקן איז געוועהן א שטארקער אוהב את הבריות און ער האט זיי מקרב געוועהן צו די תורה, ווי די באקאנטע מעשה אין די גמרא מסכת שבת אז הלל האט מקרב געוועהן א גר על מנת שתלמדני כל התורה כולה על רגל אחת, און ער האט מגייר געוועהן א גר וואס האט זיך געוואלט מגייר זיין נאר כדי צו ווערן א כהן גדול, און ער האט מגייר געוועהן א גר וואס האט נאר געוואלט מקבל זיין אויף זיך תורה שבכתב, און ער האט זיך נישט גערעגט אויף דעם איד וואס האט זיך געוועט אויב מען קען אויפרעגן הלל ערב שבת.

פון דעם זעהט מען אז הלל הזקן איז געוועהן א נאה דורש און אויך א נאה מקיים.

אוהב שלום / רודף שלום

עס שטייט אין תהלים "בקש שלום ורדפהו", זאגט די גמרא, אסאך מצוות ווארט דער מענטש ביז די מצוה קומט אן און דעמאלס איז מען עס מקיים, אבער ווען עס קומט צו שלום, זאל מען נישט ווארטן, נאר מען זאל פון זיך אליינס ארויסגיין און נאכיאגן דעם שלום. די גמרא זאגט, אז דער באשעפער אליינס האט נאכגעיאגט שלום אויבן אין הימל נאך איידער עס מאכט זיך דארט א מחלוקת. וויאזוי? ער האט א נאמען געגעבן נאר איין מלאך גבריאל, נאר איין מלאך מיכאל, נאר איין מלאך רפאל, און אזוי ווייטער, און פאר יעדן איינעם האט ער געגעבן נאר איין תפקיד, אזוי וועט נישט זיין קיין מחלוקת, קיינער וועט נישט טרעטן אויף די געהירן פון דעם אנדערן. אזוי האט דער באשעפער נאכגעיאגט שלום און נישט געווארט ביז עס ווערט א פראבלעם.

חסידים דערציילן, אז דער רבי פון לובלין האט אמאהל געזאגט אז אלע מעשים וואס א מענטש טוהט דארף מען טוהן לשם שמים. דער פראבלעם איז נאר אז א מענטש ווייסט נישט אויב דאס וואס ער וויל יעצט טוהן איז דער רצון השם אדער זיין אייגענע רצון.

זייט 81

זייט 81
טעקסט

אסאך מאהל איז דער מענטש אליינס נישט קלאר. האט דער רבי פון לובלין געגעבן א סימן, אויב נאכ'ן טוהן דער זאך איז ארויסגעקומען דערפון עפעס גוטס, איז דאך א סימן אז מצוה גוררת מצוה ושכר מצוה מצוה, און עס איז זיכער געוועהן א ריינע מצוה לשמה.

שלום איז א גוטע זאך, וואס אפילו דער גוף וויל עס אויך האבן. קיינער זוכט נישט צו לעבן מיט מחלוקת ווייל עס מאכט דאס לעבן אומבא'טעמ'ט. דאס מיינט "אוהב שלום", יעדער איינער האט עס ליב. א רודף שלום אבער איז איינער וואס יאגט נאך שלום אפילו דארט וואו עס איז איהם פערזענליך נישט נוגע, בלויז רצון השם. לויט דער רבי פון לובלין דארף ארויסקומען עפעס גוטס פון א מצוה לשמה, טא וואס איז דער סימן צו וויסן אויב דער רודף שלום איז מקיים דעם רצון השם לשמה? אויב דורך זיין רודף שלום קומט עס צו אז אן אנדערער איד ווערט נענטער צו די תורה, "אוהב את הבריות ומקרבן לתורה", איז א סימן אויף א ריכטיגע אוהב שלום ורודף שלום.

ווען דער חתם סופר האט קאנדידאטירט צו ווערן רב אין דער שטאט פרעשבורג אויף דעם פלאץ פון דעם גרויסן גאון רבי משולם איגרא זצ"ל, זענען געוועהן נאך אנדערע וואס האבן געוואלט ווערן רב אויף דער חשוב'ן ארט. עס איז געוועהן א משפחה אין פרעשבורג פון גרויסע עשירים וועלכע האבן געוואלט אז זייער'ס א שוואגער זאל ווערן רב דארט, און זיי האבן אפגעשיקט א בריוו צום חתם סופר אז זיי עצה'נען איהם אפצוזאגן זיין קאנדיטאטור, ווייל עס לוינט זיך נישט צו קומען קיין פרעשבורג, ווייל זיי וועלן איהם אנטוהן ציפקע צרות אויף טריט און שריט. דער חתם סופר האט געליינט דעם בריוו, און האט גארנישט רעאגירט. צום סוף האט מען אויסגעוועהלט דעם חתם סופר אלס רב, און ער האט געלאזט וויסן אז ער וועט אנקומען אין שטאט אויף דעם און דעם שבת, ווען ער וועט אויך האלטן זיין איינצוגס דרשה פאר די לומדים פון שטאט. דערביי האט ער צוגעשריבן די מראה מקומות און ראשי פרקים פון זיין דרשה כדי אז די לומדים זאלן זיין גוט פארגעקוקט צו קענען מיטהאלטן די טיפע חידושים. ווען עס איז געקומען נענטער צו די צייט וואס דער חתם סופר האט געדארפט אנקומען, האט עס יענע משפחה נישט אויסגעהאלטן, און זיי האבן געזוכט אלע מיטלען און וועגן וויאזוי צו פארשעמען דעם חתם סופר און איהם מאכן צו שאנד און צו שפאט אין דער שטאט כדי ער זאל זיך מוזן אפזאגן. וואס האבן זיי געטוהן? זיי האבן אונטערגעקויפט דעם הויז-בחור וואס האט זיך געדרייט ביים חתם סופר אין שטוב אז ער זאל מעתיק זיין די חידושים וואס דער חתם סופר פלאנט צו זאגן ביי זיין דרשה, אזוי וועלן זיי קענען אנגרייטן שווערע קשיות דערויף און איהם פארשעמען ברבים.

פרייטאג צו נאכטס, א נאכט פאר די דרשה, איז איינער פון די לומדים אין שטאט געקומען צום חתם סופר, און איהם מגלה סוד געוועהן אז זיינע חידושים זענען שוין ארויסגערינען און דער עולם קוקט זיך פאר שווערע קשיות אויף איהם, און ער האט איבערגעגעבן פאר דער חתם סופר אלע קשיות וואס די לומדים גרייטן זיך צו פרעגן, כדי אז דער חתם סופר זאל עס קענען אפענטפערן. דער חתם סופר האט איהם שיין באדאנקט, אבער אנגעזאגט אז ער זאל חלילה נישט מאכן קיין עסק, און ער זאל גארנישט טוהן צו גיסן אויל אויף דער פייער פון מחלוקת.

דער חתם סופר האט מחליט געוועהן אז גדול השלום, און ער זוכט נישט איבערצואווייזן די לומדים אז ער איז א גרעסערע למדן און גרעסער מאכן די פייער. ווען דער איד איז ארויס, האט דער חתם סופר צושפאצירט צו זיין ספרים שאנק און ארויסגעשלעפט די ערשטע גמרא וואס איז איהם אונטערגעקומען, א גמרא מסכת

עדיות, און היות פון הימל האט מען דאך געוואלט אז ער זאל זיין פרעשבורגער רב, האט מען איהם פון הימל חונן דעת געוועהן מיט הערליכע טיפזיניגע חידושים.

צומארגענס, האט דער חתם סופר גע'דרש'נט איבער גאר אן אנדערע סוגיא וואס קיינער האט נישט געהאט צוגעגרייט קיין קשיות דערויף, און דער עולם איז שטארק נתפעל געווארן. ווען יענער שוואגער פון די רייכע משפחה האט געהערט די הפלא'דיגע חידושים פון דער חתם סופר, און ער האט זיך דערוואוסט ווי שנעל דער חתם סופר האט עס מחדש געוועהן, איז ער אריבערגעקומען צום חתם סופר איהם איבערבעטן, צעזאמען מיט זיין משפחה. דער חתם סופר האט געזאגט פאר דעם איד: איך זעה פון די קשיות מיט וואס דו האסט מיך געוואלט אפפרעגן אז דו ביזט א ריזיגער תלמיד חכם, דעריבער וועל איך פערזענליך שתדל'ען ביי א גרויסע חשוב'ער שטאט אז זיי זאלן דיר אויפנעמען אלס רב. וכך הוה, מיט דעם חתם סופר'ס השתדלות איז דער איד אויפגענומען געווארן אין סעדראהעל אלס רב און האט זוכה געוועהן אויפצושטעלן דארט א גרויסע ישיבה מיט אסאך תורה.

דער חתם סופר האט קלאר געקענט זעהן אז זיין רודף שלום, וואס ער האט שווער געארבעט א גאנץ פרייטאג צו נאכטס מחדש צו זיין פרישע חידושים כדי אז עס זאל זיין שלום אין שטאט, האט טאקע צוגעברענגט צו נאך תורה, ומקרבן לתורה, סיי וואס יענער איד איז געווארן א גרויסער רב און ראש ישיבה, און סיי דורך די ריזיגע ישיבה וואס דער חתם סופר האט אויפגעשטעלט אין פרעשבורג, ווי אלע רבנים פון דעם קומענדיגן דור זענען נתחנך געווארן.

אסאך מאהל, ווען איינער יאגט עפעס נאך, איז ער זיך מבזה בשעת מעשה. א רודף שלום נעמט אויף זיך אפילו בושה כדי אנצוקומען צו דעם ציהל פון שלום. ווען די תלמידים האבן געדרוקט די בריוון פון דער חזון איש, אגרות החזון איש, האבן זיי ביי איין בריוו )מכתב קנ"ג( צוגעלייגט א קאפיע פון דעם אריגינעלן בריוו, ווייל זיי האבן געפילט אז אויב מען לייגט נישט צו א קאפיע וועט קיינער נישט גלייבן אז דער חזון איש האט באמת געשריבן דעם בריוו. דארט אין דער בריוו, שרייבט דער חזון איש צו א ראש ישיבה פון בני ברק וואס האט אנגעהויבן אנדרייען א מחלוקת מיטן חזון איש. שרייבט איהם דער חזון איש ווי פאלגענד: טייערער ראש ישיבה, עס איז מיר זייער אומבאקוועם דיר צו שרייבן א בריוו ווי איך טוה מיך אויס נאקעט פאר דיר, אבער למען השלום האט דער אויבערשטער באפוילן אז מען דארף אויסמעקן זיין הייליגע נאמען, דערפאר וועל אין מוותר זיין אויף מיין כבוד און דיר שרייבן די פאלגענדע ווערטער: וויסן זאלסטו, אז פון ווען איך בין געבוירן האב איך נישט זוכה געוועהן נהנה צו זיין פון עולם הזה. איך בין פון אלס קינד שוואך און קראנק, מיין ווייב איז נישט אינגאנצן נארמאל און זי איז זייער קראנק, און איך האב נישט קיין קינדער און איך האב נישט קיין געלט. איין איינציגע זאך מאכט מיך אביסל הנאה בעולם הזה – צו טוהן דעם רצון השם. איך קען אבער נישט מקיים זיין דער רצון השם און דינען דעם אויבערשטן ווען איך ווייס אז איינער איז נישט אינגאנצן בשלום מיט מיר. און דער חזון איש דרוקט זיך דארטן אויס "קש נדף של קטטות יכבד עלי כקורת בית הבד!" )א דינע שטיקל שטרוי פון קריגעריי וועגט שווער אויף מיך ווי א באלקן פון א פרעס(. דער חזון איש וואלט אזא בריוו קיינמאהל נישט געשריבן, צו שרייבן אויף זיך אלע זיינע צרות און אז רצון השם גיבט איהם הנאה אויף די וועלט, אבער זייענדיג א רודף שלום, האט ער נישט געקוקט אויף דעם און ער איז נאכגעלאפן מיט אלע מיטלען יענעם

זייט 82

זייט 82
טעקסט

ראש ישיבה כדי צו פארזיכערן אז עס איז שלום.

עס ווערט געפסק'ענט אין די גמרא און אין רמב"ם, אז ווען מען וויל איינעם געבן "סמיכה" אז ער קען פסק'ענען און ווערן אנגערופן "רבי", מוז ער זיין אויסגעצייכענט אין תורה, מוז האבן אסאך געלט, מוז אויסזעהן שיין, מוז זיין באקאנט אין וועלטליכע ענינים און ער מוז זיין הויעך געבויעט. סמיכה האט מען נאר געקענט געבן איש מפי איש ביז משה רבינו, א רבי צו זיין תלמיד. רבינו הקדוש, רבי יהודה הנשיא, דער מחבר פון משניות, האט געהאט סמיכה איש מפי איש, און ער האט געטיילט סמיכה פאר זיינע תלמידים וועלכע זענען געוועהן ראוי פאר דעם. פארשטייט זיך אז דאס איז נישט געוועהן א לייכטע זאך צו באקומען, און אפילו דער גרויסע אמורא "שמואל" האט געדארפט צו באקומען סמיכה פון רבי יהודה הנשיא אבער עס האט זיך נישט אויסגעארבעט לבסוף. פארציילט די גמרא, רבינו הקדוש איז אנגעקומען איינמאהל צו די שטאט פון רבי אלעזר בן רבי שמעון בר יוחאי, האט ער זיך נאכגעפרעגט "יש לו בן לאותו צדיק?" האבן די שטאטס לייט איהם געזאגט אז יא, ער האט איבערגעלאזט א בחור וואס טוהט נעבעך געפערליכע עבירות און פירט זיך נישט אויף אזוי ווי מען דארף. עס האט זייער געשטערט פאר רבינו הקדוש, וויאזוי קען מען דאס צולאזן אז אן אייניקל פון דעם הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי, א זוהן פון רבי אלעזר ברבי שמעון, זאל ארויסגיין לתרבות רעה?! רבי יהודה הנשיא האט באפוילן פאר זיינע משרתים אז זיי זאלן אהערברענגן דעם בחור'ל. ווען ער איז אנגעקומען, האט רבינו הקדוש איהם מסמיך געוועהן להוראה בסמיכת חכמים, און באפוילן יעדעם איינעם אז מען זאל רופן דעם בחור'ל מיט דער טיטול "רבי" - רבי יוסי בן רבי אלעזר!

