אמר ונבנתה
א ליקוט פון די מאמרים וואס „ונבנתה העיר“ האט געשריבן אין קאווע שטיבל.
יעדער זייט ווערט געוויזן אלס בילד, און אונטער אים דער טעקסט. דער טעקסט איז ארויסגענומען פון דער PDF; ביי שווערע אויסשטעלן (שפאלטן, קעפלעך, פונקטירטע ווערטער, ספעציעלע שריפטן) קען ער זיין צומישט — דאס בילד איז דער ריכטיגער.
- קאווע שטיבל
- מדור - קאווע שטיבל
- 0 סעקונדן פון רום
- שבת סליחות
- איך, זיך, מיך, אדער איך זוך מיך?
- מדור - געזעלשאפט
- שמחה ביי דיפאלט
- גזירת הגלות
- color war אין הימל
- חכמה = טאלערענץ
- מדור - העמק דבר
- הנאה/צער – בחירה
- עכג ווס. דכג
- דעקארט'ס הוכחה אויף די עקזיסענץ פונעם נפש
- מדור - ספרים און ביכער
- מדור - היסטאריע
- המקדש
- מדור - וויסנשאפט
- ילפינן יציאה ממציאה )"פה-סח" - # 1(
- מדור - פאעזיע
- מעשה בשלשה אחים
- איך האס די מענטשהייט
- איין נייע תחינה פון ניו יארק
זייט 1
טעקסט
ב"ה
אמר ונבנתה
אמר ונבנתה
ליקוט כתבי הקודש - מאמרי 'ונבנתה
העיר' בקאווע שטיבל
www.kaveshtiebel.com
א
זייט 2
טעקסט
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
כ'האב פונקט היינט געשמועסט מיט איינעם, אינעם גייסט פון שמעקעדיג'ס אשכול, אין דעם ענין פון ריבוי גיטין.
לדעתי איז איינע פון די סיבות די שוואכקייט פון היינטיגע נפשות, עס איז כלים בלי אורות, א מענטש האט גארנישט קיין מהות, קיין הגדרה עצמית, אויף וועמען די מקרים זענען זיך מתלבש, אז אמאל האט א מענטש געהאט אן אויסגעקנעטענעם נפש, ער איז געווען געווען א געוויסע מציאות מיט דיימענטשענס, און עס האט איהם געטראפן א מקרה, האט זיין מהות העכסטענס געשיינט מיט'ן קאליר פון דעם מעמד ומצב וואס האט איהם פונקט יעצט באטראפן, וכמשל האורות וכלים דע"ס אז דער אור איז דער זעלבער נאר עס שיינט דורך די כלי מיט'ן קאליר פונעם כלי, דער מקרה, וואס כשמו כן הוא – מקרה, האט איהם אבער נישט דורכגענומען אויף צו טוישן זיין מהות – לבלתי הכות אותו כל מוצאו.
וכבר קוננתי; די אמאליגע, זיי האבן 'געזאגט' די מאמרים וואס מיר קענען אלס 'קוואוטס', דאס קומט פון האבן א נפש, א נפש וואס האט וואס צו זאגן אפגעזעהן פון מצבים וואס פאלן אויף איהם.
אבער אז די מקרים זיי זענען די וואס פארעמען א מענטש, אז א שווערע טאג ארבעט מאכט איהם פאר א-שווערע-טאג-ארבעט, אז א בלויע בעקטישע מאכט איהם פאר א בלויע בעקטישע וכו' וכו', איז וואס איז געבליבן פונעם מין האנושי? א צירוף מקרים? א גרינער א ווייסער, א פרייליכער א גערעגטער? זאכן וואס וואלטן געדארפט זיין נישט מער ווי געוויסע מצבים\זמנים אין עפעס א געוויסע עצם?
עכ"פ, זאגט ער אזוי, ָאמַר וְנִבְנְתָה: אֶל עֵבֶר הַחַּלוֹן נִשְקָפְתִי וְנָתַתִי אֶל לִבִי כִי שָבַת הָָאדָם מִמֶּנּו, הייבט ער אהן בסגנון של נחמה, איך מוז נישט פארשוועמט ווערן מיט אלעס וואס טוהט זיך אפ אויף דער וועלט, איך זיץ מיר ביי מיר אין צימער און די וועלט איז נישט מער ווי א פארשטעלונג אין מיין פענסטער וואס איך באטראכט פון וואו איך זיץ.
באטראכט ער די וועלט און זעהט אז קיין מענטשן געפינען זיך שוין נישט אויף איהר.
ח ֹמֶר וְגֶשֶם – וְרּוחַ אָיִן, אלעס איז נאך דא, די אטאמען זענען נאך אויפן פלאץ, אבער א רוח אין זיי איז נישט צום געפינען, ]ע"ש הפסוק נשיאים ורוח וגשם אין[.
בְחַנְתִיו, וְהִּנֵה הּוא תוֹלְדַת מִקְרָיו – כַאֲשֶר יֵלְֵך הַמִקְרֶה כְָך יִתְעַצֵב לִבוֹ ּודְמּותוֹ, ]ע"ש הפסוק ויתעצב אל לבו, ולענינינו הוא מלשון עיצוב[.
לִרְגָעִים אֶבְחָנֶנּו, כַאֲשֶר יֹאמַר הֶחָכָם כִי אֵין הַוויַית רֶגַע מּול רֶגַע נוֹצֶרֶת כִי אִם בְהִתְחַדֵש מִקְר ָיו, ]ע"ש הכתוב לרגעים תבחננו[ זאגט ער אזוי, לאמיר בוחן זיין דעם מענטש מיט רגעים, זמן – עכ"פ אין א געוויסע דרגא – איז נאר שייך ווען עס געשעהן שינויים כידוע, ווען אלעס זאל בלייבן שטיין וועט קיין זמן נישט זיין, איז אז א מענטש איז נישט א מהות אויף וועמען מצבים טוהען זיך אהן – ער באשטייט נאר פון די מקרים, איז ער דאך סתם נישט קיין מציאות, א רגע צוריק ביסטו געווען א געוויסע מצב, יעצט איז יענע מצב בטל און דו ביסט א נייע מצב, איז וואס איז מחבר די פארגאנגענע רגע מיט'ן יעצטיגן? די פארגאנגענע רגע\מצב איז אויך געווען דו?
וְאֶל מִי יִקָר הַמִקְרֶה? איז צו וועמען געשעהט די יעצטיגע מקרה, די פארגאנגענע מקרה איז דאך שוין פארגאנגען, זאת ועוד, אז ער איז כולו מקרים, קען דען געשעהן א מקרה צו א מקרה? דארפן נישט מקרים פאסירן צו א געוויסע עצם וואס טוהט זיי אהן אויף זיך?
ב
זייט 3
טעקסט
קאווע שטיבל
א רואיג ווינקל פאר כופרים... ד'
קוקו מביא קוקו... ו'
0 סעקונדן פון רום ח'
שבת סליחות י"א
גשמיות מוז מען אריינכאפן אויף די וועלט אין קבר נעמט מען זיך גארנישט מיט י"ג
איך, זיך, מיך, אדער איך זוך מיך? י"ח
געזעלשאפט
עס איז די מיינד-סעט, סטופיד כ"ב
א שמייכל
ווען איך וואלט געווען א רייכער מאן כ"ט
האט איהר אמאהל געכאפט?... ל'
תורה און מחשבה
האלא! איך קען דיר פון ערגעץ! ל"ב
אמרתי אחכמה והיא רחוקה ממני ל"ה
שמחה ביי דיפאלט ל"ח
גזירת הגלות מ'
color war אין הימל מ"ב
חכמה = טאלערענץ מ"ו
העמק דבר
פארוואס 'איך' גלייב - אן אישי שמועס נ"א
הנאה/צער – בחירה ס"ד
עכג ווס. דכג ס"ח
ג
דעקארט'ס הוכחה אויף די עקזיסענץ פונעם נפש ע"ד
פארוואס טאקע? ע"ה
ווער פארברענט מיט דיין גאט צוזאמען... ע"ח
אייזקריעם פאר אוישוויץ פ'
ספרים און ביכער
ספר שפתי חכמים ע"פ רש"י פ"ג
היסטאריע
די חלוקה פון פרקי התנ"ך פ"ו
ווען אידן האבן געבויעט דעם דריטן בית המקדש פ"ט
א זייפן מיט טעם... צ"ג
וויסנשאפט
די א"ב פון רעלאטיוויטי צ"ז
ילפינן יציאה ממציאה קכ"ג
פאעזיע
זעקת העבודה קל"ה
מעשה בשלשה אחים קל"ז
איך האס די מענטשהייט קל"ט
אמרתי ק"מ
...you are funny ,God קמ"א
איין נייע תחינה פון ניו יארק קמ"ב
פירורים...
קמ"ב ואילך
זייט 4
טעקסט
מדור - קאווע שטיבל
א רואיג ווינקל פאר כופרים...
געקומען זענען זיי אין אלע שעות, אין לאנגע שורות זענען זיי געשטאנען, יונג און אלט פון אלע סטאנציעס און שאו'ס, די שאלות זענען אבער געווען די זעלבע, ווי צו 'סאלאמאן דע ווייז' האבן זיך זייערע מיילער צוגעריקט צו מיין אויער; וואלט איהר באוויליגט ר' ונבנתה, אנטשולדיגט ר' ונבנתה, איהר האט דאך עפעס אפגעשריבן א טויזנט תגובות אין קאווע שטיבל, וואס האט איהר צו זאגן? וואס איז אייער מעסעדזש פאר אונזערע\ אייערע כ'ווייס וואס?
האביך זיי אלע אריינגערופען צו מיר אין שטוב, נאכ'ן זיך באקוועם מאכן הייב איך אהן: לאמיך אייך איבערגעבן מיינס אן אבזערוואציע; האט איהר אמאל באטראכט די פיהלע יחידים וואס שטעלן צוזאם קאווע שטיבל? האט איהר אמאל באמערקט אז איהרע חברים באשטייען פון סאטמאר'ער, באבוב'ער, ליובאוויטש'ער, פאפא'ער, מתנגדים, ספרדים, סליפקין'ער, רב הראשי דבריטניה'ער, סלונים'ער, ניקלשבורג'ער, מיללער'ער, סלאנים'ער, בעלזא'ער, משפיעים'ער, ברסלב'ער ועוד ועוד.
יעצט שטעלט זיך די פראגע וואס ברענגט זיי אלע צוזאמען לפונדק אחד? כ'מיין דערווייל האבן ר' מאטל זילבער און דער פריים מיניסטער פון אוגאנדא נאכנישט געבויעט א סייט צוזאמען, עס מוז דאך עפעס זיין א צד השוה ביי די אלע, עפעס האבן זיי א קאמאן נקודה וואס פאראייניגט זיי?
פון אלע ווינקלען שאקעלט מען מיט'ן קאפ, יא, ער פרעגט דאך גוט, און ווילאנג זייערע אויגן פאלגן נאך מיינע לעפצן ווי היפנאזירט הייב איך אהן אזוי:
איך וועל אייך זאגן, און דא ציה איך ארויף די שטימע צו א דראמאטישן טאן פאר מאקסימום אימפאקט, די צד השוה צווישן די אלע איז אז זיי זענען אלע כופרים...!
כופרים?! יא, גוט געהערט; כופרים!
די גמ' זאגט כל הכופר בעבודה זרה נקרא יהודי, וויסן זאלט איהר אז רוב פון די מענטשהייט דרייעט זיך ארום מיט קליינע געטשקעלעך אין טאש, איין געטשקע הייסט סיסטעם, איינע הייסט שווער\שוויגער, איין געטשקע רופט זיך איך-האב-נישט-קיין-געדולד-צו-טראכטן, געוויסע מאדעלס געטשקעס הייסן שכן\שכנה, לאמיך-טוהן-היינט-ווייל-כ'האב-געטוהן-נעכטן, און זיי קומען אין אלע מאדעלס און סייזעס.
ד
זייט 5
טעקסט
איהר וועט עס נישט גלייבן, אבער רוב מענטשן האבן קיינמאהל אין לעבן נאכנישט געטראכט פון א בורא פון די בריאה; ווער איז ער, וואס איז ער, וואס וויל ער פון מיר, ווען זיי דארפן עפעס טוהן כאפן זיי שנעל די רעלעוואנטע געטשקע און געבן זיך א שנעלן ביק, איינער שרייעט אויס 'בעלי בעלי', א צווייטער קרעכצט 'שכנתי שכנתי', מען טוהט אפ די צערעמאניע, און נעקסט - וועלכע געטשקע קומט יעצט, אויף דעם וועלן זיי זיך מוסר נפש זיין, אוועקגעבן די לעצטע פרוטה און דאס געזונט, רודפ'ען די ווייב און קינדער – ויתגודדו כמשפטם בחרבות וברמחים עד שפך דם עליהם.
האבן זיך ארויסגעשטעלט געוויסע אידן - אחד הי' אברהם, אנשים אשר רוח בהם, און געזאגט מיר זענען אידן! מיר זענען כופר אין עבודה זרה, מיר ווילן וויסן פון א בורא, מיר ווילן האבן א קשר מיט זיינע מצוות, מיר ווילן אריינעמען זיינע הדרכות, אט די אידן, די פליישיגע אידן, אויך אידן, טאקע אידן, זיי זענען די שרידים אשר ה' קורא וואס טראכטן נאך אמאל פון א באשעפער.
אט דאס איז די בריח התיכון וואס איז זיי מאחד – פיהר איך אויס מיט פאטאס – עליהם אמר הכתוב בעסער אונזערע כופרי ם ווי שיטה'ס יושבים...
ווי זאגט מען נאך, ביים גירוש נוי יארק האט מען עס געזעהן בחוש, די אלע וואס האבן געטוהן ווייל כ'האב נישט קיין געדולד צו טראכטן, ווייל דער שכן טוהט, ווייל די פארטיי טוהט וכו', די האבן זיך נישט געהאלטן – זיי זענען געפאלן ווי די פליגן, אויב עבודה זרה'ס איז שוין דא בעסערע, געהאלטן האבן זיך נאר די עטליכע אידן כופרים בע"ז וואס האבן צוגעלייגט אביסל קאפ און הארץ צו זייער אידישקייט.
זיצט דער אייבערשטער ארומגענומען מיט סאנטא'ס און דער שמש שרייעט אויס: נעקסט! ונבנתה האט אפג עשריבן טויזנט תגובות, לאמיר זעהן וואס דארטן טוהט זיך.
דער שמש מישט און נישטערט, פלוצלינג רופט ער אויס בשמחה: יא! ער איז א היימישער, א כופר!
אם יש עליו מלאך מליץ אחד מיני אל"ף, ויחוננו ויאמר: פדעהו מרדת שחת, מצאתי כופר!
והקב"ה מה הוא אומר? הדין דידי!...
קוקו מביא קוקו...
ה
זייט 6
טעקסט
איך האב פיינט קאנפידענס, אוי האב איך איהר פיינט.
לאמיך אייך קודם זאגן פון וועלכע קאנפידענס איך רעד נישט, זי איז גאר א גוטע און וויכטיגע, זי איז א קאנפידענס פון שטאמט פון ביטול.
איהר זעהט, אויב איך דארף נישט זיין מער אדער ווייניגער ווי איך בין, אויב איך דארף נישט א מסקנא אויף שאלות – איך קען בלייבן ביים ספק, אויב איך קען צוריקציען היינט – מיט א גלאטן פנים – פון מיין נעכטיגע מסקנא ווייל דו האסט מיר געוויזן פארקערט, אויב עס דרוקט מיר נישט צו ווערן 'דו' ווייל דעמאלטס וועט נישט זיין א איך וואס איז געווארען דו, עס וועלן זיין צוויי דו'ס און זערא איך'ס, דאס איז א גוטע קאנפידענס – א ביטול'דיגע קאנפידענס וואס בויעט איהר בעל הבית און ברענגט אויף איהם שינויים לטובה ביזן קבר.
דערנאך, מיינע פריינט, איז אבער דא א פונקט פארקערטע קאנפידענס, די 'מסקנות קאנפידענס', זי געפינט זיך ביי די וואס ווייסן אלץ און אלעמען, דאס זענען די מענטשען וואס ווייסן נישט פון אן 'איך ווייס נישט', נישטא קיינע ספיקות אדער – גאט באהיט – חרטות, און איהר קענט זיי טרעפן איבעראל, פונעם דיין'ס שטוב ביז'ן ארבעט'ס פלאץ, זייער קאנפידענס נעמט זיך פונעם גאר פארקערטן עקסטרעם, זיי זענען שוין די מסקנא, זיי וועלן זיך משכנע זיין אז עס לוינט זיך נישט צו זיין עפעס אנדערש ווי זיי אליין.
זייער מיסיע אין לעבן איז צו קלויבן מסקנות – יעדע מסקנא איז א פרישע ציגל אין זייער טורעם פון קאנפידענס, פארדעם איז מען געבוירן און פארדעם לעבט מען – זיכער צו מאכן אז יענער און יענס נישט און איך יא, און עס איז א סעלף סאסטעיניג מעכאניזם, וואס מער געקליבענע מ סקנות אלץ שנעלער און גרינגער וועט ער האבן נאך איינס.
פון דארט און ווייטער גייט עס נאר בארג אראפ, די מאס חכמה\ טפשות וואס זיי האבן זיך איינגעהאנדלט האט שוין נישט קיין שאנס צו וואקסן, מהיום והלאה האט איהר איין ברירה, אויסהערן זיינע קלארע מסקנות אויף יעדע זאך, פון פארוואס דער אייבערשטער דארף מיליאנען גאלאקסיעס ביז וועלכע דייעט איז די איין און איינציגסטע אמת, ואיידי דטריד למיפלט לא בלע.
ומה שידוע ליודעים אז וואס גרעסער די טפשות אלץ מער קאנפידענס, איז לויט דעם – אין א געוויסע בחינה - די מעשה פארקערט, עס הייבט זיך אהן ביים קאנפידענס וואס שלעפט די טפשות אין איהרע פיסטריט.
כ'האב שוין לאנג, זייער לאנג, געוואלט שרייבן הגהות אויף א קונטרס פון א איד בלאך ממאנסי וואו ער איז 'מוכיח' ווי אפגעפרעגט קופערניקעס איז אז די ערד דרייעט זיך ארום די זוהן, אבל מה אעשה, ווען איך קוק דארטן אריין קומט מיר דאס בלוט ארויף אין קאפ, ווען ער קומט ווען מיט א ביטול און פראבירט קוועטשן אהער און אהין, נו, פארוואס
ו
זייט 7
טעקסט
נישט, קומען קומט ער אבער מיט'ן גאנצען קאנפידענס, מאכט זיכער צו שרייבן יעדע פיפטע ווארט מיט ענגלישע אותיות, דער און דער סייענטיסט האט איהם כלומר'שט מודה געווען כך וכך וכו', גיסט עמערס ביטול וקללות ולא נחה דעתו ביז ער בא'טיטול'ט קופערניקעס מיט א 'ימ"ש...'
מיינט איהר דאך אודאי אז ער זאגט גוט? עה]![, קודם קאכט מען זיך אין אפאר אלטמאדישע פילאזאפיע'ס - ווער ס'איז דער צענטער ער איז די תכלית וכו' וכו' ]איי מכל מקום זעמיר נישט קיין צענטער, נישט פונעם גאלאקסי און אודאי נישט פון די יונעווערס?[, זיינע הוכחות מה"ת זענען בערך ווייל ס'שטייט אין פסוק דור הולך ודור בא והארץ לעולם עומדת ]במח"כ די וואס האבן דאס גענוצט לראי' פארשטיי איך נישט וואס זיי ווילן[, און אויף די הוכחה הידועה אז אויב די זוהן דרייעט זיך וועט אויסקומען אז געוויסע שטערן פארן שנעלער ווי די ספיד אף לייט איז זיין תירוץ אז עס איז א נס...
איך זאג נישט, דו מעגסט זאגן נס, אבער זיי עס כאטש מבליע אין א הוס...
עכ"פ, וואו קום איך דא אהער? איך האב היינט באמערקט אז דאס איז שוין א פראבלעם מימות עולם, קוקענדיג היינט אין ספר הברית )מאמר כ' פכ"ה( וואו ער איז מאריך קעגן לערנען פילאזאפיע, זעה איך ווי ער פרייעט זיך גאר שטארק מיט קאנט'ס נייע ספר וואו ער האט איינמאל פאר אלעמאל אפגעפרעגט די גאנצע מושג פון פילאזאפיע ]עוד נגע אחד אביא על הפילוסופיאה ... כי בפעם הזאת אני שולח את כל מגפותי אל לבם ... וכל חכמתם תתבלע[.
אביסל ווייטער רירט ער אהן די נקודה, בלשונו הנפלא גיסט ער דארט זהב רותח אויף לייבניץ, דערנאך שרייבט ער:
וכאשר תאמר אלי כבר החזיקו בדעותיו והלכו בדרכיו איזה חכמים מפורסמים, אף אני אשיבך מי לנו גדול בחכמה מן הרמב"ם ז"ל אשר החזיק בדעות אריסטו וסמך עליו כעל עמוד ברזל, ולא הוא בלבד אלא אף גם חכמים רבים מחכמי האומות אשר קמו אחריו דור אחר דור כולם האמינו בכל דבריו וקבלו כל דעותיו והלכו בדרכיו זמן רב, עד שכל מי שהי' מסרב בדבריו וממאן בהנחותיו הי' לחרפה למשל ולשנינה בעיניהם כמכחיש במה שנתאמת החוש מן החושים, ובכל זאת קמו החכמים האחרונים מחכמי הגויים וסתרו הנחותיו ובטלו דעותיו, כי שמו דבריו והנחותיו בכור המחקר ולא עמדו בנסיון, ומראיהן רע ככסף סיגים מחופה על ח רס, ונמנו ורבו ובטלו דבריו.
און איך טראכט צו מיר וואט עי וואנדערפאל ווארלד, דא האלט איך א ספר וואס בימיו זענען זיינע אינפארמאציע טאקע געווען די לעיטעסט ענד גרעיטעסט, אבער כהיום ווייסן מיר אז עס איז 4\4 שטותים, אלעס אפגעשריבן מיט הוכחות וביאורים, און דא איז ער מיר מסביר אז גארנישט איז פארזיכערט, היינט טאנצט יעדער – ובתוכם הרמב"ם – קדוש, און מארגן לאכט יעדע קינד דערפון.
ז
זייט 8
טעקסט
דור הולך ודור בא והארץ לעולם עומדת, יעדע תקופה חזר'ט זיך איבער די זעלבע שפיל, מ'לאכט פון די אלטע און אין די זעלבע צייט גלייבט מען באמונה שלימה אין די נייע, לו חכמו ישכילו זאת – נעמט'ס עס אין קאפ אריין, עס איז נישט דא קיין 'זיכער', וויפיהל דו זאלסט נישט וויסן ווייסטו גארנישט לגבי וויפיהל עס איז דא צו וויסן, אז נישט זעהט מען אויס ווי איין משוגע'נער אין משוגעים הויז וואס לאכט פונעם צווייטן ווייל יענער איז משוגע.
ווי ר' הלל פאריטש'ער האט געזאגט, די חילוק פון מיר ביז'ן רבי'ן ]דער צמח צדק[ איז ווי מיר מיט א קאץ, און נישט אז די מרחק צווישן מיר מיט א קאץ דאס איז דער מרחק פון מיר מיט'ן רבי'ן, נאר אז לגבי דעם רבי'ן בין איך מיט'ן קאץ גלייך.
אלזא, טייערע ברידער, דאס איז מיין צואה צו אייך, ווערט נישט פארכאפט אין דעם סייקל און מאכט אייך נישט צונאר, קיין זיכער איז גאר נישט פאראן, וואו איהר הערט עפעס א נייע זאך זייט איהם מקבל מיט א געפיהל פון הכרת הטוב, רודפ'ט דעם קאנפידענס עד חרמה, כי כה אמר ה': קאנפידענס ברענגט אראגענס און אראגענס ברענגט איגנארענס, און דאן איז קיין האפענונג פארהאן.
טוהט אייך אהן מיט ביטול וועט אייך גוט זיין.
אל תהי בז לכל אדם ואל תהי מפליג לכל דבר, שאין לך אדם שאין לו שעה ואין לך דבר שאין לו מקום.
0 סעקונדן פון רום
השמש יצאה מנרתיקה, אף סיהרא באשלמותא, אך נפשי עלי שפל, רוחי בתוכי נופל, פתאום יד עלי היתה, בציציות ראשי הוציאני החוצה, נים ולא נים, הנה אחרון הבתים, תיר ולא תיר, יצאתי את העיר.
הניחני בתוך הבקעה, ואני שכולה וגלמודה, אך את דלת נפשי אתי, ואעש אותו לאיש שיחי,
שלום עליך נפשי היקרה, מה תוגך – למה זה רוחך עכורה, האם ממקרי הגוף יפגעוך, כי תאמר הנה השיגני יגון או אנחה, הלא כנפי נפש לך, באיוויך יוליכוך למחוז חפצך, תרצה תסתכל בגרמי מעלה, תואיל תטייל בנוקבת תהום רבה.
ח
זייט 9
טעקסט
עולמות אהבוך – שמות ופרצופים, עקודים נקודים וברודים – לפניך פרוסים, גם נובלות חכמה אשר בנו להם בני האדם, הכר נא – ראה ועשה כתבניתם, אם לפיזיקה אם למוזיקה, לאסטרונומיה או לגיאוגרפיה, הלא הכל לפניך, ואיך זה רוחך עכורה עליך.
דעמם... דע העק מיט די שיינע פראזן... אידיש פארשטייט איהר?! אן אויסגעקלאפטע זעהל דערשפירט איהר?! איהרע זידיגע טרערן זאמלט איהר?! נעה... דאס לאזט פאר איהר שאפער, כי כוס ביד ה', עפעס וועט ער שוין מאכן דערמי ט, אפשר איהרע בלוט-וואונדן אפשווענקן? אפשר גאר איהר צו דערקנעטן א טרייסט וועט ער זיך דערקראצן... שוין, דערווייל היט ער איהר אין זיין אומאנפילבארע קריגל, יהא מונח עד שיבוא אליהו.
אבער אז ער היט איז געהיטן, איהר זעהט? ווען ער נעמט עפעס אונטער זיינע פליגל ווערן זיי א וועזן, איך – פון די אנדערע זייט - מוטשע זיך, טראכט און טראכט, טראכט און דערטראכט זיך נישט.
צדיק ורע לו? בחירה? עוועלוציע? קופערניקעס? רבי ז"ל? רמב"ם? יידל, געפילטע פיש, יאיר, לעיקוואד, בערל בעל עגלה, טאמבל סאס, מוח שליט, , כוכב? אפשר גא ר שמעקעדיג? נעה... איך בין צו דאר פארדעם.
יוסיף דעת יוסיף מכאוב! שרייעט א קול פון ווייבער שול.
נו, שוין געהערט אזעלעכס... כ'האף אז ברכת התורה האט איהר שוין געזאגט, כ'וואלט אייך אפשר צוריקגעשריגן חכמים המה להרע, וואלט איהר מסתמא געשאפן עפעס א קאצקע ווארט, להרע! אבער א חכם זיין!
איהר פארשטייט וואס איך מיין? אז מיר וועלן זאגן אז – פאר קיין איד געדאכט – איך אטעם אפ אלע מיינע גאט-געשאנקענע יאהרן זיך ווייקענדיג אין יסורי איוב, כבר הי' לעולמים, נו? איז עס דען א פאקט? היש יסורים בלא זכרון? א רגע נאכ'ן פארמאכן די אויגן ווייסט נישט קיינער, שפירט נישט קיינער און געדענקט נישט קיינער אז איינער האט זיך דא געמוטשעט אכציג יאהר, ווי ער טרעפט זיך אין קבר איז דער דמיון פארטיג, עס איז קיינער נישט קאנטשעס אז עפעס א גרעי מעטטער פון א געמויזעכטס פון פלייש, ביין און בלוט האט באק ומען סיגנאלן אז עס גייט איהם נישט גוט.
אט האט איהר געציל, קיין חכמה אין די וועלט האט ער נישט אויסגעלאזט, ויחכם מכל האדם, יעדע סייענס און פילאזאפיע, מוזיק און ארט, צו גאט און צו לייט, אבער איז עס דען עפעס? פון אין סוף זמן האט ער אראפגעציפט אכציג יאהר אוו פעים, איהר ווייסט וואס 80 איז לגבי אין סוף?
ט
זייט 10
טעקסט
איז ער מער ווי א ראבאטישע קאמפיוטער וואס פאלט צו די מיסט ווען זיין צייט קומט? לא ידע בשכבו ובקומו, וואס איז? ער האט געפיהלן? גייט גיבט א בליק אינעם קבר זיינעם, לך אל הנמלה, איך פארזיכער אייך אז זיי דערקוויקן זיך מיט זיין הארץ, הגם אין שטאט האט מען געשמועסט אז זי איז פון גאלד געגאסן.
זייט אייך משתטח אויף קופערניקס' קבר, וואס מיינט איהר ליגט דארט מתחת פני האדמה, א סקעלעטאן, וואס איז דאס א סקעלעטאן, פרעגט איהר? עה, גארניט, עס איז אזא שיינע נאמען וואס די לעבעדיגע האבן געגעבן פאר אפאר ביינער וואס האבן אמאל געהאט די מעגליכקייט זיך צו רירן א סענטימעטער אינעם אין-סוף'דיגן אונעווערס דורך זיך ציען אביסל עצם אל עצמו.
אה! ביינער! דאס איז דאך שוין עפעס א דבר מסויים, אט דאס זענען די ביינער פון קופערניקעס, ניין, מיינע פריינט, אל תנחמוני הבל, 'ביינער' איז אזא סארט ראשי תיבות פאר א געמישעכטס פון פראטין און קאלסיום, יא, דאס וואס די יעניגע פארקויפן אייך אלס ווייטאמינען, איז דאס מער מציאות ווי די שטויב אויף אייער ספרים שאפע? גראדע זענען די שטויבעלך אפגעשטארבענע הויט-צעלן - אייער געשינדענע הויט, וואו ווייט דארף מען שינדען אנצוקומען צו אייך אליין? אדער זענט איהר גאר בסך הכל נאכנישט-געשטארבענע שטויב?
ווייסט ער דען, דער קופערניקעס, אז עס דרייעט זיך א וועלט איבער א געדאנק וואס זיין מוח האט געטראגן און זיין קול געבוירן? גרייכען איהם בלאך'ס קללות – קאפקע'ס יללות?
אז מען רעדט שוין, וואס מאכט גרעגאר?
און אז איהר האט יא א בליציגע השגה אין גרעגאר וועט דער ראווער אויף מאדים אנדערש גראבן אין זיין בעל אכסניא?
וועט א אינגערמאן אין אשדוד מקדים זיין זיין עדות'שאפט אז גאט האט די אומגרייפבארע אונעווערס באשאפן אין זעקס טאג – ויש גורסין 14 ביליאן יאהר – און די זיבעטע טאג האט ער גערוהט?
איין מינוט... די זיבעטע טאג? און וואס האט ער געטוהן אויפן אכט'ן? קיינע שידוכים האט ער דאן נישט אויסגעפיהרט, אפשר האט ער באוואונדערט ווי איין ברודער ווייסט אזוי גוט וואו דער צווייטער געהערט?
איהר כאפט? דורכאויס אין סוף זמן האט ער געמאכט א געפ פון 14 ביליאן יאהר, עפעס אזא טיאטער וואו עס שפילט א ראמאנטישע-קאמעדיע, קומט א דראמאטישע ענדע? אדער וועט איין שיינעם טאג אנהייבן לויפן די קרעדיטס אויף א 'די ענדע' הונטערגרונד?
י
זייט 11
טעקסט
שא! שא! דער רב"י קומט... דער רב"י קומט...
שבת סליחות
א חבר מיינער, א וואוילער שטאפענע הוט מיט א געוואלדיגע רילעישאנשיפ מיט'ן אויבערשטן – איך גיב דיר מעשר דו גיבסט מיר נחת. אזוי צוריקלייגענדיג מיין סמארטפאון אין טאש זאג איך איהם "הערסטו, כ'זעה אויף גוגל ניוס אז משיח איז געקומען", אזוי מיט א טוהט-מיר-א-טובה שמייכל זאגט ער הע, הע... זאג איך איהם: נאו, סיריעסלי, ער איז שוין אין אינדיע, באלד קומען דא די חברה מיט די שופרות. הי, הי, קארני...
וואס איז? האסט עקספעקטעד עפעס א דראמאטישער שדים טאנץ אינמיטן די גאס, הא? דיין מיניווען זאל פארן פארקערט, און דיין נאז זאל ווערן א שטיק גאלד. ס'קען נישט זיין סתם 'משיח איז געקומען.'
אונזער סייקאו מוטשעט זיך מיט א שרעקליכער פאראדאקס, מצד אחד איז א פשוט'ע הנחה אז מיר זענען די ערגסטע ווערסיע פון כלל ישראל וואס האט נאר אמאהל עקזעסטירט, דאס איז אפילו נישט אפען פאר דיבעיט – מ'דארף עס אפילו נישט אויסשמועסן, עס איז די אונטערליגענדע הנחה פון א גרויסן טייל פון אונזער לעבן – לאמיר אביסל פארלייכטערן דעם אויבערשטן פון די שרעקליכע יסורים וואס מיר מאכן איהם אהן.
אויב זאלן מיר נישט צופיהל דעטאלן טראכטן איז פשוט אז אונזער מצב איז: מיר רעיפן בתולות תחת כל עץ רענן, דרייצנטע עוועניו איז פול מיט הרוגים וועלכע מיר הרג'ענען פאר שוואוילטאג, און תפילין לייגן מיר עטליכע מאהל א יאר.
צווישן איין קרעכץ און צווייטן, צווישן אן אסיפה און א התעוררות טעיפ, גרייט מען זיך אויף סליחות מוצאי שבת, מיט א צושאסן הארץ גייט מען זאגן אביסל קינות, זיך מודה ומתודה זיין אויף אונזער נידרעטרעכטיגע עקזיסטענץ, ווי א כתה ה' יונגל וועמען דער נאצי-מלמד האט געכאפט ביי די עבירה.
וואס אן אמת ווייס איך ניטאמאהל פארוואס דער מאנסטער אין הימל האט אונז נאכנישט צוקוועטשט ווי די אגלי ספיידער דעט ווי אר.
מצד שני אבער ווייסן מיר דאך דעם אמת אז אזא שיינער כלל ישראל איז נאכנישט געווען מיום היותנו לגוי, רציחה האבן מיר פארטוישט אויף עפעס א גילטי לשון הרע'לע, און אנטשטאט זיך בוקן צום בעל טאנצן מיר אויף פארענטשעס.
יא
זייט 12
טעקסט
בעצם דארף מען עס אפי' נישט אויסשמועסן, תפלה, צדקה, מנין, שבת, יו"ט, תרו"מ, שעטנז, חזיר, גיד הנשה, וואס דו קענסט נאר הערן און געדענקן, מיר זענען כתינוק שאין בו חטא.
איז אונזער סייקאו גייט אראפ פון זינען צו מאכן סדר אין דעם עקסטרעמען פאראדאקס, געוויסע הייבן זיך אהן צוזאמענעמען די גאנצע גאטס וואס איז עוועילעבעל און שרייבן אויף ק"ש אז אונזער גאנצע ליגן-אין-דער-ערד איז א לעגענדע, מיר זעהן גאנץ שיין אויס.
אבער דאס רוב הייבט אהן אנטוויקלן א בילד אין זייער דמיון וויאזוי א פיינע כלל ישראל וואלט טאקע אויסגעזעהן, זיי וואלטן געזעהן מלאכים ארומשפאצירן, זיי וואלטן גע'חלש'ט אין גראסערי פון אהבת ה', און ווען משיח וואלט שוין געווען אין אינדיע וואלט עפעס אין ניו יארק שוין זיכער געקראכט.
אין חב"ד רעדט מען שטארק איבער 'הזזה בנפש' אפי' כל שהוא, און 'הזזה עצמית'. בפועל ממש זענען מיר טאקע די שענסטע דור, אבער די אלע זאכן זענען נאר די היכי תמצי צוצוקומען צום פנימיות הנפש – עפעס א קיצל זאל עס געבן, מכריז ר' ינאי חבל על דלית לי' דרתא, ותרעא לדרתא עביד.
לא תחפוץ זבח, עולה לא תרצה, זבחי אלקים רוח נשברה.
עס איז דא א הימליש ווארט פון אלשיך הק', קול ברמה נשמע נהי בכי תמרורים רחל מבכה על בני' כי איננו, 'מבכה' איז א פועל יוצא, זי מאכט אנדערע וויינען, פארוואס שטייט נישט רחל בוכי.'
זאגט ער, א מאמע איז געשלאפן מיט איהר קליין קינד אין א טונקעלע צימער, אינמיטן די נאכט איז שטיל געווארן, זי הערט נישט דאס קינד וויינען, האט זי זיך דערשראקן, איז כדי צו מאכן דאס קינד וויינען האט זי אנגעהויבן אביסל צו וויינען אז די קינד זאל אויך אזוי טוהן. אז דאס קינד ענטפערט נישט וויינט זי העכער און שטארקער, אז ער ענטפערט ווייטער נישט וויינט זי שוין ביטערליך אויף זיין גורל.
רחל זעהט אז דער עולם איז אויסגעשטארבן קיינער וויינט נישט אויף גאולה, כללית ופרטית, ס'איז גוט אזוי, קויפן פאר ביליג און פארקויפן פאר טייער – ווי דער רבי האט געוואלט, און א שיינע אדעסי. 'רחל מבכה' זי וויל מאכן אירע קינדער וויינען, וועקט אייך
יב
זייט 13
טעקסט
אויף עפעס זאל דורכדרינגען אייער וישמנ'דיגע פאנצער, הייבט זי אהן 'נהי' – אביסל קרעכצן, אז ס'גייט נישט איז שוין 'בכי', און אז עס רירט זיך נישט וויינט זי שוין 'תמרורים.'
ביי חסידי חב"ד פארברענגט מען מוצאי שבת א שטורעמישע פארברענגן און מען גייט צו סליחות 'מיט וואקעלדיגע פיס' כלשון חסידים. בימי חורפי האביך זוכה געווען עס מיטצוהאלטן, משקה האט זיך געגאסן כמים.
קיינער אין נישט נייגעריג אין דיין קינות דעם מוצאי שבת, קיינער דארף נישט דיינע כתה ה' וידויים צום מלמד מיט א פייג פון אונטן. 'הביטו אל נפשותיכם אלו השוכחים האמת בהבלי הזמן' ווי דער רמב"ם זאגט, זייט ווייניגער פארנומען מיט טעקניקעליטיס, זעהט עס זאל זיין א הזזה בנפש, בראי' בעלמא לא קני, הביטו אל נפשותיכם, זאגט דאך שוין תוס' אז הבטה דארף א מעשה כל דהו. עפעס א ריר.
ווי זאגט מען אין גור, לך ה' הצדקה ולנו א גוטע וואך...
גשמיות מוז מען אריינכאפן אויף די וועלט אין קבר נעמט מען זיך גארנישט מיט )פרי עט הדר(
אין רוסלאנד האט מען זיך געגרייט צום געשעהעניש פונעם יארהונדערט; מען גייט צום ערשטן מאהל אין היסטאריע מחנך זיין דעם באן. עס איז דער שמועס אין אלע מקוואות, אלע וואונדערן זיך א וואגן אהן קיינע פערד? אוממעגליך.
מען גרייט אהן דעם בימת הכבוד פאר'ן צאר, אונטער איהם זעצט מען די זקני המדינה, אלע זענען געקומ ען זיך צוקוקען צום פלא.
און, יא, לא פחות ולא יותר די באן הויבט זיך אהן רירן פון פלאץ מיט די אייגענע כוחות. דער גאנצער ציבור איז ארויס פון התפעלות, חוץ פון די זקנים, זיי האבן גע'טענה'ט ס'קען נישט זיין, עס מוז זיין אז ערגעצוואו זענען דא באהאלטן עטליכע פערד.
אויפן איינלאדענונג פונעם דירעקטאר זענען זיי ארויף אויפן באן און אנגעהויבן זוכן אין אלע ווינקלען. נו, מ'זוכט און מ'זוכט, והילד איננו, עס איז טאקע נישט דא קיין פערד. יעצט זענט איהר צופרידן? פרעגט דער דירעקטאר, רופט זיך אהן דער עלטסטער: גערעכט, מיר האבן טאקע דורכגעקוקט דעם באן און נישט געפונען קיין געווענליכע פערד, עס מוז אבער זיין אז ערגעץ טיף אינעם מאטאר, אין א פארבארגענעם ארט, באהאלט זיך עפעס א קליין פערדל...
יג
זייט 14
טעקסט
מיין מאמע – זאל אונז פירן קעגן משיח'ן – האט שוין לאנגע יאהרן א קביעות'דיגע נוסח פאר די חולים. ווי נאר די כזית המוציא האט זיך באקוועם געמאכט און די אויגן הייבן אהן וואנדערן צו די געפילטע פיש הויבט זיך אהן די וועכנטליכע חשבון הנפש; דער האט חתונה געמאכט, דער האט איהר נערוועז געמאכט וכו' וכו', דערנאך קומט א ליסטע פון באקאנטע וועלכע דארפן נאכאלץ א רפואה וואס ווערט צוגעענדיגט מיט א 'בתוך שאר חולי ישראל.'
די לעצטערע צייטן אבער איז צוגעקומען נאך א ווארט, 'עמו' – בתוך שאר חולי עמו ]וועמענ'ס?[ ישראל, יו קנאו, נאך א לשון הקודש ווארט פאר די עקסטערע הארס-פאוער, אן עקסטערן זעץ פאר די מען אין פאוער אז דא מיינט מען ביזנעס. ביסיידס, דער פון אויבן קען נאך חלילה לאנגווייליג ווערן.
איהר קלערט אז זי איז אמאהל געווען באוואוסטזיניג איבער די החלטה? עה... ס'איז געפארן פון הארץ צום מויל, עס האט ביים מח בכלל נישט באזוכט.
שטעלט אפ סיי וועלכע מענטש אויף די וועלט און פרעגט איהם אויב ער איז א ראציאנאלער מענטש, אודאי! וואס פאר א פראגע, יעדער איינער בלי אויסנאם איז שפיץ שכל. אפי' די פאפיולער תורה אז פאר "לאוו" טוהט מען אומראציאנאלע שריט, איז אויך נאר ווייל שכל זאגט אז ליבע ברענגט/ערלויבט אומראציאנאלע שריט...
אבער, כ'בעט אייך רעגט מיר נישט אויף, סיריעסלי, ווי אר פריטי מעססד אפ...
איהר ווייסט פארוואס די קלעביגע מאדנע גרינע עיליענס מיט צוויי נעזער אויפן שטערן האבן זיך נאכנישט אינטערדאוסד צו אונז? כ'וועל אייך מגלה זיין: זיי זענען שוין דא געווען, ווי זיי האבן געז עהן ווי מיר זעהן אויס זענען זיי אנטלאפן ונשמתם בידם.
אזא אומבאלומפערטע צורה איז א חידוש אפי' ביי זיי; די אויבערשטע האלב גוף איז פארמאכט סאליד, אויף די צוויי אונטערשטע עקן פון דעם כמו-רעקטענגעל הענגן צוויי לאנגע שטעקענס. פונעם אויבערשטן טייל רעקטעינגעל קומען ארויס זייטוועגס אזעלכע לאנגע דארע שטעקענס וועלכע בייגן זיך, וועך... זיי הענגן אזוי אראפ זייטוועגס...
העכער דעם אלעם איז דא א באלי מיט כל מיני לעכער, גראדע, שיפע, אראפ, ארויף. צוויי פון די לעכער זענען אנגעפולט מיט עפעס א רונדיגע מאשי זאך.
יד
זייט 15
טעקסט
אוי, כ'בעט אי יך, נישט בשעת'ן עסן...
דרייען זיך די ]ראציאנאלע[ בני אדם בדמות שדים ארום אויף די וועלט און זוכן דריי זאכן: ***, געלט, און כבוד. גאנץ א שיינע רעזומעי.
האלב פון די באפעלקערונג איז אטראקטירט צו די אנדערע האלב. הא הא, דאנט עיווען געט מי סטארטעט. ריעלי? און מען דרייעט זיך ארום מיט בלעכענע פענימער, וואס אין די ווארלד ווייד וועב איז ראנג וויט יו?
ס'איז שוין היינט א גאנצע אינדוסטרי, פאר די ריכטיגע פרייז קען מען באקומען די אא סחורה, אבער אפילו בחורים וועלכע קענען זיך נישט ערלויבן קענען שוין היינט באקומען ביי די קיאסקן אין עק שטאט גאנצע מאגאזינען פון די לעצטע מאדעל צלמים, הערליכע, הארץ פארכאפענדע, אויסגעשניצטע פסלים, איך דארף דאך אייך נישט זאגן וואס טוהט זיך אין די מקוואות, פאר א פאר שקל קען מען שוין היינט האבן א צלם-כיס, ה"י וויפיל שיינע אידן געבן עס א כאפ ארויס פ ון בוזעם, ווי א רוח-באזעצטער גיבן זיי זיך א שנעלן בוק און לייגן שנעל צוריק.
לעצטענס האט זיך געפענט א מקום וואו מען קען זיך צוקוקען ווי אנדערע בוקן זיך און קושן דעם צלם – בהדרכת דזשימי קימעל ]הגם אנדער-עידזש איז נאך דערווייל פארבאטן[.
) למעשה איז די גאנצע תאוה צו עבודה זרה אן עוועלושענערי פראסעס, די וואס זענען גוט מיט די געטער זיי סורווייווען(.
יא, ענד האו עבאוט נגיעות?
וואט די העל איז ראנג וויט אס? כ'מיין אז אזא קראנקהייט האט נישט בדומה לו, פארוואס זאל א מענטש האלטן אז ער איז בעסער, געלונגענער, קלוגער, שענער, מער מאראליש וכו' וכו' פון א צווייטן? ווייל גראדע ביסטו 'דו', גראדע ביסטו דער הו דאעס די טינקינג?
האו סיק איז דעט.
מען דארף קיינעם מסביר זיין ווי טיף אין דער ערד ער געפונט זיך, כאשר יאמר מארק טוועין ,'deep down in his private heart no man much respects himself' אבער דאס וועט נישט צוריקהאלטן אונזער ספישיעס פון אריינקומען אין שוהל מיט אויסגעקעמטע בייכער שפילן דעם שפיל, וואקינג דע וואק ענד טאקינג דע טאק.
טו
זייט 16
טעקסט
ידידינו @טאמבל סאס שרייבט אין איינע פון זיינע אשכולות ווי אלס קינד פלעגט ער טראכטן וויאזוי זיך ארויסצודרייען פון גיהינום: ער וועט 'אויפגעבן' און מחליט זיין אז די יסורים גייען איהם נישט אהן, און פטור אן עסק...
ס'איז באמת א געוואלדיג ווארט. וואס עס טוהט זיך אין קאפ, וואס טוהט זיך אין מח האט נישט קיין שייכות מיט וואס דער קליינער, צודרייעטער, פערדל אין הארץ האט צו זאגן, עס איז באמת א געוואלדיגע פסיכאלאגיע, ס'טוהט וויי? נו, איז וואס? ס'גייט מיר נישט אהן.
] דאס איז חוץ מן הנקודה שע"פ פילאזאפיע יש לעיין פארוואס טאקע וויל מען עפ"י שכל נישט קיין יסורים און יא הנאות. פארוואס 'טאקע'. דאס טוהט מיר וויי און דאס ברענגט מיר הנאה, פון דעם איז שוין אטאמאטיש מחויב אז דאס וויל איך נישט און דאס יא? אפשר וויל איך יסורים[?
זה כל האדם. עס איז דא ריינע, קאלטע, אויסגעהאלטענע מח/ראציאנאל, און דערנאך איז דא 'אונז'. צו מיין מאמע אדער מיין געריבענער חבר איז נישט צופיהל א חילוק. נאר וואס, מען דארף אבער וויסן אז עס איז דא אן אמת, עס איז דא א הימל.
דער רבי רש"ב נ"ע האט אמאהל געזאגט גאר א טיעפן מאמר וואס דער עולם האט נישט געהעריג מיטגעהאלטן, זענען חסידים אריין פרעגן פארוועמען האט דער רבי דאס ג עזאגט?
האט דער רבי גענטפערט, סיי א מענטש סיי א בהמה ביידע גייען אויף דער ערד און קענען צום הימל נישט דערגרייכן, די בהמה גייט אבער מיט די קאפ אראפ און ווייסט נישט פון עפעס אנדערש, א מענטש גייט אבער מיט'ן קאפ ארויף און זעהט אז ס'איז דא א הימל.
מען דארף וויסן אז 'עס איז דא' א הימל.
עס איז א וועלט'ס איינרעדעניש אז עס איז דא צוויי באזונדערע זאכן, גשמיות און רוחניות. ס'איז דא 'מציאות' און ס'איז דא 'ענינים'. אן אלטע טעות.
עס איז פונקט ווי פרימיטיווע מענטשן וועלן מיינען אז ראדיא כוואליעס זענען עפעס ווייניגער גשמיות ווי פשוטע ליכטיקייט. מיר ווייסן אבער דעם אמת אז אלע כוואליעס – ראדיא כוואליעס און זעהדיגע ליכטיגקייט אריינגערעכענט – זענען די זעלבע מציאות, מחמת טעכנישע סיבות קענען מיר זען געוויסע, און געוויסע נישט.
טז
זייט 17
טעקסט
מאטריאליסטן ווילן אלעס רעצודירן צו בלויזע גשמיות, געפילן, איבערלעבענישן וכו' זענען ניוראנס, עלעקטרישע מעסעדזשעס, הארמאנען וכו'. ואני אומר: זיי זענען גערעכט, עס איז טאקע נישט דא קיין גשמיות ווס. רוחניות.
דאס איז די גאנצע שפיל דא אכציג יאר: מען האט אויסגעשטעלט א פלעיגראונד, גענומען טייל פונעם מציאות און אויסגעשטעלט אין וואס מיר רופן 'גשמיות', עי ווערי סיק פלעיס וואס ווערט ענדערש געפירט דורך קליינע פערדלעך ווי דורך ראציאנאל. דארט האט מען אריינגעשטעלט את האדם לעבדה, זעה וויפיהל דו קענסט משליט זיין את המח על הלב.
יא, רבותי, די לעגענדע איז אמת, אין קבר נעמט מען זיך גארנישט מיט, דארטן גייט מען ערום כיום היוולדו, גשמיות מוז מען אריינכאפן אויף די וועלט ווילאנג מען לעבט.
די גמ' פארציילט אין סוכה נ"ג: תניא אמר ר' יהושע בן חנניא כשהיינו שמחים בשמחת בית השואבה לא ראינו שינה בעינינו, כיצד, שעה ראשונה תמיד של שחר, משם לתפלה, משם לקרבן מוסף, משם לתפלת המוספין, משם לבית המדרש, משם לאכילה ושתי', משם לתפלת המנחה, משם לתמיד של בין הערבים, מכאן ואילך לשמחת בית השואבה.
פרעגט די גמ' וויאזוי קען זיין אז מען איז נישט געשלאפן עטליכע טעג, איני, והאמר רבי יוחנן שבועה שלא אישן שלשה ימים מלקין אותו וישן לאלתר, ענטפערט די גמ' אלא הכי קאמר, לא טעמנו טעם שינה, דהוו מנמנמי אכתפא דהדדי, שטייענדיגערהייט האט מען געדרימלט אויפן צווייטענ'ס אקסעל.
זאגט דער ליובאוויטשער רבי ז"ל, וואס איז דער חילוק פון א מענטש ביז א בהמה? די בהמה גייט אויף אלע פיהר פיס זענען די הארץ און דער מוח אלעמאהל אייניג אויפן זעלבן דרגא, מותר האדם מן הבהמה אז מוחו שליט על לבו - ער גייט שטייעדיג, זיין קאפ איז העכער פונעם הארץ.
דאס איז אלס ווען דער מענטש איז וואך, אבער ווען מען לייגט זיך אין בעט שלאפן איז ביי א מענטש אויך דער מוח אויפן זעלבן דרגא ווי דער הארץ, ביים שלאפן איז ער גארנישט קיין מיוחס.
דאס איז געווען די מעלה ביי שמחת בית השואבה אז מען איז צוגעקומען צום שפיץ מח שליט, אפי' בשעת'ן שלאפן איז מען געווען שטייענדיג – די מוח אין קאנטראל פונעם הארץ.
גוט יו"ט.
יז
זייט 18
טעקסט
איך, זיך, מיך, אדער איך זוך מיך?
אזוי ענליך, אזוי עקסטרעם פארקערט.
ליקבהובכ"י, דארף מען דאך אריינכאפן אן אשכול אין דעם פיר-און-צוואנציג-שעה אשכול-מערעטאן...
פיקטשערס ווילט עטס? הא? העכער אותיות, אונטער אותיות... במדבר הזה יפלו פגריכם!
איך ווייס נישט אויב איר געדענקט אבער כ'פלעג זיך פיהל קאכן אויף די מחלה האנושית פון 'איך' - אני הוא ולא אחר.
הערט א געשמאקער מחשבה עקספערימענט/פאראדאקס פון דעם בריטישן פילאזאף בערנארד וויליאמס:
שטעלט אייך פאר אז א משוגע'נער סייענטיסט קידנעפט צוויי פון אונזערע מיטגלידער. אני הקדוש ונבנתה, און מיין קאלעגע שרייבערין ווענוס.
דער סייענטיסט קומט צו צו מיר: הער, ונבנתה טייערער, כ'האב לעצטענס אויסגעארבעט א 'מיינד-טרענספער' מאשין דורך וועלכע איך קען אריבערפירן איינעמ'ס פולקאמע 'מיינד' צו אן אנדערן גוף, און ווייס ווערסא.
דהיינו, כ'וועל מחבר זיין דו מיט ווענוס צום מאשין, און נאכ'ן טראנספער וועסטו זיך אויפוועקן אין ווענוס' גוף, דו וועסט האבן אלע דיינע זכרונות, טאלאנטן, פערסאנאליטיס און רצונות, דו וועסט געדענקן ווי דו ביסט אויפגעוואקסן אין ברוקלין, חתונה געהאט און געליעסט א מיני ווען וכו' וכו', דו וועסט טראכטן צו זיך: העי! וואס זוך איך דא? וואס איז פשט אז איך רעד מיט א פרויעשע קול? אה, דו וועסט דיך דערמאנען אז דער צודרייטער סייענטיסט האט גע'סוואפט' דיין און ווענוס' 'נפש' מיט ענקערע גופים.
דאס זעלבע, פארשטייט זיך, וועט געשעהן מיט ווענוס, זי וועט זיך אויפכאפן מיט אירע זכרונות, הרגשים, רצונות וכו', און זיך וואונדערן העי! פון וואו האב איך א בארד?
יעצט אזוי, זאגט מיר ווייטער דער סייענטיסט, דערנאך איך וועל פייניגען איינער פון אייך, אבער אזויווי כ'בין א גוטער גיב איך דיר יעצט די ברירה צו וועהלן וועמען כ'זאל פייניגן: דיין אלטע גוף אין וואס ווענוס געפונט זיך יעצט, אדער דו אין דיין נייע גוף וואס האט אמאהל געהערט צו ווענוס.
יח
זייט 19
טעקסט
האב רחמנות! בעט איך זיך צו איהם, פייניג ענדערש ווענוס אין מיין אלטן גוף. און לכאורה מאך איך די ריכטיגע אויסוואהל; ככלות הכל אויב וועט ער מיר פייניגן אין מיין נייעם גוף וועל 'איך' זיין דער וואס האט די צער, 'איך' וועל זיין דער וואס ליידט יסורים און טראכט על מה עשה הוי' ככה.
יעצט, ליבע פריינט, לאמיך אייך דערציילן אן אנדערע מעשה:
דער צודרייעטער סייענטיסט האט אונז ביידע ווייטער פארכאפט, איין טאג קומט ער צו מיר און זאגט: הער, ונבנתה, כ'האב באשטימט אן אפוינטמענט פאר דיר, היינט נאכמיטאג וועל איך דיר פייניגן.
אוי, הייליגער סייענטיסט, הייב איך זיך אן צו בעטן, האב רחמנות! פארוואס זאל איך ליידן אזעלכע יסורים?
שוין, גוט, כ'בין דאך פארט א גוטער, פאר כ'וועל דיך פייניגן וועל איך דיר געבן א פולקאמע 'עמנידזשיע', כ'וועל אינגאנצן אפמעקן פון דיין מח אלע דיינע זכרונות, רצונות וכו' וכו.'
ביסט אינגאנצן משוגע? שריי איך צוריק, נישט גענוג דו גייסט מיך פייניגן וועסטו נאך איידערן פייניגן מיר אפמעקן דעם מוח?
