קאווע שטיבל אויסגאבעסדי אייגענע אויסגאבעס פון קאווע שטיבל, 2012–2016 · ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון

המעשה הוא העיקר

שבט תשע״ו · 73 זייטן

„ליקוטים יקרים מחברי קאווע שטיבל שנכתבו הלכה למעשה“: די ארטיקלען פונעם „למעשה“ פראיעקט וואס האט זיך אנגעהויבן אין שטיבל חשון תשע״ה.

⬇ PDF אראפלאדן (4.2 MB)

יעדער זייט ווערט געוויזן אלס בילד, און אונטער אים דער טעקסט. דער טעקסט איז ארויסגענומען פון דער PDF; ביי שווערע אויסשטעלן (שפאלטן, קעפלעך, פונקטירטע ווערטער, ספעציעלע שריפטן) קען ער זיין צומישט — דאס בילד איז דער ריכטיגער.

זייט 1

זייט 1
טעקסט

קונטרס

ליקוטים יקרים מחברי "קאווע שטיבל" שנכתבו הלכה למעשה

זייט 2

זייט 2
טעקסט

2א העיקר ... ... ... ... ... המעשה הו

אונזער טייערער ידיד האט פאר א יאר חודש חשוון תשע"ה אנגעצינדן אינעם

שטיבל א אש להבה מיטן אויפהייבן דעם פראיעקט פון " למעשה".

די געדאנק אונטער דעם פראיעקט איז אז ו ויפיל מען איז פארנומען מיט די

פראבלעמען פון אונזער דור, וועט מען גארני שט אויפטוהן אויב טוהט מען נישט

למעשה, נבול תיבול איז קיין פרשה אויב קומט דאס נישט באגלייט מיט א ואתה

תחזה.

האט ער אויסגערופן דעם אייביגן רוף פון מי לה' אלי!, און דער רוף איז גוט

דערהערט געווארן, עס איז אפגעשריבן געווארן איבער די לעצטע יאר 16 למעשה

ארטיקלען! פון די בעסטע און חשוב'סטע שרייבער, ארויסברענגענדיג וויכטיגע זאכן

וואס יעדער קען טוהן אליין צו פארבעסערן זיינע און זיינע קינדער'ס לעבן.

יעצט ווען מען שטייט ביי חמשה עשר בשבט וואס איז ראש השנה לאילן, אבער די

מנהג איז אז מען עסט פרוכט וואס קומט ארויס פון ביימער, און מען לייגט נישט אויס

ביימער אליין, און די סיבה איז, ווייל א בוים אן קיין פרוכט איז ווי א פראבלעם אן קיין

עצה.

איז יעצט די ריכטיגע צי יט איך זא ל אויך עפעס טוהן למעשה און צוזאמנעמען די

אלע מאמרים לפונדק אחד והיה כל מבקש את ה' ידרשנו מהכא.

בלייבט נאר איבער צו מתפלל זיין שתשרה שכינה במעשי ידינו און דער רצון ה' אז

וראו כל עמי הארץ כי שם ה' נקרא עליך, ואמרו רק עם חכם ונבון הגוי הזה, זאל שוין

שנעל מקוים ווערן, אמן.

חמשה עשר בשבט תשע"ו

געוואלדיג

זייט 3

זייט 3
טעקסט

המעשה ה3 ו א העיקר ...

הארץ ומלואה תבל ויושבי בה .... ... .. 4

אנאלטע בחור ... ... 5

אונזערע קינדער, אונזער צוקונפט ... 7

עס איז די מיינד – סעט, סטופיד! ... 10

גיין אין קאלעדזש ... 15

זשורי דוטי והמסתעף ... 18

כולל - סם המות ... ... 27

חינוך פאר אונזערע קינדער אין דעם דור פון אינטערנעט ... 29

חייתא דקטרי סברת וקבלת ... 32

קנין חכמה ... 34

מען מוז נישט מוזן ... 36

די וועג ווייזער פון פארמאכטקייט צו וועלטליכקייט ... 37

מאכט אייערע צוקונפטיגע דורות אינטערנעט פרוף ... 48

וויאזוי צו ווערן פון א שאינו יודע לשאול צו א חכם ... 56

מאכט אייער לעבן ליכטיג מיט ח ברים ... 68

זייט 4

זייט 4
טעקסט

4א העיקר ... ... ... ... ... המעשה הו

למעשה 1 #

דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן

זייט 5

זייט 5
טעקסט

המעשה ה5 ו א העיקר ...

דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן

למעשה 2 #

אנאלטער בחור

דורך: מאטי

אונזער סיסטעם )אוי! שוין ווייטער דעם מיאוס'ע וויקיפידיע איז דערווייל נאכנישט אנגעקומען מגדיר צו ווארט( האט אויף איר קאנטע א שלל פון "גוגל-סוירטש-זיין טערמינען א שטייגער ווי: שטאפן-היט ווס "פלאכע-פרייע" טערמינען וואס קלעבט אויף אונזער ציבור ווי היט מאטעריאל, באשוי, שפיצל-לעידי ,כאפצעם, ארבעס צו די... )נע! וואס עפעס? ליימעביענס צום דאך(.

וכדומה. דאס זענען היימיש-האטשענדירענדע ניואנסעס

זייט 6

זייט 6
טעקסט

6א העיקר ... ... ... ... ... המעשה הו

וואס פארנעמט נישט קיין ארט )דערווייל( אינעם אפיציעלן פלאץ ווי טערמינען ווערן דעפינירט.

איינע פון די טרויעריגסטע היימישע טערמינען וואס "אונזער סיסטעם" ג'ענערירט מיט אינפלאציע איז דער מושג; אנאלטער-בחור! אנאלטער בחור האט נישט קיין פלאץ אינעם טעגליכן הו הא, ער האט נישט קיין אפיציעלע פליכטן מיט וואס צו באשעפטיגן דעם טאג. ס'איז נישט פארהאן קיין מאנופעסטאציע/פראגראם/סדר היום פאר "אנאלטער בחור".

אפיציעל ענדיגט זיך די ישיבה יארגאנג ביי "אכטצן און א דריי-פערטל." אויפן הייסן מארקעט איז מען; צווישן אכטצן און דריי חדשים, ביז ניינצן און צוויי חדשים, לא פחות ולא יותר "בדיוק גמור" )נישט ח"ו פארמישן מיטן "בדיוק" פון חתונה בריוולעך און מלווה מלכה'ס(. אונטער אכטצן און דריי חדשים איז דא א מקום לחשוש "פארוואס עפעס אזוי פרי? ער איז דאך קוים אכטצן, וואס איז די איילעניש, מסתם זוכן זיי אים צו פטר'ן ווייל זיי האבן פיטער אויפן קאפ, עפעס מוז דא זיין דא נישט אין ארדענונג. די זעלבע ווען דער מדובר איז שוין איבער ניינצן און דריי חדשים, "פארוואס איז אים נישט געגאנגען עד כה, הא? דער שדכן האט א תירוץ דערויף? ער דרייט מיטן צונג."

איז אזוי, אזא איינער וואס זיין מזל האט אים פונקט נישט געשפילט פאזעטיוו במשך די קריטישע עלף חדשים, ווערט אינגאנצן פארוואגעלט און פארוועלקט, מ'קלאסיציפירט אים ווי עפעס א "יו-עף-או אין א לאבאטאריע, ווי א קרפף יותר מבית סאתיים שלא הוקף לדירה. טאטע מאמע ווערן צובראכן, זיי שפירן אין דעם ווי אן אפשפיגלונג אויף זייער אייגענעם שטאנד אין די אויגן פון אנדערע. באשולדיגונגען הייבן אן פליען אין אלע ריכטונגען, אלע זענען פארווייטיגט און שפירן זיך שולדיג איבערן מצב.

די עצה ארויסצוקריכן דערפון איז פשוט נישט אריינצוקריכן דערין.

דער עכטער אמת איז דאך טאקע אזוי, א אינגער טוטער פון אכטצן אהאלב איז נישט דאס בעסטע אידעאל צו קלייבן שידוכים. עלטערן דארפן זיך חזר'ן כסדר;

"ס'גייט מיר בכלל נישט אן דעם יארגאנג פון ווען מיין קינד גייט צום מזל אונטער די חופה," נו ווערט ער עלטער, איז וואס, די טשאנסן אז דיין קינד זאל ח"ו בלייבן א גלמוד איז נאענט צו זערא.

איינמאל די עלטערן זענען איבערצייגט אז די גאנצע פראבלעם איז א פאפירענע טיגער, איז צייט זיי זאלן אנהייבן פרעגלן אין די קינדער דעם זעלבן צוגאנג, נאך אפילו אין די אינגערע יארן. האלטן אין איין זאגן צו די קינדער וואס איר האלט, אזוי מסיח לפי תומו, וועגן דעם ענין. דעמאנסטרירט זיי דעם פאקט אז ווי עלטער מ'איז, איז מען אסאך מער רייף אויסצוקלייבן א לעבנס באגלייטער.

ווען דאס קינד איז שוין - נעבעך נעבעך - אנגעקומען אין די "פינסטערע" יארן, לאזט אים נישט ווערן צובראכן, בארואיגט אים אז ס'איז בכלל נישט זיין שולד, ס'איז בעצם נישטא קיין שום סבה פאר "שולד" ס'האט בעצם גארנישט פאסירט! ער איז א הומאן-ביאונג מיט א צלם אלקים אפילו רוב פון זיינע חברים זענען שוין "צוכאפט/פארכאפט" געווארן. באאיינפלוסט אים צו טרעפן א זשאב, אויב איז ער נאך אנגעוויזן אויף אייער יוריסדיקציע, פארשטייט זיך, דאס איז ביי יעדן קינד אנדערש. אויב איר זעט אז ער האט געקליבן א מהלך פון זעלבסטשטענדיגקייט, דאן לאזט אים גיין זיין אייגן וועג, ס'איז צייט איבערצוגעבן די לייצעס ווי ס'שווער ס'זאל נאר נישט אנקומען. אויב איז ער געקנאטן פון אזא טייג איז פאסיג אים צו שטופן ער זאל זיך לערנען "א פאך" ווילאנג זיינע הוצאות זענען נאכנישט ווי אויף הייוון.

צום שלוס: א קליינע אילוסטראציע וואס ווארפט א ליכט אויפן אבסורד און לעכערליכקייט פונעם טערמין "אנאלטער בחור."

מ'טראגט עימיצען אן א בחור, די ערשטע שאלה איז "ווי לערנט ער?" אויב איז דער תירוץ, "ער האט א פיינעם זשאב, פארדינט שיין." ווערט דער יעניגער באליידיגט און שוימט "ווי שעמסטו דיך נישט אנצוטראגן פאר מיין טאכטער אזא ליידיגייער!"

זייט 7

זייט 7
טעקסט

המעשה ה7 ו א העיקר ...

אבער אין פאל ס'רעדט זיך גאר פון א גרוש פאר א אין כולל און מוטשעט זיך" וועט דער אנטווארט זיין " דו גרושה - קען זיין אפילו דעם זעלבן עלטער ווי דער שעמסט דיך נישט אנצטראגן מיין טאכטער עפעס א לא פריערדיגער בחור - איז די ערשטע שאלה "ווי ארבייט לנו?"

ער? פארדינט שיין?" אויב קומט אן ענטפער "ער זיצט נאך גיי פארשטיי ווי אזוי עסן פיקלס ביי זיבן שבע ברכות'ער דרייט איבער א נושא מקצה אל קצה.

למעשה 3 #

אונזערע קינדער, אונזער צוקונפט

דורך: נהורא נפישא

עס איז נישט קיין סוד, אז ס'איז דא צעווישן אונז א פאר אויטענטישע אידישקייט? די ענטפער אויף די פראגע באדייטנדע צאל וואס זענען נישט צופרידן פונעם איז אז קיין איינס איז נישט מער אויטענטיש ווי דאס לעבנסשטייגער אין וואס מיר געפונען זיך, עס איז וויכטיג צווייטע ,אפילו היינטצייטיגע חסידיזם איז נישט צו אנערקענען אז ביפאר מ'הויבט אן טראכטן וועגן א אידענטיש צו חסידיזם ווען ס'האט זיך פארמירט, און איך לעזונג דארף מען דערגיין וואו די פראבלעם וואס איז גורם וועל מסביר זיין וואס איך מיין, אט האט איר די צוויי פאר די אומצופרידנהייט שטעקט, און דערנאך קען מען הויפט דינאמאנאציעס, חרדיזם און מאדערניזם, ביידע זיכן פאר א לעזונג, אויך איז וויכטיג צו אנערקענען אז פון זיי זענען נייע ערפינדונגן מיט א קאמבענאציע פון נישט יעדע לעזונג איז א פולקומע לעזונג, און אוודאי איז נייע פראקטעצירונגן און געוויכט אויף פארשידנארטיגע נישט יעדע לעזונג גרינג אויסצופירן.

ווערדן און אידיאלן, דאס אלעס איז אויפגעקומען אין רעאקציע צו די סביבה און צייט אין וואס זיי האבן זיך קודם לאמיר אנהויבן וואס איז דער פראבלעם געהאדעוועט, ווי ס'איז אנטשטאנען פארשידנארטיגע פארוואס זייער אסאך זענען נישט צופרידען מיט אונזער רעאקציעס.

סיסטעם ,לדעתי שטעקט די פראבלעם אין פארנאכלעסיגייט אין חינוך הבנים, ווי מיר פאלן דורך צו אונזערע מקורות זענען אן אוצר פון פילפארביגע באוואפענען אונזערע קינדער מיט די נויטיגע מיטלן מיינונגן אויף יעדע טעמע אנטבלאנגטינג אידישקייט און וויאזוי זיך צו ספראווען אין אזא שטורעמישע וועלט, וואס וואס סיי חרדיזם און סיי מאדערניזם קענען געפונען אין דאס זאגט אז די לעזונג ליגט דוקא אויך אין די חינוך איר שטיצע, ווייל כאמור זענען זיי אויסגעדרוקט געווארן הבנים, זיי צו געבן א עמאציענעל-געזונטע ערציאונג אין פארשידענע צייטן און סביבות, ד.ה. אידישקייט האט וואס זאל זיי באגלייטן דורכאויס זייערע ערוואקסענע אין זיך דער מענטשליכער עלעמענט אז זי איז פון אייביג יארן, ס'איז א געוואלדיגע טעות וואס מ'מיינט אז די אן באווירקט געווארן לויט די צייט אין סביבה וואס זי פראבלעם ליגט און די אייגנארטיגע חרדישע האט זיך געפונען.

פראקטיצירונגן אדער אמונה סיסטעם, ווי איך וועל ווי באקאנט, אין חסידיזם--וואס איז א באוועגונג שפעטער אויספירלעך מסביר זיין.

אינערהאלב חרדיזם-- האט זיך אנטוויקלט פארשידענע צום ערשט א קורצע הקדמה ערליי טראדיציעס און פראקטיצירונגן ,אפטמאל פראקטיש און פאלקסטימליך, צו די זעלבע צייט-- און וואס איז דאס אויטענטישע אידישקייט? וועלכע דאס נעמט אריין גאנץ חרדיזם בכלליות-- האט זיך סעקטור אין די ברייטע רעליגיעזן ספעקטרום שטעלט אנטוויקעלט אויך פארשידענע פראקטיצירונגן וואס זענען

זייט 8

זייט 8
טעקסט

8א העיקר ... ... ... ... ... המעשה הו

נישט אנטוויקעלט געווארן אפילו אידיאליש נאר פשוט און פראסט זיך אנטוויקעלט מכח פארנאכלעסיגקייט.

ס'איז באקאנט ,אז בדרך כלל א מענטש'ס לעבנסשטייגער גייט אין איינקלאנג צו די סביבה און וואס ער איז האדאוועט זיך, און בדרך כלל איז מען עמאציענעל פארבינדן צו די לעבנסשטייגער מיט וואס מ'איז ערצויגן געווארן, און דאס אז ער זעהט אז ס'איז פארהאן אנדערע לעבנסשטייגערן און קולטורן דארף אים נישט צו ברענגן קיין שום פארלעגנהייטן און דילעמאס.

די פראבלעם פון "אומצופרידנהייט" הייבט זיך אן ווען א מענטש ווערט באקריוודעוועט פונעם סיסטעם אין וואס ער וואקסט אויף, ווען די לעבנסשטייגער גייט אין קעגנזאץ צו זיין עמאציאנאלע וואוילזיין, עס איז נישט קיין סוד אז די "פרעשור" וואס אונזער לעבנסשטייגער ברענגט מיט זיך מיט, קלאפט בעיקר אויס אין א פארנאכלעסיגונג אין חינוך הבנים, אין וואס אסאך קינדער פון אונזער געזעלשאפט באקומען נישט א געזונטע ערציאונג פון אריינברענגן אין זיי פאזיטיווע עמאציעס און זעלבסטזיכערקייט.

אט די פארנאכלעסיגקייט ווערט בייגעשטייערט פון מערערע פאקטארן, כשלעצמי, בין איך ביי די מיינונג אז איינע פון די וויכטיגסטע ביישטייערונגן צו אט דעם פראבלעם איז, דאס טוען לעבנס-קריטישע באשלוסן נישט ריכטיג דורכגעטראכט, ווצבש"פ די וועג וויאזוי מיר טוען שידוכים, די וועג וויאזוי מיר ברענגן אראפ קינדער אויף די וועלט אן די מינדעסטע פלאן וויאזוי דאס צו סופארטן, און בכלל די געלט שווענדעריי פאר זאכן וואס מיר טוען ווייל מיר האבן נישט די קאנפידענץ צו מאכן אייגענע באשלוסן אין מיר דארפן נאכטוען וואס אנדערע טוען.

חינוך הבנים איז נישט קיין מדע מדויק, עס איז נישט דא א "סעט אוו רוללס" וויאזוי זיך אומצוגיין אין חינוך וואס ארבעט פאר יעדן צוגלייך, חנוך לנער ע"פ דרכו, יעדעס קינד איז אנדרעש און יעדע סיטואציע איז אנדרעש, עס איז אבער יא דא פארשידענע צילן וואס די עלטערן דארפן האבן פאר די אויגן ביים ערציען די קינדער, אז זיי זאלן האבן אן עמאציענעל-געזונטע

ערציאונג וואס זאל זיי אויך שפעטער באגלייטן דורכאויס זייערע ערוואקסענע יארן.

איידער מיר גייען ווייטער מיטן פארשטעלן געוויסע לעזונגען, איז זייער וויכטיג צו באטאנען אז מ'דארף קוקן רעאליסטיש און זיך נישט רישן אויף באלדיגע רעזולטאטן אין די נאנטע צוקונפט ,נאר מ'דארף האבן פארשטענדעניש אז סיי וואספארא לעזונגען קענען נעמען א פראצעס פון צעהן, פופצען יאהר, דעמאלטס ווען ס'וואקסט אינטער די דור פון אונזערע קינדער, וואס האפענטליך וועלן מיר דאן אנהייבן שניידן די פירות פון די דאזיגע אונטערנעמונגען.

די סיבה פארוואס איך בין ביי די מיינונג אז אונזערע קינדער זענען אונזער איינציגע האפענונג, איז א חוץ דעם וואס זיי זענען למעשה אין אונזערע הענט, זעה איך נישט רעאליסטיש אז ענדערונגן זאלן קומען פון אויבן אראפ, פון די רבנים אדער עסקנים לכל קדשי ישראל, נאר עס דארף צו קומען דוקא דורך אן אויפוואכונג פון די שטילע מאיאריטעט, וואס אין בעסטן פאל האבן זיי נישט קיין שום אינטערעסע אז אונזער געזעלשאפט זאל ווערן געשלעפט מער און מער אויף רעכטס, און הגם רובא דרובא זענען אפשר לאו דוקא אומצופרידען, איז דאס נאר פארדעם ווייל ס'איז פשוט נישט זייערע גרעסטע דאגות, צו ווייל זיי קוקן שוין דערויף ווי אזאך וואס איז עולם כמנהגו נוהג, אבער ס'איז קלאר, אנע צווייפל, אז דער רוב ווערט פשוט נאכגעשלעפט פון סיי וואספארא דירעקשאן סיי ווערן געפירט, און פארשטייט זיך אז מ'רעדט דא נישט פון ראדיקאלע ענדערונגען, נאר פשוט לינדערן די שווערע פרעשור וואס אונזער געזעלשאפט ברענגט מיט זיך מיט, פארמאכנדיג די טויערן פון אויסוואלן

חרדיזם האט אזא טבע אז אויב מ'וועט זי לאזן זיך אנטוויקלן אויף די אייגענע האנט, אנע דעם וואס מנהיגים זאלן עומד זיין בראש מיט מחשבה און ראיית הנולד, וועט עס אלס ווערן געשלעפט מער און מער אויף רעכטס, און דאס איז זייער פשוט, ווייל די נעכטיגע גדרים וסייגים ווערן היינטיגע חפצאות של איסור, אאז"וו.

זייט 9

זייט 9
טעקסט

המעשה ה9 ו א העיקר ...

יעצט די פאקט איז אז די רעש'יגע מינאריטעט וואס ברענט אין זיי א רוח קנאות, און זענען בדרך כלל היציגע און קורצזיכטיגע מענטשן, נעמען אן אקטיווע ראלע אין פארמירן אונזער געזעלשאפט, בשעת ווען די שטילע מאיאראטעט האט נישט אין זיך דעם אייפער און ברען צו זיין אקטיו אפצושלאגן די רעכטע און אכשר דרא'דיגע נויגונגען.

אלזא יעצט ווען מיר קומען צו די לעזונג פון חינוך הבנים, איז נישט גענוג דאס וואס אסאך פון אונז וואס באזיצן מער באזעצענע מיינונגען לאזן די קינדער זיך גיין זייער וועג זיך איינצושאפן זעלבסטשטענדיגקייט, מיר דארפן זיין אקטיוו אריינצופרעגלן אין אונזערע קינדער געוויסע אייגנשאפטן און ווערדן, וואס ס'זאל זיי אויפבויען אלס גייסטיש געזונטע מענטשן, עס איז נישט קיין סוד אז פולע פון אונז פירן טאקע גאנץ א רואיגע און באטעמ'טע שטוב, אבער פונדעסטוועגן איז דער חינוך היבש פארנאכלעסיקט, גייענדיג פארביי טאג נאך טאג וואס אונז עלטערן וואס זענען טאקע פארנומען איבערן טאג, ווען מיר קומען אהיים צו די קינדער פארגעסן מיר אז מ'דארף נעמען אן אקטיווע ראלע אין די ערציאונג פון די קינדער.

דערפאר איז קריטיש וויכטיג אז די עלטערן זאלן דורכטראכטן מיט ישוב הדעת וויאזוי זיי קענען פארבעסערן די ערציאונג פון זייערע קינדער, צבש"פ ס'איז זייער נוצליך פאר די עלטערן צו מאכן פארשידענע אונטערנעמונגען מיט קלארע צילן וואס אלס צו טאן פאר די וואוילזיין פון אונזערע קינדער, און איינמאל מ'האט א קאנקרענטע פלאן זאל מען זיין אקטיוו טאג טעגליך דאס אויסצופירן, און אפילו מ'האט געוויסע צייטן נישט קיין געדולד זאל מען דאס כאטש טוען כחוק בלי טעם וחוק בלי יעבור.

צו די זעלבע צייט דארף מען זען צו פארבעסערן די אטמאספערע אין שטוב אז דאס זאל זיין געאייגנט פאר די האקעלע אינגע נשמות.

כוועל פרובירן פארצולייגן עטליכע געדאנקן און הגם זיי זענען פשוט, און איך מיין יעדער וועט מסכים זיין מיט זיי, קענען זיי פונדעסטוועגן זיין זייער פארנאכלעסיגט, די

גוטע נייעס איז אויך אז דאס אלעס גייט נישט אנטקעגן קאנקרענטע חרדישע איבערצייגונגען.

ס'איז זייער וויכטיג נישט צו פרעשורן די קינדער מיט הויעכע ערווארטונגען וואס זענען נישט צוגעפאסט פאר זיי, און בעסטן פאל וועט ער פארלירן מאטיוואציע און זיך אינגאנצען אפלאזן פון צופרידנשטעלן די עלטערן, און צום ערגסטן פאל קען ער נאך קריגן א נערוון צוזאמבראך, קיינמאל שטעל נישט צו די ערווארטונגען פון דיין קינד צו די הצלחה פון א צווייטן קינד, הגם ס'איז אמת אז אלע וואס האבן מצליח געווען בתורה אדער בחכמה ומדע, האבן פון זיך ערווארטעט אסאך, איז דאס אבער פארט נישט די אויפגאבע פון די עלטערן, די אויפגאבע פון די עלטערן איז צוגעבן מאטיוואציע און עמאציענאלע שטיצע.

ס'איז אייביג וויכטיג אז ס'זאל הערשן א געוואלדיגע רואיגע אטמאספערע אין שטוב, סיי די צוגאנג צו די עקרת הבית מיט א געוואלדיגע רעספעקט און צוגעלאסענע רואיגקייט, און סיי כלפי די קינדער, די ערגסטע זאך וואס א טאטע קען טוען איז לאזן אידישע פראקטיצירונגען מאכן א רושם פון פרעשור און אנגעצויגענקייט, דאס קען פארפיינטן אידישקייט אין די אויגן פון דיינע קינדער.

מאכן אידישקייט בעטעמ'ט ,יעדע אידישע פראקטיצירונג מאכן עקסיידעט, מסביר זיין לפי הדרגתם, בסבר פנים, די סיבות און טעמים אויף די אלע זאכן וואס מיר טוען.

קיינמאל נישט רעדן אויף מענטשן אדער קהילות וואס האבן מיינונגס פארשידנהייטן פערזענליך, העכסטענט אז דו האסט שארפע מיינונגספארשידענהייטן אויפן לעבנסשטייגער פון אנדערע וכדומה זאלסטו זיך אייביג באציען אויף די אישוס זעלבסט.

די זעלבע איז גילטיג כלפי די צוגאנג וואס מיר דארפן האבן כלפי גויים, געבן די קינדער צו פארשטיין אז די וועלט ארבעט נישט מיט די הנחה אז לא נברא העולם אלא בשביל ישראל, ווייל די גויים ווייסן

זייט 10

זייט 10
טעקסט

10א העיקר ... ... ... ... ... המעשה הו

נישט פון דעם סוד, און אזא צוגאנג אין לעבן קען זיין יעדער מאכט מיסטעיקס און יעדער דארף זיך לערנען זייער שעדליך און ברענגן א חילול השם ותורתו, פון מיסטעיקס, אזא צוגאנג נעמט אראפ פרעשור פון געבן פאר די קינדער א געזונטע וועלט אויסקוק אין די סארט קינדער וואס האבן פערפעקשעניסטישע וואס די וועלט איז נישט צוטיילט גויים אנטקעגן נויגונגן וואס ברענגט צומאל אריין אין זיי א חוסר אידן, נישט איינרעדן די קינדער זאכן וואס זענען פון זעלבסטזיכערקייט.

נישט אמת ווצפש"פ אז גויים האבן אונז פיינט אויסלערנען די קינדער אז מ'טאר קיינמאל נישט זיין וכדומה, א גוטע זאך איז לערנען מיט די קינדער איבערגעאיילט צו מאכן באשלוסן אין לעבן, געאגראפיע, ווי אויך וויאזוי רעגירונגן ארבעטן, ווי באשלוסן אין לעבן דארפן ווערן געטוען מיט ישוב אויך אויף דעם שטייגער וואס ראובן האט הדעת און דורכגעטראכט.

פארגעשלאגן, איך ווייס נאר נישט צו דער בוך וואס ער לייגט פאר איז טאקע רעאליסטיש א דבר השווה אויסנוצן די פאזיטיווע סערוויסעס וואס די חרדישע לכל נפש, אויסרייסן יעדעס ברעקל פון ראסיזם, חינוך שטעלט צו, ווצבש"פ די סעקולארע לימודים ארויסברענגן אז מיר האבן סך הכל א תורה'דיגע אין וואס מ'לערנט די קינדער רעדן שרייבן אין ליינען, לעבנסשטייגער וואס גיט אונז אן אחריות צו לעבן און רעכענען, ארויסווייזן א שטארקע אינטרעס אין ערליך צו זיין א ראלע מאדעל פאר אנדערע.

זייער פארשריט, הן רעדנדיג מיט די קינדער, ווי אויך רעדנדיג מיט דער הנהלה פון די מוסדות - כדי זיי ס'איז זייער וויכטיג נישט צו האבן די טעות אז פון זאלן וויסן אז עס זענען דא וואס לייגן א דגוש לאזן אונזערע קינדער זיך פירן ווי פרייע פויגל וועט דערויף, און דאס איז אמת מיט אלע לימודים, לאזט דאס זיי צופירן צו זעלבסשטענדיגקייט און נישט פרעמדע השפעות וואס זענען מזלזל דערין, און זעלבסטזיכערקייט, מ'דארף כסדר זיין אקטיוו, פארוואנדלן דאס פאר א צייט אנברענגעריי, שמועסן מיט די קינדער אנקניפן א קשר מיט זיי, אריינדרינגן ביי דיינע קינדער.

נישט מזלזל זיין אין זייערע באדערפענישן, ווי אויך איז קריטיש וויכטיג ארויסצוווייזן געפילן און צום שלוס, ס'איז נאך דא אסאך גאר וויכטיגע ליבשאפט צו די קינדער, און דאס איז איינע פון די פונקטן, אבער די וויכטיגסטע פונקט פאר די הצלחה זאכן וואס איז שטארק פארנאכלעסיקט אין אונזערע אויסצופירן די אלע אויבנדערמאנטע זאכן, איז אז די רייען, נישט מכח סיי וואספארא אידיאלאגיע, נאר עלטערן זאלן אליין זיין א ביישפיל וויאזוי די קינד זאל זיך פשוט און פראסט נאכגעלאזטקייט.