רבינו הקדוש האט איהם צוגעשטעלט א תלמיד וועלכער זאל מיט איהם לערנען תורה. דער יוסי האט נישט געהאלטן דערביי, און ער פלעגט זיך בעטן יעדן טאג אז ער וויל אהיימגיין צו זיין שטאט, אבער דער תלמיד האט איהם נישט געלאזט. איין טאג האט רבינו הקדוש געהערט וויאזוי ער בעט זיך אהיימצוגיין, האט רבינו הקדוש איהם ליבליך געזאגט: "א גאלדענע קרוין האב איך דיר אנגעטוהן אויף דיין קאפ, און דיך געגעבן דעם גרויסן טיטול 'רבי', און דו זאגט אז דו ווילסט אהיימגיין פארברענגן דיינע יארן מיט גארנישט? זעץ דיך לערנען און וואקס אויס עפעס גרויס!". דער יוסי האט טאקע צוגעזאגט פאר רבינו הקדוש אז ער וועט מער נישט בעטן אהיימצוגיין און ער האט זיך געזעצט לערנען תורה.

לימים, ווען ער איז עלטער געווארן, האט יוסי ברבי אלעזר זיך אריינגעזעצט לערנען אין די ישיבה פון רבינו הקדוש. איין טאג, ווען רבינו הקדוש האט זיך געדרייט צווישן די תלמידים און צוגעהערט וויאזוי זיי לערנען, האט ער געהערט ווי דער רבי יוסי זיצט און לערנט, האט רבינו הקדוש געזאגט "וועמענס קול הער איך דא? דאס איז דאך די שטימע פון רבי אלעזר ברבי שמעון!" האט מען איהם געזאגט אז דאס איז דער בחור'ל וואס ער האט געראטעוועט און צוריקגעברענגט צו אידישקייט!

דאס מיינט אוהב את הבריות ומקרבן לתורה! אסאך תלמידים זענען זיכער געוועהן בייז אויף רבינו הקדוש ווען ער האט געגעבן סמיכה פאר א אויסוואורף און א אפגעפארענע בחור בשעת ווען זיי אליינס האבן געמוזט ארבעטן זייער שווער צו באקומען די סמיכה, אבער רבינו הקדוש איז געוועהן אן אמת'ער רודף שלום, ער האט געוואוסט אז אפילו אויב יעצט זענען זיי אויפגערעגט, איז אבער דאס וואס עס איז ארויסגעקומען דערפון א ריכטיגע ומקרבן לתורה א סימן אז ער האט ריכטיג אינזינען געהאט.

הוי מתלמידיו של אהרן

די משנה באפעלט "הוי מתלמידיו של אהרן" אז מען זאל זיין א תלמיד פון אהרן הכהן. עס איז א אינטרעסאנטע לשון, ווייל זייט ווען באפעלט מען איינעם צו זיין יענעם'ס א תלמיד? אויב וויל הלל הזקן אז מען זאל טוהן די מדה פון שלום, זאל ער זאגן הוי כאהרן אוהב שלום ורודף שלום, פארוואס שטייט אז מען מוז זיין א תלמיד? נאכמער פרעגט דער בעל החרדים, מתלמידי האר"י הקדוש אין צפת, פארוואס שטייט בכלל אז אזוי האט אהרן הכהן זיך געפירט? וועמען גייט עס אן? די משנה אין אבות איז דאך געמאכט נאר צו לערנען גוטע מדות, וואלט געדארפט שטיין פשוט הלל הזקן אומר הוי אוהב שלום ורודף שלום אוהב את הבריות ומקרבן לתורה?

אפאר טעמים זענען געזאגט געווארן אויף דעם.

דער בעל החרדים זאגט, אז עס זענען דא מענטשן וואס זאגן אייביג א תירוץ אויף זייערע שלעכטע מדות: "נו, אזוי בין איך. אזוי בין איך געבוירן און אזוי וועל איך שוין שטארבן...". א איד דארף אבער וויסן אז ער דארף זיך אייביג לערנען נייע דרכים אין עבודת השם, און פונקט ווי א תלמיד גייט צו א רבי לערנען ווייל ער קען נישט אליינס, אזוי אויך גוטע מדות וואס מען האט נאך נישט דארף מען זיך לערנען פון א רבי, און נישט זיין צופרידן מיט זיך און זאגן שוין, פארפאלן, אזוי בין איך. דעריבער שטייט הוי מתלמידיו של אהרן הכהן, אז מען זאל זיך לערנען און אויסארבעטן די מדת השלום אזוי ווי א תלמיד וואס לערנט זיך נייע זאכן.

דער "מדרש שמואל", איינער פון די גרעסטע און בעסטע ספרים אויף פרקי אבות, ענטפערט, אז ביי מחלוקת איז יעדער פארזיכערט אז זיין צד זוכט באמת שלום נאר דער אנדערע צד איז דער וואס זוכט זיך צו קריגן. דערפאר זאגט די משנה, אז מען איז נישט יוצא צו זיין א רודף שלום דורך זיך איינרעדן, "נו, איך בין אן אוהב שלום, איך קריג מיך נישט, יענער קריגט זיך", נאר מען דארף זיין א תלמיד פון אהרן הכהן, און טוהן וויאזוי ער האט געטוהן, גיין צו ביידע צדדים, און מאכן אז ביידע זאלן איינזעהן אז זיי דארפן טוהן מער צוריקצוברענגען שלום.

אין אנדערע ספרים שטייט געשריבן, אז אזוי ווי מיר האבן שוין פריער דערמאנט, זענען נאכגעגאנגען נאך אהרן הכהן'ס לוי' 08 טויזענט בחורים, וואס האבן זיך געהאלטן פאר זיין "מופת", אבער חוץ פון זיי שטייט אין פסוק אז "ויבכו אותו כל בית ישראל", גאנץ כלל ישראל האט איהם באוויינט, און די גמרא דרש'ענט אויף דעם ווארט "כל" אז דאס מיינט אויכעט די פרויען און די קינדער. יעדער איינער האט געוויינט. יעדער איינער האט זיך געהאלטן פאר א תלמיד פון אהרן הכהן, און יעדער איינער האט פארשטאנען די פארלוסט פון אזא מענטש וואס האט אזויפיהל געטוהן פאר שלום. דעריבער זאגט הלל הזקן אז מיר דארפן אויך זיך האלטן אזוי ווי די דאזיגע תלמידים פון אהרן הכהן, און ווען מען זעהט אז עס פעלט אויס שלום צו מאכן זאל מען פארשטיין דעם פארלוסט אויב מען טוהט עס נישט, און אנשטאטס באוויינען אז עס איז נישט דא ווער צו טוהן אין שלום, זאל מען אליינס זיין א רודף שלום.

עס זענען דא צוויי וועגן וויאזוי צו מאכן בעלי תשובות. איינס, איז צו ברענגן די תורה אויף זייער לעוועל, און זיי איבעררעדן צו מקיים זיין די תורה. נאך א וועג איז צו מאכן אז דער מענטש זאל זיך אליינס מקרב זיין צו די תורה. הלל הזקן זאגט, אז אויב מען פירט זיך צו זיין א אוהב את "הבריות", מען האט ליב א מענטש נאר ווייל ער איז א באשעפעניש, עס שטייט נישט אוהב את בני ישראל, עס שטייט נישט אוהב את בן אדם, נאר סתם דאס נידעריגסטע, אוהב את הבריות, דעמאלטס איז מען זוכה אז די ארבעט געלונגט און דער מענטש איז זיך אליינס מקרב צו די תורה, ומקר"בן" לתורה!

זייט 83

זייט 83
טעקסט

ברוך אלוקינו שבראנו לכבודו ונתן לנו את תורתו. דער בורא ב''ה האט אונז פארגעשריבן א פונקטליכן פלאן וויאזוי צו לעבן אויף די וועלט כדי אנצוקומען צום תכלית הנרצה. די אידישע תורה צייכנט זיך אויס מיט אירע פילע הלכות אויף יעדן ריר אין לעבן און מיט איר שארפע פונקטליכקייט, אויב אזוי מוז דאך זיין אז אויף אזעלכע וויכטיגע נושאים ווי דאס לעבן פונעם מענטש און זיין געזונט, זאל די תורה האבן פונקטליכע פארשריפטן וויאזוי דער מענטש זאל זיך אומגיין.

אין די ראמען פון דעם ארטיקל וויל איך דורכלויפן שנעל און גאנץ אויבערפלעכליך עטליכע נושאים בעניני רפואה בהלכה, צו באקומען א שמעק בערך פון וואס עס רעדט זיך. ס'איז געבויט מער ווייניגער אויפ'ן ספר פון רב יצחק שילת "רפואה, הלכה וכוונות התורה". פאר א מער ברייטע און קלארע באהאנדלונג פון דער טעמע און נאך אנדערע טעמעס, איז גוט צו מעיין זיין אין דעם ספר.

דער חיוב זיך צו היילן און צו היילן אנדערע

די גמרא )ברכות ס.( לייגט דארט פאר אלע מיני תפילות וואס מען זאגט אין ספעציפישע פעלער, זאגט דארט די גמרא אז איינער וואס גייט צום דאקטאר זאגט א געוויסע תפילה. די גמרא איז מסביר פארוואס דארף מען דאס זאגן 'לפי שאין דרכן של בני אדם לרפאות אלא שנהגו', און אביי זאגט אז מען זאל נישט זאגן די תפילה, ווייל עס שטייט 'ורפא ירפא - מכאן שניתנה רשות לרופא לרפאות'. וואס גייט דא פאר? וואס מיינט דאס אז ס'איז נישט דער סדר זיך צו היילן? און פארוואס דארף

א דאקטאר רשות צו היילן? די פלא איז נאכמער, ווייל א דאקטאר איז מחויב ע''פ תורה צו היילן, ווי די גמרא לערנט ארויס פון 'והשבותו לו' וואס שטייט ביי השבת אבידה, אז א מענטש'ס גוף איז אויך אין כלל פון השבת אבידה. אויך איז דא א לאו פון 'לא תעמוד על דם ריעך'. דערפאר איז נאך שווערער, פארוואס דארף די תורה געבן רשות צו היילן?

די ראשונים )רש"י ברכות שם ורשב''א ב''ק פה.( ערקלערן די גמרא אז עס וואלט געווען א צד צו זאגן אז היות א מחלה וואס קומט בידי שמים )לאפוקי א היזק וואס איינער האט גורם געווען דורכן שלאגן וכד'( איז ארויס פונעם נארמאלען סדר, וואלט מען דאס געדארפט באטראכטן ווי א ווארענונג משמים אז ער דארף זיך פארבעסערן, ממילא אויב גייט ער צום דאקטאר איז דאס ווי ער צעשטערט גזירת המלך, דערפאר דארף די תורה אונז זאגן אז מען מעג יא.

ס'איז ידוע אין דעם שמועס די גרויסע מחלוקת צווישן דעם רמב''ם און דער רמב''ן. דער רמב''ן אין פר' בהעלותך שרייבט זייער שטארק אז ווען כלל ישראל פירט זיך ווי מען דארף ווערן זיי געפירט דורך השגחה פרטית, און אלעס וואס געשעט מיט זיי איז בדרך נס. איז וואס האט מען צו גיין צום דאקטאר? דער בורא זאגט צו 'וברך את לחמך ואת מימך' אבער ווען עס קומט יא א מחלה איז א סימן אז עפעס טויג נישט און מען דארף פאררעכטן. דער רמב''ן דריקט זיך אויס: 'ומה לו לרופא בבית עושי רצון השם'... אלזא, דאס איז די כוונה פון די גמרא מיטן זאגן אז 'אין דרכם של בני אדם ברפואות אלא שנהגו', ווייל אויב וואלט מען ריכטיג געהאט בטחון וואלט נאר געקומען מחלות אלץ א רמז אדער עונש, און מיט תשובה אדער תפילה וואלט עס אוועקגעגאנגען. נאר למעשה האט מען זיך איינגעפירט צו גיין מיט רפואות און מ'האט נישט געהעריג בטחון, האט אונז השי''ת פארלאזט צו די מקרי הטבע און מען דארף צוקומען צו דאקטורים.