גוט, הער זיך איין, נאך איידער איך וועל דיך פייניגן, נאכדעם וואס כ'האב אפגעמעקט דיין מוח, וועל איך דיך מאכן גלייבן אז דו ביסט גאר א פרוי מיט'ן נאמען ווענוס. כ'וועל דיר אריינגעבען אלע אירע זכרונות, שאיפות וכו' וכו', יעצט ביסטו רואיג?
האלא! דו ביסט דאך טויט משוגע! נישט גענוג דו וועסט מיך פייניגן און געבן 'אמנידזשיע', וועסטו מיך נאך משוגע מאכן און איינרעדן אז איך בין עפעס א ווענוס? האו איז דעט גאנא העלפ!?
ווייסטו וואס, זאגט ער, כ'וועל מאכן דעם גאנצן פראצעדור אויך מיט ווענוס... וועט דיר 'דאס' גרינגער מאכן?
דו טראגסט אפ פון דא!?
איין מעגליכער מהלך וואס איך טראכט צו פארענטפערן די סתירה ]וואס אויב האט איהר נאכנישט געכאפט: עס איז איין און די זעלבע מעשה[ איז אז די תירוץ איז: יע...
יט
זייט 20
טעקסט
אויב וועט איהר גוט מדייק זיין וועט איהר זעהן אז ביי די ערשטע סיפור באטראכט מען די שאלה 'וועמען זאל מען ענדערש פייניגן' אויף א בילד פון 'נאכן' סוואפ, משא"כ אינעם צווייטן ציור באטראכט מען די פראגע ווי מען שטייט נאך פון פריער.
איי, וועט איר פרעגן, די מאטעמאטיקס זענען אבער אייביג די זעלבע, פארוואס אינעם צווייטן ציור טראכט מען נישט אז נאכ'ן פולקאמען 'סוואפ' וועל 'איך' זיך געפונען אינעם גוף פון ווענוס?
אויף דעם איז דע ר תירוץ: יע.
ווי זאגן חסידים: פון זיך נישט ארויסקוקן און צו יענעם נישט אריינקוקן...
גזירה היא מלפני ואין לך רשות להרהר, א מענטש באטראכט אייביג 'זיין' אייגענע טובה. אויב בין 'איך' יעצט אין ונבנתה'ס גוף, וויל איך ראטעווען זיין גוף, אויב באטראכט איך עס ווי כאילו כ'האב זיך שוין געטרענספערט דאן וויל איך ראטעווען ווענוס' גוף. עס שטימט טאקע נישט ע"פ קאלטע לאגיק.
לאמיך אביסל שרייען, כ'האב שוין לאנג נישט. באמת דארף מען זעהן משדך צו זיין מארק לעווין מיט אשר לעווין. יו ביוטיפול מאראן.
למה, פארוואס, צו אלע שווארצע יאהר זוכט יעדער זיין פריוואטע 'געין'? פארוואס שעמט מען זיך נישט צו זיין פארנומען מיט זיך? פארוואס אז מען צוקראצט איינעמ'ס קאר שרייען נישט ביידע: 'איך' בין שולדיג?
פארוואס שפירסטו אז 'דיין' שיטה האט א זכות קדימה איבער יענעמ'ס? פארוואס? ווייל גראדע ביסטו 'דו?'
איז עס דען עפעס אן 'אינטואיטיוו' טייל פון די בריאה? וואלט נישט די בריאה פונקט אזוי געקענט זיין איינגעפעדימט אז יעדער וויל 'יענעם?'
כ'האב מורא אז ס'איז א פשוטע טריפה'נע עיוואלווינג, כדי 'איך' זאל איבערלעבן ענדערש ווי יענעם.
חייך קודמי ן? נו, דאס איז א דין אזא...
כ
זייט 21
טעקסט
אפשר בין איך פשוט משוגע. אפשר בין איך א יוצא דופן. נו, ביי אונז איז דאך א יוצא דופן נדחה לפתח ראשון...
עפענט די אויגן, רבותי, מיר זוכן דאך ליכטיגקייט – אנן פועלי דיממא אנן. באטראכט יענע'ס געפילן און נטיות ווי אייגענע, מיר זענען אלע טייל פון איין בריאה, זין פון איין גאט. ווייל דער שטיקל פלייש קריכט דא און דער אנדערער אביסל ווייטער, איז וואס? איין גראז קריגט זיך מיט'ן צווייטן? עס איז 'איין' גראזיג פעלד.
אויגן דארף מען נאר אויף ארויסצוקוקען פון זיך; עיניים 'להם' דאן איז ולא יראו, פאר 'זיך' דארף מען נישט קיין אויגן. אז מען קוקט נאר אין זיך איך נאר חושך, אהן קיין אונטערשיד וואס די דיעות וואס דער 'איך' האלט.
שמשא אכולא עלמא נייחא, אז מען האלט נאר וואס 'איך' שלאגט פאר זיצט מען אייביג אין די זעלבע פינצטערניש. וואס איז דען א נפק"מ צו די חושך איז אויף די רעכטע זייט צו די לינקע.
ווי זאגט עמוס: הוֹי הַמִתְאַּוִים אֶת יוֹם יְה-ה לָמָה זֶה לָכֶם יוֹם יְה-ה הּוא חֹשְֶך וְֹלא אוֹר. כַאֲשֶר יָנּוס אִיש מִפְנֵי הָאֲרִי ּופְגָעוֹ הַדֹב ּובָא הַבַיִת וְסָמְַך יָדוֹ עַל הַקִיר ּונְשָכוֹ הַּנָחָש. הֲֹלא חֹשְֶך יוֹם יְה-ה וְֹלא אוֹר וְָאפֵל וְֹלא נֹגַּה לו ֹ.
ווייסט איהר וואס מיינט ווי א האן אין די בני אדם ]יושבי חושך[? ווי די גמ' זאגט אין סנהדרין: משל לתרנגול ועטלף שהיו מצפין לאור א"ל תרנגול לעטלף אני מצפה לאורה שאורה שלי היא ואתה למה לך אורה.
אז עס זאל אויסמאכן צו מען איז פון די יושבי חושך אדער יושבי אור ווענדט זיך אויב מען האט אויגן וועלכע קוקן ארויס פון זיך.
נאר אויף איין זאך איז א חילוק 'איך' מיט 'יענעם'. עס איז דא א באקאנט ווארט פונעם ליובאוויטשער רבי ז"ל אין פרשת ויגש ]תשכ"ה[, יוסף און בנימין האבן געוויינט יעדער אויפן צווייטענ'ס חורבן. פרעגט דער רבי, אז יעדער האט געהאט אן אייגענעם חורבן איז פארוואס האט ער נישט געוויינט אויף די אייגענע?
זאגט דער רבי, אויפן אייגענעם איז נישט דא וואס צו וויינען, עס איז חרוב? טו צו די זאך, נעם זיך בויען, "כי הוא יכול לבנות ביהמ"ק של עצמו ע"י הפצת המעינות, ולעשות טובה
כא
זייט 22
טעקסט
להזולת, און מוסיף זיין א דאלער בצדקה, און דאווענען מיט א האלבע שטונדע לענגער, ולא שייך ענין בכי' ע"ז."
עכ"פ, רבותי, סארי פאר די רענט, לאמיר זיך נעמען ארבעטן מיט אונזערע קאמעראדן, מיר זענען אלע טיילן אין איין גרויסע מאשין.
לעבן זאל קאמוניזם! לעבן זאל דער בעל הסולם!
לעבן זאל מעקארטי!
נעה, נישט דער מעקארטי... די מעקארטי.
מדור - געזעלשאפט
"למעשה" # 4: עס איז די מיינד-סעט, סטופיד!
א פארווייטאג'טע קאפיטל אין אמעריקאנער היסטאריע צו וועלכע נישט פיהלע האבן חשק צוצולייגן הארץ, אדער אפילו קאפ, איז דער חורבן – בגשם ורוח – וואס דער ווייסער מענטש ]אייראפעער[ האט אנגעברענגט אויף דעם אלטגעזעסענעם תושב פונעם קאנטינענט – דער אינדיאנער.
אין א רעלאטיוו-קורצע תקופה האט מען זיי אונטערגעברענגט פיזיש און גייסטיש, דאס זענען געווען גאר אנדערע ברואים מיט גאנץ אן אנדערע קולטור, זיי האבן קיינמאהל געהערט פון די א.ג. פארגעשריטענע ציוויליזאציע אויף די אנדערע זייט פונעם ים, עס זענען ביי זיי נישט געווען שיינע פארלימענט געביידעס אדער עלעגאנטע בגדים, קעגן דעם האבן זיי אבער נישט געהאט אזא דורכג עפוילט'ער מהלך המחשבה ווי דער ווייסער מאן.
אהן קיין קליידער זענען זיי געגאנגען, געלעבט האבן זיי בעיקר פון פאנג און אנדערע פרימיטיווע מיטלן, עס זענען נישט געווען קיינע קלארע אנגעצייכענטע גרעניצן צווישן דעם שטיקל לאנד פונעם ערשטן און דעם צווייטן, עס האט ענדערש אויסגעזעהן ווי איין גרויסע דזשונגל אין וועלכע אלע באשעפענישן לעבן אינאיינעם.
דאס אלעס איז אבער נישט געווען א טרוקענער אויסדרוק פון פרימיטיווע פארטעמפטקייט, עס איז געווען דער אפקלאנג פון גאר אן אנדערע מהלך המחשבה, א מיינד-סעט אין וועלכע דער מענטש לעבט אין הארמאניע – און איז א טייל - מיט דער
כב
זייט 23
טעקסט
גאנצער באשאף, אנשטאט וועלן איינשלונגען אלס און אלעמען פאר זיין אייגענע הצלחה, איז ער אן אבר פון איין גרויסע, לעבעדיגע, בריאה, דאס לאנד לאזט זיך נישט צושניידן אין גלייכע, מאטריאליסטישע, ליניעס; אט דער טייל געהערט פאר ראובן און זיין נאכבאר פאר שמעון, פונקט פארקערט, די גאנצע בריאה געהערט פאר מאמע-ערד, מיר זענען א טייל פון איהר, מיר לעבן אויף איהר, מיט איהר און דערנאך אין איהר ווי משפחה מיטגלידער, ביי זיי האט מען פון יעזוס נישט געוואוסט, זיין ארט איז געווען פארנומען מי טן לאנד און באשאף, דער גאט פון הארמאניע וועלכער ווייסט נישט פון הייליגע-קריג דעקרעטן, דאס איז דער גאט פון באשאף, דער גאט פון לאנד, אזא לאנד צו וועמען מען קען רעדן און ענטווארטן אן ענטפער אויך.
אין די אויגן פונעם ווייסן מאן, מיר אלע אריינגערעכענט, איז די היסטאריע פון אמעריקא די ערציילונג ווי דער ווייסער מאן האט פאר 500 יאהר צוריק פארבלאנזשעט צום נייעם קאנטינענט, און אין זיינע פיסטריט אהינגעברענגט ציוויליזאציע, געשאפן א מקום מנוחה פאר נאכגעיאגטע אייראפעער, געגרינדעט דרייצן קאלאניעס און סוף סוף פון זיי אויפגעשטעלט די געשעצטע רעגירונג פון די פאראייניגטע שטאטן, פרי עט לעסט, פרי עט לעסט.
דאס איז אבער נאר איין זייט פון די מעשה, די אנדערע זייט – וועלכע איז כאטש אזוי וואליד – איז גאנץ א טונקעלער, לאמיך איבערגעבן דעם ווארט פאר אן אלטן אינדיאנער, 'דעען' הייסט ער.
ער גיסט זיך דארט אויס דאס הארץ פאר א ווייסן מאן, נערבארן, ווי דער ווייסער מענטש באנוצט זיך מיט כל מיני שמות הנרדפים אין די ענגלישע שפראך אוועקצושטעלן א מציאות וואס איז איהם גינסטיג, נייגט אן אויער:
"מיין קליינער אור-אייניקל איז איין טאג אהיימגעקומען פון שולע און מיר פארציילט אז זיי לערנען וועגן דער 'פראנטיער' אין אמעריקאנער היסטאריע, איך האב איהם געפרעגט וואס עס מיינט, זאגט ער אז דאס איז דער פלאץ וואו ציוויליזאציע האט זיך גענדיגט.
"גיב נאר א קוק, זיי לערנען איהם אז ציוויליזאציע האט נאר עקזעסטירט ביז וואו דער ווייסער מאן האט דערגרייכט, דאס מיינט אז אלעס וואט האט זיך געפונען אויף די אנדערע זייט פון יענע 'ליניע' איז געווען אומציוויליזירט, וועל, 'מיר' זענען געווען אויף די אנדערע זייט פון יענע ליניע, מיר האבן אויך געהאט רעגירונגן און געזעצן, אונזערע מענטשן האבן זיך שענער אויפגעפיהרט ווי די וואס זענען אריינגעקומען אין אונזער לאנד, מיר האבן געמיינט אז מיר זענען געווען כאטש אזוי ציוויליזירט ווי דער ווייסער מאן, און דא קומט מיין אור-אייניקל אהיים און רעדט פון 'פראנטיער' און 'ציוויליזאציע', עס איז ווי מיר וואלטן נישט ע קזעסטירט.
כג
זייט 24
טעקסט
" יעדעס מאהל איהר רעדט פון דעם פראנטיער זאגט איהר אונז מיט דעם אז מיר מאכן נישט אויס, איך האב נאכגעקוקט דעם ווארט, עס מיינט 'דער גרעניץ צווישן דאס באוואוסטע און די אומבאוואוסטע', ווען איהר נוצט איהר זאגט עטץ אז אונזערע מענטשן זענען א טייל פונעם אומבאוואוסטע, איהר לערנט אייערע קינדער, און אונזערע קינדער, א היסטאריע וואס זאגט אז די אינדיאנער מענטשן זענען געווען א טייל פון א גרויסע, מסוכנ'דיגע, ליידיגע שטח אויף די אנדערע זייט פון די ליניע וואו מענטשן האבן געהאט געזעצן און קולטור, עס איז ווי עס וואלטן געווען ווילדע חיות, גיפטיגע שלענג און אינדיאנער, און זיי זענען אלע געווען די זעלבע – עפעס 'אומבאוואוסט' וואס האט געמאכט דאס לאנד 'מסוכן.'
" דו זעהסט, דאס איז א חלק פון דער גרויסער ערציילונג וואס איהר זעהט ניטאמאהל, איהר לערענט וועגן דעם פראנטיער, איהר רעדט פון די ווילדע לאנדשאפטן און ווי ליידיג דאס לאנד איז געווען, הגם צו אונז איז די לאנד אלץ פול געווען, איהר רעדט פון 'ציוויליזאציע' גלייך ווי מיר וואלטן נישט געהאט דערפון, פשוט ווייל מיר האבן נישט פראבירט שלעפן גרויסע בענקלעך און האלצערנע קאסטנס אדורך די מד בר.
" די וועג ווי איהר לערענט עס האט זיך אמעריקא אנגעהויבן מיט שיפן וואס זענען אנגעקומען קיין מאסאטשוסעטס און ווירדזשיניע, מענטשן זענען פון איהר אראפ און האבן געדארפט דורכברעכן א וועג דורך עפעס א גרויסע, ליידיגע און מסוכנ'דיגע לאנד ... ]זיי האבן איהר דורכגעשניטן[ ווי קליינע שטראמען וואסער וואס שניידן דורך די ערד, איינמאהל זיי זענען אדורך האבן מער מענטשן נאכגעפאלגט אין זייערע פיסטריט, און אויפן וועג האט מען אנגעהויבן אויפבויען זאכן, ביז די קליינע שטראמען זענען געווארן ווי גרויסע טייכן מענטשן וואס האבן געשטראמט דורך קאליפארניע און ארעגאן און וואשינגטאן, עס איז ווי דער פלאץ וואלט געווען א ליידיגער און איהר האט איהם אנגעפיהלט, און 'היסטאריע' איז די ערציילונג וויאזוי איהר האט איהם אנגעפיהלט און וואס האט פאסירט בשעת'ן אנפיהלן.
..."דאס איז אבער נישט וויאזוי עס איז געשעהן ביי אונז, פאר אונז איז דאס געווען א גרויסע לאנד איבער וועלכע מענטשן האבן איבעראל געוואוינט, דערנאך זענען עטליכע מענטשן געקומען צו אונזערע ברעגעס און אונז אנגעהויבן אוועקשטופן, ]דערנאך זענען אנדערע געקומען פון דרום און פון צפון[ ... און זיי האבן אלע געוואלט עפעס פון אונז – פעהל, לאנד, גאלד, זיי האבן עס אדער צוגענומען אדער האבן זיי אונז געצווינגען עס זיי צו פארקויפן, זיי האבן אלע געהאט גאנס, זיי האבן אונז אלע גע'הרג'עט אויב מיר האבן נישט געגלויבט אז גאט איז עפעס א מענטש מיט'ן נאמען יעזוס וואס האט אמאל געוואוינט אין א מדבר אויף די אנדערע זייט פונעם ים, זיי האבן אונז נישט צורוה געלאזט.
" עס האט נישט לאנג געדויערט און זיי האבן אויפגעשטעלט א רעגירונג ערגעץ ווייט צו מזרח, און האבן געזאגט אז דאס אלעס איז זייער לאנד, נישט נאר וואו זיי האבן געוואוינט, נאר איבעראל וואו זיי זענען נאר אמאל געווען אדער נאר געהערט דערפון, אויב האבן זיי
כד
זייט 25
טעקסט
געקענט שיקן א מענטש אראפצולייגן א פאן ערגעצוואו האבן זיי געזאגט אז אלעס וואס געפונט זיך ביז דארט געהערט צו זיי ... מיר זענען געווארן אריינגעשטופט אין קליינע שטיקלעך לאנד, ווי פיש וואס זענען געשווימען אינעם גרויסן ים און זענען ארייגעשטופט געווארן אין קליינע פאנדס.
" דו זעהסט, צו אונז איז די 'אמעריקאנער היסטאריע' ווי דער גרויסער ים איז פארוואנדעלט געווארן אין קליינע וואסערלעך, ... עס האט גארנישט צוטוהן מיט דרייצן קאלאניעס און וועגענער וואס האבן זיך געשלעפט קיין מערב - אונזער לאנד איז צוגענומען געווארן פון אונז אין יעדע דירעקציע, מיר קענען קוקן אויף די זעלבע פאקטן ווי אייך און זעהן גאר עפעס אנדערש."
עד כאן דבריו.
דאס, טייערע פריינד, האב איך אייך מעתיק געווען פשוט צו באקומען א שטיקל בליק אויף א סוגיא וואס איז אונז ווילד-פרעמד, איצט וויל איך צוקומען צו די נקודה, איך גיב נאכאמאל דאס ווארט פאר 'דעען', זייט איהם גוט מדייק – אזעלכע דברי חכמה הערט מען נישט קיין סאך:
..."די וויכטיגסטע זאך פאר ווייסע מענטשן איז 'פרייהייט', אבער פאר דעם אינדיאנער איז דאס וויכטיגסטע 'רעספעקט.'
" דאס איז פארוואס די ווייסע האבן זיך צוגעהערט צו די שווארצע מער ווי צו די אינדיאנער, די שווארצע מענטשן האבן געוואלט פרייהייט – פונקט ווי די ווייסע, און וויבאלד די ווייסע האבן צוגענומען פרייהייט פון דעם שווארצן שפירן זיי זיך שולדיג פאר איהם.
" אבער דער אינדיאנער איז אלעמאהל געווען פריי, מיר זענען היינט פריי, מיר זענען אלעמאהל געווען מער פריי ווי דער ווייסער מענטש – אפילו ווען איהר זענט דא אהערגעקומען, ווען איהר זענט געקומען צו אונזערע ברעגעס זענען אייערע מענטשן געווען געקליידעט אין בגדים געמאכט פון קייטן, אונזערע מענטשן זענען בכלל נישט געווען געקליידעט און דאך האט 'איהר' פראבירט 'אונז' צו ברענגן פרייהייט.
" די ווייסע וועלט שטעלט די גאנצע מאכט פון אויבן, ווער עס דערגרייכט אויבן האט די כח צוצונעמען אייער פרייהייט, ווען אייערע מענטשן זענען געקומען צו אונזער לאנד איז עס געווען ווייל זיי האבן פראבירט פטור צו ווערן פון די מענטשן וואס געפונען זיך אויפן אויבנאהן, אבער זיי האבן נאכאלס געהאט די זעלבע מהלך המחשבה, גאנץ שנעל זענען געווען נייע מענטשן פון אויבן אין דעם נייעם לאנד, עס איז פשוט די וועג ווי מען האט אייך געלערנט צו טראכטן.
כה
זייט 26
טעקסט
" אין אייערע קירכעס געפונט זיך איינער ביים שפיץ, דאס זעלבע איז אין אייערע שולעס, אין אייער רעגירונג, אין אייער ביזנעס, אלעמאהל געפונט זיך איינער פון אויבן וועלכער האט די רעכט צו זאגן צו איהר זענט גוט אדער שלעכט, איהר 'געהערט' פאר זיי.
" נישט קיין וואונדער אז אמעריקאנער זארגן זיך אלץ וועגן פרייהייט, איהר האט אזוי ווייניג דערפון, אויב וועט איהר עס נישט באשיצן וועט עס איינער ביי אייך צונעמען, איהר דארפט עס היטן יעדע סעקונדע ווי א הונט היט א ביינדל.
" ווען איהר זענט צום ערשט געקומען צווישן אונז האט איהר נישט געקענט פארשטיין אונזער מהלך, איהר האט געוואלט געפונען דעם מענטש וועלכער שטייט פון אויבן, איהר האט געוואלט טרעפן די געיטס וואס בינדן אונז אריין – וואו ווייט גרייכט אונזער לאנד, וואו ווייט גרייכט אונזער רעגירונג, אי יער וועלט איז געווען צונויפגעשטעלט פון שטייגן [cages] האט איהר געמיינט אז אונזערעס איז אויך, איהר האט טאקע פיינט געהאט אייערע שטייגן אבער דאך האט איהר געגלויבט אין זיי, זיי האבן דעפענירט אייער וועלט און עס האט אייך געברענט אז זיי זאלן אויך דעפענירן אונזערס.
" אונזערע אלטע האבן דאס באמערקט גלייך פון אנפאנג, זיי האבן געזאגט אז דער ווייסער מענטש לעבט אין א וועלט פון שטייגן, און אויב וועלן מיר נישט אכטונג געבן וועלן זיי אונז אויך צווינגען צו לעבן אין א וועלט פון שטייגן.
"האבן מיר אנגעהויבן גוט באטראכטן, אלעס האט אויסגעזעהן ווי שטייגן, אייערע קליידער האט אייך געפאסט ווי א שטייג, אייערע הייזער האבן אויסגעזעהן ווי שטייגן, איהר האט געשטעלט געיטס ארום אייערע הייזער, אלעס איז געווען א שטייג, איהר האט פארוואנדעלט דאס לאנד אין שטייגן – אין קליינע, פיהר עקעדיגע, קעסטלעך.
" דערנאך, ווען איהר האט שוין געהאט אלע שטייגן, האט איהר געשאפן א רעגירונג צו באשיצן די אלע שטייגן, און די גאנצע רעגירונג איז געווען שטייגן, אלע געזעצן זענען געווען איבער וואס מען קען 'נישט' טוהן, די איינציגסטע פרייהייט וואס איהר האט געהאט איז געווען אין אייער אייגענע שטייג, און דערנאך האט איהר זיך געוואונדערט פארוואס איהר שפירט זיך נישט פריי און פרייליך.
" מיר אינדיאנער האבן קיינמאהל נישט אזוי געטראכט, יעדער איז געווען פריי, מיר האבן נישט געמאכט קיין שטייגן פון געזעצן אדער לאנד, מיר האבן געגלויבט אין רעספעקט, צו אונז האט דער ווייסער מאן אויסגעזעהן ווי א בלינדער מאן וואס גייט – ער האט געוואוסט אז ער איז אויף דעם נישט ריכטיגן וועג ווען ער האט זיך אנגעשטויסן אינעם עק פון איינע פון די שטייגן, אונזער וועג-ווייזער איז געווען פון אינעווייניג – נישט פון אינדרויסן, עס איז געווען רעספעקט, עס איז אונז געווען וויכטיגער צו וויסן וואס איז ריכטיג ווי צו וויסן וואס איז אומריכטיג.
כו
זייט 27
טעקסט
..." מיר האבן נישט געזוכט וואס איז אומריכטיג, אנשטאט האבן מיר אלעמאהל געזוכט און געגרייכט צו וואס איז ריכטיג, דער זוך האט אונז געהאלטן אויפן ריכטיגן וועג, נישט איסורים און גדרים ... די איינציגסטע מאהל וואס פרייהייט איז וויכטיג איז ווען אנדערע פראבירן אייך צו לייגן אין קייטן, מיר האבן קיין קייטן נישט געהאט האבן מיר קיין פרייהייט נישט געדארפט.
"די וועלט וואס אייערע מענטשן האבן מיטגעברענגט האט אלס געזעהן אין טערמינען פון פרייהייט, מיר זענען אלעמאהל פריי געווען ממילא האט איהר נישט געהאט עפעס ווערטפול אונז צו געבן, די גאנצע וואס איהר האט געקענט טוהן איז עס צונעמען פון אונז און צוריקגעבן אין די פארעם פון שטייגן ... איהר האט צוגענומען אונזער רעספעקט און אונז געגעבן אייער פרייהייט, הגם איהר ווייסט אז עס איז נישט קיין פרייהייט בכלל, עס איז די פרייהייט צו לעבן אין אייער אייגענער פארשלאסענעם שטייג.
..." איהר זענט געקומען צו דעם לאנד ווייל איהר האט באמת געוואלט זיין ווי אונז, אבער ווען איהר זענט אהער אנגעקומען האט איהר זיך דערשראקן און פראבירט אויפצובויען די זעלבע שטייגן פון וועלכע איהר זענט אנטלאפן, ווען איהר וואלט זיך צו אונז צוגעהערט – אוי וואס פאר א לאנד דאס וואלט געווען.
הייליגע ווערטער – געטליכע ווערטער.
איך האב שוין במקום אחר געשריבן:
ונבנתה העיר האט געשריבן:
ליבע ברידער און )איין( שוועסטער, אל ישיא אתכם המלך זקן ואל תאמינו לו כי לא יוכל כל אלוה כל גוי וממלכה להנצל מידם, עס איז גארנישט אזוי שווער.
עס זענען נישט דא קיין הלכות רעוועלוציע, די באשטאנדטיילן פון יעדע אינדווידואלע רעוועלוציע ווערט געפארעמט אין די צורה פון וועמען/וואס מען רעוואלטירט אקעגן.
שווארצע זעצן זיך אינעם ערשטן טייל באס, רעגירטע אוקריינא'ער שלאגן און ווארפן ארויס די רעגירער און זייערע שלוחים, און פעמעניסטן שרייבן ארטיקלען און האלטן דרשות וואס דארפן רעדן צום מ וח-טייל וואס האט פארקערטע מיינוגען.
אונזער שלאכטפעלד איז נישט אין די בארא פארק'ער גאסן, נישט אין די בתי מדרשים און אפילו נישט אין די מקוואות, די שדה המערכה געפונט זיך נישט ערגעץ אנדערש ווי אין אונזערע מוחות, דארט איז די נקודת הבחירה, לאזן מיר מען זאל איהר צובינדן בחבלי
כז
זייט 28
טעקסט
עגלה צום פני הכלב, אדער זענען מיר מחליט - בינינו לבין עצמינו - אז זי איז משועבד צו גאט און זיין תורה.
על סוס לא נרכב, מיר דארפן נאר זאגן אלהינו למעשה ידינו, יעדער יחיד דארף נאר מאכן א מחשבה'דיגע החלטה, און אט האט איהר די רעוועלוציע, כהמס דונג פאלט אלעס אוועק, מען קען נישט צווינגען נאר די וואס שטעלן צו זייער מוח דערצו.
ווי יענער זאגט, לעבן זאל די רעוועלוציע!
טייערע אידן, דער פראבלעם שטעקט נישט אין די פרטים, דער פראבלעם איז נישט אז פלוני בן פלוני מאכט אייך אומבאקוועם צו טוהן אזוי אדער פארקערט, עס איז גאנץ א קנאפע נפק"מ צו איהר ווילט א שטוב וואס האט א חיות אין ווייסע זאקן אדער אין שטודירן א פאך, דער פראבלעם – און איינציגער פראבלעם – שטעקט אין דעם צוגאנג.
איט איז די מיינד-סעט, סטופיד!
ווילאנג איהר וועט מחליט זיין וואס איהר גייט טוהן דורך אויסשטרייכן אלע אנדערע אפציעס, ווילאנג אייער סימן זיך צו האלטן אויפן גלייכן וועג איז דורך זיך אנקלאפן אין די ווענט אויף די זייטן, ווילאנג איהר וועט איבערגעבן אייער פרייהייט צו א מאכט-דורשטיגער אויבנאהן-זיצער, ווילאנג אייער וועג-ווייזער וועט זיין אינדרויסן פון אייך אנשטאט אינעווייניג, ווילאנג עס וועט אייך זיין וויכטיגער צו וויסן וואס איז אומריכטיג ווי וואס איז ריכטיג, זענט איהר אין דעם זעלבן לאך.
זייט נישט מחליף פרה בחמור, בויעט נישט אייער שטוב און לעבן אויף נעגאוויטעט, זיצט נישט אין כולל ווייל מען טאר נישט ארבעטן, שטודירט נישט ווייל מען טאר נישט לערנען, גייט נישט קיין ווייסע זאקן ווייל מען טאר קיין דזשינס נישט גיין און גייט נישט מיט דזשינס ווייל זי איז נישט ווייסע זאקן.
מאכט א מיטינג מיט אייך אליין, מיט אייער משפחה, לעשט אויס פאר א מינוט די גאנצע וועלט און זייט מחליט וואס וויל איך 'יא', וואס וויל איך טוהן אין גאטס גיגאנטישע בריאה, וואס וועט ערפילן מיין פליכט צו דעם באשאף, צו די מענטשהייט, צו גאט.
עס איז קיין חילוק צו די מסקנא איז ווייסע זאקן, שטודירן, אדער ביידע, מיט א פאזיטיווע מענטש איז שווער זיך צו דינגען, עס לאזט זיך איהם עפעס נישט בא'טיטול'ן 'פורק עול.'
צוויי מענטשן, איינער טאנצט ביים רבינ'ס טיש און איינער שטודירט, ביידע קענען בוחר זיין אין חיים אדער אין מוות, אין איין נקודה ווענדט זיך אלס: זענט איהר א מענטש, זענט
כח
זייט 29
טעקסט
איהר א איד, ווייל דאס ווילט איהר זיין, ווייל דאס איז אייער לעבן, דאס איז אייער רעספעקט, אדער טוהט איהר וואס איהר טוהט ווייל איהר ווילט שולל זיין עפעס אנדערש.
מיר האבן א געטליכע זאג: החיים והמוות נתתי לפניך, הברכה והקללה, ובחרת בחיים, למען תחיה אתה וזרעך, צוויי וועגן ווי צו זיין א מענטש – ווי צו זיין א איד, איהר קענט אפטויטן אנדערע אדער באלעבן דאס אייגענע, אבער למען תחי' אתה וזרעך וועט נאר זיין אז דו לעבסט א לעבן וואס איז א ראי', נישט איינע וואס איז א פירכא.
אז דאס לעבן – סיי וועלכע גאנג – איז נישט מער ווי אפזאגן עפעס אנדערש וועט עס אפשר ציען אפאר טאג, אבער והי' כי ישאלך בנך מחר לאמר מה העבודה, וואס טוהען מיר יא, צו וואס דרייען מיר זיך יא אין גאט'ס געבענטשטע בריאה, זאלט איהר זעהן נישט צו בלייבן מיט'ן צונג אינדרויסן.
טוהט ווייניגער אין יענעם אוועקמאכן און מער אין וואס איהר זעהט פאר ריכטיג, גיבט נישט איבער אייער גאט-געשאנקענע פרייהייט פאר די וואס זיצן ביים שפיץ – לאזט עס בעסער ביי אייער חלק אלוה ממעל, וועט אייך גוט זיין בזה ובבא.
ווי דער ליובאוויטשער רבי ז"ל פלעגט זאגן, 'אנן פועלי דיממא אנן' אונזער ארבעט איז ליכטיג מאכן, די טונקלקייט וועט ש וין ממילא פארשוואונדען ווערן.
סיי וואס איהר טוהט - גלויבט נישט אין די שטייגן וועלכע געפונען זיך אויף די אנדערע זייט ים.
מדור - א שמייכל
ווען איך וואלט געווען א רייכער מאן
שטעלט אייך פאר אז אין איין שיינעם טאג זענט איהר - לא פחות ולא יותר - דער גליקליכער לאטערי געווינער, נישט עפעס א מיליאן אדער צוויי, עפעס א סכום וואס איהר וואלט נאר געקענט חלומ'ען דערוועגן )יעצט חלומ'ט איהר אויך... אבער לאמיר נישט פארקריכן(, כ'ווייס, לאמיר זאגן 500 מיליאן דאלער, כ'גלויב אז הערשל שרייבער פון די שטאט ב. שרייבט נישט דא, אפטע? וועל, יו קנאו, עס איז געווען א שוואך יאהר...
די שאלה וואס איך שטעל פאר אייך איז ווי פאלגענד: וואס וואלט איהר געטוהען 16 שעה א טאג טיימס 50 יאהר? 35 יאהר אלט, אימפארטירט מעבל פון כינע )יא, פישעלע, כינע(,
כט
זייט 30
טעקסט
מוטשעט זיך בזיעת אפו דורך צושטיפן דעם חודש, אולי לייגט ער נאך אמאל אוועק אפאר שקל חתונה צו מאכן די קינדער, און דא, בין לילה, 500 מיליאן דאלער.
א. טעיביע טענה'עט אז ער וואלט זיך געזעצט לערנען די הייליגע ביכער, וועל, כ'וועל אייך מגלה סוד זיין: מען האט איהם געצאהלט אזוי צו זאגן... אבער צווישן אונז, 95 פראצענט אידן וועלן נישט האבן די ווילן און געדולד צו לערנען 16 שעה א טאג.
ב. זיך זעצן לערנען כל החכמות, אדער אין קאלעדש, אדער - אויב זענט איהר ווי מיר - זיך בויען אייער דריעם מען-קעיוו עטליכע שטאק אונטער די ערד, איהר אנפולן מיט חכמת דרדע והימן, נישט אריינלאזן א נפש חיה, און אזוי אפזיצן 50 יאהר, אבער - ווי פריער - חוץ עטליכע שטיבל-זיצער וועט קיינער נישט האבן א תאוה דערצו )אפשר א רצון צו א רצון יא, ווי ר"א שארר זאגט איבער פון הייליגע ספרים, אבער דאס איז נישט גענוג(.
ג. געלט איז נישט אלעס, כבוד איז דאך אויך עפעס, קען מען אפשר זיך אריינלייגן אין ווי אזוי ארויסצונעמען די מאקסימום כבוד פאר'ן דאלער, איז קודם כל פאסט עס מיר נאכנישט, וחוץ מזה איז שווער אנצופיהלען 000,292 שעה נאר מיט דעם.
ד. זיך נעמען דאס לעבן תיכף ומיד נאכ'ן זיך פאטאגראפירן מיט'ן גרויסן טשעק, לכאורה דארף דאס זיין גאנץ א באקוועמע אפציע.
וואס וואלט אי הר געטוהן?
אינעם 'למעשה' גייסט וויל איך אביסל ארויסהעלפן: דער פעסעמיסט וועט אפשר ווייטער שאפן כינעזער מעבל, קראצן א דאלער נאך א דאלער פאר די קומענדיגע 50 יאהר און ערשט דערנאך זיך ערלויבן צו שטארבן, דער אפטעמיסט זעהט אבער די ליכטיגע זייט, דאס געלט האט ער דאך שוין, קען ער ארויסשניידן די גאנצע מוטשעריי און גיין גלייך צום תכלית - אין קבר.
פארוואס אין 'א שמייכל'? נו, פון א קשיא שטארבט מען נישט.
פונעם תירוץ אפשר יא...
האט איהר אמאהל געכאפט?...
אמאהל פלעגן מענטשן לעבן 45 – 50 יאהר און זיך נישט געשפירט בא'עוול'ט, עס איז געווען א פול ענד עקאמפלישט לייף, מען האט פארפולקאמט תורת ברסלב / חכמת הקבלה / די געזעצן פון מאושען, און אפגעשטארבן בשיבה טובה, זקן ושבע.
ל
זייט 31
טעקסט
'יעדע פיהר וואכן' און 'נאר צוועלף מאהל א יאהר' איז די זעלבע זאך.
דער אויבערשטער וועלכער זיצט דארט אויבן האט שוין אסאך צאמגעזעהן אין היס לייף, ער איז אן עינטשענט ארטיפעקט.
איהר כאפט אז ער איז דער זעלבער – בפועל ממש, נישט עפעס א ממלא מקום, היינטיגער טאהשער ווס. דער שרף הראשון – וועלכער איז געזיצן על כסא ממלכתו ווען א פרייד האט איבערגעפולט זיין הארץ: אה... קוק, מיין אברהם גייט אריין אין פייער, וואס טוה איך מיט נמרוד? אפשר בין איך איהם מגלגל אין בלעם?
דער זעלבער איז געווען פארנומען מיט קרח, מיט היטלער און גערינג, און נעכטן האט ער פארהאנדעלט צווישן צפון און דרום קארעא.
שטעלט אייך פאר אז אבאמא דרייעט זיך שוין דא צוויי הונדערט יאר, ער פלעגט אמאהל אויסשרייען 'צום באפעל' פאר נאפאליאן, הי שאלד בי ען אינטערעסטינג גאיי.
ווי שאלד גאו טאלק טו הים...
איין צד פון צוויי וואס האט צו זיך 10 פראצענט, האט אטאמאטיש 90 פראצענט קעגן איהם.
דעספייט וואס די בילדער שלאגן פאר איז די וועלט נישט געווען בלעק ענד ווייט בשעת'ן קריג, קאלירן זענען געהעריג אנגעגאנגען.
אין אוישוויץ זענען געווען רעגנדיגע טעג און שיינע וועטערן, פון צייט צו צייט איז א פויגל אריינגעפלויגן. אמאהל איז געווען שרעקליך יומיד און אמאהל פיינע פרישע לופט און טל-באדעקטע גראז.
משנה לשנה האט זיך א ספיידער באוויזן אין איינעמ'ס בעט, אמאהל איז אפי' פארגעקומען א דראמאטישער געיעג צו דערווישן דעם חוצפה'דיגן וואטער-באג.
לא
זייט 32
טעקסט
יום כיפור קומט נישט ארגינעל אז פארקלעבטע, פארשלאפענע טאטעס אין קיטלען זיצן אין קאלטע עיר קאנדישען און קוקן אויפן זייגער, עס איז א גלות תוצאה.
אין ארגינעלע אידישקייט האבן ווארשיינדליך טייל פון די ירושלימער איינוואוינער באזוכט אין בית המקדש, זיך געשטופט ]לויט קינדליין: מיט גרינע בעקיטשעס און ווייסע זאקן...[ צו כאפן א בליק ווי דער כהן גדול טוהט וואס ער האט צו טוהן, און טייל זענען געגאנגען שלעפן די האר פונעם איש עתי.
און די וואס האבן נישט געוואוינט אין ירושלים?
פערהעפס האבן זיי שפאצירט געמיטליך ביים כנרת.
לאמיך אייך דערציילן אן ערשט-האנטיגע השגחה פרטית מעשה:
אזוי גייענדיג אין גאס בין איך בהשגחה פרטית ארויפגעטרעטן אויף א נאסע בלעטל, בהשגחה פרטית האביך זיך געגעבן א גליטש און כ'האב געכאפט א גוטן זעץ בהשגחה פרטית.
בהשגחה פרטית איז קיינער דארט אריבערגעגאנגן מיר צו העלפן.
מדור - תורה און מחשבה
האלא! איך קען דיר פון ערגעץ!
איך האב פריער געקוקט אפאר פסוקים אין מלכים ]ב' י"ז[ – הארציגע פסוקים:
וַיְהִי כִי חָטְאּו בְנֵי יִשְרָאֵל לַיהוָה אֱֹלהֵיהֶם הַמַעֲלֶה אֹתָם מֵאֶרֶץ מִצְרַיִם מִתַחַת יַד פַרְעֹה מֶלְֶך מִצְרָיִם וַיִירְאּו אֱֹלהִים אֲחֵרִים. וַיֵלְכּו בְחֻקוֹת הַּגוֹיִם אֲשֶר הוֹרִיש יְהוָה מִפְנֵי בְנֵי יִשְרָאֵל ּומַלְכֵי ִי שְרָאֵל אֲשֶר עָשּו. וַיְחַפְאּו בְנֵי יִשְרָאֵל דְבָרִים אֲשֶר ֹלא כֵן עַל יְהוָה אֱֹלהֵיהֶם וַיִבְנּו לָהֶם בָמוֹת בְכָל עָרֵיהֶם מִמִגְדַל נוֹצְרִים עַד עִיר מִבְצָר. וַיַצִבּו לָהֶם מַצֵבוֹת וַאֲשֵרִים עַל כָל ּגִבְעָה גְבֹהָה
לב
זייט 33
טעקסט
וְתַחַת כָל עֵץ רַעֲנָן. וַיְקַטְרּו שָם בְכָל בָמוֹת כַּגוֹיִם אֲשֶר הֶגְלָה יְהוָה מִפְנֵיהֶם וַיַעֲשּו דְבָרִים רָעִים לְהַכְעִיס אֶת יְהוָה. וַיַעַבְדּו הַּגִּלֻלִים אֲשֶר ָאמַר יְהוָה לָהֶם ֹלא תַעֲשּו אֶת הַדָבָר הַזֶה.
וַיָעַד יְהוָה בְ ִישְרָאֵל ּובִיהּודָה בְיַד כָל נְבִיאֵי כָל חֹזֶה לֵאמֹר שֻבּו מִדַרְכֵיכֶם הָרָעִים וְשִמְרּו מִצְו ֹתַי חֻקוֹתַי כְכָל הַתוֹרָה אֲשֶר צִּוִיתִי אֶת אֲבֹתֵיכֶם וַאֲשֶר שָלַחְתִי אֲלֵיכֶם בְיַד עֲבָדַי הַּנְבִיאִים. וְֹלא שָמֵעּו וַיַקְשּו אֶת עָרְפָם כְעֹרֶף אֲבוֹתָם אֲשֶר ֹלא הֶאֱמִינּו בַיהוָה אֱֹלהֵיהֶם. וַיִמְאֲסּו אֶת חֻקָיו וְאֶת בְר ִיתוֹ אֲשֶר כָרַת אֶת אֲבוֹתָם וְאֵת עֵדְו ֹתָיו אֲשֶר הֵעִיד בָם וַיֵלְכּו ַאחֲרֵי הַהֶבֶל וַיֶהְבָלּו וְַאחֲרֵי הַּגוֹיִם אֲשֶר סְבִיבֹתָם אֲשֶר צִּוָה יְהוָה אֹתָם לְבִלְתִי עֲשוֹת כָהֶם. וַיַעַזְבּו אֶת כָל מִצְו תֹ יְהוָה אֱֹלהֵיהֶם וַ ַיעֲשּו לָהֶם מַסֵכָה שְנֵי עֲגָלִים וַיַעֲשּו אֲשֵירָה וַיִשְתַחֲוּו לְכָל צְבָא הַשָמַיִם וַיַעַבְדּו אֶת הַבָעַל. וַיַעֲבִירּו אֶת בְנֵיהֶם וְאֶת בְנוֹתֵיהֶם בָאֵש וַיִקְסְמּו קְסָמִים וַיְנַחֵשו ּ וַיִתְמַכְרּו לַעֲשוֹת הָרַע בְעֵינֵי יְהוָה לְהַכְעִיסו ֹ.
וַיִתְאַּנַף יְהוָה מְאֹד בְיִשְרָאֵל וַיְסִרֵם מֵעַל פָנָיו ֹלא נִשְַאר רַק שֵבֶט יְהּודָה לְבַדוֹ. ּגַם יְהּודָה ֹלא שָמַר אֶת מִצְו תֹ יְהוָה אֱֹלהֵיהֶם וַיֵלְכּו בְחֻקוֹת יִשְרָאֵל אֲשֶר עָשּו. וַיִמְַאס יְהוָה בְכָל זֶרַע יִשְרָאֵל וַיְעַּנֵם וַיִתְנֵם בְיַד שֹסִים עַד אֲשֶר הִשְלִיכָם מִפָנָיו. כִי קָרַע יִשְרָאֵל מֵעַל בֵית דָוִד וַיַמְלִיכּו אֶת יָרָבְעָם בֶן נְבָט וַיַדַח יָרָבְעָם אֶת יִשְרָאֵל מֵַאחֲרֵי יְהוָה וְהֶחֱטֵיָאם חֲטָָאה גְדוֹל ָה. וַיֵלְכּו בְנֵי יִשְרָאֵל בְכָל חַטֹאות יָרָבְעָם אֲשֶר עָשָה ֹלא סָרּו מִמֶּנָה. עַד אֲשֶר הֵסִיר יְהוָה אֶת יִשְרָאֵל מֵעַל פָנָיו כַאֲשֶר דִבֶר בְיַד כָל עֲבָדָיו הַּנְבִיאִים וַיִגֶל יִשְרָאֵל מֵעַל ַאדְמָתוֹ אַשּורָה עַד הַיו ֹ ם הַזֶה.
און איך טראכט צו מיר, וואס זאג איך צו יענע מצב, צו יענע אידן?
כ'וועל אייך זאגן דעם אמת, דאס הארץ איז מיר פשוט אויסגעגאנגען פון רחמנות, דא נישט לאנג – קוים עטליכע יאהר צוריק - האט ער זיך אפגעמוטשעט מיט א פארקנעכטעט שמוציג פאלק, פאר נא אפערענט ריזאן האט ער מחליט געווען אז פונקט זיי, דוקא זיי, וויל ער האבן, זיי וועט ער אויסלייזן באותות ומופתים וואס וועט רודערן א וועלט, פאר זיי וועט ער נתגלה ווערן בכבודו און געבן זיין תורה, זיי וועט ער פירן פערציג יאהר – אויף הימלישע קעסט – כאשר ישא האומן את היונק, ביז ער וועט זיי איבערגעבן דאס בעסטע שטיקל לאנד אויפן פלאנעט און פאר זיי בויען א שטיבל וואו זיי וועלן קענען שמועסן מיט איהם כחפץ ליבם.
ווי דער בעל התניא לייגט עס אראפ באריכות ]פרק מ"ו[:
לב האדם הנאמן באהבתו לאיש אחר, הרי האהבה זו מעוררת אהבה בלב חבירו אליו ג"כ להיות אוהבים נאמנים זה לזה, בפרט כשרואה אהבת חבירו אליו.
והנה זהו טבע הנהוג במדת כל אדם אף אם שניהם שוים במעלה, ועל אחת כמה וכמה אם מלך גדול ורב מראה אהבתו הגדולה והעצומה לאיש הדיוט ונבזה ושפל אנשים ומנוול המוטל באשפה, ויורד אליו ממקום כבודו עם כל שריו יחדיו, ומקימו ומרימו מאשפתו,
לג
זייט 34
טעקסט
ומכניסו להיכלו היכל המלך חדר לפנים מחדר מקום שאין כל עבד ושר נכנס לשם, ומתייחד עמו שם ביחוד וקירוב אמיתי וחיבוק ונישוק ואתדבקות רוחא ברוחא בכל לב ונפש, על אחת כמה וכמה שתתעורר ממילא האהבה כפולה ומכופלת בלב ההדיוט ושפל אנשים הזה אל נפש המלך בהתקשרות הנפש ממש מלב ונפש מעומקא דלבא לאין קץ. ואף אם לבו כלב האבן, המס ימס והיה למים ותשתפך נפשו כמים בכלות הנפש ממש לאהבת המלך.
והנה, ככל הדברים האלה וככל החזיון הזה, וגדול יתר מאד בכפלי כפליים לאין קץ, עשה לנו אלהינו, כי לגדולתו אין חקר, ואיהו ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין ונודע מזה"ק והאר"י ז"ל ריבוי ההיכלות והעולמות עד אין מספר ובכל עולם והיכל ריבוא רבבות מלאכים לאין קץ ותכלית ... וכולם קמיה כלא ממש חשיבי ובטלים במציאות ממש ... וכולם שואלים איה מקום כבודו, ועונים מלא כל הארץ כבודו הם ישראל עמו. כי הניח הקב"ה את העליונים ואת התחתונים, ולא בחר בכולם כי אם בישראל עמו, והוציאם ממצרים ערות הארץ מקום הזוהמא והטומאה, לא ע"י מלאך ולא ע"י כו' אלא הקב"ה בכבודו ובעצמו ירד לשם, כמ"ש וארד להצילו וגו', כדי לקרבם אליו בקירוב ויחוד אמיתי, בהתקשרות הנפש ממש בבחי' נשיקין פה לפה לדבר דבר ה' זו הלכה, ואתדבקות רוחא ברוחא היא השגת התורה וידיעת רצונו וחכמתו דכולא חד ממש. וגם בבחי' חיבוק הוא קיום המצות מעשיות ברמ"ח אברים, דרמ"ח פיקודין הן רמ"ח אברין דמלכא.
איך קען שפירן ווי עס עסט איהם, עס רעגט אויף, אוי רע גט עס אויף.
האלא! איך קען דיר פון ערגעץ! געדענקסט מיר נישט? ערשט נעכטן האבן מיר זיך געטראפן ביי מתן תורה, אייער-נעכטן האב איך דיר אריבער געפיהרט דעם ים, און גארנישט?! אחוריהם אל היכל ה'? דעם רוקן ווייזטו מיר? פאר יעדע געטשקע וועסטו אויפהייבן די בעקעטשע צו לויפן שנעלער, נאר צו מיר שטעלסטו אהן א בלעכענעם פנים – שטום טויב און בלינד?
כ'מיין אז דאס איז די גרעסטע פאטש אין פנים וואס קען זיין.
א מענטש נוצט זיך – זיין וועזן - אלס א פענסטער צו באטראכטן די מציאות, וואס ס'איז געווען פאר איהם איז דאך היסטאריע, וואס עס וועט זיין – שפעקולאציע, איז וואס בלייבט 'מציאות'? דער הוה, זיין הוה, פה כאן ועכשיו.
און ער קוקט ארום, באטראכט און טראכט: הנה, איך וואוין אין ניו יארק, עס זענען דא מענטשן וואס וואוינען אין קארליפאניע, עס זענען דא פליגער און יאגערטס, סייענטיסטן און רעפאבליקאנער, 2000 יאהר צוריק זענען מיינע אנסעסטארס געווען עפעס א
לד
זייט 35
טעקסט
ציוויליזאציע אין מאדערן-דעי מדינת ישראל און איינשטיין האט מחדש געווען די תורת הייחסות, וואס גלייב איך אלס איד און וויאזוי איז מען מעניש איינער וואס גלייבט נישט.
פאר הונדערט יאהר צוריק איז אויך געשטאנען איינער אין וואל סטריט, א צילינדער אויפן קאפ און א ציגאר צווישן די פינגער, און פילאזאפירט און פאליטיזירט, ויחי מאה שנה ויולד בנים ובנות וימות און זיין זוהן האט געטוהן דאס זעלביגע.
דער אמת איז א די ריכטיגע פיקטשער איז די ביג פיקטשער, די וועלט איז נישט שולדיג אז דו ביסט אנגעקומען אפאר יאהר צוריק און באלד גייסטו שוין ווייטער, היסטאריע האלט זיך נאך אינמיטן שרייבן און האלט זיך אינאיין שרייבן.
מיר זענען דער כלל ישראל פון ספר מלכים, מיר זענען די פאלק וואס מען האט פארשיקט פון אונזער לאנד – גראדע ציעט זיך דער חלק פון די מעשה שוין כמעט 2000 יאהר, ווי דער ראגאטשוב'ער זאגט, כלל ישראל איז דער זעלבע 'כלל' פון מתן תורה, יחידים שטארבן און יחידים ווערן געבוירן, אבער דער כלל איז דער זעלבער – ציבור לא מיית.
פרענדס! לעטס געט אוער עקט טוגעדער, בימינו ובימיכם תושע יהודה וירושלים, די מעשה האלט נאך אינדערמיט לאמיר ממשיך זיין וואו מיר האבן געהאלטן, לאמיר אנהייבן שרייבן דעם 25 'סטן ספר: ויהי כמלאות לצור אלפיים שנה ואבאמא מולך בארצה"ב, ויזכור ה' את עמו ועל עבדיו ריחם, אל ארצו השיבם ואת ביתו בנה בה, אז יתענג על ריח אישותיהם וכימי עולם אהבם.
לאמיר ארויסגיין פון גלות מיט א נייעם מארש, ונזכה זעהן זיך מיט'ן רבי'ן דא אין א גוף ולמטה מעשרה טפחים, ונאכל שם מן הזבחים ומן הפסחים, תיכף ומיד ממ"ש.
אמרתי אחכמה והיא רחוקה ממני
די וואך ]אמור[ שטייט די פרשה פון מומין, איינע פון די מומין איז 'גבן', רש"י איז מסביר אז דאס איז ווען די אויגן ברעמען זענען זייער לאנג און ליגן איבער די אויגן, נאך איינע פון די מומין איז ווען די ליפן זענען געשפאלטן.
אין מס' ב"מ )פ"ד ע"א( פארציילט די גמ' די באקאנטע מעשה ווי ר' יוחנן האט מקרב געווען ריש לקיש – דער ראש פון די ליסטים - צו תורה, דערנאך פארציילט די גמ' אז איין טאג האבן ר"י און ר"ל זיך ארומגעקריגט פון ווען א מעסער רעכנט זיך פאר א פארטיגע כלי: רבי יוחנן אמר משיצרפם בכבשן, ריש לקיש אמר משיצחצחן במים, א"ל, האט ר' יוחנן געזאגט צו ר"ל, לסטאה בלסטיותיה ידע, א רויבער קען זיך גוט אויס אין זיין רויבעריי, ממילא ווייסטו פונקטליך ווען א מעסער איז גרייט צום נוצן, אמר ליה, האט ר"ל געזאגט צו ר"י, ומאי אהנת לי, וואס האסטו מיר אויפגעטוהן מיט'ן מקרב זיין צו
לה
זייט 36
טעקסט
תורה, התם רבי קרו לי, הכא רבי קרו לי, דארט בין איך געווען א שיינער איד פונקט ווי דא, אמר ליה, האט ר"י גענטפערט, אהנאי לך דאקרבינך תחת כנפי השכינה.
למעשה איז ר"ל נפטר געווארן, והוה קא מצטער ר' יוחנן בתריה טובא, ער האט נישט געהאט מיט וועמען צו לערנען, אמרו רבנן מאן ליזיל ליתביה לדעתיה? ניזיל רבי אלעזר בן פדת דמחדדין שמעתתיה, האט מען געשיקט ר' אלעזר ב"פ וועלכער איז געווען א שארפער אז ער זאל לערנען מיט ר' יוחנן, אזל יתיב קמיה, כל מילתא דהוה אמר רבי יוחנן אמר ליה תניא דמסייעא לך, אויף יעדע מימרא פון ר"י האט ר' אלעזר געברענט א ראי', אמר, את כבר לקישא? דו ביסט דען א ממלא מקום פאר ריש לקיש? בר לקישא כי הוה אמינא מילתא, ווען איך פלעג עפעס זאגן, הוה מקשי לי עשרין וארבע קושייתא, האט ער מיר געפרעגט אויף דעם 24 קושיות, ומפריקנא ליה עשרין וארבעה פרוקי, און איך האב איהם גענטפערט 24 תירוצים, וממילא רווחא שמעתא, און דורכדעם איז די סוגיא קלאר געווארן, ואת אמרת תניא דמסייע לך? און דו קומסט מיר ברענגן ראיות צו וואס איך זאג? אטו לא ידענא דשפיר קאמינא, ווייס איך דען נישט אז איך זאג גוט?
דערנאך איז דא א מעשה מיט ר' יוחנן אין סוף ב"ק )קי"ז ע"א(, רב כהנא איז ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל, און וואס ר' יוחנן האט געזאגט ביים שיעור האט רב כהנא איהם אפפגעפרעגט, פארציילט די גמ' אז ר' יוחנן האט געהאט לאנגע אויגן ברעמען האט ער געבעטן מען זאל עס איהם אויפהייבן אז ער זאל קענען זעהן ווער דאס איז דער נייער גאסט: חזא, האט ר"י געזעהן, דפרטיה שפוותיה, אז רב כהנא'ס ליפן זענען צושפאלטן, סבר, האט ר"י געמיינט, אחוך קמחייך ביה, אז ער לאכט פון איהם, חלש דעתיה, פון ר"י, ונח נפשיה, פון רב כהנא, למחר אמר להו רבי יוחנן לרבנן חזיתו לבבלאה היכי עביד, האט עטץ געזעהן ווי דער בבלי לאכט פון מיר? אמרו ליה דרכיה הכי, ער האט נישט געלאכט נאר זיינע ליפן זענען פשוט צושפאלטן, האט ר"י איהם מח י' מתים געווען, עיי"ש.