פירן, ווייל מער פון וואס מ'לערנט דעם קינד, לערנט זיך די קינד פון די מעשים און טבעיות פון די עלטערן אויסלערנען די קינדער אז יעדער בשר ודם קען מאכן זעלבסט.

מיסטעיקס אין לעבן, פשוטע מענטשן ווי אויך צדיקים, קלוגע מענטשן ערוואקסענע מענטשן, ________________________________

למעשה 4 #

עס איז די מיינד-סט, סטופיד!

דורך: ונבנתא העיר

א פארווייטאג'טע קאפיטל אין אמעריקאנער וואס דער ווייסער מענטש ]אייראפעער [האט היסטאריע צו וועלכע נישט פיהלע האבן חשק צוצולייגן אנגעברענגט אויף דעם אלטגעזעסענעם תושב פונעם הארץ, אדער אפילו קאפ, איז דער חורבן – בגשם ורוח – קאנטינענט – דער אינדיאנער.

זייט 11

זייט 11
טעקסט

המעשה ה11 ו א העיקר ...

אין א רעלאטיוו-קורצע תקופה האט מען זיי אונטערגעברענגט פיזיש און גייסטיש, דאס זענען געווען גאר אנדערע ברואים מיט גאנץ אן אנדערע קולטור, זיי האבן קיינמאהל געהערט פון די א.ג. פארגעשריטענע ציוויליזאציע אויף די אנדערע זייט פונעם ים, עס זענען ביי זיי נישט געווען שיינע פארלימענט געביידעס אדער עלעגאנטע בגדים, קעגן דעם האבן זיי אבער נישט געהאט אזא דורכגעפוילט'ער מהלך המחשבה ווי דער ווייסער מאן.

אהן קיין קליידער זענען זיי געגאנגען, געלעבט האבן זיי בעיקר פון פאנג און אנדערע פרימיטיווע מיטלן, עס זענען נישט געווען קיינע קלארע אנגעצייכענטע גרעניצן צווישן דעם שטיקל לאנד פונעם ערשטן און דעם צווייטן, עס האט ענדערש אויסגעזעהן ווי איין גרויסע דזשונגל אין וועלכע אלע באשעפענישן לעבן אינאיינעם.

דאס אלעס איז אבער נישט געווען א טרוקענער אויסדרוק פון פרימיטיווע פארטעמפטקייט, עס איז געווען דער אפקלאנג פון גאר אן אנדערע מהלך המחשבה, א מיינד-סעט אין וועלכע דער מענטש לעבט אין הארמאניע – און איז א טייל - מיט דער גאנצער באשאף, אנשטאט וועלן איינשלונגען אלס און אלעמען פאר זיין אייגענע הצלחה, איז ער אן אבר פון איין גרויסע, לעבעדיגע, בריאה, דאס לאנד לאזט זיך נישט צושניידן אין גלייכע, מאטריאליסטישע, ליניעס; אט דער טייל געהערט פאר ראובן און זיין נאכבאר פאר שמעון, פונקט פארקערט, די גאנצע בריאה געהערט פאר מאמע-ערד, מיר זענען א טייל פון איהר, מיר לעבן אויף איהר, מיט איהר און דערנאך אין איהר ווי משפחה מיטגלידער, ביי זיי האט מען פון יעזוס נישט געוואוסט, זיין ארט איז געווען פארנומען מיטן לאנד און באשאף, דער גאט פון הארמאניע וועלכער ווייסט נישט פון הייליגע-קריג דעקרעטן, דאס איז דער גאט פון באשאף, דער גאט פון לאנד, אזא לאנד צו וועמען מען קען רעדן און ענטווארטן אן ענטפער אויך.

אין די אויגן פונעם ווייסן מאן ,מיר אלע אריינגערעכענט, איז די היסטאריע פון אמעריקא די ערציילונג ווי דער ווייסער מאן האט פאר 500 יאהר צוריק פארבלאנזשעט צום נייעם קאנטינענט, און אין

זיינע פיסטריט אהינגעברענגט ציוויליזאציע, געשאפן א מקום מנוחה פאר נאכגעיאגטע אייראפעער, געגרינדעט דרייצן קאלאניעס און סוף סוף פון זיי אויפגעשטעלט די געשעצטע רעגירונג פון די פאראייניגטע שטאטן, פרי עט לעסט, פרי עט לעסט.

דאס איז אבער נאר איין זייט פון די מעשה, די אנדערע זייט – וועלכע איז כאטש אזוי וואליד – איז גאנץ א טונקעלער, לאמיך איבערגעבן דעם ווארט פאר אן אלטן אינדיאנער, 'דעען' הייסט ער.

ער גיסט זיך דארט אויס דאס הארץ פאר א ווייסן מאן, נערבארן, ווי דער ווייסער מענטש באנוצט זיך מיט כל מיני שמות הנרדפים אין די ענגלישע שפראך אוועקצושטעלן א מציאות וואס איז איהם גינסטיג, נייגט אן אויער:

"מיין קליינער אור-אייניקל איז איין טאג אהיימגעקומען פון שולע און מיר פארציילט אז זיי לערנען וועגן דער 'פראנטיער' אין אמעריקאנער היסטאריע, איך האב איהם געפרעגט וואס עס מיינט, זאגט ער אז דאס איז דער פלאץ וואו ציוויליזאציע האט זיך גענדיגט.

"גיב נאר א קוק, זיי לערנען איהם אז ציוויליזאציע האט נאר עקזעסטירט ביז וואו דער ווייסער מאן האט דערגרייכט, דאס מיינט אז אלעס וואט האט זיך געפונען אויף די אנדערע זייט פון יענע 'ליניע' איז געווען אומציוויליזירט, וועל, 'מיר' זענען געווען אויף די אנדערע זייט פון יענע ליניע, מיר האבן אויך געהאט רעגירונגן און געזעצן, אונזערע מענטשן האבן זיך שענער אויפגעפיהרט ווי די וואס זענען אריינגעקומען אין אונזער לאנד, מיר האבן געמיינט אז מיר זענען געווען כאטש אזוי ציוויליזירט ווי דער ווייסער מאן, און דא קומט מיין אור-אייניקל אהיים און רעדט פון 'פראנטיער 'און 'ציוויליזאציע', עס איז ווי מיר וואלטן נישט עקזעסטירט.

"יעדעס מאהל איהר רעדט פון דעם פראנטיער זאגט איהר אונז מיט דעם אז מיר מאכן נישט אויס, איך האב נאכגעקוקט דעם ווארט, עס מיינט 'דער גרעניץ צווישן דאס באוואוסטע און די אומבאוואוסטע', ווען איהר נוצט איהר זאגט עטץ אז אונזערע מענטשן זענען א טייל פונעם אומבאוואוסטע, איהר לערנט אייערע קינדער, און

זייט 12

זייט 12
טעקסט

12א העיקר ... ... ... ... ... המעשה הו

אונזערע קינדער, א היסטאריע וואס זאגט אז די אינדיאנער מענטשן זענען געווען א טייל פון א גרויסע, מסוכנ'דיגע, ליידיגע שטח אויף די אנדערע זייט פון די ליניע וואו מענטשן האבן געהאט געזעצן און קולטור, עס איז ווי עס וואלטן געווען ווילדע חיות, גיפטיגע שלענג און אינדיאנער, און זיי זענען אלע געווען די זעלבע – עפעס 'אומבאוואוסט' וואס האט געמאכט דאס לאנד 'מסוכן'.

"דו זעהסט, דאס איז א חלק פון דער גרויסער ערציילונג וואס איהר זעהט ניטאמאהל, איהר לערענט וועגן דעם פראנטיער, איהר רעדט פון די ווילדע לאנדשאפטן און ווי ליידיג דאס לאנד איז געווען, הגם צו אונז איז די לאנד אלץ פול געווען, איהר רעדט פון 'ציוויליזאציע' גלייך ווי מיר וואלטן נישט געהאט דערפון, פשוט ווייל מיר האבן נישט פראבירט שלעפן גרויסע בענקלעך און האלצערנע קאסטנס אדורך די מדבר.

"די וועג ווי איהר לערענט עס האט זיך אמעריקא אנגעהויבן מיט שיפן וואס זענען אנגעקומען קיין מאסאטשוסעטס און ווירדזשיניע, מענטשן זענען פון איהר אראפ און האבן געדארפט דורכברעכן א וועג דורך עפעס א גרויסע, ליידיגע און מסוכנ'דיגע לאנד ... ]זיי האבן איהר דורכגעשניטן[ ווי קליינע שטראמען וואסער וואס שניידן דורך די ערד, איינמאהל זיי זענען אדורך האבן מער מענטשן נאכגעפאלגט אין זייערע פיסטריט, און אויפן וועג האט מען אנגעהויבן אויפבויען זאכן, ביז די קליינע שטראמען זענען געווארן ווי גרויסע טייכן מענטשן וואס האבן געשטראמט דורך קאליפארניע און ארעגאן און וואשינגטאן, עס איז ווי דער פלאץ וואלט געווען א ליידיגער און איהר האט איהם אנגעפיהלט, און 'היסטאריע' איז די ערציילונג וויאזוי איהר האט איהם אנגעפיהלט און וואס האט פאסירט בשעת'ן אנפיהלן.

"... דאס איז אבער נישט וויאזוי עס איז געשעהן ביי אונז, פאר אונז איז דאס געווען א גרויסע לאנד איבער וועלכע מענטשן האבן איבעראל געוואוינט, דערנאך זענען עטליכע מענטשן געקומען צו אונזערע ברעגעס און אונז אנגעהויבן אוועקשטופן, ]דערנאך זענען אנדערע געקומען פון דרום און פון צפון[ ... און זיי האבן אלע געוואלט עפעס פון אונז – פעהל, לאנד, גאלד, זיי האבן עס אדער צוגענומען אדער האבן זיי אונז געצווינגען עס זיי צו

פארקויפן, זיי האבן אלע געהאט גאנס, זיי האבן אונז אלע גע'הרג'עט אויב מיר האבן נישט געגלויבט אז גאט איז עפעס א מענטש מיט'ן נאמען יעזוס וואס האט אמאל געוואוינט אין א מדבר אויף די אנדערע זייט פונעם ים, זיי האבן אונז נישט צורוה געלאזט.

"עס האט נישט לאנג געדויערט און זיי האבן אויפגעשטעלט א רעגירונג ערגעץ ווייט צו מזרח, און האבן געזאגט אז דאס אלעס איז זייער לאנד, נישט נאר וואו זיי האבן געוואוינט, נאר איבעראל וואו זיי זענען נאר אמאל געווען אדער נאר געהערט דערפון, אויב האבן זיי געקענט שיקן א מענטש אראפצולייגן א פאן ערגעצוואו האבן זיי געזאגט אז אלעס וואס געפונט זיך ביז דארט געהערט צו זיי ... מיר זענען געווארן אריינגעשטופט אין קליינע שטיקלעך לאנד, ווי פיש וואס זענען געשווימען אינעם גרויסן ים און זענען ארייגעשטופט געווארן אין קליינע פאנדס.

"דו זעהסט, צו אונז איז די 'אמעריקאנער היסטאריע' ווי דער גרויסער ים איז פארוואנדעלט געווארן אין קליינע וואסערלעך, ... עס האט גארנישט צוטוהן מיט דרייצן קאלאניעס און וועגענער וואס האבן זיך געשלעפט קיין מערב - אונזער לאנד איז צוגענומען געווארן פון אונז אין יעדע דירעקציע, מיר קענען קוקן אויף די זעלבע פאקטן ווי אייך און זעהן גאר עפעס אנדערש".

עד כאן דבריו.

דאס, טייערע פריינד, האב איך אייך מעתיק געווען פשוט צו באקומען א שטיקל בליק אויף א סוגיא וואס איז אונז ווילד-פרעמד, איצט וויל איך צוקומען צו די נקודה, איך גיב נאכאמאל דאס ווארט פאר 'דעען', זייט איהם גוט מדייק – אזעלכע דברי חכמה הערט מען נישט קיין סאך:

"... די וויכטיגסטע זאך פאר ווייסע מענטשן איז 'פרייהייט', אבער פאר דעם אינדיאנער איז דאס וויכטיגסטע 'רעספעקט'.

"דאס איז פארוואס די ווייסע האבן זיך צוגעהערט צו די שווארצע מער ווי צו די אינדיאנער, די שווארצע מענטשן האבן געוואלט פרייהייט – פונקט ווי די ווייסע,

זייט 13

זייט 13
טעקסט

המעשה ה13 ו א העיקר ...

און וויבאלד די ווייסע האבן צוגענומען פרייהייט פון דעם שווארצן שפירן זיי זיך שולדיג פאר איהם.

"אבער דער אינדיאנער איז אלעמאהל געווען פריי, מיר זענען היינט פריי, מיר זענען אלעמאהל געווען מער פריי ווי דער ווייסער מענטש – אפילו ווען איהר זענט דא אהערגעקומען, ווען איהר זענט געקומען צו אונזערע ברעגעס זענען אייערע מענטשן געווען געקליידעט אין בגדים געמאכט פון קייטן, אונזערע מענטשן זענען בכלל נישט געווען געקליידעט און דאך האט 'איהר' פראבירט 'אונז' צו ברענגן פרייהייט.

"די ווייסע וועלט שטעלט די גאנצע מאכט פון אויבן, ווער עס דערגרייכט אויבן האט די כח צוצונעמען אייער פרייהייט, ווען אייערע מענטשן זענען געקומען צו אונזער לאנד איז עס געווען ווייל זיי האבן פראבירט פטור צו ווערן פון די מענטשן וואס געפונען זיך אויפן אויבנאהן, אבער זיי האבן נאכאלס געהאט די זעלבע מהלך המחשבה, גאנץ שנעל זענען געווען נייע מענטשן פון אויבן אין דעם נייעם לאנד, עס איז פשוט די וועג ווי מען האט אייך געלערנט צו טראכטן.

"אין אייערע קירכעס געפונט זיך איינער ביים שפיץ, דאס זעלבע איז אין אייערע שולעס, אין אייער רעגירונג, אין אייער ביזנעס, אלעמאהל געפונט זיך איינער פון אויבן וועלכער האט די רעכט צו זאגן צו איהר זענט גוט אדער שלעכט, איהר 'געהערט' פאר זיי.

"נישט קיין וואונדער אז אמעריקאנער זארגן זיך אלץ וועגן פרייהייט, איהר האט אזוי ווייניג דערפון, אויב וועט איהר עס נישט באשיצן וועט עס איינער ביי אייך צונעמען, איהר דארפט עס היטן יעדע סעקונדע ווי א הונט היט א ביינדל.

"ווען איהר זענט צום ערשט געקומען צווישן אונז האט איהר נישט געקענט פארשטיין אונזער מהלך, איהר האט געוואלט געפונען דעם מענטש וועלכער שטייט פון אויבן, איהר האט געוואלט טרעפן די געיטס וואס בינדן אונז אריין – וואו ווייט גרייכט אונזער לאנד, וואו ווייט גרייכט אונזער רעגירונג, אייער וועלט איז געווען צונויפגעשטעלט פון שטייגן ] cages [ האט איהר געמיינט אז אונזערעס איז אויך, איהר האט טאקע פיינט געהאט

אייערע שטייגן אבער דאך האט איהר געגלויבט אין זיי, זיי האבן דעפענירט אייער וועלט און עס האט אייך געברענט אז זיי זאלן אויך דעפענירן אונזערס.

"אונזערע אלטע האבן דאס באמערקט גלייך פון אנפאנג, זיי האבן געזאגט אז דער ווייסער מענטש לעבט אין א וועלט פון שטייגן, און אויב וועלן מיר נישט אכטונג געבן וועלן זיי אונז אויך צווינגען צו לעבן אין א וועלט פון שטייגן.

"האבן מיר אנגעהויבן גוט באטראכטן, אלעס האט אויסגעזעהן ווי שטייגן, אייערע קליידער האט אייך געפאסט ווי א שטייג, אייערע הייזער האבן אויסגעזעהן ווי שטייגן, איהר האט געשטעלט געיטס ארום אייערע הייזער, אלעס איז געווען א שטייג, איהר האט פארוואנדעלט דאס לאנד אין שטייגן – אין קליינע, פיהר עקעדיגע, קעסטלעך.

"דערנאך, ווען איהר האט שוין געהאט אלע שטייגן, האט איהר געשאפן א רעגירונג צו באשיצן די אלע שטייגן, און די גאנצע רעגירונג איז געווען שטייגן, אלע געזעצן זענען געווען איבער וואס מען קען 'נישט' טוהן, די איינציגסטע פרייהייט וואס איהר האט געהאט איז געווען אין אייער אייגענע שטייג, און דערנאך האט איהר זיך געוואונדערט פארוואס איהר שפירט זיך נישט פריי און פרייליך.

"מיר אינדיאנער האבן קיינמאהל נישט אזוי געטראכט, יעדער איז געווען פריי, מיר האבן נישט געמאכט קיין שטייגן פון געזעצן אדער לאנד, מיר האבן געגלויבט אין רעספעקט, צו אונז האט דער ווייסער מאן אויסגעזעהן ווי א בלינדער מאן וואס גייט – ער האט געוואוסט אז ער איז אויף דעם נישט ריכטיגן וועג ווען ער האט זיך אנגעשטויסן אינעם עק פון איינע פון די שטייגן, אונזער וועג-ווייזער איז געווען פון אינעווייניג – נישט פון אינדרויסן, עס איז געווען רעספעקט, עס איז אונז געווען וויכטיגער צו וויסן וואס איז ריכטיג ווי צו וויסן וואס איז אומריכטיג.

"... מיר האבן נישט געזוכט וואס איז אומריכטיג, אנשטאט האבן מיר אלעמאהל געזוכט און געגרייכט צו וואס איז ריכטיג, דער זוך האט אונז געהאלטן אויפן

זייט 14

זייט 14
טעקסט

14א העיקר ... ... ... ... ... המעשה הו

ריכטיגן וועג, נישט איסורים און גדרים ... די איינציגסטע מאהל וואס פרייהייט איז וויכטיג איז ווען אנדערע פראבירן אייך צו לייגן אין קייטן, מיר האבן קיין קייטן נישט געהאט האבן מיר קיין פרייהייט נישט געדארפט.

"די וועלט וואס אייערע מענטשן האבן מיטגעברענגט האט אלס געזעהן אין טערמינען פון פרייהייט, מיר זענען אלעמאהל פריי געווען ממילא האט איהר נישט געהאט עפעס ווערטפול אונז צו געבן, די גאנצע וואס איהר האט געקענט טוהן איז עס צונעמען פון אונז און צוריקגעבן אין די פארעם פון שטייגן ... איהר האט צוגענומען אונזער רעספעקט און אונז געגעבן אייער פרייהייט, הגם איהר ווייסט אז עס איז נישט קיין פרייהייט בכלל, עס איז די פרייהייט צו לעבן אין אייער אייגענער פארשלאסענעם שטייג.

"... איהר זענט געקומען צו דעם לאנד ווייל איהר האט באמת געוואלט זיין ווי אונז, אבער ווען איהר זענט אהער אנגעקומען האט איהר זיך דערשראקן און פראבירט אויפצובויען די זעלבע שטייגן פון וועלכע איהר זענט אנטלאפן, ווען איהר וואלט זיך צו אונז צוגעהערט – אוי וואס פאר א לאנד דאס וואלט געווען.

הייליגע ווערטער – געטליכע ווערטער.

איך האב שוין במקום אחר געשריבן:

ליבע ברידער און )איין( שוועסטער, אל ישיא אתכם המלך זקן ואל תאמינו לו כי לא יוכל כל אלוה כל גוי וממלכה להנצל מידם, עס איז גארנישט אזוי שווער.

עס זענען נישט דא קיין הלכות רעוועלוציע, די באשטאנדטיילן פון יעדע אינדווידואלע רעוועלוציע ווערט געפארעמט אין די צורה פון וועמען/וואס מען רעוואלטירט אקעגן.

שווארצע זעצן זיך אינעם ערשטן טייל באס, רעגירטע אוקריינא'ער שלאגן און ווארפן ארויס די רעגירער און זייערע שלוחים, און פעמעניסטן שרייבן ארטיקלען און

האלטן דרשות וואס דארפן רעדן צום מוח-טייל וואס האט פארקערטע מיינוגען.

אונזער שלאכטפעלד איז נישט אין די בארא פארק'ער גאסן, נישט אין די בתי מדרשים און אפילו נישט אין די מקוואות, די שדה המערכה געפונט זיך נישט ערגעץ אנדערש ווי אין אונזערע מוחות, דארט איז די נקודת הבחירה, לאזן מיר מען זאל איהר צובינדן בחבלי עגלה צום פני הכלב, אדער זענען מיר מחליט - בינינו לבין עצמינו - אז זי איז משועבד צו גאט און זיין תורה.

על סוס לא נרכב, מיר דארפן נאר זאגן אלהינו למעשה ידינו, יעדער יחיד דארף נאר מאכן א מחשבה'דיגע החלטה, און אט האט איהר די רעוועלוציע, כהמס דונג פאלט אלעס אוועק, מען קען נישט צווינגען נאר די וואס שטעלן צו זייער מוח דערצו.

ווי יענער זאגט, לעבן זאל די רעוועלוציע!

טייערע אידן, דער פראבלעם שטעקט נישט אין די פרטים, דער פראבלעם איז נישט אז פלוני בן פלוני מאכט אייך אומבאקוועם צו טוהן אזוי אדער פארקערט, עס איז גאנץ א קנאפע נפק"מ צו איהר ווילט א שטוב וואס האט א חיות אין ווייסע זאקן אדער אין שטודירן א פאך, דער פראבלעם – און איינציגער פראבלעם – שטעקט אין דעם צוגאנג.

איט איז די מיינד-סעט, סטופיד!

ווילאנג איהר וועט מחליט זיין וואס איהר גייט טוהן דורך אויסשטרייכן אלע אנדערע אפציעס, ווילאנג אייער סימן זיך צו האלטן אויפן גלייכן וועג איז דורך זיך אנקלאפן אין די ווענט אויף די זייטן, ווילאנג איהר וועט איבערגעבן אייער פרייהייט צו א מאכט-דורשטיגער אויבנאהן-זיצער, ווילאנג אייער וועג-ווייזער וועט זיין אינדרויסן פון אייך אנשטאט אינעווייניג, ווילאנג עס וועט אייך זיין וויכטיגער צו וויסן וואס איז אומריכטיג ווי וואס איז ריכטיג, זענט איהר אין דעם זעלבן לאך.

זייט נישט מחליף פרה בחמור, בויעט נישט אייער שטוב און לעבן אויף נעגאוויטעט, זיצט נישט אין כולל ווייל מען טאר נישט ארבעטן, שטודירט נישט ווייל מען

זייט 15

זייט 15
טעקסט

המעשה ה15 ו א העיקר ...

טאר נישט לערנען, גייט נישט קיין ווייסע זאקן ווייל מען אתה וזרעך, צוויי וועגן ווי צו זיין א מענטש – ווי צו זיין א טאר קיין דזשינס נישט גיין און גייט נישט מיט דזשינס איד, איהר קענט אפטויטן אנדערע אדער באלעבן דאס ווייל זי איז נישט ווייסע זאקן.

אייגענע, אבער למען תחי' אתה וזרעך וועט נאר זיין אז דו לעבסט א לעבן וואס איז א ראי', נישט איינע וואס איז א מאכט א מיטינג מיט אייך אליין, מיט אייער פירכא.

משפחה, לעשט אויס פאר א מינוט די גאנצע וועלט און זייט מחליט וואס וויל איך 'יא', וואס וויל איך טוהן אין אז דאס לעבן – סיי וועלכע גאנג – איז נישט מער ווי גאטס גיגאנטישע בריאה, וואס וועט ערפילן מיין פליכט אפזאגן עפעס אנדערש וועט עס אפשר ציען אפאר טאג, צו דעם באשאף, צו די מענטשהייט, צו גאט.

אבער והי' כי ישאלך בנך מחר לאמר מה העבודה, וואס טוהען מיר יא, צו וואס דרייען מיר זיך יא אין גאט'ס עס איז קיין חילוק צו די מסקנא איז ווייסע זאקן, געבענטשטע בריאה, זאלט איהר זעהן נישט צו בלייבן שטודירן, אדער ביידע, מיט א פאזיטיווע מענטש איז מיט'ן צונג אינדרויסן.

שווער זיך צו דינגען, עס לאזט זיך איהם עפעס נישט בא'טיטול'ן 'פורק עול'.

טוהט ווייניגער אין יענעם אוועקמאכן און מער אין וואס איהר זעהט פאר ריכטיג, גיבט נישט איבער אייער צוויי מענטשן, איינער טאנצט ביים רבינ'ס טיש און גאט-געשאנקענע פרייהייט פאר די וואס זיצן ביים שפיץ איינער שטודירט, ביידע קענען בוחר זיין אין חיים אדער – לאזט עס בעסער ביי אייער חלק אלוה ממעל, וועט אין מוות, אין איין נקודה ווענדט זיך אלס: זענט איהר א אייך גוט זיין בזה ובבא.

מענטש, זענט איהר א איד, ווייל דאס ווילט איהר זיין, ווייל דאס איז אייער לעבן, דאס איז אייער רעספעקט, ווי דער ליובאוויטשער רבי ז"ל פלעגט זאגן, 'אנן אדער טוהט איהר וואס איהר טוהט ווייל איהר ווילט פועלי דיממא אנן' אונזער ארבעט איז ליכטיג מאכן, די שולל זיין עפעס אנדערש.

טונקלקייט וועט שוין ממילא פארשוואונדען ווערן.

מיר האבן א געטליכע זאג: החיים והמוות נתתי סיי וואס איהר טוהט - גלויבט נישט אין די שטייגן לפניך, הברכה והקללה, ובחרת בחיים, למען תחיה וועלכע געפונען זיך אויף די אנדערע זייט ים.

למעשה 5 #

גיין אין קאלעדזש

דורך: מצטמק ויפה

אה שמואל וואס טוט זיך? שוין לאנג נישט געזעהן, האט שוין אפילו אויפגעגעבן נאכמיטאג כולל אבער ער וואס מאכסטו עפעס גוטס? דאס מרה שחורה אויף מיין האט נאך גארנישט געטראפן גארנישט לייטיש און צום חבר'ס פנים האט מיר שוין אלעס פארציילט איך האב זאך, און אזוי ביני לביני האב איך געטראפן צוויי קרעדיט שוין פון איהם גארנישט געדארפט הערן. וואס איז? פשוט קארדס פון %0 APR און אזוי שטופט מען דורך חודש נאך נישטא קיין געלט, די ווייב מאנט, די לענלארד שרייט, די חודש.

חדר פארפירט, די גראסערי וויינט, אבער הילד איננו. נו, ידידים יקרים, דאס איז נישט נאר מיין חבר נאר אזוי פרעג איך איהם, פארוואס זעהסטו נישט עפעס צו טוען זענען דא צענדליגע און הונדערטע אינגעלייט וואס האבן אריינצוברענגן א מקור הפרנסה אין שטוב? זאגט ער מיר, פשוט נישט וואס אין מויל אריין צו נעמען, פשוט ווייל זיי יא, ער האט שוין מחליט געווען צו גיין ארבייטן און ער

זייט 16

זייט 16
טעקסט

16א העיקר ... ... ... ... ... המעשה הו

קענען נישט אויפקומען מיט עפעס א לייטישע דזשאב. טייל דרייען זיך ארום ממש אן גארנישט אזוי ווי מיין אויבערדערמאנטן חבר, אדער איז דא וואס יעדן טאג טרעפן זיי זיך מיט א נייע בעל הבית פארנדיג אויף א רוילערקויסטער פון דזשאב צו דזשאב, מ'פאנגט אן מיט סעיל'ס נאכדעם מיט קאר סערוויס וכדו' און מ'מוטשעט זיך אן וואך נאך וואך זוכענדיג עפעס א מקום מנוחה.

און נאכדעם איז דא די אינגעלייט וואס מען רופט זיי סיזענ'על אינגעלייט, דהיינו יעדע סיזען ארבייטן זיי אויף וואס עס פעלט זיך אויס אין יענע זמן; פסח ביים מצה בעקעריי, שבועות אין שיך געשעפט, זומער אלס מדריך, סוכות אתרוגים, און אזוי פארט א גלגל החוזר. אבער דאס איז ווייט פון א נארמאלע מהלך החיים פאר א טאטע מיט א שטוב מיט קינדער.

די ווייטאגליכע מציאות איז אז רוב פון די אינגעלייט זענען באמת א בא בטענה, ווייל די האנדל'ס וועלט האט זיך געגעבן גאר א שטארקע דריי די לעצטע פאר יאר, און די אויסוואלן פאר א לייטישע דזשאב זענען באמת זייער קליין, און אפילו די וואס זענען שוין יא דא, צאלט מען פאר דעם זייער ווייניג אז עס לוינט פשוט נישט.

איז וואס יא? וואס איז די ריכטיגע מהלך און אזא עפאכע וואס מיר לעבן און עס וואלגערן זיך נישט קיין דזשאב'ס אין די גאס?

