וויאזוי מאכט מען א פיינעם פרישן קאווע?
אן ארטיקל פון א קאווע שטיבל שרייבער וועגן קאווע: בינען, ראוסטן, מאלן און ברויען. דער טעקסט איז געלייענט פון די בילדער (OCR), ווייל דער PDF-טעקסט איז צעשניטן.
יעדער זייט ווערט געוויזן אלס בילד, און אונטער אים דער טעקסט. דער טעקסט איז ארויסגענומען פון דער PDF; ביי שווערע אויסשטעלן (שפאלטן, קעפלעך, פונקטירטע ווערטער, ספעציעלע שריפטן) קען ער זיין צומישט — דאס בילד איז דער ריכטיגער. ביי 7 זייטן איז דער טעקסט געלייענט פון בילד (OCR, ⓞ) און קען האבן טעותים.
זייט 1 ⓞ
טעקסט (OCR)
בעז"ה ארטיקל: וויאזוי מאכט מען א פיינעם פרישן קאווע? (05 60 )=
דא אין קאווע שטיבל דרייען זיך װוי פארשטענדליך אסאך קאווע ליבהאבער'ס װי די נעמען זייערע זאגן עדות, באריסטא, דזשאווא, סטארבאקס, און נאך אסאך, איז אוודאי דא פאסיג אויסצושמועסן אלע אינטערסאנטע פאקטן ארום דעם בארימטן קאווע געטראנק און דערגיין וויאזוי מען קען אליין מאכן א פיינעם נארהאפטיגן קאווע ביי זיך אינדערהיים, אפיס אדער וי אימער מ'זאל נאר זיין.
באמת, איז קאווע אסאך מער א חכמה וי א מלאכה, די מענטשן וואס באקומען דעם געפיל צו קאווע וועלן מיט דער צייט אנטוויקלען אן ארטיסטישן געפיל צום קאווע גענוי װוי מיט אלע אנדערע ארט'ס, זייער אסאך האלטן אז קאווע איז פונקט אזא ארט וי וויין און אנדערע רייכע געטראנקען וואס מען דארף פארשטיין דערצו און מען דארף האבן דעם געפיל דערצו אויף צו קענען ארויסנעמען דעם ריכטיגן טעם, במשך די יארן ובפרט אין די לעצטע יאר הונדערט האבן שוין טויזענטער מענטשן זיך אריינגעלייגט אינעם קאווע סוגיא, הונדערטער מאשינען זענען ארויסגעקומעןן, אומצאליגער שטודיעס און סטאטיסטיקס אדורכגעפירט געווארן, ביליאנען דאלארן איז שוין געספענדעט געווארן, אלעס נאר פאר איין ציל: וויאזוי ארויסצונעמען דעם מאקסימום טעם פונעם גרינעם קאווע באנדל! מיט דער צייט האבן זיך אסאך מענטשן געטראפן אלס קאווע פארשטייער און געעפנט קאווע געשעפטן, טייל דערפון זענען זיך זאגאר צווואקסן צו ריזיגע קייט געשעפן און אויסגעשפרייט איבער די גאנצע וועלט, װי אסאך פון אונז זענען שטענדיגע קאסטומער'ס.
ווייניג ווייסן אבער אז אליינס צו מאכן אינדערהיים א פראפעסיאנאלע קאווע איז נישט אזוי שווער, אדרבה מיט דער צייט ווערט עס גאר א האבי, אלזא לאמיר גיין צושטייטעלעך און קלאר צונעמען דעם נאטורליכן לעבנ'ס שטייגער פונעם באנדל, פונעם בוים ביזן גלעזל, און זעהן וויאזוי איעדער מענטש קען מיט פשוט'ע ידיעות און קנאפע ביליגע כלים ארויסנעמען דערפון די מאקסימום און מאכן א פיינעם קאווע מיט א ריח גן עדן און קאסטעמייזד פלעיוואר לויט די אייגן געשמאק, ממש אזוי וי אין א סטארבאקס אדער נאך בעסער.
(אויפקלערונג: דער ארטיקל רעדט נישט פון 'אינסטענט קאווע' װי טעיסטערס טשויס, כאטש אז די אינסטענט קאווע פארמאגט אויך די עדיקטיוו 'קאפעין סובסטאנס, פארמאגט עס אבער נישט דעם רייכן קאווע טעם, אונזער ארטיקל רעדט אויסשליסליך נאר פון עכטע געבראטענע קאווע וואס האט א רייכן געשמאקן טעם װי איר װוועט ליינען שפעטער).
וואס איז דאס קאווע?
דער קאווע באנדל וואקסט אויף א בוים עס וואקסט אין רויטע בערי'ס, איעדער בערי האט 2 קערנדלעך וואס אט די קערנדלעך זענען אונזערע קאווע בונדלעך. זיי וואקסן מערסטענס אין די טראפישע לענדער וי אפריקע, סאוט אמעריקע און סאוט אזיע, דאהי אין די יונייטעד סטעיטס וואקסן זי נאר אין האוואי און אין פארטא ריקא.