און אין מועד קטן )י"ז ע"א( זאגט ר' יוחנן: מאי דכתיב: כי שפתי כהן ישמרו דעת ותורה יבקשו מפיהו כי מלאך ה' צבאות הוא, אם דומה הרב למלאך ה', יבקשו תורה מפיו, ואם לאו, אל יבקשו תורה מפיו.
אז מען לערנט א חכמה מן החכמות ווערט דער לערנער א לבוש און א פענסטער צו די חכמה, פונקט ווי א קאלירטע גלאז אין וועלכע עס ליגט קאליר-לאזע וואסער, וועט די וואסער זיך ארויסזעהן מיט'ן קאליר פון דעם גלאז, דאס זעלביגע ווען ער נעמט אריין אין זיך חכמה בלייבט זי נישט מיט איהר ארגינעלע נייטראלקייט, סיי זי ווייזט זיך ארויס מיט די קאלירן, מעלות און שוואכקייטן פון דעם מיטל-מאן, דער וואס האט איהר אריינגענומען אין זיך, און סיי זי הייבט אהן צוביסלעך אויפבלאזן די כלי אין וועלכע זי ליגט, ביז ער ווערט א 'גדול', דער 'גדול' פון דא און דער 'גדול' פון דארט.
אנדערש איז אבער געטליכע חכמה, דער רצון העליון וואס ער האט אפגעשריבן אין תורתינו – תורת חיים, זי איז ארגינעל ווי זי איז אין דעם מוח פון איהר מחבר, זי ווערט
לו
זייט 37
טעקסט
נישט – און קען נישט ווערן – נתפעל פון לבושים און כלים אין וועלכע מען לייגט איהר אריין, פון סיי וועלכע קרן זוית מען וועט איהר אויפהייבן איז זי דאס זעלבע: די געטליכע ווילן, דאס איינציגסטע וואס איז שייך איז אז מען זאל ווערן איינס מיט איהר – עץ חיים למחזיקים בה, אבער נישט פארקערט.
אמרתי אחכמה, אז דו וועסט מיט איהר ווערן א חכם, א שיינער איד, א 'גדול', זאלסטו וויסן אז והיא רחוקה ממני, נישט נאר פעלט דיר די חכמה וואס דו זיכסט, נאר דער גאנצער קאנצעפט איז מרוחק פון דיר, דו ווייסט גארנישט וואס מען מיינט בכלל, לא ידע מאי קאמרי רבנן.
ווען ר' יוחנן האט געזאגט צו ר"ל 'לסטאה בלסטיותיה ידע', האט ר"ל גע'טענה'עט אויב נעמסטו מיין תורה דורך מיין פערזענליכקייט, איך בין דער פענסטער דורך וועמען דו זעהסט די תורה וואס איך לערן, איז מאי אהנית לי? אויב פערזענליכע סוקסעס, אויב זיך זעלבסט בויען, איז התם קרי לי רבי והכא קרי לי רבי, האט מיר ביי די ליסטים גארנישט געפעהלט אויף דעם פראנט, און ר' יוחנן האט איהם אודאי גערעכט געגעבן, אהנית לך אז איך האב דיר אריינגעברעגט תחת כנפי השכינה, אז א איד איז נישט מער ווי א פליגל צו ברענגן די שכינה צו איהר ציהל, נישט איינער וואס מישט אריין זיין אנוכיות אין די פראסעס.
פארדעם ווען ר"א בן פדת האט איהם געברענגט ראיות אויף וואס ער זאגט, האט ר"י געשריגן דאס דארף איך דען? איינער זאל מיר גערעכט געבן - איך זאל וויסן אז שלום עלי נפשי? ריש לקיש פלעגט מיר פרעגן 24 קושיות וממילא רווחא שמעתא, איז דער רצון האלוקי קלאר געווארן, נישט צו איך בין גערעכט אדער נישט.
ממילא איז אין ב"ק ווען מען האט אויפגעהויבן ר' יוחננ'ס לאנגע אויגן ברעמען און ער האט געזעהן ווי רב כהנא לאכט, האט ער געמיינט אז ער מאכט איהם אוועק אלס בעל מום, ווי רש"י איז מסביר אין אונזער פרשה אז א בעל מום איז עפעס א שוואכערע זאך וואס עס פאסט נישט ער זאל טוהן די עבודה, דאס האט געשטערט פאר ר' יוחנן, ווי קומט עס אז מען זאל מעסטן תורה מיט ארומיגע לבושים, דער אמת איז אבער געווען אז נישט נאר האט רב כהנא נישט געלאכט נאר דאס גופא איז טאקע געווען א מום ביי איהם אליין – זיינע ליפן זענען געווען צושפאלטן.
אויף דעם איז ר' יוחנן מזהיר אין מועד קטן, 'כי שפתי כהן ישמרו דעת' באטראכט גוט די ליפן, זעה צו זיי לאכן אדער אדרבה זיי זענען גאר צושפאלטענע, אזוי וועסטו וויסן 'ותורה יבקשו מפיהו כי מלאך ה' צבאות הוא, אם דומה הרב למלאך ה', יבקשו תורה מפיו, ואם לאו, אל יבקשו תורה מפיו', נאר אויב איז דער צינור איבערצוגעבן תורה ווי א מלאך וואס איז נאר דא אויף שליחות איבערצוגעבן דעם דבר ה', קיין אייגענע הגדרות, צימצומים און ישות'ן קומען נישט אריין ווען דער דבר ה' געפינט זיך אין צימער, דאן איז יבקשו תורה מפיו.
לז
זייט 38
טעקסט
אל מסתתר...
שמחה ביי דיפאלט
נישט לאנג צוריק האב איך געהערט א ווארט בשם דעם גור'ן רבי'ן ז"ל, דער אמרי אמת, ער האט געפרעגט איינעם אז מען וועט דיר געבן א מיליאן דאלער אז דו זאלסט איין טאג נישט לייגן תפילין, וואלסטו עס אנגענומען? זאגט יענער: אודאי נישט, אויב אזוי, זאגט איהם דער רבי, וואלסטו זיך יעדן טאג געדארפט פרייען מיט די תפילין ווי מיט א מיליאן דאלער...
די ערשטע מינוט האב איך געשמייכלט, הנאה געהאט, עס איז א שיינער פוליש'ער חשבון, אבער ווי כ'האב אנגעהויבן אריינטראכטן אין דעם האט עס מיר אנגעהויבן קריכן אין קאפ: וואס איז טאקע פשט? איך גלייב אז אני הקטן וואלט אויך נישט מסכים געווען נישט צו לייגן תפילין פאר א מיליאן דאלער, אבער צו זאגן אז איך פריי זיך דערצו ווי צו דעם סכום הנ"ל ווייס איך שוין נישט.
] דר"א דערמאן איך זיך, לעצטענס איז א יונגערמאן אריין צום וויזניצ'ער רבי פון מאנסי און האט איהם פארציילט אז נישט לאנג צוריק האט ער אהין ארויסגעמופט מיט גרויסע שוועריקייטן, די ווייב האט נישט געוואלט, די פרנסה האט געמאכט פראבלעמען וכו', אבער יעצט אז ער איז דא וואלט ער שוין פאר כל הון דעלמא נישט צוריקגעמופט, זאגט איהם דער רבי: הער צו, איך האב אהער געמופט יאהרן צוריק מיט מסירות נפש, אבער צו זאגן אז פאר כל הון דעלמא וואלט איך נישט צוריקגעגאנגען? כל הון דעלמא איז שוין א פרייז[...
עכ"פ, די ערשטע תירוץ וואס איז מיר אריין אין קאפ איז לכאורה א פשוט'ע, איך בין פשוט צוגעוואוינט צו די תפילין ממילא שפיר איך נישט די שמחה וואס זי דארף ברענגן עפ"י חשבון, נו, טראכט איך צו מיר, און אויב כ'וועל ח"ו נישט האבן קיין תפילין פאר 20 יאהר, וועל איך דען יא שפירן אזא שמחה דערנאך? או לאידך גיסא, דער וואס איז א מיליאנער שוין לאנגע יאהרן נעמט שוין טאקע נישט ארויס קיין שמחה דערפון?
ביז איך האב זיך געכאפט אז באמת האבן מיר - מענטשן - פארקרומט די גאנצע מעשה, מיר האבן מהפך געווען די קערה על פיה.
מיר זענען געוואוינט אז שמחה איז א ביי-פראדוקט פון גוטע זאכן אין לעבן, דאס הייסט אזוי: גוטע זאכן זענען 'גוט', און מיר לויפן זיי נאך פארדעם – ווייל זיי זענען גוט, עס איז גוט צו האבן אסאך געלט, עס איז גוט צו זיין געזונט, עס איז גוט צו זיין א וואויל'ער איד און עס איז גוט צו האבן שלום בית, מיר האבן מיליאנען עק סטערע זאכן אויף אונזער טו-
לח
זייט 39
טעקסט
דו ליסט אין לעבן ווייל יעדער פון זיי איז א גוטע זאך כשלעצמו, יעצט, דאס וואס זיי ברענגן שמחה, דאס איז שוין א תוצאה: אז עס גייט דיר גוט אין לעבן און זי איז פול מיט גוטע זאכן ביסטו בשמחה, דאס איז אזא סארט סימפטאם און א באונעס גוטע פילינג פון די אלע גוטע זאכן וואס א געוויסע צאהל מוצלחים דערגרייכן אין לעבן.
די מעשה איז אבער פונקט פארקערט, פארוואס איז א שיינע קאר גוט? פארוואס איז א שיינע הויז גוט? פארוואס איז זיין סאשעלי אקסעפטעד גוט? פארוואס איז האבן א גוטן קאפ גוט? די תירוץ אויף די אלע זאכן איז איינע: ווייל זיי ברענגן דיר שמחה, ווער זאגט אז האבן א הויז איז בעסער ווי זיין האומלעס? נאר וועגן דעם, ווייל האבן א הויז איז באקוועם, און באקוועם מאכט דיך בשמחה, איהר כאפט? די אלע זאכן מאכן אייך נישט בשמחה ווייל זיי זענען גוט, פונקט קאפויער, זיי זענען גוט ווייל זיי מאכן אייך בשמחה.
מאי בינייהו? איינע פון די עיקר חילוקים צווישן די צוויי קוק-ווינקל'ן איז וועלכע איז די דיפאלט, לויט די ערשטע וועג ווי מיר האבן קאנדישענד אונזער קאפ איז די דיפאלט העדר השמחה, אויף שמחה דארף מען א תירוץ, עפעס א קיק אין לייף, א נייע הויז, א נייע קאר, געוואונען די לאטערי, פארן אויף וואקאציע, אבער סתם בשמחה, וואס עפעס?
אבער לויט'ן אמת איז פארקערט, די דיפאלט איז שמחה, פארוואס? זייער פשוט, דאס לעבן אליין דאס איז די עצם מהות פון שמחה, און איינמאהל מען כאפט זיך אז קיין שום זאך אויף דער וועלט איז נישט קיין תכלית פאר זיך, אלעס איז נאר אן אמצעי אויף שמחה, נאר מיר קרומע מענטשן האבן גענומען די אלע זאכן און געמאכט דערפון א דראג צו באקומען א קיק אין לעבן, יעדע כך וכך זמן דארפן מיר א שטויס פרייליך צו ווערן פאר אפאר מינוט, מען כאפט אן אייזקריעם פון פריזער וכו', אבער אז מען כאפט זיך אז די אלע זאכן זענען נישט 'גוט' מצד עצמם, און נאר ווייל מיר כאפן זיך אהן אין זיי דאס מאכט אז מיר זאלן זיי דארפן האבן אויף צו האבן אונזער נאטירליכע שמחה, איז לאז זיך אפ פונעם קשר וואס דו האסט געמאכט צווישן די אלע זאכן און שמחה וועסטו עס נישט דארפן, פונקט ווי דו פארשטייסט אז מענטשן צוויי טויזנט יאהר צוריק זענען געווען פונקט אזוי פרייליך ווי מיר זענען אפילו עס האט זיי געפעהלט אלע תענוגים וואס מיר האבן, פארוואס? ווייל די דיפאלט איז שמחה, די עצם מציאות החיים איז שמחה און זי דארף נישט א קיק פון עפעס א דראג יעדע שטיק צייט.
לאמיך מיטיילן מיט אייך א קוואוט פון:Steve Maraboli
it is not something to be ;a way of living ,a choice ,Happiness is a state of mind .it is something to be experienced ,achieved
טייערע ווערטער.
לט
זייט 40
טעקסט
אין ברסלב איז דא א מושג פון 'מילי דשטותא', מען מאכט זיך נאריש און מען לאזט ארויס מאדנע קולות כדי זיך משמח צו זיין, ווען א פרעמדער באטראכט עס זעהט ער אין דעם, וועל... ברסלב, עס איז אין איינקלאנג מיט זייער דגוש אויף תמימות, נישט מאכן צופיהל חשבונות, 'פראסטיק' ווי רבי נחמן האט עס גערופן, א פרעמדער וועט עס אבער שווער דערליידן, ער קוקט עס אהן ווי א קינדערישער פאפעריי, ער האט נישט קיין געלט, קיין נחת, קיין געזונט, און ער איז כלומר'שט פרייליך, פארוואס? ווייל ער לאזט ארויס מאדנע קולות?
דער אמת איז אבער נישט אזוי, עס איז נישט כאילו עס זענען דא אמת'ע זאכן אין דער וועלט און זיי מאכן באמת פרייליך, ווי געלט און נחת, און דערנאך איז דא דער ברסלב'ער וואס שפילט כאילו א טריק אויף זיין קינדערישן מוח און כאפט זיך אריין פון אן אונטער-טיר'ל ווי כאילו ער איז פרייליך פון שטותים, דאס וואלט אמת געווען ווען עס זענען דא אמת'ע מציאות'ן אויף דער וועלט וואס זענען גוט צו האבן, און ווייל זיי זענען באמת גוט צו האבן מצד עצמם מאכן זיי אויך פרייליך, אבער אזוי ווי תכלית הכל איז שמחה און אלעס איז נאר אמצעיים, איז נישט דא קיין דרך המלך פאר 'נארמאלע' מענטשן און אונטער-טיר'ן פאר משוגעים, שמחה איז שמחה – קיין קאונטערפיט שמחה איז גארנישט פארהאן, ווי אזוי נאר דו ביסט פטור געווארן פון די דברים המעכבים את השמחה ביסטו ביים תכלית, געוויסע דורך מילי דשטותא, און געוויסע – ליידער – דורך כסדר'דיגע דראג קיק'ס, אך און וויי ווען די דראג'ס לויפן אויס.
אלזא, טייערע פריינט, הייבט אהן צו לעבן לשם לעבן, עסט אויף יעדע מינוט דערפון, נעמט אייך גארנישט צום הארצן, אייערע אחריות'ן פיהרט אויס ווי ווייט איהר קענט וכמאמר ,all we can do is all we can do און דאס איבריגע לעבט ווייל איהר לעבט, נישט ווייל דאס לעבן איז איז א גוטע בעקראונד סטארי צו געשמאקע געשעהנישן וואס קומען און גייען מזמן לזמן.
לעבט עז איף יור לייף דיפענדעט אן איט... לעבן אליין איז דער קיק, ווי מען זאגט ביי אונז...t that a kick in the head'ain ,Tell me quick:
קאמפליצירט אייך נישט דאס לעבן וועט איהר האבן שמחה אין דיפאלט, האלוקים עשה את האדם ישר והמה ביקשו חשבונות רבים.
גזירת הגלות
אין אן אנדערען אשכול האט @גאנצל געפרעגט וואס איז פשוט פשט אין 'גזירת הגלות.'
איז לאז מיך אייך זאגן, איך בין נישט קיין אפוטרופוס פאר'ן מהר"ל, אדער סיי וועלכער ספר אגדה ודרוש, וואס זייערע ווערטער קען מען פארשטיין בע' פנים, איך וועל נאר
מ
זייט 41
טעקסט
ארויסברענגען וואס דעתי העני' פארשטייט ע"פ קאמאן סענס און ע"פ פסקי הרמב"ם והשו"ע.
דער באשעפעניש 'גזירת הגלות' איז א געוויסע 'מציאות', א געוויסע 'מצב', די סטאטוס פון די רילעישאנשיפ פון דעם אייבערשטן צו זיין פאלק און ווייס ווערסא.
אין נביא רשאי לחדש דבר מעתה, גזירת הגלות איז נישט קיין 'דין' אדער 'חלות', און ממילא ברענגט עס נישט מיט זיך קיין שום טרוקענע חיובים אדער איסורים מעשיים, עס איז נישט דא א סימן אין שו"ע 'הלכות גזירת הגלות' וואו דער מחבר זאל רעכענן וואס מען דארף און טאר נישט טוהן מכח דעם דין, און פארדעם איז נישט דא קיין שום הלכה וואס איז נישט נוהג בזמן הזה אלס א דירעקטע תוצאה פונעם דין גלות, אלעס מוז האבן א זייטיגע סיבה: מיר האבן נישט קיין אפר פרה, אין רוב יושבי' עלי' וכו' וכו.'
א. עס וועט קיין שום פראקטישע פעולה נישט משפיע זיין צו מיר זענען אין גלות אדער נישט, מיר זענען אין גלות ווייל עס איז עלה ברצונו הפשוט מסתיר צו זיין זיין פנים פון אידן, ער האט גוזר געווען ]במחשבתו[ אז עס זאל נישט זיין קיין גילוי אלוקות וכו' וכו.'
ב. אז אידן האבן זיך צוזאמען גענומען צו וואוינען אין זייער לאנד, וואס איז זייער'ס ע"פ תורה, די בעלות האט מען קיינמאהל נישט אויפגעגעבן אדער צוגענומען ]און אויב האט מען עס פארלוירן ע"י כיבוש, האט מען עס צוריקבאקומען ע"י כיבוש... ובפרט אז די ענגלענדער האבן מסכים געווען צו א מדינה פאר אידן[ און זיי שטעלן אוועק אידן מיט כלי זיין אכטונג צו געבן על שלום הארץ ויושבי', טוהן זיי נישט מער ווי מקיים זיין דעם פסק פון מחבר ]או"ח סי' שכ"ט[ אז מען דארף מחלל שבת זיין און ארויסגיין בכלי זיין צו באשיצן גרעניץ שטעט פון א אידישע יישוב, דאס איז אפי' ווען עס זאל זיין אין אוגאנדא, ולא תהא כהנת כפונדקית?
ג. כאמור, מאכט עס נישט מער אדער ווייניגער די סטאטוס פון גלות, אפשר א גאולה פרטית טוהט מען יא אויף, אבער די גאולה הכללית בהתגלות אלוקותו ית' ]וואס אויף דעם האט ער גוזר געווען[ ווערט נישט נשתנה מיט פראקטישקייטן.
ד. ענד קווייט פרענקלי איז עס גאנץ א גראבע מהלך המחשבה צו טראכטן אז דאס איז גלות וגאולה, צו מען זיצט אין ברוקלין מיט די נ. י. פ. ד. אדער אין ישראל מיט צה"ל.
ה. אויב האט איהר א געפילישע פראבלעם אז כלומר'שט גייט דאס קעגן דעם רוח פון גלות, וועל איך אייך זאגן אז בעיניי איז זיצן אין א מיליאן דאלער'דיגע דירה מיט א שיינע האנדא און עסן סטעיק יעדע שני וחמישי ווייניגער גלות ]לשיטתם בהבנת ענין הגלות[ ווי וואוינען אין א כאטקע אין גליל און אקערן די פעלדער.
מא
זייט 42
טעקסט
ו. עס איז נישט דא קיין שום ענין זיך צוצוכאפן צום 'גזירת הגלות', עס איז א געוויסע מצב וואס ווען מען שפירט עס ברוחניות – וכתוצאה – בגשמיות, 'ווייסט' מען בדרך ממילא אז אט דאס איז וואס דער אייבערשטער האט גוזר געווען.
פאר זיבעציג יאהר צוריק איז געווען גזירת אוישוויץ, עס איז עלה ברצונו הפשוט אז מיין זיידע זאל זיצן כו"כ יאהר אין אוישוויץ, מיר דאכט זיך אבער אז ווען ער האט געהאט די ברירה צו אנטלויפן פון דארט האט ער עס גערן געכאפט און נאך געהארגעט א נאצי צו די זייט אויך, עס איז איהם נישט איינגעפאלן זיך מער איינצוגראבן אין די טינופת פון גזירת אוישוויץ כאותו דבר אחר.
ומהאי טעמא האט ער נישט מוותר געווען אויף זיין ריעל עסטעיט אין ווארשא, אפי' גזירת אוישוויץ האט איהם פארטריבן פון דארט פאר פינעף יאהר.
ז. פארדעם פסק'ענט דער רמב"ם ]פי"א מהל' מלכים[ 'ואם יעמוד מלך מבית דוד וכו' אם עשה והצליח ונצח כל האומות שסביביו וכו' הרי זה משיח בודאי, ואם לא הצליח עד כה או נהרג בידוע שאינו זה שהבטיחה עליו תורה, והרי הוא ככל מלכי בית דוד השלמים הכשרים שמתו', קיין פראבלעם פון גזירת הגלות האט ער נישט, און פארדעם אויב איז געווען א אידישע מלכות כוזר האבן זיי אויך נישט געהאט די פראבלעם.
כל האמור לעיל איז אהן ציונות, צו די ]פרומע[ ציונים זענען גערעכט געווען למחצה לשליש ולרביע ווייס איך נישט, אבער כל הנ"ל דארף נישט צוקומען צו די שיטת הציונים. -------------------------------------------------------------------------------------------------- --------------
color war אין הימל
עס איז אייך אודאי באקאנט דער סיפור פון דעם שיינעם תורה-וגדולה איד, מוכתר בכל המעלות שמנו חכמים, וואס ווען זיין געראטענע טאכטער איז אונטערגעוואקסן האט ער געלאזט וויסן פאר'ן רב אז לויט זיינע פיהלע מעלות קומט זיך איהם דעם רב'ס זוהן פאר אן איידעם, האט דער רב איהם געלאזט זאגן: אלע מעלות פארמאגסטו טאקע, דו ביסט דאך אבער א בעל גאוה – זאל גאט אפהיטן, שיקט איהם יענער צוריק: דער רב דארף זיך נישט זארגן, גיבט מיר א צוויי וואכן און איך וועל די מעלה פון ענוה אויך האבן ביי מיר...
אין א שיינעם זומער'דיגן טאג האט אין הימל אויסגעבראכן קאלערוואר, יא, אזוי ווי איהר הערט, פרעגטס בעסער נישט... גאט האט זיך פארשטעלט ווי דער שטן אליין... אוי האט זיך געטוהן אויף טישן און בענק, יעדער האט 'עכט' געמיינט... בקיצור, ס'איז קאלערוואר אין הימל.
מב
זייט 43
טעקסט
פאר די היינטיגע אקטיוויטי וועט מען זיך טוישן ראלעס, גאט און אונזער לאקאלער בנש"ק, גאט וועט זיך פיהרן במנהגי ה אדמו"רות און אונזער בנש"ק וועט שפילן גאט.
]קלארט זיך אויס די שטימע און שנארכט אריין בענוות חן:[ 'הערסטו, משה'ניו, כ'האב געקלערט אזוי אז בדרך אפשר קען מען זאגן אז א איד וועט חלילה זיין טאט'ן שלאגן זאל מען איהם דערווארגן... חחח'...
' הערסט ]בתנועה של ביטול[, ממש יעצט אויפן וועג איז מיר איינגעפאלן, אז איינער זאל מיין נאמען שעלטן, קלער איך ס'וואלט אפשר כדאי געווען איהם צו באשטיינערן צום טויט'...
' גיי, משה'לע, זאג עס איבער פאר'ן עולם, פארשטייט זיך גארנישט איז מיין זכות... אלס איז בזכות אבותי הקדושים ]הי הי הי...[.'
אט הערט מען ארויף א מנחה פון א איד, 'הגדול הגבור והנורא', איי איי איי, ס'צרות ווי א בארג, גאט הייבט אהן צו בלאשן ]בייגט דעם קאפ זייטוועגס אויף אראפ[: 'וואס מאכסטו זיך נאריש... גדול? גבור? כ'טראכט נאר וואס כ'וואלט באמת געקענט זיין... אז כ'דערמא ן זיך אינעם טאט'ן הכ"מ, אה, וואס בין איך'?
ת"ק פרסה אראפציהר זיצט אונזער בנש"ק אויבנאהן בקומה זקופה, די חסידים צושטיפט אויף די פארענטשעס, אט הייבט דער רבי אהן צו זאגן בקול אדיר: 'קינדער טייערע, וואס פארלאנג איך פון ענק? איך פארלאנג איהר זאלט ציטערן פאר מיר' – 'הייל!' שרייעט דער גאנצער עולם, 'איהר זאלט אויסגיין פאר ליבע דערמאנענדיג מיין לעכטיגן נאמען' – 'הייל...'!
דער רבי שטעלט זיך אויף מלוא קומתו, ספאנטאן פאלט דער גאנצער עולם אויף די קניען, א שמייכל שפרייט זיך אויס אויף דעם רבי'נס לעפצן: 'גוט טוהט איהר, צו מיר זאלט איהר זיך שטענדיג ביקן, אין פייער זאלט איהר טאנצן פאר מיר, יענעם? יענעם זאלט איהר צושטויסן און פארברענען.
שוין, גענוג געבוקט, יעצט שטעלט אייך אויף און טאנצט פאר מיר – ריקדו לפני, דערנאך זאלט איהר פאסטן א האלבן טאג, שחט'ן אפאר הינער און זיך טובל'ן אין איהר בלוט, אזוי וועט דאס זיין א גוטער שמעק אין מיינע נאז-לעכער, ווייל איך האב געזאגט און מיין באגער איז ערפילט געווארן.
ווער עס וועט אין מיין שטימע צוהערן וועט גוט זיין, און ווער נישט – אך און וויי איז צו זיין זעהל, אזעלכע מכות וועל איך איהם צוטיילן, זיינע אייגענע קינדער וועט ער עסן.
מג
זייט 44
טעקסט
אבער אויף דערווייל קוקטס מיך גוט אהן, אזוי אז מיין מורא זאל בלייבן אויף ענקער פנים, שוין, דערנאך קען דער חזן אנהייבן זאגן מיינע שבחים, ווי גרויס, שטארק און הייליג איך בין.'
אה – דערמאנט זיך דער רבי – וואויל זענען די אויגן וואס האבן געזעהן ווי דעם טאטן ז"ל'ס חביבות צו אייסקריעם... ספעציעל האט ער געהאט איין מין וואס ער האט גאר שטארק געגליכן, דעם סענדוויטש סארט, מ'זאגט אז כל הון דעלמא וואלט ער פאר דעם אוועקגעגעבן, די זקני החסידים געדענקן נאך אודאי ווי ער האט זיך אזוי מוסר נפש געווען דערפאר אין לאגער, דאס האט יעדער געוואוסט: ביים טאט'ן גייט נישט דורך א טאג אהן אייסקריעם, אשרי עין ראתה, מען האט געקענט טאפן די אהבה אין די לופט, ס'האט גארנישט עקזעסטירט, נאר דער טאטע מיט'ן אייזקריעם.
דאס איז דאך א מורא'דיגער מוסר השכל פאר אונז אלע, אז מען לייגט זיך באמת אריין אין דעם, מען גיבט זיך אינגאנצן איבער, אז מען ווייסט ווי גוט דאס איז באמת – כל חפציך לא ישוו בה, דאן – נאר דאן – קען מען צוקומען צו אזא דרגא, כ'מיין איך דארף דאך ענק נישט זאגן ווי דער טאטע ז"ל האט אויסגעזעהן אין די וואכן פאר'ן אייסקריעם פעסטיוואל, נאר אינעם אייסקריעם איז ער געווען פארקאכט, ער פלעגט זיך אלץ אויסדרוקן: ווער עס וועט מיר שאפן א מילכיגן סענדוויטש אייסקריעם פון דזשענעווע, אזוי א הדר... נו, ר' יחזקאל פלעגט טאקע האבן די חזקה אויף אפלעקן דעם פאפיר'ל משום חביבות האייסקריעם.'
וואס איז? ס'איז פאני? דיו לעבד להיות כרבו, אז דער אייבערשטער האט משקיע געווען אין א גאנצע בריאה ווייל עס האט איהם געגלוסט צו האבן א דירה בתחתונים, מעג איך משקיע זיין קאפ און מוח אין מיין געליבטע אייסקריעם, ניין?
א"ר יצחק, מפני מה היו אבותינו עקורים? מפני שהקב"ה מתאוה לתפלתן של צדיקים.
כ'דערמאן זיך אזוי, אין לאגער ביי אונז איז געווען א קאפאו א סאדיסטישע רשע, ער האט געהאט א באזונדערע חיות צו זעהן ווי יענער בעהט זיך צו איהם פון אונטער זיינע שטיוול, מען זאגט אז די איידעלע פלעגט ער אן עקסטערן שטויס געבן, דעם איידלן קוויטש זייערן האט איהם געגעבן חיות אויף א האלבן טאג.
מד
זייט 45
טעקסט
ביי אסאך פון אונז איז דא די מענטעלעטי אז אידישקייט איז ,'The Party of No' עס איז געראטן זיך ארומצודרייען מיט שולד-געפיהלן אויף זיך אליין וכל המרבה ה"ז משובח, וואס דארער, צוקלאפטער און גרעסערער הויקער – אלס מער 'איד', וואו און אין וואס מען שפירט 'יא' איז א סימן אז דאס איז 'נישט', און וואס מער 'נישט' און אומבא'טעמ'ט אלס מער 'יא.'
גוטע אידן זענען ממאס אין א געשמאקן אייסקריעם פארדעם, ווייל עס איז געשמאק, מען קרומט אויף א באקוועמע קאר פארדעם, ווייל זי איז באקוועם, אן איידיעל וועלט וואלט געווען אז מען קען זיצן אגאנץ לעבן אין א פארשימעלטן בוידעם, פאסטנ'דיג, קראנק מיט 103 גראד היץ און זיך ברעכן די ציין אויף די קינות, ווען מען קען ווען דאס טוהן פאר 120 יאהר דאן וואלט מען שפיץ 'איד' ג עווען.
יא, די חסידים, זיי האבן זיך געטראפן עפעס א 'לופהאול' אינעם סיסטעם, זיי האבן זיך געטראפן עפעס א תירוץ פון עונג שבת ווען און וואו מען מעג יא הנאה האבן פון א שטיקל קוגל, דערנאך האמיר די פאר ליידיג גייער, גראבע יונגן אזעלכע, וואס ערלויבן זיך – גאט באהיט – צו גיין אין דזשים און מאכן עקסערסייז, אין עפעס א רמב"ם הענגן זיי זיך אהן 'היות הגוף בריא ושלם מדרכי ה' הוא', פארשטייסטו מיר? פונקט 'זיי' טרעפן דעם רמב"ם, זיך לאזן שחט'ן פאר'ן הייליגן בורא כל עולמים, אויף דעם זענען זיי אויך דא? אויך מיר אידן...
דער איינציגסטער אבן הבוחן וואס איז באמת דא אין די בריאה איז אמת ווס. שקר, גאט און זיינע ענינים זענען 'אמת' – ואמת הויה לעולם, אמת מפני שהוא אמת, דאס איז דער אמת'ער מציאות בכלל, זאכן וואס זענען נגד רצונו זענען שקר – זיי זענען נישט קיין אמת'ע מציאות.
באמת אמרו, דאס איז די אלטימעיט אמת\ שקר, דער אמת איז אזוי אמת אז עס קען נישט צולאזן עפעס אנדערש, שקר איז מגרע פון איהם און דארף נישט צוגעלאזט ווערן, אין אני והוא יכולין לדור.
'אמת' איז ארויפגעקוקט און טייער-געהאלטן, דער אמת'ער מציאות פון גאט איז באמת 'גדול, גבור ונורא', גאט וועט דאס נישט לייקענען שעמעדיגעהייט ווייל דאס איז דער אמת – דער איינציגער אמת, און אין די זעלבע צייט ]וכתוצאה[ איז ער באמת א עניו וואס לאזט זיך אראפ, ער וויל הערן זיין לויב ווייל זי איז אמת, און אז א נברא באהעפט זיך דערצו איז איהם גוט ווייל ער איז טייל פונעם אמת.
דער פראבלעם אין גשמיות איז נישט ווייל זי איז באקוועם און געשמאק, דער פראבלעם איז אויב און ווען זי איז שקר, אוועקגעבן ליבע פאר אן אייסקריעם שלא באופן הראוי
מה
זייט 46
טעקסט
נעמט אוועק פון די ליבע צום אמת און גיבט עס צום שקר – צו א נישט אמת'ע מציאות, דאס איז דער פראבלעם וואס קען זיין אין גשמיות, אבער זיין אין פרידן מיט מיין עצם מציאות, גיין אין דזשים בקומה זקופה ובשמחה רבה, גוט אויסשמאטשקען א שטיקל בשר בהמה שבת אינדערפרי, א גוט שטיקל זיווג, די אלע זענען נישט בדיעבד'ס וואס האבן זיך אזוי אריינגערוקט, וואס ווען פלוני וואלט געוואוסט דערפון וואלטן מיר זיך געשעמט, אז עס איז עלייענד מיט'ן אמת איז קיין פראבלעם ואדרבה.
האקט עס אייך ארויס פון קאפ, אידישקייט איז נישט קיין ארבעטס-לאגער און דער אייבערשטער איז נישט קיין נאצי, פאר וועלכע שווארץ יאהר פאלט אייך איין אז עס שטערט איהם אז אידן האבן הנאה, אז מען נוצט אלעס אויס צו א מאקסימום? ער איז עפעס א סאדיסט? ער קען נישט צוקוקן ווי יענער לעבט אויף אלע באקן?
איין כלל איז דא: אמת\ שקר, זייט משקיע אין אמת און האט וואס מער הנאה, און זייט ווייניגער משקיע אין שקר.
אמת מארץ מצמח, אז מיר וועלן אויסנוצן און צופיהרן די גאנצע בריאה צום אמת, וועט דער שקר אשר אין לו רגליים פאלן והי' דמיונו כלא הי', ומלאה הארץ דעה את הויה.
לחיים, לחיים...
חכמה = טאלערענץ
א גרופע סטודענטן זענען אמאל אריין אויף יחידות צום ליובאוויטש'ער רבי ז"ל, האט איינער פון זיי געפרעגט דעם רבי'ן אז ער האט אמאל געזעהן זיינס א בריוו און עס איז געווען איבערגעשטראכן אויף א ווארט, מאכט דען א רבי א טעות?
האט איהם דער רבי גענטפערט: וואס עס איז דער אמת אין איין מינוט מוז נישט זיין אמת אין א שפעטערע מינוט.
נו, א ברירה האט ער געהאט? זאל ער זאגן אז א רבי קען זיך טועה זיין? די בעסטע איז ווען מען קען ענטפערן אזא שיין-קלינגענדיגע פילאזאפישע/ספירטואלע סטעיטמענט וו אס האט נישט באמת קיין הענט אדער פיס פאר דעט מעטטער, הא?
איך בין א רויכערער, דאכציך אז ביי א פעקל א טאג קומט מיר דעם תואר, זייענדיג אין די ליין האב איך גאנץ גרונטליך נאכגעפארשט די נייע ערשיינוג פון עלעקטראנישע ציגארעטן – אדער 'דיגיטאלע' ציגארעטן ווי טיי ל פון איהרע חסידים האבן ליב איהר צו טיטול'ן.
מו
זייט 47
טעקסט
אזוי דורכגייענדיג הונדערטער קאמענטס אויף פארשידענע זייטלעך, סיי פון די וואס שטיצן איהר איבער די אלטמאדישע ציגארעטן ]'אנאלאג'[ און סיי פון די וואס האלטן אז מען טאר נישט משנה זיין די מסורה קיין זיז כ"ש און עס וועט קיינער זיין א ממלא מקום פאר א גוד-אלד מארלבארא ציגארעט, האב איך באמערקט אן אינטערעסאנטע זאך, ביידע צדדים רעדן מיט אן אויסערגעווענדליכע ביטול איבער דעם אנדערען און האבן א געוואלדיגע סעלף-קאנפידענס אין די אייגענע שיטה, "וואס פארשטייען זיי צו א ריכטיגע ציגארעטל, אזא וואס נעמט אדורך אלע אברים? מעלאנע פלעוואר? זענען זיי אויפן קאפ געפאלן? וואס איז דא, א קינדערגארטן?", און די זעלבע אויף פארקערט, "איי, די אלטמאדישע טאבאק-ברענער, עס גייט א ריח און א הוס און ניטאמאל האט עס א גוטן טעם, מיר זענען די פארגעשריטענע וואס שטעלן פאר דעם דיגיטל עידזש" – און נישט אז זיי הרג'ענען זיך מיט זייערע בעלי פלוגתא, בעיקר רעדן זיי צווישן זיך און פון צווישן די שורות שפראצט עס ארויס.
און איך טראכט צו מיר: וואס וואלט א דריטער געהאלטן? לו יצוייר אז א נישט רויכערער קען מרגיש זיין די באדערפענישן פון א רויכער, וואס וואלט ער געהאלטן? פאר וועלכע ציגארטעל וואלט ער צוגעטיילט דעם זיג?
לכאורה וואלט ער געזאגט אז עס ווענדט זיך וואו, ווען און ווי אזוי, נאך א פעטע סעודה, אויפן פארטש, אין א שיינעם אויפדערנאכט, איז א פרישע מארלבארא בעסער, אבער זיצענדיג אין א מיטינג פאר לאנטש האט א דיגיטאלע די זכות קדימה, וכן על זה הדרך.
ווי יענע זאגן: ווי אלעמאהל איז דער אמת ערגעץ אינצווישן...
אנדערע חכמים זענען דן וואו שטעקט דער אמת, געפינט מען איהר ביי די קצוות, אזא יקוב הדין את ההר סטייל, אדער דרייעט זי זיך ענדערש א ינדערמיט?
וואס הייסט אינדערמיט? איז עס א סארט פשרה? א תוצאה פון שוואכע צדדים, אדער שוואכע מחליטים, ממילא איז דער אמת נישט ממש אזוי און אויך נישט פארקערט?
אנדערע מוטשענען זיך: 'ווער איז דער מכריע?', אז איך זאג אז פלוני בן פלוני איז גערעכט קעגן פב"פ, מיינט עס דען נישט אז איך נעם דא א שטעלונג קעגן דעם צווייטן?
צוויי ברידער – א רבי מיט א ראש ישיבה, לאמיר זאגן - קריגן זיך, זה אומר כולה שלי וזה אומר כולה שלי, איך האב זיך נישט נאכגעפרעגט, אבער עס איז ביי מיר ברור אז דעם רבי'נס קינדער האלטן אויף 100 פראצענט אז ער איז גערעכט וכן דעם ראש ישיבה'ס קינדער.
מז
זייט 48
טעקסט
שטעלט זיך די הארבע פראגע: עס איז דאך כמעט א מאטאמאטישע אוממעגליכקייט אז פונקט זאלן אלע זיינע קינדער האלטן אזוי און דעם צווייטענ'ס פארקערט, ווען איך נעם ווען רענדאם מענטשן און צוטייל זיי אויף צוויי גרופעס, וואלטן זיי אויך געווען אזוי שיין צוטיילט אויף די צוויי צדדים? וואס איז דא געשעהן?
' פונקט' אלע וואס ווערן נתחנך אין א געוויסע מוסד קומען צו די הכרה אז כ"ך וכך איז כפירה, איך פארשטיי נישט, עס טאנצט דיר נישט אין די אויגן אז אלע וואס ווערן נתחנך ערגעץ אנדערש האלטן נישט אזוי? ווייזט עס דען נישט קלאר ווי די טאג אז לא בצדקתך וביושר לבבך – און אפי' נישט ברשעת הגוים ההם - האסטו איינגעזעהן אז דאס איז די ריכטיגע שיטה?
היינט נאכמיטאג פרעג איך מיין חבר 'ווי אזוי איז די וועטער אינדרויסן'? זאגט ער 'פארוואלקענט', א שעה שפעטער פרעג איך איהם ווידער, זאגט ער 'עס איז שיין זוניג', זאג נאר, דו שעמסט זיך נישט צו זאגן ליגנט אין פנים? וואס איז דער אמת 'פארוואלקענט' אדער 'זוניג'? קען א 'אמת' זיך טוישן?
' אמת' איז א רעלאטיוו'ער מושג, אין 'אמת לאמיתו' טרעפן מיר זיך נישט אהן דא אין די וו עלט.
באמת אמרו, קיין שום זאך אין די וועלט איז נישט אמת מצד זיין עצם מהות, ער האט נישט א זכות קיום – און זיין מציאות שפילט זיך נישט אפ – אין זיינע אייגענע ד' אמות, אלעס געשעהט אין אונזער מוח, אין אונזער פריוואטער כח הדמיון.
לעצטענס האט מיר איינער פארציילט ווי ער האנדלט מיט א מיידל וואס 'זעהט' דעם סאטמאר'ן רב ז"ל נעבן זיך, יעדע פאר מינוט האט זי געדארפט דעם רבי'ן משתיק זיין ער זאל נישט פארפיהרן, א וועלט'ס משוגענע, הא? א פארצייטישע בעלת דמיון? זאגט מיר יענער, באמת איז זי בכלל נישט קיין סאך ווייטער ווי אונז אלע, אז איך זעה א רויטע קאר, איז מיר קוקען עס אהן ווי כאילו מיר וואלטן געהאט לעכער אין די אויגן און די עצם מציאות פון א רויטע קאר ווערט אריינגענומען און 'געזעהן' אין אונזער מוח, שטעלן א קעמרע פאר די קאר און איהר באטראכטן דורך א סקרין? נעה, דאס איז שוין נישט ארגינעל, עס איז נישט די עצם קאר, עס איז נאר א שפיל כאילו כ'זעה די קאר.
עס איז דאך אבער אודאי נישט אזוי, אונזערע אויגן זענען באמת קעמעראס וואס שיקן אריין סיגנאלן אינעם מוח'ס כח הדמיון איהר צו פארציילן 'וואס' זי דארף זיך פארשטעלן אז עס קומט פאר פאר זיינע אויגן, און אין פאקט ארבעטן פארשער אויף גלעזער מיט
מח
זייט 49
טעקסט
אריינגעבויעטע קעמעראס וועלכע דרייען איבער די וידיאו אויף סיגנאלן און שיקן איהר אריין צו די אויג-נערוון און דורך דעם צוריקברענגן די כח הראי' צו די וואס פארלירן איהר.
בסך הכל – זאגט מיר יענער – האט עס די מיידל גענומען איין סטעפ ווייטער, זי 'זעהט' אינעם דמיון אויך אזעלכע זאכן וואס די אויגן האבן נישט געהייסן זעהן, אבער מיט דעם זענען מיר אלע גלייך אז אונזער גאנצע וועלט, דער גאנצער ארום מיט אלע זיינע מקרים, 'געשעהן' נישט דארט וואו זיי געשעהן, זיי געשעהן אין אונזער דמיון.
אין אנדערע ווערטער: פאקטן, געשעהנישן, שיטות, מאראלן, וכו' וכו' האבן נישט קיין אינדעפענדענט אייגענע אומאפהענגיקע מציאות, אלעס, אלעס, איז רעלאטיוו צו ווי מיר נעמען עס אויף אין אונזערע כלים לקבלה, אין אונזערע נפשות, און געוואנדען אין די תנאי הסביבה וה זמן.
אמאל האט א קעניג באקומען, וועל, כבוד מלכים... זיין שררה און פאוער איז געווען א סיבה איהם ארויפצוקוקן משבח זיין און מכבד זיין, עס איז געווען א גאנצע צדקות פון איהם אויב האט ער זיך אראפגעלאזט צו א פשוט'ער מענטש, עס זענען אדורך דורות, די מענטשהייט האט איוואלווד, היינט איז דעמאקראטיע אויפן שפיץ, מאנארכיע איז אראפגעקוקט, איז וואס איז פשט, זאגט די מענטשהייט 'אה, טעיתי מעיקרא, כ'וואלט געדארפט דערלאנגען פראנץ יאזעף א גוטן שטויס פון אונטן'? ניין, פארוואס? ווייל פראץ יאזעף, לויט די אומשטענדן אין די וועלט און ביי זיינע אונטערטאנען, לויט ווי די מציאות ווי 'וועלט' איז נתקבל געווארן אין די נפשות פון אינדיווידואלן, איז דאס געווען דער 'אמת', פראנץ יאזעף 'איז' א לעגעטימע מטרה פאר כבוד.
היינט האט די וועלט איוואלווד, היינט ווערט שוין אפגעטייטשט אין אונזערע נפשות אז דייקא דעמאקראטיע איז צדק ויושר, אין אזא בריאה איז דער 'אמת' אז א קעניג איז אן אראפגעקוקטע זאך.
' אמת' איז רעלאטיוו, זי ווערט נשפע פון דער מענטש וואס נעמט איהר און פון די תנאי הזמן והמקום.
וואס איז די הגדרה פון א 'חכם'? איינער וואס האט א שנעלע תפיסה? גענוג אזעלכע זענען אויסגערופענע טפשים, א בעל זכרון? אודאי נישט.
א חכם איז דער וואס קען אנכאפן דעם ענין ביים קארג, ער קען אראפשיילן פון איהר אלע חיצוניות'דיגע לבושים וואס די נפשות המקבלים, אדער די סביבה און זמן, האבן אויף איהר ארויפגעלייגט, ער איז רואה את הנולד צו עס לוינט זיך צו אינוועסטירן אין עפל, וואס הייסט צו עס לוינט זיך? עפל שטייט דאך ברום המעלה וכו', אבער דער חכם
מט
זייט 50
טעקסט
ער כאפט אהן די עצם נקודת הענין, ער טוהט איהר אויס פון לבושים און מצבים, ער נעמט ארויס זיין אנוכיות פון די עקוועישאן, ממילא ער קען זיך פארשטעלן די נקודת האינוועסטמענט אין אנדערע מצבים, אין 10 יאהר ארום, אין א זמן ווען עפל וועט אויסלויפן פון געדאנקען וכו.'
יא! כ'רעד דאך אבער פאליטיש! ווען עס וואלט געווען מותר ע"פ תורה!
וואס הייסט 'ווען עס וואלט געווען'? עס איז אסור!
דו קענסט רעדן צו די וואנט.
איהר קענט די סארט מענטשן, איא? נאך א רגע טראכטן וועט איהר אודאי מסכים זיין אז וואס א גרעסערער טיפש אין אלגעמיין - אלס מער שאנסן צו האבן אזא דיאלאג מיט איהם.
הוא אשר דיברנו, א טיפש קען זיך בשום אין אופן אפשאקלען פון די פונקטליכע דיימענציעס אין וועלכע די אינפארמאציע איז אנגעקומען צו איהם, אין די צורה ווי זי איז אריין אין זיין נפש אזוי בלייבט זי, נישטא קיין 'אויב וואלט', א חכם דערהייבט זיך אבער וואס מער צום נקודת הענין, וואס ווייניגער זיין משועבד צו ווי אזוי זיינע כלים לקבלה נעמען אויף און פארעמען די אינפארמאציע, און וואס מער דערגיין די עצם זאך, ווי זי איז נאקעטערהייט.
דער טיפש נעמט יעדע זאך לויט זיינע פריוואטע באגרענצונגען, ער פארטיידיגט נישט די שיטה – ער פארטיידיגט זיך אליין דורך וועמען ער האט אויפגענומען די שיטה, ווי וויכטיגער ער קוקט אהן די זאך אלס זיכערער איז ער מיט זיין צד: א. דאס און דאס איז 100 פראצענט כפירה 'גמורה', ב. עירוב אין בארא פארק? לכאורה א שקצות, ג. די זילבערנע הענטל פאסט בעסער אבער כ'בין נישט 100 פראצענט זיכער.
מיר זענען דאך דאס וויגעלע פון טאלערענץ )קרעדיט: שמעקעדיג(, וואס איז דאס 'טאלערענץ'? לכאורה עפעס אזא מאדערנע סארט ויתור, עפעס א ליבעראלער אידעאל, עס גייט מן הסתם בנשימה אחת מיט גלייכע רעכטן, חיות רעכטן, קיינע מלחמות און פארגיטיגן די ארימע.
וואס ברענגט א מענטש צו זיין טאלערענט? דער כלל לויטעט אז כדי צו פאראייניגן צוויי הפכיים דארף מען א דריטער וואס איז גרעסער/העכער פון זיי ביידע, וואס מער מען דערהייבט זיך פון 'אונטער' די מציאות/שיטה/הבנה, וואס ווייניגער מושפע מען איז
נ
זייט 51
טעקסט
דערפון, אדרבה מען שטייט פון אויבן און מען באטראכט עס מן החוץ מיט א שלוות הנפש, אלס מער טאלערענט איז א מענטש.
טאלערענץ איז נישט פשרה, נישט ויתור, די אלד וויילד וועסט הערט זיך טאקע געשמאקער, מער אוטענטיש, יקוב הדין את ההר – איינע פון די קצוות וואלט געווען איידיעל, בלוט, שווייס און טרערן, א גוד-אלד דועל איז באמת די 'זאך', נו, וואס קען מען טוהן, היינט איז א 'נייס' וועלט, מען דארף צו יעדן שמייכלן.
אדרבה, פראבירט עס אויס, קוקט אייך ארום וועט איהר זעהן, וואס מער חכם אלס מער טאלארענט, דער חכם טיילט אפ זיין פערזענדליכע אינוועסטמענט אין די זאך און פארשטייט אז אזוי זאגט זיין רבי/חדר/קולטור און עס איז א געוויסע 'אמת', אבער אין יענעמ'ס וועלט שפילט זיך אפ פונקט אזא לעגעטימע אמת/דמיון אויף פארקערט, און איך בין העכער/גרעסער פון ביידע צדדים – איך דעפעניר זיי, נישט זיי מיר.
דאס אלעס איז אונזער 'אמת' – א רעלאטיוו'ער אמת, עס איז אבער דא א 'אמת לאמיתו' ]ראה תוס' ב"ב ח:[, גאט איז באמת אמת, קודם שנברא העולם הי' הוא ושמו בלבד, ער דארף נישט צוקומען צו די בריאה אז זיין מציאות זאל נתקבל ווערן ערגעץ וואו, ער איז נישט וואס ער איז 'ווייל' איינער איז איהם משיג, ער שאפט א קול אויך אין א ליידיגע וואלד, ער איז ווייל ער איז, ער איז דער אולטימעיט אומאפהענגיקע מציאות.
מען רופט איהם 'מקום', הוא מקומו של עולם ואין העולם מקומו, ער איז גרעסער, העכער און ברייטער פון נבראים, ער נעמט זיי ארום – נישט זיי איהם, פארדעם איז ער נישט תלוי/מושפע פון זיי, נאר פארקערט.
מדור - העמק דבר
פארוואס 'איך' גלייב - אן אישי שמועס
לשם יחוד קוב"ה, הריני מקבל עלי את הבזיונות באהבה, ותהא מיתתי כפרתי.
איך וויל דא פארשטעלן א שמועס וואס איך האב געהאט אין אישי מיט איינעם פון די גאר חשוב'ע חברים אינעם שטיבל )כ'שטעל נאר ארויף מיין טייל פונעם שמועס - ואתכם הסליחה(.
און איך ונבנתה, כאטש איך ווייס אז לכאורה וועט קיינער זיך נישט קענען אינדענטיצעפירן מיט פונקט וואס איך שרייב - פאר דעם איז עס צו רעכט און פאר יענעם צו לינק, אעפ"כ - נאך לאנגע ספקות - שטעל איך עס ארויס בעיקר וועגן א נקודה וואס שטערט מיר שוין
נא
זייט 52
טעקסט
א שטיק צייט: גאר אפט קומט אויס אז שלא בכוונה שאפן מיר א גרויסע חלל, מיר זענען מבטל דעם פארעם וואס אידישקייט האט אנגענומען ביי אסאך, אבער מיר ברענגען זיך נישט ארויס גענוג קלאר אויב, וואס און פארוואס מיר גלייבן יא, ונמצא קרח מכאן ומכאן, מען דארף זיך מקבל זיין אז קעגן יעדע תגובת ביטול וועט מען אויך שרייבן וואס מען האלט יא.
על כן האב איך מחל יט געווען עס ארויסצושטעלן, וממני ילמדו.
אזוי ווי כ'האב עס געשריבן צו א יחיד אין אישי האט עס אביסל אן אנדערע ניסוח ווי ווען כ'וואלט עס געשריבן פאר'ן פאבליק - כמובן.
מיטוואך סעפטעמבער 10:
איך בין אמת׳דיג נייגעריג צו פארשטיין דיין צוגאנג צו ענייני אמונה. )אמת׳דיג על מנת ללמוד ולא על מנת לקנטר(.
קענסטו מיר עס מסביר זיין אפשר?
יום הנ"ל:
ונבנתה העיר האט געשריבן:
וועל, וועל, איי העוו נא איידיע ... כ'האב נאכנישט געלעבט גענוג לאנג פאר דעם.
אבער אויפדערווייל, איז די שאלה 'פארוואס' איך גלייב בכלל, אדער 'וואס' איך גלייב?
ענטפערט יענער אז ער איז אינטערעסירט אין ביידע.
יום הנ"ל:
ונבנתה העיר האט געשריבן:
מען דארף זיין אין די גוסטע אויף דעם, וואס כ'האב נישט פונקט יעצט, אבער בקיצור נמרץ לכבודך:
פארשטייט זיך אז לא כל העיתים שוות, עס טוישט זיך אסאך ארום, אבער בדרך כלל פראביר איך צו גיין מיט די חב"ד מהלך, אלוקות, חלק אלוה, דירה בתחתונים וכו.'
נב
זייט 53
טעקסט
איך 'פראביר', דהיינו בכוונה תחילה, איינמאל כ'בין משוכנע אין א געוויסע דעגרי אין די עצם מציאות פון בורא, אלוקות, אין עוד, רעליגיע, פון רעליגיעס גופא - אידישקייט, האלט איך אז דאס איז די בעסטע מהלך ]פאר מיר[ סיי אין לאגיק און סיי אין פראקטישקייט.
איך בין גרייט אנצונעמען ]כמעט[ דעם גאנצן פעקעדש דיעל ווייל אזוי ווי בעיקרון האבן זיי דעם אמת לדעתי, 'לוינט' זיך מיר עס אנצונעמען מיט אלע פיטשעווקעס.
ועוד, עט סאם פאינט קומט אריין 'אוטאריטי', למשל, איינמאהל כ'בין משוכנע אז דער כאראקטער וואס האט זיך גערופן 'ליובאוויטשער רבי' וואלט פאר קיין שום סיבה חיצונית נישט געזאגט קיין ליגנט, און ער קומט און זאגט - למשל - אז ער איז געווען ביים אוהל פון זיין שווער וועלכער האט איהם געזאגט כך וכך, דארף איך ערנסט טראכטן וואס כ'טוה דערמיט.
נאך איין קלייניגקייט, אסאך האבן אפיציעל א פראבלעם מיט 'לעבן א ליגנט', כ'ווייס נישט פונקטליך וואס עס מיינט, אבער איך האלט נאכנישט ביים קאצק'ער אמת, כ'האב נישט קיין שום פראבלעם זיך אונטערצושמייכלן ווי א משפיע איז מדייק דעם רבי'נס ווערטער בתמימות אין סוף, און דאך האלטן אז די כללות הנקודה ליגט ביי זיי, איך קען אפי' האלטן אז דער רבי האט געהאט געוויסע מאדנע זאכן, ער האט זיך אפי' טועה געווען - לאמיר זאגן - אין סייענס וכו', דאס אלעס שטערט מיר אבער נישט פון האלטן אז זייער מעין פאינט לייגט זיך די מערסטע אויפן שכל וכדומה.
פרייטאג סעפטעמבער 12:
ונבנתה העיר האט געשריבן:
לכל לראש וויל איך דיר בעטן מיט טרערן אין די אויגן אז דו זאלסט שרייבן בלשון נוכח – באווארף מיר נישט מיט אייע"ר...
דיין נבואה אז כ'וועל נישט מסכים זיין פארווירקליכט זיך פאר מיינע אויגן, זעהט אויס אז מיין קיצור האט יא געשאדט – איך האב זיך נישט גוט ארויסגעברענגט.
קודם צוויי נקודות:
א. ווען איך זאג 'לוינט זיך' מיין איך נישט לעבן א מהלך וואס איך האלט נישט פאר ריכטיג באמת, עס מיינט בעיקר אז אויב די רוקנביין פונעם מהלך לייגט זיך יא גוט אפ ביי מיר, לוינט זיך אנצונעמען די גאנצע מעשה ]'גאנצע' לאו דוקא[ אפי' איך האלט אז געוויסע פרטים און טפלים זענען נישט ריכטיג אדער איבערגעטריבן, און עס לוינט זיך פאר אסאך טעמים, פסיכאלאגישע און פראקטישע.