דער רמב''ם פון די אנדערע זייט שרייבט שארף פארקערט. אויף די משנה אין מסכת פסחים וואו עס ווערט פארציילט וואס חזקיה המלך האט געטון און וואס די חכמים האבן געהאלטן דערפון, איז דערמאנט דארט איינע פון די זאכן אז 'גנז ספר רפואות והודו לו חכמים'. דאס הייסט, ער האט באהאלטן א ספר פון רפואות. פארוואס האט מען עס געדארפט באהאלטן? ברענגט דער רמב''ם צוויי מהלכים, איינס אז עס איז געווען א ספר פון רפואות פון די עובדי עבודה זרה און שטערנזעער

זייט 84

זייט 84
טעקסט

וואס איז אסור ע''פ תורה צו טון, אדער אז עס איז געווען א ספר וואו עס איז געשטאנען געוויסע סמים וואס זענען מזיק און וויאזוי מען היילט פון זיי, און מענטשן האבן עס גענוצט צו מאכן די סמים און מזיק זיין. דערנאך ברענגט ער א מהלך וואס איז געווען אנגענומען בזמנו אז דאס איז געווען א ספר פון געהעריגע קאנווענציאנאלע רפואות וואס שלמה המלך האט מחבר געווען און חזקיה האט געזען אז מענטשן פארלאזן זיך נישט אויף השי''ת, נאר אויף יעדע מחלה קומט מען צו דעם ספר, האט ער דאס באהאלטן. דער רמב''ם איז שארף דוחה דעם מהלך כאילו עס איז דא א פראבלעם מיטן גיין זיך היילן פון א מחלה, און ער טענ'ט 'לפי סברתם המשובשת השטותית' ווען איינער איז הונגעריג און ער נעמט א שטיקל ברויט צו שטילן זיין הונגער פעלט אים פון זיין בטחון. אזויווי איך דאנק דעם בורא פארן באשאפן ברויט צו שטילן מיין הונגער און לעבן געזונט, אזוי וועל איך אים לויבן פאר'ן באשאפן א מעדיצין זיך צו היילן ווען איך פאל אריין אין א קרענק.

דער חזון איש אין "אמונה ובטחון" איז נוטה צום רמב''ן אז באמת על פי תורה וואלט מען זיך געדארפט לגמרי פארלאזן אויף השי''ת און נישט אויפן דאקטאר, און ער איז מסביר אז פארדעם האט דוקא חזקיה באהאלטן דעם ספר רפואות ווייל זיין דור איז געווען א דור פון צדיקים, ווי די גמרא זאגט אויף יענעם דור אז "פון דן ועד באר שבע האט מען נישט געטראפן קיין עם הארץ". פאר אזא דור איז ראוי זיך נישט צו באנעמען מיט רפואות נאר זיך לגמרי פארלאזן אויף השי''ת.

דאס איז זיכער אז יעדער האלט אז מען דארף טון פאר'ן געזונט, ווי די גמרא לערנט פון "ונשמרתם מאוד לנפשותיכם" און פון "ושמור נפשך מאוד". דער רמב''ן אין תורת האדם שרייבט שארף אנטקעגן איינער וואס וויל נישט מחלל שבת זיין כדי זיך צו היילן, נאר זיי דינגען זיך וויאזוי ס'איז די ריכטיגע וועג ווען ס'קומט א מחלה מידי שמים.

די ראשונים געבן נאך סיבות פארוואס מען דארף רשות צו היילן. מען וואלט געקענט טראכטן נישט צו היילן אלץ חשש מען וועט מזיק זיין אנשטאט היילן, דערפאר זאגט די תורה מען זאל נישט חושש זיין )רמב''ן בתורת אדם(. אדער דארף מען רשות אז א דאקטאר זאל מעגן פארלאנגען באצאלט פאר זיין ארבעט, היות ער איז מחויב על פי תורה צו היילן, און געווענליך איז דער דין אז א זאך וואס מען איז מצווה צו טון טאר מען נישט בעטן געלט אויף דעם, דערפאר קומט די עקסטערע רשות אז דא מעג מען יא בעטן געלט. דער רמב''ן אין תורת אדם זאגט יא אז דאקטעריי איז פונקט אזויווי יעדע אנדערע מצוה און מען מעג נאר בעטן שכר בטלה און שכר טרחה.

מעג מען/דארף מען היילן אנטקעגן דעם חולה'ס ווילן?

א ווייטאגליכע שאלה: וואס איז ווען דער חולה זאגט אז ער וויל נישט די יסורים וואס די רפואות און די אפעראציעס ברענגען מיט זיך און ער וויל מ'זאל אים לאזן אזוי, ויהיה מה שיהיה. מעג מען אדער דארף מען אים היילן בעל כרחו? אדער דארף מען שעצן זיין באשלוס? די שאלה קען מען באהאנדלן פון צוויי זייטן. איינס, צו דעם דאקטאר'ס חיוב צו היילן איז תלוי אין דעם חולה'ס ווילן זיך צו היילן. צווייטנס, צו ס'איז דא א חיוב 'לאפרושי מאיסורא' היות דער חולה האט א חיוב זיך צו היילן, ובכן דארפן מיר זיכער מאכן אז ער האלט דאס איין.

א דאקטאר האט צוויי חיובים צו היילן, איינס פון השבת אבידה וואס די

גמרא לערנט ארויס אז צוריקערן זיין גוף איז אויך בכלל, און אויך פון "ולא תעמוד על דם ריעך" וואס דאס איז א ציווי אז ווען מען זעט א מענטש גייט אויס איז מען מחיוב צו ראטעווען. לגבי די חיוב פון השבת אבידה איז פשוט אז עס איז נאר דא ווען יענער דארף צוריק די אבידה, ממילא אזוי אויך ביי א קראנקן אויב וויל ער זיך נישט היילן איז נישט דא קיין חיוב. און לגבי די חיוב פון לא תעמוד על דם ריעך דארף מען אריינקלערן מצד דעם וואס איז מבואר אין גמרא )סנהדרין פד:( אז אלע מצות שבין אדם לחבירו זענען אויפן יסוד פון ואהבת לריעך כמוך, און דוקא ווען דער חבר וויל מען זאל עס טון איז מען מצווה עס צו טון )לדוגמא די גמ' באהאנדלט דארט צו מעג מען חובל זיין א טאטע לרפואה, זאגט די גמ' אז ווייל די טאטע וויל עס איז נישטא קיין איסור(, און "לא תעמוד" איז פשטות א מצוה בין אדם לחבירו, וואלט געווען מסתבר צו זאגן אז אויב ער וויל נישט מען זאל אים ראטעווען איז נישט דא קיין חיוב. אזוי טרעפט מען אין מנחת חינוך )מצוה רל''ז בקומץ המנחה( וואס ער איז דן לגבי איינעם וואס באגייט זעלבסטמארד רח''ל צו מען איז מחויב אים צו ראטעווען. שרייבט ער אז אלץ "והשבותו לו" איז פשוט נישט דא קיין חיוב, עס איז נישט בעסער ווי אבידה מדעת, און אויך "אויף לא תעמוד על דם ריעך" ברענגט ער ראיות אז עס איז נישט מחייב אויף אזא פאל. )נאר לכאורה איז מען מחויב אים צו ראטעווען מצד אפרושי מאיסורא, ער זאל נישט עובר זיין אויף לא תרצח וואס גייט אויף זיך אליין אויך.(

למעשה דער יעב''ץ )מור וקציעה שכ''ח( שרייבט יא אז לא תעמוד גייט אן אפילו קעגן דעם חולה'ס ווילן. עס קען זיין ער האלט אז לא תעמוד איז א מצוה בין אדם למקום, השי''ת וויל נישט מען זאל לאזן מענטשן שטארבן, אדער היות דער חולה האט נישט קיין רעכט אויפצוגעבן אויף זיין לעבן רעכנט מען זיך נישט מיט זיין מיינונג אפילו עס איז א מצוה בין אדם לחבירו.

נאך א שאלה וואס מען דארף קלערן איז צו איז מען מחויב צו היילן א חולה קעגן זיין ווילן אלץ לאפרושי מאיסורא. א מענטש איז מחויב צו היטן אויף זיין לעבן מקרא ומסברא. די גמרא דרשנ'ט עס פון ונשמרתם מאוד לנפשותיכם, און ע''פ סברא דארף מען לעבן כדי צו קענען מקיים זיין די תורה. אויב אזוי אין א פאל וואו א איד געבט אויף אויף זיין לעבן דארפן מיר זען ער זאל יא מקיים זיינע חיובים און זיך האלטן ביים לעבן. דאס וועט זיך לכאורה ווענדן אין די מחלוקת קצות און נתיבות )חו''מ סימן ג'( צו מען איז מחויב צו צווינגען לאפרושי מאיסורא ווען איינער וויל נישט מקיים זיין א מצות עשה,

למעשה להלכה ברענגט די מגן אברהם )שכ''ח ו'( אז א חולה וואס וויל נישט מען זאל מחלל שבת זיין פאר אים דארף מען אים צווינגען צו טון וואס דער דאקטאר הייסט און מען דארף אים היילן על כרחו. ר' משה )אגרות משה חו''מ ח''ב ע''ד( שרייבט אז אויב אפילו נאך די רפואה וועט ער בלייבן א בעל יסורים א גאנץ לעבן האט ער רעכט צו זאגן אז ער וויל נישט און מען טאר נישט צווינגען, אבער אויב וועט ער נאר בלייבן א בעל מום אן קיין יסורים שרייבט ר' משה אז ער האט נישט קיין רעכט מוותר צו זיין אויף זיין רפואה. ר' שלמה זלמן אויערבאך )מנחת שלמה ערכי רפואה ח''א עמוד עד( האלט אז אויב דארף מען שניידן א האנט אדער פוס רח''ל צו ראטעווען זיין לעבן און דער חולה טענ'ט אז טוב מותו מחיים, דארף מען זיך רעכענען מיט זיין מיינונג און אים נישט צווינגען. )דער יעב''ץ זאגט אויך אז אויב איז דא אן ערנסטע חשש אז די רפואה קען מער מזיק זיין ווי העלפן און דער חולה האט פון דעם מורא טאר מען אים נישט צווינגען דערצו.(

זייט 85

זייט 85
טעקסט

איז מאריך זיין א חולה'ס לעבן א חיוב מוחלט?

נאך א פיינפולע שאלה: א חולה אויף וועם מען האט שוין רח''ל אויפגעגעבן אלע האפענונגען און מען זעט שוין דעם סוף, איז מען מחויב אויסצוציען זיין לעבן ווי לאנג מען קען, אפילו עס גייט זיין גאר א קורצע צייט און מיט יסורים, אדער מעג מען אים לאזן שטארבן און פארשפארן די יסורים? אין די גמרא )כתובות קד.( ווערט אראפגעלייגט די לעצטע טאג פון רבי'ס לעבן, די תלמידים האבן געפאסט און מתפלל געווען, רבי'ס דינסט )וואס איז געווען א שטיקל ת''ח( האט געזען ווי רבי מוטשעט זיך מיט געפערליכע יסורים, איז זי ארויף אויפן דאך און געזאגט עליונים מבקשים את רבי ותחתונים מבקשים את רבי, יהי רצון שיכופו תחתונים את העליונים. שטייט דארט אז ווען זי האט געזען אז די תלמידים הערן נישט אויף צו דאווענען, האט זי אראפגעווארפן א כלי און זיי שטיל געמאכט און רבי איז דעמאלט אוועק. דער ר''ן )נדרים מ.( ברענגט פון די מעשה להלכה אז עס איז דא אמאל וואס מען דארף מתפלל זיין אויף א חולה אז ער זאל שוין ענדיגן זיין לעבן, אויב ער האט געפערליכע יסורים און עס איז שוין נישט מעגליך ער זאל זיך היילן געהעריג.

מער פון דעם טרעפט מען אין ספר חסידים )ס' תשכ''ג( און די רמ''א ברענגט עס להלכה: ''אין גורמים לאדם שלא ימות מהרה, כגון שהיה אחד גוסס והיה אחד קרוב לאותו בית חוטב עצים, ואין הנשמה יכולה לצאת, מסירים החוטב משם, ואין משימים מלח על לשונו כדי שלא ימות, ואם גוסס ואומר אינו יכול למות עד שישימוהו במקום אחר, אל יזיזוהו משם''.

נאך טרעפט מען אויף אן אנדער ארט )ס' רל''ד( מיט דעם לשון:

''ועת למות' )קהלת ג ב(, למה הוצרך קהלת לומר כן, אלא כשאדם גוסס כשנפש אדם יוצאה, אין צועקין עליו שתשוב נפשו, כי אינו יכול לחיות אלא מעט ימים, ואותן ימים יסבול ייסורין''. שטייט קלאר אז מען דארף נישט און מען טאר נישט פארלענגערן א פיינפולע לעבן פון א שטערבליך קראנקן, נאר דאס איז זיכער אז טון א מעשה בידים איז רציחה ממש וואס איז אסור אפילו ביי א גוסס. דערפאר לגבי אויסלעשן די מאשינען וואס דערהאלטן א חולה ביים לעבן איז לכאורה הארבער, אבער צו געבן מעדיצינען אדער מעדיצינישע באהאנדלונגען שטייט אין ספר חסידים אז מען זאל נישט, און אזוי פסקנ'ן די פוסקי דורנו )אגרות משה יו''ד ח''ב

קע''ד חו''מ ע''ג ע''ד ע''ה מנחת שלמה ח''א סי' צ''א אות כ''ד(, אז מען זאל נישט געבן מעדיצינען אויף אויסצוציען א לעבן פון יסורים אויף א קורצן זמן, נאר זיי לייגן צו א חילוק אז זאכן וואס זענען פשוטע צרכים אנצוגיין מיטן לעבן ווי עסן, טרינקען, אקסעדזשען, דארף מען יא געבן.