טיף אינעווייניג אין איטליכער קאווע באנדל ליגט צװוישן אנדערע באהאלטן א
געוויסע אויל, גערופן 'קאפעאהל' (|08/60), וואס דער דאזיגער אויל דארף
מען צוערשט אנטוויקלען, דערנאך איזאלירן פון די איבעריגע נישט גוטע אוילן, און דערנאך ווען מען לייגט עס אריין אין הייס וואסער ווערט דערפון דעם בארימטע קאווע געטראנק.
דער ריכטיגער טעם פונעם קאװווע איז ביטער אבער ענטהאלט א גאר רייכן אייגנארטיגן טעם און גערוך (בוזסא/) וואס שווימט גראד אריין טיף אינעם מענטשנ'ס אינערליכע פארגעניגן נערוו אויף א אפעטיטליכן פארנעם, דער 'קאפעין' סובסטאנס וואס דער קאווע ענטהאלט איז א עקסטערע באנוס פונעם קאווע באנדל איר טבע איז אויפצופרישן און סטימולירן דעם מענטשן'ס בלוט און מח און פארשטייט זיך דעם געמוט, דער קאווע געטראנק לאזט אויך איבער א געשמאקער נאכ-טעם און א השפעה אינעם בלוט סיסטעם פאר א לאנגע צייט. מה רבו מעשיך די'!
בלאט 1 דאטקאם/קאווע שטיבל
זייט 2 ⓞ
טעקסט (OCR)
בעז"ה ארטיקל: וויאזוי מאכט מען א פיינעם פרישן קאווע? (05 60 )=
אבער אדם לעמל יולד, אזוי װוי מיט א יעדער אנדערע גוטע זאך אין די וועלט ברויך מען זיך אויף דעם אויך פלאגן, כדי צו טועם זיין דעם ריכטיגן טעם מוז מען ארויפשארן דעם ארבל אביסעלע, אדער אויסליידיגן דעם טאש.
די ארבעט פון צוגרייטן דעם קאווע, דאס הייסט פונעם אראפנעמען פון בוים ביז מ'דערזעהט זיך מיטן געטראנק אינעם גלעזל, איז נישט אזוי פשוט, צוערשט דארף מען אוסקלויבן דעם באנדל, דערנאך דארף מען אוועקנעמען די שלעכטע אוילן פונעם באנדעל און אין די זעלבע צייט פראדוצירן און אנטוויקלען דעם גוטן אויל, און דערנאך דארף מען ארויסנעמען דעם גוטן אויל פונעם באנדל און אריינלייגן אינעם גלעזל, די ארבעט ווערט געטהון דורך פארשידענע וועגן און איז איינגעטיילט אין פיר שטאפלען,
|. אויסארבעטן: אפטיילן דעם באנדל פונעם בערי און טרוקענען. 2 ראוסטן: אפבאקן דעם באנדל.
3 מאלן: צומאלן דעם באנדל אויף שטויב.
4 בראטן: אפ-בראטן דעם שטויב אין הייס וואסער.
קוקט אויס גאנץ גרינג, אבער באמת איז דא הונדערטער וועגן און מיטלען וויאזוי צו טהון די יעדע פון די פיר סטעפ'ס, און יעדער מיטל (מעטאד - 000ח061:) האט צענדליגער פרטים ופרטי פרטים וואס יעדער פרט פאר זיך וועט אויסמאכן א חילוק אינעם ענדגילטיגן טעם. נישט אלע פרטים איז וויכטיג צו וויסן בכדי צו מאכן א גוטן קאווע, און נישט אלעס קען מען בכלל באשרייבן אויפאיינמאל, אבער איך װועל פרובירן אראפצושרייבן די סאמע וויכטיגסטע פרטים וואס איז נוגע פאר יעדן, וואס אויב דעס ווערט פארנאכלעסיגט איז עס יצא שכרו בהפסדו, א שאד געווען די צייט אין די געלט.
סטעפ 1) אויסארבעטן -0חו685ססזק
די ערשטע סטעפ פון אויסקלויבן, אפטיילן און טרוקענען, איז אונז נישט קיין סאך נוגע למעשה ווייל װוי געזאגט איז אונזער ציל מיטן ארטיקל נאר אויף וויאזוי אליינס צו מאכן דעם קאווע, און רובא דרובא פראססעסינג וװוערן געטהון אין די פעקטארי'ס (אחוץ האבי'איסטן און טייל מחמירים פסח) און אויך ווייל ווילאנג דער באנדל איז נאך גרין און נישט אפגעבאקן וװועט זיך עס האלטן פריש פאר זייער א לאנגע צייט אזויפיל װוי 2 יאר, די עיקר ארבעט אונזערע פאנגט זיך אן בשעת און נאכן באקן.