נג
זייט 54
טעקסט
און דער אמת איז אז איך בין קיינעם גארנישט שולדיג, איך האב נישט מיט קיין סיסטעם אדער קהלה, עס אינטערעסירט מיר גאנץ ווייניג וואס פונקליך א צווייטער האלט, אויב האלט א איד אין קראונהייטס כך וכך, יבושם לו, וואס גייט עס מיר אהן, מצידי זאל ער האלטן אז דער רבי לעבט, איך נעם ארויס וויפיהל איך האלט פאר ריכטיג ]ראה לקמן[ און דאס גופא טוישט זיך מיום ליום.
ב. ביי מיר איז 'לאגיק' נישט דער גרויסער געטשקע ווי געוויסע מאכן איהר, איך בין א גרויסע חסיד פון יאיר'ס אינטואישען ]אויב ווייסטו נישט וואס איך מיין וועל איך דיר צוצייכענען[, איך בין נישט קיין פילאזאף, אבער איז דען נישט נאכגיין לאגיק אויך אן אינטואישען? הגם וויפיהל עס איז שייך דארף מען אודאי נוצען לאגיק, איז אבער אוממעגליך – לענ"ד – איהר צו נוצען אלעמאהל און איבעראל עד הסוף, וכדלהלן.
איז לאמיך פראבירן דורכגיין די שלבים, די עקשען ענד ריאקשען, וואס איך מיין ברענגען מיר צו א געוויסע החלטה לע"ע, לאמיר אנהייבן מיט לאגיק און זעהן וואו ווייט מען קען עס ציעהן, וואס איז נישט אין זיין תחום און וואו זאגט ער אליין אז ער איז נישט דער פוסק אחרון:
א. לאגיק זאגט אז עס איז דא א גאט וואס האט מחדש געווען יש מאין, דאס איז – אין מיין לאגיק – די מערסטע מסתבר ]וויפיהל עס איז שייך 'מסתבר' אין אזא זאך[, און כ'מיין אז עס איז בכלל נישט דא ]דערווייל[ אן אנדערע טעאריע ווי אזוי עס איז געווארן יש מאין.
ב. מיין לאגיק זאגט מיר אז ער וויל עפעס מיט די בריאה, דער צד איז מיר מער מסתבר ווי צו זאגן אז ער איז פשוט געווען לאנגווייליג איין טאג און האט באשאפן א בריאה פאר גארנישט און נישט וואו דער עולם זאל שעלטן דעם טאג וואס האט זיי געבוירן.
ג. לכאורה ביסטו מסכים אז צווישן ברירות דארף מען קלויבן די וואס לייגט זיך די מערסטע אויפן שכל/אינטואישען, הגם עס וועט נישט מסביר זיין אלע פרטים, בעיקר ווייל דער אנדערער צד איז מסביר נאך ווייניגער פרטים, ממילא, הגם איך וועל דיר קיינמאהל נישט קענען מסביר זיין פארוואס עס פעהלט אויס טריליאנען שטערן, אדער פארוואס א גוי אין א כינעזער דערפל דארף האבן צער גידול בנים, בלייבט נאכאלס דער חיוב אויף מיר ארויסצוקלויבן פון צווישן די מהלכים וואס זענען אוועילעבעל די וועלכע לייגט זיך די בעסטע אויפן שכל/אינטואישען.
ד. פון צווישן אלע קוק-ווינקלן לייגט זיך דאס בעסטע אפ ביי מיר – לע"ע – דער מהלך פון קבלה/חסידות/חב"ד, עס קען נישט זיין אן אנדערע מציאות פון גאט ]מצד זיין עצם דעפענישן[, דורך א צימצום און השתלשלות האט ער געמאכט א בריאה וואו עס דערקענט
נד
זייט 55
טעקסט
זיך נישט אויבנאויף אז ער איז דאס, עס גלוסט זיך איהם א דירה בתחתונים וואו אלוקות ווערט נתגלה אינעם צימצום, דאס איז אונזער ארבעט וועלכע וועט צוקומען צו איהר קלימאקס מיט משיח וכו.'
ביטול צו די איין אמת'ע מציאות איז גוט – די איינציגסטע גוטס - פאר מיר און פאר איהם, וויפיהל איך האלט פון די מענטשהייט און איהר רעלאטיווע חכמה האסטו מן הסתם שוין באמערקט אין מיינע מרה שחורה'דיגע אשכולות...
ה. ועכשיו ככה: קומט אויס אז איך האב צוגעשלעפט מיין לאגיק ביז'ן אלטן רבי'ן, איך האב עסטעבלישט ביי מיר אז דער אלטער רבי איז נישט געווען קיין שקרן, גס רוח ורשע ]ווי ר' בנימין קלעצקער האט איהם געזאגט ווען מען האט איהם ארעסטירט, ממה נפשך, זענט איהר א רבי וועט אייך א קויל נישט נעמען, זענט איהר נישט, קומט עס אייך פאר'ן אוועקנעמען עוה"ז פון אזויפיהל אידן...[, עס איז ביי מיר אפגעלייגט אז ער האט די גרעסטע שאנס צו זאגן דעם אמת.
מן הסתם ביסטו געוואוינט פון סייענס אז אלעס – יעדע פרט ופרט – מוז זיין עקסטער אויפגעוויזן, מען קען נישט אויפווייזן נאר דעם יסוד און דערנאך צולייגן די פרטים מיט אמונה וכדומה, דא איז עס אבער נישט אזוי, איינמאהל עס איז מוחלט ביי מיר דעט הי איז דע מעען, וועל איך איהם שוין אודאי גלייבן אויפן ווארט.
למשל, ער הייבט אהן זיין ספר אז יעדע איד האט צוויי נפשות, א נפש הבהמית און א נפש אלוקית, גיי איך איהם נישט כאפן ביים ווארט און זיך אפמוטשענען א האלב לעבן צו דערגיין אויב מיין שכל/אינטואישן איז מסכים דערמיט אדער נישט,עס איז אין לדבר סוף, וכמעשה הידוע פון ר"י סאלאנטער אז די מיידל האט איהם נישט געוואלט ווייזן אז זי קען שפילן מוזיק ווייל פארדעם האט זי דאך די דיפלאמע ]טאקע קארני אבער דאך אמת...[, עס איז מיר גענוג אז ער האט זיך עסטעבלישט ביי מיר בכלליות, און יעצט בין איך שוין כננס ע"ג ענק – איך דארף נישט עקסטער אויפווייזען יעדע הגה וואס ער האט ארויסגעלאזט פון מויל.
ועוד, והוא העיקר, לאגיק אליין זאגט מיר אז איך דארף נישט קיין לאגיק אין די פרטים עד הסוף, איך מיין אז אסאך מאכן דעם טעות און באטראכטן אלעס פון די זעלבע פרעספעקטיוו, דהיינו, זיי שטייען מן החוץ און טראכטן אלע פרטים אויף איין מאל: איז דא א גאט, איז דא רעליגיע, איז עס אידישקייט, ווייסט קבלה וואס זי רעדט אדער איז עס די גרעסטע דמיון מששת ימי בראשית, ווען דער אלטער רבי זאגט עפעס א פרט האט ער געוואוסט וואס ער רעדט וכו' וכו', און מען נעמט זיך זוכן ראיות און לאגישע סברות עד אין תכלית.
וואס זיי כאפן נישט איז אז מען מוז בויען איינס אויפן צווייטן, דהיינו, איך קען נישט אנהייבן חוקר זיין מיט א התחדשות: האט דער אלטער רבי געזאגט וואס ער ווייסט פאר
נה
זייט 56
טעקסט
א פאקט אדער האט ער סתם גע'דמיונ'ט, ווען איך בין חוקר דעם שלב מוז איך אריינרעכענען אינעם עקוועישאן אלע מיינע מסקנות אויף שא לות וואס קומען פריער.
ממילא, אז לאגיק נומער 1 זאגט מיר אז דער אלטער רבי האט די גרעסטע שאנס צו רעדן צו די זאך, און איך בין גרייט צו לעבן אדעתא דהכי ]אפי' אויב נאר ווייל איך האב נישט קיין בעסערע צד[, דארף איך נישט יעצט א לאגיק נומער 2 אז יעדער האט טאקע צוויי נפשות, ווייל לאגיק נומער 1 זאגט מיר שוין אז ער רעדט צו די זאך, ממילא אז ער זאגט - למשל – אז עס איז דא אן עולם האצילות און צדיקים האבן א נשמה פון דארטן וכו' וכו', זאגט מיר לאגיק נומער איינס אז דא דארף איך נישט קיין לאגיק, איך קען זיך נישט סתם מאכן ווי א תם, זיך נישט רעכענען מיט מיין ערשטע מסקנא, און פרעגן 'אבער ווער זאגט', דאס איז שוין אפגע'פסק'נט אז ער ווייסט וואס ער רעדט.
פונקט ווי דו דארפסט נישט זעהן מיט די אייגענע אויגן די עקספערימענטן וואס אסטראנאטן מאכן אין ספעיס, זיי האבן שוין אן עסטעבלישט נאמנות.
דערנאך מוז איך עס נעמען נאך ווייטער און עס ווערט שוין א שטיקל גלגל החוזר, איך קען נעמען מסקנות און צוריק קומען מסביר זיין פריערדיגע שלבים, למשל, אז דער אלטער רבי זאגט אז 'א איד ניט ער וויל און ניט ער קען זיין אפגעריסן פון אלוקות', איז אזוי ווי איך בין אנגעקומען צו גלייבן אז ווען ער זאגט עפעס ווייסט ער אז עס איז אזוי, ער האט נישט סתם ארויסגערוקט א סטעיטמענט פון טאש, קען איך עס יעצט נעמען אויף צוריק און מסביר זיין פארוואס אין די ערשטע שלבים האט מיר מיין שכל/אינטואישען געזאגט כך וכך, דאס איז וועגן דעם ווייל כ'האב טאקע א נשמה וואס איז א חלק אלוה ממעל ממש.
און נאך איין מאהל די 'לוינט זיך': עס שטערט מיר גאנץ ווייניג אויב פרטים זענען פאלש אדער איבערגעטריבן, עס וועט מיר גארנישט פאסירן אויב דער פמליא של מעלה דרייעט זיך נישט איבער ווען כ'טרונק לחיים, ווילאנג כ'האב גענוג נטיה אנצונעמען אז די כללות הנקודה ליגט דארט, בורא, אופן הבריאה, יחס הבורא לנבראים, תכלית הבריאה וכו', איז מיר גענוג.
פארוואס איך בין משוכנע אז דער רבי וואלט נישט געזאגט קיין ליגנט וועל איך לאזן אויף אן אנדערע מאהל...
פרייטאג סעפטעמבער 19:
ונבנתה העיר האט געשריבן:
עס זעהט אויס אז עס איז געווען א שטיקל מיספארשטענדעניש אין אונזער קארעספאנדענס.
נו
זייט 57
טעקסט
איך האב לכתחילה נישט פראבירט ]און כ'וואלט זיך נישט אונטערגענומען[ אוועקצושטעלן א קעיס פאר גאט, רעליגיע און אידישקייט, ווען יא וואלט איך אודאי געדארפט רעדן פון גאר אנדערע זאכן, מן הסתם פונעם כוזרי'ס ראי' פון 600 טויזנט מענטשן ביי מ"ת, אדער פון פאסקאל'ס געוועט וכו' וכו.'
איך האב פארשטאנען אז דיין שאלה איז וואס איז 'מיין' צוגאנג צו עניני אמונה, דהיינו ,what makes me tickווי אזוי שטעלט זיך עס ארויס למעשה אין מיינע ד' אמות, פארוואס שפיר איך זיך נישט ווי א מאראן ווען איך זאג ה' אחד, עקארדינגלי האב איך געשריבן וואס איך האב געשריבן, און עס איז בכלל נישט די תוכן אדער ניסוח וואס וואלט משכנע געווען איינער וואס וויל שיכנוע.
ועוד יותר, איך האלט נישט אז מיין וועג איז 'די' וועג פאר יעדען, עס זענען דא כל מיני פערסאנאליטיס אויף די וועלט און גאט האט ליב פארשידענע פלעיווארס ]ראה תניא פרק כ"ז[, עס זענען דא נפשות געקנעטן 'רמב"ם'דיג', עס זענען דא קבלה'דיגע און עס זענען דא די וואס תיקון המין האנושי איז די העכסטע זאך.
געפילטע, ראובן, הוגה ]וקצת יידל[ וכו' זייערע נפשות פארשטייען צו געזעלשאפליכע טובה, צו מאראלן, צו צדק און גוטסקייט, פשוטע – אבער יסודיות'דיגע – געדאנקן זענען די נקודה המרכזית, כ'ווייס, מסתמא נעמט מען די ד' מינים צום הארץ ווייל אזוי איז מען פאראייניגט מיט מאמע-נאטור אור סאמטינג לייק דעט, און זיי נעמען די 'מישען' זייער ערענסט, צו די סארט נפשות קומט צו א שטיק חיות אויב מען קען אויסארבעטן אז די תורה האט שוין געהאט די היינטיגע מאראלן אין א צייט וואס די וועלט האט געגעסן מענטשן.
דערנאך זענען דא אזעלכע וואס זענען מער קאלטע מוחות, מער טעכניש און פילאזאפיש, ווי מאטי און דו.
ווייטער זענען דא די וואס זענען אזוי ציניש/סארקאסטיש, זיי זענען שוין געשלאפן מיט קאנט און ניטשה, אז זיי מאכן א פול סירקל ארום און ארום און קומען צוריק צו גלייבן זייער פשוטע געדאנקען און געפיהלן, ווי לעיקוואד און יאיר.
און אודאי איז אויך פארהאן דער עיטאיסט וואס קרעכצט ארויס איינמאהל אין א וויילע: גאט איף יו אר אוט דעיר פליעס לעט מי נאו.
כמובן האט יעדער פון אלעם, באט יו געט דע פאינט.
נז
זייט 58
טעקסט
וואו דו האלט'סט אין לעבן און פונקטליך אין וועלכע סטעידזש דיין נפש האלט יעצט ווייס איך נישט ]איינער זאגט מיר אז ער לייגט אוועק ברסלב פאר די 60...[, איך האב נאר פראבירט אראפצושרייבן וואס מיין נפש פארשטייט/פיהלט.
ועכשיו קצת הערות בדבריך ]נישט ווייל דאס איז מאטריאל וואס קען משכנע זיי, עס איז משום חביבותך[:
) א"ה: כ'נעם ארויס יענעמ'ס ווערטער(.
קודם כל, איך קען נישט די פונקטליכע הגדרות פון 'לאגיק' און 'אינטואישען', ווען כ'שרייב 'לאגיק' מיין איך זאכן וואס דער שכל איז מחייב אויף כל מיני לעוועלס, פון אז איינס פלאס איינס איז צוויי, ביז זאכן וואס זענען נאר מסתבר, 'אינטואישען' מיין איך וואס מען רופט 'א גאט פילינג' ]פאן אינטענדעד...[, און די צוויי זאכן – הסתברות און געפיהל – אווערלעפן זיך איינע די אנדערע, עס איז איין לאנגע סקעיל, אינגאצען רעכטס איז 1+1 און אינגאצן לינקס איז א געפיהל אן קיין שום התלבשות אין השכלה.
זעהט אויס אז כ'בין נאכאלס נישט גענוג קלאר, איך מיין צוזאגן זייטיגע קלייניגקייטן, ווי גיין א גארטל, שלאגן כפרות וכדו', מסתמא קענסטו זיך אליין פארשטעלן פארוואס עס לוינט זיך פסיכאלאגיש און פראקטיש אויב דער בריח התיכון פון די מהלך לייגט זיך גוט אפ.
ווי געשריבן, הגם כ'האב עס נישט אויסגעארבעט, 'שפיר' איך אז די עצם נאכלויפן לאגיק איז בסך הכל אן אינטואישען.
יעצט, א פאראדאקס איז עס נישט לענ"ד, ווייל מיר רעדן געווענטליך ווען לאגיק נומער 1 זאגט אז דאס און דאס איז העכער פון לאגיק בכלל – עס איז נישט אין זיין פעלד, ממילא מוז מען זיך דארט אויך פארלאזן אויף לאגיק נומער 1.
למשל, לאגיק נומער 1 זאגט מיר אז די סי. איי. עי. איז א סמכות עליון אין אינטעלעדזשענס, ממילא ווען זיי זאגן אז עס לוינט זיך אריינצושיקן טרופן קיין איראק, ליגט אין דעם אז איך דארף נישט א לאגיק נומער 2 אז טרופן אין איראק איז טאקע גוט, ווייל נומער 1 זאגט מיר שוין אז אזוי ווי עס איז דא א סי. איי. עי. איז דער נידון איז העכער פון מיין לאגיק, איך איך מוז זיי גלייבן על סמך לאגיק נומער 1 – דהיינו איך ווארף
נח
זייט 59
טעקסט
נישט אוועק לאגיק, איך זאג נאר אז לאגיק נומער 1 זאגט מיר שוין דעם תירוץ און מער איז נישט דא קיין פלאץ פאר נומער 2.
כ'געדענק נישט וואו און ווער ]אפשר יאנקל אדער געפילטע[, אבער ערגעץ האט איינער שיין מסביר געווען פארוואס מען דאס נישט נוצן פאר א תירוץ, מען דארף נוצן די אייגענע כלים לקבלה, די אייגענע ברילן, דאל"כ אפשר ווען גאט זאגט לא תגנוב מיינט עס אז ער וויל גאר שטארק אז דו זאלסט גנב'ענען?
ויש עוד דברים בזה אין וואס כ'בין נישט געהעריג אויסגעקאכט.
גם בזה יש הרבה דברים, אין איין פלאץ ברענג דער רש"ב בשם דעם אלטן רבי'ן 'נתאוה הקב"ה להיות לו ית' דירה בתחתונים און אויף א תאוה איז קיין קשיא ניט.'
אבער בדרך כלל לייגט זיך גאנץ גוט אפ ביי 'מיר' דער מהלך פון קבלה/חסידות, אז איז אלס איז אלוקות, כל מה שיש למטה יש למעלה, ווען מיר מאכן א פועל דמיוני אין זאכן וואס זעהן אויס צו זיין אינדרויסן פון זיין רשות, פועל'ן מיר מיט דעם דאס זעלביגע ערגעץ אויבן, אין די זעלבע צייט פאראייניגן מיר די גשמיות מיט איהר רוחניות אזוי אז ווען די צייט קומט זאל זי קענען פארנעמען די געטליכע התגלות דלעתיד.
ועוד הפעם, דאס זענען נישט קיין שום 'ראיות' אדער 'שיכנועים', איך פארשטיי אז מען קען פונקט אזוי זאגן פארקערט, דאס איז אבער ווי עס לייגט זיך אפ ביי מיר אין נפש.
נאך עפעס וואס כ'האב געמיינט ארויסצוברענגען דערמיט איז אז מיר ווילן נישט לעבען מיט די קאנסעקווענצן פון אונזערע החלטות, דהיינו, אפילו כ'בין מסכים אז עס איז דא א גאט, רעליגיע און אידישקייט, וועט מיר נאכאלס בלייבן סאב-קאנטשעסלי אז עס 'פאסט' מיר נישט דורכצוגיין דערמיט עד הסוף, גלייבן אין השגחה פרטית ווען איך פארפאס דעם באס שפירט זיך מער תמימות'דיג ווי א מחשבה'דיגע החלטה אז אלס איז געטליכקייט.
עד כאן וואס איך קען דיר פראבירן מסביר צו זיין וואס געשעהט אין 'מיין' נפש, עס איז בשום אופן נישט א פראבע עס איבערצוקלעבן אויף דיינס, אדרבה, מיר זעהט אויס אז כרגע וועט זיך ביי דיר אפלייגן א מער פילאזאפישער/מאטאמאטישער אידישקייט.
נט
זייט 60
טעקסט
דינסטאג אקטאבער 7:
ונבנתה העיר האט געשריבן:
לכל לראש וויל איך זיך אנטשולדיגן אויף דעם וואס מיין ענטפער ]?[ האט אזוי געשפעטיגט, כאמור לעיל דארף איך זיין אין די מאוד דערפאר – אין וועלכע איך בין געווענטליך נישט, ועוד והוא העיקר: אזוי טראכטענדיג וואס כ'זאל דיר צוריקשרייבן האב איך אנגעהויבן באמערקן אז די אומשטענדן, און מיינע בהמיות'דיגע נטיות, שלעפן מיר אריין אין א געוויסע 'ראול', כאילו עס קומט דא פאר א ויכוח און מיין אויפגאבע איז פארצושטעלן אמונה וכדומה אפגעזעהן פון וואס איך פארשטיי און פיהל באמת אין מיינע ד"א, ממילא האב איך זיך פראבירט אפצושאקלן דערפון און מצמצם זיין מיינע אמת'ע הרגשות/הבנות – אפשר טאקע נישט אויסגעהאלטן אין לוגיקה - אין אותיות.
ולהמבואר אז די מציאות איז לפי הנפש המקבלת, קען איך נישט טוישן דיין נפש ]ווי זי שטייט יעצט[ אז זי זאל לייענען די זעלבע פיילס – און ממילא האבן די ספעציפישע מציאות – ווי מיינס, און אודאי קען איך זיך נישט באנוצען מיט די אפיציעלע אויסגעארבעטע כללים פון לוגיקה וכו' כי לא ניסיתי בכל אלה, קוים וואס איך עספיע אביסל פיזיקס אין וועלכע איך האב א חיות.
א זייטיגע נקודה: וואס דו שרייבסט אז דו האסט אסאך געטוהן בספרי חב"ד, רבים וטובים האבן געמאכט דעם טעות ]ובראשם רב"צ ליפשיץ[ און זיך נישט געריבן צווישן חסידים – ווי מען רופט עס אין חב"ד, ספרי חב"ד אהן זייער תושבע"פ איז כגוף בלי נשמה.
לאמיך פראבירן אפצושרייבן אביסל הרהורי דברים בלי סדר וקשר:
זה שאמרתי לך 'איך בין נאכנישט גענוג אלט', לעצטענס האט מיר איינער געפרעגט וואס כ'טוה מיט די פראבלעם פון די עלטער פון די וועלט, איך האב נישט געוואלט אריינגיין מיט איהם אין א דיון האב איך איהם געזאגט אז כ'מוז נישט האבן א תירוץ אויף אלעם, האט ער געגעבן אזא קרום מיט די נאז ווי צו זאגן ווי שעמט זיך נישט איינער אזוי צו טראכטן.
מיין טייערער פריינט: איך בין נאכנישט גענוג אלט, איך האף אז ביי די אכציג וועל איך פארשטיין – אדער כאטשיג האבן מער מסודר – מער זאכן ווי יעצט, אבער אשר על כן וואס? וואס זאל איך טוהן ביז דעמאלטס, יבטל? לא תוהו בראה – לשבת יצרה, כ'האב נאר צוויי ברירות אין לעבן? אדער שטיי איך אויף מארגן אינדערפרי מיט גענויע תירוצים אויף אלע מיליאן שאלות, אדער לאז איך אלס אפ ביז איך וועל זיי געפונען? און ווען הייבט זיך אהן דער חיוב צו האבן תירוצים, ביי די דרייצן? און עס איז נישט קיין חילוק אין די מדריגת האיי קיו?
ס
זייט 61
טעקסט
פון די ביסל ל ייף-עקספיריענס וואס כ'האב שוין יא זעה איך אז די מעשה איז גאר פארקערט, וואס כ'האב נעכטן געהאלטן פאר געריבן און אויפגעקלערט האלט איך היינט פאר תמימות, ואדרבה די תמימות פון נעכטן זעה איך היינט אין א העכערער דרגה, כ'דערמאן זיך אין איינע פון מיינע פעיווראיט לשונות: כתר עליון אע"ג דאיהי אור צח ומצוחצח – אוכם הוא קדם עילת העילות.
אין די הפלא'דיגע וידיאו פון פראפעסאר העיס דערמאנט זי בתוך הדברים ווי עס האט איהר אלץ געצויגן צו די 'ביג קוועסטשענס', די גרויסע פראגעס, אנה תלך ולמי אלה לפניך, האב איך געטראכט צו מיר, מרא דאברהם, די מענטשהייט איז אבסעסט מיט די גרויסע פראגן מיט אזא סארט התחדשות כאילו דאס וואלט געווען א מאטימאטישע אפענע פראבלעם וואס מען וועט איין טאג דורכברעכן לשמחת המין האנושי, זאג נאר, דו פלאנסט איין טאג אויפצושטיין מיט א מסקנה? מיט אן 'אהא' מאמענט? שוין באלד 6000 – אדער עטליכע מיליאן – יאהר וואס מען קייעט איבער די זעלבע זאכן, דאס איז עס, מען קאכט זיך אין דעם לשם קאכן און אויף אויסצושמועסן אלע מהלכים, סברות און פילאזאפיעס, אבער, ביטע, קיינער זאל עס נישט נעמען צום הארצן ווי כאילו די מענטשהייט קוקט ארויס אויפן טאג וואס פב"פ וועט איינמאהל פאר אלעמאהל דערגיין די קאלטע, טרוקענע, הארטע מסקנא.
כ'האף אז דו האסט שוין געכאפט וויפיהל איך האלט פון די מענטשהייט, לייען דעם אשכול – מעיד אני עלי שמים וארץ אז איך האלט ביי יעדן ווארט וואס דארט שטייט, זעה דעם אשכול, דו מיינסט אז ביי די מאלפעס איז נישט פארהאן קיין איינשטיין? אודאי יא, איין מאנקי האט אויסערעכנט אז ווען מען סווינגט שטערקער פליעט מען ווייטער, און ער איז געווארן דער מלך החכמים ביי די מאנקיעס, דורות פון מאלפעס וואקסן אויף מיט א ת שוקה אנצוקומען לקצה יענעמ'ס חכמה וכו' וכו', הנמשל מובן.
ווי עס איז שוין מבואר ברחבי השטיבעל, אמונה איז 'טראסט', גענוג טראסט אז איך פיהר אזוי מיין לעבן, דאס איז נישט א 'סימן' אויף אמונה, דאס 'איז' אמונה, אז כ'לייג תפילין ווען קיינער זעהט נישט ווייל עפעס אין מיר זאגט מיר אז איך דארף עס טוהן 'איז' דאס אמונה, ווי דער קלויזנבורג'ער רבי' ז"ל האט געזאגט, א רבי קען מען נישט נאכמאכן, דו וועסט זיך אנטוהן סטראקעס און ווייסע זאקן? ביסטו דאך טאקע א רבי.
סא
זייט 62
טעקסט
א איד איז אריין צום צמח צדק און זיך אפגערעדט אז ער האט ספיקות אין אמונה, פרעגט איהם דער רבי וואס גייט דיר אהן, זאגט יענער וואס הייסט, ספיקות אין אמונה! זאגט דער רבי זעהסטו דאך אז דו גלייבסט...
אט דאס איז אמונה, א מיליאן שכל'דיגע ספקות זענען נישט מגרע פון דעם פאקט אז דער איד איז א מאמין, והא ראי' ער האלט שבת ווען קיינער זעהט נישט וכו.'
מיר זענען משוחד, ברעינוואשט וכו' צו האלטן אזוי.
א. מיר זענען טאקע משוחד, ובכן?
יעדער מענטש איז א חסיד פון זיין מדינה/קולטור, כ'האב נאכנישט געטראפן אן אמעריקאנער וואס זאל האבן א פראבלעם אין זיין א פאטריאט פאר אמעריקא ווייל ער איז משוחד דערצו.
ב. מ'רעדט אזויפיהל בגנות השוחד אז מען פארגעסט אז בשורש איז זי א מחייב נישט א שולל, דהיינו, יא, איך בין משוחד אזוי צו האלטן און פארדעם האלט איך טאקע אזוי, ודו"ק.
ג. איך בין טאקע משוחד, אבער לאמיר אננעמען פאר א מינוט אז אלעס איז טאקע פונקט אזוי ווי זיי זאגן, גאט וויל א דירה בתחתונים, ווען מען טוהט מצוות מעשיות טוהט זיך אפ כך וכך וכו' וכו', וואס וואלסטו געוואלט עס זאל זיין אנדערש ווי עס איז? וואלסט עקספעקטעד צו זעהן אלוקות בגלוי?
אין אנדערע ווערטער: אויב איז די סינאריא פונקט ווי זיי גיבן דאס אהער, איז דאך דאס די סינעריא און אנדערש וואלט גאט'ס פלאן נישט ארויס אל הפועל, איז וואס איז נוגע אז איך בין משוחד?
רגע אדבר בענין המופתים ]יא, כ'ווייס, אותות ומופתים באדמת בני חם[, וואס איז? מופתים זענען צו תמימות'דיג, ריכטיג זיי זענען טאקע, אבער תמימות איז רעלאטיוו, כמבואר לעיל קען מען נישט כאפן את החבל בשני ראשים, אויב איז אלעס אלוקות, עס איז דא א דרגה הנקראת צדיק, טבע איז נישט קיין גרויסער מיוחס וכו', דאן איז מופתים א זייער פשוט'ע פאקט פונקט ווי יעדע אנדערע מציאות אין די וועלט, עס פאסט אונז נישט צו אנערקענען ווייל עס גייט נישט אין שפאן מיט קאלטע שכל'דיגע גשמיות, מען קען אבער נישט האבן אלע וועלטן.
סב
זייט 63
טעקסט
ועוד, אויב זאל נאר איינס פון טויזענטע סיפורים מכלי ראשון ושני זיין אמת, איז שוין גענוג.
ועכשיו לנקודה חשו בה אצלי:
אילו וואלט פאר אונז געשטאנען צוויי דרכים, אמונה און אן אנדערער, וואלט איך גוט פארשטאנען די געיעג נאך קלארע מסקנות, אז מיר וועלן קלויבן דעם נישט ריכטיגן פארפאסן מיר דאך אלע וועלטן, אוי לאותה בושה.
עס איז אבער נישט אזוי, מיין טייערער פריינט, אוי ואבוי אויב איז אמונה נישט גערעכט, עס איז אדער דאס אדער גארנישט, בעיני איז נישט דא קיין צל סיבה בעולם מיטצומאכן די קלענסטע אומבאקוועמליכקייט אויב איז נישט דא קיין גאט.
חי אני נאום ונבנתה, אויב וואלט איך געווען אן עיטיעסט וואלט איך באגאנגען זעלבסט-מארד בשמחה רבה די ערשטע מאהל כ'גליטש זיך אויס, עס איז נישט דא קיין שום סיבה בעולם איך זאל וועלן לעבן אפי' בעשרו של ביל געיטס.
ממילא, פרעינד, עס איז אידער אמונה אר ווי אר דאממד, איך יאג זיך נישט אין ערגעץ, איז מיין אמונה ריכטיג – איז אודאי גוט, אז נישט גייט מיר סיי ווי גארנישט אהן כהוא זה, אלע שיינע פראזן פון 'מאראלן' 'היומעניטי' 'סעלפנעסלעס' וכו' זענען גוט ביז מען פאר'דבקות זיך אמאל ביינאכט אויף די לבנה מיט א ציגארעט אין די האנט ענד איט היטס יו וואס מיר אומגליקליכע האמא-סעיפיענס מאכן מיט פאר גארנישט, לו יש חרב בידי, ווען איך גלויב ווען נישט, וואלט איך אין אן אויגנבליק אפגעווישט אונזער ספישיס פון די ערד, פונקט ווי אונזערע פארגייער און קאזינס.
אם תקבלו את התורה מוטב, ואם לאו ש"ם תהא קבורתכם, גאט דארף גארנישט טוהן, ש"ם אליין איז אונזער קבורה, בסוד וש"ם ימותו.
עוד רגע אדבר, חביבים עלי דבריו של השלי"ח לקבל"ה:
כ'וואלט זיך געשפירט מחויב צום זוהר, און איר געשטעלט אין ספרים-שאנק נעבן די ספרי חז"ל, אפילו ווען דער מחבר וואלט קלאר געווען א היינטיגער )אפשר וואלט איך דאן נישט געהאט די שכל אריינצוקוקן מעיקרא, אבער אויב וואלט איך געוויסט איבער דעם וואס כ'ווייס ב"ה היינט וואלט איך קלאר אזוי געטון(.
סג
זייט 64
טעקסט
און ווי דער רמב"ן שרייבט סוף האזינו:
ואילו היתה השירה הזאת מכתב אחד מן החוזים בכוכבים שהגיד מראשית אחרית כן, היה ראוי להאמין בה, מפני שנתקיימו כל דבריה עד הנה לא נפל דבר אחד, ואף כי אנחנו נאמין ונצפה בכל לב לדברי האלהים מפי נביאו הנאמן בכל ביתו, אשר לא היה לפניו ואחריו כמוהו, עליו השלום.
נשאר עוד בקולמוסי אך בעה"ב דוחק.
הנאה/צער – בחירה
עס איז שגור בפי העולם אז א דראג-אדיקט, אדער אן אלקאהאליק, וועט זיך נישט ארויסדראפן דערפון ביז ער וועט זיך אנקלאפן אינעם 'ראק באטאם', דאן וועט ער זיך ענדליך אנהייבן טוישן אין די אנדערע דירעקציע.
פארשטייט מען דאך אז לא הרי 'ראק-באטאם' ביי איינעם ווי 'ראק-באטאם' ביי יענעם, ביי איינעם איז עס ווען ער טרעפט זיך אויף די גאס, ביי א צווייטן איז דאס ערשט ווען ער דארף א שטריק זיך צו הענגן און ער האט דאס אויך נישט, דארף מען וויסן וואס איז די צד השוה צווישן זיי, וואס מאכט עס פאר 'ראק-באטאם' און פארוואס ווערט דאן אנגעצינדן אינעם נפש א געוויסע סוויטש וואס ער האט געזוכט פאר יאהרן אהן ערפאלג.
ואהבת את ה' אלוקיך, ווייסט דאך יעדער די קשיא, ווי אזוי איז שייך מצוה צו זיין אויף אהבה, יו אידער לייק איט אור נאט, איינע פון די באקאנטע תירוצים איז אז דער ציווי איז אויף די זאכן המביאים לידי אהבה, ער זאל זיך אין זיי מתבונן זיין וכו' ווי דער רמב"ם זאגט אין יסוה"ת מיד נופל עליו וכו.'
נו, אן אוקימתא.
לאהבה את ה' אלוקיך כי הוא חייך, אנטשולדיגט מיר מיין אויסדרוק, אבער wtf איז דעט סאפאסס טו מיען?
סד
זייט 65
טעקסט
אלס קינד האט מען – סובקאנטשעסלי – א געוויסע בילד פונעם אייבערשטען, געוואנדן ווי מפותח דער כח הדמיון איז און וועלכע סארט זאכן מען פארגעטערט ]יא, מלשון 'גאט'...[, ער איז הויעך, ברייט און שטארק, אפשר א שיינע בעקיטשע, ער איז 'זייער' הייליג, אין פאקט 'די' הייליגסטע וואס איז שייך, דהיינו? כ'ווייס, גאר א פארקנייטשטע שטערן, א לאנגע ווייסע בארד און א פנים וואס שטראלט, ער שאקלט זיך אזוי איידל אויף א רביש בענקל און מאכט א 'רעכטס-לינקס' צערעמאניע פאר די נארוואס געשטארבענע.
סוף סוף ווערט מען דאך אביסל עלטער ]עכ"פ בשנים... ווי דער ליובאוויטשער רבי ז"ל זאגט[ און מען הייבט אהן כאפן אז דאס אלעס איז א קינדערישע דמיון וואס הייבט זיך נישט אהן, גאט איז 'אין', גארנישט, מען קען איהם נישט משיג זיין, מגדיר זיין, אדער צוטיילן צו איהם סיי וועלכע קענטליכע מציאות.
פרעגט זיך דאך פון זיך אליין: לאהבה את ה"א כי הוא חייך, וואס האב איך ליב, פארוואס האב איך עס ליב און וויאזוי האב איך ליב עפעס אן עיליען וואס איז ניטאמאל גרויס, הויעך און שטארק, ער פאסט בכלל נישט אריין אין מיין וואקעביולערי און דעפעניציעס.
לאמיך אייך מגלה זיין א סוד, די סיבה פארוואס דער בעש"ט האט זיך נישט געפיהרט בועל צו זיין א נערה המאורסה ביוהכ"פ שחל בשבת, די סיבה פארוואס אבאמא האט נעכטן געזאגט אז די רעפובליקאנער האבן געהאט א גוטע נאכט, אנשטאט זאגן 'די **** רעפובליקאנער האבן פארכאפט דעם **** סענאט, און די סיבה פארוואס א רוצח האט נעכטן גע'הרג'עט איינעם אין מאנהעטן איז איינס און די זעלבע, יא, גוט געלייענט, איין און די זעלבע זאך האט דאס אלעס גורם געווען און ניטאמאל האבן זיי געהאט א בחירה בשעת מעשה צו טוהן אנדערש.
יעדער מענטש, אפגעזעהן זיין יאהרגאנג, רעליגיע, ראסע, קולטור, צדקות, רשעות וכו', האט אן אינערליכע וואגשאהל וואס וועגט 'הנאה' קעגן 'צער', פלעזשער קעגן פעין, און 'יעדע' זאך וואס 'יעדע' מענטש טוהט בדיבור ומעשה איז עס אך ורק ווייל דער סקעיל האט מכריע געווען אז כך וכך וועט איהם ברענגען מער הנאה ווי פארקערט, און דער מענטש האט נישט קיין בחירה צו טוהן אנדערש.
א הונט שפאצירט זיך רואיג אין גאס און, אופס, די בויך דרוקט איהם, וואס טוהט מען? נישט קיין פראבלעם, ער גייט צו צום נעקסטן פאמפ און איז עס מסדר על צד היו"ט, ווערי סימפל, די בויך דרוקט = פעין, מען לאזט עס ארויס ביים פאמפ = הנא ה.
איהר גייט אין גאס און איהר דארפט ארויסגיין, איהר האט צוויי ברירות, אדער שטופט איהר צו 10 מינוט ביז איהר קומט אהיים, אדער זענט איהר עס מסדר אינמיטן די גאס בפני עם ועדה, פארוואס וועלן נארמאלע מענטשן קלויבן די ערשטע? ווייל אייער
סה
זייט 66
טעקסט
אינערליכע סקעיל האט מכריע געווען אז די צער פון עס מסדר זיין ברבים איז מער ווי די הנאה אז די בויך וועט אייך מער נישט וויי טוהן.
איהר זענט איינעם שולדיג 100 דאלער, איהר האט צוויי וועגן פטור צו ווערן דערפון, אדער שיידט איהר אייך פון א הונדערטער און גיבט עס יענעם, אדער הרג'עט איהר יענעם און פטור אן עסק, ביי נארמאלע און ביי גאט-פארכטיגע מענטשן וועט דער סקעיל מכריע זיין אז עס ווארט אייך מער צער אין יענעם הרג'ענען, אלס מענטשליכקייט, אלס אידישקייט, אלס געזעץ, אלס רחמנות און אלס גילטי קאנטשעס ]יא, טינק אבאוט איט, דאס איז דער ס"ה עט די ענד אוו די דעי[, ווי די צער פון זיך דארפן שיידן פון 100 דאלער.
עס קען אבער אמאל זיין א קאלט-בלוטיגער רוצח וועמענ'ס וואגשאהל איז מכריע אז אוועקגעבן א הונדערטער וועט איהם ברענגען מער פעין ווי הרג'ענען דעם מלוה, וועט ער איהם טאקע הרג'ענען, און ניטאמאל וועט ער האבן א בחירה אויף נישט.
וואו איז די טיפינג פאינט פון א דראג-אדיקט? ווען די אנדערע זייט וואגשאהל וועגט איבער, ווען דער סך הכל צער פון דראגס וועט זיין מיט א משהו מער ווי דער צער פון דורכגיין ריהעב וכו', דאן זאגט איהם דער סקעיל: הער זיך איין, יעצט לוינט זיך אראפצוגיין פון דראגס ווייל דאס איז די אפציע וואס וועט דיר יעצט ברענגען ווייניגער צער.
אבאמא'ס סקעיל איז דערגאנגען אז היטן אויף זיין פובליק אימעדזש וועט איהם ברענגן מער הנאה ווי זיך אויסגעבן אין א זאפטיגן שם של ארבע אותיות על חשבון הרעפובליקאנער.
איהר גלויבט מיר נישט, הא? אדרבה, פראבירט עס אויס, איך טשאלענדש אייך צו טוהן עפעס וואס וועט אייך נישט ברענגען א נעט הנאה, עס איז אוממעגליך.
וואס וועט איהר טוהן? עסן גרינע פעפער פאר נאכטמאהל? איהר ווייסט פארוואס איהר קענט עס טוהן, ווייל די הנאה פון אפפרעגן ונבנתה איז ביי אייך מער ווי די צער פון עסן גרינע פעפער... גאט איט?
דאס אלעס איז נישט א 'נטיה' ביי מענטשן, עס איז נישט קיין 'מעלה' און עס איז נישט קיין 'חסרון', עס 'איז' די היומען קאנדישען, אזוי אפערירן מענטשן, פונקט ווי מענטשן לעבן אויף אקסידזשען כן הדבר הזה.
עס איז נישט נאר א כלל ביי מענטשן, נאר, ווי געשמועסט, דיקטירט עס אויך די לעבן פון אלע בעלי חיים, אויב הרג'ענען א צווייטן וועט זעטיגן זיין הונגער וועט ער עס טוהן, און – כנ"ל – בשעת מעשה איז שוין בדרך כלל נישט דא קיין בחירה, אויב איז ער מחליט אויף א צווייטע אפציע איז דאס נאר ווייל סאמהאו, סאמווער, וועט דאס איהם ברענגן מער הנאה בסך הכל.
סו
זייט 67
טעקסט
אויב אזוי וואו שטעקט בחירה? וואו איז דער מותר האדם מן הבהמה? דער מתנת הבחירה וואס א מענטש האט איז טאקע נישט בשעת מעשה, די בחירה איז אז ער האט דעם כח צו שיפטן זיין סקעיל, ער האט די כלים און די ברירה ארומצוריקן זיין הנאה/צער טשארט, ער קען פועל'ן ביי זיך - שלא בשעת מעשה – אז גאט'ס רצון זאל איהם ברענגן מער הנאה ווען דער רגע של אמת וועט אנקומען.
עס איז נישט גענוג אויב מיר פארברענגן אגאנצן טאג אין 'היומען מאוד' און ווען עס איז נוגע גליטשן מיר זיך אריין אין 'דזשואיש מאוד', בערך פיהר פינעף מאהל א טאג ריקן מיר דעם סוויטש צו 'איד' – דאווענט מנחה, באטראכט נישט א ראי' אסורה, וכו', דעמאלטס איז שוין כמעט צו שפעט, אויב דיין סקעיל שאצט אז די הנאה פון נישט גיין אין שוהל איז מער ווי די הנאה פון דא ווענען בציבור, איז כמעט אוממעגליך אז דו זאלסט גיין אין שוהל.
די ערווארטונג פון א איד איז צו זיין א גאנצן טאג אין 'איד מאוד', כל היום איה אלוקיך, אז ער איז זיך מתבונן וואו און ווען ער קען ווי אלס איז געטליכקייט, גאט איז די עקזיסטענץ פון די בריאה און אלעס וואס זאגט אנדערש איז נישט מער ווי אן אחיזת עיניים, מען חלומ'ט דערמיט, מען דאווענט דערמיט, מען שפאצירט דערמיט, מען פארברענגט מיט לייק-מיינדעד חברים – אדער מיט זיך אליין – דערמיט, דאן ווען עס קומט למעשה קען ער האפן אז זיין סקעיל האט זיך געבויגן לטובת מנחה ווס. בלייבן אינדערהיים, אין דעם שטעקט די בחירה.
האט איהר אמאל געזעהן ווי א בהמה שלאגט זיך עד טיפתה האחרונה צו ראטעווען איהר לעבן? וואס איז פשט אין דעם? בשלמא פאר א באקוועמליכקייט פארשטיי איך, א גוט שטיקל סטעיק איז געשמאק ממילא לוינט זיך צו שלאגן פארדעם, אבער 'לעבן'? מה זאת? איז עס עפעס אן אנטאפענדיגע, שפייעכטס-רינענדיגע, מוגדר'דיגע תאוה? פארוואס שלאגט זי זיך אויף איהר עצם עקזיסטענץ? וואס איז דער בעל כרחך אתה חי? קען מען דען עקזעסטירן אהן עקזעסטירן? האט זי עפעס א ידיעה אז נישט עקזעסטירן איז נישט געשמאק אז ז י שלאגט זיך דערפאר?
די מעשה איז אבער פונקט פארקערט, דער עצם עקזיסענץ דארף נישט קיין ביאור פארוואס איך גלוסט נאך איהר, דאס 'איז' מיר, זי איז מיין עצם ארגינעלע מהות, איך בין איהר און זי איז מיר, מיר זענען נישט פארבינדן מיט א מצומצמ'דיגע הגדרה: איך האב איהר ליב ווייל זי איז זיס, ווייל זי איז ווייעך און באקוועם, פונקט פארקערט, מען לויפט נאך תאוות און באקוועמליכקייטן ווייל זיי מעגניפייען דיין עקזיסטענץ, ווייל זיי ברענגן א התפשטות החיות.
סז
זייט 68
טעקסט
דאס ערווארט גאט פון אונז, לאהבה את ה' אלוקיך כי הוא חייך, זעה זיך איינצושאפן אן אנדערע מיינד-סעט, יתקע מחשבתו בחוזק – ווי דער בעל התניא זאגט, זעה אז אגאנצן טאג, א גאנצע וואך און א גאנץ לעבן זאלסטו שטעלן דעם בילד פאר דיינע אויגן אז גאט = עקזיסעטנץ, די מציאות איז גאט, און נאר גאט איז מציאות, ליב איהם ווייל ער איז דער עצם מהות פון עקזיסטענץ, ווען עס וועט קומען אויף למעשה וועט שוין דיין וואגשאהל אטאמאטיש זיין אנגעשטעלט צו די ריכטיגע פונקטן.
גאט זאגט: ראה נתתי לפניך את החיים ואת הטוב, ואת המות ואת הרע, ובחרת בחיים, עס זענען דא צוויי זייטן, חיים און טוב, מות און רע, זאגט גאט 'ובחרת בחיים' – נישט 'ובחרת בחיים ובטוב', אינעם טוב ווס. רע קענסטו שוין נישט בוחר זיין – עס איז נישט בידך, איין זאך בעט איך דיר 'ובחרת בחיים', זעה אז דאס זאל זיין ביי דיר 'חיים', דאס זאל זיין עקזיסטענץ, אטאמאטיש וועסטו ברגע האמת טוהן טוב.
קענט נערבארן לייגט אראפ ו וי ער איז אריין אין א רעסטוראנט ערגעץ טיף אין אמעריקא:
She had that trailer-court .The woman put down her cigarette and came over to us ;and too many men ,too many kids ,look of someone who had had too many beers and ,who had missed her chance to get in the car with that one stranger years ago -now accepted her life with a world-weary cynicism that contained no trace of self chewing gum in time to the ,She stood above us with one hand on her hip .pity .she asked ”?Coffee“ .music
וואו קומט עס אהער? עס קומט נישט, זעהט איהר אבער אז מיין הנאה פון קענען מיטטיילן מיט אייך די קלוגע ווערטער ]און צו קענען שרייבן דעם פאראגראף...[ האט ביי מיר איבערגעוואויגן די אומבאקוועמליכקייט פון נישט רעדן צו דער זאך...
עכג ווס. דכג
לאזט מיר אייך פארציילן אן אינטערעסאנטע זאך, אין מעקסיקא איז מען מחנך דעם עולם על ברכי 'כבג', יא, דער גרויסער און אלמעכטיגער כבג, דער איין און איינציגער פאר וועמענ'ס ווילן עס ווארפט זיך אין פייער.
' כבג' האט פארשידענע רצונות אין אלע תחומים פון אונזער לעבן, ער וויל אז יעדן אינדערפרי אהן אויסנאם זאלן מיר טרינקן א רביעית פריש אויסגעקוועטשטע בלוט, די נאז זאלן מיר גלעטן מיט א שטיקל לעדער וכו' וכו.'
סח
זייט 69
טעקסט
וואס בענעפעטירן מיר דערפון? וואס נעמען מיר ארויס פון זיין גוט מיט כבג? אה, דאס איז א נארישע פראגע, כידוע זענען דא צוויי מחנות זה לעומת זה, עכג און דכג, וואס כבג וויל דאס איז אטאמאטיש עכג, איהר ווייסט פארוואס? ווייל כבג אליין איז דאס מערסטע עכג וואס איז שייך, ממילא איז אלעס וואס ער וויל, און וואס עס פארבינדט זיך מיט איהם, איז עכג, אז איינער – ס'זאל נישט אויסגערעדט זיין – טוהט עפעס נישט אזוי איי איי איי, ער איז זיך אזוי מקיל אויף א קליינעם רביעית בלוט, דא איז שוין דא א שטיקל אחיזה פאר דכג, היל"ת.
דאס דארף איך אייך נישט זאגן אז דכג איז נישט גוט, אין פאקט איז עס די תכלית הרוע, און די סיבה דערצו איז גאנץ פשוט, דכג איז נישט עכג, ממילא האט ער א שוואכע קאמיונעקאציע מיט כבג און דאס איז א זאך וואס מיר ווילן אויסמיידן פאר כל הון דעלמא, פארוואס? ווייל מיר ווילן זיין אין כבג'ס גלילות, ער איז דאס בעסטע וואס איז שייך, ווייל ער איז אינגאנצען עכג, און עכג איז דאך גאר גוט ווייל כבג איז עכג, נו, אז ער איז עכג איז דאך עכג גוט.
אזוי איז אריבער א דור נאך א דור וואס האבן אריינגעלייגט זייער גאנצע לעבן אין עכג, מיט די צייט האט עס אנגעהויבן ארויסברענגען פיזישע סימפטאמען, ווען איינער האט פראבירט צו טוהן א עכגישער ענין, איז איהם די הארץ ראטע ארויף, די שטערן האט געוויזן קנייטשן און עס האבן זיך געהערט פון איהם פארשידענע קולות, אלעס אינעם עפארט זיך צו עכג'נען.
אויף איינעם פון די אלטע דערציילט מען גאר אז ווען ער האט זיך דערמאנט ווי עכג דער כבג איז, האט ער באקומען שילשול פאר דריי טעג פון גרויס פחד.
אזוי איז געגאנגען א דור נאך א דור, קיינער האט שוין צופיהל נישט אריינגעטראכט, אזוי איז די מעשה, שאלות קענסטו פרעגן ערגעץ אנדערש.
איז וואס איז אבער פשט אז איך קנייטש מיך דעם שטערן, איך קראץ זיך די נאז בדיבוק חברים יעדע פרייטאג צונאכט'ס, און גארנישט, כ'שפיר גארנישט דעם עכג? אויף דעם איז די תירוץ ווייל לעצטענס שניידסטו די טאמאטעס אין די ברייט אנשטאט אין די לענג, און דאס - האבן מיר בקבלה - איז דאך אזוי אויפן גרעניץ פון עכג און דכג, נו, נאכדעם וואו נדערט מען זיך.
אזוי ווי די יאהרן זענען געלאפן, דער עכג איז נישט געווארן ווייניגער אבסטראקט, און די מעשה אז 'אמאהל זענען געווען אמת'ע עכג'ע מענטשן' האט אנגעהויבן אויסוועפן, איז צוביסלעך האט מען אנגעהויבן מאכן קליינע געטשקעלעך, אזעלכע וואס זענען פונקליך דעפענירט, א מאס, א צורה, אזוי אז מען קען קלאר אנווייזן אז נאכ'ן טוהן דאס און דאס ביסטו געגעטשקעט, דאס איז עס, דו דארפט נישט קנייטשן דעם שטערן, הייבן די אקסלן, פראבירן צו כאפן אביסל עכג, און נאכדעם מיט א צובראכן הארץ מוזן פארענטפערן
סט
זייט 70
טעקסט
פארוואס דער עכג איז נישט צום האבן, היינט איז שוואכע דורות, דו טוה דאס און דאס און דו וועסט שוין האבן עכג אין אן אנדערע יונעווערס.
אלס בחור בין איך אמאל אריין אין בהמ"ד אין כפר חב"ד, טרעף איך דארט אן אלטן פוילישן זקן וואס איז באיזשהו דרך אנגעקומען קיין חב"ד, בין איך איהם דערגאנגען די יאהרן ער זאל עפעס זאגן, זאגט ער מיר מיט א שווערן פוילישן אויסשפראך: וואו אימער רעדט דער אלטער רבי פון ביטול, אומעטום איז ביטול...
עס איז מיר געווען א שטיקל חידוש, פונקט חב"ד איז ביטול? לכאורה דארפן זיי זיין פארנומען מיט פארשטיין געטליכקייט, דערנאך איהם ליב האבן און מורא האבן דערפאר, וואס עפעס ביטול?
זייט מיר מוחל אויב איך האב עס נישט גענוג קלאר ארויסגעברענגט - דער נמשל פאר 'עכג' איז 'הייליגקייט', איי בעט אז רוב כלל ישראל האט נאך קיינמאהל געטראכט וואס איז דאס 'הייליג'? פארוואס טאקע נישט? ווייל דער ענטפער איז גאנץ פשוט: דער אייבערשטער איז הייליג = וואס ער וויל איז הייליג = ווען מיר טוהען וואס ער וויל זענען מיר הייליג.
יא, עס ווערט אבער א גלגל החוזר, הייליג איז די זאך צו וואס מען גלוסט, פארוואס? ווייל גאט ]וועד"מ[ איז הייליג, יעצט, גאט אליין איז די 'זאך', ער איז די האטעסט אייטעם, טאקע פארדעם: ווייל ער איז 'הייליג' און הייליג איז גוט ווייל גאט נעמט פון די סחורה וחוזר חלילה.
איי, יו העוו נא פריקען איידיע וואס 'הייליג' איז פאר אלע גוטע יאהר? דאס איז נישט קיין פראבלעם, מיר האבן שוין לאנג פארגעסן די אלע וויכטיגע דאגות, מיר ווייסן איין זאך: מיר ווילן זיין הייליג, ווייסן מיר דען וואס עס איז די סענסעישאן פון הייליג אז מיר זאלן וויסן ווען מען דערגרייכט די דעסטינאציע? ניין, מצידנו קען הייליג מיינען 50 דעגרי פארענהייט, יא, אויב וועסטו אנקומען דערצו וועסטו שפירן 50 דעגרי.
מיט די צייט האט עס דעוועלאפט פארשידענע פיזישע סימפטאמען, מען קנייטשט דעם שטערן, מען ווארפט די אברים, מען הייבט די פיס, אלעס אין א 80 יאהריגע פראבע צו דערגרייכן עכג/הייליגקייט.
איז אבער געווארן א פראבלעם, מען בייגט דעם רוקן, מען קוועטשט דעם מוח, מען קלאפט מיט די פיס, און? און דער מוח איז בלענק, מען האט נישט עפעס א דעפינירטע
ע
זייט 71
טעקסט
זאך אין וואס זיך אנצוכאפן, עס איז נישט ווי מען וויל דו זאלסט זיך מקשר זיין מיט רחב, מען זוכט דעם עכג - מיט איהם זאלסטו פארנעמען דיין מוח.
עס נעמט נישט לאנג און – בלית ברירה – הייבט מען אהן האדעווען געטשקעס, אזעלכע דעפענירטע זאכן, זאכן וואו איך ווייס קלאר: יעצט האלט איך פארדעם און יעצט נאכדעם, אזוי אז מען זאל קענען אנווייזן אלה אלהיך ישראל, און עס זענען דאס פארשידענע פלעיווארס, מספר עריך היו אלהיך יהודה, אין איין שטאט איז עס חעסעד, אין אן אנדערע איז עס שיטה, אין א דריטע איז עס זיין זייער שטארק פארנומען אין דורכטוהן די געזעצן וואס כבג האט געגעבן.
אזוי זענען מיר קלאר מסודר, איך ווייס אז נאכ'ן פארברענען א געשעפט וואס פארקויפט נישט-מהודר'דיגע בלוט בין איך געשטיגן אויפן עכג טשארט, וואס איז דאס? עה, זיי מיר נישט אזא אויבער-חכם.
אזוי וואקסן ארויס אזעלכע ראבינאוויטש'לעך וואס אנטשטאט שרייען אז קיינער ווייסט נישט פון גאט, שרייען זיי מיט א ירושלימ'ער חן ]אזא חן אויף אלע רעפארמער געזאגט[: ניינציג פראצענט פון די וואס האבן סמארט-פאונ ס האבן שוין געזעהן אויף דעם ציונים...