דער חוט השערה צווישן לעבן און טויט

פאר יעדן איז קלאר די חילוק צווישן לעבן און טויט, אבער וואס איז באמת דער מחלק וואס טיילט אפ לעבן פון טויט? דאס איז שוין נישט אזוי קלאר. דער ענין פון קלארשטעלן די רגע וואס א מענטש ווערט דערקלערט שוין נישט בין החיים איז אומקלאר און תלוי במחלוקת. מען דארף קלארשטעלן אז קובע זיין די 'רגע המות' איז נישט קיין מעדיצינישע נושא, דאקטורים קענען בסה''כ זאגן צו דער מענטש אטעמט נאך אדער צו זיין מח לעבט נאך, אבער צו זאגן וואס הייסט לעבן און טויט דאס איז שוין פארבינדן און פארקניפט מיט פילאזאפישע רעליגיעזע הבנות. )א פולע ביאלאגישע טויט איז לכאורה נאר נאכדעם ווי יעדע צעל פונעם גוף איז פולשטענדיג אפגעשטארבן. דאס נעמט עטליכע טעג.( די אידישע הלכה איז געבויעט מיט גאר פונקטליכע הגדרות און שיעורים, ממילא דארף מען טרעפן וואס הלכה זאגט אויף דעם נושא: ווען איז דער רגע המות לויט די תורה?

צוויי מאל איז די נושא אויפגעברענגט געווארן אין די עולם התורה, בימי החתם סופר האט דער דוכס פון דייטשלאנד, מעקלענבורג, ארויסגעגעבן א פארבאט צו באגראבן א מענטש ביז דריי טעג נאכ'ן דערקלערט ווערן טויט. דאס איז געקומען נאך עטליכע פעלער ווען מענטשן וואס זענען דערקלערט געווארן טויט האבן זיך צוריק ערוועקט, און געוויסע פון די דייטשע משכילים האבן געשטיצט דעם פארבאט און געטענה'ט אז אזוי דארף מען טון על פי הלכה. דער יעב''ץ און שפעטער דער חתם סופר זענען שארף ארויס דערקעגן און מברר געווען אז ע''פ הלכה איז דער זמן המות ווען דער דאקטאר באשטעטיגט אז ער איז געשטארבן, און דערנאך איז אסור צו אויפהאלטן די קבורה אלץ דעם איסור פון הלנת מת. דעמאלט האט דער חתם סופר אפגעשריבן א תשובה מברר צו זיין אז א מענטש הייסט שוין נישט בין החיים ווען ער הערט אויף אטעמען און די הארץ

זייט 86

זייט 86
טעקסט

הערט אויף צו קלאפן.

דאס צווייטע מאל ווען די שאלה איז אויפגעקומען איז געווען ווען דער עולם הרפואה האט אנגעהויבן איבערפלאנצן איברים צו מענטשן וואס זייערע לעבנסוויכטיגע איברים האבן אויף געהערט פונקציאנירן ווי עס דארף, און די איינציגע וועג זיי צו ראטעווען איז דורך ארויסנעמען די אבר פון א מענטש וואס האלט שוין ביים שטארבן און עס איינפלאנצן אין דעם קראנקן און אזוי ראטעווען זיין לעבן. די פראבלעם איז אבער אז כמעט אלע איברים זענען נאר ווערט צום איבערפלאנצן אויב מען נעמט זיי ארויס פונעם נדבן ווען עס איז נאך דא אין אים א רוח חיים, ווייל איינמאל דער אבר איז אפגעשטארבן איז עס שוין גארנישט ווערט, עס קען שוין נישט צוריקקומען צום לעבן. ובכן אין די גוי'אישע וועלט איז די קריטעריע פון טויט אז ווען די מח-שטראם וואס מאכט דעם מענטש אטעמען שטארבט אפ, דעמאלט דערקלערט מען אים טויט, ווייל עס איז שוין נישט מעגליך אז דער מענטש זאל צוריקבאקומען זיין כח צו אטעמען איינמאל דער טייל פונעם מח איז טויט, כאטש מען קען נאך האלטן די גוף ביים לעבן דורך אטעמען-מאשינען פאר א שטיק צייט, אבער אייגענע כח צו אטעמען וועט ער שוין נישט האבן, און אן א אייגענעם כח צו אטעמען האט ער שוין נישט קיין רוח חיים. אין אזא מצב וואו דער מענטש הייסט שוין טויט אבער זיין גוף לעבט נאך במקצת איז די פאסיגע צייט ארויסצונעמען איברים צו ראטעווען מענטשנ'ס לעבנס.

און די שאלה איז וואס דער הלכה'דיגער בליק דארף זיין אויף דעם. דאס איז דאך זיכער אז אפילו ביי א גוסס גייט אן דער איסור רציחה, און פיקוח נפש איז עס נישט דוחה. אבער פון די אנדערע זייט איז דא א חיוב פון פיקוח נפש צו ראטעווען דעם קראנקן וואס דארף לעבנסוויכטיג דעם אבר. צו זאגט מען אז אזא מצב וואו די מח קאנטראל אויפן אטעמען איז טויט איז דער מענטש א מת און מען איז מחויב צו ראטעווען דעם אנדערן חולה מיט זיינע איברים? אדער ביז ווילאנג די הארץ קלאפט נאך דורך מאשינען וואס מאכן אטעמען הייסט ער נאך א לעבעדיגער און עס איז אן איסור רציחה צו נעמען אן איבר פון אים?

דעת ר' משה פיינשטיין זצ''ל: אין אגרות משה איז דא א אומקלארקייט וואס ער האלט לגבי די קביעת רגע המות, אבער שפעטער האט ער געשריבן א תשובה )יו''ד ח''ד נ''ד( - און זיין זון ר' דוד האט מעיד געווען אז דאס איז געווען זיין מיינונג - אז די אנגענומענע גדר פון די מעדיצינישע וועלט איז אויסגעהאלטן על פי הלכה, און אפילו אויב די הארץ קען נאך קלאפן עטליכע טעג, אויב האט ער נישט קיין אייגענע כח צו אטעמען האט ער א דין ווי א מת. באמת קומט אזוי אויס פשטות אין גמרא )יומא פג(, וואו די גמרא לערנט וויאזוי מען איז בודק א מענטש צו זען צו ער לעבט נאך כדי מען זאל מחלל שבת זיין פאר אים, זאגט די גמרא אז אויב זעט מען ביי די נאז אז ער אטעמט שוין נישט איז ער א ודאי מת און מען טאר נישט מחלל שבת זיין, כאטש עס איז נאך מעגליך אז דיין הארץ קלאפט נאך. זעט מען אז עס איז תלוי צו ער אטעמעט צו נישט )אוודאי היינט וואס אפילו אויב איינער אטעמעט נישט פאר א מינוט קען מען אים נאך ראטעווען דארף מען זיכער מחלל שבת זיין פאר אים, אבער מען קען ארויסלערנען אז ווען די אייגענע כח צו אטעמען איז לגמרי אפגעשטארבן האט ער א דין פון א מת(. אזוי איז אויך די מיינונג פונעם רבנות הראשית אין ארץ ישראל אז ווען די מח-שטראם שטארבט אפ האט דער חולה א דין מת.

דעת רב וואזנער, רב אלישיב, ומנחת יצחק: זיי האלטן אז ווילאנג

די הארץ קלאפט נאך, כאטש ער האט שוין נישט קיין אייגענע כח צו אטעמען, הייסט ער נאך ביים לעבן. לויט זיי איז נישטא קיין וועג מען זאל קענען איבערפלאנצן איברים פון א איד )שבט הלוי ח''ז רל''ה, ר''י זילבערשטיין שיעורי תורה לרופאים בשם חמיו הגריש''א, מנחת יצחק ח''ה סימן ז ח(.

דעת הגאון ר' שלמה זלמן אויערבאך זצ''ל: ר' שלמה זלמן האט לכתחילה אויך געהאלטן ווי רב וואזנער אז ווילאנג די הארץ קלאפט איז דער מענטש ביים לעבן, און ער האט דאס געבויעט אויף דעם וואס איז מבואר אין גמרא אז א מעוברת שמתה איז ברור אז די קינד איז שוין טויט פארדעם, און היות מען זעט אז אפילו נאך די דאקטוירישע באשטימטע זמן פון מיתה, דהיינו די טויט פונעם מח-שטאם, ווערן די קינדער געבוירן געזונט, קען נישט זיין אז דאס הייסט שוין מיתה על פי תורה. אין שבט תשנ''ב נאכדעם וואס מען האט געטענה'ט צו אים אז בזמנינו איז אנדערש צוליב די פארגעשריטענע מאשינען וואס קענען דערהאלטן דעם גוף ביים לעבן אפילו נאכן טויט פונעם מח, האט רש''ז מיט עטליכע דאקטורים און פראפעסארן דורכגעפירט אן עקספערימענט וואו מען האט גענימען א טראגעדיג שעפסעלע און אפגעהאקט איר קאפ )וואס דאס געבט אים זיכער א דין מת( און ארויפגעלייגט אויף אטעמען מאשינען, און 52 מינוט דערנאך האט מען ארויסגענומען די קינד, און עס איז געווען לעבעדיג געזונט און שטארק. האט מען געזען אז אפילו די מאמע איז שוין באמת טויט נאר מען האלט איר אן דורך מאשינען קען די קינד יא איבערלעבן. ר' שלמה זלמן האט טאקע דעמאלט צוריקגעצויגן פון זיין פריעדיגע מיינונג און אנגענומען אז ווען די גאנצע מח )נישט נאר די מח-שטאם( איז טויט איז מסתבר אז ער האט א דין מת, נאר היות היינט קען מען דאס נאר וויסן דורך בדיקות וואס מען דארף ארומארבעטן מיט די גוף, און ווילאנג מען ווייסט נישט זיכער צו ער איז טויט האט ער א דין ספק גוסס און מען טאר אים נישט רירן, ממילא קען מען נישט בפועל באשטימען די זמן מיתה לויטן מח. אבער אויב לעתיד וועט מען אויפקומען מיט א מהלך מברר צו זיין מות המח אן דעם וואס מ'זאל דארפן רירן די גוף החולה, אדער אויב מען האט יא בודק געווען די חולה נגד ההלכה, קען זיין אז מען וועט מעגן נעמען איברים פון אים צו ראטעווען אנדערע. אבער כהיום האט רש''ז געהאלטן אז אין ארץ ישראל דארף מען אסר'ן צו געבן איברים כדי צוריקצוהאלטן די אידישע דאקטורים פון איסור רציחה, אבער אין חוץ לארץ וואו די גוים ארבעטן ממילא לויט זייערע הנחות מעג מען יא נעמען אן אבר.

עס איז דא נאך עטליכע שאלות ארום נעמען איברים פון א מת. איין שאלה איז צו דאס הייסט נישט ניוול המת, אבער אין גמרא איז שוין מבואר אז ניוול המת איז מותר לצורך פיקוח נפש. נאך א שאלה איז, דער חיוב פון "קבור תקברנו ביום ההוא" וואס גייט אן אפילו אויף א איבר. חוץ פונעם תירוץ פון פיקוח נפש איז דא וואס ווילן טענה'ן אז אויב ווערט דער אבר צוריק לעבעדיג פאלט אראפ דער חיוב קבורה פונקט ווי די אבר איז נישט מטמא טומאת מת. אסאך האבן מורא צו מנדב זיין אן אבר צוליב דעם חשש אז ביי תחית המתים וועט פעלן דער אבר, אויף דעם ווייזן אן די שטיצערס א זוהר אז דער גאנצער גוף ווערט נרקב אין קבר און פון דעם קליינעם אבר 'לוז' גייט מען צוריק אויפשטיין, און בכלל לייגט זיך דען אויפן שכל צו זאגן אז די קדושים וואס זענען פארברענט געווארן אין אוישוויץ גייט עפעס פעלן?

עד כאן האב איך פרובירט צו געבן א שטיקל אריינפיר אין די ברייטע נושאים, ותן לחכם ויחכם עוד.

זייט 87

זייט 87
טעקסט

חינוך, מה הוא?

דורך ר' שלמה אבן גבירול

רעדאגירט דורך כעלעמער מגיד

אריינפיהר

ווי אזוי בין איך מחנך מיינע קינדער? וואס איז חינוך? וואס קען איך טוהן צו מחנך זיין מיינע קינדער? די פראבלעם מיט די אלע שאלות איז, ווען א מענטש לאזט ארויס אויפן וועג און ער ווייסט נישט וואו ער וויל אנקומען, ווען מען רעדט פון חינוך, איז געווענליך דא צוויי רעאקציעס פון ער האט נישט קיין ציל וואו ער וויל אנקומען, צו בארא פארק אדער מענטשן. שוין ווייטער... נע לאדעך ארויס... אלטע אויסגעדעראשענע צו קרית יואל וכו', גייט ער נישט אנקומען צו קיין שום ציהל. פארוואס? נושא... קאממאן וויפיל איז די שיעור? פון די אנדערע זייט זענען דא ווייל ער האט נישט קיין ציהל, דעריבער איז נישט מעגליך אנצוקומען צו מענטשן וואס וועלן לויפן צו יעדע חינוך לעקציע, און וועלן צאלן גרויס זיין ציהל, ווייל ער האט פשוט נישט. און אויך גייט ער נישט בלאנדשען, געלט פאר מחנכים און טעראפיסטן, ווייל אפשר דאך וועט ער עפעס וויבאלד ער האט נישט קיין שום ציהל וואו אנצוקומען, דעריבער וואו געוואר ווערן וואס וועט אים העלפן מחנך צו זיין זיינע לעכטיגע צאן איבער ער איז אנגעקומען, האט ער נישט געבלאנדשעט.

קדשים.

די ערשטע זאך פאר מ'וויל בכלל אנהייבן אריינצוטראכטן צו דיר יונגערמאן, וואס די ביסט שוין מיד געווארן פון אלע "וויאזוי?", דארף מען קודם וויסן "וואס?" וואס וויל איך ערייכן? וואו וויל לעקציעס, יעדעס מאל וואס די הערסט וועגן חינוך, איז דיין רעאקציע, איך אנקומען?