די ענטפער אויף דעם גאר פארווייטאגטע פראגע איז: "קאלעדזש". וואס?! יא, קאלעדזש. וואס הייסט? איך בין עפעס א גאסן יונג אדער וואס? וואס וועט מיין טאטע, שווער, ווייב, באבע, זאגן אויף דעם? איז קודם לאמיר אייך אויפמערקזאם מאכן אז מיר לעבן שוין נישט אין די זעכציגער יארן, נאר מיר לעבן ברוך השם אין א אכשיר דרא'דיגע דור ווי אלעס איז צוגשטעלט צוגעפאסט פארן היימישן ציבור, און יא, קאלעדזש איז אויך צוגעשטעלט פאר היימישן ציבור אויפן שענסטן פארנעם, געאייגנט פאר היימישע אינגעלייט אפגעטיילט בלויז פאר מענער, מיט פראפעסער'ס וואס זענען על פי רוב שומרי תורה ומצוות און פארשטייען אונזערע געברויכן. און ווען מיר זאגן היימיש מיינען מיר היימיש היימיש פון די שענסטע

און די בעסטע וואס כלל ישראל פארמאגט. א שטייגער פון אזא קאלעדזש איז: TTI אדער Cope וואס די ביידע איז ממש געאייגנעט פארן היימישן ציבור מיט אלע זייערע געברויכן.

פיין! אבער לאמיר זעהן וואס איז דאס קאלעדזש, וואס טוט מען דארט, און אויף וואס קען מען זיך אלס לערנען, און אויף וואס זאל מען זיך לערנען, און וואז נעמט מען דערפון ארויס למעשה?

איז אזוי בעצם יעדע מין זאך קען געלערנט ווערן אין קאלעדזש, אבער זייער אסאך זאכן קענסטו טרעפן א דזשאב אן דעם דעגרי אויך, ממילא איז א שאד די מיה און פלאג זיך צו לערנען דערפאר ווען דאס גייט גארנישט ברענגען. איז למעשה די זאכן וואס דער היימישער עולם לערנט זיך איז על פי רוב: אוקאנטינג, גרעפיקס, בוקקיפינג, ספעשיל עדזשוקעישן, ספיעטש טערעפּי, עפפ דוועלאפינג )לעצטערע געדאנק(, און נאך וואס איך געדענק נישט אויפן מינוט.

אלע פון די זענען באמת פיין און קענען ברענגען די ריכטיגע רעזולטאטן פארן ריכטיגן מענטש, אבער מיר וועלן ארום רעדן פון "ספעשל עדזושקעישן". די סיבה פארוואס מיר האבן דאס אויסגעקליבן איז ווי פאלגנד:

די שטאט ניו יארק טוט די לעצטע פאר יאר טיילן אוצרות מיט געלט פאר עדזשוקעישן אויף א אומ-נארמאלע פארנעם.

די פארלאנג פאר דעם איז זייער גרויס, צוליב די קליינע צאהל אינגעלייט וואס האבן א דעגרי.

די פרויען וואס האבן זיך דערצו צוגעכאפט בעת וואס עס איז געווען ביי זיי א גרויסע פארלאנג האבן זייער שטארק מצליח געווען. און זייענדיג לעצטענס ביי א מיטינג אין דעם פעלד, האט זיך אנגעזעהן דעם ריזן חילוק אז בעת דארט זענען געזיצן הונדערטער היימישע פרויען האב איך געקענט ציילן מיט די פינגער די היימישע מענער, מיר זענען ניטאמאל געווען פינף פראצענט.

זייט 17

זייט 17
טעקסט

המעשה ה17 ו א העיקר ...

אפילו פאר'ן ענדיגן דעם גאנצען דעגרי קענסטו שוין אנהייבן טוען געוויסע זאכן, ווי למשל 1 Title און נאך שפעטער P3 וואס דאס אלעס צאהלט זיך זייער גוט, און איז א גרויסע מעלה נישט דארפנדיג ווארטן די צוויי דריי יאר צו זעהן די פירות פון דיין ארבייט.

איז לאמיר עס אביסל צולייגן און זעהן וואס דאס איז. יעדע דעגרי וואס מען וויל נאר נעמען, נישט קיין חילוק אויף וועלכע פאך, איז איינגעטיילט אין צוויי: פאזע איינס און פאזע צוויי. פאזע איינס רופט זיך א בעדזשלור'ס דעגרי וואס דאס נעמט בערך פון א יאר ביז דריי יאר געוואנדן אין וועלכע קאלעדזש דו גייסט, פאזע צוויי איז א מעסטער'ס דעגרי וואס די צייט דערפון איז שוין געוואנדן אויף וועלכע פאך דו נעמסט דעם דעגרי.

די BA )בעדזשלור'ס( דעגרי האט בעצם נישט קיין שייכות מיט די פאך וואס דו גייסט זיך לערנען, עס איז נאר אזויפיהל אז די שטאט פארלאנגט אז יעדע געלערנטער מענטש זאל האבן א שטיקל ידיעה און וועלטליכע חכמה, ווי ענגליש, מאטעמאטיק, בייעלאגיע, וכו'. אבער דאס האט נישט קיין שייכות מיט דעם ספעציפישן פאך וואס דו גייסט זיך לערנען. קומט אויס אז בעצם בשעת'ן נעמען די BA דארפט איר אפילו נישט וויסן וואו איר פלאנט זיך למעשה צו ווענדן, אבער נאך אלץ איז בעסער אז יא, ווייל אזוי קען מען שוין אריינשטופן אינעם BA די ידיעות וואס גייט דיר דארפן צוניצקומען.

כדי צו באקומען א BA דארף מען האבן 120 קרעדיט'ס, דאס באקומט מען דורך נעמען א טעסט. א געווענליכע טעסט איז 3 קרעדיטס, ס'דא וואס זענען זעקס, אזוי אויך איז דא וואס זענען 16 קרעדיט'ס. אין די קרעדיט'ס אליין איז דא העכערע לעוועל קרעדיט'ס מיט נידריגע לעוועל קרעדיט'ס, געוואנדן לויט די שוועריגקייט פונעם טעסט. א געוויסע חלק פון די קרעדיט'ס מוז פארשטייט זיך זיין פון די הויכע לעוועל קרעדיט'ס, ווי אויך דארף די קרעדיטס זיין איינגעטיילט אין געוויסע ספעציפישע ידיעות.

ווי ערווענט, קען די 120 קרעדיט'ס זיין אין סיי וועלכע וועלטליכע וויסענשאפט, דאס נעמט אויך אריין

אידישע וויסענשאפט ווי חומש, גמרא, הלכה, אידיש שפראך און אידישע היסטאריע. דער פאקט פארגרינגערט זייער שטארק פאר היימישע אינגעלייט צו עררייכן גאר שנעל די 120 קרעדיטס, ווייל קודם קען מען באקומען כמעט 40 קרעדיט'ס פון די ישיבה וואו מען האט געלערנט )אויב האט מען גענומען פראגראמען(, און ווי אויך איז שוין היינט צוגעשטעלט JSE טעסטס וואס זענען געמאכט אויף גמרא, חומש, חפץ חיים וכדו'. פארשטייט זיך אבער אז צו דעם אלעם דארף מען נאך אלס האבן געוויסע קרעדיט'ס פון ענגליש, מאטעמאטיק, בייאלאגיע וכדו'.

איינמאהל איר האט עררייכט אייער 120 קרעדיטס קענט איר שוין אריינגיין אין פעלד פון עדזשיקעישן מיט'ן טוען 1 Title, דאס איז א שטאטישע פראגראם ארויסצוהעלפן שוואכערע קינדער וואס דארפן טיפול מיוחד, מען נעמט זיי ארויס פון קלאס און מען לערנט מיט זיי פאר 45 מינוט און מען צאלט פאר דעם צווישען 50 ביז 60 דאללער א שעה )געוואנדן אונטער וועלכע עדזשענסי דו ארבייטסט(. כמעט אלע היימישע מוסדות האבן שוין היינט דעם פראגראם, און דער פארלאנג פאר היימישע אינגעלייט איז זייער גרויס.

דערנאך איז דא די מעסטערס דעגרי וואס איז געווידמעט אויף דעם ספעציפישן פאך וואס דו גייסט זיך לערנען, און איינמאל דו דערגרייכסט די פולע דעגרי קענסטו שוין טוען ספעשיל עד וואס צאלט זיך צווישען 60 ביז 90 דאללער א שעה.

אפילו נאך פארן ענדיגן די גאנצע דעגרי קענסטו נאך אכט וואכן אריין אינעם דעגרי טוען P3, וואס כאטש מען צאהלט פאר דעם ויויניגער פון וואס מען צאלט פאר 1 Title, איז דאס אבער דורכן גאנצן טאג, בעת וואס 1 Title איז ספעציפיש נאר אויף די נאכמיטאג שעות.

ווי געברענגט אויבן, האבן מיר נאר אויסגעשמועסט איין זאך אויף וואס מען קען זיך לערנען, אבער די פעלד פון קאלעדזש איז זייער גרויס, און וואו איר זעהט, צאלט מען פאר איינעם מיט א דעגרי זייער זייער שיין.

צום סיום לאמיר קלארשטעלן אז מיר באציען זיך נישט דא אויף דעם קליינעם פראצענט אינגעלייט וואס

זייט 18

זייט 18
טעקסט

18א העיקר ... ... ... ... ... המעשה הו

זענען געבוירן געווארן אויף צו זיין בעלי בתים פון זיי האבן א דעגרי, ווי אן א דעגרי. אבער רובא דרובא פארצווייגטע געשעפטן, און וועלן טוען כל טצדקי צו וואס זענען נישט געמאכט אויף צו האסלען זאלן אוודאי מצליח זיין אין ביזנעס. זיי זאלן טאקע זעהן צו ארבייטן נעמען די מיה און זיך גיין לערנען עפעס א פאך וואס אליין און וועלן מצליח זיין שענער אן א דעגרי וואס דאן וועט זיי ברענגען פרנסה ברווח בעזר השם. זענען זיי געבינדן צו דעם ספעציפישן ארבייט אויף וואס ________________________________

למעשה 6 #

זשורי דוטי והמסתעף

דורך: בן תמליון

דער זשורי סיסטעם איז א ווינקל-שטיין פונעם וואס צו טוהן מיט די צייט. אבער אפשר זאלן מיר דוקא אמעריקאנער יוסטיץ סיסטעם. אונזער לאנד'ס גרינדער, יא גיין אלץ א פאליסי לטובת הכלל? פארוואס גיבן מיר די וואס האבן געשריבן די קאנסטיטוציע, האבן געהאלטן בידים אוועק אונזער רעכט צו זיין אונזער אייגענע פאר זייערע אויגן די פרייהייט און רעכטן פון די בירגער שופטים פאר פרעמדע? ואובינו פלילים פרעגט רש"י און ערשט. אינעם נייעם לאנד וועלן מענער אין אוניפארם פרשת משפטים.

נישט קענען ארעסטירן א מענטש כחפץ לבם. דא וועט עס איז אן נישט-ענדנדע סומאטוכע. ווען אימער א נישט זיין קיין לאנד מיט סאלדאטן און פאליציי היימישער איז אין פעקל און קומט למעשה אן דורכצוגיין אינטערצודריקן די מענטשהייט ווי אין דער אלטער היים.

דעם געריכט סיסטעם און שטיין פאר טרייעל שרייט דער די קאנסטיטוציע זאגט, מען קען נישט אנקלאגן א עולם חי וקים דער זשורי סיסטעם גיבט אונז קיין יושר. מענטש אויף קיין שום פארברעכן איידער די רעגירונג א חסידישער איד ווען ער שטייט פאר א זשורי איז שטעלט פאר זייערע באווייזן פאר פשוטע עמך בירגער און אויטאמאטיש שולדיג אין זייערע אויגן, טענ'הט מען. זיי שטימען צו אז עס איז דא באווייזן אויף דעם פארברעכן לעגאלע ידענים ווייזן אפילו אן אז א חרדישער איד האט די רעגירונג זאגט דער בירגער האט געטוהן. דא איז א נישט געוואונען א נישט שולדיג אורטייל דורך א זשורי די לאנד פון 'דע פיפל'. דער פריץ, צו דיין נעכטיגער שונא לעצטע זיבעציג יאר. דער פאקט ברענג אז היימישע אידן וואס איז היינט א שטאטסמאן, קען דיר נישט אנקלאגן זענען ג'עצהט צו זיך דערקלערן שולדיג, אננעמען א פלי, אויף גארנישט. דאס זענען מחליט דער שניידער און אפילו מען וואלט געקענט אהערשטעלן א גוטן שוסטער פשוטע עמך בירגער. ווען די רעגירונג קלאגט אן פארטיידיגונג, ווי איידער גיין אויף טרייעל. די וואס האבן איינעם אפיציעל, איז עס כסדר די פיפעל אנטקעגן מר.

פרובירט יא גיין פאר זשורי האבן נישט גוט אפגעשניטן, זשאונס. די מענטשן קלאגן אייך אן מיר זענען נאר זייערע פרישט אייך נאר אויף אביסל דאס זכרון. דער דיסטריקט פארטרעטער.

אטוירני מיט זיינע געהילפן ווייסן פון דעם פאקט אז אויב דאס איז פארשטייט זיך אין טעאריע, א שיינעם באשליסן זיי צו גיין מיט א חסיד אויף טרייעל האב זיי חלום פון די פאונדינג פאטערס. למעשה איז דער זשורי נישט צו זארגן. אנדערש ווי ביי אנדערע מיניאריטעטן סיסטעם אפשר דער בעסטער, אבער די רעגירונג האט זיך ווייסן זיי א זשורי וועט מעגליך גוט באטראכטן די פאקטן פיין צוגעלערנט צו ניצן זשוריס ווי א געצייג אין זייערע און צוריקברענגען א נישט שולדיג אורטייל.

הענט און וועלן כמעט אייביק אויספירן וואס זיי ווילן.

דאס מציאות שטעלט אונז אויף אן אומיושרדיגן מיר ערליכע אידן אחים לדעה, גייען נישט אויף באלאנס און נעמט אוועק אונזער פארדינטן רעכט פון זשורי. פארוואס נישט? פארוואס יא? מיר האבן בעסער האבן א יושרדיגן טרייעל. איז דא עפעס וואס קען מען

זייט 19

זייט 19
טעקסט

המעשה ה19 ו א העיקר ...

טוהן דערצו? זענען געווען עטליכע וואס פלעגן אדוואקירן דער עולם זאל יא גיין אויף זשורי. ספעציעל איז ר' אברהם המכונה אלבערט פרידמאן אין זיין צייטונג די נייעס באריכט, טוט טענה'ט שוין יארן אז אויב דער היימישער עולם וועט גיין צו זשורי דוטי וועלן זיך זאכן טוישן. קודם טענה'ט ער, איז דער פאקט אז מיר דרייען זיך ארויס און מיר זענען נישט א חלק פונעם פראצעס ווי אלע בירגער, מיר באווייזן זיך נאר אין די מאסן ווען איינער משלנו איז דער קרימינאל אויפן באשולדיגונגס באנק, מאכט אז די פראקוארן און ריכטער רעכענען זיך נישט מיט אונז ווייל זיי זעען נישט זיי זאלן דארפן אנקומען צו אונז אלץ פאטענציאלע זשוראר ווי מיר וועלן זיך קענען אפרעכענען. די צווייטע טענה איז אויב היימישע אידן וועלן גיין אין גרעסערע ציפערן וועלן בהכרח אייגענע זיצן אויף זשורי'ס און נישט צולאזן אומיושר קעגן אונז, גענוי ווי די שווארצע האבן אנגעהויבן טוהן. נישט ווי אמאל ווען א שווארצער איז געווען שולדיק קען ער היינט זיך ריכטן אויף א סימפאטישע ברודערליכן זשורי.

אין אן אשכול האט אני הצעיר געשריבן בערך דאס אויבנדערמאנטע. האבן אנדערע ג'טענה'ט אז גיין צו זשורי איז אן אויסברענג פון צייט. ביי א קעיס נוגע פאר אידן וועלן זיי סייווי נישט אויסוועלן קיין איד. ווידער אנדערע פרעגן וויאזוי וועט מען פסק'נען ווען א איד קומט פאקטיש פאר א אידישן זשוראר? איהם באפרייען? א איד טאר דאך נישט איינשפארן א צווייטן איד ווידער זאלן מיר באפרייען פארברעכער?

איך האב נישט אלע ענטפערס אבער אנשטאט שרייבן סתם מיינונגען וואלט איך פארגעשטעלט אין דעם למעשה אשכול מיין ערפארונג און וואס כ'טראכט אז מען קען זיך מעגליך ארויסלערנען.

קינגס קאונטי גרענד זשורי, מיין געשיכטע.

אין פאסט איז מיר אנגעקומען א בריוול גערופן גרענד זשורי סאממאנס. עס זאגט איך מוז אראפקומען דאנערשטיג 9:30 צו 320 זשעי סט. איגנארירן דעם בריוו קען רעזאלטירן אין א שטראף. עס איז דא אן אפציע צו איין מאל אפשטופן. מען דארף אריין קאלן אדער גיין

אויפן געוועב מאכן א פאוספאנמענט. זוכנדיג אויפן געוועב זעה איך דער עולם גולם זאגט אז ביי א גרענד זשורי סאממאנס, אנדערש ווי ביי געווענליכע זשורי, וועסטו זיך צום סוף נישט קענען ארויסדרייען. נאך איינמאל אפשטופן באקומסטו א 'מאסט סערוו' און אויב איגנארירסט איז עס קרימינאל. איך פארשטיי אבער אז מען קען נישט באשטראפן ווען זיי האבן נישט איבערגעגעבן א סאממאנס אין די הענט אדער סערטיפייד מעיל. ממילא איגנארירן קען לכאורה נישט מאכן קיין למעשה'דיגע פראבלעמען אויבן אויף. למעשה האב איך באשלאסן אראפצוגיין. איך האב דאך אידעלאגיש ג'טענה'ט, און אפילו געשריבן אין קאווע שטיבל אז אונזער עולם זאל גיין אויף זשורי. זיי מיר נישט אזא גרויסער צולייגער, פלעגט מיין רבי זאגן.

למעשה האב איך שווער געגלייבט איך וועל טאקע ווערן אנגענומען אלץ זשורי זיי וועלן מיר זיכער באפרייען. פאר מיין פרוי זאג איך עס איז נאר אפאר שעה זיי וועלן מיר נישט איינשרייבן. וואס טוסטו אז יא, פרעגט זי? נו וועט זיין, זאג איך. וואס איז מיט דיין זשאב און אלעס? כ'וועל עס מוזן הענדלען זאג איך. ביזט משוגע? פרעגט זי מיט רעכט. א נס דער רבונו של עולם האט אריינגעלייגט אין די בריאה אז משוגע טוט נישט וויי.

עס איז דאנערשטאג צופרי איך שטיי אויף בהשכמה צו דאווענען, לייג מיין קליינעם אויפן באס, עס איז פערטל צו ניין. איך דארף זיין אין געריכט ניין דרייסיג. איך רוף אן אובער קאר פונעם עפפ און 9:30 בין איך פארנט פון געריכט.

אגב אז מען רעדט פון למעשה איז גוט צו מזכה זיין פאר ווער עס ווייסט נישט. אובער איז א געוואלדיגע זאך. איר דרוקט א קנעפל און איר זעהט לעבעדיג אייער קאר פינף גאסן ארויף און ווי ער איז דערנענטערט זיך. ווער ער איז דא באקומסטו א מעסעדזש אדער טעקסט/קאל דירעקט דעם דרייווער. כ'האב א פיקטשור און נאמען פונעם דרייווער מיט זיינע רעטינגס. מען דארף נישט באצאלן אלעס ווערט אויטאמאטיש דורך פעיפעל און מיסטריעזע זאכן מען דארף נישט קיין דאלאר אין טאש. זייט איך נוץ אובער איז ממש ווי א פערזענליכער דרייווער באגלייט מיר 24/7 אין אובער איז איינגעשריבן די געלע,

זייט 20

זייט 20
טעקסט

20א העיקר ... ... ... ... ... המעשה הו

גרינע, שווארצע קארס אזש ווי דו ביזט האסטו א קאר אין מינוטן. עטץ משוגעים האבן אייגענע קארס זוכט פארקינג און כאפט טיקעטס. כ'האב רחמנות אויף אייך.

עס איז א געווירבל פון הונדערטער מענטשן. עס איז דא א לאנגע רייע פאר סעקיוריטי אבער עס גייט שנעל און די שיך דארף מען נישט אויסטוהן. איך לייג אראפ מיינע חפצים און שפאציר דורך, עס קלינגט נישט, איך חאפ מיינע זאכן און לויף. א פאליציאנט אפיסער שפאצירט צו מיר וואונקט מיר צו קומען אין זייט. שוין עס פאנגט זיך אן. ער פרעגט מיר האסט אין דיין בערזל א קרעדיט קארד מעסערל זעה איך? יא זאג איך איך האב עס אבער דארף עס נישט דא גראדע. ער הייסט עס איהם אהין געבן ער פאקט עס איין גיבט מיר א רעסיט איך זאל עס נעמען אויפן וועג ארויס.

איך גיי ארויף אויפן צווייטן שטאק איז דער זשורי פארזאמלונג שטוב. עס איז שוין 9:35 צו מיין איבעראשונג איז א פולע זאל איך שאץ לערך 300 פערזאנען. איך זוך א ליידיג באנק זעץ מיר אראפ. עס איז שטיל קיינער רעדט נישט. איך קוק מיר ארום צו טרעפן א היימיש פנים איך זעה א איד מיט א קאפל עטליכע רייעס ארויפצו. א צווייטער מיט א בארד און טיי, ליטוויש צו עפעס אזוי. פארנט אין ערשטע רייע זיצט קענטליך א היימיש פרוי. דער איבריגער עולם באשטייט פון היפש מינאריטעטן ספאנישע און שווארצע. עפעס ווייסע, אויך פונעם אינגן היפסטער עלעמענט. מיין שכן אויפן באנק זעט יא אויס א בעסערער מיט א סוט. איך זאג איהם העלא שמועס אביסל וואס ער האלט אויף די שאנסן זיך ארויסזען פון דא. ער'ז אן אטוירני פון פאך אויס זאגט ער. איך פרעג צו אלץ לויער וועט עס זיין א לערנונג ערפארונג צו זיין א זשורי. ער זאגט לאו דוקא ער וואלט זייער נישט געהאט חשק דא צו פארבלייבן צוויי וואכן. איך פרעג פארוואס ער'ז בכלל געקומען און נישט איגנארירט דעם צעטל? ער פארשטייט נישט בכלל, אז מען הייסט קומען קומט מען.

איינער מר. פרענק נעמט דעם פאדיום באגריסט דעם עולם, זאגט איבערן וויכטיקייט פון דינען אלץ זשורי. ער רעכנט אויס א ליסטע פון מענטשן וואס וועלן זיך פטר'ן. מענטשן מיט א צעטל פון א דאקטער, האט

קליינע קינדער אין שטוב אדער ווער עס פארשטייט נישט וואס איך רעד דא דאס הייסט קען נישט קיין ענגליש. ער זאגט מען גייט אויסוועלן דריי זשוריס פון 23 יעדעס. צוויי וועלן דינען צוויי וואכן, דאס דריטע וועט דינען 60 טאג.

אן עולם שטעלן זיך אין רייע יעדער זאגט זיין זאך, איינער ווערט אהיים געשיקט און איינער נישט. דערנאך זאגט ער ווער עס קלערט איבער סיי וואספארא סיבה ער/זי וועט נישט קענען דינען זאל זיך אויפשטעלן און קומען אין שורה. איך שטעל מיר אין שורה. איך זאג אז היות ער האט געזאגט מען קען בלייבן שפעטער פון פינף נאכמיטאג אויך, און איך אלץ טאטע פון א שטוב מיט קינדער ווען איך קום אהיים פון ארבעט נעם איך איבער געווענטליך איך באד און לייג שלאפן די קינדער אהיים קומען שפעט וועט איבערשטרענגען מיין ווייב און דאס וועט מיר מאכן צרות. ער פרעגט וויפיל אזייגער גייסטו אהיים יעדן טאג פון ארבעט? איך זאג פינף פופצן. סיט דאון זאגט ער. מרת שפארבער פונעם ערשטן רייע גייט ארויף ער שיקט איר צוריק. זי גייט נאכאמאל אבער אן ערפאלג. די גאנצע צייט שפתותיה נעות זי איז אודאי מתפלל צו ניצל ווערן פון די צפרני רשעים זי זעט אויס זייער דערשראקן.

דער פארבליבענער עולם איז שוין היפש שיטער. עס הייבט מיר אן צו קיצלען, איך וועל נאך דא ווערן איינגעזאלצן אויף זעכציג טאג. מיין שכן דער לויער זאגט אז אסאך טעג ענדיגט מען צוועלף איינסע און עס איז דא ווייפיי אין קאורט מען קען טוהן ארבעט בין גברא לגברא וואס איז אסאך צייט זאגט ער. פאר צוויי וואכן קען איך אפשר טוהן די וויכטיקע זאכן פון מיין זשאב פון דרויסן אבער צוויי חדשים גיי איך פשוט צוגרינד גיין אינגאנצן.

נאך א קורצע הפסקה קומט מר. פרענק צוריק ער זאגט עס איז דא גוטע נייעס, די זעכציג טאגיגן זשורי וועט נישט ווערן געקליבן היינט. ער רופט אויס נעמען ווער עס הערט זיין נאמען זאל אויפהייבן די הענט און זאגן דא ) Here (. ער הייבט אן אויסרופן, והנה מיין נאמען איז דער דריטער אויפן ליסט, מיין שכן דער לויער באלד נאך מיר. איך זעה ער איז געווארן בלאס געווארפן פארבן אבער איז באלד מקבל דעם גזר דין באהבה. דער איד מיטן בארד ווערט אויך סעלעקטעד אבער אויפן צווייטן זשורי נישט

זייט 21

זייט 21
טעקסט

המעשה ה21 ו א העיקר ...

מיינס. דער איבעריגער עולם ווערט פארבעטן צו אריין אין צווייטן זאל אויב עס איז נישטא קיין ליידיגע זשוריס צו פארפילן ווערן זיי אלע אהייםגעשיקט. דער איד מיטן קאפל גייט ארויס און אויך מרת שפארבער מיט א קענטליך שמייכל. אירע תפלות זענען נתקבל געווארן לרחמים ולרצון.

מיין שכן זאגט מיר אויב ווילסטו נאך עפעס זאגן זיך ארויסדרייען איז יעצט די צייט. איך שטעל מיר אויף זאג מיין דרשה. זיי הערן און זאגן זעץ דיר אראפ. איך זאג פרייטאג מוז איך זיין פרי אהיים ער לאזט מיר נישט אויסרעדן, מיר ווייסן וועגן פרייטאג סיט דאון.

יעדער באקומעט א נומער פון איינס ביז 23 מיט זיין זשורי אות ווי עי בי אדער סי. די ערשטע דריי זענען די פורמאנען אדער פורפרויען וואס זאגן פאר די שבועות און פירן די זשורי פארהאנדלונגען. צוויי אין דריי זענען סעקרעטארן צו האלטן רעקארדס און אטענדענס. א ריכטערין קומט אריין, אל רייס שרייט איינער ) all rise (. זי זאגט א דרשה איבער די רולס פון זשורי וויאזוי ער ארבעט און ליינט פאר א שבועה צו איינשווערן ווען יעדער האלט די רעכטע האנט און ענטפערט מיר שווערן. עס איז בערך צוועלף אזייגער יעדער קען אהיים מען זאל זיין צוריק אויף מאנטאג ניין דרייסיג. נישט קיין חכמות ווארנט דער ווארדען אויב קען איינער נישט קומען זאל מען אריינרופן בעוד מועד.

וואס איז א גרענד זשורי?

פאר כ'גיי ווייטער לאמיר בקיצור מסביר זיין וואס איז דאס א גרענד זשורי. א גרענד זשורי אנדערש ווי קליינע זשורי ) petit jury (, וואס באשטייט נאר פון צוועלף מענטשן און זיצט אויף א טרייעל און הערט נאר איין קעיס, הערט ביידע זייטן דעם פראסעקיוטער און דעפענס, טוט א גרענד זשורי באשטייט פון דריי און צוואנציג און צו אנקלאגן א מענטש אנדערש וואו ביי א געווענליכן זשורי וואו עס דארף זיין איינשטימוק שולדיק צו נישט שולדיק, דארף א גרענד זשורי נאר א רוב, דאס הייסט צוועלף פון די דריי אין צוואנציג דארפן אננעמען א באשלוס אינאיינעם צו זיי אינדייטן אויף אלע טשארזשעס וואס די רעגירונג האט חשק צו אנקלאגן א פערזאן, צו זיי

ווילן נאר אנקלאגן אויף א טייל און דיסמיסן די איבעריגע אדער גאר דיסמיסן אלע טשארטשעס. אויך איז די בורדען אויף פרוף ) Burden of proof ( נידעריגער ווי א טרייעל זשורי. ביי א טרייעל זשורי דארף זיין גילטי ביאנד ריסאנעבל דאוט ) Beyond reasonable doubt (, איז ביי גרענד זשורי וואס טוט פאקטיש נישט זאגן צו דער אנגעקלאגטער איז פאקטיש שולדיג נאר זאגט עס איז דא גענוג איבערווייזן צו אנקלאגן א מענטש, דארף זיין צוויי זאכן: לעגאלע גענוג איבערווייזן און שכלדיג פלאץ צו גלייבן ) reasonable & Legally sufficient evidence cause to believe ( אז א פארברעכן איז באגאנגען געווארן דעמאלטס דארף די זשורי אנקלאגן טאמער די באווייזן קומען נישט נאך די סטאנדארט דארף די זשורי דיסמיסן.