בערל טענה'עט דאך אז לעצטענס האבן זיך געפענט די שערי חכמה, נו, שטעלט אייך פאר אז איינער וואלט אמאל געזאגט אז ברויט און ציגל זענען בעצם די זעלבע זאך, נאר אנדרעש אויסגעשטעלט.
ווייסן מיר דאך היינט אז אלעס, 'אלעס', איז צוזאמענגעשטעלט פון אטאמען וואס באשטייען פון פראטאנס, ניוטראנס און עלעקטראנס, די גאנצע נפק"מ איז נאר אינעם צירוף – וויפיהל פראטאנס עס האט וכו', איהר האט אמאל אריינגעטראכט אין דעם? די גאנצע וועלט איז בעצם איין און די זעלבע מאטריאל.
שטעלט זיך אבער א הארבע פראגע: פון וואס זענען זיי אליינס געמאכט? וואס איז זייער עצם עקסזיסטענץ?
נעמט א שטיקל האלץ, צונעמט זיינע אינגרידיענטס ביז וואו עס גייט, וואס איז דערנאך? די בעיסיק בילדינג-בלאקס פון די בריאה – וואס איז זי, וואס פאר א סחורה איז עס, ווי אזוי איז עס א וועזן? ו וי קען זיין א מציאות אהן א צירוף אינגרידיענטס פון פריער-געוועזענע מציאות'ן?
עא
זייט 72
טעקסט
וכי מה אכפת ליה להקב״ה לשוחט מן הצואר או לשוחט מן העורף, הוי לא נתנו המצות אלא לצרף בהן את הבריות, אזוי שטייט אין מדרש, גאט גיבט נישט קיין דעממ צו דו דרייעסט רצועות אויף די לינקע האנט אדער אויף די רעכטע, עס איז נישט זיינס א ביזנעס סטראטעגיע אז דו זאלסט נישט טועם זיין טעם חזיר.
ביטול, רבותי, דאס איז די גאנצע.
כי ה' הוא האלקים בשמים ממעל ועל הארץ מתחת אין עוד, זאגט דער בעל התניא 'אין עוד' מיינט נישט אז עס איז נישט דא נאך א גאט, אין עוד – כפשוטו, נישטא נאך עפעס, און עס איז נישט עפעס א חניוקישער פתגם וואס מען שרייעט אויס בהתפעלות ווען דער מוח הייבט אהן כאפן אז עס איז בלענק, עס מיינט פשוטו כמשמעו, די גאנצע מציאות איז געטליכקייט, איך, דו, אלעס וואס דו זעהסט און שפירסט איז אלוקות – א טייל פון גאט.
וואס וויל ער? גארנישט, ער וויל דיין אנערקענוג, דיין ביטול, דיין הכרה, אז דאס איז טאקע די פאקט, אט דאס איז ביטול, שחט'ן מן הצואר און נישט מן העורף איז די הכרה אז אלעס איז גאט כפשוטו – אהבה ויראה זענען צוויי וועגן אין ביטול, ביטול בדרך קירוב א ון ביטול בדרך ריחוק.
ווי דער רמב"ן שרייבט:
הוי זהיר במצוה קלה כבחמורה שכולן חמודות וחביבות מאד, שבכל שעה אדם מודה בהן לאלהיו, וכוונת כל המצות שנאמין באלהינו ונודה אליו שהוא בראנו והיא כוונת היצירה, שאין לנו טעם אחר ביצירה הראשונה, ואין אל עליון חפץ בתחתונים, מלבד שידע האדם ויודה לאלהיו שבראו, וכוונת רוממות הקול בתפלות וכוונת בתי הכנסיות וזכות תפלת הרבים, זהו שיהיה לבני אדם מקום יתקבצו ויודו לאל שבראם והמציאם, ויפרסמו זה ויאמרו לפניו בריותיך אנחנו.
און ווי דער בעל התניא שרייבט:
אם מחזיק מקום לעצמו ונחשב בעצמו ליש ודבר בפ"ע. ולכן הוא עוסק ברצונותיו לומר כך אני רוצה וכך טוב לי זה איני יכול לעשות וכיוצא בדברים ויש בזה פרטים ופרטי פרטים עד אין מספר.
און אין מאמר ואתה תצוה תשמ"א שרייבט דער ליובאוויטשער רבי ז"ל:
דשורש האמונה הוא מעצם הנשמה )שלמעלה ממזלי' חזי(. דזה שעצם הנשמה מקושרת באלקות היא התקשרות עצמית )שאינה תלוי' בסיבה, גם לא בענין הראי' שלמעלה משכל( ... דזה שהאמונה דישראל היא באופן שהוא מוסר נפשו על זה, הוא )בעיקר( בהאמונה
עב
זייט 73
טעקסט
שמצד עצם הנשמה. דהאמונה מצד זה שהוא רואה )מזלי' חזי(, הגם שהיא בתוקף גדול ]כידוע דההתאמתות שמצד הראי' היא התאמתות גדולה ביותר[, מ"מ, כיון שהאמונה שלו היא מצד סיבה )מצד זה שרואה( ואינה קשורה עם עצם מציאותו, אינו מוכרח שימסור נפשו על זה, וזה שהאמונה דישראל היא באופן שהוא מוסר נפשו על זה הוא מפני שהאמונה באלקות היא העצם שלו, ולכן אי אפשר כלל שיכפור ח"ו.
וואס מיינט איהר איז ימות המשיח ]וואס קומט פאר עולם הבא[, אז מען וועט זיצן אין טיימס סקווער און זיך שאקלן ביי א סטענדער? מען וועט גלייזן מיט די אויגן אויף ארויף און אלע גויים וועלן אונז אונט ערווישן ווייל, העי! משיח איז דא?
יוני גרשטיינ'ס דמיונות וועלן אויפשטיין לתחי'? תחת כל עץ רענן וועלן זיצן אידן מיט לאנגע שמייכלען און נישט אויפהערן צו מאכן שילוח הקן בשעת די גויים קוקן מיט אפענע מיילער?
יכירו וידעו כל יושבי תבל, מען דארף די הכרה, די ידיעה, ווי גאט איז אלס און אלס איז גאט – נישט אז גאט איז דער כוח 'אונטער' אלעס, גאט 'איז' אלעס, דעטס האו דע פראטאנס קעים אראונד.
ווי נאר די הכרה וועט זיך זעצן אין די בריאה, וועט בבת אחת געלעזט ווערן די אינאיקוואליטי פראבלעם וואס דארף לכאורה קומען צו איהר קלימאקס אין א וועלט פון גאולה.
איהר זעהט, די פראבלעם פון אומגלייכקייט איז מושרש – מצד איהר עצם מהות – אינעם פאקט אז די בריאה באשטייט פון טריליאנען באזונדערע ענטעטיעס, עס זענען פארהאן צדדים – אומאפהענגיקע עקזיסטענצן, וואס שטעלט פאר א רייפע פלאטפארמע אויף זיי טיילן אין קריגערישע דרגות.
איהר וועט אודאי מסכים זיין אז אין איין גוף למשל איז די גאנצע מושג נישט שייך, די פיס-פינגער האבן פארשטייט זיך נישט קיין פאראיבל אויף די אויגן, און נישט מחוסר ברירה, וואס קען ער דען טוהן? א געוויסע צאהל צעלן מוזן דאך פארעמען די פינגער, נו איז עס געפאלן אין זיין שלעכטן חלק.
ניין, ווען אן עקזיסטענץ איז איין און איינציג איז בעצם אפגעפרעגט דער מושג פון תרעומת, וואס הייסט, מיר זענען דאך איין גוף וואס האט אויגן און פינגער, ווער שפירט זיך דען געקלאפט לגבי וועם?
עג
זייט 74
טעקסט
ווי נאר דער גאולה'דיגער מושג וועט זיך זעצן אין די מוחות, ווי נאר עס וועט זיין די הכרה אז די גאנצע באשאף איז א שטיקל געטליכקייט וואס האט זיך אזוי געפארעמט פאר וואן ריזאן אור ענאדער, איז מעיקרא בטל די גאנצע מעשה, איך בין אזוי - דו ביסט אזוי, עס איז גאר קיין איך און דיך פארהאן, עס איז דא געטליכקייט וואס האט זיך געוואלט אויסשטעלן אין פערצן ביליאן גויים און פערצן מיליאן אידן.
כֹה ָאמַר יְהוָה צְבָאוֹת בַיָמִים הָהֵמָה אֲשֶר יַחֲזִיקּו עֲשָרָה אֲנָשִים מִכֹל לְשֹנוֹת הַּגוֹיִם וְהֶחֱזִיקּו בִכְנַף אִיש יְהּודִי לֵאמֹר נֵלְכָה עִמָכֶם כִי שָמַעְנּו אֱֹלהִים עִמָכֶם.
וְהֵבִיאּו אֶת כָל אֲחֵיכֶם מִכָל הַּגוֹיִם מִנְחָה לַיהוָה בַסּוסִים ּובָרֶכֶב ּובַצַבִים ּובַפְרָדִים ּובַכִרְכָרו ֹת עַל הַר קָדְשִי יְרּושָל ַ ִִם ָאמַר יְהוָה כַאֲשֶר יָבִיאּו בְנֵי יִשְרָאֵל אֶת הַמִנְחָה בִכְלִי טָהוֹר בֵית יְהוָה.
דעקארט'ס הוכחה אויף די עקזיסענץ פונעם נפש
דעקארט, דער טאטע פון די מאדערנע פילאזאפיע, שטעלט פאר א הוכחה צו דעם עקזיסטענץ פון דעם נפש ,[mind] כ'האב עטליכע הערות, אבער לאמיך קודם אפשרייבן זיין ארגומענט און איינע פון די קושיות אויף איהר.
שטעלט אייך פאר – זאגט דעקארט – אז איהר גייט צו צום נאנסטן שפיגל, איהר קוקט אריין, און, אוי א בראך, איהר זעהט נישט אייער פנים... איהר כאפט א בליק אויף די הענט, ואינם, זיי זענען אויך נישט צום האבן, אזוי אויך די פיס, וכו', איהר טרעפט זיך אהן אייער גוף.
זיך פארגעשטעלט? פיין. אט האט איר אויפגעוויזן אז א מענטש האט א נפש, און זי איז אן אומאפהענגיקע וועזן פון דעם גוף.
וויאזוי? הערט:
עס קען זיך קודם הערן ווי א שטיקל חידוש, אבער פרובירט עס אויס וועט איר זיך איבערצייגן: עס איז אוממעגליך זיך פארצושטעלן עפעס וואס איז 'לאגיש' נישט מעגליך.
דהיינו, די כח הדמיון איז גרויס און ברייט, עס קען - לכאורה - דמיונ'ען ככל העולה על רוחה, דאס איז אבער בתנאי אז די זאך איז 'לאגיש' מעגליך, למשל א קוה מיט פינף פיס און צעהן הערנער, אויב איז עס אבער לאגיש אוממעגליך, למשל א רונדיגע סקווער, קען מען עס זיך נישט פארשטעלן.
עד
זייט 75
טעקסט
איהר קענט זיך פארשטעלן ווי א גרויסע טאפ גייט אריין אין א קליינע ]און ביידע בלייבן מיט זייער גרויס[? ניין.
איהר קענט זיך פארשטעלן אז דער טיש עקזעסטירט סיי יא און סיי נישט? ניין, פארוואס? ווייל דאס זענען זאכן וואס זענען לאגיש אוממעגליך.
אין פאקט איז דער כלל אזוי אמת אז די מעשה איז גאר פארקערט: מיר נוצן אונזער דמיון ווי א כלי קובע צו זיין אויב עפעס איז טאקע לאגיש מעגליך, אויב קענען מיר זיך עס פארשטעלן - יא, און אז נישט איז נישט.
ומעתה, זאגט דעקארט, אויב זאל א נפש נישט עקזעסטירן, אויב ווען מען זאגט 'mind' איז עס בסך הכל אן אנדערע נאמען פאר'ן פיזישן ,body וואס האט באמת גארנישט צו זיך אויסער גשמיות, אין אנדערע ווערטער: 'נפש' און 'גוף' זענען צוויי נעמען פאר איין און די זעלבע זאך, וויאזוי איז מעגליך בעולם אז מען זאל זיך קענען פארשטעלן דעם נפש אנעם גוף? אויב נפש און גוף איז היינו הך, קען מען זיך דען פארשטעלן אויף עפעס סיי אז עס עקזעסטירט און סיי אז עקזעסטירט נישט?
עד כאן דעקראט'ס הוכחה.
יעצט צו איינע פון די קושיות:
עס איז דא די 'נאכט שטערן' ]עכ"פ סאם אוו דע פלעיסעס, סאם אוו דע טיים[, די ערשטע ליכטיגע שטערן וואס באווייזט זיך אויפן האריזאנט ווען די נאכט פאלט צו.
דערנאך איז דא די 'פרימארגן שטערן', די לעצטע ליכטיגע שטערן וואס זעהט זיך אויפן הימל ווען די זוהן שיינט אויף.
קען מען זיך פארשטעלן א וועלט וואו עס עקזעסטירט די נאכט שטערן, אבער די פרימארגן שטערן עקזעסטירט נישט? לכאורה יא.
דער אמת איז אבער, רבותי, אז די צוויי זענען איין און די זעלבע זאך, און איז אייגנטליך נישט קיין שטערן נאר דער פלאנעט ווענוס, וא"כ, לדברי דעקארט, וויאזוי קען זיין אז מיר האבן זיך פארגעשטעלט אז איין און די זעלבע זאך עקזעסטירט יא און נישט?
פארוואס טאקע?
מעג איך זאגן הויך וואס איהר האט שוין זיכער געקלערט אמאל ביי א צו-לאנגע שמונה עשרה?
עה
זייט 76
טעקסט
סוף סוף, איז דא א חילוק פון גאט און דעם שיינעם איד וואס האט גע'טענה'עט אז צו אלע זיינע מעלות איז ער אן עניו אויך?... כ'מיין, לך ה' הגדולה הגבורה וכו'... במקום גדולתו אתה מוצא ענותנותו... נאך אלע מעשיות שטעלט ער ארויס א פריטי שיינע רעזומעי.
דאכציך אז ער וואלט נישט איינגעגאנגען אויף וואלען, אפשר זאל א צווייטער איבערנעמען דעם בענקל, הא...?
כ'וועל אייך פארשטיין אויב די צוויי דערמאנטע אשכולות האבן אייך דערמאנט פון א ליובאוויטשער משפיע וואס כ'האב געקענט אין אר"י, ער האט געהאט א זעלטענע ברכה: פון סיי וועלכע נושא ער האט נאר גערעדט איז ער אלעמאל צוגעקומען צו די זעלבע סטעיטמענט: מה זאת אומרת לנו? התקשרות לרבי...!
וואס פאר א מין תירוץ איז דאס 'ביטול'? איז עס נישט מער ווי א יאוש?
פלאטא שטעלט אוועק די 'טעאריע פון פארעמען', דאס זענען אבסטראקטע מושגים וואס אונזער תפיסה אין זיי איז נישט אנגעבינדן אין די גשמיות'דיגע פינף חושים, דאס איז די עצם רעאליטעט, באגריפן וועלכע קענען נישט געשאפן ווערן אדער חרוב ווערן.
די עצם מושג פון 'יוסטיץ', די עצם מושג פון די נומער 'פינף', די עצם מושג פון 'שיינקייט', די אלע זאכן קען מען נישט אננעמען מיט איינע פון די פינף חושים, מען קען זיי נישט זעהן, שפירן אדער הערן, און דאך – און טאקע דערפאר – זענען זיי די עצם מהות פון רעאליטעט, כל הבאמבעס שבעולם וועלן נישט משנה זיין דעם פאקט אז פינף פלאס פינף איז צען – זיי זענען נישט אין הויה והפסד.
יעצט שטעלט זיך די פראגע: זענען זיי נבראים? זענען זיי נאר אפשרי המציאות? אדער, פונקט ווי גאט, זענען זיי מחויבי המציאות?
זייט נישט בייז אבער עס דאכט זיך מיר אז מיר זענען אלע גילטי אין הגשמה, מיר האבן אלע – אויבנאויף אדער טיף באגראבן – א בילד פון גאט.
עו
זייט 77
טעקסט
פון וואס מען פרעדיגט אלס קינד 'דער אייבערשטער קוקט' – צי איהר האט געוואלט אדער נישט, משל'ט אייער סובקאנשעס זיך אויס א מענטעל בילד ווי עפעס אן ענטעטי מן החוץ פיעקט אריין און זעהט וואס איהר טוהט.
ביז ווען – מאיזה סיבה – גלייזט מען מיט די אויגן אין די דירעקציע פון ספעיס, ווי ר' זלמן גופין האט אמאל געזאגט: 'ואנפהא נהירין בנהירו עילאה' איז טייטש 'קוק אריין אין סידור...'
צי מען טראכט דערפון אדער נישט האט יעדער עפעס א בילד פון א ברייט-פארצווייגטע אדמיניסטראציע דארט אויבן ]וואו?[, ס'איז דא בענקלעך, כסא דין, כסא רחמים, ס'איז דא האלוועיס, אפיסעס, סעקראטעריס, דער שטן ]?[ שלעפט רענצלעך, אינמיטן וועג כאפט ער א פראסק פון דער בארדיטשוב'ער רב, בקיצור יו געט דע פאינט.
צו זאגן אז די גאנצע בריאה איז אלוקות איז עפעס א חסידישע אגענדע, אדער 'כפירה גמורה' - אויב האט איהר אנגעטראפן א געריבענעם.
עכ"פ נחזור לענינינו, זענען מושגים נבראים? איז דער מושג פון טוב און רע א מחודש, קען זיין סאמוועיר, סאמטיים, וואו עס איז נישט גילטיג די פלאטאנישע פארעמען?
אודאי אזוי. עס איז נאר דא איין מחויב המציאות, און דאס איז גאט אליין, און פון זיין פאינט אוו וויו, נאך פאר ]סיי אין זמן און סיי אין מדרגה[ ער האט זיך אריינגעלייגט אין שאפן א בריאה, זענען קיינע מושגים אויך נישט פארהאן, נישט טוב, נישט רע, נישט גאוה, נישט שמחה, גארנישט, כ-ל-ו-ם, עס איז נאר דא די אחדות פשוטה פון גאט.
נעמט אין באטראכט אז 'פאר א בריאה' מיינט נישט בלויז אז די שטח איז ליידיג, מען מעקט אויס אלע פלאנעטן וכו', עס מיינט אז קיין שטח איז אויך נישט פארהאן.
איהר זעהט, אז מען טראכט אריין 'מוז' יעדע מושג צוקומען צו א בעקראונד, עס איז פונקט ווי תנועה מוז זיין רעלאטיוו צו עפעס אנדערש, לולא דמיסתפינא וואלט איך יעצט געמאכט א געזעץ ' יעדע מושג דארף צוקומען צו ספעיס 'וואו' ער איז א מושג.'
זייט מיר מוחל, אבער עס איז מיר שווער עס מסביר צו זיין, מיר קענען זיך נאר פארשטעלן מושגים איינמאהל ס'איז דא א בריאה ווייל דאן האבן זיי פאטענטשעל – זיי האבן 'וואו' זיך צו מושג'ען, מיר קענען זיך פארשטעלן טוב ורע ווייל עס וואלט געקענט זיין במציאות, ווייל עס וואלט געקענט זיין א שלעכטע קעניג אין אמעריקא, אדער א מער דקות'דיגער פאטענטשעל: מען קען גיין שאפן א וועלט, מאכן מענטשן, זיי געבן לעבן און טויט, זיי געבן געפיהלן, און דארט מאכן א היטלער.
עז
זייט 78
טעקסט
אז עס זענען נישט פארהאן קיין 'זאכן' – נישט ווייל 'גראדע' זענען זיי נישט דא, נאר ווייל אחדות פשוטה פרעגט אפ די עצם זאך – איז נישט דא די מושג פון נומערן.
זאכן קומען נישט ארויס פון 'העדר', פון 'גארנישט', א 'זאך' איז על כרחינו צוזאמענגעשטעלט פון פריער-עקזעסטירענדע חלקים.
פון וואס איז די גאנצע בריאה צוזאמענגעשטעלט? פון אטאמען, עס איז קיין חילוק וואס איהר כאפט אהן, אלע האבן די זעלבע אינגריעדיענטס.
פון וואס האט גאט געשאפן די אטאמען? וועל, פון די איינציגסטע זאך וואס ער האט געהאט צו די האנט, די איינציגסטע באשטאנדטייל וואס איז פארהאן: ער אליין - דער אין האמיתי.
אט דאס איז טייטש: יש מאי"ן.
עס איז א פשוטע מאטאמאטישע חשבון אז סיי וועלכע מציאות מוז זיין געטליכקייט.
אין אנדערע ווערטער האט זיך למעשה גארנישט געטוישט; אתה הוא עד שלא נברא העולם אתה הוא משנברא, פון וואו ער זעהט עס איז אלעס ווייטער די זעלבע, בסך הכל האט ער זיך ארומגעשפילט מיט'ן אויסזעהן.
און עס איז מוכרח מצד עצמו: אחדות פשוטה פרעגט אפ בעצם די מעגליכקייט פאר אן אנדערע מציאות.
ממילא הייבט זיך גארנישט אהן, איך, דו, גאוה, תאוה, טוב, רע, ענוה, יוסטיץ, שיינקייט, 'אלעס' א יז ער אליין.
מאי"ן יבוא עזרי – דיס איז אוער אנלי האופ...
ווער פארברענט מיט דיין גאט צוזאמען...
עס איז גאנץ שווער פטור צו ווערן פון גאט.
עח
זייט 79
טעקסט
שווערער ווי מען מיינט – 'שווער' עז אין אויפנעמען-ישוע-בן-מרים-אלס-ממשיך שווער.
לאמיך אייך זאגן; אז איך וואוין ערגעצוואו אין די פאראייניגטע שטאטן און איך האלט אפ א פייערדיגע מקוה-ויכוח מיט א גוטן פריינט איבער ווער עס איז דער אמעריקאנער פרעזידענט, הילערי קלינטאן אדער באראק אבאמא, איך שריי קלינטאן און יענער שרייעט אבאמא.
יעצט, ביי אונז ביידע – אלס איינוואוינער אין דער פארגעשריטענער מערב-וועלט – זענען די אלע דריי פרטים גוט דעפענירט: די פרעזידענטסי, אבאמא, קלינטאן.
.1די פרעזידענטסי איז נישט קיין מענטש, עס איז אן אמט וואס דער/די וואס ערפילט עס האט כך וכך כוחות וכו' וכו.'
.2 אבאמא איז א מיטליאריגער הויכער שוואצער מאן פון שיקאגאו, א פאמיליע מאן מיט א גוטן כח הדיבור, ער פלעגט רויכערן און האט ליב סושי.
.3קלינטאן איז א פרוי, א זקנה, געהאט אמאל גוטע צייטן, אסאך געזעהן אין לעבן, עטוואס נידריג מיט א מאן א חכם, זי האט ליב סטעיק.
ווען מיר דינגען זיך ווער עס איז דער פרעזידענט קריגן מיר זיך נישט איבער די 'פרעזידענטסי', צו איז זי א זכר אדער א נקבה, צו האט די פרעזידענטסי ליב סושי אדער סטעיק. מיר קריגן זיך איבער די צוויי אינגאנצן אפגעטיילטע מציאות'ן – אבאמא און קלינטאן – איך זאג קלינטאן זיצט אין ווייסן הויז און יענער זאגט לא, כי אלא אבאמא זיצט אינעם אוועל אפיס.
פארשטייט איהר דאך אז יענער איז אטאמאטיש כופר אין קלינטאן, און איך אין אבאמא.
אבער לאמיר זיך פארשטעלן די זעלבע ויכוח צווישן צוויי פויערן אין א פארשטופטן דערפל אין סיביר, אפגעהאקט פון די גאנצע פארגעשריטענע וועלט, זיי האבן נישט קיין אנונג איבער אבאמא, קלינטאן און די ווערטשאפטן פון די אמעריקאנער רעגירונג.
איין טאג קומט אהן א שמועה רחוקה אז ערגעץ אין א ווייטן לאנד איז דא עפעס א זאך וואס רופט זיך די פרעזידענטסי, אין דארף הויבט זיך אהן היציגע ויכוחים איבער וואס איז די נאטור פון אט די נייע ברי' וואס איז דערווייל נישט דעפינירט: איז עס זכר'דיג אדער נקבה'דיג? האט עס ליב סושי? איז עס הויך אדער נידריג? הייסט עס אפשר אבאמא, אפשר קלינטאן? זה אומר בכה וזה בכה.
ועכשיו, ליבע פריינט, אין וועמען קריגן זיי זיך ארום? וואס שטייט אין צענטער פון די מחלוקת, איבער וואס איז די דארף צוטיילט? איבער אבאמא און קלינטאן? אודאי נישט!
עט
זייט 80
טעקסט
'ביידע' כאפן אהן אויף די זעלבע, ביידע רעדן פון די פרעזידענטסי, דייקא אין די פרעזידענטסי דינגט מען זיך ארום איבער זיינע גענויע פרטים, וויאזוי פונקטליך זעהט עס אויס און וואס זענען איהרע נטיות.
הא, רבותי... ]בניגון שוואדראנאי[
לאמיר זאגן אז וויסנשאפטלער האבן געטראפן עפעס גאר א נייע מציאות ווייט אין ספעיס, זיי גיבן עס דערווייל א נאמען א ווייט האול, קיינער ווייסט נאכנישט פונקט וואס עס איז, איז עס קאלט איז עס הייס, שלעפט עס אריין ווי א בלעק-האול אדער שפייעט עס אויס, וכו' וכו.'
יעצט ווען מיר וועלן זיך דינגען צי עס איז קאלט אדער הייס איז אונזער מחלוקת נישט אין קעלט און היץ: איך האלט אז קעלט איז די זאך און דו האלטסט היץ.
מיר ביידע האלטן אז די ווייט-האול איז דער אויסטרעף פונעם יאהר-הונדערט, יעצט דינגען מיר זיך צו זי איז קאלט אדער הייס.
איז ווען מיר גייען ווען אריין אין גראסערי פיקן א גאט פונעם שעלף, דו ווילסט בעל און איך וויל אשרה, נו, וואלטן מיר געהאט א פראבלעם, אבער עכשיו אז קיינער האט איהם נאכנישט געזעהן שטייען מיר גאנץ גוט.
וזה סוד הסיפור בר' מענדל פוטערפאס:
ר' מענדל האט אמאהל געפרעגט א מתנגד וואס וואלט דער אויבערשטער געטוהן אויב ער וואלט געוואלט פטור ווערן פון די וועלט – זי זאל מער נישט עקזעסטירן, האט דער מתנגד גענטפערט: ער וואלט געברענגט א גרויסע פייער און איהר פארברענט.
זאגט איהם ר' מענדל: ווער פארברענט מיט דיין גאט צוזאמען...
אייזקריעם פאר אוישוויץ
החסיד ר' מענדל פויגל שיחי' דערציילט בשם החסיד ר' נחמן יוסף – דמתקרי 'יאסקע' – טברסקי, אחי האדמו"ר מרחמיסטריווקא מארה"ק, אז אין די ערשטע תקופה ווען ער האט זיך אנגעהויבן מקרב זיין צו חסידות חב"ד פלעגט ער אסאך זיצן ביי די פארברענגענס פון ר' מענדל פוטערפאס.
זאגט ער אז דער ענדגילטיגער שטופ וואס האט איהם געמאכט פארן צום ליובאוויטשער רבי'ן קיין אמעריקא איז געווען ווען ר' מענדל האט איהם אמאהל געזאגט אינמיטן א
פ
זייט 81
טעקסט
פארברענגען: "טברסקי! טברסקי! צום סוף וועסטו דאך סייווי פאהרן צום רבי'ן, איז פאר שוין איצטער...
נו, פאר א למדן וועט דאך אודאי שווער ווערן, אויב "צום סוף" וועט ער פארן איז דאך מוכח מיני' ובי' אז עס פעהלט אויס א געוויסע תהליך, א ספעציפישע השתלשלות הענינים, אנצוקומען צו די מציאות אז ער פארט, איז וואס איז מען איהם מציע? שנייד עס אויס? יאג עס צו?
ווען כ'וואלט זיך נישט געשעמט וואלט איך אייך געזאגט אז די גאנצע געשעפט פון ליידן אין גלות אויפן חשבון אז אמאהל וועט נאך גוט זיין – אוי, וועט גוט זיין – לייגט זיך מיר נישט אפ, שמחנו כימות עיניתנו שטימט עפעס נישט. איי מיען, וואס האט הודו מיט כוש?
עס וואלט מיר ענדערש אויסגעזעהן ווי א גאט וואס זאגט: ליסען אפ, פיפעל, איך זעה נישט אז כ'זאל זיך קענען ברענגען ענק צו געבן מער ווי 50 ק"ג פון גוטס – אז איהר ווילט א משיח מיט גוטע קוקיס וועט מען אייך מוזן שניידן די נעזער אין אוישוויץ...
מיר זענען צוגעוואוינט כאילו עס איז א נארמאלע זאך: יעצט ליידט מען, אבער אנטשטאט/בשכר דעם וועט מען באקומען גוטס. מיר דאכט זיך אז טובות העתידות לבוא זענען נישט קיין חשבון אויף צרות עכשוויות.
עס איז א פאפולערע סטעיטמענט ביי די וואס ווילן זיך האלטן פאזיטיוו אז די איינציגסטע אמת'ע רעאליטעט איז דער 'יעצט' – דער הוה, וואס איז געווען איז דאך שוין נישט דא, צי עס איז געשעהן א טויזנט יאהר צוריק אדער א מינוט צוריק. דער עתיד איז דאך אודאי נישט קיין רעאליטעט, נמצא אז בסך הכל איז די יעצטיגע סעקונד ע אן אמת'ע מציאות.
נישט לאנג צוריק האט מען דא געשמועסט צי איהר וואלט דן/מעניש געווען א מענטש וואס איז באגאנגען א געפערליכע עולה אבער האט עס אינגאנצען פארגעסן, יעצט וועט ער קיין פליג נישט טשעפען. מען האט געשמועסט וועמען/וואס איז מען געווענליך מעניש, דעם זכ רון?
הנוגע לענינינו, עס איז בעצם נישט דא גארנישט וואס איז מקשר איין רגע מיט די אנדערע. קומט אויס א מצב – א סטעיט – קען זיך ציען לאנגע יאהרן, עס איז אבער גארנישט מער אמת'ע מציאות, עס איז ווייטער א מקרה, יעדע רגע נאכאמאהל.
פא
זייט 82
טעקסט
די ענדגילטיגע סטאטוס צו וועלכע די וועלט וועט צוקומען, די טוב המקווה, איז נישט סתם א חילוק אין כמות: היינט איז דיר נאר גוט בשעת'ן עסן אן אייזקריעם, און ווען משיח וועט קומען וועט דיר זיין גוט אויף אייביג. נאר דער חידוש דלעתיד אז דאס וועט ווערן די מציאות הבלתי ניתנת לשינוי, דאס וועט מאכן דעם טויש האיכות אז דאס וועט ווערן דער איין און איינציגער אמת'ער סטאטוס פון די בריאה, צו וועלכע אלע מצבים שקדמו לה – אינקלודינג גלות און אירע פראבלעמען - וועלן אטאמאטיש ווערן מקרים נופלים.
פארדעם זענען די נביאים אלץ מדגיש אז דער גוטער מצב וואס קומט וועט זיין א נצחיות'דיגער, מער וועט קיין רע נישט זיין, ממילא וועט דאס קובע זיין די אמת'ע ארט פון די בריאה, און 'דאס' איז די נחמה אויף די היינטיגע מקרים. נישט אז פאר יעדע פאנטש וועל איך דיר געבן אן אייזקריעם.
ממו"ר החסיד ר' חיים שלום שיחי' דייטש האביך כמ"פ געהערט: קלי אתה ואודך, אלקי ארוממך. דלא כטעות העולם אז אויב טוה איך וואס ער וויל, איך שטעל צו די נויטיגע אינגריעדיענטס, דעמאלט'ס איז ער מיין גאט, אבער אז נישט איז מה לי ולו?
זאגט ער פונקט פארקערט: 'קלי אתה' – דאס איז די אמת'ער סטאטוס הבלתי ניתן לשינוי, נו, אז ס'איז שוין אזוי – אז ער איז מיינער – איז 'ואודך', לאמיך טאקע צושטעלן. נאו מעטטער וואט איז 'אלוקי', ער איז מיין גאט, און אז ס'איז שוין סייווי אזוי זאל שוין זיין 'ארוממך.'
דעטס דע האול סטארי, לאמיר דערגיין וואס איז דער אמת'ער מצב צי מיר ווילן אדער נישט, דערנאך וועלן מיר שוין ארומשניידן די מקרים צו איהר – נישט פארקערט.
] להאונגארישע שבינינו: מיט דעם ווארט האביך געהאט מיט איהם א רבישע מעשה, דאס ערשטע מאהל האביך עס געהערט פון איהם יאהרן צוריק אין האדיטש ביים בעל התניא ווען ער האט פארציילט איבער איין יאהר וואס ער האט זיך ארויסגעלאזט קיין האדיטש און נישט געקענט אנקומען ווי ער האט זיך מחזק געווען מיט דעם ווארט.
עטליכע יאהר שפעטער האביך געהערט פון איהם דאס ווארט שבועות אין מעזיבוש, און מיט עטליכע יאהר שפעטער נאכאמאהל אין מעזיבוש.
אלע דריי מאהל האט ער דערנאך זיך געוואנדן צו מיר: הערסט, ונבנתה, צי אזוי צי אזוי איז קלי אתה, נו, איז זאל שוין זיין ואודך.
פב
זייט 83
טעקסט
דער אברבנאל אין זיין הגדה זאגט א הארציג ווארט: האמנתי כי אדבר אני עניתי מאוד, האמנתי איז א לשון עבר, אדבר איז עתיד, און עניתי איז ווייטער עבר.
זאגט דער אברבנאל, דוד המלך בשעת ער האט זיך אנגעליטן זיינע צרות האט זיך מחזק געווען אז עס וועט נאך אמאהל גוט זיין: 'האמנתי' איך גלייב יעצט, 'כי אדבר' אז איך וועל נאך אמאהל זאגן, 'אני עניתי מאוד' בלשון עבר, אמאהל האב איך זיך געפייניגט אבער יעצט איז מיר שוין גוט.
מדור - ספרים און ביכער
ספר שפתי חכמים ע"פ רש"י
ר' שבתי משורר בס האט געלעבט מיט א דריי הונדערט יאהר צוריק, בעיקר איז ער באקאנט מיט זיין פירוש אויף רש"י עה"ת מיט'ן נאמען 'שפתי חכמים' ]אין בעלזא האט מען שטארק מחבב געווען זיין פירוש[, לויט ויקיפדיה האט ער לכאורה באקומען די צוויי נעמען 'משורר' און 'בס' ע"ש זיין חזנות שטעלע אין פראג ]זיי ברענגען דארט אז זיין רבי אין געזאנג האט זיך גערופען 'לייב שיר השירים'...[.
עס האט שוין יעדער מבין על דבר מן הסתם באמערקט אז ער זאגט אסאך מאהל מאדנע פירושים, אבער לעצטענס, קוקענדיג אביסל גרונטליכער, האב איך באמערקט - במח"כ - אז יעדע צווייטע שטיקל וואו ער זאגט אייגענס איז מאדנע, קרום און פאלש.
פריער האב איך געלערנט אביסל חומש מיט רש"י פון די וואכעדיגע פרשה - מקץ, לאמיך אנצייכענען וואס איך האב באמערקט פון אנפאנג ביז שלישי.
פסוק א', רש"י:
" על היאור" - כל שאר נהרות אינם קרוים יאורים חוץ מנילוס מפני שכל הארץ עשויין יאורים יאורים בידי אדם ונילוס עולה בתוכם ומשקה אותם לפי שאין גשמים יורדין במצרים תדיר כשאר ארצות.
שפ"ח:
דקשה לרש"י למה כתיב על היאור בה"א הידוע, אלא ודאי הכי פירושו היאור הידוע הנזכר לעיל, וקאי על ארבעה נהרות שכתובים בפרשת בראשית, וא"כ למה לא כתיב בכאן נהר כמו שכתוב שם, אלא ודאי אי הוה כתיב נהר לא הייתי יודע על איזה נהר קאי, שארבעה נהרות כתובים שם, לכך כתיב היאור, כלומר הנהר שעשוי יאורים והוא נילוס ונילוס היינו
פג
זייט 84
טעקסט
פישון הנזכר בפרשת בראשית וכדפירש רש"י שם, וכל שאר נהרות דנקט רש"י קאי אשאר שלשה נהרות הכתובים שם.
]ומש"כ רש"י דנילוס עולה ומשקה היינו משום[ דקשה לרש"י כיון דקאי אאחד מארבעה נהרות הנזכרים בבראשית למה לא הזכיר אותו בשמו המיוחד, אלא לפי שעשוי יאורים יאורים ע"י בני אדם לכן קראו בשם יאור, וכל שאר נהרות אינם עשויים כן.
איהר הערט? דער גאנצער פלפול האט רש"י טאקע געמיינט נאך פאר ער האט זיך בכלל געפענט דאס מויל... וואס רש"י שרייבט דאס איז שוין דעמעדזש קאנטראל פון דעם פלפול וואס יעדער האט שוין אליין געכאפט... ]דאס איז אהן אריינגיין אין די איכות הפלפול[.
פסוק ה', רש"י:
" בקנה אחד" - טואיד"ל בלע"ז
שפ"ח:
ר"ל כמו בלשון לעז קורין לקש של שיבלים טואד"ל, שהוא נמי שם קנה של עץ, וא"כ בלשון עברי נמי כן הוא.
ווי איינער האט אמאהל מגדיר געווען די מפרשי הרמב"ם, דער איז מפתה דעם רמב"ם און דער איז מאנס...
פסוק ו', רש"י:
" קדים" - רוח מזרחית שקורין ביש"א.
שפ"ח:
דקשה לרש"י דכאן משמע שרוח מזרחית רע הוא, ובמקום אחר )יומא כ"א:( אמרינן דרוח מזרחית הוא טוב יותר מכל הרוחות וסימן ברכה הוא לעולם, לכן פירש וכו', ר"ל דלרוח מזרחית יש שלשה רוחות ושנים טובים ואותו רוח שקורין ביש"א הוא רע.
?really דאס מיינט רש"י? וועלן מיר נישט יעצט אריינגיין וואו פונקליך די רוח מזרחית האט דריי רוחות, און אז אין די גמ' וואס ער ברענגט שטייט בפירוש אז אין א טרוקענע לאנד איז די מזרח ווינט נישט גוט.
פסוק י"ב, רש"י:
" נער" - שוטה ואין ראוי לגדולה.
שפ"ח:
ר"ל נער בגימטריא שוטה.
פד
זייט 85
טעקסט
א שיינע המצאה, אבער נישט דאס איז רצונו לומר.
פסוק י"ט, רש"י:
" דלות" - כחושות.
שפ"ח:
ולא מלשון עוני.
כן מלשון עוני.
שם, רש"י:
" ורקות בשר" - כל לשון רקות שבמקרא חסרי בשר.
שפ"ח:
פירוש משום דאמרינן כל אכין ורקין מיעוטין הן, ורקות דהכא נמי מיעוט הוא, ומהו ממעט, ממעט בשר, אבל אין פירושו כמו ריק בציר"י, ומעלומי העי"ן.
זייער מאדנע אין מיינע אויגן, אבער איך קען נישט זאגן מיט א זיכערקייט.
פסוק ל', ל"א, רש"י:
" ונשכח כל השבע" - הוא פתרון הבליעה, "ולא יודע השבע" - הוא פתרון ולא נודע כי באו אל קרבנה.
שפ"ח:
וא"ת ולמה לא פירש על ונשכח כל השבע הוא פתרון אכילת הפרות הטובות, ולמה מפרש הבליעה דהיינו בליעת שבלים, י"ל משום דלשון ולא נודע, ולשון ולא יודע, תרווייהו הם מלשון הודעה, משום הכי פירש על מילת ולא יודע הוא פתרון ולא נודע, מה שאין כן מלת ונשכח שאין פירושו לשון הודעה משום הכי פירש על פתרון הבליעה וק"ל.
(;דאס איז שוין גארנישט קיין וק"ל אפי' מיט א וק"ל, ווער עס קען מיר מסביר זיין די תירוץ באקומט א לייק...
און צו ענדיגן מיט א דבר טוב:
אין פרשת ויצא זאגט יעקב צו לבן: וַיֹאמֶר יַעֲקֹב אֶל לָבָן הָבָה אֶת אִשְתִי כִי מָלְאּו יָמָי וְָאבוָֹאה אֵלֶיהָ, זאגט רש"י: "מלאו ימי" - שאמרה לי אמי ועוד מלאו ימי שהרי אני בן פ"ד שנה ואימתי אעמיד י"ב שבטים וזהו שנאמר ואבואה אליה והלא קל שבקלים אינו אומר כן אלא להוליד תולדות אמר כך, נו, וואס טראכט איהר, פארוואס זאל א קל שבקלים
פה
זייט 86
טעקסט
נישט זאגן גיב מיר מיין ווייב ואבואה אליה? איז דער שפתי חכמים מסביר: שאין מדרך מוסר שיאמר השכיר תיכף ששלמו שני עבודתו הבה את שכרי...
מדור - היסטאריע
די חלוקה פון פרקי התנ"ך
די אידישע חלוקה
אין די אידישע מסורה זענען דא דריי חלוקות אין תנ"ך:
די עיקר חלוקה – און זי איז געגעבן געווארן למשה מסיני – רופט זיך 'פרשיות', א פרשה איז א כמו פאראגראף וואס האט א ליידיגע פלאץ פאר און נאך זיך, און עס זענען דא צוויי סארט פרשיות, פתוחות און סתומות, א פתוחה וועט זיך אנהייבן אויף א נייע שורה אזוי אז זי איז 'אפן', און א סתומה וועט נאר לאזן ליידיג אפאר אותיות נאך די פריערדיגע פרשה און ווייטער ממשיך זיין אויף די זעלבע שורה, אין די היינטיגע חומשים ווערן זיי באצייכענט מיט א 'פ' ]פתוחה[ און א 'ס' ]סתומה[.
די חלוקה אין תורה לויפט געווענטליך לויט די תוכן הענין, וואו עס הייבט זיך אהן און וואו עס ענדיגט זיך, אין נ"ך איז עס אבער נישט אזוי, אין די הקדמה פון תנ"ך קורן ברענגען זיי אן אינטערעסאנטע השערה פון ר' שאול קוסובסקי, די מספר פון פרשיות אין נ"ך איז 293 וואס דאס איז די מספר פון ימי חול אין א יאהר, קען זיין אז עס איז געווען א געוויסע סדר פון ענדיגן נ"ך אין א יאהר, פרשה ליום פרשה ליום.
די צווייטע חלוקה איז אין די סדר הקריאה, אין ארץ ישראל ]ווי א טייל פון נוסח ארץ ישראל[ האט מען צוטייילט די תורה אויף 154 סדרים, יעדע וואך האט מען געליינט איין סדר, און מען האט גענדיגט די תורה איין מאל אין דריי יאהר, דער סדר איז געווען אין באנוץ ביז בערך 900 יאהר צוריק.
די דריטע חלוקה איז וועלכע מיר נוצן היינט און דאס איז די בבלי'שע חלוקה, מען צוטיילט די תורה אין 54 סדרים, און מען ענדיגט די תורה איין מאל א יאהר.
די נוצרישע ח לוקה
פו
זייט 87
טעקסט
די חלוקה פון 'קאפיטלן' און די נומערן פון די פסוקים מיט וואס מיר באנוצן זיך היינט האט זיך ערשט אנגעהויבן אין מיטל-אלטער, זי איז מיוחס צו אן ענגלישן גלח Stephen Langton וועלכער האט אין יאהר 1205 איינגעטיילט די תורה און להבדיל דעם ברית החדשה אויף קאפיט לן און גענומערט די פסוקים.
דער ערשטער עס אריינצוברענגן ביי אידן איז לכאורה געווען ר' שלמה בן ישמעאל וועלכער האט, אין יאהר 1330 בערך, אנגעהויבן צושרייבן די מספר הקאפיטל אונטער יעדן עמוד בכתבי יד התנ"ך ]דער דרוק איז נאכנישט געווען אין באנוץ[.
גאר אינטערעסאנט איז דער טעם וואס ער גיבט אהן אויף דעם:
אלו הן פרקי הגוים, הנקראים 'קפיטולש', של ארבעה ועשרים ספרים ושמות כל ספר וספר בלשונם, והעתקתים מהספר שלהם, שיוכל אדם להשיב להם תשובה מהרה על שאלותם שהם שואלים לנו בכל יום על עניין אמונתנו ותורתנו הקדושה ומביאים ראיות מפסוקי התורה, הן מנביאים או מספרים אחרים ואומרים לנו: 'ראה וקרא בפסוק פלוני שהוא בספר פלוני, בכך וכך קפיטולש מהספרים, ואין אנו יודעים מהו הקפיטולש ולהשיב להם מהרה תשובה, לכן העתקתים פה ספר בראשית, נקרא בלשונם גֶינישי )=גנסיס(, פרק ראשון 'בראשית ברא אלהים', שני 'ויכלו השמים' וגו.'
די חלוקה אין די געדרוקטע תנ"כים
ביז 1517 האט מען אלעס געדרוקט לויט די אידישע חלוקה פון פרשיות ]פתוחות וסתומות[ אהן דערמאנען בכלל די נוצרישע חלוקה פון קאפיטלן, אין דעם דערמאנטן יאהר האבן נוצרים געדרוקט דעם תנ"ך זייט ביי זייט מיט א גריכישע און לאטיינישע איבערזעצונג, און כדי זיי צו פארגלייכן האבן זיי אויסגעלאזט די אידישע חלוקה און אנגעצייכענט די מספר הקאפיטלן אונטער די עמודים מיט לאטיינישע אותיות.
דער ערשטער זיך צו באנוצען מיט אידישע אותיות צו אנצייכענען די קאפיטלן איז געווען דניאל באמבערג הידוע ]א גוי[, וועלכער האט אין דעם אויבן-דערמאנטן יאהר געדרוקט א תנ"ך אין וועניציע וואו ער האט אנגעצייכענט די קאפיטלן מיט אידישע אותיות אונטער די עמודים, ער האט אבער אויך אנגעהאלטן די אידישע חלוקה פון פרשיות, דער סדר האט אנגעהאלטן ביז 1570.
דאן איז געקומען Arias Montanus און אין זיין תנ"ך וואס ער האט געדרוקט אין אנטווערפן בשנת 1571 האט ער אפגעטיילט די טעקסט לויט די קאפיטלן און האט אריינגעלייגט די מספר הקאפיטל אינעם טעקסט גופא, ומשם נתפשט.
שפעטער זענען שוין געווען מדפיסים וואס סוף פון א חומש האבן זיי געדרוקט רמזים אויף די צאהל קאפיטלן, ווי ר' וואלף היידענהיים רעדט זיך אפ אין זיין חומש:
פז
זייט 88
טעקסט
לכן, מה שאמר כאן, 'ופרקיו 50 ', שהרצון בו על מספרי הקאפיטולי, איננו בשום דפוס קדמון גם לא במקראות כתבי יד, כי החלוקה הזאת בלתי מקובלת אצלינו ולא יפה חומש 'מאיר עינים' עשו המדפיסים האחרונים להכניס חולין בקדש.
נאכן קריג איז געדרוקט געווארן אין ארץ ישראל דער תנ"ך 'קורן' ]און לכבוד דעם האבן זיי געשאפן די 'קורן' פאנט[ וואו עס איז צוריק געשטעלט געווארן די אידישע חלוקה, און די נוצרישע איז אנגעצייכענט פון די זייט, אויך האבן זיי אריינגעשטעלט די חלוקת ארץ ישראל פון 154 פרשיות, אזוי אויך איז געדרוקט געווארן א תנ"ך לויטן כתר ארם צובה, וואס איז כמובן אויסגעשטעלט מיט די אידישע חלוקה.
טעויות און אגענדע'ס אין די נוצרישע חלוקה
עס זענען דא פשוטע טעיות אין די נוצרישע חלוקה וועלכע שטאמען פון א שוואכע הבנה, לדוגמה: קאפיטל ד' אין שיר השירים ענדיגט זיך מיט א שמועס פון די רעיה מיט איהר דוד, דער דוד ווענדט זיך צו איהר 'עּורִי צָפוֹן ּובוֹאִי תֵימָן הָפִיחִי גַּנִי יִזְלּו בְשָמָיו', זי ענטפערט 'יָבֹא דוֹדִי לְגַּנוֹ וְיֹאכַל פ ְרִי מְגָדָיו', און דא געהערט די ענטפער פונעם דוד וואס מען האט בטעות פארשיקט צום נעקסטן קאפיטל 'בָאתִי לְגַּנִי אֲחֹתִי כַּלָה ָארִיתִי מוֹרִי עִם-בְשָמִי ָאכַלְתִי יַעְרִי עִם-דִבְשִי שָתִיתִי יֵינִי עִם-חֲלָבִי אִכְלּו רֵעִים שְתּו וְשִכְרּו ד וֹדִים.'
דערנאך זענען פארהאן פלעצער וואו זיי האבן פארדרייעט בכוונה, גלייך אנפאנג בראשית האבן זיי אפגעריסן דעם יום השבת פון די ערשטע זעקס טעג און אריינגעווארפן אין א נייע קאפיטל מיט א גאר אנדערע שמועס, כדי אוועקצונעמען די הדגשה פונעם יום השבת.
נאך א דוגמה איז די קאפיטל וואו די תורה איז מזהיר איבער דינען עבודה זרה )דברים י"ב(, און דער פסוק וואס איז מסכם דעם ענין אֵת כָל-הַדָבָר אֲשֶר ָאנֹכִי מְצַּוֶה אֶתְכֶם אֹתו ֹ תִשְמְרּו לַעֲשוֹת ֹלא-תֹסֵף עָלָיו וְֹלא תִגְרַע מִמֶּנּו ]און די אידישע חלוקה ענדיגט זיך טאקע נאך די פסוק[ האבן זיי אריינגעלייגט אינעם נעקסטן קאפיטל וואס רעדט איבער א נביא שקר, דאס האבן זיי געטוהן כדי צו קענען טענה'ן אז די איסור ע"ז איז נאר אויף ,Paganism אבער די נוצרישע הוספות ווי שילוש איז נישט קיין פראבלעם.
די פרשה פון הנה ישכיל עבדי אי ן ישעיהו נ"ב-נ"ג רעדט זיך איבער א שליח פונעם אייבערשטן באחרית הימים, ע"פ פשט האט נישט קיין מקום עס אפצוטיילן, די נוצרים האבן אבער אנגעהויבן א נייע קאפיטל מיט מִי הֶאֱמִין לִשְמֻעָתֵנּו ּוזְרוֹעַ יְהוָה עַל-מִי נִגְלָתָה, וואס ווערט אויסגעטייטשט אויפן אותו האיש אין ברית החדשה.
א יוצא מן הכלל איז ספר תהילים וואס איז יא א אידישע חלוקה לויט די צאל מזמורים וואס זי האט.
פח
זייט 89
טעקסט
אראומע # 26 ווען אידן האבן געבויעט דעם דריטן בית
המקדש
יא, אזוי ווי איהר הערט, בערך 300 יאהר נאכ'ן חורבן בית שני האבן די אידן, מיט די
גוטהייסונג און אקטיווע הילף פון רוים, אנגעפאנגען צו בויען דעם דריטן בית המקדש,
און עס קען אייגענטליך געפונען ווערן פארוואסערטע רמזים דערפון אין חז"ל.
קודם אביסל הונטערגרונד-היסטאריע:
ביי אונז גייט די רוימישע אימפעריע האנט ביי האנט מיט נצרות, למעשה האט אבער
גענומען א שיינע פאר יאהר ביז די רוימער האבן איהר אנגענומען אלס די אפיציעלע
שטאט'ס-גלויבן און מיט איהר ערזעצט די אלטע העלעניסטישע גלויבן, און אין פאקט
פלעגן די נוצרים – פונקט ווי די אידן - גע'רודפ'ט און גע'הרג'עט ווערן דורך די רוימער.
איז געווען חורבן בית שני. אין יאהר 70 לספירה
אין 330רוימישער קיסר קאנסטאנטין דער האט דער
די באשטימט ]וועלכער האט גרויסער
שטאט
קאנסטאנטינאפל אין טערקיי אלס די נייע הויפטשטאט פון
רוימישע ונקראת על שמו[ אימפעריע –
די
געמאכט א סוף צו די רדיפות אויף די נוצרים, און נצרות איז
אנערקענט געווארן אלס די אפיציעלע רעליגיע אין די
רעגירונגס קרייזן.
פט
זייט 90
טעקסט
אין 337 איז ער געשטארבן און זיינע קינדער האבן איהם ממלא מקום געווען, איינער פון
זיי, קאנסטאנטיוס דער צווייטער, איז ביז ער איז געשטארבן אין 361.
געווען קיסר פון 337
די רדיפות אויף די אידן 'גאטס מערדער' האבן זיך
שוין אנגעהויבן סוף ימיו פונעם טאטן, ווי רב שרירא גאון
שרייבט אז בימי אביי – וועלכער איז
אוועק בערך 338 -
זענען שוין געווען ישראל. רדיפות אין ארץ
זוהן דער
האבנדיג אנגענומען די נוצרישע גלויבן האט
ווייטער שטארק גע'רודפ'ט די אידן, און, ווען ער אין 351
האט געשיקט זיין שוואגער גלוס מלחמה האלטן מיט
שבור מלך פרס, איז זיין מיליטער געווען סטאנציאנירט פאר צוויי-דריי יאהר אין ארץ
ישראל, דורך וועלכע די ארטיגע אידן האבן געליטן געפערליכע צרות ווי דערמאנט אין
ירושלמי עטליכע מאהל.
דאס האט געברענגט אז אין דעם קומענדיגן יאהר, 352, האבן די אידן פון גליל אנגעהויבן
אן אויפשטאנד, עס האט אבער נישט לאנג אנגעהאלטן און זי איז דערדרוקט געווארן,
אסאך גליל שטעט זענען דאן ארויף אין פייער, אריינגערעכענט ציפורי וועמענס
פארברענטע חורבנות זענען אנטדעקט געווארן אין 1931 דורך די ארכעאלאגישע
גראבונגען פון די אונעווערסעטי אוו מישיגען.
דער אידישער חוקר הערשל גרעץ וויל טענה'ן אז דער אנפיהרער פונעם אויפשטאנד האט
געהייסן נטרונא ]...[ אין וועמען די אידן האבן געוואלט זעהן משיחיות'דיגע אייגנשאפטן,
לדבריו איז דאס פשט אינעם פסיקתא ]סו"פ החודש[ ווי דער דרשן איז מעודד דעם פאלק
- די באטייליגער אין דעם אויפשטאנד: מי פורע לכם מאדום, נטרונא, שנאמר והיה לכם
למשמרת.
צ
זייט 91
טעקסט
11יאהר שפעטער, אין 361, איז דער קיסר יוליאנוס געקומען צו די מאכט, איהם איז
נצרות נישט געפאלן און ער האט געהאט חשק צוריק איינצופיהן די אלטע העליניסטישע
די דורך
מהלך, ובשכר זאת ווערט ער בא'טיטול'ט
נוצרישע היסטאריקער אלס
הגם אידישקייט איז איהם
'יוליאנוס דער כופר.'
אויך נישט צופיהל געפאלן,
ווי עס קומט אויס פון זיינע כתבים, בעיקר טאקע ווייל זי
איז געווען די וויגעלע אין וועלכע נצרות איז געבוירן,
אבער כדי צו שאפן א באלאנס קאנטער-
די צו
נוצרים האט ער אנגעהויבן שטארק מקרב זיין די אידן,
און האט אפגעשאפן די ספעציעלע שטייערן וואס דער נשיא האט געדארפט איינקאסירן
פון די אידן פאר'ן קיסר'ס וועגן.
וואס די אידן האבן נישט געקענט דערגרייכן אונטער גלוס בכח הזרוע, האט זיי
אומערווארטעט דערגרייכט צוועלעף יאהר שפעטער ביי יוליאנוס; אין אנפאנג 363, צוויי
חדשים פאר יוליאנוס איז ארויס אין קריג קעגן פרס – ביי וועלכע ער איז גע'הרג'עט
געווארן, האט יוליאנוס געשיקט צוויי בריוו צו די אידן אין וועלכע ער בעט זיי מתפלל צו
זיין פאר זיין פרידן, ער נעמט זיך אונטער צוריק אויפצובויען ירושלים, און באשווערט זיי
צוריקצוגיין און אויפבויען דעם דריטן בית המקדש, צוזאגענדיג דערביי געלט און הילף –
צוקלאפענדיג דערמיט די נוצרים וואס האבן געהאלטן אז דער בהמ"ק מוז שוין בלייבן
חרוב.