סטעפ 2) באקן - ראוסטן -- 0ח/0854בן
װוי פריער ערווענט, דער באנדל רויערהייט פארמאגט פארשידענע אוילן און מינעראלן, זיסע און ביטערע און רוב פון זײי זענען אומב'טעמ'ט פארן מענטשליך מױל, דער געשמאקער 'קאפעאהל' אויל וואס איז רעספאנסעבעל פאר'ן געשמאקן קאווע פלעיוואר װועט נאר פראדוצירט און אנטוויקעלט ווערן דערנאך וואס דער באנדל וועט ווערן אפגעבאקן אויף א דעגרי פון בערך 250 סעלציוס פאר בערך 15-20 מינוט, בשעת'ן ראוסטן וועלן די אלע אנדערע נישט גוטע אױלן און מינעראלן צוביסלעך פארשוואונדן ווערן, טאקע נישט אינגאנצן אבער װי לענגער און הייסער אלס מער פון די נישט גוטע גייט אוועק, ביים ראוסטן דארף מען שטארק אובאכט געבן נישט איבערצוגיין, אויב ראוסט מען אביסל שטערקער וו מען ברויך װועט די גוטע אויל אויך פארשוואונדן װוערן, און איבערבלייבן וועט מען מיט א ברוינעם באנדל ענליך צו קאווע.
ראוסטן איז א גאר וויכטיגע פעולה וואס האט א דירעקטן השפעה אויפן טעם, אלע פאקטארן וואס נעמען אנטייל אינעם ראוסטן האבן א חלק אינעם טעם, דער ראוסטער מאשין, די היץ פונעם מאשין, און די צייט ווילאנג עס טוט ראוסטן, יעדעס מין באנדל פארלאנגט זיך אן אייגענער וועג פון ראוסטן געוואנדן אין וועלכע לאנד דאס באנדל איז געוואקסן, און וועלכער זומען-קערנדלעך האבן עס ארויסגעגעבן, דעריבער האט שוין יעדער קאווע מאניופעקטשערער זייער אייגענע אויסגעארבעטער פראפיילס וויאזוי זיי טוען עס ראוסטן.
בלאט 2 דאטקאם/קאווע שטיבל
זייט 3 ⓞ
טעקסט (OCR)
בעז"ה ארטיקל: וויאזוי מאכט מען א פיינעם פרישן קאווע? (05 60 )=
פאר'ן מענטש בלייבט בלויז איבער אויס צו וועלן צווישן לייכט - מיטל - שטארק, געוויסע קאווע קאמפעניס רופן עס אן מיט צונעמען, 'פרענטש ראוסט' וואס רעפערירט צו זייער שטארק, 'איטאליאן ראוסט' - שטארק, 'אמעריקען-ברעקפעסט ראוסט' - נארמאל, 'האלב סיטי ראוסט' - לייכט, און נאך
פארשידענע צונעמען וואס יעדער נאמען איז געראוסטעד אויף אן אנדער וועג און שטאפל, 7 נישט קיין חילוק וואס דער נאמען איז װוועט אבער געווענליך שטיין קלאר ארויסגעשריבן אגזזגידיז אלע אינפארמאציע, דער חילוק צװישן די אלע איז בעיקר אין טעם, דער כלל איז וי דע
ליכטיגער געראוסטעד אלס מער פון די אריגינעלע אוילן (און קאפעין בתוכם) זענען נאך פארבליבן דעריבער איז עס מער ביטערער, און וי טונקעלער געראוסטעד אלס זיסליכער און גערייכערטער די פלעיוואר'ס, אלס מער און שטערקער די קאווע טעם.
בלענדעט ראוסט: איז די פראסעס פון אויסמישן עטליכע מין באנדלעך וואס זענען
ואוו דואר 0
פארשידנארטיג אין טעם די קאווע קאמפעני'ס טוען דאס כדי צו פארגרעסערן זייער
מאזאסס
אויסוואל, אסאך מבינים זענען אבער סקעפטיש מיט דעם וועג, און זיי וועלן ליבערשט זיך האלטן צו איין מין ראוסט.
07 םש 7 זא דשו
א פלעיווארד ראוסט: סייענטיסטן האבן היינטיגע צייטן אויסגעטראפן א וועג וויאזוי אריינצושפריצן אינעם קאווע באנדל סינטעטיש-קאנצענטרירטע אוילן פון פארשידענע פלעיוואר'ס װי למשל ווענילע, טשאקאלאד, הייזעלניס, א.א.וו. וואס מיט'ן פראסעס פון ראוסטן וועט זייער פלעיוואר אויך ארויסגעברענגט ווערן צו א מאקסימום שטאפל, אזוי געבנדיג א דאפלטן טעם אינעם קאווע גלעזל, די ווארט 'פלעיוואר' אויפן קאווע פעקל קען מיינען ביידע, געדענקט נישט וװוערן צומישט מיט די אריגינעלע נאטורליכע קאווע פלעיוואר'ס, מ'דארף אלעמאל קוקן װי דער חמור שטייט איין, אמאל מיינט 'פלעיוואר' די אריגינעלע פלעיוואר'ס, און אמאל סינטעטישע, די נעמען זענען אנדערש און מיט דער צייט וועט מען זיך צוגעוואינען וואס מיינט וואס, אויך דארף מען קוקן אויפ'ן הכשר סימבאל, נישט אלע פלעיווארד באנדלעך זענען כשר.