וואס איז אינטערסאנט ביי גרענד זשורי איז איז דער דיסטריקט אטוירני, דער פראוקואר וואס שטעלט פאר די באווייזן פאר די זשורי טאר אויף בשום אויפן נישט זאגן א מילה אחת פון זיין אייגענעם פארשטאנד אדער מיינונג. ער מעג נאר פארשטעלן די עדות און באווייזן אבער נישט מוסף נופח זיין קיין קוצו של יוד. ער קען איבער זאגן עדות'שאפט אויב די זשורי פרעגט און וויל זיך דערמאנען, ווען ער מוז דערביי ווארענען, מיין זכרון קען נישט ווערן גערעכנט אלץ א חפצה אדער באווייז, עס איז נאר די זשורי'ס זכרון וואס דינט, איך קען ענק נאר אויפפרישן אייער זכרון. אויך מעג ער פארליינען לעגאלע טערמינען וואס ער האלט איז וויכטיג פאר די זשורי צו וויסן. דער פראסעקיוטער דינט אויך אלץ לעגאלער עדווייזער פאר די זשורי. למעשה וואלט זיך אויסגעזען אז די גאווערנמענט זאל נישט האבן אזא גרינג פעלד צו אנקלאגן ווען זיי מוזן יעדעס מאל נוצן די בירגער וואס זענען דאך אייביג אויפן אנדערן זייט ווי סיי. למעשה איז א זשורי מער ווייניגער א געצייג פונעם די עי און רובא דרובא ווערן אנגעקלאגט. ווי איך וועל שרייבן באלד נוצן זיי דעם סיסטעם כחומר ביד היוצר ברצותו אורג וברצותו מזגג. חאטש עס גייט נישט ממש אייביק ווי זיי ווילן. ביי מיין זשורי איז אויך נישט געווען אלעס וואו זיי האבן געוואלט.

א וויכטיק נקודה צו באטאנען, א גרענד זשורי איז בשוואירן צו סוד. מען טאר גארנישט פארציילן איבער וואס עס האט זיך אפגעשפילט אין די קעיסעס מען האט

זייט 22

זייט 22
טעקסט

22א העיקר ... ... ... ... ... המעשה הו

געהערט א גאנץ לעבן. עס איז א פארברעך וואס מען קען ווערן אנגעקלאגט אליין פאר א גרענד זשורי. ממילא וועל איך נזהר זיין נישט צו רעדן איבער עצם אנקלאגעס פון געריכט אז נישט קען איך מיר טרעפן אלץ א חפץ פאר א גרענד זשורי אליינס.

נחזור לענינינו.

עס איז מאנטאג אינדערפרי אובער האט מיר אפגעטראגן דאונטאון איך בין ארויף צום זעכצטנן שטאק עס איז א מיטל מעסיגער געריכט שטוב מיט א ריכטער פלאטפארמע און שטול. בענק פאר צוקוקער און זשורי בענקלעך אין די זייט. למעשה איז קיין ריכטער נישט אנוועזנד ביי גרענד זשורי פראצעדורן און נישט קיין צוקוקער. עס זענען דער עי די עי, סטענאגרעפאר, זשורי און עדות. קיינער מער קען זיך נישט געפונען אין שטוב.עס איז אבער אייביג דא א ריכטער גרייט על כל צרה שלא תבוא צו לעגאלע שאלות. דער הויפט עי די עי האט פארגעלערנט א גאנצן לעגאלע מגילה וואס דער געזעץ פארלאנגט. מען זעצט זיך לויט די נומערן פון איינס ביז דריי אין צוואנציג. איך קוק מיר ארום ומי ההולכים. עס זענען צוועלף ווייסע און עלף שווארצע. רוב זעען אויס פשוטע בירגער אויפן אויסזעען אבער דער אויסזען זאגט גארנישט. דער לויער וואס איך קען שוין איז דא און איינע האב איך מיר שפעטער דערוואוסט פון גוגל איז א גאנץ באוואוסטע שטארק ליבעראלע פראפעסארין מחברת פון צען ביכער. מיין שכן צו רעכטס איז א שווארץ ארים קינד. איך רעד אביסל מיט איהם ער איז זייער פארשטענליך און קלוג. זיינע אומשטענדן זענען ביטערע זיך געוואלגערט קיין היים קיין עסן, נא מה יעשה הבן שלא יחטא. מיין שכנה אויף לינקס איז א מיטליעריגע כינעזע וואס פאר צוויי וואכן שפילט זי קענדי קראש אויפן טאבלעט מיט א כינעזע עקשנות בעת וואס זי זאגט מיר כסדר ביי יעדן קעיס נאו אנדערסטענד. זי האט נישט פארשטאנען גארנישט וואס מען האט גערעדט. דא דערזע איך מיין בראך אז קיין ווייפיי ארבעט נישט אויף דעם שטאק להכעיס, זיי זאגן קענסט גיין ביי ריסעס און לאנטש צום צווייטן פלאר.

נאך א קורצן ווארטן קומט אריין די ערשטע אסיסטענט דיסטריקט אטוירני ) ADA ( ווי זיי רופן זיך. א

אינגע מיט א שמייכל לייגט פאר די ערשטע קעיס. געווענליך גייט עס אזוי. גוט מארגן/טאג מעמבערס פון די גרענד זשורי. מיין נאמען איז שעראל קליינבערג איך בין ען אסיסטענד דיסטריקט אטוירני דא אין קינגס קאונטי. אין גיי פארשטעלן א נייע קעיס גערופן די פיפל קעגן זשאן דאו. שפעטער האב איך בדעה פארצושטעלן טשארזשעס פון רויבעריי/אומלעגאלע וואפן וכדומה. איר וועט יעצט הערן פון פאליסמאן/דעטעקטיוו אדער סתם אן עדות. ווען דער עדות איז פארטיג ווערט ער ארויסגעשיקט אינדרויסן דער עי די עי פרעגט צו איינער פון די זשורי האט פראגעס צום עדות אדער וויל עפעס אויסקלארן. אויב יא פרעגט מען און דער ADA גייט ארויס ברענגט ארייין דעם עדות פרעגט די שאלה פארנט פון די זשורי און דער עדות ענטפערט.

פארשטייט זיך אז דער ADA ווען ער גייט ארויס האט א געלעגנהייט צו אנזאגן פארן עדות וואס די פראגע איז און איהם אונטערזאגן. פרעגן דירעקט עדות לאזן זיי נישט חאטש מיין אפטייטש פון געזעץ זאגט די זשורי קען פרעגן וואס זיי ווילן. זיי זענען זייער שטרענג די זשורי זאל נישט קומיוניקירן מיטן עדות. ס'איז מיר נישט קלאר געווארן וואס זייער רעכט דערצו איז לויטן געזעץ אבער אזוי גייט עס. למשל איין עדות שפעטער איז געווען א DNA עקספערט מסביר געווען די די ען עי פראצעדור אויף טעלערלעך די זשורי זאל פארשטיין. בתוך הדברים זאגט ער עס זענען דא 6.8 ביליאן מענטשן אויפן וועלט מיט דעם פראפייל דא זענען שאנסן אז עס זאל זיין א דאפלטע פראפיל איינס פון עטליכע טריליאן. איך בין געזיצן נישט ווייט געב איך מיר א רוף אן מסיח לפי תומו עס זענען נישטא דא 7.2 ביליאן מענטשן? דער עי די עי איז אויפגעשפרינגען העי איך טאר נישט רעדן צום עדות דירעקט.

ווען א זשורי פרעגט אדער זאגט עפעס וועט עס דער סטענאגרעפער אפטייפן און אפילו איבערפרעגן וואס מען האט געזאגט אויב האט זי/ער נישט גוט געהערט. ווי געזאגט ליגט איין זאך פארן די עיס אויגן אז דער דעפענס לויער זאל נישט טרעפן א טעכנישן טעות אינעם גרענד זשורי פייל און עס קענען ארויסווארפן ממילא זענען זיי זייער טעכניש אויסגעהאלטן מיט יעדן ווארט.

זייט 23

זייט 23
טעקסט

המעשה ה23 ו א העיקר ...

עס קומען און גייען איין ADA נאכן צווייטן פון אלע שיכטן און קרייזן, מיט אלע סארטן פארברעכנס. לאנטש איז פון איינס ביז צוויי יעדן טאג. נאך לאנטש איז געווען נאך קעיסעס ביז בערך דריי און דער טאג איז געווען ג'ענדיגט. צומארגנס מיטוואך איז געווען ווידער אגאנצן טאג נייע קעיסעס ביז פינף. היינט זענען געווען עטליכע אידן אויפן עדות בענקל כ'האב באמערקט ווען אידן קומען האט די פארפרוי פארגעזאגט אן אנדערן נוסח שבועה אנשטאט I Solemnly swear איז I solmenly affirm ביים סוף אויסלאזנדיג so help me god אנשטאט זאגט זיך under penelty of perjury. ס'איז אזוי אויף די אינסטראקשאנס ווען א רעליעזער איד קומט.

דאנערשטאג איז ווידער געווען קעיסעס אגאנצן טאג. דא איז איינס געווען דירעקט נוגע אידן. דער ADA איז נישט געווען סתם א רוקי ווי אסאך אויפן שטאק נאר א וועטעראן די עי וואס האט אונז אנגעזאגט אז ער ברענגט עפעס מער ווי סתם נאך א קעיס. קענטיג אז דער די עי טאמפסאן דירעקט האט דא אן אינטערעס. איך האב גראד געזען ער קוקט מיר אן אזוי מיט אינטערסאנטע אויגן. איך וועל נישט אריינגיין אין פרטים וואס איז קעגן קעזעץ. אבער ער האט זייער קלאר געמאכט דער עדות זאל ארויסזאגן ברחל בתך אז מען האנדלט פון אידן פרעגנדיג די עדות וואס די באשולדיגטע האבן געהאט אויפן קאפ א יארמולקע און וואסערן רעקל כדומה, די זשורי זאל וויסן ווי צו האנדלען. ווען ער האט ג'ענדיגט אויספרעגן דעם עדות שיקט ער איהם ארויס און פרעגט ווי אייביק צו איינער האט א שאלה צום עדות. איך הייב אויף די האנט און פרעג דריי שאלות. אויף איינס האט ער מיר ג'ענטפערט פון וואס ער האט געדענקט אז ס'איז משמע פונעם עדות. אויף איינס זאגט בין איך גערעכט אנעם פרעגן די עדות. אויפן דריטן רופט ער צוריק דעם עדות און פרעגט מיין שאלה. והנה דער עדות זעט אויס עס איז נישט געווען גוט אפגעשמועסט, שטימט צו צו מיין השערה וואס האט אריינגעווארפן לויט מיין מיינונג א פלאקן אינעם גאנצן אינדייטמענט. איך זעה דער הויכגעשעצטער מר ... מאכט א פאקס מיטן פנים ווי צו זאגן דאס האט מיר בכלל נישט אויסגעפעלט. שוין ענדליך פיל איך מען טוט עפעס אויף פאר אידישקייט דא. איך מאך מיין ציהל אז דער קעיס זאל באהאנדלט ווערן

מיט יושר. האפנטליך וועל איך קענען איבערצייגן מיינע קאלעגן זשורי צו האנדלען מיט אפענע קעפ נישט לאזן דעם די עי קלאגן פאר פאליטישע צילן צו ווייזן ער קען אנקלאגן אפילו חסידים מיט איבערגעטריבענע קלאגעס.

זיי האלטן שוין ביי פופצן קעיסעס און קיין איינס נאכנישט דעליבערעטעט. מיר וואונדערן זיך ווען גייט זיין צייט צו פארהאנדלען אויף דעם אלעם. וואס איז וויכטיג צו וויסן איז דער געזעץ לאזט נישט האלטן איינעם מער פון פינף טאג אן אן אנקלאגע דורך א גרענד זשורי. אז מען נעמט בעיל קען א אנדייטמענט קומען ביז זעקס חדשים אבער טאמער מען איז נישט פריי אויף בעיל איז דער די עי אונטער דרוק ביז פינף טעג. ממילא איז יש אומרים עס איז א קלוגע זאך נישט צו נעמען בעיל דאס שטעלט די גאווערנמענט אינטער דרוק צו האבן אן אנקלאגע ביז פינף טעג וואס איז נישט אייביק ביכולתם.

ענדליך דאנערשטיג נאכמיטאג ברענגט איין די עי דאס ערשטער טשארזש פאר די זשורי צו פארהאנדלען. ווען די זשורי פארהאנדלט איז יעדער אינדרויסן אפילו די סטענאגרעפער. עס גייט אזוי מען רעדט קודם אדער זעט מען צו איינער האט עפעס צו זאגן. מען נעמט א וואוט ווער עס איז פאר אינדייטמענט הייבט אויף די הענט. איז דא צוועלף קלאפט מען אריין צום פראסעקיוטער און מען זאגט דעם באשלוס. איז נישט צוועלף הייבן אויף די וואס זענען פאר דיסמיסל די הענט. איז דא צוועלף איז קעיס דיסמיסד. אז נישט צוועלף אלה ואלה דארף מען פארהאנדלען ביז מען האט צוועלף איינשטימוק. אלזא דא איז דער ערשטער פארהאנדלונג. מען הייבט אן רעדן. תיכף האט זיך אנגעצונדן אזא שווארץ פייערל וואס האבן זיך צוזאמגענומען אז די פאלציי האט נישט געהאנדלט יושרדיק מען זאל דיסמיסן. למעשה איז געווען קלאר לויט די עדות עס איז א שולדיק אורטייל און צוועלף האבן געשטימט גילטי וגם אני בתוכם. אזוי איז געווען נאך א שולדיג אורטייל און א דריטע איז אריין. דא האט זיך שוין דערשפירט א פרוסטראציע. זענען מיר דא סתם פאפעטן אין די הענט פון די פראסעקיוטער? די פראפעסארין ווי זי גיבט א לעקציע רופט אויס מיר מוזן צוריקפייטן. מיר זענען נישט סתם דאמיס, זאגט זי. וואס זענען מיר דא סתם די גאווערנמענט זאל רעדן צו אונז און מיר זאלן צושטימען? בקיצור זי האט א פוינט אבער וואס טוט מען

זייט 24

זייט 24
טעקסט

24א העיקר ... ... ... ... ... המעשה הו

אז די באווייזן זאגן שולדיג און קיין אנדערע זייט גיבט מען אונז נישט. בקיצור נאך א שקלא וטריא זאגט דער לויער זשוראר, הערט צו, מיר אלע ווילן אהיים גיין פון דא מיט א דיסמיסד קעיס אבער דער דאזיגער קעיס יעצט איז נישט דאס איינע. ער זאגט דאך גוט און מען שטימט ווייטער שולדיג.

עס איז שוין שפעט און זיי זאגן אז א אנגעקלאגטער גייט יעצט קומען עדות זאגן פאר אייגענע פארטיידיגונג. עס איז וויכטיג צו פארשטיין דעם חלק חאטש די רעגירונג האט מער חשק צו האלטן דעם עולם אומוויסנד. דער געזעץ ערלויבט פאר אן אנגעקלאגטן צו קומען פאר א גרענד זשורי און זאגן א סטעיטמענט. מען מעג מיטברענגען א לויער אבער דער לויער קען נישט רעדן ער קען נאר אבזערווירן און קומיוניקירן פריוואט מיטן אנגעקלאגטן אין די זייט. למעשה ווי איך פארשטיי, גייט נישט די די עי'ס אפיס דיר אנקאלן אדער בכלל מודיע זיין אז א גרענד זשורי באקומט דיין קעיס און האסט א רעכט צו קומען, דו דארפסט אליין זיי מעלדן אז ווילסט אראפקומען צום גרענד זשורי ווען זי זיצט, און דעמאלטס האבן זיי נישט קיין ברירה אזוי פארשטיי איך.

ווען איינער קומט אראפ צום אייגענעם דעפענס, דארף מען אינטערשרייבן א וועיווער אף אימיוניטי ) Waiver of immnunity (. דאס הייסט אזוי, דער געזעץ זאגט איינער וואס זאגט עדות אויף א געריכט שטול איז אימיונט צו ווערן אנגעקלאגט מכוח זיין אייגענעם עדותשאפט. מען קען נישט נוצן זיינע רייד קעגן איהם אליין. דאס איז צו אינטערשטיצן מענטשן וואס זאגן עדות פאר די רעגירונג אז זיי זאלן נישט מורא האבן מען קען זיי אנקלאגן אויב זאגט ער זאכן וואס קען איהם זעלבסט פארשולדיגן. אלזא דא ווען אן עדות קומט אראפ פאר זיך אלייינס וויל די רעגירונג בפירוש יא קענען נוצן דיינע ווערטער קעגן דיר, ממילא צווינגען זיי צו אינטערשריייבן א וועיווער אף אימיוניטי דו גיבסט אויף די אימיוניטי וואס דאס געזעץ האט דיר בעצם צוגעטיילט אלץ עדות.

בקיצור מען האט אריינגעברענגט דעם אנגעקלאגטן געקומען מיט פאליציי פון תפיסה. האט אויסגעזען א מיטגעמאכט קינד וואס איז נישט געשלאפן קיין נעכט. בקיצור ער האט אונז אראפגעלייגט זיין זייט פונעם

געשיכטע זייער קלאר געמאכט אז די רעגירונג זאגט ליגנט. זיינע פאקטן האבן געשטימט מיט די מציאות וואס מיר האבן געהערט פריער אבער מיר האבן דאך נאר געהערט איין זייט פונעם מעשה. בקיצור דער די עי פרובירט איהם צו צומישן ער איז זייער פעסט. ער האט געקענט דעם סיסטעם און געוואוסט וואס ער האט צוטוהן. דא נעמט זיך דער פראסעקיוטער אויפמישן אלטע חטאים איינס נאכן צווייטן וואס האט קיין שייכות געהאט צום איצטיגן קעיס. האסטו דאס געטוהן? יענץ געטוהן? סתם צו ווארפן זאמד אין אויגן. פארשטייט זיך פאר אונז זאגט דער פראסעקיוטער די אלע זאכן נישט בשייכות צום איצטיגן קעיס קען נישט קומען אין חשבון צו ער איז שולדיג בנוגע דעם יעצטיגן קעיס. איי פארוואס זאג איך עס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט עס וויסן.

נאכן פארלאזן דעם שטוב האט אונזער זשורי דיסמיסד דעם קעיס.

יעצט הערט צו א שטוינענדע פאקט: מיר האבן געהאט פיר מאל וואס דער אנגעקלאגטער איז געקומען רעדן פאר אונז פאר אייגענע פארטיידיגונג און ביי אלע פיר האבן מיר דיסמיסד די טשארזשעס. וואס מיינע צוויי וואכן דארט האבן מיר געלערנט איז די גאווערנמענט ווען זיי באשלוסן איינעם צו אנקלאגן האט קנאפ פראבלעם מיטן מציאות וואס איז פאקטיש פארגעקומען. זיי וועלן אהערשטעלן עדות מיט מעשיות אן קיין פראבלעם. דער ada האט איין אויפגאבע, צו באקומען א שולדיג אורטייל. פונקט ווי א דעפענס לויער וויל א נישט שולדיג נישט קיין חילוק וואס די מציאות איז אזוי זענען זיי אויפן אנדערן זייט באנק. ווען א עדות קומט און לייקענט אפ זייער ווערסיע מיט א זאכליכן טענות און עס שטימט קען עס די זשורי אננעמען.

עס איז מיר א חידוש אז עס זענען נישט געקומען מער באשולדיגטע עס זענען געווען אנקלאגעס מיט גאנץ קנאפע באווייזן אבער די זשורי האט נישט געהאט עכט פארוואס צו דיסמיס מען הערט דאך נאר איין צד. וואלט ווען געקומען דער בעל דבר און געזאגט א צווייטן זייט וואלט עס זיכער געווען לטובתם.

זייט 25

זייט 25
טעקסט

המעשה ה25 ו א העיקר ...

איך וואלט ג'עצה'ט אויב ווערסטו ארעסטירט און האלטס עס איז שלא ביושר, פארלאנג צו גיין פארן גרענד זשורי עס קען געלונגען צו צוווארפן א אנקלאגע נאך פאר עס הייבט זיך אפילו אן און פארשפארן די קאפ וויי פון גיין צו טרייעל. פארשטייט זיך רעד מיט א לויער און ארבעט אויס די דעטאלן.

עס איז שוין 7:30 PM און ענדליך איז דער טאג אריבער. זיי האבן נישט קיין פראבלעם צו האלטן זשוריס ביז ווילאנג זיי ווילן. געדענקט מען באקומט נאר 40 $ א טאג און דיי ארבעסטגעבער מוז נישט באצאלן נאר פאר דריי טעג. וואס זאל איך אייך זאגן? דער סיסטעם זייגט אויף כוח.

פרייטאג איז עודך נייע קעיסעס אגאנצן טאג. דא האבן זיי געוויזן ווידיאו פוטעזדש אלץ באווייזן אויך. אויך איז א היימישער געווען אויפן סטענד זיין ענגליש איז געווען בעסער ווי אסאך אנדער עדות און אפילו ווי טייל s'ADA עס איז דא א באדייטנדע פראצענט כינעזער טייל וואס זייער ענגליש איז מתובל מיט כינעזער או יו יונג אקצענט ווי נעכטן אנגעקומען אין לאנד מיט א שיף.

עס איז פרייטאג נאכמיטאג איך פרעג ווען איך קען אהיים פאר שבת מען האט דאך געזאגט פרייטאג איז קיין פראבלעם. דער ווארדען קוקט אויף א זמן צעטל און זאגט מיר צוויי שעה פארן זמן געבן מיר. מער ווי גענוג צו אנקומען אהיים מאכן שבת. עס העלפט קיין פודינו ומצילנו פינף אזייגער בין איך ארויס. מאנטאג זאגן מיר די קאלעגן מען איז געבליבן ביז 8:30 פרייטאג נאכט. נישט גענוג מענטשן געבן אוועק זייערע טעג צו סערוון, וועלן זיי עס אביוזן עד הסוף.

דעם צווייטן וואך כמעשהו בראשונה מעשהו בשניה, וועל איך שוין נישט מאריך זיין. די וואך האב איך באגעגנט אין די קארידארן נאך צוויי אינגעלייט, א באבאווער און א חבדניק וואס זענען ארויף אויף גרענד זשוריס די וואך. דאס איז אויזער דעם מלמד פון מידוואד שוין געווען אויף אויף דעם אנדערן זשורי פון לעצטן וואך. עס זיצן זעקס גרענד זשוריס אלעס אויפאמאל. עס איז דא אסאך פארברעכער צו פראצעסירן זעט אויס. דער חבד'ניק האט געברענגט תפילין און האט אודאי געטראפן

א איד אין זיין זשורי צו לייגן תפילין. עס באוואונדערט מיר אפט ווי די חבד אינגלייט טוען זייער הפצה מיט אזא איבערגעגעבנקייט אן קיין בושה.

איין אנעקדאט מענין לענין, מיין שווארצער שכן האט געפעלט מיטוואך. דאנערשטיק פארציילט ער כמסיח לפי תמו אז נעכטן איז ער געווען אויפן וועג צום געריכט מיט זיין בייק. עס איז געווען טרעפיק איז ער ארויף אויפן סיידוואק. א פאליציאנט האט איהם אפגעשטעלט געבעטן איידי פאר א סאממאנס והנה ער לייגט איהם ארויף קייטלעך און ברענגט איהם דאונטאון נישט צו זשורי דוטי נאר צו בוקקינג. ער זאגט מיר דער ווארענט איז שוין געווען דיסמיסד א יאר פריער ווייסט ער נישט פארוואס דער פאליציאנט האט איהם גענומען. ער איז געזיצן אגאנצן טאג ביז צוועלף אינמיטן נאכט האט ער געזען א זשאזש וואס קוקט אין פייל אין זאגט איהם גיי אהיים. אויף מיין פראגע פארוואס האסטו קיינעם נישט געקאלט זאגט ער ער האט נישט קיין סעל פאן און סייווי האט ער נישט געהאט וועם צו קאלן. איך פרעג האסט געהאט עסן זאגט ער ניין. א ביה"כ איז געווען? יא אינמיטן שטוב איך האב מיר איינגעהאלטן 15 שעה. אויף מיין פארוואונדערונג וויאזוי אזאנס פאסירט איז איהם ביי איהם נישט מער ווי נארמאל. דער פאליציאנט האט געדארפט אנפילן זיין חודשליכן ארעסט קוואטא זאגט ער. קומענדע מאל ווען איך הער איבער אומרעכט מצד די פאליציי צו מינאריטען וועל איך עס גלייבן.

נאכן הערן אגאנצן וואך קעיסעס האבן זיי אנגעהויבן סוף וואך איבערגעבן זשארזשעס אייינס נאכן צווייטן. וואס איז א קלארן סטראטעגיע פון זיי איז צו לאזן דעם גאנצן הויפן קעיסעס צום סוף ווען די זשוררארס זענען שוין גוט אנגעזעצעט פון זיצן צוויי וואכן ביז שפעט. דאס שנעלסטע איז הייבן די הענט און זאגן שולדיק פשוט ווייל צווועלף זאגן אומשולדיק ווען מען הערט נאר איין זייט איז שווער און מען דארף זיך טענה'ן און דאס נעמט צייט וואס מיינט צו ענדיגן דעם גאנצן שטויס מיט קעיסעס וועלן מיר דא זיצן ביז חצות הלילה די לעצטע צוויי טעג ווייל זיי וועלן אונז נישט ארויסלאזן פאר אלעס איז פערטיג, איז מען אינטער א פסיכילאגישן דרוק צו זאגן שולדיג און נעקסט קעיס. געווען אפילו איין חכם ביי אונז וואס ביי איין פאל האט זיך נישט געקענט

זייט 26

זייט 26
טעקסט

26א העיקר ... ... ... ... ... המעשה הו

צוזאמענקלויבן צוועלף אויף קיין איין זייט מען האט דן געווען און עס האט זיך געשלעפט, האט ער אויפגעהויבן די הענט ביי ביידע זייטן שולדיג און נישט שולדיג, סיי ווי ער וועט איבערוועגן אבי מען זאל שוין גיין ווייטער. ער'ט גערעכטערהייט ג'טענה'ט עס איז נישט קעגן רעגולאציעס צו שטימען אויף ביידע זייטן.

למעשה האב איך ארויסגעקוקט אויף דעם פאל וואס האט מיר פאראינטערסירט עס איז שוין פרייטאג פרי. כ'האב אינמיטן וואך פרובירט מאכן א שמועס מיט עטליכע איבער וואס איך קלער איבער דעם אידישן פאל, כאטש זיי זאגן מען זאל נישט איבערשמועסן קיין קעיס ביז מען ווערט זשארזשד צו דעליבערעטן. דער יאפי האט אנגענומען מיין טענה בעת דער לויער זשוראר האט אויך מודה געווען איך האב א שטארקע נקודה.

ארויסגייענדיג צום ביה"כ האב איך מיר באגעגנט פנים אל פנים מיט דעם פראסעקיוטער פארהאנדלענדיג מיט איינעם מיט א קליין קאפל זייער היציג. פון ביה"כ האב איך אפילו געקענט הערן וואס גייט פאר. בקיצור עס נעמט נישט לאנג ער קומט ארייו און זאגט אונז ער נעמט צוריק דעם ספעציפישן פאל, Withdrwan Case. עטליכע מינאריטעטן האבן זיך אינטערגעמורמלט א שאד ווייל זיי ווארטן שוין קוים אויף דעים קעיס. דאס איז געווען דאס איינציגע פאל פון אפשר 30 וואס דער פראסעקיוטער האט צוריקגעצויגן.

וואס איז כמעט זיכער און איך קען נישט מאריך זיין, אז מיין אנוועזנהייט האט געהאט א שייכות מיטן צוזאמענפאל פון דעם ספעציפישן פאל. אויב וואלט ער עס למעשה געגעבן פאר מיין זשורי צו פארהאנדלען בין איך סקעפטיש איך וואלט געקענט איבערצייגן צוועלף צו דיסמיסן בעיקר ווי כ'האב איינגעזען אז די מינאריטעטן האבן זייער געוואלט אנקלאגן א איד, אבער עס איז גאנץ מעגליך אז יא מיט די אפען מיינדעד וואס וואלטן מער אפן געווען צו יושר.

למעשה

אונזער אנוועזנהייט אין געריכט איז א וויכטיגע זאך. ווען מען גייט ארויף מיטן עלעוועיטער למשל גייען אלע אינאיינעם, פראסעקיוטערס לויערס, עדות, יעדער דרייט

זיך אויפן שטאק זעט יעדן. ווען מיר זענען כסדר דארט קומען אין צייט פירן זיך אנשטענדיג וועט עס אונז ארויסהעלפן. שטעלט אייך פאר עס זענען דא ווענדינג מאשינען פאר די זשוריס וואס זיצן מן הבוקר ועד הערב אבער קיין שום כשר'ס ניטאמאל אן OU. א איד דארף אויסגיין פון הונגער אויב האט ער קיין עסן? מיר דארפן זיין א חלק פונעם סיסטעם זיין ארגאניזירט. זאלן זיי צושטעלן כשר'ס. ווען מיר קומען אינגרויסן וועט זיך אלעס טוישן.