הירונימוס, פון די ראשי הנוצרים אין יענע צייט, שרייבט אין זיין פירוש אויף דניאל אז
דער קיסר האט אויך מבטיח געווען אז ער וועט מקריב זיין א קר בן אינעם היכל.
דער רוח החיים וואס איז אריין אין די אידן קען מען זיך נאר פארשטעלן, ווי די נוצרישע
מקורות פארציילן האבן די ארץ ישראל'דיגע אידן ארויסגעגעבן א רוף צו די בני התפוצות
אז מען זאל אנהייבן מנדב זיין געלט פאר'ן נייעם בית המקדש, אידישע פרויען האבן
או ועקגעגעבן זייערע צירונגען און געשלעפט שטיינער מיט זייערע אייגענע הענט.
דער אויבנדערמאנטער הירונימוס שרייבט אז די אידן האבן גע'דרש'ענט דעם פסוק אין
דניאל )י"א, ל"ד( ובהכשלם יעזור עזר מעט, בהיכשלם - בימי גלוס, יעזרו עזר מעט – בימי
יוליאנוס.
אן אנדערער נוצר י שרייבט:
צא
זייט 92
טעקסט
ווען די גרויסע פון די כהנים וועלכע וואוינען אין טבריה האבן געהערט אז יוליאנוס גייט
אראפ קיין סוריא, האבן זיי זיך זייער שטארק געפרייעט און גענומען א דאנק-בריוו פון
זייער פאלק, און א קרבן פון דאס בעסטע פון זייער לאנד, און ארויפגעגאנגען קעגן דעם
וואס איז משוגע אזוי ווי זיי קיין תרסוס וואס איז אין קיליקיה, זיי זענען אנגעטוהן ]בגדי
כהונה[ און בלאזן שופרות, און גיבן איהם א דאנק ווי צו א גאט.
די אידן און די שלוחים פון יוליאנוס האבן צובראכן די יסודות פון די בנינים וואס זענען
געשטאנען אויפן מקום המקדש ]און די נוצרים האבן גע'טענה'ט אז זיי זענען פונעם
צווייטן בית המקדש[ און מען האט אנגעפאנגען צו בויען.
די ארבעט איז אבער נישט פארענדיגט געווארן און איז געקומען צו א פלוצלינג'דיגע ענדע
ווען א שטארקע ערדציטערניש האט באטראפן דאס פלאץ און גע'הרג'עט אסאך פון די
ארבעטער, זי איז נאכגעפאלגט געווארן פון א העלישע פייער באגלייט פון שטאקע
אויפרייסן – די ארבעט פון נוצרים אדער פון אונטערערדישע אנגעזאמעלטע גאזן פון
חורבן בית שני.
אין חז"ל ווערט די גאנצע מעשה נישט דערמאנט בפירוש, צו ווייל די ווייטאג איז גרויס
געווען, אדער ווייל זיי האבן געקענט באשטיין צו פארווישן סיי וועלכע קשר מיט יוליאנוס
דער 'כופר', למעשה טרעפן מיר אבער דער אמורא ר' אחא – וועלכער האט געלעבט אין
יענע צייט – זאגט אין ירושלמי 'בית המקדש עתיד להיבנות קודם מלכות בית דוד.'
אזוי אויך טענה'ן געוויסע אז דאס וואס ס'שטייט אין בראשית רבה )ס"ד( 'בימי רבי יהושע
בן חנניה גזרה מלכות הרשעה שיבנה בית המקדש' מיינט מען טאקע אונזער מעשה.
אויך זענען דא וואס זאגן אז דער אויפשריפט אויף איינע פון די שטיינער פונעם כותל '
ושש לבכם ועצמותם
וראיתם
און
כדשא' איז פון די תקופה,
ברענג מעגליך ט פון א איד בשעת'ן
צב
ארויס די געפיהלן בויען.
זייט 93
טעקסט
א זייפן מיט טעם...
וואס וואלט אייער לאקאלער זייפן געפעלשט? א חתימה? א הגהה?
מיט אביסל מער גאטטס וואלט ער זיך אונטערגענומען צו פעלשן א גאנצע בריוו, נו, כבר הי' לעולמים.
איינער מיט גאר אסאך גאטטס, איינער וואס ווערט אהער אראפגעשיקט איינמאהל אין א מילעניום, וועט שוין פעלשן א ירושלמי אויף קדשים, נישט מער און נישט ווייניגער נאר צוזאמענשטעלן א ג אנצע שקליא וטריא שלא הי' ולא נברא.
פארשטייט איהר מיר אבער אז עס געפונען זיך חתימות אויף דער וועלט, נאר נישט פונקט די וואס ער האלט אין די האנט, בריוו פעלן אויך נישט, און ירושלמיס זענען אויך פארהאן, דאס איז דאך דער ארבעט פונעם זייפן מוסיף צו זיין מחול אל הקודש, מן הדמיון אל המציאות.
גוט, די ארבעט ווערט אבער אפט לאנגווייליג.
וואס וואלט איהר אבער געזאגט צו א זייפן וואס וועט נישט זיין צופרידן פון עפעס ווייניגער ווי פאנטאסטישע דמיון, ער וויל מזכה זיין כלל ישראל מיט די העכסטע קוואליטעט סחורה כיד הדמיון הטובה עליו, אזא 'הנך אחד בכל דמיונות' ווי דער גור'ער רבי ז"ל האט זיך אויסגעדרוקט.
אזא איינער קען אויספארעמען גאר א נייע געדאנק, א נייע דזשאנרע, צוקנעטן דערצו א פאנטאסטישע מעשה געפעפערט מיט מיסטישע דמיון, און עס נאך אנקלעבן אויף איינע פון די שענסטע נעמען וואס כלל ישראל פארמאגט.
אזוי שפאצירנדיג צווישן ביבליאטעק ווענט, דורכאקערנדיג מיט דארשט פילפארביגע כתבי יד וואס דער אידישער פאלק האט פראדוצירט אין לויף פון די פארגאנגענע טויזנט יאהר, שטויס איך זיך אהן אין א כתב יד מיט'ן נאמען 'איוב', שוין, וואס קען עס שוין זיין, מן הסתם נאך איינס פון פילע כתבי הקודש געשריבן אויף קלף.
צג
זייט 94
טעקסט
אבער דאך, לאמיך כאפן א שנעלן בליק, גיב איך אזא מיש אריין ערגעץ אינדערמיט, און,
והנה, עס אנטפלעקט זיך פאר מיינע אויגן א מחזה שלא מעלמא הדין, איך קען עס אייך
נישט מסביר זיין
אין ווערטער,
זי רעדט נישט
ווייל
אונזער שפראך,
א
אלזא כאפט
בליק און
זעהט אליין.
און
איך מיש אהין
און
כ'מיש אהער,
א גאנצע ספר
יא,
וואס רופט זיך 'איוב' אנגעפילט מיט מאדנע צורות און פינטלעך, וואס גייט דא פאר?
מיש איך שנעל צוריק צום אנפאנג, פילייכט וועל איך דארטן געפונען עפעס אינפארמאציע
געשריבן אין א שפראך וואס מיר ערדלינגען פארשטייען, והנה, לשמחתי כי רבה, זעה איך
אז עס האט א הקדמה פון צוואנציג זייטן, מיט נייגער גיב איך קודם א קוק צום סוף
הקדמה – לאמיך זעהן ווער חתמ'עט איהר, און אט דאס ליינען מיינע אויגן: כה דברי משה
בר מיימון מעיר קודובה אשר בספרד ותשלום המלאכה בשנת ארבע אלפים ותשע מאות
ותשעה וששים לבריאות עולם.
איך כאפ זיך גוט אהן אין בענקל וועלכע וויל מיר צו די ערד ווארפן, כ'ציפ זיך די אויגן און
וויש מיך די אויערן... וואאאאאס???!!!! זעה איך גוט? איך הער שוין דעם מלאך מיר
שושקען א ין די אויערן ווי כ'האב דא מגלה געווען אויסער-וועלטליכע פארבארגענישן
פונעם הייליגן רמב"ם.
כ'נעם זיך צוזאם מיינע צוויי הונדערט און עפעס אברים און כ'הייב אהן ליינען פון אנפאנג
הקדמה:
הנני יושב פתח האוהל לראות אם יש עובר ושב להכניסו בדלתות ביתי בדברים נאים
המפתים, ואומר בא ברוך ה' אשריך שזכית לדפוק ולכנס בשער וכו' אל נא תעבור עד
צד
זייט 95
טעקסט
שתקרא ההקדמה מתחילתה ועד סופה, כי בזולתה יהיה לך ספר זה כדברי ספר החתום
אל
יתנו אותו
אשר
ספר לאמר קרא
יודע נא זה, ואמר
לא אוכל כי ובדרך
הוא וכו'
חתום
קצת
קצר אודיעך פה
מענין הספר וכתיבתה כי
כבר הארכתי בזה
בהקדמה לספר
בראשית.
כאשר התעו אותי
ויהי
אלהים מבית אבי ומארץ מולדתי ורדפוני טלטול אחר טלטול וכו' עד אשר הביאני אלהים
לבית האדון הטפסר והנגיד מהור"ר אברהם קונק"י אשר שם ישיבתו בעיר מצרים, ונתתי
לבי לתור ולדרוש אחר הספרים אשר היה לו ומצאתי קונטרס אחד אשר היה נכתב בכתב
הזה, ונשתוממתי על המראה ועל הכתב הזה אשר מעולם לא ראיתי, ושאלתי לאותו הגאון
על המראה ועל הכתב הזה.
והשיב לי, כתב זה )זה( יש סוד גדול ונורא בקשר בימי עזרא ונחמיה, כאשר היו רוצים
לכתוב מבבל לירושלים על אודות בנין ירושלים, באשר שהמלך כורש הותר להם לילך
ולבנות חורבות ירושלים, וסנבליט החורני ושמשי ... בנו של המן הרשע היו שונאים
לישראל והיו רוצים לעצור הבנין והיו גוזלים האגרת משלוחי היהודים, ועל זה התפלל
עזרא ונחמיה אל השם תפלות גדולות שיתן להם השם שכל והבנה )שיוכלין( ]שיוכלו[
לכתוב בלשון שיבינו ובצורות אחרות מה שאין יכולין לקרא הרשעים ההם.
ובא מלאך אחד ונתן להם כתב זה על פתקא אחת צורות האותיות, ולמד להם הכתב הזה
כסדר הזה...
דא איז דער רמב"ם מסביר ווי א זוי די נייע שרייב-סיסטעם ארבעט, מען צוטיילט די אלף
בית אין ניין גרופעס פון דריי כזה: איק בכר גלש דמת הנך וסם זען חפף טצץ, קעגן דעם
זענען דא ניין גרופעס פון נייע צורות וואס דער מלאך האט מגלה געווען, און העכער די
צורות געפונען זיך פינטלעך, איין פינטעל מיינט אז די צורה געהער פאר די ערשטע אות
פון די גרופע, צוויי פינטלעך איז פאר די צווייטע אות, אא"וו – זעה בילד.
צה
זייט 96
טעקסט
האב איך איהם
געפרעגט
–דער איז
רמב"ם
ממשיך –
עס איז טאקע
געשעהן
אזא גרויסע
נס, אבער
פארוואס
פונקט מיט דעם
סדר
האותיות? האט ער מיר גענטפערט ווייל די אידן זענען געווען אפגעשוואכט אין תרומות
ומעשרות, פארדעם האט דער אויבערשטער זיי מרמז געווען מצוות מעשר אין דעם כתב,
'איק בכר', א' איז מעשר פון י', י' איז מעשר פון ק', ב' איז מעשר פון כ' און כ' פון ר' אא"וו.
נאך גרויסע הפצרות האט ער מיר געגעבן רשות דאס מעתיק צו זיין, און כ'האב געטראפן
עטליכע קליינע שינויים.
די קומענדיגע 14 בלעטער איז דער רמב"ם פארנומען ארויסצוברענגען די תמצית און
נקודה פון ספר איוב, מיט זיין אייגנארטיגן גאלדענע שפראך, נאכ'ן בלעטערן א מינוט זעה
איך אז די ווערטער און תוכן זענען מיר שטארק קענטיג, א רגע דערנאך האט עס ביי מיר
אויפגעבליצט, יא, עס איז ווארט פאר ווארט פון מורה נבוכים ]וואס כ'האב געברענגט
דא[.
צום סוף גיבט ער א ווארף אריין נאך א באונעס שמאנצע אינעם שאפפינג קארט: עס קען
אז דער כתב וואס
זיין
האט זיך אויפגעשריבן
ביי בלשאצר אויפן
וואנט און
קיינער האט עס
נישט געקענט ליינען
אפשר
חוץ דניאל,
עס געווען געשריבן
איז
מיט דעם נייעם הימלישן
חכם
כתב, און דער
שרייבט נאך ארויס ווי
געווען
אזוי עס וואלט
געשריבן – זעה בילד.
צו
זייט 97
טעקסט
מדור - וויסנשאפט
די א"ב פון רעלאטיוויטי
דער שיעור איז געבויעט אויפן בוך The elegant universe פון ברייען גרין.
במאמר המוסגר: איך האלט נאך אינמיטן ליינען דעם בוך, און כ'האלט נאך ווייט פון ארויסהאבן די תורה על בוריה, דאס וואס איך שרייב האף איך ארויסצוהאבן, אבער ווייטער טיעפער און זייטיגער וועליך מן הסתם נישט קענען ענטפערן, אויב האלט איהר שוין ביי יענע מדרגה קוקט אריין אין פ"ק אשכול, אפשר וועט אייך דארט פארענטפערט ווערן.
דר"א, וויפיהל כ'האב שוין געליינט פונעם בוך איז מיר אויסגעקומען אז וועלנדיג עס האלטן אויף א באקוועמע מדרגה און אויפן שפראך פונעם עמך, איז ער אמאל מוותר פון אריינקריכן גאר גאר טיף, אבער מצד שני האביך שוין געהאט אז קודם לייגט ער עפעס אראפ כלליות'דיג און אויבערפלעכליך, און דערנאך קומט ער צוריק צו די פרטי פרטים, אלזא: סיט בעק ענד אינדשוי די רייד.
פרק א'
צעהן יאהר האט אלבערט איינשטיין זיך געמוטשעט מיט א פאראדאקס בנוגע די ספיד אוו לייט און די כללים פון תנועה, לויט ווי אייזיק ניוטאן האט עס געהאט אוועקגעשטעלט, ביז ער האט מחדש געווען די טעאריע פון ספעשל רעלאטיוויטי, און אין יוני 1905 האט ער עס אריינגעשיקט אינעם דייטשן ,Annals of Physics איבערדרייענדיג דערמיט אויף אייביג די סאמע יסודות פון די וועלט און איהרע אייגענשאפטן, מיט מסקנות וואס זענען סותר די פשוט'סטע הנחות וואס מיר בויען אויף וואס מיר עקספיריענסן אינעם טאג-טעגליכן לעבן.
דער פאראדאקס
צז
זייט 98
טעקסט
דער פאראדאקס וואס האט געמוטשעט איינשטיין ]און אזוי אויך אלע וועלט'ס פיזיקער, נאר צום מזל האט איינשטיין נישט געוואוסט דערפון, ווייל זיי זענען געגאנגען מיט קרומע מהלכים[ איז אזוי:
אין די מיטעלע 1800 יאהרן האט דער סקאטישער סייענטיסט James Clerk Maxwell אויסגעבויעט די טעאריע פון ,Electromagnetism איינע פון די תוצאות פון זיין ארבעט איז געווען אז עלעקטרא-מאגנעטיק כוחות פארן מיט א באשטימטע אומטוישבארע שנעלקייט, א שנעלקייט וואס איז אויסגעקומען צו זיין גענוי ווי די שנעלקייט מיט וואס ליכטיגקייט פארט – ספיד אוו לייט, וואס פון דעם האט זיך מאקסוועל געכאפט אז 'לייט' איז טאקע א געוויסער סארט עלעקטרא-מאגנעטישער וועיוו, וואס ווען עס טרעפט זיך צוזאם מיט די קעמיקאלן וואס געפינען זיך אינעם אויג ברענגט דאס די זאך וואס מיר רופן 'זעהן.'
עכ"פ, וואס עס איז אונז נוגע איז אז מאקסוועל והבאים אחריו האבן מוכיח געווען אז אלע עלעקטרא-מאגנעטישע וואלן, ובתוכם זעה'דיגע ליכטיגקייט, פארן אלעמאל מיט זייער באשטימטע שנעלקייט, זיי שטעלן זיך קיינמאל נישט אפ, מען קען זיי קיינמאל נישט פארשטייטערן - לייט פארט אלעמאל מיט די ספיד אוו לייט.
אלעס איז פיין און וואויל ביז מיר וועלן פרעגן: וואס וועט געשעהן אויב מיר וועלן נאכלויפן א שטראם פון ליכטיגקייט - מיט די שנעלקייט פון לייט ספיד?
איז שכל הישר, מושרש אין ניוטאן'ס געזעצן פון תנועה, זאגט, אז מיר וועלן דעריאגן די ליכטיגקייט, אזוי אז ס'וועט אויסזעהן ווי די ליכטיגקייט איז געבליבן שטיין אויף איין פלאץ, פונקט ווי ווען מען פארט אויפן סאבוועי און אויפן דערנעבנדיגן טרעק פארט נאך א באן מיט די זעלבע שנעלקייט, זעהט עס אויס ווי מיר ביידע שטייען אויפן פלאץ ]סטעישאנערי[,
דא שטעקט אבער דער פראבלעם, לויט די טעאריע פון מאקסוועל, און אזוי האט מען באשטעטיגט דורך פארשידענע אבזערוואציעס, איז נישט דא אזא מציאות פון שטייענדיגע ליכטיגקייט, ס'איז נישט קיין נפק"מ וואס דיין מצב איז, אלעמאל וועסטו זעהן ווי די ליכטיגקייט אנטלויפט פון דיר ]אדער לויפט צו דיר[ מיט די ספיד אוו לייט.
כדי צו פארענטפערן די פראבלעם האט איינשטיין מחדש געווען די טעאריע פון ספעשל רעלאטיוויטי, און מיט דעם איבערגעדרייעט אויף אייביג אונזער הבנה פון זמן און מקום, און ווי די פשוט'סטע פאקטען אין די וועלט זענען אנדערש פאר צוויי יחידים וואס אבזערווירן איהר ]אבזערווערס[, עז ווי שאל סי אין די נעקסטע פרקים.
צח
זייט 99
טעקסט
פרק ב'
די עפעקטן פון ספעשל רעלאטיוויטי אין אונזער טעגליכן לעבן און פארוואס מיר באמערקן איהר נישט
אז מען טראכט אריין, זענען דא אסאך מצבים אין אונזער טעגליכן לעבן וואס ווען צוויי יחידים ]להלן: אבזערווערס[ באטראכטן עס, יעדער פון זיין קוק-ווינקל, זעהט יעדער פון זיי אן אנדערע מצב ווי דער צווייטער.
ביימער אויף די זייט פונעם הייוועי זעהן אויס ווי זיי רוקן זיך – פונעם דרייווער'ס קוק-ווינקל, אבער פונעם קוק-ווינקל פון א הייקער וואס רוהט זיך אפ ביים זייט פונעם וועג, זעהן די ביימער אויס צו שטיין אויף איין פלאץ, און דאס פארקערטע וועלן זיי זאגן אויפן דעשבאורד פון די קאר, ווי דער דרייווער קוקט עס אהן שטייט די דעשבאורד אויף איין פלאץ] ווי גרין זאגט ,[one hopes: אבער דער הייקער זעהט ווי די דעשבאורד, פונקט ווי די גאנצע קאר, רוקט זיך, די אבזערוואציעס זענען אזעלכע פשוט'ע און איינגעפעדימ'טע חלקים אין אונזער לעבן, אז מיר געבן נישט אוועק דערפאר קיין סאך אויפמערקזאמקייט.
ספעשל רעלאטיוויטי זאגט אבער אז די חילוקים אין די מציאות וואס צוויי אבזערווערס זעהן פאר זיך זענען אסאך טיפער און יסודיות'דיגער, ספעשל רעלאטיוויטי טענה'עט אז צוויי יחידים וואס זענען אין א רעלאטיווע תנועה איינער צום אנדערן ]'רעלאטיוו מאושן', ד.ה. אז איינער רוקט זיך לגבי דעם צווייטן, מער איבער דעם אינעם נעקסטן פרק בע"ה, אבער אויף דערווייל לאמיר עס באטראכטן ווי איינער רוקט זיך און דער צווייטער שטייט אויפן פלאץ[ וועלן נישט מסכים זיין אויף 'זמן' און 'מקום.'
דהיינו, צוויי אבזערווערס וואס זענען אין רעלאטיוו מאושן און זיי ביידע טראגן אקוראט די זעלבע האנט-זייגערס, וועלן זייערע זייגערס קלאפן מיט אן אנדערע שנעלקייט, און ממילא וועלן זיי נישט מסכים זיין איינער צום צווייטן וויפיהל צייט עס איז פאריבער צווישן צוויי געשעהנישן – למשל פון ווען ס'האט אנגעהויבן רעגענן ביז עס האט אויפגעהערט ]די סיבה פון רעדן וועגן צוויי געשעהנישן איז מכח די פראבלעם פון מגדיר זיין וואס איז דאס 'צייט' בעצם – ווי מיר וועלן שפעטער זעהן[.
אזוי אויך וועלן זיי זיך נישט קענען פאראייניגן איבער 'מקום', דהיינו 'דיסטענס' – ווי ווייט איז פון פאינט א' צו פאינט ב', ווי מיר וועלן באלד זעהן, די פונקטליכסטע כלים וועלן באשטעטיגן גענוי וואס איינשטיין האט פארגעזאגט, אז 'ספעיס' און 'טיים' ]גערעכט
צט
זייט 100
טעקסט
דורך 'דיסטענס' און 'דורעישאן' – ווי לאנג עפעס האט געדויערט[ ווערן נישט
עקספיריענסט די זעל בע דורך צוויי אבזערווערס אין רעלאטיוו מאושן.
עס איז שוין איבער 100 יאהר פון ווען איינשטיין האט אינפארמירט די וועלט מיט זיינע
חידושים, און פונדעסטוועגן באטראכטן מיר נאך זמן און מקום ווי אבסאלוטע טערמינען,
ספעשל רעלאטיוויטי ליגט אונז עפעס נישט אין די ביינער, עס איז נישט קיין חלק פון
אונזער מושכל ראשון אז זמן און מקום ווענדן זיך אין תנועה, און די סיבה דערפאר איז
פשוט: די עפעקטן פון ספעשל רעלאטיוויטי ווענדן זיך אין ווי שנעל מ'רוקט זיך, און אין
אונזער וועלט פון קארס, עראפלאנען און אפי' ספעיס שאטעלס זענען די אפעקטן גאר
גאר גאר קליין, מאכט נישט קיין טעות, די עפעקטן פון ספעשל רעלאטיוויטי זענען דא ביי
יעדע תנועה, נאר ביי אונזערע מושגים פון תנועה זענען זיי אזוי קליין אז מיר זענען נישט
משים לב צו זיי, זאל אבער איינער – למשל - כאפן א נסיעה מיט א שאטעל וואס פארט
מיט א חלק ניכר פון די ספיד אוו לייט, וועלן די עפעקטן פון ספעשל רעלאטיוויטי זיין
ניכר לעין כל.
ארויסצוהאבן די אפעקטן וואס ספעשל רעלאטיוויטי האט למעשה אויף אונזער טעגליכן
לעבן, שטעלט אייך פאר אז 'רזה' האט זיך נארוואס געקויפט א נייע קאר, און ער גרייט
זיך עס אויסצופ ראבירן אויף א סטריפ וואס איז א מייל לאנג, ער אליין האט א סטאפ-
וואטש זיך צו טיימען, און אזוי אויך האט ער געבעטן זיין ברודער 'שמן' ער זאל שטיין
אויף די זייט פונעם ראוד און איהם טיימען, וכך הוה, און רזה האט אראפגעדרייווט דעם
גאנצן מייל מיט א שנעלקייט פון 120 מייל א שעה, איז פאר איינשטיין וואלט קיינער נישט
געווען מסופק אז אויב האבן ביידע ברודער א גוטן זייגער וועלן זיי ביידע ווייזן פונקט די
זעלבע סכום פארלאפענע צייט, ספעשל רעלאטיוויטי זאגט אבער פאר אז הגם שמן'ס
זייגער וועט טאקע ווייזן 30 סעקונדן 1] מייל, 120 מפ"ש = 30 ,[sec וועט אבער רזה'ס
זייגער ווייזן אז עס איז נאר דורכגעלאפן 29.99999999999952 סעקונדן, א משהו ווייניגער,
מיט אזעלכע קליינע חילוקים איז טאקע נישט קיין וואונדער אז מיר שפירן נישט די
עפעקטן פון ספעשל רעלאטיוויטי אין אונזער טעגליכער עקספיריענס.
אזוי א ויך וועלן די צוויי ברידער זיך נישט קענען פאראייניגן אויף מקום-דיסטענס, למשל,
ס'איז איינגעפאלן פאר שמן א מהלך ווי אזוי אויסצומעסטן די לענג פון די קאר: ווען די
פארנט פון די קאר וועט אנקומען צו איהם וועט ער אנצינדן זיין סטאפ-וואטש, און ווען
די בעק פון די קאר וועט איהם אדורכפארן וועט ער עס סטאפן, און אזוי ווי ער ווייסט אז
רזה פארט 120 מפ"ש וועט ער לייכט קענען אויסרעכענן ווי לאנג די קאר איז, וכך הוה,
זאגט איינשטיין פאר אז אויב האט רזה געמאסטן די קאר ביים דילער – ווען עס איז
געשטאנען אויף איין פלאץ - צו זיין 16 פוס לאנג, וועט שמן יעצט זעהן אז עס איז נאר
15.99999999999974 פוס לאנג, צו א קליינע חילוק אז מיר זאלן דאס באמערקן טעגליך.
הגם די עפעקטן וואס מיר עקספיריענסן זענען גאר קליין, ווייזט דאס אבער אויף א
יסודיות'דיגער טעות אין אונזער הבנה פון זמן און מקום ווי כאילו זיי זענען אבסעלוטע
ק
זייט 101
טעקסט
יונעווערסעל טערמינען, ווי נאר די ספיד פון רזה וועט ארויפגיין צו א חלק ניכר פון די ספיד אוו לייט ]- 670 מיליאן מפ"ש, וואס איז אגב די מאקסימום מעגליכע ספיד בעוה"ז הגשמי[ וועט זיין זמן און מקום ווערן גאר ווייט אפגערוקט פון זיין ברודער שמן, למשל, אויב וועט רזה פארן ביי 580 מיליאן מפ"ש ]87 פראצענט פון די ספיד אוו לייט[ וועט אלעס געשניטן ווערן אין האלב, ווען שמן וועט מעסטן די קאר וועט עס איהם אויסקומען צו זיין 8 פוס אנשטאט 16, און אויף רזה'ס זייגער וועט נאר האבן דורכגעגאנגען האלב פון די צייט ו ואס עס איז דורך אויף שמן'ס.
ווען אזעלכע ספיד'ס וואלטן געווען א חלק פון אונזער לעבן וואלטן די אפעקטן געווען א פשוט'ער חלק פון לעבן און עס וואלט זיך זיי נישט געקומען מער שימת לב ווי די ביימער אויף די זייט פון א הייוועי, אזוי ווי עס איז אבער נישט אזוי, איז כדי דאס צו קענען מקבל זיין און פארשטיין פארוואס דאס איז אזוי, דארפן מיר זיין גרייט איבערצודרייען אונזער גאנצער בליק אויף די וועלט און ווי זי ארבעט.
עד כאן איז געווען כעין הקדמה, אינעם קומעדיגן פרק וועלן מיר בע"ה אנהייבן מבאר זיין די צוויי יסודיות'דיגע חלקים פון ספעשל רעלאטיוויטי: די פרינסיבעל אוו רעלאטיוויטי, און די ספעציעלע אייגענשאפטן וואס לייט פארמאגט.
פרק ג'
ווי דערמאנט איז ספעשל רעלאטיוויטי אוועקגעשטעלט אויף צוויי יסודות, איינס איז די ספעציעלע אייגענשאפטן וואס לייט האט, און צו דעם וועלן מיר צוקומען אינעם נעקסטן פרק בע"ה, און דער אנדערער איז 'די פרינסיבל אוו רעלאטיוויטי', וואס וועט זיין אונזער נושא אין דעם פרק.
The principle of relativity
אנדערש ווי די ספעציעלע תכונות פון לייט, גיבט זיך די פרינסיבל אוו רעלאטיוויטי נישט אפ מיט א ספעציעלע פרט, עס איז ענדערש א כלל – און א הבנה – אין די כללים ]להלן: חוקים[ פון תנועה, און אין א געוויסע זין די חוקים פון פיזיקס בכלל.
קא
זייט 102
טעקסט
עס זאגט אזוי: ווען מיר ווילן זאגן א סטעיטמענט איבער די ספיד אדער וועלאסעטי ]די ספיד און די ריכטונג פון די תנועה[ פון א חפץ, מוזן מיר אויך קלארשטעלן ווער עס רעכענט אדער לגבי וואס מ'רעכנט עס, ד.ה., מען קען נאר זאגן: יאנקל איז מיר דורכגעפארן ביי 100 מפ"ש, אבער סתם צו זאגן: יאנקל איז געפארן 100 מפ"ש, זאגט גארנישט, כדי צו פארשטיין וואס דאס מיינט און פארוואס עס איז אזוי שטעלט אייך פאר אזא מצב:
ראובן, אנגעטוהן אין א ספעיס-סוט וואס האט אויף זיך א קליינע רויטע לייט, שוועבט ארום אין די אבסעלוטע טינקעלקייט פון ספעיס, מיליאנען ליכט יאהר ווייט פון סיי וואספארא פלאנעטן שטערן און גאלאקסיעס, פון זיין פרעספעקטיוו איז ער אינגאנצען סטעישאנערי ]=שטייענדיג אויף איין פלאץ, אהן קיין תנועה[, איינגעהילט אין די נאקעטע-טויטקייט ] ;( [ פון ליידיגע ספעיס.
פלוצלינג זעהט ער פון די ווייטענס א קליינע גרינע לייט וואס ווערט אלץ נענטער און נענטער, ביז ער זעהט אז דאס איז זיין חבר שמעון וואס קומט צו שוועבן, שמעון פארט איהם אדורך שאקלט איהם מיט די האנט לאות שלום, ראובן שאקלט צוריק און שמעון שוועבט זיך אוועק אריין אין טיפען ספעיס.
פונקט די זעלבע מעשה קען מען זאגן – מיט'ן זעלבן תוקף – פון שמעון'ס פראספעקטיוו, עס הייבט זיך אהן ווי שמעון געפינט זיך איינער אליין אין ספעיס, פלוצלינג דערזעהט ער א קליינע רויטע לייט וואס ווערט אלץ נענטער, ער זעהט ווי ראובן קומט צו שוועבן, זיי באגריסן זיך מיט די האנט און ראובן שוועבט אוועק.
די צוויי מעשיות האבן ביידע אראפגעלייגט איין און די זעלבע סיטואציע פון צוויי אנדערע קוק-ווינקל'ן, וואס ביידע פון זיי זענען אייניג אמת, ביידע אבזערווערס שפירן זיך ווי זיי זענען סטעישאנערי און דער אנדערער איז דער וואס פארט איהם פארביי, איז וואס איז דער אמת? דער אמת איז אז ביידע זענען גערעכט ]ווי מיר וועלן באלד זעהן אז דאס מיינט 'תנועה', תנועה - בדרך כלל - שטעלט נישט פאר מיט זיך א דבר מוחלט בעצם[, מען קען טאקע נישט קובע זיין אז איין פערספעקטיוו איז ריכטיג און דער אנדערער איז פאלש ]און עס איז טאקע אזוי, נישט נאר מחמת חסרון ידיעה[.
דער דערמאנטער משל ברענגט ארויס די קאנצעפט פונעם פרינסיבל אוו רעלאטיוויטי: 'תנועה' איז נישט קיין דבר מוחלט, 'תנועה' איז רעלאטיוו, אין אנדערע ווערטער: ווען איין זאך רוקט זיך פארביי א צווייטע זאך קען מען נישט קובע זיין באופן מוחלט אז א' איז דורכגעפארן ב', ווייל מען קען עס פונקט אזוי אנקוקען פארקערט: ב' איז דורכגעפארן א' ]אין די פארקערטע ריכטונג פארשטייציך[, ממילא מוז מען אנצייכענען א בענטשמארק קעגן וועם מ'רעכענט די תנועה, למשל: שמעון איז געפארן 10 מפ"ש אדורך ראובן, ד.ה. רעלאטיוו מאושען – שמעון איז געפארן 10 מפ"ש רעלאטיוו צו ראובן, אבער צו זאגן סתם שמעון איז געפארן 10 מפ"ש זאגט גארנישט, ווייל דו האסט נישט אנגעצייכענט רעלאטיוו
קב
זייט 103
טעקסט
צו וועמען ער איז געפארן 10 מפ"ש – לגבי זיך אליין איז ער סטעישאנערי און רעלאטיוו צו א פליגער ]ווען עס פארט שוין סטעדי, ראה להלן[ איז ער געפארן 700 מפ"ש.
גאר א וויכטיגער תנאי אין אונזער משל איז די פאקט אז סיי ראובן און סיי שמעון זענען ביידע אין א מצב פון פארס-פרי קאנסטענט וועלאסעטי מאושען ]ד.ה. זייער תנועה טוישט נישט ספיד )עקסעלערעיטעד מאושען( און טוישט נישט דירעקציע )וועלאסעטי([, קיינער האט זיי נישט געשטיפט געשלעפט אדער משפיע געווען אויף זיי באיזה אופן שיהי', און די סיבה דערצו איז גאר פשוט, אויב געשעהט א שינוי אין די ספיד אדער דירעקציע פון די תנועה פון די אבזערווערס וועלן זיי דאס שפירן, למשל, אויב זאל ראובן האבן א דזשעט-פעק אויפן רוקן וואס שטיפט איהם שנעלער און שנעלער פאראויס, וועט ער וויסן – מיט פארמאכטע אויגן, אנדעם וואס ער זאל זיך דארפן באטראכטן רעלאטיוו צו עפעס אנדערש – אז ער ריקט זיך, און מער וועט ער נישט קענען מכריז זיין אז ער איז דער וואס שטייט אויף איין פלאץ בשעת די גאנצע וועלט פארט איהם פארביי.
ממילא דארף מען אוועקשטעלן דעם כלל אזוי: תנועה אין א שטענדיגע ספיד וואס טוישט נישט דירעקציע איז רעלאטיוו, נאן-קאנסטענט-וועלאסטי ]ובכלל זה עקסעלערעיטעד מאושן[ שוין נישט.
מיר האבן אוועקגעשטעלט דעם משל אינעם טינקעלקייט פונעם אומ-ענדליכן ספעיס, ווייל מיט'ן אוועקנעמען די באקאנטע סביבה פון גאסן און בנינים פארוועמען מיר גיבן – הגם נישט מיט רעכט – דעם ספעציעלן סטאטוס פון 'סטעישאנערי' פארשטייט זיך בעסער די קאנצעפט פון רעלאטיוויטי, אבער די אמת איז אז מיר עקספיריענסן דאס גאנץ אפט דא אין אונזער וועלט.
שטעלט אייך פאר אז נאכן איינשלאפן אויפן טרעין וועקט איהר זיך אויף פונקט ווען די טרעין האלט אינמיטן אריבער פארן אן אנדערע טרעין וואס פארט אויף די דערנעבענדיגע טרעק פאראלעל מיט דיין טרעין, מיט'ן אויסקוק פונעם פענסטער אינגאנצן פארשטעלט דורך דעם אנדערן טרעין ]און ממילא קענסטו נישט זעהן קיין דרויסענדיגע זאך[ וועסטו פאר א מינוט נישט זיין זיכער צו דיין טרעין איז דער וואס ריקט זיך, יענער איז ווער עס ריקט זיך אדער ביידע ריקן זיך, אודאי אויב דיין טרעין וועט זיך שאקלן און ווארפן, אדער וועט אינדערמיט טוישן דירעקציע וועסטו שפירן אז דו ריקסט זיך, אבער אויב האלט דיין טרעין אהן א סמאוט קאנסטענט-וועלאסעטי, די זעלבע ספיד און דירעקציע, וועסטו אבזערווירן רעלאטיוו מאושן צווישן ביידע טרעין'ס, און נישט קענען זאגן זיכער ווער עס ריקט זיך.
איינשטיין, מושרש אין גאלילעאו, האט עס גענומען נאך ווייטער: ווען מען זאגט אז דורך די כלל פון רעלאטיוו מאושן קען זיך יעדע אבזערווער באטראכטן אלץ סטעישאנערי איז עס אמת עד הסוף, דאס הייסט אז איינער איז איינגעשפארט אין א טרעין אהן קיין פענסטער וואס פארט מיט א שטענדיגע ספיד און עפ"י רעלאטיוו מאושן קען ער נישט
קג
זייט 104
טעקסט
שפירן צו ער שטייט אדער פארט, איז נישט נאר דער ווארט אז ער קען נישט שפירן, נאר ער וועט אויך נישט קענען מאכן קיין שום פיזיקל עקספערימענט וואס זאל איהם מודיע זיין זיין מצב, אויב זאלן ראובן און שמעון שוועבן אין זייערע אייגענע ספעיס סטעישאן'ס דורכפיהרענדיג פארשידענע עקספערימענטן, וועלן די תוצאות פון ביידע עקספערימענטן מוזן זיין אקוראט די זעלבע, נישט זיי און נישט זייערע עקספערימענטן קענען פיהלן, ד.ה. זיין תלוי אדער נשפע ווערן באיזה אופן שיהי', פון מאושן וואס איז נישט מוחלט, עס איז נאר רעלאטיוו.
אין אנדערע ווערטער קומט מען נאכאמאל שולל זיין אז דאס וואס רעלאטיוו מאושן האט נישט קיין שום באדייט פאר זיך אהן דעם וואס מען זאל מאכן א דירעקטע אדער אומדירעקטע צושטעל צו א דרויסענדיגער זאך, איז נישט נאר א חיצוניות'דיגער נקודה, דהיינו עפעס א חסרון ידיעה אז איך קען נישט דערגיין צו איך גיי אדער שטיי, אדער אז קיינער קען מיר נישט אפווענדען אויב וועל איך מכריז זיין אז איך שטיי און יענער גייט, נאר עס איז באמת אזוי, רעלאטיוו תנועה ]קאנסטענט וועלאסעטי[ איז באמת נישט קיין תנועה און האט באמת נישט קיין שום באדייט נישט פאר דיר נישט פאר דיינע עקספערימענטן און נישט פאר קיין שום זאך אין דער וועלט, נאר רעלאטיוו צו עפעס אנדערש – עפעס א בענטשמארק וואס לגבי איהם ביסטו אין מאושן.
עד כאן די פרינסיבל אוו רעלאטיוויטי, אין נעקסטען פרק אי"ה איבער לייט און די מאדנע מסקנות וואס עס ברענגט מיט זיך.
ווייסן מיר שוין וואס דאס איז 'די פרינסעבל אוו רעלאטיוויטי', אז ווען צוויי אבזערווערס ]זיי אבזערווען זייער און\ אדער יענעמס מצב[ זענען אין 'רעלאטיוו מאושען', ד.ה. אז זיי ריקן זיך אין א קאנסטענט וועלאסעטי ]זיי טוישן נישט ספיד אדער דירעקציע[, דעמאלטס איז עס טאקע נאר רעלאטיוו מאושן, דהיינו אז איינער ריקט זיך לגבי דעם צווייטן, אבער יעדער פאר זיך האט א רעכט צו קלעימען אז ער שטייט אויף איין פלאץ און דער צווייטער איז דער וואס ריקט זיך, און אזוי וועלן אויך מסכים זיין אלע עקספערימענטן וואס ער וועט מאכן, אלע וועלן זיך אויפיהרן ווי ער שטייט אויף איין פלאץ, ווייל דאס איז טאקע דער אמת, ער שטייט, נאר רעלאטיוו צו יענעם איז דא מבין שניהם א רעלאטיוו מאושן.
יעצט לאמיר זעהן די צווייטע זאך אויף וואס ספעשל רעלאטיוויטי איז געבויעט: די ספעציעלע אייגענשאפטן וואס לייט האט אנדערש ווי אלעס וואס מיר באגעגענען אין אונזער טעגליכן לעבן, א חידוש וואס אין הדעת סובלתו.
פרק ד'
קד
זייט 105
טעקסט
די ספיד אוו לייט
ווי געשמועסט פריער האט קיין שום זאך נישט א באשטימטע ספיד, מען קען נישט זאגן סתם ראובן פארט 10 מפ"ש, מען דארף אלעמאל אנצייכענן א בענטשמארק וואס לגבי יענץ ריקט זיך ראובן 10 מפ"ש, אויב באטראכט מען ראובן פון די זייט פון די ראוד פארט ער טאקע 10 מפ"ש, אבער אויב לויפט מען אונטער איהם ביי 6 מפ"ש דעמאלטס ריקט ער זיך נאר פון דיין פרעספעקטיוו ביי 4 מפ"ש.
א יוצא מן הכלל איז די ספיד אוו לייט, הונדערט יאהר פון עקספערימענטן באשטעטיגן אז לייט ריקט זיך אלעמאל ביי 670 מיליאן מפ"ש, אפגעזעהן די מצב פון דער וואס רעכענט, עס איז נישט קיין נפק"מ צו דו לויפסט צו די לייט, דו אנטלויפסט פון איהם, אדער דו שטייסט אויפן פלאץ, אלעמאל וועסטו זעהן ווי די לייט ריקט זיך 670 מיליאן מפ"ש.
צו פארשטיין וואס דאס מיינט, און ווי אזוי דאס איז עוקר מן השורש אונזער הבנה און מושכל ראשון אין תנועה זמן און מקום, לאמיר קודם פארשטיין ווי אזוי עס ארבעט תנועה ביי אלע אנ דערע זאכן.
שטעל זיך פאר אז דו שפילסט באל מיט דיין חבר, מ'ווארפט די באל אהין און צוריק ביי – לאמיר זאגן – 20 פיס א סעקונדע, אינמיטן רעגט זיך דיין חבר אויף און אנשטאט די באל כאפט ער א שטיין און ווארפט עס אין דיין ריכטונג, דו דרייעסט דיך אויס און דו הייבסט אן אנטלויפן, די שטיין וועט נאך אלץ פליען אין דיין ריכטונג, אבער וויבאלד דו אנטלויפסט וועט די ספיד מיט וואס די שטיין דערנענטערט זיך צו דיר זיין ווייניגער ווי 20 פיס א סעקונדע, אויב דו קענסט לויפן ביי 12 פיס א סעקונדע, וועט דיין פערסעפשן זיין אז די שטיין דערנענטערט זיך צו דיר מיט א שנעלקייט פון 8 פיס א סעקונדע ]-12 20 = 8 [, אין אנדערע ווערטער: איינער וואס איז סטעישאנערי כאפט אויף ווי די ספיד פון א אנלויפענדע זאך איז שנעלער ווי איינער וואס אנטלויפט דערפון.
יעצט לאמיר באטראכטן די זעלבע מצב ביי לייט, 'לייט' איז א שטראם פון קליינע פעקלעך גערופן 'פאטאנס' וואס האלטן אינאיין ארויספליען פונעם לייט סארס ]די פלעשלייט וכדומה[, יעצט שטעלט אייך פאר אז אנשטאט א שטיין האט דיין חבר געכאפט א לעיזער פלעשלייט און די רגע ער צינדט עס אן פליעט ארויס די ערשטע פאטאן און הייבט אן לויפן אין דיין ריכטוג ביי 670 מיליאן מפ"ש.
אבער וואס וועט זיין אויב דו לויפסט אוועק? לאמיר זאגן אז דו דרייעסט דיך אויס און דו הייבסט אן אנטלויפן ביי 100 מיליאן מפ"ש, איז שכל הישר געבויעט אויף אונזער טעגליכער עקספיריענס זאגט אז מיר וועלן זעהן ווי די לייט פארשטייטערט זיך, און מיר
קה
זייט 106
טעקסט
וואלטן געזעהן ווי עס דערנענטערט זיך צו אונז נאר ביי 570 מיליאן מפ"ש ]670 מ. – 100 מ. = 570 מ.[, דאס איז אבער נישט וואס עס וועט געשעהן, דו וועסט נאכאלץ זעהן ווי די פאטאנס דערנענטערן זיך צו דיר מיט א ספיד פון 670 מיליאן מפ"ש ]הגם דאס איז אמת אז יעצט דארף ער קאווערן מער שטח דיך צו דערגרייכן ווייל דו אנטלויפסט, אבער צו דעם וועלן מיר שפעטער צוקומען[, עס הערט זיך טאקע 'קאמפליטלי רידיקיולעס' אבער דאס איז דער פאקט, אפגעזעהן די רעלאטיוו מאושן צווישן דער אבזערווער און די סארס אוו לייט, סיי צו דו אנטלויפסט פון איהם, סיי צו דו לויפסט צו איהם, אלעמאל וועסטו אויפכאפן די ספיד פון די לייט ביי די ספיד אוו לייט: 670 מיליאן מפ"ש.
די מאדנע מציאות וואס די אומטוישבארע ספיד פון לייט שטעלט מיט זיך פאר ברענגט אונז אטאמאטיש איבערצוקלערן אונזער הבנה אין זמן און מקום ווי כאילו זיי זענען אבסעלוטע טערמינען.
וואס איז דאס 'ספיד'? ספיד איז א צוזאמען-שטעל פון זמן און מקום\ שטח, אז איך זאג אז איך פאר 65 מייל א שעה מיינט עס אודאי אז אויב איך וועל אנהאלטן מיין יעצטיגע מצב פון תנועה פאר א שעה צייט וועל איך קאווערן א שטח פון 65 מייל, ממילא אז די ספיד אוו לייט איז סותר אונזער ביז יעצטיגע מהלך המחשבה, וועלן מיר פארשטיין אז דאס וועט זייער גרינג טוישן אונזער גאנצע הבנה אין 'זמן' און 'מקום.'
ע"כ די ספיד אוו לייט, אינעם נעקסטן פרק וועלן מיר בע"ה זעהן – מיט צוויי פשוט'ע משלים - ווי מיט די צוויי יסודות, די פרינסעבל אוו רעלאטיוויטי און די ספיד אוו לייט, קען מען זיך זייער לייכט איבערצייגן אז צייט לויפט אנדערש ביי איינעם ווי ביים צווייטן.
פרק ה'
די אפעקט אויף 'זמן' - חלק א'
אז מיר האבן זיך שוין באקענט מיט די צוויי יסודות, די פרינסעבל אוו רעלאטיוויטי און אז די ספיד אוו לייט איז קאנסטענט און אומטוישבאר, קענען מיר זיך זייער גרינג איבערצייגן אז אונזער הבנה אין 'זמן' איז פשוט נישט ריכטיג.
שטעלט אייך פאר אזא מעשה: צוויי מדינות וואס זענען אין קריג גרייטן זיך אונטערצושרייבן א הסכם, קיין איינער פון די פרעזידענטן וויל אבער נישט חתמ'ענן זיין
קו
זייט 107
טעקסט
קאפיע פונעם שטר פאר דער צווייטער חתמ'עט, זענען זיי אויפגעקומען מיט א המצאה, ביידע וועלן זיך זעצן ביי צוויי פארקערטע עקן פון א טיש, און פונקט אינדערמיט פונעם טיש וועט מען אוועקשטעלן אן אויסגעלאשענעם באלב, דערנאך וועט מען עס אנצינדן און לייט וועט ארויספליהען פונעם באלב אין די ריכטונג פון די צוויי, והי' ווען די ליכטיגקייט וועט זיי ביידע דערגרייכן דעמאלטס וועלן זיי חתמ'ענן דעם צעטל ביידע אויפאמאל, וכך הוי, און די צערעמאניע איז אריבער בשלום צו די צופרידענהייט פון ביידע צד דים.
א צייט שפעטער איז געווען א קריג צווישן מזרח-לאנד און מערב-לאנד, און ווען זיי האבן געהאלטן ביים חתמ'ענן א שטר הסכם האבן זיי זיך אויך באנוצט מיט דעם אויבן-דערמאנטן פאטענט, די איינציגסטע חילוק איז נאר אז די פרעזידענטן פון מזרח און מערב זיצן ביידע אויף א באן וואס פארט מיט א קאנסטענט וועלאסעטי ]עס טוישט נישט ספיד אדער דירעקציע[, אבער וואוסענדיג אז לויט'ן פרינסעבל אוו רעלאטיוויטי קען אזא תנועה נישט ברענגן קיין שום שינוי אין די חוקים פון פיזיקס, און זיי האבן א רעכט זיך צו באטראכטן ווי זיי שטייען אויף איין פלאץ, האבן זיי נישט צוגעלייגט קיין סאך מחשבה צום פאקט אז זיי זענען אויף א טרעין, און מען האט זיך געגרייט אויפ'ן מעמד החתימה.
ביידע פרעזידענטן האבן זיך געזעצט ביי די צוויי פארקערטע עקן פונעם טיש, דער פרעזידענט פון מזרח-לאנד מיט'ן פנים צו די דירעקציע וואו די באן פארט, און דער פרעזידענט פון מערב מיט'ן פנים אין די פארקערטע דירעקציע, מען האט אנגעצינדן די באלב וואס איז געשטאנען פונקט אינדערמיט, און אין די רגע וואס לייט האט דערגרייכט יעדער פון זיי האבן זיי אונטערגעשריבן דעם צעטל לשמחת כל המשתתפים אויפן באן וואס האבן מעיד געווען אז די ליכטיגקייט האט דערגרייכט יעדער פון די פרעזידענטן אין די זעלבע רגע.
למעשה האט אבער אויף די פלאטפארמע אויסגעבראכן מהומות, דארטן זענען געשטאנען חסידים פון מזרח און מערב און באטראכט די צערעמאניע אויפן באן, און ווי נאר מען האט גע'חתמ'עט האבן די מזרחיסטן אנגעהויבן פארפירן אז מען האט זיי אויסגענארט און זייער פרעזידענט האט גע'חתמ'עט פאר דער פרעזידענט פון מערב.
ווען די מענטשן אויפן באן האבן דאס געהערט האבן זיי זיך נישט געגלייבט די אויערן, זיי האבן דאך בפירוש געזעהן ווי די ליכטיגקייט וואס איז ארויס פונעם באלב וואס שטייט פונקט אינמיטן פונעם טיש איז אנגעקומען צו ביידע פרעזידענטן אין די זעלבע רגע, איז ווי קען זיין אז די וואס זענען געשטאנען אויף די פלאטפארמע האבן אבזערווירט אז עס איז קודם אנגעקומען צום פרעזידענט פון מזרח?
די סיבה דערצו איז פשוט, די וואס שטייען אויף די פלאטפארמע האבן געזעהן ווי די לייט איז ארויס פונעם באלב אין א געוויסע רגע און האט אנגעהויבן פארן אין די ריכטונג פון ביידע פרעזידענטן, אבער אין די צייט וואס עס האט גענומען פאר די לייט צו פארן פונעם
קז
זייט 108
טעקסט
באלב ביז צו די פרעזידענטן איז דאך די באן ווייטער געפארן, וואס דאס מיינט אז דער מזרח פרעזידענט האט זיך געריקט נענטער צו די לייט כחתן היוצא לקראת כלה און די לייט האט געדארפט קאווערן ווייניגער שטח איהם צו דערגרייכן, לעומת זה, דער פרעזידענט פון מערב איז אין די זעלבע צייט געפארן אין די פארקערטע ריכטונג פון די לייט, אויב אזוי האט די לייט געדארפט פארן מער שטח איהם צו דעריאגן, ממילא טענה'ען די מענטשען אויף די פלאטפארמע – און מיט רעכט – אז עס דארף אויסקומען, און אין פאקט האבן זיי אזוי אבזערווירט, אז די לייט דערגרייכט קודם דעם מזרח פרעזידענט און ערשט דערנא ך דעם מערב'דיגן.
צוויי נקודות וואס מען דארף מדגיש זיין:
א( וואס מען האט יעצט געשמועסט איז נישט א סטעיטמענט בנוגע די ספיד אוו לייט, ווי מיר ווייסן שוין קען מען די ספיד אוו לייט נישט משנה זיין - נישט שנעלער מאכן און נישט שטייטער מאכן, דאס איז נאר א סטעיטמענט בנוגע 'וויפיהל שטח' די לייט דארף פארן כדי צו דערגרייכן די פרעזידענטן, און ווי ערקלערט זעהן די מענטשן אויף די פלאטפארמע אז אנצוקומען צום מזרח'דיגן דארף די לייט קאווערן אסאך ווייניגער שטח, און ממילא האבן זיי געזעהן ווי עס איז אנגעקומען קודם צום פרעזידענט פון מזרח, אבער די מענטשען וואס געפינען זיך אויפן טרעין באטראכטן זיך ווי זיי שטייען אויף איין פלאץ, און ממילא זעהן זיי ווי די לייט פארט די זעלבע שטח צו דערגרייכן ביידע פרעזידענטן און עס דערגרייכט זיי אין די זעלבע רגע.
ב( די גאנצע פאראדאקס איז א דירעקטע תוצאה פון דעם וואס די ספיד אוו לייט איז קאנסטענט און מען קען עס נישט פארשנעלערן אדער פארשטייטערן, אויב וואלט לייט זיך אויפגעפיהרט ווי יעדע אנדערע זאך אין די בריאה וואלטן די מענטשן אויף די פלאטפארמע מסכים געווען אז ביידע האבן גע'חתמ'עט אין די זעלבע רגע, פארוואס? גאנץ פשוט, אין הכי נמי אז די לייט וואס לויפט צום מזרח פרעזידענט האט א קלענערע שטח צו קאווערן ווי די לייט וואס לויפט צום מערב'דיגן, אבער קעגן דעם האט דער מערב לייט באקומען א שטויס אויף פאראויס פונעם באן וואס לויפט אינעם זעלבן ריכטונג ווי איהם, און דאס פארקערטע ביים מזרח לייט, ער וואלט געווארן צוריקגעשלעפט דורכן באן וואס לויפט די פארקערטע וועג, אזוי אז צום סוף וואלטן זיי זיך אויסגעגליכן און זיי וואלטן – פון יעדן'ס פרעספעקטיוו – דערגרייכט ביידע אין די זעלבע רגע, אבער אזוי ווי לייט קען נישט ווערן אריינגעשטויסן אין א העכערע ספיד אדער צוריק געשלעפט אין א שטייטערער, וועלן מיר באקומען דעם אויבנדערמאנטן מאדנעם פאראדאקס.
איז ווער איז גערעכט? כ'מיין, מען רעדט דאך נישט דא פון אן אבסטראקטע לומדות, עס האנדלט זיך איבער א פאקטישע מציאות, האבן די פרעזידענטן גע'חתמ'עט אויף איין מאל אדער נישט?
קח
זייט 109
טעקסט
דער תירוץ איז, ביידע זענען גערעכט, פונקט ווי ראובן און שמעון וואס שוועבן אין ספעיס ]פרק ג'[, פון די פראספעקטיוו פון די וואס זענען אויפן טרעין האבן זיי גע'חתמ'עט צוזאמען, און פון די פראספעקטיוו פון די וואס שטייען אויפן פלאטפארמע האבן זיי נישט, און ביידע האבן אן אייניגע קלעים אויפן אמת – ביידע זענען אמת.
איז וואס בלייבט די איינציגסטע עצה? זמן, מיר וועלן בע"כ מוזן מסכים זיין אז זמן איז נישט אבסעלוט, און דער זמן וואס האלט אין זיך די מעמד החתימה קען זיך אויסשפילן ביי מיר פריער אדער שפעטער ווי ביי דיר.
ומפני החביבות וועל איך מעתיק זיין אפאר שורות פון גרין:
The constancy of the speed of light requires that we give up the age-old notion regardless of their state of ,that simultaneity is a universal concept that everyone .agrees upon ,motion
The universal clock previously envisioned to dispassionately tick off identical seconds here on earth and on Mars and on Jupiter and in the Andromeda galaxy .and in each and every nook and cranny of the cosmos does not exist
ווי שוין דערמאנט כמה פעמים איז די חילוק צווישן די געשעהנישן טאקע נישט מערקבאר ביי אונזערע ספיד'ס, למשל אז די טרעין פארט ביי 10 מפ"ש און די טיש ביי וועלכן זיי זיצן איז לאנג 100 פיס, וועלן די אבזערווערס פונעם פלאטפארמע זעהן ווי די לייט דערגרייכט דעם מזרח פרעזידענט מיט א מיליאנ'סטל פון א ביליאנ'סטל פון א סעקונדע פאר עס דערגרייכט דעם פרעזידענט פון מערב-לאנד, פונדעסטוועגן שטעלט עס פאר מיט זיך א ריכטיגע חילוק אין צייט ]וואס ביי שנעלערע ספיד'ס וועט עס ווערן מערקבאר[, און פרעגט אפ אונזער מושכל ראשון אין זמן.