פיסקאווע פאקט: די קאווע פלעיוואר וועט אנפאנגען אויסוועפן פון די באנדלעך בערך 2 וואכן נאכדעם וואס עס איז געווארן אפגעבאקן! אפילו ווען דער באנדל איז נאך גאנץ און האלט פאר'ן צומאלן װוערן! דעריבער װועלן די מבינים אייביג זוכן צו האבן װוי מער פריש, און פריש מיינט נישט פון ווען מ'האט עס אפגעשניטן פון בוים נאר פון ווען מ'האט עס אפגעבאקן, רוב געפעקלטע קאווע באנדלעך - אפילו װוען עס איז נאך גאנץ- וואס וװוערן פארקויפט אין די גראסעריס זענען שוין געווארן אפגעבאקן צווישן א האלב יאר און א יאר בעפאר אויב נישט מער, כדי צו זיין מער זיכער אז די קאווע איז פריש אפגעבאקן דארף מען קויפן נאר אין קאווע געשעפטן װוי למשל סטארבאקס, דאנקין דאנאטס, און פרעגן דעם דארטיגן באריסטא (קאווע מבין אויף איטאליעניש) ווען עס איז געווארן געראוסטעד, טייל געשעפטן לייגן לכתחלה ארויס די אינפארמאציע, געווענליך לייגן זיי עס אויפן טעוועלע אונטערן רעגיסטער.
נאך אן עצה איז צו קויפן אנליין, ס'דא וועבסייטס וואס גאראנטירן אז זי ראוסטן אינעם טאג וואס עס ווערט ארויסגעשיקט. דער אנליין מיטל איז היינט זייער אויפגעכאפט און איז אגב זייער טראסטבאר צווישן די מבינים. איין
באקאנטע וועבסייט איז חוסס.189ז/90066102 עשעטעע זי טשארדזשען נישט פאר שיפינג.
אויך איז דא צו קויפן האום-ראוסטער'ס, מינים ממינים שונים, טייערע און ביליגע, וואס ערמעגליכט דעם מענטש אליינס צו ראוסטן אינדערהיים, אזוי קען מען האבן פריש אפגעבאקענע קאווע ווען מ'וויל, און מ'שפארט זיך געלט, איך וואלט עס אבער נישט רעקאמענדירט פאר יעדן וייל װי געשמועסט איז ראוסטן א חכמה פאר זיך, א נישט גוטע ראוסטינג קען אוועק'הרג'ענען די אויל שוין גלייך ביים אנפאנג, דערצו דארף מען א גוטער מאשין וואס קאסט געווענליך אסאך (פליז נישט קיין ביליגע קוואליטי), און אוודאי פארנעמט עס אסאך צייט, אבער אסאך קאווע ליבהאבער'ס װעלן יא ראוסטן אליינס, טײל פאר די האבי און טײל פאר די פרישקייט און אייגענע געפילן. אויב וויל איינער יא אליינס ראוסטן איז דא א ברייטן אויסוואהל פון גוטע ראוסטערס אנליין.
בלאט 3 דאטקאם/קאווע שטיבל
זייט 4 ⓞ
טעקסט (OCR)
בעז"ה ארטיקל: וויאזוי מאכט מען א פיינעם פרישן קאווע? (*0 0 2
אויך זענען דא וואס ראוסטן אין אלטערנאטיווע מיטלען אינדערהיים װוי אין אויל פענדלעך, אויווענעס, מייקראעיו, טעפ, וואס פארשטייט זיך אז דאס איז היפש איינגעשטעלט פאר בעגינער'ס.
אין קורצן; אויב קויפט מען די באנדלעך געראוסטעד דארף מען גוט קוקן אויף 3 זאכן. 1) די דאטום ווען עס איז געראוסטעד געווארן. 2) וועלכע שטאפל עס איז געראוסטעד געווארן 3) און אויב עס איז סינטעטיש פלעיווארד און מיט וואס, די לעצטע צוויי ווענדט זיך אלעמאל אינעם טעיסט פונעם מענטש און צומאל קען געדויערן יארן פון עקספערימענטן צו געוואויר ווערן דעם בעסטן טעם לױיטן אייגענעם געשמאק, טעמו וראו.