אויב באקומסט א זשורי סאמאנס גיי אראפ און טוה דיין פליכט אלץ בירגער. אויב איז עס גרענד זשורי און קענסט אוועקגעבן צוויי וואכן טוה עס. אפילו סתם זשורי גיי חאטש וועסט מסתמא אהיים געשיקט ווערן. זאלן זיך אידן דרייען אין די קארידארן אין זשורי זאלן. פרוביר דיינס עס איז טאקע זייער מסתבר אז פאר א צווייטן איד וועט מען דיר נישט נעמען און אויב וועט מען יא אויפנעמען אלץ זשוראר אויף טרייעל גאו פאר איט. דאס לעבן איז איבער ערפארונגען, לאז עפעס דיפערענט עס איז געזונט.

אויף די פראגע וויאזוי צו האנדלען אויב מען איז א זשוראר ביי א צווייטן איד, בין איך נישט קיין מורה הוראה און למעשה וועט עס לכאורה זיין א מלתא דלא שכיחא אז זיי זאלן לאזן א איד ביי א צווייטן איד. אבער מען קען אויסארבעטן א מהלך קלער איך. קען מען מהפך זיין בזכות דעם באשולדיגטן עס איז א שוואכער קעיס נו איז דאך אפגערעדט עס מוז זיין גילטי ביאנד ריעסאנעבל דאוט. דער געזעץ לאזט דיר נישט אנקלאגן. טאמער נישט איז נישט פשוט. דער תניא פסקנ'ט דאך א מצער ומזיק את הרבים מצוה למוסרו. אבער מען קען זיך האלטן צום קלענסטן טשארזש וואס קען למעשה זיין דעם יושר'דיגן משפט בעת ביחד מיט פדיון שבוים. קיינער וועט נישט האבן טענות אויף איינעם וואס האט ערלעדיגט פינף יאר אנשטאט צוואנציג. כולא עלמא מודי אז דאס איינשפארן מענשטן פאר 27 יאר צו 103 יאר פאר געלט מיסברויכן צו א פארנעפלט עבירה איז פארקרומט יוסטיץ. דוכט זיך אז ווען ביי די באקאנטע פאלן באקומען די באשולדיגטע פינף יאר וואלט זיך יעדער אפגעווישט די נאז און געגאנגען ווייטער. צו אריינגיין אין זשורי און נישט צולאזן די משוגע'נע טשארזשעס וואס זענען געצילט צו שיקן א מעסעדזש וועט שיקן דעם

זייט 27

זייט 27
טעקסט

המעשה ה27 ו א העיקר ...

ריכטיגן מעסעדזש צוריק, באהאנדלט אונז מיט יושר זאגן זיין זיייט מיינט א זיכערער אינדייטמענט און שפילט נישט קיין פאליטיק מיט די אדער יענע געמיינדע.

איינמאל מען איז אינדייטעד איז א שווער פעקל זיך ארויסזען פונעם סיסטעם מיט גאנצע ביינער. פארשטייט די אנדערע זאך וואס איך מיין, אויב מען פיקט דיר זיך רעדט מיט אן אדוואקאט און זאל קיינער נישט וויסן אויף זאלסטו וויסן אז האסט א רעכט צו זאגן דיין זייט מער פון צער אמן.

פונעם געשיכטע פאר די גרענד זשורי. איך בין נישט קיין לויער אבער פון מיין עקפיריענס אלע וואס זענען )הנלע"ד להלכה ולא למעשה.( געקומען זענען זייערע קעיסעס דיסמיסד. לאזן דעם די עי ________________________________

למעשה 7 #

כולל - סם המות

דורך: שטילע אינגערמאן

אקדמות מילין, עטץ קענטץ אלע אונזער שטילע, יעצט הייב זיך אן די גוט מארגן פאר אלע שכונים, כ'בין ווייט פון א אויפגעקלערטע, בכלל נישט דער ניק מ'טוט אדורך די נעכטיגע סאפער, וואס מ'האט געשמיסט וואס איז געווען פארנומען שעלטן די סיסטעם, נאר מיט די ווייב, וועלעכע סעלפאון פלען איז גוט, פארוואעם פארקערט.

מ'גייט וואלן, וויפיהל דרשה געשאנק מ'האט געמאכט בלא בלא בלא. 11:30 מישט מען אויף צו הלכות כ'האב געשריבען אסאך תגובות ווי כ'ברענג זיך מליחה, מ'לייגט אראפ די נייע היט אויפן שו"ע אין דייקא יא ארויס אלץ איינער וואס איז א שטארקע שפאצירט ארויס מיטן סעלפאון אין די האנט פאר א רעכטע, כ'האב שוין אפי' געפענט א אמאל ווען מ'האט "וויכטיגע קאלל" צו קול מבשר אין צו הערען וויפיהל שטארק געהאסט אויפן סיסטעם אין כ'האב זיך געלט מ'האט נאך אויפן פודסטעמפס קארטעל, 12 דעמאלטס קלאר ארויס געשטעלט אלץ א פארצאטישע אזייגער קומט מען צירוק אריין אין ביהמ"ד כאפט א פרימער ניק, עכ"פ נישט פון די ניקס וואס האקן אויפן שלאף אויפן באקוועמע גרויסע שו"ע וואס די שווער האט סיס טעם וגו'.

געקויפט ביז 12:30, מ'כאפט זיך אויף מיט א טשערי לייט אויפן שטערן, מ'קוקט אויפן זייגער כאילו מ'איז איין שטאפעל פונעם סיסטעם וואס איך מוז מודה פארשלאפען, שוין מ'לערנט צען מינוט אין מ'גייט שוין אט זיין בלוטיגט מיך פון פריש לכה"פ איין מאל א חודש. אין אט אהיים פאר די נאכמיטאג ברעיק, אין נאכמיטאג ס'לייכט צו פארעכטען.

שפילט זיך בערך איבער די זעלבע שפיל. אין אזוי שטיפט מען אדורך דריי פיהר יאר.

יעדער ווייסט גוט וואס קומט פאהר אין די כוללים, אפי' כ'בין נישט אפי' אריבער יענער שוועל ב"ה, אבער טאמ ער האט איינער שוין יא געלערנט האט מער מור נאך אלץ ווייס איך גוט פון חברים משפחה וואס גייט לעסס געדרייט מיטן גראבן פינגער וואס די דין איז דארט פאהר.

טאמער א זעכציגסטעל מילך גיסט זיך איבער א מאכל בן דרוסאי אין מ'האט עס געקאכט אין א אויבן פון א בן יומי די געווענדליכע אינגערמאן שפאצירט אריין בערך וגו' 10:30, ביז ער טוט זיך איבער צו כאלאטעל, טרעפט זיין גרויסע שו"ע, ליינט די נייע הודעות אויפן וואנט, מאכט כ'האב א נאנטע ידיד וואס האט זיך פארהערט זיך א קאווע אין זעצט זיך אוועק אין שוין קנאפע 11.

מליחה, בשר בחלב, תערובות, שבת, איך פלעג עיהם רופן כסדר מיט מיין שאלות, ער האט קיינמאל נישט

זייט 28

זייט 28
טעקסט

28א העיקר ... ... ... ... ... המעשה הו

געקענט ענטפערן צום זאך, ער ווייסט נאר די דין טאמער ס'ווערט בטל בשישים אין טאמער א חתיכה איז אינו ראוי להתכבד אבער א הונט האט עס געגעסן אין ער האט געקויפט די פלייש פון א שטאט וואס רוב געשעפן פארקויפן טריפה פלייש בלא בלא בלא, אויף דעים געבט ער אויף זיין לעבן, קומט ער ארויס למעשה מיט עפעס פארן לעבן? טאמער מאכט זיך א שאלה ביי עיהם אין די היים ווייסט ער פונקט ווי מיך, אין הייסט זיין ווייב רופן די רב,

איז נארמאל א אינגערמאן זאל מקריב זיין דריי יאר פון זיין לעבן אין ארויס קומען מיט 2000 קאווע'ס אין בויך אין געהערט יעדער אינטערוויו אויף קול מבשר?

אבער דאס אלץ גייט מיך גאנץ וויניג אן, אז יענער וויל שטופן אפאר יאר, נאו פראבלעים

די פראבלעים הייבט זיך אבער אן די נעקסטע שטאפעל,

ווען איז דער אינגערמאן מחליט אז ער גייט ארויס פון כולל? ער קוקט זיך ארום זעהט ער ענדיגט נישט די חודש, איין קונד אין תלמוד תורה די אנדערע אין פלעיגראפ, אין די דריטע אין די בויך, דעמאלטס כאפט זיך דער אינגערמאך אז ס'נישט קיין עסק אין די ווייב מוטשעט שוין לאנג אז זי וויל אויפהערען טיטשען.

דער אינגערמאן וואס קען טויגן אויפן זיין א גרעפיק דיזיינער, אדער א עקאונטענט, דארף שוין דער חודש מאכן גרויס געלט, נו ווי האט ער יעצט צייט צו זיך לערנען גרעפיקס? פארן זיך לערנען גרעפיקס גייט ער נישט מאכן קיין געלט היינט. ממילא גייט ער זיכן א ז'אב ווי ער קען שוין יעצט מאכן אפאר דאללער, אין דא גייט אלץ בארג אראפ, ער קומט ארויס צו די גרויסע וועלט מיט א גרויסע זירא, ער קען גארנישט, ער איז א געלונגענער, אבער אין אזא מצב ווערט א עבד כנעני פאר א נגיד אין העלפט די נגיד בוין זיין אייגענע ביזנעס פאר דריי טויזענט דאללער א חודש אנשטאט צו קענען האבן די אייגענע ביזנעס אין בוין א נארמאל לעבן.

רבותי, די כוללים זענען סם המוות, גארנישט מער אדער ווייניגער, די %5 וואס לערנט שוין יא, ווייסט גוט טאמער יאוש איז קונה אדער נישט, אין דעטס איט,

איז נארמאל אז יעדער פרישע אינגערמאן זאל אנהייבן מיט די לינקע פיס ווייל אפאר פראצענט כולל קען די דין טאמער ס'געווען צוויי קדרות אין איינס איז אפשר געפאלן מילך קען אונזער חכם די מחלוקת שך אין ט"ז.

ס'איז רידיקולעס, א בלינדע קען דאס זעהן, די כוללים זענען א לעבן פארברענגע, וואס מ'צאלט א גראבע פרייז פארן גאנ לעבן.

)זיכער איז דא א פראצענט אינגערלייט וואס תורה איז זייער עבודה, דערהויבענע אינגערלייט, אבער פארדעים דארף נישט יעדער ליידן, זאלן זיי זיך אריין זעצ אין אמונת ישראל הארעווען, איי וואס וועט זיין מיט די פינף מאות א חודש? דארף מען שטעלן איינער גיין נאך געלט, אבער נעמען גאנץ כלל ישראל אריין שטופן אין א ציממער אין זאגן דא זיץ אפ 5 יאר, אין דערנאך הייב אן דיין לעבן מיט די לינקע פיס מיט 20 אלפים חובות איז טיפשות,

צירוק צו ראובן'ס געבעט, וואס איז מיין עצה דא למעשה,

די סיבה פארוואס רוב אינגערלייט בלייבן אין כולל איז וועגען טאטע-שווער-ווייב וגו',

אינגערמאן טייערע, גיי ארום פרעג אפ ביי די וואס זענען שוין ארויס פון כולל, זיי וועלן אלע זאגן בפה מלא "שאד אונז זענען נישט ארויס צוויי יאר פריער", די שווער-טאטע גייט דיך נישט אויסהאלטן א גאנץ לעבן, זיי גיין נישט דעקן דיין מארגיד'ז פאר די נעקסטע צוואנציג יאר, ס'האט נישט קיין שום זון אין די וועלט זאלסט עיהם פרעגן,

אז דיין ווייב האט א פראבלעים דערמיט, זיי מסביר בסבר פנים, די בושה פון די חברט'ס גייט אדורך, די בושה וואס די חברת'ה גיין האבן אפאר יאר ארום פון קלאפן אויף דיין טיר נאך געלט איז אסאך גרעסער.

זייט 29

זייט 29
טעקסט

המעשה ה29 ו א העיקר ...

נישט אז יעדער וואס זיצט אין כולל גייט זיין א דור, שטעלסט אהער א דור פון ארימע ארבייטער, דער גאנצע לעבן א ארימאן, אין טאעמר גייסטו ארויס געלט קען גיין פאר וויכטיגע צוועקן, העלפן מענטשן ארבייטן גייסטו זיין א פארזיכערטע גביר, אבער מ'דארף חתונה מאכן.

טוען השתדלות, יעצט איז די צייט זיך צו לערנען א פאך, רבותי, פארפאטשקענען דריי יאר פון די וויכטיגסטע יעצט איז די צייט צו עפענען א ביזנעס, אין דריי יאר ארום פונקט אין לעבן איז משוגע, א טאג נאכן שבע ברכות ביסטו אווער, זיי נישט קיין צועק לשעבר.

נעמטס אן א ארבייט, נעם א דיגרי, זעה וואס די האסט אין יעצט צו די נגידים פון שטיבעל, טאמער געבסטו ליב ,לערן דיך עפעס. געלט פאר א כולל ביסטו א טיפ ש, ברענגסט א ארימע ________________________________

למעשה 8 #

דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן

זייט 30

זייט 30
טעקסט

דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן

זייט 31

זייט 31
טעקסט

דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן

זייט 32

זייט 32
טעקסט

דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן

זייט 33

זייט 33
טעקסט

דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן

זייט 34

זייט 34
טעקסט

34א העיקר ... ... ... ... ... המעשה הו

דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן

למעשה 10 #

קנין חכמה

דורך: פארוואס?

מיר האבן שוין געזעהן פון מצטמק ויפה פארוואס א נארמאלער אינטעלעגענט און געזונטער מענטש, עס איז אזוי וויכטיג צו גיין שטודירן מצד די קללה פון וויל נישט לעבן א לעבן פון איגנאראנס, ער וויל נישט בזעת אפך תאכל לחם. אבער איך וויל ארויסברענגען פיהלן אז די וויכטיגע אינפארמאציע וואס ער האט די אביסל אן אנדער אספעקט, וואס איז דער ציהל מיטן גיין רעכט צו האבן צוטריט זיי, ווערן צוגענומען פון איהם שטודירן.

צוליב סיבות שונות ומשונות.

אלזא, איך מיין אז עס איז דא אסאך וואס זיי זעהן דאס וואס אונזערע מלמדים און מחנכים האבן אונז דערין נאך א דערגרייכונג, אויסער די געלט וואס מ'קען פראבירט איינרעדן אז אלע חכמות קען מען טרעפן אין די מאכן, )און דעריבער וועלן זיי לאו דוקא אויסקלויבן זיך צו הייליגע תורה, האט שוין נישט קיין תוקף. אונזער אמונה ספעציעליזירן אין די פעלד ווי זיי קענען מאכן די מערסטע פשוטה אז חכמה בגויים תאמן, איז שטערקער פון אלע געלט(, זיי ווילן טוהן אין לעבן עפעס וואס וועט זיי געבן מהפכים פון זמיר כהן.

די ריכטיגע סיפוק, זיי ווילן זיין פארנומען איבערן טאג די מינוט וואס מיר גייען דערצו מיט דעם צוגאנג, מיט זאכן וואס זיי פיהלן אז זיי טוהן עפעס אויף, מיט זוכן מיר נישט צו שטעלן קרעדיטס פון חפץ חיים און עפעס וואס געבט זיי די געפיהל אז זיי נוצן אויס זייערע משנה ברורה, אונזער מטרה איז נישט נאר צו באקומען א כשרונות נענטער צום מאקסימום.

טרוקענע צעטל וואס דערציילט אז מיר האבן אן אינטרעסאנטע זאך, וואס מ'שטויסט זיך זייער אדורכגעשטיפט די פארשריפטן .מיר ווילן זיין אסאך מאל אין אונזער קאמיוניטי איז דאס וואס איז עדזשיוקעיטעד לשמה.

באקאנט אלס אפעקט דאנינג-קרוגער אז צומאל קענען ---מיר זעהן ווי די וועלכע האבן קיינמאל נישט שטודירט, לעבן אין א דמיון אז זיי פארשטייען בעסער פון אנדערע ובכן, זוכן מיר צו טוהן כל אשר בידינו צו קענען אין דעם דאזיגן תחום. זיי לאכן-אפ און זענען מזלזל אין טאקע גיין אין קאלעדזש. אבער שוין, דאס איז מסור לכל די ווערק פון חכמים צוליב זייער חוסר ידיעה אין די אחד ואחד לפי דרגתו ולפי מצבו. אבער וואס קענען מיר עניינים, פאר דעם אליינס ברויך מען שטודירן, וכמאמר טוהן דא אין שטיבל דאס צו גרינגער מאכן?

החכם "תכלית הידיעה שנדע שלא נדע".

זייט 35

זייט 35
טעקסט

המעשה ה35 ו א העיקר ...

אלזא, ווי אויסגעשמועסט אין אנדערע אשכולות דא אין שטיבל, איז די בעסטע אפציע צו גיין אין א געהעריגע קאלעדזש, מיט פיזישע קלאסן, און טוהן צו דער זאך.

אמנם דא עקא, נישט יעדער קען עס באווייזן. איז איינמאל זיכער אז ליפטר בלא כלום אי אפשר. פארוואס זאלן מיר נישט לפחות פראבירן צו שטודירן אונליין.

אלס א נאה דורש ונאה מקיים, און אלס איינער וואס קען נישט מסיבות שונות ומשונות גיין שטודירן לעת עתה, וויל איך מציע זיין א געדאנק "למעשה", וואס אויב וועט ער ארויסגיין מן הכח אל הפועל, וועט עס זיין א גרויסע תשועה למחפשי חכמה.

די רויע געדאנק איז צו מאכן א גרופע דא אין שטיבל, וואס וועלן צוזאמען שטודירן א געוויסע תחום, אין וועלכע זיי וועלן האבן אינטערעסע. איך האף אז דער עולם וועט ארויסהעלפן צו אויספלאנירן אז עס זאל קענען זיך אויסארבעטן .די אפטאמיסטן זאלן אויפגעקומען מיט קריעיטיווע געדאנקען ,און די רעאליסטישע מענטשן זאלן עס אראפשטעלן על קרקע המציאות.

סא, לאמיר אנפאנגען אזוי, די געדאנק פון שטודירן אונליין, איז נישט קיין נייע געדאנק, און עס איז שוין אויסגעשמועסט געווארן בין כותלי השטיבל די חסרונות און מעלות דערפון.

אבער דאס וואס איך וויל דא מציע זיין, איז א פלאן וואס זאל פראבירן זיך צו מתגבר זיין אויף די פראבלעמען וואס זענען דארטן אויסגערעכנט געווארן.

אין אן אנדערע אשכול האט שוין הערשי אראפגעמאלט בטוב טעם ודעת, איבער די חסרונות פון אונליין קורסעס.

איך מיין אז דער עיקר פראבלעם איז, דאס וואס הערשי האט אראפגעלייגט בלשונו הזהב:

מ'דארף צו פארמאגן שטארקע דיסציפלין צו זיין די אייגענע באלעבאס. די ערשטע וואך פארט מיט א התחדשות, אבער נאכדעם שטאלפערט מען זיך אן אין א

שווערע סוגיא וואס מ'פארשטייט נישט באלד און מ'פאלירט די חשק. אין די ראמען פון א קאלעדזש קורס ווייסט מען אז מ'מוז ווייטער גיין. נישטא קיין חכמות. מ'מוז דורכמאכן די קורס, ווייל אז נישט גייט מען דורכפאלן און מ'וועט דארפן זיין חוזר לראש, פריש איינצאלן, בלייבן אונטערשטעליג, און ועל כולם באקומען א שלעכטע צייכן. די פרעשור צווינגט צו א התמדה וואס אין רוב הציבור יכול לעמוד בו על דעת עצמו. אז זמן הבחינה אויף פרקים 8-15 איז באשטימט אויף קומעדיגע וואך דינסטאג, מיינט דאס קיין שבת נאכמיטאג שלאף, קיין חנוכה פארטיס, און וואכנאכטס אין כאן, אבל יש כאן צוויי קאנעס רויטע-שטירן און לילה כיום יאיר. הבוקר אור און מען קען זיך לאזן פארהערן אויף פרקים 8-15. פינטל. און אזוי, און נאר אזוי, קען מען ערגעץ אנקומען.

סא, לאמיר געבן עטליכע טיפס )עס דערמאנט אביסל וואס דער מג"ש פלעגט זאגן אין ישיבה...(, ווי אזוי מ'קען מצליח זיין אין אלגעמיין צו לערנען אונליין.

1 (. קביעת עתים - דו דארפסט זיך אפמאכן א ריעליסטישע קביעות'דיגע צייט, ווען דו גייסט קענען רואיג זיצן און זיך פולערהייט קאנצעטרירן אין דאס וואס דו גייסט לערנען. )כ'וואלט געראטן אז עס זאל זיין דוקא די ערשטע זאך וואס מ'טוהט אויפן קאמפיוטער במשך די צייט וואס מ'האט אוועילעיבל דערפאר(.

2 (. דע את אשר לפניך - בשעת דו פאנגסט אן צו לערנען, זאלסטו וויסן וואס דו ווילסט לערנען, און גיי דערמיט די גאנצע צייט. טאנץ נישט פון איין נושא צום צווייטן.

3 (. סדר הלימוד - זאלסט האבן א סייט / בוך וואס לויט דעם גייסטו, און דו גייסט מיט דעם סדר. )אויב פארשטייסטו נישט עפעס קענסטו מאכן א גוגל סיערטש, אדער א וויקיפעדיע, אבער אייביג זאלסטו צוריק קומען צום זעלבן מקור(.

4 (. מנע הפרעות - טוה נאר איין זאך אויף איינמאל, טאנץ נישט פון איין ווינדאו צום צווייטן, ווייל כאטש דער קאמפיוטער איז מולטי-טאסקינג, דיין מוח איז לכאורה נישט אזוי. דו וועסט נישט מצליח זיין אויב לערנסטו נישט

זייט 36

זייט 36
טעקסט

36א העיקר ... ... ... ... ... המעשה הו

מיט א רצף. סא, מאך צו אלע פראגראמס, אלע ווינדאוס 6 (. טעסטס און טשאלענדזשעס - צו יעדע זאך וואס און טאבס, און לאז אפן נאר דאס וואס דו קאנצעטרירסט דו לערנסט, מוזטו טוהן עקסערסייז, דו מוזט ענטפערן א זיך יעצט.

טעסט, אדער זיך מאכן אליינס טשאלענדזשעס.

5 (. בלאק סאושעל מידיא - אויב ארבעסטו נישט 7 (. הילף פון חברים - טרעף זיך חברים וואס דו פאר אן עמערדזשענסי ארגעניזעישן, דאן מאך צו אלע ווייסט אז זיי האבן שוין אדורכגעלערנט דעם נושא וואס מעגליכקייטן דיר צו קאנטאקטן בשעת דו לערנסט, דו לערנסט, און אז זיי זענען גרייט דיר צו ארויסהעלפן האלט א דיסטענס פון סאושעל מידיא )אינקלודינג קאווע ווען דו ווערסט סטאק.

שטיבל(. קענסט זיך מאכן א קביעות'דיגע צייט )למשל - איך וואלט געדארפט מאריך זיין, אבער הגיע זמן יעדע האלבע שעה (וואס דו ענטפערסט דיינע הלימוד.

מעסעדזשעס.

למעשה 11 #

דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן

זייט 37

זייט 37
טעקסט

המעשה ה37 ו א העיקר ...

דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן

למעשה 12 #

דער וועג ווייזער פון פארמאכטקייט צו וועלטליכקייט

דורך: יידל

ווען ידידנו האט אנאנסירט אין ראש חודש אין א געווענליכע געזעלשאפט איז דער בילדונג פון חשון דהאי שתא, ערב שבת פרשת נח דעם פראיעקט מענטשן א ביי-פראדוקט פונעם ערציאונג סיסטעם. למעשה, האב איך זיך געפונען צושאקלנדיג מיטן קאפ, דהיינו, די וועלטליכקייט און בילדונג וואס א מענטש זייענדיג מסכים מיט יעדע ווארט. ווען איך האב נאך פארמאגט קומט נישט פון א דירעקטע פארזוך צו באקומען אין דער זייט א בריוועלע פון מיט א אויפבויען דעם אייגענעם קולטור. כמעט קיינער באזוכט בקשה איך זאל זיך ביטע משתתף זיין אינעם פראיעקט, נישט א מוזעאום וויבאלד ער וויל ווערן געבילדעט. ווייניג האב איך פיבערהאפטיג אנגעהויבן זוכן א טעמע אויף ליינען דער ניו יארקער מאגאזין )א מאגאזין וועלכע ווערט למעשה. נאר עס זענען געווען אזויפיל נושאים איבער בעיקר געליינט דורך הויכקלאסיגע מענטשן( וואך איין וועלכע כ'האב געטראכט צו שרייבן אז כ'בין געבליבן ביי וואך אויס בלויז ווייל זיי ווילן הייסן הויכקלאסיג. רוב גארנישט. נאך פסח האט זיך ווידעראויפגעפלאמט אין מענטשן'ס קולטור קומט אלס א תוצאה, א רעזולטאט מיר א רצון צו שרייבן דערוועגן משום מעשה שהיה, און פונעם מענטשן'ס נאטירליכן אינטערעקשאן מיט זיין איך האב מחליט געווען צו שרייבן איבער וויאזוי זיך צו סביבה. פארשטייט זיך אז די אינטערעסע פונעם מענטש עפענען צו דער וועלט אין א פארמאכטע געזעלשאפט.

אין זיין סביבה איז שוין יא א פראדוקט פון א מער האט מיר פארזיכערט אז פראיעקט למעשה איז דירעקטערע פארזוך דורך זיינע מחכנים און ערציער נאך אין פולן קראפט און אז אנדערע קאווע שטיבל וועלכע פרובירן אים צו פאראינטערעסירן אין זיין יוגנט מיטגלידער ארבעטן נאך אויך אויף זייערע למעשה אין ליטעראטור, קונסט, וויסנשאפט, און קולטור, אבער ארטיקלן. אז עס קומט למעשה איז בעסער שפעטער ווי סוף כל סוף וועט דער מענטש'ס בילדונג סוף טאג זיין א קיינמאל, אלזא פרעזענטיר איך דא דאס ערשטער טייל נאטורליכער פראיעקט און נישט קיין געקינצעלטער פון מיין באשיידענעם באשטייערונג צום פראיעקט.

מעשה.

דער פראבלעם אלס אמעריקאנער חסידים פעלט בדרך כלל פון אונז די ביידע חלקים וועלכע געבן פאר א מענטש דעם

זייט 38

זייט 38
טעקסט

38א העיקר ... ... ... ... ... המעשה הו

אינטערעסע און מעגליכקייט צו ווערן וועלטליך. סיי אונזער חינוך איז אזא וועלכע איז געצילט אונז צו פאר'מיאוס'ן פון די גרויסע וועלט, און סיי אונזער טעגליכער הלוך ילך אלס ערוואקסענע מענטשן געבט אונז ווייניג וואס געלעגנהייט צו פארברייטערן אונזער קוק-ווינקל און צו אריינעמען עפעס אנדערש חוץ הוויות דאביי ורבא און מקוה נייעס. וואלטן מיר כאטש אויפגעטוישט דעם וועלטליכן קולטור מיט א רייכער אויסוואל פון דער אידישער מסורה, וואלט דער פראבלעם נישט געווען אזוי גרויס. מיר וואלטן זיך געקענט עכ"פ בויען אן אידענטיטעט אלס א חלק פון דער אידישער פאלק, על כל שכבותיה וסיעותיה. איז אבער אונזער קולטור און וויסנשאפט אזוי ארעם, אז ניטאמאל קענען זיך דאס רוב חסידישע אידן אידענטיפיצירן מיט די הייסטע נושאים וועלכע פאראינטערעסירן כלל ישראל. אפילו ווען יא )א שטייגער א טעמע ווי ציוניזם(, ווערן מיר טרענירט צו קוקן דערויף פון גאר א שמאלן קוק-ווינקל נישט נעמענדיג אין אכט די פערספעקטיוון פון אנדערע טיילן פון אונזער פאלק.

עס איז נישט דא ווער ס'זאל זיך אינטערהאלטן פון דער איראניע אז א רעאקציאנערישער אידעאלאגיע ווי חרדיזם ווייסט ניטאמאל צו וואס זיי זענען א רעאקציע און קען ניטאמאל דעם א.ג. "שונא". דער מהלך פון איזאלאציע ארבעט בלויז פארן ערשטן דור וועלכע ווייסט פון וואס זי איזאלירן זיך. די צווייטע גענעראציע איז שוין אזוי אפגעריסן פונעם ארומיגן מציאות אז זיי דארפן אויסטרעפן נייע שונאים ווי אינטערנעט און צניעות וויבאלד די אמאליגע "היימישע" שונאים ווי די ציונים און נישט-ארטאדקסן )אדער מאדערנע ארטאדאקסן( זענען שוין צי אבסטראקט פאר זיי. אבער דער אמת איז אז זיך אויסברייטערן דעם מוח איז נישט נאר משום דע את אויבך, נאר אויך ווייל אפשר וועסטו גאר געוואויר ווערן אז ער איז נישט דיין פיינט! עס איז זאגאר מעגליך אז עס מיר האבן מיט זיי מער אין געמיינזאם פון וויפיל מיר ווייסן און נעמען אין אכט. און דאס זעלביגע קען געזאגט ווערן אויפן ברייטערן פראבלעם פון זיין אפגעזונדערט פון די וועלט אז מיר רעאליזירן אליינס נישט ווי נאענט מיר זענען צו אנדערע ראסעס, פעלקער, און רעליגיעס און ווי מיר אלע טיילן א געמיינזאמען מענטשליכער קאנדיציע.