אין חלק ב' וועלן מיר זיך איבערצייגן בע"ה ווי צייט לויפט שטייטער ווען מען ריקט זיך, און אויך אנרירן א משהו וואס די עצם מושג פון זמן איז.
פרק ו'
די אפעקט אויף 'זמן' - חלק ב'
קט
זייט 110
טעקסט
אז מיר ווילן פארשטיין די דירעקטע השפעה וואס תנועה האט אויף זמן ]אז ווען מיר אבזערווירן אז איינער איז אין מאושען וועלן מיר אויך אבזערווירן ווי יענעם'ס זייגער לויפט שטייטער[ דארף מען קודם אביסל מפשיט זיין די מושג פון 'זמן', און עס מגדיר זיין אין די פשוט'סטע אופן וואס עס איז שייך – עכ"פ אין אונזער קאנטעקסט; די רילעישענשיפ צווישן תנוע ה און זמן.
עס איז זייער שווער צו זאגן אן אבסטראקטער הגדרה אויף זמן, וואס איז דאס 'זמן' בעצם, אהן דעם וואס מען זאל דארפן רעדן פון פועל יוצא'ס אדער זאכן וואס שפילן זיך אפ אין די עצם זאך וואס רופט זיך זמן, ווי גרין זאגט, ווען מען פראבירט מגדיר צו זיין זמן ענדיגט זיך עס געווענטליך מיט איהם אליין: זמן, אדער דרייעט מען ארום און ארום פשוט נישט צו דארפן ארויסזאגן דעם ווארט.
ממילא וועלן מיר ענדערש פראבירן צו פארשטיין זמן – עכ"פ לצורך אונזער יעצטיגער נושא – ווי זי ווערט געמאסטן דורך א זייגער, פארשטייט זיך אז יעצט וועלן מיר דארפן מגדיר זיין וואס איז דאס א זייגער? מיר וועלן אנקוקען א זייגער ווי א זאך וואס גייט אריבער פונקליכע מחזורי תנועה, רעגולער סייקלס אף מאושען, און יעדע סייקל ]אדער א חלק דערפון, למשל א זעכציג'סטל[ איז א באשטימטע 'זמן', יעדעס מאל דער סעקונדע ווייזע ר'ל ענדיגט א סיבוב איז אדורך א מינוט אין 'זמן.'
] נישט אזוי נוגע צו די עצם נושא: הגם אז ווען מיר זאגן אז דער זייגער גייט אריבער 'פונקטליכע' מחזורי תנועה האבן מיר שוין אריינגעמישט די מושג פון זמן, 'פונקטליך' מיינט דאך אז די סייקלס דויערן די זעלבע 'זמן', אבער מיט דעם וועלן מיר זיך עצה געבן דורך רעדן פון פשוט'ע זייגער-סיסטעמען, ווי א זייגער וואס ארבעט דורך א שאקלענדיגע פענדאלעם אדער אן אטאמישע זייגער, וואס מיר קענען עקספעקטן אז ע"פ חשבון וועלן זיי אריבערגיין אייניגע געשעהנישן אין יעדן מחזור.[
ממילא אנשטאט דארפן טראכטן ווי אזוי תנועה אפעקטירט די עצם מושג פון זמן וואס איז גאר א דקות'דיגער, קענען מיר דורכטוהן ווי אזוי די טיקינג פון א זייגער ]יעדע 'טיק' איז א באשטימע מאס זמן אדורכגעלאפן[ ווערט אפעקטירט דורך תנועה.
קי
זייט 111
טעקסט
לאמיר זיך פארשטעלן די פשוט'סטע זייגער – די ליכט זייגער, צוויי שפיגלען איינס העכער
דעם צווייטן מיט 6 אינטשעס, און פון איינעם
צום צווייטן לויפט א פאטאן פון לייט ]איין
ברעקעלע ליכטיגקייט[
אהין אין צוריק.
לייט –לויפט אלעמאל מיט א ווי מיר ווייסן –
באשטימטע ספיד; די ספיד אף לייט, לויט דעם
וועט פאר'ן נעמען
פאטאן א ביליאן'סטל פון
א סעקונדע צו מאכן א ראונד-טריפ פון די אונטערשטע שפיגל ארויף צום אויבערשטן און
צוריק אראפ און דאס וועלן מיר רופן איין 'טיק', אזוי האבן מיר שוין א פערטיגע זייגער,
אז מיר זעהן אז פון ווען עס האט אנגעהויבן צו רעגענן ביז עס האט אויפגעהערט האט די
זייגער גע'טיקט 55 ביליאן מאל ווייסן מיר אז עס האט גערעגענט 55 סעקונדעס.
יעצט, לאמיר זיך פארשטעלן אזא מעשה: די לייט-זייגער זיצט רואיג אויף א טיש און מיר
אבזערווען ווי עס טיקט – יעדע טיק מיינט אז א ביליאן'סטל פון א סעקונדע איז אדורך,
פלוצלינג גליטש ט זיך אדורך אויפן טיש א צווייטער לייט-זייגער, עס פארט אריבער נעבן
דעם ערשטן מיט א קאנטסטענט וועלאסעטי ]עס טוישט נישט ספיד אדער דירעקציע[,
וועט די צווייטע זייגער טיקן מיט די זעלבע רעיט ]תדירות[ ווי דער ערשטער?
לאמיר אריינטראכטן
מינוט א
אין די path
וואס די פאטאן פונעם
דארף
צווייטן זייגער
נעמען כדי עס זאל מאכן א 'טיק', ער הייבט אהן פונעם אונטערשטן שפיגל און פארט
ארויף צום אויבערשטן, אבער וויבאלד – פון אונזער פרעספעקטיוו – רוקט זיך דער זייגער
פון לינקס צו רעכטס, מוז דער פאטאן ארויפ-פארן אין א שיעפע ליניע אויף רעכטס כדי
ער זאל אריינקלאפן אינעם אויבערשטען שפיגל, און די זעלבע אויפן וועג צוריק אראפ,
ער וועט מוזן אראפ-פארן אין אן אנגעל – שיעף אויף רעכטס, כדי ער זאל קענען לאנדען
אויפן אונטערשטען שפיגל און פארענדיגן א 'טיק.'
איי וועט
איהר פרעגן,
ווער זאגט אז
קיא
זייט 112
טעקסט
דער פאטאן וועט מיטשפילן מיט די גאנצע געפארעכטס? אפשר וועט ער ווייטער פארן גראד ארויף אין ספעיס אריין פארפאסענדיג די אויבערשטע שפיגל? דער תירוץ איז, אזוי מיר ווייסן אז לויטן פרינסעבל אוו רעלאטיוויטי האט דער צווייטער זייגער א רעכט זיך צו באטראכטען ווי 'סטעישאנערי' און אלע אנדערע זענען די וואס ריקן זיך, ממילא איז פון זיין פרעספעקטיוו איז כאילו ער שטייט אויף איין פלאץ און עולם כמנהגו נוהג, ער טיקט יעדע 55 ביליאן'סטל פון א סעקונדע כבימים כתיקונם, ממילא ווייסן מיר אויף זיכער אז די פאטאן וועט זיך אנקלאפן אינעם אויבערשטען שפיגל און דערנאך צוריק אראפקומען צום אונטערשטן, נאר אזוי ווי פון אונזער פרעספעקטיוו ריקט זיך דער צווייטער זייגער, וועט די פאטאן מוזן בעל כרחו - פון אונזער קוק-ווינקל - נעמען א שיעפע וועג ארויף און אראפ.
די פראבלעם איז נאר אז א שיפע וועג ארויף איז אסאך לענגער ווי א גראדער, ד.ה. אז חוץ פון דעם וואס ער דארף ארויפ-פארן דארף ער אויך פארן אויף רעכטס, ]וליתר שאת: א פאטאן פון לייט פארט דאך אלעמאל מיט די זעלבע ספיד – מען קען איהם נישט פארשנעלערן,[ קומט דאך אויס אז – פון אונזער פרעספעקטיוו – נעמט לענגער פאר'ן צווייטען זייגער ארויסצוגעבן א טיק, ווייל די פאטאן דארף דאך פארן א לענגערע וועג כדי צו מאכן א ראונד-טריפ, קומט אויס אז דער צווייטער זייגער וואס איז אין מאושען ]פון אונזער פרעספעקטיוו[ וועט טיקן less frequently ווי דער ערשטער, און אזוי ווי מיר האבן מסכים געווען אז די טיקס רעפלעקטירן וויפיהל צייט עס איז פארלאפן, קענען מיר פון דעם ארויסנעמען אז ווען מען אבזערווד איינעם וואס איז אין מאושען וועט מען אויך זעהן ווי יענעם'ס צייט לויפט שטייטער.
און אויב האט איהר א מחשבה זרה אז אפשר איז דאס דוקא ביי א לייט-זייגער, אפשר האט עס עפעס ספעציעלע תכונות? איז דער תירוץ אזוי: שטעלט אייך פאר אז דער לייט-זייגער איז צוגעקלעבט צו א פשוט'ער האנט זייגער, מיט יעדע 55 ביליאן טיקס אויפן לייט-זייגער זעהסטו ווי א סעקונדע איז אדורך אויפן געהעריגן זייגער, יעצט לייגסטו זיי ביידע אריין אין א טרעין וואס האט נישט קיין פענסטער און עס פארט מיט קאנטסטענט וועלאסעטי, לויט'ן פרינסעבל אוו רעלאטיוויטי הייסט עס נישט קיין תנועה, סיי דו און סיי דיינע עקספערימענטן וואס דו פירסט דורך זענען – פון דיין קוק-ווינקל – סטעישאנערי, אויב אזוי מוז על כרחך זיין אז דער פשוט'ער זייגער וועט זיך אויך פארשטייטערן, ווייל אויב נישט וועט ער דאך מער-נישט שטימען מיט'ן לייט-זייגער און דו וועסט פון דעם וויסען אז דו ביסט אין מאושען, היש לך ווייעלעישען פון די פרינסעבל אוו רעלאטיוויטי גדולה מזו?
נאר וואס דען, פשט איז אז צייט בעצם פארשטייטערט זיך – עס לויפט אין סלאו מאושען, יעדע געשעהניש, יעדע פעולה וועט - ווי א דרויסענדיגער קוקט דיך אהן - נעמען לענגער, און אין דעם איז אריינגערעכענט ווי לאנג עס נעמט פאר'ן פאטאן צו מאכן א ראונד-טריפ און ווי לאנג עס נעמט פאר'ן סעקונדע-ווייזער'ל פונעם ה אנט-זייגער זיך צו ריקען פון איין מארק צום צווייטן, אבער מער איבער דעם אינעם נעקסטן פרק בע"ה.
קיב
זייט 113
טעקסט
נאך א נקודה וואס מיר קענען ארויסנעמען: וואס שנעלער יענער ריקט זיך אלס שטייטער וועל איך זעהן יענעם'ס צייט דורכגיין, ווייל וואס שנעלער דער לייט-זייגער ריקט זיך אויף רעכטס דארף דער פאטאן לויפן א גרעסערע שטח איהם צו דעריאגן, און ממילא וועט איהם נעמען לענגער צו טיקן.
] אויב וואונדערט אייך, ווי עס האט מיר, ווי אזוי קענען צירופי מקרים שטימען איינער מיט'ן צווייטן אויפן האר? נניח אז פונעם לייט-זייגער זעהט מען א צייט פארשטייטערט זיך, איז עס דאך נאר א ראי' נישט די סיבה, איז ווי אזוי קען זיין אז די צייט אויפן האנט זייגער ]און בע"כ צייט בעצם[ וועט זיך פונקט אויף אזויפיהל פארשטייטערן אז די פאטאן זאל קענען דעריאגן דעם אנטלויפענדיגן שפיגל אויפן הא ר?
ווארט'ס מיט געדולד, לכאורה וועט עס זיין מובן נאכ'ן פארשטיין איינשטיין'ס ביאור וואס ליגט אונטער דעם, פארוואס טאקע ווען מען איז אין מאושן לויפט צייט שטייטער[.
אינעם נעקסטן פרק אי"ה איבער וואס מיינט 'צייט לויפט שטייטער', האט מען מער צייט? לעבט מען לענגער? ועוד.
פרק ז'
לייף אן די ראן...
ווייסן מיר שוין אז ווען מיר זעהן איינעם אין מאושען וועלן מיר אויך זעהן ווי יענעם'ס צייט לויפט שטייטער.
מיט'ן פרינסעבל אוו רעלאטיוויטי האבן מיר שוין אויך פעסטגעשטעלט אז סיי וועלכער זייגער יענער וועט האבן וועלן זיי זיך אלע פארשטייטערן, וואס דאס מיינט אין אנדערע ווערטער אז צייט בעצם פארשטייטערט זיך, דהיינו דאס געלויף פון געשעהנישן – די געלויף פונעם עבר צום עתיד, אלעס לויפט אין סלאו מאושן, אין דעם איז אריינגערעכנט ווי לאנג עס נעמט פאר יענעם אויפצוהייבן זיין האנט, ווילאנג עס נעמט איהם זיך אויפצושטעלן פון בענקל און ווי לאנג עס נעמט פאר די ווייזער'ל אויף זיין האנט זייגער
קיג
זייט 114
טעקסט
צו פארענדיגן א סיבוב און מיט דעם אפצייכענען א מינוט, ווען מיר באטראכטן איהם זעהט עס אונז אויס ווי א וידיאו וואס לו יפט אין סלאו מאושן.
מיט דעם קומען מיר צו צום שאלת המיליאן: האט מען טאקע מער צייט? אז אלעס איז שטייטער ווערט דאך די פראסעס פון מיין גוף'ס צוגיין אויך פארשטייטערט, לעבט מען אויב אזוי לענגער? די תירוץ איז יא און ניין.
לעבט מען לענגער? יא, דאס האט מען טאקע פאקטיש אויספראבירט אין א לאבאראטארי אויף א געוויסע פארטיקל פון די סוב-אטאמישע וועלט וואס רופט זיך ,muon די מיואן'ס האבן זייער א טראגישע לעבן, זיי האבן א לעבן'ס עקספעקטענסי פון צוויי מיליאן'סטלעך פון א סעקונדע, ווען זיי קומען אהן צו דעם עלטער צוגייען זיי, עס איז ווי זיי זאלן לעבן מיט א גאן צום קאפ, ווען זייערע האנט זייגער'ס ווייזן צוויי מיליאן'סטלעך פון א סעקונדע שלעפן זיי די טריגער און זיי עקספלאדירן.
האט מען גענומען אזעלכע מיואן'ס און זיי אריינגעלייגט אין א פארטיקל עקסעלערעיטאר וועלכער האט ארויפגעשטויסן זייער ספיד צו 667 מיליאן מפ"ש ]99.5 פון די ספיד אוו לייט[, און וואונדער איבער וואונדער, זייער לעבן האט זיך פארלענגערט צו צעהן מאהל אזוי לאנג! און די סיבה דערצו – ווי מיר ווייסן שוין – איז, ווייל לאנג נאכדעם וואס די לאבאראטארי זייגער'ס האבן געוויזן אז עס איז געקומען זייער צייט האבן אבער די מיואן'ס האנט-זייגערס גע'טענה'עט אז עס איז נאכנישט אנגעקומען זמן גאולתם, ווייל זייענדיג אין מאושען האט זיך זייער צייט פארשטייטערט.
און די זעלבע וועט זיין ביי א מענטש, אויב זאל א מענטש ארומפליען אזוי שנעל ווי די מיואן'ס וועט ער אנשטאט 70 יאהר לעבן 700 יאהר!
עס איז אבער אלי' וקוץ בה, הגם די אבזערווערס אינעם לאבאראטארי זעהן טאקע ווי די פליענדיגע מיואן'ס לעבן לענגער ווי די סטעישאנערי מיואן'ס איז דאס אבער ווייל זייער צייט פארשטייטערט זיך ]לגבי אונזער צייט[, און ווי מיר ווייסן שוין מיינט עס אז די עצם זמן, די געלויף אויף פאראויס, דיין לעבען'ס פילם וואס שפילט זיך אויס פאר דיינע אויגן, לויפט אין סלאו מאושען, ממילא וועט סיי וועלכע פעולה, געשעהניש, איבערלעבעניש וכו' נעמען 10 מאהל אזוי לאנג פאר די לויפענדיגע מיואן'ס, אויב קען א סטעישאנערי מיואן אניאגן אין איהר לעבן אפצולייענען – לאמיר זאגן – 100 ביכער, וועט איהר פליענדיגע חבר'טע אויך נאר קענען ליינען 100 ביכער, אויב נעמט דיר 5 מינוט צו טרינקן א קאווע וועט עס דיר נעמען 50 מינוט ביים פליען.
ממילא איז אזוי, דאס לעבן וועט טאקע זיין לענגער, אבער די 'סכום' פון לעבן וועט בלייבן אקוראט די זעלבע, דו וועסט אניאגן אין דיינע 700 יאהר פונקט וואס דער אנדערער יאגט אהן אין 70, און נאך מער: ביי דיר גייט דאך אלעס שטייטער, דיינע אויגן בלינקן שטייטער, דיין מוח טראכט שטייטער וכו' וכו', ממילא ביי דיר וועט זיין עולם כמנהגו, דו וועסט
קיד
זייט 115
טעקסט
אפלעבן א געוויסע צייט וואס האט די זעלבע הרגשה וואס מיר האבן ביים לעבן 70 יאהר, נאר פון 'אונזער' פרעספעקטיוו וועט אונז אויסזעהן ווי דו לעבסט דיין 70 יאהר'יגע לעבן אויסגעצויגן אויף 700 פ ון אונזערע יאהרן אין סופער-סלאו מאושען.
אין דעם פריער'דיגן פרק האבן מיר זיך באקענט מיט די בריאה וואס הייסט 'מיואן', די לענג פון זייער לעבן איז נישט מער ווי צוויי מיליאנ'סטלעך פון א סעקונדע, מיר האבן געהאט צוויי גרופעס, גרופע א' איז געשטאנען אויפן פלאץ – סטעישאנערי, און גרופע ב' האט מען אקסעלערעיטעד צו 99.5 פון די ספיד אוו לייט, און מיר האבן אבזערווירט ווי די סטעישאנערי גרופע שטארבט נאך צוויי מיליאנ'סטלעך פון א סעקונדע, אבער די פליענדיגע גרופע האט געהאט א לעבן 10 מאהל אזוי לאנג, וויבאלד – זייענדיג אין מאושען – האט זיך זייער צייט פארשטייטערט.
פרק ח'
למעשה, ווער איז גערעכט?
אזוי ווי מיר זענען שוין גוט באקאנט מיט 'די פרינסיבעל אוו רעלאטיוויטי', ווייסן מיר אז דאס וואס מיר האבן מכתיר געווען גרופע א' אלס 'סטעישאנערי' און גרופע ב' אלס 'אין מאושען' איז באמת נאר איין צד פון די מעשה - דאס איז ווי אזוי גרופע א' קוקט אהן דעם מצב, גרופע ב' האט אבער פונקט אזא רעכט עס אנצוקוקען פונקט פארקערט: זיי זענען די וואס שטייען אויפן פלאץ, און גרופע א' זענען די וואס זענען אין מאושען, און ממילא – טענה'ען זיי – לויפן די זייגער'ס פון גרופע א' שטייטער.
אין פרק ה' האבן מיר זיך שוין באגעגענט מיט א סיטואציע וואס געוואנדען פון וועלכע קוק-ווינקל מיר קוקן וועלן מיר זעהן עפעס אנדערש, די מענטשן אויפן באן זעהן ווי ביידע פרעזידענטן האבן גע'חתמ'עט אינאיינעם, אבער די וואס זענען אויף די פלאטפארמע זעהן ווי דער מזרח פרעזידענט האט גע'חתמ'עט פריער, דארטן האבן מיר שוין געמוזט שלום מאכן מיט'ן געדאנק אז עס קען זיין אז איין געשעהעניש זאל זיך אויסשפילען אנדערש אין צוויי אנדערע קוק-ווינקל'ן.
דא ביי אונזערע מיואנ'ס זעהט אבער אויס ווי מיר זענען אריין אין א פלאנטער, נישט נאר וועלן ביידע צדדים האבן אן אנדערע מעשה צו פארציילן, נאר דא וועלן ביידע גרופעס טענה'ען אז יענעמ'ס זייגער לויפט שטייטער, מער דראמאטיש: יעדע גרופע וועט טענה'ען מיט א זיכערקייט אז זי איז די גרופע וואס וועט קודם שטארבן, איז וואס גייט דא פאר? שלום מאכן מיט צוויי ווערסיעס פון איין געשעהניש איז איין זאך, אבער אז יעדער זאל
קטו
זייט 116
טעקסט
זעהן ווי דעם אנדערענ'ס זייגער לויפט שטייטער פון זיין אייגענעם? דאס גייט שוין אריין לכאורה אין א לאגישער אבסורד.
דער תירוץ אויף דעם איז אז אודאי האט זיך יעדער פון די צוויי צדדים זיין מציאות אין וועלכער ער לעבט – ער איז סטעישאנערי און יענער לויפט און ממילא גייט יענעמ'ס זייגער שטייטער, עס וועט אבער קיינמאהל נישט אנקומען צו א מצב אז די צוויי קוק-ווינקל'ן זאלן זיך אנשטויסן 'העד אן' אזוי אז זיי זאלן שאפן אן אבסורד מצב פון וועמענ'ס זייגער לויפט שטייטער.
לאמיר צוריקגיין צו ראובן און שמעון וואס שוועבן אין ספעיס ]פרק ג'[, יעדער פון זיי האלט אז דער צווייטער איז דער וואס פארט בשעת ער שטייט אויפן פלאץ, כדי צו ענדיגן די ויכוח איינמאהל פאר אלעמאהל האבן זיי זיך אנגעטוהן מיט גרויסע דיגיטעל זייגער'ס, און ווען זיי וועלן זיך פארבייפאהרן איינער דעם צווייטן וועלן זיי ביידע אנשטעלן דעם זייגער צו 12:00, אזוי אז ווען מען וועט שפעטער פארגלייכן די צוויי זייגער'ס וועט מען וויסן למי החותמת, וועמענ'ס זייגער איז די וואס לויפט שטייטער – עס קען דאך נישט זיין אז ביידע זאלן לויפן שטייטער איינע פון די אנדערע.
וכך הוי, ראובן זעהט ווי שמעון קומט צו פאהרן פונדערווייטענס, ער זעהט ווי שמעונ'ס זייגער לויפט שטייט, און בכלל לעבט שמעון אין סלאו מאושען: זיין שאקל מיט די האנט איז שטייט, זיינע אויגן-בלינקן זענען שטייט א.א.וו., שמעון זעהט די זעלבע אויף פארקערט, ער זעהט ווי ראובנ'ס זייגער לויפט שטייט וכו', ווי נאר זיי טרעפן זיך צוזאמען שטעלן זיי ביידע אן זייערע זייגער'ס אויף 12:00 און זיי פאהרן זיך אוועק אין ספעיס.
יעצט, אויב נאך א שטיק צייט וועט מען זיי צוריק צוזאמען ברענגן וועט דאך זיין אוממעגליך אז ביידע זייגער'ס זאלן זיין שטייטער איינע פון די אנדערע, אזוי וועט מען לכאורה קענען אויפווייזן אז איינע פון די צוויי קוק-ווינקל'ן איז נישט גערעכט.
אבער ווי אזוי וועלן ראובן און שמעון זיך צוריק צוזאמען טרעפן? זיי שוועבן דאך אוועק אין פארקערטע ריכטונגען? איין מהלך קען זיין אז ראובן האט א דזשעט-פעק אויף זיין רוקן, און ווען ער איז מחליט נאכצויאגן שמעון צינדט ער עס אן און ער הייבט אן פליען אין שמעונ'ס דירעקציע אזוי אז ער זאל קענען פארגלייכן זיין זייגער צו שמעונ'ס, דא ליגט אבער די נקודת התירוץ: די מינוט וואס ראובן צינדט אן א דזשעט-פעק גייט ער אריין אין 'עקסעלערעיטאד מאושן', דהיינו אז זיין תנועה און ספיד ווערט נשפע פון א דרויסענדיגע כח, און מער וועט ער שוין נישט קענען טענה'ן אז ער איז דער וואס שטייט אויף איין פלאץ און שמעון פארט, יעצט איז שוין כולי עלמא מודה אז ראובן איז אין מאושען, כמבואר לעיל פרק ג.'
ממילא, לאמיר זאגן אז נאכדעם וואס ראובן און שמעון זענען זיך פארביי געפארן מיט 99.5 פון די ספיד אוו לייט האט ראובן געווארט 3 יאהר ביז ער האט אנגעצינדן זיין דזשעט-
קטז
זייט 117
טעקסט
פעק און אנגעהויבן נאכיאגן שמעון, יעצט 6 יאהר נאך די באגעגעניש דעריאגט ער שמעון, וועט כו"ע מודה זיין אז ראובן איז דער וואס איז געווען אין מאושען, און בשעת וואס אויף זיין זייגער איז נאר אדורך 6 יאהר וועט אויף שמעונ'ס זייגער שוין האבן דורכגעגאנגען 60 יאהר, שמעון וועט זיך מוזן קראצן דעם קאפ זיך צו דערמאנען אין עפעס א ראובן וועמען ער האט באגעגענט מיט 60 יאהר צוריק.
קומט אויס אז מען קען נישט צוזאמען ברענגן די זייגער'ס פאר א 'העד אן קאלישן' וואס זאל ברענגן א לאגישער אבסורדטי, ווייל ווען דו וועסט אויסדרייען איינעם פון זיי און צושטיפן צו דעם אנדערן כדי מען זאל זיי פארגלייכן האסטו איהם אטאמאטיש אריינגעלייגט אין עקסעלערעיטאד מאושן וואו יעדער וועט מסכים זיין אז ער איז דער וואס רוקט זיך.
וועט איהר אודאי אנהייבן שרייען: דאס איז דאך נאר א טעכנישער פראבלעם, למעשה איז דאך לאגיש אבסורד אז עס דארף אויסקומען אז ווען מען וועט פארגלייכן די צוויי זייגער'ס וועלן זיי ביידע זיין שטייטער איינע פון די אנדערע, די טעקניקעליטיס ווי אזוי מען וועט זיי צוזאמען ברענגן וועט מען שוין אויסארבעטן, עס קען נישט זיין אז דאס זאל אוועקנעמען די אבסורדטי.
אויב וועט מען אבער גוט אריינטראכטן און פראבירן אלע ערליי אופנים ווי אזוי מען קען ברענגן די צוויי זייגער'ס צו א דירעקטע פארגלייך, וועט איהר זעהן אז יא, דאס איז טאקע די נקודת התירוץ, ווייל עס איז טעכניש אוממעגליך זיי צו פארגלייכן אויף אן אופן אז עס זאל זיין אבסורד, דאס גיבט א רעכט פאר די צוויי קעגנגעזעצטע קוק-ווינקל'ן צו עקזעסטירן.
לאמיר פראבירן אן אנדערע עצה צו ווייזן דעם אבסורד, ראובן און שמעון זענען ביידע אויסשטאפירט מיט סעלפאונ'ס, זיי שמועסן זיך אפ אז יעדע שעה וועלן זיי אריינזאגן אינעם סעלפאון 'יעצט איז כך וכך אזייגער', עס קומט 1:00 אזייגער און ראובן זאגט אריין: 'יעצט איז איינס אזייגער', במושכל ראשון טראכט ער אז יעצט וועט שמעון מוזן מודה זיין אז ער איז גערעכט, פארוואס? ווייל שמעונ'ס זייגער לויפט דאך שטייטער ממילא ווען ער וועט הערן ווי ראובן איז מכריז 1:00 ווען ביי איהם איז נאך 12:45 וועט ער בעל כרחו מוזן מודה זיין אז ראובן איז גערעכט.
אבער נאכ'ן טראכטן א מינוט כאפט זיך ראובן אז סעלפאון זענדונגען געשעהן נישט אין א רגע כמימרא, זיי באנוצן זיך מיט ראדיא כוואליעס וואס לויפן מיט א געוויסע ספיד, ממילא, וויבאלד שמעון האלט דאך אינאיין אוועקפליען פון איהם, וועט דאך נעמען צייט אז די הודעה זאל איהם דערגרייכן, און נאכן זיך אוועקזעצן און אויסרעכענן די מאטאמאטיקס פון די אפעקט פון שמעונ'ס שטייטערע זייגער קעגן די אפעקט אז די הודעה דארף רייזן אנצוקומען צו שמעון, וועט ראובן צוקומען צו די מסקנא אז נישט נאר וועט עס נישט אויפווייזן פאר שמעון אז ראובן איז גערעכט, נאר עס וועט אנקומען אזוי שפעט
קיז
זייט 118
טעקסט
צו שמעון אז ער וועט האלטן אז עס איז גאר א ראי' צו זיין שיטה אז ראובנ'ס זייגער איז די וואס לויפט שטייטער.
בקיצור, עס איז טעכניש אוממעגליך ארויסצוברענגן אן אבסורד פנים אל פנים, ממילא האבן ביידע קוק-ווינקל'ן א זכות קיום אין איין בריאה.
אמר הכותב: איך וועל אייך זאגן דעם אמת, עס זענען דא טעג וואס איך זאג צו מיר: וואס דרייעסטו א קאפ? למעשה איז עס א לאגישער אבסורד, עס איז נישט מעגליך אז ביידע זייגער'ס זאלן ביידע זיין שטייטער איינע פון די אנדערע, דו קענסט האבן כל מיני טעכנישע פראבלעמען שבעולם פארוואס דו קענסט זיי נישט אוועקשטעלן איינע קעגן די אנדערע און אנווייזן: קוק, דא האסטו אן אבסורד מצב, דאס נעמט אבער נישט אוועק פונעם פאקט אז בעיני השכל 'ווייס' איך אז עס איז אבסורד, און טעקניקאליטיס וועט דאס נישט אוועקנעמען.
אין אנדערע טעג זאג איך אבער אזוי: ניין, אזוי ווי עס איז נישט דא קיין אבסעלוט מצב ווי אזוי זמן\מקום זענען, איז דא די פולע מעגליכקייט אז די צוויי מציאות'ן זאלן קא-עקזעסטירן, איי עס איז אבסורד? איז טראכט אריין א מינוט וואס מיינט 'אבסורד', פאר ראובן איז עס דאך נישט אבסורד ווייל אין זיין וועלט גייט נאר שמעונ'ס זייגער שטייטער, די זעלבע איז געזאגט אויף שמעונ'ס קוק-ווינקל, אבסורד קען נאר זיין ווען עס איז דא א דריטער 'נייטראלער' שופט וואס ער באטראכט דעם מצב און פראבירט מחליט צו זיין וואס גייט דא באמת פאר, ממילא, ווען עס וואלט געווען אזא איינער וואלט עס באמת געווען אבסורד – עס איז נישט מעגליך אז דער נייטראלער זאל זעהן ווי ביידע זייגער'ס זענען די שטייטערע, די מעשה איז אבער אז עס קען נישט זיין א 'נייטראלער' דריטער, געוואנדן אין דיין רעלאטיוו תנועה ביסטו אדער אויף ראובנ'ס טיעם, אדער אויף שמעונ'ס, אדער ביסטו א דריטער צד וואס קריגט זיך מיט זיי ביידע.
איז דאס מיינט די פסוק אז עס איז טעכניש אוממעגליך ארויסצוברענגן דעם אבסורד, ווייל עס איז אוממעגליך ארויסצוקריכן פון דיין מציאות און זעהן ווי די צוויי קוק-ווינקל'ן שטויסן זיך צוזאמען, ויש לעיין טובא.
פרק ט'
די אפעקט פון תנועה אויף מקום
קיח
זייט 119
טעקסט
ווייסן מיר שוין אז תנועה אפעקטירט זמן, יעצט, לאחר כל הדברים והאמת האלה, וועלן מיר זייער פשוט זעהן ווי עס אפעקטירט אויך מקום.
אין פרק ב' האבן מיר געהאט די צוויי ברידער, רזה און שמן, רזה האט געקויפט א נייע קאר און אין די שאו-רום האט ער עס געמאסטן צו זיין 16 פיס לאנג, יעצט דרייווט ער עס אראפ א סטריפ פון א מייל לאנג און ער בעט זיין ברודער שמן זאל מעסטן די לענג פון די קאר מיט א סטאפ-וואטש, ווי אזוי מאכט מען דאס? זייער פשוט, ווען די פארנט פון די קאר קומט אן צו שמן צינדט ער אן די זייגער, און ווען די אונטערשטע חלק פארט איהם פארביי שטעלט ער עס אפ, ער נעמט די סכום פארלאפענע צייט און מאכט עס טיימס די ספ יד פון די קאר און ער ווייסט פונקטליך ווי לאנג די קאר איז.
מיר ווייסן דאך אבער אז לויט די פרינסיבעל אוו רעלאטיוויטי וועט רזה זיך באטראכטן ווי ער איז דער וואס שטייט און שמן ריקט זיך, אויב אזוי וועט ער אויך אבזערווירן ווי שמנ'ס זייגער לויפט שטייטער, גאנץ שנעל וועט רזה קומען צו די מסקנא אז שמן וועט מעסטן די קאר צו זיין קורצער ווי ווען עס איז געווען אין די שאו-רום, ווייל ער מעסט דאך מיט א זייגער וואס לויפט שטייטער.
דאס איז א דוגמא פון וואס רופט זיך 'ספעיס קאנטראקשען', ווען מיר זעהן א זאך אין מאושען וועלן מיר עס אבזערווען אלס קורצער ווי ווען עס שטייט אויפן פלאץ, אלעס ווערט קלענער אין די דירעקציע פון די תנועה, אז די קאר פארט למשל פון מערב צו מזרח וועלן מיר זעהן ווי עס האט געשרינקן צו מזרח – אלע אנדערע דיימענציעס בלייבן אומבארירט.
די קומענדיגע פרק איז די לעצטע אין 'ספעשל רעלאטיוויטי', דארטן וועלן מיר ענדליך הערן איינשטיינ'ס ביאור אין די גאנצע סוגיא, פארוואס טאקע זענען תנועה, מקום און זמן פארבינדן, יעזרני ה' ע"ד כבוד שמו.
האלטן מיר בע"ה ביי דעם לעצטן פרק אין ספעשל רעלאטיוויטי, דא וועט אונז איינשטיין מסביר זיין פארוואס טאקע זענען תנועה און זמן פארבינדן, ווי אזוי ווערט זמן פארשטייטערט ווען מיר זענען אין מאושען און וואס איז דער סוד אינעם מעדזשיקעל נומער וואס מיר רופען 'די ספיד אוו לייט' וועלכע קיין שום זאך בעולם הזה הגשמי קען נישט איב עריאגן.
פרק י'
קיט
זייט 120
טעקסט
ספעיסטיים
מאושען דורך ספעיס ]שטח[ איז ביי אונז א פשוט'ע זאך, מיר קוקן עס אהן אזוי במושכל ראשון, די וועלט באשטייט פון דריי דיימענציעס: לענג, ברייט און הייעך, און אונזער תנועה געשעהט אין די דריי, אז איך וויל גיין באזוכן א חבר וועלכער וואוינט ביי 14 AVE און 52 ST אויפן צווייטן שטאק, ריק איך זיך דורך אביסל פון אלע דריי דיימענציעס ביז איך טרעף זיך אויף דעם מקום אין 'ספעיס' וואו איך האב געוואלט אנקומען.
אבער אז מיר וועלן אריינטראכטן וועלן מיר זעהן אז באמת געפונען מיר זיך אין נאך א דיימענציע, און דאס איז 'זמן', מיר באטראכטן איהר אפשר נישט מיט אזעלכע טערמינען, אבער מיר אלע, אונזערע חברים, חפצים וכל היקום, האלטן אינאיין פארען דורך זמן, מיר קענען זיצן בטל אויפן קאוטש, אבער שלא בבחירתינו גייען מיר שטענדיג פאראויס אין זמן, מיר גייען פון איין רגע צו די קומענדיגע, מיר - און אלס וואס מיר קענען - עלטערן זיך יעדע סעקונדע, מיר זענען שטענדיג אנגעבינדן אין דעם זמן-געלויף פון דעם עבר צום עתיד, עס איז ווי ביים געבוירן ווערן זעצט מען אונז ארויף אויף א באן וואס האלט אינאיין פארן ביז אונזער אכציג-יאהריגע בילע ט לויפט אויס און מען ווארפט אונז אראפ פון איהר.
מיט אביסל מחשבה וועלן מיר פארשטיין אז 'זמן' איז א פערטע דיימענציע אין די בריאה, דער תפקיד פון 'דיימענציעס' איז אנצוצייכענען א חפצא מיט ווי מער אקוראטע אינפארמאציע איבער איהר עצם שטאנד, די ערשטע דריי דיימענציעס זענען די פון 'ספעיס', עס זאגט אונז וואו אין די לענג\ברייט\ הייעך פון ספעיס זי געפונט זיך, דערנאך קומט די פערטע דיימענציע – 'זמן' און זאגט אונז אין וועלכע טייל פונעם שטענדיגן זמן-געלויף געפינט זי זיך.
און עס מעשים בכל יום, אז איך וויל זיך טרעפן מיט א חבר זאג איך איהם: ווארט אויף מיר ביי 14 קארנער 52 אויפן צווייטן שטאק 1:00 אזייגער, האב איך איהם אנגעצייכענט פיהר שטיקלעך אינפארמאציע, דריי אין ספעיס און איינע אין זמן, אין אנדערע ווערטער זאג איך איהם וואו אין ספעיס איך וויל איהם טרעפן און 'וואו' אין זמן איך וויל איהם טרעפן.
אט דאס איז דער נייער מושג וואס רופט זיך 'ספעיסטיים', וואס יעדע דבר גשמי פאלט אונטער די פיהר דיימענציעס\הגדרות.
יעצט שטעלט אייך פאר אזא מעשה, ראובן האט א קאר וואס פארט אלעמאהל אויף 100 מפ"ש, נישט שנעלער און נישט שטייטער, און ער שיקט ארויס שמעון צו א ליידיגן שטח וואס איהר לענג פון מזרח צו מערב איז 10 מייל כדי צו מאכן עטליכע טעסט דרייווס, ווען
קכ
זייט 121
טעקסט
שמעון ברענגט איהם צוריק די ריפארט זעהט ראובן אז די ערשטע פאר דרייווס האבן טאקע גענומען 6 מינוט, אבער די שפעטערע האבן שוין גענומען לענגער, דערשראקן אז זיין 100 מפ"ש קאר הונקט אונטער פרעגט ער שמעון וואס גייט פאר, זאגט איהם שמעון, נישט געזארגט, פאהרנ'דיג פון מזרח צו מערב האט די זון איהם אנגעהויבן אריינשיינען אין די אויגן, איז ביי די שפעטערע דרייוו'ס איז ער נישט געפארן אין א גראדע ליניע פון מזרח צו מערב, נאר ער איז געפארן מיט אן אנגעל, דהיינו, טאקע פון מזרח צו מערב אבער שיעפערהייט אביסל גענויגט צו דרום, ממילא איז די וועג געווען אביסל לענגער, אבער נישט געזארגט, די קאר לויפט אלץ ביי 100 מפ"ש.
א צופרידנשטעלנדער ענטפער? יא.
יעצט לאמיר מגדיר זיין און פארשטיין די תוכן פון שמעונ'ס תשובה, מזרח-מערב און צפון-דרום זענען צוויי אומאפהענגיקע דיימענציעס אין וועלכע א קאר קען פארן, פון אנפאנג האט די קאר אוועקגעגעבן זיין גאנצע 100 מפ"ש ספיד פאר די מזרח-מערב דיימענציע און די 10 מייל האט איהם טאקע גענומען 6 מינוט, שפעטער האט ער אנגעהויבן פארן שיעף אביסל גענויגט צו דרום, איז חוץ פון פארן אין די מזרח-מערב דיימענציע איז ער אויך געפארן אין די צפון-דרום דיימענציע, דהיינו, אנשטאט אויסצוגעבן די גאנצע 100 מפ"ש ספיד פאר מזרח-מערב האט ער צוגעטיילט א חלק דערפון פאר די צפון-דרום דיימענציע, אטאמאטיש איז זיין ספיד אין די מזרח-מערב דיימענציע פארשטייטערט געווארן און די וועג צום פיניש ליין אויף מערב האט גענומען מער ווי 6 מינוט.
בקיצור, גאנץ פשוט: אז מען האט א באשטימטע מאס ספיד, קען מען עס אויסנוצען אינגאנצען אין איין דיימענציע צו א מאקסימום, אדער קען מען עס צוטיילן צווישן עטליכע און יעדער פאר זיך וועט נישט האבן די פולע ספיד.
זאגט איינשטיין, וויסן זאלט איהר מיינע פריינט אז יעדע זאך אין די בריאה איז אלעמאהל אין מאושען מיט א באשטימטע אומטוישבארע שנעלקייט וואס דאס איז די ספיד אוו לייט, יא, אזוי ווי איהר הערט, אלעס רוקט זיך אלעמאהל ביי 670 מיליאן מפ"ש, נאר וואס דען, פונקט ווי מיט ראובנ'ס קאר, טיילט זיך די ספיד צווישן די פיהר דיימענציעס, געווענטליך וועט רוב פון אונזער מאושען זיין אין די דיימענציע פון זמן, און נאר אביסל אין די אנדערע דריי דיימענציעס פון מקום, אבער וואס מער ספיד מיר וועלן אריינלייגן אין די דריי ספעיס דיימענציעס אלס ווייניגער ספיד וועט אונז פארבלייבן פאר די זמן דיימענציע, וויבאלד מיר האבן א באשטימטע ספיד ביי וועלכע מיר ריקן זיך אלעמאהל, מיר קענען עס נישט פארשנעלערן אדער פארשטייטערן, די איינציגסטע וואס מיר קענען איז מחליט זיין ווי אזוי איהר צו ספענדן, וויפיהל ווילן מיר געבן פאר די דיימענציע אדער די אנדערע.
הענס, וואס שנעלער איינער וועט פארן אלס מער וועט זיך זיין צייט פארשטייטערן, און אז מען וועט פארן ביי די ספיד אוו לייט, דהיינו, ער נעמט זיין גאנצע ספיד זאפאס - וואס
קכא
זייט 122
טעקסט
ווערט געווענטליך בעיקר פארנוצט אין די זמן דיימענציע - און ער פארקירווערט איהר אינגאנצן צו די ספעיס דיימענציעס, וועט זמן בלייבן שטיין ביי איהם, פונקט ווי שמעון זאל אויסדרייען די קאר אינגאנצן צו צפון-דרום וועט איהם גארנישט איבערבלייבן פון די 100 מפ"ש פאר מזרח-מערב, און אזוי איז עס טאקע ביי לייט אליין, א פאטאן פון לייט ווערט נישט פארעלטערט, זי איז יעצט די זעלבע אלט ווי ווען זי איז באשאפן געווארן.
ממילא וועט מען אויך פארשטיין פארוואס קיין שום זאך קען נישט פליען שנעלער ווי די ספיד אוו לייט, כמבואר לעיל אז ווען מען רעכענט צוזאם די ספיד פון אלע פיהר דיימענציעס איז עס אלעמאהל די ספיד אוו לייט, די איינציגסטע בחירה וואס מיר האבן איז ווי אזוי איינצוטיילן דעם ספיד אוצר, די מערסטע וואס מיר קענען טוהן איז איהר אינגאנצן מקדיש זיין אויף מאושן דורך ספעיס, אבער זיך איינקויפן מער ספיד דאס קענען מיר נישט, קיינמאהל.
] בנוגע דורכברעכן די ספיד אוו לייט איז נאך דא כמה פרטים, ווי איהר פראקטישע אוממעגליכקייט, בנוגע איינשטיינ'ס באוואוסטע עקוועישאן ,E=MC2 אז די מאסע און די ענערגיע פון א זאך איז באמת היינו הך אין טוישבארע פארעמען, וואס האט שפעטער געברענגט צו די אטאם באמבע, אבער דאס איז נישט פאר יעצט.[
מיט דעם ענדיגן מיר די סוגיא פון ספעשל רעלאטיוויטי, יזכנו ה' להתחיל ולסיים דזשענערעל רעלאטיוויטי.
פארשטייט זיך אז עס איז נאך דא אין דעם אסאך פרטים, הלא הם בכתובים.
ת מה ולא נשלמה. תורת הייחסות הנפלאה.
ו מספר פרקיו עשרה. כמאמרי בראשית ברא.
ר ון ושיר לשמו נודה. רם על רמים על גאים גאה.
ת הלתו מן הארץ מלאה. נשימם בלבבינו ונעבדנו באהבה.
ה יה היו מן האנושים על האדמה. גבהה רוחם ונפשם רמה.
ירה ירו כלפי מעלה. הנשמע כזה או כמוהו נהיה.
י שלוט איש בזמן הבריאה. והוא איננו גברא או חפצא.
חשבו אף יוצרם כמותם – היתה לו עדנה. תש כחו – קפצה עליו זקנה.
ס ודו אל עבדיו גילה. הנה מקו"ם אתי גם זמ"ן עלי אדמה.
ו היא תהי לך למורה. גם על טרם נתגלתה.
תוקפו בכל משלה. יגאלנו לעבודתו במהרה.
קכב
זייט 123
טעקסט
ילפינן יציאה ממציאה )"פה-סח" - # 1(
יציאת מצרים אין ליכט פון ארכעאלאגישע געפונסן
עס האט אייך שוין זיכער פיהל מאהל גע'נייגער'ט וואס די ארכאלאגישע וועלט האט צו זאגן אויף שיעבוד ויציאת מצרים, גיין אין מדבר פערציג יאהר און דערנאך אייננעמען דאס כנעניש לאנד אין א מיליטערישן קאמפיין.
בכלל איז יעדער מענטש פארזיכערט צו האבן אן ארכעאלאגישער פונק ערגעצוואו אין זיין זעהל, פילייכט דארף ער איהר אביסל אנרייצן, איך פארדעכטיג אז ווער עס איז נאר אמאהל געווען ביי אן ארכעאלאגיש-אויסגעגראבענעם ארט מיט וועמענ'ס היסטאריע ער איז באקאנט פון זיין יוגענט, האט נישט געקענט האלטן די כנפי הדמיון – און אין תוצאה: התפעלות - איינגעשפארט, אט דאס זענען די אייגענטליכע שטיינער וועלכע דוד המלך האט באטראטן... דאס איז דער פאקטישע גאס וואו אידן האבן זיך געשטופט מיטן קרבן פסח...
אבער די תקופה וואס אינטערעסירט אונז אין די יעצטיגע מינוט איז אנגעלאדענט מיט פראבלעמען פון אן ארכעלאגישן קוק-ווינקל, אנדערש ווי פון דוד המלך אנגעהויבן וואס גאר אסאך איז באשטעטיגט און אויסגעקלארט אין ארכעאלאגישע געפינסן, איז אבער די תקופה ביז אהין כמעט ליידיג פון פון דעם אלעם, לעת עתה קען ארכעאלאגיע נישט פארשטעלן צופיהל קלארע אנקערונגען צו די היסטאריע וואס תורתינו, תורת חיים, פארציילט.
דער אמת איז אז ארכעאלאגיע בכלל, ווי א מסודר'דיגע חכמה מיט שטרענגע כללים, איז בסך הכל בערך הונדערט יאהר אלט, אלזא איז עס קיין גרויסער וואונדער אז צופיהל איז דערווייל נישט געפונען געווארן, בנוסף, צו דעם וואס פיהלע ארטיקלן זענען ווארשיינדליך קאליע געגאנגען אין די דורות פון אומאחריות'דיגע גראבונגען, ווי מיר וועלן שפעטער זעהן.
אין פאקט האבן געוויסע חוקרים שוין אנגעפאנגן צו שטופן א שיטה אז דוד המלך לא היה ולא נברא, עס האט קיינמאהל קיין פאראייניגטע אידישע קעניגרייך עקזעסטירט און אלעס האט זיך אנגעהויבן ביי מלכות יהודה וישראל, למעשה האט מען דערנאך געפונען די ארכעאלאגישע באווייזן דאס צו באשטעטיגן.
קכג
זייט 124
טעקסט
איינע פון די הויפט פראבלעמען ווען עס קומט אויסצוקלארן די היסטאריע פון א פריע
כלל ישראל – די ,Israelites איז די שרעקליכע צומישעניש וואס הערשט לגבי די יאהרן,
צעהנדליגע מהלכים, השערות און השוואות זענען שוין פארגעשטעלט געווארן ווי אזוי
מען דארף פארגלייכן די אידישע היסטאריע מיט די וועלטליכע יאהרן, וועלכער פרעה איז
דער פון די תורה וכו' וכו', ניתן להיאמר אז יעדע אפציע האט א מאן דאמר.
בכל אופן, מחמת די אלע סיבות ועוד, איז מיט די יאהרן – צום פארלוסט פונעם נייגעריגען
עמך איד – עס געווארן אוועקגעשטעלט לכמו שני מחנות, די מאמינים ]בעיקר
קריסטליכע[ קעגן די נישט גלויביגע, און כנהוג בלייבט עס שוין נישט ביים טרוקענעם
אמת - ביידע זייטן זענען חשוד אויף מפתה און מאנס זיין די געפונסן צו זייערע הנחות
קדומות, א זאך ו ואס לאזט זיך ממילא גאר לייכט טוהן אין אזא פעלד ווי ארכעאלאגיע.
יהי' איך שיהי', קלער איך אז עס וועט זיין העכסט אינטערעסאנט צו כאפן א בליק אויף
א טייל פון די געפונסן וואס די מאדערנע טעכניקן דאטירן זיי צו יענע תקופה, און קערן
זיך אהן אין אונזער היסטאריע פון ווען אידן זענען אראפ קיין מצרים ביז נאך די ערשטע
תקופה פון כניסת הארץ, א טייל פון זיי זענען אנגענומען ביי רוב חוקרים, און א טייל
זענען שנוי במחלוקת.
וועלן מיר פראבירן זיך צו האלטן מיט די סדר המאורעות – איינגעטיילט אין דריי תקופות:
דאס זיך אויפהאלטן פון אידן אין מצרים און זיין פארשקלאפטעט ביי איהר, יציאת מצרים
און זיך אויפהאלטן אין מדבר, און די ערשטע תקופה פון כניסת הארץ וכיבושה.
תקופה א'
דער איזראעלייט הויז
אין 2003 האט דער עסטרייכישער פראפעסאר און עגיפטילאג, מאנפרעד ביעטאק, געמאכט
אן אינטערעסאנטע אנטדעקונג, אינעם חצר פון א טעמפל אין עגיפטן האט מען געהאט
אויפגעגראבן אן ארבעטער-הייזקע, און עס איז געלונגען פאר די ארכעאלאגן
אויסצומאהלן דעם בוי-פלאן אויף וועלכע מהלך די הייזקע איז געווען געבויעט.
דער פראפעסאר האט באמערקט אז זי איז נישט געווען געבויעט אזוי ווי אלע אנדערע
עגיפטישע הייזער, זי האט דוקא נאכגעפאלגט דעם בוי-פלאן פון דעם 'איזראעלייט הויז.'
קכד
זייט 125
טעקסט
דער 'איזראעלייט הויז', אדער 'פיהר צימער הויז', איז אן אויסדרוק אנגענומען ביי די חוקרים צו באצייכענען א ספעציפישע וועג פון אויסשטעלן א הויז וואס איז געווען אייגענארטיג פאר די פריע אידן, מען געפונט זיי כמעט נאר אין די אור-אלטע געגענטער פון כנען ווען די אידן האבן זיך דארט באזעצט, פאר א לאנגע תקופה איז זי געווען די מערסט-פאפולערע הויז אויסשטעל אין ארץ ישראל, און פונעם חורבן בית ראשון און ווייטער א יז זי מער נישט צום געפונען.
איז דאס אן אנדייטונג אויף די הייזקע פון א אידישן שקלאף? פראפעסאר ביעטאק קלערט אז גאנץ מעגליך יא.
אן איזראעלייט הויז אין שומרון:
דער איזראעלייט הויז אינעם חצר פונעם עגיפטישן טעמפל:
די קנעכט ליסטע
אין ברוקלין מוזעאום געפונט זיך א מצרי'שע קנעכט-ליסטע פון יענע תקופה, צווישן זיי איז אויסגערעכענט 'שפרה', איז דאס אונזער שפרה, אדער מעגליך אן אנדערע אידישע.
די קנעכט-ליסטע:
קכה
זייט 126
טעקסט
אידישע קנעכט ארבעט
דאס איז שוין אן אלטע און איבערגעקייעטע ויכוח צו די פיראמידן זענען מעגליך געבויעט
געווארן דורך די אידישע שקלאפן, דאס פארציילט אונז די תורה אז די אידישע קנעכט
זענען באשעפטיגט געווארן אין מאכן ציגל פון ליים/מאראסט אין וועלכן מען האט
אריינגעמישט שטרוי, אין פאקט וואלט אזא ארבעט'ס קראפט געדארפט ארויסגעבען אן
אומבאגרייפבארער מאס פון ציגל.
אויב זאל יעדער פון די 000,600 מענטשן נאר מאכן 'איין' ציגל א טאג פאר 200 יאהר
)לאמיר עס געבן 200 ארבעט'ס טעג פער יאהר(, קומט עס אויס צו א סך הכל פון
000,000,000,24 ציגל! אלזא איז עס נישט ווייט אנצונעמען אז אזא מאסיווע ארבעט'ס
קראפט איז איינגעשפאנט געווארן ט אקע פאר א מאסיווע בוי פראיעקט.
האט איהר א נאנטע
דא
די פון
פון איינע
בילד
זענען
פיראמידן וואס
געבויעט געווארן מיט ציגל
ליים, מען קען קלאר
פון
דערקענען די אריינגעמישטע
שטרוי, זענען דאס די ציגל
זיידעס
וואס אונזערע
האבן געהאלטן אין די
הענט?
די ליימענע ציגל געמישט מיט
שטרוי:
קכו
זייט 127
טעקסט
דער ארבעטער'ס שטעטל 'קאהון'
נישט ווייט פון איינע פון די פיראמידן ליגט אן ארבעטער'ס שטעטל 'קאהון' וואס איז
געווען באוואוינט דורך די שקלאפן וועלכע האבן געבויעט דעם פיראמיד.
דער פלאץ איז אויסגעגראבן געווארן אינעם סוף פונעם נייצעטן יאהר-הונדערט דורך סיר
פלינדערס פעטריע, בשעת'ן אויסגראבן זענען פילע פון די ליימענע הייזקעס נאך
געשטאנען גאנץ ביז'ן דאך, נאר אזוי ווי די דיציפלין פון ארכעאלאגיע איז נאכנישט געווען
פעסט אוועקגעשטעלט בימיו איז נישט געבליבן קיין סאך צו זעהן היינט.
געפונען האט מען אבער דארט עטליכע גאר אינטערעסאנטע זאכן, קודם כל זענען די
הייזער געווען פול מיט חפצים, פארשידענע בוי געצייג, אבער אויך טעגליך-באנוצטע הויז
כלים, צו דעם זענען אלע מסכים אז מען זעהט קלאר ווי דער שטעטל איז איבערגעלאזט
געווארן פלוצלינג, געוויסע טענה'ען אבער אז עס איז נישט נאר ווייל די ארבעט האט זיך
פשוט גענדיגט, פון די פילפארביגע חפצים וואס זענען איבערגעלאזט געווארן ווי עס
שטייט און גייט צייגט זיך ארויס א פלוצלינג'דיגע, אומפארגעגרייטע, ווארשיינדליך א
בחפזון'דיגע, אויסוואנדערונג.
נאך אן אינטערעסאנטע זאך האט מען דארט געפונען, אונטער די פאדלאגע פון גאר אסאך
הייזער זענען געווען קליינע הילצערנע קעסטלעך וואו עס זענען געלעגן פיצלעך קינדער
נישט מער ווי דריי חדשים אלט, מעגליך א תוצאה פון פרעה'ס גזירה, און נאך מער, דער
ספעציפישער אופן פון באגראבן איז א פרעמדער אין עגיפטן.
והשלישית, די גאנצע שטעטל באשטייט פון קליינע ליימענע הייזקעס, אבער אויף איין
קעניגליכער
פלאץ איז פארהאן א
פאלאץ, ווארשיינדליך גרייט
פאר די קעניגליכע לפי באזוכן –
השערת החוקרים, אבער
אינטערעסאנט איז אז דער פאלאץ איז
דאס ווי
פארלאזט געווארן פריער
גאנצעל, שטעט
אפשר איז דאס אן פרעה'ס
איבערבלייבעניש פון
פון מיטארבעטן
די מאפע פון קאהון:
קכז
אנפאנג.