שוין נאך איינער אויף די מארקעט. יעדעס מאל וואס די זעהסט א צעטל וואס דערציילט איבער א חינוך לעקציע, גייסטו תיכף צום נעקסטן

א מענטש דארף זיך אנטוויקלען אין

צעטל. אלע שיעורים קוקן דיר אויס וואו ווערטלאזע בויך וויי, קוקסט אלע אן וואו קוריאזע מיינוגען און מאדנע שיטות. און אזוי אויך צו דיר טייערע

דריי הינזיכטן

יונגערמאן וואס די לויפסט פון מעכל צו רעכל, ביסט גרייט אויף אלעס פאר דיינע קינדער'ס וועגן. וועסט נישט שוינען קיין צייט, וועסט נישט די ערשטע זאך איז, זיין גוף, די עלטערן דארפן זעהן אז דאס זאל שוינען קיין געלט. די וועסט גיין צו יעדע שיעור, די פרובירסט אויס יעדנ'ס זיך אנטוויקלען פון א מאטיריאליסטשען שטאנדפונקט. דאס קינד זאל מהלך, ווייל אפשר וועט עס פארט העלפן.

עסן געהעריג, דאס קינד זאל קענען רעדן, קענען גיין, און בכלל ער זאל האבן א געזונטע קערפער. געבן געזונטע עסן, וואס דורך דעם וועט דא וועלן מיר נישט רעדן פון נאך א מהלך אדער נאך א שיטה ווי דאס קינד קענען וואקסן. אזוי אויך דארף זיין אימיון סיסטעם זאל זיין אזוי מען דארף זיך אומגיין מיט חינוך. מיר וועלן פשוט פרובירן צוזאמען גוט,זיין קערפער דארף זיין גענוג שטארק און געזונט, נישט צו כאפן קיין דורכטוהן וואס טאקע איז חינוך, און דורך ארויס האבן די מציאות הדברים, פארקילאכטס יעדן צווייטן טאג, און אזוי ווייטער.

האפנטליך וועט איר זיך שוין נישט דארפן אזויפיהל ארום שלעפן, איר וועט נאר גיין דארט וואו ס'פעלט זיך טאקע אויס.

די צווייטע זאך איז, זיין נפש. די עלטערן דארפן זיכער מאכן אז דאס קינד אנטוויקלט זיך פון א גייסטעשען שטאנפונקט. דאס קינד'ס דא האפנטלעך וועט מען אייך ביידע צופרידן שטעלן. מיט'ן גיין נפש זאל זיין געזונט. ער זאל ח"ו נישט אויסוואקסן א צוקלאפטע נשמה, שטייטלעך צוזאמען. מיר גייען נישט רעדן "וויאזוי מען דיסיצפלינירן די אדער סתם איינער מיט שלעכטע מידות, זיין כאראקטער זאל זיין קינדער", מיר גייען נישט רעדן וויאזוי צו ווערן בעל הבית אין שטוב, און פעסט. זיין זעלבסט-ווירדע זאל זיין הויכעך. זיי דארפן זיכער מאכן אז מיר וועלן אויך נישט רעדן ווי אזוי צו מאכן א קינד לערנען. מיר וועלן די נפש עסט געזונטע שפייז, וואס דאס איז די גוטע פילונג וואס עלטערן פשוט דורך גיין די יסודות אין חינוך. נישט קיין מהלך נישט קיין שיטה. נאר געבן פאר זייער קינדער. און פארשטייט זיך זיכער מאכן אז די נפש זאל פשוט און פראסט "חינוך". מיר גייען בכלל נישט אריינגיין אין גיין פרטים, זיין גענוג שטארק אז ס'זאל שפעטער נישט ווערט פארקילט יעדן צווייטן נאר זיך באציען באופן יסודי.

מיטוואך. נישט יעדע קליינע ווינטל זאל אים קענען צוברעכטן און אוועק בלאזן. א געזונטע נפש, מוז זיך קענען האלטן רואיג אין די שווערסטע

וואס איז אונזער ציהל?

אומשטענדן, זיין א פרייליכע גוטמוטיגע פערזענליכקייט, וכו'.

ס'איז באקאנט די מאמר החכם, שאלת חכם חצי תשובה. כמעט די דריטע זאך איז, זיין נשמה. דאס איז זיך צו אנטוויקלן פון א איבעראל ווען מען רעדט פון חינוך, דרייט זיך אלעס איבער איין שאלה, רוחניות'דיגן שטאנדפונקט. עלטערן דארפן זיכער מאכן אז א קינד'ס

זייט 88

זייט 88
טעקסט

נפש הרוחני אנטוויקלט זיך וואו עס ברויך צו זיין, זיין נפש הרוחני זאל וועלן טוהן מצוות, ליב האבן צו טוהן מצוות, ליב האבן אונזער טאטע אין הימל, מורא האבן פון אונזער טאטע אין הימל. פונקט ווי א קראנקע נפש וועט צומאל באגיין זעלבסמארד, און אין בעסטן פאל טוהן זאכן וואס טויגן נישט. דאס זעלבע איז מיט אן אומגעזונטע נשמה, וועט אויך וועלן באגיין זעבלסטמארד דורך זונדיגן צו אונזער לעכטיגן טאט'ן.

דיסקלעימער

א קליינע דיסקלעימער פאר מיר גייען ווייטער, אויב אייער ציל אז אייער קינד זאל אויסוואקסן עפעס, לדוגמא איר ווילט אייער קינד זאל אויסוואקסן א ת"ח, א דיין, א מגיד שיעור, א רבי ז"ל, א צדיק הדור, אדער פארקערט איר ווילט אייער קינד זאל אויסוואקסן א ביזנעסמאן, א געלונגענע מענטש, וכו'. און נאך איין טשאנלענדש וועל איך אייך געבן, ווען אייער חבר פרעגט אייך וואס ווילט איר אייער קינד זאל אויסוואקסן און איר ענטפערט אן 'ערליכע איד', נו, אוודאי ווער וויל נישט זיין קינד זאל זיין אן ערליכער איד, אבער דאך טראכט אריין, ווען איר זאגט ארויס פון די מויל 'ערליכער איד' האט איר א געוויסע בילד אין מוח וואס אן ערליכער איד מיינט. אויב יא, דאן קענט איר שוין ארויסגיין פונעם אשכול, די שיעור איז נישט פאר אייך, א שאד יעדעס ווארט וואס איר ליינט. אלעס וואס מען גייט שרייבן פון דא און ווייטער. גייט זיך דרייען ארום די אויבנדערמאנטע ציהלן וואס אונז האבן. בקיצור, אונזער ציהל איז אז אונזערע קינדער זאל זיך אנטוויקלען געזונטערהייט בגוף )פיזיקעל( בנפש הבהמית )עמאשענאל-מענטעל(, ובנפש אלוקית )ספיריטשואל(.

נאך איין נקודה פאר מען הייבט אן, כדי צופארשטיין גוט ווי אזוי צו אנטוויקלען דעם נשמה, מוז מען בעפאר פארשטיין די מהלך פונעם נפש. און כדי צו פארשטיין דעם נפש מוז מען קודם פארשטיין דעם גוף. דעריבער וועלן מיר טאקע אנהייבן מיט גוף וואס איז פילפאכיג גרינגער צו פארשטיין, און דערנאך וועלן מיר גיין צו נפש הבהמית, און דערנאך צו נפש אלוקית. מיר וועלן אבער נאר ארומנעמען די נושאים בדרך יסודי, ובאופן כללי וואס איז חינוך?, כדי צו פארשטיין ריכטיג די יסודות, מוז צומאל צוברענגן פרטים פאר דוגמאות, אבער מיר מיינען נישט די דוגמאות, ס'איז נאר מען זאל בעסער כאפן די יסוד דערפון.

יעצט לאמיר האלטן אונזער ציהל קלאר פאר אונזערע אויגן, וואו אונז ווילן אנקומען, זיכער מאכן אז מען טרעפט טאקע דעם ריכטיגע דשי פי עס אנצוקומען צום ציל. און יאללא.

גוף

באופן יסודי קען מען צוטיילן די אנטוויקלען פון גוף, אין פיר יסודות, טאג טעגליך - ווי צב"ש עסן, טרינקען, שלאפן. סיעזענאל – צב"ש טרעינען ארויסצוגיין, אנהויבן צו קריכן, גיין, רעדן. מילדע פראבלעמען

און מער ערענסטע פראבלעמען

טאג-טעגליכע אנטוויקלונגען

כדי א קינד זאל זיך אנטוויקלען געזונטערהייט, דארף מען זיכער מאכן גראד פון אנפאנג אז דאס קינד באקומט די נויטיגע שפייז, דערנאך דארף מען זיכער מאכן אז דאס קינד עסט די געזונסטע עסן וואס איז שייך. אזוי אויך ברויך מען זיכער מאכן אז דאס קינד האט אלע ווייטאמינען וואס מען דארף אלץ האבן. א מאמע וואס גיבט נישט קיין עסן פאר אירע קינדער איז א קלארע רוצח. א מאמע וואס פאשעט אן די קינדער מיט אומגעזונטע שפייז, זי איז טאקע נישט קיין רוצח, אבער

א פושע.

סיעזענאל אנטוויקלונגען

שפעטער ווען די קינד דארף אנהייבן צו גיין וועט די מאמע צוביסלעך אויסלערנען דעם קינד צו גיין. די קינד וועט אנהייבן גיין, די ערשטע טריט, די גאנצע משפחה שטייט אין די זייט מיט אן אנגעהאלטענעם אטעם צו זעהן די ערשטע טריט וואס די קינד וועט שטעלן, און אט דאס קינד פאלט אראפ, יעדע הייבט אן קלאטשען, די קינד האט ב"ה געמאכט די ערשטע טריט אן אראפגעפאלן. און אזוי ווייטער איז דא יעדע שטיק צייט געוויסע מושגים וואס מען דארף אויסלערנען א קינד.

מילדע פראבלעמען

ווען א מאמע זעהט אז א קינד ווערט פארקילט יעדן דריטן דינסטאג, וועט די מאמע איינקויפן ווייטאמין סי אד"ג צו פארשטערקערן דאס גוף פונעם קינד אז ס'זאל נישט פארקילט ווערן. דאס ווערט אנגערופן ספעשעל ספורט צו אנטוויקלען דעם קינד. אויפבויען דאס קינד'ס קערפער אז ס'זאל זיך נישט קענען אזוי גרינג אפגעשוואכט ווערן.

ערנסטע פראלעמען

פארשטייט זיך אויב די קינד פילט נישט גוט, זי האט באקומען א סטרעפט, שלעטע באצילן האבן זיך אריינגעכאפט, דעמאלט וועט די מאמע מוזן שנעל לויפן צום דאקטער, אין דער דאקטער וועט פארשרייבן א רעצעפט צו הארגענען די באצילן. פארשטייט זיך נישט אלעמאל איז עס ב'טעם'ט, אבער ס'איז נישט דא קיין ברירה. נאכאמאל, די מעדעצין העלפט נישט ארויס און אונזער ציהל אז דאס קינד זאל זיין געזונטער, אפשר גאר פארקערט אין די לאנג טערם וועט אפשר די מעדעצין חרוב מאכן. אבער ווען א קינד פילט נישט גוט קען מען נישט טראכטן פון די ציהל יעצט, אפילו ס'דארף ליגן שטענדיג פאר אונזערע אויגן, ווייל יעצט מוז קודם זיכער מאכן אויסצורייסן די שלעכטע באצילן. אויב ח"ו מיר וועלן נישט יעצט אויסרייסן די שלעכטע באצילן ווער ווייסט אויב ס'וועט נאך זיין וועם צו אנטוויקלען.

פארשטייט זיך אז אין די זעלבע צייט דארף די מאמע האלטן די ציהל קלאר פאר די אויגן, מאכן זיכער אז דאס קינד באקומט וואס זי דארף. אוודאי האט זי טאקע געטוהן פעולות צו הארגענען די שלעכטע באצילן, אבער די רעצעפט פון די דאקטער בויעט נישט דעם קינד'ס קערפער, עס טוט אים נאר אפצוהיטן פון אלס בייזן, ער הארגעט נאר די באצילן לשעה. כדי די קינד זאל זיין געזונט לדורות מוז מען אויפבויען די גוטע באצילן, ווייל אז נישט קען זי ערוואטן אין צוויי וואכן עודך – זאל זיך נאכאמאל אריינכאפן די שלעכטע באצילן. און דאס איז דורך געבן די נויטיגע נורישמענט. דורך געבן גוט צו עסן, און העכער'ן איר דאסעטש פון די צוקערדיגע ווייטעמין

נפש

דאס זעלבע זאך איז מיט'ן נפש האדם, די ערשטע זאך דארף מען וויסן קלאר, וואס איז אזויווי עסן און טרינקען, וואס ס'ברענג אונז נענטער צו ציהל, און וואס איז נאר אזויווי די מעדעצין וואס הארגעט די שלעכטע באצילן. לדוגמא פעטש, קיינער האלט נישט אז פעטש טוט אנטוויקלען די נפש פונעם קינד, ווייל אויב יא וואלט מען דאך געדארפט שלאגן דריי

זייט 89

זייט 89
טעקסט

מאל א טאג, פרישטאג לאנטש סאפער. נאר וואס דען, פעטש איז אזויווי קימא טעראפיע, וואס מאכט אז דער נפש קינד זאל אויסקוקן ווי דער גוף פון עמיצער וואס נעמט קימא, וואס מען נוצט בלויז בלית ברירה אויסצורייסן די שלעכטע געוואוקסן

אבער לאמיר גיין פאוואליע

טאג-טעגליכע אנטוויקלונגען

וואס עסט די נפש? כדי צו פארשטיין, לאמיר אייך אריבער פירן א מינוט צום עולם הדמיון. מאכט אייך באקוועם אויף אייער בענקל, ציהט אייך אויס די ביינער, אטעמעט טיף אריין, און יאללא, לאמיר זיך ארויסלאזן אויף א רייזע צום עולם הדמיון. איר זענט יעצט א יונגעל פון בערך עלף יאר, ב"ה אלעס ביי אייך קלאפט ווי א זייגער, א פיינע טאטע, אן איבערגעגעבנע מאמע, א מלמד וואס פארשטייט אייך, חברים וואס ווילן שטיין אין אייער געגענווארט, א יונגל וואס די וועלט שמייכלט צו אים, און מען זעהט עס טאקע אן אויף אייך, איר זענט א פרייליך און צופרידענע יונגל.