נאכ'ן ראוסטן אדער קויפן דארף מען זייער אויפפאסן אפצוהיטן די פרישקייט, קאווע איז זייער סענסיטיוו און פארלירט זייער שנעל דעם טעם אוב טוט מען עס נישט גוט אונטערהאלטן, לופט איז די גרעסטע שונא פאר קאווע, נאכדעם קומט פייכטקייט, ליכטיגקייט, און היץ, די בעסטע איז אריינצולייגן די באנדלעך אין א קאנטעינער וואס מ'קען שטארק צושליסן און אוועקלייגן אין א טרוקענער טונקעלער קעבינעט אוועק פון די געז רענטש אדער אויוון, ס'דא וואס זאגן אז צו האלטן אין פריזער איז גוט, עס איז גרויסער מחלוקת המבינים, אבער רוב פון זי זענען מודה אז אויב גייט עס אריין און ארויס אפטער איז נישט גוט, ווייל ביים ארויסנעמען פון א קאלטע צו א ווארעמערע פלאץ ווערט א פייכטקייט ארום דעם באנדל וואס ווערט דערנאך איינגעזאפט אינעם באנדל און פארטרייבט דעם רייכן טעם און אראמא.
סטעפ 3) מאלן -- סַחוֹסחוֹזֹ.
דער אויל איז שוין טאקע אנטוויקעלט אבער איז נאכנישט גרייט ארויסצוקומען, אויב וועט מען יעצט אריינלייגן דעם באנדל כמו שהיא אין הייס וואסער וועט גאר ווייניג פון די אויל-פלעיוואר ארויסקומען, וועגן דעם פעלט זיך אויך אויס צו צומאלן דעם באנדל פאר'ן בראטן, בשעת'ן מאלן װועט די אויל אפגעבינדן ווערן פונעם באנדל און װועט אזוי גרייט ווערן אויף צום בראטן. דאס מאלן זעלבסט האט זיך זיינע אייגענע געזעצן, אסאך מענטשן שאצן אונטער די כח פון מאלן אבער באמת איז מאלן פונקט אזא וויכטיגע פאקטאר וי אלע אנדערע פעולות און האט פונקט אזא שטארקע השפעה אינעם טעם שפעטער.
כדי ארויסצוברענגען די מאקסימום פלעיוואר פונעם באנדל איז וויכטיג עס זאל זיין געמאלן לוט די וועג וואס דער בראט מעטאד גייט זיין, וי עס וועט שפעטער ערקלערט ווערן איז דא פארשידענע מעטאדן פון בראטן, לענגערע און קערצערע, מעטאדן וואס פארלאנגען די קאווע צו בלייבן אין בארירונג לענגער מיט די הייס וואסער ביים בראטן הייסט א לאנגער בראט, און דעמאלט דארף די באנדלעך זיין געמאלן אויף א גרעסערע מאס שטויב (008/96), אויב איז עס א קערצערע צייט אין בארירונג מיט די הייס וואסער איז עס א שנעלער בראט מעטאד און עס וועט מוזן זיין מער דינליכער געמאלן (סּחוֹ1) , באנדלעך וואס איז דינליך געמאלן און מען בראט עס דערנאך מיט א לאנגער מעטאד וועלן צופיל פון די איבעריגע אוילן ארויסקומען און עס װועט באקומען א איבערגעטריבענע ביטערליך טעם, אזוי אויך פארקערט, שטויב געמאלן מער דיקליך און געבראטן מיט א שנעלערע מעטאד וועט זיין א ליכטיגער קאווע אהן קיין סאך טעם.
א וויכטיגע זאך איז אז אלע שטויב זאלן זיין געמאלן אייניג אין סייז, אויב נישט װועט זיין שווער אויסצורעכענען די ריכטיגע מאס קאווע שטויב ויפיל מען ברויך אריין לייגן אין די הייס וואסער, דעריבער איז שטארק נישט רעקאמענדירט צו מאלן מיט א קאך בלענדער אדער סיי וועלכע מיל וואס איז נישט געמאכט קאסטום פאר קאווע באנוץ.
מאלן איז דירעקט יא א זאך וואס זייער אסאך מענטשן טוען אינדערהיים צוליב וואס עס איז נישט טייער, מען קען קויפן גאנץ גוטע עלעקטריק מילן פאר אונטער 920, אויך איז דאס מאלן בכלל נישט שווער רוב מילעכלעך האבן נישט מער װי 3 שטאפלען גרויס- מיטל- קליין, און די כללים וויאזוי צו מאלן איז גרינג צו געדענקן, גרויס פאר לאנג, דין פאר קורץ און מיטל פאר מיטל, און לאמיר נישט פארגעסן די עיקר סיבה פארוואס מ'מאלט עס אינדערהיים איז פאר די פרישקייט וואס וי שוין געשמועסט איז פרישקייט פאר קאווע לעבנסוויכטיג, און איינמאל עס איז צומאלן וועט עס אנפאנגען צו וועפן אזוי שנעל וי 20 מינוט דערויף!