די פראבלעם אין א ווארט איז: מיר זענען פארמאכט. די פראגע איז, וויאזוי עפענט מען זיך אויף?

דער לייזונג

כדי זיך צו עפענען, האבן מיר נישט קיין אנדערע ברירה נאר צו אנטוויקלן דעם פעלנדן חלק אויף אן אומנאטורליכן שטייגער, געקינצלט. איינמאל דער מענטש עפנט זיך אויף און פארברייטערט זיינע האריזאנטן דאן קומט שוין די רעשט מער נאטורליך, אבער אין די ערשטע טריט ארויס צו דער וועלט דארף דער טיפישער חסיד אן אויסגעשטרעקטער האנט וועלכע זאל אים אונטערהאלטן און ווייזן דעם דירעקציע.

זעלבסטפארשטענדליך אז מיטן ווערן וועלטליך מיין איך נישט חלילה צו אדוואקאטירן איבערצולאזן די חדר-לימודים אונטער זיך. עס איז אוממעגליך )פאר רוב מענטשן עכ"פ( צו גענצליך אויסמעקן צוואנציג יאר פון זייער לעבן, בפרט ווען די צוואנציג יאר זענען די פארמאטיווסטעע יארן אינעם מענטשן'ס לעבן, א תקופה ווען דער מענטש פארמירט זיין וועלט-אויסקוק און זיינע מיינונגן. די כוונה מיטן זיך עפענען דעם קאפ איז נישט צו אדאפטירן דעם אלגעמיינען געדאנקן גאנג און קולטור, נאר זיי צו אקאמאדירן אינעם אייגענעם קולטור. מיטן זיך ארויסלאזן אינעם מארקעט פלאץ פון געדאנקן גיבט מען זיך די געלעגנהייטן איינצוזאמלן דארטן נייע קוק-ווינקלן וועלכע קענען ערגענצן אונזער השקפה און זיך איינקויפן ידיעות און וויסנשאפט וועלכע לייגן צו און בארייכערן אונזער ביז איצטיגן קולטור-זאפאס.

נו, למעשה וויאזוי שטעלט מען די ערשטע טריט? וויאזוי הייבט מען אן? וואס זענען די וויכטיגסטע ביכער וועלכע סיי וועלכער געבילדעטער מענטש מאכט זיכער צו ליינען אדער לכל הפחות וויסן דערפון? וואס זענען די פלעצער וועלכע מ'דארף באזוכן? וועלכע זענען די פילמען וועלכע יעדער דארף וואטשן? דער אמת איז איז די ענטפער אויף די פראגעס איז נישט קיין פשוט'ער. יעדער מענטש האט אנדערע אינטערעסן און יעדעם ציט אנדערע נושאים. עס איז גארנישט קיין גרינגער עסק צו זאגן פאר א מענטש כזה ראה וקדש. כשם שאין וכו' כך

זייט 39

זייט 39
טעקסט

המעשה ה39 ו א העיקר ...

אין וכו'. פארט, אלס איינער וועלכער שפרייזט יעצט אויף דעם רייזע, האב איך פאר אייך רעקאמענדאציעס באזירט אויף מיין אייגענער ערפארונג ] size/][2][size=85 [.

ווי געשמועסט איז דער פראבלעם צוויי פאכיג: סיי אונזער אידישער קולטור איז פארארעמט, און סיי דער וועלטליכער .צו אדרעסירן ביידע האב איך צונויפגעשטעלט צוויי ליסטעס מיט רעקאמענדאציעס: א "אידישע" ליסטע, און אן "אלגעמיינע" ליסטע. די ליסטעס פארמאגן א רייע רעקאמענדאציעס וויאזוי זיך צו בארייכערן די קולטור און וויסנשאפט ,און די רעקאמענדאציעס זענען צעטיילט לויט די סארט )ביכער, פילמס, פלעצער, א.א.וו(. איר זאלט פאר קיין א רגע זיך איינרעדן אז דאס איז אן אויספירליכער אדער ענדגילטיגער ליסטע. בסך הכל זענען דאס בלויזע רעקאמענדאציעס פון אומווייניגסטנס איין מאן און זיין קוק ווינקל )כאטש כ'האב געקליבן אסאך פארשלאגן פון חבירים אין נאענטע פריינט. דעריבער פארבעט איך אייך, מיינע קאלעגע רייזנדע, צוצולייגן אייערע אייגענע טיטלן, נעמען, און דעסטינאציעס צום ליסטע.

דער אידישער ליסטע

וועבזייטלעך

איך הייב אן מיט וועבזייטלעך ווייל אז איר ליינט דאס זענט איר מן הסתם שוין סייווי אויפן וועב, איז ווי שווער קען שוין זיין צו א קליק טאן אויף די לינקס און זיך בוקמארקן די סייטס? די פאלגנדע סייטס זענען וויכטיג, יעדער אין זיין וועג. איך וויל קלארשטעלן אז באופן כללי מיין איך נישט מיטן לינקן צו א סייט אז איך בין מסכים צו דער/די שרייבער'ס מיינונגן אדער אז איר דארפט מסכים זיין דערמיט. די וועבסייטס זענען פשוט דן מיט ענינים וועלכע זענען וויכטיג פארן איש משכיל ונבון און וועלכע מ'לערנט אונז נישט אין חדר/ישיבה בדרך כלל.

קאווע שטיבל

א ליסטע ווי דאס וועט זיין אומגעפערטיגט אויב קאווע שטיבל פעלט דערפון. יא, אז איר ליינט די ווערטער געפינט איר זיך מן הסתם אויף קאווע שטיבל, אבער עס דארף ווערן פאראייביגט: קאווע

שטיבל איז א וויכטיגער פלאץ פאר איינער וועלכע זוכט עפעס מער, עפעס ברייטער. כאטש קאווע שטיבל זעלבסט פארמאגט נישט קיין אפיציעלע ליניע און מ'קען פונקט אזוי טרעפן קנאות'דיגע און פונדאמענטאליסטישע ווי אויפגעקלערטע און ברייטע אשכולות ,איז עס נאך אלס דער איינציגסטער מקום אויפן געוועב )אחוץ פילייכט פעיסבוק( ווי מ'קען אפהאלטן און מיטהאלטן אינהאלטסרייכע שמועסן מיט חבירים אחים לדעה, אדער דעבאטעס און ויכוחים מיט חבירים אויפן אנדערן זייט טיש. און די דריי א האלב יאר פון איר עקזיסטענץ האבן זיך שוין אנגעזאמעלט אין אירע ארכיוון שמועסן איבער סיי וועלכע טעמע איר קענט נאר טראכטן :תורה ומחשבה ,וויסנשאפט, טעכנעלאגיע ,היימישע פאליטיק ,פילאזאפיע, קונסט, פאעזיע, און וואס נישט.

ספרים בלאג

דאס איז נישט די איינציגסטע מאל וואס מארק שפירא וועט ערשיינען אויף די ליסטע. ספרים בלאג איז אבער נישט אויסשליסליך שפירא'ס. אנדערע ארטאדאקסישער אקאדעמיקער און פסודא-אקאדעמיקער טוען דארט כסדר פובליקירן זייערע שרייב-ווערק, יעדע פון זיי אן אוצר מלא. קומט פאר די שאקירנדע אנטדעקונגן, בלייבט פאר די רייכע ידיעות און פליסנדע אינפארמאציע וועלכע גיסן זיך פון שפירא וחביריו. און צו אלעמען וועט איר נאך ארויסגיין זיך שפירנדיג ווי א תלמיד חכם אויך...

ראציאנאלע אידישקייט

רעשאנעליסט דזשודעאיזם איז נתן סליפקין'ס פערזענליכער בלאג. אז איר זענט נישט זיכער פון וועם דער מדובר איז, קוקט אביסל שפעטער ביי די ביכער אפטיילונג. כאטש היינט בלאגט ער שוין ווייניגער ווי אמאל, און אפילו ווען יא איז עס מער גענויגט אויף ישראל'ישע פאליטיק ווי אויף ראציאנאלע אידישקייט, איז דער בלאג נאך אלץ א נחל נובע פון טעמעס וועלכע רירן צו צו וויכטיגע טעמעס און נושאים פון א ראציאנאלע און שכל'דיגע

זייט 40

זייט 40
טעקסט

40א העיקר ... ... ... ... ... המעשה הו

קוק-ווינקל )לאפוקי אן א-ראציאנאלע און אמונה-פשוטה'דיגן בליק(.

חקירה זשורנאל

חקירה איז באמת נישט קיין וועבסייט נאר א זשורנאל, אבער איך לייג עס צווישן די וועבסייטס ווייל אלע ארטיקלן וועלכע זענען נאר ערשינען אין חקירה זשורנאל במשך די יארן קען מען דארט געפונען .חקירה איז א סעמי-אקאדעמישער זשורנאל ווי ס'ערשיינען אקאדעמישע מאמרים פון ארטאדאקסישע שרייבער. די עורכים'ס ציל איז טאקע דאס, צו אויסברייטערן די אביעקטיווע און אקאדעמישע לערע פון נושאים אין השקפה און הלכה אן קיין באגרעניצונגן.

די תורה דאט קאם

פאר צען יאר צוריק איז דער הייסטער נושא אינעם אידישן בלאגאספערע געווען סייענס און אידישקייט, הויפטזעכטליך אנגעווערטשאפט דורך נתן סליפקין און דער ליטווישער חרם אויף זיינע ספרים. היינט איז דא א נייער טשאלענדזש פאר ארטאדאקסישע אידן אויפן טיש און דאס איז די היסטארישע שטודיע פון תנ"ך. עס איז א הייקעלע טעמע וואס רבים חללים הפילה, און דעריבער איז דער "די תורה" סייט באגרינסווערד מיט דעם אז עס איז וויליג אויפצונעמען אויף זיך דער טשאלענדזש און עס באהאנדלן מיט ארטאדאקסישע )מ'שטיינס געזאגט( הענטשקעס.

קטלא קניא

קטלא קניא איז, לויט דער אידישער וויקיפעדיע, געווען סיי דער ערשטער בלאג אויף אידיש און סיי דער ערשטער חרדי'שער בלאג אויפן אינטערנעט. אבער קטלא קניא איז נישט בלויז אויפן ליסטע משום כל הקודם זכה. אין די 13 יאר וואס קטלא בלאגט האט ער שוין ארויסגעגאסן פון זיין פענע אן א שיעור "קלערענישן און קװענקלענישן, אבזערװאציעס און איבערלעבענישן, פנים שוחקות און זעיר אנפין פון א בגילופינדיקע חסיד בעקבתא

דמשיחא" ווי דער בייליניע פון זיין בלאג פלעגט ליינען ביז ערגעץ וואו אין 2013 ווען ער האט געטוישט צו "לאַכט ווי א ַ חסיד - טראַכט ווי א ַ משכּיל - קרענקט ווי א ַ בר־נש". א טיפער ציניקער אנגעפילט מיט פעסימיזם? וואס קען דען זיין בעסער...

עונ"ש

עונג שבת )די ר"ת פון עונ"ש( איז דוד אסף'ס בלאג. ווייניג חסידים גלייכן אסף'ן. ער האט מיט איין בוך זיך צושלאגן מיט ליובאוויטש, אין א צווייטן מיט רוזשין, און אין א דריטן מיט די רעשט חסידים. זיין בלאג איז אבער עפעס ספעציעל מיט נאכאנאנדע אנטדעקונגן און באשרייבונגן איבער דאס און יענס בעיקר פון א היסטאריש-ישראליש'ער פערספעקטיוו. באזונדער איז אינטערעסאנט זיין סעריע מיטן נאמען "גלגולו של ניגון" וואו אסף פאלגט נאך די גלגולים פון ניגונים וועלכע זענען געקומען מהתם להכא, און זענען קאנאניזירט געווארן אין אונזער היימישן אוצר.

באמערקנסווערד

עס זענען דא נאך אסאך וועבזייטלעך פון אידישע אינטערעסע וועלכע זענען אין צענטער פון די נושאים העומדים ברומו של עולם ובני אדם דשין בהם בעקבם, נאר כ'וואלט נישט געזאגט אז זיי זענען נויטווענדיג אויף אנצוהייבן, אבער מחמת חבתן אני מונם: הרב יששכר כ"ץ פארמאגט נישט קיין בלאג אבער איז גאר אקטיוו אויף פעיסבוק וואו ער פאוסט כסדר איבער ענינים העומדים על הפרק פון א חסידיש-מאדערנעם קוק-ווינקל; דוב בער איז א פראוואנצירנדער שטימע אינעם ארטאדאקסישן בלאגאספערע וועמענס פאוסטס זענען פארזיכערט אייך צו מאכן איבערטראכטן איינגווארצעלטע מיינונגן פון א נייער פערספעקטיוו; אויף אן די מעין ליין וועט איר שטענדיג געפונען אינטערעסאנטע אידיש-היסטארישע מאטעריאל, און איינמאל איר זענט געענדיגט ליינען אלע אלטע פאוסטס קענט איר נאכפאלגן דעם מחבר אויף פעיסבוק וואו ער

זייט 41

זייט 41
טעקסט

המעשה ה41 ו א העיקר ...

פאוסט אונטער דעם פסוועדאנאמען פרעד מעקדאועל; א סייט וועלכע איז מער נישט אקטיוו אבער פארמאגט ריכטיגע אוצרות איז אָן-פייעס. אסאך דערפון איז סובווערסיוו; צום לעצט די שרייבער אינעם פארווערטס' "אידיש מיט אן אלף" באווייזן אהערצושטעלן וואונדערבארע שרייבארבעט יעדע וואך. א שאד נאר אז עס ווערט פארוועלקט אינעם בית הקברות וואס עס איז דער פארווערטס.

ביכער

אההה, דאס ביכל... נישט אומזיסט זאגט מען דערויף כל באיה לא ישובון. וואס א רעדע אדער אפילו א איבערלעבעניש קענען נישט באווייזן, קען א ביכל בכפלי כפליים. דאס בעסטע מיטל זיך צו פארברייטערן דעם אוצר הידיעות, דעם זאפאס פון מושגים, און דער זאמלונג פון געדאנקן איז דורך ליינען איין ביכל נאכן צווייטן. ליינענדיג די ביכלעך אויפן ליסטע האב איך זיך אפטמאל געטראפן באדויערן דעם מצב ווי אזויפיל פון מיינע פריינט און באקאנט האבן פשוט נישט קיין מושג איבער דער רייכער היסטאריע פון אונזער פאלק ,און דער ברייטפארצווייגטער ספעקטרום פון אמונות ודעות אין אונזער געשיכטע. כדי נישט איבערלאדענען דעם ליינער מיט צופיל אינפארמאציע האב איך אויסגעלאזט פון די ליסטע אסאך ביכער וועלכע איך האלט בעצם פאר וויכטיג און כ'האב פרובירט צו זיך קאנצעטרירן אויף די סאמע וויכטיגסטע און איינפלוסרייכסטע.

:Theology Orthodox of Limits The Thirteen Principals Reappraised 'Maimonides

מארק שפירא'ס סעמינאלער בוך אויף די י"ג עיקרים איז פון די וויכטיגסטע ביכער אויף אידישער טעאלאגיע וועלכע איר וועט נאר אמאל ליינען. כאטש עס איז נישט אזוי ווייט טעאלאגיע ווי עס איז היסטאריע, ווארפט דער בוך צוזאם אן אוצר אדיר פון נויטוויכטיגע ידיעות איבער די אידישע עיקרים. דער בוך שילדערט די רייכע טראדיציע פון פארשידנארטיגקייט אין מיינונג ווען עס קומט צו די עיקרי אמונה, און שפירא דאקומענטירט אן א שיעור

דיפערענצן צווישן די גדולי הדורות אין די האקעלסטע טיילן פון אונזער מסורה.

Changing the Immutable

כ'וועל נעמען די ריזיקע פון אויסזען ווי א פארברענטער חסיד פון מארק שפירא מיטן צולייגן שפירא'ס נייער בוך צו די ליסטע. אין דעם בוך טוט ער דורך די היסטאריע פון אינערליכע צענזור מיט וועלכע ארטאדאקסישע מפיצי ספרים באשעפטיגן זיך. שפירא ברענגט איין ביישפיל נאכן צווייטן פון פעלער ווען דרוקער און עורכים האבן געשפירט ווי זיי מוזן באשיצן דעם המון עם פון עפעס וואס א מחבר ספר האט נישט געהאט קיין פראבלעם צו שרייבן און האבן דעריבער צענזורירט דעם מחבר'ס ווערטער. עס איז נישט אזוי וויכטיג צו ליינען דעם בוך כדי געוואויר צו ווערן איבער די היסטאריע פון זעלבסט-צענזור אין ארטאדאקסיע. פיל וויכטיגער איז זיכער צו מאכן אז איר זענט נישט פון די המון עם וועמען די עורכי ומפיצי הספרים זוכן צו "באשיצן" פון די "שעדליכע" תוכן, נאר איר זענט פון די עליטע פון וועם מ'קען גארנישט באהאלטן...

החזון איש - הפוסק ,המאמין ,ומנהיג המהפכה החרדית

דער בוך טוט בעיקר אדורך דעם חזון איש'ס שיטות ודעות, עס איז גיבט אונז אבער א פאסצינירנדער בליק איבער די מהלך המחשבה וועלכע האט אונז געגעבן חרדיזם, עכ"פ ווי עס איז היינט אין די ליטווישע קרייזן אין ארץ ישראל. בני בראון איז נישט קיין קטלא קניא און טוט אדורך דעם חזון איש -דער פארשוין און דער שיטה דערינטער - טיף און ברייט. א באזונדערער הנאה איז בראון'ס אנאליז פון די פארשידענע אנגענומענע שיטות הלימוד לויט די אנגענומענע פילאזאפיע פון געזעץ.

s'Judaism :The Challenge of Creation and ,Cosmology ,Encounter with Science Evolution

זייט 42

זייט 42
טעקסט

42א העיקר ... ... ... ... ... המעשה הו

דער בוך ביי נתן סליפקין האט בשעתו איבערגעדרייט די חרדישע וועלט און האט אין די ענדע געברענגט צום טרויעריג-בארימטן חרם אויף כמעט אלע זיינע ספרים, וועלכע איז צום סוף אינטערגעשריבן דורכ' ן דעמאלטסדיגן גדול הדור ביי די ליטווישע, הרב אלישב זצ"ל. כאטש דער בוך איז בעיקר געשטעלט אויף עוואלוציע שטעלט דער בוך אהער א טעמפלעט וויאזוי זיך צו ספראווענען מיט סתירות צווישן די תורה און וויסנשאפט פון א מיט און שטאנדפונקט ראציאנאלע אינטעלעקטואלער אויפריכטיגקייט. דער בוך האט, צען יאר נאכן ארויסקומען, באקומען א קאנטער-בוך, געשריבן דורך הרב משה מייזלמען, מיטן נאמען,"Science and ,Chazal ,Torah" אויך אן אינטערעסאנטע בוך אויב נישט בלויז כדי צו ווייזן וויאזוי זיך צו ספראווען מיט די סתירות פון אן א-ראציאנאלע שטאנדפונקט מיט אביסל ווייניגער אינטעלעקטואלע אויפריכטיגקייט...

As a Driven Leaf

"כעלה נדף" איז אפטמאל א געאייגענטער אויסדרוק צ ו שילדערן אונזערע לעבנסגעשיכטע.

אנדערש ווי אסאך מענטשן וועלכע געפונען זיך באקוועם דאס פלאץ אין דעם ארומיגן געמיינדע, שפירט זיך דער טראכטנדער מענטש ווי אן אפגעריסענער פון די סביבה, אן קיין היים און געזעלשאפט צו וואו מ'קען אנגעהערן. דער שרייבער, ראביי מילטאן שטיינבערג, איז ווארשיינליך פאריבער דער זעלבער געראנגל ווי עס אבזערווירט חיים פאטאק אין זיין אריינפיר צום בוך, און עס איז דעריבער נישט קיין וואונדער ווי שטיינבערג פארבט דאס לעבן פונעם אלישע בן אבויה, דער אריגענעלער כופר בעיקר, מיט אזעלכע פילפארביגע קאלירן אזש מ' קען זיך אליין דערקענען דערין כאטש אונזער געראנגעל איז רחוק כמזרח ממערב פון אחר'ס. דער בוך איז אויך א גוטער אריינפיר צו די וועלט פון היסטארישע פיקציע, א זשאנרע מיט וועלכע מיר זענען, דוכט זיך, גאנץ ווייניג באקאנט. שטיינבערג ציט זיינע מקורות פון חז"ל בהוספות נופך משלו,

רעזולטירנדיג אין איינס פון די בעסטע ביכער וועלכע כ'האב נאר אמאל געליינט אין מיין לעבן.

מיין טאטנס בית דין שטוב

יצחק באשעוויס )בת-שבע'ס( זינגער איז נישט בלויז איינער פון די בעסטע שרייבער אין אידישען שפראך, נאר אויך א נאבעל פרייז געווינער פאר ליטעראטור. און נישט אומזיסט. צווישן די צענדליגע נאוועלן וועלכע ער האט געשריבן איז באזונדער באקאנט "יענטל דער ישיבה בחור" וועלכע איז אדאפטירט געווארן צו א פילם מיטן נאמען" יענטל " אין וועלכע בארברע סטרייסענד שפילט יענטל. העולה על כולנה איז זיין אויטאביאגראפיע אין וועלכע ער שילדערט זיינע יארן אין זיין טאטנ' ס שטוב. זינגער גיט אונז א באזונדערער איינבליק איבער די הלוך ילך פונעם אמאליגן פוילישן איד מיט אלע פיטשיווקעס. אין א זין איז באשעוויס' בוך ווי א המשך צו זיין ברודער ישראל יהושע'ס בוך" פון א וועלט וואס איז נישטא מער." ביידע פון די ביכער זענען היבש שווער צו באקומען )דוכט זיך אז מ' קען זיי נישט קויפן אנליין(. עס איז אוועילעבל א פידיעף פון" א וועלט וואס איז נישטא מער "אנליין, און איר קענט אויך באקומען די פיזישער ביכער פון לייברערי )אין ברוקלין פובליק לייברערי וועט איר געפונען סיי פון א וועלט וואס איז נישטא מער און סיי מיין טאטנס בית דין שטוב, און אין אפסטעיט קענט איר דאס פארלאנגן דורך אן אינטערלייברערי לאון סערוויס.

יאשע קאלב

ישראל יהושע זינגער איז געווען אן עלטערער ברודער פאר אייזיק באשעוויס, און האט בלי ספק געהאט די זעלבע שרייבערישע גענעס ווי אים. פון זי ינע בעסטע ווערק איז יאשע קאלב, א נאוועלע איבער צוויי חסידישע רביס און זייערע איידעמער. דער געשיכטע איז באזירט אויף אן אמת' ער עגונה געשיכטע וועלכע האט זיך אפגעשפילט מיט ארום 150 יאר צוריק און איבער וועלכע עס האט זיך געטון בשעתו א געטואכטס אין די תשובה ספרים.

זייט 43

זייט 43
טעקסט

המעשה ה43 ו א העיקר ...

זינגער האט דערפון פארוואנדלט א שפאנענדער ראמאן, באזירנדיג איין כאראקטער וועמען זינגער רופט "דער ניעשאווער צדיק" אויף צאנזער רב און זיין דער שינאווער, און א צווייטער כאראקטער ) וועמען ער רופט " ראכמאניווקער דער "( אויף א טשערנאבלער קינד, ווארשיינליך איינס פון די ראכמאסטריווקע קינדער

Night

"נאכט" פון אלי וויזעל איז פון די וויכטיגסטע ווערק דורך א האלאקאוסט איבערלעבער אויפן האלאקאוסט. נאכט איז באמת א טראנסלאציע פון וויזעל'ס בוך אין אידיש..." און די וועלט האט געשוויגן," אבער דער אריגינעלער אידישער בוך איז איבער 800 זייטן אין די צייט וואס דער ענגלישער איבערזעצונג פארמאגט קוים איבער 100 זייטן. די סיבה איז וויבאלד" און די וועלט האט געשוויגן " איז מעמאור. ווידעראום" נאכט "איז קונסט. צו ליינען דעם בוך וועלכע איז געווארן איבערגעזעצט אין איבער 30 שפראכן און האט אין די ענדע מזכה געווען וויזעל מיטן נאבעל פרייז פאר שלום, ליינט נאכט. צו הערן די געשיכטע פוןא 16 יעריגער מארמארישער לייזער וויזעל אין אוישוויץ ליינט און די וועלט האט געשוויגן. איר קענט דאס הערן חנם אין כסף אלס אודיא-בוך, אדער קענט איר דאס באקומען פון ניו יארק פובליק לייברערי. אז איר זענט איר אין ברוקלין אדער אפסטעיט, קענט איר דאס באקומען דורך אן אינטערלייברערי לאון.

Do Not Return ,All Who Go

שלום דין האט אראפגעלייגט א מייסטער ארבעט אין "כל באיה לא ישובון". ער שילדערט זיינע יארן אלס בחור אין סקווירא ישיבה, אלס אינגערמאן אין סקווירא שטעטל, און דערנאך אלס אויסווארף נאכן פארלאזן ארטאדאקסישע אידישקייט. א חוץ די רירנדע פערזענליכע געשיכטע איז פארהאן אויך אין בוך קאמענטארן צווישן די שורות אויף אונזער לעבסנשטייגער וועלכע דארפן פאראינטערסירן יעדן טראכטנדן חסיד, א שטייגער ווי אונזער באנעמונג צו

מענטשן וועלכע זענען גענצליך "משלנו", אונזער ישיבה סיסטעם, אונזער שידוכים סיסטעם, אונזער צוגאנג צו עקענאמיע און אזוי ווייטער.

A Guide to :How to Read the Bible Then and Now ,Scripture

דער 848 - זייטיגער מייסטערארבעט איז נישט פאר שוואכע הערצער. דזשעימס קוגל, דער מחבר, איז" וי א איד ארטאדאקסישער אן אן ארטאפראקסישער איד וועלכער איז אויך א ביבל סקאלער. אינעם בוך שטעלט ער פאר זייט ביי זייט די טראדיציאנאלע פירושים אויף געקליבענע פרשיות אין תנ" ך מיט די פירושים מבית מדרשם של מאדערן-סקאלערשיפ. קוגל פרעזענטירט אויך היסטארישע הונטערגרונטן צו די געשיכטעס אין תנ"ך און עס איז צום פארשפרעכן אז איר וועט קיינמאל נישט אנקוקן תנ" ך מיט די זעלבע בליק ווי בעפאר. צו איז דאס א גוטער זאך? די החלטה לאז איך פאר אייך.

צמח אטלס: די ישיבה,

חיים גראדע איז א געוועזענער ישיבה בחור, א חברותא מיטן חזון איש, און א משכילישער פאעט. ער האט געשריבן אסאך, בעיקר פאעמעס און לידער, אבער ער האט אויך געשריבן ביכער. זיין גולת הכותרת איז צמח אטלס, א פיקציע באזירט אויף זיינע יארן אין ישיבה. גענוי ווי די זינגער' ס בוך אויף פוילן, שילדערט גראדע די אטמאספערע אין ליטע מיט פילפארביגע קאלירן. באזונדער שטארצט ארויס דאס געשטאלט פונעם "מחזה אברהם" א כאראקטער באזירט אויפן חזון איש וועם גראדע האט, ווי געשמ ועסט, געקענט פערזענליך. די איינציגסטע פלאץ וואו איך האב געקענט געפונען דעם בוך איז אין ניו יארק פובליק לייברערי.

ב אמערקנסווערד:

ס'נאך דא פילע ביכער וועלכע פעלן פון דעם ליסטע, יכלה הזמן והם לא יכלו אבער פטור בלא כלום אי אפשר. שרייבנדיג איבער ספרי זכ רונות פון

זייט 44

זייט 44
טעקסט

44א העיקר ... ... ... ... ... המעשה הו

אינדערהיים קען מען נישט אויסלאזן זכרונות ומסעות פון אברהם שמואל גאטלויבער איבער דאס אידישקייט און השכלה אין אוקריינע, רוסלאנד, און פוילן און דער באקאנטער עולמו של אבא איבער דאס אידישקייט אין ראמעניע און אין אונגארן פארן קריג; הרב יונתן זאקס, לשעבר רב הראשי פון די פאראייניגטע אידישע קהילות און ענגלאנד, איז אן איינפלוסרייכער שטימע אינערהאלב ראציאנאלע אידישקייט. ביכער זיינע זענען געווענליך אינטערעסאנט און אינהאלטסרייך; דער זון פון הרב יעקב קאמינעצקי, הרב נתן קאמעניצקי האט ארויסגעגעבן א בוך,"Making of a Godol" וואו ער רעקארדירט אן א שיעור מעשיות און אנעקדאטן וועלכע ער האט געהערט איבער גדולי ישראל פון פריעדיגן דור. וויבאלד דער ספר איז נישט געווען קיין העגיאגראפיע איז דער ספר געלייגט געווארן אין חרם דורך ליטווישע רבנים. נאך אינטערעסאנטער צו ליינען איז זיין בוך "Anatomy of a Ban" וועלכע באשרייבט די גאנצע הלוך ילך וויאזוי דער חרם אויף זיין בוך איז צוגאנגאנ גען. צום באדויערן האט ער די ספר קיינמאל פובליצירט און מען קען עס נאר באקומען איש מפי איש אונטערן טיש; אחוץ The" "Challenge of Creation האט נתן סליפקין ארויסגעגעבן נאך ביכער, באזונדער באמערקנסווערד זענען "Sacred Monsters" איבער פארשידענע מאנסטערס און מאדנע בריאים וועלכע ווערן דערמאנט אין חז"ל, און ,the Hare ,The Camel" "and the Hyraxוועלכע באהאנדלט די נושא פון חיות וועלכע פארמאגן בלויז איינס פון די צוויי סימני כשרות וואס די תורה געבט אן אבער ווערן נישט אויסגערעכנט אין די תורה; דוד אסף האט ארויסגעגעבן, עטליכע אינטערעסאנטע ביכער צווישן זיי נאחז בסבך וועלכע באהאנדלט " פרקי מבוכה ומשבר" אין די היסטאריע פון חסידות.