איר וועקט אייך אויף איין טאג צופרי, ס'איז א גרינעם דינסטאג, איר טאנצט ארויס פון בעט מיט'ן זעלבן שמייכל ווי יעדן טאג, איר גייט אריין אין קאך איר זעהט די לאנטש איז שוין אנגעגרייט, די מאמע זיצט דארט אין קוקט אייך נישט אן. איר זאגט א לעבעדיגע גוט מארגן, און גארנישט, די מאמע ווי כאילו זי איז טויב שטום בלינד, זי קוקט ניטאמאל אויף דיין זיין זייט. פייף פיייף פייף, אוי די באס איז שוין. די לויפסט אראפ צום באס. עפעס פילט זיך זייער מאדנע, וואס איז געשעהן מיט מיין מאמע, טראכסט שוין לכאורה גארנישט, וועלמיר זעהן ווען כ'קום אהיים.

גייסט ארויף אויפן באס, זאגסט גוט מארגן פאר די באס דרייווער, אבער... גארנישט, ער דרייט זיך ניטאמאל אויס, ווי כאילו ער האט נישט געהערט. הייבסט אן צו רעדן צו איינע פון דיינע פרענדס, און... גארנישט, ניטאמאל הערט ער וואס די רעדסט. גייסט ווייטער, פונקט שטייט דיר קיינער נישט אין וועג, קענסט ניטאמאל זאגן פאר איינעם רוק זיך. זעצט זיך ארייין אין א זיץ נעבן אן אנדערע יונגל, אבער ווייטער גארנישט, וואו כאילו קיינער האט זיך נישט יעצט אראפגעזעצט נעבן אים. די ווערסט שוין אביסל אומוטיג, וואס גייט פאר? וואס איז געשעהן היינט?

קומסט אן אין חדר, שוין אביסל מיט קווענקעלנישן זאגסטו גוט מארגן פאר דיין רבי, אבער... ווייטער, וואס איז געשעהן היינט קיינער מאכט זיך נישט וויסנדיג פון מיר, ניטאמאל שרייט מען מיך אן, וואו כאילו איך לעב שוין נישט. קיינער רעדט נישט צו מיר, קיינער הערט מיר נישט, קיינער זעהט מיר נישט. קיינער קיינער ווייסט נישט ווי אזוי איך פיל. די זעהסט ווי די רבי רעדט צו אלע קינדער און די זעהסט ווי אלע יונגלעך שפילן צווישן זיך און שמועסן און טשעפענען זיך. אבער דיר זעהט קיינער נישט, דיר באמערקט קיינער נישט.

פלוצלינג פילסטו וואי דו ווילסט וויינען... אבער קיינער, קיינער זעהט סיי ווי נישט. נישטא קיין טאטע, נישטא קיין מאמע, נישטא קיין גוטע חברים, נישטא קיין שלעכטע חברים, ניטאמאל א שלעכטע רבי פארגינט מען מיר. ווי לאנג קלערסטו וועסטו קענען אזוי אנהאלטן אין בלייבן נארמאל, אפשר אפאר טעג, און אפשר אפשר אויך פאר א וואך, און לאמיר שוין זאגן אז א גאר גאר שטארקע פערזאן וועט אפשר אנהאלטן אפילו פאר א חודש. אבער ס'איז קלאר ווי די טאג, אז אויב זאל די מצב אזוי אנגיין גייט די נפש סוף כל סוף, צוביסלעך אויסגיין וואו א ליכט. און מ'וועט זיך טרעפן צווישן די גייסטיש קראנקע חולים אין שפיטאל.

וואס איז טאקע פשט דערפון? זייער פשוט. די נפש כדי זי זאל קענען לעבן מוז זי עסן, אזוי וואו די הערסט! די נפש עסט, און נאך ווי זי

עסט, די נפש עסט אסאך אסאך מער פון דער גוף. א מענטש גיבט צו עסן פאר זיין גוף דריי מאל א טאג, פרישטאג לאנטש סאפער. אבער אין פאקט די נפש עסט א גאנצן טאג 42/7, חוץ ווען מען שלאפט.

און אין פאקט די נפש פון א מענטש מוז עסן נאך פאר די גוף עסט. די ערשטע זאך ווען א קינד ווערט געבוירן וועט די מאמע געבן צו עסן פאר נפש פונעם קינד. יא אזוי איר הערט, די ערשטע זאך ווען א קינד ווערט געבוירן וועלן די דאקטוירים איבערגעבן דאס קינד פאר די מאמע אז זי זאל אים האלטן. א קינד מוז פילן די זיכערקייט, די ווארעמקייט פון די מאמע תיכף ווען זי ווערט געבוירן. א קינד וואס האט דאס נישט באקומען קען זעהן נפשיות'דיגע קאנקווענצן יארן שפעטער.

פון נאכן געבורט דארפן די עלטערן האלטן אין איין שפייזן דאס נפש פונעם קינד. וויבאלד א נפש פון א קליין קינד עסט זייער אסאך, און פון די אנדערע קען זיין זייער שווער צו געבן א גוטע געפיהל פאר א שמוציג קינד אדער פאר א קינד וואס קוועטשט. דעריבער האט השי"ת מטביע געווען אין די טבע אז א קינד, נישט קיין חילוק ווי שווער ער איז פאר זיינע ארומיגע, וועט ער אבער ציען א באזונדערע חן אין די אויגן פון זיינע עלטערן למעלה מדרך הטבע. ווער האט שוין אמאל געליינט די געוואלדיגע נפלאות הבורא ביי בעלי חיים, וואו דער אויבערשטער האט פאר יעדן אויסגעשטעלט א וועג וויאזוי זייערע קינדער זאלן סורווייווען. אבער גאר ווינציג פון אונז האבן שוין אריינגעטראכט און די נפלאות הבורא, וואס השי"ת האט מטביע געווען כדי די קינדער פון די מין אנושי זאל קענען סורווייווען.

סיעזענאל אנטוויקלונגען

מען דארף אויסלערנען פאר א קינד סאציאלע און אמאשענאל סקיללס, ווי אויך פשוט'ע זאכן, זאכן וואס דו קוקסט אן פשוט, מוזטו אבער אויסלערנען פאר דיין קינד.

קראאאאך!!! די מאמע דרייט זיך אויס, זי זעהט ווי איר ב'חן'טע משה'לע, איז ארויף געקראכן אויפן טיש און אראפגעווארפן א גלעזל. דו דארפסט צוויי געזונטע פעטש? גיי שוין אראפ פון די טיש! אדער וועט די מאמע רעאגירן אזוי: קענסט זיך נישט אויפפירן נארמאל? אלץ דארפסטו קריכן אויפן טיש?!

איימעניט מאמע טייערע, האסט שוין פרובירט חינוך? וואס שרייסטו? פון וואו זאל ער וויסן אז ס'איז נישט קיין שיינע זאך? האסט שוין פרובירט מיט 'חינוך'? האסט אים שוין מסביר געווען אמאל אז ס'איז נישט שיין זיך אזוי אויפצופירן??

לאמיר געבן נאך א משל, וואס איז נישט ממש א פראבלעם, אבער ברענג ארויס די געדאנק פון רעדן צו א קינד און אים מסביר על כל פרט ופרט. און לאו דווקא ביי 'סיעזענאל אנטוויקלונגען', נאר אפילו ביי פראבלעמען, אדער אפילו ביי גאר שווערע פראבלעמען.

וויאזוי וואלסטו געפילט, ביסט א ניין יעריג, דיין טאטע כאפט דיר אן, לייגט דיך אריין אין קאר, און יאללא מ'פארט. מ'קומט אן צו עפעס אן אינטערסאנטע בילדונג, דו ווייסט אפילו נישט וואס דאס איז. דיין טאטע כאפט דיר אן, טראגט דיך אריין אינעווייניג, די זעהסט פאני אינטערסאנטע שרעקעדיגע באשעפענישן גייען אריין און ארויס, און מיטאמאל נעמט דיר דיין טאטע, הייבט דיך אן צו טראגן דורך לאנגע האלוועיס, ביז מען קומט אן צו עפעס א שטוב וואס קוקט אויס משונה'דיג, אינמיטן קומט אריין א בריה אנגעקליידעט אינגאנצן ווייס, ממש וואו די מלאך המות אליינס. וואלסט נישט געווען אין שאק? וואלסט נישט געווען ערשיטערט? וואלסט נישט אויסגעפלאצט וויינען?

אט דאס פילט א קליינע קינד פון א יאר אלט ווען מען טראגט

זייט 90

זייט 90
טעקסט

אים צום דאקטאר אהן פארציילען פארדעם וואס די גאנצע פראצעדור גייט זיין! יעצט, אויב פארציילט מען נישט פאר'ן קינד פון פאראויס, טא, פארוואס זאל די קינד נישט מאכן א טענטטראם ביים דאקטער?

איי וועט איר פרעגן, וואס האב איך פון מסביר זיין, דאס קינד פארשטייט עניוועיס נישט קיין איין ווארט. להוי ידיעה, א קינד פארשטייט טאקע נישט די ווערטער, ער קען טאקע נישט ענטפערן קיין ווערטער, אבער ער פארשטייט די פילינג פון די ווערטער. ווען א מאמע זאגט פאר א קינד פון איין טאג אלט, כ'האב דיך ליב, ער ווייסט טאקע נישט וואס ס'מיינט די ווארט "כ'האב דיר ליב", אבער ער פילט ווי די מאמע האט אים ליב. א קינד פארשטייט טאקע נישט די פונקטליכע ווערטער פון 'דאקטער' און פון 'נורסעס', אבער די פילינג באקומט ער אז מען גייט אריינגיין אין א קאר אין מען גייט פארן צום דאקטער, און די דאקטער גייט אים אויסטשעקן. אדרבא פרובירט דאס אויס, ווי מער איר וועט רעדן אלץ ווייניגער וועט דאס קינד וויינען. )דיסקלעמער: מ'קען נאך אלץ וויינען ווען מען גייט צום דאקטער, אבער דאס איז א אנדערע סארט געוויין אינגאצן. און אויב האט איר א קינד פון דריי יאר וואס וויינט, וועט איר על פי רוב זיין עשטוינט אז זי וויינט נישט.(

מילדע פראבלעמען

מאכט זיך אמאל דאס קינד וויל נישט גיין שלאפן, איין נאכט נאך די אנדערע, ער/זי גייט שלאפן גאר שפעט. דא גייט שוין נישט העלפן פלעין געבן צו עסן פאר'ן נפש, מען מוז טוהן עפעס מער, ווי לדוגמא די וויטאמינען, מאכן א טשארט מיט צעהן באקסעס און יעדע נאכט וואס זיי גייען שלאפן אין צייט קענען זיי לייגן א סטיקער, און ווען אלע צעהן באקסעס ווערן אנגעפילט, וועט מען זיי קויפן א פרייז. כהנה וכהנה איז דא גענוג איידיעס וואס מען קען טוהן פאר'ן קינד, ביי יעדע סעטואציע איז אנדערש.

דאס געבן גוטע זאכן פאר'ן קינד צו פאלגען, דאס איז אויך נישט די עסן, דאס איז טאקע נישט קיין קימא וואס הארגעט די שלעכטע באצילן,

דאקומענט וזה הוא. ווידער

דער וועג צום אמת:

זענען דא רעאליסטן וואס

טיפער פון בלויז פיזיק

קריכן אריין אין דער לאגיק

דורך מאטי רעדאגירט דורך פלאוויוס

פון דעם אמענדמענט און פארזעצונג פון זייט 70 פרובירן פאסן באשלוסן וואס איז למעשה געאייגנט פארן היינטיגן דור. ס'איז דא וואס לערנען אריין פשט אז ס'גיט טאקע די רעכט פאר יעדן בירגער אייניג, דאס מיינט אבער נישט אז די רעגירונג טאר נישט ארויפלייגן געוויסע באגרעניצונגען אויף אלעמען צוגלייך, ווי למשל קעגן עלעמענטן מיט קרימינאלע היסטאריע, פארנאכלעסיגקייט וכדומה, לויט ווי זי שפירט פאר וויכטיג.