בעפאר'ן מאלן דארף מען זיכער מאכן אז די מילעכעל איז זויבער און עס איז נישט איבערגעבליבן קיין אויסגעוועפטער שטויב פון א פריערדיגע מאל, איר ווילט נישט אז די ביסל שטויב זאל אפ'הרג'נען דעם גוטן קאווע.
בלאט 4 דאטקאם/קאווע שטיבל
זייט 5 ⓞ
טעקסט (OCR)
בעז"ה ארטיקל: וויאזוי מאכט מען א פיינעם פרישן קאווע? (*0 0 2
סטעפ 4) בראטן - סַחוֹשסּזם
ווען די באנדל איז שוין גוט צוריבן און צומאלן איז עס שוין רייף פאר'ן בראטן, דאס בראטן װועט ענדליך איינקעשן די שווערע ארבעט פון ביז אהער, דערנאך וואס די קאווע שטויב וועט קומען אין בארירונג מיט בריעדיג הייס וואסער וועט די קאווע פלעיוואר ענדליך ארויסגיין פונעם באנדל און אריינגיין אין די וואסער און אזוי ארום אונז ערמעגליכן עס אויסצוטרינקן מיט א טיפע אפעטיט.
ביז פאר אכציג יאר צוריק בערך איז נאר געווען איין בראטן מעטאד, דאס איז געווען אז מען האט ארויפגעגאסן דאס הייס וואסער דירעקט אויפן שטויב און געווארט אפאר מינוט און דערנאך אויסגעטרינקן, די 'זאמטיגע קאווע' וי מ'רופט עס היינט האט געהאט 2 חסרונות איינס אז דער מענטש האט אייביג געדארפט אויפפאסן אז שווימעדיגע שטויב זאלן זיך נישט אריינגליטשן אינעם מויל בשעת'ן טרינקן, און צווייטענס האט דער וועג נישט אלעמאל געקענט אינגאנצן ארויסנעמען אלע אראמא אויל, היינט צו טאג'ס זענען אבער פארהאן הונדערטער מעטאדן, יעדעס מעטאד האט זיך זיינע מעלות, אבער נאר איינצעלנע מעטאדן זענען געווארן אויפגעכאפט איבער די גאנצע וועלט, הויפזעכטליך צוליב די מאקסימום מאס פלעיוואר וואס די מעטאדן ברענגען ארויס, די מעטאדן זענען בעיקר די פאלגענדע דריי.
1. די דריפ ברעיו מעטאד-- שסזס סוזס 2. די עספרעססא מעטאד - 6580ז890
3 די פרענטש פרעס מעטאד - 685זט חסחסזז
1. דער 'דריפ ברעיו' מעטאד - שסּזם קוֹזס
דער דריפ ברעיו מעטאד איז די מערסט אויפגעכאפטע מעטאד דא אין אמעריקע צוליב די גרינגקייט דערפון, עס ארבעט זייער פשוט, מ'לייגט אריין די שטויב אין א פאפיר פילטער אדער בלעכן פילטער (ס'דא וואס טענה'ן אז די פאפיר פילטער זאפט איין אביסל פון די פלעיוואר'ס), די פילטער לייגט מען דערנאך אריין אין מאשין, די וואסער קאכט זיך אפ אינעם מאשין ביז צו א דעגרי פון 205-195 פארנהייט און דערנאך טראפט עס אריין אינעם פילטער וי עס טוט אפ-בראטן די קאווע שטויב פאר ווילאנג עס מאכט דורך דעם וועג אראפ ביז צום גלעזל, דערנאך ווען אלעס איז ארויסגערינען דערזעהט מען זיך מיט א פיינער פרישער קאווע.
דער דריפ ברעיו הייסט א מיטל וועג (חזטוס606), נישט שנעל און נישט לאנג, ממילא דארפן די באנדלעך זיין מיטל געמאלן. אויך װועט די קאווע טעם נישט זיין אזוי אגרעסיוו װוי מיט עספרעססא וואס איז א שנעלער וועג.