פאעמעס און פאעטן

פאעזיע: נשמה אויסגעגאסן אויפן פאפיר. ווען עס קומט צו פאעזיע איז אונזער טראדיציע רייך מיט אומצאליגע שירים און פיוטים, ס'רוב פון זיי פארפאסט דורך ספרדים אין מיטל-אלטער אדער משכילים אין די

לעצטע 150 יאר. צו איבערגיין דא די ליסטע פון אינפלוסרייכע פאעמעס און פאעטן וועט זיין אוממעגליך, ערשטנס ווייל עס זענען דא אן א שיעור פון זיי און צווייטנס ווייל איך זעלבסט בין ארעם אין מיין באקאנטשאפט מיט זיי. פארט שטארצן ארויס עטליכע וועלכע מוזן דערמאנט ווערן.

המתמיד, חיים נחמן ביאליק

נישט אומזיסט הייסט חיים נחמן ביאליק "השורר הלאומי". דער געוועזענער וואלאזשענער בחור איז אויפגעוואקסן איינס פון די הערליכסטע משוררים אין אונזער היסטאריע. באזונדער וויכטיג זיך צו באקענען איז "המתמיד" וועלכע שילדערט דעם געשטאלט פון א טיפישן מתמיד אין ישיבה בימים ההם.

שאול טשערניכאווסקי

טשערניכאווסקי ווערט פאררעכנט פאר איינס פון די גרעסטע העברעאישע פאעטן אין היסטאריע. עס איז שווער אנצוצייכענען )פאר מיר עכ"פ( אויף איין ספעציפישער פאעם און דעריבער צייכן איך ליבערשט צו דעם פאעט. טשערניכאווסקי צייכנט זיך באזונדער אויס און באווייזן צו צונויפשמעלצן די צוויי וועלט פון די אידישע קולטור און די וועלטליכע קולטור.

לבי במזרח, יהודה הלוי

צווישן אלע פייטנים אינעם מיטל-אלטער שטארצט באזונדער ארויס יהודה הלוי און זיינע געגוע'אישע פיוטים. באזונדער איז באקאנט זיין פיוט "לבי במזרח" וועלכע דרוקט אויס זיין בענקשאפט און געגועים צום יפה נוף משוש כל הארץ, קרית מלך רב. יעדער קען די ערשטע סטאנזע, אבער ווייניג האבן געליינט די גאנצע זאך. דאס מיינט אבער נישט אז דאס איז די איינציגסטע שיר זיינע וועלכע איז וויכטיג. נאכן לבי במזרח, מאכט זיכער זיך צו באקענען מיט די רעשט פון זיינע פיוטים.

כינור נעים, שמואל דוד לוצאטו )שד"ל(

זייט 45

זייט 45
טעקסט

המעשה ה45 ו א העיקר ...

שמואל דוד לוצאטו האט שטארק באיינפלוסט שפעטער משכילים מיט זיין ריינע פאעזיע, און איז דעריבער א וויכטיגער פאעט, כאטש ער איז מער באקאנט פאר זיין פירוש על התורה באקאנט אלס "שד"ל על התורה". כינור נעים איז א קאלעקציע אין צוויי בענדער פון זיינע חיבורים.

באמערקנסווערד:

עס זענען דא אן א שיעור אידישע פאעטן, א גרויסער טייל פון זיי מיט וועלכע איך זעלבסט דארף זיך נאך באקענען. איך וויל לאזן גדולים וטובים ממני צו ערגענצן דעם ליסטע. כדי לא להשאיר את הנייר חלק וועל איך דערמאנען נאך צוויי וויכטיגע פאעטן פון די מאדערנע תקופה: יהודה לייב גורדון האט געשריבן הערליכע פאעמעס. באקאנט פון אים איז דער זאץ "היה אדם בצאתך ויהודי באהליך" וועלכע איז פארוואנדלט געווארן אין דער אומאפיציעלער סלאגאן פון אסאך משכילים; עמוס עוז איז איינס פון די גרעסטע ליטעראטורישע פיגורן ביים פאלק זיינע שירים זענען אויסערגעווענטליך.

פילמס און טעלעוויזיע

א בוך איז א בוך, אבער א בילד רעדט )פון מאל צו מאל( מער ווי טויזנט בילדער, וכל שכן א באוועגנדיגער בילד. כאטש פילמס און טעלעוויזיע טוען אין א וועג באצוימען דעם דמיון און לייגן ארויף באגרעניצונגן אויפן פאנטאזיע, קענען זיי אבער צומאל צוהעלפן פאר די דמיון זיך אויסצומשלן עפעס וואס מיר אליינס וואלטן נישט געקענט. פאלגנד זענען די פילם און טעלעוויזיע רעקאמענדאציעס.

Fiddler on the roof

"טרעדישאאאן! טרעדישאאן! טרעדישאן!" דער געזאנג/געשריי פון טֶביה אין פידלער אויפן דאך וועט פארבלייבן מיט אייך לאנג נאכן זען דעם פילם. באזירט אויף א נאוועל פון שלום-עליכם מיטן נאמען "טביה דער מילכיגער", פארציילט אונז פידלער אן די רוף נישט בלויז די געשיכטע פון א מאן און זיינע דריי טעכטער, נאר אויך די געשיכטע פונעם אמאליגן

לעבן אין די שטעטלעך און דערפלעך. צו איז פידלער אן די רוף אן אקוראטע רעפרעזענטאציע פון די אמאליגע אידישקייט? די שאלה איז שווער צו ענטפערן אין א זאץ אדער צוויי, אבער דאס אליינס אז די ראמאנטישע אימאדזש פון פידלער אן די רוף איז וואס פיטערט די בליק וואס אסאך דרויסנדע האבן אויך חסידים, איז גענוג אונז צו באוועגן אין די וויכטיגקייט פונעם פילם.

The Ten Commandments

דער סיפור פון יציאת מצרים איז אזוי צענטראל צו דער מערב וועלט טראדיציע אזש מען האט זיך נישט באגניגט מיט איין פילם, נאר מען פרובירט נאכאמאל און נאכאמאל. גארנישט קומט אבער נישט צו צום ערשטן, "עשרת הדברות", די טען קאמענדמענטס. איינמאל איר זענט פערטיג מיט יענס, קענט איר זיך נעמען צו דעם אנימאציע ווערסיע "The Prince of Egypt" פון סטיווען ספילבערג )אין וועלכע, אגב, עפרה חזה שפילט די שטימע פון יוכבד(. די לעצטיגע ווערסיע :Exodus" "Gods and Kings איז נישט ווערד אייער צייט.

s List'Schindler

עס זענען דא אן א שיעור האלאקאוסט פילמס, אבער שינדלער'ס ליסטע איז אן קיין ספק פון די גרעסטע אויב נישט דער גרעסטער. ווער עס איז געווען אסקאר שינדלער דארף מען אייך מסתמא נישט פארציילן, און נאכן וואטשן דעם פילם וועלן הסברים פארוואס דער סטיווען ספילבערג קלאסיק איז א מאסט-וואטש זיין איבעריג.

The Story of the Jews

דער טעלעוויזיע סעריע אין פינף טיילן פון היסטאריקער סיימאן שאמא איז פון די שענסטע ארבעט אויף אידישע היסטאריע וועלכע כ'האב נאר אמאל געזען און עס איז גאראנטירט אייך צו געבן א נייעם בליק אויף אונזער רייכער און פילפארביגער

זייט 46

זייט 46
טעקסט

46א העיקר ... ... ... ... ... המעשה הו

היסטאריע. דער סעריע קומט באגלייט מיט א דיקן בוך וועלכע טראגט די זעלבע נאמען, און איז לויט טייל גאר אינטערעסאנטער ווי דער טעלעוויזיע סעריע גופא.

באמערקנסווערד:

נישט גענוג חשוב צו ערשיינען אויף די ליסטע אלס קריטיש וויכטיג פארדינען נאך אלס די פאלגנדע צו ווערן דערמאנט. דאס ערשטע איז Fill the Void וועלכע איז דירעקטירט געווארן דורך א בעלת תשובה און איז אויסגערופן אלס איינס פון די בעסטע און אקוראטסטע פארשטעלונגן פון ארטאדאקסישע אידן און זייער לעבנשטייגער אין פילם, שטיסל זאל אייך אודאי נישט זיין פרעמד, און אז עס איז יא באקענט אייך דערמיט, אושפיזין פון שולי רנד איז אויך מערקווירדיג אין איר אייגענעם וועג.

מוזיק

מוזיק איז די שפראך פונעם נשמה, און די נשמה פונעם קולטור. אן מוזיק איז א קולטור ארעם. פאלגנד זענען די מוזיק רעקאמענדאציעס.

חוה אלברטשטיין

חוה אלברטשטיין איז ספעציעל באקאנט פארן זינגן נישט בלויז אין העברעאיש )ווי רוב זינגער אויף די ליסטע( נאר אויך אין אידיש און אפילו אין ענגליש. אלברטשטיין'ס אידיש איז נישט סתם אזוי מהיכי תיתי. אין איר אייגענע ווערטער "יידיש ישר עושה לי השראה. אני רואה צבעים, ריחות וישר אני רוצה לשיר."

אריק איינשטיין

אריק איינשטיין איז נישט בלויז פון די גרעסטע ישראל'ישע זינגער אין אונזער תקופה, נאר, ווי עס האט געשריבן מוזיק קריטיק יואב קוטנר, פארקערפערט ער אין זיך א גרויס חלק פון דער ישראל'ישער קולטור. עס לאזט זיך זאגן אז זיין

געמיש פון פאלק און ראק האט גאר באשאפן דעם אייגענארטיגן ישראל'ישן זשאנער פון אשכנזי'שע מוזיק מיט וועלכע מיר זענען באקאנט. ווען ער איז געשטארבן אין חנוכה תשע"ד האט טיימס אף איזראעל געלייגט א ליסטע פון 6 וויכטיגסטע ניגונים זיינע.

ירושלים של זהב, שולי נתן

נעמי שמר, א פאעט, האט געשריבן דעם ניגון לכבוד דעם שטאט ירושלים און דער ניגון ווערט פאררעכנט אלס איינס פון די פאפולערסטע ניגונים אין ישראל. אריגינעל איז דאס געזינגען געווארן דורך שולי נתן אבער ווי דער סדר מיט אזעלכע פאפולערע ניגונים איז דאס איבערגע'חזר'ט געווארן אן א שיעור מאל דורך זינגער, יעדער אויף זיין שטייגער, ומיוטוב תדרשנו.

הללויה, חלב ודבש

ווייניגער פאפולער ווי ירושלים של זהב אבער נאך אלס איינס פון די קארנערסטאון ניגונים פונעם ישראלי'שן קולטור איז הללויה וועלכע האט געוואונען דעם פארמעסט ביים אייראפעאישן יוראוויזשען קאנטעסט, און איז עד היום הזה דער איינציגסטער ניגון מיט א רעליגיעזער מאטיף וועלכע האט געוואונען דעם פארמעסט. אין אן אנגענעמער באלאד, זינגט מיט מיר "הללויה לעולם, הללויה ישירו כולם".

Barbara Streisand

סטרייסענד ,איינס פון די פאפולערסטע זינגערינס אין היסטאריע )באזירט אויף די איבער 72 מיליאן אלבומס וועלכע זי האט פארקויפט בשמך איר קאריערע (האט אנגעהויבן אין אן ארטאדאקסישע שולע אין ברוקלין. כאטש זי באלאנגט מער אויפן אלגעמיינעם ליסטע ווי אויף די אידישע ליסטע, איז זי פארט וויכטיג אלס א אידישע אייקאן.

Cohen Leonard

זייט 47

זייט 47
טעקסט

המעשה ה47 ו א העיקר ...

לענארד כהן איז אן אלגעמיינע פאעט מיט א אידישער נשמה. עס איז אוממעגליך צו שילדערן זיינע עניגמאטישע און מיסטריעזע ליריקס, זיינע דורכדרינגליכע טענער, מיט טריקענע ווערטער. באזונדער איז ער באקאנט פאר וועלכע איז אפילו איבערגעזינגן געווארן דורך שירה פאר וועם כהן האט זיך באדאנקט דערויף. נאך א ניגון פון אים וועלכע איז אויך שטארק נוגע לענינינו איז" First We Take Manhattan ".

באמערקנסווערד:

עס זענען זיכער דא זינגערס און זינגערינס וועלכע פעלן פון די ליסטע, ויבואו אחרים וימלא חסרוני. איך וויל דא דערמאנען נאך עטליכע ישראל'ישע זינגער וועלכע האבן בלי ספק א גרויסן טייל אין פארמירן דעם ישראל'ישן מוזיק קולטור. שרית חדד איז א היינטיגע זינגערין אויפן מזרחי/ספרדי'שן סטיל מיט א קול פון גן עדן; שלמה ארצי איז אויך אן אייקאנישער פיגור אויפן ישראל'ישן מוזיק סצענע; אביב גפן קומט פון א משפחה ארטיסטן, און זיין זינגן שפיגלט אפ דעם פאקט; און אזא ליסטע וועט נישט זיין בשלימות אויב עפרה חזה'ס נאמען וועט פעלן דערפון.

צייטונגן און מאגאזינען

טאבלעט מאגאזין

טאבלעט איז איינס פון די בעסטע אידישע מאגאזינען אויף די מארקעט. עס קומט ארויס אנליין מיט תוכן אויף קולטור, רעליגיע, היסטאריע, אקטועל, ליטעראטור, און אזוי ווייטער. זיי פארמאגן אויף א פאדקעסט מיטן נאמען " Vox " וועלכע איז איינס פון די בעסטע, אויב נישט דער בעסטער, אידישער פאדקעסט בנמצא. מאכט זיכער צו באזוכן טאבלעט מאגאזין פון צייט צו צייט און ליינט וויאזוי א מאדערנער עמך איד באטראכט די וועלט.

מאזעאיק מאגאזין

מאזעאיק מאגאזין איז האלב מאגאזין און האלב זשורנאל. מיט חודש'ליכע עסייען, דעבאטעס, און טעמעס וועלכע באהאנדלן אידישע מחשבה און פילאזאפיע האט זיך מאזעאיק אהערגעשטעלט אלס א מאגאזין פארן טראכטנדן איד. מאזעאיק איז נאך יונג, בלויז צוויי יאר אלט, עס האט שוין אבער באוויזן צו פארכאפן די הערצער און מוחות פון ערנסטע אידישע ליינער און שרייבער מיט זייער תוכן.

פלעצער

אומאן, ראש השנה

דארף מען דען זאגן מער? וואס מירון איז צו חרדים איז אומאן צו כלל ישראל. אומאן אום ראש השנה איז א פלאץ וואס א יעדער איד, נישט קיין חילוק זיין אריענטאציע און אידעאלאגיע, דארף זיכער מאכן צו באזוכן אומאן לכל הפחות איינמאל אין לעבן אויב נישט אויף מיטצולעבן און זיין א טייל פון דעם פענאמענאן ,כאטש אויף דאס צו באאבאכטען און באטראכטן. איך וועל מודה זיין אז איך זעלבסט בין נאך נישט דארט געווען, אבער דער פלאץ טראגט א חשוב'ן פלאץ אויף מיין באקעט ליסט פון פלעצער ווי איך וויל באזוכן אין מיין לעבן.

דער צווייטער טייל, "דער אלגעמיינער ליסטע", וועט אי"ה נאכפאלגן.

] 1 [ איבער דעם צורך פון זיך אויפעפענען צום אלגעמיינעם גאס און צו ברייטערן בליק אויף דער וועלט וועל איך דא נישט מאריך זיין ווייל איך בין זיך משער אז דער וועלכע ליינט די ווערטער האלט שוין נאכן מאכן די החלטה צו ווערן "אויפגעקלערט" )א פאזעטיווע ווארט וואס די פאקט גופא אז עס טראגט אין די חרדישע גאס א נעגאטיווע קאנאטאציע איז שוין מעיד אויפן צורך דערפון(. אויב נישט, נישט געזארגט, איך פארשפרעך אייך אז איר וועט טרעפן פונקטן וועלכע וועלן אייך פאראינטערעסירן סתם אזוי, אן איר זאלט דארפן מסכים זיין צו די אונטערליגנדע אגענדע. אז איר זענט נייגעריג

זייט 48

זייט 48
טעקסט

48א העיקר ... ... ... ... ... המעשה הו

אין דעם צורך פאר קולטור און בילדונג פון א אידישע ] 2 [ איך וויל זיך ספעציעל באדאנקן פאר ראובן, שטאנדפונקט, וואלט איך רעקאמאנדירט נחום לאם'ס לבונה זכה ,און יאיר פאר זייערע צוגאבן. בוך אין ענגליש.

למעשה 13 #

מאכט אייערע צוקונפדיגע דורות אינטערנעט פרוף

דורך: זיניגער

ביטע אנטשולדיגן אויב איז דא טעותים אדער סיי וויל באפרידיגן עפעס וואס ער קען נישט דעגרייכן אויפן וועלכע גרייזיגע גראמאטישע טעותים, איך בין נאר א נארמאלן דרך העולם, דער מענטש ווייסט נישט וואס גאסט שרייבער אין איך האב דאס געשריבן אין א טרייבט אים, ער האט א קליינער מאטאר אין מוח יאגעניש, ווי אויך די פוינטס וואס איז מאך זענען אביסל וועלעכע ארבעט אווערטיים ער ווייסט נישט וואס גיט צימישט איך האב נישט קיין סאך צייט צי שרייבן אבער געזאלין פאר דעם מאטאר ער איז נישט אין קאנטראל פארן ערנסקייט אין וויכטיגקייט פינעם נושא עת לעשות בכלל.

לה׳ ממילה ביטע זייט מיך נישט דן, נעמט ארויס וואס מיט הילף פינעם פסיכיאטער דערגייט ער וואס איר קענט ניצן פאר זיך, איך פארשטיי דאס זענען זייער טרייבט אים אין מרעדט דאס אויס מהעלפט אים טרעפן הייקעלע ענינים מיט שטארקע אפיניענס אויף אלע זייטן וועגן אפשטעלן דעם ווילדן חשק דורך פארשידענע ביטע נעמט דאס נישט פאר א פאקט מאכט אייר אייגענע אופנים אין היסטארי האט שוין געוויזן טויזענטער ריסערטש פאר איך מאכט א באשלוס.

מענטשן האבן זיך סוקסעספול ציריק זיך אריינגלידערן מאנכע רבנים אין רעדנער גייען נאך אזוי ווייט ווי אינעם נארמאלן געזעלשאפט, איי וועט איר פרעגן אויב זאגן אז מער ווייניגער דאס גאנצע לעבן דרייט זיך ארום איז דער ייצר הרע די שורש פינעם פראבלעם זייט ווען זימה יעדע רגע פין טאג ברויך מען טראכטן תחבולות קען א גויאישער פסיכיאטער קאנקירירן מיטן ייצר הרע, שונות וואזוי זיך ארויסדרייען פינעם לאקערענדע ייצר וואזשע דען, דער שורש פין עדיקשען צי סיי וועלעכע הרע וועלעכער וויל ליעדע מיניט אריינשלעפן דאס זעלבסט חורבנישן פראדוקט, צי דראגס אלקאהאל מענטש אינעם זוהמהדיגער שאול תחתית.

געמבלינג זנות אכילה אא״וו איז %99 פין די צייט גאר א תוצאה פין א טיפערער יסודותדיגע פראבלעם אינעם כדי צי פארשטיין וואס איז דאס תאווה, זוהמה, באטרעפדן מענטש, דעריבער איז זייער וויכטיג צי כאפן א ניאוף ברויך מען פארשטיין די מהותיים מענטשן וועלעכע בליק אויף סטאטיסטיקס צי פארשטיין וואס צוהט שטארצן ארויס מיט זייער חשק צי תאווה, ווי באקאנט מענטשן צי שעדליכע אויפוהרונג.

אויב א מענטש וואס האט אן עדיקשען צי זנות אויב איז ער הבה לטהר ער וויל הילף דאן קען ער גיין צי סטאטיסטיקס ווייזט אן אז דאס קיום אליין פין פראפעסניאל פסיכיאלאג, דורכאויס טעראפי וויל דער דראגס אלקאהאל זנות אא״וו איז נישט דער גורם פין פסיכיאלאג פארשטיין וואסזשע אפ האט דעם מענטש עדיקשען, דער מענטש איז אן עדיקטעוו פערזענליכקייט געפירט צי אזא מצב, רוב ריבם מענטשן טרעפט מען די נאך פאר דעם ער ווייסט בכלל אז זיין תאווה שורש פינעם מצב זייערע אין זייערע קינדער יארן, דאס עקזעסטירט, נאר מיט דעם פאקט אז ער טרעפט אויס וואס דער מענטש זיכט סעטיספיקאציע פין זעלבסט וואס זיין אימבאצוימטער חשק איז דאס ברענגט ארויס חורבן, ער דערלייגט זיין פרנסה, זיין פרוי די קינדער מכוח אל הפועל אז דער מענטש איז א טיקינג טיים אלעס אבי ער זאל קענען ליגן אין זנות איז מוכיח אז דער

זייט 49

זייט 49
טעקסט

המעשה ה49 ו א העיקר ...

באמבע זיין עדיקשען האט היילייטעט זיין טיפערע יסודותדיגער פראבלעם.

איצט איז אזוי, מיר קענען טוהן צוויי זאכן, איינס איז אוועקנעמען מחרים ומחריב זיין יעדע זאך וואס אפשר חרוב אין קליע מאכן דעם מענטש, מוועט ווארפן טראסקענען רעכטס אין לינקס, מוועט מסביר זיין פאר קינדער זייערע עלטערן זענען שקצים ציליב די טייפ טעלעפאן קאמפיוטער זיי האבן, מוועט נישט אנעמען קינדער אין די מוסדות וכהנה וכהנה, אין אזוי לויט זייערע ווערטער וועט מען מאכן הצלת הדורות אדער קיום הדורות, מיט דעם וועט מען ראטעווען די פאטענציאלע בעלי עבירה פין קאליע ווערן אין זיין א בכיה לדורות, אין א שמיעס מיט איינע פין די מערכה להצלת הדור האב איך אים געפרעגט וואס איז דאס אזוינסדי טראגעדיע וועלעכע זיי פראבירן צי אפהאלטן? אז עמיצער וועט בטעות זעהן א בילד? עמיצער וועט האבן א שוואכע מיניט? א נארמאלע מענטש מיט א וואילע פרוי וועלעכע שטעלט ציפרידן א מאן אין דער מאן איז א נארמאלע מענטש אן קיין פסיכיאלאגישע פראבלעמען וועט נישט קאליע גיין פין א בילד אדער ווידיאו פאר דעם איז דא תשיבה אדרבה פרעגט ארום אייערע פריינט אנשים מכבדים יעדער האט אמאל געהאט א שוואכע מיניט, פאר אינטערנעט, נאך אינטערנעט, אין סדום, אין מצרים ביי פרעה מאז היתה לגו.

דער עסקן האט מיר אנפארטרויט מיט אזא סענעריא, מאכט זיך א אינגערמאן א תמים פין א פרימע שטוב מהאט אים ציזאם געשטעלט מיטנא אישה חשובה מאוד פין א רבישע שטוב בן אחר בן פינעם בארשעווע מגיד, זי מאכט גראדע זייער געשמאקע קיגלן אין א איינס אין די וועלט ירושלמי קיגל אבער אויפן פנים אין געשטאלט איז זי נישט אזוי ווייס איך וואס מקען קיין פאר ברכה נישט מאכן אפילו דער דיין איז מסכים מקען קיין נאך ברכה אויך ניט מאכן, קליין פעשליך איך ברויך אייך נישט געבן די מידות פינקטליך, ביידע זענען זיי ציפרידן ביז גאר זיי זענען זיכער אנע שאלה זיי האבן די בעסטע שלום בית אין די וועלט, דער אינגערמאן ווייסט נישט בחייכון צי זאגן ער האט קיין אנונג וואס געיט פאר אין די וועלט ער ווערט געוואיר די נייעס איינמאל א וואך,אויף די

וועטער קוקט ער ארויס בכליון עניים אויפן דבר יום במותו, ער זיצט אין כולל א גאנצן טאג, זיין סיפוק באקומט ער ווען סאיז דא א תיקון ביי זיי מנין דאס איז ביי אים א גיטער טאג, ווער רעדט נאך ווען סאחדאס מאכט א פראטעסט פארענט פינעם קאנצעליי, ווען איין ליבער טאג קומט דע גאנצע זאך צי א האסטיגער אפשטעל, ער האט געהאט ציטריט צי א אימגעפילטעטע קאמפיוטער ער האט געזעהן וואס מברויך נישט דאס האט ערוועקט אין אים א אימבאשרייבליכער נייגער צי זעהן נאך, בשתיקה האט ער איינגעהאנדלט א טעבלעט קאמפיוטער אין איז מער קיין כולל נישט געגאנגן בשעת זיין פרוי ארבעט איז ער געזיצן אינדערהיים אין מיט דורשט איינגעשליגן די גאנצע אינטערנעט אויפאמאל מיטן דעקל ציזאמען, פארשטייט זיך אז זיין אמאליגע שיינע פרוי איז אין פארמאיסט געווארן ער האט אנגעהויבן ציביסלאך באזיכן פלעצער ווי מדארף נישט קודם גענימען א מאססאדזש אין געענדיגט ביי גאל ישראל, עכ״פ דאס שטוב איז ציפאלן דער אינגערמאן שוין היינט א ווייסער היפסטער מיט א בלאנדע מיסיס אין א ברוינע הינט.

לכאורה זעהט אויס ווי א זייער א שטארקע ארגומענט, מזאל אויסראטן טעלעפאנען ממילה וואלט דער אינגערמאן קיינמאל קיין ציטריט געהאט אין ער וואלט נאך היינט געזיצן מיט זיין פרוי געגעסן אייער קיכלעך מיט פאטעטא קיגל, סאיז ליידער אוגנארענט צי גלייבן אז מיטן צילן אויף אויסראטן סעלפאונס מיט קאמפיוטער אנע פילטער דאס וועט פארעכטן די פראבלעם פארקערט דאס איז גאר דער גורם פאר סאך א גרעסערע חורבן מיטן נאמען איגנארענס.

אזא מהלך קען נאר האבן הצלחה ווען מנעמט דעם גאנצן ציבור קיין סיביר ווי סאיז נישטא קיין סעלפאון סיגנעל מלייגט דעם עולם אין באראקן אין מען קאנטראלירט מיט א רעגירנג סטיל שטרענגשאפט וואס קומט אריין אין וואס גייט ארויס, דאס טראנזאלירט צי א קולט.

מיר ווא ו ינען ני שט נא ר אין די ליבלארע אמעריקע נאר אין די ליבעראלסטע שטאט אין אמעריקע אין אויך אין די ליבעראלסטע סיטי פין די ליבעראלסטע שטאט,

זייט 50

זייט 50
טעקסט

50א העיקר ... ... ... ... ... המעשה הו

ווילאנג מרעדט זיך איין אז מיטן זיך באגוואלדעווען אויפן ציבור דורך מאניפאלעטן די פרויען מיט קינדער דורך סטראשענען אז דאס וועט ברענגן זיי וועלעכע הצלה לדורות דאס איז א גרויסע טעות.

די צווייטע וועג וויאזוי זיך אימגיין איז נאר דורך פארשטערקן די קוואליטעט פין די חינוך הבנים והבנות, ווי איך וועל שפעטער ארויסברענגן אי״ה, די יסודות מחשבה אין מעשה.

אלץ אן הקדמה וויל אייך איר זאלט פארשטיין איך שרייב דא וואס איר אלץ עלטערן ברויכן טוהן צי מחנך זיין אייערע קינדער, ניטאמאל זאל ענק דאכטן פאר א רגע אז אייער מוסד אדער ישיבה וועט אהערשטעלן דעם סטאנדערט חינוך וואס עס קומט זיך פאר אונזערע קינדער, די אינטערשטע שורה איז אז איר עלטערן ברויכט ארויפשארן די ארמעל אין טאן למעשה, די חדר ווי אייער קינד לערנט איז נישט מער ווי א בעבי סיטינג סערוויס, כמעט וואס זייערע לימודים האבן סיי וועלעכע עפעקט אויפן קינד שפעטער.

א סאסייעטי וועמענס הצלחה איז געוואנדן ווי שטארק פארמאכט די באקס אין וועלכע זיי געפינען זיך איז דאסטינירט צי גיין קאליע.