ס'וועלן אבער זיין נאך אנדערע וואס וועלן נישט מאכן די לאגישע ארגומענטן, נאר זיי וועלן פרובירן אויסצוגעפינען וואס די טאטעס פון אמעריקע האבן באמת געפילט אין הארצן בשעת זיי האבן אוועקגעשטעלט דעם אמענדמענט. וואס איז באמת געווען דער זארג וואס האט באאומרואיגט זייער געוויסן? און ווי אזוי האבן זיי דאס מסדר געווען דורך דעם צווייטן אמענדמענט?דאס הייסט אז די פיזישע מעשה, ווי אויך די לאגישע פירושים וואס מ'קען אלס אריינלערנען, איז בעצם נישט דער עיקר מיט וואס מ'דארף זיך פארמעסטן. מיר דארפן זיך נאר אריינטון אינעם גייסט פון זייער נשמה, זען וואס זיי האבן געוואלט דערגרייכן, און פרובירן טון דאס וואס זיי וואלטן ווען היינט געטון אינעם זעלביגן ריטעם.

דאס ברענגט אונז בעצם צום געדאנק פון אידישע עקזיסטענציאליזם. ס'איז באמת זייער א שמאלע ליניע מבחין צו זיין ווען מצוות מעשיות איז

אבער דאס איז יא אזוי וואו מען גיט פראביאטיק צו אויפבויען די גוטע באצילן פונעם קינד. אבער דאס איז ווייטער נישט די טעגליכע עסן וואס די נפש פון א קינד דארף האבן.

ערנסטע פראלעמען

יא מען דארף אמאל געבן קימא אויכעט, אמאל דארף א קינד האבן גערת חכם פונעם טאט'ן, און אמאל אפילו א פעטשעלע, אבער ס'איז נישט קיין חינוך און נישט קיין עסן. ס'העלפט גארנישט צו פאר'ן קינד אינעם צוקונפט, אין די לאנג טערם, 'איט דשאסט עי קוויק פיקס פאר טאדעי'. ווען דאס וואלט ווען געווען חינוך, וואלט מען דאך געדארפט האבן די וועלט'ס כוח צו שרייען ווי מער, און טיילן שלעק מיט א ברייטע האנט. וכל המוסיף מוסיפין לו מן השמים, )וד"ל(. אבער כ'מיין אז כ'דארף נישט דא צופיל מאריך זיין.

כ'זעה ס'ווערט שפעט, באלד וועט מען עס שוין נישט אנעמען אינעם פה-סח אויסגאבע, דעריבער וועל איך מוזן ממשיך ווייטער אי"ה ביי א קומענדיגע געלעגנהייט, )אפשר ביי די 'שבע-אות' אויסגאבע(. אבער ממש איין קלייניקייט, פאר איר מישט איבער דעם בלעטל. איר האט הנאה געהאט ביז אהער? איר ווייסט טאקע צו איר האט הנאה געהאט, איך אבער ווייס נישט. אויב ווילט איר אז איך זאל אויך וויסן אז איר האט הנאה געהאט, ביטע גייט ארויף אויף קאוועשטיבל.קאם, זוכט אויף דעם אשכול, און די דרוקט דעם הענטעלע מיט די אגודל אויף ארויף. יישר כוח.

עוד רגע אחד אדבר. אלעס וואס איך האב געשריבן איז בדרך הו"א, זיך אויסשמועסן מיט חברינו היקרים איבער די נושא, פון חינוך. ואבקש מכל אחד ואחד זאל צולייגן כמיטב ידיעתו און שרייבן הערות והארות. ווי אויך ביטע פרעגט אן אויב איר זענט מסופק אין עפעס, ממנו ומכם וועלן מיר אינאיינעם קלאר ווערן אין די פארפלאנטערטע נושא פון 'חינוך'. יישר כוחכם.

דער עיקר, און ווען מ'זאגט אז דער גייסט, די נשמה וואס ליגט הינטער דער מעשה, דאס דארף דאמינירן די החלטות און די תוצאות וואס דאס ברענגט מיט זיך.

אלזא, ס'איז ווערד מ'זאל זיך מתבונן זיין אין די טאג טעגליכע פראגעס וואס מיר האבן אין לעבן, און באטראכטן אונזער החלטה ווי א מכריע צום וואגשאל, ווען אויף איין זייט שלעפן אראפ די פיזישע מעשים, קליינע אותיות, טעכנישע גדרים, הלכות פסוקות, און קעגן איבער דעם ליגן די געדאנקען וואס קומען ארויס צווישן די שורות, א מעטאפיזישע אומגרעניצבארע שיינקייט וואס איז העכער ווערטער. דערנאך דארפן מיר מחליט זיין ווען, וויפיל, און ווי אזוי צו באפרידיגן איין זייט פון דעם וואגשאל איבער דער אנדערער.

ס'איז אוממעגליך דאס אפצושרייבן אויף א שטיקל פאפיר ווייל ס'איז קיינמאל נישט גלייך. יעדער מקום און יעדע צייט, יעדער גוף און יעדע נשמה, יעדער מוח און יעדעס הארץ, איז ליכט-יארן אנדערש ווי אן אנדערע. פיזישע מעשים מוזן רעפרעזענטירטן א טיפערע נקודה ווי די זאך זעלבסט. זיי קענען נישט מחייב זיין אלעס און אלעמען צוגלייך. ס'איז בעצם נישט דא קיין "אלע". גאולה מיינט: צו טרעפן דעם באלאנס צווישן ביידן, צו וויסן וויפיל פון דעם איז דער עיקר אינעם יעצטיגן מצב,און וויפיל פון דעם צווייטן איז בלויז א טפל. ס'איז נישט קיין גרינגע זאך צו טון, אבער נאר ווען מ'מיינט עס ערנסט, מיט אן אויפריכטיגער הכנעה סיי צום געשריבענעם ווארט און סיי צו דער אינערליכער כוונה, קען מען אויספירן דעם רצון השם.

זייט 91

זייט 91
טעקסט

מ'האט שוין אפאר מאל געפרעגט דא אין שטיבל איבער טאררענטס, מאנכע זאגן אז מ'זאל דאס נישט נוצן ווייל ס'ברענגט וויירוסעס, אנדערע שווערן זיך דערביי, איך האב טאקע איינמאל מיטגעהאלטן אזא שווערינג, א איד האט אנגעכאפט זיין חבר'ס דיכט און געזאגט "איך שווער אין נאמען פון טאררענטס אז כ'האב קיינמאל נישט..." ס'איבעריגע איז נישט אזוי ווייט נוגע פאר אונזער ענין. אקיצור, מ'האט שוין אפאר מאל געבעטן אז איינער זאל צולייגן אויף חרוסת טעלערלעך וויאזוי מ'בייסט אריין אין דעם שרעקעדיגע בריה וואס הייסט טאררענטס, און כ'האב שוין אפאר מאל גענומען דעם קיבאורד אין די האנט, אבער עטס ווייסט דאך, איך שלעפער בין קיינמאל נישט אנגעקומען דערצו. אבער אז ס'דערנענטערט זיך דעם יום טוב דעם זמן חירותינו, קען מען רעדן אביסל וועגן אויסלייזן אביסל מאוויס, פראגרעמס, און געפענגעניש, מאפילה לאור גדול, משעבוד לגאולה, אז ס'זאלן זיך שלענגלען שטראמען ווי אין מצרים ביים נילוס.

קודם א ווארט וועגן לעגאליטעט: טארענטס בעצם זענען גענצליך לעגאל, אסאך מענטשן נוצן דאס פאר לעגאטימע פייל שערינג, אבער עפ"ר ווערט עס באנוצט פאר זאכן וואס בלשון המעטה זענען נישט גענצליך לעגאל, אבער היות ס'איז נישט קיין צענטראלע סיסטעם איז אוממעגליך דאס נאכצוגיין אדער אונטערצוברענגען. ס'זענען אבער דא געוויסע קאמפאניס וואס גייען שטארק נאך און קוקן ווער ס'לאדענט זייער סחורה, מער וועגן דעם שפעטער. אלזא לצאת ידי חובתי וועל איך מאכן א דיסקלעימער אז מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף די לעגאליטעט, עטיקס, אדער הלכה. פאר דעם קענט איר אנפרעגן ביי אייער לאקאל ארטאדאקסישע לויער.

לאמיר אנהויבן מיט אביסל היסטאריע., ס'איז אייגענטליך אן אריכות, אבער אויפן שפיץ גאפל, דזשאסט אין קעיס איר לייענט דאס ביים סדר, איז דאך אן ענין צו רעדן אביסל וועגן יציאת מצרים היסטאריע, איז אזוי. די איידיע פון פייל שערינג איז בעצם עלטער ווי די ווארלד ווייד וועב, נאך בעפאר וועבסייטס, ווען די אינטערנעט איז נאך באשטאנען פון אפאר גיקס אין MIT און אפאר נערדס אין DARPA, ניקסאן איז פרעזידענט, מ'האלט טיף אינמיטן די וואטערגעיט סקאנדאל )נישט פארמישן מיט #גנדי-געיט(, די יאר איז 1972. די ערשטע נעטווארקס הויבן אן קאמיוניקירן צווישן זיך, מ'הויבט אן שיקן מעסעדזשעס, אבער נישט קיין סאך מער פון דעם. ביז DARPA האט ערפינדען די ערשטע "פייל טרענספער פראטאקאל" )FTP, וואס ווערט נאך היינט באנוצט(, אבער דאך איז דוכט זיך נישט געווען קיין סערווערס וואס זענען געווען עוועילבעל פאר די פובליק, אויף דערווייל. אפאר יאר שפעטער, אין די שפעטע זיבעציגער יארן האבן

זיי באשאפן USENET, דאס איז געווען די זיידע פון די בולעטין באורד מין פארומס אויף וואס קאווע שטיבל איז אויך געבויעט, וואו ס'האבן זיך ערווארבן אשכולות אויף געוויסע נושאים, און יעדע אשכול )thread( האט געקענט ענטהאלטן תגובות, אדער מער ענליך אפשר צו טשעט. דאס איז געווען די ערשטע פובליק פייל שערינג, וואו מענטשען האבן געקענט שיקן בעיקר טעקסט פיילס. דיג'יטאלע בילדער אדער אודיאו/ ווידיאו פיילס האבן דערווייל נאכנישט עקזיסטירט, נאר אויף אנאליגישע מעדיום, מאגנעטישע טעיפס.

די נעקסטע צוואנציג יאר איז דאס קליין בעיבי, די אינטערנעט געוואקסן, אינטש ביי אינטש, פונט ביי פונט, שטייטלעך שטייטלעך, פון USENET צו פידונעט, צו IRC קאנאלן, )איך לאז אויס, ס'אן אריכות(, ענדליך ענדליך אין אנהויב ניינציגער האט הרב טים בערנערס-לי פארגעשלאגן די פלאן פאר די WWW, די ווארלד ווייד וועב! ס'הייסט מ'וועט נוצן HTML קאוד אויף סערווערס, און מענטשן אויפן אנדערע זייט וועלן האבן ספעציעלע מין סאפטווער וואס הייסן וועב בראוזערס, וואס וועלן זיין געמאכט ספעציעל צו קענען ליינען די HTML קאוד און עס ווייזן פארן יוזער שיינערהייט. ס'וועט נאך נעמען אפאר יאר ביז די המון עם וועט אנהויבן הערן אזעלכע ווערטער ווי וועבסייטס און דאונלאודס, און אזוי וואקסט זי אונטער, די פייל שערינג ווערט בעסער, מ'קען שוין לייגן אביסל גרעסערע פיילס, ביז אין די שפעטע ניינציגער יארן איז געבוירן א וועבסייט, mp3.com וואו מענטשען האבן מנדבת לבם געקענט ארויפלייגן פיילס וואס אנדערע מענטשן האבן געקענט נהנה זיין דערפון און זיי אראפלאדענען. די סייט האט געהאט א אפקלאנג, די לעיבל קאמפאניס האבן אנגעהויבן צו זען וואסערע חורבן די אינטערנעט גייט זיי אנמאכן, און אזוי איז די טרויעריג בארימטע DMCA געקומען אויף דעם עולם השפל. ס'האט אבער נישט קיין סאך אויסגעמאכט פאר רוב מענטשן, אלעס איז געפארן מער-ווייניגער על מי מנוחות, ווי משה'ס תיבה ביים ברעג טייך, ביז Napster איז געבוירן געווארן, נעפסטער איז געווען א מאנסטער וואס קיינער האט פאר יארן נישט געקענט אפשטעלן, אנדערש ווי mp3.com וואס אלע פיילס זענען געלעגן אויף זייערע סערווערס, איז נעפסטער נישט געווען מער ווי א שדכן פון mp3 פיילס. מ'האט נישט געדארפט ארויפלייגן די פיילס אין ערגעץ, נאר געזאגט פארן סערווער אז דו האסט דעם און דעם פייל אין דיין באזיץ, און ווען איינער האט געסוירטשט פאר דעם ספעציפישן פייל האט ער עס געקענט אראפלאדענען דירעקט פון דיין קאמפיוטער. די סערוויס איז געווארן ריזיג פאפולער, ווער ס'האט נאר געהאט אינטערנעט אין יענע יארן האט זיך באנוצט דערמיט, אין איר הויכפונקט האט זי געהאט באלד דרייסיג מיליאן באנוצער. אין די בראשית יארן פונעם אינטערנעט איז דאס געווען אן אסטראנאמישער נומבער. פאר נעפסטער איז אבער נישט געווען פארשריבן אריכת ימים, נאך קורצע צוויי יאר פון איר פרוכטבארן לעבן איז דאס יונג בוים פארשניטן געווארן דורך לאו סוט'ס פון זינגער און רעקארד לעיבעלס. אבער וכאשר יענו אותו כן ירבה וכן יפרוץ, די דעמעדזש וואז אלרעדי דאן. דער עולם האט שוין טועם געווען פון די עץ הדעת, און מ'קען נישט צוריק אריינלייגן דעם דזשעני אינעם באטל, וירא מנוחה כי טוב, פייל שעירינג איז גאנץ געשמאק, נעפסטער איז טאקע געווען א קרבן ציבור, אבער דאס קערענדל האט אנגעהויבן שפראצן. ביט טאררענט ווערט געבוירן, און ס'איבריגע, ווי מ'זאגט, איז היסטאריע.