פאר די וואס גלייכן נישט צו נוצן א מאשין איז אויך זייער גרינג צו נוצן דעם מעטאד,
מ'קויפט א דריפ גלעזל וואס איז אויסגעפארמט וי אן אייסקריעם קאון, מ'קאכט אויף דאס || 0/! וואסער ביז 200 דעגרי (טערמא מעסטערס איז דא צו קויפן פאר אונטער 3 דאלער אין : וואלמארט) מען לייגט אריין א פילטער אינעם קאון, מען לייגט אריין די קאווע, מען לייגט
אונטער א גלעזל, און מ'גיסט צושטייטעלעך אריין די וואסער. =
דער דריפ ברעיו מעטאד איז זייער א גרינגע און אויב מען מאכט עס לוט די פארשריפטן
וועט ארויסקומען א גאר פיינער קאווע, די פראבלעם איז אבער אז רוב דריפ מאשינען וואס מ'קען קויפן אין די דעפארטמענט סטאר'ס בראטן נישט ביי א דעגרי פון די פארלאנגטע 195-205 פארנהייט, דאס איז א פאקט און א גרויס פארפירערישקייט פון די קאמפעני'ס ווייל דאס הרג'ט די קאווע, שוין יארן וואס די קאווע מבינים קלערן אויף די מענטשהייט דערוועגן, און ב"ה אז ס'דא איינצעלנע מאשינען וואס קאכן יא אויף דאס וואסער ביז צו די פערפעקט דעגרי װי למשל דעס מאדעל 000049.850ז0/קו8.0!וש-2חסט//:טוח אדער דער מאדעל וואס קאסט שוין אביסל מער
בלאט 5 דאטקאם/קאווע שטיבל
זייט 6 ⓞ
טעקסט (OCR)
בעז"ה ארטיקל: וויאזוי מאכט מען א פיינעם פרישן קאווע? (05 60 )=
0865 19/8000-ח9/6ט/חוסס.חזטססס שששטשט//:ס!ח/ ס'איז אויך דא דער מאדעל '0-1200סס זבּחופוטס'
פונעם בילד אויבן וואס זיינע טעסטס האבן געוויזן אז עס קומט אויך אן צו די פארלאנגטע 195 דעגרי, מען קען עס טרעפן אנליין פאר אונטער 980.
דער נארמאלער מאס קאווע צו נוצן מיט דעם דיריפ ברעיו מעטאד איז 2 קליינע לעפלעך געמאלענע קאווע פאר יעדע זעקס אונסעס, נארמאל שטייט אויך אויפ'ן בעג פונקטליך וואס די קאווע מאניופעקטשורער רעקאמענדירן, יעדנ'ס טעיסט איז אבער אנדערש.
מיט סיי וועלכע מעטאד, איז זייער רעקאמענדירט צו נוצן געפילטערטע וואסער, די טעם איז אינגאנצן אנדערש ווען מ'נוצט געפילטערטע וואסער, דיסטילד וואסער איז קיינמאל נישט רעקאמענדירט.
קאווע איז געמאכט צו טרינקן גלייך נאכן בראטן, יעדער מינוט וואס עס שטייט נאכן בראטן אפילו עס זיצט אויפן ווארעמער װוערט פארלוירן נאך און נאך פון די פלעיוואר, גראסעריס און רעסטאוראנטן וואס בראטן אין גרויסע קוואנטומען ווערן רעקאמענדירט ביי די קאמפעני'ס צו נוצן צוגעמאכטע קאנטשאוס וואס לאזט נישט צו קיין לופט.
2. דער 'עספרעססא' מעטאד - 6950ז050
דער עספרעססא מעטאד איז א '"שנעלער מעטאד' און בראט אפ די קאווע מיט די כח פון פרעשור, מען קאכט אויף דאס
וואסער ביז צו א דעגרי פון 195-205 דעגרי, מען לייגט אריין דין געמאלן קאווע שטויב אינעם פעקל, און דער מאשין
שטופט די הייס וואסער מיט א גאר שטארקע כח אדורך די קאווע ביז צום גלעזל. די פרעשור מאכט אויך אז א שיכט
שוים זאל ארויפשווימען אויבן, קאווע ליבהאבער'ס גלייכן שטארק דעם שוים צוליב די קאווע פלעיוואר וואס עס פארמאגט.
ביי דעם עספרעססא מעטאד קומען די קאווע פלעיוואר'ס ארויס מער קאנצענטרירט װי בי אנדערע מעטאדן און דער קאווע פלעיוואר שפירט זיך היפש מער אגרעסיוו אקעגן די דריפ ברעיו מעטאד.
אמאל איז נאר געווען צו באקומען די עספרעססא געטראנק אין קאפע געשעפטן ווייל די כלים זענען געווען זייער גרויס און האבן געקאסט אסאך, און אויך האט מען געדארפט ביי דעם אסאך מער עקספיריענס װי בי געווענליכער קאווע, ממילא װען מ'האט גערעדט פון ארויסגיין פאר אן עספרעססא האט דאס אויטאמטיש געמיינט א סאציאלע באגעגענישט ערגעץ אין א קאפע הױיז, און דארט איז געווען אזא מומחה וואס מען האט גערופן א 'באריסטא' א שטייגער וי דער מאשקע אין א קרעטשמע, און מ'האט געשמאק פארברענגט די צייט, היינט איז שוין דא גוטע עספרעססא מאשינען פאר מענטשן אינדערהיים, אויך איז שין דא צו באקומען פערטיגע דין געמאלענע קאווע מיט אלע מינע פלעיוואר'ס
וי למשל די באקאנטע סטס- 00זט66, אבער אין אלגעמיין
איז נאכאלס א קאפע הויז א פלאץ פאר עספרעססא בעת קאווע מאכט מען איבעראל.