מיר זיינען אפיציעל חרידישע חסידים, א חסידישער לעבן איז געבויט אויפן תנאי אז דער חסיד וויל מינימאלע גשמיותדיגע באדערפענישן, ער איז מסכום חתונה האבן מיט סיי וועלכע מיידל מברענגט אים ווייל זיין ציל איז צי חתונה האבן אין בויען א שטוב, ער וועט זיך באגיין מיט וואס מהאט אים אראפגעלייגט אויפן טיש, א חסיד איז א לעבנס סטיל וואס דער מענטש ברויך זיך אויסקלויבן פאר זיך אויף זיין אייגענער איצטיגאניוו, מקען מאניפאלעטן מענטשן אנטוהן א געוויסע סטיל יוניפארם מקען נישט בשום אופן צווינגען מענטשן צי זיין די מבחר ומיטב שבישראל במעשה ובמחשבה ,מקען עס מאכן אטראקטיוו ציציענד אבער סוף כל סוף דער מענטש אליינס איז דער וואס מוז אפמאכן ווען ער האט שוין שכל וואספארא לעבן ער וויל האבן מיט זיין פרוי, ע״פ רוב ספעציעל דער בעה״בטישע ציבור האט זייער אסאך פאראכטן אויפן געביט פין שדיכים, זיי בעה״בטישע

מיידלעך זענען היינט מער געבילדעט אין סאציאליסטישן סצענע, די פרישע מענער זעהן אויס זייער ציפרידן, אין די וואס נישט זיצן נישט פארלייגט נאר טוהען צי די זאך מען גייט צי א ספעציאליסט אין אויב זאגט ער דאס ארבעט נישט איז אויס חתונה יעדער גייט אהיים.

עכ״פ וואס עסקנים זיכן צי ראטעווען זענען די וועלעכע קענען געוואיר ווערן אז זיי האבן לכתכילה נישט געוואלט א אלטרא ארטאדאקס לעבנס סטיל, דאס איז א טענה וועלכער איז אפגעפרעגט אין איגנארענט מתחילתה ועד סופו, דאס קענען זיי סיי ווי נישט קאנטראלירן נאר אין א סעקטע אין סיביר.

דאס אז אינטערנעט קען ארויסברענגן אן אדעקטיווע פערזענליכקייטן איז אויך לעכערליך וויבאלד אדיקשען איז נאר א סייד עפעקט פין א טיפערע באהאלטענע פראבלעם כידע דאס איז ליידער א פאקט סאיז זייער אסאך היימישע עדיקשענס קעיסעס מיט וועלעכע פסיכיאטערס זענען ביזי יומם ולילה אין אלע פוינטן דאס נישט צים מציאות פינעם געטראנק נאר צום טיפערן פראבלעם וועלעכער אדאנק דעם אדיקשען איז עס ארויפגעשווימען לאור עולם, דאס האט שוין די וואלט לאנג איינגעזעהן אין ווערט ציביסלאך מער אין מער איינגעזעהן אז אוועקנעמען מאכן אזאך מיט מעגליכע עדיקשען איליגאל העלפט נישט סטאטיסטיקלי פטור ווערן פינעם עדיקטיוו קאמיוניטי.

די דורכשינטליכער דעת הקהל איז אז מיר האבן אלע אן אלגעמיינער שוואכקייט צו זנות )פיקטיווע אין רעלאטיווע( מיר שערן אלע די זעלבע שוואכקייט ווי דער שמיציגסטער נידעריגער גוי מיר האבן אן אבסעציע פאר שמיץ אין סיי וועלעכע אופנים זיי קימען, די דעת הקהל איז נולד אין געבויט פינעם הארמאטישן אפטיילונג די זכרים פין די נקיבות פין קליינווייז אן, די צניעות אבזעציע וועלעכע באנעמט אלע חרידישע קרייזן ספעציעל סאטמאר ווי די פרומסטע מיידל ווערט אהיימגעשיקט במיעוט צוויי מאל א יאר פאר א האלבע אינטש קורצער אדער לענגערע קלייד, שלא במכוון אדער במכוון באקומט דער חרידישער איד א מעסעידזש אז שמוץ אין סיי וועלעכע פארם האט אן אויסערגעווענליכע חשיבות מער מאלפי זהב וכסף, ער זעהט די ערנסקייט אין אבסעציע

זייט 51

זייט 51
טעקסט

המעשה ה51 ו א העיקר ...

מיט וואס פירערשאפט באנעמן זיך צי צניעות וכל כניי דאית לי דאס ברענגט א פרישער רייץ אין נייגער פאר יעדעס דענקער שיש מוח בקדקדו צי שמיץ )ממתקים אסורים הוא מתוקים( דאס וויכטיגקייט אין חשיבות פין יעדע זאך מיט שייכות צי דעם פרוי איז עד שמי מרום קינד אין קייט פארשטייען דאס אויך יעדער איז מסכים אז מיר זענען קליינע ברעקלעך קעגן די ריזיגע מעכטיגע תאוות חוץ פילטערס אין מחיצות הברזל האבן מיר קיין שום מיטל דורכקומען די ניסיונות )דימיונות( מגיט איין בליק אויפן בילד אין באלד גיט מען נאך א בליק מען פארטיפט זיך דערין מבאגרינטעוועט זיך אינעם בילד דערנאך וויל מען זעהן די ווידיאו וחוזר חלילה יעדע פאר טאג בשעת דער יעניגער פארגיסט קינדער לבטלה.. מיטן עסן קומט דאס אפעטיט עס האט זיך אים אנטפלעקט דער עולם ההסתר דאס באהאטענער וועלט וואס מהאט פראבירט מיט אלע פעילות באהאלטן פין אים אין מיט גרויס אפעטיט אין תאווה ער רייסט אויף אלע טויערן וועלעכע זענען ביז איצט געווען הארמאטיש פארשלאסן.

דאס רבותי געשעהט טאג טעגליך ביי אונז אין ווי מער מען שרייט ״פילטער״ אלץ העכער ווערט די תאווה פאר די תמימי לב צו דערגיין.

מְנָן וּמָאן הוּא? וואס איז דאס אזוי רייצענדיג תאווהדיג וואס די שררה ציטערט אזוי איך זאל נישט קימען אים בארורונג דערמיט? מהאלט דרשות פאר די בחורי ישובה מען סטראשעט זיי מיטן ארגסטן זיי זאלן נישטאמאל זיך דערוואגן א בליק טאן אויפן טאטנס געפילטערטע סמארט פאון.. רבותי וואספארא מעסעידזש איז דאס פארן בחור? איז עס א פראגע בכלל צי ביים ערשטן געלעגענהייט וועט ער לויפן קויפן די בעסטע גרעסטע סמארט פאון דער מינוט וואס ער גראדיאירט ישיבה!?

די איינציגסטע וועג לענ״ד אויפציהען דורות וועלעכע עס זאל נישטאמאל אינטערעסירן אין נאכלויפן שמיץ בלינדערהייט איז פין יונגווייז אן אריינבאקן אין קינדער אינגלעך אין מיידלעך ״מחשבה״

מחשבה איז זייער א טיפער ווארט אין באנעמט זייער א ברייטע פעלד, וואס עס איז מחשבה פאר קינדער

ארבעט נישט פאר בחירים דאס ברויך מען כסדר אויפארבעטן באזירט אויף די עלטער פינעם יארגאנג )א מהלך ווי סאפטוועיר וועלכע באקומט יערליך אפדעיטס( מחשבה איז כולל גדלות הבורא, אמונה, השגחה, תכלית ותועלת הבריאה, חובת האדם בעולמו.

דאס איז מחשבה.

למעשה, לערנען מיט קינדער פין קליינווייז אן.

איך קען זאגן ניין.

איך בין אין קאנטראל פין מיר אליין.

איך קען אפטיילן פיקטיוו פין רעלאליטעט.

מיין סיפוק מוז קומען פין געזינטע מקורות.

סיפוק לשעה איז קיין סיפוק.

נייגער האט געהארגעט דעם קאץ.

וויסן ווען איך בין נישט ציפרידן אין וויאזוי זיך ספראווען דערמיט.

קיינמאל בלייבן שטעקן אין א אימציפרידענעם אינווייראמענט נאר טוהן למעשה מיט חכמה זיך ארויסזעהן דערפין אויף א געזינטע אויסגעהאלטענעם אופן.

ווי סן ווען צי זיכן הילף, וויאזוי צי זיכן הילף, אין פין וועם צי זיכן הילף.

וויסן צי פארנאנצישיידן צווישן גיט אין שלעכט, זיך קענען אפשאצן אין וויסן בהחלט ווען מפארט גיט אין ווען נישט.

חלילה אויב מפאלט דורך מיט סיי וואס, לשמים או ולבריאות, זיך תיכף ומיד אויפהייבן אין פארן ווייטער אין נישט בלייבן שטעקן אין די מאראסט מיט פאראיבל אויף זיך אליינס, דער בורא האט אים שוין פארגעבן נאך פארן זינדיגן, די ארגסטע איז זיצן דערויף וואס דאס איז כידוע די תכלית החטא, ער האט גרעסערע שאנסן דאס זאל זיך

זייט 52

זייט 52
טעקסט

52א העיקר ... ... ... ... ... המעשה הו

נישט איבערחזרן אויב ער טראכט נישט אריין ציפיל אין שלאגט זיך אין קאפ ואכמ״ל.

ליידער דער ביטערע פאקט אז מיר האבן כמעט נישט קיין קוואליפיצירטע מחנכים דעריבער די אויסזיכטן אז אונזערע קינדער זאלן האבן ציטריט צי אזא חינוך איז ממש זערא ממילה ליגט א פליכט אויף אלע עלטערן אליין ווערן קוואליפיצירטע מחנכים אין נישט זיין אינטערן פאלשן פארזיכערונג אז דער מלמד אדער מגי״ש ראש ישיבה אא״וו וועלן אנפילן דעם חלל, טאקע דערפאר ליגט אויף אונז א חוב קדוש צי טוהן אלעס אויף דער וועלט אונזערע קינדער זאלן זיין פעסט געבויט סיי אין מחשבה אין סיי אין מעשה.

די גאנצע איבערקערעניש פינעם פילטער איז א אויגן פארבלענדעניש, זיכער איז וויכטיג צו פארמאגן א פילטער, אבער אין די זעלבע צייט ברענגט דאס ארויס דער אלגעמיינער שוואכקייט וואס מיר האבן צי ניאוף אין זוהמה, אנשטאט צי אדרעסירן די סיבה פארוואס מיר זענען אזוי פארפלעפט אין אבסעסט מיט ניאוף אין אנעמען מיטלן צי בעסער מחנך זיין קינדער שרויפט מען ארויף דאס חשיבות פין זוהמה מיטן אנצייגן פאר יונגלעך מיט מיידלעך אז גארנישט פארנעמט נישט אזא אויבן אן ביי הנהלות אין קהילות ווי זוהמה, די פירערשאפט וואס באשטייען ע״פ רוב פין בעלי ניאוף כידיע פראבירן פארעכטן זייערע חסרונות דורך איינצוימען אין באצווינגן אנדערע מער ווי זיי ווילן זיך, די תוצאה דערפין איז אז מענטשן וועלעכע וואלטן קיינמאל נישט געזיכט זוהמה אויפן קאמפיוטער ציליב נארמאלע מאראלישע סיבות, באקימען יעצט א פרישע רייץ דערפאר מחמת די פאבליקאציע וואס די ממשלה האט געמאכט דערפין.

א נארמאלע מענטש וועלכער איז א תלמיד פין דעם אינהאלצרייכער חינוך סיסטעם מחשבה למעשה האט א נאטירליכער פארשטאנד פארנאנצישיידן עטישע מאראלישע סיפוק פין סתם פיקטיווע נידעריגע חיי שעה וואס דער עולם הזוהמה האט אהער געשטעלט צי באפרידיגן ליידיגע מענטשן, אזא מענטש קען אפילו דיוועלאפן אן עקל צי פאלשע ניאוף )ניאוף וזוהמה בכללות איז פאלש כידיע בפלוזופיע ואכמ״ל(

למעשה:

דא אין ק״ש וויל מען וויסן למעשה וואס טוהמער.

זייט מער אפען מיט די קינדער, די סודותפילע אינווייראמענט טרייבט ארויף פילפאכיג די חשיבות פין זיהום, לערנט מיט זיי די רש״יס וואס מען לאט אויס, אויב זיי פרעגן שעלות ענטפערט זיי בכחמה, טייל פין אונזער סאסייעטי איז דאס באהאלטן פין קינדער די גאנצע מסכת געבורטס פאזע מהאט א אימבאשרייבליכע פחד צי רעדן אפען מיט די קינדער דערוועגן, די פאקט איז אז אינגאנצן אפאר דורות ציריק איז מען געווען מער אפען מיט די קינדער, מהאט מיט מיר אלץ קינד געלערנט מער פין די רש״י ווי מלערנט מיט מיינע קינדער.

איך ווייס סוועט זיין עמיצער וועט פרעגן ״גוים יוכיח״ דארט איז מען יא מער אפען אין סגייט דארט א הפקר וועלט, איר ברויכט פארשטיין אז דאס וואס דארט איז הפקר איז א תוצאה פין א חינוך וועלעכער איז ליידיג פוסט אין העכערט די חשובות פין ניאוף אין זוהמה דורך די פארקערטע זייט, די פילמען אין טעלעוויזשן וועלכע די גויאישע קינדער קיקן איז נאר פיל מיט דעם, ביי אונז ווי עס ב״ה עקזעסטירט נישט די אלע זאכן איז א דבר פשוט אז מיטן האבן נענטערע באציאונגן מיט די קינדער וועט עס האבן א פאזיטיווער אוסקום אויף זיי.

נעמט זיי אין די שטאטישע גאסן אין מאנהעטען אין אין די פארקס אין לערנט זיי כזה ראה וקדש, אז אפילו מאיז אין די גאס אויב מזעהט עפעס בטעות גיי ווייטער אין קוק נישט נאכאמאל, געדענקט אונזערע עלטערן האבן זיך באזעצט אויף די באדן אין אזא מקום זימא ווי נ״י מיר האבן קיין ברירה נאר אויסלערנען די קינדער במעשה וויאזוי מפירט זיך אויף אים די גאס אם לא אכשיו..

מיר טארן זיך נישט לאזן נארן, יעדעס קינד וועט דורכאויס זיין לעבן זיך טרעפן מיט א אימגעפילטערטע קומפויטער אדער טעלעפאן, עס ליגט אונז א חיוב אויסלערנען די קינדער וויאזוי זיך אימציגיין דערמיט ווען די צייט וועט קומען דורך זיך אראפזעצן מיט אים אויף א אימגעפילטערטע קומפויטער אין צייגן וועלכע וועב זייטלעך איז חזיר טרייף, אים מסביר זיין וואס די

זייט 53

זייט 53
טעקסט

המעשה ה53 ו א העיקר ...

פסיכיאלאגישע תוצאות זענען פין פארברענגן צייט אויף די וועב קיקן ווידיאוס אין ליינען בלאגס אין נייעס א גאנצן טאג, די רוחניותדיגע אין גשמיותדיגע פארלוסט אא״וו.

דאס קינד אדער בחור ווען ער הערט דאס פין זיים פאטער וועם ער ליבט לאט עס איבער א רושם אויף אים זיין גאנץ לעבן, נישט ווען ער הערט עס פין זיין שונא נומער איינס זיין ראש ישיבה מנהל אז ער וועט פליען קאפ אראפ פיס ארויף פין חרידישן אידענטוהם אויב כאפט מען אים מיטן קליגן טרייבל.

איך רעקאמענדיר עלטערן זאלן אויסהערן לעקטשורס פין חינוך כסדר אויף יו טיב איז פילצאליגע אמתע עקספערטן אין חינוך אויף אלע געביטן, א שטייגער ווי ״מאנוס פרידמאן״ Josef ,YY JACOBSON mizrachi, אין נאך, רבותי איך קען אייך נישט גענוג ווארענען, ערווארט נישט קיין אינהאלטסרייכע חינוך פין ״קיינעם״

איר זאלט וויסן אז עס איז נישט ווי מאנכע ווילן איר זאלט גלייבן אז עס איז א מדריגה ווען זימה פארנעמט נישט קיים חשוב אויבן אן ביי איינעם בכלל נישט, יעדער איינער קיים חילוק ווער קען ציקימען דערצו מיט א געזינטע ערצוהונגס סיסטעם וואס דער מקור קומט פין שטוב, פין זיין טאטע אין מאמע.

מיר זענען ב״ה געבענטשט מיט גרויסע שטיבער אין לא יאומן מאכט זיך א קינד ער פאלט ארויס די עלטערן באמערקן אים נישט ער באקומט נישט די ליעבשאפט ווארימקייט אין אטענטשן וואס א קינד מוז ציקימען ווי ליפט צי אטעמען, אזא קינד איז די ערשטע צי פאלן קורבן צי זימה, דאס גיבט אים פיקטיווע צורך השעה פרייע ליעבשאפט אין זיין אייגן וועלטל, רבותי מאכט אייך א חשבון הנפש פאר איר באשאפט א גרויסער שטוב מיט פיפצן נפשות גייט איר אין אייער פרוי האבן די מעגליכקייט זיך אפגעבן מיט עפעס קינד? האט איר בכלל געדולד צי קינדער?

גייט איר קוים ווארטן דער באס זייערע זאל זיי אפנעמען אין פטור על עסק?

גייט חדר אדער סקול זיין פאר אייך א ישועה אראפנעמן די קינד פין קאפ?

דאן ביטע זייט אזוי גיט עס איז בעסער דאס קינד זאל נישט אראפקימען צי אייך, דער רבוש״ע וועט שוין טרעפן ווי אים צי פלאצירן מיט א געזינטע משפחה ווי מוועט זיך אפגעבן מיט אים.

די אלע צרה לייט פין וועמען מיר ליידן זיך אן, אנגעהויבן פין די רבנים אין געענדיגט ביי די שכר לימוד קאלעקטארס קומען פין אזוינע שטובער ליידער זיי גיבן ארויס זייער פראסטרעשאן אויף זייערע אינטערטאנען, ביטע מיר האבן געניג פיי זיי באשאפט נישט נאך.

הערט נישט אויס די וואס שרייען אז איר זענט נישט אימשטאנד צי באוועלטיגן אייער ייצר יא איר קענט יא זיך באהערשן ווען איר וואלט וועם אויפגעצויגן געווארן מיט א אינהאלטסרייכער תורהדיגער חינוך, ליידער אונזערע מחנכים זענען פארנימען דעם מעת לעת זייערע אויפקימען מיט איין תקנה נאכן צווייטן...

די הויזן

דער פאסיג

די ברילן

די קאפל

די שיך

די קאלער

די זאקן

די סקורט

זימער מעג מען גיין מיט א טורטל נעק ווינטער נישט.

די האר

די פנים

זייט 54

זייט 54
טעקסט

54א העיקר ... ... ... ... ... המעשה הו

די ליסטע איז לאנג.

שאלה פארוואס אונזערע מיידלעך זענען די ליידיגסטע קעפ צווישן אלע אנדערע שולעס?

וואס ערווארטן מיר פין קינדער מיט אזא נארישע ליידיגע חינוך? חיצוניות חיצוניות חיצוניות דאס באכעט רבותי נעמט אייך אין האנט אריין מיט אייער בני מען אין זיי אריין אגאנצן ליבן טאג, וואס מיינט איר די בית הייבט אן הערן שעירי חינוך פין די עכטע עקספערטן רגע זיי זענען אינדרויסן פין סקול פארברענען זיי זייער מאכט א פלאן א צייט א פלאץ ווען איר וועט זיך גאנצע טראגע שמירן זיך אן פין קאפ ביז פיס אין די אוועקזעצן מיט יעדעס קינד אדער אלע ציזאמען, שרייבט גאנצע לעבן זייערע דרייט זיך ארום די חיצוניות!!!

אייך פאר שעירים, עס איז דא אויף די אינטערנעט א שלל פארוואס? ווייל דאס האבן זיי געזעהן ווי וויכטיג דאס איז, מיט דרשות. דאס פארנעמט די אויבן אן ביי די ממשלה איז עס דעם א ________________________________

למעשה 14 #

מאכט אייערע צוקונפדיגע דורות אינטערנעט פרוף

דורך: זיניגער

חברה, ס'איז צייט זיך אוועקצודרייען פון דער מזרח די ערשטע זאך וואס קומט אויפן געדאנק איז געלט. וואנט און אנהייבן זיך אומקוקן צו די זייטן. שוין צו לאנג רוב יונגעלייט מוטשען זיך אויסצוקומען. יעדער ווייסט עס וואס מיר קלאצן אויפ'ן אויבנאן און ווארטן און האפן און און ס'איז נישט קיין סוד. דער פינאנציעלער פלאנטער אין בייזערן זיך און שרייען און קוויטשן. גענוג פון אונז האבן וועלכן מיר זענען שטעקן קען צום בעסטן אילוסטרירט שוין גענוג לאנג געווארט און געברימט צו פארשטיין אז ווערן דורכ'ן זיך פארשטעלן דעם מצב ביי דרייפערטל דארט וועט זיך גארנישט רירן. די אידן וואס זיצן דארט מאנשי שלומינו אויב זאל די רעגירונג באשליסן וועלן זיך נישט טוישן; זיי וועלן נישט טוישן זיך און אויך אפצושטעלן די פראגראמען און סובסודיעס פאר יחידים. נישט אונז. אלעס וועט בלייבן ביים אלטן, אויפ'ן זעלבן רוב ציבור וועט איבערנאכט פארוואנדלט ווערן אין סיסטעם ווי עס לויפט שוין זייט דער אינטערנעט האט ארעמעלייט ממש, מיט שוואכע אויסזיכטן צו קענען צום ערשטן מאל הויך אויסגעזאגט דעם סוד אז א ריזיגער פשוט שטעלן ברויט אויפ'ן טיש. דאס מיינט אז אונזער ציבור איז אומצופרידן מיט זאכן כמו שהם.

פרנסה באשטייט צום גרויסן טייל פון קינסטליכע, שעפערישע קינצן.

איך רעד דא, אגב, נישט פון רוחניות – תקנות, כינוסים, דרשות, קול קורא'ס און דעם רעשט פון דער דערנאך זענען פאראן אנדערע שוועריגקייטן פון ליסטע. רוב פון יענע ענינים זענען כמעט נישט נוגע וועלכע קיינער איז נישט פריי. יעדער האט זיך זיין פעקל, למעשה. )יא, איך רעג זיך אויך ווען מ'דרייט מיר דעם זיינע דאגות, עסקים און קאפ ווייטאגן וואס שטערן אים קאפ און מ'ריקט מיר יעדן שני וחמישי אונטער צעטלעך און אין וועלכע ער נויטיגט זיך אין הילף און הדרכה. צו חתמ'ען אונטער צוואנג. אבער – וואס מיר מאכן מיר דאס מציאות פון די לעצטע יארן האט אונז זיך נאריש – אלעס גייט ווייטער ווי געווען, און דער כעס איינגעוואוינט צו טראכטן אז די ישועה מוז קומען אויפן איז בעיקר אויף דער אומבאקוועמליכקייט און ריזיגן פארנעם ,דורך יסודות'דיגע ,סיסטעמאטישע אומ'טעמ'טן געפיל פון ווערן דיקטירט אויף יעדן שריט אין ענדערונגען. פארוואס דאס איז אזוי, איז נישט אזוי לעבן, וואס איז טאקע נישט געשמאק אבער פארט נישט וויכטיג. מסתבר איז אז ס'האט מיט דעם וואס כמעט עק וועלט(. איך מיין מער אונזער גשמיות, די געווענליכע, אלעס אין אונזער לעבן ווערט דיקטירט און פאראויס טאג טעגליכע פראבלעמען און שוועריגקייטן.

פלאנירט דורך אנדערע מענטשן פון אויבן. כמעט יעדער

זייט 55

זייט 55
טעקסט

המעשה ה55 ו א העיקר ...

אספעקט פון אונזער לעבן – פון וויאזוי מיר גייען אנגעטאן ביז וויאזוי מיר מאכן און האבן חתונה, ביז וויאזוי אונזער לוי' נאך א לאנג לעבן וועט אויסזען – איז פארגעשריבן און אוועקגעשטעלט אויף פעסטע יסודות. כיוצא בו, זענען פאראן סטאנדארטן און תקנות פאר יעדן ריר, יעדער געלעגנהייט און אלע אומשטענדן. במילא ליגט ביי אונז א קאפ אזא פאסיוויטעט, און ווען מיר טרעפן זיך מיט פראבלעמען הייבן מיר זיך אומקוקן און זוכן אז די לעזונג זאל קומען צופליען, פונעם אויבנאן, עסקנים, אדער פון סתם "סטאנדארט", פונקט ווי ס'איז מיט אונזערע שמחות, וועמענס פארנעם און אויסזען האבן סטאנדארטן וואס קיינער האט נישט אוועקגעשטעלט און מיט וועלכע קיינער איז נישט מסכים אבער וועלכע יעדער פאלגט אויס ווי א גוט קינד.

איך שהוא, זיצן מיר אין צרות און זענען מצפים לישועה. די ישועה וועט אבער נישט קומען, כל זמן מיר וועלן נישט עפעס טאן דערצו. וואס זאל מען אבער טאן? איך מיין אז מ'דארף אנהייבן מיט א טויש אינעם בליק און די ערווארטונגען. אנשטאט זיך בייזערן פארוואס "קיינער טוט גארנישט"; פארוואס די רבנים, וואס קריכן אונז אין די געדערם און זענען אונז בודק די ציצית און טאשן, קענען נישט טאן עפעס אונז צו העלפן בגשמיות – לאמיר ענדערש אליין אנהייבן טאן פאר זיך און איינער פאר'ן אנדערן. די ישועה כללית און יסודות'דיגע שינויים אינעם סיסטעם וועלן נישט אזוי שנעל אונטערקומען. די איינציגע זאך וואס מיר קענען דערווייל טאן איז אויסדרייען די אויגן כלפי פנים און כלפי הצדדים.

עמיצער מיט א ברייטערן בערזל און ווארעמען הארץ, וואס איז וויליג צו געבן געלט, זאל אנשטאט צו עסקנים און מוסדות דאס געבן צום ערשטן קרוב אדער באקאנטן וואס נויטיגט זיך דערין. יעדער קען אזעלכע מענטשן און מיט אביסל שכל קען מען העלפן א צווייטן אין נויט בדרך כבוד.

דו זעסט עמיצן קוועטשט עפעס אדער סתם עס פעלט אים שמחת החיים, לייג זיך אריין אין דער זאך, אבער אויפריכטיג און מיט דער ריינער כוונה אים גרינגער צו מאכן, אים לייכטער צו מאכן אויפן הארץ, אים העלפן נעמען דעם נעקסטן בעסטן שריט. זאל די "אחיעזר" אפטיילונג פון "קאווע שטיבל" קראכן פון אזויפיל טראפיק!

אין א ווארט: לעב און ווירק מיט דער פאלשער אבער פארט נוצליכער הנחה אז מיר לעבן אין א מדבר און גארנישט ווערט געטאן אויב עמיצער וועט עס נישט טאן. "אין איש". ס'איז א פאקט. "נשתדל להיות אישים"!

דער מהלך איז טאקע ניטאמאל קיין נאנטער קרוב מיט דער ישועה און דעם טויש אויף וועלכע מיר אלע ווארטן אזוי, אבער דאס איז אלעס וואס איז שייך צו טאן יעצט אויף דער מינוט. און לאמיר זיך טאקע יא לערנען פון אונזערע אויבנאן אידן, וואס גייען מיטן קאפ אין דער וואנט פאר די זאכן וואס זיי האלטן זענען ריכטיג, אפילו ווען די אויסזיכטן פאר הצלחה זענען נישט קיין סך מער ווי א משהו העכער זערא.

לאמיר פירן א קאנסטרוקטיווע ,גשמיות'דיגע סמארטפאון-נוסח מערכה פון טאן צו דער זאך אפילו דאס מיינט גיין מיטן קאפ אין דער וואנט. לאמיר אויפהערן טראכטן גרויס און ברייט וועגן טוישן אדער אפילו פארבעסערן דעם סיסטעם, און במקום זה פשוט טאן קלייניגקייטן דארט וואו און אויף וויפיל מען קען. יתכן אז דאס וועט זיין א שפרינג ברעט צו עפעס ברייטער און בעסער; בכל אופן, לאמיר טראכטן און טאן למעשה פה למטה מעשרה טפחים ממש, ווייל נאר דאס איז שייך און מעגליך.

זייט 56

זייט 56
טעקסט

56א העיקר ... ... ... ... ... המעשה הו

למעשה 15 #

דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן

זייט 57

זייט 57
טעקסט

דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן

זייט 58

זייט 58
טעקסט

דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן

זייט 59

זייט 59
טעקסט

דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן

זייט 60

זייט 60
טעקסט

דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן

זייט 61

זייט 61
טעקסט

דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן

זייט 62

זייט 62
טעקסט

דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן

זייט 63

זייט 63
טעקסט

דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן

זייט 64

זייט 64
טעקסט

דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן

זייט 65

זייט 65
טעקסט

דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן

זייט 66

זייט 66
טעקסט

דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן

זייט 67

זייט 67
טעקסט

דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן

זייט 68

זייט 68
טעקסט

דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן

זייט 69

זייט 69
טעקסט

דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן

זייט 70

זייט 70
טעקסט

דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן

זייט 71

זייט 71
טעקסט

דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן

זייט 72

זייט 72
טעקסט

דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן

זייט 73

זייט 73
טעקסט

המעשה ה73 ו א העיקר ...

דער ארטיקל איז אראפגענומען געווארן

הרי לפניך אוצר בלום תם ולא נשלם אשר