אין 2001 איז דער זעקס און צוואנציג יעריגער פראגרעמער/מאטעמאטיקער בראם כהן נ"י ארויסגעקומען מיטן פראטאקאל, און איר מיטגייענדע פראגראם וואס וועט רעוועלוציאנירן די פייל שערינג וועלט, BitTorrent, די פראטאקאל וואס וועט עווענטואל פארנעמען איבער א דריטל פון אלע אינטערנעט טרעפיק איבער די וועלט דורך א פערטל ביליאן באנוצער א חודש! די איידיע דערפון איז אז מ'קען נעמען גאר גרויסע פיילס און דאס שעירן מיט אסאך מענטשן, אבער די גאנצע געוויכט פון אפלאודן די פייל ליגט נישט אויף איין מענטשנ'ס פלייצע,

זייט 92

זייט 92
טעקסט

נאר ס'ווערט א צרת רבים. סתם אזוי ווען מ'לאדענט אראפ גרויסע פיילס לייגט עס א גרויס געוויכט סיי אויפן סערווער, סיי אויפן נעטווארק, און פאר יעדע מענטש וואס לאדענט עס אראפ לייגט עס נאכאמאל די זעלבע געוויכט אויפן סערווער און נעטווארק. למשל א ווידיאו פייל פון א גיגאבייט, אויב דאונלאודט עס איין מענטש דארף די סערווער אפלוידן איין גיג, און די נעטווארק דארף טרענספערן איין גיג, אויב וועלן עס צען מענטשן דאונלאדן דארף די סערווער אפלאודן צען גיג, און די זעלבע, די נעטווראק דארף אויך טראנספערירן צען מאל איין גיג. די געוויכט וואס דאס לייגט אויף ריסארסעס איז אומגעהויער, און אויב געשענט עפעס אינדערצווישן גייט די גאנצע יגיעה טאראראם און מ'דארף עודך אנהויבן פון אנהויב. וואס ביט-טארענט טוט איז אז די ערשטער אפלאודער פון א פייל דארף דאס נאר אפלוידן איין מאל.

וכאן הבן שואל, וויאזוי'שע גייט דאס צו? דא קומט אריין די חרוסת טעלערלעך פון וואס מיר האבן פריער גערעדט. די תירוץ איז אז די פייל ווערט צוטיילט אויף פיץ פיצלעך, אפאר קילאבייטס אויף א מאל, און ס'הויבט זיך אן א טיילעריי. לאמיר זאגן א משל, ראובן האט גאנץ יוסף שפיל וואס ער וויל שערן מיט אלע עשרת השבטים, ווערט די ווידיאו פייל צוטיילט אויף אסאך קליינע שטיקלעך, אלומים אלומים, און ראובן'ס ביט-טארענט הויבט אן געבן די זרוע פאר שמעון, די ביצה פאר לוי, די כרפס פאר יהודה און די מרור פאר יוסף, און אזוי ווייטער, יעצט איינמאל שמעון האט די זרוע ביי זיך קען ער עס ווייטער געבן פאר גד'ן, און לוי'ס ביצה קען גיין צו שמעון, יוסף'ס מרור צוריק פאר יהודה, און שמעון'ס חזרת פאר יוסף, און אזוי שערט מען זיך ארום איינער פארן צווייטן, איך שלעפ דיין בארד און דו שלעפ מיין בארד, ביז אלע האבן גאנץ יוסף שפיל. יעצט קומען אן סרח בת אשר און חושים בן דן און זיי ווילן אויך יוסף שפיל, יעצט אנשטאט ראובן זאל זיך דארפן אנשטרענגען ארויפצולאדענען נאכאמאל די גאנצע שפיל, ארבעט די פחז כמים טארענט סיסטעם אז זיי באקומען קליינע שטיקלעך פונעם פייל איינס פון ראובן, דריי פון שמעון, וכו', געוואנדן אין אסאך פאקטארן, וויפיל בענדוויטש ראובן האט, וואסערע לימיט ער האט געלייגט אויף זיין טארענט קלייענט, צו ער האט די גאנצע פייל צו נישט, אא"וו. און ביי זיי אין טארענט קלייענט ווערן די אלע שטיקלעך פאזל צוריק צוזאמען געלייגט, ביז ס'ווערט א דבר השלם.

דאס איז די גאונות פונעם טארענט פראטאקאל, און מר. כהן ציעט נאך היינט חיונה פאר זיך און זיין פאמיליע פון מענטשן וואס זענען פרייוויליג מנדב פארן דאונלאדן זיין טארענט סאפטווער, וואס הייסט שוין היינט Torrent.

יעצט צום פראקטישן חלק.

צו דאונלאודן טארענטס דארף מען האבן א טארענט קלייענט, ווי למשל די מערסט פאפולערע, די אויבנדערמאנטע Torrent, אדער איז דא נאך ווי vuse אדער limewire, ווי אויך זענען דא קלייענטס פאר ענדרויד אויך. איינמאל ס'איז אינסטולירט, זענען דא אסאך טארענט סייטס וואו מענטשן לייגן ארויף טארענט פיילס. יענע סייטס האבן נישט די פיילס )מאוויס, שאוס, מוזיק, פראגרעמס וכדו'( וואס ליגן אינעם טארענט, זיי האוסטן נאר די טארענט פיילס, און צומאל נאר א מאגנעט לינק וואס זאגט פארן טארענט קלייענט נאר וויאזוי אליינס צו מאכן דעם טארענט פייל.

בעפאר מיר גייען ווייטער וויל איך דערמאנען א נקודה, אסאך מאל קומט מיר אויס צו רעדן מיט מענטשן וועגן טארענטס, הערט מען אפט מאל אז די סייטס זענען אלע פול מיט גארביטש, שמוץ, און פאפ-אפ עדס, און כ'האב מיך אלעמאל געווינדערט פארוואס איך זע נישט די זאכן? ביז כ'האב מיר געכאפט אז איך נוץ א עד בלאק, וואס קלינט אויף די אלע סייטס און מאכט עס מער סעיף, ריין, און גרינגער צו נוצן. חוץ פון וואס די עדס מאכן סתם נערוועז קענען זיי צומאל זיין א סעקיוריטי ריסק, אסאך מאל לייגן זיי זיך אריין דארט וואו מענטשן מיינען מ'דארף קוועטשען כדי אראפצולאדענען די טארענטס, און נאכדעם שרייען זיי אז טארענטס ברענגען וויירוסעס. ראו, הוזהרתם.

צו טרעפן טארענטס גייט צו סיי וועלכע טארענט סייט, למשל די פייראטס

בעי אדער טארענטז, דארט קענט איר זוכן וואס אייער הארץ באגערט, אבער מ'ברויך זיין פארזיכטיג, וויבאלד יעדער יוקל פייביש קען אויך ארויפלייגן זיין לעצט געמאכט וויירוס דער עולם זאל הנאה האבן, דארף מען טשעקן ווער ס'האט דאס ארויפגעלייגט, אסאך סייטס האבן verified users וואס האבן א רעפיוטאציע, אזוי אויך אז מ'זעט הונדערטער מענטשן דאונלאודן די זעלבע טארענט קען מען געווענליך שטעלן אויף די חזקה אז נישט די גאנצע וועלט איז משוגע, קאמענטס אויב ס'דא ווייזן אויך געווענליך צי די פייל איז טאקע תוכו כברו צי נישט, ס'איז נישט דא קיין וואן סייז פיטס אלל צו דעם, מ'באקומט א געפיל דערצו. למשל אז דו ווילסט דאונלאודן א פילם, דאן האט א exe פייל נישט וואס צו זוכן דארט, און אז דו זעסט אזא עקסעקיוטעבעל פייל וואו ס'באלאנגט נישט דאן ציה אפ פון דארט ווי אמשנעלסטן.

די וועג וויאזוי טארענטס איז געבויעט אז יעדער דאונלאודט פון יעדעם, מיינט אז יעדער וואס האט שייכות מיט דעם ספעציפישן טארענט קען זען אלע IP אדרעסן פון די אנדערע מענטשן וואס דאונלאודן\אפלאודן יענע פייל, וואס סתם אזוי איז עס נישט געפערליך, צומאל קען זיך מאכן א פראבלעם אויב איינער פון די קאמפאניס וואס מאכן די פילמס, שאוס, מוזיק, וכדו', האבן א מין משוגעת אז זיי ווילן ווערן באצאלט פאר זייער סחורה, גיי פארשטיי א גוי... אבער עכ"פ מיר זענען אין גלות, און לעת עתה מוזן מיר זיך צושטעלן צו זיי, איז רוב קאמפאניס לייגן זיך נישט ממש אין די לענג און אין די ברייט נאכצוגיין מענטשן וואס דאונלאודן זאכן פון טארענטס, אבער צו דאונלאודן סחורה וואס ווערט יעצט געשפילט אין טעאטער, אדער שאו'ס פון HBO אדער Showtime איז א סגולה בדוק ומנוסה צו באקומען א בריוול פונעם ISP וואס בעט שיינערהייט אז מ'זאל אויפהערן פאטשקענען אין פרעמדע פעלדער. פאר דעם איז דא אפאר עצות, אסאך מענשען זאגן אז אויב דאונלאודט מען נאר און מ'לאזט עס נישט אפלאודן איינמאל מ'האט געענדיגט, דעמאלס גייט זיי נישט אן, איך ווייס נישט אויב ס'ארבעט טאקע אזוי, מסתמא איז עס געוואנדען אין וועלכע קאמפאני מ'רעדט דא. אבער איין שטארק פאפולערע עצה איז נוצן א פראגרעם וואס הייסט PeerBlock, וואס ארבעט ווי א פייערוואל צווישן די קאמפיוטער און די אינטערנעט, און ס'האט א ליסטע פון PI אדרעסן וואס באלאנגען פאר די קאמפאניס וואס גייען נאך P2P שעירערס, און טוען בלאקירן אז יענע IP זאל נישט קענען זען דיין IP אדרעס.

איך מיין אז מ'האמער געקאווערט די בעיסיקס, פאר מער אינפארמאציע דרוקט שטערקער.

וועט איר דאך אוודאי פרעגן וואו קומט טארענטס צו פסח? יעדער קען דאך די וועלטס קושיא, פסח איז דאך א זמן ווען מ'עסט מיכלא דאסוותא, אבער פון די אנדערע זייט שטייט דאך אז מ'עסט מיכלא דמהימנותא, איז דאך שווער?

נאר די תירוץ איז אז טאקע דאס! טאקע דאס וויל אונז די פסוק לערנען, אז ס'קען זיין טאקע סיי מיכלא דאסוותא און סיי מהימנותא טאקע, און פון דעם קען מען זיך טאקע ארויסלערנען די גוטע מדות פונעם חתן זאל זיין געזונט, ווי ס'שטייט דאך טאקע כלה שעיניה יפות - אז אונזער חתן וואס איז באוואוסט פאר זיין שטארקע שמירת עינים - אין כל גופו צריך בדיקה, זאל מען טאקע זוכה זיין נאר צו זען נחת פונעם פארפאלק, אונז זאלמער זען נחת פון זיי, די עלטערן זאלן זען נחת, די מחותנים, זיידעס, יעדער קומט דאך דא נאר פאר איין זאך, שעפן הויפענעס נחת פון די קינדער, זאלן זיי טאקע זוכה זיין צו א בנין עדי עד, זרע של קיימא, זיי אליינס זאלן אויך זען נחת פון די קינדער, בבגצבב"א.

כ'האב אויך אמאל געזען נאכברענגען, נישט אז מיר זענען אויף דעם מדריגה, אבער מ'דארף וויסן אז אמאל זענען געווען אזעלכע אידן וואס האבן עס געמיינט מיט אן אמת, אז פסח איז זמן חירותינו זמן גאולתינו, פון די P2P געמיינדע איז דא אסאך וואס זעען אין פייל שעירינג ווי א שטיקל גאולה, וואו זיי לייזן אויס די digital content פון געפענגעניש און ברענגען איר ארויס מאפילה לאור גדול, קען מען טאקע מדמה זיין צו אונז, אסאך מענטשן געפינען זיך אין א גלות פרטית, אדער גלות כללית, לאמיר טאקע האפן אז מיר אלע זאלן אויסגעלייזט ווערן פון אונזערע גלות'ן, א גאולה פרטית וכללית, בבוא זמן גאולתינו במהרה. אמן

זייט 93

זייט 93
טעקסט

דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן

זייט 94

זייט 94
טעקסט

דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן

זייט 95

זייט 95
טעקסט

דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן

זייט 96

זייט 96
טעקסט

דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן

זייט 97

זייט 97
טעקסט

דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן

זייט 98

זייט 98
טעקסט

דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן

זייט 99

זייט 99
טעקסט

דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן

זייט 100

זייט 100
טעקסט

דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן

זייט 101

זייט 101
טעקסט

דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן

זייט 102

זייט 102
טעקסט

דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן

זייט 103

זייט 103
טעקסט

דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן

זייט 104

זייט 104
טעקסט

דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן

זייט 105

זייט 105
טעקסט

דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן

זייט 106

זייט 106
טעקסט

דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן

זייט 107

זייט 107
טעקסט

דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן

זייט 108

זייט 108

(קיין טעקסט — בילד אדער טיטל-זייט)