מיט דער צייט האבן קאווע מומחים איבער די װעלט פרובירט צו פארבעסערן דעם עספרעססא געטראנק און פארשידענע געטראנקן זענען דורך דעם געבוירן געווארן, אריינגערעכנט די ברייט באקאנטע קאפפיטשינא, וואס לייגט עספרעססא קאווע אונטן, הייסע מילך געווארעמט אינעם עספרעססא לייגט מען די צווייטע העלפט, דערנאך קומט א שוים וואס ענטהאלט שוין פארשידענע פלעיוואר'ס וי ווענילע אדער צימערונג א.ד.ג., אין טייל בעסערע רעסטאוראנטן טוען זיי אריינמאלן זייער לאגא אדער פערזענליכע מעסידזשעס אינעם שוים.
בלאט 6 דאטקאם/קאווע שטיבל
זייט 7 ⓞ
טעקסט (OCR)
בעז"ה ארטיקל: וויאזוי מאכט מען א פיינעם פרישן קאווע? (*0 0 2
3 דער 'פרענטש פרעס' מעטאד -- 655זטן חסחסזז
די פרענטש פרעס מעטאד איז פון די עלטסטע מעטאד'ן און מ'באנוצט זיך נאך דערמיט ביז היינט, מערסטענ'ס ווערן זי באנוצט דורך קאווע ליבהאבער'ס ווייל עס געט די מאקסימום קאנטראל פארן מענטש במשך דעם גאנצן בראטן פראצעדור, סיי די וואסער - גראד, און סיי ווילאנג ס'זאל געדויערן און וויפיל מ'זאל אריינלייגן, דער קאנטראל לאזט דעם מענטש עקספערימענטן פארשידענע וועגן, דעריבער איז עס נאכאלס אזוי באליבט אפילו עס איז נישט פון די גרינגסטע מעטאדן.
די מעטאד ארבעט דורך אריינלייגן אין אזא באטל אדער גלעזל די רויע קאווע שטויב, מ'קאכט אויף דאס וואסער ביז 195-205 דעגרי, מ'גיסט ארויף דאס וואסער איבער'ן שטויב, מען שאקעלט עס אויף אביסל, און מ'לאזט עס דארט אפ-בראטן פאר אפאר מינוט געוואנדן לויטן מענטש און לויטן באנדל און לויטן ראוסט שטאפל, אבער דורכשניטליך לאזט מען עס דארט 4-5 מינוט, דערנאך נעמט מען דעם צוגעפאסטן פלאנדזשער וואס האט א פלאכן ברייטן פילטער פון אונטן, מקוועטשט אראפ די קאווע ביז אונטן, עס קומט אויס אז אלע שטויב בלייבט שטעקן אונטער'ן פלאנדזשער, דערנאך גיסט מען אריין די זויבערע קאווע אין א גלעזל.
וויבאלד דער קאווע בלייבט א לענגערע צייט מיט די הייס וואסער דארפן די באנדלעך זיין געמאלן אויף א דיקליכן פארמאט, אזוי אויך וועלן יעצט ארויסקומען אביסל מער פון די אריגינעלע פלעיוואר'ס װוי מיט די אנדערע מעטאדן.
דאס איז אלעס נאר אויפן שפיץ גאפל, אבער גענוג אז מען זאל אליינס קענען אנהייבן צו מאכן דעם קאווע, װוי געשריבן איז דא נאך הונדערטער זאכן וואס מ'קען אויסשמועסן, אבער הזמן יכלו והם לא יכלו, איך וואלט אבער רעקאמענדירט אז ווען איינער קלויבט זיך אויס א געוויסע ראוסט אדער א געוויסע בראט מעטאד זאל ער קודם נאכקוקן אנליין פאר נאך עצות וואס קען אים צוניץ קומען.
אונז אידישע קאווע ליבהאבער'ס האבן א פראבלעם שבת, איז גוט צו וויסן אז ס'איז אויך דא א מעטאד וואס הייסט די 'קאלט בראטן מעטאד', דאס ארבעט דורך אריינלייגן די קאווע שטויב אין וואסער פאר 20 שעה, גוט אויפשאקלען און עס לאזן אין א טרוקן פלאץ טייד צוגעמאכטערהייט, נאך 20 שעה װועט עס ווערן א קאנצעטרירטן סענס, איך האב עס נאכנישט אויספראבירט אבער די מבינים רעקאמענדירן עס פאר מענטשן וואס ליידן אויפן מאגן ווייל די מעטאד נעמט ארויס אלע עסיד'ס, אלנפאלס בעסער װוי אינסטענט קאווע איז עס מסתם. (לכאורה מעג מען עס נאר מאכן אין א כלי שלישי)
אין א נעקסטע געלעגנהייט װעל איך בלי נדר צולייגן אינטערסאנטע פאקטן און ידיעות איבער דעם חשובן געטראנק.
בלאט 7 דאטקאם/קאווע שטיבל