זייט 128
טעקסט
די אידענטיפיקאציע פון בתיה און משה רבינו
איז מעגליך מברר צו זיין ווער אין די עגיפטישע היסטאריע זענען די פיגורן מיט וועלכע מיר זענען אזוי באקאנט? קענען מיר זיך טרויען צו קלערן אז אפשר איז אויך משה רבינו בכבודו איינער פון די דמויות וואס מיר טרעפן אין די עגיפטישע היסטאריע? נאך אלעם איז ער אויפגעוואקסן פערציג יאהר אין פרעה'ס שטוב אלס אן אדאפטירטער זוהן פון די פרינצעסין בתיה.
געוויסע קריסטן ווילן זאגן אז יא.
אט הערט:
סו ף פון די עגיפטישע צוועלעפטע דינאסטיע איז געווען א פרעה מיט'ן נאמען ,Amenemhet III ער האט געקעניגט איבער גאנץ מצרים פאר 46 יאהר, זיין טאכטער Sobeknefru האט אדאפטירט א קינד מיט'ן נאמען Amenemhet IV וועמענ'ס יחוס איז נישט אויף די רעקארדס, אזוי אז עס זאל זיי ן ווער עס וועט ממשיך זיין די גאלדענע קייט.
למעשה זעהט מען אן אינטערעסאנטע זאך, די לעצטע ניין יאהר פון איהר טאטע'ס מלוכה האט איהר זוהן געקעניגט פאראלעל מיטן זיידן, אבער דערנאך זעהט עפעס אויס ווי ער ווערט פארשוואונדן פונעם רעקארד – מער הערט מען נישט פון איהם, נאכ'ן אלטנ'ס טויט האט די טאכטער אליינס איבערגענומען די מלוכה פאר אכט יאהר, דערנאך איז זי געשטארבן ברעגענדיג דערמיט די ענדע פון די צוועלעפטע דינאסטיע.
איז די טאכטער בתיה? איז דער אדאפטירט קינד משה וועלכער האט זיך דארט געהאדעוועט פאר פערציג יאהר? איז דאס פשט אין דעם אייניקל'ס פארשוואונדען ווערן?
אויב יא, לעידיס ענד דזענטעלמען, האב איך די כבוד אייך פארצושטעלן דמות דיוקנם פון בתיה בת פרעה און משה רבינו:
בתיה בת פרעה:
משה רבינו:
קכח
זייט 129
טעקסט
איז דאס טאקע רבינו משה? מן הסתם נישט, אבער בלויז די רעדע דערפון טרייבט ארויף
מיין הארץ ראטע.
תקופה ב'
דער איפיור פאפירוס
דאס איז א פאפירוס וועלכע געפונט זיך היינט אין א מוזעאום אין די נעדערלענדס, עס
אנטהאלט א פאעמע מיטן נאמען ,The Admonitions of Ipuwer וועלכע לייגט אראפ א
מצב אין מצרים ווי זי איז אין כאאוס, באטראפן פון נאטורליכע חורבנות, די ארימע ווערן
רייך און די רייכע ארים, מלחמה, הונגער און טויט איז איבעראל, די טייך איז בלוט און
מען טרונקט פון איהר, קנעכט פארלאזן זייערע הארן און ווידערשפעניגען אין זייער
בעלות.
דער איפיור פאפירוס:
קכט
זייט 130
טעקסט
די 'על-אריש' שטיין
די על-ארי ש שטיין:
אין יאהר 1887 האט מען געפונען אין מצרים א קליינע גראניט שטיין וואס וועגט צוויי
טאן, אויף וועלכע עס זענען אויסגעקריצט פארשידענע פאסירונגען אין העריאוגליפיק ]א
שפראך פון בילדער וואס מען האט גענוצט אין די מצרים פון יענע תקופות[.
קל
זייט 131
טעקסט
עס באציהט זיך צו 'דער פרינץ פונעם מדבר' ]משה[, און זיינע נאכפאלגער 'די שלעכטע', עס דערמאנט א פארצויגענע טונקעלקייט און ווילדע שטורעם-ווינטן, 'פי החירות' וואו די אידן האבן גערוהט פאר קריעת ים סוף אויך דערמאנט, אויך איז דא ווערט דערויף א בילד פון דריי כוואליעס און צוויי געוויסע וועלכע מעסערס דערנעבן, עגיפטילאגן ווילן פארטייטשן אלס די טיילונג פונעם ים.
קריעת ים סוף:
מנורה אויסקריצונג אינעם סאודי אראביע'ן מדבר
איין טעאריע לויטעט אז הר סיני געפונט זיך אינעם היינטיגן סאודי אראביע, די ארטיגע רעגירונג לאזט נישט צו קיין ארכעאלאגישע ארבעט און היסטאריע שטייט נאך דארט אומבארירט ]צום ביישפיל, דורך סעטעלייטס האט מען געטראפן וואס עס זעהט אויס צו זיין גאר אסאך קברים אינעם ארטיגן מדבר, עס זענען דא קריסטן וואס פראבירן עס צו פארבינדן מיט די אידישע פערציג-יאהריגע רייזע[.
איינער, א קריסט, מיט'ן עכ"פ, איז דא Sung Hak נאמען ,Kim .Dr איז געווען דער פריוואטער וועלכער דאקטער פונעם גאווענאר פון מעכא, און פארשידענע האט געכאפט ער אין איינע פון זיי זעהט מען בילדער, אן אויסקריצונג פון א אידישע מנורה, פון יענע תקופה לדבריו, – בערך הונדערט קילאמעטער פון הר סיני.
אינעם מדבר:
מנורה די
א פארצייכענונג פון בלעם בן בעור'ס א נבואה
קלא
זייט 132
טעקסט
דאס איז א צייכענונג אויפן וואנט פון גאר א שווארצע נבואה וואס בלעם בן בעור האט
געזאגט פון גאט.
עס רופט זיך די ,Alla Inscription' Deir און איז געשריבן אין אראמיש אויסגעמישט מיט
כנעניש, אט זענען עטליכע אויסצוגן:
"די אומגליקליכקייטן פון די בוך פון בלעם זוהן פון בעור א הייליגער זעהער איז ער געווען.
די גאטן זענען געקומען צו איהם ביינאכט.
און ער האט דערהאלטן א זעהונג לויט א-ל'ס זאגונג. זיי האבן געזאגט צו בלעם זוהן פון בעור
בלעם איז אויפגעשטאנען אויף
צומארגענס
ער האט גערופען די הויפטן פון דעם ]פאראייניגונג[ צו
איהם
דעמאלטס האט ער געזאגט צו זיי: זעצט אייך און איך
וועל איבערגעבן צו אייך וואס די און גייט זעהט די אקטן פון דעם
די נבואה פון בלעם בן בעור:
תקופה ג'
מצבת ישראל
ש-די גאטן פלאנירן גאט."
אין די מוזעאום פון קאירא געפונט זיך א שטיין – באוואוסט אלס - Merneptah Stele
וואס דער אויבנדערמאנטער סיר פלינדערס פעטריע האט געטראפן אין 1896.
רוב פונעם שטיין גיבט זיך אפ מיט פרעה מרנפתח'ס נצחונות איבער ליביע און איהרע
אליאירטע, אבער די לעצטע דריי שורות רעדן איבער א מיליטערישן קאמפיין אין כנען,
קלב
זייט 133
טעקסט
וואו די אידישע פאלק ווערט דאס ערשטע און איינציגסטע מאהל בפירוש דערמאנט אין די אור-אלט עגיפטישע רעקארדס.
אזוי ליינט זיך עס:
" דער כנען איז בארויבט געווארן אין יעדע סארט צרה, אשקלון איז מען בייגעקומען, גזר איז פארכאפט געווארן, ינועם איז אומעקזעסטירענד ישראל איז פארוויסטעט און זיינע זוימען זענען נישט."
כדאי אנצומערקן אז די כנעניש איז עס זענען פארצייכענט מיט סימבאלן שטעט פאר שטעט/שטאטן, ישראל איז געאייגענט מענטשן, גרופע אבער פארצייכענט ווי א רעדט זיך דא נאך פאר'ן ענדגילטיגן ווארשיינדליך כיבוש, ווען די אידן זענען נאך געווען א פאלק אהן א שטאט.
די:Merneptah Stele
אין מצרים געפונט זיך אויך א וואנט אויף וועלכע עס איז אויסגעמאהלן עטליכע סצענעס פון זיינע געוויסע חוקרים ווילן אויפווייזן אז נצחונות, די פאלגענדיגע סצענע איז דער קאמפיין אנטקעגן די אידן, אויב איז דאס ריכטיג, איז עס א בילד פון אידן פון 200,3 יאהר צוריק.
די מלחמה מיט די אידן:
מיליטערישע הילף פון מצרים פאר בקשה
יענע תקופה איז דער הערשער פון אין געווען עב דיחפה, צווישן די ירושלים Amarna Tablets איז פארבליבן פארשידענע בריוו וואס ער האט געשיקט קיין מצרים,
קלג
זייט 134
טעקסט
אין איינע פון זיי רעדט ער זיך אפ איבער אנדערע שטעט וואס ארבעטן מיט מיט די Hapiru ]היברו[, און ער בעט זיך אז פרעה זאל שיקן מיליטערישע הילף אפצוראטעווען ירושלים פון די אידן ]הגם עס זענען דא חילוקי דיעות אויב זיין כוונה איז טאקע אויף די אידן[.
איבערזעצונג:
אט איז א טיילווייזע
"האר: שליחות פון עבדיחפה דיין זאגט צו דעם קעניג, מיין באדינער, איך פאל צו די פיס פון מיין האר זיבן מאהל און זיבן מאהל...
...שטאטן גזר, אשקלון און לכיש, נעם אין באטראכט די אנדערע אלע און זיי האבן זיי געגעבן עסן, אויל קעניג צושטעלן בויגן-שיסער... דער זאל פארלאנגען, ...ירושלים! דאס האט נישט מיין נעם אין באטראכט פאטער און נישט מיין מוטער מיר געגעבן, די שטארקע עס מיר געגעבן."...
האנט פון דעם קעניג האט
דער בריוו:
אשרה
און צום שלוס נאך איין אינטערעסאנטע אנטדעקונג – הגם פון עטוואס שפעטער, די תורה איז כסדר באזארגט אז די אידן זאלן נישט נאכגעשלעפט ווערן נאך די עבודה זרה'ס – אשרה בפרט – וואס די פעלקער אין כנען דינען.
וואס מען דארף אנצייכענען איז אז דינען די ע"ז האט לאו דוקא געמיינט פארלאזן דעם אויבערשטן, עס זענען געווען כל מיני טעאלאגיעס און פלפולים – די פאפולערע ווערסיע איז געווען זכר ונקבה, קוב"ה ושכינתי' – להבדיל.
אין 1968פראפעסאר וויליאם דעווער האט פון אריזאונע אנטדעקט אין חברון א מצבה פון די ערשטע תקופה אין ארץ ישראל, שטייט אויף דעם בזה הלשון:
"ה און זאל ער זיין פון י-ה-ו- ]שם הנפטר[ געבענטשט זיין אשרה."
קלד
זייט 135
טעקסט
די מצבה:
מדור - פאעזיע
זעקת העבודה
עַל מִשְכָבִי אֶתְעוֹרֵר, בְבֶכִי אֲמָרֵר, אֵיְך מַטָרָה הָיִיתִי, הֻרְחַק יְשּועָתִי, אֶעֱצֹם עֵינֵי מֵרְאוֹת בְרָעָתִי, ּובְעֵינִי רּוחִי אֶרְאֶה קַדְמּותִי.
מַרְאוֹת אֶלוֹקִים אֶחֱזֶה, כַאֲשֶר הָיָ' לִי טוֹב מִזֶה, בְצֵל ָאבִי אֶתְגוֹרֵר, כְאֶזְרָח וְֹלא כַגֵר, אֵין קִנְָאה וְתַחַרּות, רִיב ּומִלְחֳמוֹת, לא הַצְלָחָה וְכִשְלוֹנוֹ, דַעַת וְחֶסְרוֹנו ֹֹ.
ּגָדוֹל וְקָטָן שָם הּוא, יְקַוו לְאוֹר וְיְבֹאֵהּו, אֵין שְנַיִם – אף ֹלא אֶחָד הַמָנּוי, רַק אֲנִי וָהּוא ַ– בְר ָ א כַרְעָא דְַאבּוהּו.
ַאך ֹלא ָארְכּו יָמַי, ּומִמְשָרְתֵי ָאבִי יִתְפָסּונִי בִבְגָדַי, הִשְבִיעּונִי תְהִי צַדִיק וְֹלא רָשָע, פֶן תִמְעוֹל בְשְלִיחּותְָך, זְרָקּונִי ת"ק פַרְסָה, וָָאבוֹא הָעִירָה.
קְטַּנָה הָעִיר ּומְעַטִים בָּה אֲנָשִים, אַבִיטָה - וְהִּנֵה בְלִי יַיִן הֵמָה שִיכוֹרִים, וָאוֹמַר, אֲהָּה אֲדוֹנִי! וְהּוא שְאוֹל, כְקוֹף בִפְנֵי הָָאדָם מָשּול, וַיַעֲנֵנִי מִן הַסְעָרָה, ַאל נָא תְדַבֵר סָרָה, אֶת הָָארֶץ אֶל ָאבִיָך תִכְבוֹש, לְמַעַן לְעוֹלָם ֹלא ת ֵ בוֹש.
בַשְוָוקִים אֶסְתוֹבֵב, אּולַי יִמָצֵא לַמֶלֶך אוֹהֵב, הִּנֵה בְנוֹת הָעִיר יוֹצְאוֹת, וָאֶשְָאלֵם עַל הַדָתוֹת, אּולַי שֵמַע הַמֶלֶך שְמַעְתֶם, וְיְהִי נָא פִי שְנַיִם בְרּוחֲכֶם, וַיְעַנּונִי בְפָנִים שֹוֹחֲקוֹת, הַאִם ֹלא שָמַעְתָ כִי הָאֶלוֹקִים מֵת, בַשָמַיִם בָנִינּו, וְאֶת אֶלוֹקֶיָך ֹלא מָצָאנּו, קּום אֱכוֹל מִן דַעַת הַטוֹב וָרָע, וְתַעֲבוֹד אֶת עַצְמְָך, שְחוֹק עָשָה לָהֶם אֶלוֹקַי, כָל הַשוֹמֵעַ יִצְחָק עָלַי.
קלה
זייט 136
טעקסט
וָאַבִיט וְאֵין תוֹמֵך, אֶשְתוֹמֵם ו ְ אֵין סוֹמֵך, וָָאקּום בַיוֹם הַשְמִינִית, וְאֶכְרְתָה לְָאבִי בְרִית, רּוחִי לְמּולָם מַרְעִים, הוֹי עַל כָל שְכֵינַי הָרָעִים, אֶת אֲשֶר יָצָרּו מוֹדִיעִים, וְעַל אֲשֶר נוֹצָרּו ֹלא מַשְמִיעִים.
וַָאעַן בְקוֹל ּגָדוֹל, אֶל תוֹך הָרְחוֹב ַאקַב ֵ ץ הַשָלָל, כַאֲשֶר יְבַעֵר הַּגָלָל, וַיוֹצִיאּו עָלַי דִבָה, עָנּו ַאף הֵם בְמִרְמָה, לָמָה תוֹלִיך עַצְמְָך שוֹלָל, וְעַל רּוחֲָך יִסָתֵם הַּגוֹלָל, אֶלוֹקֶיָך מֵת אוֹ דֶרֶך לוֹ, אּולַי רַק מָשָל הִינו ֹ.
מֵרוֹב צַעַר וְעֶגְמָה, נַפְשִי ע ָ לַי שָחַח, וָאֵרָדַם בְתַרְדֵמָה, עַד כְמוֹ הַשַחַר דָרַך, וַיְהִי בַבוֹקֶר וְהִּנֵה הִיא לֵָאה, כִי נִלְאֵתִי אֶת הַמִלְחָמָה, וְהִּנֵה עוֹמֵד עָלַי אִיש לָבּוש בַדִים, מַרְאֵהּו נוֹרָא – מַרְאֶה לִי פָנִים, וָאוֹמַר, הֲֹלא הִשְבַעְתִיָך בֵאֶלוֹקִים חַיִים, מִי אַתָה לְפָנַי כַשֶמֶש בַצָהֳרָיִם, וַיֹאמֶר, הַעוֹד ֹלא תַכִירֶנִי בְנִי, אֲשֶר אֶת נַפְשְָך חֵרַפְתָ בִשְמִי, בְטֶרֶם אֶצָרְָך יְדַעְתִיָך, אוֹר לְעַמִים נְתַתִיָך.
וְעַתָה ַאל בְעֵינֶָך יִחַר, שַלְוַות ה ַ מָצוֹר, הֲֹלא ָאנֹכִי בְרָָאתִים, יְצַרְתִים ַאף עַשִיתִים, הַיִצוֹר אִיש שִטְנוֹ, הַָאדָם – קַטֵגֵרו ֹ, הַָאקּום מַמְלָכָה בְמַמְלַכְתִי, אֲשֶר לִשְמִי ֹלא יִשְתַחֲוּו.
הֲֹלא כָל אֵּלֶה לִכְבוֹדִי עָשִיתִי, לְמַעַן הֵרָאוֹת ּגָדְלִי וְתִפְַארְתִי, אֲשֶר ּגַם בַמַמְלָכָה אֲשֶר בִשְמִי ֹלא קָרָאּו, יָבוֹאּו עַמֵי הָָארֶץ וְרָאּו, כִי שֵם הויה נִקְרָא עַל יָדֶָך, ּומִתְַאהֵב שֵם אֶלוֹקֶיָך.
וְגַם הֵם ֹלא עָשּו אֶּלָא לְפָנִים, כִי חֲבִיבִים אַתֶם שֶנִקְרֵאתֶם בָנִים, וְכַמ ֶ לֶך אֲשֶר יִשְלַח אֶל בְנוֹ אֵשֶת זְנּונִים, לְהַרְבוֹת שְכָרו ֹ– כִי יַעֲמוֹד בְפִיתּויִים, אֲשֶר ּגַם הִיא בְאוֹתָּה עֵצָה – לְהַרְאוֹת הָעַמִים וְהַשָרִים, לַעֲשוֹת לוֹ יִתְ' דִירָה בְתַחְתוֹנִים.
ַאחֲרֵי הוֹדִיעֵנִי כָל זֹאת, נַס ְ תִי מֵחֶדְרִי, ָארּוצָה בַחּוצוֹת, אֶקְרָא בְקוֹל ּגָדוֹל, ּגָדוֹל אֶלוֹקֵינּו ּומְהּולָל, בוֹאּו נִתְוַועֵד עִם אֶלוֹקִים חַיִים, ּומָלְָאה הָָארֶץ פארברענגענישן אֶת הויה כַמַיִם,
קלו
זייט 137
טעקסט
וְיְחַיֵינּו מִיוֹמַיִים.
מעשה בשלשה אחים
ויהי המה עולים במעלה ההר, ויען יהוא מי יאכילני בשר, הלא זה הדבר אשר דברתי בעבודת השדה, חי נפשך אם לא תעלני מזה, מאז קרוא הגבר אל הגברים, קומו צאו אל עבודת העמרים, אספנו חמרים חמרים, האם מן התבן צורפנו כבשר חמורים, הלא בני אנוש אנחנו מדור דורים, ועתה הנה השמש במערב, ואפוא הארוחה אשר לחכי יערב.
ויאמר אלישע, אל נא תהי בינינו קטטה, הנה ביתי והיא קרובה, אך אל תוכה נבוא, וטוב הארץ שטוחה לפנינו כמהר נבו, הלא שפחתי בה אך נ בוא אלי', את פקודתך תשמור כעל מלמעלה.
ויהושפט מתהלך מן הצדדים, ותעל קולו כמבין הצללים, אחי יהי לך אשר לך, האם אמנם בכל אשר תאמר תשמע בקולך.
ואלישע מצחק, כושית היא השפחה – גם את רגלי תלקק, משבי הצבעונים לקחתי', ותהי בעיניי ככלבה חתול ונמי.'
ויתמלא יהושפט חמה ויצעק קול רם, האם גם באחיך לבן תעבוד חינם, והיא גם היא אחותך היא, כי בני אל אחד נחנו.
ויאמר יהוא, אל נא אחי תרעו, בטני בתוכי מקרקר, ראשי עלי סחרחר, התעכבו עד אחר הארוח, ונצא אל השדה לשוח.
ויהי המה יוצאים מן הארוחה אל השדה, והנה חבורת נמלים לפניהם מזה ומזה.
ויען אלישע לכו אל הנמלה וראו, הגם הוא במין האנושי, האם מכאובו כמכאובי, שם את דברי תראו, כי אין דירתינו אני והוא, לא יתחשב בגוים, אשליכהו ארצה ארמסנו כתנין, גם כי יכחד לו נכד ונין.
ויען גם יהוא ויאמר, האין זה אתה יהושפט מן היהודיים, בני אל גומר, אשר יעבדו את אלוקי העבריים.
ישמעו אזניך מה שאתה מוציא מפיך, כי בך בחר ה' ובאביך, והאיך על אחרים תתגאה, כי אתה מהם טוב ונאה,
קלז
זייט 138
טעקסט
כולם כבגד יבלו, אתה תעמוד והם יכלו, הלא בלב ולב תדבר, כנאמך ותעקר ותשבר ותמגר.
וישב יהושפט ויאמר הלא חכמתך כסלתך, מעבודתך את אלקיך אוכיחך כי נכשלת בעוורון עיניך.
הלא תאמר לי ידידי האיך היא העבודה אשר בה תתרצה לפני האל, זאת תוחלתו מעמו ישראל, עד כי יביא אל ציון גואל.
ויאמר יהוא מה זאת השאלה והחקירה, הלא ערוכה היא ושמורה, בלמדי רובי תורתו, ואת מצותו אקיים כהלכתו, אז יבוא אלי הטוב בז ה העולם, ובההוא שאבוא לקראתו.
וירם יהושפט קולו בשחוק, האנוש מאלוה יצדק, טיפת חלבון, יביא את אלקיו בחשבון, כך וכך עשיתי בעבודתך, שלמני נא כמה שנתחייבת, הלא אם צדקת מה תתן לו, ואם חטאת מה תפעל בו, וכי לעורך הוא צריך, אשר בברית תהי' עמו כרוך, מה בצע לו כי תהרוג את שבתו חילל, וכיסית דם צבי ואיל.
הלא לזה אני קורא תורת היחידיות, אשר ידמה איש בסכלותו כי הוא עצם התכליות, ולא יבין כי הבריאה על הכללות נחשב, כי האלקים אוה לו מקום למושב, ויטע בה הישראלי ממין האנושי, ועל ידו תהי' העולם מוכנה לקבל השפע האלוקי.
וכאשר לא יתפאר הנר על הרצפה, גם כי היא מאירה, כי תכלית שניהם לעשות בית דירה, כן אנחנו בידו, גם כי ליהודים היתה אורה, אף כי עצמם לא עשו את עצמיהם, כי כלים הם ביד אדוניהם.
עוד רגע אדבר אהובי אחי, תטע אוזן וייטב לי, תורת היחידיות היא לפני כטפשות וזרות, אך היא גם סיבת רעות רבות וצרות, שמע בקולי את אשר הי' באחרית הימים, מלפני שבעה עשורים, קמו בני אשכנז בארצם, ואת תורת היחידיות חרתו על דגלם, היחידי הוא התכלית, ומובחר היחידים - מבחר התכליתים, יצאו להכרית קוצים כסוחה, למען ישאר המובחר אליו היתה הכוונה, יבואהו שואה ולא ידע, כי הוא ממחלוקת האנושיים במדרגה, לקחו להם דרך עקלתון, וכי ינצו אנשים ולא יהי' אסון?
וירם יהוא את קולו בבכיה, הלא אנכי אסונך, עושה מלאכת אלקים רמיה,
קלח
זייט 139
טעקסט
את עצמי שמתי למטרא, חטאתי אותה, ועתה במה אוסרה, הלא שוא עבדתי אלקים והלכתי עמו קדורנית, אברך את האלקים ואמות.
וינחם אותו יהושפט ויאמר הלא כה דברי אליך, אם ליחידיות - טובת עצמך שתמות, ואם לכוונה האלוקית - הלא הוא חייך, אם לפני המלך טוב שתתהלך לפניו, מי ישיב את דבריו, אל תסתכל מה לפנים מה לאחור, יצא אדם לפעלו יצית בו את האור, אולי את חלקך בששת אלפי שנות העולם תמלא, והאור האלקי בה תגלה, וכאשר ממקומך יקראוך, תוכל לענות בקול רם עשיתי שליחותך.
איך האס די מענטשהייט
איך האס די מענטשהייט, איך ליב איהרע אינדווידואלן, איך קען איהר נישט דערליידן, איך לעב זייערע ליידן.
די זעלבע ריחות - אנדערע תוצאות, אייניגע מוחות - אנדערע נפשות.
אן איבערמאכונג פון א צווייטן, אפשר נאר א שאטן, האט שוין איינער אמאל באטרעטן דעם באדן?
די מענטשהייט - מסקנות, אינדווידואלן - הוי אמינא'ס, די מענטשהייט שטעלט זיך נישט צוזאם פון אינדווידואלן, אינדווידואלן שטעלן צוזאם די מענטשהייט.
די מענטשהייט איז פארלוירן, בשבילי נברא העולם.
שושנים # 1: אמרתי
קלט
זייט 140
טעקסט
אמרתי בקינה אשיר, קינה כי תשור?
כינה כי תשיר?
אמרתי חסד חינם, ותהי הכינם.
אמרתי בחסד יבנה עולם, חסד הוא ונכרתו לעיני בני עמ ם, לכן כל הורג קין, על אבן אחת שבעה עיניים.
לא בכסף תגאלו, כי בזהב תגעלו, מדה ומדה, איפה ואיפה, אפוא הערשלע, אפוא יוסלה.
מה פרצת פרץ, את לכל חפץ, את ה' אלוקיך תירא, לרבות בעלי קומה.
אינגעלע, מה שמך, ,k you**F כאשר לא נגענוך, הסר כל עקוד ותלוי, תשאיר אלו אשר לחיים נכתבו.
מה יבין אנוש, נסתרה דרכיו, במה לכמוש, נפל במהמוריו.
תל עולם לא תבנה עוד, Taleהעולם נשמתה בה עוד, Tailהעולם לא תקפ"ץ עוד.
כי אם אני אינננו אני, כי אם שבר בת עמי, אין אני והוא דרין בדיר,
קמ
זייט 141
טעקסט
לא אבנה מחורבנה של צור.
בני שכורת יפרצו דרך, למנות להם מלך, בני נדה תחבק, להכרית זרעו של עמלק, קודש יהיו בני תמורה, לבנות להם בית הבחירה.
עמי תלויים ובלויים, ונבנתה העיר על תילה, עלו לציון מושיעים, מושב איוה לו י-ה.
you are funny ,God ...
,my dear Lord ,Oh ,You obviously hate getting bored ,The God of the GAFs is strange to you .הושענא You prefer a racing heart shouting
,Now thou shall cry ,רקוד לפני Then I would love a ,God of the paradox ,God framed in a box .we shall charm him ,בזמירות נריע לו
,The average Joe ,Chanting boruch mimkomo ,s a foe’Is rather your ,Generating less interest than a wiggling toe .we shall harm him ,בזמירות נריע לו
,Getting a kick ,When performing a trick ,The land of the free ,On the wrong side of the sea
קמא
זייט 142
טעקסט
?Honey and milk ...Search through the road of silk
,Only for a second you left your flock ,years to dock 2000 It somehow takes ,Perhaps I am a virgin ,Perhaps a prostitute ,ve yet made a decision’Perhaps I m a multitude’Perhaps I.
איין נייע תחינה פון ניו יארק
אל תָבִיא בַמִשְפָט שְאֵרִיתֵנּו. ּגְאוֹן רָעָתֵנּו דְעו ִ ְך. קַלְקֵל הַשּורָה ַ- צַדִיק וְיָשָר. פְדֵה זַרְעֲָך עוֹד. חַזּו סְפָרַדִים טְהוֹרִים נִמּוקִים. יְוֵן מְצּולָה כָשְלָתָם. ֹלא לָנּו - כָמוָֹך מִי - יַעֲש ֶה נָא. טַהֵר סְַאת חֲטָאתֵנּו. ע' זְאֵבִים פְצָעּונִי וְהִכּונִי. צַדִיק הּוא קְדו ִ שֵנּו - דְרָכָיו רו ִ מְמִים. ּגַעַרַת שַוְעָתֵנּו בַל תַעֲלִים ָאזְנֶָך וְתַשְמִיעֵנִי נֶחָמָה. בִמְהֵרָה נִקְמָתֵנּו תִנְקֹם. הָכִינּו הַיוֹם עָנִי יָבו ִ א רָכּוב.
פירורים...
עס זענען דא ]בד"כ[ צוויי סיסטעמען צו רעכענן טעמפעראטור ,temperature - סעלסיוס ,C -און פערענהייט.F -
ביידע פון זיי זענען אוועקגעשטעלט געווארן מיט די זעלבע קאנסעפט, מען נעמט צוויי פארקערטע עקן [reference points] איינער איז 0 און דער צווייטער איז 100, מען צוטיילט די טעמפעראטור אינצווישן די צוויי אויף 100 מדרגות, און יעדע מדרגה ווערט א דעגרי.
סעלסיוס האט גענומען פאר רעפערענס פוינטס צוויי פשוטע זאכן: די דעגרי ווען וואסער ווערט געפרוירן איז 0 ]ביי פערענהייט איז עס 32 [, און די דעגרי ביי וועלכער וואסער הייבט אן צו קאכן איז 100 ]ביי פערענהייט איז עס 212 [.
פערענהייט האט גענומען פאר 0 די קאלטסטע דעגרי וואס דעיניעל פערענהייט האט געקענט פראדאצירן אין זיין לאבאראטאריע אין 1717, און די דעגרי אין וועלכער ער האט געשאצט א מענטשליכע קערפער צו זיין האט ער געשטעלט ביי 100 ]היינט ווייסט מען שוין די פונקטליכע היץ פון א מענטש: 98.6 [.
קמב
זייט 143
טעקסט
עס איז נפוץ בפי העולם אז אין ספעיס איז נישט דא קיין גראוויטי – אין ספעיס וועגט מען נישט, זאלט איהר וויסן אז שקר נחלו לכם, ספעיס האט גארנישט קעגן גראוויטי, מען וועגט נישט קיין סאך ווייניגער אויפן ספעיס סטעישאן ווי אויף די ערד, און דער חשבון איז פשוט:
יעדע מציאות ]מעסס[ אין די בריאה איז משפיע גראוויטי אויף יעדע אנדערע מציאות ]יא, גראוויטי האט גארנישט מיט די ערד אדער פלאנעטן, יעדע חומר אין די בריאה גיבט ארויס א כח פון גראוויטי אויף יעדע אנדערע מציאות אין די בריאה, נישט קיין נפק"מ ווי ווייט ער איז[, נאר די שטארקייט פון די כח איז איז תלוי אין צוויי זאכן: וויפיהל חומר די זאך האט, און די מרחק צווישן די צענטער פון צוויי זאכן.
ממילא, א מענטש וואס וועגט אויף די ערד - וואס איז 4000 מייל ווייט פון די צענטער פון די ערד - 160 פונט, וועט ער אויפן ספעיס סטעישאן - וואס איז ס"ה מיט 200 מייל ווייטער - וועגן 140 פונט, כדי פטור צו ווערן פון די ערד'ס גראוויטי דארף מען זיין אין סוף ווייט פון די ערד.
איי עס ווייסט דאך יעדער אז אויפן ספעיס סטעישאן איז מען וואג-לאז? דאס קומט פון גאר אן אנדערע זאך:
ווען א מענטש, אדער סיי וועלכער חפץ, איז אין ,free-fall למשל אז מ'טאנצט ארויס פון א עראפלאן פאר'ן עפענען דעם פאראשוט, אדער א עלעוועיטאר וואס איהר קעיבל האט זיך איבערגעריסן און עס פאלט צו דער ערד, וועט ער זיך שפירן וואג-לאז.
אביסל דערפון קען מען שפירן ווען א עלעוועיטאר אין א הויכע בילדינג הייבט אן שנעל אראפצופארן, מען שפירט אזא לייכטקייט וואס מאכט דיזי, אדער קען מען נעמען א קאפ מיט וואסער און מאכן א לעכל פון אונטן, דערנאך לאז עס פאלן צו דער ערד, בשעת'ן פאלן וועט די וואסער נישט ארויסרינען פונעם לאך, פארוואס? ווייל זאכן אין 'פרי-פאל' זענען וואג-לאז.
ממילא איז אזוי, אויפן ספעיס סטעישאן איז דא גאנץ א געהעריגע גראוויטי – א 160 פונטיגער וועגט דארטן 140 פונט, נאר דער סטעישאן איז אין א שטענדיגע פרי-פאל, פארוואס? אט הערט, און דר"א וועט מען שוין פארשטיין ווי אזוי אלע סאטעלייטס האלטן אינאיין ארום פארן די וועלט – ווער שטיפט זיי? וויאזוי האלטן זיי אהן אזא שיינעם סירקול און פארוואס די לבנה פאלט נישט אראפ אויף די ערד מכח גראוויטי.
קמג
זייט 144
טעקסט
סיר אייזיק ניוטאן איז אויפגעקומען דערמיט, און ער האט עס מסביר געווען מיט א משל
פון א קאנאן: שטעל זיך פאר אז דו שטייסט אויף א בארג מיט א קאנאן, דו שיסט ארויס
א קאנאן און עס פליעט, לאמיר זאגן, א מייל, און צוביסלעך הייבט עס אן פאלן צו די ערד
מכח גראוויטי, ביז די גראוויטי איז זיך מתגבר און עס פאלט אראפ צו די ערד אין א
רונדיגער – path ווי א בויגן, דערנאך שיסטו ארויס נאך א קאנאן מיט א שטערקערע כח,
ער וועט שוין פליען צוויי מייל ביז עס וועט רונדיגערהייט פאלן צו די ערד ]דורך גראוויטי[,
און אזוי ווייטער און ווייטער.
וואס וועט אבער געשעהן אויב דו וועסט ארויסשיסן א קאנאן מיט אזא כח אז עס זאל
מאכן א גאנצע סיבוב ארום די וועלט? זאגט ניוטאן אז אויב וועט עס פליען מיט די
ריכטיגע ספיד וועט עס האלטן אינאיין ארומפארן די וועלט און ס'וועט נישט פאלן.
פארוואס? ווייל יעדע זאך בטבעו פארט ווייטער אין די זעלבע דירעקציע אין וועלכער ער
פארט ,[inertia] ממילא וואלט די קאנאן באמת געדארפט פליען אין א גראדע ליניע אוועק
פון די וועלט, נאר פארוואס בייגט ער זיך אין א רונדיגער path אזוי ווי די ערד? ווייל די
ערד'ס גראוויטי שלעפט איהם צו זיך, ממילא איז פשט אזוי: באמת פאלט ער טאקע צו די
ערד מכח גראוויטי, נאר אויב פארט ער ביי די ריכטיגע ספיד וועט די curvature פון די
ערד ]דאס וואס די ערד בייגט זיך אין א רונדיגער פארעם[ גורם זיין אז די ערד אנטלויפט
פון איהם מיט די זעלבע ספיד וואס ער פאלט צו די ערד, און ממילא וועט ער האלטן
אינאיין סירקלען די ערד, און פארדעם – האט ניוטאן געזאגט – פארט די לבנה ארום די
ערד און זי פאלט נישט ארויף אויף די ערד.
זייט'ס מיר מוחל אויב איך בין עס נישט
גענוג קלאר מסביר, כאפט א בליק אויפ'ן
בילד וואס רעדט מער וכו.'
עכ"פ, דאס איז וואס מען טוהט מיט'ן ספעיס
סטעישאן און מיט סאטעלייט'ס, זיי זענען
אין 'ארביט' ארום די וועלט, ממילא זענען זיי
א גאנצע צייט אין ,free-fallזיי פאלן צו די
וועלט און די וועלט פאלט אוועק פון זיי
]דורך דעם וואס די
סורפעס פון די ערד בייגט
זיך אוועק אין א שוין, רונדיגער פארעם –
איי טרייעד וואן מאר טיים...[, און דאס
איז די סיבה פארוואס אויפ'ן ספעיס סטעישאן שפירט מען זיך וואג-לאז, עס איז גארנישט
בעסער ווי געפילטע'ס עראפלאן.
קמד
זייט 145
טעקסט
פארוואס טאקע מען איז וואג-לאז אין פרי-פאל איז א סוגיא פאר זיך, איינשטיין האט
מגלה געווען דעם סוד, און עס גענוצט אלס א יסוד אין דזשענערעל רעלאטיוויטי, און
אויף וועלכער ער האט געזאגט ,it was the happiest moment of my life יזכני ה.'
אה, כמעט פארגעסן, די סיבה פארוואס עס ארבעט נאר אין ספעיס און נישט דא 200 פיס
העכער אונזערע קעפ, איז ווייל דא אין די וועלט איז דא לופט וואס וועט עס פארשטייטערן
און סוכ"ס אפשטעלן, ממילא מוז מען ארויס גיין פון די אטמאספערע - 200 מייל ארויף.
אן אינטערעסאנטע עקספערימענט ווי ווייבערעישאן קען דורכגיין א סאלידע מאטריאל
און ערשט ארויסקומען אל הפועל אין אן אנדערע זאך ]איך קען נישט דעם סייענטיפישן
טערמין[.
נעם דריי קוואדערס, לייג עס אראפ אויף א טיש איינע נעבן די אנדערע אז זיי זאלן זיך
אנרירן, מיט'ן פינגער פון די לינקע האנט כאפ אהן דעם מיטל'סטן קוואדער אז ער זאל זיך
נישט קענען ריקן.
יעצט נעם די פינגער פון די רעכטע האנט און לייג עס אויפן רעכטן קוואדער און האק
אריין מיט איהם אינעם מיטל'סטן קוואדער, וועט איהר זעהן אז די לינקע קוואדער וועט
אוועקפליהען פון פלאץ אפי' די מיטל'סטע האט זיך נישט גערירט.
קבלתי בשם אב"ד לונדון שיחי', ווי קען זיין אז א פערד לויפט א האלבע שעה, צוויי פון
זיינע פיס זענען געגאנגן איין מייל און די אנדערע צוויי זענען געגאנגען 1.2 מייל?
ואמר, אז דער פערד גייט אין א צירקל קאונטער-קלאקווייז קומט אויס אז די צוויי פיס
וואס זענען אויף די רעכטע זייט מאכן א גרעסערן צירקל ארום און ארום ווי די צוויי
לינקע פיס, הענס די רעכטע גייען א לענגערע שטרעקע ווי די לינקע.
קמה
זייט 146
טעקסט
וצריך להוסיף אז עס האט דאך פאר ביידע גענומען די זעלבע צייט - א האלבע שעה, מוז דאך זיין אז איינער איז געגאנגען מיט א שנעלערע ספיד ווי דער צווייטער, ווייל ער האט דאך געדעקט מער שטח אין די זעלבע צייט, קומט אויס אז א מערי-גאו-ראונד למשל, וואס איז איין חפץ מחובר, איז וואס נענטער צום צענטער דרייעט ער זיך מיט א שטייטערע ספיד ווי די חלק וואס איז ווייט פונעם צענטער - איין חפץ מיט אנדערע ספידס.
עס זענען דא בערך 24 GPS סאטעלייטן אין ספעיס )דר"א: זיי געהערן צו דער אמעריקאנער עיר-פארס, און ווערן אויסגעהאלטן דורך דעם אמעריקאנער שטייער-צאהלער(, כדי אייער GPSזאל פונקציאנירן דארף זיך עס פארבינדן מיט לכה"פ 4 פון זיי.
מסתמא איז אייך שוין שווער געווען: איז דען נישט דא א גבול וויפיהל כלים די סאטעלייטן קענען דערהייבן? קענען 24 פון זיי פיהרן א געשפרעך מיט ביליאנען אנדערע כלים?
דער תירוץ איז אז די GPS קאנעקשאן גייט נאר אין איין דירעקציע, די כלי וואס איהר האלט אין די האנט שיקט נישט 'ארויס' קיינע סיגנאלן, און די סאטעלייטן 'באקומען' נישט קיינע סיגנאלן, דאס איינציגסטע וואס געשעהט איז אז די סאטעלייטן שיקן ארויס סיגנאלן )בראדקעסטן( אז כך וכך אזייגער זענען זיי געווען אין די און די פאזיציע.
קמו
זייט 147
טעקסט
יעצט אז איהר האט
א כלי לקבלה 'אויפצוכאפן'
די סיגנאלן
פון כאטש 4 אזעלכע
סאטעלייטן, דאן קען
אייער כלי
אויסרעכענען וואו זי
געפונט זיך אויף די
וועלט, און די זעלבע
סיגנאלן קענען
ווערן
אויפגעכאפט דורך
ביליאנען כלים,
פונקט ווי ראדיא
סיגנאלן ווערן אויפגעכאפט דורך מיליאנען צוהערער.
ומהאי טעמא קען די רעגירונג 'נישט' טרעקן אייער בעיסיק GPS, פשוט ווייל זי טוהט
נישט טראנסמיטן, זי קען נאר מקבל זיין.
עס דערמאנט מיר פון דעם בילד הנקרא.Pale Blue Dot
קמז
זייט 148
טעקסט
אין 1990, ווען וואויעדזער וואן האט געענדיגט איהר הויפט מיסיע, האט נאסא - לויט
דעם פארלאנג פון קארל סעיגן - געהייסן וואויעדזער עס זאל אויסדרייען איהר קעמרע
און כאפן דעם בילד פון אונזער
פלאנעט אלס א חלק פון די סאלאר-
סיסטעם פאמיליע בילד, סעיגן האט מיט
עטליכע יאהר שפעטער גענוצט די
נאמען פון דעם בילד פאר זיינס א בוך.
די בילד איז געכאפט געווארן פון 3.7
ביליאן מייל אוועק און אונזער וועלט
פארנעמט בסך פיקסעלעס, הכל 0.12
און ווי סעיגן האט זיך אויסגעדרוקט: די
גאנצע מענטשליכע היסטאריע
האט זיך אפגעשפילט אויף דעם
קליינעם פיקסעל.
דא איז דער בילד - אונזער וועלט איז דער
בלוי-ווייסער פינטל אינמיטן דער
ברוינער סטרייפ אויף די רעכטע זייט.
א הערליכע שקיעה, הא? קוקט'ס נאר ווי די רויטע זון שטראלן באלייכטן דעם העל-בלויען
הימל...
אה, ס'איז נישט רויט און בלוי?
די חקירה איז שוין מן הסתם
אדורכגעפלויגן ביי יעדן אין קאפ: ווער
זאגט אז מיר זעהן די זעלבע קאלירן?
אפשר וואס איך זעה אין בלוי הייסט
ביי דיר גרין, און וואס דו זעהסט אין
גרין רופט זיך ביי מיר בלוי, נאר אזוי ווי
מען האט אונז ביידע געלערנט אז ווען מען זעהט דאס זאגט מען 'גרין', און ווען מען זעהט
קמח
זייט 149
טעקסט
דאס זאגט מען 'בלוי', ממילא קריגן מיר זיך נישט ארום וואס איז וואס, אבער באמת זעהן מיר בכלל נישט די זעלבע קאלירן.
איז אזוי, צו זאגן אז באמת זעהן מענטשן דראסטיש אנדערע קאלירן איז לכאורה נישט מסתבר מצד די אפעקטן וואס זיי ברענגן אויפן נפש, דהיינו, אויב זענען מיר ביידע מסכים אז העל-בלוי איז א געשמאקע קאליר און ברענגט א רואיגקייט, און רויט איז א נערוועזע טאנצנדע קאליר, איז דאך לכאורה א ראי' שאין עלי' תשובה אז מיר זעהן ביידע גלייך, כ'מיין, ווען דו זעהסט ווען דעם הימל אין א טיף-רויטן קאליר וואלסטו דאך נישט ארויס אויפן גאס, נישט אזוי?
ניין, אפשר טאקע נישט אזוי, ווער זאגט אז בלוי איז בעצם א רואיגע קאליר און רויט נישט, אפשר איז דאס נאר א פסיכילאגישער אפעקט צו וואס מען האט אונז קאנדישענד פונעם געבוירן אז בלוי ברענגט מיט זיך רואיגקייט וכו', ממילא זעמיר צוריק ביי אל"ף, אפשר זעהסטו גאר א רויטער הימל ]וואס איך רוף רויט[, נאר אזוי ווי דו האסט אויפגעכאפט פון דיין סביבה אז דער קאליר איז א געשמאקער, ביסטו געווארן קאנדישענד אז עס זאל דיר ברענגן געשמאק?
אינעם ארטיקל וואס איך ברענג אונטן דערמאנט ער בתוך דבריו נאך א פסיכילאגישער\פילאזאפישער צד, ווער זאגט אז ווען מען איז קובע א מציאות דארף מען זיך רעכענן מיט אונזערע אינערליכע איבערלעבענישן? וואס מיין נפש שפירט ווען עס זעהט בלוי און וואס דיין נפש שפירט? ממילא - טענה'ט די סברא - זעהן מיר אלע די זעלבע, ווייל ווילאנג דו רופסט בלוי די זעלבע זאכן וואס איך רוף בלוי, מיר ביידע טיילן עס אפ פון די אנדערע קאלירן און מיר זענען ביידע מסכים אז דאס איז די קאליר פונעם הימל, זעהן מיר דאך טאקע די זעלבע! אט דאס הייסט געזעהן די זעלבע, אפי' אויב אונזער אינערליכע איבערלעבעניש איז אנדערש.
דו האסט פאר דיר דריי באקסעס, יעדע באקס איז צוטיילט אינעווייניג מיט א מחיצה און האט א דעקל פון אויבן פאר יעדע האלב פון דעם באקס באזונדער דורך וועלכער מען קען אריינקוקען אין איין האלב אהן זעהן וואס טוהט זיך אין דעם צווייטן.
אין יעדע באקס ליגט צוויי מטבעות – איינס אין יעדע האלב, איין באקס האט צוויי גאלדענע און איהם וועלן מיר רופען ,gg איינער האט צוויי זילבערנע און ער וועט הייסן ,ssאון דער דריטער האט איין גאלדענע און איין זילבערנע און ער הייסט.gs
יעצט איז אזוי, איך קלויב אויס איין באקס, וואס איז די פראבעביליטי אז איך זאל בוחר זיין אין ?gs איינס אין דריי, איא? גוט, מסכים.
קמט
זייט 150
טעקסט
יעצט לאמיר טראכטן אזוי, אויב איך וועל נעמען דעם באקס וועלכן איך האב אויסגעקליבן און עפענען איינע פון זיינע דעקלעך און איך וועל זעהן אז דארט געפינט זיך א גאלדענע מטבע, וואס זענען יעצט די שאנסן אז איך האב בוחר געווען אין ?gs וועט איהר לכאורה מוזען מסכים זיין אז יעצט זענען די שאנסן איינס אין צוויי, פארוואס? ווייל אז דו זעהסט דא א גאלדענע מטבע קענסטו דאך שוין זיכער אויסשליסן ss פונעם ספק, בלייבט דאך נאר gg אדער ,gs איז דאס דאך איינס אין צוויי.
דאס זעלבע וועט זיין אויב דו זעהסט א זילבערנע מטבע, דאן וועסטו קענען אויסשליסן ggאון די שאנסן וועלן זיין איינס אין צוויי צווישן ss און.gs
דא קומען מיר צום פראבלעם, בסך הכל זענען דא אן אייניגע צאהל זילבערנע ווס. גאלדענע מטבעות – דריי פון יעדע, און דו האסט אייניגע שאנסן צו זעהן א זילבערנע אדער א גאלדענע, און דו ווייסט אויף זיכער – שוין פון פריער – אז ווען דו וועסט עפענען דעם דעקל פון א האלבע באקס וועסטו זעהן אדער א גאלדענע אדער א זילבערנע.
אויב אזוי, ווי אזוי קען זיין אז לכתחילה ווען דו ביסט געגאנגען קלויבן א באקס האסטו נאר געהאט איינס אין דריי שאנסן צו קלויבן gs, אבער ווען דו האסט געעפענט א דעקל – וואו עס איז דיר גארנישט נתחדש געווארן – האסטו פלוצלינג באקומען א שאנס איינס אין צוויי אז דער קעסטל איז gs?
דער פאראדאקס רופט זיך בערטראנד'ס קעסטל פאראדאקס, ע"ש דער פראנצויזיש'ער מאטאמאטיקער Joseph Louis Franois Bertrand וואס האט איהר פארגעשטעלט אין 1889.
און די תירוץ איז אז די שאנסן אז דו האסט אויסגעקליבן gs בלייבן אלעמאהל איינס אין דריי.
לאמיר זאגן אז דו האסט געעפענט דעם דעקל און דו זעהסט א גאלדענע מטבע, וויפיהל שאנסן איז דא אז די מטבע געהער צו gs און וויפיהל אז עס געהער צו ?gg איז דער חשבון פשוט: בסך הכל איז דא דריי גאלדענע מטבעות איז אזוי ווי gg האט צוויי גאלדענע און gsהאט נאר איינס איז דא צוויי אין דריי שאנסן אז די מטבע וואס דו זעהסט געהער צו ggאון נאר איינס אין דריי שאנסן אז ער געהער צו.gs
לכאורה איז דער חשבון זייער גלאטיג, איך וועל אייך אבער זאגן דעם אמת, ווען איך באטראכט עס פון אן אנדערע פערספעקטיוו ווער איך צומישט: בשלמא ווען די קעסטלעך וואלטן געווען אויסגע'שורה'ט איינע נאך די אנדערע - איין האלבע קעסטל נאכ'ן צווייטן, און דו ביסט בוחר מטבעות, פארשטיי איך אז ווען דו זעהסט א גאלדענע האט gg א צוויי אין דריי שאנס, אבער דא רעדט מען דאך אז מען איז בוחר אין א גאנצע קעסטל מבין הקעסטלעך - גראדע ליגן אין זיי מטבעות, און נאך די בחירה אינעם קעסטל קוק איך אריין
קנ
זייט 151
טעקסט
און זעה וועלכע מטבע איך האב באקומען, אויב אזוי ווען דו זעהסט א גאלדענע און די שאלה איז וועלכע 'קעסטל' דו האסט בוחר געווען ]נישט וועלכע 'גאלדענע'[, זענען די שאנסן לכאורה אייניג צוטיילט צווישן צוויי קעסטלעך, די gg האט זיך דאך נישט צוטיילט אין האלב אז ער זאל פלוצלינג האבן צוויי שאנסן אז איך זאל האבן געלייגט מיין האנט אויף איהם, בסך הכל איז ער איין גרויסער קעסטל וואס האט אין זיך עטליכע גאלדענע.
מלמה"ד, עס זענען דא פינעף קעסטלעך אויפן טיש, אין קעסטל נומער 1 איז דא איין פאפיר און אין נומער 2 זענען דא 10 שטיקלעך פאפיר - די איבריגע זענען ליידיג, מאיזה סיבה ווייס איך אז די קעסטל וואס דו גייסט בוחר זיין גייט האבן א פאפיר, וועט קעסטל 2 האבן מער שאנסן? ער איז דאך א פארמאכטע קעסטל די זעלבע סייז ווי נומער איינס, ווי אזוי קען זיין אינהאלט משפיע זיין אויף זיינע שאנסן געקליבן צו ווערן?
אזוי שרייבענדיג כאפ איך מיר אז עס איז גאנץ פשוט, וואס הייסט אז 'מאיזה סיבה ווייסטו אז ער וועט בוחר זיין אין א קעסטל וואס האט פאפיר'? ע"כ איז דא עפעס אן אייגענשאפט אין פאפיר וואס שלעפט דעם יד הבוחר צו איהם, איז אודאי יא מסתבר אז זיין האנט וועט פאלן אויף דעם קעסטל וואס האט מער פון די פאפירענע סחורה, די זעלבע ביי אונז, אז דו ווייסט אז ער האט בוחר געווען אין א גאלדענע ]ווייל ער האט אריינגעקוקט און געזעהן[ די ידיעה עסטעבלישט א קאנעקשאן צווישן גאלד און בחירה, ממילא איז אודאי מער מסתבר אז די בחירה איז געווען אויף אזא גאלדענע וואס געהער צו די גרופע וואס האט צוויי פון די גאלדענע סחורה.
די פארגאנגענע וואך בין איך אריין אין קאווע צימער, זעה איך ווי א בין הזמנים בחור דרייעט זיך דארט, נאך א שעה בין איך נאכאמאל אריין, טרעף איך איהם ווידער, אזוי האב איך זיך עטליכע מאהל אנגעטראפן אין איהם.
באלד איז מיר אריין א מחשבה אין קאפ אז דער בחור מוז ערענסט נישט האבן וואס צו טוהן )יא, כ'ווייס, עס איז נישט זיין שולד...(, כ'מיין, יעדעס מאהל וואס איך קום דא אריין טרעף איך איהם דא.
דערנאך הייב איך אבער אהן טראכטן אפשר איז די מעשה גאר פארקערט, אפשר האט גאר יענער בחור די רעכט צו טראכטן דאס זעלביגע אויף מיר: כ'האב דעם ונבנתה געטראפן א שעה צוריק, א האלבע שעה צוריק און יעצט ווייטער, מסתמא האט ער נישט קיין דזשאב... איז ווער איז גערעכט?
לכאורה בין איך גערעכט, איך בין דאך דער וואס 'קומט אריין' אין צימער און איך טרעף יענעם שוין דארט, ממילא איז לכאורה דא מער שאנסן אז יענער פארברענגט דארט שעות,
קנא
זייט 152
טעקסט
און ממילא טרעף איך איהם ווען איך קום נאר אריין, ווי צו זאגן אז דריי מאהל איז ער פונקט אריינגעקומען א האלבע מינוט פאר מיר אזוי אז איך האב איהם אנגעטראפן.
וואס זאגט איהר?
לכאורה איז די קושיא מרפסין איגרא:
כל בר בי רב דחד יומא ווייסט אז א דונער און א בליץ געשעהן אין די זעלבע צייט, און די סיבה פארוואס מיר זעהן די בליץ פאר'ן הערן דעם דונער איז וויבאלד ליכטיגקייט פארט שלא בערך כלל וכלל שנעלער ווי קול, ליכטיגקייט: 671 מיליאן מפ"ש, קול: 760 מפ"ש, ממילא פארשטייט מען אז די בליץ – וואס ווערט אויפגעכאפט מיט די כח הראי' וועלכע ארבעט מיט ליכט כוואליעס – קומט אן צו אונזערע אויגן שנעלער ווי די קול פונעם דונער קומט אן צו אונזערע אויערן.
יעצט שטעלט זיך די מורא'דיגע קושיא: ווען מיר קוקן אויף א מענטש בשעת ער רעדט, זעהן מיר דאך ווי זיינע ליפן און זיין קול זענען 'אין סינק', דהיינו, די מאוומענט פון זיינע ליפן קלאפן פונקטליך מיט'ן קול וואס ער גיבט ארויס, ולהנ"ל יוקשה, לכאורה וואלטן מיר געדארפט זעהן ווי זיינע ליפן רוקן זיך פריער ווי מיר הערן וואס ער זאגט?
איז קודם האביך געזעהן ]נאו פאן כו'[ די וואס ווילן עס פארבינדען מיט'ן פאקט אז אונזער קאנטשעס האט א 'לעג', זי איז אונטערשטעליג מיט 80 מילי סעקונדען פון ווען זאכן געשעהן בפועל ביז מיר כאפן עס ]ומשום איזה סיבה האבן זיי עפעס א געוואלדיגע חיות אין מדגיש זיין אז לפי"ז לעבן מיר אינעם עבר[.
דערנאך טענה'ן זיי אז עס ווענדט זיך ווי ווייט יענער איז פון דיר, אויב יענער וועט זיין ווייטער ווי 30 מעטער וועט מען יא דערקענען א חילוק.
עכ"פ, לא הבנתי וואו די 'לעג' קומט דא אריין, אויב לעג, דארף עס לכאורה זיין סיי אויף קול און סיי אויף מראה, ומה הועילו.
במקומות אחרים זעה איך באריכטעט איבער א מענטש וואס האט זיך אויפגעוועקט פון אן אפעראציע מיט די פראבלעם, ווען ער רעדט מיט איינעם זענען די מראה און קול נישט אין סינק. דארטן האבן די דאקטורים געטענה'עט אז דער מוח נוצט טאקע ספעציעלע מעטאדן אויסצוגלייכן די צוויי, און ביי יענעם – וועלכער ווערט נאר דערמאנט מיט זיינע אינישעלס – PH זענען זיי געשעדיגט געווארן.
איינער טענה'עט אז לויט זיין עקספיריענס זענען די אינישעלס LG ...
קנב























































































































































